David Karlin 50.097 54.056 TODAY IS NOVEMBER TWENTY SIXTH, NINETEEN NINETY SIX. David Karlin 54.096 57.262 SURVIVOR ELY LITSKY. David Karlin 57.387 60.539 THE L- NAME, LAST NAME, BY BIRTH WAS David Karlin 60.539 62.106 ULICKY. David Karlin 62.213 64.738 INTERVIEWER DAVID KARLIN. David Karlin 64.845 70.883 THE INTERVIEW IS TAKEN IN BRONX, NEW YORK, UNITED STATES OF AMERICA, AND THE LANGUAGE IS David Karlin 70.883 71.876 YIDDISH. David Karlin 73.873 76.955 מיר רופֿט מען DAVID קאַרלין: David Karlin 77.333 80.685 קוף, אַלף, ריש, למד, David Karlin 81.383 83.334 יוד, לאַנגע נון. David Karlin 83.931 87.401 הײַנט איז נאָװעמבער דער זעקס און צװאַנציקסטער, David Karlin 87.508 90.387 נײַנצן נײַן זעקס. David Karlin 90.883 94.213 איך נעם אַן אינטערװיו בײַ אליה ליצקי, David Karlin 94.213 96.125 געבאָרענער אוליצקי. David Karlin 97.026 99.855 דער אינטערװיו קומט פֿאָר אין בראָנקס, David Karlin 100.367 103.258 ניו־יאָרק, פֿאַראײניקטע שטאַטן OF אַמעריקע David Karlin 103.258 105.693 און דער אינטערװיו װערט גענומען אין ייִדיש. David Karlin 108.147 109.744 װי רופֿט מען אײַך? Ely Litsky 110.593 111.65 ELY Ely Litsky 111.842 113.017 LITSKY. David Karlin 114.087 116.279 קענט איר זאָגן אײַער פֿאַמיליע, װײַל...? Ely Litsky 115.92 122.923 יע. איך בין געבאָרן, אי- אי- איך בין געב- געבאָרן געװאָרן אין דער שטאָט ביאַליסטאָק אין פּױלן. David Karlin 125.089 127.091 eh קענט איר זאָגן אין די, David Karlin 127.165 130.281 SPELL עס, SPELLn די, אײַער פֿאַמיליע? Ely Litsky 132.835 133.853 eh L. Ely Litsky 133.853 134.73 I. Ely Litsky 134.73 135.515 T. Ely Litsky 135.515 137.672 S.K.Y. David Karlin 138.96 142.666 װען איר זײַט געבאָרן געװאָרן, װאָס פֿאַר אַ נאָמען האָט איר געהאַט און פֿאַמיליע? Ely Litsky 143.702 144.517 אליה. Ely Litsky 144.517 145.974 E.L. Ely Litsky 146.318 147.206 E. David Karlin 148.056 149.889 און פֿאַמיליע אײַערע איז געװעזן? David Karlin 150.857 153.652 װי איר זײַט געבאָרן געװאָרן, אײַער פֿאַמיליע איז געװעזן װי? Ely Litsky 153.203 155.477 ih די, די זעלבע FAMILY, Ely Litsky 155.477 157.702 די זעלבע מ(UNK), די זעלבע FAMILY. David Karlin 157.185 159.322 איר זאָגט אַז אוליצקי, האָט איר געזאָגט. Ely Litsky 158.856 160.419 יע, אוליצקי. David Karlin 161.438 163.322 װען זײַט איר געבאָרן געװאָרן? Ely Litsky 163.125 167.675 איך בין געבאָרן דעם דרײַ און צװאַנציקסטן נאָװעמבער, נײַנצן צען. David Karlin 167.935 169.397 װי אַלט זײַט איר הײַנט? Ely Litsky 169.226 171.016 eh זעקס און אַכציק. David Karlin 172.035 173.885 װוּ זײַט איר געבאָרן געװאָרן? Ely Litsky 173.453 174.83 אין ביאַליסטאָק. David Karlin 175.292 176.34 װעלכע לאַנד? Ely Litsky 176.346 177.163 POLAND. Ely Litsky 177.163 177.836 פּױלן. David Karlin 178.009 180.011 אין יענער צײַט איז דאָס געװעזן פּױלן? Ely Litsky 179.545 180.349 יע. David Karlin 180.304 182.492 אין צענטן יאָר איז דאָס געװעזן פּױלן? Ely Litsky 181.563 183.124 יע. יע, יע. David Karlin 185.569 189.073 דערצײלט אונדז װעגן אײַער לעבן David Karlin 189.838 192.431 בעפֿ- בע- פֿאַר דער מלחמה, David Karlin 192.673 195.707 פֿון אײַער קינדהײט, װעגן אײַער משפּחה, David Karlin 195.707 197.257 בײַ אײַער שטאָט, David Karlin 197.652 199.909 אין די אַלגעמײן, David Karlin 199.909 201.56 אין יענע צײַט, David Karlin 202.022 206.623 װי האָט געלעבט אײַער שטאָט, און װאָס איז פֿאָרגעקומען אין יענע צײַט, ביז דער מלחמה? Ely Litsky 206.672 217.001 יע. אי- אין ביאַליסטאָק איז געװעזן אַ שטאָט פֿון הונדערט און פֿינעף טױזנט אײַנװױנערס. Ely Litsky 217.092 219.814 צװישן הונדערט פֿינעף טױזנט אײַנװױנערס, Ely Litsky 219.814 222.502 איז געװען פֿינף און זעכציק טױזנט ייִדן. Ely Litsky 222.778 224.645 די ייִדן האָבן געלעבט Ely Litsky 225.023 227.931 זײער גוט, אַלע געװען eh eh Ely Litsky 227.931 229.32 געלערנטע, Ely Litsky 229.798 233.268 און ס'איז געװען פֿיר ייִדישע צײַטונגען, Ely Litsky 233.357 235.783 ס'איז געװען eh אַלע פּאַרטײען: Ely Litsky 235.786 240.705 ציוניסטן, בונדיסטן, פּועלי־ציון, לינקע פּועלי־ציון איז געװעזן. Ely Litsky 240.705 244.24 ס'איז געװען ih פֿיר ייִדישע ספּאָרט־קלובן געװעזן, Ely Litsky 244.24 248.051 און בײַ אײן קלוב האָב איך באַלאַנגט, געהײסן מכּבי. Ely Litsky 248.26 253.181 און איך בין געװען דער אָנפֿירער פֿון דער לײַכט־אַטלעטישער סעקציע פֿון מכּבי. David Karlin 253.423 258.007 זאָגט מיר, אַז eh, איר זײַט געבאָרן געװאָרן אין װאָס פֿאַר אַ משפּחה? Ely Litsky 258.57 261.376 אַ מיטל־קלאַס־משפּחה. מײַן, מײַן פֿ- David Karlin 260.291 262.328 מיט װאָס האָט זיך אײַער פֿאָטער פֿאַרנומען? Ely Litsky 261.376 266.208 מײַן, מײַן פֿאָטער איז געװען אַ שנײַדער און מײַן זײדע איז געװען אַ שנײַדער Ely Litsky 266.974 269.448 און מײַנע שװעסטערס זײַנען געװען שנײַדערס. David Karlin 270.552 272.334 און װוּ האָט איר געלערנט? Ely Litsky 272.442 274.123 כ'האָב געלערנט אין חדר. David Karlin 276.222 279.776 און נאָך דעם, האָט איר זיך גע- װי לאַנג האָט איר געלערנט אין חדר? Ely Litsky 279.799 281.078 