Hershey Felder 26.83 37.99 FEBRUARY NINETEENTH, NINETEEN NINETY FIVE. ESTHER BUREKHOVICH. INTERVIEWER HERSHEY FELDER. IN BROOKLYN, NEW YORK IN THE U.S.A., AND THE LANGUAGE IS YIDDISH. Hershey Felder 47.651 49.051 װאָס איז אײַער נאָמען? Esther Burekhovich 49.138 53.376 אסתּר, אסתּר־מלכּה הײס איך. אסתּר־מלכּה. Hershey Felder 52.174 53.39 אסתּר־מלכּה װאָס? Esther Burekhovich 53.376 55.649 היצט בין איך בורעכאָװיטש. Hershey Felder 55.157 55.565 יע. Esther Burekhovich 55.649 59.771 לאַנג בין איך געװען לאַזעראָװיטש. מײַן אײַ- מײדלשער נאָמען איז לאַזעראָװיטש. Hershey Felder 59.402 61.116 יאָ, און װוּ ביסטו געבױרן געװאָרן? Esther Burekhovich 61.113 66.947 און לעב- איך בין געבאָרן אין אַ דאָרף, לעבן כ- כוסט איז געװען די שטאָט, אין אַ דאָרף באָראָניעװ. Hershey Felder 66.948 69.028 אין eh װעלכע יאָר ביסטו געבױרן געװאָרן? Esther Burekhovich 68.89 70.015 צװאָנציקער. Hershey Felder 69.949 70.923 אַהאַ. Esther Burekhovich 70.931 73.977 צװאָנציקער יאָר, אַפּריל דעם אַכט און צװאָנציקסטן. Hershey Felder 74.109 79.448 קענסטו מיר דערצײלן װי ס'איז געװען אין שטעטל פֿאַר דער מלחמה, װאָס געדענקסטו? Esther Burekhovich 77.955 83.398 װען uh פֿ- פֿון אָנהײב װען איך האָב געװױנט אין טש- ס'איז טשעכאָסלאָװאַקײַ געװען, Esther Burekhovich 83.402 87.766 איז געװען גוט, ס'איז געװען אָרעמע מענטשן. ס'איז געװען דאָס אָבער ס'איז גוט געװען, ס'איז שטיל געװען. Esther Burekhovich 87.766 91.889 זענען אַרײַנגעקומען די אונגערן, די אונגאַרן זענען אַרײַנגעקומען. Esther Burekhovich 91.889 94.175 דײ האָבן שױן אָנגעטון צרות פֿאַר די ייִדן. Hershey Felder 94.188 95.603 װאָס פֿאַר אַ... Esther Burekhovich 94.743 97.607 מע האָט צוגענומען אַלע רעכטן Esther Burekhovich 97.607 103.061 פֿון אַרבײַטער. זײ האָבן נישט געטאָרט אַרבעטן אין דער הײם, זײ האָבן געמוזט, ס'איז געװען אַ שוסטער, אַ שנײַדער, Esther Burekhovich 103.061 105.334 האָט געמוזט נאָר בײַ זײ אַרבעטן. Esther Burekhovich 105.564 111.251 מע האָט צוגענומען די STOREn. אַלעס צוגענומען פֿון די ייִדן. אַלע רעכטן האָט מען צוגענומען פֿון די ייִדן. Esther Burekhovich 111.251 113.092 מע האָט זײ גאָרנישט נישט געלאָזט. Esther Burekhovich 113.092 119.058 און אױף די גאַס האָבן זײ נישט געקענט אַרױסגײן. יעדער האָט געקלאָפּט און געשטױסן מיט זײ. מע האָט געברױכט טראָגן אַ געלן שטערן. Esther Burekhovich 119.276 123.572 און נעבעך מע האָט זײ באַצײכנט, מע האָט דאָך געװוּסט װער ס'איז דער ייִד װעמען מע קען שלאָגן. Hershey Felder 123.838 128.543 געדענקסטו די יאָר װען װען דו דאַרפֿסט טראָגן די די גאָלדענע שטערן? Esther Burekhovich 128.524 130.126 צי איך געדענק? זיכער איך געדענק! Esther Burekhovich 130.126 133.933 זיכער איך געדענק. גאָלדענ-... ס'איז געװען אַ פּראָסט שטיקל סחורה, ש- שטערן! Esther Burekhovich 133.933 137.512 אָבער קודם האָט מען די ייִדן געשלאָגן, מע האָט געהרגעט, געשלאָגן. Esther Burekhovich 138.245 142.768 און אַלעס האָט מען זײ צוגענומען, מע האָט נישט געלאָזט גאָרנישט פֿאַר די ייִדן. Esther Burekhovich 143.339 146.95 און אױך האָט מען אין אײן און פֿערציקער יאָר אַרױסגעפֿירט אַ סך Esther Burekhovich 146.951 158.262 ייִדן אױף אוקראַיִנע, צום ניעסטער, און נעבעך דאַר- דאָרט האָט מען זײ אױסגעהרגעט. ס'איז עפּעס אַזױ אַהײמגעקומען אײנציקע פֿאַרצײלן פֿון דאָרט װאָס ס'איז געװען. מע האָט געגראָבן גריבער פֿאַר זיך אַלײן, Esther Burekhovich 158.262 162.045 און מ'איז געגאַנען, מע האָט זײ אױסגעשאָסן, אין די גריבער זענען זײ אַרײַנגעפֿאַלן. Esther Burekhovich 162.045 165.181 מע האָט זײער אַ סך צרות אָנגעטון פֿאַר אונדז ייִדן. Hershey Felder 165.183 169.923 װי ס'איז געװען פֿאַר דיר eh פֿאַר דער מלחמה eh אין שול אין אין ד- אין שול? Esther Burekhovich 169.365 181.365 אין שול האָבן מיר געגאַנען אין דײ שול װאָס ס'איז, ס'איז uh מ-, זאָג מיר, דאָס איז טשעכן געװען. אָבער די שול איז געװעזן אַזױ װי די, ס'איז דאָך געװען גױים, פּראָסטע גױים, אוקראַיִניש האָט עס געהײסן. Esther Burekhovich 181.365 183.493 יאָ, בין איך געגאַן אין שול. Esther Burekhovich 185.274 190.819 UNK אין שול און אין eh מע האָט געלערנט אַ אַ חדר, מע האָט געלערנט ייִדיש, Esther Burekhovich 190.859 199.9 און דאָס איז עקסטער, ייִדיש האָט מען געדונגען אַ, אַ מלמד, אַ רבי, מע האָט געלערנט מיט די קינדער, ייִדיש, יאָ. Hershey Felder 199.8 205.5 און װי ס'איז געװען אין שטוב? ס'איז געװען אַ uh אַ כּשר שטוב אַ... Esther Burekhovich 205.3 214.342 דעמאָלטס איז געװען, בײַם טאָל בײַ די טשעכן, אַלע ייִדן געװען כּשר. ס'האָט זיך שױן געברױכט טרעפֿן אַ גרױסער אױסװאָרף, ער זאָל נישט האַלטן כּשר. יעדער, Esther Burekhovich 214.342 223.1 די ייִדן זענען געװען פֿרו-, אַלעס איז געװעזן, נישט אַזױ װי פֿרום, זײ האָבן געקלאָפּט מיטן קאָפּ אין דער װאַנט און זענען געװען גנבֿים. אַ- װױלע איז עס פֿרומע ייִדן געװעזן, אַלעס. Esther Burekhovich 223.1 228.8 איך בײַ מיר אױכעט, מײַנע ברידער זענען געװען ישיבֿה־בחורים, אין אַ ישיבֿה געלערנט. Esther Burekhovich 228.813 232.642 דער טאַטע איז געגאַן מיט אַ באָרד און פּאות אַזױ װי געהעריק, װי אַ ייִד גײט. Hershey Felder 232.573 234.806 uh uh שבת איז געװען, שבת, יום־טובֿ? Esther Burekhovich 234.216 239.073 שבת, יום־טובֿ, װי הײסט? אַלעס איז געװעזן, אַלעס איז געװעזן. Hershey Felder 239.073 242.002 קענסטו מיר דערצײלן, אין שטעטל, Hershey Felder 242.002 248.502 איר רעדט װעגן שלאָגן אין אין די גאַס און די זאַכן, און קענסטו מיר דערצײלן עפּעס װאָס איז געשען מיט דיר? Esther Burekhovich 248.571 250.776 (שענדן) פֿון זײ, פֿון די...? Esther Burekhovich 250.776 252.863 איך פֿאַרשטײ נישט װאָס. Hershey Felder 253.0 255.552 איר רעדט װעגן די שלאָגן אין גאַס. Esther Burekhovich 255.378 256.165 יאָ? Hershey Felder 256.3 261.231 קענסטו מיר דערצײלן עפּעס אַ מעשׂה װאָס איז געשען מיט דיר. Esther Burekhovich 261.276 262.54 מיט מיר? Hershey Felder 262.079 263.269 יאָ, אין גאַס. Esther Burekhovich 263.215 265.755 װאָס זאָל איך זאָגן פֿון מיט מיר האָט געשען? Esther Burekhovich 265.755 267.782 האָב איך, מ'איז אױך נישט געגאַן אין ערגעץ. Esther Burekhovich 267.782 270.026 אין ערגעץ נישט געגאַנגען, מע האָט זיך געשראָקן גײן. Esther Burekhovich 270.026 275.485 נישט אַרױס אױף די גאַס, נישט אַרױס אין ערגעץ, מע האָט זיך געשראָקן גײן. UNK און Esther Burekhovich 275.508 278.025 װעמען מע האָט געכאַפּט, Esther Burekhovich 278.025 290.6 eh בין איך געװען, האָט מען מיך געכאַפּט, איז אַן אַנדערער איז אַן אַנדערן געכאַפּט, און געשלאָגן האָט מען, די אונגערן. זײער גרױסע צרות אָנגעטון פֿאַר די ייִדן, גרױסע צרות. נאָך מער װי די דײַטשן, האָבן די אונגערן אָנגעטון. Hershey Felder 290.4 296.829 קענסטו מיר דערצײלן אַ פּאָר מעשׂיות װאָס דו האָסט געזען, אָבער מיטן טאַטע, מיט די מאַמע, אַ אַ אַ מעשׂה. Esther Burekhovich 296.826 299.84 װאָס דערצײל איך, געזען? איך װײס נישט װאָס דו מײנסט געזען. Hershey Felder 299.92 303.24 אַ מעשׂה געזען אין אין גאַס, אָדער שלאָגן, אָדער... Esther Burekhovich 303.28 309.68 איך קען זאָגן װען ס'איז געקומען, אונדז האָ'מיר געװױנט לעבן אַ גרױסער שטאָט, כוסט, קען זײַן האָסט געהערט אָבער נישט, ס'איז געװען אַ גרױסע שטאָט, KHUST. Esther Burekhovich 309.68 320.693 און מ'איז געגאַנגען מיט מײַן ברודער זע'מיר געגאַנגען, און מ'איז אַרױסגעקומען, פּונקט די אונגאַרן זענען אַרײַנגעקומען. און מ'איז אַרױסגעגאַנגען, מ'איז געקומען מיט אַ װאָגן, ס'איז נישט געװען קײן CARn, מיט אַ װאָגן. Esther Burekhovich 320.693 327.437 און מ'איז אַראָפּגע- בײַ די ס-, בײַ די eh (סטאַציע) װוּ די CAR, װוּ די TRAIN פֿאָרט, האָט מען געברױכט גײן אַ ביסל צו פֿוס. Esther Burekhovich 327.437 333.582 אָבער מע האָט שױן געברױכט אָנטון אַ געלן שטערן, מע האָט שױן נישט געטאָרט גײן אַ ייִד. װי אַזױ מײַן ברודער איז געגאַנגען, איך האָב נישט אָנגעטון. Esther Burekhovich 333.582 340.582 האָט יעדער איז, מע האָט אים אַלץ אַ שטופּ און אַ קלאָפּ, אַ שטופּ און אַ קלאָפּ. דײס זע איך פֿאַר די אױגן װאָס מע האָט נעבעך מיט אונדז געטון. Esther Burekhovich 340.6 344.708 און נאָך איז ער אײן מאָל געגאַנגען, פֿון אונדז האָט מען געקענט גײן, Esther Burekhovich 344.708 354.562 מ'איז געגאַנגען, געפֿאָרן מיט אַ אַ װאָגן, מיט אַ CAR RINGSUM. מע האָט געקאָנט גײן UNK UNK אַזױ UNK צו פֿוס. איז ער געגאַנגען, איז געװען אונגאַריש מיליטערס. Esther Burekhovich 354.562 364.187 און מע האָט אים נעבעך געכאַפּט און געשלאָגן, ZSIDÓ, ZSIDÓ, װײסט װאָס ס'הײסט? ייִד, ייִד, ZSIDÓ, ZSIDÓ. די גױים האָבן באַװאָרנט, האָבן געזאָגט אַז ער איז נישט קײן ZHID. Esther Burekhovich 364.311 375.125 מענטשן זענען געגאַנגען, גױים, האָבן זײ געזאָגט אַז ער נישט קײן ZHID, UNK UNK UNK. ס'איז געװען גענוג װאָס צו פֿאַרצײלן. ס'איז געװען פֿון זײ גענוג װאָס צו פֿאַרצײלן. יאָ. מײַן טאַטע איז געגאַנגען, Esther Burekhovich 375.125 391.75 אױכעט אונדז האָ'מיר געװױנט uh אין באָראָניעװ. און ער איז געגאַנגען אין אַ שטאָט, װאָס איז די, טעטש, אױף אַ, װי אַזױ הײסט עס שױן אױפֿן מאַרק, אַ מאַרק, װײסט װאָס הײסט אַ מאַרק? אױפֿן מאַרק, און ער איז נאָך געװען אין דער הײם װען מ'איז אַרױסגעפֿאָרן, Esther Burekhovich 392.022 401.654 און מ'האָט, די זשאַנדאַרן, די אונגאַרישע האָבן אים געכאַפּט, און מע האָט אים אַזױ געהרגעט, אַ יאָר האָט ער נישט געקענט מיט זײַנע הענט נעמען דאָס עסן, אַזױ זענען געװען די הענט, אַלעס איז געװען צעקלאָפּט. Esther Burekhovich 401.654 411.531 eh קײן גוטע זאַכן קען איך נישט פֿאַרצײלן, נאָר שלעכטס װאָס מע האָט אָנגעטון. מײַן טאַטע האָט מען דאָס געטון. אױך מײַן UNK eh, זײער אַ סך צרות. זײער אַ סך צרות. מע קען אַזױ פֿיל נישט זאָגן װיפֿל ס'איז געװען צרות. Hershey Felder 411.852 412.629 mhm. Esther Burekhovich 412.732 413.816 יע. Hershey Felder 414.78 419.492 קענסטו מיר דערצײלן אַ ביסל װעגן װאָס דײַן טאַטע האָט געטאָן? Esther Burekhovich 419.519 428.487 מײַן טאַטע האָט געטאָן, בײַ די טשעכן האָט ער געטאָן גוט, ער איז געװען אַ BUSINESSMAN, ער האָט צאַמגעקױפֿט עפּל, איז, װײסט װי דאָס װאַקסט? אין סעדער. Esther Burekhovich 428.487 442.366 און ער האָט גענומען מענטשן, װאָס האָט מען געריסן, געפּוצט, ס'איז געקומען, אונדז האָ'מיר געװױנט, היצט הײסט דאָס TshekhoSLOVAKIA. אָבער אונדז האָ'מיר געװױנט אין די קאַרפּאַטן, דו װײסט װאָס דאָס איז, היצט הײסט אױך קאַרפּאַטן. אין טשעכײַ איז געװען פּראַג, מיט uh... פֿלעגן אַראָפּקומען טשעכן Esther Burekhovich 442.366 449.053 און קױפֿן עפּל פֿון מײַן טאַטע, אַ סך װאַגאָנען עפּל. װאַגאָנען נישט, װאָס... װאַגאָנען שיקן קײן פּראַג. Esther Burekhovich 449.053 452.505 ער האָט ער האָט גוט געהאַט, ער האָט געאַרבעט געאַרבעט מיט האָלץ, Esther Burekhovich 452.505 457.8 מיט עפּל, מיט ניס, װאָס ס'איז געקומען אונטער די הענט, אַלעס האָט ער געטון. אין דער הײם Esther Burekhovich 457.8 464.2 האָ'מיר געהאַט אַ STORE. בין איך געװעזן דאָרט, מײַן מאַמע. האָ'מיר אין דער הײם אין STORE. בײַ די טשעכן. Esther Burekhovich 464.2 471.569 און בײַ די אונגערן איז דאָס אַלעס... מע האָט נישט געטאָרט, אַ מאָל איז געשטאַנען אַ אַ קױש עפּל, Esther Burekhovich 471.569 474.7 אַזױ, מע האָט געהאַט אַזאַ זומער־קאָך, (פֿלעג שטײן,) Esther Burekhovich 474.7 478.6 און די זשאַנדאַרן זענען דורכגעגאַנגען, און זײ האָבן געשפּירט אַז סע שמעקט. Esther