Mahli Lieblich 9.356 12.357 IT IS MARCH TWENTY SEVENTH, NINETEEN NINETY SIX. Mahli Lieblich 12.357 16.331 I'M INTERVIEWING JOSEF KATZ. MY NAME IS MAHLI LIEBLICH. Mahli Lieblich 16.331 18.581 AND THIS IS TAPE NUMBER THREE. Mahli Lieblich 19.532 24.403 דו האָסט מיר געזאָגט װאָס האָט געשען מיט די מוטער, די מוטער האָט געװאָלט גײן צו ארץ־ישׂראל. Josef Katz 24.392 25.078 יאָ. Josef Katz 27.463 35.237 זי האָט געװאָלט גײן צו ישׂראל, בין איך eh געפֿאָרן אױף בוקאַרעסט װען ס'איז געװעזן די ערשטע ALIYA פֿון סאַטמער. Josef Katz 35.748 38.037 איך האָב נישט געהאַט קײן פּלאַץ אױף דעם, Josef Katz 39.596 45.665 בין איך געפֿאָרן אױף בוקאַרעסט און פֿון דאָרטן האָב איך מיך אַרײַנגעזעצט אין דעם װאַגאָן, Josef Katz 45.823 49.361 אין דער באַן װאָס ס'זענען געפֿאָרן דײ OLIM Josef Katz 49.822 51.285 קײן בולגאַריען, Josef Katz 52.117 54.525 און דאָרט איז מען דורך דער גרענעץ. Josef Katz 55.56 63.199 מע האָט מיך בײַ דער גרענעץ נישט אַריבערגעלאָזט, װײַל איך האָב נישט געהאַט קײנע פּאַפּירן, גאָרנישט װאָס מע קען דורכגײן, זײ האָבן מיך אַרײַנגעזעצט אין JAIL. Josef Katz 64.824 66.759 אָבער נישט אױף לאַנג, װײַל Josef Katz 66.832 71.399 װען דער עולם איז שױן אַריבערגעגאַנגען די גרענעץ זענען געקומען די שליחים Josef Katz 71.591 72.885 פֿון SOKHNUT, Josef Katz 73.16 75.647 און זײ האָבן ערלײדיקט דאָרטן בײַ דײ Josef Katz 75.692 80.698 גרענעץ פּאָליצײ מע זאָל אונדז אױך דורכלאָזן, און אַזױ זע'מיר אַרױפֿגעקומען אױף די שיף Josef Katz 81.142 83.347 װאָס מ'איז געפֿאָרן אױף ארץ־ישׂראל. Josef Katz 85.614 87.245 זע'מיר אַרױף אױף די שיף, Mahli Lieblich 87.403 89.709 געדענקסט די נאָמען פֿון די שיף? Josef Katz 88.803 91.818 יאָ, די שיף האָט געהײסן MEDINAT YEHUDI. Mahli Lieblich 92.297 97.236 און סע האָט געװעזן אַ ייִדישע שיף, צי אַ, פֿון פֿון אַ אַנדערע לאַנד? Josef Katz 96.903 101.69 פֿון אַ אַנדער לאַנד װאָס האָבן די SOKHNOT אָדער אָדער דײ Josef Katz 101.848 104.306 דײ װאָס זײ האָבן ערלײדיקט די ALIYA. Josef Katz 105.172 107.174 און מ'איז געפֿאָרן מיט דײ שיף, Josef Katz 107.822 109.453 מ'איז אָנגעקומען קײן Josef Katz 109.577 115.275 פֿאַר די באָרטן פֿון חיפֿה, מע האָט אונדז אָבער נישט אַרײַנגעלאָזט, מע האָט אונדז געשיקט אױף ציפּרוס. Mahli Lieblich 114.825 117.097 װער האָט דיר נישט אַרײַנגעלאָזט? Josef Katz 116.276 117.421 די ענגלענדער. Josef Katz 117.421 118.06 יאָ. Josef Katz 118.183 120.557 דעמאָלטס זענען נאָך די ענגלענדער דאָרט