Eliahu Toker 24.68 26.65 CASET NÚMERO UNO. Eliahu Toker 26.99 30.4 TREINTA DE MAYO DE MIL NOVECIENTOS NOVENTA Y SEIS. Eliahu Toker 30.4 34.7 ENTREVISTA AL SOBREVIVIENTE FAIVEL ZYLBERBERG. Eliahu Toker 34.7 38.04 F.A.I.V.E.L. Eliahu Toker 38.04 43.08 Z.Y.L.B.E.R.B.E.R.G. Eliahu Toker 43.3 49.43 EL ENTREVISTADOR ES ELIAHU TOKER. E.L.I.A.H.U. T.O.K.E.R. Eliahu Toker 49.43 53.18 EN BUENOS AIRES, ARGENTINA, EN LENGUA ÍDISH. Eliahu Toker 61.89 65.795 איך בין מיטן eh מיט פֿײַװל זילבערבערג. Eliahu Toker 65.795 69.607 פֿא צװײ יודן, צװײ VAVn, למד. Eliahu Toker 69.607 75.517 זײן יוד למד בית עין ריש בית עין ריש גימל. Eliahu Toker 75.517 78.04 מײַן נאָמען איז אליהו טאָקער. Eliahu Toker 78.04 80.466 אַלף למד יוד הא VAV. Eliahu Toker 80.466 84.117 טית עין קוף עין ריש. Eliahu Toker 84.117 91.949 אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, דעם דר- דעם דרײַסיקסטן מײַ, טױזנט נײַן הונדערט זעקס און נײַנציק. Eliahu Toker 91.949 95.278 און דער אינטערװיו װעט זײַן אױף ייִדיש. Eliahu Toker 100.092 101.444 eh פֿײַװל, Fajwel Zylberberg 101.334 101.785 יאָ. Eliahu Toker 101.785 102.94 זײַט אַזױ גוט, Eliahu Toker 102.94 106.573 eh זאָגט מיר eh װען איר זענט געבױרן געװאָרן. Fajwel Zylberberg 106.573 111.24 כ'בין געבױרן געװאָרן דעם צװעלעפֿטן דעצעמבער, נײַנצן צװײ און צװאָנציק, אין װאַרשע. Eliahu Toker 111.24 112.388 אין װאַרשע. Eliahu Toker 112.388 115.203 eh, אײַער משפּחה איז באַשטאַנען...? Fajwel Zylberberg 115.018 120.962 מײַן משפּחה איז באַשטאַנען פֿון אַכט קינדער, און מײַנע עלטערן. Fajwel Zylberberg 121.495 123.906 זיבן ברידער און אײן שװעסטער. Eliahu Toker 123.906 127.314 בײַ װאָס האָט זיך, מיט װאָס האָט זיך אָפּגעגעבן אײַער פֿאָטער? Fajwel Zylberberg 127.314 132.388 מײַן פֿיטער, eh, מײַן פֿאָטער איז געװען אַ שוסטער Fajwel Zylberberg 132.388 135.221 און די מאַמע האָט זיך פֿאַרנומען מיט די װערטשאַפֿט. Eliahu Toker 135.221 136.517 און eh, Eliahu Toker 136.517 140.573 װי אַזױ איז געװען אײַער לעבן, אַ- אײַער טאָג־טעגלעכן לעבן? Eliahu Toker 140.573 143.573 װאָס איז געװען אײַער קינדהײט? Fajwel Zylberberg 143.573 145.851 די קינדהײט פֿאַרלױפֿט זײער שנעל. Eliahu Toker 145.851 146.832 hm. Fajwel Zylberberg 146.832 151.748 פֿאַקטיש הײבט זיך אָן די געשיכטע װען מע הײבט אָן צו גײן אין שולע אַרײַן. Fajwel Zylberberg 151.748 154.78 די קינדהײט, אַזױ װי די קינדהײט װי אױף אַלע eh Fajwel Zylberberg 154.78 157.518 פֿון אַלע ייִדישע קינדער, און בײַ קינדער איבער הױפּט. Eliahu Toker 157.55 159.409 אין װאָס פֿאַר אַ געגנט האָט איר געװױנט? Fajwel Zylberberg 158.884 160.592 מיר האָבן געװױנט פֿון לעב- Fajwel Zylberberg 160.592 162.763 דער ייִדישער געגנט פֿון DZIELNA Fajwel Zylberberg 162.763 164.152 און זאַמענהאָף. Fajwel Zylberberg 165.7 168.851 אין די צװײטע זײַט DZIELNA איז געװען אַ ס- אַ קינאָ, Fajwel Zylberberg 168.851 170.184 (PROMIEŃ), Fajwel Zylberberg 170.184 172.554 און דאָס ייִדישע טעאַטער SKALA. Fajwel Zylberberg 174.018 176.259 איר האָט געפֿרעגט װעגן די קינדער־יאָרן? Eliahu Toker 175.543 180.906 איז געװען... יאָ, איר זענט געװען אין קאָנטאַקט נאָר מיט ייִדישע קינדער, אױכעט מיט פּױלישע? Fajwel Zylberberg 179.499 181.933 NO, NO, NO. מיט פּױלישע קינדער, Fajwel Zylberberg 182.125 189.369 אָבער זײער װינציק, װײַל אין די געגנט האָבן פֿאַקטיש קײן קריסטן אָדער UNK קריסטלעכע פּאָליאַקן נישט געװױנט. Fajwel Zylberberg 189.369 193.24 די קריסטלעכע קינדער װאָס זענען געװען זענען נאָר געװען די קינדער פֿון הױז־װעכטער. Eliahu Toker 193.24 194.017 hm. Eliahu Toker 194.017 196.068 און איר זענט געװען אין קאָנטאַקט מיט זײ? Fajwel Zylberberg 196.036 197.536 יאָ, אין קאָנטאַקט מיט זײ. Eliahu Toker 197.465 199.965 און eh, זיך געחבֿרט מיט זײ? Fajwel Zylberberg 199.777 203.388 געחבֿרט מיט זײ, געשפּילט זיך מיט זײ. Eliahu Toker 203.388 206.0 װוּ האָט איר זיך געלערנט? איר זענט געװען אין אַ חדר? Fajwel Zylberberg 206.0 211.054 נײן. איך האָב uh אָנגעהױבן די ייִדישע פֿאָלק־שול Fajwel Zylberberg 211.054 215.573 פֿון די צישאָ־אָרגאַניזאַציע, צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע. Fajwel Zylberberg 215.573 218.906 די דאָזיקע שולן זענען געװען אױסשליסלעך Fajwel Zylberberg 218.906 221.221 אין ייִדיש. Fajwel Zylberberg 221.221 222.776 אױסער דעם, Fajwel Zylberberg 222.776 227.685 האָט, eh איז געװען צװײ שעה פּױליש, פּױלישע געשיכטע, ליטעראַטור, Fajwel Zylberberg 227.685 229.11 און די שפּראַך. Fajwel Zylberberg 229.11 231.24 װײַל די מאַכט־אָרגאַנען Fajwel Zylberberg 231.24 235.425 האָבן זײער שטאַרק אַכטונג געגעבן אױף די דאָזיקע שולן Fajwel Zylberberg 235.425 238.981 װײַל זײ זענען געװען, אַזױ צו זאָגן, Fajwel Zylberberg 238.981 241.777 סאָציאַליסטישע, װעלטלעכע שולן. Fajwel Zylberberg 241.777 244.185 און אױסער דעם אין די ייִדישע שפּראַך, Fajwel Zylberberg 244.185 246.555 װאָס אַ סך קענען עס נישט פֿאַרשטײן, Fajwel Zylberberg 246.555 251.221 אַז אין די דאָזיקע שפּראַך זענען געװען אַלע קעגנשטאַנדן. Fajwel Zylberberg 251.221 255.258 מאַטעמאַטיק, אַלגעברע, געשיכטע, Fajwel