Naomi Rappaport 1.767 5.844 TAPE NUMBER TWO, INTERVIEW WITH MISSUS GITTA KRAUT. Naomi Rappaport 6.087 7.11 uhm, Naomi Rappaport 7.707 11.61 איר האָט געזען װוּ װי מען eh שנײַדט אים אַראָפּ די באָרד? Gitta Kraut 11.441 12.05 נײן. Naomi Rappaport 12.27 13.07 mhm. Gitta Kraut 12.345 14.08 מ'האָט אים גענעמען בײַ נאַכט. Naomi Rappaport 14.09 14.96 mhm. Naomi Rappaport 15.46 15.812 יאָ. Gitta Kraut 15.48 17.54 בײַ נאַכט האָט מען אים אַװעקגעפֿירט, Gitta Kraut 17.728 19.797 מ'האָט אים געהאַלטן אַ פּאָר שעה. Gitta Kraut 20.467 23.091 ער זאָל אױסזאָגן װוּ די JEWELRY איז. Gitta Kraut 24.997 27.512 ער האָט נישט אױסגעזאָגט. Naomi Rappaport 28.75 29.48 יאָ. Gitta Kraut 29.092 30.752 אַװעקגעלײגט די JEWELRY. Gitta Kraut 31.43 33.714 אונדז, די קינדער האָבן נישט געװוּסט װוּ. Naomi Rappaport 33.47 34.17 mhm. Gitta Kraut 37.237 40.083 ער האָט אױפֿגעשריבן אין Gitta Kraut 43.095 44.959 לשון־קודש Gitta Kraut 45.606 48.873 װוּ סע איז, אַז אַ קינד קומט אַהײם זאָל עס טרעפֿן. Naomi Rappaport 48.426 49.28 יאָ. Gitta Kraut 50.219 55.777 יאָ. איז אײן ברודער אַהײמגעקומען פֿריִער װי אונדז. Naomi Rappaport 55.731 56.51 mhm. Gitta Kraut 56.524 59.117 מיר מיט מײַן שװעסטער זע'מיר געװען צוזאַמען. Naomi Rappaport 59.18 59.71 יאָ. Gitta Kraut 59.185 61.173 דעי שװעסטער װאָס זי װױנט דאָ. Naomi Rappaport 60.863 61.43 יאָ. Gitta Kraut 65.951 68.371 איך בין נישט אַהײמגעפֿאָרן נאָך דער קריג. Gitta Kraut 70.042 71.563 איך בין זאָפֿאָרט געפֿאָרן, Gitta Kraut 72.432 74.38 איך בין ני- איך האָב נישט געזען דער הײם Gitta Kraut 74.805 75.68 נאָך די קריג. Gitta Kraut 78.052 80.146 זע'מיר אָנגעקומען אױף פּראַג, Gitta Kraut 81.013 83.23 נאָך דער מלחמה. דאָס װילט איר װיסן? Naomi Rappaport 82.935 87.86 NO, איך האָב געװאָלט װיסן װאָס מ'האָט געטאָן, איך, מיר'ן קומען צו דעם שפּעטער. Gitta Kraut 87.86 88.25 יאָ. Naomi Rappaport 87.89 92.801 אָבער, eh, װאָס, אױב מ'האָט אַ מאָל געפֿונען די צירונג, די די JEWELRY. Gitta Kraut 92.722 98.152 יאָ. מײַן ברודער װאָ- ער איז אַהײמגעקומען דער ערשטער, אײן ברודער װאָס ער װױנט היצט אין ISRAEL. Gitta Kraut 98.775 101.759 ער איז אַהײמגעקומען, האָט גענומען די גאַנצע JEWELRY, Gitta Kraut 103.367 105.672 אי-, איך בין נישט געװען דעמאָלטס דאָרטן שױן. Naomi Rappaport 105.48 108.005 און eh צו-, די, צעטײלט מיט אַלעמען? Gitta Kraut 108.102 110.67 איך בין נישט געװען דאָרטן, איך בין געפֿאָרן Naomi Rappaport 108.87 110.24 אָ! יאָ. Naomi Rappaport 111.015 113.506 שפּעטער. יאָ. יאָ. יאָ. Gitta Kraut 111.292 112.95 אױף ITALY, יע. Naomi Rappaport 113.513 117.838 מיר'ן אָנקומען צו דעם. איך װיל אַ, װיסן אַ ביסל מער װעגן געטאָ. Naomi Rappaport 117.838 119.818 װוּ האָט איר געװױנט אין געטאָ? Gitta Kraut 121.007 123.422 VÁSÁRTÉR האָט דאָס געהײסן. Naomi Rappaport 122.94 123.825 mhm. Naomi Rappaport 124.296 125.404 מיט װעמען? Gitta Kraut 126.32 126.87 װי? Naomi Rappaport 126.523 128.289 אין װאָס פֿאַר אַ הױז? Gitta Kraut 129.017 131.546 די הױז? איך געדענק נישט. Naomi Rappaport 131.468 133.234 װער האָט געװױנט אין הױז? Gitta Kraut 134.008 135.122 אין די געטאָ? Naomi Rappaport 134.893 135.595 יאָ. Gitta Kraut 136.691 141.664 מ'האָט צאַמגענומען די ייִדן און אַרײַנגעלײגט אין אײן ROOM מיט די FAMILIES, אפֿשר Gitta Kraut 142.018 145.33 אין אײן ROOM אפֿשר פֿינעף זעקס FAMILIES. Naomi Rappaport 144.985 147.898 יאָ, איר זײַנט געװען מיט אײַער אײגענע FAMILY? יאָ, יאָ. Gitta Kraut 146.549 149.803 יאָ, יאָ, מיט די אײגענע FAMILY, אין געטאָ. Naomi Rappaport 150.908 153.534 און זײַנען דאָרטן געװען פּאָליצײ? Naomi Rappaport 153.692 155.745 אין uhm געטאָ? Gitta Kraut 154.571 155.553 אין די געטאָ? Gitta Kraut 156.198 158.383 מ'האָט געמאַכט די ייִדישע פּאָליצײ. Naomi Rappaport 158.346 161.33 און װי אַזױ האָבן זײ זיך uh אױפֿגעפֿירט? Gitta Kraut 163.104 164.4 זײ האָבן נישט געשלאָגן. Gitta Kraut 165.001 166.116 זײ האָבן נישט געזאָגט. Gitta Kraut 166.566 169.392 מ'האָט זײ אײַנגערעדט אַז זײ װעלן בלײַבן לעבן. Gitta Kraut 170.445 173.528 פֿאַר דעם זענען זײ געװעזן פּאָליצײ. POLICE. Gitta Kraut 175.762 180.708 זײ זענען גאַנץ, צ- צו אונדז האָבן זײ גאָרנישט געטון, די ייִדישע. Naomi Rappaport 175.843 176.197 ס'איז גע- Gitta Kraut 181.807 183.853 נאָר געהיט אַז מע זאָל נישט אַנטלױפֿן. Naomi Rappaport 183.612 186.12 יאָ, איר האָט געהאַט אַ יודנראַט דאָרטן אױך? Gitta Kraut 186.207 186.718 יאָ. Naomi Rappaport 186.902 189.309 װער איז געװען דער הױפּט פֿון יודנראַט? Gitta Kraut 191.101 193.471 איך מײן אַז דער, מײַן טאַטע טאַקע. Gitta Kraut 194.305 196.026 דאָס איז פֿון די קהילה, יאָ? Naomi Rappaport 195.863 196.684 יאָ. Gitta Kraut 196.497 199.161 יאָ, דער טאַטע געװעזן