Chaim Bargman 1.239 2.73 TYSYACHA DEVYAT'SOT Chaim Bargman 2.73 4.861 DEVYANOSTO SHESTOGO GODA. Chaim Bargman 5.643 6.602 BELLA Chaim Bargman 6.602 7.916 RABINOVICH. Chaim Bargman 8.698 9.742 KAUNAS, Chaim Bargman 9.742 10.616 LITVA Chaim Bargman 12.917 18.953 דערצײלט איצטער eh, װאָס איז פֿאַר- פֿאַרפֿלױגן נאָך דעם, eh נאָך די דרײַ װאָכן אין דעם שטיבל Bella Rabinovich 14.739 16.185 נו, איך האָ- Bella Rabinovich 18.603 20.69 אין די שטיבל זײַנען מיר געװען Bella Rabinovich 21.354 23.323 דאָרטן אַ קורצע צײַט Bella Rabinovich 24.037 28.74 און דערנאָך פֿון דאָרטן האָט מען, זײַנען אַרײַן (און) פֿאַרנומען רוסן דאָרטן אױף אַ Bella Rabinovich 28.931 30.309 אױף אַ ISTAIGA. Chaim Bargman 30.095 31.679 אױף אַ אונטערנעמונג, יע? Bella Rabinovich 30.99 32.604 אױף אַ אונטערנעמונג. Chaim Bargman 31.679 32.638 אַנשטאַלט. Bella Rabinovich 33.15 38.021 זײַנען מיר אַװעק אַנדערש װוּ זוכן, האָבן מיר געפֿונען װידער אַ שטוב אַ לײדיקע Bella Rabinovich 38.533 41.488 זײַנען מיר דאָרטן אַרײַן, און דאָרטן האָבן מיר זיך Bella Rabinovich 41.488 45.697 באַ- באַ- באַזע- באַזעצט. קײנער איז ניט געװען אין די שטוב. Chaim Bargman 42.38 43.387 באַזעצט. Bella Rabinovich 45.992 49.901 אַלץ איז געװען איבערגעלאָזן. בעטגעװאַנט, מיט װאָס איר װילט. Chaim Bargman 49.755 51.808 ד- דאַן איז שױן eh, דאַן אי- Bella Rabinovich 50.97 52.905 ס'איז געװען נאָך די באַפֿרײַונג. Chaim Bargman 52.337 54.238 יאַ, און איר זײַט שױן געװען ניט קראַנק. Bella Rabinovich 54.007 58.098 נ- איך בין שױן געװען בעסער. נו, אָבער זײ- קױם קױם. Chaim Bargman 55.458 56.38 בעסער. Bella Rabinovich 58.098 63.343 נו, און eh, און מיר זײַנען דאָרטן געװען אין די שטוב, און מיר האָבן געגעסן Bella Rabinovich 63.343 67.012 געגעסן און געטרונקען. די רוסן פֿלעגן אונדז ברענגען צום עסן. Bella Rabinovich 67.912 75.317 די רוסן האָבן געװוּסט אַװוּ זײַנען דאָ, eh UNK פֿון לאַגער, אַרױסגע- eh אַנטלאָפֿענע, און אַז זײ האָבן קײן געלט ניט. Bella Rabinovich 75.32 77.373 פֿלעגן זײ ברענגען װאָס צום עסן. Bella Rabinovich 77.683 83.207 דערנאָך בין איך שױן געװאָרן געזינטער, פֿלעג איך אײנער אַלײן נעמען אַ פֿור מיט אַ װאָגן Bella Rabinovich 83.218 89.405 און אַװעקפֿאָרן אין אַ שטעטל און ברענגען װאָס צום עסן און װאָס צום טרינקען, אָט איך װי איר זעט מיר. Chaim Bargman 88.77 91.177 פֿון װאַנען פֿלעגט איר נעמען די פֿור מיט די פֿע- Bella Rabinovich 90.305 95.885 (איז בײַ דער) פֿאָר מיט אַ װאָגן איך פֿלעג זען מע פֿירט, פֿלעג איך זאָגן "גיב מיר דעם פֿור מיטן װאָגן" און VSE. Chaim Bargman 95.925 97.691 און אַלײן פֿלעגט איר זיך אַװעקזעצן? Bella Rabinovich 95.942 96.915 אַװע- Bella Rabinovich 97.072 98.838 אַװעקזעצן און פֿאָרן. Chaim Bargman 98.456 101.184 און איר קענט פֿירן אַ פֿור? איר װײסט װי מע דאַ- Bella Rabinovich 100.228 101.618 איך האָ- איך האָב געקענט. Bella Rabinovich 101.618 103.052 איר זעט (אַז) מע קען אַלץ. Chaim Bargman 102.945 103.733 אָט Bella Rabinovich 103.052 104.373 איך בין געװען יונג. Chaim Bargman 104.43 107.481 יאַ, אָבער מע דאַרף דאָך קענען זיך באַציִען זיך מיט די פֿ- Bella Rabinovich 106.337 107.749 און איך האָב געקענט. Bella Rabinovich 108.142 113.278 און איך פֿלעג אַװעקפֿאָרן און ברענגען אַלץ װאָס האָט מײַן שװיגער, װען זי װאָלט געלעבט, װאָלט זי אײַך דערצײלט. Bella Rabinovich 113.278 117.451 פֿלעג איך ברענגען צו פֿירן צום עסן און צום טרינקען פֿאַר אַלעמען און אַלץ. Chaim Bargman 117.558 121.029 און אַזױ האָט איר געהאָלפֿן ד- זיך שפּײַזן אַנדערע מענטשן. Bella Rabinovich 120.41 121.788 אַנדערע מענטשן. Bella Rabinovich 