Roza Bieliauskienė 30.699 37.113 הײַנט, דעם צענטן IYUL' פֿון טױזנט נײַן הונדערט זעקס און נײַנציקסטן יאָר. Roza Bieliauskienė 37.113 39.674 איך: ROZA BIELIAUSKIENĖ. Roza Bieliauskienė 39.674 43.508 נעם איך אינטערװיו בײַ בתיהן טישמאַנענען קרופּניק. Roza Bieliauskienė 43.508 47.528 װילנע, ליטע. די שפּראַך: ייִדיש. Roza Bieliauskienė 56.76 58.83 װי רופֿט מען אײַך? Basia Tishmanene 58.74 64.66 בתיה, געבאָרן געװאָרן אין קאָװנע. Basia Tishmanene 64.66 65.5 נו? Roza Bieliauskienė 65.5 68.76 װעלכן יאָר? Basia Tishmanene 68.76 71.44 אין פֿערצעטן יאָר. Roza Bieliauskienė 71.44 74.3 װיפֿל איז אײַך יאָר אָט איצטער? Basia Tishmanene 74.3 82.46 איצטער אַכצ-. דאַ-, שױן אַכ- מער װי אַכ- אַכציק, נו, זאָל זײַן אַכציק. Roza Bieliauskienė 82.46 87.24 און דערצײלט ביטע װעגן אײַערע עלטערן. Roza Bieliauskienė 87.24 88.98 װעגן מאַמען. Roza Bieliauskienė 88.98 90.216 װעגן טאַטן. Basia Tishmanene 89.46 91.58 װאָס זאָל איך דערצײלן װעגן זײ? Basia Tishmanene 91.58 93.202 װי זײ זײַנען אומגעקומען? Roza Bieliauskienė 93.18 96.44 נײן, פֿריִער װי איר געדענקט זײ Roza Bieliauskienė 96.44 97.86 פֿאַר די מלחמה. Basia Tishmanene 97.86 99.18 פֿאַר די מלחמה. Roza Bieliauskienė 99.18 103.16 װ- װי איר געדענקט זײ װי, אַז איר זײַט געװען אַ קינד. Basia Tishmanene 103.16 103.84 יע. Roza Bieliauskienė 103.84 107.12 די ערשטע דערמאָנונגען װעגן זײ. Basia Tishmanene 107.12 109.8 װעגן זײ, אױ, װײ איז מיר. Basia Tishmanene 109.8 112.12 איר שרעקט מיר אַזױ! spn Roza Bieliauskienė 112.12 119.82 נײן, איר דאַרפֿט זיך ניט שרעקן, טאַקע ניט. Basia Tishmanene 119.82 122.4 mhm Basia Tishmanene 122.4 124.378 כ'קען שױן רײדן, זאָגט איר? Roza Bieliauskienė 123.662 126.64 יע, יע, יע. Basia Tishmanene 126.64 128.38 נו? Roza Bieliauskienė 128.38 130.824 די מאַמען װי האָט מען גערופֿן? Basia Tishmanene 130.4 135.198 די מאַמען האָט מען גערופֿן יענטע. Basia Tishmanene 135.198 138.178 פּאַנע-, געבליבן... Basia Tishmanene 138.178 140.478 טאַטע געשטאָרבן יונג. Roza Bieliauskienė 140.478 142.538 און װי האָט מען אים גערופֿן? Basia Tishmanene 142.538 145.038 משה־יאַנקל. Basia Tishmanene 145.038 147.078 צו װאָס דאַרף מען דאָס האָבן, hm? Roza Bieliauskienė 147.078 151.4 װי, eh, מיט װאָס האָט ער זיך פֿאַרנומען? Basia Tishmanene 151.4 154.76 אַ טאַפּעצירער איז ער געװען. Roza Bieliauskienė 154.76 157.24 װאָס האָט ער געמאַכט? Basia Tishmanene 157.24 160.64 גאַטאָװ- eh די Basia Tishmanene 160.64 163.96 נו, שיך האָט ער, גאַטאָװקעס, װי זאָגט מען דאָס? Roza Bieliauskienė 163.96 166.104 נ- נו, שיך האָט ער געמאַכט. Basia Tishmanene 165.64 167.08 יע. Roza Bieliauskienė 166.104 166.643 יע. Roza Bieliauskienė 167.08 170.58 איר געדענקט אפֿשר װי ער האָט געאַרבעט? Basia Tishmanene 170.58 174.177 אַװוּ ער האָט געאַרבעט? אױף אַזױ פֿיל ניט. Roza Bieliauskienė 171.861 172.746 יע. Roza Bieliauskienė 173.46 174.18 נײן. Basia Tishmanene 174.18 177.48 ער איז געשטאָרבן, איך בין געבליבן Basia Tishmanene 177.48 179.1 פֿרי אָן טאַטן. Roza Bieliauskienė 179.1 182.02 װיפֿל איז אײַך געװען יאָר אַן ערך? Basia Tishmanene 182.02 183.24 צען יאָר. Roza Bieliauskienė 183.24 190.837 צען יאָר. און װאָס ניט איז װעגן אים געדענקט איר? װי ער האָט אױסגעזען, צו ער האָט געגאַנגען אין שול, צו Basia Tishmanene 190.08 193.5 אין שול איז..., ער איז ניט געװען קײן Basia Tishmanene 193.5 198.52 eh קײן פֿרומער אַזױ. Basia Tishmanene 198.52 199.62 hm. Roza Bieliauskienė 199.62 202.24 די מאַמע? Basia Tishmanene 202.24 204.56 די מאַמע Basia Tishmanene 204.56 206.98 האָט אונדז געהאָדעװעט. Roza Bieliauskienė 206.98 209.6 װיפֿל זײַט איר געװען אין פֿאַמיליע? Basia Tishmanene 209.6 214.18 קינדער? זיבן. Basia Tishmanene 214.18 216.98 פֿיר eh מײדלעך Basia Tishmanene 216.98 220.02 און דרײַ ייִנגלעך. Roza Bieliauskienė 220.02 224.32 װי האָט מען גערופֿן אײַערע ברידער־שװעסטער? Basia Tishmanene 224.32 226.24 אױ. Basia Tishmanene 226.24 228.62 כעמטשיק. Basia Tishmanene 228.62 232.28 ער איז אױך געװען אין לאַגער מיט מיר. Basia Tishmanene 232.28 238.38 יאָסע, קלמן. Basia Tishmanene 238.38 241.46 נאָך דעם פֿיר שװעסטער. Basia Tishmanene 241.46 243.94 בתיה, איך. Basia Tishmanene 243.94 250.1 רײזל, זלאַטע, און (רײַנקע). Roza Bieliauskienė 250.1 253.3 איר זײַט געװען די ייִנגסטע, צו... Basia Tishmanene 