אײנע פֿון אַלע. Gitta Kraut 200.444 203.136 ד-, איך װײס נישט צי איז ער געװען אַ הױפּט אָדער... Gitta Kraut 203.948 207.019 אָבער ער איז געװעזן פֿון, פֿון די שול אײנער. Naomi Rappaport 207.034 211.061 זײַנען, האָט איר געאַרבעט אין uhm אין געטאָ? Gitta Kraut 211.559 213.169 אין געטאָ האָ'מיר נישט געאַרבעט. Naomi Rappaport 212.369 212.85 NO. Naomi Rappaport 212.927 216.005 און האָבן אַנדערע מענטשן געאַרבעט אין געטאָ? Gitta Kraut 217.207 218.772 I DON'T, איך װײס נישט. Naomi Rappaport 218.627 222.181 און און פֿון װאַנען האָט איר געקראָגן עסן דאָרטן? Gitta Kraut 222.656 225.2 מ'האָט זיך מיטגענומען, מ'האָט געקענט קאָכן. Gitta Kraut 227.55 230.353 EXACTLY װײס איך נישט װי אַזױ עס איז געװעזן. Naomi Rappaport 230.794 237.403 זײַנען געװען אינצידענטן װוּ מ'האָט געשלאָגן אָדער מ'האָט געהרגעט אין געטאָ? Gitta Kraut 238.244 240.228 אין געטאָ האָט מען נישט געהרגעט. Gitta Kraut 241.77 245.332 נאָר װען מ'האָט אונדז אַרױסגעפֿירט פֿון די געטאָ, Gitta Kraut 246.839 251.989 האָט מען זיך געטראָגן די פּעקלעך, די די פּאָליצײ האָט אַ, Gitta Kraut 253.044 256.369 כ'האָב אים געזאָגט ער זאָל מיר אױפֿהײבן דאָס פּעקל, ס'איז אַראָפּגעפֿאַלן. Gitta Kraut 256.584 258.407 האָט ער מיר געגען אַ זעץ. Gitta Kraut 260.703 264.456 אָדער אַזױ געדענק איך נישט מע זאָל געװען שלאָגן אין די געטאָ. Gitta Kraut 265.286 268.185 אַזױ װ-, דער טאַטע האָ-, דעם טאַטע האָט מען גענומען, Gitta Kraut 268.267 271.306 די אַלע, דעי װאָס זענען געװען פֿאַרמעגלעכע, Gitta Kraut 272.355 276.889 מ'האָט זײ אױסגעהערט, מ'האָט זײ צוגענעמען, מ'האָט זײ eh די געלט, Gitta Kraut 278.494 280.026 דע- דעמאָלטס האָט מען געשלאָגן. Gitta Kraut 281.451 285.459 אָבער אונדז האָ'מיר נישט געזען, אונ- די קינדער האָבן נישט געזען אַז מע שלאָגט דעם טאַטע. Gitta Kraut 286.042 289.861 מ'האָט געשלאָפֿן אױף דער ערד. אײנער נעבן אַנדערן. Gitta Kraut 290.065 292.078 אין די געטאָ, אין די הױז. Naomi Rappaport 294.598 296.904 איר זײַט אַ מאָל געװען קראַנק אין געטאָ? Gitta Kraut 297.445 300.057 ס'איז געװעזן. ס'איז געװעזן אַז מ'האָט, Gitta Kraut 300.057 301.565 מ'האָט געקענט, Gitta Kraut 302.068 307.227 ס'איז געשטאָרבן אױכעט מענטשן אין די געטאָ. מ'האָט זײ נאָך געקענט באַערדיקן דאָרט, Gitta Kraut 307.227 312.55 אין טעטש. מ'האָט געקענט, מ'האָט געלאָזט אַרױסגײן צום הײליקן־אָרט. Naomi Rappaport 315.287 319.769 uhm, װען האָט מען אײַך אַרױסגעשיקט פֿון געטאָ? Gitta Kraut 322.997 324.695 אַנפֿאַנג MAY Gitta Kraut 325.173 326.724 האָט מען אונדז אַרױסגעשלעפּט. Gitta Kraut 327.782 330.913 מ'האָט אונדז געפֿירט צו די באַן, דאָרט האָ'מיר געשלאָפֿן Gitta Kraut 331.227 334.41 אַ טאָג אָדער אַ נאַכט, צװײ נעכט, Gitta Kraut 335.588 338.55 און אױכעט אַלע ייִדן צוזאַמען, Gitta Kraut 339.03 340.01 אין די באַן. Naomi Rappaport 339.823 343.496 אין אין דעם באַן אָדער אין eh בײַ דער סטאַנציע? Gitta Kraut 342.808 345.535 בײַ די שט- eh סטאַנציע, װי לאַנג Gitta Kraut 345.535 349.666 איך געדענק נישט װיפֿל טעג מיר זע'מיר געװען דאָרטן. Gitta Kraut 350.282 353.768 נאָך דעם האָט מען אונדז אַרױסגעפֿירט צו די אױשװיץ. Naomi Rappaport 354.589 357.705 אין װאָ- װי אַזױ, אין װאָס האָט האָט מען אײַך געפֿירט? Gitta Kraut 357.564 358.346 אין אַ באַן, Naomi Rappaport 358.032 359.258 אין די באַן. Gitta Kraut 358.62 362.045 אַ באַן װוּ מע טוט אָקסן פֿירן, Gitta Kraut 362.045 365.28 פֿערד פֿירן. דעיע דעיע װאַגאָנען. Gitta Kraut 365.28 366.63 נישט מענטשלעך. Gitta Kraut 368.351 370.739 EXCUSE ME, מ'האָט נישט געקענט, Gitta Kraut 371.585 377.043 מ'האָט געדאַרפֿט מאַכן, אַז אַז מ'האָט געדאַרפֿט די TOILET, EXCUSE ME, Gitta Kraut 377.208 380.202 האָט מען געדאַרפֿט צודעקן מע זאָל נישט זען. Gitta Kraut 380.478 385.826 אָדער מע האָט אַרױסגעגאָסן דורך אַ קלײן פֿענצטערל. Naomi Rappaport 388.035 390.223 עמעצער איז אַנטלאָפֿן פֿון באַן? Gitta Kraut 391.333 392.405 פֿון די באַן? Gitta Kraut 392.985 394.13 איך גלײב נישט. Naomi Rappaport 394.326 396.18 איר האָט געװוּסט װוּ איר פֿאָרט? Gitta Kraut 396.26 399.884 נײן. נײ-, אונדז האָ'מיר נישט געװוּסט װוּ מע פֿירט אונדז. Gitta Kraut 401.579 403.608 דער דער טאַטע האָט דערזען Gitta Kraut 403.843 408.438 אַז זע'מיר אַרױס פֿון אונגאַרן, פֿון פֿון אונדז, פֿון eh פֿון דעי Gitta Kraut 409.325 416.367 װוּ דע-, װוּ מיר האָ'מיר געװױנט, האָט ער געזאָגט, "קינדער, ס'איז נישט גוט, מע פֿירט אונדז eh אױף אױש-", ער האָט נישט געװוּסט אױף אױשװיץ. Gitta Kraut 416.673 419.183 "מע פֿירט אונדז שױן ערגעץ אַנדערש." Gitta Kraut 421.0 424.87 פּױלן מײן איך. איך װײס נישט. איך געדענק נישט. Gitta Kraut 425.896 430.956 איך בין נישט געװען אַזאַ קלײן מײדעלע, אָבער איך האָב נישט גע-, איך געדענק נישט. Naomi Rappaport 429.863 434.857 