Mahli Lieblich 8.732 15.354 MARCH TWENTY SEVENTH, NINETEEN NINETY SIX. WE'RE INTERVIEWING MR. JOSEPH KATZ. Mahli Lieblich 15.406 21.281 WE'RE IN MIAMI BEACH, FLORIDA. MY NAME IS MAHLI LIEBLICH. AND THIS IS TAPE NUMBER TWO. Mahli Lieblich 21.562 23.708 דו האָסט מיר געזאָגט פֿון די לאַגער. Josef Katz 23.298 24.153 mhm. Mahli Lieblich 24.088 26.604 זאָג מיר װיד- זאָג מיר מער. Josef Katz 26.168 29.195 יאָ. אין די קאָמאַנדאָ Josef Katz 29.289 33.434 האָבן מיר געאַרבעט ביז ס'איז פֿערטיק געװאָרן די װאַסער־לײטונג, נישט אַזױ לאַנג. Josef Katz 34.383 35.799 און נאָך דעם, Josef Katz 35.903 41.363 האָב איך געאַרבעט, איז מיר געלונגען צו גײן אַרבעטן אין לעבנס־מיטל־ eh ־מאַגאַזין. Josef Katz 41.459 43.731 דאָרט איז געװען אַ גרױסע לעבנס־מיטל־מאַגאַזין Josef Katz 43.82 49.313 װוּ עס איז אָנגעקומען די לעבנס־מיטל פֿאַר די דײַטשן אױך, און פֿאַר, און פֿאַר די פֿליכטלינג(ען) אױך, Josef Katz 50.319 52.965 און דאָרט האָב איך געאַרבעט אַ שטיקל צײַט אױך. Josef Katz 55.625 64.379 דאָרטן האָבן מיר געפּאַקט דאָס עסן, ס'איז געקומען מיט די װאַגאָנען, האָבן מיר אױסגעפּאַקט די װאַגאָנען, אַרײַנגעפּאַקט אין, אין די מאַגאַזין, און אַזױ װײַטער. Mahli Lieblich 64.828 68.519 און דו האָסט, װיפֿל שעה אין אַ טאָג האָסטו געאַרבעט? Josef Katz 69.007 70.985 װיפֿל שעה מע האָט געאַרבעט דאָרטן? Josef Katz 71.677 75.092 צען צװעלעף שעה, איך װײס נישט, אַזױ גענױ װײס איך נישט די שעהען. Josef Katz 75.092 77.704 װער האָט געהאַט אַ זײגערל דעמאָלטס? Josef Katz 80.017 81.423 נו, יאָ. Josef Katz 82.283 86.232 דאָרט, אין דעם uh מאַגאַזין האָב איך געטראָפֿן Josef Katz 86.867 90.65 אַ פּױלישן יונגער־מאַן, אַ פּױל-, פֿון קראָקע, Josef Katz 91.618 95.135 װאָס ער הײסט, ער זאָל לעבן און געזונט זײַן נאָך יעצט אױך, Josef Katz 95.391 97.424 נתן־דוד זילבערשטײן. Josef Katz 98.565 103.59 דער איז אױך געװעזן װאָס ער איז צװישן די דרײַ הונדערט פּױלישע ייִנגלעך װאָס זענען געקומען, Josef Katz 104.717 108.132 און ער איז געװעזן זײער אַ פֿרומער. Josef Katz 109.623 113.197 ער האָט נישט געגעסן קײן טרײפֿעס די גאַנצע צײַט. Josef Katz 114.358 116.529 אין דער הײם אױך נישט אין פּױלן װען Josef Katz 116.64 119.417 ס'איז געװעזן די געטאָס און די אַלע זאַכן. Josef Katz 120.832 124.371 און ער האָט אױך נישט געװאָלט מחלל־שבת זײַן. Josef Katz 126.601 130.107 ער, ס'איז געװעזן אַ מעשׂה, Josef Katz 130.652 136.1 דאָס איז געװעזן שפּעטער שױן, װען איך האָב שױן נישט דאָרט געאַרבעט, כ'האָב עס נאָר געהערט נאָכדערצײלן, Josef Katz 136.537 139.263 אַז מע האָט אים געהײסן אױפֿלײגן אױפֿן פֿײַער, Josef Katz 139.748 141.542 װינטער איז שױן געװעזן, Josef Katz 142.139 143.77 און ער האָט נישט געװאָלט אױפֿלײגן. Josef Katz 144.553 150.879 ער האָט געזאָגט ער האָט אַ העקסנשוס, ער קען זיך נישט בײגן, אױפֿהײבן דאָס האָלץ אַרײַנלײגן אין פֿײַער, מיט אַזעלכיקע זאַכן. Josef Katz 151.32 155.047 און ס'איז געװעזן אמתדיק סכּנת־נפֿשות. Josef Katz 155.607 160.795 װאָס דער ייִד האָט האָט נישט געװאָלט מחלל־שבת זײַן, מחלל־שבת דאורײַתא. Josef Katz 160.992 164.73 דאָס הײסט װאָס מע טאָר נישט אַזױ עפֿנטלעך מאַכן. Josef Katz 165.93 173.474 און מיט דעם ייִד בין איך דאָרט געװעזן, ער איז געװעזן אױך אין דעם, אין דעם eh קאָמאַנדאָ. Josef Katz 174.937 178.041 און ער איז הײַנט נאָך ברוך־השם געזונט. Josef Katz 178.483 182.601 ער איז שױן ר-, ער האָט RETIRED שױן, ער איז אַ ביסל עלטער נאָך פֿון מיר. Josef Katz 183.01 189.513 ער לעבט אין װיליאַמסבורג, ער האָט אַ קלײן בית־מדרשל, ער האָט אַ גרױסע משפּחה קײן עין־הרע. Josef Katz 189.798 192.457 און די אַלע דאַװענען אין זײַן בית־מדרשל. Josef Katz 193.818 196.964 איך האָב אַלײן אַרײַנגעגעבן דאָרטן אַ ספֿר־תּורה. Josef Katz 199.455 200.83 ער איז זײער אַ װױלער ייִד. Josef Katz 201.715 203.656 האָבן מיר דאָרטן געאַרבעט. Josef Katz 204.99 208.181 און דאַן האָט זיך געמאַכט, Josef Katz 208.839 211.703 די אונגערישע ייִדן זענען אָנגעקומען דערצװישן Josef Katz 212.392 216.869 דער, uh, LÜTKEMEYER, דער HAUPTSTURMFÜHRER האָט זיך גענומען אַ, Josef Katz 216.869 218.878 אױך געװען אַ פּױליש ייִנגל, Josef Katz 218.933 221.317 אונדז האָבן מיר אים גערופֿן אַלע מאָריץ, Josef Katz 222.074 225.19 װאָס ער איז געװעזן דער OBERSCHREIBER פֿון לאַגער. Josef Katz 225.265 228.922 און נישט נאָר פֿון זײַן לאַגער SONDERN, פֿון אַלע לאַגערס פֿון דעם מאַן. Josef Katz 229.958 232.482 אין אַ שײנעם טאָג ברענגט ער אַ ליסטע, Josef Katz 233.308 238.542 צײַגט ער אונדז אַ ליסטע פֿון די אַנדערע אונגאַרישע ייִדן װאָס זענען געקומען אױף, אין אַן אַנדער לאַגער. Josef Katz 240.423 242.933 די אַנדערע לאַגער האָט געהײסן MÄRZBACHTAL. Josef Katz 243.356 247.388 און אין דײ ליסטע טרעף איך דאָרטן די נאָמען פֿון מײַן עלטערן ברודער. Josef Katz 249.932 255.0 און נאָך אַ ייִד האָט דאָרטן געטראָפֿן אױך אַ נאָמען פֿון זײַן ברודער. Josef Katz 256.67 259.815 זע'מיר געגאַנגען צו דעם מאָריצן, מיר האָבן מיר געזאָגט, Josef Katz 260.734 264.171 "װי קען מען עפּעס מאַכן אַז מײַן ברודער זאָל קומען אַהער?" Josef Katz 265.055 268.398 און דער װאָס ער איז דאָרט געװעזן בײַ אונדז, דער האָט געװאָלט גײן אַהין. Josef Katz 270.512 273.066 האָט ער געזאָגט, "װעלן מיר זען עפּעס צו טון." Josef Katz 273.747 275.89 נעקסטן טאָג גײ איך אין דער אַרבעט, Josef Katz 276.809 281.321 און איך גנבֿע אַרױס פֿון דעם eh מאַגאַזין דאָרטן Josef Katz 281.558 284.285 זעקס קלײנע פֿלעשעלעך מיט בראָנפֿן. Josef Katz 285.711 288.713 און איך טראָג דאָס אַרײַן און איך געב עס פֿאַר מאָריצן, Josef Katz 289.171 291.904 און איך זאָג אים, "אפֿשר קענסטו מיט דעם עפּעס טון, Josef Katz 291.988 295.391 אַז דו זאָלסט מאַכן דעם טױש." זאָגט ער, "איך װעל פּרובירן." Josef Katz 296.305 298.132 ער האָט דאָס גענומען, ער האָט טאַקע Josef Katz 299.098 305.008 eh אָנגעשיכּורט דעם דעם uh LÜTKEMEYER, װײַל ער איז געװעזן זײַן רעכטע האַנט. Josef Katz 305.956 311.258 און נ- און דערױף אַ טאָג האָט ער שױן געמאַכט דעם טױש, ער האָט געברענגט מײַן ברודער צו אונדז, Josef Katz 311.37 313.746 און יענעם האָט ער געפֿירט אַהין. Josef Katz 315.129 316.868 מײַן עלטערער ברודער. Mahli Lieblich 316.325 318.216 װאָס איז ער'ס נאָמען? Josef Katz 318.104 319.489 אַבֿרהם־הערש. Josef Katz 321.359 326.651 און uh, אַזױ איז ער געקומען צו אונדז, און זע'מיר געװעזן צוזאַמען. Mahli Lieblich 328.016 330.791 װעלכע מאָנאַט האָט עס געװעזן? Josef Katz 330.119 334.583 eh דאָס װײס איך נישט גענױ, די מאָנאַטן, זומער, זומער איז דאָס געװען, יאָ. Mahli Lieblich 330.791 334.748 ס'איז געװעזן זומער צי (װינטער)? Josef Katz 334.986 336.386 אױך זומער געװעזן. Josef Katz 336.819 338.954 דאַן איז מיר פּאַסירט אַן אומגליק, Josef Katz 339.572 341.134 כ'האָב מיר צעשניטן דעם פֿינגער. Mahli Lieblich 342.584 345.26 װי אַזױ האָסטו צעש-, צעשניטן דעם פֿינגער? Josef Katz 344.101 346.353 דאָרט איז געװען אַ טישלערײַ אױך, Josef Katz 346.448 350.356 און איך האָב געהױבלט בײַ די מאַשין, איך האָב מיר אַרײַנגעשניטן דעם פֿינגער. Josef Katz 351.67 360.154 האָט מען מיך ש- גלײַך געפֿירט אין די שפּיטאָל דאָרט, ס'איז געװען נישט אַ שפּיטאָל, SONDERN דאָרטן װוּ מע האָט די קראַנקע אַ ביסל... Josef Katz 361.253 368.53 און uh, דאָרט האָט מען מיך פֿאַרבונדן. סע האָט מיר זײער װײ געטון, כ'האָב זײער געשריגן װײַל איך האָב געהאַט אַ גאַנצן שניט אין די פֿינגער. Josef Katz 369.912 373.886 און מע האָט מיר פֿאַרבונדן די הענט. און דעם נעקסטן טאָג, Josef Katz 374.649 377.961 האָב איך נישט געקענט אַרױסגײן אין דער אַרבעט פֿון דעם פֿאַרבינדן. Josef Katz 378.989 382.154 און דעמאָלטס איז אָנגעקומען אַ לאַסט־װאָגן, Josef Katz 382.627 384.255 פֿון GROSS-ROSEN, Josef Katz 384.348 388.283 GROSS-ROSEN איז געװעזן די לאַגער װוּ מע האָט פֿאַרגאַזט די מענטשן. Josef Katz 389.409 393.251 איז אָנגעקומען די לאַסט־װאָגן מיט eh, אַ פּאָר דײַטשע אָפֿיצירן, Josef Katz 393.927 395.77 און זײ האָבן געמאַכט אַ אַפּעל, Josef Katz 396.835 399.099 פֿון די אַלע װאָס זענען געװעזן אין Josef Katz 399.464 403.88 אין קראַנקן־שטאַנד, װאָס זײ האָבן נישט, װאָס זײ זענען נישט געגאַנגען אױף דער אַרבעט. Josef Katz 404.904 410.062 און איך בין אױך דאָרט געװעזן צװישן די, נאָך אַ ייִנגל, מײַן עלטער אומגעפֿער, Josef Katz 411.245 413.258 און מאָריץ האָט דאָס געזען, Josef Katz 414.053 418.883 און ער האָט דאָך געװוּסט װאָס דאָס הײסט, אַז מע פֿירט די אַלע מענטשן אין די לאַגער, Josef Katz 419.06 421.01 איז ער געלאָפֿן, געקומען, Josef Katz 421.162 425.23 ער, ער איז געװעזן דער אַפּעל־מאַכער, ער איז אַלעס געװעזן דאָרטן. Josef Katz 425.756 429.641 ער האָט גענומען אַ שטעקעלע און ער האָט מיר אַ קלאַפּ געטון