Hanna Poznańska-Linde 36.179 40.97 DWUDZIESTY DZIEWIĄTY WRZEŚNIA TYSIĄC DZIEWIĘĆSET DZIEWIĘĆDZIESIĄT SZEŚĆ. Hanna Poznańska-Linde 40.97 43.134 HANNA POZNAŃSKA-LINDE Hanna Poznańska-Linde 43.134 47.449 PRZEPROWADZA ROZMOWĘ eh Z PANEM HENRYKIEM ROBAKIEM Hanna Poznańska-Linde 47.449 49.558 W ŚRÓDBOROWIE POD WARSZAWĄ. Hanna Poznańska-Linde 49.558 52.381 PAN ROBAK BĘDZIE MÓWIŁ W JĘZYKU JIDYSZ. Henryk Robak 55.671 57.283 מײַן נאָמען Henryk Robak 58.309 61.014 איז הענריק ראָבאַק. Henryk Robak 62.761 64.761 געבױרן אין װאַרשע Henryk Robak 64.761 68.283 אין טױזנט נײַן הונדערט צװײ און צװאָנציק, Henryk Robak 68.597 70.319 אין עלעפֿטן מײַ, Henryk Robak 72.552 75.078 אין אַ ייִדישער משפּחה, Henryk Robak 75.597 77.002 ייִדישיסטן. Henryk Robak 78.522 83.33 אָנגעהױבן מײַן עדוקאַציע, Henryk Robak 84.567 86.266 די ערשטע שולע, Henryk Robak 86.388 88.73 דאָס איז געװען די פֿאָלק־שולע, Henryk Robak 89.192 90.739 צישאָ־שולע, Henryk Robak 91.151 93.506 פֿון דער לינקע פּועלי־ציון Henryk Robak 94.592 98.433 אױף נאָװאָליפּקע אַכט און זעכציק אין װאַרשע. Henryk Robak 101.477 103.075 צװישן אַנדערע, Henryk Robak 103.492 105.85 מײַנע לערערס זענען געװען Henryk Robak 107.82 109.238 הערצליך, Henryk Robak 109.746 112.339 די פֿרױ פֿון לוציאַן בליטן, Henryk Robak 112.776 116.253 דעם הױפּט־פֿירער פֿון צוקונפֿט אין פּױלן. Henryk Robak 116.917 118.686 זײַן פֿרױ הערצליך, Henryk Robak 118.686 121.907 די לערערין מײַנע איז אומגעקומען אין געטאָ, Henryk Robak 122.029 125.537 מיט די צװײ טעכטער, װאָס איך גענױ װײס װעגן דעם. Henryk Robak 126.358 128.731 דער צװײטער מײַנער לערער Henryk Robak 128.761 130.277 פֿון געשיכטע Henryk Robak 130.447 133.061 איז געװען עמנואל רינגלבלום. Henryk Robak 134.552 137.803 די געשיכטע װי אַזױ ער איז אומגעקומען, Henryk Robak 138.062 139.955 דאָס פּױלישע ייִדנטום, Henryk Robak 139.955 143.238 און אױך דאָס ייִדנטום אױף דער װעלט װײסט גענױ. Henryk Robak 143.358 144.85 דאָס דאַרף מען נישט Henryk Robak 144.85 146.253 איבערחזרן. Henryk Robak 147.253 149.716 מײַנע לערערין איז אױך געװען Henryk Robak 150.432 152.238 הדסה קעסטין, Henryk Robak 153.507 155.865 אױך אַ געװעזענע Henryk Robak 157.388 160.492 פֿון דער לינקע פּועלי־ציון אַקטיװיסטין. Henryk Robak 161.313 164.149 אַחוץ דעם פּערזענלעכקײטן Henryk Robak 164.149 165.472 האָב איך געקענט Henryk Robak 165.472 168.903 אַזעלכע פֿאָלקס־טוער, Henryk Robak 170.029 171.941 געזעלשאַפֿטלעכע טוער, Henryk Robak 172.892 175.268 װעלכע האָבן געהאַט אַ גרױסע באַדײַטונג Henryk Robak 175.268 178.555 אין דער ייִדישער באַװעגונג אין פּױלן, אין װאַרשע, Henryk Robak 179.27 180.268 װי ניס- Henryk Robak 180.268 182.1 װי נתן בוקסבױם, Henryk Robak 183.328 186.805 לעװ זרובבֿל, Henryk Robak 186.805 189.153 װעלכער איז דערנאָכן אַװעק קײן ישׂראל, Henryk Robak 189.731 191.388 יעקבֿ קענער, Henryk Robak 191.522 195.373 דער אָנפֿירער פֿון דער יוגנט בײַ דער לינקער פּועלי־ציון. Henryk Robak 197.119 199.029 און נאָך אַנדערע. Henryk Robak 202.946 205.944 נאָכן ענדיקן די פֿאָלק־שולע, Henryk Robak 207.182 208.661 בין איך אַריבער Henryk Robak 209.358 212.137 אין די מיטל־האַנדל־שולע אין װאַרשע, Henryk Robak 212.716 214.955 אױף דער פּראָסטע צװײ. Henryk Robak 216.82 219.194 גײענדיק נאָך אין דער פֿאָלק־שולע, Henryk Robak 219.313 222.178 האָב איך געהערט צו דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, Henryk Robak 223.402 226.671 קינדער־אָרגאַניזאַציע פֿון דער לינקע פּועלי־ציון, Henryk Robak 226.892 228.328 צום יונגבאָר. Henryk Robak 228.925 231.071 דאָס זענען געװעזן מײַנע Henryk Robak 231.684 234.783 ליכטיקע, פֿרײַנדלעכע יאָרן, Henryk Robak 235.177 236.842 לוסטיקע יאָרן, Henryk Robak 237.303 238.985 װי מיר האָבן פֿאַרבראַכט Henryk Robak 239.295 242.732 אױף פֿאַרשידענע קאָלאָניעס, לאַגערן, Henryk Robak 243.134 249.853 ספּעציעל אין די לאַגערן װעלכע זענען געװאָרן אָרגאַניזאַנ- אָרגאַניזירט Henryk Robak 