Hershey Felder 27.362 29.124 לאָמיר אָנהײבן מיט די באַפֿרײַונג. Esther Burekhovich 28.857 35.26 נו, מ'האָט באַפֿרײַט! מ'האָט אונדז גענומען קודם זע'מיר געװען אין שפּי- אין HOSPITAL, קראַנק אױף טיפֿוס, אַלעס. Esther Burekhovich 35.26 39.434 און נאָך האָט מען אונדז, שױן געװעזן UNK מ'איז געזונט געװאָרן, מ'איז נאָך קראַנק אָבער, Esther Burekhovich 39.434 42.294 מ'האָט אונדז געװאָלט פֿירן, מ'האָט אונדז געװאָלט פּטורן. Esther Burekhovich 42.304 57.59 ס'איז בײַ די רוסן שױן געװעזן. די רוסן האָבן אונדז שױן... און מ'האָט אונדז גענומען אױף די װעגן און מ'האָט אונדז אַרױסגעפֿירט, מ'האָט געפֿירט אונדז צון uh מ'האָט נו, מיט װאָס צו פֿאָרן, מיט אַ צוג, מיט אַ... געקומען אַהין, מ'האָט אונדז אַראָפּגעלײגט, מ'איז אַװעק, גאָרנישט. Esther Burekhovich 57.59 71.097 זע'מיר געגאַנגען צו פֿוס, אַ סך געגאַנגען קודם צו פֿוס, און די סאָלדאַטן זענען נאָכגעלאָפֿן, די רוסישע סאָלדאַטן, ס'איז געװען צרות, און זע'מיר געקומען אין אַ, אין שטעטל אין... Esther Burekhovich 71.097 80.894 װי אַזױ האָט געהײסן די שטעטל? איך געדענק שױן נישט. אין (אַ פּאָר טאָג) זע'מיר באַפֿרײַט געװאָרן, Esther Burekhovich 80.894 93.4 װוּ געדענק איך שױן נישט, װי אַזױ ס'האָט געהײסן, מיר זע'מיר שױן געװעזן, און פֿון דאָרט האָט מען שױן, זע'מיר געגאַנגען דורך װעלדער, דורך פֿעלדער, און מ'איז געקומען אױף אַ פּלאַץ, Esther Burekhovich 93.4 103.702 מ'איז דאָרט געװען אַ פּאָר טאָג, דאָרט איז שױן מער מענטשן, נישט נאָר אונדז װאָס זע'מיר געקומען, ס'איז שױן געװען מער, צאַמגענומען מענטשן, אַ סך. און פֿון דאָרט האָט מען אונדז גענומען Esther Burekhovich 103.702 115.908 און מ'האָט געגען אַ רוסישן קאָמענדאַנט, און מ'האָט אונדז געפֿירט אַהײם. אָבער דאָרט איז אױך געװען, אױפֿן צוג איז אױך צרות געװעזן, װײַל די רוסישע סאָלדאַטן זענען אומעדום (פֿיל) געװעזן. Esther Burekhovich 115.908 125.279 זײ האָבן צרות אָנגעטון, פֿאַר די, מיט מײדלעך, דאָס, גרױסע צרות אָנגעטון. און (אַז מ'איז) באַפֿרײַט געװאָרן, זע'מיר געקומען... Esther Burekhovich 125.28 131.437 בעפֿאָר איך בין געקומען אַהײם, קײן, און איך בין באַפֿרײַט געװאָרן Esther Burekhovich 131.437 134.793 דעם צװעלעפֿטן מערץ. Esther Burekhovich 134.793 140.384 און געפֿ- געקומען זע'מיר נאָך אַהײם קײן, נישט אַהײם, קײן מונקאַטש, האָסטו שױן געהערט פֿון מונקאַטש. Esther Burekhovich 140.384 144.743 uhm דעם נײַנטן מײַ װען די קריג האָט גע- האָט זיך געענדיקט. Esther Burekhovich 144.743 150.525 געװען, אַ גאַנצע נאַכט זע'מיר געזעסן דאָרט, װײַל ס'איז געװען אַ גאַנצע דאָס, אַ צערעמאָניע אַ גאַנצע. Esther Burekhovich 150.525 155.035 אַהײמגעקומען, ס'איז נישט געװען גאָרנישט, קײנער. Esther Burekhovich 155.035 161.725 געקומען אין שטעטל אין אונדזער דאָרף, נישטאָ גאָרנישט. די שטוב האָט מען צוגענומען, די גױים. Esther Burekhovich 161.725 175.562 נישטאָ זיך װוּ אַהינצוטון. זע'מיר געגאַנגען אין דער שטאָט דאָרט, כוסט, כ'האָב דיר געזאָגט, אַ גרױסע שטאָט. דאָרט האָבן די ייִדן געגעבן, געשטעלט אַ אַ קאָך, און מ'האָט געגען עסן פֿאַר דײ מענטשן. Esther Burekhovich 176.397 185.911 עסן און פֿאַר די מענטשן, און װי לאַנג נאָך? איך בין געװען דאָרט, איך װײס װיפֿל. נאָך דעם געפֿאָרן קײן בוקאַרעשט, דאָרט האָט מען געלט געטײלט. Esther Burekhovich 185.911 190.751 אין בוקאַרעשט האָט מען געגען געלט, איך געדענק שױן נישט װיפֿל, פֿאַר דײ מענטשן װאָס זענען, Esther Burekhovich 190.751 193.856 װאָס זײ זענען געװען אין לאַגערס. Esther Burekhovich 193.922 204.359 און דאָרט אױכעט, ס'איז געװען uh KAPOS פֿון דײַטשלאַנד. שױן אונדזערע, ייִדישע! האָבן זײ אָנגעטון צרות פֿאַר די, פֿאַר די HÄFTLINGE, פֿאַר יעדן. Esther Burekhovich 204.359 210.478 זײ אַלײן, זײ זענען געװען די הױפּט, האָבן זײ געפּאַטשט, געטון, און דאָרט איז מען געקומען, Esther Burekhovich 210.478 214.939 און מ'האָט דערקענט זײ װער זײ זענען, װײ האָט מען זײ געגעבן! Esther Burekhovich 214.939 218.613 פֿאַר די ייִדישע האָט מען באַצאָלט. דײ באַצאָלט פֿאַר די ייִדישע. Esther Burekhovich 221.097 225.282 און מ'האָט זיך געװאַלגערט, װי לאַנג מ'האָט זיך געװאַלגערט דאָ דאָרט. נאָך דעם, Esther Burekhovich 225.282 230.324 חתונה געהאַט. גענומען אַ מענטש, חתונה געהאַט, Esther Burekhovich 230.7 237.2 און ס'איז גע- נישט געװען גאָרנישט, נישט בײַן אים און נישט בײַ מיר. און ס'איז נישט געװען פֿון װוּ צו נעמען. Esther Burekhovich 237.2 244.8 דאָס לעבן איז זײער שװער געװעזן אָבער, מײַן מאַן איז נאָר אַ שוסטער געװעזן, ער האָט נישט געמאַכט קײן שום Esther Burekhovich 244.8 252.1 געשעפֿטן. און אַלעס, אַפֿילו, ער איז געװען אַ שוסטער האָט ער נישט געקענט אַרבעטן װײַל אַלעס איז געװען אױף שװאַרץ. Esther Burekhovich 252.1 257.5 דערפֿאַר אין רוסלאַנד האָט מען, UNK, ס'איז נישט געװען גאָרנישט. די פֿאַבריקן האָבן געאַרבעט. Esther Burekhovich 257.5 267.158 און פֿאַר קײן מענטשן גאָרנישט. און דײ װאָס זײ האָבן געאַרבעט האָבן געגנבֿעט. און בײַ יענע האָט מען געברױכט קױפֿן, ס'איז אָבער געװען זײער אײַנגעשטעלט. װײַל טאָמער מ'האָט געכאַפּט Esther Burekhovich 267.158 272.443 האָט מען אַרײַנגעזעצט אין די, די אין טורמע, אין תּפֿיסה. Esther Burekhovich 273.142 285.7 האָב איך גענומען, uh, איך האָב געהאַט אין זיבן יאָר האָב איך געהאַט זעקס קינדערלעך, זאָלן זײ זײַן געזונט און שײן, האָב איך גענומען צװײ קינדער, און צװײ דאָס אין די הענט, און איך בין געגאַנגען, מע זאָל זיך שױן נישט דערמאַנען, איך גײ מיט