Burekhovich 478.6 485.4 נאָר זענען זײ געקומען זוכן, איבערגעװאָרפֿן די גאַנצע הױז איבערגעװאָרפֿן װאָס בײַן אונדז טוט עפּל, צי מע האַנדלט נישט מיט דעם. Esther Burekhovich 485.4 492.8 זײער אַ סך. זײער אַ סך קען מען פֿון זײ זאָגן. זײער אַ סך האָבן זײ אָנגעטאָן צרות, װאָס איך װײס. Esther Burekhovich 493.5 497.3 יאָ. אַז דו װעסט פֿרעגן, איז קען איך דיר ענטפֿערן װאָס, װאָס איך װײס. Hershey Felder 497.267 501.167 אױך eh װאָס איז גע- װאָס האָט די מאַמע האָט געטון אין אין... Esther Burekhovich 500.711 507.285 די מאַמע, איך זאָג דאָך, קודם האָט זי געהאַט קינדער, נאָך דעם אין STORE איז זי געװעזן, די מאַמע. uh, אין STORE, די קינדער, איך האָב צוגעהאָלפֿן. Hershey Felder 506.832 508.65 װאָס פֿאַר אַ STORE eh איז עס געװען? Esther Burekhovich 508.285 522.416 דאָס איז, װי אַזױ זאָגן, אַ אַ לעבנס־מיטל, אַלעס איז געװעזן. יאָ. uh, די ברידער האָבן געלערנט אין ישיבֿה. און די מאַמע, איך האָב צוגעהאָלפֿן, מײַן שװעסטער, כ'האָב נאָך אַ שװעסטער, זי איז געװען קלענער, זי האָט נישט געקענט העלפֿן נאָך. יאָ. Hershey Felder 523.642 533.533 ehm קענסטו מיר דערצײלן אַ ביסל מער װעגן דײַן פֿרײַנד, װי ס'איז געװען מיט דײַן פֿרײַנד אין אין שטעטל. האָסט נאָר געהאַט נאָר ייִדישע פֿרײַנד אָדער...? Esther Burekhovich 533.393 537.058 נאָר ייִדישע פֿרײַנ-. נו, װאָס זאָל איך זאָגן, מ'איז געגאַנגען אין uh SCHOOL איז געװען גױים, Esther Burekhovich 537.058 539.723 דאָרט זענען די גױים אױך בעסער געװען װי דאָ. Esther Burekhovich 539.723 542.217 מ'איז געזעסן אין דרױסן איז געװען אַ באַנק. Esther Burekhovich 542.217 545.56 מע האָט זיך אַראָפּגעזעצט, (איבער הױפּט) שבת אָבער נאָך מיטאָג Esther Burekhovich 545.56 547.507 איז שױן צאַמגעקומען שכנים Esther Burekhovich 547.507 550.679 און מע האָט שױן גערעדט. נישט אַזױ װי אין אַמעריקע, מע פֿאַרשפּאַרט זיך, Esther Burekhovich 550.679 554.782 מע זעט קײנעם נישט. סע פֿלעגן צאַמקומען שכנים, מע האָט גערעדט. ייִדן, גױים. Esther Burekhovich 554.994 561.919 און שבת פֿלעג יעדער אַראָפּקומען צון אונדז. צון אונדזער הױז. נישט געװױנט קײן סך ייִדן, איך װײס, צװאָנציק דרײַסיק פֿאַמיליעס Esther Burekhovich 562.039 566.696 האָט געװױנט. יעדער איז זיך צאַמגעקומען צון אונדז. נאָר מע האָט געלעבט ברידערלעך. Esther Burekhovich 566.696 571.711 מע האָט געלעבט זײער ברידערלעך. מע האָט צו אײנס מיטן אַנדערן איז געװען זײער גוט. זײער נאָענט. Hershey Felder 572.175 577.555 mhm און װיפֿל, װיפֿל מענטשן, װיפֿל ייִדן איז געװען אין גאַנץ, אין גאַנץ שטעטל? Esther Burekhovich 577.111 589.5 איך זאָג דאָך, דרײַסיק פֿאַמיליעס. דײס, אַ דאָרף אָבער ס'איז געװען נאָענט, uh, ס'איז געװען זיבן קילאָמעטער פֿון אַ גרױסער שטאָט. דאָרט איז שױן געװען טױזנטער uh ייִדן. דאָרט איז געװען אַ סך. Hershey Felder 579.64 581.12 דרײַסיק. Hershey Felder 588.835 591.0 אָבער אין דײַן, אין דײַן שטעטל, אין דײַן דאָרף, ס'איז געװען... Esther Burekhovich 590.6 594.837 דרײַסיק פֿאַמיליעס. ס'איז געװען ah אַ קלײן שטעטל, כ'זאָג אַ קלײנס. Hershey Felder 594.751 596.007 ס'איז געװען גױים דאָרטן אױכעט? Esther Burekhovich 595.705 598.216 גױים איז געװען מער, ס'איז אַװדאי געװען גױים. Hershey Felder 597.972 599.475 ah. װיפֿל גױים ס'איז געװען דאָרט? Esther Burekhovich 599.366 603.131 eh איך װײס, איך װײס פּינקטלעך װיפֿל ס'איז געװעזן? איך געדענק שױן נישט, ס'איז געװען אַ סך. Hershey Felder 602.5 603.782 אָבער אַ סך. Esther Burekhovich 603.42 607.927 אַ סך גױים. אַ סך גױים. ייִדן איז געװען װײניק. Hershey Felder 604.329 604.912 יאָ. Hershey Felder 607.945 608.605 יאָ. Hershey Felder 609.212 614.366 און uh װאָ-, װאָס פֿאַר אַן אַרבעט, װאָ- װאָס פֿאַר אַ געשעפֿטן האָבן זײ געהאַט דאָרטן, די גױים אױך? Esther Burekhovich 614.366 616.74 די גױים, זײ האָבן די פֿעלדער געאַרבעט. Esther Burekhovich 616.74 620.311 די גױים האָבן נישט געהאַט קײן געשעפֿטן, UNK UNK, נאָר די פֿעלדער האָבן זײ געאַרבעט. Hershey Felder 621.151 627.646 און פֿאַר דער מלחמה, צי האָבן די גױים eh צוזאַמען געװױנט eh Hershey Felder 627.98 629.868 מענטשלעכדיק אָדער? Esther Burekhovich 629.192 632.602 מענטשלעך, זײער מענטשלעך. זײער מענטשלעך. Esther Burekhovich 632.602 640.311 מע קען נישט אַ מאָל זאָגן װי מענטשלעך זײ האָבן געװױנט. מע האָט אָפּגעגעבן דעם ייִד נאָך מער כּבֿוד װי פֿאַר זײ אַלײן. יאָ. Hershey Felder 640.311 646.974 און יעצט קומען מיר צו צו נײַן און דרײַסיק. װאָס געדענקסטו פֿון די צײַט? Esther Burekhovich 646.974 649.814 װאָס געדענק איך פֿון נײַן און דרײַסיק? Hershey Felder 649.921 652.365 די מלחמה. Esther Burekhovich 652.365 657.921 uh די מלחמה. איך געדענק, איך זאָג דאָך, מע האָט אַלעס צוגענומען, די מלחמה. Esther Burekhovich 657.921 662.921 UNK אונדז, אונדז האָט מען אין אײן און פֿערציקער האָב איך געזאָגט האָט מען אַװעקגעפֿירט די ייִדן. Esther Burekhovich 662.921 665.551 קײן אוקראַיִנע, דאָרט האָט מען זײ אױסגעהרגעט. Esther Burekhovich 665.551 668.703 מע האָט זיך אַלײן גריבער געגראָבן, דאָרט האָט מען זײ אױסגעשאָסן. Esther Burekhovich 668.93 672.375 פּונקט כ'האָב פֿאַרצײלט נעכטן פֿאַר מײַן זון, ס'איז דאָ אײנע Esther Burekhovich 672.375 678.375 װאָס זי האָט פֿאַרצײלט װי אַזױ מע האָט אױסגעשאָסן טױט, איז זי געבליבן לעבעדיק, װי אַזױ איז זי געקראָכן אַרױס Esther Burekhovich 678.375 683.856 פֿון דעם גרוב, זי האָט נישט געקאָנט אַרױסגײן. און דערנאָך איז זי שױן אַרױסגעגאַנגען, זענען געקומען, Esther Burekhovich 683.968 690.518 איך װײס, איז די, נישט די דײַטשן האָבן געשאָ- געשאָסן, די אוקראַיִנער. װײַל דאָס איז געװען אין uh Esther Burekhovich 690.725 693.8 