ני- די- eh Ely Litsky 281.078 283.438 אַ אַ אַ שײנע פּאָר יאָר כ'האָב געלערנט. Ely Litsky 284.119 285.058 און ט- Ely Litsky 285.688 290.761 און צו דרײַצן יאָר האָב איך אַװעק אַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן. Ely Litsky 291.308 294.103 דאָ אין ענגליש איז דאָס אַ אַ BUSBOY. Ely Litsky 294.767 299.649 נאָכן אײן, נאָך אַ יאָר צײַט אַרבעטן, בין איך געװאָרן אַ WAITER, Ely Litsky 299.649 301.978 און איך בין געװאָרן זײער פּאָפּולער. Ely Litsky 301.978 305.814 מ'האָט געװאָלט גײן, אַלע מענטשן, נאָר אױף מײַן זײַט אַרבעטן. Ely Litsky 306.175 308.373 ס'האָט געדױערט אַ פּאָר יאָר, Ely Litsky 308.373 310.803 מײַן בעל־הבית האָט געשטאָרבן, Ely Litsky 310.803 314.808 און מיר האָבן, זעקס WAITERS, אָפּגעקױפֿט דעם רעסטאָראַן. Ely Litsky 315.085 319.331 און איך האָב געלעבט, אַזױ װי מע זאָגט אין ייִדיש, גאָט אין אָדעס. Ely Litsky 320.164 322.115 מיר האָט גאָרניט געפֿעלט, Ely Litsky 323.202 324.276 און ד- Ely Litsky 326.965 329.473 און או- או- און און דערנאָך Ely Litsky 329.513 332.224 איז אױסגעבראָכן די מלחמה. David Karlin 332.753 335.481 לאָמיר זיך קערן צו ביסל, אַ ביסל צוריק. Ely Litsky 335.352 336.071 יע. David Karlin 335.807 340.981 eh, אײַער פֿאָטער איז eh, װי לאַנג זײַט איר געװעזן צוזאַמען מיט אײַער פֿאָטער? Ely Litsky 342.085 345.42 דער פֿאָטער האָט געשטאָרבן, בין איך געװען אַלט פֿינעף יאָר. Ely Litsky 346.033 349.25 די מאַמע איז געשטאָרבן, בין איך געװען אַלט עלעף יאָר. David Karlin 349.105 353.031 מיט װאָס האָט זיך פֿאַרנומען אײַער מאַמע נאָך דע- אײַער פֿאָטער'ס טױט? Ely Litsky 351.332 353.401 די מאַמע איז געװען אַ הױז־פֿרױ. David Karlin 354.133 356.27 איר האָט געהאַט ברידער, שװעסטער? Ely Litsky 355.247 359.527 יע, איך האָב געהאַט אײן ברודער, איז ער אַװעקגעפֿאָרן נאָך קובאַ. David Karlin 359.398 360.32 װען? Ely Litsky 361.018 364.977 אי- אין, װען, אין (דאַכט זיך מיר) אין אין נײַנצן זיבן און צװאַנציק. Ely Litsky 365.845 371.222 eh און די דרײַ שװעסטערס, אײנע איז געװען פֿאַרהײראַט און צװײ נאָך ניט, Ely Litsky 371.903 378.242 און די, די פֿאַרהײראַטע פֿרױ, זי האָט געהאַט אײן זון. ער איז געגאַנגען אין אַכטן קלאַס העברעיִשע גימנאַזיע. Ely Litsky 378.72 381.527 און איך האָב פֿאַר אַ- פֿאַר אַלצדינג דאָס געצאָלט. Ely Litsky 381.527 383.321 און ער האָט געשפּילט פֿידל. David Karlin 387.816 390.999 יענע צײַט eh אין װאָס פֿאַר אַ David Karlin 391.107 394.307 eh אָרגאַניזאַציעס זײַט איר געװען אַ מיטגלידער? Ely Litsky 394.212 395.423 איך בין געװען Ely Litsky 395.423 397.389 פֿון ט-, פֿון פֿינעף יאָר אָן Ely Litsky 397.389 399.791 בין איך געװען אין השומר הצעיר, Ely Litsky 399.797 401.411 ביז אַכצן יאָר. David Karlin 401.451 403.183 און װאָס האָט איר דאָרטן געטאָן? David Karlin 403.797 406.322 װי האָט איר פֿאַרבראַכט די צײַט אין שומר הצעיר? Ely Litsky 405.973 407.216 מ'האָט, מ'האָט, Ely Litsky 407.222 413.898 מ'האָט געגעבן זײער, דער השומר הצעיר האָט געגעבן זײער אַ גוטן EDUCATION, האָט זײער גוט געלערנט Ely Litsky 413.955 415.214 די קינדער, Ely Litsky 415.356 419.394 אַז מע האָט געקענט נעמען אַ קינד פֿון השומר הצעיר, Ely Litsky 419.394 420.261 איז געװען, Ely Litsky 421.161 422.91 איז געװען אינטעליגענט, Ely Litsky 423.034 425.542 אױסגעבילדעט, (דו האָסט) געקענט רעדן מיט, Ely Litsky 425.683 432.376 מיט די קינדער פֿון די השומר הצעיר פֿון אַלצדינג: פֿון פּאָליטיק, פֿון MUSIC, פֿון אַ אָפּערע, Ely Litsky 432.602 435.425 פֿון אַ BALLET, פֿון אַלצדינג האָט ער געקענט רעדן. Ely Litsky 435.425 437.911 און אַ דאַנק דעם השומר הצעיר Ely Litsky 438.34 444.274 װאָס כ'האָב ניט געהאַט ניט קײן סך בילדונג, האָב איך געװאָרן אַ אַ מענטש אַ ביסל, ה- אַן EDUCATIONAL. David Karlin 445.121 448.913 איר האָט eh אױסגעשריבן אָדער געלײענט צײַטונגען? Ely Litsky 448.909 450.571 יע, כ'האָב געלעזן, Ely Litsky 450.571 454.444 אין ביאַליסטאָק איז, װי איך האָב אײַך געזאָגט פֿריִער, געװעזן פֿיר צײַטונגען. David Karlin 453.477 455.462 װעלכע? קענט איר אָנרופֿן זײ? Ely Litsky 454.444 460.254 ד- אײ- אײ- די די די בעסטע צײַטונג, אַזױ װי דאָ איז דאָ דער T- אין ניו־יאָרק איז דאָ די TIMES Ely Litsky 460.277 462.712 האָב איך געלעזן דעם אונדזער לעבן. Ely Litsky 462.712 465.671 דער רעדאַקטאָר איז געװעזן פּסח קאַפּלאַן. Ely Litsky 465.88 469.299 ער איז געװען זײער אַ באַװוּסטער זשורנאַליסט. Ely Litsky 469.997 470.635 אױ- Ely Litsky 470.635 472.267 אױב איר געדענקט, Ely Litsky 472.267 475.948 אין פּױלן איז געװען אַ מיניסטאָרשע PRISTOROWA, Ely Litsky 476.241 479.306 און זי האָט געװאָלט פֿאַרװערן די שחיטה. Ely Litsky 480.375 484.081 און דער פּסח קאַפּלאַן האָט אָנגעשריבן אַ אַרטיקל Ely Litsky 484.358 485.848 אין דער פֿרי, Ely Litsky 485.848 490.781 איז פֿאַר נאַכט געקומען אַ ענטפֿער אין דער ענדעקישער צײַטונג, Ely Litsky 492.053 494.899 אַ ענטפֿער אױף פּסח קאַפּלאַנ'ס אַרטיקל. Ely Litsky 494.905 498.662 דאָס האָט געמאַכט אַ רושם אין גאַנץ פּױלן, זײַן אַרטיקל. David Karlin 499.984 502.931 װעלכע צײַטונגען זײַנען נאָך