קינדער אַז, Esther Burekhovich 285.754 291.825 אױף מיר װעט מען נישט קוקן, אַז ס-, אַז דער איז געגאַנגען האָט ער זיך דערשראָקן אַז מע װעט אים כאַפּן, מיטן (לעבן), מיטן (טױטן), מיט דאָס. Esther Burekhovich 291.857 308.1 בין איך געגאַנגען, גענוג ש-, גענוג שװער געלעבט, קײן עין־הרע. מ'האָט געזען קינדער, קײן מאַמע, קײן משרת, קײנעם, גאָרנישט. װײַל ס'איז נישט געװען פֿון װוּ צו דינגען. מ'האָט געדאַנקט גאָט אַז מ'האָט אַ שטיקל ברױט אין שטוב פֿאַר די קינדער. Esther Burekhovich 308.2 323.8 אַזױ איז צוגעגאַנגען אונדזער לעבן, שױן געקומען קײן אַמעריקע, און אױך געהאַט פֿינעף OPERATIONS, אַן ACCIDENT, אַ מאַן פֿאַרלאָרן, ס'איז גענוג געגאַנגען איבער מײַן קאָפּ. ס'איז גענוג פֿאַריבער מײַן קאָפּ. Esther Burekhovich 324.8 346.142 און מ'האָט געהאַט זיבן קינדער זײ זאָלן זײַן געש- געזונט, געשענקט. מ'האָט די קינדער אַ דאַנק גאָט אין הימל. אַז ס'איז עפּעס, אױף װעמענס קאָפּ גײט עס אױס? די מאַמעס. װי אַזױ גוט ס'זאָל גײן, איז אַלץ עפּעס דאָ. ס'איז לײדער גענוג. כ'האָב זײער איבערגעלעבט אַ סך אױף מײַן װעלט. Esther Burekhovich 354.771 356.685 אַזױ גײט עס. Esther Burekhovich 357.133 360.835 נו װילסט נאָך עפּעס װיסן, איך װײס נישט װאָס. Hershey Felder 360.835 367.547 יאָ, איך װיל װיסן מער מעשׂיות װי ס'איז געװען אין שטעטל פֿאַר די מלחמה. Esther Burekhovich 367.547 369.168 פֿאַר דער מלחמה. Hershey Felder 368.304 370.466 איר געדענקט אַ מעשׂה, עפּעס. Esther Burekhovich 370.471 377.872 נו איך װאָ- איך spn, איך זאָג דיר די מעשׂיות, ס- איך קען דיר מעשׂיות פֿאַרצײלן אַזױנע מעשׂיות. Hershey Felder 376.201 379.822 יאָ, מאַ- מעשׂיות. װאָס איר װילט. Esther Burekhovich 377.872 384.842 מ'האָט, מײַן טאַטע איז געװען אַ גרױסער BUSINESSMAN. ער האָט נישט, מ'האָט נישט געטאָרט גאָרנישט טון. Esther Burekhovich 384.842 396.071 ס'איז געקומען צון אונדז אײנער אַ מאָל, אױך אַ ייִד, ער האָט געהאַט גױיִשע שרע- שריפֿטן, דאָס איז געװען בײַ די אונגערן, אונגערישע שריפֿטן. ער איז געקומען מיט אַ שװעסטער קױפֿן Esther Burekhovich 396.071 401.234 tsk, װי אַזױ זאָל איך דיר זאָגן, קױשן, װײסט װײסט כּלים אױף עפּל, אַזױנע גרױסע קױשן, Hershey Felder 399.114 401.163 יאָ. יאָ. Esther Burekhovich 401.234 409.236 און ער האָט זיך באַזעצט. ער האָט בײַן אונדז אין דאָרף דאָרט, מיט אַ שװעסטער איז געקומען, די שװעסטער, האָ'מיר זי גענומען צון אונדז, די שװעסטער איז געװען מיט אונדז. Esther Burekhovich 409.236 411.521 אָבער ער איז געװען אַ גױ, Esther Burekhovich 411.607 415.607 און איך האָב אױך געװוּסט אַז מע קען קױפֿן עפּל. כ'האָב געקענט אָפּשאַצן װיפֿל ס'איז דאָ... Esther Burekhovich 415.607 419.564 בין איך געגאַנען קױפֿן מיט אים, און פֿאַרקױפֿן, געהאַנדלט. Esther Burekhovich 419.564 422.825 געזוכט דעם, uh, דעם רובל. Esther Burekhovich 423.6 426.652 יאָ uh און דעמאָלטס זענען געקומען די זשאַנדאַרן זוכן עפּל. Esther Burekhovich 426.694 431.825 מ'האָט יענעם, יענער האָט געמעגט, ער האָט געהאַט גױיִשע שריפֿטן, ער איז געװען אַ גױ. Esther Burekhovich 431.869 436.695 געזוכט אַלץ, עפּעס געזוכט, געזוכט, געזוכט... Esther Burekhovich 437.477 441.868 איך װײס נישט װאָס ס'איז געװען, (נו, ס'איז) פֿאַר די קריג... Esther Burekhovich 441.877 444.759 איך זאָג, בײַ די טשעכן האָט מען געקענט לעבן. Esther Burekhovich 444.759 448.846 אױך מענטשן, זײער אָרעמע מענטשן, אַ שוסטער האָט נישט געהאַט קײן אַרבעט. Esther Burekhovich 448.846 454.431 ס'איז געװען דאָרט אַ פּאָר uh שיך, נײַן און צװאָנציק רובל. Esther Burekhovich 454.431 457.585 נישט, װאָסער געלט איז געװען בײַ די טשעכן? Hershey Felder 457.585 458.821 קרױן, NO? Esther Burekhovich 458.849 463.26 ah קרױן, נײַן און צ-, יאָ, נײַן און צװאָנציק קרױנען, קרױנען דאָס איז געװען בײַ די טשעכן, יאָ. Esther Burekhovich 463.299 467.864 נײַן און צװאָנציק קרױנען, און פֿון די טײַערע נײַן און דרײַסיק, נײַן און פֿערציק איז שױן געװען Esther Burekhovich 467.864 471.516 דאָס, און אַ שוסטער האָט נישט געקענט פֿאַר דעם געלט מאַכן. Esther Burekhovich 471.516 474.535 מ'האָט זיך געפּלאָגט, מײַן מאַן נעבעך איז געגאַנגען uh, Esther Burekhovich 474.535 478.404 ס'איז שױן דאָס נישט געװען בײַ מיר. ס'איז געװען, ער האָט געהאַט אַ װײַב בעפֿאָר מיר. Esther Burekhovich 478.448 480.434 האָט אױך געהאַט פֿיר קינדער. Esther Burekhovich 480.434 485.448 איז ער געגאַנגען, איך װײס װאָס, עפּעס אַ װײץ שעפּן געגאַנען, מ'האָט געברענגט װאַגאָנען מיט װײץ, Esther Burekhovich 485.448 490.448 איז ער נעבעך געגאַנען װײץ שעפּן. כאָטשיק װאָס אַרבעטן און פֿאַרדינען ד- ד- Esther Burekhovich 490.482 492.09 װאָס, יאָ. Esther Burekhovich 492.09 494.264 ס'איז שװער געװען דאָס לעבן. Esther Burekhovich 494.264 496.569 אַלעס איז שװער געװעזן. Esther Burekhovich 498.388 503.177 און נאָכן לאַגער טאַקע איז נאָך שװערער געװען, װײַל ס'איז נישט געװען גאָרנישט. מ'האָט נישט געהאַט Esther Burekhovich 503.177 510.608 קײן אָנטועכץ, קײן קלײדונג, קײן בעט־געװאַנט, קײן... גאָרנישט! מ'איז געקומען אַהײם, גאָרנישט אױף גאָרנישט! Hershey Felder 510.715 513.149 אין װעלכע לאַגער ביסטו געװען? Esther Burekhovich 513.149 515.106 איך בין געװען אין פּרױסט. Esther Burekhovich 515.106 516.802 דאָס איז געװען לעבן דאַנציק. Hershey Felder 516.802 519.583 oh פֿריִער ביסטו געװען אין AUSCHWITZ, יאָ? Esther Burekhovich 519.583 521.499 אין אױ-, קודם בין איך געװען אין אױשװיץ. Hershey