Zylberberg 255.258 258.814 hm, געשיכטע, נאַטור־װיסנשאַפֿט, געאָגראַפֿיע, Fajwel Zylberberg 258.814 260.017 אַלץ אין ייִדיש. Eliahu Toker 260.017 260.797 אַלץ אין ייִדיש. Fajwel Zylberberg 260.742 261.487 יאָ. Eliahu Toker 262.48 264.943 און eh, Eliahu Toker 264.943 267.131 איר זענט געװען eh, Eliahu Toker 267.131 269.703 פֿאַרשטענדלעך נישט אין אַ רעליגיעזע שטוב. Eliahu Toker 269.703 270.985 די שטוב איז נישט געװען... Fajwel Zylberberg 270.296 274.819 די שטוב איז נישט געװען רעליגיעז. די אומגעבונג Fajwel Zylberberg 274.819 277.37 איז מער געװען טראַדיציאָנעל. Fajwel Zylberberg 277.37 281.431 שבת איז געװען שבת, יום־טובֿים זענען געװען יום־טובֿים. Fajwel Zylberberg 281.431 287.018 דער טאַטע פֿון אָנהױב eh פֿלעגט גײן אין שול אַרײַן, אין דער פֿרי שבת צום דאַװענען. Fajwel Zylberberg 287.018 288.827 פֿלעגט ער אונדז מיטנעמען, Fajwel Zylberberg 288.827 290.814 די קלענערע קינדער. Fajwel Zylberberg 290.814 296.055 אָבער די שמשׂים האָבן געגאַט געברענטע צרות, פֿלעגן זײ אונדז אַרױסיאָגן פֿון שול. Eliahu Toker 296.055 302.267 איז, eh, בכלל אין אײַער שטוב האָט מען געפֿײַערט די ימים־טובֿים? Fajwel Zylberberg 301.536 305.777 יאָ, ס'איז, אַזױ װי צו זאָגן, ס'איז געװען אַזױ װי אָבליגאַטאָריש. Fajwel Zylberberg 305.777 310.054 מ'האָט נישט געקענט eh זײַן אין די דאָרטיקע אומגעבונג Fajwel Zylberberg 310.054 314.017 אין גאַנצן פֿרײַ, זיך פֿירן אַזױ װי אײנער װיל. Eliahu Toker 314.017 316.444 eh, װאָס הײסט מע האָט נישט געקענט? Fajwel Zylberberg 316.444 317.906 eh למשל Fajwel Zylberberg 317.906 321.129 האַלטן אָפֿן דעם װאַרשטאַט שבת. Fajwel Zylberberg 321.129 325.227 אָדער יום־טובֿים װען מע טאָר נישט אַרבעטן, אָדער גײן אין שולע װען... Fajwel Zylberberg 325.758 326.517 די גאַנ- Eliahu Toker 325.816 328.407 אָבער, אָבער בײַ זיך אין דער הײם? Fajwel Zylberberg 327.925 331.362 בײַ זיך אין דער הײם קען יעדער אײנער טון װאָס ער װיל. Fajwel Zylberberg 331.362 333.357 אָבער מע דאַרף זיך אַ ביסל Fajwel Zylberberg 333.357 337.0 אױכעט נעמען אַ ביסל רעספּעקט צוליב די שכנים. Eliahu Toker 339.036 343.981 װי אַזױ איז געװען דאָס ייִדישע לעבן דעמאָלט אין װאַרשע? Fajwel Zylberberg 343.981 349.466 דאָס ייִדישע לעבן איז געװען אַ זײער פֿילפֿאַרביק און אַ זײער פֿולבלוטיק לעבן. Fajwel Zylberberg 350.911 360.018 אױסער דעם האָבן אױף די ייִדישע גאַס געװען אַלערלײ פּאָליטישע פּאַרטײען, Fajwel Zylberberg 360.018 362.444 אָנהײבנדיק אַפֿילו אין די רעליגיעזע, Fajwel Zylberberg 362.444 364.666 װאָס זײ האָבן געהאַט צװײ פּאַרטײען. Fajwel Zylberberg 364.666 366.277 די אַגודה, Fajwel Zylberberg 366.277 368.295 און פּ-, און מזרחי. Fajwel Zylberberg 368.295 370.504 מזרחי און הפּועל־המזרחי. Fajwel Zylberberg 370.504 373.425 כ'װיל זאָגן אַז ס'איז געװען רעליגיעזע אַרבעטער אױכעט. Eliahu Toker 373.425 373.944 יאָ. Fajwel Zylberberg 373.944 376.277 ביז דעם עקסטרעם לינקס, Fajwel Zylberberg 376.277 378.184 און קאָמוניזם. Fajwel Zylberberg 378.184 382.203 ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס. Eliahu Toker 382.267 383.205 איר זענט געװען Fajwel Zylberberg 382.695 384.056 פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען. Fajwel Zylberberg 384.147 386.851 אײגענע ייִדישע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען. Fajwel Zylberberg 386.851 396.555 װײַל דער צוטריט פֿון די ייִדישע אַרבעטער אױף גרעסערע פֿאַבריקן איז געװען כּמעט װי אָפּגעשלאָסן. Fajwel Zylberberg 396.555 405.74 און די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען... איז געװען שטאַרקע פֿאַראײנען, און (זײ האָבן אַרײַנגענומען) דעם גרעסטן טײל די ייִדישע פֿאַכן. Fajwel Zylberberg 405.74 407.444 מעטאַל, Fajwel Zylberberg 407.444 412.462 eh, נאָדל־אינדוסטריע, איך װיל זאָגן, שנײַדערײַ, סטאָליערײַ. Eliahu Toker 412.462 414.759 דאָס אַלץ זײַנען געװען ייִדישע פֿאַכן? Fajwel Zylberberg 414.688 415.647 ייִדישע פֿאַכן. Eliahu Toker 417.369 422.684 איר זענט געװען, eh, איר האָט eh באַלאַנגט צו עפּעס אַ אָרגאַניזאַציע? Fajwel Zylberberg 422.684 425.165 צי איך? יאָ. Eliahu Toker 423.463 423.871 יאָ. Fajwel Zylberberg 425.165 428.129 אָנהײבנדיק אין שולע שױן Fajwel Zylberberg 428.343 431.332 די עקאָנאָמישע סיטואַציע האָט געװירקט Fajwel Zylberberg 431.332 437.629 אַז eh, זאָל איך אָנהײבן פֿון קינדװײַז אױף פֿאַרנעמען מיט פּאָליטיק, איז די אײביקע פֿראַגע: פֿאַר װאָס? Fajwel Zylberberg 437.629 439.443 איז eh, Fajwel Zylberberg 439.443 443.369 פֿון אָנהױב האָב איך געהערט, ס'הײסט אין די אָנפֿאַנג־שולע, אין די פֿאָלק־שולע, Fajwel Zylberberg 443.369 448.073 האָב איך געהערט צו די קאָמוניסטישע קינדער־אָרגאַניזאַציע, פּיאָנער. Fajwel Zylberberg 448.073 454.443 אַ ביסל די ראָמאַנטיק, אַ ביסל װעגן די אומלעגאַלקײט eh, אָבער שפּעטער Fajwel Zylberberg 454.443 459.647 מער־װײניקער אין אַ צװײ יאָר אַרום בין איך אַריבערגעגאַנען אין סקיף, סאָציאַליסטישער קינדער־פֿאַרבאַנד. Fajwel Zylberberg 459.647 462.906 דאָס האָט געהערט צו די בונדישע אָרגאַניזאַציעס. Eliahu Toker 462.906 467.814 אין װאָס