געװען. Mahli Lieblich 119.583 122.666 פֿאַר װאָס האָבן זײ נישט דיר אַרײַנגעלאָזט? Josef Katz 122.486 127.779 זײ האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט די פּליטים, דעמאָלטס אַלעס געשיקט אױף ציפּרוס דעמאָלטס. Josef Katz 128.291 131.323 איז זע'מיר אָנגעקומען אױף ציפּרוס, דאָרט זע'מיר געװעזן Josef Katz 131.43 133.804 אַכט חדשים, אָדער נײַן חדשים. Mahli Lieblich 133.067 134.681 װעלכע יאָר איז דאָס? Josef Katz 134.94 136.335 זיבן און פֿערציק. Josef Katz 136.425 137.094 יאָ. Josef Katz 137.201 139.524 זע'מיר דאָרט געװעזן ביז Josef Katz 139.682 144.823 אַכט און פֿערציק װען מ'האָט װען מ'האָט אױסגערופֿן די MEDINA YEHUDIT. יאָ. Mahli Lieblich 145.233 146.493 אין ציפּרוס. Josef Katz 146.145 147.624 אין ציפּרוס, יאָ. Josef Katz 148.608 150.138 און דעמאָלטס Josef Katz 151.258 153.682 האָב איך מיט נאָך אַ חבֿר מײַנעם, Josef Katz 154.599 156.332 איז געװעזן אַזױ: Josef Katz 156.557 160.517 דײ יונגע קינדער פֿון אונטער זעכצן יאָר Josef Katz 161.298 165.084 און דײ װאָס זענען העכער זעכציק יאָר, האָבן די ענגלענדער Josef Katz 165.084 167.632 געלאָזט פֿאָרן פֿון ציפּרוס קײן Josef Katz 167.66 168.987 ארץ־ישׂראל. Josef Katz 170.968 175.384 האָב איך מיך מיט אַ חבֿר דאָרטן פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זעכציק־יעריקן מענטש, Mahli Lieblich 176.148 178.337 אַ קינד, אַ- אַ- אַ אַלטע מאַן. Josef Katz 177.887 179.349 אַ אַלטער מאַן. Josef Katz 179.405 183.804 װײַל האָר האָב איך שױן נישט געהאַט, דאָס איז מיר אױסגעפֿאַלן בײַם פֿלעקטיפֿוס, Josef Katz 184.248 188.242 און די צײן איז מיר אױך אױסגעפֿאַלן פֿון לאַגער נאָך, אַזױ Josef Katz 188.653 190.262 האָב איך מיך פֿאַרשטעלט Josef Katz 190.273 193.62 פֿאַר אַ זעכציק־יעריקן מענטש, איך האָב מיר געלאָזט װאַקסן אַזאַ Josef Katz 193.648 195.364 צען טאָג די באָרד. Josef Katz 195.656 201.59 איך האָב מיר אָנגעטון גרױסע אױגן־גלעזער װאָס מע זעט נישט, און גענומען אַ שטעקעלע אַז מע קען נישט גײן, Josef Katz 202.98 205.103 און מײַן חבֿר אױך דאָס זעלבע. Josef Katz 205.103 207.39 ער איז אױך נישט עלטער געװען מער װי Josef Katz 207.435 210.956 װי, מיט צװײ יאָר איז ער עלטער געװען פֿון מיר. Mahli Lieblich 210.759 213.334 װי אַלט האָסטו געװעזן אױף דעם יאָר? Josef Katz 213.155 215.692 אין דעם יאָר איז בין איך אַלט געװעזן, Mahli Lieblich 213.334 215.862 אין אין זיבן און פֿערציק. Josef Katz 215.703 217.638 דרײַ און צװאָנציק יאָר. Josef Katz 219.433 222.094 