250.415 251.81 אין קוזמיר, Henryk Robak 252.592 254.358 אין לובלינער געגנט. Henryk Robak 255.949 257.293 אַחוץ דעם, Henryk Robak 258.903 260.5 אַלס יוגנטלעכער, Henryk Robak 261.149 262.477 בין איך אָפֿט Henryk Robak 264.253 266.829 אַרױסגעפֿאָרן אונטער װאַרשע, Henryk Robak 267.552 270.716 װוּ ס'זענען אָרגאַניזירט געװאָרן Henryk Robak 271.432 276.238 קיבוצים, די שולע פֿון HAKHSHARA, Henryk Robak 276.537 278.865 דאָס צוגרײטן יונגע מענטשן Henryk Robak 278.865 281.325 צום אַרױספֿאָרן קײן ישׂראל. Henryk Robak 284.182 289.762 נו, מײַן לעבן איז אַדורך אין דער פֿאַמיליע, אין דער משפּחה, Henryk Robak 290.595 291.771 אין שטוב. Henryk Robak 291.925 293.373 טאַטע־מאַמע Henryk Robak 293.701 294.925 האָבן געלעבט, Henryk Robak 295.507 297.104 האָבן זיך פֿאַרנומען, Henryk Robak 297.597 300.208 אַחוץ זײער פּראָפֿעסיאָנעלע Henryk Robak 300.208 302.013 צוגאַנג צום לעבן, Henryk Robak 302.492 303.791 איז אױך געװען Henryk Robak 303.791 305.372 דאָס קולטורעלע לעבן. Henryk Robak 305.9 307.177 אין שטוב Henryk Robak 307.52 308.96 איז אַלע מאָל געװען Henryk Robak 308.96 310.197 אַ ייִדיש ביכל, Henryk Robak 310.659 312.358 אַ ייִדישע צײַטונג, Henryk Robak 312.482 314.991 פּאָפּולער האָט מען דאָס גערופֿן "אַ ייִדיש בלאַט". Henryk Robak 315.789 319.04 די נעמען פֿון די ייִדישע בלעטער זענען געװען דער הײַנט, Henryk Robak 319.477 321.234 די פֿאָלקס־צײַטונג, Henryk Robak 321.645 323.951 די יוגנטלעכע צײַטונג דער װעקער, Henryk Robak 324.149 325.92 פֿון דער לינקע פּועלי־ציון, Henryk Robak 325.92 329.048 דער אַרבעטער־צײַטונג, אַלץ װאָכן־צײַטונג, Henryk Robak 329.103 331.578 און נאָך אַנדערע פֿאַרשידענע Henryk Robak 331.82 335.257 אױסגאַבעס, װעלכע זענען אַרױסגעגאַנגען אין פּױלן. Henryk Robak 335.865 338.396 דאָס װיכטיקסטע איז געװען װאָס Henryk Robak 338.477 340.894 דאָס ייִדישקײט, די ייִדישע שפּראַך, Henryk Robak 341.085 342.412 איז תּמיד Henryk Robak 342.701 344.791 געװען אין דער שטוב, Henryk Robak 345.168 347.39 אַזױ װי מע זאָגט, יעדן טאָג Henryk Robak 347.531 348.808 און אַ גאַנץ יאָר. Henryk Robak 351.313 354.641 נו, אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר איז אױסגעבראָכן די מלחמה. Henryk Robak 355.656 357.91 ס'איז געװען זײער אַ שװערער קלאַפּ, Henryk Robak 357.91 361.751 נישט נאָר פֿאַר אונדזער משפּחה, פֿאַרן גאַנצן ייִדנטום אין פּױלן, אין װאַרשע. Henryk Robak 363.782 367.556 װען ס'איז אױפֿגעשטאַנען דאָס געטאָ, Henryk Robak 368.287 371.032 איך בין געװען אין דעם געטאָ. Henryk Robak 372.626 373.746 דאָס לעבן Henryk Robak 373.746 377.686 איז געװען זײער שװער. דאָס איז נישט פֿאַר מיר צו באַשרײַבן. Henryk Robak 378.497 381.417 איך קען נאָר איבערגעבן געװיסע (פּרוטים) Henryk Robak 382.014 383.388 פֿון דעם לעבן. Henryk Robak 384.313 385.41 איך בין, Henryk Robak 385.805 390.119 פֿון געטאָ האָב איך זיך אַרױסגעט- -ריסן, נאָך מיט מײַנעם אַ חבֿר, Henryk Robak 391.238 392.925 דאָס איז געװעזן Henryk Robak 393.97 399.45 אין נאָװעמבער טױזנט נײַן הונדערט און פֿערציק. Henryk Robak 403.208 407.803 דאָס װאָס איך געדענק, דאָס לעבן אין געטאָ, דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן, Henryk Robak 408.112 410.343 איז eh געװען נאָר אַ געיעג Henryk Robak 410.343 413.014 פֿאַר דעם שפּײַז, זיך אױסצוהאַלטן. Henryk Robak 413.776 416.311 דער טאַטע, אַממערסטן דער טאַטע, Henryk Robak 416.311 417.962 איז אַװעק אין דער פֿרי, Henryk Robak 418.878 421.336 אַ גאַנצע טאָג כּמעט איז ער נישט געװען, Henryk Robak 422.085 424.985 אַלע מאָל האָט ער עפּעס געברענגען צום עסן. Henryk Robak 425.746 428.137 פֿון װאַנעט ער האָט גענומען דאָס עסן, Henryk Robak 428.565 430.989 אין װאָס פֿאַר אַ צושטאַנד, Henryk Robak 431.97 436.575 דעמאָלס האָט מען געקענט געפֿינען דאָס עסן צו באַזאָרגן די פֿאַמיליע, Henryk Robak 436.85 438.324 דאָס װײס איך נישט. Henryk Robak 438.328 440.776 דאָס איז איבער הױפּט נישט צו באַשרײַבן. Henryk Robak 443.208 444.85 