Felder 521.253 522.832 אין װעלכע לאַגער, אַרבעט? Esther Burekhovich 522.832 528.474 אַ לאַגער. אין אַ לאַגער בין איך געװען. אונדז זע'מיר שנעל אָנגעקומען די ערשטע טראַנספּאָרט, אין אַ לאַגער בין איך געװען. Hershey Felder 528.474 533.042 SO די טראַנספּאָרט איז געװען נאָר uh טשעקע, אָדער נאָר אונגאַרן? Esther Burekhovich 533.042 533.868 װי אַזױ? Hershey Felder 533.868 535.564 אונגאַרישע מענטשן, אָ-? Esther Burekhovich 535.564 539.303 ס'איז דאָרט געװען סלאָװאַקישע אַ סך, יענע זענען זײער שלעכט געװעזן. Esther Burekhovich 539.303 544.52 מ'האָט צו פֿרי, מיר זע'מיר נאָך געשלאָפֿן, מ'האָט געברױכט גײן אױף, צו APEL. איז געקומען אײנע Esther Burekhovich 544.52 549.288 געהײסן מײטע, מאָטעק האָט מען פֿ- איר גערופֿן, און זי שרײַט "אױפֿשטײן!" Esther Burekhovich 549.288 572.282 BETTEN MACHEN, BET צו גײן, ZÄHLAPPELL. און װי אַזױ זי איז, האָט אַרױסגעזאָגט, אַז מ'איז נישט געװען אױף די פֿיס, האָט זי גענומען װאָס זי האָט געטראָפֿן, און געװאָרפֿן נעבעך אױף דײ מײדלעך, געהרגעט און eh... ס'איז, די ייִדישע זענען שלעכט געװעזן אױכעט. זײ זענען שױן געװען דאָרט דרײַ פֿיר יאָר, זײ זענען שױן, זײ האָבן געשריגן אױף אונדז, "עץ זענטס געזעסן אין דער הײם און געגעסן שטאָפּ־גענדז! Esther Burekhovich 572.283 575.177 און אונדז האָ'מיר זיך דאָ געפּלאָגט, געאַרבעט." Esther Burekhovich 575.177 577.928 זײ זענען אױך שלעכט געװאָרן. Esther Burekhovich 577.928 583.882 די סלאָװאַקישע, מיט די, איך װײס װאָס נאָך געװעזן דאָרט. Esther Burekhovich 585.482 597.1 uh דאָרט uh, די סלאָװאַקישע, די פּױלישע און סלאָװאַקישע איז געװעזן, װײַל זײ האָט מען שנעל... די סלאָװאַקישע האָט מען געשיקט אַרױס צון אונדז װער ס'האָט געהאַט משפּחה Esther Burekhovich 597.1 601.7 האָט געשיקט די קינדער צון אונדז. פֿון טשעכײַ, פֿון פּױלן. Esther Burekhovich 601.7 613.5 און אין אײן, אין פֿיר- שױן אין פֿיר און פֿערציקער יאָר! האָט מען צוגענומען די, צאַמגענומען די פֿיר, האָט דאָרט געטראָפֿן אַ טאָכטער דעם טאַטנס, װײַל ער איז UNK פֿון פּױלן געװען און זי איז געװען בײַן אונדז אין טשעכײַ. Esther Burekhovich 613.5 620.8 ס- ער איז געפֿאָרט מיט אַ װאָגן, ער האָט געפֿירט װאַסער מיט אַ פֿעסל, װאַסער האָט ער געפֿירט. Esther Burekhovich 621.257 627.302 ס'איז געװען פֿאַרשידענע זאַכן UNK. און װי אַזױ די פּאַרטיזאַנער פֿלעגן קומען. Esther Burekhovich 627.302 636.537 בײַ נאַכט. אין לאַגער. זײ האָבן אַװעקגעגנבֿעט אײן מאָל צװײ מײדלעך. אָבער זײ זענען אַהײמגעקומען דערנאָך פֿונעם לאַגער, די מײדלעך. Esther Burekhovich 636.537 646.134 איך געדענק מײַן שװעסטער, זי האָט אַזױ געװײנט, װוּ, מ'האָט נישט געװוּסט װוּ זײ האָבן זיך אַהינגעטון, קײנער האָט נישט געזען. נישט גאָרנישט, זײ האָבן זײ אַװעקגעגנבֿעט. Hershey Felder 660.854 665.12 איר האָט אַנדערע מעשׂהלעך? Esther Burekhovich 665.32 670.24 כ'װײס נישט װאָס. װאָס אַ מעשׂה, װאָס, איך װײס נישט. Hershey Felder 670.24 673.44 אַ מעשׂה װאָס איר געדענקט. Esther Burekhovich 676.082 677.748 װאָס קען איך געדענקען? Hershey Felder 677.748 680.082 האָסט געהאַט חבֿרטעס אין אין לאַגער? Esther Burekhovich 680.545 681.358 יאָ. Hershey Felder 680.982 682.566 דו ביסט געװען אײנע אַלײן? Esther Burekhovich 682.566 688.462 ס'איז דאָך געװען פֿון אונדז איז, פֿון אונדז איז נישט געװען נאָר איך מיט די שװעסטערס, ס'איז געװען פֿון שכן־דאָרף, פֿון Esther Burekhovich 688.462 692.962 װוּ זע'מיר געװען אין געטאָ, איז פֿון סעקערניצע געװען, ס'איז געװען פֿון אַלע דערפֿער, פֿון דרום איז געװען Esther Burekhovich 692.962 697.231 אַ סך מענטשן זענען געװען אין געטאָ, און נאָך דעם (זע'מיר) געװען אין אײנעם אין לאַגער. Esther Burekhovich 697.231 699.697 אַ סך מענטשן איז געװעזן. Hershey Felder 701.208 705.742 װיפֿל מענטשן, איר געדענקט װיפֿל מענטשן איז געװען אין געטאָ אין דײַן טראַנספּאָרט? Esther Burekhovich 705.742 709.653 דאָס װײס איך נישט, ס'איז געװען, איך װײס נישט װיפֿל מענטשן ס'איז געװען אין געטאָ. Esther Burekhovich 709.653 712.431 נאָר איך װײס ס'איז געװען, eh Esther Burekhovich 712.431 714.942 כ'װײס נישט װיפֿל. Esther Burekhovich 716.128 717.055 דײס װײס איך ני- Esther Burekhovich 717.055 721.039 איך װײס, זײ פֿלעגן קומען, די דײַטשן, נעבעך, מ'האָט אָנגעטון צרות פֿאַר די מענטשן. Esther Burekhovich 721.039 725.661 און מ'האָט אַ סך מענטשן, איך װײס נישט פֿאַר װאָס, מ'האָט אױסגעשאָסן אַ סך מענטשן. Esther Burekhovich 725.661 727.817 אַלטע, קראַנקע, Esther Burekhovich 727.817 731.106 האָט מען טאַקע דאָרט געשאָסן, מ'האָט זײ נישט געפֿירט אין ערגעץ. Esther Burekhovich 731.128 732.972 די דײַטשן. Esther Burekhovich 734.094 736.027 כ'װײס נישט פֿאַר װאָס. Esther Burekhovich 742.726 744.037 און אין uh Esther Burekhovich 744.037 746.237 אין געטאָ איז אױך געװען uh Esther Burekhovich 746.237 750.126 ייִדן, זענען געגאַנגען מיט געלע שטערנס, מיט װײַסע בענדער, Esther Burekhovich 750.126 751.926 זײ זענען אומגעגאַנגען. Esther Burekhovich 751.926 753.815 דאָס, זײ באַדינט. Esther Burekhovich 753.815 755.749 אַלעס. Esther Burekhovich 756.536 760.314 און די רוסן, ס'איז נאָך געװען גוטע גױים, דאָרט אױך קײן עסן נישט געװען, פֿון װוּ Esther Burekhovich 760.314 763.314 האָבן זײ אונדז געברענגט פֿון אונדזער דאָרף, דאָס איז געװען אַ שכן־דאָרף, Esther Burekhovich 763.314 764.781 די סעקערניצער, Esther Burekhovich 764.781 768.114 פֿלעגן זײ ברענגען