Chaim Bargman 0.53 2.291 TYSYACHA DEVYAT'SOT Chaim Bargman 2.291 4.477 DEVYANOSTO SHESTOGO GODA. Chaim Bargman 4.992 7.142 BELLA RABINOVICH. Chaim Bargman 7.5 9.435 KAUNAS, LITVA. Chaim Bargman 13.105 16.192 דערצײלט איצטער װעגן טאָג, װעגן דעם טאָג Chaim Bargman 16.192 19.396 װי מע האָט אײַך אַרױסגעפֿירט פֿון קאָװנער געטאָ קײן STUTTHOF. Bella Rabinovich 19.21 22.403 נו, זײ האָבן אונדז אַרױסגע-, מ'האָט אונדז געפֿירט Bella Rabinovich 22.403 24.63 אױף, מיט BATn אַזעלכענע Bella Rabinovich 24.63 25.806 װוּ מע פֿירט... Chaim Bargman 25.034 27.091 נײן, אָבער פֿון קאָװנע האָט מען אײַך געפֿ- Bella Rabinovich 26.508 30.297 נו פֿון קאָװנע האָט מען דאָס אונדז געפֿירט אױף אַז- מיט אַזעלכענע, מיט אַ שיף. Chaim Bargman 30.297 32.928 אין קאָװנער האַפֿן האָט מען אײַך אַרײַנגעזעצט אױף אַ ש- Bella Rabinovich 31.929 34.753 יע, מ'האָט אונדז געפֿירט אױף אַ שיף Bella Rabinovich 34.753 39.297 אױפֿן װאַסער, און מיר האָבן געמײנט אַז מע פֿירט אונדז שױן דערטרינקען. Bella Rabinovich 39.297 43.67 נו, זײ האָבן אונדז געפֿירט און געפֿירט, אפֿשר אַ, מער אױף אַ (װאָך) אַזאַ Chaim Bargman 43.157 45.051 דאָס איז פֿון קאָװנע האָט מען אײַך גענומען פֿירן. Bella Rabinovich 44.5 48.437 יע, יע, האָט מען אונדז געפֿירט אױפֿן נעמען. Chaim Bargman 45.367 46.174 דורכן NEMAN. Bella Rabinovich 48.437 50.543 מיט אַזעלכענע BATn Bella Rabinovich 50.543 52.771 האָבן זײ אונדז געפֿירט און געפֿירט Bella Rabinovich 52.771 56.227 איז נאָר געװען מיט מיר מײַן מאַן און מײַן ברודער. Bella Rabinovich 56.227 58.771 פֿלעג איך אַלץ זאָגן זײ "(אָט) פֿירן אונדז דערטרינקען. Bella Rabinovich 58.771 62.613 װער עס, װער עס קען ניט שװימען, װער ס'װעט זיך קענען ראַטעװען Bella Rabinovich 62.613 65.858 װעט מען זיך ראַטעװען." אַזױ האָבן, פֿלעגן מיר רײדן צװישן זיך. Bella Rabinovich 65.858 71.998 אָבער ס'איז אַרױסגעקומען אַז זײ האָבן ניט געפֿירט דערטרינקען, נאָר זײ האָבן געבראַכט צו פֿירן אין STUTTHOF. Bella Rabinovich 71.998 76.279 זײ האָבן געבראַכט צו פֿירן אין STUTTHOF. װעלכער טאָג דאָס איז געװען געדענק איך ניט. Bella Rabinovich 76.279 79.297 האָט מען אונדז געבראַכט צו פֿירן אין STUTTHOF Bella Rabinovich 79.297 82.63 אַזױ װי הײַנט געדענק איך. UNK מיר זײַנען אַרײַן אין STUTTHOF Bella Rabinovich 82.63 84.577 אױ װײ מיר ניט Bella Rabinovich 84.577 89.367 קרוּװעס (שיִער) זײַנען געלעגן װוּ זײ פֿאַרברענען מענטשן. זאָגן מיר "נו אָט דאָ Bella Rabinovich 89.367 93.472 ז- דאָ װעט מען אונדז שױן ריכטיק אומברענגען; דאָ װעלן מיר שױן ניט לעבן." Chaim Bargman 93.472 95.438 איר זײַט געװען דערנאָך מיטן מאַן צוזאַמען? Bella Rabinovich 95.28 96.49 יע. Bella Rabinovich 96.49 98.595 מיטן ברודער און מיטן מאַן. Bella Rabinovich 98.595 104.157 זאָג איך "דאָ װעלן מיר שױן ניט לעבן; פֿון דאַנעט לעבעדיקע װעלן מיר שױן ניט אַרױסגײן; גיט אַ קוק װאָס דאָ טוט זיך." Bella Rabinovich 104.157 107.543 און, און מיר זײַנען אַרײַן אין געטאָ, דאָרטן אין STUTTHOFF Bella Rabinovich 107.543 111.613 איז געװען eh KREMATORIUMen װוּ זײ פֿלעגן פֿאַרברענען די מענטשן Bella Rabinovich 111.613 115.192 און זײַנען געװען מענטשן, זאָגן זײ "װאָס האָט איר זיך געלאָזן דאָ קומען; מע- Bella Rabinovich 115.192 119.35 מע, מע קומ- מע קומט אָט דאָ אום; מע פֿאַרברענט אָדער, זאָגן מיר ס'איז שױן פֿאַרפֿאַלן. Bella Rabinovich 119.35 122.209 װי ז- װי גאָט װעט שױן געבן אַזױ װעט שױן זײַן." Bella Rabinovich 122.209 126.174 מיר זײַנען נאָך געװען אין STUTTHOF אַ קורצע צײַט. דערנאָך איז אַרױס אַ פּריקאַז, Chaim Bargman 126.174 126.929 אַ באַפֿעל? Bella Rabinovich 126.929 130.484 אַ באַפֿעל אַז פֿרױען באַזונדער און מענער באַזונדער Bella Rabinovich 130.484 133.56 האָבן מיר צוגענומען דאַן מײַן מאַן און מײַן ברודער Bella Rabinovich 133.56 135.753 און איך בין שױן געבליבן אײנער אַלײן. Bella Rabinovich 135.753 140.315 און פֿון דאַ- פֿון דאַמאָלסט אָן האָב איך אים אײן מאָל געזען נאָר דורך די PROVOLKes Chaim Bargman 140.315 141.98 דורך די דראָ- דורך די שטעכל Bella Rabinovich 140.397 142.894 איך בין אַראָ- דו- דו- דורך די שטעכל־דראָטן. Bella Rabinovich 142.894 148.368 איך בין געגאַנגען עפּעס װאָס ניט איז נעמען; איך גיב אַ קוק: מײַן מאַן גײט, האָב איך אָנגעהױבן שרײַען Bella Rabinovich 148.368 151.999 און ער האָט אָנגעהױבן לױפֿן צום צאַם און איך צום צאַם Bella Rabinovich 151.999 154.719 און דער דײַטש האָט אױסגעשטעקט דעם Bella Rabinovich 154.719 158.526 דעם ביקס און האָט אונדז געהײסן אַװעקגײן אײנער פֿון דעם אַנדערן, און מיר זײַנען אַװעק. Chaim Bargman 158.526 161.017 און דעם ברודער האָט איר שױן אים UNK מער קײן מאָל ניט. Bella Rabinovich 160.452 163.455 נײן, נײן. קײן מאָל ניט. UNK קײן מאָל. Bella Rabinovich 163.455 168.525 און דעם מאַן ניט. Chaim Bargman 168.525 172.543 און eh, דערצײלט אַ ביסל װי ס'איז, די ערשטע טעג אין STUTTHOF. Bella Rabinovich 172.543 174.631 נו װאָס, מע האָט געליטן הונגער. Bella Rabinovich 174.631 176.718 קײן עסן האָט מען דאָך ניט געגעבן. Bella Rabinovich 176.718 179.56 זײ פֿלעגן געבן עסן, האָבן זײ געגעבן אַזעלכענע Bella Rabinovich 179.56 183.49 גראָז, װאָס עס פֿלעגט פֿון די גראָז אָנהײבן װײ טאָן די בױך. Bella Rabinovich 183.49 185.788 איך האָב אױפֿגעגעסן; איך האָב ניט געװוּסט. Bella Rabinovich 185.788 188.245 כ'האָב געװעלט עסן; האָב איך אױפֿגעגעסן. Bella Rabinovich 188.245 194.104 איז ער, איר זאָלט מיר טױזנטער מאָל אַנטשולדיקן, האָט מיר געכאַפּט אַ PONOS, כ'האָב געמײנט איך קום אום, איך שטאַרב שױן גאָר אַװעק. Bella Rabinovich 194.104 199.771 אָבער פֿלעג איך שױן מער ניט נעמען דאָס דעם עסן; איך פֿלעג נאָר נעמען די שטיקל ברױט, מער קײן זאַך ניט. Bella Rabinovich 199.771 203.227 פֿון STUTTHOF פֿלעג איך אין ערגעץ ניט לױפֿן און אין ערגעץ ניט גײן. Chaim Bargman 203.227 207.35 איר, eh, איר געדענקט אין װאָס פֿאַר אַ באַראַק זײַט איר געװען אין STUTTHOF? Bella Rabinovich 207.35 213.648 אין װעלכן באַראַק? עפּעס שױן לינקס בין איך געװען; איך געדענק ניט גענױ; ניט איך געדענק מײַן NOMER, ניט איך געדענק דאָס. Bella Rabinovich 213.648 214.82 געדענק איך קײן Chaim Bargman 214.315 215.926 אַ NOMER האָט איר געהאַט אין STUTTHOF? Bella Rabinovich 215.455 218.384 נו טאָ פֿאַרשטײט זיך, און איך געדענק ניט, דערהרגעט מיר. Bella Rabinovich 218.384 219.96 געדענק איך ניט דעם NOMER. Chaim Bargman 219.314 222.56 eh, װוּ װוּ, װער האָט, װער האָט אײַך געגעבן דעם NOMER? Bella Rabinovich 222.56 223.525 די דײַטשן. Chaim Bargman 223.525 224.806 אין װוּ, אין STUTTHOF? Bella Rabinovich 224.806 226.56 אין, eh, אין STUTTHOF. Bella Rabinovich 226.56 228.139 (אַז מ'איז) העפֿטלינגער. Bella Rabinovich 228.139 232.104 מע פֿלעגט נאָר גײן מיט די גע-, מיט די לאַטע אױפֿן רוקן. Bella Rabinovich 232.104 233.753 מיט די לאַטע. Chaim