יאָ. האָט איר געהערט װעגן אױש- eh, אױשװיץ פֿון עמעצן פֿריִער? Gitta Kraut 433.13 434.115 נײן. Gitta Kraut 434.64 435.47 נײן. Naomi Rappaport 435.133 438.401 האָט איר געהערט װעגן די קאָנצענטראַציע־לאַגערס? Gitta Kraut 441.483 445.115 װען זע'מיר געװען אין אין אין אין געטאָ? Naomi Rappaport 443.301 445.05 אין געטאָ? mhm. Gitta Kraut 446.768 449.956 נישט צו פֿיל, איך װײס נישט. Naomi Rappaport 448.566 451.8 װוּ האָבן די דײַטשן געזאָגט אַז זײ פֿירן אײַך? Gitta Kraut 451.898 453.434 זײ האָבן נישט געזאָגט װוּ זײ פֿירן. Gitta Kraut 454.391 460.463 מע האָט אונדז נאָר אַרױסגעפֿ- -פֿירט פֿונעם, פֿון די געטאָ אַזױ װי מע פֿירט פֿערד. Gitta Kraut 461.234 466.519 דע- דע-, מ'האָט געמוזט זײַן אין די רײע צו די, צו די באַן. Gitta Kraut 467.314 468.55 צו פֿוס. Gitta Kraut 469.116 471.188 פֿון די געטאָ צו די באַן. Naomi Rappaport 472.09 475.189 װי לאַנג איז געװען די רײַזע אױף דעם באַן? Gitta Kraut 476.202 478.623 פֿון פֿון די געטאָ צו די באַן? Naomi Rappaport 477.017 478.985 פֿון געטאָ ביז AUSCHWITZ. Naomi Rappaport 480.072 482.346 פֿון געט- אױפֿן, אױף דער באַן. Gitta Kraut 482.349 483.465 אױף די באַן? Naomi Rappaport 482.667 483.677 יאָ. Gitta Kraut 484.441 486.24 איך מײן דרײַ טאָג. Gitta Kraut 486.942 488.419 קען זײַן מער. Naomi Rappaport 488.07 491.017 און װען זײַנט איר אָנגעקומען אין אױשװיץ? Gitta Kraut 491.362 492.797 ערבֿ־שבֿועות. Gitta Kraut 493.144 494.449 ערבֿ־שבֿועות. Gitta Kraut 495.811 497.521 נישט אַ טאָג װי- פֿאַר, Gitta Kraut 498.057 500.0 ממש ערבֿ־שבֿועות. Naomi Rappaport 498.133 499.456 פּונקט. יאָ. Gitta Kraut 500.518 502.756 זע'מיר אָנגעקומען אױף אױשװיץ. Gitta Kraut 502.968 505.118 מ'האָט אַלעס צוגענומען. מ'האָט אונדז... Gitta Kraut 505.118 507.25 קודם האָט ער, מענגעלע איז געװעזן, Gitta Kraut 507.581 513.594 אױף רעכטס, לינקס, װוּ די מע- װוּ די פֿרױען דאַרפֿן גײן און װוּ די מענער דאַרפֿן גײן. Gitta Kraut 516.56 520.548 די אַלטע מענטשן האָט מען תּיכּף גענומען אַװעק, Gitta Kraut 520.548 521.898 מיט די קינדער. Gitta Kraut 522.121 523.768 אונדז האָ'מיר נישט געװוּסט. Gitta Kraut 524.658 528.737 װע- װען װען װען זע'מיר אָנגעקומען אױף אױשװי- בירקענױ. Gitta Kraut 528.737 530.592 בירקענױ זע'מיר אָנגעקומען. Naomi Rappaport 530.414 535.745 װי אַזױ האָט אױסגעקוקט די סטאַנציע OR די באַן, די פּלאַטפֿאָרמע װען איר זײַנט אָנגעקומען? Gitta Kraut 535.401 537.152 אין אױשװיץ? Naomi Rappaport 536.383 537.102 יאָ. Gitta Kraut 545.159 550.058 מיר האָ'מיר שױן געװוּסט אַז מיר זע'מיר אָנגעקומען אױף אױשװיץ, האָט מען זאָפֿאָרט Gitta Kraut 550.83 553.652 ZÄHLAPPELL געמאַכט אין אױשװיץ. Gitta Kraut 553.913 556.698 האָ'מיר געזען אַ סך אַ סך מענטשן. Gitta Kraut 557.1 558.23 מיר האָ'מיר געזען, Gitta Kraut 560.395 563.831 די מענער זענען שױן געװעזן דאָרטן פֿון בעפֿאָר אונדז. Gitta Kraut 563.831 566.434 אַ סך מענער, פּױלישע, Gitta Kraut 566.663 569.753 סלאָװאַקישע, זענען שױן געװעזן בעפֿאָר אונדז. Gitta Kraut 570.021 571.472 האָבן זײ געזאָגט: Gitta Kraut 572.867 575.862 "װאַרפֿט אַװעק די פּעקלעך, גיטס פֿאַר אונדז! Gitta Kraut 576.19 581.26 מע װעט אַלעס צונעמען ANY- eh ז- סײַ װי סײַ, מע װעט אַלעס צונעמען." Gitta Kraut 582.13 584.152 מ'האָט אַלץ נישט געגלײבט. Gitta Kraut 589.043 593.663 נאָך דעם אין אױשװיץ האָט מען אונדז אַלעס צוגענומען. אַלעס. Gitta Kraut 593.663 597.25 מע האָט אונדז אָפּגעש- ש- אַרײַנגעש- -שיקט אין אַ Gitta Kraut 597.369 599.739 SHOWER, SHOWER נעמען. Gitta Kraut 600.884 603.391 מ'האָט אונדז אָפּגעשניטן די האָר. Gitta Kraut 603.662 605.71 אַלעס איבעראָל אָפּגעשניטן. Gitta Kraut 606.589 609.594 און נאָך דעם האָט מען אונדז צע- אָנגעטאָן אין שמאַטעס. Gitta Kraut 610.94 615.069 און מ'האָט אונדז אָנגעפֿירט... צולאַגער. Gitta Kraut 615.069 619.869 זע'מיר געװעזן אין צולאַגע- לאַגער, באַראַק Gitta Kraut 620.333 621.971 EIGHT. אַכט. Gitta Kraut 622.354 623.608 באַראַק אַכט. Gitta Kraut 624.859 627.508 אָבער זע'מיר געװען צעטײלט. Gitta Kraut 627.508 630.438 דעי שװעסטער װאָס זי האָט, איר האָט גערעדט מיט איר, Gitta Kraut 630.438 631.942 זע'מיר געװען צוזאַמען. Gitta Kraut 632.175 637.971 אַנדערע צװײ שװעסטער זענען געװען ערגעץ אַן אַנדער פּלאַץ, איך װײס נישט װוּ. Naomi Rappaport 639.793 645.187 װער האָט eh, איז געװען די פֿירערין פֿון װע- uhm צולאַגער? Gitta Kraut 646.451 648.219 אַ סלאָװאַקישע. Gitta Kraut 648.219 651.159 זײער אַ שלעכטע. צװײ שװעסטער, <זײ איז-> Gitta Kraut 651.217 655.058 זײ האָבן, צו פֿרי פֿינעף אַ זײגער, פֿירע בײַ נאַכט, Gitta Kraut 655.272 659.739 האָט מען אונדז שױן אַרױסגעיאָגט אין דרױסן, שטײן אין דרױסן. Gitta Kraut 660.013 662.818 און מ'האָט אונדז געצײלט שעהען לאַנג, Gitta Kraut 663.298 665.584 צי