אױף די, דאָס, Josef Katz 430.303 431.803 זאָגט ער, Josef Katz 433.041 437.505 "דו גײסט אין STEINBRUCH־לאַגער, װײַל דו ביסט אַ סימולאַנט." Josef Katz 438.42 445.055 און נעמט מיך אַרױס פֿון דאָרטן, און דאָס צװײטע ייִנגל אױך, סע זענען געװען צװײ יונגע ייִנגלעך אַזעלעכיקע, איך בין אַלט געװען נײַנצן יאָר דעמאָלטס. Josef Katz 446.048 450.778 און אַזױ האָט ער אונדז מציל געװעזן אַז מע האָט אונדז נישט געפֿירט אױף GROSS-ROSEN. Josef Katz 451.919 453.794 און ער האָט אונדז אַריבערגעפֿירט Josef Katz 454.026 457.188 אין STEINBRUCH־לאַגער, דאָס איז געװען דער מערצבאַכטאַלער לאַגער, Josef Katz 457.787 460.083 װוּ מײַן ברודער איז פֿריִער געװעזן. Mahli Lieblich 460.511 461.342 און דײַן Mahli Lieblich 461.342 465.018 ברודער האָט געש- uh, געשטײן אין די אַנדערע לאַגער. Josef Katz 464.226 466.373 יאָ מײַן ברודער איז דעמאָלטס געװעזן UNK. Josef Katz 466.595 470.766 און נאָך דעם װי ער, און מײַן ברודער האָט אױף דער נאַכט געהערט װאָס דאָ איז געשען, Josef Katz 470.969 473.531 איז ער געגאַנגען צו מאָריצן, זאָגט ער, Josef Katz 473.591 476.603 "דו האָסט אונדז צוזאַמען געברענגט יעצט, זע'מיר עקסטער, אפֿשר Josef Katz 476.671 479.477 קענסטו מאַכן אַז איך זאָל אַריבערגײן אַהין." Josef Katz 480.015 483.037 זאָגט ער, "הער מיך אױס, בײַ דער נעקסטער געלעגנהײט װעל איך זען." Josef Katz 483.26 485.807 װײַל מע האָט, ס'איז געװעזן דאָרטן אַזױ: Josef Katz 486.394 489.455 אַז אײן לאַגער האָט געדאַרפֿט אַ מאָל מער מענטשן Josef Katz 489.522 494.735 האָט מען זיך אױסגעליגן פֿון אַנדערן לאַגער מענטשן, און מע האָט אַזױ אַריבערגעפֿירט אײנס צום צװײטן. Josef Katz 495.018 498.353 איז עס טאַקע אַזױ געשען דערױף צװײ־דרײַ װאָכן, Josef Katz 498.685 507.37 אַז יענער לאַגער האָט פֿאַרלאַנגט עפּעס מענטשן האָט ער גענומען מאָריץ מײַן ברודער און ער האָט אים אַהינגעשיקט דאָרט װוּ איך בין שױן געװעזן. און דאָרט זע'מיר געװעזן צוזאַמען דאַן. Josef Katz 508.912 510.779 דאָרט זע'מיר געװעזן צוזאַמען Josef Katz 511.648 514.87 ביז uh נאָך די יום־טובֿים. Mahli Lieblich 515.928 518.011 SO אַזױ, צװײ, דרײַ מאָנאַטן. Josef Katz 517.765 518.487 יאָ. Josef Katz 519.401 524.108 ביז נאָך די יום־טובֿים, װײַל eh, בעפֿאָר, פֿאַר די יום־טובֿים Josef Katz 524.765 528.61 איז געשען אַ מעשׂה אַז אײנער איז אַנטלאָפֿן, Josef Katz 529.42 530.684 פֿון די אַרבעט. Josef Katz 531.969 536.022 און מע האָט אים געכאַפּט דערױף אַ טאָג צװײ, Josef Katz 536.589 540.26 מע האָט אים צוריקגעברענגט אין לאַגער און מע האָט אים אױפֿגעהאָנגען דאָרטן. Josef Katz 540.31 543.043 יעדער האָט געמוזט צוקוקן װי מע הענגט אים. Josef Katz 543.571 547.091 דאָרט אין לאַגער איז געװעזן אַ לאַגער קאַפּאָ, אַ ייִד, Josef Katz 547.564 549.964 ער הײסט אַלטער שטײנמעץ. Josef Katz 550.877 552.77 ער װױנט אין בני־ברק, Josef Katz 553.184 556.64 REKHOV RAMBAM, זײער אַ װױלער ייִד. Josef Katz 557.523 561.958 ער האָט געמוזט דאָס בענקל אַװעקשיבן בײַן אױפֿהענגען Josef Katz 563.777 569.178 קען איך מיך נאָך דערמאַנען אױף דער נאַכט, און מע האָט אים געלאָזט הענגען דאָרטן, איך װײס שױן ביז מיטע דער נאַכט. Josef Katz 569.579 576.53 און דאַן איז ער געגאַנגען און ער האָט, און ער האָט זיך אױסגעװײנט בײַן אים, ער האָט געבעטן ער זאָל אים מוחל זײַן. Josef Katz 578.676 580.989 ער האָט נישט געהאַט קײן ברירה, ער האָט דאָס געמוזט טון. Josef Katz 582.279 584.845 SONST איז ער, איז זײער אַ גוט ייִנגל געװעזן. Josef Katz 585.744 587.736 און ער האָט uh, Josef Katz 587.84 592.474 דע- דאָרט זע'מיר געװעזן אױף יום־טובֿ אױך, ראָש־השנה איז ער געװעזן דער בעל־תּפֿילה. Josef Katz 593.47 598.56 פֿון װוּ ער האָט גענומען אַ פּאָר סידורלעך װײס איך נישט, אָבער ס'איז געװען אַ פּאָר סידורלעך דאָרטן. Josef Katz 598.659 600.813 און ער איז געװעזן דער בעל־תּפֿילה, Josef Katz 601.036 604.47 ער האָט זײער שײן געדאַװנט, ער דאַװנט הײַנט אױך נאָך זײער שײן. Josef Katz 604.975 607.935 ראָש־השנה, יום־כּיפּור איז ער געװעזן דער בעל־תּפֿילה. Josef Katz 609.659 611.677 און נאָך די יום־טובֿים, Josef Katz 612.952 617.215 נאָך די יום־טובֿים איז דאָס געװעזן שױן אומגעפֿער אין uh, Josef Katz 617.977 619.616 נאָװעמבער, דעצעמבער, Josef Katz 620.665 623.415 האָט מען אים, האָט מען ליקװידירט DIESEN לאַגער, Josef Katz 624.427 628.63 און מע האָט אונדז געפֿירט קײן FÜRSTENSTEIN. Josef