Bargman 233.753 239.128 יע, און איר eh, זײַט אין STUTTHOF האָט אי- זײַט איר אָפּגע- אין עצם STUTTHOF זײַט איר געװען אַ לאַנגע צײַט? Bella Rabinovich 238.718 241.413 איך בין, נו כ'בין געװען מסתּמאן אַ דרײַ חדשים צו Bella Rabinovich 241.413 245.858 פֿיר חדשים; דערנאָך האָט מען אָנגעהױ- געפֿרעגט װער עס װיל פֿאָרן אױף דער אַרבעט. Bella Rabinovich 245.858 250.419 האָב איך זיך גלײַך פֿאַרשריבן צו פֿאָרן אױף דער אַרבעט, טראַכט איך דאָס איז דער אײנציקער Bella Rabinovich 250.419 254.568 די אײנציקע װעג װאָס מ'װעט אפֿשר װי ניט איז בלײַבן לעבן. Bella Rabinovich 254.568 257.552 נו, און איך בין UNK אַװעקגעפֿאָרן אין לאַגער MALKEN. Bella Rabinovich 257.552 260.398 אין (KHINOV) איז דאָס געװען דער לאַגער. Bella Rabinovich 260.398 262.833 און פֿון דאָרטן האָב איך זיך באַפֿרײַט. Chaim Bargman 262.367 264.647 איר דערצײלט אַ ביסל, ah Chaim Bargman 264.647 266.647 eh, מערער װי, eh Chaim Bargman 266.647 269.437 װאָס איז, װי איז געװען, װאָס האָט איר געטאָן אין דעם MALKEN? Bella Rabinovich 269.437 272.244 אין MALKEN האָב איך גע- געאַרבעט די OKOPes. Chaim Bargman 272.244 273.592 װאָס איז דאָס די OKOPes? Bella Rabinovich 273.393 276.364 OKOPes, נו, גראָבן די ערד, מיט אַ לאָפּעטע. Chaim Bargman 276.364 277.7 און װאָס מאַכן? Bella Rabinovich 277.603 279.086 OKOPes פֿאַר זײ. Chaim Bargman 279.086 280.834 דאָס איז שוץ־גריבער אַזעלכענע. Bella Rabinovich 280.244 283.981 יע, צו ב- זיך צו באַהאַלטן פֿון, פֿון אַ, פֿון אַ Bella Rabinovich 283.981 286.454 (האָב איך) גע- די גאַנצע צײַט געאַרבעט. Chaim Bargman 286.454 288.463 און eh, װי Chaim Bargman 288.463 291.366 דער לאַגער, װי האָט זיך אױסגעזען דער לאַגער אין MALKEN? Bella Rabinovich 291.261 294.594 דער לאַגער. דער לאַגער איז געװען פֿון דיכט געמאַכט. Bella Rabinovich 294.594 297.507 אַזעלכענע באַראַקעס. אין באַראַקעס זײַנען מיר געװען. Chaim Bargman 297.478 297.825 אַ- Bella Rabinovich 297.507 300.086 UNK שלאָפֿן אױף שטרױ Bella Rabinovich 300.086 304.515 קײנע בעטגעװאַנט, ניט קײן עלעקטריע, ניט קײן זאַכן, (אַלץ) אין דער פֿינצטער. Bella Rabinovich 304.515 307.849 ניט צו פֿרעגן קײן מאָל זיך לאָזן אַרומװאַשן קײן זאַכן Bella Rabinovich 307.849 312.647 איר זאָלט מיך טױזנטער מאָל אַנטשולדיקן, לײַז פֿלעגן גײן אַזױ װי כ'װײס ניט װאָס. Bella Rabinovich 312.647 314.927 מ'האָט גענוג אױסגעליטן, ס'האָט (געקלעקט) Chaim Bargman 314.927 317.717 אַ סך מענטשן זײַט איר געװען אין MALKEN? Bella Rabinovich 317.717 319.892 נו, אַ סך. Chaim Bargman 319.892 321.374 װיפֿל אומגעפֿער װײסט איר נישט? Bella Rabinovich 321.261 323.419 װײס איך ניט, נאָר װאָס ס'איז געװען אַ סך. Chaim Bargman 323.419 325.619 װעלכע מענטשן זײַנען דאָרט געװען? ייִדישע פֿרױען? Bella Rabinovich 325.173 326.454 ייִדישע פֿרױען. Chaim Bargman 326.454 328.25 פֿון װאַנען זײַנען זײ געװען מערסטן טײל? Bella Rabinovich 327.77 329.331 אַלע פֿון ליטע כּמעט. Chaim Bargman 329.331 330.5 כּמעט אַלע פֿון ליטע. Bella Rabinovich 330.243 331.348 אַלע פֿון ליטע. Chaim Bargman 331.348 333.471 אָבער נישט נאָר אַלע פֿון קאָװנע. Bella Rabinovich 333.471 336.594 נו, פֿאַרשידענע. (אי) פֿון קאָװנע, און ניט פֿון קאָװנע. Bella Rabinovich 336.594 340.471 איכ'ל אײַך זאָגן: איך פֿלעג זיך אַזױ מיט קײנעם איבעריקס ניט פֿאַרנעמען, נאָר מיט Bella Rabinovich 340.471 343.454 מיט די מיט נענטסטע דאָרטן, מיט די נענטסטע אַזעלכענע. Chaim Bargman 343.454 344.98 װער איז געװען אײַערע נענטסטע? Bella Rabinovich 344.98 350.91 די נענטסטע? דאָס זײַנען געװען, eh, נו, באַקאַנטע, װאָס איך האָב זיך, זײ געקענט פֿון קאָװנע. Chaim Bargman 350.91 352.171 איר געדענק זײערע נעמען? Bella Rabinovich 352.171 355.401 איך געדענק ניט. דערהרגעט מיר, איך געדענק קײן זאַך ניט. Chaim Bargman 355.401 361.264 ah, אָבער איר געד- איר געדענקט אַז, eh, ע- ע- עטלעכע פֿרױען זײַנען געװען אײַך נענטער מיט װעלכע נע- UNK Bella Rabinovich 360.278 362.703 אי- מיט װעמען איך פֿלעג זיך טײלן, יאָ. Chaim Bargman 362.703 367.394 eh װ- װאָס, װיפֿל באַראַקעס זײַנען געװען אין אַלגעמײן אין MALKEN, געדענקט איר אפֿשר? Bella Rabinovich 367.313 369.787 װיפֿל באַראַקעס? Bella Rabinovich 369.787 373.278 זײַנען געװען מסתּמאן אַ אַ צװײ־דרײַ באַראַקעס. Chaim Bargman 373.278 375.243 און װיפֿל מענטשן אין אײן באַראַק? Bella Rabinovich 375.243 376.892 אָט דאָס געדענק איך אױך ניט. Bella Rabinovich 376.892 379.611 אַ סך װײַבער. מע פֿלעגט שלאָפֿן אױף די שטרױ Bella Rabinovich 379.611 382.471 אַזױ װי, eh, אַזױ װי Bella Rabinovich 382.471 386.26 װי חזירים. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן. Bella Rabinovich 386.26 389.839 ניט זיך צוצודעקן, ניט קײן זאַך ניט. אַזױ האָט מען געלעבט. Chaim Bargman 389.839 392.155 און װאָס פֿלעגט מען געבן עסן אין לאַגער? Bella Rabinovich 392.155 393.576 אין לאַגער? Bella Rabinovich 393.576 396.436 דרײַ הונדערט גראַם ברױט און אַ ביסינקע זופּ. Chaim Bargman 396.436 397.44 דאָס פֿלעגט מען געבן? Bella Rabinovich 397.19 399.26 דאָס איז געװען די ערשטע צײַטן. Bella Rabinovich 399.26 402.4 און דערנאָך צום ענדע האָבן זײ דאָס שױן אױך ניט געהאַט. Chaim Bargman 402.4 403.944 eh װאָס פֿלעגט מען געבן דערנאָך? Bella Rabinovich 403.944 406.436 צװײ בולװעס מיט אַ (קאַפּ) זופּ. Chaim Bargman 406.436 410.357 דאָס איז געװען די, און דאָס פֿלעגט מען געבן װען, אין דער פֿרי, מיטאָגצײַט, אין אָװנט? Bella Rabinovich 410.155 415.48 אין דער פֿרי, אַ מאָל פֿאַרנאַכט, אַ מאָל אין דער פֿרי, װען ס- װען ס'פֿלעגט זײ אַרײַנגײן אין קאָפּ. Chaim Bargman 415.48 419.207 און עסן פֿלעגט מען געבן נאָר אײן מאָל אַ טאָג, צו עס האָט פּאַסירט אַז צװײ דרײַ מאָל אַ טאָג? Bella Rabinovich 419.207 423.295 נײן, דרײַ מאָל ניט. מע פֿלעג געבן Bella Rabinovich 423.295 427.152 אין דער פֿרי קאַװע, און פֿלעג די קאַװע ניט זײַן מיט װאָס צו Bella Rabinovich 427.152 429.235 מיט אַ שטיקעלע ברױט. Bella Rabinovich 429.235 432.663 און דערנאָך פֿלעגט מען געבן די ברױט מיט אַ ביסינקע זופּ. Chaim Bargman 432.663 434.541 דערנאָך, דאָס איז װען, מיטאָגצײַט? Bella Rabinovich 434.381 435.519 יע. Bella Rabinovich 435.519 437.716 נאָר מע פֿלעגט צום קומען פֿון דער אַרבעט. Chaim Bargman 437.716 442.295 און װאָס איז געװען, eh, װיפֿל אַ זײגער פֿלעגט מען אײַך, ah, פֿון לאַגער אַרױסטרײַבן אױף דער אַרבעט? Bella Rabinovich 442.295 446.207 אין לאַגער? נו, זײ פֿלעגן אונדז צו, צו, eh Bella Rabinovich 446.207 447.821 פֿירן גלײַך אין דער פֿרי. Chaim Bargman 447.821 450.17 און איר גע- איר געדענקט װיפֿל UNK? Bella Rabinovich 449.4 452.523 קײן זײגער פֿלעגן מיר דאָך ניט האָבן; מיר האָבן דאָך קײן זאַך ניט געװוּסט. Bella Rabinovich 452.523 455.821 זײ האָבן דאָך אַלצדינג פֿון אונדז UNK פֿון אונדז צוגענומען. די זײגערס Bella Rabinovich 