Yishayahu Peri 26.484 31.288 SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION SLATE. Yishayahu Peri 31.563 32.463 DATE: Yishayahu Peri 32.474 36.216 SEPTEMBER THIRTY, NINETEEN NINETY SIX. Yishayahu Peri 36.305 38.176 SURVIVOR: MISTER Yishayahu Peri 38.176 40.13 AYZIK DIMENTSHTEIN, Yishayahu Peri 41.368 43.455 BORN DIMENTSHTEIN. Yishayahu Peri 43.713 46.509 INTERVIEWER: YESHAYAHU PERY. Yishayahu Peri 47.19 49.153 CITY: RAMAT GAN. Yishayahu Peri 49.153 51.723 COUNTRY: ISRAEL. LANGUAGE: YIDDISH. Yishayahu Peri 54.142 58.409 TODAY, SEPTEMBER THIRTY, NINETEEN NINETY SIX. Yishayahu Peri 58.428 61.24 HERE IN RAMAT GAN, ISRAEL, MYSELF Yishayahu Peri 61.5 64.346 AS AN INTERVIEWER, YESHAYAHU PERY Yishayahu Peri 64.622 65.899 IN THE NAME Yishayahu Peri 66.427 71.293 SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION, I DO HAVE THE HONOR Yishayahu Peri 71.338 74.567 TO START THE INTERVIEW WITH THE SURVIVOR, Yishayahu Peri 74.578 77.222 MISTER AYZIK DIMENTSHTEIN. Yishayahu Peri 78.172 80.444 eh LANGUAGE Yishayahu Peri 80.973 81.811 YIDDISH. Yishayahu Peri 84.703 87.819 SHALOM הער אײַזיק דימענטשטײן. Aizik Dimantstein 88.044 89.068 SHALOM. Yishayahu Peri 89.208 91.97 מײַן נאָמען איז YESHAYAHU PERY. Yishayahu Peri 92.482 96.206 איך בין אַ אינטערװיוער אין נאָמען פֿון די eh Yishayahu Peri 98.726 103.209 AMUTA LEHISTORIYA VIZUALIT LENITSOLE SHOA BIYERUSHALAYIM Yishayahu Peri 104.109 105.96 און איך האָב דעם האָנאָר Yishayahu Peri 106.1 107.09 הײַנט Yishayahu Peri 107.703 112.642 דעם דרײַסיקסטן סעפּטעמבער, נײַנצן הונדערט נײַן זעקס און נײַנציק, דאָ אין RAMAT GAN, Yishayahu Peri 112.698 114.341 אָנפֿאַנגען מיט אײַך Yishayahu Peri 114.341 115.764 אונדזער אינטערװיו Yishayahu Peri 115.888 119.173 און איך װאָלט אײַך געװאָלט בעטן, זײַט אַזױ גוט, Yishayahu Peri 119.583 121.062 שטעלט זיך פֿאָר, Yishayahu Peri 121.119 126.711 זאָגט װי איר הײסט, װוּ איר, װען איר זענט געבאָרן געװאָרן, װוּ איר זענט געבױרן געװאָרן, און דערצײלט מיר קודם־כּל Yishayahu Peri 126.722 128.691 װאָס איר געדענקט פֿון דער הײם, ביטע. Aizik Dimantstein 130.4 135.187 מײַן פֿאַמיליע־נאָמען איז דימאַנטשטײן; מײַן נאָמען איז אײַזיק. Aizik Dimantstein 135.53 140.632 איך בין געבאָרן געװאָרן אין אַ שטעטעלע װאָס הײסט קאָרסאָװקע Aizik Dimantstein 140.632 141.636 װאָס געהערט Aizik Dimantstein 141.673 143.051 צו לעטלאַנד. Aizik Dimantstein 143.681 144.688 מײַן Aizik Dimantstein 145.824 147.779 פֿאָטער הײסט שמואל. Aizik Dimantstein 147.815 150.037 מײַן מוטער הײסט GRUNYA. Aizik Dimantstein 151.224 152.588 מיר זײַנען געװעזן Aizik Dimantstein 152.588 156.146 אין אַלע זעקס קינדער. איך האָב געהאַט פֿיר שװעסטער Aizik Dimantstein 156.202 157.496 און צװײ ברידער. Aizik Dimantstein 157.923 164.257 אונדזער שטעטל איז געװעז- אין אונדזער שטעטל איז געװעזן אומגעפֿער צװײ ביז צװײ אַ האַלב טױזנט Aizik Dimantstein 164.257 168.212 כּמעט נאָר ייִדן. נײַנציק פּראָצענט זײַנען געװעזן ייִדן. Aizik Dimantstein 168.892 172.754 ייִדן, ס'איז געװעזן דאָרטן אַ ביאַליק־קלוב געדענק איך. Aizik Dimantstein 172.79 176.702 עס איז געװעזן דאָרטן זײער אַ סך לעקציעס װאָס ס'פֿלעגן קומען Aizik Dimantstein 176.722 182.319 מענטשן פֿון ריגע און האַלטן פֿאַר אונדז פֿאַרשידענע לעקציעס. און מיר האָבן געהאַט אַ שול Aizik Dimantstein 182.409 185.137 אַ גימנאַזיע װאָס דאָס איז געװעזן כּמעט Aizik Dimantstein 185.278 187.972 אַ זעלטנהײט אין אַזאַ קלײנע שטעטל Aizik Dimantstein 188.147 190.875 װאָס ס'איז געװעזן אין די אונטערריכט־שפּראַך אין Aizik Dimantstein 191.235 192.124 ייִדיש. Aizik Dimantstein 192.382 194.823 איך האָב אױך געענדיקט די דאָזיקע גימנאַזיע. Aizik Dimantstein 194.897 199.515 די שטעטל איז געװעזן, קען מען זאָגן, כּמעט אַ, אַ ציוניסטישע שטעטל. Aizik Dimantstein 200.381 202.586 eh AHAVAT-HAARETS Aizik Dimantstein 202.71 208.816 אַ סך יונגע זײַנען נאָך אין די ערשטע יאָרן פֿון נײַנצן פֿינף, נײַנצן צען, אָדער נײַנצן פֿופֿצן Aizik Dimantstein 208.816 212.452 געפֿאָרן נאָך YISRAEL. מענטשן דערנאָך שפּעטער Aizik Dimantstein 212.463 214.106 זײַנען אַ סך פֿון די יוגנט Aizik Dimantstein 214.106 215.85 געגאַנגען אױף HAKHSHARA Aizik Dimantstein 216.53 218.662 און האָבן עמיגרירט Aizik Dimantstein 218.662 221.621 פֿאָר דער מלחמה נאָך ERETS-YISRAEL. Aizik Dimantstein 223.112 223.995 איך Aizik Dimantstein 223.995 224.872 האָב Aizik Dimantstein 224.872 226.414 ביז eh פֿ- Aizik Dimantstein 226.571 229.082 פֿינף און דרײַסיקטן יאָר גלײב איך Aizik Dimantstein 229.102 230.508 געאַרבעט Aizik Dimantstein 230.508 236.398 און געהאָלפֿן בײַם פֿאָטער אין געשעפֿט, און איך האָב אױך געאַרבעט און געװען אָנגעשטעלט אין אַ צװײטן ענלעכן געשעפֿט Aizik Dimantstein 236.409 238.035 פֿון דער זעלבער בראַנזשע Aizik Dimantstein 238.035 240.38 פֿון מײַן פֿאָטער, דאָס הײסט געטרײדע Aizik Dimantstein 240.392 242.963 און פֿלאַקס. אין פֿינף און דרײַסיקטן יאָר Aizik Dimantstein 242.963 248.388 בין איך געגאַנגען אין מיליטער־דינסט, װוּ איך האָב עס געמאַכט אין ריגע, צװײ יאָר, צװײ אַ האַלב יאָר Aizik Dimantstein 248.39 252.553 און דערנאָך געקומען צוריק בערך אין זיבן אַכט און דרײַסיקטן יאָר. Aizik Dimantstein 253.031 257.543 מײַן עלטערע שװעסטער, װאָס הײסט כאַסיע, איז אַװעקגעפֿאָרן פֿאָרן קריג Aizik Dimantstein 257.543 259.32 אין ERETS-YISRAEL Aizik Dimantstein 259.46 264.77 און אַזױ האָט זי זיך קענען מיר זאָגן געראַטעװעט און אױסגעמיטן די אַלע צרות מיט די אַלע Aizik