Chaim Bargman 33.31 35.27 CHETYRNADTSATOGO APRELYA, Chaim Bargman 35.27 37.148 TYSYACHA DEVYAT'SOT Chaim Bargman 37.148 39.384 DEVYANOSTO SHESTOGO GODA. Chaim Bargman 39.928 41.584 INTERV'YUIRUYEMYY: Chaim Bargman 42.073 44.496 BELLA LANDMAN. Chaim Bargman 44.704 47.712 NASTOYASHCHAYA FAMILIYA: RABINOVICH. Chaim Bargman 47.848 49.76 INTERV'YUIRUYUSHCHIY: Chaim Bargman 50.192 51.984 XAIM BARGMAN. Chaim Bargman 52.528 54.36 GOROD: KAUNAS. Chaim Bargman 54.512 56.464 STRANA: LITVA. Chaim Bargman 56.761 58.72 YAZYK: IDISH. Chaim Bargman 65.279 67.407 הײַנט איז דער פֿערצעטער אַפּריל, Chaim Bargman 67.543 70.726 פֿון טױזנט נײַן הונדערט זעקס און נײַנציקסטן יאָר. Chaim Bargman 70.726 72.231 מיר געפֿינען זיך Chaim Bargman 72.76 74.135 אין ליטע, Chaim Bargman 74.583 75.743 אין קאָװנע. Chaim Bargman 76.04 77.735 דעם אינטערװיו װעט געבן Chaim Bargman 78.055 79.911 בײלע ראַבינאָװיטש, Chaim Bargman 80.072 81.999 פֿון דער הײם, לאַנדמאַן. Chaim Bargman 82.599 84.583 דעם אינטערװיו װעט נעמען Chaim Bargman 84.895 86.879 חײם באַרגמאַן. Bella Rabinovich 92.943 100.999 איך בין געבאָרן געװאָרן אין טױזנט נײַן הונדערט צװײ, eh אין אָקטיאַבער, טױזנט נײַן הונדערט צװײ און צװאַנציקסטן יאָר. Bella Rabinovich 100.999 104.45 איך האָב געלעבט אין יאַנעװע. Chaim Bargman 104.442 106.344 װוּ איז דאָס, יאַנעװע? Bella Rabinovich 106.351 109.563 יאַנעװע, הינטער קאָװנע, דרײַסיק קילאָמעטער. Bella Rabinovich 109.563 115.245 דערנאָך האָב איך געלעבט אין יאַנעװע, און פֿון יאַנעװע בין איך אַריבערגעפֿאָרן אין קאָװנע װוּ איך האָב געלעבט. Chaim Bargman 114.549 116.549 איר געדענקט אײַער לעבן אין יאַנעװע? Bella Rabinovich 116.549 118.715 איך געדענק, אַ בי- אַ ביסל געדענק איך. Chaim Bargman 118.478 121.622 דערצײלט אַ ביסעלע, װאָס געדענקט איר װעגן דעם לעבן אין יאַנעװע? Bella Rabinovich 120.14 124.83 נו װאָס, נו װאָס ס'איז גע- געװען אַזאַ לעבן װי, װי אומעטום. Chaim Bargman 124.83 127.915 eh, װאָס, מיט װאָס האָבן זיך פֿאַרנומען אײַערע עלטערן? Bella Rabinovich 127.915 131.873 מײַנע עלטערן האָב איך דאָך אײַך געזאָגט; דער פֿאָטער איז געװען אַ טאָקער. Bella Rabinovich 131.873 134.112 נאָר דערנאָך איז ער קראַנק געװאָרן Bella Rabinovich 134.112 136.943 און ער האָט קע- שױן ניט געאַרבעט בײַ די אַרבעט Bella Rabinovich 136.943 139.746 און מיר געהאַט אַ קראָם מיט אַ בעקערײַ. Chaim Bargman 139.746 141.422 און װער האָט געאַרבעט אין די בעקערײַ? Bella Rabinovich 141.422 142.971 דער פֿאָטער מיט די מוטער. Chaim Bargman 142.971 145.97 װאָס פֿלעגט טאָן eh דער פֿאָטער אין בעקערײַ? װאָס פֿלעגט טאָן די מוטער? Bella Rabinovich 145.97 150.717 נו, (נו), מע, זײ פֿלעגן אַזױ מאַכן די די, נו, װי אין אַ בעקערײַ. Bella Rabinovich 150.717 154.886 איך פֿלעג אױך אַן אַנדערש מאָל העלפֿן דאָרטן, באַשמירן, באַ- Bella Rabinovich 154.886 159.363 eh, אױסמאַכן, און דערנאָך בין איך אַריבערגעפֿאָרן אין קאָװנע לעבן. Chaim Bargman 158.573 161.868 װאַרט אַ ביסעלע. eh אומגעפֿער דערצײלט מערער Chaim Bargman 161.868 163.753 װעגן, eh, װעגן יאַנעװע. Chaim Bargman 163.753 167.294 װאָס איז, eh, װאָס, eh, איר, אַז איר פֿלעגט העלפֿן Chaim Bargman 167.294 169.99 באַשמירן, דאָס פֿלעגט איר טאָן אין אָװנט, בײַ נאַכט, אין Bella Rabinovich 169.655 172.507 אין מיטן נאַכט פֿלעג איך אױפֿשטײן פֿיר אַ זײגער. Chaim Bargman 172.507 175.2 און איר פֿלעגט גײן אין בעקערײַ, ah, העלפֿן אײַערע עלטערן. Bella Rabinovich 174.95 176.292 פֿ- העלפֿן מײַנע עלטערן. Chaim Bargman 176.163 178.999 און eh, מיט װאָס האָט געהאַנדלט די קראָם? Bella Rabinovich 178.999 183.114 נו, װ- אַלץ איז געװען. מעל און צוקער; װאָס איר װילט. Chaim Bargman 183.114 185.835 בײַ אײַך, בײַ אײַך איז געװען אַ גרױסע משפּחה? Bella Rabinovich 185.835 188.655 בײַ אונדז איז גע- מיר זײַנען געװען spn Bella Rabinovich 188.655 192.015 זי- ehm פֿיר קינדער, זעקס מאַן Bella Rabinovich 192.015 193.523 מיט די עלטערן. Chaim Bargman 193.523 196.179 איר זײַט, eh, נאָך דער רײ װעלכע זײַט איר? Bella Rabinovich 196.179 197.638 איך בין די צװײטע. Chaim Bargman 197.638 199.213 און דער ערשטער איז װער געװען? Bella Rabinovich 199.015 199.949 אַ ברודער. Chaim Bargman 199.949 201.081 װי איז געװען זײַן נאָמען? Bella Rabinovich 200.966 201.999 שלמה. Chaim Bargman 201.999 204.73 איר זײַ- איר זײַט די, איר זײַט די צװײטע אין דער משפּחה. Bella Rabinovich 204.163 205.425 יע. Bella Rabinovich 205.425 209.232 נאַכער איז געװען נאָך אַ ברודער, און נאַכער איז געװען אַ שװעסטער. Chaim Bargman 208.638 210.737 איז זאָג זײערע נעמען ביטע. Bella Rabinovich 210.737 212.245 שלמה Bella Rabinovich 212.245 216.278 נו, מײַנע איז בײלע, מ'האָט, איז דאָס פֿײַװל־לײזער Bella Rabinovich 216.278 217.606 און חיה־שׂרה. Chaim Bargman 217.606 219.097 חיה־שׂרה איז געװען די ייִנגסטע. Bella Rabinovich 219.097 219.835 יע. Chaim Bargman 219.835 220.819 דער מיזיניקל. Bella Rabinovich 220.819 221.786 יע. Chaim Bargman 221.786 224.163 eh, זאָגט מיר, אין eh Chaim Bargman 224.163 226.524 אין דער שולע, האָט איר אָנגעהױבן גײן אין יאַנעװע? Bella Rabinovich 226.524 227.458 אין יאַנעװע. Chaim Bargman 227.458 228.802 װאָס איז דאָס געװען פֿאַר אַ שול? Bella Rabinovich 228.802 231.769 אין יבֿנה האָב איך געלערנט, אַ פֿאָלקשול. Bella Rabinovich 231.769 232.819 אַ פֿאָלקשול. Bella Rabinovich 232.819 235.917 מ'האָט געלערנט ליטװיש, העברעיִש, Bella Rabinovich 235.917 237.36 ייִדיש. Chaim Bargman 237.36 240.524 װיפֿל יאָר האָט איר זיך אָפּגעלערנט אין די פֿאָלקשול יבֿנה? Bella Rabinovich 239.294 242.285 נו, פֿיר, פֿיר, eh, קלאַסן האָב איך געענדיקט. Chaim Bargman 241.884 242.745 פֿיר קלאַסן? Bella Rabinovich 242.671 243.073 יע. Chaim Bargman 242.983 245.491 די לערע אין יבֿנה, אױף װאָסערע שפּראַך איז געגאַנגען? Bella Rabinovich 245.491 248.41 אױף, איז געגאַנגען אַ שפּראַך אױף העברעיִש, פֿלעגט מען רײ- Chaim Bargman 247.819 248.917 אַלצדינג אױף העברעיִש? Bella Rabinovich 248.917 251.158 מערער טײל פֿלעגט מען רײדן אױף העברעיִש. Chaim Bargman 250.867 253.441 למשל, אײַך האָט מען געלערנט רעכענען, Chaim Bargman 253.441 254.654 מאַטעמאַטיקע? Bella Rabinovich 254.589 257.392 מאַטעמאַטיקע אױך אױף העברעיִש, אַלץ. Bella Rabinovich 257.392 260.163 אָבער איך געדענק שױן ניט. איך געדענק שױן ניט. Chaim Bargman 260.048 263.168 און ah ייִדיש האָט מען אײַך אױכעט געלערנט? ס'איז געװען אַ לימוד ייִד-? Bella Rabinovich 262.359 266.999 נײן, ייִדיש האָט מען ניט געלערנט. ייִדיש איז געװען ספּעציעל אַ פֿאָלקשול אױף ייִדיש. Chaim Bargman 266.999 268.392 אָבער איר זײַט דאָרט נישט