זײַנען באַשטאַנען די די זאַכן װאָס איר האָט ג- אױפֿגעטון, װאָס איר האָט געטון? Fajwel Zylberberg 467.814 470.795 אױפֿגעטון, נישט מיר האָבן אױפֿגעטון. Fajwel Zylberberg 470.795 473.369 נאָר מע האָט פֿאַר אונדז אױפֿגעטון, Fajwel Zylberberg 473.369 476.573 װײַל מע האָט אונדז אַרױסגעשלעפּט פֿון די גאַס. Eliahu Toker 476.573 477.073 hm. Fajwel Zylberberg 477.073 483.944 מ'האָט אונדז געװיזן, געלערנט אַ נײַע װעלט. אַ פֿרײַערע װעלט. Fajwel Zylberberg 483.944 486.407 אָרגאַניזירן, Fajwel Zylberberg 486.407 490.37 לאָמיר זאָגן, קינדער־קאָלאָניעס, בײַ אונדז האָט דאָס געהײסן קינדער־לאַגערן. Fajwel Zylberberg 490.37 493.147 פֿון אַרױספֿאָרן פֿאַר צװײ װאָכן Fajwel Zylberberg 493.147 496.647 אין די װעלדער נאָענט פֿון טײַך, Fajwel Zylberberg 496.647 498.444 אַזױ צו זאָגן, Fajwel Zylberberg 498.444 499.417 סקױטן. Fajwel Zylberberg 500.911 505.055 מע פֿלעגט אַרױספֿאָרן, מע פֿלעגט זיך אױפֿשטעלן אַלײן די געצעלטן, Fajwel Zylberberg 505.055 506.907 אַ רעפּובליק, אַ גאַנצע רעפּובליק. Eliahu Toker 506.907 510.129 װיפֿל זענט איר אַלט געװען דעמאָלט? Fajwel Zylberberg 510.129 514.332 כ'בין אַלט געװען צװעלעף יאָר, פֿון צװעלעף יאָר האָב איך אָנגעהױבן צו פֿאָרן. Fajwel Zylberberg 514.332 516.406 בחינם איז עס נישט געװען. Eliahu Toker 516.406 517.147 mhm. Fajwel Zylberberg 517.147 521.906 אָבער ס'איז געװען זײער אַ גרױסע שטיצונג, מע דאַרף דאָס אונטערשטרײַכן. Fajwel Zylberberg 521.906 524.776 פֿאַרן גאַנצן געזעלשאַפֿט (װאָס האָט געלעבט) אין פּױלן. Fajwel Zylberberg 524.776 529.763 די שטיצער פֿון ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט, פֿון נאָרד־אַמעריקע, פֿון JOINT, Fajwel Zylberberg 529.763 534.194 און פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־קאָמיטעט. Fajwel Zylberberg 534.194 539.888 אָבער מע האָט שטענדיק געדאַרפֿט האָבן, אַזױ צו זאָגן, אַ פּאָר אײגענע זלאָטעס. Eliahu Toker 539.888 542.795 די אונטערשטיצונג איז געװען עקאָנאָמיש? Fajwel Zylberberg 542.795 545.239 נישט דירעקט, פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס. Eliahu Toker 545.239 545.999 ah. Fajwel Zylberberg 545.999 548.258 אַלע אָרגאַניזאַציעס. Eliahu Toker 548.258 551.406 אין װאָס איז באַשטאַנען אײַער eh טאָג? Eliahu Toker 551.406 553.387 eh... Fajwel Zylberberg 553.387 555.054 װאָס שײך, דעם טאָג װי אַ... Eliahu Toker 554.507 557.408 אַ טאָג, אַ טאָג, װי אַ טאָג, אַ געװײנלעכן טאָג. Fajwel Zylberberg 556.541 560.017 אַ געװײנלעכער טאָג איז געװען, eh, זײער אײנפֿאַך. Fajwel Zylberberg 560.017 562.887 אין דער פֿרי אין שולע... Fajwel Zylberberg 562.887 567.499 די שולע איז מערסטן טײל געװען זעקס און זיבן שעה, Fajwel Zylberberg 567.499 571.758 װײַל צוליב די פּױלישע שפּראַך זענען צוגעגאַנען צװײ שעה, Fajwel Zylberberg 571.758 573.573 מער. Fajwel Zylberberg 573.573 575.795 נאָכן אַהײמקומען פֿון די שולע Fajwel Zylberberg 575.795 578.502 האָט מען געדאַרפֿט מאַכן די לעקציעס. Fajwel Zylberberg 578.502 581.055 כ'װיל זאָגן, אַז מע האָט נאָך געדאַרפֿט לערנען. Fajwel Zylberberg 581.055 584.777 שפּעטער זענען מיר אַ ביסל אַרומגעלאָפֿן די גאַס, אָבער דעם מערסטן טײל, Fajwel Zylberberg 584.777 591.313 איך פּערזענלעך, דעם מערסטן טײל איז מיר געװען אינטערעסאַנט ליטעראַטור, כ'װיל זאָגן, ביכער. Fajwel Zylberberg 591.313 593.999 געלײענט, געלײענט אָן אַ שיעור. Fajwel Zylberberg 593.999 597.628 און דאָך, איך װיל דאָך עס אונטערשטרײַכן, װײַל אַ סך װײסן נישט: Fajwel Zylberberg 597.628 599.846 די גאַנצע װעלט־ליטעראַטור Fajwel Zylberberg 599.846 601.735 איז געװען איבערגעזעצט אין ייִדיש. Eliahu Toker 601.962 603.74 איר האָט געלײענט נאָר ייִדיש? Fajwel Zylberberg 603.74 605.207 כ'האָב געלײענט פּױליש אױכעט. Eliahu Toker 604.905 606.13 פּױליש אױך. Fajwel Zylberberg 606.184 607.74 אָבער, Fajwel Zylberberg 607.74 610.499 די גאַנצע ליטעראַטור. Fajwel Zylberberg 610.499 615.749 אָנהײבנדיק בײַ, װאָס מע פֿלעגט, אַ סך קינדער פֿלעגן װערן פֿאַרכאַפּט פֿון JULES VERNE. Fajwel Zylberberg 615.749 618.208 VICTOR HUGO. Fajwel Zylberberg 618.208 620.458 די רוסישע ליטעראַטור. Fajwel Zylberberg 620.458 623.749 ביזן הײַנטיקן טאָג האָט זיך אײַנגעקריצט אין די געשיכטע פֿון... Fajwel Zylberberg 623.749 626.204 דער צאַרישער קוריער פֿון JULES VERNE, Fajwel Zylberberg 626.204 629.346 דער פֿופֿצן־יעריקער קאַפּיטאַן, Fajwel Zylberberg 629.346 632.785 VICTOR HUGO, LES MISERABLES, MISERABLES. Fajwel Zylberberg 632.785 635.192 דער טױכער פֿון ים. Fajwel Zylberberg 635.192 638.984 eh, דער דער קלינגער פֿון NOTRE DAME. Fajwel Zylberberg 638.984 640.792 די גאַנצע ליטעראַטור. Eliahu Toker 641.459 645.999 װען האָט איר, eh צי האָט געפֿילט, eh, אַנטיסעמיטיזם? Eliahu Toker 645.999 647.577 ס- ס'האָט זיך געפֿילט? Fajwel Zylberberg 646.597 651.11 לאָמיר זאָגן, פֿון אָנהױב איז נישט געװען קײן אַנטיסעמיט- eh װאָס, eh Fajwel Zylberberg 651.11 655.555 מע זאָל פֿילן, אָבער מיטן לױף, פֿונעם אױפֿקום פֿונעם נאַציזם, Fajwel Zylberberg 655.555 657.239 איז, כ'װיל זאָגן, Fajwel Zylberberg 657.239 658.906 טױזנט נײַן