Mahli Lieblich 68.96 71.591 HI, MY NAME IS MAHLI LIEBLICH. Mahli Lieblich 71.591 75.691 TODAY I AM INTERVIEWING MISTER JOSEF KATZ. Mahli Lieblich 75.9 83.14 WE ARE IN MIAMI BEACH, FLORIDA, UNITED STATES OF AMERICA. IT IS MARCH TWENTY SEVENTH, NINETEEN NINETY SIX. Mahli Lieblich 83.14 85.166 AND THIS IS TAPE NUMBER ONE. Mahli Lieblich 88.98 90.41 װאָס איז דײַן נאָמען? Josef Katz 90.43 92.85 מײַן נאָמען איז יוסף כּץ. Mahli Lieblich 92.93 96.9 AND װאָס איז דײַן נאָמען, װען דו האָסט געבױרן געװאָרן, געװעזן? Josef Katz 97.214 99.021 יוסף בערגער. Mahli Lieblich 99.33 103.92 AND פֿאַר װאָס איז דײַן נאָמען הײַנט כּץ AND סע האָט געװעזן בערגער? Josef Katz 103.97 107.883 דאָס איז, מײַן מאַמעס נאָמען איז כּץ, און נאָכן קריג Josef Katz 108.242 110.886 האָב איך גענומען דעם נאָמען פֿון כּץ. Mahli Lieblich 111.501 114.62 װאָס האָט געװעזן די נאָמען פֿון דײַן פֿאָטער? Josef Katz 114.987 117.21 זלמן־לײב בערגער. Mahli Lieblich 117.35 119.47 AND דײַן מוטערס נאָמען? Josef Katz 119.639 122.79 איז געװעזן אסתּר כּץ. Mahli Lieblich 123.058 125.61 װעלכע שטאָט האָסטו געבױרן געװאָרן? Josef Katz 125.69 128.51 איך בין געבױרן געװאָרן אין סאַטמער. Mahli Lieblich 128.54 132.01 AND װעלכע COUNTRY איז סאַטמער? Josef Katz 131.91 134.618 דעמאָלטס איז עס געװעזן אין רומעניען. Mahli Lieblich 135.462 137.673 AND דו האָסט געהאַט ברידער און שװעסטער? Josef Katz 137.591 143.981 יאָ, אונדז זע'מיר געװעזן פֿיר ברידערס, און פֿינעף שװעסטערס האָב איך געהאַט. Mahli Lieblich 144.081 150.499 פֿון די עלטסטע ביז די ייִנגסטע, קענסט מיר זאָגן די, uh, נאָמען פֿון אַלע ברידערס און שװעסטערס? Josef Katz 149.32 149.818 יאָ. Josef Katz 150.477 154.3 די עלטעסטע ברודער האָט געהײסן אַבֿרהם־הערש. Josef Katz 154.47 158.98 און דאַן איז געװעזן, די עלטערע שװעסטער איז, Josef Katz 159.09 160.58 זי הײסט חנה. Josef Katz 161.805 165.602 דאַן בין איך געקומען, װאָס איך הײס יוסף, Josef Katz 165.931 169.34 און מײַן ייִנגערער ברודער הײסט סאָכער־בער, Josef Katz 170.112 173.882 און דאַן איז געװעזן אַ ברודער װאָס ער האָט געהײסן שמואל־אָשר, Josef Katz 174.557 179.078 און דאַן האָ'מיר געהאַט אַ שװעסטער װאָס זי האָט געהײסן הינדע, Josef Katz 179.705 186.117 און דאַן האָ'מיר געהאַט אַ שװעסטער װאָס זי האָט געהײסן גאָלדע־רחל, Josef Katz 186.235 190.0 און די לעצטע שװעסטער האָט געהײסן לאה. Mahli Lieblich 190.783 193.831 AND װעלכע יאָר, eh, װאָס איז דײַן געבורטס־טאָג? Josef Katz 193.905 204.21 מײַן געבורטס־טאָג איז יוד בית אלול, uh תּר-, תּר- פּא דלתּ. Josef Katz 204.425 208.915 דאָס איז אױף אונגעריש אָדער אױף uh גױיִש Josef Katz 209.024 213.201 די דרײַצעטע סעפּטעמבער, נײַנצן הונדערט פֿיר און צװאָנציק. Mahli Lieblich 214.599 219.671 זאָג מיר פֿון די טאַטע, װאָס האָט די טאַטע געטון פֿאַר פּרנסה? Josef Katz 219.657 224.521 דער טאַטע האָט געהאַט אַן WÄSCHEERZEUGUNG אין סאַטמער, Josef Katz 224.987 229.58 מיט uh, צװאָנציק־דרײַסיק אַרבײַטער. Mahli Lieblich 229.811 232.853 פֿרױען AND MEN צוזאַמען, OR נאָר פֿ- מענער? Josef Katz 232.182 238.999 נאָר נאָר פֿרױען, נאָר פֿרױען האָבן געאַרבעט. אײן מאַן איז געװעזן װאָס ער איז געװעזן דער צושנײַדער. Mahli Lieblich 239.958 244.208 AND זײ האָבן געװעזן ייִדישע פֿרױען, צי פֿאַרשידענע? Josef Katz 243.118 247.152 נײן, ס'איז געװען ייִדישע אױך, און ס'איז געװען קריסטלעכע אױך, Josef Katz 247.731 251.79 אונגאַרישע, רומענישע, פֿאַרשידנס. אַ פֿאַבריק, יאָ. Mahli Lieblich 248.003 248.864 SO אַזױ... Mahli Lieblich 249.378 250.702 ס'אַ פֿאַבריק. Mahli Lieblich 251.876 253.889 AND װאָס האָט די מאַמע געטון? Josef Katz 253.931 257.979 די מאַמע האָט צוגעהאָלפֿן אין געשעפֿט אױך, און אין דער הײם אױך. Josef Katz 258.256 261.903 האָט מען געהאַט אַ משרת אין דער הײם פֿאַר די, ah, Mahli Lieblich 258.408 259.04 ס'האָט געפֿ-... Josef Katz 261.903 268.674 זאַכן װאָס מע האָט געדאַרפֿט מאַכן אין דער הײם, און uh, אַזױ איז זי געקומען יעדן טאָג אין געשעפֿט אױך, און זי האָט דאָרט אױך צוגעהאָלפֿן. Mahli Lieblich 269.001 272.26 װי גרױס האָט די שטוב געװעזן, אין דער הײם? Josef Katz 272.198 273.221 אין דער הײם? Josef Katz 273.549 279.357 אין דער הײם האָבן מיר געהאַט פֿיר שלאָף־צימער, Josef Katz 279.66 282.053 און אַ גרױס עס־צימער, Josef Katz 282.839 