Dimantstein 265.029 269.951 געפֿערלעכע זאַכן װאָס זײַנען דורכגעגאַנגען פֿאַר די צײַט װאָס מיר זײַנען געװעזן בײַ די דײַטשן. Aizik Dimantstein 270.632 271.819 ehm Aizik Dimantstein 271.83 273.11 אין eh Aizik Dimantstein 273.146 275.452 פֿערציקטן יאָר Aizik Dimantstein 275.677 280.568 זײַנען אַרײַנגעקומען די רוסן, אָדער איך קען זאָג- קאָמ- אָקופּירט Aizik Dimantstein 280.568 281.615 די האַפֿן Aizik Dimantstein 281.615 283.232 פֿון לעטלאַנד, Aizik Dimantstein 284.283 289.036 און דאַן איז שױן גענומען זיך הערן און שמעקן מיט קאָמוניסטישע Aizik Dimantstein 289.177 291.706 אָרדענונג און מיט קאָמוניסטישע אידײען. Aizik Dimantstein 291.706 295.685 HEOT װי מײַן פֿאָטער, מײַן פֿאַמיליע איז געװעזן eh Aizik Dimantstein 296.197 300.101 אין זײער אַ גוטער לאַגע פֿאַר די גאַנצע צײַט, האָט מען מיר אַלס זון Aizik Dimantstein 300.101 303.417 פֿון אַ קאַפּיטאַליסט אין eh Aizik Dimantstein 303.417 305.079 MERKHAOT KFULOT Aizik Dimantstein 305.124 309.894 eh ניט געגעבן אין קאָרסאָװקע קײן אַרבעט, און איך האָב געמוזט אַװעקפֿאָרן אין ריגע זוכן אַרבעט. Aizik Dimantstein 310.389 314.45 אין דער צײַט איז געװעזן די לאַגע פֿון אונדזער משפּחה אַזױ: Aizik Dimantstein 315.283 318.596 אין קאָרסאָװקע איז געבליבן מײַן פֿאָטער, Aizik Dimantstein 318.596 319.895 מײַן מוטער Aizik Dimantstein 319.895 322.786 און אײנע פֿון מײַנע שװעסטער װאָס הײסט ריװע. Aizik Dimantstein 323.18 326.195 נאָך צװײ שװעסטער, גיטע און זשעניע, Aizik Dimantstein 326.252 328.569 האָבן געלעבט שױן פֿאָר דעם אין ריגע Aizik Dimantstein 328.614 332.743 און מײַן ייִנג- ייִנגערער ברודער װאָס הײסט <װוּלע> Aizik Dimantstein 332.951 338.329 איז געװעזן אין ריגע. ער איז געגאַנגען אין אַ יורי- eh אָנגעקומען אױפֿן יורידישן Aizik Dimantstein 338.891 340.185 פֿאַקולטעט. Aizik Dimantstein 342.232 347.258 אין נײַנצן הונדערט, װי געזאָגט, איך בין אַװעקגעפֿאָרן אין ריגע װײַל איך ניט האָב געקענט קריגן Aizik Dimantstein 347.258 348.875 קײן אַרבעט אין קאָרסאָװקע. Aizik Dimantstein 349.337 355.103 אין, איך האָב געקראָגן אַרבעט בײַ די סאָװעטישע ehm Aizik Dimantstein 355.648 359.642 eh באַהערדן, װי זאָגט מען דאָס, בײַ די סאָװעטישע... Yishayahu Peri 358.218 359.088 מאַכט. Aizik Dimantstein 360.035 363.641 און איך האָב דאָרטן געאַרבעט אין אַ גרױסן, גרױסן לאַגער Aizik Dimantstein 364.322 366.462 און אין נײַנצן הונדערט Aizik Dimantstein 366.498 368.023 אײן און פֿערציק, Aizik Dimantstein 368.023 370.309 דעם צװײ און צװאַנציקטן יוני, Aizik Dimantstein 370.312 372.568 האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער קריג. Yishayahu Peri 373.4 375.774 איך האָב אײַך געװאָלט, אַנטשולדיקט מיר אױף אַ סעקונדע. Yishayahu Peri 376.151 378.12 כ'האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן עטלעכע Yishayahu Peri 378.294 379.723 קורצע פֿראַגן Yishayahu Peri 379.914 381.579 גײענדיק אַ ביסל צוריק. Yishayahu Peri 381.939 383.148 קודם־כּל Yishayahu Peri 383.39 386.067 אַז איר האָט געלעבט אין לאַטװיע Yishayahu Peri 386.225 388.497 און געדינט אין לאַטװישן מיליטער Yishayahu Peri 388.672 392.092 האָט איר געפֿילט עפּעס אַנטיסעמיטיזם אין יענע צײַטן? Aizik Dimantstein 393.38 396.879 אין יענע צײַטן איז, זײַט פֿיר און דרײַסיק Aizik Dimantstein 396.879 399.585 װען אױפֿן, ס'האָט אָנגעפֿאַנגען צו Aizik Dimantstein 399.708 402.875 eh געװעלטיקן דער דיקטאַטאָר אולמאַניס, Aizik Dimantstein 403.573 405.39 איז געװעזן Aizik Dimantstein 405.682 410.21 ז- דער אַנטיסעמיטיזם האָט זיך אַנטװיקלט פֿון יאָר צו יאָר, פֿון יאָר צו יאָר. Aizik Dimantstein 410.21 412.008 עס איז געװעזן אַזאַ Aizik Dimantstein 412.008 413.135 גערופֿענע Aizik Dimantstein 413.765 417.003 לעטן װאָס האָבן זיך גערופֿן PĒRKONKRUSTS UNK, Aizik Dimantstein 417.003 418.673 דאָס איז דער זעלבער Aizik Dimantstein 418.673 422.993 סימבאָל װאָס די נאַציסטן, װאָס eh די נאַציסטן האָבן געהאַט, Aizik Dimantstein 422.993 426.165 און זײ זײַנען געװען זײער, זײער אַנטיסעמיטיש געשטימט Aizik Dimantstein 426.168 429.448 און דאַן איז געװעזן אַ צװײטער װאָס האָט געהײסן AIZSARGU Aizik Dimantstein 429.448 433.009 און זײ זײַנען געװעזן די װאָס האָבן כּלומרשט געהיט אױף די גאַנצע אָרדענונג Aizik Dimantstein 433.02 437.557 און דער אַנטיסעמיטיזם איז געװעזן זײער שטאַרק און זײער, די לעצטע יאָרן Aizik Dimantstein 437.576 439.224 קעגן eh ייִדן. Yishayahu Peri 439.719 444.076 יעצט האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן מיט אײַער ערלױבעניש נאָך אַ קורצע פֿראַגע. Yishayahu Peri 444.076 445.926 לעבנדיק אין Yishayahu Peri 445.926 447.206 לאַטװיע Yishayahu Peri 447.448 451.273 װאָס איז געװען פֿאַקטיש נישט װײַט פֿון דער דײַטשישער גרענעץ אױך... Aizik Dimantstein 451.413 452.454 נײן. Aizik Dimantstein 452.882 454.868 פֿון דער סאָװעטישער גרענעץ. Yishayahu Peri 454.248 457.916 פֿון דער סאָװיעטע- אין אײן זײַט און פֿ- אױך נישט װײַט פֿון דײַטשלאַנד. יעדן פֿאַל Yishayahu Peri 457.961 460.993 ס'איז געװען צײַטונגען, מ'האָט געהערט ראַדיאָ. Yishayahu Peri 461.117 463.611 געװוּסט האָט איר װאָס טוט זיך אין דײַטשלאַנד Yishayahu Peri 463.614 464.79 יענע צײַטן? Aizik Dimantstein 467.107 472.316 אױב עס האַנדלט זיך װעגן פֿון נײַן און דרײַסיקטן יאָר האָבן מיר געװוּסט, נאָר אַלץ Aizik Dimantstein 472.316 476.387 טײלװײַז. מיר האָבן געװוּסט װעגן די HABDOLAKH-נאַכט װאָס מע האָט געמאַכט אין eh Aizik Dimantstein 476.387 478.993 אין בערלין, און מיר האָבן געהערט פֿון לאַגערן, Aizik Dimantstein 479.038 482.537 אָבער מיר