פֿון צײַט צו צײַט, Henryk Robak 445.313 447.388 איז געװען אַ שטיקל פֿלײש, Henryk Robak 447.388 449.366 אָבער װאָס פֿאַר אַ פֿלײש? Henryk Robak 450.179 451.716 דאָס װאָס איך װײס, Henryk Robak 451.716 453.112 מע האָט געפֿונען Henryk Robak 453.928 455.238 אױף דער גאַס Henryk Robak 456.054 457.773 אַ געהרגעט פֿערד, Henryk Robak 457.773 459.204 אַ געפֿאַלן פֿערד, Henryk Robak 459.492 461.88 האָבן מענטשן געשניטן דאָס פֿלײש, Henryk Robak 462.567 465.298 און אַזאַ שטיקל פֿלײש פֿון צײַט צו צײַט, Henryk Robak 465.343 467.82 פֿערד־פֿלײש, איז געװען אין שטוב. Henryk Robak 470.87 473.835 קאַרטאָפֿל, צי אַנדערע פֿאַרשידענע, Henryk Robak 473.835 475.539 אָדער געפֿרױרענע, Henryk Robak 476.642 479.151 אָדער געפֿונען, Henryk Robak 479.462 481.614 איך װײס נישט אױף װאָס פֿאַר אַן אופֿן, Henryk Robak 482.582 486.98 אַ מאָל איז געװען פֿריש, אַ מאָל נישט־פֿריש, אָבער מע האָט אַלץ געגעסן. Henryk Robak 487.746 489.546 און אַלס יונג קינד Henryk Robak 489.985 492.253 װאָס קען איך אַ סך געדענקען? Henryk Robak 492.94 495.193 איך װײס, נישט אײן מאָל Henryk Robak 495.193 497.105 זענען מיר געװען הונגעריק, Henryk Robak 497.415 499.597 מע האָט געבעטן עפּעס צום עסן, Henryk Robak 499.85 502.573 אָבער ס'איז נישט געװען װוּ באַ- צו באַקומען. Henryk Robak 503.656 506.388 אױב ס'איז נאָך עפּעס געװען אין שטוב, Henryk Robak 506.82 508.208 דאָס װאָס Henryk Robak 508.417 510.104 כ'קען נאָך געדענקען, Henryk Robak 511.313 513.179 איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן, Henryk Robak 513.895 515.296 מע זאָל געפֿינען Henryk Robak 516.149 518.945 עסן, דאָס הײסט פֿאַרקױפֿט פֿאַר געלט, Henryk Robak 518.981 521.068 און פֿאַר דעם געקױפֿט אַ ביסל עסן. Henryk Robak 521.359 522.776 אָבער דאָס גענױ, Henryk Robak 522.776 523.831 דאָס איז מיר Henryk Robak 523.831 526.333 שװער דאָס צו- צו דערצײלן דערפֿאַר, Henryk Robak 527.739 530.771 װײַל איך בין דעמאָלס געװען, כ'האָב נישט געהאַט Henryk Robak 531.761 536.149 דעם צוגאַנג צו דעם, איך האָב נישט געהאַט נאָך דעם זכּרון װאָס איך האָב הײַנט. Henryk Robak 537.328 539.223 נו, אַלס יונג קינד Henryk Robak 540.567 543.432 האָב איך זיך גענױ, גענױ נישט פֿאַרטראַכט Henryk Robak 543.97 545.733 פֿון װאַנען קען מען נעמען Henryk Robak 545.733 548.287 דאָס עסן און דאָס ברענגען אין שטוב אַרײַן. Henryk Robak 548.799 550.498 כ'װײס נאָר אײן זאַך, Henryk Robak 550.993 553.232 דאָס קען איך איבערגעבן, Henryk Robak 553.845 555.797 אַז די גאַנצע צײַט, Henryk Robak 556.283 557.447 אין געטאָ, Henryk Robak 557.447 559.91 בין איך געװען כּמעט הונגעריק. Henryk Robak 561.373 564.554 בין גע- געװען, Henryk Robak 564.78 566.968 אין געטאָ אָפֿט זיך געטראָפֿן Henryk Robak 567.238 569.567 מיט מײַנע חבֿרים פֿון דער שולע, Henryk Robak 569.567 571.541 חבֿרטעס פֿון דער שולע, Henryk Robak 572.059 573.328 מע האָט זיך אַ ביסל Henryk Robak 573.328 577.565 געשפּילט, אַזױ װי מע זאָגט, הונגעריק האָבן מיר זיך געשפּילט. Henryk Robak 578.263 580.552 געזונגען, געטאַנצט, Henryk Robak 580.659 583.269 אָבער זײַענדיק הונגעריק. Henryk Robak 584.82 590.457 דאָס לעבן אין געטאָ איז געװאָרן אַלץ װאָס שװערער. Henryk Robak 590.936 593.597 פֿון צײַט צו צײַט האָב איך זיך דערװוּסט Henryk Robak 593.99 598.932 אַז ס'איז אומגעקומען דער צי יענער פֿון דער פֿאַמיליע. מיר האָבן געהאַט אַ גרעסערע פֿאַמיליע, Henryk Robak 598.932 601.218 װעלכע (כ'האָב) געקענט צײלן בײַ אַ דרײַסיק, Henryk Robak 601.218 604.616 פֿערציק מאַן, משפּחה. Henryk Robak 605.029 607.434 נעענטערע און װײַטערע משפּחה. Henryk Robak 609.465 611.721 פֿון צײַט צו צײַט האָב איך זיך דערװוּסט Henryk Robak 612.772 615.495 יעדער, יענער חבֿר, צי חבֿרטע Henryk Robak 615.495 617.559 איז אַװעק, פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, Henryk Robak 617.953 619.719 מע װײסט ניט װאָס איז געשען. Henryk Robak 621.918 624.106 האָט מען זיך פֿאַרטראַכט אין שטוב, Henryk Robak 624.281 625.338 