455.821 458.207 מ'האָט אַלץ װאָס מ'האָט געטראָגן, אַלץ האָבן זײ צוגענומען. Chaim Bargman 458.101 459.5 װוּ האָט מען דאָס צוגענומען? Bella Rabinovich 459.41 461.545 אין, eh, אין, eh, STUTTHOF Chaim Bargman 461.768 463.333 אין STUTTHOF האָט מען אײַך צוגענומען. Bella Rabinovich 463.125 465.177 יע און אין לאַגער האָט דאָך קײן (מאָל) UNK Chaim Bargman 464.382 465.856 איר האָט געהאַט אַ זײגער בײַ זיך? Bella Rabinovich 465.956 466.888 כ'האָב געהאַט. Chaim Bargman 466.821 469.13 און אין, אין געטאָ האָט איר געהאַט בײַ זיך אַ זײגער? Bella Rabinovich 468.748 471.274 יע, כ'האָב געהאַט אַלץ. Bella Rabinovich 471.274 476.666 װי איך האָב אין, eh, STUTTHOF אַװעקגעלײגט גאָלדענע אױרינגלעך און אַ גאָלדענעם פֿינגערל און אַ זײגערל. Bella Rabinovich 476.757 479.077 אַלץ האָב איך געהאַט. פֿאַר װאָס האָב איך ניט געהאַט? Chaim Bargman 478.663 480.923 איז אין קאָװנער געטאָ האָט איר דאָך אַלץ אױסגעהיט? Bella Rabinovich 480.941 483.205 אין קאָװנער געטאָ האָב איך דאָס אױ- האָט מען דאָס אױסגעהיט. Bella Rabinovich 483.205 485.166 מײַנע, מײַן פֿאָטער האָט דאָס אױסגעהיט. Bella Rabinovich 485.506 488.394 און דערנאָך UNK פֿלעג איך, האָב איך דאָס געגאַנגען אָנגעטאָן אַזױ װי Bella Rabinovich 488.394 490.663 אין STUTTHOF האָט מען דאָס געהײסן אַלץ אַװעקגעבן. Chaim Bargman 490.768 491.996 און דעם זײגער אױכעט? Bella Rabinovich 492.107 494.168 אַלץ אַװעקגעגעבן. אַלץ אַװעקגעגעבן. Bella Rabinovich 494.168 496.947 קײן זאַך האָב איך ניט געהאַט אַז איך בין געקומען נאָך די קריג. Bella Rabinovich 496.947 500.435 איצטער װאָס איך האָב איז אַלצדינג פֿון מײַנע צען פֿינגער. Chaim Bargman 500.557 501.642 איז, eh Chaim Bargman 501.803 503.856 איצטער, איצטער דערצײלט Chaim Bargman 503.856 506.54 דער לאַגער, דער עצם לאַגער אין MALKEN Chaim Bargman 506.54 508.698 ער איז געװען באַװאַכט מיט שטעכל־דראָט? Bella Rabinovich 508.746 512.687 ער איז ניט געװען באַװאַכט מיט קײן שטעכל־דראָט, נאָט ס'איז געװען באַװאַכט Bella Rabinovich 512.687 514.235 פֿון Bella Rabinovich 514.235 517.39 פֿון דײַטשן. זײער אַ סך דײַטשן פֿלעגן היטן דעם לאַגער. Chaim Bargman 517.399 520.294 און ער איז געװען אַרומגעצאַמט? Bella Rabinovich 520.277 522.324 יע, דאַכט זיך. איך געדענק שױן ניט. Bella Rabinovich 522.324 524.435 מיר דאַכט זיך אַז יע, ס'איז געװען אַרומגעצאַמט. Bella Rabinovich 524.435 526.298 און אַלץ אײנס פֿלעגן זײ אונדז היטן. Bella Rabinovich 526.298 528.47 װאָס הײסט היטן? Bella Rabinovich 528.47 530.985 ס'איז געװען זײער אַ גרױסע Bella Rabinovich 530.985 532.975 אַ גרױסע, eh היטונג. Chaim Bargman 532.943 534.54 און װער זײַנען געװען די היטער? Bella Rabinovich 534.589 535.627 די דײַטשן. Chaim Bargman 535.634 537.083 די- דאָס זײַנען געװען דײַטשן? Bella Rabinovich 537.151 539.86 יע, מיט די, מיט די AVTOMATn. Chaim Bargman 539.902 541.364 און זײ האָבן גערעדט דײַטש, די װאַך? Bella Rabinovich 541.293 542.607 יע. יע. Chaim Bargman 542.294 543.865 די MALKEN־װאַך האָט גערעדט דײַטש. Bella Rabinovich 543.664 545.131 יע, יע, יע. Chaim Bargman 544.655 546.557 דאָס איז געװען S.S., אפֿשר װײסט איר, נײן? Bella Rabinovich 546.557 547.434 S.S. Chaim Bargman 547.434 548.799 eh, S.S.־װאַך, יע? Bella Rabinovich 548.799 549.688 יע. Chaim Bargman 549.688 552.452 און װער פֿלעגט אײַך פֿירן אױף דער אַרבעט? װער פֿלעגט אײַך באַגלײטן? Bella Rabinovich 552.452 556.031 באַגלײטן איז אױך די S.S. מערסטן טײל. Chaim Bargman 556.031 559.837 אפֿשר געדענקט איר פֿון לאַגער ביזן אַרבעטס־אָרט Chaim Bargman 559.837 562.908 פֿון MALKEN, האָט איר געדאַרפֿט לאַנג גײן? Bella Rabinovich 562.908 564.03 לאַנג. Chaim Bargman 564.03 565.188 װיפֿל אומגעפֿער צײַט? Bella Rabinovich 565.188 568.855 נו? מסתּמאן אַ Bella Rabinovich 568.855 570.995 אַ שעה, אָנדערהאַלבן. Bella Rabinovich 570.995 573.451 אױבע ניט מער; װער UNK פֿלעגט דאָס קוקן? Bella Rabinovich 573.451 577.388 זײ פֿלעגן אונדז פֿירן און פֿירן, פֿירן און פֿירן. Bella Rabinovich 577.388 583.399 צום ענדע פֿלעגן זײ אונדז פֿירן און פֿירן און פֿירן, װי (אונדז), װוּ עס האָבן זיך דערנענטערט די רוסן פֿלעגן זײ אונדז אַלץ Bella Rabinovich 583.399 587.166 פֿירן װײַטער און װײַטער און װײַטער און װײַטער און װײַטער. Chaim Bargman 586.134 590.238 יאָ, אָבער אי-, אַז איר פֿלעגט אין MALKE- פֿון MALKEN גײן eh גראָבן די שוץ... Bella Rabinovich 589.188 594.609 נו פֿון MALKE- פֿון מאַלקענער לאַגער אַז ס'איז שױן, ס'האָבן זיך שױן דערנענטערט די רוסן Bella Rabinovich 594.609 598.925 פֿלעגן זײ אונדז פֿירן און פֿירן אפֿשר אַכציק הונדערט קילאָמעטער אַ טאָג. Chaim Bargman 598.925 601.238 ah, דאָס האָ- האָט מען אײַך אַרױסגעטריבן פֿון לאַגער. Bella Rabinovich 601.013 601.767 יע. Chaim Bargman 601.767 603.547 דאָס האָט מען אײַך עװאַקויִרט פֿון לאַגער. Bella Rabinovich 603.258 607.539 עװאַקויִרט פֿון לאַגער און זײ פֿלעגן אונדז פֿירן און פֿירן און פֿירן און פֿירן. Bella Rabinovich 607.539 611.767 אָן אַ סוף און אָן אַ ברעג. איך געדענק אַזױ װי הײַנט; איך פֿלעג שױן קײן כּוח ניט האָבן צו גײן. Bella Rabinovich 611.767 614.925 פֿלעגט מיר נעמען װײ טאָן דער UNK פֿון װײטאָג. Bella Rabinovich 614.925 618.644 און דערנאָך בײַ נאַכט פֿלעגן זײ אונדז אַרײַנלאָזן װוּ ניט איז אין אַ סאַרײַ. Chaim Bargman 618.644 619.328 אין אַ שײַער? Bella Rabinovich 619.328 622.819 אין אַ, נו, אין אַ שטאַל אַזאַ מין, און דאָרטן פֿלעגט מען נעכטיקן. Chaim Bargman 621.043 621.784 שטאַל? Chaim Bargman 622.819 625.135 ah, און איר, eh, למשל Chaim Bargman 625.135 627.942 אַז איר פֿלעגט ג- גײן גראָבן די שוץ־גריבער, יע? Bella Rabinovich 627.942 628.188 יע. Chaim Bargman 628.188 631.995 איר, איר פֿלעגט דאָס טאָן מיט, איר האָט אַלײן געאַרבעט מיט אַ לאָפּעטע? Bella Rabinovich 634.889 639.31 זאָגט אַז ס'איז קײנער ניטאָ. Chaim Bargman 639.31 641.503 איר האָט אַלײן געאַרבעט מיט אַ לאָפּעטע? Bella Rabinovich 641.503 642.153 ah? Chaim Bargman 642.153 644.223 איר, איר פֿלעגט אַלײן גראָבן מיט אַ לאָפּעטע? Bella Rabinovich 644.223 645.24 יאַ. Chaim Bargman 645.24 647.333 אַלײן גראָבן (אָננעמען) גראָבן, יאָ? Bella Rabinovich 646.837 647.837 יאַ, יאַ. Chaim Bargman 647.837 650.486 און ד- און די ערד איז דאַן געװען ניט פֿאַרפֿראָרן? Bella Rabinovich 650.486 653.275 נײן, ס'איז געװען ניט פֿאַרפֿראָרן. Bella Rabinovich 653.275 655.696 מע פֿלעג אַרבעטן אין די OKOPes. Bella Rabinovich 655.696 659.556 איר האָט אױסגעשלאָסן דעם טעלעפֿאָן? זײער װיכטיק, זײער גוט געטאָן. Chaim Bargman 659.556 661.784 eh, יאָ, דאָס װעט אונדז איצטער ניט שטערן. Bella Rabinovich 661.784 662.608 נו, (DAVAI). Chaim Bargman 662.608 663.696 און eh Chaim Bargman 663.696 667.328 װוּ איז אײַך, eh, אַ ביסל לײַכטער געװען, צו אין STUTTHOF