284.516 און אַ קאָך. Josef Katz 284.982 287.768 און דאַן האָ'מיר נאָך געהאַט אַ בחורים־צימער. Josef Katz 288.045 290.748 װוּ אונדז ייִנגלעך האָ'מיר געלערנט. Mahli Lieblich 291.934 295.973 דאָס האָט געװעזן אַ גרױסע שטוב אין סאַטמער, eh SATU MARE? Josef Katz 295.011 298.055 יאָ, דאָס האָט גע- -װעזן אַ גרױסע שטוב, יאָ. Mahli Lieblich 300.183 303.833 װי אַלט האָסטו געװעזן װען דו האָסט געגאַנגען צו חדר? Josef Katz 304.476 308.216 איך בין געגאַנגען אין חדר בין איך אַלט געװעזן פֿינעף יאָר, Josef Katz 308.417 312.732 װען איך האָב אָנגעהױבן צו גײן אין חדר. פֿיר, פֿינעף יאָר, uh איך געדענק נישט אַזױ גענױ. Mahli Lieblich 312.873 315.514 דו געדענקסט די נאָמען פֿון די חדר? Josef Katz 315.275 318.595 דער נאָמען פֿון די חדר האָב איך, די ערשטע חדר איז געװעזן Josef Katz 318.758 321.613 בײַ רב שימעלע, דער איז געװען דער רבי, יאָ? Josef Katz 321.996 326.086 דאָס איז געװען די ערשטע, דאָרט װוּ איך האָב געלערנט אַלף־בית, יאָ? Josef Katz 326.787 331.307 און דאַן האָב איך געלערנט, װען איך בין שױן עלטער געװאָרן, בײַ רב מענדל־בער. Josef Katz 332.56 336.74 און דאַן האָב איך געלערנט בײַ רב חײם־שיִע רעסמעװיש. Josef Katz 337.175 339.793 און דאַן האָב איך געלערנט בײַ רב יאַנקלען. Josef Katz 340.898 343.381 און דאַן האָב איך שױן געלערנט בײַ Josef Katz 343.588 350.18 בײַ הױז־בחור, uh בײַ הױז־בחור, אַ חזר־בחור װאָס האָט געלערנט מיט מיר אין די ישיבֿה שױן. Josef Katz 350.479 355.16 דאָס האָט געהײסן ישיבֿה־קטנה בײַם סאַטמערער רבֿ. Mahli Lieblich 355.93 361.439 האָסטו געקומט פֿומ- אַ פֿרומע שטוב? צי פֿון אַ חסידישע שטוב? Josef Katz 361.498 367.232 מײַן טאַטע איז געװעזן אַ מתנגד, נישט, געװען אַן אַשכּנזישער, Josef Katz 367.292 370.693 אָבער די מאַמע איז געװען אַ חסידיתקע, יאָ. Josef Katz 370.736 376.41 און אַזױ זע'מיר אונדז שױן אױפֿגעװאַקסן, װען דער סאַטמערער רבֿ איז געקומען אױף סאַטמער צו זײַן רבֿ, Josef Katz 376.716 380.803 זע'מיר אונדז שױן אױפֿגעװאַקסן געװאָרן מער חסידיש. Mahli Lieblich 382.163 384.484 װען דו האָסט געװעזן אַ קינד, Mahli Lieblich 384.484 386.106 אין דײַן שטאָט, Mahli Lieblich 386.106 392.629 דו האָסט געװוּסט פֿון ANTI-סעמעטישע זאַכן? דו האָסט געהערט פֿון ANTI-סעמעטישע זאַכן? Josef Katz 392.665 393.674 פֿון װאָס? Mahli Lieblich 393.916 395.109 ANTI-סעמעטישע. Josef Katz 395.117 396.826 ah, אַנטיסעמיטישע. Josef Katz 396.914 400.836 יאָ, זיכער. אין שטוב האָ'מיר שױן געהערט, װײַל בײַ די רומענער זענען געװעזן Josef Katz 401.173 403.487 שױן אין יאַרע Josef Katz 403.925 412.407 זעקס, זיבן און דרײַסיק איז שױן געװעזן די VASGÁRDA און UND UND איך װײס, איך װײס שױן נישט װי זײ האָבן געהײסן אױף רומעניש. Josef Katz 413.465 416.848 eh ס-, איז שױן געװעזן אַנטיסעמיטן, אַזױ װי די Josef Katz 417.182 419.378 eh נאַצי־יוגנט. Josef Katz 419.464 420.188 יאָ. Mahli Lieblich 419.541 422.985 און דאָס האָט געװעזן די יוגנט פֿון די רומענישע MEN. Josef Katz 421.489 423.739 די יוגנט פֿון די רומענישע, יאָ. Mahli Lieblich 424.027 429.857 און דו האָסט געהערט פֿון זאַכן װאָס האָט געשען OR פּאַסירט אין SATU MARE? Mahli Lieblich 429.857 432.499 װאָס האָט געװעזן ANTI-סעמעטיש? Josef Katz 432.746 437.636 אײגנטלעך אין SATU MARE איז װײניק אַנטיסעמיטישע זאַכן געװעזן. Josef Katz 437.636 443.494 ס'מער װאָס מע האָט געהערט אין רומעניע פֿון בוקאָװינע UND פֿון די אַלטע רומענישע שטעט. Josef Katz 444.054 448.774 אין סאַטמער אַלײן איז װײניק אַנטיסעמיטישע זאַכן געװען. Mahli Lieblich 448.802 452.213 װיפֿל ייִדן האָבן געװױנט אין SATU MARE? Josef Katz 452.122 455.366 אין סאַטמער האָבן געװױנט, פֿאַרן קריג, יאָ? Mahli Lieblich 455.204 455.914 יאָ. Josef Katz 455.366 460.013 האָבן געװױנט eh אומגעפֿער דרײַצן־פֿערצן טױזנט ייִדן. Mahli Lieblich 460.356 464.075 AND די גאַנצע שטאָט, װיפֿל מענטשן האָט געװעזן? Josef Katz 463.284 466.262 די גאַנצע שטאָט איז געװען פֿופֿציק טױזנט מענטשן. Mahli Lieblich 466.002 468.29 SO אַזױ, צװאָנציק פּראָצענט Josef Katz 467.822 469.016 אומגעפֿער, יאָ. Mahli Lieblich 468.797 470.444 האָט געװעזן ייִדן. Josef Katz 469.212 471.808 עפּעס מער װי צװאָנציק פּראָצענט, יאָ. Mahli Lieblich 471.937 475.856 די געשעפֿטן AND די BUSINESSES אין סאַטמאַר, Mahli Lieblich 475.856 478.427 עס האָבן געװעזן אַ סך פֿון די