געװעזן דאָרטן, געדענקט איר? Ely Litsky 504.169 506.036 ס'איז געװען דער עקספּרעס, Ely Litsky 506.785 507.572 און, Ely Litsky 507.73 515.346 ih, eh, אַזױ געדענק איך. ס'איז, ס'איז געװען, ס'איז געװען נאָך, נ- נאָך פֿ- פֿ- נאָר אַחוץ ד- נאָר די בעסטע צײַטונג איז געװעזן דער אונדזער לעבן, Ely Litsky 515.346 517.562 װאָס פּסח קאַפּלאַן איז געװען דער רעדאַקטאָר. David Karlin 517.551 518.88 אין ייִדיש איז דאָס געװעזן? Ely Litsky 518.889 520.447 י- אַלץ אין ייִדיש, יע. Ely Litsky 521.061 525.664 ס'איז געװען אין ביאַליסטאָק, געװען אַרױסגעגאַנגען צװײ צו דרײַ צײַטונגען אין פּױליש Ely Litsky 525.664 526.455 אױכעט. David Karlin 528.756 533.643 קענט איר דערצײלן, איר האָט געזאָגט אַז איר האָט געאַ- אַז איר האָט געװע- איר פֿ- זיך פֿאַרנומען מיט ספּאָרט, David Karlin 534.139 537.491 קענט איר דערצײלן װעגן דעם װאָס איז פֿאָרגעקומען, װאָס פֿאַר אַ...? Ely Litsky 539.016 541.119 מכּבי האָט פֿאַרנומען Ely Litsky 541.783 546.35 אין אין ביאַליסטאָקער WOJEWÓDZTWO, דאָס הײסט אין אין אין אין קרײַז Ely Litsky 546.475 551.497 פֿון ביאַליסטאָק כּמעט װי די ערשט- דעם ערשטן אָרט אין פֿוטבאָל, אין סע- אין SOCCER. Ely Litsky 552.904 558.601 איך (איך) בין געװעזן דער COACH, ד- uh דער לידער פֿון דער לײַכט־אַטלעטישער סעקציע, Ely Litsky 558.861 561.707 און איך האָב געהאַט לעבן זיך צװעלעף מײדלעך. Ely Litsky 562.118 564.171 און די צװעלעף מײדלעך Ely Litsky 564.295 569.318 האָבן פֿאַרנומען, מיר האָבן געפֿאָר- מיר האָבן געדאַרפֿט פֿאָרן אױף דער מכּביאַדע אין ISRAEL. Ely Litsky 569.374 571.612 האָבן מיר געהאַט די מײַסטערשאַפֿטן Ely Litsky 572.125 573.418 אין לעמבערג. Ely Litsky 573.778 578.803 און אונדזערע מײדלעך פֿאַרנומען דעם ערשטן אָרט פֿון גאַנץ פּױלישן מכּבי, Ely Litsky 578.803 581.478 אױסער אױף אַכט הונדערט מעטער Ely Litsky 581.478 582.75 האָט גענומען Ely Litsky 583.161 585.146 ah O- (ORNSZTEJNÓWNA), Ely Litsky 585.237 588.707 (KHASHMONAI) LWÓW, eh לעמבערג. Ely Litsky 590.822 594.073 און די אײנע (KATZÓWNA), איז זי געװעזן, Ely Litsky 594.366 601.397 װאָס איר טאַטע איז געװען אַ בונדעװיסט, ער האָט איר ניט געלאָזט גײן אין מכּבי װײַל עס איז אַ ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע. Ely Litsky 601.487 604.98 און איך האָב אַזױ אױסגעאַרבעט, איך האָב אַזױ געקעמפֿט Ely Litsky 605.065 610.374 ביז װאַנעט איך האָב ז- כ'האָב אײַנגערעדט דער מאַמען, און די מאַמע האָט אײַנגערעדט איר, דעם, דעם מאַן, Ely Litsky 610.397 613.828 און מ'האָט געלאָזט דער (KATZÓWNA) באַלאַנגען צו מכּבי, Ely Litsky 613.828 615.589 און זי איז געװעזן Ely Litsky 615.831 617.954 פֿון גאַנץ פּױ- פֿון גאַנץ Ely Litsky 617.954 620.434 פּױלן, פֿון די ייִדישע, דעם ערשטן אָרט Ely Litsky 620.434 623.384 און פֿון דריטן אָרט אין פּױ- פֿון גאַנץ פּױלן. David Karlin 624.42 626.911 דאָס האָט איר זיך מיט איר, איר האָט איר געלערנט? Ely Litsky 624.471 625.545 UNK Ely Litsky 625.737 627.452 יע, אי- Ely Litsky 627.829 630.576 יע, זי זי איז געװעזן זײער גוט Ely Litsky 630.576 631.519 איז זי געװען. Ely Litsky 632.858 642.69 און און או- או- או- די איבעריקע מײדלעך האָבן פֿאַרנומען די צװײ הונדערט מעטער, פֿינף הונדערט מעטער, פֿיר מאָל שטאַפֿעטן ל- לױפֿן. David Karlin 632.908 635.197 זאָגט מיר, װער האָט eh- געשטיצט ד- David Karlin 643.455 645.221 אין װעלכער צײַט איז דאָס געװען? David Karlin 645.615 646.824 װעלכע יאָרן? Ely Litsky 646.832 648.309 יאָר? דאָס איז געװען אין, Ely Litsky 648.45 651.11 אין זיבן און דרײַסיק, אַכט און דרײַסיק, Ely Litsky 651.403 655.227 (קײן יאָר איז נישט געװעזן). ס'האָט זיך אָנגעהױבן פֿון נײַנצן פֿינף און דרײַסיק. David Karlin 656.55 660.425 װער האָט געשטיצט די מכּבי, װער האָט געגעבן געלט און...? Ely Litsky 660.094 663.682 די מ- מיטגלידער, מיר האָבן געהאַט זײער אַ סך מיטגלידער. Ely Litsky 663.807 664.647 eh Ely Litsky 664.647 666.062 האָבן געשטיצט... David Karlin 666.658 668.367 חוץ דעם David Karlin 668.367 671.276 לײַכט־אַטלעטיק, זײַנען געװעזן אַנדערע...? Ely Litsky 670.911 673.638 ס'איז געװעזן eh באָקסער, Ely Litsky 673.78 676.643 האָבן פֿאַרנומען קימ- זײער גוטע ערטער, Ely Litsky 676.682 679.342 אַ ייִדישער באָקסער, אײנער קושנער Ely Litsky 679.669 681.935 װאָס ער האָט גע- גע- װאָס ער האָט Ely Litsky 681.935 683.088 גע- גע- Ely Litsky 683.263 685.327 װאָס ער האָט געװוּנען דעם קאַמף Ely Litsky 685.327 689.149 מיט אַ װאַרשעװער באָקסער װאָס ער איז געגאַנגען אין דער פּױלישער Ely Litsky 689.149 690.567 רעפּרעזענטאַנט. Ely Litsky 690.567 692.286 האָט ער געװוּנען דעם מאַטש. Ely Litsky 692.612 694.667 און מיר האָבן געהאַט uh, eh Ely Litsky 694.667 696.622 װעלאָסיפּעדן, ראָװערן Ely Litsky 696.628 697.958 איז געװעזן. Ely Litsky 697.958 700.47 טעניס האָבן מיר געהאַט אַ סעקציע. Ely Litsky 702.366 704.958 UNK (באָקס) UNK David Karlin 704.88 708.839 איר האָט געהערט eh צו אַ אָרגאַניזאַציע חוץ eh, David Karlin 708.897 710.528 חוץ מכּבי? Ely Litsky 709.96 715.05 NO אױס- האַ- האַש- איך בין געװען נאָר אין השומר הצעיר און און אין מכּבי. David