האָבן זיך אױפֿן גאַנצן לעבן ניט געקענט פֿאָרשטעלן Aizik Dimantstein 482.548 486.3 אַז עס זײַנען די מערדער אימשטאַנד צו טאָן דאָס Aizik Dimantstein 486.3 490.018 װאָס זײ האָבן דערנאָך געמאַכט. מיר האָבן געהערט, ריכטיק. Yishayahu Peri 491.036 492.802 זײַט אַזױ גוט, דערצײלט זשע װײַטער. Aizik Dimantstein 494.698 500.627 eh, װי געזאָגט אין צװײ און צװאַנציקטן יונ<י> אײן און פֿערציק איז אױסגעבראָכן די קריג צװישן רוסלאַנד און Aizik Dimantstein 500.638 501.965 דײַטשלאַנד Aizik Dimantstein 502.207 504.634 און שױן, דעם, אין אַכט טעג אַרום, Aizik Dimantstein 504.634 507.579 דעם ערשטן יולי נײַנצן אײן און פֿערציק Aizik Dimantstein 507.579 509.981 זײַנען אַרײַן די דײַטשן אין Aizik Dimantstein 511.067 511.99 ריגע. Aizik Dimantstein 512.163 516.295 װי געזאָגט, איך האָב דאַן געהאַט צװײ שװעסטער און אַ ברודער אין ריגע. Aizik Dimantstein 516.295 517.828 אײן שװעסטער האָט געלעבט Aizik Dimantstein 518.087 518.573 אױף Aizik Dimantstein 518.573 521.1 אין אײן צימער, אין אײן אָרט, Aizik Dimantstein 521.462 522.412 זשעניע, Aizik Dimantstein 522.423 525.703 און די שװעסטער גיטע מיטן ברודער <װאָלע> Aizik Dimantstein 525.703 528.696 דער ייִנגסטער ברודער מײַנער, האָבן געלעבט אין אַ צװײטן אָרט. Aizik Dimantstein 530.979 533.437 װי זײ זײַנען אַרײַן Aizik Dimantstein 534.557 538.011 האָבן מיר נאָך אַלע ייִדן אין ריגע געלעבט אין זײערע הײַזער. Aizik Dimantstein 539.366 540.68 די ערשטע טעג Aizik Dimantstein 540.68 544.603 זײַנען מיר געגאַנגען, געדענק איך אַזאַ פֿאַל, איך בין געגאַנגען מיט אַ Aizik Dimantstein 544.603 546.619 באַקאַנטע מײדל. Aizik Dimantstein 546.622 548.827 זי האָט געהײסן <רײזע> דימאַנט. Aizik Dimantstein 549.862 552.523 מיר זײַנען נאָך געגאַנגען אױף די טראָטואַרן. Aizik Dimantstein 553.254 555.774 מיר זעען פֿון צװײטן זײַט גאַס Aizik Dimantstein 555.774 557.613 גײט אַריבער אַ לעט Aizik Dimantstein 557.613 558.694 צו אונדז, Aizik Dimantstein 558.694 560.319 גײט צו צו אונדז, Aizik Dimantstein 566.484 568.802 שפּײַט אונדז אָן אױפֿן פּנים Aizik Dimantstein 568.813 570.174 און איז אַװעקגעגאַנגען Aizik Dimantstein 571.277 572.79 ניט זאָגנדיק קײן װאָרט. Aizik Dimantstein 573.116 576.604 אין אַ טאָג צװײ אַרום <בין איך> געגאַנגען מיט דער שװעסטער, מיט זשעניען. Aizik Dimantstein 577.723 584.754 מיר האָבן זיך פֿאַרטיפֿט און גערעדט, װער װײסט, מיר װײסן גאָרנישט ניט װאָס <איז מיט> אונדזערע עלטערן אין קאָרסאָװקע, װאָס <האָט> פּאַסירט דאָרטן, װען האָט פּאַסירט דאָרטן Aizik Dimantstein 585.637 587.364 און eh Aizik Dimantstein 587.409 591.791 גײט פֿאַרבײַ אַ לעט און זאָגט אונדז, "איר װײסט נישט װוּ אײַער אָרט איז? Aizik Dimantstein 591.898 594.812 אַרױף אַ-, אַרױס אַרונטער פֿון די טראָטואַרן Aizik Dimantstein 594.952 599.05 פֿון טראָטואַר און גײט אױפֿן װעג." און נאַטירלעך האָבן מיר אים אַרונטערגעלאָזן מיט Aizik Dimantstein 599.05 600.313 BUSHAT PANIM. Aizik Dimantstein 600.588 602.371 די אױגן. מיר זײַנען דאָרטן Aizik Dimantstein 602.546 603.485 געגאַנגען. Aizik Dimantstein 603.93 607.668 די, גלײַך די ערשטע טעג װי די דײַטשן זײַנען אַרײַנגעקומען, און װי געזאָגט, Aizik Dimantstein 607.668 610.038 די ייִדן האָבן נאָך געלעבט אין זײערע הײַזער. Aizik Dimantstein 610.038 612.14 פֿלעגן זײ מאַכן איבערפֿאַלן בײַ נאַכט Aizik Dimantstein 612.14 613.526 אױף געװיסע Aizik Dimantstein 614.696 618.555 גאַסן, װאָס זײ האָבן געלעבט אַז עס לעב-, װאָס זײ האָבן געװוּסט אַז עס לעבן ייִדן, Aizik Dimantstein 619.286 621.401 בײַ נאַכט אַרונטערשלעפּן, Aizik Dimantstein 621.401 627.29 ניט אַרונטערפֿירן, אָבער אַרונטערשלעפּן אין פּיזשאַמעס און אין קלײדע- און אין אונטערװעש און אין אַלץ, Aizik Dimantstein 627.335 630.029 אַלע מענער פֿון די הײַזער, Aizik Dimantstein 630.288 631.61 פֿון די דירות Aizik Dimantstein 631.61 633.745 אונטן אַזױ ש-, בײַ זײ געשטאַנען Aizik Dimantstein 633.745 636.223 אַװטאָמאָבילן צוגעגרײט, OTO MASA, Aizik Dimantstein 636.549 638.057 GRUZOVIKn הײסט דאָס Aizik Dimantstein 638.057 642.503 eh, און זײ האָבן אַלע די מענטשן אײַנגעלאַ- eh אײַנגעלאָדן Aizik Dimantstein 642.506 644.542 אין די מאַשינעס Aizik Dimantstein 644.784 646.803 און מע האָט זײ נ- אַװעקגעפֿירט Aizik Dimantstein 647.771 649.79 צום שיסן הינטערן שטאָט. Aizik Dimantstein 650.032 651.295 אױף אַזאַן אױפֿן Aizik Dimantstein 651.295 651.97 איז Aizik Dimantstein 651.97 657.598 מײַן ייִנגערער ברודער צוגענומען געװאָרן צװישן פֿערצעטן און פֿופֿצעטן יולי, נײַנצן הונדערט אײן און פֿערציק, Aizik Dimantstein 657.598 661.42 װוּ מע האָט אים געשאָסן. איך בין דאַן געװעזן בײַ די שװע- צװײטע שװעסטער Aizik Dimantstein 661.42 662.379 זשעניען Aizik Dimantstein 662.435 667.596 און איך האָב כּמעט אױסגעמיטן ah די אַקציע די גרױסע. Aizik Dimantstein 667.596 670.212 נאָר אַזױ װי זײ זײַנען דאָרטן שױן געװעזן Aizik Dimantstein 670.212 673.562 און אין דעם אָרט װוּ מײַן שװעסטער האָט געלעבט זײַנען זײ נאָך ניט געװעזן Aizik Dimantstein 673.562 675.705 האָב איך געטראַכט אַז אפֿשר איז גוט Aizik Dimantstein 675.75 679.054 אַז איכ'ל צ- יעצט גײן צו מײַן <צװײטע> שװעסטער זען <אױב איכ'ל פֿאָרן> Aizik Dimantstein 679.054 681.088 <נעענסטע> נאַכט װידער אין זעלבע גאַס. Aizik Dimantstein 681.133 683.844 און BEEMET אָבער ס'איז געװען זײער שװער Aizik Dimantstein 684.137 689.129 צו, צוצוקומען אַהין, װײַל די לעטן פֿלעגן אױף די גאַסן כאַפּן ייִדן ד- צוזאַמען מיט די דײַטשן Aizik Dimantstein 689.129 693.193 אַרײַנזעצן זײ אין מאַשינעס, און שלעפּן זײ, פֿאַרשלעפּן זײ אין אַלע ערטער. Aizik Dimantstein 693.452 695.033 איך קען זיך דערמאָנען Aizik Dimantstein 695.595 698.621 אין דעם אָרט װוּ איך האָב געלעבט מיט מײַן שװעסטער זשעניע Aizik Dimantstein 698.621 701.36 האָט דאָרטן אין אַ צימער געלעבט אײנע אַ UNK מײדל. Aizik Dimantstein 702.581 705.967 זי איז פֿאַרשװוּנדן מיט אַ מאָל. אין צװײ דרײַ טעג אַרום איז זי געקומען. Aizik Dimantstein 706.057 707.691 איך האָב איר ניט געקענט דערקענען. Aizik Dimantstein 707.691 710.67 אַז זי האָט זיך אַ ביסינקע אָפּגעכאַפּט, האָט זי מיר דערצײלט. Aizik Dimantstein 710.681 712.532 מע האָט איר גענומען הינטערן Aizik Dimantstein 712.875 716.059 ריגע, און מע האָט איר געהײסן גראָבן גריבער פֿאַר מענטשן Aizik Dimantstein 716.351 718.067 װוּ מע האָט זײ געשאָסן. Aizik Dimantstein 718.123 720.851 בײַ יעדער גרוב פֿלעג מען איר זאָגן, "זעסט? אָט דאָס Aizik Dimantstein 720.907 722.1 גראָבסטו Aizik Dimantstein 722.156 723.486 די לעצטע גרוב Aizik Dimantstein 723.523 724.8 פֿאַר דיר אַלײן." Aizik Dimantstein 725.565 728.051 אָט אַזױ איז אונדז Aizik Dimantstein 728.051 731.533 געגאַנגען ביז, ביז, ביז Aizik Dimantstein 732.298 734.216 זײ האָבן Aizik Dimantstein 734.627 736.075 געשאַפֿן Aizik Dimantstein 736.075 739.408 און אױסגעבױט די SOGENANNTE, אַזױ גערופֿענע Aizik Dimantstein 739.408 741.079 ריגער גרױסע Aizik Dimantstein 741.079 743.711 גרױסע געטאָ. איך אונטערשטרײַך דעם װאָרט גרױסע Aizik Dimantstein 743.711 745.624 װײַל דערנאָך איז געװעזן אױך אַ קלײנע. Aizik Dimantstein 745.781 746.737 מיר דו- Yishayahu Peri 745.977 748.057 װען איז דאָס געװען, מער־װײניקער? Aizik Dimantstein 747.232 752.829 דאָ- דעם, די גרױסע געטאָ איז געװאָרן פֿאַרטיק דעם צענטן אָקטאָבער נײַנצן הונדערט אײן און פֿערציק. Aizik Dimantstein 753.172 757.048 ביז דאַן, װי געזאָגט, פֿלעגן, האָבן נאָך ייִדן געלעבט אין זײערע הײַזער. Aizik Dimantstein 757.138 757.945 אָבער Aizik Dimantstein 757.945 759.14 בײַ נאַכט Aizik Dimantstein 759.315 762.768 פֿלעגן קומען שיכּורע דײַטשן און שיכּורע לעטן Aizik Dimantstein 763.112 767.51 הרגענען און שלאָגן און ראַבירן און אַלץ אין דער װעלט װאָס מע קען מאַכן. Aizik Dimantstein 767.752 768.914 נאָך דעם װי Aizik Dimantstein 768.914 775.574 די געטאָ האָט מען אױסגעבױט, האָבן זײ געזאָגט, די דײַטשן, אַז אין פֿאַרלױף פֿון זײער אַ קורצע צײַט, PASHUT Aizik Dimantstein 775.751 779.14 אין פֿאַרלױף פֿון, פֿון מינוטן זאָלן אַלע אַרױסגײן Aizik Dimantstein 779.16 780.431 פֿון די דירות. Aizik Dimantstein 780.431 783.046 די מענטשן געדענק איך האָבן גענומען װאַרפֿן דורך די Aizik Dimantstein 783.046 791.197 דורך די פֿענצטערן אַרונטערטראָגן. זײ האָבן דאָך ניט געװוּסט אַז מע גײט װאָס, װאָס װעט דאָ זײַן; זײ האָבן געמײנט אַז, האָבן אַלע, פֿון <ערשטן> װעלט־קריג זײַנען דאָך געװעזן אױך דײַטשן Aizik Dimantstein 791.197 793.577 װאָס זײַנען געװעזן אין קאָרסאָװקע און אין ריגע Aizik Dimantstein 793.577 796.209 און זײ האָבן זיך באַצױגן מער אָדער װײניקער װי די מענטשן. Aizik Dimantstein 796.209 800.014 און זײ האָבן געװעלט מיטנעמען אַ טײל זאַכן מיט זיך, מע האָט זײ גאָרנישט ניט געלאָזן Aizik Dimantstein 800.014 802.216 מיטנעמען, און מע האָט זײ אַלעמען Aizik Dimantstein 802.216 804.056 אַרײַנגעפֿירט אין דעם Aizik Dimantstein 804.056 805.111 גרױסן געטאָ. Aizik Dimantstein 805.111 807.926 דאָרטן נאַטירלעך זײַנען געװעזן שױן לײדיקע דירות Aizik Dimantstein 808.421 814.473 מיט צימערן, און מ'האָט אַרײַנגעלײגט דאָרטן מענטשן צען מאָל מער װיפֿל אַ מענ- װיפֿל זײ קענען לעבן דאָרטן. Aizik Dimantstein 815.272 818.889 דאָס איז געװעזן אױף, אַרום מאָסקװער פֿאָרשטאָט. Aizik Dimantstein 818.917 821.572 אין דעם פֿערטל װאָס איז געװעזן די ריגער Aizik Dimantstein 821.572 824.295 גרױסע געטאָ איז ער געװעזן דער בית־עולם. Aizik Dimantstein 824.469 825.577 און די Aizik Dimantstein 826.072 827.158 צענטראַל־ Aizik Dimantstein 827.158 828.683 תּפֿיסה אָדער Aizik Dimantstein 829.363 830.879 טורמע, תּפֿיסה Aizik Dimantstein 830.879 832.598 פֿון ריגע. Aizik Dimantstein 836.113 837.289 eh Aizik Dimantstein 838.323 840.916 אין אַ קורצע צײַט אַרום נאָך דעם Aizik Dimantstein 841.293 842.607 האָבן מיר געזען Aizik Dimantstein 842.607 843.299 אַז Aizik Dimantstein 843.299 844.545 אינערהאַלב Aizik Dimantstein 844.601 846.452 דער גרױסער געטאָ Aizik Dimantstein 846.542 848.308 בױט מען אַ צױם Aizik Dimantstein 848.87 852.847 אױף אַ טײל פֿון דער געטאָ, אַ קלײנע טײל פֿון דער געטאָ, מיט אַ Aizik Dimantstein 853.005 853.927 טױער. Aizik Dimantstein 854.068 855.719 מיר האָבן נאַטירלעך ניט געװוּסט Aizik Dimantstein 855.719 856.998 װאָס דאָס איז. Aizik Dimantstein 857.072 859.161 פֿון דאָרטן, אַז זײ האָבן געענדיקט דאָס בױען Aizik Dimantstein 859.161 863.58 האָבן זײ אַרױסגעטריבן אַלע מענטשן. דאָרטן זײַנען אַזױ אַרום געבליבן לײדיקע הײַזער Aizik Dimantstein 864.446 865.118 און Aizik Dimantstein 865.118 870.822 נאָך דעם װי, אַז ס'איז געװאָרן פֿאַרטיק, האָבן זײ געהײסן די אַלע איבערגעבליבענע מענטשן פֿון גרױסן געטאָ Aizik Dimantstein 870.825 872.22 אַלע מענע- Aizik Dimantstein 873.44 874.61 אַלע מענער Aizik Dimantstein 875.108 876.674 אָנטרעטן Aizik Dimantstein 878.334 880.269 אַלע מענער אָנטרעטן Aizik Dimantstein 885.185 886.091 און Aizik Dimantstein 886.164 887.444 eh Aizik Dimantstein 887.444 889.367 זײַנען געקומען ג- הױכע Aizik Dimantstein 889.367 893.713 אָפֿיצערן דײַטשן. מיר זײַנען אָנגעטראָטן אַלע אײנציקװײַז, ניט <קײן> רײענװײַז. Aizik Dimantstein 893.713 898.303 