ייִדן? Josef Katz 478.141 486.103 מײנסטנס ייִדן, אױפֿן גאַנצן געשעפֿטס־פּלאַץ װוּ ס'איז געװעזן אין די שטאָט, איז געװעזן Josef Katz 486.512 488.814 שבת אַלעס צוגעשפּאַרט. Josef Katz 488.827 490.755 ס'איז נישט געװעזן קײן אָפֿענע. Josef Katz 491.17 494.254 אין גאַנצן איז געװען אײן אײנציקעס געשעפֿט Josef Katz 494.464 496.386 װאָס איז אָפֿן געװעזן, Josef Katz 497.201 503.861 װײַל דער איז געװעזן אַ נעאָלאָג, אױך אַ ייִד אָבער ער האָט געהערט צו די נעאָלאָגן, װײַל בײַ אונדז איז געװעזן אַ Josef Katz 503.893 506.402 שטאַטוס־קװאָ־געמײנדע אױך, יאָ? Josef Katz 507.117 511.603 דער אײנציקער װאָס ער איז געװען אָפֿן אום שבת, װײַל ס'איז אַלעס געװען געשפּאַרט. Josef Katz 513.044 518.424 און ס'איז נאָך געװען אײן גױיִש געשעפֿט איז אױך געװעזן, דער איז אױך געװען אָפֿן, דער איז אָבער געװען אַ גױ. Mahli Lieblich 518.11 525.632 uh, װעלכע געשעפֿט האָט עס געװעזן, די גױיִשע געשעפֿט, װאָס האָט ער געהאַט אין די געשעפֿט, דו געדענקסט? Josef Katz 528.971 530.674 געדענק איך שױן נישט, נײן. Mahli Lieblich 531.182 535.396 פֿון אַלע דײַן ברידערס און שװעסטערס, Mahli Lieblich 535.396 540.182 װעלכע ברודער און װעלכע שװעסטער האָסטו געגלײַכט די בעסטע? Josef Katz 542.076 549.883 דאָס קען איך ק-, נישט זאָגן, אַז eh די די בעסטע האָ'מיר געגלײַכט דאָס מעזיניקל, די קלײנ-, דאָס קלײנסטע, יאָ, דאָס קלענסטע מײדעלע. Josef Katz 550.115 553.319 דײ האָ'מיר, דײ האָב איך געגלײַכט ehm, ehm, אַממײנ- Josef Katz 553.422 557.077 איז געבאָרן אין אין נײַנצן הונדערט פֿערציק, יאָ? Josef Katz 557.411 561.301 איז זי אין גאַנצן אַלט געװען פֿיר יאָר װען זי איז געקומען אױף אױשװיץ. Josef Katz 561.333 564.825 דײ האָ- דײ האָ'מיר, האָ'מיר אַלע געגלײַכט אַמבעסטן. Mahli Lieblich 564.597 569.24 און פֿון אַלע דײַן ברידערס און שװעסטערס, װיפֿל לעבן נאָך? Josef Katz 569.188 571.422 אײן ברודער, אַ ייִנגערער ברודער, Josef Katz 571.551 573.181 ער לעבט אין ירושלים. Josef Katz 573.446 580.669 און דאַן האָב איך נאָך אַן עלטערע שװעסטער און אַ ייִנגערע שװעסטער ס-, דײ לעבן אַלע אין קװינס אין ניו־יאָרק. Mahli Lieblich 580.942 583.524 און װאָס האָט ג- פּאַסירט צו די אַנדערע? Josef Katz 583.59 589.098 די אַנדערע זענען לײדער אַלע אומגעקומען אין אױשװיץ און אין די לאַגערס. Mahli Lieblich 590.228 592.909 זאָג מיר אַ ביסל פֿון דײַן הײם. Mahli Lieblich 593.381 598.636 װען ס'האָט געקומט צו שבת, װי אַזױ האָט די מאַמע געמאַכט שבת אין שטוב? Josef Katz 593.491 594.024 יאָ. Josef Katz 598.661 600.69 שבת, spn Josef Katz 600.69 603.819 װי אַזױ זי האָט געמאַכט, דאָס װײס איך אַלײן נישט. Josef Katz 603.819 607.196 איך בין געגאַנגען ענטװעדער אין חדר אָדער אין די שול. Josef Katz 607.205 611.364 איך בין װײניק געװעזן אין דער הײם eh װען מע האָט געמאַכט דעם שבת. Mahli Lieblich 609.583 612.798 זי האָט געקאָכט פֿאַר שבת? פֿריִערן שבת? Josef Katz 611.459 616.786 זיכער, מע האָט געקאָכט פֿאַר שבת, ס'איז געװען אַ גױטע דאָרטן װאָס זי האָט געהאָלפֿן די אַלע זאַכן מאַכן. Mahli Lieblich 616.55 619.655 װאָס האָט די מאַמע געקאָכט פֿאַר שבת, געדענקסט? Josef Katz 619.038 619.633 יאָ. Josef Katz 620.177 624.062 אַזױ, פֿרײַטיק אױף דער נאַכט איז געװעזן פֿיש, Josef Katz 625.386 627.328 און דאַן איז געװען זופּ, Josef Katz 627.382 629.203 ס'איז געװעזן פֿלײש, Josef Katz 629.82 632.022 און דאַן איז געװען אַ ביסל קאָמפּאָט. Josef Katz 632.428 634.469 דאָס איז געװען פֿרײַטיק אױף דער נאַכט. Josef Katz 634.61 636.498 אַלזאָ באַרכעס נאָך, יאָ. Josef Katz 637.513 640.046 און שבת מיטאָג איז געװעזן Josef Katz 640.983 644.308 eh, אױך אַ ביסל פֿיש, און eh, Josef Katz 644.363 646.073 צװיבל מיט אײער, Josef Katz 646.659 648.918 טשאָלנט, מיט קוגל, Josef Katz 650.89 653.015 און אַ ביסל פֿלײש אױך צו דעם. Josef Katz 653.838 655.522 דאָס איז געװען שבת מיטאָג. Mahli Lieblich 656.205 658.174 דו האָסט געהאַט חבֿרים? Josef Katz 658.361 658.77 יאָ. Mahli Lieblich 659.276 661.77 דו געדענק- געדענקסט דײַנע חבֿרים? Josef Katz 661.75 662.501 יאָ. Josef Katz 662.914 666.442 אונדז זע'מיר געװעזן פֿינעף חבֿרים, זײער גוט. Josef Katz 667.718 671.4 ד- אײן, uh דער, אײנער האָט געהײסן פּאָלאַטשעק. Josef Katz 671.433 674.144 דער איז לײדער נישט צוריקגעקומען. Josef Katz 674.7 678.577 דער צװײטער האָט געהײסן גראָס, פּרץ גראָס. Josef