צו אין אַרבעטס־לאַגער? Bella Rabinovich 667.328 671.187 אױ, ס'איז מיר דאָ געװען שלעכט און דאָ געװען שלעכט. Chaim Bargman 671.187 674.959 איר האָט נישט געהאַט קײן חרטה, חרטה אַז איר האָט פֿאַרלאָזן דעם S- STUTTHOF? Bella Rabinovich 674.959 680.03 נײן. כ'האָב זיך געפֿרײט אַז איך בין אַװעקגעפֿאָרן פֿון דאָרטן, װײַל איך האָב געזען אַז ס'איז אַ SMERTEL'NYY לאַגער. Chaim Bargman 680.03 682.24 אַז ס'איז אַ טױט־געפֿאַר, יע? Chaim Bargman 682.24 684.285 און אין אַלע, און אַ- Bella Rabinovich 683.591 687.904 אין דאָ- דאָרטן אין לאַגער איז אױך געװען אַ געפֿאַר, איז אױך געװען אַ טױט־געפֿאַר. Chaim Bargman 687.749 688.942 אין STUTTHOF, יע? Bella Rabinovich 687.916 690.713 אָבער, יע, אָבער אין, eh, לאַגער. Bella Rabinovich 690.713 694.363 אָבער אין לאַגער שױן ניט אַזױ. דערפֿאַר װײַלע מע פֿלעג פֿרירן אױף דער אַרבעט. Bella Rabinovich 694.363 696.942 אַ מענטש װאָס אַרבעט, טוט מען אים קײן זאַך ניט. Bella Rabinovich 696.942 700.661 בײַ די דײַטשן איז אױך אַזױ געװען. אױב מ'איז געװען קראַנק, (האָט מען) ניט געקענט Bella Rabinovich 700.661 702.747 פֿלעגן זײ נאָר זוכן (צו UNICHTOZHenen). Chaim Bargman 702.747 704.023 צו פֿאַרניכטן, יע? Bella Rabinovich 703.315 705.345 נו יאָ, און אַז מ'האָט געאַרבעט Bella Rabinovich 705.345 709.292 איז, eh, הײסט עס אַז דו ביסט נאָך װערט װאָס ניט איז. Bella Rabinovich 709.292 713.473 (און די) זײַנען געבליבן לעבן; אַז ניט װאָלט מען דאָך ניט געבליבן לעבן. Chaim Bargman 709.4 710.3 ah, איז Chaim Bargman 713.661 717.415 איז, eh, איז אַז די, די, די פֿראָנט האָט זיך דערנענטערט צו אײַך? Bella Rabinovich 717.415 722.626 װי- פֿו- װי ס'האָט דערנענטערט דער פֿראָנט, װ- װוּ, װוּ נאָר די רוסן פֿלעגן קומען אָן Bella Rabinovich 722.626 727.029 דאָרטן פֿלעגן זײ אונדז פֿירן אַלץ װײַטער און װײַטער און װײַטער און װײַטער. Bella Rabinovich 727.029 729.626 זײ האָבן אונדז געהאַט אַװעקגעפֿירט שױן ביז בערלין. Chaim Bargman 729.626 730.685 כּמעט ביז בערלין? Bella Rabinovich 730.703 731.4 יאַ. Bella Rabinovich 731.4 732.222 אַלע Bella Rabinovich 732.222 738.222 אַלע שטעטלעך אין דײַטשלאַנד בין איך אױסגעגאַנגען, אָבער פֿרעגט מיר אין װעלכן איך בין געװען געדענק איך ניט. Bella Rabinovich 738.222 742.976 דאָס געדענק איך ניט. איך געדענק נאָר די באַפֿרײַונג בין איך געװען אין פּױלן אַלײן. Bella Rabinovich 742.976 745.292 אין eh דאָס, אין eh Chaim Bargman 745.292 748.803 איר האָט געזאָגט אַז איר פֿלעגט ריזיקירן און (אַפֿריִער) לױפֿן; װוּ איז דאָס? Bella Rabinovich 748.713 751.555 דאָס איז געװען שױן אָט זײַענדיק Bella Rabinovich 751.555 754.485 זײַענדיק װי זײ פֿלעגן אונדז פֿירן Bella Rabinovich 754.485 761.309 ביז זײ פֿלעגן אונדז פֿירן װײַטער און װײַטער, און יעדער טאָג פֿלעגט מען זיך אָפּשטעלן אַנדערש(װוּ) װוּ ניט איז Bella Rabinovich 761.309 763.833 פֿ- האָב איך באַשלאָסן אַז איך דאַרף Bella Rabinovich 763.833 768.59 אַרױסגײן פֿון לאַגער און זוכן װאָס ניט איז (אָפּ צום עסן) װײַל אַז ניט װעל איך ניט, דאָס ניט אַריבערטראָגן. Chaim Bargman 768.59 770.204 דאָס איז שױן געװען ניט אין MALKEN? Bella Rabinovich 770.204 771.186 נײן. Chaim Bargman 771.186 772.19 דאָס איז שױן געװען Bella Rabinovich 771.713 774.411 דאָס איז שױן געװען אַז זײ אונ-, פֿלעגן אונדז פֿירן אונטער דער װעגנס. Chaim Bargman 774.411 775.785 אונטער דער װעגנס, יע? Bella Rabinovich 775.274 777.888 און איך פֿלעג אַנטלױפֿן און קומען דערנאָך אױף קאַריק. Chaim Bargman 777.888 779.424 װוּ, װוּ פֿלעגט איר לױפֿן? Bella Rabinovich 779.424 781.999 eh דו- װוּ ס'איז דאָרט דאָ אַ שטיבל, אַ שטוב. Chaim Bargman 781.999 784.327 דאָס איז, גאַנץ אָפֿט פֿלעגט איר טאָן אַזעלכענע זאַכן? Bella Rabinovich 784.327 785.677 כּמעט יעדן טאָג. Chaim Bargman 785.677 786.555 יעדן אָפּשטעל. Bella Rabinovich 786.555 787.379 יאַ. Chaim Bargman 787.379 789.502 איז, eh, װוּ, װוּ זײַט איר געגאַנגען? Bella Rabinovich 789.502 795.151 װוּ פֿלעג איך גײן? אַװוּ איך פֿלעג זען אַ שטיבל, און דערנאָך פֿלעג איך זיך אײַנצײכענען אַז איך זאָל קענען קומען צוריק אין לאַגער. Chaim Bargman 795.151 796.809 איר זאָל זיך ניט פֿאַרבלאָנדזשענען. Bella Rabinovich 796.379 797.256 נו, יע. Chaim Bargman 797.256 800.52 eh, װאָס, איר פֿלעגט אַרײַנגײן למשל אין אַ שטיבל, יע? Bella Rabinovich 800.52 801.151 יע. Chaim Bargman 801.151 802.116 װאָס פֿלעגט איר זאָגן? Bella Rabinovich 802.116 806.063 mm, קײן זאַך פֿלעג איך ניט זאָגן, זײ פֿלעגן דאָך שױן זען אונדזער אױסזען מיט די דו- Bella Rabinovich 806.063 810.888 די דײַטשן פֿלעגן ניט אַרײַנלאָזן; די דײַטשן פֿלעגן שרײַען "LOS פֿון איר, LOS פֿון איר." Bella Rabinovich 810.888 816.168 זײ פֿלעגן מורא האָבן; זײַנען ניט געװען אַזױ שלעכט, װי זײ פֿלעגן מורא האָבן מע זאָל זײ ניט שיסן. Bella Rabinovich 816.168 820.081 און די פּאָליאַקן, די פּױלן, די פּאָליאַקן פֿלעגן געבן עסן. Bella Rabinovich 820.081 822.356 איך פֿלעג אָנהײבן עסן; זײ פֿלעגן מיר אַלײן געבן. Chaim Bargman 822.063 823.835 ah, איר האָט געקענט דען רעדן פּױליש? Bella Rabinovich 823.713 824.853 אַ ביסינקע. Chaim Bargman 824.853 827.397 איר, איר האָט אַ ביסל גערעדט װעגן די פּאָליאַקן, צו קײן זאַך ניט? Bella Rabinovich 827.397 828.24 נײן. Chaim Bargman 828.24 830.226 זײ פֿלעגן פּשוט אײַך געבן עסן, און Bella Rabinovich 829.77 832.589 איך פֿלעג מיט זײ רײדן אױף פּױליש. Bella Rabinovich 832.589 836.168 איך פֿלעג זײ זאָגן, איך קען אַ ביסינקע פּױליש. Bella Rabinovich 836.168 838.765 IA UMEIU NEMNOZHKO PO... Bella Rabinovich 838.765 842.73 PO POLSKOMU, spn, זײ פֿלעגן מיר געבן. Chaim Bargman 842.73 844.589 יאָ, און eh Chaim Bargman 844.589 847.476 און איר פֿלעגט דאָרטן אָפּעסן, צו איר פֿלעגט נאָך ברענגען אַהײם אױכעט? Bella Rabinovich 846.975 852.186 איך פֿלעג אָפּעסן, און איך פֿלעגן ברענגען אין לאַגער, פֿלעג איך ברענגען פֿאַר מײַן שװיגער, פֿאַר מײַן שװעגערין. Bella Rabinovich 852.186 859.186 און װער עס פֿלעג זיצן אַ הונגעריקער פֿלעג איך אַלעמען אָנקאָרמענען, אַװעקגעבן דאָס װאָס איך פֿלעג פֿאַרן טאָג פֿלעגט מיר געבן. Chaim Bargman 859.186 862.726 אַהאַ. און אײַך איז אַלע מאָל געלונגען זיך אַרײַנשמוגלען (אַהין) Bella Rabinovich 862.115 868.238 ah, יע, געלונגען, איך בין געװען זײער אַ, איך בין געװען זײער MAGER; כ'האָב געװעגן דרײַסיק KILO. Bella Rabinovich 868.238 870.905 איך פֿלעג זײַן זײער אַ גרע- אַ גיכע. Bella Rabinovich 870.905 874.835 אין די מינוטן פֿלעג איך אַרײַנגײן; אין די מינוטן פֿלעג איך אַרױסגײן, און VSE. Chaim Bargman 874.835 878.956 ah, װײַלע דאַן, דאַן האָט איר שױן ניט געהאַט, eh, אַ צאַם; איר זײַט שױן ניט געװען פֿאַרצאַמט. Bella Rabinovich 878.297 880.378 נײן, נײן. Bella Rabinovich 880.378 884.619 איך בין אײן מאָל, האָט זיך אָנגעטשעפּעט אָן מיר אײנע אַ פֿרױ, אַ לערערקע איז זי געװען, לאה Chaim Bargman 884.01 884.782 אַ ייִדישע? Bella Rabinovich 884.782 886.583 אַ ייִדישע. לאה האָט מען איר גערופֿן. Chaim Bargman 886.203 887.343 פֿון װאַנעט איז זי געװען? Bella Rabinovich 887.343 889.361 hm אַ קאָװנער. Bella Rabinovich 889.361 893.527 איך האָב איר ניט געקענט אַזױ, האָט זי זיך אָנגעטשעפּעט איך זאָל איר מיטנעמען צו גײן מיט איר. Bella Rabinovich 893.527 897.797 צוזאַ- מיט מיר צוזאַמען; זי װיל אױך אַרױסגײן (זוכן) װאָס ניט איז צום עסן. Chaim Bargman 897.659 898.881 בעטן שפּײַז, יע? Bella Rabinovich 898.548 899.959 יע. Bella Rabinovich 899.959 903.378 װי מיר זײַנען אַרױס, איך בין געגאַנגען מיט איר. Bella Rabinovich 903.378 907.378 איך הער מע שרײַט "HALT, HALT!" Bella Rabinovich 907.378 911.255 "אױ," זאָג איך, "לאהינקע, איר זײַט מיר ניט געװען מזלדיק! Bella Rabinovich 911.255 914.045 אַז איך גײ אַלײן פֿלעגט מיר קײנער ניט באַמערקן. Bella Rabinovich 914.045 917.448 און דאָ גײ איך, ס'איז זאַלבע צװײט און ס'איז צװײ לאַטעס!" Bella Rabinovich 917.448 920.975 זאָג איך "דאָ איז שױן אונדזער ענדע; דאָ שיסט מען אונדז אָפּ." Bella Rabinovich 920.975 924.536 און מע שרײַט "HALT, HALT" און מיר גײען. מיר מאַכן זיך ניט הערנדיק. Bella Rabinovich 924.536 926.641 מיט אַ מאָל זאָג איך Bella Rabinovich 926.641 931.009 "װײסט איר װאָס? מע דאַרף זיך אָפּשטעלן; װי ס'װעט זײַן װעט זײַן. Bella Rabinovich 931.009 935.29 אױבע ס'איז באַשערט דער טױט, איז װעט מען אונדז שיסן, נו װאָס קען דאָ זײַן? Bella Rabinovich 935.29 938.08 אַזױ און אַזױ איז שױן דער טױט." Bella Rabinovich 938.08 939.816 זאָגט זי: Bella Rabinovich 939.816 945.922 זאָג איך, "איר זײַט אַ לערערקע, קענט איר בעסער רײדן פֿון מיר דײַטש; טאָמער (מע װעט) UNK פֿרעגן װאָס, זאָלט איר זײ ענטפֿערן. Bella Rabinovich 945.922 950.378 װײַלע מיר" זאָג איך, "װאַרפֿט װי קדחת; איך קען ניט רײדן!" Bella Rabinovich 950.378 952.992 מילא, ער זאָגט נאָך אַ מאָל "HALT! Bella Rabinovich 952.992 955.781 און אױב איר װעט זיך ניט אָפּשטעלן," זאָגט ער, "װעל איך אײַך שיסן." Chaim Bargman 955.781 957.214 דאָס איז, אױף דײַטש איז דאָס געװען. Bella Rabinovich 957.009 958.132 יאַ. Bella Rabinovich 958.132 964.009 מילא, מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט. מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט, און, און ער איז צו, אַ הױכער, אַ פֿעלדפֿעבל Bella Rabinovich 964.009 968.957 אַ שײנער, אַ קראַסאַװעץ, איז זײַן פּנים זיך ניט אײַנצוקוקן פֿון שײנקײט. Bella Rabinovich 968.957 971.15 זאָגט ער "װוּ גײט איר? Bella Rabinovich 971.15 977.921 "װוּ גײט איר? װער זײַט איר אַזעלכענע? מיט לאַטעס אױפֿן רוקן" זאָגט ער, "איך האָב גלײַך געזען אַז איר זײַט העפֿטלינגער." Bella Rabinovich 977.921 979.746 נו, האָבן מיר אים געזאָגט. Bella Rabinovich 979.746 983.255 געזאָגט דעם אמת, אַזױ װי מיר האָבן זיך פֿאַרלאָרן פֿון לאַגער. Bella Rabinovich 983.255 985.36 מיר האָבן ניט געזאָגט אַז מיר זײַנען אַנטלאָפֿן. Bella Rabinovich 985.36 987.781 מיר האָבן זיך פֿאַרלאָרן. Bella Rabinovich 987.781 991.834 זאָגט ער "טאָ װי אַזױ האָט איר זיך פֿאַרלאָרן?" נו, זאָג איך, זאָגט זי "מיר האָבן זיך פֿאַרלאָרן. Bella Rabinovich 991.834 995.588 מיר זײַנען געגאַנגען פֿאַרקלערט און מיר האָבן זיך פֿאַרלאָרן." Bella Rabinovich 995.588 999.307 מילא, זאָגט ער, "נו, טאָ גוט. קומט מיט מיר." Bella Rabinovich 999.307 1002.219 גײ איך מיט איר, און איך זאָג צו איר: Bella Rabinovich 1002.219 1004.184 "נו, דאָ איז שױן אונדזער ענדע. Bella Rabinovich 1004.184 1008.149 "דאָ איז שױן אונדזער ענדע; (ער איז אַרױף) און זי איז אונדזער ענדע." Bella Rabinovich 1008.149 1012.447 נו זאָגט זי, "מילא, ס'איז אַלץ פֿאַרפֿאַלן, איך בין אײַך געװען ניט מזלדיק, און אַזױ איז באַשערט. Bella Rabinovich 1012.447 1015.658 און מיר גײען בײדע, מיר האָבן שױן אײנע צום אַנדערן קײן טענות ניט! Bella Rabinovich 1015.658 1017.658 װי ס'װעט זײַן, אַזױ ס'װעט זײַן!" Bella Rabinovich 1017.658 1021.377 מילא, ער האָט אונדז געבראַכט צו פֿירן, ער האָט אונדז געבראַכט צו פֿירן. Bella Rabinovich 1021.377 1025.237 אַרײַנגעפֿירט אין אַ קירך, זײַנען געזעסן סאָלדאַטן. Bella Rabinovich 1025.237 1028.237 פֿול, דײַטשן, געשלאָפֿן אױף דער ערד. Bella Rabinovich 1028.237 1033.307 "אױ" זאָג איך, "װײ איז מיר. װאָס פֿירט ער אונדזער? װוּ פֿירט ער אונדזער? אױ װײ, מײַנע יאָרן" זאָג איך. Bella Rabinovich 1033.307 1038.71 "אַ קלאָג צו מײַנע יאָרן. UNK װאָס UNK (זאָל איך דאָ) באַטראַכטן זאָג איך מיט די סאָלדאַטן מיט די (דאָס)." Bella Rabinovich 1038.71 1041.237 און זי שױן אַלײן ציטערט שױן אױך. Bella Rabinovich 1041.237 1044.745 מילא, ער זאָגט צו אונדז. "HUNGER HABEN SIE?" Bella Rabinovich 1044.745 1045.938 זאָגן מיר "יע." Chaim Bargman 1045.938 1047.304 דאָס הײסט, צו איר זײַט הונגעריק. Bella Rabinovich 1047.096 1049.069 יע. "HABEN SIE HUNGER?" Bella Rabinovich 1049.069 1050.999 זאָגן מיר "JA, JA." Bella Rabinovich 1050.999 1054.578 נו זאָגט ער, "טאָ װאַרט. איכ'ל אײַך ברענגען װאָס צום עסן." Bella Rabinovich 1054.578 1057.596 מילא ער איז אַװעק; האָט דאָס געדױערט Bella Rabinovich 1057.596 1063.35 און ער האָט אונדז געבראַכט צו טראָגן, eh, לאַטקעס געבאַקענע מיט קאָ- מיט KOFE Bella Rabinovich 1063.35 1068.192 נו, זאָג איך "אױב ער גיט אונדז לאַטקעס מיט KOFE, װעט ער אונדז דעם טױט ניט מאַכן מסתּמא." spn Bella Rabinovich 1068.192 1070.297 איך זאָג דאָס צו איר. Bella Rabinovich 1070.297 1076.104 נו, און ער האָט אונדז אַװעקגעזעצט, געהײסן זיך זעצן בײַ אַ טיש און עסן; זאָגן מיר "מיר װעלן זיך ניט זעצן. Bella Rabinovich 1076.104 1081.543 דערפֿאַר" זאָגן מיר "װײַלע מיר האָבן לײַז אַ סך. מיר װעלן דיר אָנצ- אָנטראָגן די לײַז." Bella Rabinovich 1081.543 1083.981 אױ, ער האָט זיך דערשראָקן װי ער דערהערט די לײַז. Bella Rabinovich 1083.981 1086.174 זאָגט ער "פֿאַר װאָס האָט איר ניט געזאָגט?" Bella Rabinovich 1086.174 1088.209 האָט ער אונדז גלײַך אַװעקגעפֿירט Bella Rabinovich 1088.209 1093.932 אין אַ, אין אַ, אַרױסגעפֿירט אױף אַ הױף, און אַרײַנגעפֿירט אין אַזאַ מין SANDELIUKAS, און געגע- Chaim Bargman 1093.245 1094.56 UNK װאָס איז אַ SANDELIUKAS Bella Rabinovich 1094.56 1096.166 נו, אַ ס-, אַ Chaim Bargman 1095.771 1096.473 אַ שפּײַכלער? Bella Rabinovich 1096.473 1097.385 אַ שט- Chaim Bargman 1097.385 1098.075 אַ שטיבל. Bella Rabinovich 1097.911 1098.771 אַ SKLADIK. Chaim Bargman 1098.771 1099.881 אַ שטיבל אַזאַ. Bella Rabinovich 1099.49 1105.648 יע, און ער האָט אונדז גלײַך געגעבן װאָס זיך אָנצוטאָן אַנדערע, און אַלץ האָט ער אונדז געהײסן אױסטאָן און אַװעקװאַרפֿן די לײַז. Bella Rabinovich 1105.648 1109.525 האָבן מיר אַזױ געטאָן, און דערנאָך האָט ער אונדז געבראַכט צו פֿירן Bella Rabinovich 1109.525 1112.49 און ער האָט אונדז