געגאַנגען. Bella Rabinovich 268.392 270.982 נײן, איך האָב זיך ייִדיש אױסגעלערנט אַלײן. Chaim Bargman 270.982 273.146 eh, די עלטערן האָבן גערעדט ייִדיש? Bella Rabinovich 273.146 276.343 יע, און שרײַבן האָב איך זיך אױסגעלערנט אַלײן װײַלע Bella Rabinovich 276.343 281.656 צו די העברעיִשע AZBUKA צו די ייִדישע, די זעל- זעלביקע. Chaim Bargman 278.753 281.458 ייִדישער אַלף־בית איז דער זעלביקער. Chaim Bargman 281.458 286.688 און דע- און דער, איר געדענקט דעם יאָר װען איר זײַט אַריבערגעפֿאָרן אין קאָװנע? Bella Rabinovich 286.688 288.343 איך געדענק ניט. Chaim Bargman 288.343 291.327 אָבער איר, איר, דאָס איז שױן געװען נאָך דער פֿאָלקשול. Bella Rabinovich 291.327 293.409 נאָך דער פֿאָלקשול, יע. Bella Rabinovich 293.409 296.016 נו, איך בין שױן געװען מסתּמאן אַ יאָר Bella Rabinovich 296.016 299.032 אַ יאָר זעכצן, זיבעצן מסתּמאן. Chaim Bargman 299.032 303.178 אױסע- װאָס האָט איר געטאָן נאָך דעם װי איר האָט געענדיקט די פֿאָלקשול אין יאַנעװע? Bella Rabinovich 302.983 307.034 קײן זאַך האָב איך ניט געטאָן; כ'האָב געלעבט בײַ מײַן אָנקל, סע האָט מיר קײן זאַך ניט געפֿעלט Bella Rabinovich 307.034 308.835 מײַן אָנקל איז געװען זײער אַ רײַכער. Chaim Bargman 308.835 309.836 װוּ, אין קאָװנע? Bella Rabinovich 309.836 312.77 יע. לאַנדמאַנס, פֿון די מעבל־געשעפֿטן. Chaim Bargman 312.77 317.666 איז, eh, דערצײלט אַ ביסל מערער װעגן אײַער אָנקל, דאָס איז געװען דער מאַמע'ס ברודער צו דער טאַטן? Bella Rabinovich 316.868 323.294 ד- דעם טאַטנ'ס ברודער; דאָס איז געװען, נו, הירשל לאַנדמאַן, דער װאָס איז געשטאָרבן אין, װאָס איז געשטאָרבן דאָ. Bella Rabinovich 323.294 328.704 זײ זײַנען געװען אַרױסגעשיקט אין רוסלאַנד; דערנאָך זײַנען זײ געקומען צוריק אין קאָװנע. Bella Rabinovich 328.704 333.016 נו, און איך בין דערנאָך אַװע-, אונדז האָט מען דערנאָך אַװעקגעפֿירט אין קאָװנער געטאָ. Chaim Bargman 333.016 334.081 װאַרט אַ ביסעלע. Chaim Bargman 334.081 337.426 eh, אַז איר זײַט געװען אין, אַז איר האָט געלעבט בײַ לאַנדמאַנען Chaim Bargman 337.426 338.393 אין קאָװנע Bella Rabinovich 338.393 339.011 יע. Chaim Bargman 338.835 341.704 eh, װי איז געגאַנגען אײַער לעבן? װאָס פֿלעגט איר טאָן? Bella Rabinovich 341.704 345.081 קײן זאַך ניט; איך פֿלעג (ah, אַראָפּ-, eh,) גײן שפּאַצירן Bella Rabinovich 345.081 346.688 אין קינאָ, אין טעאַטער. Bella Rabinovich 346.688 351.048 קײן זאַך (איז) מיר ניט געפֿעל- דאָס איז שױן געװען כּמעט אַזױ װי פֿאַר די קריג. Bella Rabinovich 351.048 358.809 איז שױן דאָס געװען. זײ, איך האָב געװעלט גײן אַרבעטן, האָט דער אָנקל מיר ניט געלאָזן, זאָגט ער "װאָס דאַרפֿסטו אַרבעטן, װעלכע אַרבעט, װאָס פֿאַר אַ אַרבעט?" Chaim Bargman 358.54 361.236 איר האָט געהאַט אין קאָװנע חבֿרים, חבֿרטעס? Bella Rabinovich 360.917 363.819 כ'האָב געהאַט, נו, די אײגענע, די אײגענע. Chaim Bargman 363.819 364.868 װער זײַנען די אײגענע? Bella Rabinovich 364.868 368.327 נו, די אײגענע קוזי- קו- קוזינען, קוזינעס. Chaim Bargman 368.327 370.704 אָט אין טעאַטער, אין קינאָס פֿלעגט איר גײן צוזאַמען? Bella Rabinovich 370.704 373.294 צוזאַמען אַלע. Bella Rabinovich 373.294 376.671 ס'איז געװען גענוג פֿרײלעך און גוט צו לעבן. Bella Rabinovich 376.671 380.31 בײַ מײַן אָנקל אין שטוב (אַז) איך פֿלעג אַרײַנגײן, פֿלעגט מיר (צו) זײַן פֿרײלעך. Bella Rabinovich 380.31 383.196 זײ האָבן געלעבט זײער רײַך, זײער שײן. Bella Rabinovich 383.196 385.671 זײַנען געװען זײער גרױסע גבֿירים. Chaim Bargman 385.671 390.297 איז אי- איז איר האָט זיך נאָך eh פֿ- פֿאַרבראַכט, eh, פֿאַרבראַכט מיט די די משפּחה פֿון אָנקל? Bella Rabinovich 389.048 390.736 יאָ, יע. Bella Rabinovich 390.736 394.154 דערנאָך, איז eh האָט זיך אָנגעהױבן שױן די קריג, UNK. Chaim Bargman 393.572 395.404 UNK Bella Rabinovich 394.726 399.642 זיך אָנגעהױבן די קריג, זײַנען מײַנע על- מײַן פֿאָטער איז געװען זײער קראַנק. Bella Rabinovich 399.654 403.507 זײַנען זײ גע- זײ האָבן זײ געװעלט דאָס אַנטלױפֿן אין רוסלאַנד. Bella Rabinovich 403.507 407.179 נאָר אין רוסלאַנד זײַ-, אַנטלױפֿן האָבן זײ שױן ניט געקענט. Bella Rabinovich 407.179 411.704 איז אונטער- זײַנען זײ געבליבן אונטער דער װעגנס, און אַז זײ זײַנען געבליבן אונטער דער װעגנס Bella Rabinovich 411.704 418.523 זײַנען זײ שױן צוריק אין יאַנעװע ניט געפֿאָרן, נאָר זײ זײַנען געקומען אין קאָװנע װײַלע זײ האָבן געװוּסט אַז איך בין דאָ אין קאָװנע. Bella Rabinovich 418.523 421.097 און עלטערן ציט זיך צו אַ קינד. Bella Rabinovich 421.097 427.409 זײַנען זײ געקומען; איך האָב דערזען מײַנע עלטערן און מײַן, מײַנע ברידער און מײַן שװעסטער; כ'האָב זיך זײער דערפֿרײט. Bella Rabinovich 427.409 433.95 נו, און דערנאָך זײַנען מיר געװען אַ קורצע צײַט צוזאַמען, און מען האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין קאָװנער געטאָ. Chaim Bargman 433.95 435.753 eh, דערצײלט אַ ביסעלע. Chaim Bargman 435.753 440.836 איר געדענקט די צײַט װען אין, eh ליטע, אין קאָװנע זײַנען אַרײַן די רוסן Chaim Bargman 440.836 442.017 אין פֿערציקסטן יאָר? Bella Rabinovich 441.916 442.63 יע. Chaim Bargman 442.603 445.049 װאָס געדענקט איר װע- אין, פֿון דער צײַט? Bella Rabinovich 445.049 452.606 די רוסן זײַנען אַרײַן, זײַנען אַלע געװען זײער צופֿרידן; מ'האָט זײ זײער שײן אױפֿגענומען; מ'האָט זײ VSTRECHAET מיט בלומען. Bella Rabinovich 452.606 454.509 און ס'איז, מיט אײנער װאָרט Chaim Bargman 454.376 459.409 אײַער אָנקל, לאַנדמאַן, בײַ װעמען האָט איר געלעבט, איז אױכעט געװען צופֿרידן מיט די רוסן? Bella Rabinovich 459.409 464.655 נו, אפֿשר; איך װײס ניט; איך האָב אים ניט געפֿרעגט. מסתּמאן איז ער ניט זײער שטאַרק געװען צופֿרידן! Bella Rabinovich 464.655 468.962 איר װײסט דאָך, גבֿירים זײער גרױסע זײַנען מסתּמא ניט געװען זײער שטאַרק צו- Bella Rabinovich 468.962 470.508 נאָר איך האָב אים ניט געפֿרעגט. Chaim Bargman 470.508 474.38 װי באַװוּסט האָבן די רוסן צוגענומען די געשעפֿטן פֿון די רײַכע ייִדן. Bella Rabinovich 473.753 479.163 נו, בײַ אונדז UNK האָבן זײ קײן זאַך ניט נאַציאָנאַליזירט, װײַל עס איז געװען אַ קלײנער געשעפֿט Bella Rabinovich 479.163 484.015 בײַ מײַן אָנקל אין יאַנעװע, האָב איך געהאַט אַן אָנקל פֿונעם טאַטנ'ס; האָט מען אים אַלץ נאַציאָנאַליזירט Chaim Bargman 484.015 485.107 צוגענומען, יע? Bella Rabinovich 484.802 486.146 צוגענומען אַלץ. Bella Rabinovich 486.146 491.736 צוגענומען זײַן מעבל־פֿאַבריק, מיט אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אָנגעסטרױעט, די הײַזער, מיט אַלץ, מיט Bella Rabinovich 491.736 497.372 מ'האָט אַלץ צוגענומען, און ער איז אַהערגעקומען לעבן אין קאָװנע אַז ער זאָל פֿאַרגעסן דאָס װאָס ער האָט איבערלעבט. Chaim