Katz 678.911 680.844 דער לעבט אין טאָראָנטאָ. Josef Katz 681.952 688.442 דער דריטער האָט געהײסן uh ייִדל גראָס, דער לעבט אין פּאַריז. Josef Katz 689.028 693.082 און נאָך האָט אײנער, דער פֿיפֿטער האָ-, uh, דער פֿערדער הײסט Josef Katz 693.119 696.863 האָט געהײ-, uh הײסט װילינגער, יואל. Josef Katz 696.964 698.623 דער לעבט אין תּל־אַבֿיבֿ. Josef Katz 698.941 701.141 און איך לעב אױך אין ניו־יאָרק. Josef Katz 701.176 705.105 אַלזאָ פֿיר eh זע'מיר פֿון די פֿינעף חבֿרים געבליבן. Mahli Lieblich 705.547 708.619 װאָס האָסטו אַלע געטוט אױף Mahli Lieblich 708.619 711.261 uh, נאָך שק- uhm, די שולע? Mahli Lieblich 711.261 715.547 דו האָסט געשפּילט, װי אַזױ, װאָס האָסטו געטון אין סאַטמאַר? Josef Katz 714.918 716.686 װאָס איך האָב געטון נאָך די שול? Mahli Lieblich 716.559 716.916 יאָ. Josef Katz 717.039 720.585 אונדז זע'מיר געגאַנגען פֿאַר מיטאָג אין די שול. Josef Katz 721.156 722.394 ביז מיטאָג. Josef Katz 722.94 726.129 נאָך מיטאָג זע'מיר געגאַנגען אין חדר. Josef Katz 726.279 727.88 ביז פֿאַר נאַכטס. Josef Katz 728.522 730.62 נאָך דעם האָ'מיר געשפּילט פֿוסבאַל. Josef Katz 731.072 733.02 װען מיר האָ'מיר געהאַט אַ ביסל צײַט. Mahli Lieblich 732.599 734.126 דו האָסט גוט געשפּילט? Josef Katz 734.44 735.006 יאָ. Josef Katz 736.436 738.467 איך בין געװעזן דער רעכטער BACK. Josef Katz 740.381 741.568 אױך אין די שול. Mahli Lieblich 741.593 742.111 יאָ. Mahli Lieblich 743.885 747.742 פֿון דײַן עלטערע ברידער און שװעסטער, Mahli Lieblich 747.742 749.671 ס'האָט געװעזן אַ חתונה? Josef Katz 749.549 750.43 נײן. Mahli Lieblich 749.671 755.456 אין... נײן? קײנער האָט געהאַט חתונה, פֿריִערן קריג. נײן. K. Josef Katz 751.62 754.604 קײנער האָט נאָך נישט געהאַט פֿאַרן קריג חתונה, נײן. Mahli Lieblich 755.456 762.956 װאָס האָט געװעזן די ערשטע מאָ- מאָמענט דו קענסט קלערן דו האָסט געהערט די נאָמען היטלער? Josef Katz 763.096 767.0 יאָ, מיר האָ'מיר געװוּסט אַז ער איז אַן אַנטיסעמיט, אַ רשע, יאָ? Josef Katz 767.247 772.931 און בײַ אונדז אין סאַטמער איז געװעזן, אין די לעצטע יאָרן, Josef Katz 773.12 778.896 שױן נאָך דעם װי מע האָט באַזעצט פּױלן, זענען געװעזן אַ סך פּױלישע פֿליכטלינגען, Josef Katz 779.103 783.275 װאָס זײ האָבן געװױנט דאַן אין סאַטמער נאָך, נאָך פֿאַרן קריג. Josef Katz 783.396 789.258 און לײדער פֿון דאָרט זענען זײ אױך uh דעפּאָרטירט געװאָרן, אױשװיץ. Josef Katz 789.431 792.706 דײ װאָס האָבן זיך נישט באַהאַלטן אָדער אַזױ װאָס. Josef Katz 794.551 796.758 און איך האָב געהאַט אַ COUSIN, Josef Katz 796.793 800.206 דאָס הײסט מײַן טאַטעס אַ COUSIN געװען, Josef Katz 800.763 803.439 װאָס ער האָט געהאַט געלעבט אין לײַפּציק. Josef Katz 804.622 811.698 און װען, אין אַכט און דרײַסיקער יאָר, אָדער נײַן און דרײַסיקער יאָר װען מע האָט, פֿון דאָרטן די ייִדן אַנטלאָפֿן Josef Katz 812.005 814.327 איז ער אױך געקומען אױף סאַטמער. Josef Katz 814.876 818.708 און אין סאַטמער איז ער געבליבן ביז צום געטאָ. Josef Katz 820.266 827.218 און בײַם געטאָ האָט ער שױן געװוּסט װאָס דאָ דאַרף פּאַסירן, האָט ער זיך אױפֿגעהאָנגען. Mahli Lieblich 828.365 831.58 װי אַלט אַ מאַן האָט ער געװעזן? Josef Katz 834.565 836.565 ער איז שױן געװעזן Josef Katz 836.818 839.361 אַזױ אַלט װי מײַן טאַטע אומגעפֿער. Mahli Lieblich 841.78 845.469 דו געדענקסט װעלכע יאָר דײַן טאַטע האָט געבױרן געװאָרן? Josef Katz 845.503 846.209 יאָ. Josef Katz 846.31 852.83 אין eh נײַנצן הונדערט, אַכצן הונדערט uh אַכט און אַכציק. Mahli Lieblich 854.632 860.775 דײַן טאַטן האָט געװעזן אַ גרױסע מאַן אין דײַן שטאָט, יאָ? Josef Katz 860.577 865.291 אַ בעל־הבית אַזױ װי אַלע אַנדערע בעלי־בתּים, נישט געװעזן איבעראַגנד. Mahli Lieblich 865.402 871.203 װי אַזױ האָט דײַן טאַטע געקלערט די מלחמה װעט גײן? Mahli Lieblich 871.203 875.706 האָט ער געמײנט עפּעס װעט פּאַסירן אין סאַטמאַר? Josef Katz 875.734 879.948 נײן. אונדז האָ'מיר אַלע געמײנט אַז אין אונגערן װעט גאָרנישט פּאַסירן. Mahli Lieblich 880.624 887.3 SO אַלץ דו האָסט, װאָס דו האָסט געהערט, האָסטו געמײנט סע פּאַסירט ערגעץ אַנדערש. Josef Katz 886.556 888.634 ערגעץ אַנדערש, נישט בײַ אונדז. Josef Katz 888.634 893.141 אַפֿילו װען די פּױלישע פֿליכטלינגען זענען געקומען אױף סאַטמער Josef Katz 893.297 896.698 האָט מען נישט