בײַ נאַכט, אַ שכן, ברױט, Esther Burekhovich 768.236 771.658 מיט מילעך, מיט פֿאַרשידענע זאַכן פֿלעג ער אונדז ברענגען. Esther Burekhovich 771.658 773.592 ס'איז געװען גוטע גױים אױכעט. Hershey Felder 773.877 776.255 אָבער ס'איז יאָ געװען עסן דאָרטן און...? Esther Burekhovich 776.255 780.633 ס'איז נישט געװען קײן, פֿון פֿון װוּ האָט געקענט זײַן עסן, מ'האָט זיך אָפּגעקאָכט עפּעס, װאָס, װאָס האָט מען שױן געקענט האָבן? Esther Burekhovich 780.677 783.499 אַרױסגעלאָזט האָט מען קײנעם נישט, מ'איז געװען פֿאַרשפּאַרט. Esther Burekhovich 783.957 786.024 אַז מע לאָזט מענטשן, uh Esther Burekhovich 786.024 789.89 אַז מע לאָזט מענטשן, קענען זײ גײן, uh זײ קױפֿן זיך, און נעמען. Esther Burekhovich 789.89 791.135 מ'איז געװען פֿאַרשפּאַרט. Esther Burekhovich 791.157 793.135 און בעפֿאָר פֿאַרן Esther Burekhovich 793.48 794.992 פֿאַרן אַװעקגײן Esther Burekhovich 795.592 800.303 האָט מען געגען אַ באַפֿעל, יעדער זאָל אַרױסטראָגן, דאָרט, אַן אַנדער דאָרף, UNK Esther Burekhovich 800.392 803.347 דאָס גאָלד מיטן געלט זאָל מען אַראָפּגעבן. Esther Burekhovich 805.268 807.513 אַװעקגעבן דאָס פֿאַרן uh uh Hershey Felder 807.535 807.97 DEUTSCHE? Esther Burekhovich 807.97 809.69 יאָ, די אונגערן. Esther Burekhovich 809.69 811.779 דאָס איז נאָך געװען אין דער הײם, בײַ די אונגערן. Esther Burekhovich 812.234 814.1 אַז מע זאָל עס ah Esther Burekhovich 814.1 816.256 אַז מע זאָל, מע זאָל עס אַרײַנברענגען, Esther Burekhovich 816.256 818.145 מ'האָט געטראָגן װאָס מ'האָט געטראָגן. Esther Burekhovich 818.189 820.122 און דערנאָך װאָס ס'איז געװען זאַכן Esther Burekhovich 820.122 821.856 האָט (מען געלאָזט) בײַ די גױים. Esther Burekhovich 822.132 825.243 אַז מ'איז געקומען אַהײם און מע גיט אָפּ, איז געװען גענוג Esther Burekhovich 825.243 828.021 האָבן זײ געזאָגט, "די רוסישע סאָלדאַטן האָבן אַװעקגעפֿירט." Esther Burekhovich 828.021 829.754 זײ האָבן נישט געגען גאָרנישט. Esther Burekhovich 831.239 834.106 זײ האָבן נישט אַװעקגעפֿירט, אָבער זײ האָבן אַזױ געזאָגט. Esther Burekhovich 841.827 843.405 YEAH, אַזױ איז עס. Hershey Felder 844.872 847.25 אין אין אין uh אין געטאָ Hershey Felder 848.538 850.072 װוּ האָסטו געװױנט? Esther Burekhovich 850.555 854.91 מ'האָט געװױנט דאָרט אין אַ, אַ (דאָ איז דאָ אױך) אַ סך פֿאַמיליעס אין אײן הױז. Esther Burekhovich 855.104 858.504 ס'איז זײער געװען אױכעט, ס'איז זײער אַ סך מענטשן געװעזן. Hershey Felder 858.504 861.985 ס'איז געװען, ס'איז געװען אַ הױז, די הױז פֿון אַ פֿרײַנד? Esther Burekhovich 861.985 864.66 נו, ס'איז געװען הײַ-, נו, מ'האָט, װוּ מע האָט אײַך באַזעצט! Esther Burekhovich 864.74 868.184 נישט בײַ פֿרײַנד, מ'האָט באַזעצט, די גאַנצע דאָס האָט מען געמאַכט פּלאַץ! Esther Burekhovich 868.184 871.651 װוּ מענטשן האָבן געװױנט, האָט (זיך) טאַקע (דײַנע) מענטשן װוּ זײ האָבן געװױנט, Esther Burekhovich 871.651 872.962 האָט מען צוגעלײגט. Esther Burekhovich 872.962 875.94 און די גױים האָט מען אַרױסגעטריבן פֿון דאָרט, פֿון דײ דאָס. Esther Burekhovich 875.951 881.173 פֿון דעם פּלאַץ, װוּ די געטאָ איז געװען, האָט מען די גױים, איך װײס נישט װוּ מ'האָט זײ געשיקט, מ'האָט זײ אַרױסגעטריבן פֿון דאָרט. Esther Burekhovich 881.173 884.484 נאָר ייִדן אין די געטאָ געװען, די ייִדן װאָס זײ האָבן געװױנט דאָרט. Esther Burekhovich 884.484 886.796 אונדז זע'מיר געװען בײַן אַ רבי, בײַן אַ רבֿ. Esther Burekhovich 886.796 890.596 דאָרט איז געװען אַ גרױס הױז, דאָרט איז געװען מער פֿאַמיליעס. Esther Burekhovich 891.098 892.587 יאָ. Esther Burekhovich 892.587 897.343 קודם מײַן ברודער, ער איז נישט געקומען, ער האָט געװאָלט זיך באַהאַלטן, אָבער ס'איז נישט געלונגען. Esther Burekhovich 897.402 902.646 ער האָט זיך געװאָלט באַהאַלטן, און uh ס'זענען נאָכגעלאָפֿן אַלע קינדער, און זײ (אומגעקומען) אַלע נעבעך און... Hershey Felder 903.439 905.394 װיפֿל מענטשן איז געװען אין הױז? Esther Burekhovich 906.588 909.877 דאָרט װוּ אונדז זע'מיר געװען? ס'איז געװען אפֿשר אַ דרײַסיק מענטשן? Esther Burekhovich 911.273 913.718 מ'האָט, האָט מען דען UNK, מ'האָט UNK אײנס אױף uh Esther Burekhovich 913.718 917.273 מ'איז געשלאָפֿן אײנס נעבן אַנדערן, װײסט אַזױ, אױף דער ערד, װוּ האָט מען געשלאָפֿן? Esther Burekhovich 917.762 919.318 מ'האָט זיך געפּלאָגט. Esther Burekhovich 920.24 923.751 מענטשן אַפֿילו װאָס זײ זענען געבליבן, ס'איז געבליבן אַ סך אין די Esther Burekhovich 924.68 928.48 אין די װעלדער. האָט מען זײ אױך געשאָסן, געהרגעט. Esther Burekhovich 928.48 930.502 ס'איז געװען, uh, Esther Burekhovich 930.502 932.346 tsk, אַ מײדל, Esther Burekhovich 932.346 935.302 װאָס זי איז געגאַנגען אַרױס פֿונעם װאַלד, Esther Burekhovich 935.302 937.969 אַלץ ברענגען עפּעס פֿאַר די מענטשן עסן װאָס אין װאַלד. Esther Burekhovich 937.969 939.591 זי האָט אַלץ געטראָגן. Hershey Felder 939.613 941.058 װי אַזױ איז זי אַרױסגעגאַנגען? Esther Burekhovich 941.058 941.658 מ- Esther Burekhovich 941.658 942.909 uh פֿון װאַלד? Hershey Felder 942.909 944.598 NO, זי זי Hershey Felder 944.598 945.585 זי איז געװען אין װאַלד... Esther Burekhovich 945.525 946.687 אין װאַלד איז זי געװען. Hershey Felder 946.687 947.065 ah Esther Burekhovich 947.065 950.954 און זי איז געגאַנגען, זי האָט זיך אָנגעטון אין גױיִשע זאַכן, פּראָסט, אַזױ אָנגעטון. Esther Burekhovich 951.576 956.132 און מ'איז צוגעגאַנען, מ'האָט זי נעבעך דערקענט, און מ'האָט זי גענומען, מ'האָט זי געהרגעט. Esther Burekhovich 956.132 956.932 אױף אַ מאָל. Esther Burekhovich 957.224 962.002 מ'האָט זי דערקענט עמעצער, מ'האָט געמסרט, דאָס איז דײ און דײ, זי גײט, זי איז געגאַנען יעדן טאָג. Esther Burekhovich 962.002 962.979 ס'איז שױן. Esther Burekhovich 964.846 965.691 יאָ. Esther Burekhovich 965.691 969.091 כ'האָב זי געקענט, דאָס מײדל האָב איך געקענט אַפֿילו, װער ס'איז געװעזן. Esther Burekhovich 969.611 973.389 ס'איז געװען פֿאַרשידענע זאַכן, איך קען נישט זאָגן, איך װײס נישט װאָס. Esther Burekhovich 973.389 976.278 איך װײס כ'האָב אױך געהאַט, ס'איז געװעזן Esther Burekhovich 976.278 978.967 מענטשן אין װאַלד, װאָס בײַ די ענדע Esther Burekhovich 978.967 981.123 האָט מען זײ געכאַפּט און אַװעקגעפֿירט. Esther Burekhovich 981.123 984.011 קײן דײַטשלאַנד. בײַ דער ענדע. Esther Burekhovich 984.011 987.723 ס'איז דאָ אַ סך פֿון די מענטשן דאָ אין אַמעריקע װאָס זענען געװען. Hershey Felder 987.723 990.634 און װאָס איז געטאָ- װאָס איז געשען? Esther Burekhovich 990.865 995.51 מיט די מענטשן? מ'האָט זײ גע- מ- װער ס'איז אַהײמגעקומען איז אַהײמגעקומען, און װער נישט, ס'איז געװען Esther Burekhovich 995.51 1001.976 אײנער לאָנדױ, מ'האָט די פֿיס נעבעך eh צעשאָסן, אַזױ, ער האָט געלעבט, ער איז אױך געקומען קײן אַמעריקע, בעפֿאָר אונדז. Esther Burekhovich 1002.188 1005.944 ער האָט געהאַט דאָ משפּחה, uh מ'האָט געהרגעט אין די װעלדער אַ סך מענטשן. Esther Burekhovich 1010.046 1011.023 ס- Esther Burekhovich 1011.023 1013.423 לײדער, ס'זאָל מער זאָל עס נישט זײַן. Esther Burekhovich 1013.423 1015.357 װי ס'איז געװען. Hershey Felder 1022.187 1025.453 װיפֿל גרױס איז געװען דײַן משפּחה אין אין Esther Burekhovich 1025.453 1026.365 װי אַזױ? Hershey Felder 1026.365 1028.052 װי גרױס איז געװען די משפּחה? Esther Burekhovich 1028.052 1028.735 מײַנע? Hershey Felder 1028.771 1029.233 מ- (יאָ) Esther Burekhovich 1029.233 1031.098 כ'האָב געהאַט צװײ ברידער און אַ שװעסטער. Esther Burekhovich 1031.098 1032.387 טאַטע־מאַמע. Hershey Felder 1032.387 1034.387 און באָבע־זײדע? Esther Burekhovich 1034.387 1036.342 NO, כ'האָב נישט געהאַט קײן באַבע־זײדעס. Esther Burekhovich 1036.342 1037.608 נײן. Hershey Felder 1037.608 1038.83 און קוזינעס, און... Esther Burekhovich 1038.836 1043.169 קוזינ- אױ קוזינעס מיט דאָס, uh, אַ סך! Esther Burekhovich 1043.169 1045.435 אַ סך האָב איך געהאַט. Esther Burekhovich 1045.435 1047.969 כ'האָב געהאַט פֿון, uh, Esther Burekhovich 1047.969 1049.201 דער טאַטע האָט געהאַט Hershey Felder 1048.404 1050.924 זײ זענען לעבן געבלי- לעבן געבליבן? Esther Burekhovich 1049.991 1053.28 ס'איז געבליבן, כ'האָב, דער טאַטע האָט געהאַט אַ בר-, אײן ברודער. Esther Burekhovich 1053.28 1054.48 האָט ער געװױנט Esther Burekhovich 1054.48 1055.724 אין רומעניע. Esther Burekhovich 1055.747 1057.725 (דאַן), דו װעסט במילא נישט װיסן. Esther Burekhovich 1057.725 1059.414 איז אַהײמגעקומען פֿינעף קינדער: Esther Burekhovich 1059.414 1063.37 אַ צװילינג, די צװילינגען (האָט מען דאָרט נישט געשאַט), די צװילינגען האָט מען גענומען Esther Burekhovich 1063.37 1065.503 אין אױשװיץ, און אונדז זע'מיר געװען אין בירקענױ, Esther Burekhovich 1065.525 1068.97 און די צװילינגען זענען געװען אין, uh, אױשװיץ, Hershey Felder 1068.967 1070.177 מיט מענגעלען. Esther Burekhovich 1068.97 1070.258 און מ'האָט זײ גע- Esther Burekhovich 1070.258 1072.103 האַ? Esther Burekhovich 1072.423 1074.512 די צװילינג, פֿון דעם ר- Esther Burekhovich 1074.512 1076.756 און מ'האָט גענומען בלוט פֿון זײ, Esther Burekhovich 1076.756 1081.312 פֿאַר די דײַטשע עס (גע)געבן, זײ זאָלן אױך האָבן צװילינג, פֿון די צװילינג האָט מען גענומען. Esther Burekhovich 1081.312 1085.89 און איך האָב אױך געהאַט קוזינעס צװײ, אַ צװילינג דאָרט און, צװישן דײ Esther Burekhovich 1085.89 1089.067 איז געקומען דאָ פֿינעף קינדער, אין ISRAEL זענען זײ. Esther Burekhovich 1089.067 1090.845 אַהײמגעקומען פֿינעף קינדער. Hershey Felder 1090.976 1092.776 ah, אַז, צו, זי איז... Hershey Felder 1092.776 1096.154 זײ זענען לעבן־געבליבענערס, די צװילינגערס? Esther Burekhovich 1096.154 1099.154 יאָ, די צװילינג זענען לעבן גע-, די צװילינגען זענען אַלע לעבן געבליבן. Esther Burekhovich 1099.154 1101.332 די צװילינג האָט מען אָפּגעהיטן. Hershey Felder 1101.332 1103.087 uh Hershey Felder 1103.087 1104.932 װאָס הײסן זײ? Esther Burekhovich 1104.941 1106.808 צװילינג, װײסט װאָס ס'הײסט צװילינג? צװײ. Hershey Felder 1106.808 1109.141 ז- ז- זײער נאָמען. Esther Burekhovich 1109.141 1110.162 װעמען די- Hershey Felder 1110.162 1111.304 די נאָמען פֿון די... Esther Burekhovich 1111.304 1114.386 ז- גיטעלע, און איציקל. Esther Burekhovich 1114.386 1116.741 צװײ UNK אין ISRAEL. Hershey Felder 1116.741 1118.186 די משפּחה־נאָמען? Esther Burekhovich 1118.266 1120.666 לאַזעראָװיטש, מײַן טאַטע'ס אַ ברודער'ס קינדער. Hershey Felder 1120.666 1121.71 לאַזעראָװיטש? Esther Burekhovich 1121.71 1122.982 לאַזעראָװיטש, מײַן טאַטע'ס אַ Hershey Felder 1122.982 1126.937 איך בין געװע- ס'איז דאָך די מאַמע און טאַטע פֿון RICKY? Esther Burekhovich 1127.092 1127.799 פֿון װוּ? Hershey Felder 1127.8 1129.621 RICKY LAZEROVICH? Hershey Felder 1129.621 1131.168 אין ישׂראל, NO? Esther Burekhovich 1130.863 1132.499 אין ישׂראל איז לאַזעראָװיטש, uh Hershey Felder 1132.499 1134.026 לײזעראָװיטש Hershey Felder 1134.027 1137.044 איך האָב געטון מיט אים אין AUSCHWITZ, uh Hershey Felder 1137.044 1138.844 אַ פּאָר װאָך צוריק. Hershey Felder 1138.866 1141.022 איך האָב גערעדט מיט אים דאָרטן. Hershey Felder 1141.022 1142.122 יצחק לײזעראָװיטש. Esther Burekhovich 1142.04 1143.213 איציק לאַזעראָװיטש, יאָ. Hershey Felder 1143.213 1144.497 יאָ, איך האָב גערעדט מיט אים! Esther Burekhovich 1144.497 1145.647 אַ שײנער מענטש, יאָ? Hershey Felder 1145.654 1146.863 יאָ! Esther Burekhovich 1146.933 1148.911 ער איז געװען אין אַמעריקע אױך אַ מאָל, אָבער איך האָב Esther Burekhovich 1148.911 1150.681 נאָך נישט געװען דאָ און... Hershey Felder 1150.36 1152.048 ער איז װאָס, ער איז אַ...? Esther Burekhovich 1151.868 1152.627 אַ COUSIN. Esther Burekhovich 1152.627 1154.511 אַ COUSIN פֿאַר מיר. Esther Burekhovich 1154.511 1157.444 מײַן טאַטע'ס מיט (אים) זײַן טאַטע, זענען געװען ברידער צװײ. Esther Burekhovich 1157.444 1160.644 זײ זענען געװען דאָרט צװײ ברידער, און ס'איז געװען שװעסטער(ס), uh, Esther Burekhovich 1160.668 1162.401 פֿינעף, זעקס. Hershey Felder 1162.401 1163.49 UNK Esther Burekhovich 1163.49 1165.29 יאָ, קענ- קענסט דעם איציק לאַזעראָװיטש? Hershey Felder 1165.29 1168.223 יאָ! איך בין געװען מיט אים אין KRAKOW. Esther Burekhovich 1168.708 1173.219 ער איז געפֿ- ער פֿאָרט, ער איז אױך געפֿאָרן אומעדום, אױף די גאַנצע װעלט, ער האָט אױך ליב געהאַט צו UNK UNK Hershey Felder 1173.219 1173.975 mhm Esther Burekhovich 1173.997 1177.086 יאָ, דײס איז געװען די ייִנגסטע קינדער, אַ צװילינג, יאָ. Esther Burekhovich 1177.086 1181.13 די צװילינג זענען געבליבן לעבן, אַלע צװילינג, ס'איז געװען פֿון אַלע זײַטן. Esther Burekhovich 1181.23 1185.785 אין סעקערניצע, דאָרט איז געװען, און אין געטאָ איז געװען צװילינג, אַלעס איז געבליבן לעבן, די צװילינגען. Esther Burekhovich 1185.785 1191.141 זײ האָט מען נישט געהאַלטן מיט הונגער אַזױ װי אונדז, זײ האָט מען געפֿירט אין אױשװיץ, זײ האָט מען אַלעס געגעבן. Esther Burekhovich 1194.523 1196.434 יאָ. Esther Burekhovich 1198.79 1201.123 און נאָך דעם אַ סך, איך האָב די uh, Esther Burekhovich 1201.123 1203.257 אַ סך קוז-, קוזינס אין, Esther Burekhovich 1203.257 1205.368 אין uh, ISRAEL. Esther Burekhovich 1205.648 1206.559 אַ סך. Hershey Felder 1206.559 1208.004 נאָך די מלחמה איז ער Esther Burekhovich 1208.004 1210.448 פֿון די מאַמע'ס משפּחה אַ סך. Esther Burekhovich 1210.47 1213.226 טאַטע'ס משפּחה, ס'איז געװען גרױסע משפּחות. Esther Burekhovich 1214.791 1216.302 אַ סך קינדער. Hershey Felder 1218.013 1222.858 קענסטו מיר דערצײלן, די לעצטע צײַט, האָסטו געזען די מאַמע, טאַטע, ברידערלעך? Esther Burekhovich 1222.858 1225.969 די לעצטע צײַטן? נאָר אין אױשװיץ זע'מיר אָנגעקומען Esther Burekhovich 1226.114 1227.758 מ'האָט יע- מ'איז געקומען אַהין, און Esther Burekhovich 1227.758 1229.62 מ'האָט יעדן גענומען פֿון Hershey Felder 1228.182 1229.817 ביסט געװען מיט זײ Hershey Felder 1230.211 1230.716 אין צוג צו- Hershey Felder 1230.716 1231.093 צו AUSCHW- Esther Burekhovich 1231.093 1234.758 פֿון צוג זע'מיר געװען צוזאַמען, אַלע געקומען, אַזױ װי מ'האָט אַראָפּגענומען פֿונעם דאָס... Esther Burekhovich 1234.758 1236.692 האָט מען דעם טאַטן עקסטער, Esther Burekhovich 1236.692 1238.269 די ברידער עקסטער. Esther Burekhovich 1238.269 1239.936 און די מאַמע האָ'מיר גענומען, Esther Burekhovich 1239.936 1242.292 איך מיט די שװעסטער, צװישן אונדז, כ'האָב דיר געזאָגט פֿריִער, Esther Burekhovich 1242.301 1243.679 און מ'האָט זי אַרױסגענומען. Esther Burekhovich 1243.679 1244.945 מער האָב איך זי נישט געזען. Esther Burekhovich 1244.945 1247.212 דעם טאַטן האָב איך געזען אַרױסקומען פֿונעם באָד. Esther Burekhovich 1247.612 1249.99 האָב איך נאָך מײַן טאַטע געזען, ער האָט געװײנט אױף מײַנע... Esther Burekhovich 1250.012 1251.59 טעכטער זענען דאָ. Esther Burekhovich 1251.59 1254.39 און דער שומר האָט שױן צוגענומען דאָס עסן, טאַקע דאָרט. Esther Burekhovich 1254.39 1257.901 מענטשן האָבן זיך געפֿירט מיט זיך, און מ'האָט אַלעס אַװעקגענומען. Esther Burekhovich 1258.926 1263.615 און מ'האָט זיך געבאָדן אינעװײניק, קודם די מענער. מײַנע ברידער דאָרט אינעװײניק געװען. Esther Burekhovich 1263.615 1268.57 האָבן זײ געשריגן צי כ'האָב ני-, צי מיר האָ'מיר נישט עפּעס צו עסן, דורכן פֿענצטער, דורכן WINDOW. Esther Burekhovich 1268.895 1271.539 נישט געװען גאָרנישט, אַלעס האָט מען צוגענומען. Esther Burekhovich 1271.539 1273.295 אַלעס, אַזױ װי מ'איז געקומען, Esther Burekhovich 1273.295 1276.251 די מענטשן האָט מען דאָס, און די געפּעק איז (אין גאַנצן) געבליבן. Esther Burekhovich 1276.251 1278.095 אַלעס איז געבליבן. Esther Burekhovich 1280.826 1284.559 ס'איז געװען גאָלדװאַרג, מענטשן האָבן געטראָגן מיט זיך, מ'האָט געמײנט װײַל, Esther Burekhovich 1284.559 1289.515 אין אײן און פֿערציקער יאָר, װער ס'האָט געהאַט גאָלד, אָדער װאָס, האָט זיך אױסגעקױפֿט Esther Burekhovich 1289.515 1292.915 פֿון אוקראַיִנע, און ער איז געקומען אַהײם. Esther Burekhovich 1292.915 1295.004 אָבער דאָ האָט נישט געהאָלפֿן דײס. Esther Burekhovich 