אוקראַיִנע. ס'איז בײַם נעסטער, איך װײס װוּ ס'איז געװעזן? Esther Burekhovich 693.8 697.985 און, האָט זי נישט געװוּסט נעבעך װאָס צו טון, האָט זי זיך צוריק אַרײַנגעקױלערט Esther Burekhovich 697.985 701.17 צו די טױטע מענטשן, מע זאָל מײנען אַז זי איז אױך טױט. Esther Burekhovich 703.088 706.814 יאָ, ס'איז געװען, ס'איז געװען גענוג. ס-... Hershey Felder 709.264 712.407 װאָס איז געשען מיט דיר אין אין אין די צײַט? Esther Burekhovich 712.59 718.108 מיט מיר? נאָ, אונדז זע'מיר, מע האָט גענומען די מענטשן װאָס זײ האָבן נישט געהאַט קײן בירגער־רעכט. Esther Burekhovich 718.108 722.617 די מענטשן װאָס האָבן געהאַט בירגער־רעכט, מע האָט געברױכט האָבן בירגער־רעכט, מע האָט uh uh מע האָט זײער, Esther Burekhovich 722.617 726.108 און (װער עס) האָבן נישט געהאַט קײן בירגער־רעכט, (דײ) האָט מען גענומען, אַװעקגעפֿירט. Esther Burekhovich 726.108 728.479 און מע האָט זײ נעבעך אױסגעהרגעט דאָרט, Esther Burekhovich 728.551 730.777 אין אײן און פֿערציקער יאָר. Esther Burekhovich 730.978 735.349 און אױך, ס'איז ד- געגאַנגען בי- שױן ביז פֿיר און פֿערציקערס. Esther Burekhovich 735.349 738.46 איך בין שױן (ערשט געפֿירט) UNK Esther Burekhovich 738.46 741.238 ס'איז געבליבן, מ'איז געבליבן מענטשן Esther Burekhovich 741.238 745.571 אין װאַלד, װאָס, מײַנע צװײ ברידער זענען אױך, געװאָלט בלײַבן. Esther Burekhovich 745.571 750.83 און נאָך דאָס, אָבער אַלע קינדער פֿונעם שטעטל זענען נאָכגעלאָפֿן. Esther Burekhovich 750.83 754.077 מע האָט נישט געקאָנט דאָך פֿון זײ UNK, װײַל יעדער האָט געװאָלט נעבעך בלײַבן. Esther Burekhovich 754.077 758.308 מ'איז אױך אַרײַנגעקומען נעבעך, זענען געקומען, זענען אױך אַװעק קײן אױשװיץ Esther Burekhovich 758.308 760.337 און דאָרט געבליבן. Hershey Felder 762.078 765.3 קענסטו מיר דעס- דערצײלן Hershey Felder 765.3 767.93 דו ביסט געגאַנגען אין AUSCHWITZ, יאָ? Esther Burekhovich 767.93 769.113 אין אױשװיץ? Hershey Felder 769.113 770.53 דו, יאָ. Esther Burekhovich 770.53 771.823 איך פֿאַרשטײ נישט. Hershey Felder 771.785 772.367 דו. Hershey Felder 773.692 775.299 דו ביסט געװען אין AUSCHWITZ, יאָ? Esther Burekhovich 775.312 777.349 איך בין געװען אין אױשװיץ, יאָ. בירקענױ. Hershey Felder 776.738 779.822 קענסטו מיר דערצײלן, פֿון אָנהײב Hershey Felder 779.898 783.634 ביז די געטאָ, ביז, ביסט געװען אין אַ געטאָ פֿאַר... Esther Burekhovich 782.856 785.886 אין סעקערניצער געט-, ס'איז געװען אַ געטאָ אין סעקערניצע. Hershey Felder 785.886 788.258 קענסטו מיר דערצײלן װי ס'איז געװען אין געטאָ? Esther Burekhovich 788.041 792.695 אין סעקערניצע, אַזױ אַז ד- אַז די דײַטשן זענען נעבעך געקומען, Esther Burekhovich 792.802 800.095 מע האָט אױך געהרגעט און געשלאָגן, אין געטאָ. אונדז זע'מיר געװען אין געטאָ. דאָרט האָט געװױנט אַ רבֿ, אַ רבי. Esther Burekhovich 800.095 809.465 און יענעם נעבעך מע האָט געצױגן בײַ דער באָרד, און געקלאָפּט. ער פֿלעגט זיך באַהאַלטן אַז זײ זענען געקומען, קען מען זיך באַהאַלטן? (װעגן) ער קומט און, זײ זענען נישט אַלץ געװען די דײַטשן דאָרט, נאָר װען זײ זענען געקומען Esther Burekhovich 809.465 812.058 האָבן זײ געש- געהרגעט און געשלאָגן די ייִדן. Esther Burekhovich 812.058 818.185 די דײַטשן. און מע האָט אַ סך מענטשן אױסגעשאָסן, טאַקע דאָרט אױפֿן פּלאַץ, טאַקע אין געטאָ Esther Burekhovich 818.225 820.41 װאָס זענען נישט אַ מאָל געפֿאָרן אין ערגעץ. Esther Burekhovich 820.41 824.262 זע'מיר געװעזן דאָרט פֿיר װאָכן. Esther Burekhovich 824.262 827.41 און נאָך האָט מען אונדז אַרײַנגעלאָדענירט אַזױ װי בהמות. Esther Burekhovich 827.41 834.102 אין לאַסט־װאַגאָנען, זיבעציק, אַכציק, איך װײס אַפֿילו נישט אַלײן װיפֿל מענטשן. ס'איז נישט געװען קײן פּלאַץ נישט אַ מאָל צו שטײן, װ- אַזױ האָט מען אונדז געפֿירט Esther Burekhovich 834.102 836.658 קײן אױשװיץ. Hershey Felder 836.658 840.954 איר געדענקט די די יאָר, די די דאַטע פֿון פֿונעם... Esther Burekhovich 840.954 844.658 נאָ איך געדענק נישט, UNK UNK, איך געדענק אַז ס'איז uh געװעזן אין uh Esther Burekhovich 844.787 848.676 אין פֿיר און פֿערציקער יאָר. אױב אױב איך געדענק אַ דאַטע? איך װײס ס'איז געװעזן, Esther Burekhovich 848.676 854.305 נאָך פּסח האָט מען אונדז אַװעקגענומען, אין אַפּריל האָט מען אונדז גענומען אין געטאָ. ענדע אַפּריל. Esther Burekhovich 854.305 856.761 און ענדע מײַ האָט מען אונדז געפֿירט אױף אױשװיץ. Hershey Felder 856.536 860.63 ס'איז געװען יום־טובֿ eh האָסטו uh... האָסטו געמאַכט אַ פּסח אין... Esther Burekhovich 858.602 865.527 אין פּסח זע'מיר... אין פּסח בין איך געװען אין דער הײם, יאָ, מע האָט שױן, מע האָט שױן געװוּסט, מ'איז שױן געקומען זאָגן אַז מע האָט UNK Hershey Felder 861.912 862.804 אין געטאָ? Esther Burekhovich 865.565 868.194 מע האָט שױן דאָ גענומען, דאָרט גע-, מ'האָט שױן געװוּסט אַלעס. Esther Burekhovich 868.194 872.639 מ'האָט שױן אַלעס געװוּסט. אַז מע נעמט. ס'איז געקומען uh, Esther Burekhovich 872.776 877.443 מ'איז געגאַנגען פֿרעגן קײן כוסט, גרױסע מענטשן געװעזן, דאָ איז אױך דאָ אײנער Esther Burekhovich 877.443 878.961 הײַנפֿעלד. Esther Burekhovich 878.961 883.48 האָט, מײַן שװעסטער אי-, מײַן שװעסטער איז געגאַנען פֿרעגן װאָס מע קען טון. Esther Burekhovich 883.48 886.591 זאָגט זי, "פֿרײדע לאַזעראָװיטש, באַהאַלטס ענק. Esther Burekhovich 886.591 890.22 עץ זאָלט װיסן, זאָגן אַז אונדז זע'מיר נאָך אױך אַ מאָל געװען אױף דער װעלט." Esther Burekhovich 890.22 893.331 מ'האָט זיך אָבער נישט געקענט באַצ-, ס'איז געװען אַ סך מענטשן. מע האָט זיך באַהאַלטן אין װאַלד, Esther Burekhovich 893.331 895.887 אין אַ װאַלד