זײער געגלײבט װאָס זײ האָבן אַלעס ערצײלט. Josef Katz 896.698 901.106 װײַל אין אונגערן קען אַזױ װאָס נישט פּאַסירן װאָס ס'האָט פּאַסירט אין פּױלן. Josef Katz 901.106 903.747 אַזױ האָט, האָבן דער עולם געזאָגט. Mahli Lieblich 905.255 910.057 װעלכע יאָר האָט די נאַציס אַרײַנגעקומען? Josef Katz 910.081 914.816 קײן eh אונגערן זענען זײ אַרײַנגעקומען אין נײַנצן פֿיר און פֿערציק. Josef Katz 915.128 917.214 מערץ דעם נײַנצעטן. Mahli Lieblich 917.605 919.332 צו סאַטמער? Josef Katz 919.378 920.718 צו בודאַפּעסט. Mahli Lieblich 920.182 921.415 צו בודאַפּעסט. Josef Katz 921.031 921.556 יאָ. Josef Katz 921.766 924.821 און דאַן האָבן זײ זיך צעשפּרײט אין גאַנץ אונגערן. Mahli Lieblich 925.819 929.534 און װאָס האָט געשען אין סאַטמאַר? Mahli Lieblich 929.534 937.319 װאָס האָט געװע- געװאָרן אַנדערש אין סאַטמאַר אַזױ דרײַ און פֿערציק, צװײ און פֿערציק, ס'האָט געװעזן אַנדערשע לעבן? Mahli Lieblich 937.319 940.172 אַז די מלחמה קומט, צי דו האָסט געפֿילט עפּעס װעט... Josef Katz 939.851 946.985 נײן. מע האָט געפֿילט, מע האָט געהאַט זײער אַ שײן לעבן די גאַנצע צײַט. מע האָט נישט געפֿילט קײן שום מלחמה, מ'האָט uh Josef Katz 946.985 948.802 ס'איז געװעזן פֿאַרשידענע Josef Katz 948.901 957.943 eh זאַכן, אַז אַ ייִד טאָר נישט האָבן אַ געשעפֿט, האָט מען זיך גענעמען אַ גױ פֿאַר אַ נאָמען, און װאָס װײס איך, און אַזאָלכיקע זאַכן האָט מען געטון. Josef Katz 958.126 963.649 אָבער זאָנסט האָט מען געקענט מאַכן גוטע געשעפֿט און מע האָט געקענט זײער גוט לעבן. Mahli Lieblich 963.806 968.52 SO װאָס האָט געטױשט, װאָס האָט געװאָרן אַנדערש, אין װעלכע יאָר? Josef Katz 968.366 972.485 אין פֿיר און פֿערציק װען די דײַטשן זענען אַרײַנגעקומען. Mahli Lieblich 970.949 973.235 און װאָס האָט פּאַסירט? Josef Katz 973.128 978.654 װאָס האָט פּאַסירט קען איך נישט װײַטער זאָגן װײַל מיך האָבן זײ גלײַך אינטערנירט. Mahli Lieblich 979.378 981.163 זאָג מיר פֿון דאָס. Josef Katz 980.712 981.247 יאָ. Josef Katz 981.469 986.194 אַזױ, מערץ דעם נײַנצעטן זענען זײ אַרײַנגעקומען אױף בודאַפּעסט, Josef Katz 986.347 992.305 און איך בין אום אום צען אַ זײגער, און אום צװעלעף אַ זײגער בין איך אָנגעקומען אױף בודאַפּעסט. Mahli Lieblich 991.872 994.712 דו האָסט געגאַן פֿון סאַטמער צו בודאַפּעסט... Josef Katz 993.945 998.078 נישט פֿון בודאַ- איך בין געװעזן אױף שבת בין איך געװעזן אין, אין דעברעצען Josef Katz 998.432 1004.98 װײַל דאָרט eh, האָב איך געהאַט חבֿרים און זײ האָבן מיך גערופֿן, מע האָט געשפּילט דעמאָלטס מכירת־יוסף. Josef Katz 1004.998 1007.705 אַזאַ שפּיל, װײַל ס'איז געװעזן נאָך פּורים, Josef Katz 1007.803 1009.47 שבת אױף דער נאַכט. Josef Katz 1009.568 1013.941 און פֿון דאָרט בין איך געפֿאָרן אױף eh, בודאַפּעסט. Josef Katz 1014.067 1017.269 בין אָנגעקומען אום צװעלעף אַ זײגער אין בודאַפּעסט, Josef Katz 1018.099 1021.903 די דײַטשן זענען שױן דאָרט געװען, זײ זענען געקומען אום צען אַ זײגער. Josef Katz 1022.33 1023.724 און בײַם צוג Josef Katz 1024.061 1026.62 האָבן די אונגאַרישע פּאָליצײ Josef Katz 1026.954 1031.505 האָבן גלײַך אַראָפּגענעמען די ייִדן װאָס זענען אָפּגעשטיגן Josef Katz 1031.865 1033.828 און מע האָט זײ גלײַך פֿאַרהאַפֿטעט. Josef Katz 1034.033 1036.989 און מע האָט זײ געפֿירט, אַזױ װי מיך אױך, Josef Katz 1037.248 1040.123 אין MOSONYI גאַס. דאָרט איז געװעזן אַ Josef Katz 1040.188 1042.749 אַ TÁBOR, אַ לאַגער, װוּ... Josef Katz 1043.127 1045.73 און מע האָט צוזאַמענגענעמען די מענטשן, יאָ? Mahli Lieblich 1045.637 1048.109 װיפֿל מענטשן האָבן זײ צוזאַמענגענעמען? Josef Katz 1048.16 1054.282 דאָס װײס איך נישט. איך װײס נאָר אונדז זע'מיר געקומען spn דעם נעקסטן טאָג האָט מען אונדז געפֿירט אױף KISTARCSA. Josef Katz 1054.282 1058.324 און דאָרט זע'מיר שױן, eh דאָרט זע'מיר צוזאַמענגעקומען דרײַ טױזנט מענטשן. Mahli Lieblich 1058.371 1059.423 אַלע מענער. Josef Katz 1059.464 1062.12 נײן, ס'איז געװען עפּעס פֿרױען אױך. Mahli Lieblich 1063.131 1064.986 און װאָס האָט פּאַסירט... Josef Katz 1063.603 1065.731 אָבער מײנסטנס מענער, יאָ. Mahli Lieblich 1065.203 1067.36 יאָ. װאָס האָט פּאַסירט דאָרטן? Josef Katz 1067.396 1069.806 דאָרט אין KISTARCSA Josef Katz 1069.901 1072.724 האָבן זײ אונדז גאָרנישט געטון. Josef Katz 1072.76 1077.834 די JOINT האָט געשיקט