ס'איז נישט עמעצער אַנטלאָפֿן. Gitta Kraut 669.571 676.98 נאָך דעם האָט מען אונדז אױסגעטײלט אַ אַ אַ שטיקל ברױט, Gitta Kraut 676.98 682.51 דאָס האָט <מען> געמוזט האַלטן ביזן אַנדערן טאָג. מיט אַ שטיקל סאַלאַמי, Gitta Kraut 682.51 684.927 אַ שטיקל פּוטער מײן איך אױכעט. Gitta Kraut 685.3 687.797 דאָס האָט מען אונדז אױסגעטײלט צו פֿרי. Gitta Kraut 687.92 694.072 אָבער מע האָט אונדז געהאַלטן פֿון פֿירע צו פֿרי, קאַלט קאַלט זײער קאַלט, Gitta Kraut 695.18 698.42 מיט די שמאַטעס, מ'האָט נישט געטאָרט אָנטאָן גאָרנישט. Gitta Kraut 698.79 705.869 אַ סך זענען געשטאָרבן אין מיטן, אין מיטן צײלן דע- דער Gitta Kraut 706.47 710.434 װאָס זײ האָבן געצײלט אין אױשװיץ װיפֿל מענטשן, צי סע פֿעלט נישט. Gitta Kraut 711.83 712.835 יאָ. Naomi Rappaport 714.162 716.518 מ'האָט אײַך אַ מאָל געשלאָגן אין eh...? Gitta Kraut 715.54 724.13 יאָ, מיך האָט מען געשלאָגן װײַל װײַל אַ אַ מאַ- אַ מאַן האָט מיר אַריבערגעװאָרפֿן אַ ברױט. Gitta Kraut 727.579 732.84 די STUBÄLTESTE איז געװעזן אַ סלאָװאַקישע, Gitta Kraut 733.111 737.42 האָט זי מיר געגען אַזאַ זעץ אַז איך בין טױב געװאָרן, Gitta Kraut 737.913 739.0 מיט די הענט. Gitta Kraut 739.362 744.202 נאָך דעם װען מ'האָט אונדז אַרױסגעטריבן, ZÄHLAPPELL האָט דאָס געהײסן, Gitta Kraut 744.202 747.362 האָט זי געמ- געהאַט אַ גרױסע בײַטש אַזױ װי מע ה-. Gitta Kraut 747.391 751.202 אַ בײַטש, איר װײסט װאָס אַ בײַטש איז? Naomi Rappaport 750.105 751.145 אַ WHIP. Gitta Kraut 751.347 751.985 יאַ. Gitta Kraut 752.202 755.687 און מיט דעם, טאָמער איז מען נישט געלאָפֿן צ- צו שנעל, Gitta Kraut 755.687 762.536 האָב איך באַקומען איבער דעם רוקן אַ גאַנצן, אַ גאַנצער, מיט די גאַנצע בײַ-. Naomi Rappaport 761.52 762.27 יאָ. Gitta Kraut 766.066 767.96 אָבער אַזױ האָט, Gitta Kraut 770.4 773.782 מיטאָג האָט מען אױסגעטײלט אַ ביסל װאַסער, Gitta Kraut 776.053 785.4 דאָס איז געװען דער מיטאָג. איך געדענק נישט נאַכטמאָל, צי מ'האָט, מ'האָט געגעבן נאַכטמאָל. מ'האָט געמוזט עסן דעיס ברױט װאָס מע האָט געהאַט, די שטיקל סאַלאַמי. Gitta Kraut 785.933 788.898 אָבער מיטאָג האָט מען געגאַנען פֿון די, Gitta Kraut 791.014 796.073 פֿונעם לאַגער, מײדלעך, oyfPICKn דעם מיטאָג. אין אױשװיץ. Gitta Kraut 796.691 802.884 און מ'האָט אױסגעטײלט. מ'האָט געדאַרפֿט שטײן אין די רײע מיט אַזאַ טעפּעלע, מ'האָט געהאַט אַ טעפּעלע. Gitta Kraut 802.985 804.808 איך געדענק נישט שאַרף. Gitta Kraut 807.088 809.115 און דאָס האָט מען געגעבן מיטאָג. Gitta Kraut 810.632 818.478 אַ מאָל איז עפּעס געװעזן אין דעם װאַסער. ס'איז, װי אַזױ מע, ס'האָט אױסגעקומען. Gitta Kraut 818.691 821.565 אַ לעפֿל. דאָס האָט געװען דער מיטאָג. Gitta Kraut 822.558 824.811 איך געדענק נישט נאַכטמאָל. Naomi Rappaport 824.727 828.07 האָט איר געאַרבעט אין uhm AUSCHWITZ? Gitta Kraut 827.25 829.405 אין אױשװיץ האָ'מיר נישט געאַרבעט. Naomi Rappaport 829.62 834.84 זײַנען געװען מײדלעך אין AUSCHWITZ אין אײַער לאַ-, אין אײַער eh באַראַק Naomi Rappaport 834.84 837.784 װעלכע האָבן געהאַט ספּעציעלע פּריװילעגיעס? Naomi Rappaport 837.784 839.249 װעלכע מע האָט זײ... Gitta Kraut 838.073 841.61 יאָ, אַ eh אַ, זײ האָבן געהאַט, Gitta Kraut 842.13 844.26 פֿון אונדז, פֿון טעטש, Gitta Kraut 844.729 850.217 זי האָט אױסגעטײלט דאָס ב- ס- ס'עסן. דעם מיטאָג. Gitta Kraut 855.347 858.666 האָבן ז- האָבן האָבן זײ געהאַט מער אַ ביסל עסן. Naomi Rappaport 859.422 861.812 פֿאַר װאָס האָט מען זײ אױסגעקליבן? Gitta Kraut 862.9 864.286 איך װײס אױך נישט. Gitta Kraut 865.384 867.984 זע- זענען געװען שטאַרקע מײדלעך? Gitta Kraut 867.984 872.13 איך װײס נישט פֿאַר װאָס מע, װער װער ס'האָט זײ אױסגעקליבן. ס- Naomi Rappaport 871.255 872.36 יאָ. Gitta Kraut 872.934 875.666 מ'האָט אונדז אַרײַנגעװאָרפֿן דאָרט אין דעם באַראַק, Gitta Kraut 876.159 878.449 מ'האָט געשלאָפֿן אױף ברעטער. Gitta Kraut 879.818 882.985 איך מײן, פֿיר מײ- פֿיר מײדלעך אױף אײן זײַט. Gitta Kraut 882.985 885.813 ס'איז געװען אײנס צװײ דרײַ שטאָק. Gitta Kraut 887.671 893.362 און מ'האָט זיך אפֿשר יאָ צוגעדעקט, eh אױף די ברעטער האָט מען געשלאָפֿן. Naomi Rappaport 893.593 897.08 איר זײַנט געװען מיט uh די שװעסטער די גאַנצע צײַט? Gitta Kraut 896.63 897.194 יאַ. Gitta Kraut 897.999 901.681 ביז צו באַ- באַפֿרײַען, אין זאַלצװעדל. Naomi Rappaport 901.288 905.821 װי אַזױ זײַנען די מײדלעך אױסגעקומען צװישן זיך אין באַראַק? Naomi Rappaport 905.828 910.462 מ'האָט זיך געשלאָגן, געקריגט? אָדער איז, מ'איז געװען פֿרײַנטלעך און סימפּאַטעטיש? Gitta Kraut 909.349 913.13 NO, בײַ נאַכט האָט מען געשריגן נעבעך, מ'האָט געשריגן, Gitta Kraut 914.667 916.811 אײנער איז געפֿאַלן אױפֿן אַנדערן, Gitta Kraut 916.858 918.898 ס'איז אַראָפּגעפֿאַלן די ברעטער, Gitta Kraut 919.108 920.666 מ'האָט זיך נישט