האָט מען זײ געהרגעט. Esther Burekhovich 896.699 900.925 די די גױים האָבן געמסרט, און מ'האָט זײ געהרגעט. Hershey Felder 902.213 906.87 SO קענסטו מיר דערצײלן װעגן די Hershey Felder 906.871 911.462 װעגן די, די צוג, װי ס'איז געװען אין צוג. Esther Burekhovich 911.462 923.9 איך זאָג דאָך, װאָס, מע האָט אונדז צאַמגעשטעלט װי בהמות. מע האָט געװײנט, מע האָט געשריגן, קינדער מיט uh, ס'איז געװען אַזױ (אונדז) װי בהמות, מע האָט געװאָלט אַרױסגײן, (מע האָט געברױכט)... איך װײס נישט װאָס צו זאָגן. איך קען נישט זאָגן. Hershey Felder 924.2 927.3 אַלץ האָסטו, אַלץ האָסטו געזען. Esther Burekhovich 927.345 929.059 איך בין דאָרט געװען! כ'האָב אַלץ געזען? Esther Burekhovich 929.059 932.178 אָן אַ ביסל װאַסער! אין uh קאַשױ Esther Burekhovich 932.178 935.845 דו װײסט װוּ סע איז, קאַשױ? דאָרט האָט מען שױן טאַבאָריסטן, Esther Burekhovich 935.845 937.298 װײַל ס'איז געװען די ייִדישע, Esther Burekhovich 937.298 941.761 ס'איז נישט געװען קײן סאָלדאַטן טאַ-, MUNKASZOLGÁLAT האָבן זײ געאַרבעט. דו װײסט װאָס ס'הײסט MUNKASZOLGÁLAT. Esther Burekhovich 941.783 944.247 יענע האָבן אַ ביסל װאַסער דערלאַנגט אין קאַשױ. Esther Burekhovich 945.668 949.266 איך בין געפֿאָרן אין מלחמה, הערסטו, און אָן װאַסער און אָן גאָרנישט איז מען געפֿאָרן. Esther Burekhovich 949.866 953.566 און מ'איז געקומען קײן אױשװיץ, דײס װעסטו װיסן, מ'איז געקומען קײן אױשװיץ. Esther Burekhovich 953.866 955.866 מע האָט אַ כאַפּ אַראָפּ פֿון דעם Esther Burekhovich 956.036 958.931 פֿון דעם צוג, פֿון דעם, װי אַזױ זאָגט מען, אַ TRAIN זאָגט מען דאָ. Hershey Felder 958.272 960.205 װיפֿל טעג ביסטו געװען אין צוג? Esther Burekhovich 960.906 965.0 צװײ מעת־לעת זע'מיר געפֿאָרן? צװײ מעת־לעת זע'מיר געפֿאָרן. Esther Burekhovich 965.408 968.79 מע האָט אַ כאַפּ געטון אַראָפּ די מענטשן, מע האָט גע- זײ געיאָגט. Esther Burekhovich 968.896 972.785 די ייִדן זענען אױך געװען שלעכט. ס'איז געװען סלאָװאַקישע, זײ זענען שױן געװען דאָרט דרײַ פֿיר יאָר. Esther Burekhovich 972.869 974.376 זײ האָבן מיט דעם געטון... Esther Burekhovich 974.376 978.964 מ'האָט געהרגעט און געשלאָגן, גײ, גײ, שנעלער, שנעלער, שנעלער, שנעלער. Esther Burekhovich 979.32 981.51 און איך האָב אַ שװעסטער, Esther Burekhovich 981.51 985.05 און מײַן מאַמע, די מאַמע איז אַלט געװען פֿערציק יאָר, זי איז נאָך יונג געװעזן. Esther Burekhovich 985.069 989.444 מיר האָבן זי גענומען צװישן אונדז, ס'איז געקומען אַ אַ אײנער האָט אַ נעם אַרױס געטון, Esther Burekhovich 989.444 994.371 װײַל מ'האָט יעדן געלײגט װוּ מע, װוּהין מע ברױך, אײנע הרגענען, אײנע אױף דער אַרבעט. Esther Burekhovich 994.504 997.722 מ'האָט זײ נעבעך אַרױסגענומען, מער קײן מאָל האָט מען זײ נישט געזען. Esther Burekhovich 998.931 1002.754 און אונדז האָט מען געפֿירט צו די שױן UNK דײ װאָס זענען געגאַנגען אױף דער אַרבעט. Esther Burekhovich 1004.53 1005.665 מ'איז שױן eh Esther Burekhovich 1006.641 1010.964 NO, דײ װאָס מע האָט װאָס, מע האָט זײ נאָך געלאָזט לעבן. אָבער דײ װאָס מע האָט געלאָזט לעבן, Esther Burekhovich 1011.766 1016.391 און און דאָס, איז מען אױך געהרגעט. מע האָט געמאַכט ZÄHLAPPELL. דאָרט האָט מען געקלאָפּט. Esther Burekhovich 1018.299 1024.09 קודם האָט מען גע- גענומען די פֿרױען, מע האָט זײ אַרײַנגעלײגט UNK, מע האָט אַלעס אָפּגעשאָרן, די קעפּ, נאַקעט. Esther Burekhovich 1024.423 1026.433 מע האָט זײ אָנגעטון אין יענע קלײדער. Esther Burekhovich 1026.433 1028.631 דאָרט האָב איך באַקומען דעם ערשטן פּאַטש. Esther Burekhovich 1029.673 1031.234 און מ'האָט מ'האָט זיך אָפּגעבאָדן. Esther Burekhovich 1031.234 1036.616 האָט מען געטײלט שױן זײערע, דײ דײ דײ, זײערע קלײדער, האָט מען געגעבן אַ קלײד-, מע האָט געגעבן װאָס מע האָט געגעבן. Esther Burekhovich 1037.643 1041.053 מ'האָט געגעבן און מע האָט UNK װײַטער. דאָרט, דײס איז דאָרט און יענץ איז דאָרט. Esther Burekhovich 1041.053 1046.08 כ'האָב דאָך נישט געװוּסט װי אַזױ מע ברױך זיך פֿירן, אַז איך בין געװען די ערשטע. די אַנדערע האָבן שױן געװוּסט אַז איך האָב באַקומען. זײ האָבן זיך שױן געהיט. Esther Burekhovich 1046.08 1048.643 דעם ערשטן פּאַטש האָב איך דאָרט באַקומען. Esther Burekhovich 1048.643 1050.725 נו, מ'האָט אונדז געפֿירט אַרױס. Esther Burekhovich 1050.725 1053.893 נעבעך מײַן טאַטע איז נאָך געשטאַנען אױך אין דרױסן, האָט געשריגן, Esther Burekhovich 1053.893 1057.852 "קוק, מײַנע מײַנע צװײ טעכטער", זאָגט ער, "דאָרט זענען זײ שױן אָפּגעשאָרן." Esther Burekhovich 1057.852 1064.646 און װוּ מע האָט אים אַװעקגעפֿירט איז אױך געװען אין לאַגער. ער איז אױך געװען אױף דער אַרבעט. ער האָט געהאַט (מיט זיך) צװײ ברידער אָבער קײנער איז נישט געקומען. Esther Burekhovich 1065.692 1068.912 קײנער איז נישט געקומען. אין אױשװיץ נעבעך. Esther Burekhovich 1068.912 1071.035 קײן עסן איז נישט געװען. Esther Burekhovich 1071.035 1075.747 מ'האָט גע- געקאָכט די גרינע בלעטער געפֿ-, גראָז פֿון דרױסן. Esther Burekhovich 1077.57 1079.529 נאָ האָט מען געגעבן אונדז צו עסן. Esther Burekhovich 1079.529 1081.474 נישט געװען גאָרנישט. Esther Burekhovich 1082.24 1084.414 די מײדלעך פֿלעגן זיך צופּאָרן. Esther Burekhovich 1084.414 1086.565 ס'איז געװען אַ קאָך דאָרט, דאָס. Esther Burekhovich 1086.565 1091.428 און ס'איז געװען עפּעס אַ ביסל קרױט צי װאָס, צי POTATOES, צי די, קרומפּירן, װי אונדז זאָג'מיר, Esther Burekhovich 1091.428 1093.633 און מ'האָט אַלעס אַװעקגעגנבֿעט. Esther Burekhovich 1093.899 1098.022 אַלעס צו טראָגן, רױערהײט, מע האָט געגעסן רױערהײט, UNK UNK UNK. Esther Burekhovich 1098.022 1100.83 spn און