עסן דורך די ייִדישע געמײנדע. Josef Katz 1078.07 1078.901 און Josef Katz 1080.482 1083.545 דאָרט האָט מען נישט געדאַרפֿט אַרבעטן אָדער װאָס. Josef Katz 1083.948 1089.704 שלאָפֿן זע'מיר אַלע אױף דער ערד, װײַל ס'איז נישט געװעזן קײן בעטן אָדער אַזױ װאָס, יאָ. Josef Katz 1090.103 1094.633 און דאָרט זע'מיר געװעזן צ- אַ פֿינעף װאָכן. Josef Katz 1096.561 1100.875 מיט אונדז צוזאַמען איז געװעזן דאָרטן דער קאָלעשיצער רבי. Josef Katz 1101.125 1104.437 ער איז געװעזן אַ פֿליכטלינג פֿון פּױלן. Josef Katz 1105.562 1108.9 ער איז דאָרט מיט אונדז געװעזן, און Josef Katz 1108.916 1111.637 זע'מיר דאָרט געװעזן איבער פּסח. Josef Katz 1112.312 1116.1 דעם סדר האָט דער קאָלעשיצער רבי געפֿירט דאָרטן. Josef Katz 1116.163 1118.217 אַלע זע'מיר געזעסן אױף דער ערד. Josef Katz 1118.986 1123.457 באַקומען האָ'מיר צו עסן פֿון די ייִדישע געמײנדע פּסחיק עסן. Mahli Lieblich 1123.465 1126.679 דו האָסט געהאַט מצה, דו האָסט געהאַט אַלץ װאָס דו דאַרפֿסט. Josef Katz 1125.455 1131.96 געהאַט מצות, װאָס מע דאַרף, װײַל די געמײנדע האָט נאָך עקזיסטירט, און די געמײנדע האָט נאָך געברענגט צו עסן, יאָ. Mahli Lieblich 1129.322 1132.01 האָט געהאַט אַז אַלץ, יאָ. Josef Katz 1133.132 1136.835 און אום נעקסטן אינדערפֿרי, Josef Katz 1136.956 1138.26 פּסח, Josef Katz 1139.139 1143.919 האָט ער, האָט ער אונדז ערצײלט אַז ער האָט זיך געחלומט מיט זײַן פֿאָטער, Josef Katz 1144.473 1148.097 זײַן פֿאָטער איז געװעזן אַ גרױסער רבי אין קאָלעשיץ, Josef Katz 1148.873 1153.56 און דער פֿאָטער האָט אים געזאָגט אין חלום, "זאָלסט װיסן," Josef Katz 1153.865 1157.719 KISTARCSA האָט געהײסן דאָס לאַגער-, דאָס לאַגערל װוּ אונדז זע'מיר געװען, Josef Katz 1157.804 1160.921 "זאָלסט װיסן אַז KISTARCSA איז אַ קלײנער לאַגער, Josef Katz 1161.033 1163.606 בודאַפּעסט איז אַ גרעסערער לאַגער. Josef Katz 1163.872 1166.719 אָבער גאַנץ אונגערן איז נאָך אַ גרעסערער לאַגער". Josef Katz 1168.981 1172.034 דאָס האָט ער אונדז ערצײלט װאָס ער האָט זיך געחלומט. Josef Katz 1172.936 1175.873 און אונדז זע'מיר דאָרט געװעזן ביז נאָך פּסח. Josef Katz 1176.714 1180.415 דער קאָלעשיצער רבי האָט זיך נישט געװאָלט אָפּשערן די באָרד, Josef Katz 1180.709 1185.846 ביז אַ טאָג בעפֿאָר אונ-, מע האָט אונדז אַװעקגעפֿירט קײן BIRKENAU. Mahli Lieblich 1186.161 1190.693 װאָס האָט פּאַסירט די, די טאָג פֿריִער? דעם טאָג? Josef Katz 1190.72 1191.65 װען? Mahli Lieblich 1191.709 1197.089 אײן טאָג פֿריִער, דו האָסט געגאַנען צו BIRKENAU, ער האָט זיך געשױרן די באָרד? Josef Katz 1196.06 1198.4 ער האָט זיך אָפּגעשױרן די באָרד, יאָ. Mahli Lieblich 1197.936 1198.827 פֿאַר װאָס? Josef Katz 1198.844 1201.995 װײַל ער האָט געװוּסט אַז מע פֿירט אונדז דאָרטן אַװעק. Josef Katz 1202.3 1206.39 מע האָט געמוזט זיך אָפּשערן די באָרד די גאַנצע צײַט. דאָס איז געװעזן אַ Josef Katz 1206.463 1210.526 אַ פֿאַראָרדענונג אַז מע זאָל זיך אָפּשערן... ער האָט זיך אָבער נישט געװאָלט אָפּשערן. Josef Katz 1210.905 1216.003 און ער האָט געהאַט די באָרד ביז צום סוף. ביז אַ טאָג פֿאַר דעם װאָס מע האָט אונדז אַװעקגעפֿירט. Josef Katz 1216.056 1218.595 דעמאָלטס האָט ער זיך שױן יאָ געלאָזט אָפּשערן. Josef Katz 1219.007 1221.84 װײַל ער האָט שױן געװוּסט װוּ מע פֿירט אונדז. Mahli Lieblich 1221.994 1223.207 ער האָט יאָ געװוּסט. Josef Katz 1223.052 1225.915 ער האָט יאָ געװוּסט, ער איז דאָך געקומען פֿון פּױלן. Mahli Lieblich 1223.959 1225.231 האָסטו געװוּסט? Mahli Lieblich 1225.748 1226.087 יאָ. Mahli Lieblich 1226.087 1227.198 האָסטו געװוּסט? Josef Katz 1226.89 1228.365 איך האָב נישט געװוּסט. Mahli Lieblich 1228.379 1230.012 AND ער האָט נישט דיר געזאָגט. Josef Katz 1230.062 1231.854 ער האָט געזאָגט, eh, Josef Katz 1232.436 1234.902 װען מיר זע'מיר געװען אין צוג האָט ער שױן געזאָגט. Josef Katz 1235.572 1237.189 מיר זע'מיר געװעזן אין צוג, Josef Katz 1238.129 1240.99 זע'מיר געװען אין אײן װאַגאָן, זעכציק מענטשן, Josef Katz 1242.398 1243.875 און, eh, Josef Katz 1244.195 1249.428 ס'האָט אין גאַנצן געדױערט פֿיר און צװאַנציק שעה אומגעפֿער ביז מ'איז אָנגעקומען קײן BIRKENAU, Josef Katz 1250.668 1252.143 אונטער װעגס, Josef Katz 1252.461 1254.491 האָט אַ מענטש זיך געװאָלט, Josef Katz 1254.516 1258.314 האָט, נישט ער האָט געװאָלט, ער איז