Katz 628.93 631.047 דאָס איז שױן אין אױבערשלעזיען. Josef Katz 632.772 638.368 FÜRSTENSTEIN איז זײ-, דאָרט איז זײער קאַלט שױן, אין אױבערשלעזיען, דאָס איז בײַ די GEBIRGE. Josef Katz 639.443 642.493 דאָרט זע'מיר אױך געװעזן צוזאַמען, מיט מײַן ברודער, Josef Katz 643.524 646.29 דאָרט האָט ער געהאַט אַ ביסל מער גליק װי איך, Josef Katz 647.099 650.468 ער האָט געקענט װערן אַ אַ משמש, Josef Katz 650.999 654.139 אַ שמשׂ פֿאַר DEN, uh, Josef Katz 655.512 659.684 פֿאַר דעם BLOCKÄLTESTER, און ער האָט נישט געדאַרפֿט אַרױסגײן אױף דער אַרבעט. Josef Katz 660.424 666.229 און ער האָט דאָרט געמוזט uh רײניקן די די BLOCKS און אַזױ װײַטער, אינעװײניק, יאָ. Mahli Lieblich 663.5 665.415 דאָרטן אינעװײניק. Mahli Lieblich 665.415 667.472 נישט דרױסן. Josef Katz 666.298 670.396 יאָ, ער האָט נישט געמוזט אַרױסגײן אין די גרױסע קעלט װוּ אונדז זע'מיר געגאַנגען. Mahli Lieblich 670.5 673.669 װוּ האָסטו געגאַנגען דעמ-, װאָס האָסטו געטון? Josef Katz 673.125 677.325 יאָ. אונדז האָט מען געפֿירט יעדן טאָג, ס'איז נאָך געװען טונקל, Josef Katz 677.39 681.292 פֿינעף אין די פֿרי, אָדער זעקס אין די פֿרי האָט מען אונדז געפֿירט שױן אין װאַלד, Josef Katz 681.379 683.254 און דאָרט האָבן מיר, האָט מען געמוזט, Josef Katz 683.362 686.424 אַ סך האָבן געהאַקט האָלץ און אַ סך האָבן געדאַרפֿט, uh, Josef Katz 686.499 688.347 גראָבן גריבער דאָרטן. Josef Katz 689.769 692.73 זײ האָבן געמאַכט דאָרטן SCHÜTZENGRABEN Josef Katz 692.8 696.35 אַז די רוסן, װײַל די רוסן זענען אין גאַנצן געװען אַכט קילאָמעטער פֿון דאָרטן. Josef Katz 696.44 699.9 אַז טאָמער זײ װעלן קומען זאָלן זײ האָבן SCHÜTZENGRABEN דאָרטן. Josef Katz 700.671 701.857 און, uh Josef Katz 702.823 709.96 דאָרטן spn בין איך אױך צוזאַמענגעקומען מיט אַ שװעסטערקינד מײַנעם, Josef Katz 710.628 713.468 װאָס ער האָט געהײסן אַבֿרהמעלע בערגער. Josef Katz 716.473 718.21 דאָרט האָבן מיר זיך געטראָפֿן. Josef Katz 719.225 724.161 און ער איז אױך געװעזן זײער אַ פֿרומער, װאָס ער האָט נישט געװאָלט עסן קײן טרײפֿעס. Josef Katz 725.593 732.354 ער האָט זיך פֿאַרטױשט דאָס uh, דאָס דאָס ז- זופּן מיט די זאַכן װאָס זענען געװען טרײפֿעס פֿאַר אַ שטיקל ברױט. Josef Katz 734.134 735.339 און, uh, Josef Katz 735.782 740.088 אונדז זע'מיר געגאַנגען דאָרטן אין די אַרבעט, מיר זע'מיר געװען אין אײן קאָמאַנדאָ מיט אים, Josef Katz 741.68 744.51 ס'איז שױן געװעזן װינטער, זײער קאַלט Josef Katz 745.167 752.325 ס- מע האָט געפֿרױרן. האָבן מיר זיך אָנגעטון פּאַפּיר, האָבן מיר זיך גענומען אונטער די קלײדער מיר זאָלן מיר נישט אַזױ װײַט פֿרירן, Josef Katz 753.843 758.904 און דער אַבֿרהמעלע נעבעך אין מיטן װעג איז ער פֿאַרפֿרױרן געװאָרן. Mahli Lieblich 776.311 778.41 װי אַלט האָט ער געװעזן? Josef Katz 777.944 780.901 עס, איז געבױרן אין נײַנצן נײַן און צװאָנציק. Josef Katz 782.365 784.276 מיט דרײַ יאָר עלטער פֿון מיר. Josef Katz 784.648 787.142 ער איז געװען מיט מײַן עלטערן ברודער די זעלבע... Josef Katz 787.716 790.057 געהײסן אױך נאָך דעם זעלבן זײדן. Mahli Lieblich 793.355 797.946 אױף דעם צײַטן, דו האָסט נאָך געװעזן שטאַרק, אָדער שױן... Josef Katz 797.55 798.71 װער, איך? Mahli Lieblich 797.946 799.2 יאָ. Josef Katz 798.905 802.087 איך בין אױך שױן זײער שװאַך געװאָרן, איך קום יעצט דערצו. Josef Katz 802.737 807.001 און דאַן שפּעטער, דאָס איז געװעזן אין יענער, אָדער פֿעבער שױן, Josef Katz 807.746 810.255 האָט מען דעם לאַגער אױך ליקװידירט. Josef Katz 811.799 814.385 און מע האָט געמוזט גײן צו פֿוס. Josef Katz 814.978 817.094 דאַן האָט מען אױסגערופֿן אין לאַגער, Josef Katz 818.217 829.702 װער עס קען גײן צו פֿוס דער זאָל זײַן אױף די אײן זײַט, און װער עס קען נישט גײן זאָל אַרױסגײן פֿון פֿון לאַגער איבערן טױער. און דאָרט זענען געװעזן שױן Josef Katz 830.174 832.15 אױטאָס, לאַסט־אױטאָס Josef Katz 833.025 838.564 װאָס eh, מע האָט געדאַרפֿט אַרױפֿקלעטערן שױן אױף די לאַסט־אױטאָס און מע האָט אַװעקגעפֿירט דעם עולם. Josef Katz 838.84 843.754 און איך האָב מיך געמאָלדן צװישן די װאָס מ'איז געגאַנגען אױף די לאַסט־אױטאָס, יאָ? Josef Katz 844.169 848.022 װײַל איך האָב געהאַט גאַנץ געשװאָלענע פֿיס, כ'האָב נישט געקענט גײן מער. Josef Katz 848.324 851.191 איך בין שױן זײער שװאַך געװעזן דעמאָלטס. Mahli Lieblich 850.688 852.821 און װיפֿל קילאָ האָסטו