און זײ האָבן אױף אונדז אַלעמען געקוקט און געקוקט און געקוקט. מיר האָבן נאַטירלעך ניט געװוּסט װאָס דאָ<ס> טוט זיך. Aizik Dimantstein 898.303 899.501 פֿאַר דער צײַט Aizik Dimantstein 899.501 901.059 װאָס מיר זײַנען געװעזן Aizik Dimantstein 901.2 902.241 געשטאַנען Aizik Dimantstein 902.364 904.485 פֿלעגן אַרײַנגײן פֿורן Aizik Dimantstein 904.541 905.818 מיט ברױט Aizik Dimantstein 906.127 909.195 פֿורן מיט eh עסנװאַרג. Aizik Dimantstein 909.198 910.554 מילכיקע זאַכן. Aizik Dimantstein 910.599 914.359 נאַטירלעך געגעבן האָט מען כּמעט גאָרנישט מיט גאָרנישט. אָבער די פֿורן זײַנען אַרײַנגעגאַנגען. Aizik Dimantstein 914.396 917.017 דאָס איז געװעזן בײַ זײ פּסיכאָלאָגישע זאַכן Aizik Dimantstein 917.045 919.7 אַז די מענטשן זאָלן טראַכטן און מע האָט <דאָך> געטראַכט "גיב אַ קוק: Aizik Dimantstein 919.7 922.004 מע פֿירט אַרײַן ברױט. מע פֿירט אַרײַן דאָס. Aizik Dimantstein 922.023 924.172 אַז ס'איז ניט אױף טױט; דאָס איז אױף לעבן." Aizik Dimantstein 924.172 928.501 זײ האָבן ניט אַזױ מורא געהאַט פֿאַר אונדז אַז זײ האָבן געװעלט פֿאַרשפּאָרן, טאָמער די מענטשן װעלן װיסן Aizik Dimantstein 928.501 933.96 אַז דאָס גײט אַלץ אױף טױט, װי ניט, <װעט זיך אַ-,> װער עס איז אַנטקעגנשטעלן, און אײנער <אַ צװײטער> דײַטש װעט מען הרגענען Aizik Dimantstein 933.96 935.755 האָבן זײ דאָס אָ געװעלט פֿאַרשפּאָרן. Aizik Dimantstein 935.962 937.593 פֿון די אַלע מענער Aizik Dimantstein 938.932 943.736 האָט מען אױסגעקליבן אומגעפֿער פֿיר טױזנט יונגע, שײנע, געזונטע Aizik Dimantstein 943.826 945.778 און אַרײַנגעלאָזן אין דעם Aizik Dimantstein 945.935 947.35 קלײנעם געטאָ Aizik Dimantstein 947.387 948.596 װאָס מע האָט Aizik Dimantstein 948.77 951.009 אױסגעבױט װאָס איך האָב פֿריִער דערצײלט. Aizik Dimantstein 951.656 953.659 איז די לאַגע געז- געװען אַזױ: Aizik Dimantstein 953.833 956.336 אין קלײנעם געטאָ זײַנען געװעזן פֿיר טױזנט מענער Aizik Dimantstein 956.336 959.711 און איבעריקע זײַנען געװעזן אומגעפֿער אַ פֿינף און צװאַנציק טױזנט ייִדן Aizik Dimantstein 959.711 967.243 אי קלײנע קינדער מיט, מיט מענער, מיט פֿרױען. מ'האָט צוזאַמענגעלעבט אין דערשטיקעניש, אין, אין, אין, אין אין געפֿערלעכע באַדינגונגען. Aizik Dimantstein 969.392 970.298 און Aizik Dimantstein 972.851 976.069 נאָװע- אָקטאָבער, נאָװעמבער Aizik Dimantstein 978.69 980.794 דעם דרײַסיקטן Aizik Dimantstein 983.972 985.181 נאָװעמבער Yishayahu Peri 987.026 988.12 אײן און פֿערציקסט. Aizik Dimantstein 987.971 989.417 אײן און פֿערציק Aizik Dimantstein 989.591 990.896 האָבן זײ געגעבן Aizik Dimantstein 990.896 997.871 געקומען בײַ נאַכט, פֿאַר נאַכט, און געהײסן אַלעמען אַרױסגײן פֿון די דירות. אַלעמען, קלײן און גרױס, יונג און אַלט. Aizik Dimantstein 998.18 1000.25 אַלע דירות זאָלן בלײַבן לײדיק. Aizik Dimantstein 1000.728 1007.278 אין יענע צײַטן איז שױן אין לעטלאַנד געװעזן װ- ז- eh בײַ טאָג קאַלט, אָבער בײַ נאַכט איז געװעזן זײער קאַלט. Aizik Dimantstein 1007.293 1013.07 די מענטשן זײַנען אַרױס, װער אין פּיזשאַמעס, װער אין אונטערהױזן, װער אין, װער װי ניט אָנגעטאָן מיט קײנע זאַכן ניט Aizik Dimantstein 1013.081 1015.972 און זײ האָבן זיך אַלע אָנגעשטע- אױסגעשטעלט Aizik Dimantstein 1015.972 1018.509 מ'האָט ניט געװוּסט װאָס, מ'האָט ניט געװוּסט װען. Aizik Dimantstein 1019.291 1021.001 איך בין װי געזאָגט געװען אין Aizik Dimantstein 1021.012 1022.441 קלײנער געטאָ. Aizik Dimantstein 1023.037 1023.791 די Aizik Dimantstein 1024.05 1025.371 צימער װאָס Aizik Dimantstein 1025.371 1027.789 איך האָב געלעבט מיט נאָך אײניקע באַקאַנטע Aizik Dimantstein 1027.931 1029.827 איז אַרױסגעגאַנגען אַז איך האָב Aizik Dimantstein 1029.827 1034.213 אַ פֿענצטער אַז איך האָב געקענט כּמעט אַלץ זען װאָס דאָרטן טוט זיך אין די גרױסע געטאָ. Aizik Dimantstein 1034.213 1038.049 כ'האָב געזען װי זײ שטעלן צונױף קאָלאָנעס, קאָלאָנעס, קאָלאָנעס, קאָלאָנעס Aizik Dimantstein 1038.191 1039.31 און זײ נעמען Aizik Dimantstein 1039.31 1042.354 אַלעמען טרײַבן. די מענטשן האָבן זײ געהאַלטן גלײב איך ביז Aizik Dimantstein 1042.409 1044.277 ביז אין דער פֿרי Aizik Dimantstein 1044.401 1046.642 ביז זײ האָבן זײ גענומען אַלעמען טרײַבן. Aizik Dimantstein 1046.662 1049.807 מ'האָט זײ אַלעמען אַװעקגעפֿירט אין, ניט װײַט פֿון ריגע Aizik Dimantstein 1049.807 1051.399 אין סאַלאַספּילס Aizik Dimantstein 1051.505 1053.103 און דאָרטן <אַז ס'איז שױן> געװעזן Aizik Dimantstein 1053.227 1056.09 גריבער אױסגעגראָבענע, מ'האָט אַלעמען געשאָסן. Aizik Dimantstein 1056.163 1059.02 דאָס האָט מען גענומען אַ טײל פֿון די פֿינף און צװאַנציק טױזנט Aizik Dimantstein 1059.02 1061.068 און זײ האָבן פּשוט ניט באַװיזן, Aizik Dimantstein 1061.141 1063.054 און דעם אַכטן דעצעמבער Aizik Dimantstein 1063.054 1064.291 אײן און פֿערציק Aizik Dimantstein 1064.617 1065.725 האָבן זײ Aizik Dimantstein 1066.153 1069.556 געמאַכט די ל- די צװײטע און די לעצטע טײל Aizik Dimantstein 1070.726 1072.965 פֿון ehm Aizik Dimantstein 1073.493 1076.862 פֿון דער אַקציע פֿון, פֿון ייִדנטום פֿון, פֿון ריגע. Aizik Dimantstein 1077.594 1081.166 נאַטירלעך אַז אין ריגע האָבן געלעבט פֿאָרן קריג פֿערציק טױזנט ייִדן Aizik Dimantstein 1081.374 1086.307 אַ שטאָט מיט, פֿול מיט ליטעראַטור און קונסט און ייִדישע און ציוניסטישע Aizik Dimantstein 1086.318 1093.166 eh פֿאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס פֿון אַלע זײַטן פֿון eh רעכטס ביז לינקס, אַלץ, אַלץ. Aizik Dimantstein 1093.203 1096.741 געװעזן מענטשן אַ סך יונגע װאָס זײ זײַנען געװאָרן