121.963 129.199 און דערנאָך האָבן מיר זיך, נאָך די באַפֿרײַונג דאָרטן געלעבט, איז אַרױס אַ באַפֿעל אַז יעדערער זאָל פֿאָרן פֿון װאַנעט ער איז געקומען. Chaim Bargman 129.236 134.262 אפֿשר געדענקט איר װיפֿל צײַט האָט, האָט געדױערט אײַער לעבן אין אַלגעמײן אָט אין כינאָװ, אין די שטעטלעך Bella Rabinovich 134.18 137.921 נו, איז ס- (ביז ס'איז אַרױס דער באַפֿעל) האָבן מיר געלעבט אַ צװײ־דרײַ חדשים. Chaim Bargman 134.262 135.794 ביז ס'איז אַרױס דער באַפֿעל. Chaim Bargman 137.808 138.595 mhm. Chaim Bargman 138.99 140.723 און דערנאָך איז אַרױס דער באַפֿעל. Bella Rabinovich 140.171 142.219 יע, זײַנען מיר געקומען אין קאָװנע. Chaim Bargman 142.061 144.62 און װי זײַט איר געקומען אין קאָװנע? דורך װאָס פֿאַר אַ װעג? Bella Rabinovich 142.219 142.899 מ- Bella Rabinovich 144.12 147.147 אױ, מיר זײַנען געפֿאָרן זײער אַ צײַט. Bella Rabinovich 147.147 149.793 מען האָט אונדז געפֿירט אױף װאַגאָנען אױף אױף Bella Rabinovich 149.793 152.934 איך געדענק שױן אַלײן ניט אױף װאָס. אױף װאַגאָנען מערסטן טײל. Bella Rabinovich 152.934 159.347 מיר פֿלעגן פֿאָרן און פֿאָרן, פֿאָרן און פֿאָרן. און מע פֿלעג דאַרפֿן פֿאָרן אַ האַלבן טאָג, פֿלעגן מיר אָפּפֿאָרן צװײ דרײַ טעג. Bella Rabinovich 159.375 163.267 ביז װאַנעט מיר זײַנען געקומען אין קאָװנע איז אפֿשר אַװעק אַ חודש צײַט. Chaim Bargman 162.615 166.221 און װער האָט אײַך געפֿירט? װער האָט אײַך געזאָגט װוּ צו פֿאָרן, װי צו פֿאָרן? Bella Rabinovich 165.399 167.537 אַלײן. מיר פֿלעגן פֿרעגן. Chaim Bargman 167.373 169.359 ah פֿרעגן װי פֿאָרט מען דאָ, יאַ? Bella Rabinovich 168.453 173.285 און װי מע דאַרף פֿאָרן. מיר זײַנען, אין פּױלן זײַנען מיר געװען געקומען, זײַנען מיר געװען אין Bella Rabinovich 173.33 175.501 אין WARSZAWA און אין דאָס Chaim Bargman 174.815 176.21 אין װאַרשע, יאַ? Bella Rabinovich 175.575 178.551 אין װאַרשע און װאַרט, װוּ נאָך זײַנען מיר געװען? Bella Rabinovich 178.562 179.892 איך געדענק שױן ניט. Bella Rabinovich 179.892 182.904 מיר זײַנען געװען אַװעק אין ייִדישן קאָמיטעט. Chaim Bargman 182.122 183.045 אין װוּ? Bella Rabinovich 182.904 186.335 אין eh, אין eh, אין װאַ- אין eh דאָס, אין, אין װאַרשע. Chaim Bargman 186.425 189.761 װי האָט אױסגעזען דער ייִדישער קאָמיטעט? װאָס האָט זיך eh, װאָס Bella Rabinovich 188.973 193.794 נו, אַ שטוב אַזאַ מין אַ פּשוטע, און מענטשן זײַ- ייִדן זײַנען געזעסן, און VSE. Chaim Bargman 193.732 195.684 װאָס האָט איר געזאָגט אין ייִדישן קאָמיט- Bella Rabinovich 194.93 196.716 אַז מיר זײַנען פֿון לאַגער. Bella Rabinovich 196.716 199.357 און זײ האָבן געפֿרעגט אונדזער פֿאַמיליע, האָבן מיר געזאָגט Bella Rabinovich 199.368 202.285 זאָגן זײ אײַך איז געװען אײנער דאָ זוכן פֿון לאַגער. Bella Rabinovich 202.285 204.526 דאָס איז געװען מײַן שװיגער'ס אַ ברודער. Bella Rabinovich 204.768 207.159 ער איז געבליבן לעבן, דער אײנציקער ברודער. Bella Rabinovich 207.283 213.065 איז ער געפֿאָרן אױף אַמעריקע. איז ער אַרײַנגעפֿאָרן זען אפֿשר אַ מאָל זײַנען מיר דאָ, װאָלט ער אונדז מיטגענומען. Bella Rabinovich 213.155 214.769 האָט ער אונדז ניט געפֿונען. Bella Rabinovich 215.096 220.085 נו, אָט אַזױ זײַנען מיר געװ- גע- געגאַנגען און געפֿאָרן ביז װאַנעט מיר זײַנען געקומען אין קאָװנע. Chaim Bargman 219.72 224.895 איר געדענקט eh װאָסערע אָרט eh ז- זײַט איר, האָט איר אַ- דורכגעשניטן דעם גרענעץ Chaim Bargman 225.12 227.241 און אַרײַנגעפֿאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד? Bella Rabinovich 226.959 230.295 אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען מיר אַרײַנגעפֿאָרן דורך