געװאָגט? Mahli Lieblich 852.821 855.533 װאָס האָט געװעזן דײַן װאָג, װאָס מײנסטו? Josef Katz 854.565 858.763 װען איך בין אַהײמגעקומען האָב איך געהאַט צװײ און דרײַסיק קילאָ. Josef Katz 860.392 864.731 און דאָרטן uh, זע'מיר uh, Josef Katz 864.8 866.667 יאָ, איז מײַן ברודער Josef Katz 866.777 873.7 האָט געזען אַז איך בין אַרױסגעגאַנגען אױף די אַנדערע זײַט, איז ער צ- צוגעלאָפֿן צום טױער און ער האָט געזאָגט, "קום צוריק געשװינד!" Josef Katz 874.387 878.671 װײַל דאָס פֿירט מען אַװעק אין אין אין גאַז־קאַמער. Josef Katz 879.498 881.606 האָב איך אים געזאָגט, "קוק מיר אָן מײַן פֿוס, Josef Katz 882.306 884.052 איך קען נישט גײן קײן Josef Katz 884.134 888.849 קילאָמעטערס," װײַל מע האָט געדאַרפֿט גײן, איך װײס נישט װיפֿל, הונדערט, הונדערט קילאָמעטערס צו פֿוס. Josef Katz 889.76 892.558 איך קען נישט גײן װײַטער. Josef Katz 894.136 897.84 איך מוז eh דאָ בלײַבן. איך מוז גײן אױפֿן אױטאָ. Josef Katz 898.237 904.62 און ער האָט זיך געבעטן ברחמים אַז איך זאָל צוריקגײן, ער װעט מיך שױן פֿירן, ער װעט מיך אַהערפֿירן, אַהינפֿירן Josef Katz 918.359 921.004 איך האָב נישט געװאָלט, און איך בין אַרױף אױפֿן אױטאָ, Josef Katz 921.958 925.447 און מע האָט אונדז אַלע געפֿירט אױף דורנױ. Josef Katz 926.037 929.12 דאָס זאָל געהײסן די קאַלטע קרעמאַטאָריום. Josef Katz 930.559 935.033 אין דורנױ האָט מען אונדז צוזאַמענגענומען דאָרטן Josef Katz 935.918 938.088 און מע האָט אונדז געלאָזט פֿאַרהונגערן. Josef Katz 939.3 944.97 מע האָט קײנעם, מע האָט געגעבן פֿאַר דרײַסיק מענטשן אײן קילאָ ברױט. אַ טאָג. Mahli Lieblich 946.421 948.51 װי לאַנג האָסטו דאָרטן געװעזן? Josef Katz 948.445 951.92 דאָרט בין איך געװעזן אומגעפֿער אײן אַ האַלב חדשים. Mahli Lieblich 952.571 954.793 און װער האָט געװעזן די קאָמאַנדאַנט פֿון דעם... Josef Katz 954.696 959.373 דאָס װײס איך נישט, נײן. די, האָב איך שױן דעמאָלטס געװוּסט װאָס עס טוט זיך מיט מיר? Josef Katz 959.744 962.014 נאָר דאָס מזל האָב איך געהאַט, Josef Katz 962.848 966.77 מיר זע'מיר געװען פֿון אונדזער שטאָט זיבן מענטשן דאָרטן. Josef Katz 967.584 968.71 פֿון סאַטמער. Josef Katz 969.875 974.516 אײנער איז געװעזן װאָס ער איז געװען אײנע פֿון די גרעסטע עשירים פֿון סאַטמער. Josef Katz 976.218 978.679 און דאַן איז געװעזן אײנער Josef Katz 979.433 982.654 װאָס ער איז געװעזן, ער האָט געאַרבעט אין די קיך. Josef Katz 984.405 986.704 דער הײסט יעקבֿ־מאיר װידער. Josef Katz 987.477 989.924 ער װױנט אין טעקסאַס. Josef Katz 991.653 993.652 ער איז געװעזן אין די קיך. Josef Katz 994.089 995.309 און דער, Josef Katz 995.881 998.985 און דער עושר האָט געהײסן טובֿיה פֿרײַנד, Josef Katz 999.117 1000.895 די פֿרײַנד־פֿאַמיליע. Josef Katz 1001.371 1003.199 דער האָט אים געגעבן Josef Katz 1003.421 1006.81 אַן אונטערשריפֿט אַז דאָס האַלבע פֿאַרמעגן געהערט אים. Josef Katz 1007.365 1009.112 ער זאָל אים ברענגען צו עסן. Josef Katz 1010.17 1012.247 און דער יעקבֿ־מאיר װידער Josef Katz 1012.81 1015.707 האָט געברענגט צװײ קענדלעך, Josef Katz 1016.374 1021.48 יאָ, מיט קאַרטאָפֿל, קאַרטאָפֿל־זופּ יעדן אױפֿדערנאַכט. Josef Katz 1021.557 1024.362 אײנס האָט ער געגעבן פֿאַר דעם טובֿיה פֿרײַנד, Josef Katz 1024.859 1032.127 און דאָס אַנדערע האָט ער געגעבן פֿאַר, אונדז זע'מיר געװען נאָך אַנדערע פֿינעף ייִנגלעך פֿון סאַטמער, האָט ער אונדז געגעבן אונדז זאָלן מיר זיך טײלן דערמיט. Josef Katz 1032.991 1035.351 און דאָס האָט מיך דערהאַלטן דאָס לעבן. Josef Katz 1036.8 1039.54 װען נישט דער יעקבֿ־מאיר װידער, Josef Katz 1039.961 1041.872 בין איך זיכער נישט הײַנט דאָ. Josef Katz 1044.523 1049.35 און דאָרט בין איך געװעזן אומגעפֿער ביז צװײ װאָכן פֿאַר די באַפֿרײַונג Mahli Lieblich 1049.239 1050.906 דו האָסט גע-, דו האָסט Mahli Lieblich 1050.906 1054.572 געװוּסט װאָס האָט גע- uhm, געשען צו דײַן ברודער אַבֿרהם? Josef Katz 1054.473 1058.86 איך האָב דעמאָלטס נישט געװוּסט. ענדע, נאָכן קריג בין איך געװױר געװאָרן Josef Katz 1058.963 1063.337 אַז אין װאַלד האָט מען זײ, אײן און פֿופֿציק טױזנט מענטשן, אױסגעשאָסן. Josef Katz 1063.492 1065.69 אײן טאָג פֿאַר די באַפֿרײַונג. Mahli Lieblich 1065.068 1067.557 אײן און פֿופֿציק טױזנט מענטשן. Josef Katz 1066.436 1070.15 אײן און פֿופֿציק טױזנט מענטשן. אין װאַלד. Mahli Lieblich 1070.166 1072.944 AND דאָס, און אײנס