קײן ארץ־ישׂראל פֿון דאָרטן. Aizik Dimantstein 1097.979 1099.441 יעצט הײבט זיך אָן Aizik Dimantstein 1099.751 1101.855 אַז מיר זײַנען פֿיר טױזנט Aizik Dimantstein 1102.097 1105.331 מענטשן אין דער, מענער אין דער קלײנער געטאָ. Yishayahu Peri 1104.4 1105.68 דאָס װאָס ס'איז פֿאַרבליבן. Aizik Dimantstein 1105.961 1107.305 דאָס װאָס ס'איז פֿאַרבליבן. Yishayahu Peri 1107.615 1109.938 די גרױסע געטאָ איז געװאָרן ליקװידירט דעצעמבער Aizik Dimantstein 1109.083 1112.03 ליקװידירט, גאָרנישט ניטאָ. דאָרטן זײַנען געבליבן Aizik Dimantstein 1112.137 1113.448 לײדיקע הײַזער. Yishayahu Peri 1114.095 1116.452 אַנטשולדיקט מיר, אײן מינוט נאָר. Yishayahu Peri 1117.082 1122.021 איר האָט מיר נישט דערצײלט, אָדער איר האָט פֿאַרגעסן צו דערצײלן, װאָס געשעט מיט אײַערע שװעסטער Yishayahu Peri 1123.427 1124.316 די צײַט? Aizik Dimantstein 1125.452 1128.788 eh װי געזאָגט, איך האָב געהאַט צװײ שװעסטער אין ריגע. Aizik Dimantstein 1128.978 1130.474 װען מען האָט Aizik Dimantstein 1131.138 1134.451 דעם ברודער האָב איך שױן געזאָגט האָט מען געשאָסן, זײַנען געבליבן צװײ שװעסטער. Aizik Dimantstein 1134.451 1135.362 װען מע האָט Aizik Dimantstein 1135.362 1137.86 אױסגעשטעלט נאָך דעם װען מע האָט געשטעלט Aizik Dimantstein 1137.86 1140.501 די אַלע איבעריקע חוץ די פֿיר טױזנט Aizik Dimantstein 1140.501 1142.467 האָט די S.S. אַרױסגענומען Aizik Dimantstein 1142.467 1145.121 זי האָט געזאָגט אַז זי האָט נײטיק צװײ הונדערט פֿופֿציק Aizik Dimantstein 1145.121 1148.441 נײטאָרינס װאָס זאָלן נײען פֿאַר דער TSAVA, פֿאַר דער מיליטער Aizik Dimantstein 1148.441 1149.571 פֿאַרשידענע זאַכן. Aizik Dimantstein 1149.571 1153.881 מײַנע שװעסטער זײַנען ניט געװען קײן נײטאָרינס, האָבן זײ זיך אָבער אָנגעגעבן אַלס נײטאָרינס Aizik Dimantstein 1154.426 1159.039 און אַזױ האָט מען אָפּגעקליבן צװײ הונדערט פֿופֿציק אַזױנע נײטאָרינס Aizik Dimantstein 1159.039 1160.253 און זײ האָבן געזאָגט Aizik Dimantstein 1160.253 1163.477 זײ האָבן <געװ-> נאַטירלעך געװוּסט אַז די אַקציע װעט זײַן, מע װעט אַלעמען הרגענען. Aizik Dimantstein 1163.488 1166.582 כּדי צו היטן אױף אײַך אַז זײ זאָלן בלײַבן פֿאַר אונדז אַרבעטן Aizik Dimantstein 1166.582 1168.73 האָבן זײ זײ אַרײַנגעזעצט אין Aizik Dimantstein 1169.343 1171.062 צענטראַל־טורמע Aizik Dimantstein 1171.065 1172.488 צענטראַל־תּפֿיסה Aizik Dimantstein 1172.488 1173.34 פֿון Aizik Dimantstein 1173.36 1176.024 לעטלאַנד אָדער פֿון ריגע, װאָס, װי געזאָגט פֿריִער Aizik Dimantstein 1176.024 1178.569 איז זי געװעזן אין שטח פֿון דער גרױסער געטאָ. Aizik Dimantstein 1179.536 1187.389 און eh װי זײ האָבן שטענדיק אַלץ געלײַגט האָבן זײ זײ נאָך דעם אין אַ קורצע צײַט זײ אױך געשאָסן. אַזױ זײַנען מײַן צװײ שװעסטער Aizik Dimantstein 1187.389 1188.755 דערשאָסן געװאָרן Aizik Dimantstein 1188.755 1191.106 מיט די צװײ הונדערט פֿופֿציק. Aizik Dimantstein 1191.163 1195.446 איך װיל נאָך צוגעבן װאָס איך האָב פֿריִער געזאָגט, אַז זײ האָבן אַרײַנגעפֿירט אַ פֿור מיט eh Aizik Dimantstein 1195.446 1199.712 eh ב- ברױט, אַ פֿור מיט פּוטער, מיט עפּעס װאָס. דאָס איז געװעזן זײער, Aizik Dimantstein 1200.461 1204.66 די גאַנצע צײַט, אַלץ װאָס זײ פֿלעגן מאַכן פֿון זײ, אַלץ מאַכן מיט אַזױנע Aizik Dimantstein 1204.66 1206.209 ליגנערישע Aizik Dimantstein 1206.57 1207.611 eh Yishayahu Peri 1206.791 1207.831 צוגאַנג. Aizik Dimantstein 1207.768 1213.635 eh, איך װײס ניט װי צו זאָגן, ליגנערישע eh שטיק, ניט שטיק, מיט ליגנערישע זאַכן <בכדי> צו באַרויִקן Aizik Dimantstein 1213.708 1217.451 און צו פֿאַרקלענערן דעם װידערשטאַנד, מאָראַלישן װידערשטאַנד Aizik Dimantstein 1217.451 1220.671 פֿון די מענטשן װאָס זײ זײַנען געגאַנגען eh פֿאַרניכטן. Yishayahu Peri 1220.998 1222.885 מיט אײַער ערלױבעניש װאָלט איך אײַך Yishayahu Peri 1222.885 1225.514 געװאָלט פֿרעגן נאָך אַ קורצע פֿראַגע. Yishayahu Peri 1227.596 1232.062 נאָך פֿאַרן ליקװידירן פֿון גרױסן געטאָ און אױפֿשטעלן די קלײנע געטאָ, Yishayahu Peri 1232.709 1236.991 װי איז געװען די געטאָ, װי זײַנען די געטאָס געװען אָרגאַניזירט Yishayahu Peri 1236.991 1240.039 פֿון ייִדישן שטאַנדפּונקט? ס'איז דאָרטן געװען עפּעס Yishayahu Peri 1240.067 1244.432 MOSDOT, ייִדישע MOSDOT, ייִדישע פּאָליצײ, װאָס קענט איר דערצײלן װעגן דעם? Aizik Dimantstein 1244.403 1248.751 eh, עס איז געװעזן אַ SOGENANNTER, אַזױ גערופֿענער יודנראַט Aizik Dimantstein 1249.331 1253.713 װאָס <ער> איז באַשטאַנען פֿון eh חשובֿע ייִדן, פֿון ריגער חשובֿע ייִדן. Aizik Dimantstein 1254.107 1255.873 עס איז געװעזן אױך אַ פּ- Aizik Dimantstein 1256.03 1257.003 ייִדיש Aizik Dimantstein 1257.363 1259.298 POLIZEI Aizik Dimantstein 1261.059 1262.521 װאָס דערנאָך Aizik Dimantstein 1262.797 1265.998 זײַנען געקומען צו אונדז אַ סך ייִדן פֿון דײַטשלאַנד Aizik Dimantstein 1267.488 1271.414 האָבן זײ אױס- אָנגעביטן מיט די דײַטש־ייִדישע POLIZEI Aizik Dimantstein 1271.808 1277.248 װאָס זײ האָבן דערנאָך אַלעמען אױסגעשאָסן, אי די און אי די און זײ אַלעמען Aizik Dimantstein 1277.248 1278.164 געשאָסן. Yishayahu Peri 1281.09 1285.539 װי לױט אײַער מײנונג האָט זיך געפֿירט דער יודנראַט און די ייִדישע פּאָליצײ בכלל Yishayahu Peri 1285.67 1288.611 אָדער ספּעציפֿיש עפּעס װאָס איר געדענקט פֿון יענע צײַטן? Aizik Dimantstein 1292.396 1293.251 יע. Aizik Dimantstein 1293.712 1294.938 eh Aizik Dimantstein 1295.13 1296.761 איך װײס װעגן דער Aizik Dimantstein 1297.492 1299.916 טעמע ניט קײן סך צו דערצײלן, Aizik Dimantstein 1300.108 1303.286 אָבער נאַטירלעך אַז ס'האָבן