געשלאָגן Gitta Kraut 920.92 923.016 אײנ- אײנער מיטן אַנדערן. Gitta Kraut 923.016 925.217 מ'איז געװען צופֿרידן אַז מע לאָזט אומ- Gitta Kraut 925.292 926.751 מע לאָזט אונדז לעבן. Naomi Rappaport 928.71 930.037 מ'האָט געדאַװנט? Gitta Kraut 930.202 932.115 געדאַװנט? Naomi Rappaport 931.022 931.826 יאָ. Gitta Kraut 932.115 934.927 NO, מ'האָט נישט געהאַט פֿון װוּ צו דאַװענען. Gitta Kraut 934.978 938.12 װער ס'האָט געקענט אױסנװײניק האָט געדאַװנט. Naomi Rappaport 937.794 940.146 װער האָט uhm Gitta Kraut 940.314 943.55 איך װײס נישט אין מײַן באַראַק װער עס האָט געדאַװנט. Naomi Rappaport 944.252 946.254 װעגן װאָס פֿלעגט מען רעדן? Gitta Kraut 946.606 947.449 װאָס? Naomi Rappaport 946.88 949.663 װעגן װאָס פֿלעגן די מײדלעך רעדן? Gitta Kraut 952.576 956.55 צװישן די מײדלעך, איך, נישט צו פֿיל גערעדט. Gitta Kraut 957.304 959.942 מ'האָט נישט געהאַט צײַט װען צו רעדן. Gitta Kraut 960.754 962.173 ס'איז נישט געװעזן, Gitta Kraut 967.216 968.985 איך געדענק נישט מע זאָל געװען צו, Gitta Kraut 968.985 973.985 יאָ, איך האָ- איך בין געװעזן מיט מיט אַ קוזינע צוזאַמען. Gitta Kraut 975.161 977.144 יאָ, מיט צװײ קוזינעס. Gitta Kraut 978.45 980.913 זי, זי האָט געאַרבעט אין קאָך, Gitta Kraut 981.006 983.811 אָבער פֿאַר אונדז האָט זי נישט געברענגט אַ צװיבעלע, Gitta Kraut 983.866 986.029 זי האָט געברענגט פֿאַר די שװעסטער, Gitta Kraut 987.316 992.855 אַ מאָל האָב איך געבעטן פֿאַר מײַן ייִנגסטע שװעסטער, איז זײער קראַנק געװעזן, Gitta Kraut 996.182 998.971 זי האָט, איך געדענק נישט זי זאָל געװען געבן. Gitta Kraut 999.663 1001.029 איך װײס נישט. Gitta Kraut 1001.584 1006.144 אַז איך האָב געהאַט אַ ביסל מער זופּ בין איך געגאַנען געבן פֿאַר אַנדערע. Gitta Kraut 1006.882 1015.623 כ- אַז איך האָב געהאַט נאָך אַ מאָל אַ זופּ, אָדער מ'האָט נישט געקענט געבן צו פֿיל אײנער דעם אַנדערן. Gitta Kraut 1015.998 1020.455 מ'האָט נישט געקענט צו פֿיל רעדן אײנער מיטן אַנדערן. בײַ נאַכט האָט מען נישט געקענט, Gitta Kraut 1020.455 1022.797 מ'האָט זיך געלײגט שלאָפֿן אױף די ברעטער, Gitta Kraut 1022.828 1027.521 און צו פֿרי האָט מען שױן ע- בײַ נאַכט אַרױסגענומען די מענטשן, אַרױסגעטריבן, Gitta Kraut 1027.776 1029.13 ZÄHLAPPELL. Naomi Rappaport 1030.652 1034.459 װי לאַנג זײַנט איר געװען אין uh, אין AUSCHWITZ? Gitta Kraut 1035.155 1037.101 דרײַ מאָנאַט מײן איך. Naomi Rappaport 1037.655 1040.072 און פֿון דאָרטן, װוּ זײַנט איר געגאַנגען? Naomi Rappaport 1040.072 1041.715 װוּ האָט מען אײַך געשיקט? Gitta Kraut 1041.903 1043.13 צו אַרבעטן, Gitta Kraut 1043.147 1045.231 אין זאַלצװעדל. Naomi Rappaport 1043.827 1046.441 יאָ. װי אַזױ האָט מען אײַך אױסגעקליבן Naomi Rappaport 1046.515 1047.842 צו גײן אַרבעטן? Gitta Kraut 1051.782 1055.826 מ'האָט געקוקט, װען ס'איז געװען אין אױשװיץ ZÄHLAPPELL, Gitta Kraut 1055.959 1059.391 האָט מען געקוקט װעלכע זענען שטאַרקע מײדלעך. Gitta Kraut 1059.464 1063.787 האָט מען אױסגעװײלט, און מ'האָט דורכגעלאָזט. Gitta Kraut 1064.303 1066.681 אַזױ זע'מיר אונדז, האָט מען זיך צעטײלט. Gitta Kraut 1067.656 1072.347 מיר זענען געװען גוט מיט דער שװעסטער אין eh זאַלצװעדל. Naomi Rappaport 1073.86 1074.86 װי Gitta Kraut 1074.034 1075.55 װער סע האָט אױסגעהאַלטן. Naomi Rappaport 1075.185 1076.107 mhm. Gitta Kraut 1075.55 1080.275 זאַלצװעדל געדענק איך נישט אַז עמעצער זאָל געװען שטאַרבן, איך געדענק נישט. Naomi Rappaport 1079.674 1080.388 יאָ. Naomi Rappaport 1080.388 1082.975 װאָס פֿאַר אַ CAMP איז זאַלצװעדל געװען? Naomi Rappaport 1083.555 1086.114 װאָס האָט איר גע- בײַ װאָס האָט איר געאַרבעט? Gitta Kraut 1085.623 1091.84 איך האָב געאַרבעט בײַן אַ מאַשין, דעם, צו מאַכן די פּולװער פֿ- צו שיסן. Naomi Rappaport 1091.115 1091.885 mhm. Gitta Kraut 1093.283 1099.681 געדאַרפֿט די <הילץ> אַ אַ גאַנצע ל-, אַ גאַנצן עמער, Gitta Kraut 1100.0 1105.38 אַ גאַנצן טאָפּ, און אַרײַנגיסן אין די מאַשין, Gitta Kraut 1105.38 1109.463 ס- ס'זאָל זײַן אײניק די <הילץ>, אַזױ האָט דאָס געהײסן, די... Naomi Rappaport 1108.188 1109.097 יאָ. Gitta Kraut 1109.64 1112.101 אַז אַ, איך האָב געאַרבעט בײַ דער מאַשין. Gitta Kraut 1113.58 1117.913 מײַן שװעסטער דאַכט זיך מיר האָט זיך כ- אַרײַנדערזען אין די קאָך. Naomi Rappaport 1113.643 1114.88 װיפֿל שעה... Gitta Kraut 1118.18 1121.56 אַ דײַטשע פֿ-, אַ דײַטש מײדל, Gitta Kraut 1121.56 1122.927 זי האָט געפֿ- ס-, Gitta Kraut 1123.04 1127.695 זי האָט געפֿעלן פֿאַר דעם, פֿאַר דעי פֿאַר דעם מײדל, האָט זי זי געשטעלט אין קאָך. Gitta Kraut 1129.7 1134.76 איך מײן אַז זי האָט נישט געאַרבעט אין די, אין די פֿאַבריק. אי- Gitta Kraut 1134.76 1138.927 איך האָב געאַרבעט אין די פֿאַבריק, קען זײַן זי האָט אױך געאַרבעט, איך װײס נישט. Naomi Rappaport 1139.631 