יאָ, דאָס איז זיבן און, דרײַ און צװאָנציק יאָר. Josef Katz 223.888 226.11 נישט קײן גאַנצע, צװײ און צװאָנציק אַ האַלב. Josef Katz 226.908 234.125 און אַזױ איז, האָבן, זע'מיר געגאַנגען, און די ענגלענדער האָבן מיך באַקוקט, האָבן זײ געזען אַז איך האָב נישט קײן האָר און איך האָב נישט קײן צײן גוטע, Josef Katz 234.333 237.939 האָבן זײ מיך דורכגעלאָזט, און מײַן חבֿר אױך, דאָס זעלבע. Josef Katz 238.637 240.64 אַזױ זע'מיר אַרױף אױף די שיף, Josef Katz 241.202 243.559 איז זע'מיר אָנגעקומען אױף ארץ־ישׂראל. Josef Katz 244.391 246.883 דאָרטן האָבן אונדז געזאָגט די SHLIKHIM Josef Katz 247.479 252.333 אַז דאָ קען מען שױן נישט אַזױ אַראָפּגײן, װײַל די ענגלענדער האָבן דאָרטן אױך געמאַכט דײ eh Josef Katz 252.44 257.497 דער, זענען געשטאַנען דאָרטן, װוּ מע איז אַראָפּגעגאַנגען (אַ) שיף און זײ האָבן קאָנטראָלירט Josef Katz 257.823 260.366 װער eh װער עס גײט אַראָפּ. Josef Katz 261.452 266.863 איז האָבן זײ אונדז געזאָגט אַז דאָ איז פֿיל שטרענגער די די ענגלענדער, זײ װעלן ענק נישט דורכלאָזן. Josef Katz 267.763 269.698 װאָס דען, װאָס קען מען טון? Josef Katz 270.328 276.752 זע'מיר eh אַראָפּגעשפּרונגען אױף די אַנדערע זײַט פֿון שיף אין װאַסער און דאָרטן האָבן אונדז געװאַרט קלײנע שיפֿלעך Josef Katz 276.96 279.317 און דאָרט האָבן זײ אונדז אַװעקגעפֿירט. Mahli Lieblich 278.816 281.021 דאָס האָסטו געטון בײַ טאָג, צי בײַ נאַכט? Josef Katz 281.415 282.669 נײן, בײַ טאָג. Mahli Lieblich 282.391 283.199 בײַ טאָג? Josef Katz 282.68 283.518 יאָ. Josef Katz 283.878 292.428 װײַל די ענגלענדער זענען געשטאַנען פֿון די פֿון די זײַט פֿון באָרט פֿון שיף, און אונדז זע'מיר אָפּגעשפּרונגען פֿון די אַנדערע זײַט, אין די קלײנע שיפֿלעך זע'מיר אַװעקגעפֿאָרן. Josef Katz 293.312 295.854 אַזױ בין איך אָנגעקומען אױף ארץ־ישׂראל, Josef Katz 297.834 299.094 און דאָרטן Josef Katz 299.268 301.642 בין איך גלײַך, איך בין געװעזן Josef Katz 301.884 303.988 פֿון די אצל, יאָ? Josef Katz 305.343 310.332 בין איך גלײַך געגאַנגען, האָבן זײ אונדז געפֿירט eh אין MAKHANE, Josef Katz 311.064 314.518 איז געװעזן די MAKHANE איז געװען אין SHKHUNAT HATIKVA, Josef Katz 314.76 317.269 און בגין איז געװעזן דער MEFAKED. Josef Katz 318.388 321.296 דעמאָלטס איז געװעזן די צײַט פֿון KIBUSH YAFO, Josef Katz 321.296 324.12 װי מע האָט YAFO באַזעצט. Josef Katz 324.952 326.6 איך בין געװעזן, Josef Katz 326.876 332.746 דאָרטן האָב איך, איך האָב נישט געהאַט קײן קײן געװער, קײן