Bargman 496.868 498.952 אַהאַ. איר געדענקט דעם נאָמען פֿון דעם אָנקל? Bella Rabinovich 498.769 500.593 יאַנקל־לײב; כ'האָב דאָך געשריבן. Chaim Bargman 500.593 502.428 יאַנקל־לײב eh Bella Rabinovich 501.884 502.62 לאַנדמאַן. Chaim Bargman 502.573 503.642 יאַנקל־לײב לאַנדמאַן. Bella Rabinovich 503.605 504.146 יע. Chaim Bargman 504.146 507.114 און איר זאָגט אַז, eh, אײַער אָנקל Chaim Bargman 507.114 509.491 האָט מען אַװעקגעפֿירט אין סיביר? Bella Rabinovich 509.491 510.163 װער? Chaim Bargman 510.163 511.968 די רוסן האָבן אים נישט אַװעקגעפֿירט אין סי-? Bella Rabinovich 511.606 512.72 נײן. Chaim Bargman 512.524 513.212 נײן. Bella Rabinovich 513.212 516.163 זײ האָבן אים געװעלט, אָבער זײ האָבן ניט באַװיזן. Chaim Bargman 516.163 518.117 אַהאַ. די קריג האָט זיך אָנגעהױבן. Bella Rabinovich 517.491 520.704 יע. מיר זײַנען שױן דערנאָך געװען אין געטאָ. Chaim Bargman 520.704 522.784 דער, eh, דער Bella Rabinovich 522.015 523.179 דער יאַנקל־לײב. Chaim Bargman 523.179 526.9 און דער יאַ-, און דער לאַנדמאַן, דער אָנקל בײַ װעלכן האָט איר געלעבט Bella Rabinovich 526.836 528.245 איז געװען אין רוסלאַנד. Chaim Bargman 528.245 530.655 און װי, װי איז ער געקומען אין רוסלאַנד? Bella Rabinovich 530.655 533.393 זײ זײַנען אַװעקגעפֿאָרן. נו, יע. Chaim Bargman 532.155 532.794 אַנטלאָפֿן? Bella Rabinovich 533.393 536.213 זײַן זון איז געװען אַ נאַטשאַלניק פֿון M.G.B. Bella Rabinovich 536.213 539.114 ניט קוקנדיק װאָס ער איז געװען אַ גרױסער גבֿיר Bella Rabinovich 539.114 542.792 און זײַן זון איז געװען אַ פֿ- אַ נאַטשאַלניק פֿון M.G.B. Chaim Bargman 541.95 545.148 אַ אָנגעפֿיר(ער) פֿון מלוכה־זיכערקײט־ eh, אָרגאַן, ב- בײַ Bella Rabinovich 543.589 546.376 יע, דער UNK האָט ער זײ דאָס אַװעקגעפֿירט. Chaim Bargman 546.376 548.021 דאָס איז געװען אײַער ש- אַ שװעסטערקינד? Bella Rabinovich 547.851 548.49 יע. Chaim Bargman 548.49 549.654 װי האָט ער געהײסן? Bella Rabinovich 549.654 551.076 (אײַזע)־מאָטקע. ער איז שױ- Chaim Bargman 550.556 551.081 אײַזע Bella Rabinovich 551.081 554.441 ער איז שױן געשטאָ- ער איז אומגעקומען אין, אױפֿן פֿראָנט. Chaim Bargman 554.441 556.297 אײַזע־מאָטקע איז אומגעקומען אױפֿן פֿראָנט. Bella Rabinovich 555.654 558.392 נו, לעבן מעמל, לעבן מעמל איז ער געפֿאַלן. Chaim Bargman 558.392 560.097 אַהאַ, פֿאַרשטענדלעך. Chaim Bargman 560.097 563.638 איר געדענקט, eh, דעם ערשטן טאָג פֿון דער מלחמה? Bella Rabinovich 563.638 565.802 נו, איך געדענק. איך דערמאָן זיך. Chaim Bargman 565.802 568.556 װ- װאָס איז פֿאָרגעקומען? װי האָט זיך אױ- װי האָט אױסגעזען... Bella Rabinovich 568.556 571.524 זײער שרעקלעך. זײער שרעקלעך. Bella Rabinovich 571.524 577.36 מ'האָט גלײַך געמאַכט אַ אונטערשײד װער ס'איז ייִדן און װער ס'איז קריסטן און װאָס פֿאַר אַ NATSIONAL'NOST' מען איז. Bella Rabinovich 577.36 581.507 מ'איז געגאַ- גלײַך האָט מען שױן ניט געלאָזן גײן אױף די לאַװעס אַ ייִדן. Bella Rabinovich 581.507 584.245 ס'איז געװען אַ, זײער אַ גרױסער אונטערשײד. Bella Rabinovich 584.245 587.802 ס'האָט גלײַך געפֿילט אַז עס קומען די דײַטשן. Chaim Bargman 587.802 590.343 זאָגט מיר אַזױ: װי האָט דאָס פּאַסירט Chaim Bargman 590.343 592.654 אַז איר האָט געלעבט בײַ אײַער אָנקל Chaim Bargman 592.654 595.638 און איר זאָגט אַז אײַער אָנקל איז אַװעקגעפֿאָרן אין רוסלאַנד. Bella Rabinovich 595.638 598.394 נו איז ער דאָך דערנאָך געקומען נאָך דער קריג דאָרט. Chaim Bargman 597.671 601.539 נײן נײן, אָבער אין, ער איז אין ערשטן טאָג פֿון קריג אַװעקגעלאָפֿן פֿון דאַ- Bella Rabinovich 601.162 603.244 ער, פֿאַר די קריג, און איך בין געבליבן. Chaim Bargman 603.244 604.228 אין זײַן דירה? Bella Rabinovich 604.228 605.048 יע. Chaim Bargman 605.048 605.47 און Bella Rabinovich 605.17 606.595 איך בין, איך בין ניט געפֿאָרן. Chaim Bargman 606.638 607.999 און װער איז געפֿאָרן מיט אים? Bella Rabinovich 607.999 611.475 מיט אים איז געפֿאָרן זײַן װײַב, זײַן Bella Rabinovich 611.475 615.016 זײַן טאָכטער, זײַן זון, אָט דער װאָס איז געפֿאַלן אױפֿן פֿראָנט. Chaim Bargman 615.016 617.344 און װער איז געבליבן מיט אײַך אין, אין דער דירה? Bella Rabinovich 617.344 618.295 איך אַלײן. Chaim Bargman 618.295 620.349 אַלײן זײַט איר געבליבן אין אָנקל'ס דירה? Bella Rabinovich 619.098 621.557 יע (DOVOL'NO), װאָס איז? Bella Rabinovich 621.557 625.524 בין איך שױן געװען נישט קײן קלײנינקע; און עס זײַנען דאָך גלײַך געקומען מײַנע עלטערן. Chaim Bargman 625.524 626.606 פֿון יאַנעװע. Bella Rabinovich 626.524 627.13 יע. Chaim Bargman 627.13 630.95 איז, איר געדענקט װי אײַ- װי דער אָנקל איז אַװעקגעפֿאָרן פֿון דאַנעט? Bella Rabinovich 630.95 634.032 נו איך גע-, איך דערמאָן זיך Bella Rabinovich 634.032 637.36 אַז מע זײ, זײ זײַנען דאָס, אין די מינוטן זײַנען זײ ניט געװאָרן. Chaim Bargman 637.36 638.87 ah, דאָס איז אין ערשטן טאָג פֿון קריג? Bella Rabinovich 638.606 639.343 יע. Chaim Bargman 639.343 641.776 און זײ האָבן אײַך פֿאָרגעלײגט צו גײ- פֿאָרן מיט זײ? Bella Rabinovich 641.261 642.741 נײ-, איך בין ניט געפֿאָרן. Chaim Bargman 642.606 643.595 ah, זײ האָבן גע- Bella Rabinovich 642.93 644.475 כ'האָב געזאָגט אַז אױבע Bella Rabinovich 644.475 648.294 אױבע ניט, װעל איך בײַ זײ פֿאַרמאַכן די שטוב, און איכ'ל Bella Rabinovich 648.294 650.816 פֿאָרן אין יאַנעװע זען װוּ מײַנע עלטערן זײַנען. Chaim Bargman 650.458 651.95 צו אײַערע עלטערן. Chaim Bargman 651.95 653.463 אָבער ס'איז אױ- ס'איז געװאָ- Bella Rabinovich 653.327 655.786 מײַנע עלטערן זײַנען געקומען דאָ. Chaim Bargman 655.786 656.72 צו אײַך אין דירה? Bella Rabinovich 656.72 657.72 יאַ. Bella Rabinovich 657.72 661.606 זײ האָבן זיך דערװוּסט אַװוּ איך בין; זײַנען געקומען, איך האָב זיך זײער דערפֿרײט. Bella Rabinovich 661.606 666.325 און מיר האָבן געלעבט אַ קורצע צײַט דאָ אױף (POŠKOS)־גאַס, און דערנאָך איז אַרױס אַ ZAKON Chaim Bargman 666.081 666.737 אַ געזעץ? Bella Rabinovich 666.737 670.307 אַ געזעץ אַז מע דאַרף גײן אין געטאָ, זײַנען מיר אַװעק אין געטאָ. Chaim Bargman 670.147 672.376 איר האָט געהאַט אַ סך אײגנטום בײַ זיך Chaim Bargman 672.376 673.769 אַז איר זײַט געפֿאָרן אין געטאָ? Bella Rabinovich 673.769 677.31 נײן. נײן. נײן. Chaim Bargman 677.31 677.949 נײן, נו Bella Rabinovich 677.949 682.212 װײַלע מײַנע עלטערן איז, האָט מען שױן פֿון מײַנע עלטערן האָט מען צוגענומען אַלצדינג אין יאַנעװע. Chaim Bargman 682.212 684.556 יאָ, אָבער אײַך האָט דאָך איבערגעבליבן פֿון דעם אָנקל. Bella Rabinovich 684.556 686.507 דער אָנקל האָט אַלצדינג מיטגענומען. Chaim Bargman 686.507 688.403 אַ װאָס איז נאָך געװען