Shlomit Rachamim 29.644 35.797 HAMERUAYANET SHELANU HI FRIDA DAVIDOVITSH, LEBEYT LEYBOVITSH. Shlomit Rachamim 35.82 38.936 HAMERAAYENET: SHLOMIT RAKHAMIM. Shlomit Rachamim 39.027 44.455 HARAAYON NEERAKH BEBEN-DOR, AL-YAD KHEYFA, YISRAEL. Shlomit Rachamim 44.815 47.646 SFAT HADIBUR TIHIYE IVRIT Shlomit Rachamim 47.646 49.005 VEYIDISH. Shlomit Rachamim 49.005 52.453 FRIDA BOKHERET LEDABER DAVKA YIDISH. Shlomit Rachamim 52.611 53.904 HATAARIKH: Shlomit Rachamim 53.91 58.072 ESRIM VETESHA LENOVEMBER ELEF TSHA MEOT TISHIM VEKHAMESH. Shlomit Rachamim 59.192 59.979 נו. Shlomit Rachamim 64.272 65.734 SHALOM, FRIDA. Freda Davidovitch 65.537 67.117 SHALOM, SHULAMIT. Shlomit Rachamim 67.933 69.044 ANI Shlomit Rachamim 69.044 74.019 MEOD MODA LAKH SHEAT HISKAMT LESAPER LANU ET HASIPUR SHELAKH. Shlomit Rachamim 74.312 77.557 BLI SHEAT VEANASHIM AKHERIM Shlomit Rachamim 77.557 79.537 YESAPRU ET HASIPUR, Shlomit Rachamim 79.695 81.883 HASIPURIM YELKHU LEIBUD, Shlomit Rachamim 82.497 84.634 VEAF EKHAD LO YEDA BEHEM. Shlomit Rachamim 88.099 91.366 ANAKHNU NATKHIL BASHANIM SHELIFNEY HAMILKHAMA. Shlomit Rachamim 92.048 95.67 AT TESAPRI LANU AL BEYT ABA. Shlomit Rachamim 97.583 99.99 EYFO KHAYITEM? BEEYZO IR? Freda Davidovitch 103.135 104.698 BASOLOTVINA. Shlomit Rachamim 104.991 106.824 BEEZE ERETS ZE HAYA? Freda Davidovitch 109.277 113.13 ZE HAYA... ANI NOLADETI BATSHEKHIYA. Freda Davidovitch 115.234 117.185 BEELEF TSHA MEOT Freda Davidovitch 117.58 119.548 SHLOSHIM VESHMONE Freda Davidovitch 120.027 122.62 ZE AVAR LIHIYOT HUNGARIYA. Shlomit Rachamim 127.788 128.828 ehm Shlomit Rachamim 130.624 133.554 TESAPRI LANU KTSAT AL HAIR SHELAKH. Shlomit Rachamim 134.286 136.558 HAYU SHAM HARBE YEHUDIM? Shlomit Rachamim 136.581 138.279 KTSAT YEHUDIM? Freda Davidovitch 141.053 143.496 ס'איז געװעזן אַ סך ייִדן. Freda Davidovitch 143.496 146.497 ס'איז געװעזן אַ סך יונגװאַרג. Freda Davidovitch 146.706 148.964 ס'איז געװען זײער שײן, Freda Davidovitch 148.964 150.919 זײער פֿרײלעך, Freda Davidovitch 151.414 154.732 אָבער דערנאָך איז אונדז אַלעס פֿאַרשטערט געװאָרן. Shlomit Rachamim 156.932 159.795 ס'איז געװעזן פֿרומע ייִדן, O Shlomit Rachamim 159.953 161.111 אַנדערע? Freda Davidovitch 160.408 163.189 אַלעס, געװעזן פֿרומע ייִדן. Freda Davidovitch 163.189 165.83 אַלעס, יעדער איז געװען פֿרום. Shlomit Rachamim 166.365 168.333 װאָס האָבן ייִדן געטאָן? Freda Davidovitch 169.065 170.91 ייִדן האָבן געאַרבעט. Freda Davidovitch 170.91 173.464 ייִדן האָבן געהאַט געשעפֿטן. Freda Davidovitch 173.773 175.635 ייִדן האָבן געהאַט... ih Freda Davidovitch 175.635 179.539 אונדז האָ'מיר געװױנט בײַ דער גרענעץ פֿון רומעניע. Freda Davidovitch 179.612 182.916 ייִדן האָבן אַ סך געלט גע- פֿאַרדינט, Freda Davidovitch 182.916 184.837 װאָס מ'האָט פֿון טשעכן, Freda Davidovitch 184.928 187.717 אַריבערגעטראָגן קײן רומעניע פֿאַרקױפֿן Freda Davidovitch 187.717 192.178 און פֿון רומעניע האָט מען געברענגט eh צו טשעכן פֿאַרקױפֿן זאַכן. Freda Davidovitch 192.775 193.877 קלײדונג, Freda Davidovitch 193.877 197.544 פֿון אונדז האָט מען געק- -טראָגן קײן רומעניע קלײדונג, Freda Davidovitch 197.668 198.894 שוכװאַרג. Freda Davidovitch 198.934 201.9 פֿון רומעניע האָט מען געברענגט עסן־מיטל: Freda Davidovitch 202.326 203.99 פֿלײש, Freda Davidovitch 204.537 206.083 מעל, Freda Davidovitch 206.612 208.04 אײער, Freda Davidovitch 208.182 208.901 hm Freda Davidovitch 209.08 210.52 אַ סך זאַכן. Shlomit Rachamim 210.797 213.997 װאָס האָט דער טאַטע געטון? װאָס האָט דער טאַטע געאַרבײַט? Freda Davidovitch 213.362 215.077 ש- טאַטע האָט געאַרבעט... Freda Davidovitch 215.151 217.575 בײַ אונדז איז געװעזן אַ זאַלץ־גרובן, Freda Davidovitch 218.37 221.53 און דער טאַטע האָט געאַרבעט דאָרט בײַ זאַלץ־גרובן. Shlomit Rachamim 223.504 224.662 און די מאַמע? Freda Davidovitch 224.803 227.345 די מאַמע איז געװעזן אין דער הײם, Freda Davidovitch 228.499 230.096 אַ בעל־הביתטע, Freda Davidovitch 230.355 232.593 אַ ייִדישע בעל־הביתטע, Freda Davidovitch 233.967 238.011 און האָט זיך פֿאַרנומען אַ סך מיט האַנט־אַרבעט nokhMITTAG. Freda Davidovitch 239.18 243.883 eh... אײן מאָל אין דער װאָך זונטיק איז מען זיך צונױפֿגעקומען פֿרױען. Freda Davidovitch 243.94 246.364 מ'האָט געמאַכט אַ TEEABEND, Freda Davidovitch 246.96 248.304 און Freda Davidovitch 249.323 251.733 מ'האָט דאָרטן גערעדט, Freda Davidovitch 251.733 253.226 eh, איך בין נישט... eh... Freda Davidovitch 253.226 256.606 בין געװען קלײן, איך בין נישט געגאַנגען. מ'האָט דאָרטן גערעדט Freda Davidovitch 256.68 258.727 װעגן פּאַלעסטינע, Freda Davidovitch 258.727 259.832 און װעגן... Freda Davidovitch 259.832 261.427 מ'האָט געמאַכט eh... Freda Davidovitch 261.427 264.026 mm... אַ סך זאַכן, מ'האָט פֿאַרקױפֿט, Freda Davidovitch 264.026 265.671 מ'האָט געמאַכט eh... Freda Davidovitch 265.671 266.748 ehm Freda Davidovitch 266.75 269.806 בעלער, באַלן, צו טאַנצן. Freda Davidovitch 269.806 271.573 מ'האָט געמאַכט קאָנצערטן Freda Davidovitch 271.573 274.712 און מ'האָט צונױפֿגענומען געלט און געשיקט קײן Freda Davidovitch 274.712 276.42 פּאַלעסטינע פֿאַר Freda Davidovitch 276.42 278.22 KEREN HAKAYEMET. Shlomit