גאָרנישט, איך איך האָב גאָרנישט געקענט טון דאָרטן. Josef Katz 332.746 336.641 זענען נאָר געװעזן דאָרטן די אַלטע אצלניקעס װאָס זײ האָבן Josef Katz 336.95 339.476 געהאַט געװער און זענען געגאַנגען קעמפֿן. Josef Katz 340.865 342.125 און נאָך דעם, Josef Katz 342.485 343.627 איך האָב געהאַט אַ Josef Katz 343.852 345.689 COUSI-, אַ קוזינע, Josef Katz 345.689 347.087 אין ארץ־ישׂראל, Josef Katz 348.189 351.643 איך האָב דײ באַזוכט, דײ האָבן געװױנט אין תּל־אַבֿיבֿ, Josef Katz 352.239 354.81 און װען איך האָב געהאַט געלעגנהײט בין איך Josef Katz 354.821 358.224 צו זײ געגאַנגען, מע האָט דאָרט געשלאָפֿן, דאָרט געגעסן. Josef Katz 359.715 361.279 און נאָך דעם האָט מען Josef Katz 361.672 364.485 eh בין איך געגאַנגען אין אין eh, Josef Katz 364.76 369.057 איך האָב, װען YAFO איז שױן, האָט ש- גע- געהערט שױן צו ישׂראל, Josef Katz 369.452 372.166 האָב איך מיך אַרײַנגעצױגן דאָרטן אין אַ Josef Katz 372.166 374.863 אין JEBELIYA הײסט עס, נעבן YAFO, Josef Katz 375.392 377.496 אין אַ צימער דאָרטן, Josef Katz 377.99 381.292 און גענומען מיר, אַ צימער דאָרטן צו װױנען, Josef Katz 381.433 384.499 אַז װען די מאַמע װעט קומען, זאָלן זײ האָבן װוּ צו װױנען. Mahli Lieblich 384.453 386.725 די מאַמע האָט נאָך געװעזן אין ציפּרוס? Josef Katz 385.601 390.253 איז נאָך געװעזן, נײן, זי איז נישט געװען אין ציפּרוס, איך בין אַלײן געפֿאָרן אױף ציפּרוס. Josef Katz 390.528 393.526 די מאַמע איז נאָך געװעזן אין בודאַפּעסט דעמאָלטס, אין אונגאַרן. Mahli Lieblich 393.887 396.336 און מיט די ehm אַ- Josef Katz 395.051 396.817 און די שװעסטער אױך, יאָ. Josef Katz 396.941 400.634 און ד- דער ברודער מײַנער איז געװעזן אין דער HAKSHARA. Josef Katz 400.653 405.085 ער איז דאַן אױך געקומען אױף ציפּרוס, ער איז יאָ געװען אין ציפּרוס שױן דעמאָלטס, מײַן ברודער. Josef Katz 405.952 412.477 און די מאַמע מיט די ייִנגערע שװעסטערס זענען נאָך געװעזן אין בודאַפּעסט, זײ זענען אָבער דערױף נישט אױף לאַנג eh, Josef Katz 413.175 417.675 אַ פּאָר חדשים, דערױף זענען זײ אָנגעקומען מיט רעגולער ALIYA, װײַל Josef Katz 417.917 418.851 אַזױ װי Josef Katz 418.851 423.702 מע האָט eh די מדינה אױסגערופֿן, האָט מען שױן געקענט מאַכן Josef Katz 423.738 426.348 נאָרמאַלע ALIYAs. Josef Katz 427.4 433.216 װען זײ זענען אָנגעקומען האָבן זײ שױן געהאַט אַ צימער װוּ צו שלאָפֿן און װוּ צו זײַן, דאָס איז געװען די הױפּטזאַך. Josef Katz 434.218 436.339 און איך בין דאַן Josef Katz 436.395 438.485 