1295.004 1299.515 קײן גאָלד, קײן גאָרנישט האָט נישט געהאָלפֿן דאָ. דאָ האָט מען געהאַט, מ'האָט זיך אַלײן צוגענומען. Esther Burekhovich 1299.515 1300.493 אַלעס. Esther Burekhovich 1300.493 1304.271 מ'האָט אַרײַנגעבאַקן דאָס גאָלד אין CAKE. Esther Burekhovich 1305.804 1307.759 מע זאָל עס נישט טראָגן אַזױ, אינעם אינעם CAKE UNK Esther Burekhovich 1307.759 1309.426 די CAKE איז דאָך בײַ זײ געבליבן. Hershey Felder 1332.229 1335.762 איר געדענקט עפּעס אַנדערש פֿון די צײַט פֿון... Esther Burekhovich 1335.762 1341.917 פֿונעם לאַגער, איך געדענק נאָך דײס אַז די רוסישע עראָפּלאַנען פֿלעגן אַלץ קומען, באָמבאַרדירן. Esther Burekhovich 1341.917 1347.673 און ס'איז געװען אַ מאָל צ- אַ STALIN(UNK), דו װײסט װאָס ס'איז אַ UNK, װײַל דו רעדסט אונגעריש אױך פֿאַרשטײסטו. Esther Burekhovich 1347.673 1349.984 און מ'האָט געקענט מאָן קלױבן. Esther Burekhovich 1349.984 1351.895 און מ'האָט באָמבאַרדירט. Esther Burekhovich 1351.895 1352.626 מ'האָט, אָט דאָס. Esther Burekhovich 1352.626 1355.248 אָבער אונדז האָט מען, דעם לאַגער האָט מען נישט באָמבאַרדירט. Esther Burekhovich 1355.248 1356.759 די לאַגערס האָט מען נישט... Esther Burekhovich 1356.759 1360.715 און דעמאָלטס װען די רוס- איז געגאַנגען עמעצער, איך װײס נישט װער. Esther Burekhovich 1360.715 1362.937 אונדז האָ'מיר געאַרבעט מיט דײ, uh, Esther Burekhovich 1362.937 1366.803 װײסט װאָס ס'הײסט, LOPATE, שױװל, מ'האָט צו גראָבן מיט דאָס. Esther Burekhovich 1367.396 1372.04 און uh, מ'איז געגאַנגען מ'האָט אָנגעצונדן דײ דאָס. Esther Burekhovich 1372.107 1373.796 און ס'איז פֿאַרברענט געװאָרן אַלעס. Esther Burekhovich 1373.796 1377.107 זע'מיר, האָ'מיר זיך אָפּגערוט צװײ דרײַ טאָג, מיר האָ'מיר נישט געהאַט מיט װאָס צו אַרבעטן. Esther Burekhovich 1377.129 1379.863 װײַל אַזױ האָט מען געברױכט אַרבעטן, נאָר ס'איז נישט געװען דײס. Esther Burekhovich 1379.863 1381.107 האָ'מיר זיך אָפּגערוט. Esther Burekhovich 1381.151 1382.84 מ'איז נישט געגאַנען אַרבעטן. tsk. Esther Burekhovich 1385.021 1385.932 יאָ. Esther Burekhovich 1390.643 1392.465 איך געדענק דען אַלעס? Esther Burekhovich 1393.176 1400.065 ס'איז שױן פֿופֿציק יאָר, ס'איז שױן, דער קאָפּ איז שױן נישט דער װאָס ער איז געװעזן. Esther Burekhovich 1400.855 1402.477 נאָר, געלױבט צו גאָט. Esther Burekhovich 1404.566 1405.322 tsk. Esther Burekhovich 1405.322 1410.433 װיפֿל מ'האָט מיטגעמאַכט, און װאָס מ'האָט מיטגעמאַכט, געלױבט צו גאָט, סע האַלט אַזױ. Hershey Felder 1415.528 1418.462 יעצט האָסטו זיבן קינדער האָסטו Esther Burekhovich 1418.462 1419.853 זיבן קינדער זאָלן זײַן געזונט, און Hershey Felder 1419.853 1421.192 און װיפֿל אײניקלעך? Esther Burekhovich 1421.262 1422.662 זיבעצן. Esther Burekhovich 1422.662 1425.195 יעצט האָב איך אַ קלײן אײניקל פֿון צװײ װאָכן. Hershey Felder 1425.217 1425.928 tsk Esther Burekhovich 1425.951 1428.128 בײַ דעם ייִנגסטן זון, בײַ די BABY. Hershey Felder 1428.128 1430.139 אפֿשר מיר װעלן אים זען? Esther Burekhovich 1430.139 1432.206 נו, קען מען אים זען, דודי, באַלד? Hershey Felder 1432.206 1432.939 יאָ. Esther Burekhovich 1432.939 1434.984 "יאָ" זאָגט ער. spn Hershey Felder 1435.552 1440.374 איז אַ שײנעם דאַנק פֿאַרן אינטערװיו. און יעצט מיר װעלן גײן װײַזן די PICTURES. Hershey Felder 1440.374 1441.863 פֿאַר די מלחמה. Esther Burekhovich 1441.863 1444.269 נו פֿאַר די מלחמה האָב איך נאָר (דײ) דאָס Hershey Felder 1444.269 1445.393 און נאָך די מלחמה. Esther Burekhovich 1445.398 1446.418 uh, דאָרט האָב איך Esther Burekhovich 1446.418 1449.196 זעסטו, קוק, אַ PICTURE װאָס כ'האָב דיר געװיזן, מיט די קינדער? Esther Burekhovich 1449.218 1450.907 דאָרט בין איך מיט מײַן מאַן, האָסט געזען? Hershey Felder 1450.929 1452.774 יאָ יאָ יאָ יאָ יאָ. Esther Burekhovich 1452.976 1455.064 נעבעך, אַלט געװען דרײַסיק יאָר. Hershey Felder 1455.087 1456.82 איז אַ שײנעם דאַנק אײַך. Esther Burekhovich 1456.842 1458.731 נישטאָ פֿאַר װאָס. Hershey Felder 1458.753 1461.242 װער איז דאָס אין PICTURE? Esther Burekhovich 1462.62 1465.109 איך, איך בין דאָס אױף די PICTURE. Hershey Felder 1465.109 1466.776 װיפֿל אַלט ביסטו געװען? Esther Burekhovich 1466.887 1468.087 אַכצן יאָר. Hershey Felder 1468.087 1471.953 uh, װעלכע יאָר ס'איז געװען די די פֿאָטאָגראַף? Esther Burekhovich 1472.533 1475.178 UNK אַכט און דרײַסיקער. Hershey Felder 1475.178 1478.438 אַװוּ האָבן זײ געמאַכט די PHOTOGRAPH, די PICTURE? Esther Burekhovich 1478.2 1481.311 איז געװען דאָרט אײנער, האָט געמאַכט SZERENCSI האָט ער געהײסן. Esther Burekhovich 1481.311 1483.311 די די פֿאָטאָגראַפֿער. Hershey Felder 1483.311 1484.78 SZERENCSI, SZERENSCI Esther Burekhovich 1484.78 1487.578 ער האָט געהאַט אַ, אַ BUSINESS, דײס איז זײַן BUSINESS געװעזן. Hershey Felder 1487.578 1489.656 SZERENCSI איז געװען אין אין טשעכאָסלאָװאַקיע? Esther Burekhovich 1489.656 1490.533 טשעכאָסלאָװאַקיע Esther Burekhovich 1490.533 1492.133 NO, בײַ די רוסן. Hershey Felder 1492.155 1492.778 בײַ די רוסן. Esther Burekhovich 1492.778 1493.889 בײַ די רוסישע, Esther Burekhovich 1493.962 1497.362 דײס איז טשעכאָסלאָװאַקיע, דאָס איז מײַן PICTURE פֿון פֿאַר די קריג! Esther Burekhovich 1497.362 1499.162 יאָ, טשעכאָסלאָװאַקיע. Hershey Felder 1501.819 1504.305 