253.3 256.0 איך בין געװען די ייִנגסטע פֿון די פֿאַמיליע. Roza Bieliauskienė 255.923 257.397 די ייִנגסטע. Basia Tishmanene 256.0 260.08 דערפֿאַר לעב איך אַזױ לאַנג. Basia Tishmanene 260.08 262.54 mhm. spn Roza Bieliauskienė 262.54 267.9 װי דערמאָנט איר זיך דעם לעבן אין פֿאַמיליע, װי די מאַמע האָט אײַך געהאָדעװעט? Basia Tishmanene 267.9 272.8 נו, אַ שװערע לעבן. געבליבן אַ פֿולע קינדער, Basia Tishmanene 272.8 278.42 און spn קײן גרױסע פֿאַרדינערקע איז זי ניט געװען. Roza Bieliauskienė 278.42 283.175 װי האָט זי געקענט פֿאַרדינען פֿאַר אײַך געלט, פֿאַר, פֿאַר Basia Tishmanene 282.2 286.56 נו, ס'איז נאָך דעם אונטערגעװאַקסן די עלטערע קינדער. Basia Tishmanene 286.56 289.64 האָט מען Basia Tishmanene 289.64 293.1 צוגעהאָדעװעט, צוגעהאָלפֿן די Basia Tishmanene 293.1 296.12 נאָך דעם האָבן מיר געקראָגן פֿון װאַנעט. Basia Tishmanene 296.12 302.12 פֿון אַמעריקע האָבן מיר געקראָגן שטיץ. Roza Bieliauskienė 302.12 307.72 איר דערמאָנט זיך אפֿשר אין ייִדישע יום־טובֿים? Basia Tishmanene 307.72 312.58 נו, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות. Basia Tishmanene 312.58 314.837 אױ, דאָס דאַרף מען אױכעט האָבן? Roza Bieliauskienė 314.579 315.805 יע, װי האָט... Basia Tishmanene 315.12 316.76 אַ, װילסט באַרײדן! Roza Bieliauskienė 316.76 323.216 װי האָט איר eh געפֿײַערט די יום־טובֿים אין שטוב, מיט אַזאַ מין גרױסע משפּחה? Basia Tishmanene 321.78 329.14 אין שטוב האָט מען געמאַכט דעם יום־טובֿ, אָבער זאָגן אַז מע פֿלעגט לױפֿן אין שול, ניט אַזױ. Roza Bieliauskienė 329.14 331.6 און װי האָט איר אין שטוב דאָס געמאַכט? Basia Tishmanene 331.6 332.3 האַ? Roza Bieliauskienė 332.3 335.38 װי פֿלעגט איר אין שטוב מאַכן די יום־טובֿים? Basia Tishmanene 335.38 337.18 װי פֿלעגט מען מאַכן? Basia Tishmanene 337.18 341.66 מע פֿלעגט אַרײַנלײגן די הון אין טאָפּ און מע פֿלעגט אױסקאָכן. Roza Bieliauskienė 341.66 351.06 און װעלכע ניט איז, eh, אַנדערע, װ- װאָס ניט איז ספּעציעל פֿלעגט איר מאַכן צו די יום־טובֿים? די מאַמע פֿלעגט אײַך מאַכן Roza Bieliauskienė 351.06 353.12 װאָס ניט איז? Basia Tishmanene 353.12 356.32 eh, פֿאַרשטײט זיך, אַ אַ יום־טובֿדיקן מיטאָג. Roza Bieliauskienė 356.32 358.647 אַ יום־טובֿדיקן מיטאָג. Basia Tishmanene 357.74 360.94 ah, שױן נאָך לאַנג? Roza Bieliauskienė 360.94 366.04 איר געדענקט, eh װוּ האָט איר געלעבט דאַן מיט די מאַמען? Basia Tishmanene 366.04 370.34 דאַן האָבן מיר געלעבט אױף יאַטקעװער גאַס. Basia Tishmanene 370.34 376.2 און פֿון דאָרטן האָבן מיר געלעבט אין... אױף KRISCIUKAICIO-גאַס. Roza Bieliauskienė 376.2 379.96 eh אַרום בײַ אײַך געװען אַ סך ייִדן, אַרום אײַך? Basia Tishmanene 379.96 383.38 ס'איז געװען. אין סלאַבאָדקע איז געװען אַ פֿולע ייִדן. Basia Tishmanene 383.38 385.08 אַ פֿולע ייִדן האָבן געלעבט. Roza Bieliauskienė 385.08 389.14 איר דערמאָנט זיך אפֿשר אַנדערע משפּחות? Roza Bieliauskienė 389.14 394.88 אײַערע קרובֿים אפֿשר דערמאָנט איר זיך? Basia Tishmanene 389.436 389.854 אַ- Basia Tishmanene 394.88 397.0 נו, װעלכע קרובֿים קען איך? Roza Bieliauskienė 396.42 397.66 אײַער Roza Bieliauskienė 397.66 400.2 שכנס Basia Tishmanene 400.2 401.432 צו װאָס אי- Roza Bieliauskienė 400.594 401.648 שכנות Basia Tishmanene 401.569 402.72 צו װאָס איז דאָס? Roza Bieliauskienė 402.72 406.44 און eh חבֿרים, חבֿרטעס האָט איר געהאַט? Basia Tishmanene 406.44 408.22 כ'האָב געהאַט. Basia Tishmanene 408.22 412.48 כ'האָב געהאַט. רײַכקע בערמאַן. Roza Bieliauskienė 412.48 416.8 איר קענט זיך דערמאָנען Basia Tishmanene 416.8 421.48 צערקע כאַזאַן. Roza Bieliauskienė 421.48 427.44 eh hm איר האָט זיך געשפּילט מיט די חבֿרטעס? אין װאָס האָט איר זיך געשפּירט? Roza Bieliauskienė 427.44 428.58 געשפּילט? Basia Tishmanene 428.58 434.16 נו, מיר פֿלעגן זיך צוזאַמענטרעפֿן, איר װײסט דאָך, מע פֿלעגט זינגען, מע פֿלעגט, eh Basia Tishmanene 434.16 437.92 גײן שפּאַצירן אין װאַלד אַזױ. Roza Bieliauskienė 437.772 440.38 אפֿשר געדענקט איר די לידער? Basia Tishmanene 440.38 441.2 האַ? Roza Bieliauskienė 441.2 443.46 די לידער אפֿשר געדענקט איר? Basia Tishmanene 443.46 449.08 ס'איז הבֿל־הבֿלים! Basia Tishmanene 449.08 451.92 אױ, איך װײס ניט Roza Bieliauskienė 451.92 454.66 אין שול האָט איר געגאַנגען? Roza Bieliauskienė 454.66 456.06 זיך לערנען. Basia Tishmanene 456.06 458.3 ניט זײער. Basia Tishmanene 