1142.46 װי לאַנג, eh װיפֿל שעה פֿלעגט איר אַרבעטן? Gitta Kraut 1143.42 1145.942 װער האָט געװוּסט װיפֿל שעה? Naomi Rappaport 1145.368 1147.454 בײַ טאָג? בײַ נאַכט? uh Gitta Kraut 1147.68 1153.507 eh אײ- אײן שי-, אײן אײן װאָך איז געװען בײַ נאַכט, און אײן װאָך איז געװען בײַ טאָג. Gitta Kraut 1153.695 1158.983 מ'האָט זיך געטײלט. אַן אַנדערע שיכט איז געװעזן בײַ טאָג, זע'מיר אונדז געװען בײַ נאַכט. Gitta Kraut 1159.169 1162.431 אַן אַנדערע שיכט איז געװען בײַ נאַכט, זע'מיר אונדז געװען בײַ טאָג, Naomi Rappaport 1162.282 1165.341 יאָ, און די באַדינגונגען װוּ איר זײַנט געשלאָפֿן, Gitta Kraut 1162.431 1163.292 אַרבעטן. Naomi Rappaport 1165.341 1167.09 eh בעסער װי אין אױשװיץ? Gitta Kraut 1166.759 1167.724 בעסער. Naomi Rappaport 1167.399 1169.733 יאָ. װי אַזױ האָט דאָס אױסגעקוקט? Gitta Kraut 1175.237 1176.623 אין לאַגער? Gitta Kraut 1177.309 1179.594 האָב- האָ'מיר געשלאָפֿן אין בעט. Naomi Rappaport 1179.304 1182.723 אין אין בעט. אײן אײן אײנער צו אַ בעט צי מער? Gitta Kraut 1181.602 1182.954 נײן נײן. Gitta Kraut 1184.184 1186.718 אײנער אַלײן איז נישט געװעזן. Gitta Kraut 1186.888 1191.8 מ'האָט געגעבן צוצודעקן אַזאַ, אַ קאָץ. Gitta Kraut 1192.309 1195.405 טאָמער, איך געדענק שױן נישט. Gitta Kraut 1195.733 1198.322 איך װײס נישט װי אַזױ ס'איז געװעזן. Naomi Rappaport 1198.913 1206.467 אין דער צײַט װאָס איר זײַנט געװען אין זאַלצװעדל, האָט איר געװוּסט עפּעס װאָס גײט אָן אין דער װעלט, װי אַזױ די מלחמה גײט אָן? Naomi Rappaport 1206.625 1208.121 די קריג גײט אָן? Gitta Kraut 1207.46 1212.666 די דײַטשע, דעי דײַטשע מענער פֿלעגן מיר געבן, זײ װאָס זײ האָבן געאַרבעט מיט אונדז, Gitta Kraut 1212.666 1214.666 אין די מאַ- אין די פֿאַבריק, Gitta Kraut 1214.698 1220.65 פֿלעגן זײ זאָגן, "סע ג-, סע װעט שױן ענדיקן, סע װעט שױן ענדיקן, סע װעט שױן ענדיקן." ער פֿלעג ג- Gitta Kraut 1220.65 1223.127 פֿלעג אַ גיב טון אַן עפּעלע, Gitta Kraut 1224.19 1228.19 אַן ע-, אַזױ װי, eh װער װאָס האָט געהאַט, Gitta Kraut 1228.396 1234.936 פֿלעג פֿלעג זײַן, פֿלעגן דעי מענטשן װאָס זײ האָבן געאַרבעט מיט אונדז אין די פֿאַבריק זענען געװען גוט. Gitta Kraut 1235.0 1241.381 נאָר דעי גױטע װאָס זי איז געװען די אױפֿזעערין אין די פֿאַבריק איז געװען זײער אַ שלעכטע. Gitta Kraut 1242.111 1243.948 זײער אַ שלעכטע. Gitta Kraut 1243.948 1246.507 פֿ- אין מײַן, װוּ איך האָב געאַרבעט, Gitta Kraut 1246.507 1247.705 מיט דעי מאַשין. Gitta Kraut 1247.705 1250.301 װײַל ס'איז דאָך געװען פֿאַרשידענע מאַשינען. Gitta Kraut 1250.785 1255.478 איך האָב געהאַ- -אַרבעט איך זאָל מאַכן פֿאַר די BULLETS. Gitta Kraut 1256.041 1259.159 אַן אַנדערער <האָט> אָנגעפֿילט די BULLETS. Gitta Kraut 1259.326 1262.0 יעדער האָט געאַרבעט בײַן אַן אַנדער מאַשין. Gitta Kraut 1263.499 1266.58 נאָר דאָס האָט געװען די פֿאַבריק פֿון BULLETS. Naomi Rappaport 1267.037 1273.325 און איר, eh זײ פֿלעגן זיך טײלן מיט אײַך װעגן eh װאָס, װי אַזױ די קריג eh גײט? Gitta Kraut 1272.768 1276.496 נישט צו פֿיל. זײ האָבן נישט גערעדט, זײ האָבן נישט געטאָרט רעדן מיט אונדז. Naomi Rappaport 1276.34 1281.273 איר האָט געהערט די באָמבעס? אָדער זײַנען איבערגעפֿלױגן מאַשינען איבער אײַך? Gitta Kraut 1280.98 1285.969 נײן. נאָר װען די אַמעריקאַנער זענען אָנגע- אָנגעקומען מיט די מאַשינען. Naomi Rappaport 1285.313 1286.421 mhm, יאָ. Gitta Kraut 1286.094 1289.343 האָ'מיר שױן געװוּסט אַז דאָס איז די אַמעריקאַנער. Gitta Kraut 1289.521 1293.478 אָדער אַזױ האָ'מיר נישט געזען גאָרנישט. Naomi Rappaport 1294.138 1300.51 uh האָט איר געהאַט אַ אידעע פֿון װוּ זײַנען eh אײַערע ברידער אָדער שװעסטער? Gitta Kraut 1299.242 1302.333 נײן. גאָר-, אַבסאָלוט נישט. Gitta Kraut 1302.376 1304.8 נאָר איך מיט מײַן שװעסטער. Naomi Rappaport 1304.843 1310.316 איר האָט געװוּסט װוּ איר זײַט? װוּ, אין װעלכן טײל פֿון דײַטשלאַנד, װוּ זאַלצװעדל איז? Gitta Kraut 1309.896 1312.808 יאָ. דאָס האָ'מיר געװוּסט. Naomi Rappaport 1312.043 1313.271 יאָ, mhm. Gitta Kraut 1313.509 1317.682 איר װײסט, דאָס איז געװען דײַטשלאַנד? צי דאָס איז געװען פּױלן, זאַלצװעדל? Gitta Kraut 1317.682 1319.964 דײַטשלאַנד, נײן? דײַטשלאַנד. Naomi Rappaport 1318.247 1319.302 דײַטשלאַנד, mhm. Naomi Rappaport 1319.991 1320.489 יאָ. Naomi Rappaport 1321.712 1325.385 װען זײַנט איר געװאָרן באַפֿרײַט? Gitta Kraut 1328.62 1330.404 מיט אַ יאָר שפּעטער, eh... Gitta Kraut 1330.404 1335.101 איך מײן אױכעט טאַקען... ס'איז געװען זומער. Gitta Kraut 1335.412 1338.066 איך װײס נישט, MAY אָדער JUNE. Naomi Rappaport 1340.292 1342.682 געדענקט דעם טאָג? איר געדענקט דעם טאָג? Gitta Kraut 1341.546 1343.458 נײן. נײן, נײן. Gitta Kraut 1343.458 1344.83 אַבסאָלוט נישט. Naomi Rappaport 1343.889 1346.817 װי אַזױ האָט איר