Karlin 714.837 717.041 װאָס האָט איר געטאָן אין שומר הצעיר? Ely Litsky 717.52 724.061 גע- געװען, ב- איך האָב אָנגעהױבן אַלס, דאָס הײסט אין HEBREW, הײסט עס (UNK)VIYA, אַ יוגנטלעכער. Ely Litsky 724.253 728.586 און מ'האָט געקענט פֿאַרשײדענע אַרבעטן, מ'האָט גערעדט, מ'האָט געלעזן, Ely Litsky 728.586 731.891 מיר האָבן געמאַכט אױספֿלוגן זײער אַ סך. Ely Litsky 732.471 735.468 ehm אַ דאַנק דעם השומר הצעיר... David Karlin 734.968 738.236 װאָס איז געװעזן דער ציל פֿון אײַער השומר הצעיר? Ely Litsky 738.09 740.514 דער ציל איז געװען פּראָציוניסטיש, Ely Litsky 740.622 741.8 איר פֿאַרשטײט, Ely Litsky 741.8 743.602 UNK David Karlin 746.038 750.031 זאָגט מיר, אין יענער צײַט, האָט איר געפֿילט אַנטיסעמיטיזם אין פּױלן? Ely Litsky 749.97 750.74 hm? David Karlin 750.612 753.171 אַנטיסעמיטיזם האָט איר געפֿילט אין פּױלן? Ely Litsky 751.253 756.394 יע. ih ביאַליסטאָק געװען אַ שטאָט, אַ אַרבעטער־שטאָט. Ely Litsky 756.417 758.874 ס'איז געװען אַ אַ TEXTILE-שטאָט. Ely Litsky 758.982 762.108 ס'איז געװען די פּױלישע אָרגאַניזאַציע P.P.S. Ely Litsky 762.108 764.611 POLSKA PARTIA SOCJALISTYCZNA Ely Litsky 764.753 770.771 האָט זי זיך געהײסן. איז אַזױ אַז ביאַליסטאָק איז ניט געװען אַזױ אַנטיסעמיטיש. Ely Litsky 770.862 772.931 װײַלע ס'איז געװען זײער אַ אַרבעטער־שטאָט. Ely Litsky 773.393 777.842 נאָר אין אַנדערע טײלן פּױלן איז געװען זײער גרױס דער אַנטיסעמיטיזם. David Karlin 778.388 781.335 איר האָט געהאַט פֿרײַנד נאָר ייִדישע, אָדער...? Ely Litsky 781.155 783.309 כ'האָב געהאַט פּױלישע אױכעט, פֿרײַנד. David Karlin 786.96 793.349 און װי האָבן זיך באַציִען צו אײַך פּױלישע, אײַערע FRIEN- אײַערע פֿרײַנד, װי האָבן זײ זיך צו אײַך...? Ely Litsky 792.141 795.78 דע- מע- כ'בין געװען זײער, זײער CLOSE מיט זײ, זײער נאָנט. Ely Litsky 796.258 797.681 מיר האָבן (געהאַט), יע. Ely Litsky 797.681 799.681 מ'האָט געגאַנגען אױף שׂימחות Ely Litsky 799.681 802.664 אײנער צו די אַנדערע, און מע האָט פֿאַרבראַכט גוט. Ely Litsky 803.38 804.741 מ'האָט געלעבט גוט. David Karlin 804.814 807.457 זאָגט מיר, זײַנען געװעזן ייִדישע שולן David Karlin 807.767 809.161 אין ביאַליסטאָק? Ely Litsky 809.067 812.351 ס'איז געװען הע- ס'איז געװען העברעיִשע שולן, Ely Litsky 812.492 815.523 ס'איז געװען פֿיר גימנאַזיעס, (PRYWATNE), Ely Litsky 815.766 818.612 און ס'איז געװען די בונדישע שולן איז געװעזן. Ely Litsky 818.77 821.953 די בונדישע שולן, כאָטש איך בין װײַט פֿון בונד, Ely Litsky 822.111 826.02 אָבער זי האָט געגעבן אױכעט זײער אַ גוטע ערציִונג די יוגנט. Ely Litsky 827.022 828.129 איז געװעזן. Ely Litsky 828.388 831.723 (װי) זײער שול האָט געשטאַנען אױף אַ הױכער מדרגה. David Karlin 831.966 833.883 זײַנען געװעזן טעאַטערן? Ely Litsky 831.983 832.821 (ס'איז) Ely Litsky 833.687 835.278 איז געװען אַ טעאַטער, Ely Litsky 835.278 836.938 אַ ייִדישער טעאַטער, Ely Litsky 837.248 840.619 און און און ס'פֿלעגט קומען זײער אָפֿט צו פֿאָרן Ely Litsky 840.619 842.017 פֿון װאַרשע Ely Litsky 842.395 844.059 די ייִדישע אַקטיאָרן Ely Litsky 845.314 852.685 uh און ס'אי- און ס'אי- ס'איז געװעזן ehm MUSIC יעדן זונטיק, איז געװען אין דער פֿרי, David Karlin 845.905 847.839 איר געדענקט װעלכע פֿון...? Ely Litsky 852.685 855.602 אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער האָט געשפּילט, Ely Litsky 855.844 857.846 און דאָס האָב איך באַזוכט. Ely Litsky 858.072 860.783 פֿון MOZART, פֿון MENDELSSOHNen, פֿון Ely Litsky 862.257 863.888 אַזױ אָ. David Karlin 862.257 863.904 דאָס איז געװעזן אַ ייִדישער? Ely Litsky 864.062 870.029 נײן, ס'איז געװעזן ייִדן און קריסטן. ס'איז געװען פֿון, פֿון שטאָט אַלײן, אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער, Ely Litsky 870.036 873.607 און זומער איז פֿאָרגעקומען די קאָנצערטן אין פּאַרק. Ely Litsky 873.867 876.538 (געװען) ביאַליסטאָק געהאַט דער שענסטן פּאַרק, Ely Litsky 876.538 881.136 דעם צװײטן אָרט פֿון גאַנץ פּױלן. מ'האָט אים (oysgeBUILDt) זײער אַ שײנער פּאַרק. Ely Litsky 881.136 884.323 ער האָט זיך געצױגן אױ- אױף קילאָמעטערס, קען מען זאָגן. Ely Litsky 884.532 887.962 איז געװעזן. און זומער איז פֿאָרגעקומען דאָרטן, און אין פּאַרק Ely Litsky 887.962 890.291 האָט מען געמאַכט אַ נײַעם טעאַטער, Ely Litsky 890.291 893.115 װאָס ער האָט (זיך) געקענט גלײַכן דער שענסטער אין פּױלן. David Karlin 893.543 897.705 איר געדענקט װעלכע ניט איז אַרטיסטן ייִדישע פֿון ייִדישן טעאַטער? Ely Litsky 897.12 899.122 ס'איז געװען מאָריס שװאַרץ, Ely Litsky 900.664 901.884 eh בולאָפֿס Ely Litsky 901.884 903.091 געװעזן, Ely Litsky 903.091 906.851 מאַלי פּיקאָן איז געװעזן, אָפּענהײַם געװעזן, Ely Litsky 908.663 911.93 די S-, די װאָס געשטאָרבן, סימע... Ely Litsky 913.827 915.154 באַ-, באַמ-... Ely Litsky 916.543 918.055 סימאַ- סימאַ- David Karlin 922.247 923.636 יע, זאָגט מיר, David Karlin 923.636 929.432 ehm, אַז איר זײַט געװעזן, אין יענע צײַטן, האָט איר געהערט עפּעס װעגן די David Karlin 929.432 931.592 היטלעריסטישע דײַטשלאַנד? David Karlin 931.592 