Rachamim 280.643 283.556 איר האָט געהאָבט, eh, ברידער און שװעסטערן? Freda Davidovitch 283.528 285.398 איך האָב געהאַט. Freda Davidovitch 285.398 286.189 יאָ. Freda Davidovitch 286.363 288.584 אונדז זע'מיר געװען פֿינעף קינדער. Freda Davidovitch 290.869 292.27 פֿינעף קינדער... Shlomit Rachamim 292.152 295.301 איר האָט געלערנט אין װעלכער שול? Freda Davidovitch 295.645 298.119 איך האָב געלערנט אין טשעכישער שול. Shlomit Rachamim 299.391 301.747 eh... אײַערע געשװיסטער אױכעט? Shlomit Rachamim 301.782 304.37 די אַנדערע קינדער פֿון... Freda Davidovitch 303.863 305.359 eh... Freda Davidovitch 306.377 307.957 די געשװיסטער... Freda Davidovitch 308.503 310.134 eh, די... Freda Davidovitch 310.63 313.087 די שװעסטער איז נאָך אױכעט, Freda Davidovitch 313.144 315.466 כ'פֿאַרשטײ, געגאַנגען אַ ביסל אין Freda Davidovitch 316.097 319.789 אין טשעכישע שול, און דערנאָך איז איבערגעגאַנגען אין Freda Davidovitch 319.789 321.474 אוקראַיִנישע שול. Freda Davidovitch 322.29 325.929 eh פֿאַר װאָס? װײַל די טשעכישע שול Freda Davidovitch 326.712 329.088 איז געקומען... מ'האָט גענומען Freda Davidovitch 329.088 333.489 ייִדישע קינדער־לערערס, װאָס מ'האָט געצאָלט געלט פֿאַר זײ. Freda Davidovitch 334.018 335.112 און Freda Davidovitch 335.112 335.97 דערנאָך Freda Davidovitch 336.398 339.362 האָט מען שױן נישט געקענט צאָלן. ס'איז שױן נישט געװען... Freda Davidovitch 339.385 342.115 מ'האָט נישט צוגעלאָזט, און מ'איז געגאַנגען אין Freda Davidovitch 342.115 343.631 אוקראַיִנישע שול. Shlomit Rachamim 347.687 350.401 און איר זײַט געגאַנגען אין שול, Shlomit Rachamim 350.401 355.52 און אום שבת דער טאַטע איז געגאַנגען? די גאַנצע משפּחה איז געגאַנגען? Freda Davidovitch 353.712 356.507 נײן, נײן. Freda Davidovitch 356.563 359.881 דעמאָלטס זע'מיר נישט געגאַנגען שבת אין שול, Freda Davidovitch 360.023 364.016 נישט געװעזן שבת קײן שול. נישט שבת, נישט זונטיק. Freda Davidovitch 364.849 365.737 נײן. Shlomit Rachamim 366.11 370.22 eh... eh... װען איך זאָג שול, eh, מײן איך BEYT HAKNESET. Freda Davidovitch 370.03 371.813 אין BEYT HAKNESET, יאָ. Shlomit Rachamim 371.656 373.139 דער טאַטע און...? Freda Davidovitch 372.274 376.487 דער טאַטע און די מאַמע איז געגאַנגען אין BEYT HAKNESET. Freda Davidovitch 376.712 382.058 איך פֿלעג זײער ליב האָבן צוקוקן װי אַזױ די מאַמע האָט זיך שײן עלעגאַנט אָנגעטון, Shlomit Rachamim 381.657 382.511 hm Freda Davidovitch 382.058 384.08 און גײן אין BEYT HAKNESET. Shlomit Rachamim 384.154 385.363 די קינדער אױכעט? Freda Davidovitch 385.437 387.85 eh... eh יאָ. די ייִנגעלעך. Shlomit Rachamim 387.681 388.45 די ייִנגלעך. Freda Davidovitch 388.103 389.531 מײדעלעך נישט. Freda Davidovitch 389.773 390.982 ehm Freda Davidovitch 391.495 394.723 די מאַמע האָט זיך אײן מאָל זײער שײן אָנגעטון, Freda Davidovitch 394.723 395.927 עלעגאַנט, Freda Davidovitch 395.967 399.389 זי האָט געהאַט, eh, אַ נײַ קלײד געמאַכט זיך, Freda Davidovitch 399.389 401.541 אַ נײַעם הוט געקױפֿט, און eh Freda Davidovitch 401.541 404.094 אַלעס נײַ, ס'זאָל פּ- פּאַסן צום Freda Davidovitch 404.32 405.174 קלײד. Freda Davidovitch 405.855 410.203 און איך בין אַרױסגעגאַנגען קוקן װי אַזױ די מאַמע גײט אין שול. Freda Davidovitch 410.563 414.407 מיט אײן מאָל האָב איך איר NACHgenumen, די מאַמע גײט מיט די שטעק־שיך. Shlomit Rachamim 414.5 415.9 spn Freda Davidovitch 414.77 417.104 זי האָט פֿאַרגעסן אָנצוטון די שיך. Freda Davidovitch 417.33 419.146 און איך האָב גערופֿן: Freda Davidovitch 419.693 421.155 "מאַמי! מאַמי! Freda Davidovitch 421.667 423.939 װי אַזױ גײסטו מיט די שטעק־שיך?" Freda Davidovitch 424.08 427.331 "אױ," זאָגט זי, "װײ! מיט די שטעק־שיך גײ איך. Freda Davidovitch 427.388 431.229 נו, ברענג מיר די שיך אַהער." װײַל מ'האָט זיך נישט געטאָרט אומקערן. Freda Davidovitch 431.708 434.354 האָב איך גענומען די שיך. כ'האָב צוגעטראָגן Freda Davidovitch 434.354 439.498 ביז פֿ- װוּ זי איז געשטאַנען, און דאָרט האָט זי אױסגעטױשט, איך האָב אַהײמגענעמען די שטעק־שיך. Shlomit Rachamim 438.745 439.607 mm. Shlomit Rachamim 442.71 445.94 װען איז געװע- געװאָרן שלעכטע צײַטן? Shlomit Rachamim 445.94 448.17 װען HABT איר געהערט צום ערשטן... Freda Davidovitch 447.148 450.972 שלעכטע צײַטן איז געװאָרן אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר, Freda Davidovitch 451.03 453.437 װען די טשעכן זענען אַװעקגעגאַנגען, Freda Davidovitch 453.493 455.579 און ס'זענען אַרײַנגעקומען די אונגאַרן. Freda Davidovitch 457.172 459.23 דעמאָלטס איז געװאָרן שלעכט. Freda Davidovitch 459.315 464.658 דעמאָלטס האָט מען שױן אָנגעהױבן צו ENTLASSEN די מענטשן פֿון דער אַרבעט, די ייִדישע מענטשן, Freda Davidovitch 464.783 466.869 פֿון דער אַרבעט צו אַנטלאָזן Freda Davidovitch 467.719 471.37 און... ס'האָט אָנגעהױבן צו װערן שלעכט. Freda Davidovitch 471.567 473.991 די מלחמה האָט זיך שױן אָנגעהױבן. Shlomit Rachamim 475.06 476.64 דער טאַטע אױכעט? Freda Davidovitch 476.595 481.64 דער טאַטע אױכעט. דעם טאַטע האָט מען אױכעט אַװעקגענעמען אין אַרבײַטס־לאַגער, Freda Davidovitch 482.603 486.89 eh נישט אין לאַגער, אין די אַרבײַט אַזױ װי ס'איז נאָך נישט געװען קײן לאַגער. Freda Davidovitch 487.26 488.384 און... Freda Davidovitch 489.133 491.287 אונדז זע'מיר געבליבן אין דער הײם