געװוּסט אַז איר זײַנט באַפֿרײַט? Naomi Rappaport 1348.003 1349.853 אַז דער קריג האָט זיך געענדיקט? Gitta Kraut 1349.652 1356.826 די די אַמעריקאַנער, די אַ- AMERICAN ס- סאָלדאַטן זענען אַרײַנגעקומען. Gitta Kraut 1357.776 1361.735 האָ'מיר שױן געװוּסט, מיר האָ'מיר געזען װי די דײַטשע לױפֿן אַװעק, Gitta Kraut 1362.259 1365.318 האָ'מיר שױן געװוּסט אַז מיר זע'מיר באַפֿרײַט. Naomi Rappaport 1366.093 1370.09 װוּ זײַנט איר געװען, גענױ געװען אין דעם מאָמענט װען זײ...? Gitta Kraut 1369.323 1370.073 װי? Naomi Rappaport 1370.09 1374.674 װוּ זײַנט איר געװען װען זײ זײ זײַנען אַרײַן, די אַמעריקאַנער? Gitta Kraut 1373.632 1374.898 אין זאַלצװעדל. Naomi Rappaport 1374.674 1378.827 יאָ, אָבער װוּ eh גענױ אין זאַלצװעדל? איר האָט געאַרבעט דעם טאָג, אָדער...? Gitta Kraut 1376.251 1377.441 גענױ... Gitta Kraut 1379.629 1382.145 איך מײן אַז נײן, איך װײס נישט. Gitta Kraut 1383.71 1386.666 דעם זעלבן טאָג װען זײ זענען געקומען... Naomi Rappaport 1384.74 1386.928 װען זײ זײַנען אַרײַנ<געקומען>. Gitta Kraut 1388.246 1389.463 װײס איך נישט. Naomi Rappaport 1390.63 1394.876 איר האָט גערעדט צו uh אַן אַמעריקאַנעם סאָלדאַט, װען איר האָט... Gitta Kraut 1394.217 1399.333 יאָ, איך האָב געאַרבעט, ער איז געװען אַ PHOTOGRAPHER. Gitta Kraut 1399.434 1403.637 איך האָב אים געהאָלפֿן מאַכן די MOVIES װאָס ער האָט געמאַכט. Naomi Rappaport 1404.079 1406.705 דעם ערשטן טאָג װי מ'האָט אײַך באַפֿרײַט? uh-huh. Gitta Kraut 1405.811 1409.449 נײן, שפּעטער װען, שפּעטער שױן האָט ער געפֿרעגט Gitta Kraut 1409.652 1413.101 װער סע פֿאַרשט-, זײ האָבן געפֿרעגט דאָרטן, די סאָלדאַטן. Gitta Kraut 1413.877 1416.16 SO איך האָב אים צוגעהאָלפֿן. Gitta Kraut 1417.284 1424.594 און װען אי-, װען ער האָט מיך נישט פֿאַרשטאַנען, איך האָב נישט געקענט די eh ענגליש. Gitta Kraut 1425.592 1428.873 כ'האָב נאָר געשריגן, "MY SISTER, MY SISTER, MY SIST-!" Gitta Kraut 1428.873 1431.478 "מײַן שװעסטער, מײַן שװעסטער, מײַן שװעסטער!" Gitta Kraut 1431.608 1434.058 ער האָט מיך נישט פֿאַרשטאַנען װאָס איך זאָג, Naomi Rappaport 1436.952 1441.926 איז eh קײנער האָט נישט גערעדט קײן ד- eh איר האָט גערעדט דײַטש? Gitta Kraut 1441.072 1441.681 נײן. Naomi Rappaport 1441.926 1445.479 בלױז eh טשעכ- uh אונגאַריש און eh און ייִדיש? Gitta Kraut 1445.434 1446.521 ייִדיש. Naomi Rappaport 1446.01 1448.218 איז קײנער האָט נישט גערעדט קײן ייִדיש? Gitta Kraut 1449.086 1450.778 װוּ, אין לאַגער? Naomi Rappaport 1449.928 1450.766 יאָ. Gitta Kraut 1450.778 1451.959 יאָ. Naomi Rappaport 1451.599 1453.466 NO, פֿון די אַמעריקאַנער. Gitta Kraut 1453.301 1454.121 נײן. Naomi Rappaport 1454.215 1456.723 װי אַזױ האָט איר געפֿונען די שװעסטער? Gitta Kraut 1454.396 1455.26 װער פֿ- Gitta Kraut 1457.053 1459.889 דע- דעי שװעסטער איז געקומען מיט אונדז. Naomi Rappaport 1458.94 1459.696 יאָ. Gitta Kraut 1460.217 1461.347 eh מיט מיר. Naomi Rappaport 1460.809 1461.481 יאָ. Gitta Kraut 1462.153 1468.058 די שװעסטער, מ'האָט אױסגערעדט, מ'האָט אױ- אױסגעשריבן װער סע לעבט, װוּ מע איז. Naomi Rappaport 1467.478 1468.299 mhm. Naomi Rappaport 1468.862 1469.649 יאָ. Gitta Kraut 1469.899 1476.971 און איך האָב אַרומגעכאַפּט דעם דעם דעם סאָלדאַט, ער איז זיכער געװען נישט אַ פּשוטער סאָלדאַט. Gitta Kraut 1480.449 1484.275 זאָג איך, "מײַן שװעסטער, מײַן שװעסטער, איך האָב געטראָפֿן מײַן שװעסטער!" Gitta Kraut 1484.332 1487.159 ער האָט מיך נעבעך אָנגעקוקט װי אַ משוגענע. Gitta Kraut 1487.332 1489.379 װאָס האָט ער געװוּסט װאָס איך רעד? Gitta Kraut 1490.125 1492.703 אַזױ איז, האָ'מיר זיך צאַמגעטראָפֿן. Gitta Kraut 1492.976 1500.26 די קלענ- די קלענסטע איז געבליבן אין אױשװי- אין אין דאָרטן װוּ זי ג- האָט געאַרבעט. זי האָט געאַרבעט אין אַן אַנדער שטאָט, אַן אַנדערע, Gitta Kraut 1500.667 1504.84 אַן אַנדערע געגנט, אַנדערע אַרבעט, זײער שװערע אַרבעט. Gitta Kraut 1504.894 1508.551 די ייִנגסטע שװעסטער איז דאָרט געשטאָרבן. Naomi Rappaport 1507.558 1509.048 mhm, יאָ. Naomi Rappaport 1509.717 1515.128 איז װי לאַנג זײַנט איר פֿאַרבליבן אין זאַלצװעדל נאָכן eh, ל- eh באַפֿרײַונג? Gitta Kraut 1514.607 1518.344 נע- נישט לאַנג. זע'מיר נאָך דעם געפֿאָרן אױף פּראַג. Naomi Rappaport 1518.488 1523.801 װי אַזױ האָט איר געפֿילט פֿיזיש, uh, אין זאַלצ- װען מ'האָט אײַך באַפֿרײַט? Gitta Kraut 1523.905 1526.963 באַפֿרײַט? בין איך געװען אַ געזונט מײדל. Gitta Kraut 1527.618 1529.822 מ'האָט געגען בעסער עסן, Gitta Kraut 1533.618 1537.687 און דעי װאָס זענען געװען אין קאָך האָבן אונדז אַ ביסל אַרױסגעהאָלפֿן. Gitta Kraut 1538.118 1541.276 מײַן שװעסטער פֿלעג מיר ברענגען מער עסן, Gitta Kraut 1542.585 1546.339 און מ'האָט אױסגעהאַלטן די צרות. Naomi Rappaport 1546.639 1549.687 איז װי