אַרײַנגעגאַנגען אין דער TSAHAL. Josef Katz 438.485 443.595 װײַל די אצל האָט מען אױפֿגעלײזט און יעדער האָט געמוזט אַרײַנגײן אין מיליטער, צו Josef Katz 443.82 445.654 TSAHAL האָט עס געהײסן. Josef Katz 446.942 449.771 און איך בין דאָרטן אַרײַנגעגאַנגען צו דער NAVY. Josef Katz 451.076 452.741 און איך בין געװען אין חיפֿה, Josef Katz 452.882 455.191 דאָרט האָ'מיר אױך נאָך נישט געהאַט קײן געװער, Josef Katz 455.191 456.386 eh גאָרנישט, Josef Katz 456.712 458.498 און איך בין געװאָרן דאָרטן אַן, Josef Katz 458.501 460.456 אײנער פֿון די AFSANAI, Josef Katz 460.456 462.394 דאָס הײסט װאָס איך האָב געאַרבעט Josef Katz 463.392 464.708 eh אין מאַגאַזין Josef Katz 464.745 466.345 פֿון די פֿון די קלײדער, Josef Katz 466.345 469.346 װאָס האָט מע האָט פֿאַרטײלט פֿאַר די סאָלדאַטן. Josef Katz 471.039 473.177 דאָרטן בין איך געװעזן Josef Katz 474.33 477.564 אַכט מאָנאַטע אױכעט, אַ נײן מאָנאַטע. Josef Katz 478.768 481.159 tsk דאַן בין איך באַפֿרײַט געװאָרן פֿון מיליטער, Josef Katz 482.413 484.098 און בין Josef Katz 484.134 487.436 געקומען אַהײם אױף, צו די מאַמען, אױף JEBELIYA, Josef Katz 487.83 489.563 מיר האָ'מיר דאָרט געװױנט. Josef Katz 490.175 494.99 מײַן שװעסטער איז שױן אױך דאָרט געװעזן, זי האָט געאַרבעט אין אַ רעסטאָראַנט, Josef Katz 494.99 496.667 אַלס קעלנערין. Josef Katz 498.208 500.112 און איך Josef Katz 500.115 502.112 איך האָב מיך געמאָלדן בײַ די Josef Katz 502.14 503.957 IRYAT תּל־אַבֿיבֿ, Josef Katz 504.789 507.196 בײַ די שטאָט־הױז אין תּל־אַבֿיבֿ, יאָ? Josef Katz 507.995 510.166 זײ האָבן געזוכט אַ בוכהאַלטער. Josef Katz 511.303 513.508 און איך האָב מיך געמאָלדן אַלס בוכהאַלטער. Josef Katz 514.492 518.756 tsk און איך קום אַהין צום eh שעף דאָרטן, Josef Katz 519.503 526.147 בוכהאַלטער שעף, האָט ער געהײסן BARZILAY. Josef Katz 526.997 528.859 BARZILAY האָט ער געהײסן, Josef Katz 528.887 531.025 און איך מעלד מיך בײַן אים אַז איך װיל Josef Katz 531.08 533.69 זײַן אַ בוכהאַלטער אין שטאָט־הױז. Josef Katz 534.54 538.686 זאָגט ער, "נו, קענסטו בוכהאַ-", זאָג איך, "יאָ", נו, האָט ער מיך אָנגעהױבן צו פֿאַרהערן. Josef Katz 539.079 541.368 ער האָט מיך פֿאַרהערט, און מע האָט גערעדט, Josef Katz 542.032 543.607 זאָגט ער צו מיר, Josef Katz 543.618 544.895 "הער מיך אױס. Josef Katz 545.93 549.401 דו ביסט זײער גוט, איך העט דיך זײער גערנע גענומען, Josef Katz 549.66 553.08 אָבער איך טאָר נישט נעמען נאָר אײנער װאָס