װערטפֿולע זאַכן. Bella Rabinovich 688.146 688.982 יע. Chaim Bargman 688.982 694.146 איז אַז איר זײַט געקומען אין געטאָ, װי זײַט איר געגאַנגען, צו פֿוס אָדער מיט אַ פֿור געפֿאָרן? Bella Rabinovich 694.146 699.916 זײ זײַנען געגאַנגען צו פֿוס אין געטאָ, איז דאָ אין סלאַבאָדקע, װיפֿל איז דאָס צו פֿאָרן. Chaim Bargman 699.441 704.074 פּשוט, eh, ס'איז, eh, די זאַכן זײַנען געװען אַז מ'האָט דאָס געקענט פֿאַרטראָגן, יע? Bella Rabinovich 701.351 701.872 יע. Bella Rabinovich 704.074 708.776 יאַ, יאַ. דע- דעם מערסטן טײל האָט מען אַלצדינג צוגענומען. Bella Rabinovich 708.786 709.769 נו, VOT. Chaim Bargman 709.769 712.383 eh, איר זײַט אַרײַן אין געטאָ, eh איז Bella Rabinovich 711.654 717.196 (אַזױ) בין איך געװען אין געטאָ מיט מײַנע עלטערן, מיט מײַנע ברידער, מיט מײַן שװעסטער. Bella Rabinovich 717.196 723.557 דערנאָך איז אַראָ- איז אַרױס שױן, איז שױן, האָבן זײ געמאַכט דאָרט, פֿלעגן זײ די דײַטשן מאַכן אַלע װײַלע אַקציעס. Chaim Bargman 723.557 724.704 װאָס איז דאָס אַקציעס? Bella Rabinovich 724.704 728.065 אַקציע: מע פֿלעגט אַרױסטרײַבן אױפֿן גאַס Bella Rabinovich 728.065 731.196 און אױסשטעלן װיפֿל ייִדן זײַנען דאָ Bella Rabinovich 731.196 734.983 און מע פֿלעג דאַרפֿן אָפּשטײן פֿון אין דער פֿרי ביז אױף מאָרגן. Bella Rabinovich 734.983 740.13 און זײ פֿלעגן, זײ פֿלעגן סאָרטירן, װעמען רעכטס, װעמען לינקס, װעמען רעכטס, װעמען לינקס. Bella Rabinovich 740.13 744.491 און קײנער האָט ניט געװוּסט צ- אױף װעלכע זײַט דאָס איז, צו ס'איז די גוטע צו ס'איז די שלעכטע. Bella Rabinovich 744.491 749.704 נאָר דערנאָך אַז ס'האָט (זיך) געענדיקט, פֿלעגט מען שױן װיסן װער ס'איז אױף די גוטע זײַט, װער ס'איז אױף די שלעכטע זײַט. Bella Rabinovich 749.704 752.393 און מיר זײַנען אַלע געקומען אױף די גוטע זײַט. Chaim Bargman 752.393 755.25 eh, װעלכע אַקציעס געדענקט איר אין קאָװנער גע- Bella Rabinovich 754.688 756.822 איך געדענק אָטאָ די־אָ געט- אָט־אָ Bella Rabinovich 756.853 761.098 די־אָ אַקציע געדענק איך װען מ'האָט אונדז אַלעמען אַרױסגעטריבן און מ'איז אָפּגעשטאָרבן Bella Rabinovich 761.098 764.196 אָפּגעשטאַנען אַ גאַנצן טאָג מיט אַ גאַנצע נאַכט. Bella Rabinovich 764.196 766.458 און זײַנען געסאָרטירט. Bella Rabinovich 766.458 769.065 געסאָרטירט װעמען רעכטס, װעמען לינקס. Bella Rabinovich 769.065 775.163 זײַנען מיר אַלע געקומען צו גײן, מײַנע עלטערן און מײַן, מײַנע ברידער און מײַן שװעס- נאָר אײן Bella Rabinovich 775.163 778.458 אײן, אײן ברודער איז שױן ניט געװען מיט אונדז, װײַל ער איז Bella Rabinovich 778.458 783.245 מ'האָט זיך פֿונאַנדערגעטײלט צו גײן אױף די אַקציעס; ער איז געגאַנגען מיט מײַן Bella Rabinovich 783.245 790.048 מיט מײַנע אַ טאַנטן מיט די eh, מיט די פּלימעניקעס, מיט אַלעמען, און ער איז צוליב זײ אַװעק אױפֿן נײַנטן פֿאָרט. Chaim Bargman 790.048 792.86 דאָס הײסט אײַער ברודער איז געגאַנגען אין אַן אַנדער קאָלאָנע. Bella Rabinovich 792.639 794.028 יאָ. איז ער אַװעק. Chaim Bargman 793.723 794.957 אין אַן אַנדער רײ, יאָ? Bella Rabinovich 794.507 797.503 יע, איז ער אַװעק צוליב זײ אױפֿן נײַנטן פֿאָרט. Chaim Bargman 797.162 799.478 האָט מען אים אָפּגעסאָרטירט אױף די שלעכטע זײַט. Bella Rabinovich 799.015 801.933 אױף די שלעכטע זײַט, און ער איז אַװעק אױפֿן נײַנטן פֿאָרט. Chaim Bargman 801.638 804.933 אומגעפֿער געד- געדענקט איר װען איז פֿאָרגעקומען די אַקציע? Bella Rabinovich 804.933 811.179 נײן, איך געדענק ניט, עפּעס אױכעט ס'איז שױן געװען קאַלט אָט אַזױ װי אין אָקטיאָבער זאָל איך װאָלט איך זאָגן. Chaim Bargman 811.179 813.917 eh װי האָט געהײסן די אַקציע? Bella Rabinovich 813.917 815.556 נו, אַ גר- אַ אַקציע. Chaim Bargman 815.556 818.294 אַן אַקציע, יע. איר געדענקט נאָר אײן אַקציע אין געטאָ? Bella Rabinovich 818.294 822.081 אײן, UNK ס'איז געװען אַ סך, נאָר אױף די בין איך געװען. Bella Rabinovich 822.081 823.31 אױף די בין איך געװען. Chaim Bargman 823.31 826.655 און װעלכע, װעלכע װײסט איר, eh, פֿון װעלכע אַקציעס װײסט איר נאָך? Bella Rabinovich 826.655 829.245 נו, זײ פֿלעגן אָפֿט מאַכן Bella Rabinovich 829.245 833.065 זײ פֿלעגן אָנפֿאַלן, זײ פֿלעגן צונעמען, װעמען װײַטער, װעמען Bella Rabinovich 833.065 837.196 זײ פֿלעגן אַלײן מאַכן, די דײַטשן, װעמען אַריבערלאָזן אױף די גוטע, װעמען אױף די שלעכטע Bella Rabinovich 837.196 840.081 נאָר איך פֿלעג אַלע מאָל אַריבערגײן אױף די גוטע. Chaim Bargman 840.081 845.311 eh זאָגט מיר, די ערשטע טעג; געדענקט איר אײַערע די ערשטע טעג אין געטאָ? Bella Rabinovich 845.311 848.884 נו, איך צ- געדענק שױן אױף אַזױ װײַט ניט. Chaim Bargman 848.884 850.441 װוּ האָט איר געלעבט אין געטאָ? Bella Rabinovich 850.441 851.95 אױף KRIUKU־גאַס Chaim Bargman 851.95 853.654 KRIUKU־גאַס, יע? Chaim Bargman 853.654 856.041 דאָס איז געװען די גרױסע געטאָ אָדער די קלײנע געטאָ? Bella Rabinovich 855.95 860.72 דאָס איז געװען די זעלבע זאַך; אַלע די געטאָס איז געװען װאָס פֿאַר אַ גרױסע, װאָס פֿאַר אַ קלײנע? Bella Rabinovich 860.72 863.9 איך האָב געלעבט אױף KRIUKU־גאַס, KRIUKU נײַן. Chaim Bargman 863.9 866.488 KRIUKU־גאַס נײַן, יאָ? צוזאַמען מיט אײַערע עלטערן. Bella Rabinovich 866.327 867.13 יאַ. Chaim Bargman 867.13 867.572 eh Bella Rabinovich 867.572 868.459 און דערנאָך Bella Rabinovich 868.459 874.363 האָב איך חתונה געהאַט, און איך האָב שױן געלעבט מיט מײַן מאַן, מיט מ- בײַ מײַנע עלטערן, מיט אַלעמען צוזאַמען. Chaim Bargman 874.245 876.836 בײַ אײַערע עלטערן האָט איר געלעבט צו די, בײַ די מאַנ'ס עלטערן? Bella Rabinovich 876.836 878.475 בײַ די, בײַ מײַנע עלטערן. Chaim Bargman 878.475 879.77 צוזאַמען מיטן מאַן? Bella Rabinovich 879.77 883.245 יע. דערנאָך האָט מען מײַנע עלטערן צוגענומען. Chaim Bargman 883.245 884.835 װוּ האָט מען צוגענומען אײַערע עלטערן? Bella Rabinovich 884.835 886.015 אױף עסטלאַנד. Chaim Bargman 886.015 888.909 ah, אַז ס'איז געװען דער איבערזידלונג אױף עסטלאַנד האָט מען Bella Rabinovich 888.048 894.786 יאָ, האָט מען צוגענומען מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער און מײַן שװעסטער, און דער עלטערער ברודער איז געװען אַרױסגעשיקט בײַ דײַטשן Bella Rabinovich 894.786 896.835 אין אַ בריגאַדע צום אַרבעטן. Chaim Bargman 896.835 898.797 אָבער אי- אים האָט מען נישט גענומען אין עס- Bella Rabinovich 898.409 900.802 אַז ער, ער איז דאָך ניט געװען אין שטוב. Chaim Bargman 900.802 902.648 און אײַך האָט מען אױך נישט גענומען אױף עס- Bella Rabinovich 902.032 905.261 מיר האָט מען ניט גענומען, װײַל איך בין שױן געװען אױף מײַן מאַנ'ס פֿאַמיליע. Chaim Bargman 905.261 909.753 eh, זאָגט מיר אַזױ, אַז, eh, די ערשטע טעג פֿון געטאָ, די ערשטע חדשים פֿון געטאָ Chaim Bargman 909.753 913.048 פֿלעגט איר גײן, אײַערע עלטערן פֿלעגן גײן אַרבעטן? Bella Rabinovich 913.048 915.819 מײַנע עלטערן, זײ האָבן ניט געאַרבעט אין געטאָ. Chaim Bargman 915.819 916.475 נײן? Bella Rabinovich 916.367 917.419 נײן, ס'איז ניט געװע- Chaim Bargman 916.753 917.638 איר האָט געאַרבעט? Bella Rabinovich 917.638 919.507 איך האָב געאַרבעט אױפֿן פֿלוגפּלאַץ. Bella Rabinovich 919.507 920.704 אױפֿן עראָדראָם. Chaim Bargman 920.704 923.409 איר פֿלעגט גײן אַרבעטן אױפֿן אַעראָדראָם יעדן טאָג? Bella Rabinovich 923.409 924.802 יעדן טאָג. Chaim Bargman 924.802 926.97 װאָס פֿלעגט איר טאָן דאָרטן, אין, אין אײַערע Bella Rabinovich 926.393 930.36 שיטן אין די װאַגאָנעטקעס די ערד. Bella Rabinovich 930.36 933.179 און דערנאָך האָב איך געאַרבעט אױף אַ גאָרטן Bella Rabinovich 933.179 935.376 אָט מיט אײַער מוטער צוזאַמען. Chaim Bargman 935.376 938.136 װאָס, eh, װאָס פֿלעגט איר טאָן אױפֿן, אױפֿן גאָרטן? Bella Rabinovich 937.901 942.359 אױפֿן גאָרטן? װאָס מע טוט אױף אַ גאָרטן, eh מע פֿלעגט פּאָלענען, ראַמען, מאַכן, Bella Rabinovich 942.359 946.9 די בולװעס פֿלעגן מיר העלפֿן אַראָפּנעמען, פֿלעגט פֿאָרן אַ מאַשין און מיר הינטער זײ. Chaim Bargman 946.9 949.48 װיפֿל אַ זײגער פֿלעגט איר דאַרפֿן אַרױסגײן אױף דער אַרבעט? Bella Rabinovich 949.228 952.244 אױף דער אַרבעט? באַגינען. פֿינצטער באַגינען. Chaim Bargman 952.244 953.9 איר געדענקט װיפֿל אומגעפֿער אַ זײגער? Bella Rabinovich 953.605 956.917 נו, אומגעפֿער אַ זײגער זעקס אין דער פֿרי געװיס. Chaim Bargman 956.917 958.77 און װען פֿלעגט איר זיך אומקערן אַהײם? Bella Rabinovich 958.77 959.819 פֿאַר נאַכט. Chaim Bargman 959.819 961.688 פֿאַר נאַכט, יע? Bella Rabinovich 961.688 963.216 פֿון פֿלוגפּלאַץ פֿאַר נאַכט. Chaim Bargman 962.999 966.458 און װאָס, eh, ah, אַ גאַנצן טאָג האָט איר עפּעס געגעסן? איר האָט געהאַט מיט זיך? Bella Rabinovich 966.458 969.065 מיר פֿלעגן ניט האָבן װאָס צום עסן. Bella Rabinovich 969.065 974.049 אַז מיר פֿלעגן האָבן װאָס אין שטוב צום עסן פֿלעגן מיר מיטנעמען; אַז ס'פֿלעגט ניט זײַן, פֿלעגט מען UNK Bella Rabinovich 974.049 976.213 זײַן הונגעריק אַ גאַנצן טאָג. Bella Rabinovich 976.213 979.885 אױפֿן עראָדראָם פֿלעגט מען געבן אַ מאָל הונדערט פֿופֿציק גראַם ברױט. Chaim Bargman 979.885 980.934 מיטאָג, יאָ? Bella Rabinovich 980.934 983.688 יע, נאָר איך פֿלעג די ברױט ניט אױפֿעסן, Bella Rabinovich 983.688 987.065 פֿלעג אַװעקטראָגן פֿאַר מײַן פֿאָטער. Chaim Bargman 987.065 991.36 eh, אײַך איז אױסגעקומען eh, צו, פֿון אַרבעטן אױף די גערטנער Chaim Bargman 991.36 993.393 װאָס ניט איז צוגנבֿענען בײַ די דײַטשן? Bella Rabinovich 993.393 996.639 נו, איך פֿלעג אַ מאָל נעמען דאָרטן אַז מע פֿלעגט קענען. Bella Rabinovich 996.639 998.573 אוגערקעס, בולװעס. Bella Rabinovich 998.573 1003.081 מע פֿלעגט אונדז לאָזן אַ מאָל, דער דײַטש, נעמען בולװעס, און אַז ער פֿלעגט װערן אין כּעס Bella Rabinovich 1003.081 1006.065 פֿלעגט ער ניט לאָזן אָט װאָס דאָס איז װערט נעמען. Chaim Bargman 1006.065 1009.278 און ah, דאָס איז גע- אײַך איז דאָס געלונגען אַרײַנטראָגן אין געטאָ? Bella Rabinovich 1009.278 1011.016 יע. Bella Rabinovich 1011.016 1013.639 איך בין געװען אַ דרײסטע זײער. Bella Rabinovich 1013.639 1016.688 איך בין ניט געװען װי איצטער. Chaim Bargman 1016.688 1021.049 eh, און eh, eh מי- פֿון װאָס האָט אײַער משפּחה געלעבט אין געטאָ? Bella Rabinovich 1021.049 1022.639 פֿון װאָס האָט מען געלעבט? Bella Rabinovich 1022.639 1028.032 פֿון דאָס װאָס מע פֿלעגט האָבן, אַ װאָס ניט איז אַ זאַך, װאָס מ'האָט געהאַט, פֿלעגט מען פֿאַרקױפֿן און, און לעבן. Chaim Bargman 1028.032 1031.622 איר געדענקט װי, איר, אַז איר זאָלט פֿאַרקױפֿן עפּעס אַ זאַך? Bella Rabinovich 1031.622 1035.048 איך פֿלעג ניט פֿאַרקױפֿן; מײַן עלטערער ברודער פֿלעגט דאָס פֿאַרקױפֿן. Chaim Bargman 1035.048 1037.31 װי פֿלעגט ער דאָס פֿאַרקױפֿן? Bella Rabinovich 1037.31 1038.638 בײַ די ליטװינער. Chaim Bargman 1038.638 1041.458 eh, װ- װוּ האָט ער געהאַט אַ קאָנטאַקט מיט די ליטװינער? Bella Rabinovich 1041.458 1045.179 ער האָט געאַרבעט אין דריטע COMPAGNIE בײַ די דײַטשן Bella Rabinovich 1045.179 1049.671 פֿלעגט ער זיך, eh, ב- eh אָפּבעטן בײַם דײַטש אַװעקגײן און פֿאַרקױפֿן װאָס מע פֿלעג דאַרפֿן. Chaim Bargman 1049.671 1051.76 און ער װעט, eh, ברענגען אין ג- געטאָ שפּײַז? Bella Rabinovich 1051.687 1052.917 יע. Chaim Bargman 1052.917 1054.556 אײַך האָט געקלעקט שפּײַז אין געטאָ? Bella Rabinovich 1054.556 1060.032 נו, ניט זײער. מע פֿלעגט די ערשטע צײַטן האָבן מיר געליטן הונגער. Bella Rabinovich 1060.032 1064.114 דערנאָך אַז מע פֿלעגט שױן װאָס ניט איז פֿאַרקױפֿן און ברענגען, פֿלעגט דאָס שױן זײַן Bella Rabinovich 1064.114 1067.638 האַלב הונגעריק. האַלב הונגעריק. Bella Rabinovich 1067.638 1069.884 איך האָב ניט אָפּגעגעסן װי מע דאַרף. Chaim Bargman 1069.884 1071.867 אי- אײַער משפּחה אין געטאָ Chaim Bargman 1071.867 1074.359 איר האָט געהאַט אײן צימער אין געטאָ? Bella Rabinovich 1074.359 1077.572 דאָרטן איז געװען, eh, צװײ צימערלעך קלײנינקע. Chaim Bargman 1077.572 1080.605 פֿאַר אַ- און װיפֿל פּערזאָן זײַט איר געװען אין די צװײ צימערלעך? Bella Rabinovich 1080.605 1083.671 eh eh, זײַנען מיר געװען מיר זעקס. Bella Rabinovich 1083.671 1087.13 און דערנאָך זײַנען געװען מײַנע בײדע קוזינעס נאָך, זאַלבע אַכט. Chaim Bargman 1087.13 1089.09 זאַלבע אַכט אין צװײ קלײנינקע צימער. Bella Rabinovich 1088.343 1091.558 יע, זאַלבע נײַנט, זאַלבע צענט, װער געדענקט דאָס? Chaim Bargman 1091.195 1093.917 און פֿון װאַנעט, eh, פֿלעגט איר נעמען, eh, װאַסער? Bella Rabinovich 1093.917 1096.982 װאַסער? eh, פֿלעגן, פֿלעגט זײַן אַ ברונעם. Chaim Bargman 1096.982 1098.46 eh, לעבן שטוב, יאַ? Bella Rabinovich 1098.048 1099.146 יאַ. Chaim Bargman 1099.146 1101.835 און װוּ איז געװען דער טואַלעט? Bella Rabinovich 1101.835 1105.113 דער טואַלעט איז געװען אין הױף אַזעלכענע געמאַכטע. Chaim Bargman 1105.113 1107.34 געמאַכטע בײַדלעך אַזעלכענע, יאָ? Bella Rabinovich 1106.917 1108.232 יע, יע. Chaim Bargman 1108.232 1110.441 איצטער דערצײלט מיר אַ ביסעלע Chaim Bargman 1110.441 1112.95 װעגן אײַער מאַנ'ס משפּחה. Bella Rabinovich 1112.95 1116.468 נו װאָס זאָל איך אײַך דערצײלן װעגן מײַן מאַנ'ס? קײנער איז ניט געבליבן פֿון זײ. Chaim Bargman 1116.344 1120.999 נײן, נײן, איך פֿאַרשטײ, אָבער פֿאַר דער מלחמה מיט װאָס האָט זיך פֿאַרנומען זײַן משפּחה? פֿון װאַנעט שטאַמט ער? Bella Rabinovich 1120.999 1124.327 ער איז געװען אין פּאַריז אַלײן, האָב איך דאָך אײַך געזאָגט. Bella Rabinovich 1124.327 1128.827 און דערנאָך איז