און איך, Henryk Robak 625.682 627.921 מיט חבֿרים, מיט חבֿרטעס, Henryk Robak 628.027 629.523 װאָס װײַטער, Henryk Robak 629.867 632.646 צי בלײַבן אין דעם פֿאַרשאָלטענעם װאַרשע, Henryk Robak 633.68 635.294 צי גײן װײַטער? Henryk Robak 636.833 641.833 נאָך אַ גרעסערער אַזױ קען, איצטער קען איך דאָס אָנרופֿן אַ באַראַטונג, Henryk Robak 642.136 643.333 אין שטוב, Henryk Robak 643.333 644.636 אין דער סבֿיבֿה, Henryk Robak 644.636 646.53 אין דער יוגנטלעכער סװירע- Henryk Robak 646.696 647.748 סבֿיבֿה, Henryk Robak 649.104 651.258 איז מען געקומען צום אױספֿיר Henryk Robak 652.181 654.617 אַז מע דאַרף אַװעק פֿון װאַרשע. Henryk Robak 655.818 657.287 און דעמאָלס, Henryk Robak 657.696 660.303 איך מיט נאָך אַ פּאָר חבֿרים, Henryk Robak 660.712 663.378 צװישן אַנדערע געדענק איך קרישטאַלן, Henryk Robak 663.378 665.214 אַזױ האָט ער געהײסן, קרישטאַל, Henryk Robak 665.393 667.136 דאַכט זיך איזאַק, Henryk Robak 667.196 668.438 איזידאָר, Henryk Robak 670.151 673.196 האָבן זיך אַרױס- האָבן מיר זיך אַרױסגעריסן Henryk Robak 673.196 674.563 פֿון װאַרשע Henryk Robak 676.727 678.815 דורך דער לעשנע־גאַס. Henryk Robak 681.791 685.869 אױף װאָס פֿאַר אַ לױף מיר זענען אַדורכגעגאַנגען, נישט באַמערקט געװאָרן Henryk Robak 686.181 688.878 דורך קײנעם נישט, איז נישט צו דערצײלן. Henryk Robak 689.227 691.409 מיר זענען אַדורכגעגאַנגען Henryk Robak 691.454 693.606 אַז דאָרטן אַזױ װי די Henryk Robak 693.606 695.505 ייִדישע פּאָליצײ האָט Henryk Robak 697.696 700.681 געהיטן און די פּױלישע פּאָליצײ האָט געהיטן. Henryk Robak 701.257 704.004 און מיר עטלעכע יוגנטלעכע האָבן זיך אַזױ Henryk Robak 704.004 706.102 אַדורך- -געשטופּט, Henryk Robak 706.393 707.909 צװישן אַנדערע, Henryk Robak 707.909 712.262 עס קען זײַן אַז זײ האָבן נישט, זײ האָבן נישט אַכטונג געגעבן אױף אונדז, Henryk Robak 712.503 714.5 אָדער פֿאַרנאַכלעסיקט, Henryk Robak 714.5 718.05 אפֿשר ספּעציעל אונדז געװאָלט אַדורכלאָזן. Henryk Robak 718.224 721.678 און אַזױ האָבן ז-, זענען מיר אַרױס פֿון געטאָ. Henryk Robak 722.454 723.635 און דעמאָלט, Henryk Robak 723.827 726.302 אַרױסגײענדיק פֿון געטאָ, Henryk Robak 726.476 728.495 װאָס טוט מען װײַטער? Henryk Robak 729.885 731.702 נו, מיר האָבן געװאַנדערט. Henryk Robak 732.264 735.11 מע האָט געװאַנדערט דורך פֿאַרשידענע שטעט, Henryk Robak 735.572 736.849 אין פּױלן, Henryk Robak 737.208 738.805 דערגײענדיק Henryk Robak 738.818 740.679 ביז װײַסרוסלאַנד, Henryk Robak 741.727 744.493 ביאַליסטאָק, לידע, קאָװנע, Henryk Robak 744.971 747.09 װאָלקאָװיסק, LISKÓW. Henryk Robak 747.09 750.136 איך געדענק נאָך אַ ביסל די נעמען פֿון די שטעט און שטעטלעך. Henryk Robak 751.772 754.227 מיר האָבן געבעטלט אױפֿן װעג. Henryk Robak 754.515 756.121 װאָס הײסט בעטלען? Henryk Robak 756.277 759.121 אַזױ װי מע זאָגט הײַנט, אױסגעשטרעקט די האַנט, Henryk Robak 759.635 761.216 צו געװיסע מענטשן, Henryk Robak 762.56 763.995 װעלכע האָבן Henryk Robak 763.995 766.818 אױף אונדז געקוקט אַזױ װי מע זאָגט, Henryk Robak 767.567 769.451 אַזױ װי מע קוקט אױף אַ יתום Henryk Robak 769.712 771.571 און מע גיט אים אַ שטיקל ברױט, Henryk Robak 771.571 774.024 פֿון צײַט צו דאַט-, צײַט צו צײַט Henryk Robak 774.452 776.778 האָבן מיר באַקומען פֿון פֿאַרשידענע Henryk Robak 776.78 779.151 מענטשן עפּעס צום עסן, Henryk Robak 779.151 780.954 און אַזױ האָבן מיר געװאַנדערט. Henryk Robak 780.954 783.136 נישט אײן טאָג, נישט אײן נאַכט Henryk Robak 783.606 785.246 האָט מען גענעכטיקט Henryk Robak 785.742 787.151 אױפֿן פֿעלד, Henryk Robak 787.378 788.722 צי אין װאַלד, Henryk Robak 789.893 794.56 אין אַפֿילו אין אַ שטאַדאָלע אױפֿן הײ געשלאָפֿן, Henryk Robak 796.045 800.833 װוּ דער פּױער האָט נישט געװוּסט אַפֿילו, Henryk Robak 801.212 803.133 אין זײַן שטאַדאָלע Henryk Robak 804.0 806.359 באַהאַלטן זיך ייִדישע קינדער, Henryk Robak 806.359 807.521 עטלעכע פֿון... Henryk Robak 809.822 815.435 נאָר אַזױ פֿיל יאָרן