געגעבן אָפּעסן Bella Rabinovich 1112.49 1114.981 און דערנאָך האָט ער אונדז געגעבן אָפּעסן Bella Rabinovich 1114.981 1118.946 און נאָכן אָפּעסן זאָגט ער "קומט מיט מיר." Bella Rabinovich 1118.946 1123.666 און ער האָט אונדז אָנגעלײגט טאַשעס פֿול מיט עסן. Bella Rabinovich 1123.666 1130.139 אַז מיר האָבן ניט געהאַט אַװוּ צו נעמען; מיר האָבן געקוקט אײנע אױף די אַנדערע; מיר האָבן דאָס ניט װי צו נעמען, און מיר האָבן דאָס ניט קײן כּוח צו טראָגן. Bella Rabinovich 1130.139 1132.101 אַפֿילו אַ װאַרעניע אַזעלכענע Chaim Bargman 1131.858 1133.178 אײַנגעמאַכטס, יאַ? Bella Rabinovich 1132.525 1133.669 יע. Bella Rabinovich 1133.669 1138.069 און ער האָט אונדז אַלצדינג אָפּגעגעבן, און ער זאָגט "גײט, און געפֿינט דעם לאַגער. Bella Rabinovich 1138.069 1141.858 װײַל אױב איר װעט ניט געפֿינען דעם לאַגער, איז װוּ װעל איך אײַך אַהינטאָן?" Bella Rabinovich 1141.858 1145.012 זאָגן מיר "מיר װעלן געפֿינען, BESPOKOIet זיך UNK." Chaim Bargman 1144.244 1145.628 אומ- באַאומרויִק זיך ניט. Bella Rabinovich 1145.367 1147.297 יע, מיר װעלן געפֿינען. Bella Rabinovich 1147.297 1149.49 מילא, מיר גײען שױן בײדע צופֿרידענע. Chaim Bargman 1149.49 1150.56 און ער גײט נאָך אײַך? Bella Rabinovich 1150.56 1152.215 נײן. ער האָט אונדז געהײסן גײן. Chaim Bargman 1152.215 1153.75 אַלײן, אָן אַ װאַך, אָן באַ- Bella Rabinovich 1153.228 1156.309 אָן אַ װאַ-, אָן אַ װאַך, אָן קײן זאַך, און ער האָט אונדז אָנגע- Chaim Bargman 1155.086 1156.297 נאָר מיט, מיט אַ ס- Bella Rabinovich 1156.309 1158.507 אָנגעזאָגט אַז מיר זאָלן נאָר ניט פֿאַר- פֿאַר- Chaim Bargman 1158.506 1159.342 פֿאַרבלאָנדזשען. Bella Rabinovich 1159.174 1162.665 פֿאַרבלאָנדזשען. און מיר זײַנען אַװעק, איז שױן געגאַנגען דער לאַגער. Bella Rabinovich 1162.665 1166.542 ער האָט אונדז אַ צײַ- אַ צײַט פֿאַרהאַלטן, מיר האָבן שױן געקענט פֿאַרזאַמען דעם לאַגער. Bella Rabinovich 1166.542 1170.542 און מיר זײַנען אַרײַן צװישן לאַגערן, VSE, און אַװעק, מיט די פּראָדוקטן. Chaim Bargman 1170.542 1174.062 יע, או- אײַך איז געװען דאַן שװער צו גײן, װײַל איר האָט געהאַט אַ Bella Rabinovich 1172.525 1174.332 נו, פֿאַרשטײט זיך! Bella Rabinovich 1174.332 1180.333 אָבער, eh, דערנאָך זײַנען מיר געקומען אין אַ SKLADIK און מיר האָבן זיך פֿונאַנדערגעטײלט; אַלע מיר האָבן דאָס אױפֿגעגעסן. Bella Rabinovich 1180.333 1182.982 און מיר האָבן געדאַנקט גאָט אַז מע האָט אונדז ניט אָפּגעשאָסן. Chaim Bargman 1182.982 1185.684 איז דאַפֿ- דװקא איז דאָס געװען אַ מזלדיקער טאָג. Bella Rabinovich 1185.508 1186.578 יאַ! Chaim Bargman 1186.578 1187.367 סאָ- Bella Rabinovich 1186.681 1188.438 דאָס איז געװען אַ מזלדיקער טאָג. Chaim Bargman 1187.841 1189.821 סוף־כּל־סוף האָט זיך אַרױסגעװיזן Bella Rabinovich 1188.753 1191.209 יע, יע, ס'איז געװען אַ מזלדיקער. Bella Rabinovich 1191.209 1193.525 ד- ער איז װײַזט אױס געװען ניט קײן דײַטש. Bella Rabinovich 1193.525 1196.122 ער האָט געמוזט זײַן אַ קאָמוניסט, אָדער װער Bella Rabinovich 1196.122 1200.315 װײַל אַז ניט (װען ער) װאָלט געװען אַ דײַטש, װאָלט ער זיך מיט אונדז אַנדערש באַגאַנגען. Bella Rabinovich 1200.315 1202.876 ער איז װײַזט אױס ניט- אױ װי שײן ער איז געװען. Bella Rabinovich 1202.876 1206.297 ס'איז שױן אַװעק אַזױ פֿיל יאָרן נאָך די קריג, און איך דערמאָן זיך אַלץ זײַן Bella Rabinovich 1206.297 1210.753 זײַן אױסזען, דעם געשטאַלט פֿון, פֿון, פֿון זײַן צורה. Bella Rabinovich 1210.753 1211.437 (אוװאַ). Chaim Bargman 1211.437 1214.42 און אַנדערע דײַטשן האָבן דאָס אױכעט געזען אַז ער העלפֿט אײַך? Bella Rabinovich 1214.42 1216.069 נײן, קײנער האָט ניט געזען. Bella Rabinovich 1216.069 1220.542 ער האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט עפּעס אַלץ באַזונדער, באַזונדער, און אַלץ געגעבן. Chaim Bargman 1220.542 1225.214 mhm. און אַנד- און װי ער האָט אײַך אַרױסגע- באַגלײט האָט קײנער פֿון אַנדערע דײַטשן נישט געזען? Bella Rabinovich 1224.68 1226.577 נײן. נײן. Bella Rabinovich 1226.577 1231.279 ער האָט געזאָגט "גײט, און איר זאָלט אַרײַנג-, איר זאָלט זיך POSTARAEnen אַרײַנצוגײן אין לאַגער. Bella Rabinovich 1231.279 1235.859 און אױב איר װעט פֿאַרשפּעטיקן דעם לאַגער זאָלט איר קומען צו מיר, װעל איך זען װאָס צו טאָן מיט אײַך." Bella Rabinovich 1236.612 1241.068 (כ'טראַכט מיר) ס'איז אָך און װײ װאָס װעט זײַן UNK דאַרפֿן טון, טאָן מיט אונדז. Bella Rabinovich 1241.068 1242.647 פֿאַ-, אָבער פֿײַן פֿון אים! Chaim Bargman 1242.647 1243.56 יאָ, זײער שײן. Chaim Bargman 1243.56 1247.77 און eh, און נאָך דעם אי- זײַט איר, און דאָס איז געװען דער אײנציקער מאָל Chaim Bargman 1247.77 1250.858 װי, װי אײַך האָט מען אַזױ געהאָלפֿן אין צײַט פֿון דער מלחמה? Bella Rabinovich 1250.858 1252.384 דאָס איז דער אײנציקער מאָל. Chaim Bargman 1252.384 1254.547 װען אַ, אַ דײַטש זאָל אײַך אַזױ העלפֿן, יאָ? Bella Rabinovich 1254.104 1257.521 װ- װער װײס װער ער אי-, אַז ער איז ניט געװען קײן דײַטש. נײן. Chaim Bargman 1256.788 1258.507 אָבער ער האָט דאָך גערעדט דײַטש. Bella Rabinovich 1258.507 1261.56 ער האָט גע- ס'איז ניט װיכטיק; ער קען רײדן דײַטש. Bella Rabinovich 1261.56 1266.122 און אפֿשר איז ער געװען אַ דײַטש. װער װײס? װער װײס? Chaim Bargman 1266.122 1266.56 eh Bella Rabinovich 1266.369 1268.753 נאָר מיר האָבן געהאַט צוריק דעם טאָג. Bella Rabinovich 1268.753 1271.595 נו, ס'האָט אונדז געקלעקט spn. Chaim Bargman 1271.595 1275.762 און eh, דערנאָך eh, ז- פֿלעגט איר, זײַט איר װײַטער געגאַנגען, און געגאַנגען ביז Bella Rabinovich 1275.174 1277.622 געגאַנגען ביז די לעצטע מינוט. אַז ניט Chaim Bargman 1276.982 1277.386 איר Bella Rabinovich 1277.622 1279.297 אַז ניט װאָלט איך ניט געבליבן לעבן. Chaim Bargman 1279.297 1281.805 דער מאַרש, eh, האָט געדױערט אַ סך צײַט? Bella Rabinovich 1281.805 1282.785 װעלכע מאַרש? Chaim Bargman 1282.613 1285.595 נו, װאָס מע פֿלעג (גײן) צו טאָג צו טאָג פֿירן און פֿירן און פֿירן? Bella Rabinovich 1285.595 1287.139 אױ, ס'האָט געדױערט! Bella Rabinovich 1287.139 1291.086 װוּ די דײַ- װוּ די רוסן פֿלעגן זיך דערנענטערן דאָרטן פֿלעגן זײ אונדז (אַלץ) אַװעקפֿירן. Bella Rabinovich 1291.086 1294.56 זײ האָבן אונדז שױן געהאַט אַװעקגעפֿירט ביז בערלין, נאָר אין בערלין בין איך שױן ניט געװען. Bella Rabinovich 1294.56 1297.384 מיר האָבן זיך שױן געהאַט באַפֿרײַט אין כינאָ(װ). Chaim Bargman 1297.384 1298.683 װוּ האָט מען אײַך באַפֿרײַט? Bella Rabinovich 1298.683 1299.577 אין כינאָ(װ). Chaim Bargman 1299.577 1300.472 אין כינאָװ? Bella Rabinovich 1300.472 1301.034 mhm. Chaim Bargman 1301.034 1303.22 איר געדענקט דעם טאָג װי האָט מען אײַ- Bella Rabinovich 1302.647 1303.911 דעם צענטן MART. Chaim Bargman 1303.911 1305.858 אי- דעם טאָג געדענקט איר? Bella Rabinovich 1305.858 