ער געקומען דאָ צו פֿאָרן, און װײַטער Chaim Bargman 1127.999 1128.884 אין װעלכן יאָר? Bella Rabinovich 1128.884 1133.195 געדענק איך ניט, כ'װײס דאָס ניט. ער ער UNK (האָט) אַזױ דערצײלט. Bella Rabinovich 1133.195 1136.884 און דערנאָך איז ער צוריק אַװעקגעפֿאָרן UNK און אַז ס'האָט זיך אָנגעהױבן Bella Rabinovich 1136.884 1140.606 די קריג אין פֿראַנקרײַך דאָרטן, זײַנען זײ געקומען דאָ צו פֿאָרן אין ליטע. Bella Rabinovich 1140.606 1143.147 װײַלע די מאַמע זײַנע איז געװען פֿון ליטע. Bella Rabinovich 1143.147 1146.425 זי האָט דאָ געהאַט אַ שװעסטער מיט אַ ברודער. Bella Rabinovich 1146.425 1149.573 זײַנען זײ געקומען צו פֿאָרן, און זײ האָבן שױן געלעבט אין ליטע. Chaim Bargman 1148.917 1151.343 איז אײַער מאַן איז געװען ג- אַ געבילדעטער מענטש? Bella Rabinovich 1151.343 1153.95 נו, TAK SEBE. Bella Rabinovich 1153.95 1157.547 װײס ניט װאָס ער האָט געענדיקט, װען ער האָט געענדיקט, װאָס ער האָט געענדיקט װײס איך ניט. Chaim Bargman 1157.294 1160.507 און װאָס ער האָט געטאָן אין פּאַריז ש- האָט אײַך, eh, דער מאַן דערצײלט? Bella Rabinovich 1160.507 1161.98 װאָס ער האָט געטאָן? Chaim Bargman 1161.934 1162.327 יאָ. Bella Rabinovich 1161.98 1164.344 ער האָט געלערנט נאָך, ער איז דאָך געװען אַ יונגער. Chaim Bargman 1164.344 1165.88 eh װוּ ער האָט געלערנט אין Bella Rabinovich 1165.048 1169.818 און דערנאָך האָט ער זיך אױסגעלערנט אַ פֿאַך, אַ שװײסער איז ער געװען, איר װײסט דאָך אַזאַ Bella Rabinovich 1169.818 1171.884 ער פֿלעגט מיט ברילן אַזעלכענע Bella Rabinovich 1171.884 1174.999 ah, שװײסן אַזעלכענע זאַכן; ער פֿלעגט פֿאַרדינען זײער אַ סך. Chaim Bargman 1174.999 1177.704 אַ ש- eh װאָ- מעטאַל פֿלעגט ער שװײסן? Bella Rabinovich 1176.759 1177.429 יאַ. Chaim Bargman 1177.704 1179.704 אַהאַ. און דאָס איז געװען זײַן פֿאַך. Bella Rabinovich 1179.704 1181.95 דאָס איז געװען זײַן פֿאַך. Chaim Bargman 1181.95 1182.687 און אַז Bella Rabinovich 1182.687 1186.917 איך װיל זיך ניט רימען; ער איז געװען זײער אַ גוטער מענטש און זײער אַ שײנער. Chaim Bargman 1186.917 1188.737 װוּ האָט איר זיך באַקאַנט מיט אײַער מאַן? Bella Rabinovich 1188.737 1189.983 אין געטאָ. Chaim Bargman 1189.983 1190.704 אין געטאָ? Bella Rabinovich 1190.704 1191.262 mhm. Chaim Bargman 1191.262 1193.606 און eh, און אין געטאָ Bella Rabinovich 1193.606 1198.753 נו, איך האָב דעם, אין געטאָ האָב איך חתונה געהאַט; איך האָב ניט געװעלט חתונה האָבן, נאָר מײַן אָנקל זאָגט Bella Rabinovich 1198.753 1202.917 "װאָס װעסטו" זאָגט ער; ער האָט דאָך ניט פֿאַרשטאַנען אַז מיר װעלן אומקומען, אַז Bella Rabinovich 1202.917 1206.671 אַז ס'װעט זײַן אַזױ אַז מיר דאַרפֿן אומקומען אַז ס'װעט קײן זאַך ניט זײַן, Bella Rabinovich 1206.671 1209.425 זאָגט ער "נאָך די קריג װעסטו זײַן אַן אָרעמע Bella Rabinovich 1209.425 1214.589 און װוּ װעסטו אַזױ גיך חתונה האָבן, און דאָ אַזאַ מין יונג, אַזאַ מין שײנער, אַזאַ מין גוטער" זאָגט ער. Bella Rabinovich 1214.589 1218.36 "האָב חתונה שױן, װאָס פֿאַר אַ אונטערשײד, געטאָ, ניט געטאָ." Bella Rabinovich 1218.36 1220.23 האָב איך דאַן חתונה געהאַט. Chaim Bargman 1219.425 1222.097 אין װי איז, װי האָט אױסגעזען די חתונה אין געטאָ? Bella Rabinovich 1222.097 1230.325 די חתונה אין געטאָ? נו, מיר האָבן אַזױ קײן זאַך ניט געמאַכט. נאָר פֿאַר אײגענע; מיטאָג און ערלײדיקט, אַװעק זיך אָפּגעשריבן, אין געטאָ געװען װוּ זיך אָפּצושרײַבן Chaim Bargman 1230.08 1231.57 װוּ, װוּ האָט איר זי- Bella Rabinovich 1230.589 1233.409 אין אַ קאָמיטעט, אין קאָמיטעט איז דאָס געװען אַזאַ מין Chaim Bargman 1233.409 1236.196 איר געדענקט ד- דעם טאָג פֿון אײַער אָפּשרײַבן זיך? Bella Rabinovich 1236.196 1239.786 איך האָב שױן פֿאַרגעסן; spn פֿרעגט דאָס ניט! Chaim Bargman 1239.786 1243.654 יאָ, װי איר, איר, װי איר האָט געגאַנגען, װי איר זײַט געגאַנגען אין קאָמיטעט געדענקט איר? Bella Rabinovich 1243.654 1246.245 דאָס געדענק איך, אָבער דעם טאָג געדענק איך ניט. Chaim Bargman 1246.245 1248.294 אַהאַ. און, און װער האָט אײַך אָפּגעשריבן? Bella Rabinovich 1248.294 1253.223 נו? ספּעציעל איז דאָרטן געװען אַזעלכענע מענטשן װאָס זײ האָבן זיך פֿאַרנומען מיט דעם אין קאָװנע. Chaim Bargman 1252.409 1254.261 מ'האָט אײַך װאָס ניט איז געזאָגט בײַ דעם? Bella Rabinovich 1254.261 1255.572 נו, (טאָ) פֿאַרשטײט זיך. Chaim Bargman 1255.572 1257.441 און אַ צעטל האָט מען אײַך געגעבן? Bella Rabinovich 1257.441 1260.228 קײנע צעטעלע ניט; מ'האָט אָפּגעשריבן און ערלײדיקט. Chaim Bargman 1260.228 1262.07 און איר זײַט געװאָרן eh מאַן און פֿרױ. Bella Rabinovich 1261.867 1265.13 יע, און עס איז, eh, געװען עדות. Bella Rabinovich 1265.13 1269.572 עדות פֿון זײַן זײַט, עדות פֿון מײַן זײַט. פֿון מײַן זײַט איז געװען מײַן מאַמע'ס אַ Bella Rabinovich 1269.572 1276.113 אַ פֿרײַנט; ער איז שױן ניטאָ אױף דער װעלט. ער איז געגאַנגען פֿאַר מיר פֿאַר אַן עדות, און פֿאַר אים געדענק איך ניט װער ס'איז געגאַנגען. Chaim Bargman 1276.113 1278.327 אײַער מאַן האָט געהאַט אױכעט אַ משפּחה אין געטאָ? Bella Rabinovich 1278.327 1281.655 נו, אַ פֿאָטער מיט אַ מוטער מיט אַ שװעסטער. Chaim Bargman 1281.655 1285.278 און, eh, אָבער נאָך דער חתונה איז אײַער מאַן אַװעק לעבן צו אײַך? Bella Rabinovich 1285.278 1287.671 נו, (טאָ) פֿאַרשטײט זיך. Bella Rabinovich 1287.671 1292.098 ער איז די גאַנצע צײַט געװען מיט מיר ביז װאַנעט מיר זײַנען געקומען אין STUTTHOF. Chaim Bargman 1292.098 1293.314 ah דאַן האָט Bella Rabinovich 1292.57 1297.835 אין STUTTHOF האָט מען אונדז אָפּגעשײדט, און פֿון דאַן אָן האָב איך אים שױן מער קײן מאָל ניט געזען. Chaim Bargman 1297.835 1299.3 איז, eh, ah Bella Rabinovich 1298.638 1301.917 אײן מאָל האָט ער שױן דאָרטן UNK דאָרטן UNK שױן פֿונאַנדערגעשײדט. Chaim Bargman 1301.917 1307.868 איז, eh, דערצײלט eh, דערצײלט אַ ביסל װי ס'איז געגאַנגען אײַער לעבן אין אַלגעמײן, ד- מיט דער משפּחה? Bella Rabinovich 1307.868 1309.15 מיט װעלכע משפּחה? Chaim Bargman 1308.786 1312.53 מי- אַ- איר אָ- דער מאַן, דער טאַטע, די מוטער, דער ברודער? Bella Rabinovich 1311.753 1319.015 נו oh, טאָ װאָס קען, װאָס האָ- װאָס האָט אונדז געקענט גײן, נו װאָס האָט געקענט גײן אַז מ'האָט געלעבט אין אַזעלכענע צרות? Bella Rabinovich 1319.015 1322.146 סע פֿלעגט זײַן פֿינצטער און ביטער. Bella Rabinovich 1322.146 1325.769 מיר זײַנען געקומען אין, eh, אין, דאָס איז STUTTHOF, איז אַרױס אַ באַ- Bella Rabinovich 1325.769 1329.917 אַ ZAKON אַז די פֿרױען זאָלן זײַן באַזונדער און די מענער באַזונדער. Bella Rabinovich 1329.917 1333.72 און פֿון דאַן האָט מען אים צומ- אָ- צוגענומען, און מער האָב איך אים שױן ניט געזען. Chaim Bargman 