ברעסט־ליטאָװסק. Chaim Bargman 230.081 231.732 דורך ברעסט־ליטאָװסק, יאַ? Bella Rabinovich 231.212 232.151 יאַ. Chaim Bargman 231.752 235.155 און eh װי, רוסן האָבן אײַך ניט פֿאַרהאַלטן דאָרטן, װײַל איר זײַ- Bella Rabinovich 234.3 236.961 נײן, נײן. קײנער האָט אונדז ניט פֿאַרהאַלטן. Chaim Bargman 236.24 238.158 איר האָט נישט געהאַט קײן דאָקומענטן? Bella Rabinovich 238.367 240.268 קײן דאָקומענטן האָבן מיר ניט געהאַט. Chaim Bargman 240.476 244.014 איז װי זײַט איר פּשוט דורכגעפֿאָרן דעם גרענעץ אָן קײנע פּראָבלעמען האָט איר Bella Rabinovich 243.108 244.768 אָן קײנע פּראָבלעמען. Bella Rabinovich 244.796 248.759 אַלע האָבן דאָך געזען אַז מיר זײַנען פֿון לאַגער. בײַ מיר איז געװען אָפּגעשאָרן די האָר Bella Rabinovich 248.759 250.393 אַזױ װי בײַ אַ MUZHCHIN. Bella Rabinovich 250.567 252.991 פֿון די לײַז האָט מען, האָבן מיר זיך אָפּגעשאָרן. Bella Rabinovich 253.301 256.957 נו, קײנער האָט אונדז קײן פּראָבלעמען ניט, און מיר זײַנען געקומען אין ברע- Chaim Bargman 256.035 258.932 און קײ- און קײן שום דאָקומענט האָט איר נישט געהאַט בײַ זיך? Bella Rabinovich 258.43 259.296 נײן. Bella Rabinovich 259.341 264.77 און אין ברעסט־ליטאָװסק האָט מען אונדז אַרױסגעגעבן אַ NAPRAVLENIE װוּ יעדערער האָט געלעבט UNK. Chaim Bargman 263.696 266.424 װער האָט ע- װער האָט דאָס געמאַכט אין ברעסט־ליטאָװסק? Bella Rabinovich 266.16 267.032 רוסן. Chaim Bargman 267.105 269.715 איז זײ האָבן אײַך אַ- אַרונטערגענומען פֿון Bella Rabinovich 268.59 270.441 געגעבן די NAPRAVLENIE Chaim Bargman 270.058 272.938 און װי האָ- װי האָבן זײ אײַך געכאַפּט? אַרונטערגענומען פֿון באַן? Bella Rabinovich 272.859 274.484 נײן, מיר זײַנען אַלײ- Bella Rabinovich 274.484 278.287 מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן, און מע האָט אונדז דאָרטן איבערגענומען. Chaim Bargman 278.023 279.637 איבערגענומען די רוסן אײַך? Bella Rabinovich 278.968 280.245 יע, יאַ. Chaim Bargman 280.47 284.683 און אַ ל- אַ לאַנגע צײַט האָט איר, זײַט איר געװען אין ברעסט־ליטאָװסק בײַ די רוסן? Bella Rabinovich 283.811 286.792 נו, מסתּמאן אַ צװײ־דרײַ װאָכן געװיס. Chaim Bargman 286.528 288.125 געלעבט אין ברעסט־ליטאָװסק? Bella Rabinovich 287.574 288.305 יאַ. Bella Rabinovich 288.305 290.353 דאָרטן בײַ זײ, אונטער זײער eh Chaim Bargman 289.515 291.619 און eh װוּ האָט איר געלעבט דאַן? Bella Rabinovich 292.248 294.47 אױכעט אין עפּעס אין אַזאַ מין שטוב. Chaim Bargman 294.324 296.327 אין, אַ סך זײַט איר געװען מענטשן? Bella Rabinovich 295.893 299.347 נו, אָט איך מיט מײַן שװיגער און נאָך פֿרױען. Chaim Bargman 298.813 301.626 און אַ סך פֿרױען אי- אַ גרױסע שטוב איז דאָס געװען? Bella Rabinovich 299.876 301.76 יע, יע. Bella Rabinovich 302.508 304.156 ניט קײן צו גרױסע. Chaim Bargman 304.652 308.933 און eh, און אײַך פֿלעגט מען eh, די רוסן פֿלעגט מען אײַך נעמען אױף אַ געשפּרעך, יע? Bella Rabinovich 308.702 309.675 נײן. Chaim Bargman 309.495 310.35 נײן? Bella Rabinovich 310.254 315.716 קײנע געשפּרעכן ניט. זײ האָבן אונדז נאָר געפֿרעגט פֿון װעלכע שטאָט מען איז, און מע האָט געגעבן NAPRAVLENIEs Chaim Bargman 315.84 317.893 דאָס איז אַז- אַזעלכענע דאָקומענטן? Bella Rabinovich 317.19 321.325 יאָ, פֿאָרט געזונטערהײט. אָט אָ דאָרטן דאָרט געדאַרפֿט אַװעקגעבן אין UNK דאָקומע- eh Bella Rabinovich 321.325 323.407 אין קאָװנע האָט מען דאָך אַזױנע צוגעשריבן. Chaim Bargman 323.315 326.364 יאַ, זײַט איר, זײַט איר פֿון ברעסט געפֿאָרן אױף װוּ? Bella Rabinovich 326.15 330.262 אין קאָװנע! אין קאָװנע איז געװען אונדזער NAPRAVLENIE, און אין קאָװנע זײַנען