1308.25 דעם טאָג געדענק איך ניט, נאָר דעם צענטן MART Chaim Bargman 1307.56 1309.654 נײן, אָבער װאָס האָט פּאַסירט אין דעם טאָג? Bella Rabinovich 1309.454 1314.139 נו דעם טאָג איז, eh, די, די װאַך איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אפֿשר. Chaim Bargman 1314.139 1317.244 איר זײַט דאַן געװען אין אַ, אין אַ צײַטװײַליקן לאַגער, יע? Bella Rabinovich 1317.244 1318.858 ניט אין קײן לאַגער. Chaim Bargman 1318.858 1320.345 װוּ זײַט איר געװען ד- Bella Rabinovich 1319.7 1322.226 זײַנען מיר שױן געװען אין, אין, אין סאַרײַען. Chaim Bargman 1322.226 1323.631 אין אַ, אין אַ, אין אַ שײַטער. Bella Rabinovich 1323.489 1324.016 יע. Chaim Bargman 1324.016 1325.261 אין אַ שײַער. Chaim Bargman 1325.261 1327.805 און, און eh, און אין דער פֿרי? Bella Rabinovich 1327.805 1329.559 אין דער פֿרי אױך אין שײַער. Chaim Bargman 1329.405 1331.825 און איר האָט, און װאָס, איר האָט דערשפּירט אַז ס'איז ניטאָ קײן װאַך? Bella Rabinovich 1331.647 1333.103 אַז ס'איז ניטאָ די װאַך. Bella Rabinovich 1333.103 1335.98 כ'װעל דאָך אײַך שױן ניט האָבן װאָס צו דערצײלן אין די אַנדערע קאַסעטע. Chaim Bargman 1335.98 1338.059 ניט װיכטיק, דערצײלט װאָס איז געװען. Bella Rabinovich 1337.103 1340.033 נו, נו אָט אָ VOT, UNK (אפֿשר). Bella Rabinovich 1340.033 1345.314 אונדז אַרױסגע- אַרױסגע(UNK), האָב איך געזען אַז די װאַך איז ניטאָ; זאָג איך "מע דאַרף שױן גײן פֿון דאַנעט." Chaim Bargman 1345.314 1348.595 אַ סך פֿרױען זײַט איר געװען אין, אין יענעם שאַ- שײַער? Bella Rabinovich 1348.244 1349.875 אַ סך. Bella Rabinovich 1349.875 1352.097 מע פֿלעגט אױסשטאַרבן אײ-, מיר פֿלעגן Bella Rabinovich 1352.097 1356.191 אָט פֿלעגט מען שלאָפֿן און אָט פֿלעגט מען שטאַרבן, אײנע לעבן די אַנדערע. Bella Rabinovich 1356.191 1360.015 V OBSHCHEM איז געקלע- ס'האָט געקלעקט. ס'האָט געקלעקט. Chaim Bargman 1360.015 1363.314 און, ah, אַז איר האָט דערשפּירט אַז די װאַך איז שױן ניטאָ. Bella Rabinovich 1363.314 1365.875 בין איך, האָב איך זיך אָנגעטאָן און איך בין געגאַנגען. Chaim Bargman 1365.875 1367.068 אַ- אַלײן אױף Bella Rabinovich 1367.068 1368.156 יע, אַלײן. Chaim Bargman 1368.156 1369.524 און װ- װוּ זײַט איר אַװעק? Bella Rabinovich 1369.524 1370.577 אין שטעטל. Chaim Bargman 1370.577 1372.198 װאָס פֿאַר אַ שטעטל איז דאָרטן געװען? Bella Rabinovich 1372.103 1374.331 װײס איך ניט װי אַזױ זי האָט זיך גערופֿן. Bella Rabinovich 1374.331 1377.226 פֿון כינאָװ פֿון ד-, פֿון דעם סאַרײַ בין איך אַװעק Bella Rabinovich 1377.226 1383.892 און איך זע פֿון װײַטן װי ס'פֿאָרן שױן רוסן; זײ שרײַען "TOVARISHCHI, VY SVOBODNY, VY KHODITE OTSIUDA, VY SVOBODNY!" Bella Rabinovich 1383.892 1387.805 "NE BOITES', NIKTO VAS NE TRONET, TEPER' VAS NIKTO NE TRONET" Chaim Bargman 1387.805 1389.243 איר האָט דאַן פֿאַרשטאַנען רוסיש? Bella Rabinovich 1389.243 1390.226 יאַ! Chaim Bargman 1390.226 1391.523 איר האָט געקענט רוסיש? Bella Rabinovich 1391.12 1392.612 יאַ! Chaim Bargman 1392.612 1394.124 פֿון װאַנעט האָט איר געקענט רוסי-? Bella Rabinovich 1393.647 1398.419 פֿאַר װאָס זאָל איך ניט קענען? איך האָב געלעבט דאָך, eh, איך האָב דאָך געלעבט אין ליטע. Chaim Bargman 1398.419 1398.998 און Bella Rabinovich 1398.998 1401.664 אָבער איך, פֿלעג איך קענען רײדן אַ מאָל, פֿלעגן זײַן רוסן. Chaim Bargman 1401.664 1404.166 ah, פֿון ד- אײַערע שכנים האָט איר זיך אױסגעלערנט. Bella Rabinovich 1403.646 1405.173 נו, KONECHNO. Chaim Bargman 1405.173 1408.822 ah, אָט, זײַט איר, eh, אַז די רוסן האָבן גענומען שרײַען אַז איר זײַט פֿרײַ Bella Rabinovich 1408.678 1413.682 יע. "TOVARISHCHI, VY SVOBODNY, VY KHODITE, NIKTO VAS NE TRONET" זײ האָבן Bella Rabinovich 1413.682 1419.068 זײ האָבן געװאָרפֿן ברױט, קאָנסערװן, זײ האָבן געװאָרפֿן צום עסן, "נעמט, עסט! Bella Rabinovich 1419.068 1423.161 VY SVOBODNY, VY SVOBODNY, VY KHODITE, VY KHODITE" Chaim Bargman 1422.677 1424.571 אָבער איר זײַט שױן אַרױס פֿריִער אַלײן. Bella Rabinovich 1424.075 1425.692 יע. Chaim Bargman 1425.692 1427.173 און װוּ זײַט איר אַװעק? Bella Rabinovich 1427.173 1428.26 אין שטעטל. Chaim Bargman 1428.26 1431.488 eh, ב- דאָס איז געװען אַ פּױלישע שטעטל צו אַ דײַטשישע? Bella Rabinovich 1431.488 1434.19 (װער) דאָרטן האָבן געלעבט אי פּאָליאַקן אי דײַטשן. Chaim Bargman 1434.19 1436.095 און איר זײַט װײַטער אַװעק בעטן, צו ניט? Bella Rabinovich 1436.015 1438.611 נײן. איך בין שױן בעטן ניט געגאַנגען. Bella Rabinovich 1438.611 1439.98 (אַז מע דאַרף ניט) שױן בעטן Bella Rabinovich 1439.98 1443.453 אַז ס'איז שױן אַלץ געװען פֿרײַ; איך בין אַרײַן אין אַ שטוב Bella Rabinovich 1443.453 1448.453 האָב איך זײער געװעלט עסן, בין איך אַרײַן אין אַ שטוב װאָס ס'איז דאָרטן געװען פֿון אַלץ צום עסן. Bella Rabinovich 1448.453 1451.845 און איך האָב מ- געהאַט מורא טאָמער איז דאָרטן אָפּגעסמט Chaim Bargman 1451.12 1452.75 ah, די שטוב איז געװען אַ לײדיקע. Bella Rabinovich 1452.611 1456.541 אַ לײדיקע, האָב איך גענומען אַ קאַץ, כ'האָב איר געגעבן פֿריִער די קאַץ עסן. Bella Rabinovich 1456.541 1462.155 טראַכט איך "אױבע די קאַץ װעט עסן און זי װעט ניט אַנידערפֿאַלן קען מען עסן, און אױבע ניט קען מען דאָס ניט עסן." Bella Rabinovich 1462.155 1466.909 האָט זי אָפּגעגעסן, איך האָב אָפּגעװאַרט אַ װײַלע און זי פֿאַלט ניט. זי לעבט, זי גײט זוכן נאָך. Bella Rabinovich 1466.909 1471.137 האָב איך שױן אַלײן גענומען עסן; האָב איך זיך אָנגעגעסן, און איך בין קראַנק געװאָרן. Chaim Bargman 1471.137 1473.962 אָ- אױף װ- אױף װאָס זײַט איר געװאָרן קראַנק? Bella Rabinovich 1473.962 1479.874 װער װײס אױף װאָס? מיר האָט גענומען װײ טאָן דער מאָגן מיט מײַן גאַנצער קערפּער. Bella Rabinovich 1479.874 1480.646 יע. Chaim Bargman 1480.646 1483.172 און װאָס איז מיט אײַך פֿאַר(UNK)? װאָס איז פּאַסירט מיט אײַך? Bella Rabinovich 1483.172 1485.881 נו דערנאָך בין איך געגאַנגען װײַטער. Chaim Bargman 1485.365 1486.26 אַ קראַנקע? Bella Rabinovich 1486.26 1491.751 יאַ, האָב איך געטראָפֿן שױן מײַן שװיגער מיט מײַן שװעגערין, האָב איך זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן מיטן גאַס. Bella Rabinovich 1491.751 1496.628 און איך זאָג "מער גײ איך פֿון דאַנעט אַ טריט ניט װײַל איך קען ניט גײן, איך בין זײער קראַנק." Bella Rabinovich 1496.628 1501.839 "איך מוז זיך װוּ ניט איז גײן אַװעקלײגן. איך מוז ליגן, איך בין זײער קראַנק." Bella Rabinovich 1501.839 1506.224 מילא, זײ האָבן מיר קױם צו גע- קױם האָבן זײ מיר דערפֿירט ביז אַ ש- Bella Rabinovich 1506.224 1510.716 אַ שטוב אַזאַ מין איז געװען. UNK דײַטשן האָבן, אַ דײַטשקע דאָרטן געװען. Bella Rabinovich 1510.716 1514.347 האָבן מיר אָנגעקלאַפּט, איז אַרױס אַ הױכע, אַ גראָבע. Bella Rabinovich 1514.347 1518.663 האָבן מיר איר געבעטן זי