1333.72 1337.67 יאָ, אָבער, eh, און אין געטאָ, אין געטאָ פֿלעגט אײַער מאַן אַרבעטן װאָס ניט איז? Bella Rabinovich 1337.507 1338.95 ער האָט געאַרבעט. Bella Rabinovich 1338.95 1346.13 ער האָט געאַרבעט בײַ די דײַטשן. קײן געלט פֿלעגט ער דאָרט, פֿלעגט מען דאָך ניט צאָלן. מע פֿלעגט דאָך אונדז קײן געלט ניט צאָלן; מיר זײַנען דאָך געװען העפֿטלינגער. Bella Rabinovich 1346.13 1348.966 מע פֿלעגט גײן מיט די לאַטעס אױפֿן רוקן. Chaim Bargman 1348.966 1353.01 אַנ- אַז איר האָט חתונה געהאַט, eh, פֿלעגט איר װײַטער אױך גײן אַרבעטן אױפֿן אַעראָדראָם? Bella Rabinovich 1352.917 1354.097 די גאַנצע צײַט. Chaim Bargman 1354.097 1354.97 און eh Bella Rabinovich 1354.884 1358.49 (אַז אײנע-) מע פֿלעגט ניט גײן אַרבעטן פֿלעגט מען אַרײַנזעצן אין קאַרצער. Chaim Bargman 1358.49 1359.229 אין געטאָ. Bella Rabinovich 1359.229 1360.442 יאַ. Chaim Bargman 1360.442 1364.323 און זאָגט מיר, אַרבעטן האָט מען געדאַרפֿט גײן יעדער טאָג צי יעדן צװײטן טאָג? Bella Rabinovich 1363.868 1366.081 יעדן טאָג, יעדן טאָג. Chaim Bargman 1365.868 1367.081 און זונטיק? Bella Rabinovich 1367.081 1368.901 נו, זונטיק ניט. Chaim Bargman 1368.901 1370.646 זונטיק פֿלעגט מען ניט גײן אַרבעטן. Bella Rabinovich 1370.426 1371.409 נײן. Chaim Bargman 1371.409 1372.393 זעקס Bella Rabinovich 1371.67 1374.42 UNK זעקס טעג פֿלעגט מען אַרבעט(נ). Chaim Bargman 1374.229 1376.12 זונטיק איז געװען אַ, אַ Bella Rabinovich 1375.655 1378.21 יע, שבת ניט, שבת מ'האָט געאַרבעט. Chaim Bargman 1377.664 1378.901 שבת פֿלעגט מען אַרבעטן. Bella Rabinovich 1378.901 1382.69 יע. מ'האָט געאַרבעט אַ גאַנצע Chaim Bargman 1382.032 1384.409 איר געדענקט, אײַער (קאָלאָנע) איז געװען אַ גרױסע Chaim Bargman 1384.409 1386.612 װאָס זי פֿלעג גײן אַרבעטן אױפֿן אַעראָדראָם? Bella Rabinovich 1386.491 1390.081 זײער אַ גרױסע; זײער אַ סך מענטשן. Bella Rabinovich 1390.081 1393.851 מערסטן טײל זײַנען געגאַנגען אױפֿן אַעראָדראָם. Bella Rabinovich 1393.851 1399.523 װער ס'האָט ניט געהאַט קײן באַקאַנטשאַפֿט איז געגאַנגען אױפֿן אַעראָדראָם; װער עס געהאַט באַקאַנטשאַפֿט איז געגאַנגען אין בריגאַדעס. Chaim Bargman 1399.523 1401.786 אײַער מאַן איז נישט געגאַנגען אױפֿן אַעראָדראָם. Bella Rabinovich 1401.786 1402.736 נײן. Chaim Bargman 1402.736 1403.406 װוּ האָט Bella Rabinovich 1402.89 1405.245 UNK ער האָט גע- ער האָט געהאַט אַזאַ פֿאַך. Bella Rabinovich 1405.245 1411.586 און די דײַטשן זײַנען געקומען און זײ האָבן געפֿרעגט װער עס, eh, װער עס קען אַזאַ פֿאַך האָבן זײ אים גענומען אַרבעטן. Chaim Bargman 1411.586 1412.556 איז, eh, װוּ האָט געאַר- Bella Rabinovich 1412.16 1417.257 פֿון, ער האָט געאַרבעט אין דריטער COMPAGNIE מיט מײַן עלטערן ברודער; פֿון דאַן האָב איך זיך דאָרט באַקאַנט מיט אים. Chaim Bargman 1417.081 1418.048 דורכן ברודער. Bella Rabinovich 1418.048 1418.687 יאַ. Chaim Bargman 1418.687 1420.736 דער, דער ברודער האָט אײַך באַ- באַקאַנט געמאַכט? Bella Rabinovich 1420.736 1422.523 ער האָט אים געבראַכט בײַ אונדז אין שטוב. Bella Rabinovich 1422.523 1424.327 ער איז געקומען צו אים װי אַ חבֿר. Chaim Bargman 1424.327 1424.933 אַהאַ. Bella Rabinovich 1424.933 1425.72 נו. Chaim Bargman 1425.72 1428.04 און אַזױ האָט איר זיך באַקאַנט מיט אײַער צוקונפֿטיקן מאַן. Bella Rabinovich 1427.556 1428.901 יאַ, יאַ. Chaim Bargman 1428.901 1431.336 װאָס זײַן פֿאַמיליע־נאָמען איז געװען ראַבינאָװיטש. Bella Rabinovich 1430.672 1432.18 יאַ. Bella Rabinovich 1432.18 1434.934 געװען זײער אַ גוטער מענטש, הלװאַי װאָלט ער געלעבט. Chaim Bargman 1434.934 1438.917 װאָס, eh, װאָס האָבן זײ געט- װאָס האָבן זײ געטאָן אין דער בריגאַדע? Bella Rabinovich 1438.917 1441.71 אין בריגאַדע האָבן זײ געאַרבעט בײַ זײער פֿאַך. Bella Rabinovich 1441.71 1443.261 בײַ זײער פֿאַך. Bella Rabinovich 1443.261 1446.212 ס'איז געװען צװײטע COMPAGNIE, דריטע COMPAGNIE. Bella Rabinovich 1446.212 1451.212 מײַן ברודער איז געװען אַ סטאָליער; האָט ער געאַרבעט אין צװײ- אין דריטע COMPAGNIE פֿאַר אַ סטאָליער. Bella Rabinovich 1451.212 1454.966 מײַן ייִנגערער ברודער װאָס איז אומגעקומען, ער האָט געאַרבעט פֿאַר אַ Bella Rabinovich 1454.966 1458.343 אױכעט אין, eh, צװײטע COMPAGNIE, אױך פֿאַר אַ סטאָליער. Bella Rabinovich 1458.343 1460.049 זײ פֿלעגן קומען די דײַטשן און Bella Rabinovich 1460.049 1463.95 פֿרעגן װער ס'איז אַ טישלער, װער ס'איז אַזאַ מין פֿאַך, אַזאַ מין פֿאַך. Bella Rabinovich 1463.95 1466.967 פֿלעגט מען פֿרעגן און זײ אַװעקגענומען אַרבעטן. Chaim Bargman 1466.967 1470.11 אַהאַ. און ah, זײ פֿלעגן אַרבעטן פֿאַר די דײַטשן אין די קאָמפּאַניעס? Bella Rabinovich 1469.934 1473.639 יע, קײן געלט פֿלעגן זײ דערפֿאַר ניט קריגן, קײנע געלט ניט. Bella Rabinovich 1473.639 1477.803 װײַלע קײן געלט האָט מען דאָך אונדז ניט געצאָלט, מיר זײַנען דאָך געװען העפֿטלינגער. Bella Rabinovich 1477.803 1479.983 װאָסערע געלט, װעלכע געלט? Chaim Bargman 1479.983 1482.475 אָבער, eh, דאָרטן בײַ דער אַרבעט Chaim Bargman 1482.475 1484.311 פֿלעגן זײ עפּעס בײַטן זאַכן. Bella Rabinovich 1484.311 1491.556 נו, זײ פֿלעגן בעטן זײ- װי מע- אַז אַרבעטן װי פֿלעגט מען זיך שױן אײַנלעבן מיט די דײַטשן, פֿלעגט מען שױן װערן Bella Rabinovich 1491.556 1494.868 GUT BRUDER, פֿלעגט מען שױן, פֿלעגן זײ דאָס אַרױסלאָזן. Bella Rabinovich 1494.868 1500.802 אָבער אָנזאָגן אַז, זײ זאָלן נאָר ניט זאָגן אַז ער האָט אַרױסגעלאָזן, אַז מ'האָט ניט געזען װי ער איז אַרױס Bella Rabinovich 1500.802 1502.064 איר פֿאַרשטײט? Chaim Bargman 1502.064 1503.963 אַז, אַז טאָמער װאָס, eh Bella Rabinovich 1503.754 1504.852 זאָל מען ניט זאָגן. Chaim Bargman 1504.852 1506.594 זאָל דער דײַטש זײַן אומשולדיק. Bella Rabinovich 1506.393 1509.754 ער זאָל ניט זײַן אומשולדיק, װײַל אַז ניט װעט מען דאָך אים אָפּשיסן. Chaim Bargman 1509.754 1510.333 mhm. Bella Rabinovich 1510.333 1512.29 נו, אָט אַזױ איז דאָס געװען Chaim Bargman 1511.469 1516.137 אָבער, eh, סײַ דעם ברודער סײַ דער מאַן, זײ זײַנען ניט דורכגעפֿאַלן בײַ, בײַ דעם זאַך. Bella Rabinovich 1515.835 1519.557 נײן, נײן. נישט (געװען) UNK דורכפֿאַלן בײַ די זאַך. Bella Rabinovich 1519.557 1523.589 איך אַלײן פֿלעג אַנטלױפֿן פֿון לאַגער, און איך בין געבליבן לעבן. Chaim Bargman 1523.589 1526.888 eh, אָבער פֿון געטאָ, פֿון אַעראָדראָם פֿלעגט איר נישט לױפֿן? Bella Rabinovich 1526.888 1528.507 נײן. גאָר ניט. Bella Rabinovich 1528.507 1534.196 מיר זײַנען שױן געקו- אַװ- אַרױ- אַז מע האָט אונדז שױן אַװעקגעפֿירט פֿון געטאָ, און איך בין געװען שױן אין דײַטשלאַנד. Chaim Bargman 1534.196 1535.87 אַ דאַן פֿלעגט איר לױפֿן, יאָ? Bella Rabinovich 1535.409 