458.3 461.06 אַ מאָל זיך אַרײַנכאַפּן, אַ יום־טובֿ. Basia Tishmanene 461.06 463.74 אָבער אַזױ פֿלעג איך ניט גײן. Roza Bieliauskienė 463.74 466.84 און אײַערע חבֿרטעס? Basia Tishmanene 466.84 471.34 אױכעט אַזױ, װי איך בין געװען. Roza Bieliauskienė 471.34 474.2 װוּ האָט איר זיך געלערנט? Basia Tishmanene 474.2 475.674 אין פֿאָלקשול. Roza Bieliauskienė 475.674 478.566 אין פֿאָלקשול. Roza Bieliauskienė 478.566 481.5 װיפֿל יאָר האָט איר זיך געלערנט? Basia Tishmanene 481.5 483.74 נו, איך האָב געענדיקט דעם פֿאָלקשול. Basia Tishmanene 483.74 485.1 פֿיר קלאַסן. Roza Bieliauskienė 485.1 487.8 דאָס איז געװען אין, װוּ? Basia Tishmanene 487.8 488.729 װאָס װוּ? Roza Bieliauskienė 488.633 490.662 װוּ? װוּ איז געװען די פֿאָלקשול? Basia Tishmanene 490.52 491.931 װוּ, אױף װעלכער גאַס? Roza Bieliauskienė 491.66 492.84 יע. Basia Tishmanene 492.84 496.42 אױף NABEREZHNE. Roza Bieliauskienė 496.42 500.04 איר געדענקט אפֿשר לערערס אײַערע פֿון פֿאָלקשול Roza Bieliauskienė 500.04 501.98 װעלכע ניט איז? Roza Bieliauskienė 501.98 503.31 לערערס. Basia Tishmanene 502.7 507.4 לערער? oh, נע- Basia Tishmanene 507.4 510.42 צו װאָס איז דאָס? װילסט באַרײדן? Roza Bieliauskienė 509.69 510.21 נײן. Roza Bieliauskienė 510.54 512.6 דאָס אַלץ זײער אינטערעסאַנט. Basia Tishmanene 512.6 513.36 ah? Roza Bieliauskienė 513.36 516.0 דאָס אַלץ זײער אינטערעסאַנט. Basia Tishmanene 516.0 518.3 mhm. Basia Tishmanene 518.3 523.6 פֿאַר דערפֿאַר האָב איך זיך געדרײט די גאַנצע צײַט, איך האָב ניט געװעלט דאָס אָנהײבן. Basia Tishmanene 523.6 527.52 עס האָט זיך געדרײט, דאָ דאָס, דאָ דאָס. Basia Tishmanene 527.52 533.82 דאָ איז דער מאַן געשטאָרבן, דאָ איז eh spn. Roza Bieliauskienė 533.82 537.824 נאָך די פֿאָלקשול װאָס האָט איר זיך Basia Tishmanene 536.973 540.4 כ'האָב זיך געלערנט אַ פֿאַך, שנײַדערײַ. Basia Tishmanene 540.4 548.64 געענדיקט אָרט, די די שקאָלע. אַ שקאָלע אַזאַ. Roza Bieliauskienė 548.64 551.58 װעלכע נאָך פֿעכער איז געװען? Basia Tishmanene 551.58 552.567 װאָס? Roza Bieliauskienė 551.986 555.04 װעלכע נאָך פֿאַכן איז געװען אין אָטאָ די שול? Basia Tishmanene 555.04 556.233 אין די שול? Roza Bieliauskienė 556.0 557.31 יע, אָרט. Basia Tishmanene 556.72 558.98 נו, שלאָסערײַ איז געװען אױך. Basia Tishmanene 558.98 561.78 ייִנגלעך האָבן געלערנט אַנדערש װוּ, eh Basia Tishmanene 561.78 565.04 נו, אונטן, און מיר זײַנען געװען העכער. Roza Bieliauskienė 565.04 569.08 און אײַערע ברידער און שװעסטער װוּ האָבן זיך געלערנט? Basia Tishmanene 569.08 574.98 נו, eh, eh אײנער האָט געלערנט אין תּלמוד־תּורה Basia Tishmanene 574.98 581.24 און אײנער האָט געלערנט, mhm, ער איז געװען ניט זײער גראַמאָטנע, Basia Tishmanene 581.24 585.6 eh, געענדיקט עטלעכע קלאַסן, ביז אַװעק אַרבעטן Basia Tishmanene 585.6 596.02 װײַלע ס'איז אָפּגעשטאָרבן דער טאַטע פֿרי, און מ'האָט געמוזט אַװעקגײן אַרבעטן, איר פֿאַרשטײט. Roza Bieliauskienė 596.02 601.18 און די שװעסטערס, װי האָבן זײ זיך אײַנגעאָרדנט אין לעבן? Basia Tishmanene 601.18 606.48 נו מע האָט כאַ- נאָך דעם האָט מען חתונה געהאַט. Basia Tishmanene 606.48 610.14 בײַ אײנע איז גיך אָפּגעשטאָרבן דער מאַן. Basia Tishmanene 610.14 615.82 די אַנדערע איז אױכעט eh ניט פֿױגלדיק געלעבט. Basia Tishmanene 615.82 619.343 V OBSHCHEM ס'איז געװען אַ שװערער לעבן געװען. Roza Bieliauskienė 618.32 621.42 און װוּ האָבן זײ געלעבט די שװעסטערס? Basia Tishmanene 621.42 626.32 אײנע האָט געלעבט מיט אונדז, און אײנע האָט געלעבט אױף יאַנעװער גאַס. Basia Tishmanene 626.32 633.08 און אײנע איז געװען אַ קראַנקע, װאָס האָט אין גאַנצן ניט געאַרבעט. איר פֿאַרשטײט? Roza Bieliauskienė 633.08 635.88 אַז איר האָט געענדיקט די אָרט־שול? Basia Tishmanene 635.88 636.4 ah? Roza Bieliauskienė 636.4 639.875 אַז איר האָט געענדיקט די שול, שנײַדערײַ (אײַערס) Basia Tishmanene 639.28 643.28 בין איך אַװעק בײַ אַ בעל־הביתטע אַרבעטן. Basia Tishmanene 643.28 650.2 בײַ פֿרױ שיבאָלעסן בין איך אַװעק אַרבעטן. Roza Bieliauskienė 650.2 653.04 װאָס האָט זי געהאַט, אַ פֿאַבריק? Basia Tishmanene 653.04 657.68 נײן. שנײַדערײַ האָב איך געאַרבעט. איך האָב געענדיקט די שקו- די שקאָלע Basia Tishmanene 657.68 659.58 דרײַ יאָר צײַט Basia Tishmanene 659.58 661.56 נאָך דעם Basia Tishmanene 661.56 664.78 בין איך אַװעק אַרבעטן בײַ אַ שנײַדערקע. Basia Tishmanene 664.78 