געהערשט קלאַנגען Aizik Dimantstein 1303.286 1305.266 אַז דער יודנראַט Aizik Dimantstein 1306.233 1308.32 אַרבעט כּמעט Aizik Dimantstein 1309.254 1311.577 אױף אײן האַנט מיט די דײַטשן. Aizik Dimantstein 1311.735 1315.661 קען זײַן זײ האָבן אַנדערש ניט געקענט, אָבער אַזױ האָט מען גערעדט. Yishayahu Peri 1316.325 1319.222 ס'איז געװען אין געטאָ אױכעט עפּעס Yishayahu Peri 1320.172 1323.542 פּראָבן אָדער פּאַרטיזאַנישע אַקטיװיטעטן? Aizik Dimantstein 1325.842 1327.254 איך װײס Aizik Dimantstein 1327.985 1330.379 װאָס איז נוגע מיר פֿון די... Aizik Dimantstein 1330.382 1332.081 מיר האָבן געזען Aizik Dimantstein 1332.609 1335.18 אַז מע מוז זען עפּעס װאָס צו אַנטלױפֿן. Aizik Dimantstein 1335.18 1337.272 און ס'זײַנען געװעזן אַזױנע גרופּעס Aizik Dimantstein 1337.317 1339.609 צו זעקס זיבן אַכט מענטשן Aizik Dimantstein 1339.612 1342.377 װאָס האָבן פּראָבירט אָר- אָרגאַניזירן Aizik Dimantstein 1342.377 1343.201 צו Aizik Dimantstein 1343.493 1344.916 אַנטלױפֿן, װײַלע מ- Aizik Dimantstein 1344.916 1346.992 אין לאַטגאַליע, דאָס איז נעענטער צום Aizik Dimantstein 1346.992 1350.305 סאָװעטישן גרענעץ, און אַריבערגײן צו סאָװעט־רוסלאַנד. Aizik Dimantstein 1350.547 1355.182 איך בין געװעזן אײנער פֿון די אַכט װאָס האָבן געטראַכט אַז מיר װעלן אױך Aizik Dimantstein 1355.947 1358.777 eh באַמיִען זיך צו לױפֿן Aizik Dimantstein 1359.609 1361.325 און eh Aizik Dimantstein 1362.444 1364.042 איך בין ניט געװען פֿון די ערשטע. Aizik Dimantstein 1364.402 1366.019 דערנאָך האָבן מיר דערװוּסט Aizik Dimantstein 1366.038 1368.024 אַז עס זײַנען געװען, װי עס שײַנט, פֿאַררעטער Aizik Dimantstein 1368.384 1372.023 װאָס האָבן אַרױסגעגעבן, מע האָט אײניקע מאַשינעס געכאַפּט, די מענטשן געשאָסן. Aizik Dimantstein 1372.518 1373.778 אַזױ אַז Aizik Dimantstein 1374.122 1376.479 בײַ מיר פּערזענלעך איז דאָס אָפּגעפֿאַלן Aizik Dimantstein 1376.737 1381.164 אָבער eh געװעזן אַזױנע, אַזױנע Yishayahu Peri 1380.577 1381.257 פּראָבעס. Aizik Dimantstein 1381.175 1382.168 פּראָבעס. Aizik Dimantstein 1382.171 1384.916 eh איך װאָלט זיך װעלן נאָך אַ מינוט אומקערן... Yishayahu Peri 1384.377 1385.187 ביטע. Aizik Dimantstein 1385.715 1387.619 אײדער די דײַטשן זײַנען אַרײַן Aizik Dimantstein 1387.619 1389.017 האָבן ייִדן גענומען, Aizik Dimantstein 1389.478 1392.167 פֿאַרזוכט צו לױפֿן. װוּ איז מען געלאָפֿן? Aizik Dimantstein 1392.167 1394.166 אײן מאָל איז מען געלאָפֿן אױפֿן Aizik Dimantstein 1394.186 1398.858 באַן־סטאַנציע װוּ מע האָט פֿאַרשפּרײט קלאַנגען אַז דאָרטן שטײען עשעלאָנעס Aizik Dimantstein 1398.858 1403.574 אױף צו פֿירן די ייִדן, דאָס איז געװעזן אײניקע טעג נאָך אײדער זײַנען די רו- די דײַטשן זײַנען אַרײַן Aizik Dimantstein 1403.574 1405.329 צו פֿירן זײ קײן רוסלאַנד Aizik Dimantstein 1405.329 1407.666 און די צװײטע װעג איז אַ מעגלעכקײט געװעזן Aizik Dimantstein 1407.669 1412.439 צו PASHUT אַנטלױפֿן צו פֿוס לױפֿן װײַט נעענטער צום סאָװעטישן גרענעץ. Aizik Dimantstein 1412.799 1413.699 איז אַזױ: Aizik Dimantstein 1413.727 1414.818 די מענטשן Aizik Dimantstein 1415.162 1417.485 װאָס זײַנען געלאָפֿן צום באַן, Aizik Dimantstein 1419.38 1422.918 די עשעלאָנעס האָבן זיך אָנגעפֿילט. די מענטשן זײַנען דאָרטן געלעגן Aizik Dimantstein 1423.008 1427.638 זעקס UNK עשעלאָנעס האָט מען טאַקע געפֿירט, אָבער די לעטישע מאַ- מאַשיניסטן Aizik Dimantstein 1427.638 1431.831 האָבן זײ געפֿירט זײ אין אַן אַנדערע אָרט אין גאַנצן. זײ האָבן <זײ> געפֿירט זײ אין װאַלד. Aizik Dimantstein 1431.831 1433.397 מ'האָט זײ אַלעמען אױסגעשאָסן. Aizik Dimantstein 1433.64 1435.451 איך מיט מײַנע צװײ שװעסטער Aizik Dimantstein 1435.451 1436.25 האָבן Aizik Dimantstein 1436.39 1438.007 פֿאַרזוכט אפֿשר Aizik Dimantstein 1438.007 1439.068 צו גײן Aizik Dimantstein 1439.141 1440.682 אַרױסצוגײן פֿון ריגע Aizik Dimantstein 1440.682 1444.788 כּדי צו גײן נעענטער צו מײַן שטעטל, װאָס ליגט ניט װײַט פֿון סאָװעטישן גרענעץ. Aizik Dimantstein 1444.845 1449.21 זײַנען מיר אַרױס באַלאָדן מיט אַ פּאָר פּעקעלעך, איך און <מײַן> שװעסטער זשעניע און גיטע Aizik Dimantstein 1449.452 1455.87 און מיר האָבן געזען, האָבן זיך גענומען רוקן בײַ די װענט, װײַלע די לעטן זײַנען געזעסן אױף די הײַזער Aizik Dimantstein 1455.881 1457.327 אױף די דעכער Aizik Dimantstein 1457.4 1462.611 און האָבן באַשאָסן די אָפּטרעטנדע לעטישע אַר- eh סאָװעטישע אַרמײ Aizik Dimantstein 1462.614 1465.899 אָן אױף די ייִדן, <ס'>זײַנען <דאָ סאָװעטן> באַמיִען <זיך> צו אַנטלױפֿן Aizik Dimantstein 1466.04 1466.878 װאָס Aizik Dimantstein 1467.035 1468.205 באַמיִען זיך Aizik Dimantstein 1468.205 1470.894 אַרױסצו- eh -גײן פֿון ריגע Aizik Dimantstein 1470.984 1474.218 האָבן מיר זיך אומגעקערט צוריק, און אַזױ זײַנען מיר געבליבן. Aizik Dimantstein 1474.73 1475.788 יעצט Aizik Dimantstein 1475.945 1480.192 זײַנען מיר בײַ דער לאַגע װאָס ס'איז דאָ פֿיר טױזנט ייִדן אין דער קלײנער געטאָ. Aizik Dimantstein 1481.008 1485.131 eh די ייִדן דאָרטן האָט מען געהאַלטן נאַטירלעך Aizik Dimantstein 1485.131 1490.705 צו אַז זײ זאָלן אַרבעטן בײַ די, אָדער בײַ דער ehm WEHRMACHT Aizik Dimantstein 1491.167 1493.856 אָדער בײַ די S.S. װאָס זײ האָבן נײטיק אַלס <באַדינונג>. Aizik Dimantstein 1493.856 1496.165 ס'איז געװעזן צװײ סאָרטן פֿון אַרבעטן. Aizik Dimantstein 1496.165 1497.163 אײן מאָל איז Aizik Dimantstein 1497.163 1501.539 eh װוּ אַ געװיסע WEHRMACHT, אַ געװיסע פֿאַבריק װאָס האָט געאַרבעט פֿאַר דער WEHRMACHT Aizik Dimantstein 1501.916 1506.399 