מיר געקומען. Chaim Bargman 329.559 331.291 װי זײַט איר געפֿאָרן, מיט בענער? Bella Rabinovich 331.112 338.43 מיט בענער, אָבער די בענער פֿלעגן פֿאָרן אָט eh, ניט קײן שעה צװײ, נאָר זײ פֿלעגן פֿאָרן צו צװײ־דרײַ טעג אױף אײן אָרט. Bella Rabinovich 339.144 341.467 אָט אַזױ פֿלעגן מיר פֿאָרן הונגעריקע. Chaim Bargman 341.574 343.897 און די רוסן האָבן אײַך נישט געגעבן קײן עסן? Bella Rabinovich 343.346 346.294 נײן, (אױפֿן, פֿאַרן װעג נישט) האָט אונדז קײנער ניט געגעבן. Chaim Bargman 345.759 347.694 אָבער אין ברעסט האָט מען אײַך יאָ געגעבן. Bella Rabinovich 347.396 349.668 אין ברעסט האָבן זײ אונדז געגעבן עסן. Chaim Bargman 350.315 352.976 און אונטער דער װעגנס װאָס פֿ- װאָס האָט איר געגעסן? Bella Rabinovich 352.121 355.088 נו, מיר האָבן אַלײן געהאַט דאָרטן ברױט, איך װײס װאָס. Bella Rabinovich 355.091 357.566 (מסתּמאן) מע פֿלעגט שױן אָפּקומען מיט װאָס ניט איז Bella Rabinovich 357.926 360.075 אַ לאַגער־מענטש איז געװען אײַנגעװױנט. Bella Rabinovich 360.12 364.198 UNK איצטער אױך אַן אַנדערש מאָל. איך בין אַ לאַגער־מענטש, איך בין אײַנגעװױנט צו אַלץ. Chaim Bargman 364.625 367.893 און eh, אַזױ ז- האָט איר זיך דערקליבן צו קאָװנע. Bella Rabinovich 367.308 368.129 יע. Chaim Bargman 368.102 371.438 װ- װ- װאָס, איר געדענקט (דער) ערשטן טאָג אין קאָװנע? Bella Rabinovich 371.122 377.343 מיר זײַנען געקומען אין קאָװנע, איך געדענק ניט װעלכער טאָג דאָס איז געװען, און מיר האָבן ניט געהאַט אַפֿילו װוּ אַרײַנצוגײן. Chaim Bargman 376.657 378.001 דאָס איז געװען זומער? Bella Rabinovich 378.142 379.014 זומער. Bella Rabinovich 379.61 384.712 זײַנען מיר געבליבן שטײן, זאָג איך צו מײַן שװיגער, צו לענגערע יאָר, אַזױ װי הײַנט זאָג איך איר, "זעט, אַ? Bella Rabinovich 384.757 387.712 װאָס האָבן מיר געדאַרפֿט פֿאָרן? װאָס האָבן מיר געדאַרפֿט פֿאָרן? Bella Rabinovich 387.712 391.23 מיר האָבן דאָך געקענט בלײַבן אין פּױלן און אַװעקפֿאָרן װײַטער װוּ ניט איז Bella Rabinovich 391.23 393.712 אַלץ איר זאָלט זײַן געזונט האָט (דאָס) געמאַכט. Bella Rabinovich 394.427 398.573 זאָגט זי "אױ, איך האָב אָפּגעטאָן אַ נאַרישקײט. UNK האָבן ניט אַװוּ אַרײַנצוגײן?" Bella Rabinovich 398.73 399.568 איז װאָס Chaim Bargman 398.814 401.137 איר האָט נישט געװאָלט פֿאָרן אין קאָװנע? Bella Rabinovich 400.67 401.643 נײן. Chaim Bargman 401.497 403.297 זײ האָבן אײַך אײַנגערעדט, יע? Bella Rabinovich 402.645 405.086 מײַן שװיגער איז שולדיק אין מײַן לעבן. Bella Rabinovich 405.412 408.697 זי האָט מיר אײַנגערעדט (װאָס זי האָט געמאַכט אַ) פֿור איך זאָל פֿאָרן. Chaim Bargman 408.72 410.604 ah, איר װאָלט נישט געפֿאָרן אין קאָװנע. Bella Rabinovich 408.973 412.815 נײן. קײן מאָל אין לעבן ניט. Bella Rabinovich 413.546 418.248 כ'האָב געזען װי ס- װי מע מ'האָט געהרגעט ייִדן, און װי די בלוט האָט זיך געגאָסן. Bella Rabinovich 418.389 421.185 יעדער שטײן איז פֿאַרגאָסן מיט בלוט. Bella Rabinovich 421.798 424.512 נאָר UNK מע דאַרף שװײַגן װײַלע מע לעבט נאָך (דאָ). Bella Rabinovich 424.512 425.488 מע דאַרף שװײַגן. Chaim Bargman 426.641 431.681 און ah, און װאָס איז ah, װאָס איז געװען די ערשטע טאָג אַז איר האָט נישט געװוּסט װוּ מע Bella Rabinovich 430.927 435.714 מ'האָט ניט געהאַט װוּ אַרײַנצוגײן אַפֿילו, װוּ בײַ נאַכט איבערצונעכטיקן. האָט זיך מײַן שװיגער דערמאָנט Bella Rabinovich 435.888 439.159 אַז זי האָט אַ באַקאַנטע שכנטע, אַ ליטװינקע UNK, זאָגט זי Bella Rabinovich 439.179 441.063 "װײן ניט, קלאָג ניט. Bella Rabinovich 441.137 445.755 איך װעל אַװעקגײן בײַ איר. איך װעל איר פֿרעגן, אפֿשר װעט זי אונדז צונעמען." האָט זי אונדז