האָט געװעזן דײַן ברודער. Josef Katz 1072.605 1073.171 יאָ. Mahli Lieblich 1072.944 1075.333 דו װײסט װעלכע װאַלד? Josef Katz 1074.897 1076.865 יאָ, בײַ, פֿאַר בוכענװאַלד. Josef Katz 1080.289 1086.566 און uh, צװײ װאָכן פֿאַר די באַפֿרײַונג האָט מען מיך אַװעקגעפֿירט אין אַן אַנדער לאַגער. Josef Katz 1087.487 1089.73 עס האָט געהײסן SCHOTTERWERK. Josef Katz 1091.153 1093.533 דאָרט האָב איך שױן נישט געהאַט אַזאַ מזל. Josef Katz 1094.138 1097.277 און אין די צװײ װאָכן בין איך גאַנץ צו גרונט געגאַנגען. Josef Katz 1098.372 1101.678 אַזױ אַז ב- איך האָב באַקומען פֿלעקטיפֿוס, Josef Katz 1102.591 1108.879 און uh, uh, LÄUSE האָבן מיר שױן געהאַט אין אַנדערן לאַגער אױך, יאָ? Josef Katz 1109.729 1112.631 און איך בין שױן זײער זײער שװאַך געװעזן. Josef Katz 1114.939 1121.474 און איך קען מיך נאָך דערמאַנען, װען די רוסן זענען אַרײַנגעקומען, דאָס איז געװעזן מײַ דעם צענטן, Josef Katz 1122.214 1125.142 האָבן זײ באַפֿרײַט דעם לאַגער SCHOTTERWERK. Josef Katz 1126.727 1134.04 און דעמאָלטס, אין דער פֿרי, זענען זײ גע- גע- געװעזן דאָרטן, איך װײס נישט װיפֿל אַ זײגער ס'איז געװעזן, Josef Katz 1134.244 1137.871 און זײ האָבן אונדז געברענגט אַ ביסל ברױט צו עסן, די רוסן. Josef Katz 1138.387 1142.379 און איך האָב מיך דערכאַפּט דאָס האַרץ מיט אַ שטיקל ברױט דעמאָלטס. Josef Katz 1143.237 1148.447 און איך, איך האָב דעמאָלטס, מע האָט גערעכנט איך גײ צו דײ פּױלישע גױטע. Josef Katz 1149.602 1151.551 איך װיל מיך באַדאַנקען בײַן איר. Josef Katz 1153.388 1155.743 און איך האָב מיך אױפֿגעכאַפּט, Josef Katz 1156.824 1159.625 און איך האָב מיר אָנגעטון די קלײדער מײַנע, Josef Katz 1160.358 1165.278 און איך בין געגאַנגען, איך בין אָנגעקומען איז שױן געװאָרן פֿאַר נאַכטס ביז צו די גױטע. Josef Katz 1165.472 1171.5 ס'איז נישט געװעזן מער װי אומגעפֿער אײן אַ האַלב קילאָמעטער, אָדער צװײ קילאָמעטער, אַזױ פֿיל אױך נישט. Josef Katz 1171.722 1174.64 מיר געדױערט אַ גאַנץ טאָג ביז איך בין דאָרט אָנגעקומען. Josef Katz 1176.11 1179.408 איך בין אָנגעקומען צו דײ גױטע איז געװען פֿאַר נאַכטס, Josef Katz 1180.552 1183.752 אין דרױסן אין הױף האָט זי מיר געשטעלט אַ, Josef Katz 1183.852 1186.381 אַ גרױסן דאָס װאַרעמעס װאַסער, Josef Katz 1186.456 1189.903 זי האָט מיך דאָרט אױסגעטון, און זי האָט מיך געבאָדן אין דעם. Josef Katz 1194.232 1196.678 אין אַ פֿאַס דאָרט מיט װאַסער. Josef Katz 1197.949 1201.258 און נאָך דעם האָט זי מיך אַרײַנגעפֿירט אין שטוב, Josef Katz 1201.972 1204.826 און זי האָט געשאָכטן אַ טײַבעלע, אַ טױב, Josef Katz 1205.302 1209.544 און זי האָט מיר געמאַכט זופּ און פֿלײש, דאָס האָט זי מיר געגעבן צו עסן. Josef Katz 1210.56 1214.56 נאָך דעם האָט זי מיך אַרײַנגעלײגט אין אַ בעט מיט װײַס בעט־געװאַנט. Josef Katz 1217.72 1220.838 און איך בין דעמאָלטס אײַנגעשלאָפֿן, Josef Katz 1222.398 1226.844 װאָס ס'איז פּאַסירט אַ גאַנצע נאַכט, װײס איך נישט אַזױ גענױ, Josef Katz 1227.285 1229.559 ALLE FÄLLE, אין דער פֿרי האָט זי מיך געמוזט Josef Katz 1229.945 1231.421 נאָך אַ מאָל אָפּװאַשן, Josef Katz 1231.85 1234.027 װײַל איך בין געװען פֿאַרשמירט גאַנץ, Josef Katz 1234.828 1239.819 און װיזאַװי איר איז געװעזן דער שפּיטאָל. און זי האָט מיך אַריבערגעפֿירט אין שפּיטאָל. Josef Katz 1241.415 1242.82 און דאָרטן Josef Katz 1242.916 1246.51 בין איך געלעגן זעקס װאָכן אומבאַװוּסט. Josef Katz 1249.054 1252.49 נאָך זעקס װאָכן האָב איך מיך אױפֿגעכאַפּט, Josef Katz 1253.508 1255.39 בין איך מונטער געװאָרן, Josef Katz 1255.892 1259.227 און דאָרט איז געװען נאָך אַ פּאָר ייִנגלעך אין אין אין צימער, Josef Katz 1259.459 1262.635 פֿרעג איך, "װוּ בין איך, װאָס בין איך, װאָס טו איך דאָ?" Josef Katz 1263.002 1264.654 האָבן זײ מיר דערצײלט, Josef Katz 1265.525 1269.192 אַז "דו ביסט אין פֿלעקטיפֿוס, דו ביסט שױן זעקס װאָכן דאָ, Josef Katz 1269.356 1271.458 און דו האָסט זיך קײן מאָל נישט אױפֿגעכאַפּט". Josef Katz 1273.444 1276.88 "נאָר אײן זאַך קען איך דיר דערצײלן," זאָגט מיר אײנער, Josef Katz 1276.979 1279.292 "אַז דו האָסט אַ סך גערעדט אין חלום." Josef Katz 1280.195 1281.516 װאָס האָב איך גערעדט? Josef Katz 1282.788 1286.979 אַז די מאַמע װאַרט מיך אין דער הײם אין סאַטמער. Josef Katz 1295.089 1299.964 דאַן האָב איך מיך אױפֿגעהױבן, איך האָב מיך אָנגעטון װײַל דײ, דײ גױטע האָט