נאָך האָט מען נישט געהאַט װאָס צו קאָכן. Esther Burekhovich 1100.908 1103.278 און ס'איז געװען אַ דײַטשקע, זײער אַ שלעכטע. Esther Burekhovich 1103.278 1105.99 זי איז געװען אַ פּױלישע. זי האָט אַזױ געפּאַטשט! Esther Burekhovich 1105.99 1107.716 אַזױ װי איך װאָלט (זי היצט געזען). Esther Burekhovich 1107.716 1109.88 כאָטש פֿאַר װאָס, האָט זי געפּאַטשט. Esther Burekhovich 1109.88 1111.839 כאָטש פֿאַר װאָס האָט זי געפּאַטשט. Esther Burekhovich 1114.758 1119.347 אין אױשװיץ זע'מיר דאָך געװען אַרומגערינגלט. די באַלאָנען זענען געפֿלױגן, מ'איז שטענדיק געקומען. Esther Burekhovich 1119.347 1124.731 די דראָטן, בײַ נאַכט זענען געקומען, uh, װי אַזױ האָבן זײ געהײסן אין די װעלדער, D- דודי? Esther Burekhovich 1125.307 1129.512 פּאַרטיזאַנער זענען געקומען בײַ נאַכט. אײן מאָל האָבן זײ אַװעקגעגנבֿעט צװײ מײדלעך. Esther Burekhovich 1129.912 1132.323 די פּאַרטיזאַנער, פֿון אונדזער, דאָס. Esther Burekhovich 1132.323 1135.555 זײ זענען צוגעקומען, ס'איז געװען פֿאַרמאַכט, און זײ זענען צוגעקומען. Esther Burekhovich 1137.602 1141.547 נאָר װי מ-, זע'מיר געװען דאָרט אױך אין אױשװיץ זעקס װאָכן, Esther Burekhovich 1141.547 1143.752 גענוג מיט צרות. Esther Burekhovich 1144.317 1148.208 די מענטשן זענען משוגע געװאָרן. דאָרט איז געװען אַ פֿרױ נעבעך, זי WELL זי לעבט יעצט אױכעט. Esther Burekhovich 1148.208 1154.263 איז זי געלאָפֿן, װוּ זענע- װוּ איז מײַן מאַן? װוּ איז מײַן ד- מײַנע קינדער? זי נעבעך אױף אײביק משוגע. דעמאָלטס איז זי משוגע געװאָרן, Esther Burekhovich 1154.263 1155.728 איז זי נעבעך אױף אײביק משוגע. Esther Burekhovich 1155.728 1156.852 יהודית, די... Esther Burekhovich 1156.854 1159.909 אױף אײביק איז זי משוגע נעבעך. מע האָט געקענט משוגע װערן. Esther Burekhovich 1159.909 1167.097 מע האָט געקענט, מע האָט גענומען פֿון די עלטערן, מע האָט גענומען פֿון די קינדער, מע האָט אַלעס צעטײלט, אַלעס... spn, מע האָט געקענט משוגע װערן. Esther Burekhovich 1167.097 1172.483 און נאָך האָט מען אונדז שױן געקליבן, מע האָט אונדז געק-, אױף דער אַרבעט, זעקס װאָכן בין איך געװען אין אױשװיץ. Hershey Felder 1172.483 1174.174 uh װאָס פֿאַר אַן אַרבעט האָסטו גע-...? Esther Burekhovich 1174.174 1175.406 איך האָב געאַרבעט Esther Burekhovich 1176.055 1183.233 אױף אַ, װי אַזױ הײסט, אַ RE-, אַ פֿלוג־פּלאַץ, האָב'מיר אונדז געמאַכט. מיר האָ'מיר געאַרבעט גענוג. ס'איז געװען בערג מיט גריבער. Esther Burekhovich 1184.091 1187.447 uh פֿ- פֿאַרשטײסט װאָס דאָס איז? נישט גראָד, eh. Esther Burekhovich 1187.447 1191.872 דײס, און מיר האָ'מיר אונדז קודם געטראָגן GLEISn, דײס װאָס מע שטעלט, Esther Burekhovich 1192.488 1195.173 װאָס דער TRAIN פֿאָרט, דער צוג פֿאָרט, געשטעלט. Esther Burekhovich 1195.257 1197.531 און מע האָט אַרױפֿגעלײגט אַזױנע (לױזן). Esther Burekhovich 1199.148 1201.408 אונדז האָ'מיר געגראָבן אַראָפּ די בערג. Esther Burekhovich 1201.408 1206.706 און געט- -פֿירט אַראָפּ אין די גריבער. מיר האָ'מיר דאָס פּלאַנירט, גראָד געמאַכט. Esther Burekhovich 1206.937 1209.526 און מיר האָבן דאָרט געאַרבעט. uh Esther Burekhovich 1209.526 1211.485 אונדז זע'מיר אַװעק, װיפֿל? Esther Burekhovich 1212.629 1217.903 קודם האָ'מיר, װי אַזױ מע האָט אונדז אַראָפּגעפֿי-, גע-, צאַמגענומען, פֿון אונדז, פֿון אומעדום האָט מען צאַמגענומען. Esther Burekhovich 1217.903 1220.849 נישט נאָר פֿון אונדזערע, אונדז זע'מיר, ס'איז געװען, פֿון אַלע לאַגערס. Esther Burekhovich 1221.348 1223.43 אונדז זע'מיר שױן, מע האָט גענומען פֿון UNK. Esther Burekhovich 1223.43 1226.047 און פֿון, איך װײס דאָרטן איז נאָך געװען. Esther Burekhovich 1226.047 1228.156 און מע האָט אונדז צאַמגענומען, Esther Burekhovich 1228.156 1231.362 און מע האָט אָנגעהױבן צו װײלן אױף דער אַרבעט. Esther Burekhovich 1231.362 1235.375 נישט יעדן האָט מען געפֿירט, מע האָט שטאַרקערע מענטשן האָט מען געקליבן. Esther Burekhovich 1235.631 1239.617 און דאָרט uh איז געװען מענגעלע, כ'האָב דיר אָנגעהױבן פֿון מענגעלע צו פֿאַרצײלן. Esther Burekhovich 1239.617 1240.822 מע- מ'האָט זיך אַלץ, Esther Burekhovich 1240.822 1243.973 װי אַזױ מע האָט אױסגעקליבן, איך האָב געהאַט אַ שװעסטער, איז זי געװען שװאַכער פֿון מיר. Esther Burekhovich 1243.973 1246.905 אונדז זע'מיר זיך צאַמגעגאַן אין אײנעם, און ער האָט אַלץ צעטײלט! Esther Burekhovich 1246.905 1249.74 און מ'האָט אַל-, מ'האָט, ס'איז געװען אַ געװײן, אַ געשרײ. Esther Burekhovich 1249.835 1253.288 פֿרעגט ער, "װאָס קערט עץ ענק אָן, װאָס טוט זיך?" זאָג איך, "דאָס איז מײַן שװעסטער". Esther Burekhovich 1253.288 1255.096 מײַן שװעסטער האָט ער געלאָזט. Esther Burekhovich 1255.096 1256.507 איז זי געגאַנגען מיט מיר. Esther Burekhovich 1258.322 1263.829 אָבער אַ סך האָט ער נישט געלאָזט. מײַן שװעסטער האָט ער פּונקט געלאָזט. פֿון דאָרט האָב איך אים געזען, דאָרט האָב איך אים געקענט. Esther Burekhovich 1263.829 1264.912 דעם מענגעלע. Esther Burekhovich 1266.367 1270.778 נאָך איז מען אַװעקגעגאַנגען, בין געגאַנען פֿון אױשװיץ, מע האָט געפֿירט קודם קײן STUTTHOF. Esther Burekhovich 1271.23 1275.915 מ'האָט געגעבן אַ גאַנץ ברײטל, מע האָט ז- קײן מאָל האָט מען נישט געגעבן אַ גאַנץ ברײטל, װי די ברײטל איז שױן געװען. Esther Burekhovich 1275.915 1280.559 און אַ כ'װײס װאָס, נאָך אַ פּעקל מיט UNK, מע האָט עפּעס געגעבן אױפֿן װעג. Esther Burekhovich 1280.559 1283.408 און אונדז זע'מיר מיט אַ שיף געפֿאָרן, איך װײס נישט... Esther Burekhovich 1283.408 1287.161 זע'מיר געקומען קײן STUTTHOF, און דאָרט געװען אַ װאָך. Esther Burekhovich 1287.161 1289.066 דאָרט איז געװען עכט Esther Burekhovich 1289.297 1291.352 װי דער טױ-, די טױטע קעפּ. Esther Burekhovich 1291.352 1293.146 מ'האָט די די די הינט! Esther Burekhovich 1293.146 1297.064 און מ'איז אַהין אָנגעקומען מיט אַ שרעק, מיט אַ פּחד, ah! Esther Burekhovich 1297.987 1300.7 װאָס אונדז האָ'מיר איבערגעלעבט. כ'בין געװען דאָרט אַ װאָך. Esther Burekhovich 1300.7 1302.535 און נאָך האָט מען אונדז געפֿ- Esther Burekhovich 1302.535 1306.206 געפֿירט קײן פּרױסט. דאָס איז לעבן דאַנציק געװעזן. Esther Burekhovich 1306.676 1308.138 װײסט װוּ דאַנציק איז. Esther Burekhovich 1308.2 1310.338 נעבן דאַנציק איז דאָס געװעזן. Esther Burekhovich 1310.338 1312.461 און דאָרט האָ'מיר געאַרבעט. Hershey Felder 1313.107 1314.153 װאָס פֿאַר אַן אַרבעט? Esther Burekhovich 1314.153 1315.938 איך זאָג דאָך, מיר האָ'מיר געמאַכט Esther Burekhovich 1315.938 1318.769 דײ uhm uh פֿלוג־פּלאַץ. Esther Burekhovich 1319.07 1323.27 יאָ און דערנאָך, ס'איז שױן געװען, שױן, אױף דעם זענען עראָפּלאַנען געקומען, Esther Burekhovich 1323.27 1325.901 װינטער, מ'האָט געברױכט צודעקן Esther Burekhovich 1326.348 1329.825 די עראָפּלאַנען, מע זאָל נישט זען אַז דאָס איז, מיט אַזאַ גרינעם. און דאָס האָט מען געברױכט Esther Burekhovich 1329.825 1334.318 אױפֿבינען דראָטלעך, אַז ס'איז קאַלט געװען, די הענט זענען באַפֿראָרן, מע האָט נישט געטױגט... Esther Burekhovich 1334.318 1338.964 און מ'האָט אונדז געטריבן, ah געיאָגט, שנעל, שנעל, שנעל, שנעל. Esther Burekhovich 1339.177 1342.531 זײער שװער, און מ'האָט באָמבאַרדירט יעדע נאַכט. Esther Burekhovich 1342.577 1345.854 די רוסן האָבן שטענדיק באָמבעס געװאָרפֿן. Esther Burekhovich 1345.854 1348.731 אײן מאָל, אונדז זע'מיר געװען פֿינעף הונדערט מײדלעך, Esther Burekhovich 1348.731 1350.946 און מ'האָט צוגעברענגט נאָך דרײַ, Esther Burekhovich 1350.946 1353.786 דרײַ הונדערט, אױף דער נאַכט. Esther Burekhovich 1353.878 1356.616 און איך בין געװען אין דרױסן, אין הױף. Esther Burekhovich 1356.616 1360.693 און די עראָפּלאַנען איז uh זענען אָנגעקומען, די רוסישע. Esther Burekhovich 1360.693 1363.832 און אונדז זע'מיר געװען אױפֿן הױף. אַלעס איז געװען אין דרױסן. Esther Burekhovich 1363.985 1370.154 און אַלע זענען זיך צעלאָפֿן, די uh פֿ- KAPOS, מיט די uh אױבער־אױפֿזעער, מיטן Esther Burekhovich 1370.154 1371.938 HAUPTSTURMFÜHR-, אַלעס איז זיך צעלאָפֿן. Esther Burekhovich 1371.938 1375.969 און אונדז האָט מען געלאָזט פֿרײַ. אָבער אױף אונדז האָט מען נישט געװאָרפֿן קײן באָמבע. Esther Burekhovich 1376.123 1378.031 מ'האָט געזען UNK UNK UNK. Esther Burekhovich 1378.031 1380.785 אױף אונדז האָט מען קײן באָמבע נישט געװאָרפֿן. Esther Burekhovich 1382.631 1387.29 מ'האָט באָמבאַרדירט פֿון אַלע זײַטן, אָבער דעמאָלטס האָט מען אױף אונדז נישט געװאָרפֿן קײן באָמבע. Esther Burekhovich 1387.29 1390.393 און אונדז האָ'מיר געאַרבעט װיפֿל מיר האָבן אונדז געאַרבעט. Esther Burekhovich 1390.532 1394.947 דערנאָך האָט אָנגעהױבן (נעמען) דער פֿראָנט צוצוקומען. Esther Burekhovich 1395.464 1400.525 מ'האָט געאַרבעט זײער שװער. מ'איז געקומען אַהײם, מע האָט געגעסן אײן מאָל אין טאָג, צו פֿרי האָט מען געגעבן Esther Burekhovich 1400.525 1402.525 דײ שװאַרצע COFFEE, Esther Burekhovich 1402.525 1404.51 אָן צוקער. Esther Burekhovich 1404.51 1411.31 און אַװעק אַ גאַנצן טאָג אױף דער אַרבעט. מ'איז געקומען אַהײם, מע האָט שױן געקאָכט װאָס מע האָט געקאָכט, דעם טעלער זופּ האָט מען געגעבן, דאָס איז געװען דאָס עסן. Esther Burekhovich 1411.795 1415.072 זײער שװער געװעזן. זײער שװער געװעזן. Hershey Felder 1415.995 1418.75 און אַלע מאָל שלאָגן און הרגענען, יאָ? Esther Burekhovich 1418.38 1423.672 יאָ, מע האָט געשלאָגן, געשלאָגן. איך האָב מיך אַלץ גע- געשטופּט נאָך אַן, אַ-, נאָך עפּעס אַ... Esther Burekhovich 1423.994 1425.363 אונדז זע'מיר געװען דאָרט, Esther Burekhovich 1425.363 1431.809 האָט מען געברױכט העלפֿן די uh KITCHEN, האָט מען געטראָגן אַרױס די (קונדעס) מיט עסן פֿאַר די מענטשן. מע האָט געטײלט אין די (שורה). Esther Burekhovich 1431.809 1434.517 און איך בין געגאַנען העלפֿן טראָגן. Esther Burekhovich 1434.728 1437.783 און איך בין געגאַנען העלפֿן. דערנאָך האָט מען מיך שױן גענומען Esther Burekhovich 1437.783 1439.589 װאַסער פּלומפּן. Esther Burekhovich 1439.589 1442.282 אין ק-, װאָס דאָס אין דרױסן איז געװען אַ פּלומפּ, Esther Burekhovich 1442.282 1445.097 שױן נישט אינעװײניק פֿאַרמאַכט, מע האָט געקענט אַרױסגײן. Esther Burekhovich 1445.097 1448.497 און דאָרט האָבן געװױנט די דײַטשן, די פּאָסטנס, מיט דאָס. Esther Burekhovich 1448.654 1450.285 איך פֿלעג פּלומפּן װאַסער, Esther Burekhovich 1450.285 1454.439 פֿלעגן יענע געבן שטיקער ברױט, גאַנצע ברױטן, נאָך כ'האָב שױן געהאַט, Esther Burekhovich 1454.439 1457.547 ברױט איז שױן געװעזן, כ'האָב געטײלט פֿאַר אַנדערע אױכעט. Esther Burekhovich 1457.547 1459.577 און דערנאָך האָט מען מיך שױן אַרײַנגענומען Esther Burekhovich 1460.59 1466.652 אַהין אין KITCHEN אױכעט. עפּעס העלפֿן, נאָך דער אַרבעט נישט דאָס, װײַל איך בין געװען אַ נאַר, כ'האָב געװאָלט אַרבעטן. Esther Burekhovich 1466.652 1471.175 און זע'מיר געגאַנען אין פֿעלד, דאָרט זע'מיר געגאַנען אַרבעטן, Esther Burekhovich 1471.175 1473.095 האָט מען גענומען Esther Burekhovich 1473.095 1475.372 דײ, ס'איז געװען אַזױנע Esther Burekhovich 1475.372 1477.018 קאַנען אָדער אַמפּערס Esther Burekhovich 1477.018 1479.11 װאָס צו האַלטן אױף בײַ נאַכט. Esther Burekhovich 1479.386 1481.201 װײַל בײַ נאַכט האָט מען עס געהאַלטן און דאָס. Esther Burekhovich 