הונדערט דרײַסיק, Fajwel Zylberberg 658.906 662.666 פֿון אַ- טױזנט נײַן הונדערט דרײַסיק ביז נײַן און דרײַסיק Fajwel Zylberberg 662.666 666.536 האָט זיך אונטער דער װירקונג פֿון דײַטשלאַנד געשטאַרקט דער פּױלישער Fajwel Zylberberg 666.536 667.962 אַנטיסעמיטיזם. Eliahu Toker 667.962 669.629 פֿאַר דעם נישט? Fajwel Zylberberg 669.629 673.981 פֿאַר דעם איז נישט געװען קײן Fajwel Zylberberg 673.981 677.851 װי זאָל איך דאָס אױסדריקן? פֿאַר דעם איז נישט געװען אַזױ צו זאָגן, Fajwel Zylberberg 677.851 681.665 ק'אַזאַ שטרענגער אָדער ק'אַזאַ Fajwel Zylberberg 681.665 686.424 זאָאָלאָגישער אַנטיסעמיטיזם. Fajwel Zylberberg 686.424 689.85 און דער זאָאָלאָגישער באַ-, בײַ דעם באַשטײט אין דעם Fajwel Zylberberg 689.85 692.943 אָבער די האַלב־פֿאַשיסטישע פּױלישע רעגירונג Fajwel Zylberberg 692.943 696.091 איז געװען מסכּים Fajwel Zylberberg 696.091 703.147 אױף צו, אױף צו אַראָפּנידעריקן דעם ניװאָ, אָדער אַראָפּדריקן דעם עקאָנאָמישן ניװאָ. Fajwel Zylberberg 703.147 707.48 װײַל פֿון אָנהױב איז געװען דער עקאָנאָמישער אַנטיסעמיטיזם, Fajwel Zylberberg 707.48 710.721 באַשרענקונג אױפֿן ייִדישן האַנדל, אױף ייִדישער אַרבעט. Fajwel Zylberberg 710.721 715.35 שפּעטער איז צוגעקומען שױן דער פֿיזישער אַנטיסעמיטיזם Fajwel Zylberberg 715.35 719.666 פֿון אָנפֿאַלן דירעקט אױף ייִדן. Eliahu Toker 719.666 722.281 דאָס איז געשען אין די דרײַסיקער יאָרן? Fajwel Zylberberg 721.406 723.16 אין די דרײַסיקער יאָרן. Fajwel Zylberberg 723.16 725.604 װען עס הײבט זיך אָן דער, Fajwel Zylberberg 726.443 728.777 דאָס איבערפֿאַלן אױף ייִדן Fajwel Zylberberg 728.777 732.258 שאַפֿט זיך אַ זעלבשוץ. Fajwel Zylberberg 732.258 739.981 װײַל אין װאַרשע, ייִדן, איז געװען ייִדן טרעגערס, Fajwel Zylberberg 739.981 743.036 ייִדן פֿורמאַנעס, Fajwel Zylberberg 743.036 745.962 ייִדן קצבֿים, ס'הײסט, פֿלײש־אַרבעטער. Eliahu Toker 745.962 746.779 נו? Fajwel Zylberberg 746.818 751.11 און ס'איז געװען, איז געװאָרן אָרגאַניזירט אַז אין די ערטער Fajwel Zylberberg 751.11 753.952 (האָט מען) מערסטן טײל, פֿלעגן זײ איבערפֿאַלן אין קראַשינסקי'ס גאָרטן. Fajwel Zylberberg 753.952 755.541 ס'איז געװען דער גאָרטן Fajwel Zylberberg 755.541 759.907 כּמעט אַ ייִדישער גאָרטן, װײַל ס'איז געליגן אין די ייִדישע געגנט. Fajwel Zylberberg 759.907 762.295 געשאַפֿן זעלבשוץ־גרופּן, Fajwel Zylberberg 762.295 764.147 און פֿלעגט אָפּענטפֿערן Fajwel Zylberberg 764.147 766.758 געשלעג מיט געשלעג. Fajwel Zylberberg 766.758 771.628 אין די געגנט פֿון קראָכמאַלנע־גאַס, װאָס איז אַזױ באַקאַנט מיטן קראָכמאַלנער פּלעצל, Fajwel Zylberberg 771.628 773.165 דאָרט איז שטענדיק Fajwel Zylberberg 773.165 776.591 פֿלעגן זײ אַװעקגײן מיט צעבלוטיקטע קעפּ. Fajwel Zylberberg 776.591 778.576 אַזױ... Fajwel Zylberberg 778.576 784.443 פֿאַר, די גאַנצע יוגנט, ס'הײסט מײַן יוגנט, האָבן אײביק, פֿון די דרײַסיקער יאָרן Fajwel Zylberberg 784.443 788.166 איז שױן דערצױגן געװאָרן אױף אַקטיװן װידערשטאַנד Fajwel Zylberberg 788.166 790.462 און נישט אױף אַ פּאַסיװן װידערשטאַנד Fajwel Zylberberg 790.462 793.573 װי ס'איז געװען די מײנונג פֿון די רעליגיעזע קרײַזן. Fajwel Zylberberg 793.573 796.092 נישט אַנטלױפֿן, צוריקגעבן. Eliahu Toker 793.638 794.393 איר קענ- Eliahu Toker 796.092 799.373 eh, מע קען זאָגן אַז די גאַנצע יוגנט איז געװען אַזױ? Fajwel Zylberberg 799.073 800.314 די גאַנצע יוגנט. Eliahu Toker 800.314 801.676 די גאַנצע יוגנט? Fajwel Zylberberg 800.876 803.262 די גאַנצע יוגנט, אױסער די רעליגיעזע. Fajwel Zylberberg 805.303 808.61 די ציוניסטישע, די HASHOMER-HATSAIR, Fajwel Zylberberg 808.61 811.017 די קאָמוניסטישע, די סאָציאַליסטישע. Eliahu Toker 811.017 812.871 ס'איז געװען עפּעס אַ מין Fajwel Zylberberg 812.443 813.666 געװען שטענדיק... Eliahu Toker 812.883 816.499 קאָנטאַקט צװישן די באַזונדערע אָרגאַניזאַציעס? Fajwel Zylberberg 814.684 815.61 נײן. Fajwel Zylberberg 816.323 820.962 דאָס איז געװען דער אײנציקער קאָנטאַקט, אין דיסקוסיעס און אין געשלעגן. Fajwel Zylberberg 820.962 824.843 אײן גרופּע, װאָס איך מוז דערמאַנען, װאָס מיר האָבן פֿײַנט געהאַט Fajwel Zylberberg 824.843 827.851 איז געװען דער BETAR, פֿון די רעװיזיאָניסטן. Fajwel Zylberberg 827.851 832.796 נישט, eh, טײל מאָל, אַזױ װי מע זאָגט, UNK (שאַרפֿע) אידעאָלאָגישע סיכסוכים. Fajwel Zylberberg 832.796 838.433 די פּראָבלעם איז געװען, פֿלעגן אַרױסקומען ברױנע העמדער מיט שװאַרצע בינדערס, מיט שװאַרצע קראַװאַטן. Fajwel Zylberberg 838.433 841.12 און דאָס װײסט מען גאַנץ גוט, אַז ס'איז געװען Fajwel Zylberberg 841.12 846.832 דער אוניפֿאָרם פֿון די N.S.D.A.P. אין דײַטשלאַנד. Eliahu Toker 846.832 850.758 און װי אַזױ האָבן זײ עס געגעבן צו פֿאַרשטײן? Fajwel Zylberberg 850.758 852.254 איך װײס, eh. Fajwel Zylberberg 852.254 857.166 װי אַזױ גיט מען צו פֿאַרשטײן טײל מאָל אַ קעגנער? מיט eh מיט גוטן? נישט. Fajwel Zylberberg 857.166 861.555 איז אַראָפּרײַסן די שװאַרצע בינדער, אָדער צערײַסן אױף אים דאָס העמד. Eliahu Toker 861.555 866.444 איז, eh, איר װילט זאָגן אַז איר האָט גע- געפֿילט אַז עפּעס Eliahu