Freda Davidovitch 493.352 495.509 און, מ'האָט געדאַרפֿט לעבן. Freda Davidovitch 495.509 497.768 און ס'איז נישט געװעזן פֿון װאָס. Freda Davidovitch 498.567 499.776 אַז... Freda Davidovitch 500.068 502.082 די מאַמע האָט גענעמען... Freda Davidovitch 502.082 505.547 ס'איז געקומען אַ סך פֿרעמדע מענטשן צו אונדז Freda Davidovitch 505.603 507.464 אין שטאָט, און די מאַמע Freda Davidovitch 507.464 509.87 האָט געקאָכט און זי האָט געגעבן צו עסן Freda Davidovitch 509.87 512.494 MITTAG פֿאַר פֿרעמדע מענטשן, נאַכטמאָל. Freda Davidovitch 512.494 516.262 אַ מאָל האָבן מיר געגעבן אַ צימער אױף איבערצונעכטיקן, Freda Davidovitch 516.488 518.265 אַז זאָלן מיר האָבן עפּעס Freda Davidovitch 518.265 520.1 געלט פֿון װאָס צו לעבן. Shlomit Rachamim 521.365 525.763 איר האָט מיר ערצײלט KODEM eh... אַ געשיכטע פֿון דעם Shlomit Rachamim 526.292 528.53 DOD פֿון... Shlomit Rachamim 529.25 531.753 eh פֿון דײַטשלאַנד, יאָ. Freda Davidovitch 529.363 531.466 דעם ברודער פֿון דער מאַמע'ס. Shlomit Rachamim 531.89 532.758 װאָס... Freda Davidovitch 534.257 535.418 דעם DOD Freda Davidovitch 535.418 538.402 האָט מען אַװעקגענומען מיט זײַן משפּחה Freda Davidovitch 538.645 541.035 אין אײן און פֿערציקסטן יאָר Freda Davidovitch 541.868 544.444 קײן DNEPROPETROVSK Freda Davidovitch 544.5 547.801 אין דער אוקראַיִנע. דאָרט האָט מען אױסגעהרגעט די ייִדן. Freda Davidovitch 549.732 552.173 ער האָט געהאַט דרײַ ייִנגעלעך, Freda Davidovitch 553.157 555.294 און די פֿרױ, Freda Davidovitch 555.57 558.348 ehm... איז געגאַנגען דאָרטן, און די Freda Davidovitch 558.54 559.887 די אוקראַיִנער Freda Davidovitch 559.887 563.296 מיט די דײַטשן צוזאַמען, האָבן זײ געטריבן, זאָלן אַרײַנגײן Freda Davidovitch 563.296 564.392 אין װאַסער, Freda Davidovitch 564.392 565.722 טרינקען זיך. Freda Davidovitch 567.045 568.119 דעם Freda Davidovitch 568.142 571.224 פֿעטער'ס eh שװיגער־מוטער האָט געזאָגט: Freda Davidovitch 571.45 574.566 "קינדער, קײנער זאָל זיך נישט טרינקען." Freda Davidovitch 575.55 581.171 ס'איז געװעזן זײ האָבן זיך נישט געטרונקען, אָבער ס'איז געװען אַ סך װאָס האָבן זיך געטרונקען, מ'האָט זײ געשלאָגן, Freda Davidovitch 581.171 584.741 מ'האָט זײ געשטופּט אונטערן װאַסער און זײ האָבן זיך נישט געטרונקען. Freda Davidovitch 585.186 587.154 זײ זענען צוריקגעקומען, Freda Davidovitch 587.616 589.702 איז געגאַנגען די דײַטשן Freda Davidovitch 589.708 591.511 און זײ האָבן זײ אַרױסגעפֿירט Freda Davidovitch 591.511 593.0 הינטער אַ באַרג Freda Davidovitch 593.05 596.487 און זײ האָבן זײ געהײסן... די מענער, מ'האָט גענומען די מענער Freda Davidovitch 596.487 599.749 זאָלן אױסגראָבן אַ גרוב, אַ גרױסן גרוב. Freda Davidovitch 601.048 608.619 מײַן פֿעטער איז געװען אַ קלוגער מענטש. ער איז געװעזן אַ, אַ געשעפֿטס־מאַן. ער האָט געהאַנדלט. אַ האָלץ־הענדלער איז ער געװען. Freda Davidovitch 608.845 612.922 ער איז געװען קלוג. מיט דער גאַנצער װעלט האָט ער געהאַט פֿאַרבינדעניש. Freda Davidovitch 614.565 619.52 ער האָט געגראָבן דעם גרוב און ער האָט שױן געקלערט אױף װאָס דאָס דאַרף זײַן. Freda Davidovitch 620.488 624.802 אײן טאָג, מ'האָט אױסגעטראָ- אָנגעגראָבן דעם גרוב, דעם צװײטן טאָג Freda Davidovitch 625.146 627.792 איז מען געקומען, און מ'האָט אַלע געטריבן Freda Davidovitch 627.792 630.652 זײ זאָלן גײן אין דעם גרוב. און מ'איז געגאַנגען, Freda Davidovitch 630.652 633.42 אַ סך מענטשן, הונדערטערס מענטשן. Freda Davidovitch 633.42 635.72 מ'איז געגאַנגען נעבעך אַזױ װי... Freda Davidovitch 637.178 640.159 װי חיות גײען צון אַ טױט, מ'איז געגאַנגען. Freda Davidovitch 640.401 643.452 מײַן פֿעטער איז געגאַנגען. קלערט ער זיך, Freda Davidovitch 643.452 646.284 דאָס גײט מען דאָרט אױסשיסן די מענטשן. Freda Davidovitch 648.147 652.461 ער װיל עפּעס זען. ע- אפֿשר װעט אים געלונגען... Freda Davidovitch 652.483 655.092 און װי אַזױ ער איז געגאַנגען אױפֿן װעג Freda Davidovitch 655.2 656.732 האָט זיך אים געגעבן Freda Davidovitch 656.732 657.607 אַזאַ Freda Davidovitch 658.086 662.568 אַ אַ קאָרטש האָט מען <געזעגט> פֿון גרינעם, אַ גרױסן... Freda Davidovitch 662.963 666.889 און ער איז געגאַנגען. האָט זיך אַ װאָרף אַראָפּ געגעבן אונטער דעם Freda Davidovitch 667.42 669.71 קאָרטש. ער האָט זיך באַהאַלטן. Freda Davidovitch 670.084 672.44 און פֿון דאָרט האָט ער געזען Freda Davidovitch 672.447 675.512 װי אַזױ מ'האָט דעי אַלע מענטשן אַראָפּגעזעצט, Freda Davidovitch 675.754 679.05 און די מוטערס האָבן געדאַרפֿט נעמען די קינדער אין די הענט. Freda Davidovitch 679.163 683.319 און װי אַזױ מ'האָט זײ אַלע אױסגעשאָסן. ער האָט געזען װי אַזױ מ'האָט געשאָסן Freda Davidovitch 683.319 685.839 זײַן פֿרױ מיט זײַנע קינדער. Freda Davidovitch 687.938 689.839 און ער האָט דאָרט געבליבן Freda Davidovitch 691.11 693.33 ליגן ביז אױף דער נאַכט. Freda Davidovitch 693.777 697.787 אױף דער נאַכט איז געװאָרן טונקל, האָט ער זיך גענעמען גײן Freda Davidovitch 698.063 704.56 אין דער טונקל. ער איז געגאַנגען, געגאַנגען, געגאַנגען. ער האָט נישט געװוּסט װוּ ער גײט. ער איז געגאַנגען. Freda Davidovitch 705.707 707.22 ס'איז געקומען... Shlomit Rachamim 714.837 717.626 AT SIPART LANU AL HADOD SHELAKH Shlomit Rachamim 717.626 719.775 SHEBARAKH, Shlomit Rachamim 720.473 722.154 HITKHABE BA... Freda Davidovitch 721.485 