צוגענומען. Chaim Bargman 445.102 447.256 איר געדענקט דעם נאָמען פֿון די ליטװינקע? Bella Rabinovich 446.773 448.269 STANKEVICIENE. Chaim Bargman 448.275 449.704 STANKEVICIENE, יאַ? Bella Rabinovich 448.967 451.526 יאַ. זי איז שױן געשטאָרבן. זי איז שױן ניטאָ. Bella Rabinovich 451.818 456.909 האָט זי אונדז געגעבן אַ פּיצינקל (MÄDCHEN)-צימערל האָט זי אונדז געגעבן, און דאָרטן האָבן מיר געלעבט Bella Rabinovich 457.05 459.215 אַ חודש צײַט. דערנאָך בין איך Bella Rabinovich 459.26 464.131 דערנאָך האָבן מיר זיך אַלײן אױפֿן הױף, דאָרטן װוּ איך האָב געלעבט, װוּ זי האָט אונדז אַרײַנגעלאָזן אױף UNK גאַס Bella Rabinovich 465.369 471.303 איז געװען אַזאַ מין SKLADIK, און דער SKLADIK, װי זײ פֿלעגן דאָרטן פֿלײש קױלענען, דאָרטן נאָך זאַכן Bella Rabinovich 471.765 475.742 האָבן מיר אים, זאָגן מיר "גיט אונדז (איצט) דעם SKLADIK, מיר װעלן אים רײן מאַכן Bella Rabinovich 476.102 478.847 און מיר'ן זיך דאָרטן באַלעבן. מיר װעלן אױסקאַלכן Bella Rabinovich 479.021 483.453 און מיר װעלן דאָרטן לעבן." זאָגן זײ "גוט." מיר זײַנען אַװעק אין DOMOUPRAVLENIE געבעטן UNK Chaim Bargman 482.497 484.837 DOMOUPRAVLENIE, דאָס איז הױז־פֿאַרװאַלטונג, יע? Bella Rabinovich 484.033 485.816 יאָ, מ'האָט אונדז ערלױבט. Bella Rabinovich 485.889 491.381 האָבן מיר eh אױסגע- רײן געמאַכט און אױסגעקאַלכט, און מיר האָבן דאָרטן זיך געקױפֿט אַ SOFA Bella Rabinovich 491.381 496.126 דאָרטן נאָך װאָס ניט איז, װי ניט איז, UNK מענטשן געגעבן, און מיר האָבן זיך באַלעבט. Chaim Bargman 495.997 499.825 מ'האָט, און פֿון װאַנעט האָט איר גענומען געלט, סײַ אױף eh מעבל צו קױפֿן Bella Rabinovich 496.126 496.937 אָ- Chaim Bargman 499.828 503.889 און סײַ ש- זיך שפּײַזן אין די ערשטע טעג פֿון קומענדיק אַהער. Bella Rabinovich 503.051 505.239 האָט דאָך אונדז די, די קריסטין געגעבן. Chaim Bargman 504.857 507.028 די ק- אַז זי האָט אײַך געגעבן אױך געלט? Bella Rabinovich 506.628 508.327 זי האָט (אונדז) געגעבן עסן. Chaim Bargman 508.198 510.572 עסן, ah, און געלט אױף UNK Bella Rabinovich 509.717 512.985 און געלט בין איך אַװעקגעפֿאָרן אין יאַנעװע Bella Rabinovich 513.429 517.165 בין איך אַװעקגעפֿאָרן, מײַנע עלטערן האָבן דאָרטן גע-, נאָך געלעבט Bella Rabinovich 517.165 520.165 בין איך אַװעקגעפֿאָרן אין יאַנעװע באַקוקן די שטעטל. Bella Rabinovich 520.753 524.679 האָבן מיר אָנגעטראָפֿן ליטװינער, אַ ליטװינער האָט מיר אָנגעטראָפֿן Bella Rabinovich 525.174 529.235 װאָס מײַן מאַמע מיט מײַן פֿאָטערל, מיר האָבן אים אַװעקגעגעבן אַ סך זאַכן. Bella Rabinovich 529.933 536.542 "אױ!" זאָגט ער, "בעליטשקע, דו לעבסט!" און ער האָט מיר אַרומגענומען, ער האָט גענומען װײנען. ער איז געװען אַ אָרנטלעכער. Bella Rabinovich 536.666 539.313 אַ סטאָראָזש איז ער געװען, ניט אַנדער- ניט אַל- Chaim Bargman 538.252 539.326 אַ שומר. Bella Rabinovich 539.349 542.752 יע, ניט אַלע, ניט אַל- ניט אַלע זײַנען דאָך מערדײרים Chaim Bargman 542.538 543.494 mhm. Bella Rabinovich 543.585 547.933 זאָגט ער "גוט װאָס דו ביסט געקומען. איך װאַרט דאָך אױף אײַך די גאַנצע צײַט." Chaim Bargman 547.112 548.625 דאָס איז אַ ליטװינער איז ער ג-? Bella Rabinovich 548.276 549.362 אַ ליטװינער, יאָ. Bella Rabinovich 549.362 551.426 "איך מײן," זאָגט ער, "אַז Bella Rabinovich 551.685 557.923 כ'האָב געמײנט," זאָגט ער "אפֿשר װעט קומען דײַן מאַמע, דײַן טאַטע. אַלנפֿאַלס, איך האָב געװאַרט אױף אײַך פֿון װעמען פֿון אײַער שטוב." Bella Rabinovich 558.333 564.926 זאָג איך "איך בין געקומען. איך בין אין קאָװנע" זאָג איך "לעב איך, און איך האָב קײן זאַך ניט," זאָג איך, "איך װײס ניט װי איך