933.479 װעגן די היטלעריסטישע דײַטשלאַנד, װאָס...? Ely Litsky 933.317 937.158 װעגן דײַטשלאַנד? יע. מיר האָבן געהערט און מיר האָבן געװוּסט, David Karlin 934.127 934.897 יע. Ely Litsky 937.603 939.827 און מיר האָבן געװוּסט אַז ס- Ely Litsky 939.827 941.225 אין נײַנצן Ely Litsky 941.468 944.331 eh זיבן און דרײַסיק און אַכט און דרײַסיק Ely Litsky 944.37 947.734 האָבן די דײַטשן אַרױסגעטריבן די ייִדן Ely Litsky 947.734 950.726 צו דער פּױלישער גרענעץ, געהײסן זבאָנשין. Ely Litsky 951.255 952.649 האָבן די אַלע פּ-, Ely Litsky 952.977 957.133 האָבן די װאַרשעװער צענטראַלע, די קהילה פֿון װאַרשע Ely Litsky 957.133 958.32 האָט צעשיקט Ely Litsky 958.647 962.677 די אַ- אַלע דײַטשישע ייִדן אין יעדן גרױסן שטאָט פֿון פּױלן. Ely Litsky 962.677 965.475 און ביאַליסטאָק האָט אױפֿגענומען זײער אַ סך Ely Litsky 965.481 967.078 די דײַטשישע ייִדן, Ely Litsky 967.459 969.477 און זײ האָט גאָרניט געפֿעלט (אים). Ely Litsky 969.477 970.755 (אַזױ אָ). David Karlin 970.493 973.406 איר האָט געקענט אײניקע פֿון זעם, פֿון זײ? Ely Litsky 972.568 973.805 נײן, נײן. Ely Litsky 973.805 975.296 נ- איך האָב געגעבן געלט, Ely Litsky 975.403 977.321 eh איך האָב געגעבן eh, Ely Litsky 977.378 981.759 ih װי זאָגט מען, ס- האָב, האָ- צדקה האָב איך געגעבן, זאַכן האָב איך געגעבן Ely Litsky 981.951 982.873 פֿאַר זײ. David Karlin 983.082 985.424 איר האָט געװוּסט װאָס פֿאַר אַ ציל David Karlin 985.424 988.256 היטלער האָט געשטעלט װעגן ייִדישן פֿאָלק? Ely Litsky 986.457 991.665 יע, מיר האָבן געװוּסט, מיר האָבן געלעזן, מיר האָבן געהערט זײַן KAMPF, (װוּ ער האָט) אָנגעשריבן Ely Litsky 992.683 997.554 eh, מיר האָבן, מיר האָבן אַלצדינג געװוּסט אָבער מ'האָט דאָך נ- געקענט ניט פֿאָרשטעלן Ely Litsky 998.168 1004.372 אַז אַזױ פֿיל זאָל ער מאַכן, אַזױ פֿיל (זאָל ער קע-) קענען אױפֿטאָן קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק. David Karlin 1004.766 1006.397 און האָט איר געהערט...? Ely Litsky 1004.8 1008.675 ביז װאַנעט מיר האָבן דאָס אַלײן געזען מיט מײַנע אײגענע אױגן. David Karlin 1009.204 1012.322 זאָגט מיר, האָט איר געהערט יענע צײַט אױך װעגן די David Karlin 1012.322 1014.53 קאָמוניסטישע לאַנד, רוסלאַנד? Ely Litsky 1014.368 1015.222 יע. Ely Litsky 1016.055 1021.955 מיר האָבן אַלצדינג געהערט, ס'איז געװען, אין ביאַליסטאָק איז געװען זײער אַ סך, אַ גרױסע קאָמוניסטישע פּאַרטײ, אומלעגאַל, Ely Litsky 1022.856 1028.756 איז געװעזן. אָבער uh ז- זײ האָבן געאַרבעט, אונ- אונ- unterGROUND האָבן זײ געאַרבעט, Ely Litsky 1029.117 1033.616 (האָב-), און ב- פֿון רוסלאַנד האָבן מיר געהערט דורכן ראַדיאָ זײערע MUSIC, Ely Litsky 1033.79 1038.323 זײער רעדן. די פּראָפּאַגאַנדע זײערע איז געװען זײער, זײער גרױס. David Karlin 1038.28 1042.543 זײַנען געװעזן אַ סך ייִדן אין די, אין די קאָמוניסטישע פּאַרטײ (דאָרט)? Ely Litsky 1041.317 1043.572 ס'איז געװען אַ סך ייִדן קאָמוניסטן. Ely Litsky 1043.578 1047.582 געװען די, די שנ- די, דער פֿאַראײן פֿון די שנײַדער־פֿאַראײן Ely Litsky 1047.582 1051.402 איז גע- געװעזן נײַן און נײַנציק פּראָצענט PRO-COMMUNIST Ely Litsky 1051.51 1052.567 איז געװעזן. David Karlin 1054.075 1056.904 איר זײַט ניט צ- איר זײַט ניט געװען קײן מיטגלידער פֿון זײ? Ely Litsky 1056.488 1058.354 נײן, נײן, נײן, נײן. Ely Litsky 1059.812 1063.215 כ'האָב צו דרײַצן יאָר אַרײַן אַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן. Ely Litsky 1064.419 1069.003 כ'האָב אַרײַן אַרבעטן אין אַ רעסטאָראַן, געמאַכ- געמאַכט אַ גוטן לעבן, מיט אַלצדינג, Ely Litsky 1069.212 1072.513 האָט מיך שױן ניט אינטערעסירט, eh, די זאַך ניט. David Karlin 1072.857 1080.179 קענט איר זאָגן װעגן, װעגן אײַערע שװעסטער און ברידער, װאָס איז מיט זײ פֿאָרגעקומען פֿאַר דער מלחמה, װאָס האָבן זײ געטאָן? Ely Litsky 1079.556 1082.385 יע, אַזױ װי מיר האָבן געבליבן יתומים... David Karlin 1082.914 1084.612 װען איז אײַער מוטער געשטאָרבן? Ely Litsky 1085.665 1088.865 איך בין דעמלט געװען, די מוטער געשטאָרבן, בין איך געװען אַלט עלעף יאָר. Ely Litsky 1089.107 1092.335 דער טאַטע געשטאָרבן, בין איך געװען אַלט פֿינעף יאָר. Ely Litsky 1092.335 1095.49 כ'האָב נאָך ניט געקענט זאָגן אַפֿילו קײן קדיש ניט. Ely Litsky 1097.005 1100.88 AND eh מײַן שװעסטער, אײנע האָט דערנאָך חתונה געהאַט, Ely Litsky 1101.038 1103.799 און זי האָט אַריבערגענומען בײדע שװעסטערס צו זיך Ely Litsky 1104.092 1106.819 אין ביאַליסטאָק, און זײ האָבן געאַרבעט בײַ איר. Ely Litsky 1107.113 1111.176 און דער שװאָגער געװען זײער אַ גוטער שנײַדער, האָט געהאַט זײער אַ סך אַרבעט Ely Litsky 1111.176 1112.63 פֿון די פּאָליאַקן, פֿון, Ely Litsky 1112.63 1114.514 װי זײ האָבן געאַרבעט אין די, Ely Litsky 1115.398 1117.562 אין די רעגירונג־שטעלעס, Ely Litsky 1117.562 1118.804 האָבן זײ געהאַט. Ely Litsky 1118.807 1120.708 געמאַכט זײער אַ שײנעם לעבן. Ely Litsky 1120.967 1124.288 UNK און די, די עלטסטע שװעסטער פֿרידע Ely Litsky 1124.288 1127.278 האָט געהאַט דעם זון װאָס כ'האָב אײַך פֿריִער געזאָגט. David Karlin 1129.472 1131.317 דאָס איז