724.179 ער איז געגאַנגען, און געגאַנגען. Freda Davidovitch 724.843 725.917 און... Freda Davidovitch 725.991 729.55 בײַ טאָג eh אין דער פֿרי איז ער אָנגעקומען אין אַ װאַלד, Freda Davidovitch 729.55 731.975 האָט זיך אין דעם װאַלד באַהאַלטן, Freda Davidovitch 732.808 735.569 אָפּגעזעסן דאָרט אַ גאַנצן טאָג. בײַ נאַכט Freda Davidovitch 735.627 738.045 האָט ער װידער אָנגעהױבן צו גײן. Freda Davidovitch 738.045 741.319 איז געגאַנגען, געגאַנגען. ער האָט געזען ערגעץ װײַט Freda Davidovitch 741.319 743.73 אַ קלײן שטיבעלע מיט ליכט. Freda Davidovitch 744.132 746.775 ער איז צוגעקומען צו דעם שטיבעלע Freda Davidovitch 746.95 749.272 מיט ליכט און האָט אָנגעקלאָפּט, Freda Davidovitch 750.763 753.896 און ס'איז אַרױסגעקומען אַן אַלטער מענטש, Freda Davidovitch 754.105 755.094 אַ גױ, Freda Davidovitch 755.353 757.155 און האָט געעפֿנט די טיר, Freda Davidovitch 757.155 759.194 און ער פֿרעגט אים װאָס ער װיל. Freda Davidovitch 759.555 763.399 ער זאָגט, ער האָט מורא געהאַט, ער האָט נישט געװוּסט װער דאָרט איז. Freda Davidovitch 763.399 768.183 האָט ער געזאָגט, "איך האָב פֿאַרבלאָנדזעט. איך װײס נישט װוּ איך בין, װוּ איך גײ. Freda Davidovitch 768.183 770.749 און איך בין זײער מיד," זאָגט ער. Freda Davidovitch 770.749 773.825 "און איך גײ שױן אַרום אַ גאַנצן טאָג און איך בין מיד. Freda Davidovitch 773.933 777.69 אפֿשר װעסטו מיך געלאָזט איבערנעכטיקן די נאַכט בײַ דיר." Freda Davidovitch 778.422 780.508 האָט ער געזאָגט, "קום אַרײַן." Freda Davidovitch 780.818 782.468 ער איז אַרײַנגעגאַנגען. Freda Davidovitch 782.468 784.608 ער האָט אים געגעבן צו עסן Freda Davidovitch 784.918 788.051 מילעך, מיט אַ שטיקל, ehm... Freda Davidovitch 788.226 789.159 eh... Freda Davidovitch 789.159 791.392 מאַמעליגע. דאָס איז פֿון, eh... Freda Davidovitch 791.702 793.687 מאַמעליגע. ער האָט געגעסן. Freda Davidovitch 793.71 795.847 און ער האָט אים אױסגעבעט, Freda Davidovitch 796.562 799.171 און ער האָט זיך אַראָפּגעלײגט, און ער האָט געשלאָפֿן. Freda Davidovitch 799.397 803.427 ער האָט געשלאָפֿן אַ- זײער אַ סך, װײַל ער איז געװען זײער מיד. Freda Davidovitch 803.427 806.63 און דער האָט אים נישט אױפֿגעװעקט, דער גױ. Freda Davidovitch 807.244 809.853 װען ער האָט זיך דורכגעװעקט אַלײן, Freda Davidovitch 810.315 813.009 איז געװעזן ליכטיק, ס'איז געװען טאָג. Freda Davidovitch 813.37 817.515 האָט ער װידער נישט געװאָלט גײן בײַ טאָג, מע זאָל אים נישט כאַפּן. Freda Davidovitch 818.128 823.049 האָט ער געזאָגט דעם גױ, "לאָז איך מיך נאָך אָפּרוען אַ ביסל. באַלד װעל איך אַװעקגײן." Freda Davidovitch 823.765 828.011 אַזױ װי ס'איז געקומען אױף דער נאַכט איז ער װידער אַװעקגעגאַנגען. Freda Davidovitch 830.143 834.01 און איז װידער געגאַנגען בײַ נאַכט, און איז געגאַנגען מיט די נעכט, Freda Davidovitch 834.345 836.468 און מיט די טעג זיך באַהאַלטן, Freda Davidovitch 836.468 838.237 און מיט די נעכט געגאַנגען. Freda Davidovitch 838.648 843.704 ביז ער האָט זיך שױן עפּעס דערזען אַז ער קומט שױן אָן אױף אונדזער געגנט. Freda Davidovitch 844.2 846.843 איז ער אױך אַרײַנגעגאַנגען צון אַ גױ, Freda Davidovitch 847.457 848.45 בײַ נאַכט. Freda Davidovitch 848.59 850.32 און ער האָט אים צוגענעמען, Freda Davidovitch 850.32 854.516 האָט אים אױך געגעבן צו עסן, און ער האָט אים דערצײלט װער ער איז. Freda Davidovitch 854.516 856.917 פֿון װוּ ער קומט, און װאָס איז. Freda Davidovitch 857.076 859.989 און דער מענטש האָט אױף אים געהאַט רחמנות. Freda Davidovitch 862.122 863.786 און ער האָט אים אױכעט Freda Davidovitch 864.653 866.404 שײן אױפֿגענעמען, Freda Davidovitch 866.404 869.439 און ער האָט אים געגעבן אָנצוטון זײַנע קלײדער. Freda Davidovitch 869.766 874.704 דאָרט זענען געגאַנגען די גױים אין אַזאַנע װײַסע קלײדער און ברײטע הױזן, Freda Davidovitch 875.335 877.877 מיט אַזאַנע װעסטן אָנגעטון. Freda Davidovitch 877.967 879.221 און ער האָט זיך Freda Davidovitch 879.221 881.032 פֿאַרשטעלט אַזױ װי אַ גױ. Freda Davidovitch 881.629 885.588 און אַזױ איז ער געקומען צו פֿוס, געקומען, געקומען, Freda Davidovitch 885.595 887.749 ביז ער איז אָנגעקומען אַהײם. Freda Davidovitch 889.442 891.444 דעמאָלטס איז שױן געװעזן, Freda Davidovitch 892.176 898.231 מ'האָט שױן נישט געטאָרט זען קײן ליכט בײַ נאַכט. אַלע פֿענצטער זענען געװען פֿאַרקלעפּט מיט שװאַרצע פּאַפּירן, Freda Davidovitch 898.231 900.52 ס'זאָל זיך נישט אַרױסזען דאָס ליכט. Freda Davidovitch 901.272 902.43 און, Freda Davidovitch 903.06 906.024 עלעף בײַ נאַכט, עמעץ קלאָפּט אין דער טיר. Freda Davidovitch 907.043 908.826 מ'האָט זיך שטאַרק דערשראָקן, Freda Davidovitch 909.034 912.74 פֿאַר ס'איז געװעזן די זשאַנדאַרן, די אונגאַרישע. Freda Davidovitch 914.08 916.099 אַז, eh... די מאַמע זאָגט Freda Davidovitch 916.122 918.9 פֿאַרן טאַטע, "גײ נישט, עפֿן נישט די טיר." Freda Davidovitch 919.041 922.311 אָבער מ'האָט אַזױ געקלאָפּט, אַז דער טאַטע איז געגאַנגען, Freda Davidovitch 922.311 924.378 האָט געעפֿנט די דיר. Freda Davidovitch 924.378 926.291 ער פֿרעגט, "װער איז דאָרט?" Freda Davidovitch 926.415 928.906 זאָגט ער, "איך בין חײם־מרדכי." Freda Davidovitch 929.858 931.559 "װײ!" די מאַמע זאָגט. Freda Davidovitch 931.559 937.243 "עפֿן נישט די טיר! דאָס קען נישט מעגלעך זײַן! קײנער איז נישט געקומען פֿון דאָרט לעבעדיק