װעל זיך דאָרטן אײַנאָרדענען." Bella Rabinovich 565.218 567.406 זאָגט ער "האָב ניט קײן פֿאַרדרוס. Bella Rabinovich 567.834 571.237 קום. איך װעל דיר אַװעקגעבן זאַכן װאָס די מאַמע האָט איבערגעלאָזן." Bella Rabinovich 571.766 578.342 זאָג איך "גוט. אַ גרױסן דאַנק אײַך." איך האָב זיך גאָרניט פֿאָרגעשטעלט, ער האָט אַװעקגע- אַװעקגעגעבן, האָט ער מיר אַװעקגעגעבן אַ קישן Bella Rabinovich 578.803 584.062 אַ PUKHOVKA, דאָרטן נאָך װאָס ניט איז. איך געדענק שױן ניט װאָס די מאַמע האָט אים געגעבן Bella Rabinovich 584.152 587.043 האָב איך דאָס אַלץ גענומען און איך בין אַװעק אױפֿן מאַרק Bella Rabinovich 587.043 588.332 און איך האָב פֿאַרקױפֿט. Chaim Bargman 588.236 589.783 אין יאַנעװע צו אין קאָװנע? Bella Rabinovich 589.215 590.34 אין יאַנעװע. Bella Rabinovich 590.565 592.106 האָב איך דאָס פֿאַרקױפֿט Bella Rabinovich 592.106 593.546 און איך האָב שױן געהאַט Bella Rabinovich 593.619 595.928 דרײַ הונדערט צו פֿיר הונדערט רובל. Bella Rabinovich 595.928 599.621 איז אָט האָבן מיר זיך געקענט אױסקאַלכן, דאָרטן קױפֿן װאָס ניט איז. Bella Rabinovich 600.167 602.237 און אָט אַזױ האָבן מיר אָנגעהױבן לעבן. Chaim Bargman 602.748 603.957 און eh איר זײַ- Bella Rabinovich 603.542 606.484 דערנאָך זײַנען שױן אַװעק מײַן שװיגער אַרבעטן און Bella Rabinovich 606.528 608.75 און איך בין אַװעק אַרבעטן. Chaim Bargman 607.76 609.324 װוּ זײַט איר אַװעק אַרבעטן? Bella Rabinovich 608.992 612.311 איך בין אַװעק, איך האָב געאַרבעט אין אָנהײב בײַ די, בײַ מאַראָזשענע. Chaim Bargman 612.198 613.34 דאָס איז אײַזקרעם? Bella Rabinovich 613.397 615.315 נו, בײַ, בײַ מאַראָזשענע! Chaim Bargman 615.033 617.255 ah װאָס פֿלעגט איר טאָן, איר פֿלעגט דאָס פֿאַרקױ- Bella Rabinovich 616.485 617.627 פֿלעג פֿאַרקױפֿן. Chaim Bargman 617.413 619.787 ah, איר פֿלעגט קריגן געמאַכטע און פֿאַרקױפֿן? Bella Rabinovich 619.168 620.04 יאַ. Bella Rabinovich 620.197 620.951 יאַ. Chaim Bargman 620.265 623.364 דאָס איז געװען אַ זומער־אַרבעט צו אַ װינטער אױך פֿלעגט איר דאָס מאַכ- Bella Rabinovich 622.593 624.41 אַ װינטער ניט, נאָר זומער. Chaim Bargman 624.112 626.216 װוּ פֿלעגט איר פֿאַרקױפֿן, אױפֿן גאַס פּאָש- Bella Rabinovich 625.445 626.469 אױפֿן גאַס. Chaim Bargman 626.306 628.224 פּשוט שטײן אױפֿן גאַס אָפֿן, יאַ? Bella Rabinovich 627.639 628.342 יאַ. Bella Rabinovich 628.736 630.553 נו, פֿון אַ (UCHREZHDENIE). Chaim Bargman 630.052 632.223 פֿאַר אַ אונטערנעמונג, יאַ פֿאַרשטײ איך. Bella Rabinovich 631.47 632.713 יאַ, אַ אונטערנעמונג. Chaim Bargman 633.039 636.071 און אַז, און װינטער װאָס פֿלעגט איר, פֿלעגט איר טאָן? Bella Rabinovich 633.478 634.181 דאַ- Bella Rabinovich 635.722 637.573 װינטער פֿלעג איך זײַן אין שטוב. Bella Rabinovich 638.591 642.23 דערנאָך האָב איך (באַ-), געאַרבעט אױף eh די גאַזירטע װאַסער. Chaim Bargman 641.898 643.158 איר פֿלעגט פֿאַרקױפֿן? Bella Rabinovich 642.607 644.761 יאַ, אַ סך יאָרן. דערנאָך בין איך אַ- Chaim Bargman 643.974 645.487 אױכעט, אױכעט זומער? Bella Rabinovich 645.172 645.853 יאַ. Bella Rabinovich 645.864 647.833 דערנאָך בין איך אַװעק אין פֿאַבריק. Bella Rabinovich 648.463 651.225 האָב איך געאַרבעט אין פֿאַבריק זיבן און צװאַנציק יאָר. Chaim Bargman 651.095 653.756 און װאָס eh, און װאָס האָט איר געטאָן אין פֿאַבריק? Bella Rabinovich 653.424 654.661 אַ SHTOPAL'NITSA. Bella Rabinovich 654.661 657.097 פֿלעג איך מאַכן אַזעלכענע אָפּעראַציעס, שטאָפֿן Bella Rabinovich 657.187 660.253 פֿלעג איך מאַכן עס זאָל דאָס ניט זײַן קײן סימן פֿון קײן בראַק. Chaim Bargman 660.14 663.256 