1481.201 1482.924 און מ'האָט עס מיטגענומען אױפֿן פֿעלד. Esther Burekhovich 1482.924 1485.447 און מע האָט גענומען, דאָרט איז געװען, װוּ מע האָט צעגראָבן Esther Burekhovich 1485.447 1487.801 איז געװען POTATOES געבליבן. Esther Burekhovich 1487.801 1489.339 האָט מען נעבעך גענומען Esther Burekhovich 1489.339 1491.215 און אין דײ אַמפּערס האָט מען געקאָכט. Esther Burekhovich 1491.492 1494.338 און מע האָט געגעסן, װײַל מ'איז געװען הונגעריק. Esther Burekhovich 1497.951 1500.413 (װאָס קען איך נאָך) פֿאַרצײלן, איך געדענק אַלעס. Esther Burekhovich 1505.351 1508.136 װאָס אונדז האָ'מיר איבערגעלעבט, דאָס... Esther Burekhovich 1528.759 1533.605 פֿאַרלאָרן יעדן. טאַטע־מאַמע, ברידער. פֿאַרלאָרן. Esther Burekhovich 1542.466 1544.743 spn און נאָך, Esther Burekhovich 1544.743 1547.651 פֿאַרן באַפֿרײַען, איז מען נאָך נישט באַפֿרײַט געװאָרן אַזױ שנעל. Esther Burekhovich 1547.651 1550.436 ס-, די פֿראָנט איז געקומען אַלץ נעענטער. Esther Burekhovich 1550.436 1552.436 האָט מען אונדז געטריבן. Esther Burekhovich 1553.096 1558.45 נאַקעט און באָרװעס, ס'איז נישט געװען גאָרנישט. צעריסענע שיך, צעריסן אַלעס. Esther Burekhovich 1558.45 1561.897 און מע האָט אַלץ געטריבן, געטריבן, געטריבן אונדז. Esther Burekhovich 1561.897 1565.975 און אױך, ס'איז געקומען אַ צײַט װאָס אונדז זע'מיר נאָך דעם באַפֿרײַט געװאָרן. Esther Burekhovich 1568.455 1570.793 די רוסן האָבן אונדז באַפֿרײַט. Hershey Felder 1574.316 1577.177 קענסטו מיר דערצײלן װאָס איז געװען דער טאָג, Esther Burekhovich 1577.177 1578.054 װאָס איז געװען? Hershey Felder 1578.054 1581.485 װי ס'איז געװען װען די רוסן זענען געקומען? Esther Burekhovich 1581.485 1583.193 דאָרט אין uh Esther Burekhovich 1583.437 1587.776 נו, זײ האָבן גאָרנישט, דעמאָלטס איז, גאָרנישט. זײ האָבן זיך געשטעלט און זײ האָבן אָנגעהױבן uh Esther Burekhovich 1587.776 1590.022 צו שרײַען uh Esther Burekhovich 1590.543 1595.389 SUKHARI SUKHARI, און מענטשן האָבן געמײנט אַז ס'איז צוקער, SAKHAR הײסט צוקער, SUKHARI. Esther Burekhovich 1595.389 1599.62 זײ האָבן געהאַט ברעזל, װײַל די סאָלדאַטן אַלײן האָבן געברױכט עפּעס װאָס. Esther Burekhovich 1599.62 1603.158 זײ געטריקנט, װײסט? ברעזל, דײס האָבן זײ געטײלט פֿאַר די Esther Burekhovich 1603.227 1604.72 פֿאַר די (מענצ-) צו פֿרי. Esther Burekhovich 1604.72 1608.089 מע האָט אונדז געטריבן אַװעק, זע'מיר געקומען Esther Burekhovich 1608.53 1614.704 צון אַ uh, מ'האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אױף אַ, װוּ אַ דאָקטער איז געװעזן. מע האָט געזען פֿאַרשידענע דאָקטערישע זאַכן, Esther Burekhovich 1614.704 1618.704 אָבער דער דאָקטער איז שױן אַנטלאָפֿן, בעפֿאָר אונדז, פֿונעם פֿראָנט איז מען געלאָפֿן אַװעק. Esther Burekhovich 1619.325 1622.033 און מ'האָט אונדז דאָרט אַרײַנגעפֿירט. Esther Burekhovich 1622.033 1626.54 האָט מען דאָרט איבערגענעכטיקט. און צו פֿרי, מ'איז געגאַנגען עפּעס זוכן עסן, עפּעס, Esther Burekhovich 1626.54 1630.248 איז געװען אַ גרױסער (שרױף), אַזאַ, גרױס דאָס. Esther Burekhovich 1630.248 1632.81 און דאָרט איז געװען פֿעסער פֿון לעקװאַר. Esther Burekhovich 1632.81 1634.932 און נעבעך, אונדז זע'מיר געגאַנגען Esther Burekhovich 1634.932 1636.739 נעמען, זוכן עפּעס. Esther Burekhovich 1636.882 1640.601 און אַז ס'איז אָנגעקומען, ס-, דער דער פֿראָנט איז געקומען. Esther Burekhovich 1640.601 1644.215 ס'האָט געקראַכט! ס'האָט געטון! Esther Burekhovich 1644.215 1648.338 באַ- מע האָט די uh דײַטשן זענען געלאָפֿן אַװעק, זײ האָבן געטריבן, Esther Burekhovich 1648.447 1652.886 מע האָט זיך די בעהײמ-, װײסט, בהמות, קוען, מיט שאָף, זײ אַלע געטריבן פֿאַר זיך. Esther Burekhovich 1652.886 1654.623 אָבער אַלעס איז געבליבן. Esther Burekhovich 1654.623 1657.763 אַלעס איז געבליבן שטײן. מע האָט אױסגעהרגעט אַלעס. Esther Burekhovich 1658.074 1660.741 די בהמות האָט מען נישט אױס-, די מענטשן האָט מען אַלעס אױסגעהרגעט. Esther Burekhovich 1660.741 1664.442 און דעמאָלטס האָבן אונדז די רוסן באַפֿרײַט שױן. Esther Burekhovich 1665.261 1670.331 מ'איז אַרױסגעלאָפֿן אַרױס, מע האָט אַרױסגעלײגט אַ, אַ װײַס טיכל, אַ װײַסן פֿאָן. Esther Burekhovich 1670.331 1673.91 מיר גיבן מיר דאָך אונטער, דעמאָלטס האָבן די רוסן באַפֿרײַט. Esther Burekhovich 1673.941 1675.59 נעמלעך, דעמאָלטס איז אױך נישט געװען גענוג, Esther Burekhovich 1675.59 1678.256 מ'איז געלעגן אױף טיפֿוס, איך בין געלעגן אױף טיפֿוס. Esther Burekhovich 1678.256 1683.081 uh מ- uh ס'איז נישט געװען װוּ איך זאָל (אַרום), קײן דאָקטױרים, קײן דאָס. כ'בין געגאַנען אַ ביסל װאַסער זוכן. Esther Burekhovich 1683.081 1684.906 בין איך געגאַנען אין Esther Burekhovich 1684.906 1688.099 UNK נאָר אַזױ בין איך געגאַנגען זוכן אױף די הענט און אױף פֿיס, מע האָט נישט געקאָנט... Esther Burekhovich 1689.55 1693.007 ANYWAY, מע קען פֿאַרצײלן, אונדז האָ'מיר איבערגעלעבט אַ סך (װעלט). Esther Burekhovich 1693.007 1696.971 און אױך, זע'מיר דאָרט געװען, װיפֿל זע'מיר געװען, מע האָט אונדז צאַמגענומען Esther Burekhovich 1696.971 1701.182 מ'איז שױן אַ ביסל אַרױס, צאַמגענומען אױף װעגן. Esther Burekhovich 1701.182 1703.473 און מע פֿירט אונדז Esther Burekhovich 1703.584 1704.672 צון אַ צוג. Esther Burekhovich 1704.672 1706.479 צון אַ TRAIN. Esther Burekhovich 1706.479 1709.619 און מע האָט אונדז געפֿירט, און מע האָט אונדז אַראָפּגעלײגט Esther Burekhovich 1709.619 1711.794 און ס'איז נישט געװען גאָרנישט. Esther Burekhovich 1711.805 1714.91 מ'האָט אונדז נאָר געװאָלט פּטורן, מ'האָט אונדז נאָר געװאָלט אַרױספֿירן.