װער איז אין די פֿאָטאָגראַף? Esther Burekhovich 1504.305 1505.883 איך, מיט מײַן מאַן, Esther Burekhovich 1505.883 1507.572 און פֿיר קינדער. Hershey Felder 1507.572 1509.55 װער זענען די פֿיר קינדער, װאָס הײסן זײ? Esther Burekhovich 1509.55 1513.816 איציק, ייִדל, מױשי, מאיר. Hershey Felder 1514.205 1516.028 און װוּ איז דאָס פֿאָטאָגראַף געמאַכט? Esther Burekhovich 1517.116 1518.316 אין כוסט. Esther Burekhovich 1518.316 1519.828 אין די SZERENCSI. Esther Burekhovich 1519.828 1522.457 דאָרט װוּ כ'האָב געמאַכט יענץ, דײס האָט אױך SZERENCSI געמאַכט. Hershey Felder 1522.505 1523.71 אין װעלכע יאָר? Esther Burekhovich 1523.71 1525.539 אין uh Esther Burekhovich 1525.561 1528.117 אײן און פֿופֿציקער יאָר. אײן און פֿופֿציקער יאָר. Hershey Felder 1528.117 1533.006 mhm. OKAY. Hershey Felder 1535.251 1536.362 װער איז אין PICTURE? Esther Burekhovich 1536.362 1537.451 װער איז אין בילד? Hershey Felder 1537.451 1538.873 װער? Esther Burekhovich 1538.873 1542.273 איך מיט מײַן מאַן, מיט מײַנע זיבן קינדערלעך. Hershey Felder 1542.273 1543.784 װאָס הײסן זײ, די זיבן קינדער. Esther Burekhovich 1543.784 1551.504 איציק, ייִדל, מױשי, מאיר, װאָלװי און דודי. Esther Burekhovich 1552.793 1553.771 די BABY. Hershey Felder 1553.899 1555.099 mhm. Hershey Felder 1555.099 1558.254 AND װעלכע יאָר איז דאָס, איז דאָס פֿאָטאָ געמאַכט? Esther Burekhovich 1558.254 1559.41 אין אײן און... Esther Burekhovich 1559.41 1560.766 אין אײן און זעכציקער? Esther Burekhovich 1560.766 1561.899 אין אײן און פֿופֿציקער. Esther Burekhovich 1565.054 1567.477 זיבן און זעכציקער יאָר. Esther Burekhovich 1567.477 1569.432 אין ehm אין uh Esther Burekhovich 1569.432 1572.077 אין בישטענע. Esther Burekhovich 1572.45 1574.183 איך פֿאַרגעס שױן פֿאַר בישטענע. Hershey Felder 1575.272 1577.516 אין בישטענע, דאָס איז געװען אין... Esther Burekhovich 1579.516 1582.916 uh װאָס זאָל איך זאָגן, דאָס איז געװען בײַ די רוסן. Hershey Felder 1587.107 1588.884 װער איז דאָס אין PICTURE? Esther Burekhovich 1588.884 1590.196 דײס איז אַ חתונה. Hershey Felder 1590.091 1591.055 mhm. װוּ? Esther Burekhovich 1590.719 1592.951 אַ פֿרעמדע חתונה, אין בישטענע. Hershey Felder 1592.951 1593.573 mhm Esther Burekhovich 1593.573 1594.796 דאָרט איז מײַן מאַן, Esther Burekhovich 1594.796 1596.862 און צװײ זין זענען דאָרט. Hershey Felder 1596.862 1598.862 mhm. אין װעלכע יאָר? Esther Burekhovich 1599.235 1600.746 UNK דײס װײס איך שױן נישט. Esther Burekhovich 1600.746 1602.924 דײס װײסט קײנער נישט װעלכע יאָר דאָס איז געװעזן. Esther Burekhovich 1602.924 1604.568 װײַל ס'איז אַ פֿרעמדע חתונה. Hershey Felder 1604.568 1605.48 mhm. Esther Burekhovich 1609.425 1611.692 דאָס איז מײַן ייִנגסטן זונ'ס חתונה. Hershey Felder 1611.714 1612.803 mhm. Esther Burekhovich 1612.803 1616.314 דאָ איז דאָ מײַנע קינדער, און פֿון מײַן מאַן, Esther Burekhovich 1616.314 1619.225 פֿונעם, uh, ערשטן װײַב, אַ זון אױכעט. Esther Burekhovich 1619.314 1620.936 דאָס איז נישט מײַנער. Hershey Felder 1621.525 1622.525 mhm. Esther Burekhovich 1622.814 1625.97 די חתונה, מיט מײַנע זיב- זיבן קינדער. Hershey Felder 1626.014 1627.503 און װוּ װױנט ער? Esther Burekhovich 1627.525 1629.058 אין חיפֿה. Hershey Felder 1628.996 1630.199 mhm, װאָס הײסט ער? Esther Burekhovich 1629.081 1630.681 אין ISRAEL. Esther Burekhovich 1630.681 1632.858 אין כײַפֿ- װער װער Hershey Felder 1631.303 1632.291 װאָס הײסט ער? Hershey Felder 1632.497 1633.217 mhm. Esther Burekhovich 1632.881 1634.125 אױף Hershey Felder 1634.147 1634.525 mhm. Hershey Felder 1634.525 1636.836 און װעלכע יאָר איז דאָס געװען? Esther Burekhovich 1638.105 1639.883 אין װעלכ- די חתונה? Esther Burekhovich 1639.883 1642.483 היצט איז געװען, װעלכע יאָר דײס איז, uh Esther Burekhovich 1642.483 1644.594 װעלכע יאָר? Esther Burekhovich 1645.216 1647.972 אין נײַ-, און פֿינפֿ- Esther Burekhovich 1648.18 1649.269 ע- Esther Burekhovich 1649.269 1651.802 אין פֿיר און אַכט-, uh, פֿיר און נײַנציק. Hershey Felder 1652.914 1654.714 AND װוּ ס'איז געװען? Esther Burekhovich 1654.714 1657.002 װוּ ס'איז געװען UNK (איז דאָ) איך װײס נישט װי אַזױ ס'הײסט. Hershey Felder 1658.025 1658.914 דאָ אין אַמעריקע? Esther Burekhovich 1658.914 1659.469 אין אַמעריקע. Esther Burekhovich 1659.469 1662.536 יאָ דאָ אין דאָ אין ניו־יאָרק. Esther Burekhovich 1663.7 1667.633 דײס איז די זע- די זעלבע חתונה Esther Burekhovich 1667.633 1670.656 נאָר דאָ מער, דאָ איז די שנורן, ס'איז דאָ אײניקלעך. Esther Burekhovich 1672.734 1674.556 UNK (מער דאָ) spn Esther Burekhovich 1674.556 1677.689 אַלע קינדער, און דער זון פֿון ISRAEL אױך דאָרט. Esther Burekhovich 1677.689 1679.4 און זי איז אױך דאָרטן, נײן דודי? Esther Burekhovich 1679.4 1681.245 SARA נישטאָ? Esther Burekhovich 1683.169 1684.347 איך זע נישט. Esther Burekhovich 1685.569 1687.68 דײס איז די זעלבע, מײַנע קינדער. Esther Burekhovich 1687.724 1689.28 די משפּחה (פֿערטיק), יאָ. Hershey Felder 1689.081 1690.359 אַ שײנעם דאַנק. Esther Burekhovich 1689.28 1691.48 שנורן מיט אײניקלעך. Esther Burekhovich 1691.48 1692.702 מײַנע זין. Esther Burekhovich 1693.69 1695.068 און איך בין אױך דאָרט. Hershey Felder 1695.085 1696.708 mhm.