667.28 אָט. Roza Bieliauskienė 667.28 671.86 איז, eh, װ- װאָס קענט איר דערצײלן װעגן די בעל־הביתטע? Roza Bieliauskienė 671.86 674.1 איר געדענקט איר? Roza Bieliauskienė 674.1 676.23 װאָס האָט איר דאָרטן גענײט? Basia Tishmanene 674.256 679.14 איך געדענק, פֿאַר װאָס ניט? פֿאַר װאָס ניט? Roza Bieliauskienė 679.14 682.04 װאָס האָט איר דאָרטן גענײט בײַ איר? Basia Tishmanene 682.04 685.1 קלײדער האָב איך גענײט. Roza Bieliauskienė 685.1 688.54 איר האָט געהאַט חבֿרטעס אױף דער אַרבעט? Basia Tishmanene 688.54 691.66 ס'איז געװען. Basia Tishmanene 691.66 700.06 ס- חבֿרטעס, דאָס די װאָס האָבן געאַרבעט, אָבער אַ קלײנע מאַסטערסקײַע איז געװען. Roza Bieliauskienė 700.06 703.96 אי- איר האָט זיך געחבֿרט מיט װעמען ניט איז פֿון זײ? Basia Tishmanene 703.96 708.36 נײן. זײ זײַנען עפּעס געװען ייִנגער פֿאַר מיר. Basia Tishmanene 708.36 713.32 איז, eh. hm. ס'האָט שױן געענדיקט? Roza Bieliauskienė 713.32 715.797 נײן, ס'איז נאָך ניט געענדיקט. Basia Tishmanene 714.02 716.16 oh, ס'װערט מיר הײס. Roza Bieliauskienė 716.16 718.44 אין פֿערציקסטן יאָר Roza Bieliauskienė 718.44 720.947 איר געדענקט דעם פֿערציקסטן יאָר? Basia Tishmanene 720.7 723.563 יע, װי סע האָט זיך אָנגעהױבן די קריג. Roza Bieliauskienė 723.563 726.959 tsk. נײן, אַז זײ אָנגעקומען די סאָװיעטן־מאַכט. Basia Tishmanene 726.772 727.88 נו? Roza Bieliauskienė 727.88 730.02 געדענקט איר? Basia Tishmanene 730.02 731.918 פֿאַר װאָס זאָל איך ניט געדענקען? Roza Bieliauskienė 730.86 735.06 די צײַט. איז דערצײלט ביטע שײן. Basia Tishmanene 735.06 736.78 eh. Basia Tishmanene 736.78 741.3 װאָס (מײנט איר צו זאָגן, װאָס?). װאָס קען איך דערצײלן? Roza Bieliauskienė 741.3 743.88 װי האָט זיך געביטן אײַער לעבן? Basia Tishmanene 743.88 744.52 ah? Roza Bieliauskienė 744.52 747.0 װי האָט זיך געביטן אײַער לעבן? Basia Tishmanene 747.0 749.3 װי (איך בין) געביטן? Basia Tishmanene 749.3 754.44 מ'איז איס- מ'איז צעלאָפֿן אַלע אין באַזונדערע ערטער. Basia Tishmanene 754.44 756.92 אײן ברודער איז געלאָפֿן אין, eh Basia Tishmanene 756.92 761.14 אין, eh, יאַ- אין יאַנ- ניט אין יאַנינע, אוטיאַן. Roza Bieliauskienė 761.14 762.9 װען איז דאָס געװען? Basia Tishmanene 761.673 761.915 אײַ- Basia Tishmanene 762.9 765.24 גלײַך װי ס'האָט זיך אָנגעהױבן די קריג. Roza Bieliauskienė 765.06 769.151 נײן נאָך, אין פֿערציקסטן יאָר, נאָך אַז די סאָװיעטן זײַנען געקומען. Basia Tishmanene 768.76 772.16 אַך, װען די סאָװיעטן זײַנען געקומען. Basia Tishmanene 772.16 775.471 נו, מ'האָט די, פֿון די מאַסטערסקײַעס Roza Bieliauskienė 774.9 776.74 mhm. Basia Tishmanene 776.74 782.08 װאָס איז געװען פֿאַר זיך, האָט מען געמאַכט אַרטעלן. Basia Tishmanene 782.08 783.36 איר פֿאַרשטײט? Roza Bieliauskienė 783.36 784.84 כ'פֿאַרשטײ. Basia Tishmanene 784.84 789.36 נו, און מ'האָט געאַרבעט אין אַרטעל נאָך דעם. Roza Bieliauskienė 789.36 792.48 די בעל־הביתטע איז געװען די זעלבע? Basia Tishmanene 792.48 799.4 נײן, נײן, נײן. ניט די זעלבע. אַן אַנדערע געװען. Roza Bieliauskienė 799.4 806.46 eh, דער ייִדישער לעבן אין סלאַבאָדקע האָט זיך געענדערט בײַ די סאָװיעטן? Basia Tishmanene 806.46 807.26 װי װ-? Roza Bieliauskienė 807.26 809.859 דער ייִדישער לעבן אין סלאַבאָדקע. Basia Tishmanene 809.859 810.46 נו? Roza Bieliauskienė 810.46 815.06 האָט זיך געענדערט אַז ס'איז געקומען די סאָװיעטן־מאַכט? Basia Tishmanene 815.06 819.58 אַזױ װי מ'איז געבליבן, אַזױ נו װײסט דאָך. Basia Tishmanene 819.58 823.54 ס'איז אַ ביסל אַנדערש געװעזן װי Basia Tishmanene 823.54 828.68 װי פֿריִער. Roza Bieliauskienė 828.68 832.4 װי האָט זיך אײַער לעבן געביטן? Basia Tishmanene 832.4 837.56 װי? כ'האָב חתונה געהאַט. Roza Bieliauskienė 837.56 840.2 װער איז געװען אײַער מאַן? Basia Tishmanene 840.2 845.78 טישמאַן. יאַנקל, געװען מײַן מאַן. Roza Bieliauskienė 845.78 848.88 װוּ האָט ער געלעבט? Basia Tishmanene 848.88 857.24 אױף (קאַלװאָ)־גאַס. Roza Bieliauskienė 857.24 859.04 װוּ האָט איר... Basia Tishmanene 858.837 864.02 בײַ אַ בעל־הבית זײַנעם האָבן מיר געלעבט. Basia Tishmanene 864.02 867.0 די פֿאַמיליע קען איך אױך זאָגן דעם בעל־הבית. Roza Bieliauskienė 867.0 868.28 קענט זאָגן? Basia Tishmanene 868.28 874.36 ah? זאַלמאַנאָװיטש. Basia Tishmanene 874.36 880.4 UNK Roza Bieliauskienė 880.4 883.48 מיט װאָס האָט זיך פֿאַרנומען אײַער מאַן? Basia Tishmanene 883.48 887.0 פּאַרוק־מאַכערײַ. Roza Bieliauskienė 887.0 890.04 און װוּ האָט ער געאַרבעט? Basia Tishmanene 890.04 893.8 װוּ האָט ער געאַרבעט? אױף יאַנעװער גאַס. Basia Tishmanene 893.8 896.92 מיטן ברודער צוזאַמען Basia Tishmanene 896.92 900.16 האָבן זײ געהאַט אַ פּאַרוק־מאַכערסטװע Roza Bieliauskienė 900.16 902.047 מיט זײַן ברודער, יע? Basia Tishmanene 901.666 906.352 יע. Roza Bieliauskienė 906.36 911.18 װוּ האָט איר זיך אָפּגעשריבן? אין שול איר האָט געהאַט אַ חופּה? Basia Tishmanene 911.18 915.02 eh אי מיר האָבן זיך אָפּגעשריבן אי געמאַכט אַ חופּה אױך. Roza Bieliauskienė 915.02 916.76 געמאַכט אַ חופּה. Basia Tishmanene 915.71 916.547 יע Basia Tishmanene 916.76 917.84 יע. Roza Bieliauskienė 917.84 920.96 אין שול איר האָט דאָס געקענט מאַכן, יע? Basia Tishmanene 920.96 921.62 האַ? Roza Bieliauskienė 921.62 925.202 און איר געדענקט װי עס האָט זיך דאָ- eh װי האָט דאָס אױסגע- Basia Tishmanene 923.7 925.48 איך האָב זיך געדרײט! Roza Bieliauskienė 925.48 929.266 װי איז, האָט דאָס אױסגעזען? spn Basia Tishmanene 926.3 929.06 כ'האָב זיך פֿאַרדרײט די קאָפּ! Roza Bieliauskienė 929.266 931.64 װי האָט דאָס אױסגעזען, געדענקט איר? Basia Tishmanene 931.64 932.92 פֿאַר װאָס ניט? Roza Bieliauskienė 932.92 934.86 איר קענט דערצײלן? Basia Tishmanene 934.86 938.38 אױ, אַ געזונט אײַך אין קאָפּ, איר האַלט מיך אױף נאָך לאַנג? Roza Bieliauskienė 938.38 940.5 נײן, ניט לאַנג. Basia Tishmanene 940.5 942.82 װאָס קען איך דערצײלן? Basia Tishmanene 942.82 945.84 מ'האָט אַװעקגעשטעלט אַ אַ דעכל אַזאַ Basia Tishmanene 945.84 948.48 מיט פֿיר פֿלעקלעך Basia Tishmanene 948.48 951.04 און די spn. Basia Tishmanene 951.04 954.8 ס'איז געװען אונטערפֿירער. װײסט איר װאָס דאָס איז? Roza Bieliauskienė 954.8 957.24 דערצײלט װאָס דאָס איז. Roza Bieliauskienė 957.24 959.12 אונטערפֿירער. Basia Tishmanene 959.12 963.04 UNK YA SEYCHAS PLOKHA MNYE DELAT'SYA Roza Bieliauskienė 963.04 966.24 דערצײלט װאָס איז דאָס אונטערפֿירער ביטע. Basia Tishmanene 966.24 967.92 װאָס איז אונטערפֿירער? Roza Bieliauskienė 967.92 968.68 יע. Basia Tishmanene 968.68 971.28 נו דאָס איז װי SVIDETEL'NE. Roza Bieliauskienė 971.28 972.88 mhm. Roza Bieliauskienė 972.88 974.18 װי עדות. Basia Tishmanene 974.18 974.74 האַ? Roza Bieliauskienė 974.74 976.22 װי עדות. Basia Tishmanene 976.22 977.14 יע. Roza Bieliauskienė 977.14 978.32 mhm. Basia Tishmanene 978.535 979.498 יע, יע. Roza Bieliauskienė 978.68 981.82 און װער איז געװען די אונטערפֿירער? Basia Tishmanene 981.82 989.7 לוריא. Roza Bieliauskienė 989.7 993.76 װער איז נאָך דאָרטן געװען? Basia Tishmanene 993.76 1000.94 דאָס געדענק איך שױן גאָרניט, eh. פֿינף און פֿופֿציק, װיפֿל? פֿינף און פֿופֿציק יאָר צוריק. Roza Bieliauskienė 1000.94 1004.54 דאָס איז געװען אין פֿערציקסטן צו אין אײן און פֿערציקסטן יאָר? Basia Tishmanene 1004.54 1008.96 דאָס איז געװען זעקס מאָנאַט פֿאַר די קריג. Roza Bieliauskienė 1008.96 1011.72 ס'איז געװען װינטער צו זומער? Basia Tishmanene 1011.72 1013.62 ס'איז געװען אין אָסיען. Roza Bieliauskienė 1013.62 1016.44 mhm. Basia Tishmanene 1016.44 1017.78 mhm. Roza Bieliauskienė 1017.78 1021.4 אין הערבסט. Roza Bieliauskienė 1021.4 1025.56 tsk נו, און װי לאַנג איז דאָס אַלץ געװען, די חופּה און אַלץ? Basia Tishmanene 1025.56 1029.913 דאָס איז אַ דירה געװעזן. דראַ- Roza Bieliauskienė 1028.64 1029.86 נו? Roza Bieliauskienė 1029.86 1033.837 און די חתונה װי איז געװען? װוּ איז זי געװען? Basia Tishmanene 1032.92 1037.88 נו, אַ אָרעמע חתונה, װי איז געװען? װי האָט געקענט זײַן? Basia Tishmanene 1037.88 1040.84 ניט געװען קײן פֿאַרמעגלעכע. Roza Bieliauskienė 1040.84 1045.04 און פֿון די ייִדישע געמײנדע האָט אײַך װער ניט איז געהאָלפֿן? Roza Bieliauskienė 1045.04 1047.96 איר זײַט געװען פֿון אַ אָרעמע משפּחה? Basia Tishmanene 1047.96 1055.48 קײנער ניט. קײנער ניט. װי מיר האָבן געקענט אַזױ האָבן מיר געמאַכט. Roza Bieliauskienė 1055.48 1060.14 tsk נו און דערנאָך װאָס איז געװען נאָך די חתונה? Basia Tishmanene 1060.14 1063.04 מ'האָט געלעבט. Basia Tishmanene 1063.04 1065.92 (געקומען) פֿון לאַגער Roza Bieliauskienė 1065.92 1067.1 נײן. Basia Tishmanene 1067.1 1068.529 (שױן) נאָך ניט? Roza Bieliauskienė 1068.16 1071.02 יע, ס'איז נאָך ניט. Roza Bieliauskienė 1071.02 1078.78 נו, אָט איצטער װײַטער