אַהײם!" Freda Davidovitch 939.223 941.447 און דער טאַטע האָט געעפֿנט די טיר, Freda Davidovitch 941.447 947.418 און ער איז אַרײַנגעקומען, און מ'האָט אים נישט דערקענט, װײַל װי אַזױ ער האָט אױסגעזען, אין די גױיִשע קלײדער. Freda Davidovitch 948.91 953.864 און מ'איז שױן אױפֿגעשטאַנען. די מאַמע, "חײם־מרדכי! פֿון װוּ קומסטו? װען קומסטו?" Freda Davidovitch 953.871 956.509 זאָגט ער, "איך טױג נישט רעדן היצטער." Freda Davidovitch 956.509 959.349 דער טאַטע זאָגט, "מאַך נישט אַ סך מײַנסעס. Freda Davidovitch 959.71 962.353 גײ, גיך, און װאַרעם אָן װאַסער Freda Davidovitch 962.427 964.733 און גיב אים ער זאָל זיך אָפּװאַשן. Freda Davidovitch 964.924 969.39 און גיב אים אָנצוטון עפּעס און... און עסן און אַראָפּלײגן זיך שלאָפֿן." Freda Davidovitch 970.138 972.717 אַזױ איז געװעזן. אַלעס. Freda Davidovitch 972.717 975.769 און ער האָט זיך אַראָפּגעלײגט שלאָפֿן, ער האָט געשלאָפֿן. Freda Davidovitch 977.108 978.418 און די מאַמע Freda Davidovitch 979.993 983.77 האָט נישט געװוּסט װאָס צו טון. מ'האָט נישט געטאָרט אים צונעמען, Freda Davidovitch 983.77 987.03 פֿאַר די זשאַנדאַרן זענען אַרומגעגאַנגען זוכנדיק. Freda Davidovitch 987.722 991.533 װען ער האָט זיך אױפֿגעװעקט און ער האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן Freda Davidovitch 991.533 995.361 װוּ ער איז געװען, און װאָס ער איז געװען, און װאָס ער האָט מיטגעמאַכט, Freda Davidovitch 995.755 1001.014 האָט געזאָגט די מאַמע, "איך װײס נישט. בײַ אונדז אין דער משפּחה, קײנער האָט נישט געליגנערט. Freda Davidovitch 1001.121 1004.87 פֿון װוּ נעמסטו אַזױנע ליגיױנעס צו דערצײלן?" Freda Davidovitch 1005.964 1009.89 קײנער האָט נישט געקענט זיך פֿאָרשטעלן אַז דאָס קען אמת זײַן. Freda Davidovitch 1011.347 1017.382 זאָגט ער, "שװעסטערקו, איך דערצײל נישט קײן ליגן. דאָס איז אַלעס אמת. דאָס איז אַזױ געװעזן. Freda Davidovitch 1020.173 1022.377 דאָס איז טאַקע און אַזױ געװעזן." Freda Davidovitch 1023.328 1026.663 און ער איז אַרומגעגאַנגען באַהאַלטנדיק זיך. Freda Davidovitch 1027.412 1034.935 ער איז געװעזן אײן טאָג בײַן אונדז. בײַ נאַכט איז ער געגאַנגען צו דער אַנדערער שװעסטער, און געגאַנגען דער דריטער שװעסטער. Freda Davidovitch 1034.935 1039.83 און אַלץ בײַ נאַכט געגאַנגען, און אַלץ צו פֿוס, פֿאַר פֿאָרן האָט ער נישט געטאָרט. Freda Davidovitch 1041.807 1049.108 ביז ער איז אָנגעקומען. ער האָט זיך אַזױ לאַנג באַהאַלטן ביז ער איז אױכעט אָנגעקומען צו דער צײַט װאָס מ'האָט אים אַװעקגענעמען קײן אױשװיץ. Freda Davidovitch 1050.193 1052.92 און ער האָט דורכגעלעבט אױשװיץ אױכעט. Freda Davidovitch 1053.687 1057.579 שװער געװעזן, אָבער ער האָט דורכגעלעבט אױשװיץ. Freda Davidovitch 1058.378 1061.207 און ער איז אַהײמגעקומען אַלײן, Freda Davidovitch 1061.55 1064.784 ס'איז אים געװעזן שװער, שװער, שװער. Freda Davidovitch 1065.938 1068.294 אָבער ער איז נישט געזעסן לאַנג. Freda Davidovitch 1068.942 1070.843 ער איז נישט געזעסן לאַנג. Freda Davidovitch 1070.95 1072.069 ער האָט געזאָגט, Freda Davidovitch 1072.069 1074.64 "װאַרטס איר מיך אױס דאָ, קינדערלעך. Freda Davidovitch 1074.73 1079.173 איך גײ מיך דורכקוקן װי אַזױ ס'איז בײַ דער גרענעץ און אונדז װעלן מיר אַװעקגײן פֿון דאָ." Freda Davidovitch 1079.173 1081.83 פֿאַר דעמאָלטס איז שױן געװעזן דעיס רוסן־לאַנד. Freda Davidovitch 1081.83 1083.653 און רוסן־לאַנד האָט נישט געלאָזט Freda Davidovitch 1083.653 1087.346 אַ פֿײגעלע דורכפֿליִען דורך דער גרענעץ אַפֿילו. Freda Davidovitch 1087.875 1089.601 ער איז אַװעקגעגאַנגען, Freda Davidovitch 1089.601 1092.56 דורכקוקן זיך און ער איז מער נישט צוריקגעקומען. Freda Davidovitch 1093.005 1097.184 ער האָט זיך צונױפֿגעטראָפֿן מיט אַ קאָמפּאַניע װעלכע זענען אַנקלאָפֿן. Freda Davidovitch 1097.325 1099.009 ס'איז געװעזן װינטער, Freda Davidovitch 1099.009 1101.566 זענען געגאַנגען די גרױסע שנײען Freda Davidovitch 1101.566 1103.562 ביז איבער... בי- Freda Davidovitch 1104.008 1106.482 ביז איבער די פֿיס, גרױסע שנײען. Freda Davidovitch 1106.792 1109.159 ביז ער איז דערגאַנגען Freda Davidovitch 1109.159 1111.241 צו דער אונגאַרישער גרענעץ, Freda Davidovitch 1111.348 1113.755 און ער איז אָנגעקומען אין בודאַפּעסט. Freda Davidovitch 1115.871 1118.463 און אין בודאַפּעסט האָט ער אָפּגעלעבט... Freda Davidovitch 1120.005 1121.332 <ער האָט> אָפּגעלעבט Freda Davidovitch 1121.659 1125.71 עלעף יאָר, און אונדז האָ'מיר נישט געװוּסט פֿאַר אים גאָרנישט קײן מאָל. Freda Davidovitch 1126.924 1131.322 נאָך די עלעף יאָר איז געקומען צו פֿאָרן אין אַן אַנדערער שטאָט, Freda Davidovitch 1131.345 1133.195 אין מונקאַטש, Freda Davidovitch 1133.505 1134.494 אַ, Freda Davidovitch 1134.923 1137.046 אַ, אַ גוטער־ברודער זײַנער, Freda Davidovitch 1137.046 1139.897 האָט ער געשיקט ער זאָל קומען קײן סאָלאָטװינע Freda Davidovitch 1139.897 1141.248 געװאָרע װערן Freda Davidovitch 1141.248 1143.484 אױב עמעץ לעבט פֿון אונדז. Freda Davidovitch 1143.484 1145.565 eh ט- אױב אונדז זע'מיר נאָך דאָרט. Freda Davidovitch 1146.364 1150.34 און ער האָט אונדז געטראָפֿן. ער האָט <אונדז> דערצײלט אַז דער פֿעטער לעבט. Freda Davidovitch 1150.6 1154.914 און אַז סע גײט אים זײער גוט, און ער איז אין בודאַפּעסט, און ער האָט אַ געשעפֿט, Freda Davidovitch 1154.987 1156.99 און סע גײט אים זײער גוט. Freda Davidovitch 1157.35 1158.356 אָבער