מיר געגעבן אױך, uh, Josef Katz 1300.482 1304.824 eh נאָרמאַלע קלײדער װאָס איר זון האָט דאָרט געלאָזט, װאָס ער איז געװען אַ סאָלדאַט. Josef Katz 1305.161 1312.129 כ'האָב שױן נישט געהאַט דײ, דײ, דאָס האָט זי דאָרטן פֿאַרברענט אָדער װאָס געמאַכט מיט דײ געשטרײַפֿטע קלײדער. Josef Katz 1313.219 1316.129 האָב איך מיך אָנגעטון, איך בין אַרױסגעגאַנגען צום צוג, Josef Katz 1317.514 1319.667 אַז איך פֿאָר אַהײם אױף סאַטמער. Josef Katz 1321.897 1327.619 איך געדענק נאָר אַזױ פֿיל, איך האָב געזען אױפֿגעשריבן אױפֿן צוג, אײנעם: בודאַפּעסט. Josef Katz 1328.537 1330.562 האָב איך מיך דאָרט אַרײַנגעזעצט, Josef Katz 1331.24 1333.565 און איך בין װאַרשײַנלעך אײַנגעשלאָפֿן, Josef Katz 1334.221 1337.186 איך װ- װי לאַנג איך בין געפֿאָרן אין צוג װײס איך אױך נישט. Josef Katz 1337.291 1341.382 נאָר איך װײס אין בודאַפּעסט האָט מיך אױפֿגעװעקט דער KONDUKTEUR, און ער האָט געזאָגט, Josef Katz 1341.561 1344.022 ס'איז ENDSTATION, AUSSTEIGN." Josef Katz 1344.724 1351.134 דאָרט בין איך אױסגעשטיגן, איך האָב מיר גענומען אַ טאַקסי, אונדז זע'מיר צוגעפֿאָרן צו-, איך האָב געהאַט אַ מומע אין בודאַפּעסט, יאָ? Josef Katz 1351.62 1355.827 און איך בין צוגעפֿאָרן צו די מומען, זי האָט דעם טאַקסי באַצאָלט, און זי האָט מיך Josef Katz 1355.876 1360.72 גענומען צו זיך, און איך בין דאָרט געלעגן בײַ די מומען אַכט טאָג. Mahli Lieblich 1360.497 1362.739 SO זי, זי האָט נאָך געלעבט? Josef Katz 1362.631 1366.1 יאָ, יאָ. די מומע איז געװעזן אין דער הײם. Josef Katz 1367.932 1372.804 זי איז געװעזן אין געטאָ GLAUB ICH, IRGENDWAS, זי האָט געלעבט אין אין דאָס. Josef Katz 1373.072 1376.402 און uh, דאָרט בין איך געלעגן אַכט טאָג. Josef Katz 1376.907 1383.371 נאָך אַכט טאָג, אין צװישן האָט זי טעלעפֿאָנירט פֿאַר די מאַמען, די מאַמע איז טאַקע געװעזן אין דער הײם שױן אין סאַטמער, Josef Katz 1384.353 1387.009 און אַ COUSIN מײַנע Josef Katz 1387.379 1391.183 איז געקומען און ער האָט מיך אָפּגעפֿירט אױף סאַטמער. Mahli Lieblich 1391.816 1396.26 דו האָסט נישט געװוּסט װאָס האָט געשע- פּאַסירט צו דײַן פֿאַמיליע. Josef Katz 1395.272 1399.664 גאָרנישט. איך בין אַהײמגע-, כ'האָב גאָרנישט געװוּסט. Mahli Lieblich 1396.26 1399.705 צו די שװעסטערס, די ברידערס, די מוטער, (דו האָסט) Mahli Lieblich 1399.705 1403.26 SO װען האָסט-, װען האָסטו געהערט עפּעס? Josef Katz 1403.277 1408.572 געהערט האָב איך שױן עפּעס אין אין לאַגער, װען איך בין צוזאַמגעקומען מיט מײַן עלטערן ברודער, Josef Katz 1408.648 1417.07 ער האָט מיר דערצײלט אַז "ס'איז אַ געטאָ גע- געװעזן דאָרטן, און און מע האָט דעם עולם אַװעקגעפֿירט, און איך בין אױך געװען אין געטאָ, און איך בין אַהערגעקומען." Mahli Lieblich 1416.754 1421.254 װי לאַנג האָט דײַן פֿאַמיליע געװעזן אין די געטאָ? Josef Katz 1421.988 1423.742 יאָ, ביז צװײטן, Josef Katz 1423.9 1427.88 uh, סיװן צװײ, איך װײס נישט װי ס'איז געװעזן דער דאָס. Josef Katz 1428.129 1434.372 דאָס איז געװעזן פֿאַר שבֿועות מיט מיט, uh, פֿיר טאָג פֿאַר שבֿועות האָט מען אונדז געפֿירט UNK קײן אױשװיץ. Mahli Lieblich 1434.577 1437.966 SO זײ האָבן ליקװידירט די געטאָ? Josef Katz 1437.547 1440.915 זײ האָבן עס ליקװידירט אין סאַטמער, די געטאָ, זיכער, יאָ. Josef Katz 1441.856 1443.805 מע האָט אַלע געפֿירט קײן אױשװיץ. Mahli Lieblich 1443.521 1445.688 אַכט, זיבן טױזנט מענטשן. Mahli Lieblich 1445.688 1447.73 זיבן, אַכט טױזנט ייִדן? Josef Katz 1446.953 1448.355 מער! Mahli Lieblich 1447.895 1448.789 מער. Josef Katz 1448.913 1451.83 געװױנט האָט מען, פֿאַרן קריג, שױן דרײַצן טױזנט. Mahli Lieblich 1450.626 1451.848 יאָ. Josef Katz 1451.83 1459.843 און אין געטאָ האָב איך געהערט, איז געװען איבער צװאָנציק טױזנט, װײַל מע האָט אַרײַנגעברענגט פֿון די דערפֿער האָט מען אױך אַרײַנגעברענגט די ייִדן אין געטאָ. Mahli Lieblich 1460.904 1464.626 דאָס האָט אין גאַנצן געװאָרן ליקװידירט. Josef Katz 1463.434 1465.267 אַלעס ליקװידירט געװאָרן. Mahli Lieblich 1466.836 1469.891 SO דו האָסט צוריקגעקומען צו סאַטמער... Josef Katz 1469.531 1478.798 יאָ, בין איך צוריקגעקומען קײן סאַטמער, און דאָרט האָב איך געטראָפֿן די מאַמען אין דער הײם, מיט די צװײ שװעסטערס. איך בין נאָך געלעגן קראַנק דאָרטן אַ פּאָר װאָכן, יאָ? Mahli Lieblich 1479.106 1480.662 פֿון די TYPHUS. Josef Katz 1480.315 1481.517 יאָ, יאָ. Josef Katz 