נאָך דעם איז שװער צו דערצײלן, צו געדענקען דאָס אַלעס. Henryk Robak 815.62 820.93 אָבער כ'קען פֿעסטשטעלן נאָך איצטער Henryk Robak 822.039 824.8 אַז אָן דער הילף Henryk Robak 825.26 827.147 פֿון אַנדערע מענטשן Henryk Robak 828.283 829.697 װאָלטן מיר נישט, Henryk Robak 829.697 832.833 װאָלט איך נישט איבערגעלעבט דאָס װאָס איך בין אַדורכגעגאַנגען. Henryk Robak 833.14 836.158 דאָס װאָלט געװען אוממעגלעך איבערצולעבן. Henryk Robak 836.74 840.276 נאָר צו דעם קען איך נאָר צוגעבן, דאָס איז װיכטיק, Henryk Robak 841.985 843.464 אַז אַ מאָל האָב איך Henryk Robak 843.639 847.245 מער מורא געהאַט Henryk Robak 848.36 850.13 פֿאַר דעם נישט־ייִד, Henryk Robak 850.5 852.14 פֿאַר דעם (פּױער) Henryk Robak 852.33 854.04 װי פֿאַר אַ געװײנלעכן Henryk Robak 854.04 855.615 DEUTSCHn זעלנער. Henryk Robak 855.84 857.2 פֿאַר װאָס? Henryk Robak 858.41 860.95 װײַל דער DEUTSCHer זעלנער האָט מיר גע- Henryk Robak 861.93 863.93 געקענט נישט דערקענען, Henryk Robak 864.63 867.748 און דער (פּױער) האָט מיר געקענט דערקענען, Henryk Robak 867.905 869.789 און דעמאָלס אױסגעבן. Henryk Robak 870.555 871.953 אָבער נישט אַלע, Henryk Robak 871.953 873.317 נישט אַלע, Henryk Robak 874.115 875.42 דאָס איז נאָרמאַל, Henryk Robak 875.42 878.13 צװישן אַלע פֿעלקער געפֿינען זיך פֿאַרשידענע מענטשן. Henryk Robak 880.747 883.04 װען איך בין שױן דערגאַנגען Henryk Robak 883.94 887.86 קײן װײַסרו- -רוסלאַנד, Henryk Robak 890.39 891.87 דורך װעלדער, Henryk Robak 891.87 894.45 נישט דערזעענדיק קײן װאַך, Henryk Robak 895.02 897.01 זענען מיר אַריבער Henryk Robak 897.39 898.68 קײן ליטע. Henryk Robak 899.74 902.02 נו, אין ליטע האָט שױן גאַנץ Henryk Robak 902.02 904.401 אַנדערש אױסגעזען דאָס לעבן. Henryk Robak 905.486 906.679 פֿון ליטע Henryk Robak 906.819 908.18 זענען מיר, Henryk Robak 909.047 911.201 BO ליטע האָט דאָך דעמאָלט שױן געהערט Henryk Robak 911.848 914.68 צום געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, צו רוסלאַנד, Henryk Robak 914.68 917.35 זענען מיר אַריבערגעװאַנדערט קײן רוסלאַנד. Henryk Robak 918.64 920.06 די צײַט Henryk Robak 920.72 922.72 זענען מיר געװעזן Henryk Robak 923.34 924.45 אין דעם Henryk Robak 924.45 926.04 אין דעם (שטײעך) פֿון Henryk Robak 926.04 928.059 װײַסרוסלאַנד, רוסלאַנד, Henryk Robak 929.34 931.32 אַלס ביעזשענצעס, Henryk Robak 931.45 933.28 אַזױ האָט מען אונדז גערופֿן. Henryk Robak 935.34 937.59 פֿון װאַנעט, פֿון װאָס האָבן מיר געלעבט? Henryk Robak 937.73 939.43 מע דאַרף נעמען אין אַכט Henryk Robak 939.43 943.23 אַז דעמאָלט זענען אױפֿגעשטאַנען פֿאַרשידענע ייִדישע קאָמיטעטן, Henryk Robak 944.257 947.165 װען זע-, װעלכע האָבן זיך פֿאַרנעמען Henryk Robak 948.979 953.308 מיט אַרױסגעבן שפּײַז, (מיטונגען), Henryk Robak 953.308 955.43 פֿאַר די אַנטלאָפֿענע Henryk Robak 955.723 959.91 פֿון װאַרשעװער געטאָ, פֿון אַנדערע געטאָס, פֿון אַנדערע לענדער. Henryk Robak 961.292 962.603 און װײַטער, Henryk Robak 962.777 966.149 אַזױ װי מע זאָגט אין ייִדיש, מיר האָבן געלעבט אַ ביסל Henryk Robak 966.152 967.699 פֿון קיצבֿה־געלט. Henryk Robak 968.295 969.808 פֿון נדבֿות Henryk Robak 970.168 972.44 װאָס מיר האָבן באַקומען, Henryk Robak 974.015 976.441 אַזױ װי מע זאָגט, אַלס בעטלער, Henryk Robak 976.683 978.614 אױסגעשטרעקט די האַנט Henryk Robak 978.614 981.924 מיר זאָלן קענען װײַטער לעבן. Henryk Robak 982.642 984.236 און אַזױ האָבן מיר, Henryk Robak 985.085 986.628 האָב איך דערלעבט, Henryk Robak 989.321 990.828 געגאַנגען דעם װעג, Henryk Robak 990.828 992.22 דעם װאַנדער־װעג, Henryk Robak 992.22 994.175 מיט דעם שטעקן, אַזױ װי מע זאָגט, Henryk Robak 994.94 996.504 מיט דעם זעקל Henryk Robak 996.662 998.209 אױף דער פּלײצע, Henryk Robak 999.716 1005.211 און דערגאַנגען און דערגאַנגען ביז קײן טיף רוסלאַנד. Henryk Robak 1006.263 1008.519 נו, אין רוסלאַנד איז שױן געװען פֿאַרשידנס. Henryk Robak 1010.01 1013.008 אַלס נישט קײן בירגער רוסישע, Henryk