Toker 866.444 868.974 בײַט זיך אין די סבֿיבֿה, Eliahu Toker 869.185 871.518 eh אין די דרײַסיקער יאָרן? Fajwel Zylberberg 871.518 873.792 אַװדאי, עס בײַט זיך צום ערגערן. Fajwel Zylberberg 873.792 875.301 קודם איז געװען Eliahu Toker 876.083 876.79 װען האָט איר... Fajwel Zylberberg 876.422 877.964 דער עקאָנאָמישער קריזיס. Fajwel Zylberberg 879.073 882.184 אין פּױלן, Fajwel Zylberberg 882.184 884.795 פּױלן איבער הױפּט, און ייִדן איבער הױפּט, Fajwel Zylberberg 884.795 885.76 בכלל, Fajwel Zylberberg 885.76 889.314 האָבן געזוכט אַ װעג צו עמיגרירן. Fajwel Zylberberg 889.314 892.647 איז בײַ אַלע פּאַרטײען, אײַנשליסלעך בײַם בונד, Fajwel Zylberberg 892.647 896.189 װערן געשאַפֿן עמיגראַציע־ביוראָען. Fajwel Zylberberg 896.189 902.425 װאָס eh, צו מאַכן די אַלע פֿאַרלײַכטערונגען װוּ מעגלעך, װוּ ס- האָט מען געקענט פֿאָרן Fajwel Zylberberg 902.425 905.723 װײַל די עמיגראַציע קײן ישׂראל איז געװען באַגרענעצט. Fajwel Zylberberg 905.723 910.888 די עמיגראַציע קײן נאָרד־אַמעריקע, און לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער, איז געװאָרן באַגרענעצט. Fajwel Zylberberg 910.888 914.129 װוּ איז אַ מעגלעכקײט האָט מען פֿאַרבונדן פֿאַמיליעס. Fajwel Zylberberg 914.129 916.017 װיל איך זאָגן אַזױ: פֿריִער Fajwel Zylberberg 916.017 919.814 אין די צװאָנציקער יאָרן, װען ס'איז געװען פֿרײַער די עמיגראַציע, Fajwel Zylberberg 919.814 923.054 אַז די דאָרטיקע װאָס זײ זענען אַװעקגעפֿאָרן פֿריִער זאָלן קענען Fajwel Zylberberg 923.054 925.203 אַרױסנעמען פֿאַמיליעס, Fajwel Zylberberg 925.203 927.981 קרובֿים, אַריבער- אַריבערפֿירן Fajwel Zylberberg 927.981 931.851 פֿון די לענדער װוּ מע האָט געקענט עמיגרירן. Eliahu Toker 932.295 934.0 אַ סך האָבן עמיגרירט? Fajwel Zylberberg 933.555 935.073 יאָ. Eliahu Toker 934.929 936.507 אין די דרײַסיקער יאָרן Fajwel Zylberberg 935.179 939.851 װיפֿל, װער, װיפֿל עס האָט געקענט, האָט עמיגרירט. Eliahu Toker 939.851 941.028 און... Fajwel Zylberberg 940.462 944.666 סײַ צוליב די עקאָנאָמישע סיטואַציע, און סײַ צוליב די פּאָליטישע סיטואַציע. Fajwel Zylberberg 944.666 947.832 (אַז אױב אין) די דרײַסיקער יאָרן, Fajwel Zylberberg 947.832 950.406 זיבן און דרײַסיק, Fajwel Zylberberg 950.406 953.425 האָט געקענט פֿאָרקומען די פּאָגראָמען Fajwel Zylberberg 953.425 958.055 אױף ייִדן אין PRZYTYK, אין מינסק־מאַזאָװיעצק, Fajwel Zylberberg 958.055 964.703 במילא, און דאָס האָט פֿאַרשטאַרקט דעם שטראָם פֿון עמיגראַציע. Eliahu Toker 964.703 968.323 איר האָט אױכעט געקלערט אין אַ געװיסן מאָמענט צו עמיגרירן? Fajwel Zylberberg 967.935 973.0 כ'װעל אײַך זאָגן, די געשיכטע איז אַזױ. מײַן פֿאָטער, מײַן טאַטע Fajwel Zylberberg 973.0 981.425 מיט אַן עלטערן ברודער, זענען געקומען קײן אַרגענטינע, זענען אַרױס פֿון פּױלן, אין טױזנט נײַן הונדערט נײַן און צװאָנציק. Fajwel Zylberberg 981.425 985.981 אָבער ס'איז געװען אַ גרױסע פֿאַמיליע Fajwel Zylberberg 985.981 991.036 און די מעגלעכקײטן אַז ער זאָל אונדז אַריבערנעמען איז נישט געװען. Fajwel Zylberberg 991.036 998.018 איז דער עלטערער ברודער געבליבן אין אַרגענטינע, און ער איז צוריקגעקומען קײן פּױלן אין טױזנט נײַן הונדערט פֿיר און דרײַסיק. Fajwel Zylberberg 998.018 1000.24 װען ער װאָלט געקענט גײן צו פֿוס, Fajwel Zylberberg 1000.24 1002.999 מעגט איר זײַן זיכער, ער װאָלט צוריקגעגאַנען קײן אַרגענטינע. Fajwel Zylberberg 1002.999 1006.888 אָבער ס'איז שױן געװען פֿאַרפֿאַלן. Eliahu Toker 1006.888 1010.708 װען האָט איר געפֿילט אַז סע האַלט בײַ אױסברעכן אַ מלחמה? Fajwel Zylberberg 1013.462 1015.979 געפֿילט האָט מען Fajwel Zylberberg 1016.869 1020.221 spn אָנהײבנדיק פֿון די חודש אױגוסט, Fajwel Zylberberg 1020.221 1022.685 יוני, יולי, אױגוסט. Fajwel Zylberberg 1022.685 1026.092 האָט מען געפֿילט אַז ס'קען קומען צו אַ צוזאַמענשטױס. Eliahu Toker 1026.092 1027.944 פֿונעם נײַן און דרײַסיקסטן יאָר. Fajwel Zylberberg 1027.944 1030.129 נײַן און דרײַסיקסטן יאָר. Fajwel Zylberberg 1030.129 1036.203 אָבער דאָס װאָס ס'האָט eh דערפֿירט צו דער מלחמה, מ'האָט דערשפּירט אַז ס'קומט די מלחמה, Fajwel Zylberberg 1036.203 1040.666 איז געװען דער, די אָפּמאַך צװישן היטלער און סטאַלין. Fajwel Zylberberg 1040.666 1042.458 דאָס איז געװען פֿיר טעג, Fajwel Zylberberg 1042.458 1046.944 ס'איז געװען מיט-, סוף אױגוסט, דאַכט זיך מיר, אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר Fajwel Zylberberg 1046.944 1050.684 און עס הײבט זיך אָן די מאָביליזאַציע פֿון פּױלישן מיליטער. Eliahu Toker 1050.684 1056.925 װי אַזױ האָט איר אָנגענומען דאָס, דעם פּאַקט צװישן היטלער און סטאַלין? Fajwel Zylberberg 1056.925 1060.184 מ'האָט דענסטמאָל, איך װײס נישט, Fajwel Zylberberg 1060.184 1063.407 מ'האָט דענסטמאָל נישט געלײגט אױף דעם קײן גרױסן אַכט, Fajwel Zylberberg 1063.407 1067.314 װײַל מע האָט נישט געװוּסט אין װאָס דער פּאַקט באַשטײט. Fajwel Zylberberg 1067.314 1072.74 אַ פּאַקט צװישן צװײ מלוכות, און קעגנזײַטלעכע מלוכות, Fajwel Zylberberg 1072.74 1075.647 װעגן פֿרײַנדשאַפֿט און נישט־איבערפֿאַלן, Fajwel Zylberberg 1075.647 1078.369 װײַל ס'איז