1540.425 דאַן, איך בין שױן געװען אין דײַטשלאַנד, האָט מען אונדז געבראַכט צו פֿירן, איז נאָר געװען Bella Rabinovich 1540.425 1544.819 און מע פֿלעגט זיך נאָר זען הימל און װאַסער, װאַסער און הימל. Bella Rabinovich 1544.819 1549.344 און פֿון װײַטן פֿלעגט מען זיך זען אַ פּאָר שטיבלעך, עטלעכע שטיבלעך. Bella Rabinovich 1549.344 1556.983 און איך בין שױן געװען דאָרטן בײַ די, אין די, אין לאַגער, און מ'איז געװען זײער הונגעריק װײַלע װאָס צו געבן עסן האָבן זײ ניט געהאַט Bella Rabinovich 1556.983 1563.48 פֿלעגן זײ געבן אײן בולװע אַ טאָג צװײ בולװעס אַ טאָג, קען מען לעבן מיט UNK איך בין דאַן דאָך געװען אַ יונגע; כ'האָב נאָר געװעלט עסן Chaim Bargman 1563.48 1564.852 mhm. Bella Rabinovich 1564.852 1571.573 פֿלעג, האָב איך אײן מאָל געקוקט, געקוקט, געקוקט, טראַכט איך װי ס'װעט זײַן װעט זײַן; איכ'ל אָפּריזיקירן און אַװעקגײן אין שטעטל. Bella Rabinovich 1571.573 1573.003 אָדער לעבן אָדער טױט. Chaim Bargman 1572.901 1574.114 דאָס איז שױן זײַענדיק אין לאַגער? Bella Rabinovich 1574.114 1574.606 יאַ. Chaim Bargman 1574.606 1577.376 דאָס װעט איר דערצײלן נאָך דעם. איצטער דערצײלט אַ ביסל Chaim Bargman 1577.376 1582.245 װי ס'האָט אױסגעזען, װי געדענקט איר, איר געדענקט װי מ- אײַערע עלטערן האָט מען אַװעקגעפֿירט אין עסטאָניע Bella Rabinovich 1582.245 1588.409 נו, איז דאָס געדענק איך, אָבער װאָס דאָרטן איז געװען מיט זײ, װען ס'איז געװען מיט זײ װײס איך ניט װײַלע איך װײס דאָס װאָס מע האָט מיר דערצײלט. Chaim Bargman 1588.409 1591.702 יאָ אָבער, װי איר, איר האָט זיך געזעגנט מיט זײ געדענקט איר? Bella Rabinovich 1590.835 1593.245 געזעגנט. דאָס געדענק איך. Chaim Bargman 1593.245 1598.444 אײַערע עלטערן און אײַערע שװעסטער האָבן געװוּסט פֿון פֿאָרױס אַז מע װעט זײַ אַרױספֿירן אין עסטאָניע? Bella Rabinovich 1598.195 1602.1 מ'האָט געװוּסט; מ'האָט דאָך eh פֿון דער, פֿון קאָמיטעט געזאָגט, געגעבן די Chaim Bargman 1601.392 1604.16 מיט װיפֿל טעג אומגעפֿער פֿריִער האָט איר געװוּסט אַז איר װע- Bella Rabinovich 1602.999 1607.671 נו, מיט אַ, מיט אַ טאָג, מיט אַ ט- מיט אַ פּאָר שעה פֿריִער, מיט דרײַ שעה פֿריִער. Chaim Bargman 1607.671 1609.54 האָט מען געזאָגט אַז, eh Bella Rabinovich 1609.54 1615.802 יע, אַז מע זאָל זיך צונױפֿנעמען און מע פֿירט אַװעק. מע האָט זײ ניט געזאָגט אַװוּ מע פֿירט, אַז מע פֿירט דאָס אַרױס אױף דער אַרבעט. Chaim Bargman 1612.425 1612.772 או- Chaim Bargman 1615.802 1617.607 אין אַן אַנדער אָר- אין אַן אַנדער געגנט. Bella Rabinovich 1617.349 1618.153 יע. Chaim Bargman 1618.153 1621.622 אָבער אי- איר האָט געװוּסט אַז מע פֿירט אין עסטאָניע, אַז מע פֿירט אין עסטלאַנד? Bella Rabinovich 1621.622 1622.393 נײן. Chaim Bargman 1622.393 1623.606 נײן, איר גע- איר האָט Chaim Bargman 1623.606 1625.688 איר האָט געװוּסט נאָר אַז מע פֿירט זײ אַרױס פֿון געטאָ. Bella Rabinovich 1625.688 1627.569 יע. מער קײן זאַך ניט. Chaim Bargman 1627.376 1631.456 און אַז איר מיטן בל- אַז איר מיטן מאַן בלײַבט איבער אין, אין געטאָ. Bella Rabinovich 1630.819 1633.753 יע. איך האָב געװאָלט פֿאָרן מיט די עלטערן. Bella Rabinovich 1633.753 1636.639 אָ- האָבן, האָבן זײ מיר ניט געלאָזן. Chaim Bargman 1636.639 1637.868 װער, די עלטערן? Bella Rabinovich 1637.868 1638.737 יע. Chaim Bargman 1638.737 1640.99 זײ האָבן אײַך איבערגע- איבערגעלאָזן מיטן Bella Rabinovich 1640.262 1643.54 איך האָב געװעלט איבערלאָזן דעם מאַן און פֿאָרן מיט די עלטערן. Bella Rabinovich 1643.54 1646.18 כ'האָב זײער פֿיל געװײנט, זײער Bella Rabinovich 1646.18 1650.999 איך רײד, עס קאָסט מיר געזונט, איך קען ניט רײדן קײן סך. Chaim Bargman 1650.999 1652.49 יאָ, איר Bella Rabinovich 1652.213 1656.95 מײַנע עלטערן האָבן מיר ניט געלאָזן פֿאָר- זײ האָבן געזאָגט "דו האָסט אַ מאַן און בלײַב מיט דײַן מאַן." Chaim Bargman 1656.95 1657.97 און eh, זע- Bella Rabinovich 1657.622 1659.376 ער האָט זײ, ער האָט זײ דאָס געבעטן. Chaim Bargman 1659.376 1661.5 דער מאַן האָט דאָס געבעטן, אַז, eh, זײ Bella Rabinovich 1661.343 1663.065 אַז זײ זאָלן מיר ניט נעמען. Chaim Bargman 1663.065 1666.015 אַהאַ, און און זײ זײַנען אײַנגעגאַנגען אױף דעם Bella Rabinovich 1666.015 1671.622 נו פֿאַרשטײט, אַז טאַטע־מאַמע, װאָס טוען ניט פֿאַר קינדער? Chaim Bargman 1671.622 1677.966 און ah, eh, װיפֿל, װיפֿל אײַער משפּחה־מיטגלידער זײַנען (אַװעקגעפֿאָרן) די טאַטע, די מאַמע, די ייִנגערע שװעסטער? Bella Rabinovich 1677.966 1682.147 זײַנען די ייִנגערע שװעסטער מיטן טאַטן מיט די מאַמען זײַנען אַװעקגעפֿאָרן צוזאַמען. Chaim Bargman 1682.147 1684.33 צוזאַמען אין, eh, אין עסטלאַנד. Bella Rabinovich 1684.18 1686.684 נו, איך האָב ניט געװוּסט צו דאָס, אױף עסטלאַנד צו (װוּ) Chaim Bargman 1686.213 1688.14 יע. דערנאָך האָט איר זיך eh ד- Bella Rabinovich 1687.392 1689.77 דערנאָך האָב איך זיך דערװוּסט. Chaim Bargman 1689.77 1693.294 יאָ, און, און איר איז, און מער האָט איר זײ שױן קײן מאָל נישט געזען. Bella Rabinovich 1693.294 1695.294 נײן. Bella Rabinovich 1695.294 1698.409 דרײַ טעג פֿאַר די באַפֿרײַונג האָט מען זײ פֿאַרברענט. Chaim Bargman 1698.409 1701.261 ah, איר האָט דאָס, eh, איר האָט זיך דער- דערװוּסט eh Bella Rabinovich 1701.261 1705.13 פֿון אַ קוזין. ער איז איצטער אין ארץ־ישׂראל. איך װײס ניט צו ער לעבט צו ער לעבט ניט. Bella Rabinovich 1705.13 1708.064 אַ געװעזענער קוזין; די קוזינע איז שױן אומגעקומען אין Chaim Bargman 1708.064 1709.72 דאָס איז אַ קוזינע'ס מאַן געװען, יע? Bella Rabinovich 1709.474 1711.917 יע, אין לאַגער האָט מען איר פֿאַרברענט, די קוזינע. Bella Rabinovich 1711.917 1713.245 אין, eh אין STUTTHOF. Chaim Bargman 1713.245 1717.967 אַהאַ. און eh און ער איז געבליבן אין eh, און דער קוזינע'ס מאַן איז געבליבן אין עסטלאַנד? Bella Rabinovich 1717.967 1719.29 נײן. ער Chaim Bargman 1718.819 1721.864 פֿון װאַנעט האָט ער געװוּסט װעגן דעם גורל פֿון אײַער משפּחה? Bella Rabinovich 1721.754 1727.113 פֿון װאַנעט האָט ער געװוּסט? װײַלע ער איז געװען צוזאַמען מיט מײַן, מיט מײַן ברודער אין אײן לאַגער. Chaim Bargman 1727.113 1729.08 אין װוּ, אין, eh, אין װאָס פֿאַר אַ לאַגער? Bella Rabinovich 1728.622 1729.605 אין דאַכאַו. Chaim Bargman 1729.605 1731.048 און ער איז געבליבן לעבן? Bella Rabinovich 1731.048 1732.54 יע. Chaim Bargman 1732.54 1735.933 ah. איצטער, eh, איר געדענקט דעם טאָג Chaim Bargman 1735.933 1739.933 װי מ'האָט אײַך פֿון קאָװנער געטאָ אַװעקגעפֿירט אין STUTTHOF? Bella Rabinovich 1739.933 1742.966 איך געדענק ניט דעם טאָג אָבער מ'האָט אונדז אַװעקגעפֿירט. Bella Rabinovich 1742.966 1745.032 דאָס איז שױן געװען אין Bella Rabinovich 1745.032 1747.196 ס'איז שױן געװען װאַרעם.