1481.77 1486.094 איך בין נאָך געלעגן דאָרטן קראַנק, און דאַן בין איך ברוך־השם געזונט געװאָרן... Mahli Lieblich 1487.825 1493.492 נאָכן קריג, װען דו האָסט צוריקגעגאַנגען צו סאַטמער, די ש- די שטוב האָט נאָך דאָרטן געװעזן? Josef Katz 1493.48 1499.308 נײן. די מאַמע האָט געװױנט שױן דעמאָלטס אין אַן אַנדערע, אין אַן אַנדערע גאַס אין אַ אַנדערע שטוב. Mahli Lieblich 1499.313 1504.257 װאָס האָט געװעזן די גאַס פֿון די ערשטע שטוב, פֿון די טאַטנס שטוב? Josef Katz 1503.39 1506.333 פֿון טאַטנס שטוב האָט עס געהײסן די זריני־גאַס. Josef Katz 1506.691 1507.206 יאָ. Mahli Lieblich 1506.701 1509.424 און װען דו האָסט צוריקגעקומען צו סאַטמער Mahli Lieblich 1509.424 1512.813 װוּ האָט די מאַמע געװױנט, דו געדענקסט די נאָמען פֿון די גאַס? Josef Katz 1516.715 1518.206 כ'האָב שױן פֿאַרגעסן. Josef Katz 1519.106 1520.807 ס'איז געװען אַ אַנדערע גאַס שױן. Josef Katz 1521.51 1524.952 אַנדערע געגנט אױך. אַנדערע אומגעגנט. Mahli Lieblich 1524.853 1526.63 סע האָט געװעזן Mahli Lieblich 1526.63 1529.741 אַ אַ בעסערע געגנט, אַ... Josef Katz 1528.37 1530.298 אַ בעסערע געגנט, יאָ. Josef Katz 1531.059 1535.677 װײַל דײ געגנט װוּ אונדז האָבן מיר געהאַט געװױנט און און, דאָס איז געװען די געטאָ. Josef Katz 1536.073 1541.322 יאָ? דאָרט האָבן שױן געװױנט גױים, מע האָט זײ נישט געקענט אַפֿילו אַרױסשטעלן מער. Josef Katz 1543.527 1546.046 און מע האָט געװױנט אַ אַנדער פּלאַץ. Josef Katz 1546.283 1548.64 די הױז אײגנטלעך װײס איך גאָרנישט. Mahli Lieblich 1550.119 1556.175 װיפֿל מענטשן, דו האָסט געזאָגט סע האָט געװעזן דרײַצן טױזנט ייִדן אין סאַטמער. Josef Katz 1555.479 1557.016 פֿאַרן קריג, יאָ. Mahli Lieblich 1556.175 1557.675 פֿאַרן קריג. Mahli Lieblich 1557.675 1561.453 װי-, װיפֿל מענטשן האָבן צוריקגעקומען Mahli Lieblich 1561.453 1564.286 פֿון די ענד פֿון די קריג. Josef Katz 1563.179 1565.996 קײן אַנונג. איך װײס נישט. Josef Katz 1567.52 1569.545 אַ פּאָר הונדערט, נישט קײן סך. Josef Katz 1569.834 1572.022 אַ פּאָר הונדערט מענטשן זענען מיר צוריקגעקומען. Mahli Lieblich 1572.05 1574.717 און אין דײַן פֿאַמיליע, װיפֿל מענטשן? Josef Katz 1574.671 1577.767 מײַן פֿאַמיליע זע'מיר פֿיר געשװיסטער, און די מאַמע. Josef Katz 1579.05 1581.693 די אַנדערע זענען לײדער אַלע דאָרט געבליבן. Mahli Lieblich 1584.439 1589.884 און װאָס האָסטו געטון נאָכן קריג, דו האָסט געהאַט אַ פּרנסה, דו האָסט עפּעס געטון? Josef Katz 1589.517 1590.952 נאָכן קריג, Josef Katz 1593.161 1595.375 פּרנסה איז זײער שװאַך געװעזן. Josef Katz 1596.316 1605.181 מיר האָב'מיר װײניק, זײער שװאַך געהאַט פּרנסה. מיר האָבן מיר געעפֿענעט אַ קלײן טעקסטיל־געשעפֿטל אױפֿן פּלאַץ, ס'איז אָבער זײער שװאַך געגאַנגען, נישט זײער גוט. Josef Katz 1605.738 1607.371 שװאַך געהאַט פּרנסה. Josef Katz 1607.714 1611.474 איך בין געװען אין סאַטמער אין גאַנצן אײן יאָר. Josef Katz 1612.934 1615.478 נאָך דעם האָט, uh, Josef Katz 1616.816 1619.89 נײן, uh אײן אַ האַלב יאָר, אומגעפֿער. Josef Katz 1620.133 1623.319 נאָך דעם uh, האָט די מאַמע Josef Katz 1623.783 1628.886 מיט מײַן ברודער און מײַן ייִנגערע שװעסטער געזאָגט זײ װילן פֿאָרן אױף ארץ־ישׂראל. Josef Katz 1630.154 1632.812 מײַן ברודער איז געגאַנגען אױף דער HACHSHARA, Josef Katz 1633.758 1638.679 קײן NYÍREGYHÁZ, דאָרט האָט, איז ער געװעזן בײַ די מזרחי, יאָ? Josef Katz 1640.125 1643.749 און די מאַמע האָט געזאָגט אַז זי װיל אױך פֿאָרן אױף ארץ־ישׂראל װױנען. Josef Katz 1645.938 1647.755 און דאַן איז געװעזן, Josef Katz 1648.409 1650.23 די ערשטע ALIYA, Josef Katz 1650.889 1659.415 שװאַרצע ALIYA, נישט אַזױ, װאָס איז, װאָס מע האָט צוזאַמענגענומען די ייִדעלעך פֿון פֿון סאַטמער, װאָס זײ האָבן געװאָלט פֿאָרן אױף ארץ־ישׂראל. Josef Katz 1660.424 1666.475 און איך האָב מיך דעמאָלטס מישבֿ געװעזן אַז די מאַמע װיל פֿאָרן, און די צװײ געשװיסטער אױך, Josef Katz 1667.094 1670.722 די עלטערע שװעסטער האָט חתונה געהאַט, יאָ, אין סאַטמער? Josef Katz 1671.048 1675.002 און די האָט געהאַט אַ קלײן קינד, דאָרט איז נישט געװען די רעדע פֿון צו פֿאָרן. Josef Katz 1676.098 1678.663 האָב איך געזאָגט פֿאַר די מאַמע, "װײסטו װאָס? Josef Katz 1678.961 1681.903 איך װעל פּרובירן צו פֿאָרן צו ערשט, איך װעל זען Josef Katz 1682.081 1686.189 צו מאַכן פֿאַר ענק דאָרטן װאָס איך קען אין ארץ־ישׂראל".