ah, איר פֿלעגט פֿאַרריכטן אַ בראַקירטע זאַך, יאַ Bella Rabinovich 663.06 666.598 יאַ, נײַנצן יאָר, צװאַנציק יאָר האָב איך אָפּגעאַרבעט פֿאַר אַ SHTOPAL'NITSA. Chaim Bargman 666.671 668.117 און דערנאָך זײַט איר Bella Rabinovich 667.43 672.051 און דערנאָך בין איך אַרױס אין פּענסיע. איך בין אַרױס אין פּענסיע, האָב איך געבעטן מע זאָל מיר Bella Rabinovich 672.051 677.746 מען זאָל מיר איבערפֿירן אױף לײַכטערע אַרבעט, האָט מען מיר געגעבן אױפֿן קאָנװײער רײניקן Bella Rabinovich 677.746 679.187 שט- דאָס, שטאָף. Chaim Bargman 679.192 680.148 רײניקן? Bella Rabinovich 679.952 680.692 יאַ. Bella Rabinovich 680.711 681.937 נו, רײניקן. Chaim Bargman 681.757 685.295 יאַ. איר געדענקט אפֿשר אין װאָס פֿאַר אַ יאָר זײַט איר אַרױס אױף פּענסיע? Bella Rabinovich 685.098 686.847 אין פֿינף און פֿופֿציקסטן. Chaim Bargman 686.769 688.603 אין פֿינף און פֿו-, צו אין Bella Rabinovich 688.423 694.256 אין פֿינף און פֿופֿציקסטן, און אַרױס אין גאַנצן פֿון פֿאַבריק בין איך אַרױס נאָך אין גאַנצן זעקס יאָר. Chaim Bargman 689.891 691.168 ah, און Chaim Bargman 694.16 695.555 װי איר זײַט אין אַלגעמ- Bella Rabinovich 694.7 697.681 װאַ- יע, װײַל איך האָב געאַרבעט נאָך די, נאָך די פּענסיע. Chaim Bargman 697.282 700.01 אַ סך יאָרן איז, האָט איר אָפּגעאַרבעט אין eh Bella Rabinovich 699.257 702.61 נאָך די פּענסיע אַ צװעלף יאָר געװיס. אױבע ניט דרײַצן Chaim Bargman 703.273 710.147 און eh, און אַזױ, און אַזױ לעבט און דאָ- װי eh, װי איז געקומען, װי האָט איר זיך געשײדט מיט אײַער Chaim Bargman 710.192 712.583 מיט אײַער שװיגער, מיט אײַער מאַנ'ס שװעסטער? Bella Rabinovich 712.2 716.312 נו, מיר האָבן זיך צעשײדט און VSE, זײַנען אַװעקגעפֿאָרן אין ארץ־ישׂראל. Chaim Bargman 717.279 720.091 איר, איר געדענקט װען זײַ- װען זײַנען זײ אַװעקגעפֿאָרן? Bella Rabinovich 720.249 722.268 נו, ס'מוז זײַן אַ Bella Rabinovich 723.152 724.733 אַ פֿערצן, פֿופֿצן יאָר. Chaim Bargman 724.957 726.403 איר שרײַבט זיך מיט זײ? Bella Rabinovich 726.662 728.445 tsk כ'האָב מיט זײ קײנע געשעפֿטן ניט. Bella Rabinovich 728.805 730.582 איך בין געװאָרן אין כּעס אױף זײ, און איך Bella Rabinovich 730.582 732.596 װ- איך װיל זײ ניט קענען און ניט װיסן. Chaim Bargman 732.247 734.047 פֿאַר װאָס זײַט איר געװאָרן אױף זײ אין כּעס? Bella Rabinovich 733.479 735.751 איך בין געװאָרן, דאָס איז שױן אַ סעקרעט. Chaim Bargman 735.453 737.253 אַ פּערזענלעכע זאַך. Chaim Bargman 737.9 738.687 אַהאַ. Bella Rabinovich 738.002 740.106 איך װיל אַפֿילו װעגן זײ ניט הערן. Chaim Bargman 740.162 743.329 און אַלײן זײַט איר נישט געװען צו גאַסט אין ארץ־ישׂראל? Bella Rabinovich 742.878 743.75 נײן. Bella Rabinovich 743.925 744.577 נײן. Chaim Bargman 744.414 747.885 איר שרײַבט זיך, eh איר שרײַבט זיך מיט װעמען ניט איז אין ארץ־ישׂראל? Bella Rabinovich 747.3 748.746 מיט מײַן קוזינע. Chaim Bargman 748.734 750.264 eh, װי איז איר נאָמען? Bella Rabinovich 749.915 750.972 יהודית. Chaim Bargman 751.586 756.204 און װי, װי האָט זי אָ- איבערגעלעבט? זי איז געװען, זי איז נישט געװען בײַ די דײַטשן אין די הענט? Bella Rabinovich 755.535 757.099 זי אױך געװען בײַ די דײַטשן. Chaim Bargman 757.003 759.292 און װוּ איז זי דער- װי האָט זי איבערגע- Bella Rabinovich 758.42 762.582 זי איז געװען באַזונדער און איך בין געװען באַזונדער. דערנאָך האָבן מיר זיך געטראָפֿן. Chaim Bargman 762.369 764.051 און זי איז אױך געװען אין STUTTHOF? Bella Rabinovich 764.9 766.365 דאָס װײס איך ניט. Bella Rabinovich 766.368 769.34 כ'װײס װעגן איר, דאָס װײס איך ניט. איך האָב איר קײן מאָל ניט געפֿרעגט. Bella