Freda Davidovitch 1158.868 1161.832 אונדז האָ'מיר נישט געקענט פֿאָרן צון אים באַזוכן. Freda Davidovitch 1161.94 1164.482 די רוסן האָבן דאָס נישט צוגעלאָזט. Freda Davidovitch 1164.893 1169.78 און דערנאָך איז געקומען אַ צײַט װען דער פֿעטער איז געקומען צו אונדז, אונדז באַזוכן. Freda Davidovitch 1170.664 1173.982 און אַזױ האָבן מיר שױן מיט אים געהאַט פֿאַרבונדלעכקײט. Freda Davidovitch 1174.292 1176.682 און ער האָט געלעבט אין בודאַפּעסט, Freda Davidovitch 1177.313 1179.163 און ער איז געשטאָרבן, Freda Davidovitch 1179.557 1181.29 מיט זעקס יאָר צוריק. Freda Davidovitch 1181.29 1184.295 איך בין געװעזן בײַן אים נאָך מיט זיבן יאָר צוריק. Freda Davidovitch 1184.295 1185.035 און דערנאָך Freda Davidovitch 1185.092 1186.62 איז ער געשטאָרבן. Freda Davidovitch 1186.864 1188.225 דאָס איז געװעזן Freda Davidovitch 1189.497 1191.687 דער מאַמע'ס ברודער, דער פֿעטער Freda Davidovitch 1191.687 1192.72 מרדכי. Shlomit Rachamim 1193.563 1198.231 איר האָבט מיר אױכעט ערצײלט פֿון אײנעם ONKEL Shlomit Rachamim 1198.643 1200.645 eh װאָס איז געװען אין דײַטשלאַנד. Freda Davidovitch 1201.073 1204.292 אין דײַטשלאַנד האָב איך געהאַט אַ ONKEL, דעם, Freda Davidovitch 1204.292 1205.96 דער טאַטנ'ס ברודער. Freda Davidovitch 1206.591 1209.082 ער איז געװעזן זײער אַ רײַכער. Freda Davidovitch 1209.122 1211.866 ער האָט געהאַט אַ װינקל־הױז אַ גרױס, Freda Davidovitch 1212.177 1214.466 מיט אַ שטאָק װאָס זײ... Freda Davidovitch 1214.573 1217.05 און דאָס װױנונג, זײ האָבן געװױנט אױװן. Freda Davidovitch 1217.05 1218.6 הינטן האָט ער געהאַט Freda Davidovitch 1218.775 1221.418 אַ רײַע אַזױ מיט געשעפֿטן. Freda Davidovitch 1221.508 1226.227 מיט שניט־װאַרע, מיט קלײדונג, מיט שוכװאַרג... Freda Davidovitch 1227.027 1228.168 מיט אַלעם. Freda Davidovitch 1229.76 1232.187 ער איז געװען eh eh רײַך, Freda Davidovitch 1232.187 1233.604 און געהאַט אײן... Shlomit Rachamim 1232.37 1234.5 אין װעלכער STADT ער האָט געװױנט? Freda Davidovitch 1233.604 1234.614 ehm... Freda Davidovitch 1235.177 1236.93 eh האַמבורג. Freda Davidovitch 1237.523 1242.01 ער האָט געהאַט אײן טאָכטער. זי האָט געהײסן אַזױ װי איך, FRIDA. Freda Davidovitch 1243.092 1245.96 נאָך אײן eh באַבע האָ'מיר געהײסן. Freda Davidovitch 1249.53 1251.894 מיט אײן מאָל האָ'מיר באַקומען אַ בריװ Freda Davidovitch 1251.951 1255.944 פֿון דעם פֿעטער אַז די לאַגע איז זײער שלעכט, שװער דאָרטן. Freda Davidovitch 1256.98 1258.729 מע <רױדעװעט> די ייִדן. Freda Davidovitch 1261.367 1264.668 דאָס איז געװעזן אין זעקס און דרײַסיקסטן יאָר. Freda Davidovitch 1265.113 1268.786 און אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר האָ'מיר באַקומען אַ בריװ, Freda Davidovitch 1269.045 1272.645 אַז ער איז אַראָפּגעגאַנגען די געשעפֿטן עפֿענען, Freda Davidovitch 1272.645 1275.066 ער האָט געטראָפֿן אַלעס פֿאַרשפּאַרט, Freda Davidovitch 1275.066 1276.652 צוג- צוגעקלעפּט. Freda Davidovitch 1276.652 1279.755 און האַקנקרײצן אַרױפֿגעקלעפּט אױף די טירן. Freda Davidovitch 1280.503 1281.594 און... Freda Davidovitch 1282.95 1289.137 ער איז געגאַנגען זיך ראָטן אין שול זען מיט אַנדערע ייִדן װאָס איז? די זעלבע געװעזן. EYN BARUR. Freda Davidovitch 1290.223 1293.49 װען ער איז אַהײמגעקומען איז געקומען צון אים... Freda Davidovitch 1293.497 1296.143 איך װײס נישט װער דאָס איז געװעזן, Freda Davidovitch 1296.143 1299.105 אױב געסטאַפּאָ, אױב אַנדערע דײַטשע, Freda Davidovitch 1299.105 1302.809 און זײ האָבן אים געזאָגט, אַז ער װיל רעטעװען זײַן טאָכטער Freda Davidovitch 1302.809 1305.812 זאָל ער אַהינגעבן דאָס גאַנצע געלט װאָס ער האָט. Freda Davidovitch 1305.812 1308.29 װעט מען נעמען די טאָכטער און מ'װעט זי Freda Davidovitch 1308.381 1310.467 eh אַװעקשיקן קײן שװײץ, Freda Davidovitch 1310.49 1313.14 און, זי'ט װערן גערעטעװעט. Freda Davidovitch 1314.22 1320.11 נו, װאָס טוט מען נישט פֿאַר אײן אײנציק קינד? עלטערן... און זײ האָבן אַלעס אַהינגעגען. Freda Davidovitch 1320.43 1322.921 ih סײַ װי װערט מען אַלעס צוגענעמען. Freda Davidovitch 1324.648 1327.868 האָט מען צוגענעמען דאָס געלט, און מע האָט גענומען דאָס קינד Freda Davidovitch 1327.868 1329.969 נאָך מיט אַ סך קינדער, Freda Davidovitch 1329.969 1332.52 מ'האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין אַ שיף, Freda Davidovitch 1333.592 1337.77 און מ'האָט זײ געפֿירט אין דער שיף ביז מ'האָט אונטערגעטרונקען די שיף. Freda Davidovitch 1340.022 1346.5 איז שױן געװעזן נישט קײן געלט און נישט קײן קינד. מער װײסט מען, האָ'מיר נישט געװוּסט פֿון דעם גאָרנישט. Shlomit Rachamim 1351.834 1354.848 װאָס איז געװען מיט IHNEN אין דער מלחמה? Shlomit Rachamim 1356.542 1358.2 איר האָט מיר ערצײלט בעפֿ-... Freda Davidovitch 1357.183 1360.062 מיט מיר פֿאַר דער מלחמה? Freda Davidovitch 1360.71 1362.779 האָב איך געהאַט אַ, אַ, Freda Davidovitch 1363.697 1365.463 אַ טאַנטע, אַ מומע, Freda Davidovitch 1365.857 1367.639 אין אַן אַנדערע שטאָט. Freda Davidovitch 1367.747 1369.55 די שטאָט האָט געהײסן Freda Davidovitch 1369.55 1371.673 אױף אונגאַריש NAGYSZŐLŐS. Freda Davidovitch 1372.388 1374.829 אױף רוסיש האָט עס געהײסן SEVLYUSH. Freda Davidovitch 1375.594 1381.848 מיט אײן מאָל האָבן מיר באַקומען אַ בריװ, אַז ער שרײַבט דאָס, דעם פֿעטער האָט מען אַװעקגענומען צו דער