געװעזן אײַער אַ, אַ, David Karlin 1131.317 1132.791 אַ פּלימעניק? Ely Litsky 1131.818 1132.863 אַ פּלימעניק, Ely Litsky 1132.863 1133.415 יע. Ely Litsky 1134.754 1138.275 געװען זײער אַ געראָטענע קינד, גוט געשפּילט פֿידל, Ely Litsky 1138.517 1141.888 ער האָט געהאַט פֿון CHAYKOVSKIYn האָט ער געהאַט (צוליב דעם בין אי-) Ely Litsky 1141.892 1144.012 דעם MOZART's זאַכן... David Karlin 1148.305 1152.18 װי לאַנג זײַט איר געװעזן אין, אונטער פּױלישער מאַכט? David Karlin 1153.283 1155.352 אונטער דער פּױלישער מאַכט? בי- Ely Litsky 1154.515 1160.027 שי- די, די פּאָ- די POLAND איז געװאָרן אַ לאַנד פֿון נײַנצן אַכצן, דאַכט זיך מיר, Ely Litsky 1160.758 1164.875 ביז נײַנצן, ביז נײַנצן נײַן און דרײַסיק. David Karlin 1164.893 1169.19 קענט איר דערצײלן װי איז פֿאָרגעקומען נײַן און דרײַסיק, װי ס'האָט זיך אָנגעהױבן די װעלט מלחמה? David Karlin 1169.601 1170.855 װאָס איז בײַ אײַך David Karlin 1170.855 1172.413 געװעזן אין ביאַליסטאָק? Ely Litsky 1173.752 1177.644 ס'אי- ס'איז געװען דעם ערשטן סעפּטעמבער, Ely Litsky 1178.292 1180.783 דער הימל איז געװעזן פֿאַרכמאַרעט, Ely Litsky 1180.806 1181.655 פֿול, Ely Litsky 1181.655 1183.987 און איבער הױפּט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, Ely Litsky 1183.987 1185.206 איז געװען דער חורבן, Ely Litsky 1185.206 1186.892 ס'האָט זיך אָנגעהױבן דער חורבן. Ely Litsky 1187.455 1190.582 גלײַך אין דעם ערשטן סעפּטעמבער האָבן זײ באָמבאַרדירט Ely Litsky 1190.582 1191.898 ביאַליסטאָק, Ely Litsky 1191.898 1193.372 דעם, דעם BAHNHOF, Ely Litsky 1193.766 1196.212 eh, דעם STATION האָבן זײ באָמבאַרדירט. Ely Litsky 1196.212 1198.518 געװאָרן געהרגעט אַ סך מענטשן. Ely Litsky 1200.162 1201.438 AND Ely Litsky 1201.579 1211.411 און דערנאָך, ביאַליסטאָק האָבן זײ אױסגעמיטן, די דײַטשישע אַרמײ. זײ האָבן פֿריִער געגאַנגען אױף קאָװנע, ליטע, און פֿון דאָרטן געגאַנגען צו רוסלאַנד, צו מינסק. David Karlin 1211.822 1215.039 איך מײן די מלחמה פֿון נײַן און דרײַסיקסטן יאָר. Ely Litsky 1214.117 1216.637 יע, יע, נו, ס- David Karlin 1215.754 1218.262 ביאַליסטאָק איז דאָך געװען פֿאַרנומען בײַ װעמען? Ely Litsky 1218.488 1227.985 (יע) האָ- האָב- האָבן זײ, האָבן זײ, uh און דערנאָך האָט אַרײַן די דײַטשישע, װי ס'איז געװען אַרומגערינגלט די פּױלישע אַרמײען, געװען אַרומגערינגלט אין אַלע, Ely Litsky 1227.985 1232.9 האָט אַרײַן די פּױ- די דײַטשישע אַרמײ האָט אַרײַן (אױף) ביאַליסטאָק. Ely Litsky 1233.051 1237.297 און uh װי זײ האָבן אַרײַן, זײ האָבן גענומען הרגענען, גענומען ראַבירן, Ely Litsky 1238.164 1239.089 eh, Ely Litsky 1239.089 1241.131 אײן מאָל, ס'איז געװען אַ דאָנערשטיק, Ely Litsky 1241.131 1244.216 האָבן זײ אױפֿגעקליבן דרײַ טױזנט יוגנטלעכע Ely Litsky 1245.15 1245.954 און מ- David Karlin 1245.184 1247.979 איר מײנט װעלכע צײַט, װעלכע יאָר איז דאָס געװעזן? Ely Litsky 1248.142 1252.266 (אין, אין) װאָס פֿאַר אַ יאָר איז געװעזן? דאָ- דאָס איז געװען נײַנצן Ely Litsky 1252.862 1254.898 צװײ און פֿערציק, דרײַ און פֿערציק. David Karlin 1254.567 1258.155 eh, לאָמיר זיך קערן אַ ביסל צוריק. נײַן און דרײַסיקסטן יאָר, Ely Litsky 1256.423 1257.21 יע. David Karlin 1258.262 1260.956 איר זײַט געװען פֿאַרנומען בײַ די דײַטשן אָדער בײַ די רוסן? Ely Litsky 1261.266 1263.454 בײַ, בײַ די רוסן בין איך געװען פֿאַרנומען. David Karlin 1263.03 1266.356 (אָט) דערצײלט װעגן יענער צײַט, װען די רוסן זײַנען געקומען. Ely Litsky 1264.573 1265.545 יע. Ely Litsky 1266.177 1269.923 די רוסן האָבן אַרײַן, האָבן זײ געמאַכט פֿון די, פֿון די פֿ- Ely Litsky 1269.923 1271.351 בית־מדרשן, Ely Litsky 1271.425 1273.579 האָבן זײ געמאַכט מאַגאַזינען. Ely Litsky 1274.884 1278.911 די פּױלישע רעליגיעזע ערטער האָבן זײ גאָרניט געטשעפּעט. Ely Litsky 1278.934 1282.601 און אַלע ייִדישע (בתּי־מדרשים) האָבן זײ געמאַכט Ely Litsky 1282.601 1285.458 סקלאַדעס, געמאַכט װאַרשטאַטן, Ely Litsky 1285.667 1288.192 װאָס צום אַרבעטן פֿאַר מענטשן. Ely Litsky 1288.57 1291.899 און װער ס'איז געװען אַ רעליגיעזער מענטש האָבן זײ ניט געקענט, Ely Litsky 1291.899 1294.098 זײ האָבן געקענט (און) ניט ג-, ניט געגליכן. Ely Litsky 1294.392 1296.27 זײ האָבן געשריגן, אַז ס'איז Ely Litsky 1296.27 1298.43 (VRAGA SOVETSKIY NARODA). Ely Litsky 1298.43 1300.437 דאָס בינסט אַ שׂונא פֿון, Ely Litsky 1300.437 1301.86 פֿון רוסישן פֿאָלק. David Karlin 1303.183 1305.12 מ'האָט פֿאַרמאַכט אַלע שולן? Ely Litsky 1305.04 1307.97 זײ האָבן פֿאַר- זײ, זײ האָבן פֿאַרמאַכט אַלע שולן. David Karlin 1305.12 1306.417 אַלע בית־מדרש? David Karlin 1308.162 1313.353 זאָגט מיר, איר זײַט געװעזן, איר האָט גע- איר זײַט גע- איר פֿלעגט גײן צו די- צ- אין שול? Ely Litsky 1313.899 1321.878 יע, איך האָב ג-, איך האָב געגאַנגען אין שול UNK אַלצדינג, אָבער אַב- אַזױ אַז מ- אַז מ'האָט געגאַנגען אין די שולן דאַװנען, Ely Litsky 1321.878 1324.249 איז בײַ זײ אױסגעקומען זײער שלעכט, Ely Litsky 1324.249 1327.309 דער מענטש, ער, ער, ער איז אַ שׂונא פֿון רוסלאַנד. David Karlin 1327.467 1329.418 װער האָט זײ אַרױסגעגעבן? Ely Litsky 1328.867 1331.983 ד- דאָס איז דאָ- דאָ- ד- די N.K.V.D. David Karlin 1330.555 1332.844 די ייִדן, אַז די ייִדן גײען אין שול? Ely Litsky 1332.377 1333.755 די, װער? Ely Litsky 1334.065 1337.062 ייִדן זאָג- געװען שפּיאָנען זײער אַ סך. David Karlin 1336.866 1337.923 פֿון די ייִדן? Ely Litsky 1337.473 1338.533 פֿון די ייִדן. Ely Litsky 1338.533 1340.372 יע. ס'איז, ס'איז געװעזן אָט די, Ely Litsky 1340.372 1342.917 די, די קאָמ- די ביאַליסטאָקער קאָמוניסטן Ely Litsky 1343.025 1347.595 האָבן געװוּסט, אױ- אױפֿגעגעבן אַלצדינג, האָבן זײ אױ- אױ- אױסגעבע- -געבן Ely Litsky 1347.595 1350.798 די רוסישע מאַכט, די רוסישע N.K.V.D. Ely Litsky 1351.024 1352.531 זײ האָבן איבערגעגעבן די, Ely Litsky 1352.531 1354.775 די גאַנצע מאַפּע פֿון די ייִדן, Ely Litsky 1354.775 1357.531 װאָס דער האָט געטאָן, און דער האָט געטאָן. Ely Litsky 1357.555 1361.674 און, און אַ סך ייִדן, די רײַכע ייִדן, די פֿאַבריקאַנטן Ely Litsky 1361.674 1363.455 האָבן אַנטלאָפֿן נאָך װילנע. David Karlin 1367.19 1369.192 זאָגט מיר, װאָס איז פֿאָרגעקומען...? Ely Litsky 1367.258 1370.815 און און מ'האָט (דאָרט) געלעבט זײער אין שרעק, Ely Litsky 1370.815 1371.64 װײַלע Ely Litsky 1371.645 1375.807 uh מ'האָט געקו- זײ האָבן געקומען, די N.K.V.D. האָט געקומען צו אײַך בײַ דער נאַכט, Ely Litsky 1375.915 1377.658 אָנגעקלאַפּט אין טיר, Ely Litsky 1377.658 1379.3 און מ'האָט אײַך פֿאַראַרעסטירט, Ely Litsky 1379.391 1381.882 און נישטאָ ג-, ניט געװען צו װעמען צום רעדן. David Karlin 1382.057 1384.97 אַ סך ייִדן זײַנען געװען אַרעסטירט יענע צײַט? Ely Litsky 1384.133 1384.957 יע. Ely Litsky 1384.957 1386.067 יע, געװע- געװען, Ely Litsky 1386.073 1388.108 געװען אַ סך ייִדן, מ'האָט זײ פֿאַראַרעסטירט. David Karlin 1387.474 1390.303 װעמען האָט מען אַרעסטירט, eh, מערסטנ- אַממערסטן? Ely Litsky 1389.218 1393.07 די, ד-, ד- ראַ- רײַך, ר- די, (װי) געװעזענע רײַכע ייִדן, Ely Litsky 1394.393 1396.969 די װאָס זײ האָבן געהאַט געשעפֿטן אײגענע, Ely Litsky 1397.143 1399.533 BUSINESS גרױסע זײ האָבן געהאַט. Ely Litsky 1399.708 1401.49 ס'איז געװען ציוניסטן, Ely Litsky 1401.868 1403.212 בונדיסטן, Ely Litsky 1403.387 1405.861 די אַלע האָט מען... Ely Litsky 1405.969 1410.666 יע, איך גיב אײַך אַ בײַשפּיל, ס'איז געװען דער, די באַװוּסטע, פֿון בונד, Ely Litsky 1410.749 1412.801 E- ערליך און אַלטער, Ely Litsky 1412.801 1414.724 באַװוּסטע טוערס פֿון בונד. Ely Litsky 1414.724 1416.791 זײ האָבן אַנטלאָפֿן נאָך רוסלאַנד, Ely Litsky 1416.791 1418.968 האָט מען, האָט אַ ביאַליסטאָקער Ely Litsky 1418.968 1422.216 קאָמוניסט אױסגעגעבן זײ, און מ'האָט זײ בײדע געשאָסן Ely Litsky 1422.216 1425.862 אין, און, און מ'האָ- אין, און מ- רוסלאַנד. און מ'- David Karlin 1424.802 1426.264 פֿון װאַנעט װײסט איר דאָס? Ely Litsky 1425.862 1426.856 ah? Ely Litsky 1426.856 1429.235 מ- מיר װײסן דאָס, מי- מ- David Karlin 1429.797 1431.591 אימעצער האָט אײַך דערצײלט װעגן (דעם)? Ely Litsky 1430.86 1432.423 יע, יע, יע. David Karlin 1434.555 1438.084 און װאָס האָט איר געטאָן אין דער צײַט װען די רוסן זײַנען געװען? Ely Litsky 1436.518 1440.422 איך בין געװען בײַ די רוסן דער HE- HEAD WAITER, Ely Litsky 1440.58 1444.399 אַ האָ- האָ- אַ- OBER-WAITER, ק- קעלנער, Ely Litsky 1444.399 1447.543 אין, בײַ אַ רוסישן רעסטאָראַן. איך האָב גוט פֿאַרדינט Ely Litsky 1447.853 1452.437 װײַל איך בין געװען אַ EXPERIENCED. איך האָב געקענט גוט אַרבעטן, Ely Litsky 1452.696 1454.92 און בײַ די רוסן איז אַזאַ STYLE: Ely Litsky 1454.92 1458.582 איר קענט זײַן אַ שוסטער, אַ סטאָליער, מ'האָט מיר געמאַכט פֿאַר אַ, Ely Litsky 1458.582 1461.634 פֿאַר אַ MANAGER, מ'האָט מיר געמאַכט פֿאַר אַ, (פֿאַר אַ), דאָס. Ely Litsky 1461.69 1466.294 אָבער זײ האָבן ניט געקענט ניט די אַרבעט ניט, זײ האָבן ניט געקענט טראָגן דרײַ טעלערס ניט. Ely Litsky 1466.294 1469.031 איך האָב געטראָגן אַכט טעלערס אױף אײן האַנט. Ely Litsky 1469.031 1470.58 געװען EXPERIENCED. Ely Litsky 1470.583 1473.736 און מיר האָט מען געװאָלט געבן אַ (POTSHOVKI), דאָס הײסט אַ, Ely Litsky 1473.736 1477.732 אַ אורלױב, זאָל איך פֿאָרן נאָך סאָטשי און יאַלטע. Ely Litsky 1478.228 1479.971 איז דעמלט (איז עפּעס) געװען Ely Litsky 1479.971 1482.536 אַ צוזאַמענטרעף פֿון רוסלאַנד מיט מ- Ely Litsky 1482.536 1484.457 מ- מיט, מ- מיט רומעניען, Ely Litsky 1484.457 1486.153 געדאַרפֿט זײַן אַ מלחמה. Ely Litsky 1486.409 1489.563 מיט מײַנע שװעסטערס מיר ניט געלאָזט ניט פֿאָרן ניט, Ely Litsky 1490.327 1491.517 (בין איך...) David Karlin 1490.395 1493.713 װער איז געװעזן דער בעל־הבית פֿון רעסטאָראַן װוּ איר האָט געאַרבעט? Ely Litsky 1493.736 1496.396 ער איז געװעזן אַ ייִד, זײער אַ פֿײַנער מאַן, Ely Litsky 1496.47 1497.65 (און ער)... David Karlin 1496.52 1497.864 פֿאַר דער מלחמה? Ely Litsky 1497.65 1499.165 פֿאַר דער מלחמה, יע. David Karlin 1498.984 1500.902 און בעת די רוסן זײַנען געקומען? Ely Litsky 1499.165 1502.977 די רוסן, יע. װעל איך אײַך זאָגן נאָך עפּעס. Ely Litsky 1503.76 1506.471 