האָט געהאַט נײטיק מערערע צענדליקער, אָדער אַפֿילו הונדערטער מענטשן Aizik Dimantstein 1506.59 1510.19 װאָס זי האָט ז- זי איז געװעזן גרײט זײ צו האַלטן Aizik Dimantstein 1510.19 1511.0 בײַ זיך Aizik Dimantstein 1511.028 1514.772 און געבן זײ עסן און נעכטיקן, און זײ האָבן געאַרבעט בײַ זײ Aizik Dimantstein 1514.775 1519.41 און דאָס האָט געהײסן זײ זײַנען קאַזאַרמירט געװאָרן בײַ דער אײנהײט. Aizik Dimantstein 1519.685 1521.53 אַ צװײטע טײל איז געװעזן Aizik Dimantstein 1521.542 1522.616 מענטשן Aizik Dimantstein 1522.757 1526.23 eh װאָס אָדער די S.S. אָדער די WEHRMACHT פֿלעג באַשטעלן Aizik Dimantstein 1526.25 1527.139 איקס Aizik Dimantstein 1527.33 1528.163 צאָל Aizik Dimantstein 1528.163 1530.787 אַרבעטער אין געװיסע פּלעצער Aizik Dimantstein 1530.823 1532.685 װאָס מע פֿלעג זײ נעמען אין דער פֿרי Aizik Dimantstein 1532.685 1537.165 אונטער דער װאַך פֿון אַ דײַטשן אָדער פֿון אַ לעטיש- פֿון אַ לעט Aizik Dimantstein 1537.165 1538.709 מיט אַ, מיט געװער Aizik Dimantstein 1538.709 1540.639 פֿלעג מען קומען זײ אין דער פֿרי נעמען Aizik Dimantstein 1541.032 1542.967 און בײַ נאַכט ברענגען צוריק. Aizik Dimantstein 1543.108 1545.155 די ערשטע צײַט זײַנען מיר געגאַנגען צו פֿוס Aizik Dimantstein 1545.183 1546.578 און דערנאָך Aizik Dimantstein 1547.057 1552.977 האָט מען געשיקט פֿון דער פֿאַבריק װוּ מיר האָבן געאַרבעט, האָט מען געשיקט אַ LASTWAGEN, און מיר פֿלעגן פֿאָרן אַהין און צוריק. Aizik Dimantstein 1552.977 1555.567 די מאַשין האָט געאַרבעט פֿאַר דער WEHRMACHT Aizik Dimantstein 1555.567 1557.272 װאָס האָט געמאַכט באַראַקן Aizik Dimantstein 1557.272 1558.41 צו שיקן Aizik Dimantstein 1558.413 1562.036 eh ehm eh Aizik Dimantstein 1562.295 1563.102 בלאָ- eh Aizik Dimantstein 1563.102 1565.04 בלאָ- אַ בלאָק װוּ אַ מענטש לעבט Aizik Dimantstein 1565.349 1567.47 אױפֿן פֿראָנט פֿאַר די דײַטשן. Aizik Dimantstein 1567.897 1569.05 איך דערמאָן זיך Aizik Dimantstein 1569.05 1571.421 אַז מיר זײַנען אײן מאָל געגאַנגען, מ'האָט אונדז געפֿירט Aizik Dimantstein 1571.421 1573.882 צו דער אַרבעט. מיר זײַנען נאָך געגאַנגען צו פֿוס. Aizik Dimantstein 1575.103 1578.813 איך גיב אַ קוק אױפֿן טראָטואַר, מיר זײַנען געגאַנגען נאַטירלעך אױפֿן װעג. Aizik Dimantstein 1578.813 1580.05 גײט אַ לעט Aizik Dimantstein 1580.05 1581.155 אַ לעט פֿון Aizik Dimantstein 1581.566 1582.674 קאָרסאָװקע. Aizik Dimantstein 1583.186 1587.993 און איך האָב די גאַנצע צײַט דאָך געװעלט װיסן װאָס איז געשען, מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. Aizik Dimantstein 1587.993 1590.285 זײַנען געבליבן דאָרטן מיט די שװעסטער Aizik Dimantstein 1590.729 1592.151 האָב איך זיך צוגערוקט. Aizik Dimantstein 1592.151 1595.91 מיר זײַנען געגאַנגען צו דרײַ, צו פֿיר <צור> צום טראָטואַר, און איך <בין, און ער גײט> Aizik Dimantstein 1595.91 1597.97 און מיר, די גאַנצע קאָלאָנע גײט Aizik Dimantstein 1597.97 1599.836 און איך האָב אָנגעפֿאַנגען צו רעדן. Aizik Dimantstein 1599.96 1606.513 ז- איך האָב געזאָגט זײ כ- און ער קען מײַנע עלטערן, זײ האָבן געקױפֿט אונ-, מיר האָבן געהאַט צװײ הײַזער אין קאָרסאָװקע, ער האָט געקױפֿט אונדז אײן הױז פֿון די צװײ. Aizik Dimantstein 1606.513 1608.293 און ער קען מײַנע עלטערן און מיר. Aizik Dimantstein 1608.296 1613.238 זאָגט ער, "איך בין שױן אַ צײַט אין ריגע. איך האָב צװײ טעכטער װאָס <זײ> זײַנען געבליבן אין קאָרסאָװקע, און איך װעל זײ שרײַבן Aizik Dimantstein 1613.238 1614.782 און אַז זײ װעלן מיר ענטפֿערן Aizik Dimantstein 1614.782 1617.403 איך גײ דאָ שטענדיק, װעל איך דיר געבן אַן ענטפֿער." Aizik Dimantstein 1617.982 1620.356 און אַזױ איז אַװעק אַ פּאָר װאָכן Aizik Dimantstein 1620.699 1623.512 און איך געדענק װי הײַנט איז ער צוגעגאַנגען. Aizik Dimantstein 1623.973 1626.144 אײדער ער האָט ציטירט דאָס Aizik Dimantstein 1634.503 1636.978 װאָס די טאָכטער האָט אים געשריבן Aizik Dimantstein 1637.743 1639.52 האָט ער געזאָגט אױף לעטיש: Aizik Dimantstein 1639.548 1641.039 "LABAK S- Aizik Dimantstein 1641.067 1644.301 <RUGTA SATESIEBA> NEKA UNK." Aizik Dimantstein 1644.746 1646.405 "בעסער די ביטערע Aizik Dimantstein 1646.405 1648.874 אמתקײט, WAHRHEIT Aizik Dimantstein 1650.602 1655.963 eh װי דער ביטערער אמת." און <יעצט> האָט ער מיר ציטירט דאָס װאָס זי האָט געשריבן. Aizik Dimantstein 1656.052 1658.139 "VISUS ZIDUS Aizik Dimantstein 1660.592 1662.443 IZSAVA KA SUNUS." Aizik Dimantstein 1672.758 1674.17 "אַלע ייִדן Aizik Dimantstein 1674.412 1676.139 האָט מען אױסגעשאָסן Aizik Dimantstein 1676.139 1677.411 װי די הינט." Aizik Dimantstein 1678.698 1683.513 אין קאָרסאָװקע, װי געזאָגט, זײַנען געװעזן אַ צװײ, צװײ האַלב טױזנט ייִדן, אָבער צו דער צײַט Aizik Dimantstein 1683.513 1686.146 זײַנען געװעזן אין קאָרסאָװקע זײער אַ סך ייִדן Aizik Dimantstein 1686.146 1691.015 װײַלע פֿון שטעטלעך װאָס זײַנען אַלע װײַטער פֿון קאָרסאָװקע, פֿון קרײצבורג, פֿון רעזשיצע, פֿון לוצין Aizik Dimantstein 1691.015 1694.027 װאָס זײַנען געװען װײַטער פֿון ל- eh סאָװעטישן גרענעץ Aizik Dimantstein 1694.027 1697.407 האָבן גענומען לױפֿן אין קאָרסאָװקע און זײַנען דאָרטן געבליבן Aizik Dimantstein 1697.97 1699.989 און זײ אַלעמען האָט מען אױסגעשאָסן. Aizik Dimantstein 1701.125 1708.544 איך האָב נאָך אָבער אַלץ ניט געװוּסט װאָס ס'איז געשען מיט מײַן פֿאָטער מיט מײַן מוטער, און דאָס איז בײַ מיר פֿאַרבליבן ביז נײַנצן הונדערט פֿינף און פֿערציק Aizik Dimantstein 1708.685 1711.312 װען איך האָב זיך געראַטעװעט און איך האָב באַקומען דעם...