Robak 1013.418 1016.332 אַלס ביעזשענצעס אַנטלאָפֿענע פֿון פּױלן, Henryk Robak 1017.083 1019.314 פֿאַרשידנס האָט מען אונדז פֿאַרטראַכט. Henryk Robak 1019.648 1024.504 אָבער דאָרט האָבן מיר זיך געקענט ראַטעװען. Henryk Robak 1025.448 1026.995 דער מיזרח Henryk Robak 1027.446 1029.886 האָט אונדז געראַטעװעט דאָס לעבן. Henryk Robak 1030.952 1032.282 ס'איז נישט געװען Henryk Robak 1032.282 1033.646 איבער הױפּט אין זין Henryk Robak 1033.764 1035.654 צו אַנטלױפֿן קײן מערבֿ, Henryk Robak 1035.711 1037.934 דאָרט װוּ ס'איז געװען דער דײַטש. Henryk Robak 1042.089 1043.316 ס'איז געװען Henryk Robak 1043.316 1046.801 אַ זײער לאַנגע צײַט, פֿאַרשידנס. Henryk Robak 1047.05 1048.951 איך האָב געאַרבעט אַ ביסל, Henryk Robak 1049.192 1052.1 געװאַנדערט פֿון אָרט צו אָרט, Henryk Robak 1052.1 1053.036 אױף דער Henryk Robak 1053.563 1054.908 אױף דעם (שטײעך) Henryk Robak 1055.134 1058.803 װאָס איז געבע- באַהערשט דורך רוסלאַנד, Henryk Robak 1060.307 1062.587 ביז אין דרײַ און פֿערציקסטן יאָר Henryk Robak 1064.465 1070.252 בין איך אַלײנט, אַלס פֿרײַװיליקער, נישט נאָר איך, נאָר אַנדערע יוגנטלעכע ייִדישע יאַטן, Henryk Robak 1070.612 1073.211 פֿרײַװיליק זיך געװאָנדן Henryk Robak 1074.047 1078.175 צום אָרגאַניזירטן דעמאָלס פּױלישן מיליטער. Henryk Robak 1079.602 1081.177 נו, איך בין אַװעק Henryk Robak 1081.177 1083.047 אין דעם פּױלישן מיליטער, Henryk Robak 1084.867 1086.836 איבערגעשולט זיך, Henryk Robak 1087.744 1089.299 אַלס דער, Henryk Robak 1090.41 1091.655 אין דער ריכטונג Henryk Robak 1092.065 1093.611 אַלס פֿאַרבינדלער, Henryk Robak 1094.79 1097.781 אַזױ װי מע זאָגט אין רוסיש SVYAZ', Henryk Robak 1099.185 1100.874 און דאָ האָב איך געדינט Henryk Robak 1102.755 1104.217 אין מיליטער Henryk Robak 1104.568 1106.732 אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, Henryk Robak 1109.387 1111.32 איגעב- איבערגעגאַנגען Henryk Robak 1111.32 1114.346 דעם שלאַכט־װעג, אַזױ װי מע זאָגט, Henryk Robak 1116.385 1119.669 דורך פּױלן, Henryk Robak 1121.807 1123.689 NYSA ŁUŻYCKA, Henryk Robak 1123.84 1126.054 און כּמעט דערגײענדיק Henryk Robak 1126.255 1129.23 ביז אונטער פּראָג Henryk Robak 1129.772 1130.88 אין טשעכן. Henryk Robak 1131.988 1136.693 דאָרט האָט זיך פֿאַרענדיקט, און פֿאַר מיר איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די מלחמה, Henryk Robak 1136.852 1141.064 אָבער אַלס זעלנער איז נאָך פֿאַר מיר נישט געװען פֿאַרענדיקט. Henryk Robak 1141.465 1144.785 דערנאָך האָבן מיר זיך צוריקגעצױגן אין לאַנד אַרײַן, Henryk Robak 1144.942 1146.995 איך האָב זיך צוריקגעצױגן מיט Henryk Robak 1147.659 1151.602 מײַן באַטאַליאָן, Henryk Robak 1153.987 1155.163 קײן זשאַר, Henryk Robak 1155.877 1160.503 דאָרט װוּ די גאַנצער טײל פֿון די אַרמײ האָט זיך צוריקגעצױגן, Henryk Robak 1160.854 1164.005 און דאָרט בין איך דעמאָביליזירט געװאָרן Henryk Robak 1165.15 1167.582 אין זעקס און פֿערציקסטן יאָר, Henryk Robak 1167.9 1169.855 איבערגײענדיק שױן Henryk Robak 1170.365 1171.752 אין ציװיל. Henryk Robak 1172.714 1174.861 נו און דערנאָך, ס'לעבן Henryk Robak 1175.63 1177.994 איז געװעזן פֿאַרשידנס. Henryk Robak 1180.469 1184.514 אָבער װײַטער האָב איך אָנגעהױבן Henryk Robak 1184.514 1187.006 מײַן לעבן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. Henryk Robak 1187.347 1189.57 װאָס הײסט דאָס אין דער ייִדישער סבֿיבֿה? Henryk Robak 1190.319 1192.946 געװאָרן אַ ביסל אַ כּלל־טוער, Henryk Robak 1194.065 1197.1 אין די אױפֿגעשטאַנענע ייִדישע קאָמיטעטן Henryk Robak 1198.537 1200.253 אין ייִדישן פֿאַראײן, Henryk Robak 1200.613 1202.804 פֿאַר געװעזענע ייִדישע זעלנער, Henryk Robak 1202.804 1206.176 װעלכע זענען דעמאָביליזירט געװאָרן פֿון דער אַרמײ, Henryk Robak 1209.135 1212.787 און פֿון די ייִדישע קאָמיטעטן, Henryk Robak 1212.887 1218.704 װען ס'איז אױפֿגעשטאַנען דער ייִדישער קולטור־געזעלשעל- -געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּױלן Henryk Robak 1219.58 1222.156 בין איך געװען װײַטער דער כּלל־טוער, Henryk Robak 1222.156 1224.486 פֿאַרנומען פֿאַרשידענע פּאָסטנס. Henryk Robak 1225.588 1227.413 און ביז הײַנטן טאָג Henryk Robak 1228.085 1230.513 בין איך דער סעקרעטאַר Henryk Robak 1231.349 1236.581 פֿון דער װאַרשעװער eh פֿון דער װראָצלאַװער אָפּטײלונג פֿון קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד. Henryk Robak 1237.249 1238.812 אַחוץ דעם Henryk Robak 1239.372 1242.23 בין איך אַקטיװ טעטיק אױך Henryk Robak 1242.969 1244.428 אין פֿאַרבאַנד Henryk Robak 1244.779 1247.278 פֿון די ייִדישע קאָמבאַטאַנטן Henryk Robak 1247.278 1248.667 און געליטענע Henryk Robak 1249.432 1251.682 אין דער צװײטער װעלט־מלחמה, Henryk Robak 1251.896 1253.826 און דאָרט בין איך אַ מיטגליד Henryk Robak 1253.826 1255.594 פֿון דער הױפּט־פֿאַרװאַלטונג Henryk Robak 1255.869 1257.549 פֿון דעם פּרעזידיום, Henryk Robak 1257.549 1259.262 פֿון דער הױפּט־פֿאַרװאַלטונג. Henryk Robak 1261.903 1264.901 אױף דעם געביט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, Henryk Robak 1265.238 1267.352 װי ס'איז נאָר מעגלעך, Henryk Robak 1270.252 1273.236 דינען איך צו פֿאַרשפּרײטן Henryk Robak 1274.598 1276.278 די ייִדישע קולטור Henryk Robak 1276.278 1278.292 אָבער אין דער ייִדישער שפּראַך. Henryk Robak 1278.292 1281.0 דאָס איז פֿאַר מיר זײער װאַכ- װיכטיק. Henryk Robak 1282.642 1283.691 פֿאַר װאָס? Henryk Robak 1283.691 1285.73 אײנצלנע מענטשן געפֿינען זיך Henryk Robak 1285.78 1287.435 װעלכע איצטער Henryk Robak 1288.112 1291.071 האָבן נאָך די מעגלעכקײטן און קענען, Henryk Robak 1291.288 1292.416 זײ האָבן נאָך די Henryk Robak 1292.416 1294.517 פּרעדיספּאָזיציע, אַזױ װי מע זאָגט, Henryk Robak 1294.965 1297.472 פֿירן זײער אַרבעט אין דער ייִדישער שפּראַך. Henryk Robak 1299.336 1303.089 מײַנע (HOBBY) אין דער ריכטונג גײט נאָך אין דעם, Henryk Robak 1303.466 1305.384 צו דעם ציל װאָס איך Henryk Robak 1305.821 1308.479 בין דער װעלכער זאַמלט Henryk Robak 1309.599 1313.109 אַ סך פֿון אונדזערע ליטעראַטור־אוצרות, Henryk Robak 1313.493 1315.382 דאָס ייִדישע געזאַנג, Henryk Robak 1315.432 1317.037 דאָס ייִדישע ליד, Henryk Robak 1317.889 1320.639 אין מאַגנעטאָפֿאָן־טאַשמעס, Henryk Robak 1320.647 1322.343 דאָס ייִדישע בילד, Henryk Robak 1322.762 1324.5 דאָס ייִדישע פֿילם, Henryk Robak 1325.545 1327.718 און די װידעאָ־טאַשמעס. Henryk Robak 1327.935 1329.13 און אױף דעם, Henryk Robak 1329.13 1330.697 און אױף דעם געביט Henryk Robak 1331.327 1332.348 האָב איך Henryk Robak 1334.103 1340.451 נישט קײן -קשהדיקן, גרױסן אַ ביסל אַק- eh אַרכיװ, אַזױ װי מע זאָגט. Henryk Robak 1341.198 1342.627 אַחוץ דעם, Henryk Robak 1343.898 1345.828 פּערזענלעך אין שטוב Henryk Robak 1346.38 1347.449 האָב איך Henryk Robak 1347.775 1350.082 אַ גרױסע ביבליאָטעק, Henryk Robak 1350.408 1351.919 אין דער ייִדישער Henryk Robak 1351.919 1353.926 אין דער פּױלישער שפּראַך, Henryk Robak 1354.563 1356.025 אָבער אַלץ Henryk Robak 1356.45 1358.632 פֿון דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק. Henryk Robak 1359.93 1362.459 װאָס קען מען נאָך צוגעבן צו דעם? Henryk Robak 1362.977 1365.033 קאָנטאַקט נאָך דער מלחמה, Henryk Robak 1365.033 1367.113 פּערזענלעכע קאָנטאַקטן, Henryk Robak 1367.372 1369.526 האָב איך געהאַט מיט ייִדישע Henryk Robak 1370.209 1372.096 tsk eh Henryk Robak 1372.687 1373.998 אַקטיאָרן, Henryk Robak 1374.982 1376.775 קולטור־טוערס, Henryk Robak 1377.135 1378.489 צום בײַשפּיל, Henryk Robak 1378.489 1381.425 מיט (עפּעס), מיט דער משפּחה ראָטבאַום, Henryk Robak 1381.462 1385.325 מיט יעקבֿ ראָטבאַום, דעם װעלטן-, דעם גרױסן רעזשיסער Henryk Robak 1385.325 1388.384 פֿון ייִדישן אַרט, אַז מע קען זאָגן, װעלט־רעזשיסער; Henryk Robak 1388.609 1391.476 מיט זײַן שװעסטער לאה ראָטבאַום, Henryk Robak 1392.613 1395.178 די רעזשיסערין Henryk Robak 1395.454 1397.535 פֿון דער װראָצלאַװער אָפּערע, Henryk Robak 