װי עס האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה קענט איר דערצײלן שױן, אױב איר האָט ניט װאָס דערצײלן ביז דאָס. Basia Tishmanene 1078.78 1084.06 נו, ס'האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה, האָבן מיר, האָבן מיר זיך, געװען אױסגעבאַהאַלטן. Roza Bieliauskienė 1084.06 1089.06 איר געדענקט דעם טאָג װי עס ה-, זי האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה? Roza Bieliauskienė 1089.06 1090.385 דעם טאָג. Basia Tishmanene 1090.385 1091.3 נײן. Roza Bieliauskienė 1091.3 1092.18 און װ- Basia Tishmanene 1091.594 1094.82 מ'איז געװען אַזױ צערודערט אַז eh איך געדענק גאָרניט. Roza Bieliauskienė 1094.82 1098.32 און װי האָט איר זיך דערװוּסט אַז סע האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה? Basia Tishmanene 1098.32 1100.74 מ'האָט אָנגעהױבן באָמבאַרדירן. Roza Bieliauskienė 1100.932 1101.54 קאָװנע. Basia Tishmanene 1101.34 1104.64 מיר זײַנען געלעגן אין אַ פּאָדװאַל. Basia Tishmanene 1104.64 1107.34 נו, אָנגעהױבן באָמ- באָמבאַרדירן. Basia Tishmanene 1107.34 1112.14 און אַרײַן די דײַטשן, זײַנען מיר שױן אַרױסגעקראָכן. װאָס זאָלן מיר שױן ליגן דאָרטן? Roza Bieliauskienė 1112.14 1116.48 און װוּ זײַט איר געװען אין פּאָדװאַל? אין קעלער? Basia Tishmanene 1116.48 1121.26 אַשכּנזי, אױף יאַטקעװער גאַס. זײַנען מיר געלעגן אין קעלער. Basia Tishmanene 1121.26 1123.8 נאָך אַ פֿולע זײַנען מיר געלעגן. Roza Bieliauskienė 1123.8 1125.912 און װער איז נאָך געװען מיט אײַך? Basia Tishmanene 1125.72 1130.4 געװען נאָך ייִדן װער, איך האָב זײ ניט געקענט װער זײ זײַנען געװען. Roza Bieliauskienė 1130.4 1135.364 און װוּ איז געװען אײַער משפּחה, די שװעסטער, די ברידער, װײסט איר ניט? Basia Tishmanene 1134.4 1137.6 נו, צעװאָרפֿן זײַנען מיר געװעזן. Basia Tishmanene 1137.6 1138.8 עס זײַנען געװען מיט די Basia Tishmanene 1138.8 1148.14 מיט די קינדער, מיט די מענער, און מיר זײַנען װידער געװען אַנדערש. איך בין געװען מיט מײַן מאַן. Basia Tishmanene 1148.14 1149.82 מאַכט דאָס אױף גיך. Roza Bieliauskienė 1149.82 1154.34 נו, און װי די דײַטשן, װען זײַנען זײ אַרײַן? Basia Tishmanene 1154.34 1155.4 װען זײַנען זײ אַרײַן? Roza Bieliauskienė 1154.379 1154.786 דורך Roza Bieliauskienė 1155.4 1158.94 דורך װיפֿל טעג? Basia Tishmanene 1158.94 1164.28 מיר דוכט אַ eh אין אַ טאָג אַרום מיר דאַכט זיך מיר. Basia Tishmanene 1164.28 1168.38 מ'האָט אָנגעהױבן באָמבאַרדירן, און זײ זײַנען אַרײַן. מ'האָט זײ נ- Basia Tishmanene 1168.38 1171.78 ס'איז שױן געװעזן אַ איבערקערעניש Basia Tishmanene 1171.78 1174.5 פֿון די ליטװינער. Basia Tishmanene 1174.5 1177.52 מ'האָט שױן געהאַט מורא צו גײן אין גאַס. Basia Tishmanene 1177.52 1180.44 איך האָב אױך געקראָגן אַ קלאַפּ אין קאָפּ. Basia Tishmanene 1180.44 1183.2 נו װי אַלט בין איך געװעזן, געגאַנגען Basia Tishmanene 1183.2 1187.88 פֿון די מאַמען אין שטוב, האָט מיר אַ פּאַטש געטאָן אַ קריסטין איבערן קאָפּ. Roza Bieliauskienė 1187.88 1190.02 און װען איז דאָס געװען שױן? Roza Bieliauskienė 1190.02 1192.175 אַז די דײַטשן זײַנען שױן געװען? Basia Tishmanene 1191.6 1193.76 אַז די דײַטשן זײַנען געװעזן. Roza Bieliauskienė 1193.76 1199.82 און ס'איז געװען, דאָס איז געװען זומער צו ס'איז געװען װינטער, איר געדענקט? Basia Tishmanene 1199.82 1203.98 נו, ס'איז זומער אין דער, דער צײַט עפּעס. Basia Tishmanene 1203.98 1206.32 אין דער צײַט דאַכט זיך. Roza Bieliauskienė 1206.32 1211.48 װאָס האָט איר געגעסן? װוּ האָט איר געקראָגן עסן אין אָט אַזאַ מין שװערע צײַט? Basia Tishmanene 1211.48 1213.76 װוּ האָט מען געקראָגן? Basia Tishmanene 1213.76 1218.96 מ'האָט געגעבן פֿאַרפֿױלטע בולבעס און מ'האָט געמאַכט פֿון דעם Basia Tishmanene 1218.96 1221.72 מ'האָט געמאַכט. Basia Tishmanene 1221.72 1226.06 קוגלען פֿון שאָלעכץ. Basia Tishmanene 1226.06 1229.811 V OBSHCHEM פֿאַר דערפֿאַר איז דאָך אַ געטאָ האָט זיך אָנגערופֿן. Roza Bieliauskienė 1229.58 1233.32 און װען איז געװען, װען האָט מען אײַך פֿאַרמאַכט אין געטאָ? Basia Tishmanene 1233.32 1238.7 װען האָט אונדז פֿאַרמאַכט? מ'האָט געהײסן אַלעמען אַרױסגײן פֿון די דירות אין Basia Tishmanene 1238.7 1242.94 אין ש- פֿון שטאָט, און מ'האָט געהײסן Basia Tishmanene 1242.94 1244.48 גײן אין געטאָ. Basia Tishmanene 1244.48 1250.2 איז װער עס האָט געװעלט, eh, האָט זיך פֿריִער באַזאָרגט. Basia Tishmanene 1250.2 1255.6 און װער עס האָט, אָט מיר