געװען (דאַן) UNK פֿראַנקרײַך. Fajwel Zylberberg 1078.369 1086.462 פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד און פּױלן װעלן שליסן אַ אָפּמאַך פֿון קעגנזײַטיקע הילף. Fajwel Zylberberg 1086.462 1095.443 אָבער אין יענעם מאָמענט האָט זיך סאָװיעט־רוסלאַנד צוריקגעצױגן, געשלאָסן פּונקט פֿאַרקערט, אַ אָפּמאַך מיט היטלער־דײַטשלאַנד. Eliahu Toker 1095.443 1100.628 װאָס איז געשען, uh, װאָס געדענקט איר פֿונעם טאָג װען ס'איז אױסגעבראָכן טאַקע די מלחמה? Fajwel Zylberberg 1100.724 1102.851 די מלחמה האָט זיך אָנגעהױבן Fajwel Zylberberg 1102.851 1108.336 באַלד מיטן אָנפֿלי פֿון דײַטשישע אַװיאָנען אױף װאַרשע. Fajwel Zylberberg 1108.336 1110.931 פֿון דעם האָב איך געהאַט דערװוּסט אין דער פֿרי. Fajwel Zylberberg 1110.931 1116.258 און פֿאַר טאָג זענען דײַטשן אַריבער- איבערגעפֿאַלן פּױלן. Fajwel Zylberberg 1116.258 1121.603 דאָס פֿאַרטונקלען, eh, דאָס אָננעמען אַלע געװער. Fajwel Zylberberg 1121.603 1127.296 אַלע געװײנלעכע שוץ־מיטלען קעגן לופֿט־אָנגריפֿן. Fajwel Zylberberg 1127.296 1129.74 און מיט דעם האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה. Eliahu Toker 1129.887 1133.69 װי אַזױ האָט איר עס דאָס דורכגעלעבט, װי אַ- װאָס האָט איר געפֿילט? Fajwel Zylberberg 1132.185 1134.074 דורכגעלעבט, דורכגעלעבט? Eliahu Toker 1134.074 1135.212 איר געדענקט? Fajwel Zylberberg 1135.212 1141.074 דורכגעלעבט האָט מען אױף דעם, איך פּערזענלעך, Fajwel Zylberberg 1141.074 1143.462 אַז ס'װעט קומען מײַן צײַט, Fajwel Zylberberg 1143.462 1146.262 װײַל איך בין דענסטמאָל אַלט געװען זעכצן, זיבעצן יאָר, Fajwel Zylberberg 1146.262 1150.351 (ס'װעט קומען) מײַן צײַט גײן קעמפֿן אין דער אַרמײ. Fajwel Zylberberg 1150.351 1152.981 איך זאָג נישט אַזױ לטובֿת Fajwel Zylberberg 1152.981 1156.37 פּױלן, איך װיל eh, Fajwel Zylberberg 1156.37 1160.74 כ'מוז שלאָגן eh דעם נאַצי, שלאָגן די דײַטשן. Fajwel Zylberberg 1160.74 1164.314 װײַל די פּױלישע יוגנט, כ'האָב פֿריִער נישט גע-, כ'האָב נישט צוגעגעבן, Fajwel Zylberberg 1164.314 1169.573 איר האָט געפֿרעגט װעגן די פּױ-, װעגן די יוגנט, די ייִדישע יוגנט אין פּױלן. Fajwel Zylberberg 1169.573 1172.61 פֿון פּױלן זענען אַ סך UNK יוגנטלעכע אַװעק. Fajwel Zylberberg 1172.61 1175.11 װען עס איז געװען דער בירגער־קריג אין שפּאַניע. Fajwel Zylberberg 1175.11 1177.61 זעקס און דרײַסיק, נײַן און דרײַסיק. Fajwel Zylberberg 1177.61 1181.425 זיך אָנגעשלאָסן אין די אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס Fajwel Zylberberg 1181.425 1183.313 און אײַנשליסלעך איז געװען Fajwel Zylberberg 1183.313 1185.425 די ייִדישע קאַמפֿס- eh, Fajwel Zylberberg 1185.425 1189.147 קאַמפֿס־בריגאַדע, באָטװיניק. Eliahu Toker 1189.147 1194.388 אַ סך האָבן עפּעס, אײַערע חבֿרים, אָדער אײַערע באַקאַנטע האָבן זיך אײַנגעש- Fajwel Zylberberg 1193.036 1196.08 eh, חבֿרים נישט, אָבער באַקאַנטע יאָ. Fajwel Zylberberg 1198.128 1200.332 באַקאַנטע יוגנטלעכע, יאָ. Eliahu Toker 1200.332 1201.999 און נאַכער זײַנען זײ צוריקגעקומען? Fajwel Zylberberg 1201.999 1202.591 hm? Eliahu Toker 1202.506 1206.735 זײ זײַנען צוריקגעקומען? געדענקט ניט... Fajwel Zylberberg 1205.703 1208.184 װינציק. Eliahu Toker 1208.22 1212.629 נו, איז, eh, האַלטן מיר בײַם אױסבראָך פֿון דער מלחמה. Fajwel Zylberberg 1212.629 1218.814 eh, דאָס פֿון ערשטן, באַלד פֿון אָנהױב, uh, זענען די געשעענישן געגאַנען זײער שנעל. Fajwel Zylberberg 1218.814 1221.477 פֿאַר די אָנגריף פֿון די דײַטשן Fajwel Zylberberg 1221.477 1224.421 אין פּױלן האָבן זײ אָנגעװענדעט, נאָך שפּאַניע, Fajwel Zylberberg 1224.421 1227.228 אָנגעװענדט דעם בליצקריג. Fajwel Zylberberg 1227.228 1230.218 די דײַטשן זענען געגאַנען זײער שנעל פֿאָרױס. Fajwel Zylberberg 1230.218 1233.463 איז אױפֿן זיבעטן טאָג Fajwel Zylberberg 1233.463 1236.907 פֿאַרלאָזט די פּױלישע רעגירונג װאַרשע. Fajwel Zylberberg 1236.907 1239.444 ציט זיך אַריבער קײן לובלין. Fajwel Zylberberg 1239.444 1241.629 אין דעם זעלבן טאָג Fajwel Zylberberg 1241.629 1246.999 בעט די פּױלישע רעגירונג אַז אַלע מענער Fajwel Zylberberg 1246.999 1251.092 זאָלן זיך אַ- eh אַװעקלאָזן אױף מיזרח און אױף דרום, Fajwel Zylberberg 1251.092 1258.388 כּדי צו זײַן, אַזױ צו זאָגן, דער רעזערװ, װײַל די דײַטשן דערנעענטערן זיך צו װאַרשע. Fajwel Zylberberg 1258.388 1262.203 אין דעם טאָג האָב איך פֿאַרלאָזט װאַרשע. Fajwel Zylberberg 1262.203 1265.666 אין די ערשטע מאָמענט איז געװען די מײן, Fajwel Zylberberg 1265.666 1269.351 כ'האָב גערעדט מיט מײַנע עלטערן, Fajwel Zylberberg 1269.351 1276.018 אַז מײַנע עלטערן, מײַן מאַמע שטאַמט פֿון די געגנט פֿון זשעלעכאָװ, אַריבערפֿאָרן דעם קלענערן שטעטל Fajwel Zylberberg 1276.018 1281.017 װוּ ס'איז רויִקער, מע קען אפֿשר בעסער באַהאַלטן די מלחמה. Fajwel Zylberberg 1281.017 1285.97 האָט eh, דער טאַטע האָט מיר גאַנץ אָפֿן געזאָגט, ס- מיר האָבן שױן איבערגעלעבט Fajwel Zylberberg 1285.97 1291.406 די ערשטע װעלט־מלחמה, מיט די דײַטשן, זענען נישט אױף אַזױ פֿיל שרעקלעך Fajwel Zylberberg 1291.406 1293.925 װי מע מײנט, מיר'ן בלײַבן אין װאַרשע. Fajwel Zylberberg 1293.925 