אײן מאָל בײַ דער נאַכט, בײַ די רוסן, מײן איך, Ely Litsky 1506.662 1509.491 אײן מאָל בײַ דער נאַכט RINGt אַ TELEPHONE, Ely Litsky 1509.852 1511.111 און מע רופֿט, Ely Litsky 1511.117 1513.333 מע רופֿט מיר צום TELEPHONE. Ely Litsky 1513.564 1517.315 און מע זאָגט מיר, איך זאָל קומען אױף מישע- MICKIEWICZer גאַס, Ely Litsky 1517.315 1518.823 צו די N.K.V.D. Ely Litsky 1519.504 1523.818 האָב איך צוגעגאַנגען צום בעל־הבית. דער בעל־הבית איז געװען אַ מאָסקעװער. Ely Litsky 1524.516 1529.96 און איך האָב אים (גענױ) געזאָגט, ער זאָגט, "גײ ניט," זאָגט ער, "אַז דיר טוט װײ די צײן, דו קענסט ניט גײן." Ely Litsky 1530.895 1535.546 אױף מאָרגן, װײַטער זאָג איך, "כ'קען ניט גײן, איך פֿיל ניט גוט." Ely Litsky 1535.552 1537.161 געדױערט אַ פּאָר טעג, Ely Litsky 1537.161 1539.211 כ'האָב זיך ניט געקענט אױסדרײען. Ely Litsky 1539.211 1540.558 כ'האָב געמוזט גײן. Ely Litsky 1541.644 1545.992 כ'האָב אַרױפֿגעגאַנגען, האָט מיר אױפֿגענומען אַן N.K.V.D., אַ אָפֿיציר, Ely Litsky 1546.302 1547.792 און ער האָט מיר געזאָגט, Ely Litsky 1547.792 1552.168 אַז מע דאַרף זײַן, אַחוץ, זאָגט ער, דו בינסט אַ גוטער קעלנער, Ely Litsky 1552.343 1555.222 דאַרף מען זײַן אַ גוטער בירגער פֿאַרן לאַנד. Ely Litsky 1555.532 1557.078 דו דאַרפֿסט זען Ely Litsky 1557.135 1558.92 װער סע קומט אַרײַן, Ely Litsky 1558.92 1561.179 װיפֿל געלט זײ גיבן אױס, Ely Litsky 1561.32 1566.275 און װאָס זײ טוען, אױף װאָס זײ אַרבעטן און אונדז, און אונדז eh מעלדן. Ely Litsky 1566.822 1569.484 האָב איך געזאָגט, "איך קען דאָס ניט טאָן, (איך בין), Ely Litsky 1569.484 1571.585 איך בין ניט קײן געלערנטער, Ely Litsky 1571.585 1572.758 איך האָב אַ, Ely Litsky 1572.758 1575.354 איך בין אַ, איך בין זײער אַ NERVOUS MAN," Ely Litsky 1575.36 1576.822 מיט אַלצדינג, Ely Litsky 1576.913 1582.335 און ער האָט מיר אױסגעפֿרעגט מײַן גאַנצע משפּחה און מײַן אַדרעס פֿון מײַן ברודער אין קובאַ, Ely Litsky 1582.335 1583.15 אַפֿילו. Ely Litsky 1583.764 1584.534 (אַזױ), Ely Litsky 1584.827 1587.473 און איך האָב זיך קױם אַרױסגעדרײט פֿון אים, Ely Litsky 1587.473 1590.254 אָבער איך האָב געװוּסט װער ס'איז געװען אַ אַנדערער, Ely Litsky 1590.278 1591.757 איז געװען אַ פּאָליאַק. Ely Litsky 1591.881 1594.156 הי- הי- הי- הי- איז געװאָרן אַ Ely Litsky 1594.156 1595.436 דאָרטן אַ שפּיאָן. David Karlin 1595.948 1598.034 ער האָט געאַרבעט מיט אײַך צוזאַמען? Ely Litsky 1597.888 1600.442 יע. ער האָט געאַר- אַ קע-, ער איז געװען אַ WAITER. Ely Litsky 1600.442 1602.108 איז ער געװעזן אַ... Ely Litsky 1602.158 1605.915 אַזױ אַרום, אין יעד- מ'קען מ'ק- אין יעדער גרױסער Ely Litsky 1605.921 1608.547 פֿאַבריק, אין יעדן גרױסן געשעפֿט, Ely Litsky 1608.688 1610.676 האָבן זײ געהאַט שפּיאָנען Ely Litsky 1610.676 1612.077 און מ'האָט איבערגעגעבן Ely Litsky 1612.077 1615.263 װאָס מע רעדט אַ מאָל אױף רוסלאַנד, װאָס מע רעדט אױף דעם, Ely Litsky 1615.303 1621.439 און מ'האָט (זיך) דערטראָגן, און, און װעמען מ'האָט גע-, מ'האָט געכאַפּט האָט מען גלײַך פֿאַראַרעסטירט מיט אַלצדינג. Ely Litsky 1622.037 1625.676 אַז איר האָט ניט געקענט װיסן, װער סע איז דער שפּיאָן, Ely Litsky 1625.766 1629.303 און ער האָט געהאַט פֿרײַװיליק אַרײַנצוגײן אין אַלע Ely Litsky 1629.394 1632.133 קינאָ, אין די MOVIES, אין טעאַטערס, Ely Litsky 1632.308 1636.661 און מ'האָט אים געגעבן גוט ע- ע- ע- עסן, געגעבן פֿלײש, מיט אַלצדינג. David Karlin 1638.49 1640.883 (זאָגט מיר), איר זײַט געװעזן אַ רעליגיעזער David Karlin 1640.883 1642.094 MAN, מאַן? Ely Litsky 1641.257 1645.582 נ-, ניט, ניט SPECIAL רעליגיעז, נאָר I- I- eh, Ely Litsky 1645.582 1647.14 כ'האָב געהאַט אַ ייִדישע האַרץ. Ely Litsky 1647.535 1650.971 איך האָב געגעבן זײער אַ סך, װײַל איך בין געװען ניט קײן רײַכער, Ely Litsky 1651.264 1653.03 פֿון, פֿון מײַן FAMILY, Ely Litsky 1653.373 1656.86 און דאָ פֿון רעסטאָראַן בין איך געװען זײער גוט־אָפּ. Ely Litsky 1657.187 1662.071 איך פֿאַרדינט אַזױ װי הײַנט דאָ צװײ הונדערט, דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ טאָג, האָב איך פֿאַרדינט. Ely Litsky 1662.071 1664.91 (װײסט דאָך) אין פּױלן איז געװען צען פּראָצענט. David Karlin 1666.772 1668.858 איר פֿלעג גײן אין שול? David Karlin 1668.983 1670.574 פֿלעג דאַװנען? David Karlin 1670.574 1672.402 װי אָפֿט פֿלעג איר דאָס טאָן? Ely Litsky 1672.594 1675.878 שבת. איך בין געגאַנגען אין דער פֿרי, נאָר אין דער פֿרי. David Karlin 1675.682 1677.616 איר האָט געהאַט אַן אָרט אין שול? Ely Litsky 1677.522 1680.311 יע, אין דער גרױסער שול, דאָרטן געװען. David Karlin 1684.525 1688.181 און אַז ס'זײַנען געקומען די סאָװיעטן, זײַט איר אױך געגאַנגען אין שול? Ely Litsky 1688.423 1689.244 נײן. David Karlin 1689.418 1691.433 װאָס איז פֿאָרגעקומען אין די גרױסע שול? Ely Litsky 1691.967 1693.423 גרױסע שול, ס'אי- Ely Litsky 1693.553 1695.352 גרױסע שול איז געבליבן. Ely Litsky 1697.485 1701.771 נאָר ס- אָבער קײן ייִדן איז ניט געגאַנגען, מ'האָט דאָך געהאַט מורא פּשוט. Ely Litsky 1701.805 1702.997 איר פֿאַרשטײט?