האָבן געלעבט אין דאָרטן, אױף KRISCIUKAICIO. Basia Tishmanene 1255.6 1260.1 מ'איז געבליבן לעבן אין די זעלבע דירה. Basia Tishmanene 1260.1 1261.62 איר פֿאַרשטײט? Basia Tishmanene 1261.62 1266.6 לעבן מיט אונדז האָבן געלעבט די שװעסטער שױן. Roza Bieliauskienė 1266.6 1268.14 אײַער שװעסטער? Basia Tishmanene 1268.14 1272.52 יע, שװעסטער. צװײ שװעסטער מיט די קינדער. Basia Tishmanene 1272.52 1274.28 mhm געלעבט. Roza Bieliauskienė 1274.28 1278.621 און די איבעריקע פֿון אײַערע משפּחה־מיטגלידער? Basia Tishmanene 1277.58 1282.28 אײנער איז געגאַנגע- eh געפֿאָרן אױף אוטיאַן. Basia Tishmanene 1282.28 1284.12 איז ער קאָנטיק Basia Tishmanene 1284.12 1287.64 װוּ ער איז אַהינגעקומען װײס איך ניט. Basia Tishmanene 1287.64 1292.86 ער איז, eh, װײַזט אױס, האָט מען אים אױפֿן ד-, אונטער די װעגנס געפּטרט. Basia Tishmanene 1292.86 1297.2 אים און אַ פֿרױ מיט צװײ קינדער. Roza Bieliauskienė 1297.2 1301.28 דאָס איז געװען װעלכער אײַער ברודער? Basia Tishmanene 1297.64 1298.461 אַז Basia Tishmanene 1301.28 1308.2 יאָסל. Basia Tishmanene 1308.2 1308.86 mhm, Roza Bieliauskienė 1308.86 1311.121 די איבעריקע ברידער אײַערע? Basia Tishmanene 1310.96 1314.4 אײנער איז געװעזן אין געטאָ. Roza Bieliauskienė 1314.4 1315.98 װעלכער? Basia Tishmanene 1315.98 1319.84 כעמטשיק. Basia Tishmanene 1319.84 1322.54 און קלמן איז אױך געװען אין געטאָ. Basia Tishmanene 1322.54 1328.16 נאָר ער האָט זיך אױסגעבאַהאַלטן אין לאַ- אין, אַרױסגעשיקט אין דײַטשלאַנד Basia Tishmanene 1328.16 1334.18 האָט מען אים ניט, װײַל ער האָט זיך געהאַט אױסגעבאַהאַלטן. Roza Bieliauskienė 1334.18 1337.2 און זײערע קינדער װוּ זײַנען געװען? Basia Tishmanene 1337.2 1340.26 אײנער האָט קײן קינדער ניט געהאַט. Basia Tishmanene 1340.26 1344.28 דער צװײטער איז, האָט געהאַט אַ קראַנקן קינד. Basia Tishmanene 1344.28 1347.7 מיר דוכט אַז די דײַטשן זײַנען אַרײַן, האָבן זײ אים צוג- Basia Tishmanene 1347.7 1352.82 צוזאַמען גענומען מיט די קינדער מיט אים צוזאַמען. Basia Tishmanene 1352.82 1356.74 נו, און אָט דאַן האָט מען אונדז געשיקט אױף דער אַרבעט Roza Bieliauskienė 1356.74 1358.532 װוּ האָט איר געאַרבעט? Basia Tishmanene 1358.08 1361.02 אין PALEMON. Basia Tishmanene 1361.02 1368.38 בײַ ציגל. Roza Bieliauskienė 1368.38 1371.48 װי האָט מען אײַך געטריבן אױף דער אַרבעט? Basia Tishmanene 1371.48 1372.14 ah? Roza Bieliauskienė 1372.14 1374.316 װי האָט מען אײַך געטריבן אױף דער אַרבעט? Basia Tishmanene 1374.0 1380.1 נו, ניט װײַט פֿון װוּ מיר זײַנען געװעזן. ס'איז געװען, מ'האָט געמאַכט אַ פֿאַבריק איז דאָרט געװען Basia Tishmanene 1380.1 1381.6 פֿון ציגל. Basia Tishmanene 1381.6 1383.44 פֿלעגט מען אױסאַרבעטן Basia Tishmanene 1383.44 1388.34 און מיר פֿלעגן אָנלאַד-, פֿירן מיט די װאַגאָנעטקעס. Roza Bieliauskienė 1388.34 1391.56 און װוּ האָט איר געפֿירט? Basia Tishmanene 1391.56 1397.96 געפֿירט אין eh, אַװעקלײ- אױסצולײגן זײ אױף אַ, אױף אַן אָרט אַװעקלײגן. Roza Bieliauskienė 1397.96 1403.16 און װיפֿל האָט איר אָט אַזױ געאַרבעט שעה אין טאָג? Basia Tishmanene 1403.16 1406.56 אַן אַרבעטס־טאָג. Roza Bieliauskienė 1406.56 1409.32 עסן װאָס האָט, האָט מען אײַך געגעבן? Basia Tishmanene 1409.32 1414.06 יע, מ'האָט געגעבן עסן. פֿערדן־פֿלײש Basia Tishmanene 1414.06 1419.3 מ'האָט געגעבן. מ'האָט זיך אָנגעגעסן גוט. Roza Bieliauskienė 1419.3 1420.92 און זאַכן? Basia Tishmanene 1420.92 1421.64 ah? Roza Bieliauskienė 1421.64 1424.689 װוּ האָט איר גענומען זאַכן אױף אָט אַזאַ מין אַרבעט? Basia Tishmanene 1423.8 1427.58 זאַכן? דאָס װאָס מיר האָבן געהאַט האָבן מיר eh Basia Tishmanene 1427.58 1429.66 נו, eh ק- קײן eh, קײן eh פֿ- Basia Tishmanene 1429.66 1432.68 קײן מאַשין מיט זאַכן האָבן מיר ניט געקענט פֿירן. Basia Tishmanene 1432.68 1438.14 דאָס װאָס מיר האָבן געהאַט אױף זיך, און נאָך עפּעס אַ Basia Tishmanene 1438.14 1441.84 אַזױ קײן, האָבן מיר איבערגעלאָזן. Basia Tishmanene 1441.84 1444.72 און, נו, איבערגעלאָזן די טיר אָפֿן Basia Tishmanene 1444.72 1447.8 און אַזױ איז געבליבן. צעשלעפּט געװאָרן. Roza Bieliauskienė 1447.8 1451.34 אײַער מאַן װאָס האָט געטאָן אין געטאָ? Basia Tishmanene 1451.34 1453.8 װאָס האָט ער געטאָן אין געטאָ? Basia Tishmanene 1453.8 1458.2 ער פֿלעג גײן אױפֿן פֿלוג־פּלאַץ. דאָס איז אױפֿן אַעראָדראָם. Basia Tishmanene 1458.2 1461.84 אַרבעטן. פֿלעג איך אױך גײן