אַזױ האָט איר זיך צוזאַמענגעמ- uhm Naomi Rappaport 1549.744 1553.872 -געקומען מיט אַנדערע מיטגלידער פֿון אײַער פֿ- eh משפּחה? Gitta Kraut 1555.594 1561.13 אי- איך, פֿון פּראַג בין איך זאָפֿאָרט געפֿאָרן אױף PALESTINE. Naomi Rappaport 1561.131 1564.486 פֿאַר װאָס זײַנט איר געפֿאָרן קײן פּראַג? פֿאַר װאָס פּראַג? Gitta Kraut 1561.368 1562.368 איך... Gitta Kraut 1567.304 1569.304 אַהין האָט מען אונדז געפֿירט. Gitta Kraut 1569.637 1571.259 איך װײס נישט פֿון װוּ. Gitta Kraut 1571.648 1574.185 מ'האָט אונדז געפֿירט אױף פּראַג. Gitta Kraut 1574.333 1576.722 דאָרט האָט מען אונדז שױן אין פּראַג, Gitta Kraut 1576.814 1579.87 איך בין נישט געװען לאַנג דאָרט, Gitta Kraut 1580.592 1587.014 איז געװעזן אַ ORGANIZATION װאָס זײ האָבן אַרױסגעהאָלפֿן מע זאָל גײן אױף PALESTINE. Naomi Rappaport 1587.004 1590.137 איר געדענקט אפֿשר דעם נאָמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע? Gitta Kraut 1590.159 1592.594 נײן, כ'געדענק נישט. Naomi Rappaport 1592.1 1598.0 איז דע- uh דאָס זײַנען געװען מענטשן פֿון PALESTINE, אָדער eh אַנדערע? Gitta Kraut 1598.243 1601.175 ס'איז געװעזן ייִדישע. ייִדישע. Gitta Kraut 1601.459 1606.256 איך האָב מיך געטראָפֿן מיט אַן אַדװאָקאַט. ער איז געװען אַ מאַכער דאָרט פֿון טעטש. Gitta Kraut 1607.418 1610.446 װער נאָך איז געװעזן, eh װײס איך נישט. Gitta Kraut 1610.662 1616.229 מיט אים האָב איך מיך געטראָפֿן, און ער האָט מיך געבעטן איך זאָל נישט גײן אױף PALESTINE, Gitta Kraut 1616.473 1618.594 איך זאָל בלײַבן אין פּראַג. Gitta Kraut 1626.229 1629.675 נו, דער שיקזאַל איז אַזױ געװעזן. Gitta Kraut 1630.081 1633.283 איך בין נישט געװען לאַנג אין פּראַג. Gitta Kraut 1633.729 1636.986 אין פּראַג האָב איך מיך באַקענט מיט מײַן מאַן. Gitta Kraut 1637.54 1646.905 זע'מיר צוזאַמען געפֿאָרן מיט מיט מיט באַנען אױף ITALY. Naomi Rappaport 1647.163 1650.79 איר זײַנט געפֿאָרן לעגאַל קײן ITALY, אָדער או- Gitta Kraut 1650.189 1650.81 װי? Naomi Rappaport 1650.8 1652.911 לעגאַל אָדער אומלעגאַל? Gitta Kraut 1653.446 1656.027 אױף ITALY האָט מען אונדז געפֿירט! Naomi Rappaport 1655.145 1655.966 mhm. Gitta Kraut 1657.054 1660.729 אומלעגאַל, טאַקען די ייִדישע פֿון IZRAEL. Naomi Rappaport 1660.005 1662.022 יאָ, די BRIKHA? Gitta Kraut 1663.797 1667.175 װי לאַנג פֿון פּראַג אױף ITA- Naomi Rappaport 1665.321 1667.272 פֿון פּראַג אױף ITALY. Gitta Kraut 1670.918 1672.652 אַ טאָג צװײ. Naomi Rappaport 1672.341 1673.128 יאָ. Gitta Kraut 1673.486 1677.094 אױף אױף ל- eh לאַסט־אױטאָס האָט מען אונדז גענעמען. Naomi Rappaport 1673.51 1674.51 ih איר האָט... Gitta Kraut 1677.094 1678.463 מיט די באַן. Naomi Rappaport 1679.007 1682.132 אַ- איר האָט שױן געהאַט, eh איר האָט שױן חתונה געהאַט? Gitta Kraut 1681.797 1685.054 נײן, אין ITALY האָ'מיר געכאַ- חתונה געהאַט. Gitta Kraut 1685.162 1686.554 אין איטאַליע. Naomi Rappaport 1687.528 1688.349 יאָ. Gitta Kraut 1688.148 1690.662 אָבער זע'מיר געפֿאָרן צוזאַמען. Naomi Rappaport 1692.777 1694.779 און װוּ זײַנט איר אָנגעקומען? Gitta Kraut 1698.058 1699.797 סאַנטע־צעזאַריע. Gitta Kraut 1701.753 1706.231 אַזױ האָט געהײסן דאָס, װוּ זע'מיר געװעזן נאָך דעם, אין דעם לאַ- Naomi Rappaport 1704.403 1707.232 mhm. װאָס eh װאָס איז דאָרטן געװען? Gitta Kraut 1707.85 1709.582 PRIVATE HOUS<ING>. Gitta Kraut 1709.582 1714.405 די מײדלעך האָבן געשלאָפֿן עקסטער און די ייִנגלעך האָבן געשלאָפֿן עקסטער. Gitta Kraut 1714.768 1717.507 אַנדערע, אַנדערע װױנונגען. Gitta Kraut 1720.768 1723.884 אָבער דאָרט בין איך שױן נישט געװען מיט מײַן שװעסטער, נאָר מיט Gitta Kraut 1724.405 1725.565 מיט מײַן מאַן. Gitta Kraut 1726.029 1729.362 אָבער ער האָט נישט געשלאָפֿן, אונדז האָ'מיר נישט געשלאָפֿן... Naomi Rappaport 1728.621 1729.3 יאָ. Gitta Kraut 1729.606 1732.768 ער האָט געשלאָפֿן מיט די מענער. Naomi Rappaport 1732.213 1733.084 יאָ. Naomi Rappaport 1733.118 1734.992 דאָס איז געװען אַן אָרט... Gitta Kraut 1734.459 1736.188 PRIVATE הײַזער. Naomi Rappaport 1734.992 1738.789 יאָ. PRIVATE הײַזער, נישט געװען אָרגאַניזירט פֿון eh Gitta Kraut 1739.059 1739.931 יאָ? Naomi Rappaport 1739.097 1740.556 פֿון אַן אָרגאַניזאַציע? Gitta Kraut 1739.931 1743.855 יאָ, פֿון די, פֿון די ענג-, פֿון די אַמעריקאַנער. Naomi Rappaport 1742.963 1744.138 mhm, יאָ. Gitta Kraut 1744.953 1748.391 אין די eh אין S- eh S- eh סאַנטע־צעזאַריע. Naomi Rappaport 1748.565 1753.031 איז געװען אַ, עס, מ'האָט עס גערופֿן אַ CAMP? אָדער uh פּריװאַט אין גאַנצן? Gitta Kraut 1752.253 1753.433 נײ- eh Gitta Kraut 1753.746 1756.536 ס'האָט נישט געהײסן קײן CAMP. פּריװאַט. Naomi Rappaport 1755.805 1756.828 mhm, יאָ. Naomi Rappaport 1757.796 1759.261 װער האָט געגעבן עסן?