אַרױסגעשפּרונגען פֿון מיטן צוג, Josef Katz 1258.957 1262.933 און די סאָלדאַטן האָבן אים גלײַך געשאָסן, ער איז דאָרט געבליבן טױט. Mahli Lieblich 1262.129 1263.566 דו האָסט עס געזען. Josef Katz 1263.589 1264.23 יאָ. Josef Katz 1265.331 1271.214 געזען האָ'מיר נישט גענױ, װײַל דער צוג איז װײַטער געפֿאָרן, יאָ, מיר האָ'מיר אָבער געװוּסט װאָס, װאָס ס'האָט פּאַסירט. Mahli Lieblich 1270.609 1271.726 דו האָסט געהערט... Josef Katz 1271.451 1276.678 יאָ, מיר האָ'מיר געהערט דעם שאָס, נישט אײנס, ער האָט באַקומען מערערע קױלן. Josef Katz 1277.482 1282.267 און נאָך דעם זע'מיר אָנגעקומען קײן בירקענױ, ס'איז געװען שבת, מיטאָג. Mahli Lieblich 1282.411 1284.005 װאָס האָסטו געטראָגט? Josef Katz 1284.018 1285.732 װער, איך? Mahli Lieblich 1284.824 1285.35 יאָ. Josef Katz 1285.767 1288.823 איך האָב דיר דאָך געזאָגט װאָס איך האָב שױן אָנגעהאַט. Mahli Lieblich 1288.911 1291.0 זאָג מיר װידער. Josef Katz 1320.763 1325.47 איך האָב אָנגעהאַט אַ שײנעם װינטער־מאַנטל נאָך װײַל ס'איז געװען קאַלט נאָך דעמאָלטס. Josef Katz 1326.036 1328.056 מיט אַ שײנעם פּעלץ־קראָגן. Josef Katz 1328.927 1330.491 און אַ ייִדן־הוט. Josef Katz 1331.423 1334.512 מיט אַ שירעם אױף די הענט. און אַ קלײן קופֿערטל. Josef Katz 1335.241 1338.262 דאָס האָב איך געטראָגן אױף אױשװיץ. Mahli Lieblich 1364.705 1368.637 װאָס האָט פּאַסירט װען דו האָסט אַראָפּגעגאַנען פֿון די װאַגאָן? Josef Katz 1368.806 1372.068 און מיר זע'מיר אַראָפּגעגאַנגען פֿון די װאַגאָן, Josef Katz 1373.465 1378.517 האָבן מיר זיך געמוזט שטעלן אין די רײע, פֿינעף מענטשן, Josef Katz 1378.586 1381.879 אימער פֿינעף מענטשן צוזאַמען מיט די הענט, Josef Katz 1382.241 1388.051 דעם קאָלעשיצער רבין האָבן מיר גענומען אין דער מיט, און צװײ זענען מיר געװעזן עקסטרע. Josef Katz 1389.0 1393.275 ער האָט נאָך אַ פֿרעג געטון, "נו, װי זע איך אױס? װעל איך דורכקומען?" Josef Katz 1393.275 1395.482 דאָס האָט ער געפֿרעגט מיט דײ װערטער. Josef Katz 1396.448 1400.724 און uh, דאַן איז געקומען די SELEKTION, פֿון מענגעלען. Mahli Lieblich 1400.775 1402.155 דו האָסט געזען מענגעלע? Josef Katz 1402.164 1402.827 יאָ. Mahli Lieblich 1402.844 1405.591 װי אַזױ האָט ער געקוקט? װי אַזױ האָט ער... Josef Katz 1404.486 1409.637 אַן אָפֿיציר אָנגעטון, אַזױ װי אַלע eh דײַטשע אָפֿיצירן. Josef Katz 1410.431 1415.045 און דאַן האָט ער געמאַכט מיט די פֿינגער פֿאַר קאָלעשיצער רבין ער זאָל אַרױסקומען. Josef Katz 1415.045 1417.758 און ער האָט אים געשיקט אױף די אַנדערע זײַט. Josef Katz 1418.438 1423.212 דאָרט װוּ מע האָט די מענטשן געטראָגן צו uh גאַז־קאַמער. Josef Katz 1424.362 1429.224 אונדז האָט מען גענעמען uh אין אַ באָד. Josef Katz 1429.224 1432.534 מע האָט אונדז אַלע געלאָזט אױסטון גאַנץ נאַקעט. Josef Katz 1432.903 1435.103 און מע האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין באָד. Josef Katz 1435.879 1441.877 און דאַן נאָך דעם האָט מען אונדז אָנגעטון מיט געשטרײַפֿטע קלײדער, און יעדער האָט געהאַט אַ אַ נומער. Josef Katz 1441.97 1443.206 אױפֿן קלײד. Josef Katz 1445.673 1448.982 און דאַן האָט מען אונדז אַרײַנגעפֿירט אין די באַראַקן. Josef Katz 1449.775 1452.465 זע'מיר דאָרט געװעזן דרײַ טאָג. Josef Katz 1454.12 1455.827 דרײַ טאָג. Josef Katz 1455.973 1460.206 נאָך די דרײַ טאָג האָט מען אונדז געפֿירט דאַן אין אַרבײַטס־לאַגער. Mahli Lieblich 1460.356 1467.241 װען דו האָסט נאָך געװעזן אין BIRKENAU, װי אַזױ... דו האָסט געהאַט עסן? Josef Katz 1467.17 1470.689 זײ האָבן געגעבן, זײ האָבן דאָרט געגעבן ברױט. איך, Josef Katz 1470.762 1475.034 איך האָב עס נישט אַ מאָל נאָך געקענט עסן, דאָס ברױנע ברױט װאָס זײ האָבן געגעסן. Josef Katz 1475.431 1478.241 האָב איך דאָרטן געלאָזט, כ'האָב עס נישט אַ מאָל געגעסן. Mahli Lieblich 1477.06 1480.517 פֿאַר װאָס האָסטו נישט געקענט עס עסן? Josef Katz 1480.536 1485.615 כ'האָב נישט געהאַט דאָס געפֿיל דאָס צו עסן נאָך דעמאָלטס, דײס ברױט דאָרטן. Mahli Lieblich 1485.455 1488.793 זײ האָבן דיר געגעבן אַ זופּ, צי עפּעס צו טרינקען? Josef Katz 1487.888 1491.585 יאָ, זײ האָבן געגען אַ זופּ, און זײ האָבן געגעבן ברױט. Mahli Lieblich 1491.379 1494.534 און װיפֿל מענער האָבן געװעזן אין די באַראָק? Josef Katz 1494.62 1500.12 דאָס װײס איך נישט, קען איך דיר נישט זאָגן, אָבער אַ סך מענטשן. אַ פּאָר הונדערט. ס'איז געװען גרױסע באַראַקן. Mahli Lieblich 1500.189 1502.756 און װוּ האָסטו געשלאָפֿן אין די באַראַקן? Josef Katz 1502.011 1507.178 יאָ, דאָרט איז שױן געװעזן, אין די באַראַק איז געװעזן אַזעלכע געלעגערס, PRITSCHEN, JA? Josef Katz 1507.325 1509.775 װוּ מע האָט זיך געקענט לײגן שלאָפֿן. Josef Katz 1510.448 1513.81 ס'געװעזן דרײַ שטאָק, דאַכט זיך מיר. Mahli Lieblich 1514.546 1521.62 AND װען דו האָסט אַװעקגעגאַנען פֿון BIRKENAU, אין װעלכע לאַגער האָבן זײ דיר געברענגט? Josef Katz 1521.679 1528.245 פֿון בירקענױ ס-, האָט מען אונדז אַװעקגעפֿירט קײן OBERWÜSTEGIERSDORF, דאָס איז אין שלעזיען. Josef Katz 1528.533 1529.404 יע? Josef Katz 1529.547 1535.903 דאָרט זע'מיר אָנגעקומען, פֿופֿצן הונדערט מענטשן. װוּ, װאָס מיט די אַנדערע איז פּאַסירט װײס איך נישט. Josef Katz 1537.294 1540.384 אַלזאָ פֿופֿצן הונדערט מענטשן זע'מיר דאָרט אָנגעקומען, Mahli Lieblich 1540.4 1544.015 זײ האָבן געװעזן HUNGarishe מענטשן צי אַנדערע מענטשן? Josef Katz 1543.298 1547.702 ס'איז, נײן, ס'איז געװעזן צװישן אונדז שױן דרײַ הונדערט פּױלישע ייִדעלעך אױך. Mahli Lieblich 1547.716 1549.543 SO זײ האָבן אַרײַנגעמישט... Josef Katz 1548.913 1551.473 אַרײַנגעמישט פּױלישע ייִנגלעך אױך. Mahli Lieblich 1551.581 1556.0 AND װי לאַנג האָסטו געבלײַב- געבליבן אין דעם לאַגער? Josef Katz 1556.019 1558.982 אין דעם לאַגער בין איך געװעזן Josef Katz 1560.308 1562.524 ביז מיטע זומער. Mahli Lieblich 1562.74 1567.169 דו געדענקסט די נאָמען פֿון די קאָמענדאַנט פֿון דעם לאַגער? Josef Katz 1566.144 1566.666 יאָ. Josef Katz 1566.907 1570.386 דער נאָמען פֿון קאָמענדאַנט האָט געהײסן LÜTKEMEYER. Josef Katz 1571.279 1573.341 געװען אַ גרױסער רשע. Josef Katz 1574.422 1577.552 און אַזױ װי איך בין אָנגעקומען אין דעם לאַגער, Josef Katz 1578.201 1581.904 האָב איך געאַרבעט צו ערשט אין אַ Josef Katz 1582.044 1583.773 קלײנע קאָמאַנדאָ, Josef Katz 1584.193 1589.265 װאָס מע האָט uh געמאַכט די װאַסער־לײטונגען אין דעם דאָרף, Josef Katz 1589.265 1592.399 און אונדז האָ'מיר געמאַכט די גריבער, יאָ? Josef Katz 1592.475 1597.843 אונדז זע'מיר געװעזן דאָרטן דרײַצן מענטשן, אין דײ קאָמאַנדאָ. Josef Katz 1598.871 1603.0 איז געװעזן דאָרט זײער אַ פֿ- װױלע פּױלישע גױטע Josef Katz 1604.472 1608.654 װאָס זי האָט אונדז יעדן טאָג געלײגט דרײַצן פּעקעלעך, Josef Katz 1609.512 1613.028 פֿאַר אונדז, פֿאַר יעדן אײנעם אַ פּעקעלע, Josef Katz 1613.104 1616.229 בײַם STRASSENRAND אַזױ װי אונדז זע'מיר געגאַנגען, Josef Katz 1616.276 1619.611 אין יעדן פּעקעלע איז געװען צװײ רעפֿטעלעך ברױט. Josef Katz 1620.166 1623.127 צװײ ציגאַרעטלעך, און אַן עפּל. Josef Katz 1623.465 1625.813 דאָס האָט זי אונדז געלײגט יעדן טאָג, Josef Katz 1625.813 1628.716 דײ פּױלישע גױטע. זײער אַ װױלע גױטע געװען. Mahli Lieblich 1629.007 1631.485 דו געדענקסט די נאָמען פֿון דעם מענטש? Josef Katz 1631.502 1636.809 נײן. כ'האָב נישט, קײן מאָל נישט געװוּסט דעם נאָמען פֿון די גױטע, מע האָט דאָך נישט געטאָרט רעדן מיט איר, מ'האָט... Josef Katz 1636.809 1639.825 זי האָט דאָס געלײגט אין STRASSENRAND מע זאָל נישט זען. Josef Katz 1640.181 1644.655 זי האָט זיך אַלײן דאָס לעבן eh אײַנגעשטעלט אױף דעם. Josef Katz 1648.668 1652.318 איז געװען זײער אַ װױלע גױטע. איך װעל נאָך דערצײלן פֿון דײ גױטע. Josef Katz 1652.377 1654.386 געזאָגט האָט זי, Josef Katz 1655.922 1660.659 װײַל, װען מע האָט געאַרבעט נעבן איר הױז, די גראָבונג, האָט מען Josef Katz 1660.746 1666.447 האָט מען געלאָזט אַרײַנגײן צו יעדן הױז נעמען װאַסערס מיטאָג, װײַל ס'איז געװען װאַרעם, ס'איז שױן געװען זומער, Josef Katz 1666.552 1668.193 צום טרינקען, יאָ? Josef Katz 1668.228 1670.938 װען מ'איז צו איר געקומען, בײַ איר הױז, Josef Katz 1671.0 1678.946 האָט זי אונדז געגעבן, uh, מיט אַ אײמער זע'מיר געגאַנגען נאָך װאַסער, האָט אונדז, האָט זי אונדז געגעבן אַנשטאָט װאַסער אַן אײמער KAFFEE. Josef Katz 1680.219 1684.01 מיר זאָל'מיר טרינקען KAFFEE דאָרטן, און דעמאָלטס האָט זי געזאָגט אױך, Josef Katz 1684.12 1686.342 "איך האָף אַז, אַז eh Josef Katz 1686.462 1689.581 אַז מײַן זון װאָס ער איז אַ סאָלדאַט, Josef Katz 1690.778 1695.247 אַז ער װעט אױך באַקומען GESCHENKE פֿון פֿרעמדע מענטשן". Mahli Lieblich 1696.033 1696.912 O.K. Josef Katz 1699.035 1699.724 יע.