1397.777 1400.393 װעלכע האָבן געהאַט אַ פֿאַרגאַנגענהײט Henryk Robak 1400.87 1403.577 אין דעם זין פֿון דעם טעאַטער־זין, Henryk Robak 1403.577 1406.461 אין דער אַרבעט, מיט דער קולטורעלער ייִדישער אַרבעט, Henryk Robak 1406.586 1407.731 אין פּױלן, Henryk Robak 1408.614 1411.559 oh, יעקבֿ ראָטבאַום איז אױך געװען Henryk Robak 1411.684 1413.272 מײַן לערער Henryk Robak 1413.84 1415.654 אין דער פֿאָלק־שולע, Henryk Robak 1415.946 1417.543 װען ער האָט געלערנט Henryk Robak 1417.785 1419.924 אונדז (צײכונגען). Henryk Robak 1420.501 1422.323 ער אַלײנט איז געװעזן Henryk Robak 1422.323 1423.408 אַ מאָלער. Henryk Robak 1424.145 1426.243 ער האָט געמאָלט בילדער. Henryk Robak 1428.875 1430.054 נו, Henryk Robak 1431.182 1433.634 װעמען נאָך, נאָך דער מלחמה, Henryk Robak 1434.213 1435.591 מיטן דאָקטער Henryk Robak 1436.773 1438.997 אַרנאָלד גאָלדשטײנען, Henryk Robak 1439.328 1441.194 אַ גרױסער ייִדישיסט, Henryk Robak 1441.541 1443.741 װען ער האָט געלערנט מיט אונדז נאָך, Henryk Robak 1443.748 1445.616 נישט נאָר מיט מיר, נאָר מיט Henryk Robak 1445.616 1448.952 ייִדן בכלל, מיטן ייִדישן ייִשובֿ ייִדישע געשיכטע. Henryk Robak 1452.688 1457.487 פֿון צײַט צו צײַט האָב איך געהאַט נאָך קאָנטאַקטן װעלכע האָט געלעבט נאָך אין װראָצלאַװ נאָך, Henryk Robak 1457.487 1459.237 די הדסה קעסטין, Henryk Robak 1459.728 1461.582 דאָס איז די פֿרױ פֿון Henryk Robak 1461.605 1463.108 ייִדישן פּאָעט, Henryk Robak 1464.858 1466.277 װי האָט ער געהײסן, Henryk Robak 1466.277 1468.194 העלער, בינם העלער. Henryk Robak 1470.648 1473.537 און נו, װאָס קען מען צוגעבן Henryk Robak 1473.822 1475.108 צו דעם נאָך? Henryk Robak 1476.875 1480.381 איבער הױפּט מײַן לעבן ביזן הײַנטיקן טאָג, Henryk Robak 1480.719 1483.181 װי לאַנג מײַנע כּוחות Henryk Robak 1483.623 1484.689 קענען נאָך Henryk Robak 1484.689 1487.51 זײַן, אַזױ װי מע זאָגט, בין איך טעטיק, Henryk Robak 1487.858 1489.44 אױף דעם ניװאָ, Henryk Robak 1490.911 1495.804 אין דעם פֿאַרבאַנד, אין דעם ייִדישן פֿאַרבאַנד, אין די ייִדישע אינסטיטוציעס, Henryk Robak 1497.117 1498.572 טאָג־טעגלעך Henryk Robak 1499.165 1500.898 אין דער פּױלישער שפּראַך. Henryk Robak 1501.038 1503.429 אָבער די װירקלעכקײט האָט באַװיזן Henryk Robak 1503.637 1506.044 אַז די װעלכע האָבן נאָך געקענט Henryk Robak 1506.287 1508.149 אַרבעטן אין דער ייִדישער שפּראַך, Henryk Robak 1508.149 1510.668 זענען שױן אַװעק לײדער אין דער אײביקײט. Henryk Robak 1511.72 1515.072 אָבער אַ הײַפֿעלע ייִדן איז געבליבן Henryk Robak 1515.45 1518.448 און מע קען זיך נאָך אױסלעבן אין דער ייִדישער שפּראַך, Henryk Robak 1519.347 1520.839 און דאָס טו איך. Henryk Robak 1522.537 1523.923 די מעגלעכקײטן Henryk Robak 1523.923 1525.468 האָב איך נאָך דערװײַל, Henryk Robak 1525.521 1527.187 און מיר טוען דאָס. Henryk Robak 1529.481 1532.006 װאָס קען מען נאָך זאָגן, אַ ייִדיש ביכל Henryk Robak 1532.586 1535.497 פֿון צײַט צו צײַט מוז איך נאָך אַדורכלײענען, Henryk Robak 1536.307 1539.662 לײדער, קײן נײַע ייִדישע ביכלעך קומען נישט צו, Henryk Robak 1540.982 1544.666 קײן ייִדישע פּרעסע ספּעציעל אין פּױלן האָבן מיר נישט, Henryk Robak 1545.468 1546.612 דערפֿאַר Henryk Robak 1547.377 1549.396 לײען איך און פּרענומעריר Henryk Robak 1549.757 1551.034 און מע שיקט מיר. Henryk Robak 1551.647 1555.507 איצטער די לעצטע נײַעס, Henryk Robak 1555.507 1556.435 דאָס איז אַ Henryk Robak 1556.54 1559.758 װאָכן־צײַטונג פֿון ישׂראל, גײט אַרױס אין ישׂראל, Hanna Poznańska-Linde 1558.042 1559.184 און דאָס ייִדיש- Hanna Poznańska-Linde 1559.477 1561.025 דאָס ייִדישע װאָרט? Henryk Robak 1562.75 1564.888 דער פֿאָרװערטס Henryk Robak 1566.427 1567.926 פֿון אַמעריקע, Henryk Robak 1568.387 1570.033 אַ ייִדישע װאָכן־צײַטונג. Henryk Robak 1570.524 1572.311 דאָס ייִדישע װאָרט Henryk Robak 1574.093 1575.301 פֿאַר מיר Henryk Robak 1575.57 1578.169 איז עס צו קורץ אין ייִדיש. Henryk Robak 1578.802 1579.408 ס'אי-