אַרבעט Freda Davidovitch 1381.973 1383.975 און זי איז געבליבן אַלײן Freda Davidovitch 1386.18 1387.958 מיט אַ קלײן מײדעלע. Freda Davidovitch 1388.031 1390.64 און זי האָט געבעטן איך זאָל קומען צון איר, Freda Davidovitch 1390.697 1391.757 אַז Freda Davidovitch 1391.757 1394.336 זי זאָל נישט זײַן אַלײן. זי האָט מורא געהאַט. Shlomit Rachamim 1394.528 1396.867 װאָס װאָלט דעם eh די NAME פֿון דער, Shlomit Rachamim 1397.228 1401.221 DODA...? װאָס איז געװען דער NAME פֿון דער מײדעלע? Freda Davidovitch 1403.02 1405.31 eh פֿון דער DODA? Freda Davidovitch 1405.665 1407.211 איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען. Shlomit Rachamim 1406.863 1408.257 HASHEM SHELA. Freda Davidovitch 1407.842 1408.561 אַ! Freda Davidovitch 1408.703 1410.637 די DODA האָט געהײסן Freda Davidovitch 1411.015 1412.274 רבֿקה, Freda Davidovitch 1412.55 1414.349 רבֿקהלע האָ'מיר זי גערופֿן, Freda Davidovitch 1414.609 1416.864 און דאָס מײדעלע האָט געהײסן Freda Davidovitch 1417.528 1418.838 שׂרהלע, Freda Davidovitch 1419.267 1421.438 און מ'האָט זי גערופֿן <זשוזשי>. Shlomit Rachamim 1422.253 1424.002 װי אַלט <נאָר> דאָס מײדעלע? Freda Davidovitch 1423.502 1428.879 ס'מײדעלע איז געװען פֿיר יאָר אַלט. זײער אַ זיס מײדעלע, אַ סימפּאַטיש מײדעלע. אַ זיס, Freda Davidovitch 1428.936 1430.381 אַ טײַערס. Freda Davidovitch 1431.973 1434.11 איך בין געװעזן מיט זײ. Shlomit Rachamim 1435.72 1439.18 װי זײַט איר געפֿאָרן, מיט אַ RAKEVET...? Freda Davidovitch 1435.741 1436.709 ס'איז... Freda Davidovitch 1437.711 1439.867 געפֿאָרן מיט RAKEVET. Freda Davidovitch 1439.867 1443.627 ק- פֿאָרן האָב איך נאָך געקענט מיט RAKEVET. דעמאָלטס האָב איך נאָך געקענט פֿאָרן, Freda Davidovitch 1443.735 1445.11 מיט אַ RAKEVET. Freda Davidovitch 1445.254 1446.632 eh... Freda Davidovitch 1447.228 1450.55 בין געפֿאָרן אַזױ אַ דרײַ שעה, מיט RAKEVET. Freda Davidovitch 1455.058 1457.532 און איך בין דאָרטן געװעזן מיט זײ, Freda Davidovitch 1457.792 1460.621 אַ גאַנצן װינטער זע'מיר געװעזן. Shlomit Rachamim 1460.273 1462.57 און װי גע<UNK>, װאָס פֿאַר אַ יאָר איז דאָס? Freda Davidovitch 1462.29 1466.9 דאָס איז געװען אין פֿיר און פֿ-, אין דרײַ און פֿערציקסטן יאָר. Freda Davidovitch 1468.491 1469.85 און... Freda Davidovitch 1470.482 1473.463 אױף פּסח האָ'מיר געװאָלט פֿאָרן אַהײם. Freda Davidovitch 1474.262 1477.87 אָבער ס'איז שױן נישט געװעזן ערלױבט פֿאַר ייִדן, זענען שױן געגאַנגען Freda Davidovitch 1477.87 1480.449 מיט געלע שטערנס אױף די קלײדער. Freda Davidovitch 1480.557 1484.47 און מ'האָט שױן נישט געטאָרט פֿאָרן אין ערגעץ פֿאַר קײן ייִדיש קינד. Freda Davidovitch 1485.028 1486.895 זענען מיר געבליבן אין דער הײם. Freda Davidovitch 1488.471 1492.042 ס'איז געװעזן זײער טרױעריק, דער גאַנצער פּסח. Freda Davidovitch 1492.369 1498.995 מ'האָט נישט געטאָרט אַרױסגײן פֿון, נאָר פֿון אַכט אין דער פֿרי ביז פֿינעף אױף דער נאַכט, און אױך מיטן שטערן, Freda Davidovitch 1499.001 1501.593 און מ'האָט מורא געהאַט אַרױסצוגײן. Freda Davidovitch 1506.713 1508.361 ס'איז געװען שװער. Freda Davidovitch 1509.143 1513.035 אין דער צײַט, װאָס איך בין געװעזן בײַ דער מומע, Freda Davidovitch 1513.21 1516.343 איז געװעזן, האָט זי מיך באַקאָנט געמאַכט אױך מיט... Freda Davidovitch 1516.416 1520.64 מיט eh אַנדערע מײדעלעך, UNK געזעלשאַפֿט. Freda Davidovitch 1521.428 1526.062 און אױך האָ'מיר זיך באַקאָנט געמאַכט מיט eh ייִנגלעך, מיט בחורים, Freda Davidovitch 1528.296 1529.994 און אײן בחור Freda Davidovitch 1530.355 1533.774 האָב איך זײער געפֿעלן און ער האָט זיך אין מיר פֿאַרליבט, Freda Davidovitch 1533.865 1535.94 אָבער שטאַרק פֿאַרליבט. Freda Davidovitch 1535.991 1538.603 ער האָט זײער שײן געקענט זינגען. Freda Davidovitch 1538.603 1542.64 ער פֿלעג קומען בײַ נאַכט מיר געבן סערענאַדע אונטערן פֿענצטער. Freda Davidovitch 1544.091 1546.802 ער האָט געהײסן FARKAS טאָלי. Freda Davidovitch 1548.293 1550.7 ער לעבט יעצט אין בודאַפּעסט. Freda Davidovitch 1552.14 1554.884 און ער איז געקומען אַלץ צון אונדז, Freda Davidovitch 1555.718 1557.01 אַלע טאָג. Freda Davidovitch 1558.975 1561.466 און מיט- מײַן מומע האָט געזאָגט, Freda Davidovitch 1561.641 1565.839 זי האָט שױן געזען אַ ליבע, אָבער אַזאַ משוגענע ליבע האָט זי נישט געזען, Freda Davidovitch 1565.839 1567.24 װי אַזױ ער האָט מיך ליב. Freda Davidovitch 1567.429 1568.117 עט... Freda Davidovitch 1568.117 1569.819 מ'איז געװען יונג אַ מאָל. Freda Davidovitch 1572.98 1575.32 װי אַזױ פּסח האָט זיך געענדיקט, Freda Davidovitch 1575.495 1579.37 האָט מען אים אױכעט גערופֿן ער זאָל אױכעט גײן אין אַרבײַטס־ eh Freda Davidovitch 1579.68 1582.509 ־קאָמפּאַניע. כ'װײס װי אַזױ דאָס האָט זיך גערופֿן? Freda Davidovitch 1582.988 1586.39 און, ער איז געקומען זיך געזעגענען. Freda Davidovitch 1588.692 1590.88 און ער האָט זיך געזעגנט, Freda Davidovitch 1591.56 1593.849 און איך האָב געװײנט זײער. Freda Davidovitch 1594.345 1596.769 ער האָט געדאַרפֿט צו פֿרי אַװעקפֿאָרן, Freda Davidovitch 1596.859 1598.451 קײן MÁTÉSZALKA. Freda Davidovitch 1598.451 1601.207 אַזױ האָט געהײסן די שטאָט װוּ ער האָט געדאַרפֿט פֿאָרן. Freda Davidovitch 1602.765 1604.244 און איך בין געבליבן. Freda Davidovitch 1605.533 1607.37 אין דער נאַכט Freda Davidovitch 1608.317 