זאָל מיר לאָזן זיך אַװעקלײגן װוּ ניט איז, כאָטש אױף אַ Bella Rabinovich 1518.663 1524.982 אױף אַ, אין אַ װינקעלע, זאָגט זי "נײן, LOS פֿון HIER UNK." זי לאָזט ניט. Bella Rabinovich 1524.982 1527.771 אין דעם מינוט איז אונטערגעקומען אַ רוס. Bella Rabinovich 1527.771 1530.104 אונטערגעקומען אַ רוס. Bella Rabinovich 1530.104 1534.28 זאָג איך, זאָגט ער "װאָס איז? SHTO ETO EST TAKOE?" Bella Rabinovich 1534.28 1537.244 זאָג איך "אױ, IA OCHEN ZABOLELA. Bella Rabinovich 1537.244 1541.779 I IA NE MOGU KHODIT IZ LAGERA" זאָג איך; ער האָט געזען אַז איך בין פֿון לאַגער. Chaim Bargman 1540.929 1544.964 װאָס איז דאָס אױף ייִדיש, eh, װאָס האָט ער געזאָגט אױף רוסיש, װאָס באַטײַט דאָס אױף ייִדיש? Bella Rabinovich 1544.964 1548.473 אױף ייִדיש? "אױ, איך בין" זאָג איך "פֿון לאַגער." Bella Rabinovich 1548.473 1554.666 "איך בין" זאָג איך "ah, ah, איך בין UNK אַזױ קראַנק געװאָרן" זאָג איך. "כ'האָב זיך אָנגעגעסן צו פֿיל און איך בין זײער קראַנק. Bella Rabinovich 1554.666 1556.894 איך קען" זאָג איך "אַ טריט ניט שטעלן." Bella Rabinovich 1556.894 1562.736 זאָגט ער "האָב ניט קײן פֿאַרדרוס. באַלד װעלן מיר דיר מאַכן אַלץ אין אָרדענונג. מיר װעלן דיר אַװעקלײגן און ברענגען אַ דאָקטער Bella Rabinovich 1562.736 1565.402 און אַלץ װאָס מ'װעט דאַרפֿן." קלאַפּט ער אָן בײַ די דײַ- Bella Rabinovich 1565.402 1570.297 קלאַפּט ער אָן בײַ די דײַטשקע און ער זאָגט איר אַז זי זאָל זיך מיר לאָזן אַװעקלײגן, זאָגט זי זי לאָזט ניט. Bella Rabinovich 1570.297 1574.521 זאָגט ער "AKH TY," איר װײסט דאָך מיט אַ (MATUSHKE), זאָגט ער Chaim Bargman 1573.753 1575.486 יע, מיט אַ זידלװאָרט. Bella Rabinovich 1575.35 1576.069 יע. Bella Rabinovich 1576.069 1580.192 "דו מײנסט" זאָגט ער "אַז דאָס איז היטלער נאָך דאָ? Bella Rabinovich 1580.192 1585.578 װאָס" זאָגט ער "לאָ- װאָס" זאָגט ער "לאָזסט (איר) זיך UNK אַפֿילו ניט אַװעקלײגן אַז זי איז אַ אױסגעמוטשעטע אַ קראַנקע? Bella Rabinovich 1585.578 1589.893 היטלער" זאָגט (צו איר) זאָגט ער אַז (ער) איז שױן KAPUT; ער װעט אױף צוריק ניט קומען." Bella Rabinovich 1589.893 1594.209 מילא, זי האָט ניט געװעלט לאָזן, האָט ער איר אָנגענומען און געגעבן אַ גוטן בריק אין Bella Rabinovich 1594.209 1596.016 הינטן און ער האָט איר אַרױסגעװאָרפֿן. Chaim Bargman 1596.016 1596.944 פֿון, פֿון איר שטוב? Bella Rabinovich 1596.876 1600.279 פֿון איר שטוב, און האָט אונדז אַרײַנ- מיר אַרײַנגענומען, און מ'האָט eh Bella Rabinovich 1600.279 1606.174 און מ'איז צו צום שאַפֿע און מ'האָט אַרױסגענומען װעש, מיט אַלץ, און איך האָב זיך אַנידערגעלײגט אױפֿן סאָפֿע. Bella Rabinovich 1606.174 1610.262 און דערנאָך איז ער אַװעק און געבראַכט אַ דאָקטער, און איך בין דאַן אָפּגעלעגן דרײַ װאָכן. Chaim Bargman 1610.262 1611.612 אין דעם זעלביקן שטיבעלע? Bella Rabinovich 1611.612 1616.016 אין די זעלביקע שטיבעלע, דרײַ װאָכן, און זי איז אַרומגעגאַנגען אַרום די פֿענצטער, און זי האָט געװײנט. Chaim Bargman 1616.016 1616.559 װער? Bella Rabinovich 1616.631 1620.262 די דײַטשקע, אַז מ'האָט איר שױן אַרױסגעטריבן און מע לאָזט אַזױ ניט Bella Rabinovich 1620.262 1623.928 און מע לאָזט אַזױ ניט גײן קײן זאַך. Bella Rabinovich 1623.928 1629.754 איז eh, אָ- און איך האָב דאָך אַ האַ- װײסט דאָך אַ ייִדישע האַרץ, זאָגן מיר צו אים, צום רוס "לאָז איר אַרײַן. Bella Rabinovich 1629.754 1634.14 ברעכט זי שױן דעם (שאַבן), לאָז איר אַרײַן אין אײן צימער און זאָל זי זײַן." Bella Rabinovich 1634.14 1636.561 זאָגט ער "װאָס? Bella Rabinovich 1636.561 1641.157 נײן. קײן זאַך װעל איך איר ניט געבן, און קײן ערגעץ לאָז איך איר ניט אַרײַן. Bella Rabinovich 1641.157 1643.718 אין דר'ערד פֿאַר איר אַן אָרט!" זאָגט ער. Bella Rabinovich 1643.718 1649.455 "אַז זי" זאָגט ער "קען זיך אַזױ באַגײן מיט אײַך, און דו הײסט איר נאָר" זאָגט ער "אַרײַנלאָזן?" Bella Rabinovich 1649.455 1652.982 און ער האָט איר ניט אַרײַנגעלאָזט. זאָג איך צו איר "זעסט" זאָג איך איר Bella Rabinovich 1652.982 1654.876 "אַז דו װאָלטסט מיר אַרײַנגעלאָזן. Bella Rabinovich 1654.876 1657.824 װאָלטסטו דאָך אַלײן געװען, און איך װאָלט דיר קײן זאַך ניט געטאָן. Bella Rabinovich 1657.824 1660.385 "און איצטער" זאָג איך "האָב איך געמוזט (זאָגן) אױף דיר. Bella Rabinovich 1660.385 1663.192 װער דו ביסט" זאָג איך "װײַל איך בין דאָך אַזױ קראַנק" זאָג איך. Bella Rabinovich 1663.192 1665.508 "איך קען דאָך ניט גײן. Bella Rabinovich 1665.508 1668.631 אָט" זאָג איך "האָסטו איצטער. װײסט? אונדזער טעם." Chaim Bargman 1668.631 1670.701 און אַז איר זײַט געװען קראַנק Chaim Bargman 1670.701 1673.753 איר האָט געלע- איר האָט געלעגן דרײַ װאָכן אין די שטיבעלע? Bella Rabinovich 1673.753 1674.28 יאַ. Chaim Bargman 1674.28 1675.859 װער האָט אײַך אױפֿגעפּאַסט? Bella Rabinovich 1675.852 1679.156 spn װער האָט מיר אױפֿגעפּאַסט? מײַן שװיגער מיט מײַן שװעגערין. און די, Chaim Bargman 1678.613 1679.332 און זײ Bella Rabinovich 1679.332 1681.428 און די רוסן פֿלעגן אונדז אַלצדינג ברענגען. Chaim Bargman 1680.876 1682.56 און זײ האָבן געלעבט צוזאַמען מיט אײַך? Bella Rabinovich 1682.56 1683.773 די רוסן? נײן. Chaim Bargman 1683.174 1685.416 נײן, נײן, אײַער ש- אײַער שװיגער. Bella Rabinovich 1684.911 1686.806 יאַ, יאַ, יאַ, יאַ. Chaim Bargman 1686.806 1688.869 איז איר האָט געלעבט, אין אײן צימער, יע? Bella Rabinovich 1688.315 1690.385 זײַנען געװען מיט מיר צוזאַמען, יע. Chaim Bargman 1690.385 1692.42 און איר האָט געדאַרפֿט האָבן רפֿואות Bella Rabinovich 1692.42 1696.069 אַלץ האָבן געבראַכט די רוסן. מיר האָבן דאָך קײן געלט ניט געהאַט. Chaim Bargman 1696.134 1696.397 eh Bella Rabinovich 1696.332 1697.508 די רוסן האָבן אַלץ געבראַכט. Chaim Bargman 1697.508 1700.797 און דער דאָקטער, דער רוסישער מיליטערישער דאָקטער פֿלעגט קומען צו אײַך? Bella Rabinovich 1700.122 1703.227 איז געקומען אַ דאָקטער אָן געלט, אָן קײן זאַך. Chaim Bargman 1703.227 1704.981 ער איז געװען אַ מיליטער־מאַן? Bella Rabinovich 1704.981 1707.034 אַ פֿרױ איז געקומען אַ דאָקטער. Bella Rabinovich 1707.034 1710.122 מסתּמא איז זי געװען אַ- אין מיליטער. Chaim Bargman 1710.122 1715.095 זי פֿלעגט צו אײַך קומען, זי פֿלעגט אײ- נאָר אײן מאָל, אײן מאָל, זי האָט אײן מאָל געװען בײַ אײַך, צו פֿלעגט זי Bella Rabinovich 1714.525 1715.771 עטלעכע מאָל איז זי געװען. Chaim Bargman 1715.771 1719.315 עטלעכע מאָל, יע? און װאָס פֿלעגט זי אײַך ברענגען? Bella Rabinovich 1719.315 1722.771 רפֿואות װעלכע מ'האָט געדאַרפֿט. איך געדענק שױן ניט װעלכע. Bella Rabinovich 1722.771 1726.385 נאָר זי פֿלעגט אַלצדינג ברענגען, און עסן פֿלעגט זי אונדז ברענגען. Chaim Bargman 1726.385 1728.321 און איר האָט זיך אַ ביסל אָפּגעכאַפּט דאַן. Bella Rabinovich 1728.139 1731.999 נו, פֿאַרשטײט זיך. זײ האָבן אונדז ניט געלאָזן לײַדן.