Rabinovich 769.34 773.619 מיר דאַכט זיך אַז זי איז יע געװען, צו זי, צו זי איז ניט געװען, נאָר איך בין געװען. Chaim Bargman 774.688 778.851 mhm. און דאָס איז די אײנציקער מענטש מיט װעמען, מיט װעלכן איר שרײַבט זיך איבער. Bella Rabinovich 778.299 779.981 יע, מער מיט קײנעם ניט. Chaim Bargman 781.033 784.723 איר האָט eh מגע־ומשׂאס מיט eh קאָװנער ייִדישער געמײנדע? Bella Rabinovich 785.285 786.95 װאָס פֿאַר אַ UNK? Chaim Bargman 786.146 789.262 נו, מיט די קאָװנער ייִדישער קהילה האָט איר צו טאָן? Bella Rabinovich 788.947 790.696 װאָס האָב איך מיט זײ צו טאָן? Chaim Bargman 789.943 792.688 איר קריגט געװיסע הילף פֿון די ייִדישע געמײנדע? Bella Rabinovich 792.508 796.654 (דאָס) UNK פֿלעגט מען אונדז געבן די אַכט און פֿערציק LIT, איצטער װעט מען דאָך אונדז שױן ניט געבן. Bella Rabinovich 797.368 800.13 דאָס איז שױן eh אױף STOTCHNO מיט אונדז UNK געבן. Chaim Bargman 800.726 803.539 ah, און װער ניט איז אַנדערע מענטשן העלפֿן אײַך? Bella Rabinovich 803.679 805.513 אַזױ העלפֿט מיר קײנער ניט. Chaim Bargman 805.755 808.635 אי- קײנע אָרגאַניזאַציעס העלפֿ- העלפֿן אײַך ניט. Bella Rabinovich 807.83 811.132 נײן, נײן, נאָר די דײַטשן גיבן מיר אַ מאָל (װען ניט װען) UNK Chaim Bargman 810.412 813.984 יאַ, און עפּעס מעדיצינע, רפֿואות, און Bella Rabinovich 813.146 815.688 נו, דאָס קריג איך פֿון די ליטװינער. Chaim Bargman 815.39 817.274 פֿון די ליטװישע אָרגאַניזאַציעס? Bella Rabinovich 816.386 817.815 יאַ, יאַ, יאַ. Chaim Bargman 817.736 820.684 װעלכע ליטװישע אָרגאַניזאַציעס העלפֿן אײַך, קענט איר זאָגן? Bella Rabinovich 820.537 822.371 איך װײס ניט װער דאָס איז. Chaim Bargman 821.82 823.553 אָבער זײ קומען צו אײַך, יאַ? Bella Rabinovich 823.524 824.374 נײן. Chaim Bargman 824.351 825.273 נײן? Bella Rabinovich 824.374 826.894 מע גיט דאָך אַלעמען רפֿואות אָן געלט. Chaim Bargman 826.443 828.26 אַהאַ, גיט מען אײַך אױכעט, יאַ? Bella Rabinovich 827.726 829.172 נו, יע, נו. Bella Rabinovich 830.898 833.812 אַזױ גיט מיר קײנער ניט. װער האָט מיר, װער גיט מיר װאָס Bella Rabinovich 834.088 838.433 כ'האָב אַלײן אַ פּענסיע, כ'האָב גאָט צו דאַנקען אַלײן אַ פּענסיע, און איך קריג פֿון פֿאַרן Bella Rabinovich 838.433 841.497 מע זאָל נאָר געבן פֿאַרן לאַגער די הונדערט LIT, אױבע מ'װעט געבן Bella Rabinovich 841.497 845.133 פֿאַרן לאַגער, און די פּענסיע װעל איך זיך װי ניט איז דורכלעבן, נאָר װאָס זאָל מען טאָן? Bella Rabinovich 845.133 846.987 אַז ער װיל ניט געבן טאַץ Bella Rabinovich 846.997 848.071 װוּ קען מען Chaim Bargman 847.098 848.409 װער איז דער טאַץ? Bella Rabinovich 848.938 852.274 טאַץ איז דער פּרע- דער, (דאָס) PREDSEDATEL' פֿון קאָמיטעט. Chaim Bargman 851.992 854.214 פֿון ייִדישן קאָמיטעט אין קאָװנע, יאָ? Bella Rabinovich 852.887 854.569 יאַ, יאַ, יאַ. Chaim Bargman 854.49 856.29 האָט איר צו אים געװיסע טענות? Bella Rabinovich 855.755 857.052 נו, KONECHNO. Bella Rabinovich 857.052 857.626 ער Bella Rabinovich 857.626 860.087 אַ PREDSEDATEL' זאָל זײַן אַזױ, דאָס איז Chaim Bargman 860.936 862.787 איר האָט צו אים געװיסע טענות, יאָ? Bella Rabinovich 862.623 864.474 נ- האָבן מ- Chaim Bargman 863.417 867.478 גוט, eh, מיר װעלן האָפֿן אַז די פּראָבלעמעס װעלן ah, זיך לײזן. Bella Rabinovich 867.298 868.153 יע. Chaim Bargman 867.888 870.616 און איר װעט קריגן אײַערע געלט. Chaim Bargman 870.96 874.248 און איך דאַנק אײַך זײער פֿאַר אײַער זײער, אַזאַ Chaim Bargman 874.248 877.856 פֿילעװדיקן, eh, פֿילהאַרציקן, און (פֿילבאַרנדיקן) אינטערװיו. Bella Rabinovich 878.351 879.308 אַ דאַנק אײַך.