1610.386 האָב איך געחלומט אַ חלום, Freda Davidovitch 1612.401 1614.17 אַז איך בין ערגעץ Freda Davidovitch 1614.17 1615.517 אין אַ שול, Freda Davidovitch 1616.468 1617.958 אין אַ BEYT HAKNESET, Freda Davidovitch 1617.958 1620.984 אין אַ גרױס BEYT HAKNESET מיט אַ סך מענטשן, Freda Davidovitch 1621.935 1625.321 און איך זע אַז מײַן טאַטע גײט דורך Freda Davidovitch 1625.8 1627.296 <מיט> זשאַנדאַרן. Freda Davidovitch 1628.112 1631.379 און איך זאָג אים, און איך װײן זײער און שרײַ: Freda Davidovitch 1632.28 1633.944 "טאַטע! טאַטע! Freda Davidovitch 1634.457 1636.436 קום נעם מיך אַרױס פֿון דאָ!" Freda Davidovitch 1636.436 1639.457 די גאַנצע שול איז געװען אַרומגערינגלט מיט Freda Davidovitch 1639.457 1641.093 אײַזערנע קײטן. Freda Davidovitch 1641.093 1642.82 דאָס האָב איך געחלומט. Freda Davidovitch 1643.552 1646.718 דאָס װײס איך זיכער. דאָס געדענק איך זיכער. Freda Davidovitch 1647.045 1652.726 און דער טאַטע האָט מיר געזאָגט, "באַרויִק דיך, קינד זיס, באַלד קום איך צו דיר. באַלד קום איך אױך אַהער." Freda Davidovitch 1652.817 1654.161 און ער איז אַװעק. Freda Davidovitch 1656.192 1659.935 און איך האָב מיך אױפֿגעװעקט און איך האָב דערצײלט דעם חלום פֿאַר Freda Davidovitch 1659.935 1661.113 מײַן מומע. Freda Davidovitch 1661.119 1662.331 זאָגט די מומע, Freda Davidovitch 1662.331 1665.231 "אײַ, פֿאַר אַ חלום טאָר מען נישט גלײבן. Freda Davidovitch 1665.777 1668.926 אַ! אַ ייִדיש קינד גלײבט נישט פֿאַר קײן חלום. Freda Davidovitch 1669.692 1671.171 שלאָף װײַטער." Freda Davidovitch 1672.527 1678.578 אָבער, איך האָב װײַטער געשלאָפֿן. אַ יונג קינד שלאָפֿט. היצט קען איך שױן נישט שלאָפֿן, <נאָר> דעמאָלטס האָב איך געקענט. Freda Davidovitch 1678.99 1681.144 כ'האָב נאָר אײַנגעשלאָפֿן, Freda Davidovitch 1681.167 1683.017 איז אום זעקס אַ זײגער Freda Davidovitch 1683.107 1686.729 האָב איך, האָט יעדער שױן געהערט, מ'האָט געשריגן אױף די Freda Davidovitch 1687.039 1690.757 RAMKOLn אַז אַלע ייִדן זאָלן זיך צונױפֿנעמען, Freda Davidovitch 1690.757 1693.887 ביז דרײַ קילאָ מעג מען מיט זיך מיטנעמען, Freda Davidovitch 1693.887 1695.555 און אַרײַנגײן אין געטאָ. Freda Davidovitch 1697.029 1699.202 און מיר האָבן נישט געװוּסט װוּ דאָס איז. Freda Davidovitch 1699.202 1704.093 מ'האָט געזאָגט װוּ מע דאַרף גײן, װאָס מע מעג נעמען, װאָס איבערלאָזן, Freda Davidovitch 1704.808 1710.962 װאָס צו טון, װאָס מיר האָ'מיר געהאַט װיכטיקס, מ'האָט זיך נישט געקענט, האָט מען מיטגענעמען, Freda Davidovitch 1710.985 1716.564 װאָס מ'האָט איבערגעגען פֿאַר גױים זאָלן באַהאַלטן, <מ'האָט UNK געגלײבט> נאָך עפּעס. Freda Davidovitch 1717.279 1723.213 אָבער אַלעס איז פֿאַרפֿאַלן געגאַנגען, און אונדז האָ'מיר מיטגענעמען װאָס האָבן מיר מיטגענעמען, זע'מיר געגאַנגען אין געטאָ. Freda Davidovitch 1724.805 1729.338 אין געטאָ האָט מען אונדז אַרײַנגעלײגט אין אַזאַ קלײן צימער, זע'מיר געװעזן Freda Davidovitch 1729.564 1731.87 אפֿשר אַ צװאָנציק מענטשן Freda Davidovitch 1732.028 1734.37 מיט קינדער, מיט קלײנע קינדער, Freda Davidovitch 1734.37 1740.122 װאָס זײ האָבן אַ סך געװײנט, נישט געקענט שלאָפֿן. מ'איז געװען הונגעריק, ס'איז נישט געװען װאָס צו עסן... Freda Davidovitch 1740.617 1744.441 ס'איז געװעזן שטאַרק שװער. ס'איז זיך נישט געװען װוּ צו װאַשן. Freda Davidovitch 1744.482 1745.995 ס'איז נישט געװען Freda Davidovitch 1746.321 1747.614 קײן TOILET Freda Davidovitch 1747.671 1751.124 פֿאַר אַזױ פֿיל מענטשן, דאָס איז נישט געװעזן צוגעגרײט. Freda Davidovitch 1751.586 1754.634 דאָס איז געװעזן עפּעס שװערס. שװער. Freda Davidovitch 1755.889 1757.345 ביז דעמאָלטס, Freda Davidovitch 1757.345 1759.663 האָט ער, מײַן libHABer, טאָלי, Freda Davidovitch 1759.939 1762.734 געשיקט אַ פּאַקעט פֿאַר מיר. Freda Davidovitch 1763.331 1764.995 ספּעציעל פֿאַר מיר. Freda Davidovitch 1765.288 1767.138 דאָרט איז געװעזן ברױט, Freda Davidovitch 1767.634 1769.18 מיט שאָקאָלאַד, Freda Davidovitch 1769.338 1770.935 מיט זיסע זאַכן. Freda Davidovitch 1771.633 1773.59 מײַן מומע זאָגט, Freda Davidovitch 1773.93 1777.857 "דו קענסט דאָס נישט צונעמען. קוק, דאָ זענען זײַנע געשװיסטער, Freda Davidovitch 1777.857 1779.525 מיט קלײנע קינדער. Freda Davidovitch 1779.615 1781.915 דו דאַרפֿסט דאָס אײַנגעבן פֿאַר זײ, Freda Davidovitch 1781.915 1785.482 צעטײלן יעדער זאָל עפּעס אַ שטיקעלע באַקומען פֿון דעם. Freda Davidovitch 1786.129 1790.117 און אַזױ האָב איך געמאַכט: אַ שטיקעלע ק- פֿאַר מײַן קי-, פֿאַר אונדזער קינד, Freda Davidovitch 1790.117 1792.367 ס'איבעריקע האָב איך אַהינגעגעבן Freda Davidovitch 1793.132 1795.21 פֿאַר זײַנע געשװיסטער. Shlomit Rachamim 1795.765 1799.5 איר האָט געװוּסט װי, װוּ עס זײַנען <געש- UNK> Freda Davidovitch 1797.975 1798.833 יאָ. Freda Davidovitch 1798.833 1799.601 יאָ. Freda Davidovitch 1799.601 1800.231 יאָ. Freda Davidovitch 1800.523 1801.828 איך בין גע- מיט... Shlomit Rachamim 1800.56 1802.91 זײ זענען געװען פֿון דער זעלבע STADT. Freda Davidovitch 1801.828 1803.802 ס'איז געװ- די זעלב-, יאָ. Freda Davidovitch 1803.802 1809.422 אונדז זענען געװעזן מיט קינדער, נאָר אײנע איז געװעזן אַ מײדעלע, אַ יונגע אַזױ װי איך, Freda Davidovitch 1809.422 1813.12 און מיט איר זע'מיר טאַקע געװען צוזאַמען אין AUSCHWITZ אױכעט. Freda Davidovitch 1813.751 1814.633 יע.