1296.361 איר קינדער, עץ װילט גײן, גײט. Fajwel Zylberberg 1297.84 1300.436 און אַװעק פֿון װאַרשע בין איך מיט נאָך אַ ברודער. Eliahu Toker 1301.259 1303.408 די רעשטע זײַנען געבליבן אין װאַרשע? Fajwel Zylberberg 1303.296 1304.944 NO. Fajwel Zylberberg 1304.944 1308.184 eh, נאָך צװײ ברידער זענען אַװעק Fajwel Zylberberg 1308.184 1310.833 uh און דער חתונה געהאַטער ברודער, Fajwel Zylberberg 1310.833 1314.018 געװען מיט אַ פּיצל קינד, איז ער נישט אַװעק. Fajwel Zylberberg 1314.018 1318.296 uh מערסטן טײל, די גרעסטע, זאָל איך זאָגן אַזױ, Fajwel Zylberberg 1318.296 1324.944 איך מיט אײן ברודער, שפּעטער דער דריטער, איז uh יעדער אײנער, װיל איך זאָגן אַזױ, מ'איז נישט געגאַנען לױט דע- אַ געשלאָסענע... Fajwel Zylberberg 1324.944 1326.864 אַלע ברידער אין אײנעם. Fajwel Zylberberg 1328.259 1333.723 איז בײַם אַרױסגײן פֿון װאַרשע בין איך געגאַנען מיטן עלטערן, מיט אַ עלטערן ברודער, יאָסל. Fajwel Zylberberg 1334.957 1337.999 און אַז מ'איז צוגעקומען Fajwel Zylberberg 1337.999 1339.537 בײַ אַלט־מילאָסנע Fajwel Zylberberg 1339.537 1342.946 װוּ דער װעג גײט אַװעק אױף דרום קײן לובלין, Fajwel Zylberberg 1342.946 1346.295 און גײט אַװעק אױף שעדליץ, קײן בריסק, אױף מיזרח, Fajwel Zylberberg 1346.295 1352.703 האָט מען זיך צעקושט און נאָך פֿונאַנדערגעגאַנען. װײַל איך האָב אין לובלין געדאַרפֿט טרעפֿן Fajwel Zylberberg 1352.703 1356.481 די אַלע מיטאַרבעטער פֿון די שול־אָרגאַניזאַציע אין װאַרשע. Eliahu Toker 1356.667 1359.119 װאָס זײַנען שױן אױכעט געהאַט אַװעקגעפֿ- Fajwel Zylberberg 1358.055 1359.295 אַװעק, אַװעק. Fajwel Zylberberg 1359.295 1363.277 eh, איז װער אַװעקגעגאַנען אױף לינקס, איך בין מיר אַװעקגעגאַנען. Fajwel Zylberberg 1363.277 1365.11 דאָס איז געװען דער לעצטער טאָג. Eliahu Toker 1365.11 1369.267 אַװעק, eh, גײענדיק O מיט װאָס, איר זײַט געפֿאָרן אָדער... Fajwel Zylberberg 1367.721 1369.407 oh! Fajwel Zylberberg 1369.407 1372.074 eh, צו גײן Eliahu Toker 1372.074 1373.788 װי אַזױ איז עס eh Fajwel Zylberberg 1373.037 1375.149 eh, דעם מערסטן טײל געגאַנען צו פֿוס. Eliahu Toker 1375.149 1375.851 צו פֿוס. Fajwel Zylberberg 1375.294 1380.516 אָבער מע האָט געניצט אַלע מעגלעכע קאָמוניקאַציע־מיטלען װי אַזױ אײנער האָט געקענט. Fajwel Zylberberg 1380.629 1384.222 מײַן ספּעציאַליטעט איז געװען זיך נאָכהענגען Fajwel Zylberberg 1384.222 1387.425 אױף דורכפֿאָרנדיקע אױטאָס. Fajwel Zylberberg 1387.425 1393.166 װאַרטן אױף אַן אױסבױג פֿון װעג, דער אױטאָ מוז סײַ װי סײַ פֿאַרקלענערן דע- דעם לױף, Fajwel Zylberberg 1393.166 1394.684 אַרױפֿשפּרינגען. Fajwel Zylberberg 1394.684 1397.721 דאָס איז געװען די גימנאַסטיק Fajwel Zylberberg 1397.721 1401.24 פֿון די װאַרשעװער ייִנגלעך, ייִדישע ייִנגלעך, Fajwel Zylberberg 1401.24 1404.166 פֿון נאָכלױפֿן, זיך אַרױפֿכאַפּן אין טראַמװײַ, Fajwel Zylberberg 1404.166 1409.092 אין פֿולן גאַנג, און אַרױסשפּרינגען פֿון טראַמװײַ אין פֿולן גאַנג. Fajwel Zylberberg 1409.092 1411.981 אָבער איך האָב עס געמאַכט זײער שנעל. Eliahu Toker 1411.981 1415.915 זײַנען אױפֿן װעג, זײַנען געװען אַ סך מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען צו פֿוס? Fajwel Zylberberg 1414.796 1418.282 oh, צו טױזנט Fajwel Zylberberg 1418.282 1422.487 צו טױזנטער מענטשן. צו דעם איז נאָך צוגעקומען װאָס די דײַטשע אַװיאָנען Fajwel Zylberberg 1422.487 1426.629 פֿלעגן זיך אַראָפּלאָזן באַשיסן מיט מאַשין־געװער Fajwel Zylberberg 1426.629 1430.294 די גײענדיקע מאַסע פֿון מענטשן. Fajwel Zylberberg 1430.294 1436.451 דער ברודער װאָס איז אַװעק אױפֿן װעג קײן שעדליץ האָט אים פֿאַרכאַפּט די באָמבאַרדירונג פֿון שעדליץ, Fajwel Zylberberg 1436.451 1439.098 איז ער צוריקגעגאַנען קײן װאַרשע. Fajwel Zylberberg 1439.098 1441.777 מיר האָט פֿאַרכאַפּט אַזאַ באָמבאַרדירונג Fajwel Zylberberg 1441.777 1443.574 אױפֿן װעג קײן לובלין, Fajwel Zylberberg 1443.574 1448.092 איז געװען אַ שטעטל, אַ ייִדיש שטעטל אױפֿן װעג, גאַרװאָלין. Fajwel Zylberberg 1448.092 1451.239 געװען פֿון בײדע זײַטן שאָסײ. Fajwel Zylberberg 1451.239 1454.665 איז דאָס גאַנצע שטעטל געװאָרן פֿאַרברענט און באָמבאַרדירט. Fajwel Zylberberg 1454.665 1458.813 אַזױ האָט דער װעג אױף לובלין זיך אָפּגעהאַקט, האָט מען געדאַרפֿט גײן אַרום און אַרום. Fajwel Zylberberg 1458.813 1462.98 און אַרױסקומען װידער אױפֿן לובלינער װעג. Fajwel Zylberberg 1462.98 1466.054 אַז כ'בין אַרײַן אין לובלין, Fajwel Zylberberg 1466.423 1467.809 כ'האָב דאָרטן געהאַט אַ חבֿר Fajwel Zylberberg 1467.809 1472.962 װאָס ער האָט זיך אַריבערגעצױגן, די עלטערן האָבן זיך אַריבערגעצױגן קײן לובלין. Fajwel Zylberberg 1472.962 1476.203 און פֿון צװײטן טאָג װערט באָמבאַרדירט לובלין. Fajwel Zylberberg 1476.203 1478.97 אַ שױדערלעכע באָמבאַרדירונג. Fajwel Zylberberg 1480.943 1483.517 כ'האָב שױן געזען אַז ס'איז שױן Fajwel Zylberberg 1483.517 1486.48 באָמבאַרדיר-, eh לובלין איז שױן אױכעט באָמבאַרדירט. Fajwel Zylberberg 1486.48 1490.206 זיך (באַרעכנט) איך װעל אױכעט גײן, גײן װײַטער. Fajwel Zylberberg 1490.206 1492.877 און דער ציל איז געװען צו דערגרײכן Fajwel