דאָרטן. Basia Tishmanene 1461.84 1464.38 מיר פֿלעגט מען אױך נעמען. Roza Bieliauskienė 1464.38 1467.66 און װאָס האָט ער דאָרטן געטאָן? Basia Tishmanene 1467.66 1469.98 גראָבן גרע- Roza Bieliauskienė 1469.98 1471.2 גריבער. Basia Tishmanene 1471.2 1474.48 גריבער, יע. Roza Bieliauskienė 1474.48 1477.76 װי פֿלעגט מען אײַך באַצאָלן פֿאַר אָט אַזאַ מין אַרבעט? Basia Tishmanene 1477.54 1484.8 באַצאָלן? מיט קלעפּ! Roza Bieliauskienė 1484.8 1487.2 דערנאָך eh Roza Bieliauskienė 1487.2 1490.1 נאָך דער אַרבעט אין געטאָ Basia Tishmanene 1490.1 1492.08 נאָך דער אַרבעט אין געטאָ? Roza Bieliauskienė 1492.182 1494.0 יע. Basia Tishmanene 1494.0 1495.202 איז װאָס? Roza Bieliauskienė 1494.459 1496.405 װי האָט איר געלעבט? Basia Tishmanene 1496.52 1498.477 נו, װי האָט מען געקענט לעבן? Roza Bieliauskienė 1497.38 1501.12 איר האָט געהאַט שכנים? װעלכע? װעמענען? Basia Tishmanene 1501.12 1502.74 spn Basia Tishmanene 1502.74 1505.84 ס'האָט געלעבט אױפֿן הױף אין די מױ- Basia Tishmanene 1505.84 1508.38 האָט געלעבט זײַן ברודער Basia Tishmanene 1508.38 1512.02 מיט אַ װײַב, מיט קינדער. Basia Tishmanene 1512.02 1516.76 ס'האָט געלעבט נאָך, נאָר איך געדענק די פֿאַמיליעס זײערע? Basia Tishmanene 1516.76 1519.8 ס'האָבן געלעבט נאָך ייִדן דאָרטן Basia Tishmanene 1519.8 1521.52 אין אַ מױער. Roza Bieliauskienė 1521.52 1524.0 און אײַערע שװעסטערס װוּ? Roza Bieliauskienė 1524.0 1526.021 זײַנען געװען װײַט פֿון אײַך? Basia Tishmanene 1525.78 1531.56 נײן. געלעבט מיט אונדז צוזאַמען. Roza Bieliauskienė 1531.56 1537.04 mhm װער ניט איז eh האָט אײַך געהאָלפֿן מיט אַזאַ מין לעבן? Basia Tishmanene 1537.04 1541.48 װער האָט געקענט העלפֿן? יעדער אײנער װאָס האָט געהאַט Basia Tishmanene 1541.48 1545.0 מע פֿלעגט פֿאָ- פֿ- אַװעקשיקן אין אַ קלײן שטעטל Basia Tishmanene 1545.0 1548.84 אַרבעטן פֿלעגט מען מיטנעמען די זאַכן Basia Tishmanene 1548.84 1552.7 און מע פֿלעגט אױסבײַטן אױפֿן עסן. Basia Tishmanene 1552.7 1556.74 בולװעס, ברױט. Basia Tishmanene 1556.74 1561.86 נאָך eh, דאָרטן, ,(אַ שאַל), איך װײס װאָס מע פֿלעגט אױסבײַטן. Roza Bieliauskienė 1561.86 1565.26 און װי האָט מען דאָס אַרײַנגעטראָגן דערנאָך אין געטאָ? Basia Tishmanene 1565.26 1569.58 אָט דאָס איז געװען שװער. אַ מאָל פֿלעגט מען דאָס Basia Tishmanene 1569.58 1572.3 פֿלעגט מען ריזיקירן Basia Tishmanene 1572.3 1576.38 און מע פֿלעגט טראָגן, און מע פֿלעגט צונעמען Basia Tishmanene 1576.38 1578.02 בײַם טױער Basia Tishmanene 1578.02 1582.94 SMOTRYA װאָס פֿאַר אַ פּאָסטנס עס פֿלעגן שטײן פֿון די דײַטשן. Basia Tishmanene 1582.94 1587.98 און דער פּעקל איז געװאָרן אױס. Roza Bieliauskienė 1587.98 1592.9 אין געטאָ האָט איר, eh, קינדער האָבן זיך געקענט בײַ אײַך לערנען? Roza Bieliauskienė 1592.9 1594.905 קלײנע קינדער. Basia Tishmanene 1593.135 1597.36 נײן, נײן, נײן. Basia Tishmanene 1597.36 1602.82 קײן קלאַסן איז ניט געװען. Roza Bieliauskienė 1602.82 1606.54 אין יודנראַט האָט איר זיך געװענדעט װען ניט איז? Basia Tishmanene 1606.54 1607.22 װאָס? Roza Bieliauskienė 1607.22 1610.32 אין יודנראַט האָט איר זיך געװענדעט װען ניט איז? Basia Tishmanene 1610.32 1611.52 אַװוּ אַװוּ? Roza Bieliauskienė 1610.986 1613.6 spn הילף פֿאַר די קינדער, Roza Bieliauskienė 1613.6 1615.06 װאָס ניט איז, Roza Bieliauskienė 1615.06 1617.92 אײַך איז אױסגעקומען זיך װענדן? Basia Tishmanene 1617.92 1619.24 נײן. Basia Tishmanene 1619.24 1621.88 װאָס איז דאָ צו װענדן געװען? צו װעמען? Roza Bieliauskienė 1621.88 1623.82 און װינטער? Basia Tishmanene 1623.82 1631.0 װינטער? פֿלעגן מיר גײן אױף דער אַרבעט און פֿרירן. Roza Bieliauskienė 1631.0 1636.839 אױב װער ניט איז איז געװען קראַנק, האָט איר געקענט װי ניט איז העלפֿן אָט אַזאַ מין מענטש? Basia Tishmanene 1636.38 1640.04 נו, עס איז געװעזן, דער װאָס איז געװען קראַנק Basia Tishmanene 1640.04 1643.22 פֿלעגט ליגן אין באָלניצע, און װאָס האָט מען געטאָן? Basia Tishmanene 1643.22 1647.3 די קראַנקע װאָס איז געלעגן, האָט מען אונטערגעצונדן די באָלניצע Basia Tishmanene 1647.3 1649.64 און מ'האָט פֿאַרברענט די מענטשן. Roza Bieliauskienė 1649.64 1651.94 איז װען איז דאָס געװען? Basia Tishmanene 1651.94 1656.68 װען? פֿאַרן אַרױספֿירן אין דײַטשלאַנד. Basia Tishmanene 1656.68 1661.1 V OBSHCHEM. כ'הײב שױן באַלד אָן װײנען. Roza Bieliauskienė 1661.1 1663.66 tsk מען דאַרף ניט װײנען.