Zylberberg 1492.877 1497.163 די סאָװיעטישע גרענעץ. די סאָװיעטישע אָדער די רומענישע גרענעץ. Fajwel Zylberberg 1499.611 1503.703 איז אַרױסגײן פֿון לובלין דורך כעלם Fajwel Zylberberg 1503.703 1507.9 און דאָ װיל איך eh באַצײכענען, איך בין אַרײַנגעקומען אין אַ קלײן שטעטל, Fajwel Zylberberg 1507.9 1509.195 פֿאַר קאָװעל, Fajwel Zylberberg 1510.751 1512.268 װעגן די... Eliahu Toker 1511.935 1512.857 פֿאַר קאָװעל? Fajwel Zylberberg 1512.741 1513.997 פֿאַר קאָװעל. Fajwel Zylberberg 1514.423 1517.254 איז eh, װעגן די סאָלידאַריטעט Fajwel Zylberberg 1518.499 1521.592 פֿון די ייִדישע באַפֿעלקערונג צו די פּליטים Fajwel Zylberberg 1521.592 1524.636 װאָס פֿלעגן לױפֿן פֿון װאַרשע און פֿון אַנדערע און דאָס... Fajwel Zylberberg 1526.317 1527.554 איז eh, Fajwel Zylberberg 1530.0 1533.728 װי גײט, eh, װי קומט מען אַרױס, דאָס ערשטע, אַלע שטעטלעך איז eh Fajwel Zylberberg 1533.728 1538.59 די געבױ פֿון די שטעטלעך, איז געװען דער מאַרק, און אַרום דעם מאַרק Fajwel Zylberberg 1538.59 1540.409 געסלעך און גאַסן. Fajwel Zylberberg 1540.409 1544.325 אַז מע קומט אַרײַן אין שטעטל, איז דאָס ערשטע גײט מען אַרױס אױפֿן מאַרק, Fajwel Zylberberg 1544.325 1546.759 אָדער מע זוכט אַ בית־מדרש. Fajwel Zylberberg 1546.759 1548.838 בין איך אָנגעקומען אין דעם שטעטל Fajwel Zylberberg 1548.838 1551.036 MACIEJÓW. Fajwel Zylberberg 1551.036 1557.221 שטײ איך אַזױ, װי מע זאָגט, אַזױ װי, שטײ איך אין מאַרק. גײט אַדורך אַ יונגער, אַ יונגער בחור. Fajwel Zylberberg 1557.221 1560.648 קוקט מיך אָן. אין די פּראָװינצן זענען מערסטן טײל געװען שעמעװדיקע. Eliahu Toker 1560.648 1561.425 mhm. Fajwel Zylberberg 1561.425 1565.277 קוקט מיך אָן, גײט װײַטער, אָבער איך זע ער דרײט זיך אױס Fajwel Zylberberg 1565.277 1568.185 און קוקט מיך אָן. איך האָב נישט באַמערקט, Fajwel Zylberberg 1568.185 1572.462 אַלע אָרגאַניזאַציעס האָבן געגאַט זשעטאָנען, אָפּצײכענונגען. Fajwel Zylberberg 1572.462 1575.257 אַז איך האָב נאָך געטראָגן דעם זשעטאָן פֿון דער צוקונפֿט. Fajwel Zylberberg 1575.257 1578.465 פֿון יוגנט־בונד צוקונפֿט אין לאַץ. Fajwel Zylberberg 1578.465 1581.037 קומט ער צו און פֿרעגט מיר Fajwel Zylberberg 1581.037 1583.74 "דו ביסט אַ צוקונפֿטיסט?" זאָג איך "יאָ." Fajwel Zylberberg 1583.74 1588.685 "פֿון װאַנען װײסט איר?" זאָגט ער "װײַל איך זע האָסט דעם זשעטאָן אין לאַץ." אַ! Fajwel Zylberberg 1588.685 1592.407 אַרײַנגעפֿירט צװישן די בונדישע גרופּע, Fajwel Zylberberg 1592.407 1595.351 און מע האָט מיך באַלד באַשטאַט מיט אַ װױנונג, Fajwel Zylberberg 1595.351 1599.486 דאָס הײסט, גענומען אַן אורח אױף שבת. Fajwel Zylberberg 1599.486 1605.35 און דאָרט בין איך אָפּגעװען, מיך אָפּגערוט, (איך װעל דיר זאָגן אַזױ) אַ דרײַ טעג. Fajwel Zylberberg 1605.35 1609.487 אָבער די דײַטשן זענען שױן אַריבער די װײַסל Fajwel Zylberberg 1609.487 1613.5 און זײ האָבן זיך גענומען דערנעענטערן Fajwel Zylberberg 1613.703 1617.326 צו לובלין, די דרום־געגנטן פֿון פּױלן. Fajwel Zylberberg 1620.115 1623.031 כ'האָב מיך אױפֿגעהױבן, װײַטער געגאַנען. Eliahu Toker 1623.076 1627.703 און די איבעריקע, די איבעריקע, די איבעריקע מענטשן זײַנען געבליבן אױפֿן אָרט? Fajwel Zylberberg 1623.202 1624.942 און אַזױ דורך... eh? Fajwel Zylberberg 1627.703 1629.833 די גרעסטע טײל איז געבליבן אױפֿן אָרט. Fajwel Zylberberg 1629.833 1635.036 זײ האָבן, אין די קלײנע שטעטלעך האָט מען זײער װינציק זיך גע- Fajwel Zylberberg 1635.036 1638.851 געיאָגט זיך פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. Fajwel Zylberberg 1638.851 1640.925 אַזױ דורך קאָװעל, Fajwel Zylberberg 1640.925 1642.596 פֿון קאָװעל Fajwel Zylberberg 1643.984 1646.154 האָב איך מיך דערנעענטערט צו לוצק. Fajwel Zylberberg 1647.073 1649.666 װען, פֿון פֿאַרן (אַ) אָנקומען קײן לוצק Fajwel Zylberberg 1649.666 1651.888 איז שױן די רױטע אַרמײ Fajwel Zylberberg 1651.888 1654.925 אַריבערגעגאַנען די אַלטע פּױלישע געביטן. Fajwel Zylberberg 1654.925 1658.185 און אָנגעהױבן צו, װי איר װילט זיך אױסדריקן, Fajwel Zylberberg 1658.185 1660.761 צי באַפֿרײַען מערבֿ־אוקראַיִנע, spn Fajwel Zylberberg 1660.761 1663.796 צי אָקופּירן האַלב פּױלן. Fajwel Zylberberg 1663.796 1664.792 אַװדאי. Fajwel Zylberberg 1664.792 1670.633 װען מע האָט דערזען די ערשטע רוסישע טאַנקען מיט די רױטע פֿענער Fajwel Zylberberg 1670.633 1675.351 און נאָך דערצו די אַלע, װי קריטיש מע זאָל נישט האָבן געװען צום קאָמוניזם Fajwel Zylberberg 1675.351 1677.017 איז סאָװיעט־רוסלאַנד Fajwel Zylberberg 1677.017 1679.487 געװען אַזױ צו זאָגן דער, Fajwel Zylberberg 1679.487 1681.716 דאָס לאַנד װוּ ס'גײט אױף אַ נײַע זון, Fajwel Zylberberg 1681.716 1683.816 אַ נײַע זון. Fajwel Zylberberg 1683.816 1687.091 װוּ עס װערט געשאַפֿן אַ נײַער סאָװיעטישער מענטש. Fajwel Zylberberg 1687.091 1690.684 אָבער מע האָט נישט געדױערט לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעקוקט Fajwel Zylberberg 1690.684 1692.758 אַז דער נײַער סאָװיעטישער מענטש Fajwel Zylberberg 1692.758 1697.425 איז דער זעלבער אַלטער מענטש מיט אַלע מעגלעכע פֿעלערן און חסרונות.