ער איז אַ נײַער OLE." Josef Katz 553.946 558.176 דעמאָלטס האָב איך נאָר אַרױסגענומען מײַן TEUDAT ZEHUT, איך האָב געזאָגט איך בין אַ נײַער OLE. Josef Katz 558.62 561.011 האָט ער מיר געזאָגט, דאָס האָב איך מיר געװוּנטשן spn. Josef Katz 562.316 564.825 און אַזױ האָט ער מיך גענומען פֿאַר Josef Katz 564.898 566.777 בײַ זיך אין דער MAKHLAKA, Josef Katz 566.777 568.52 און אַלס בוכהאַלטער. Josef Katz 570.365 572.351 איך האָב דאָרט געאַרבעט Josef Katz 573.504 576.232 אײן אַ האַלב יאָר, אומגעפֿער, Josef Katz 577.419 580.209 אײן אַ האַלב יאָר, ביזל, ביז JAHRE אײן און פֿופֿציק, Josef Katz 580.209 581.565 צװײ יאָר אפֿשר. Josef Katz 582.988 584.495 און eh Josef Katz 584.495 586.526 פֿ- דעמאָלטס eh Josef Katz 586.802 591.336 פֿון eh דאַן בין איך געפֿאָרן אױף EUROPE, Josef Katz 592.033 593.968 און איך האָב מיך באַזעצט אין װין. Mahli Lieblich 594.21 596.871 פֿאַר װאָס האָסטו גע- געװאָלט גײן צו װין? Josef Katz 597.635 602.962 צ- איך איך האָב נישט געװאָלט גײן, איך האָב געװאָלט גײן צו MILANO, איך בין פֿ- קודם געפֿאָרן אױף MILANO. Josef Katz 603.474 607.687 דאָס איז געװעזן פּריװאַט, Josef Katz 610.072 612.786 איך האָב געהאַט דאָרטן אַ מײדל און אַזױ װײַטער, יאָ? Josef Katz 612.786 614.556 ס'איז געװען אַ פּריװאַטע זאַכע. Josef Katz 615.27 619.5 און פֿון MILANO האָב איך נישט געקענט בלײַבן דעמאָלטס, װײַל ס'איז גאָרנישט געװאָרן דערפֿון, Josef Katz 619.809 621.778 בין איך געפֿאָרן אױף װין. Josef Katz 621.885 623.331 נאָר װאָס אױף װין, Josef Katz 624.247 630.367 eh דאָרט האָט, איז דעמאָלטס געװעזן מײַן חבֿר דער גראָס, װאָס איך האָב געהאַט געזאָגט, יאָ? פּרץ גראָס, Josef Katz 630.744 633.703 און אַזױ בין איך געפֿאָרן אַהין, מיר זאָ'מיר דאָרט זײַן צוזאַמען. Josef Katz 633.714 635.582 און איך בין שױן דאַן דאָרט געבליבן. Mahli Lieblich 636.633 641.825 און װאָס האָסטו געטון װען דו האָסט געגאַנען צו װין, דו האָסט אַרבעט, דו האָסט געהאַט אַרבעט דאָרטן? Josef Katz 641.088 645.622 אין אָנפֿאַנג האָט מען געמאַכט שװאַרצע געשעפֿטן, דאָס און יענץ, Josef Katz 645.898 650.584 ס'איז נישט אַלעס געלונגען, מע האָט אײנעם דאָ געכאַפּט און דאָרט געכאַפּט און SO װײַטער. Josef Katz 651.146 653.435 צו די ענדע JAHRE eh Josef Katz 653.745 655.278 דרײַ און פֿופֿציק, Josef Katz 655.278 656.54 פֿיר און פֿופֿציק, Josef Katz 656.934 662.565 אין JAHRE פֿיר און פֿופֿציק האָב איך אָנגעהױבן צו אַרבעטן אין מײַן BRANCH, װאָס מײַן טאַטע האָט געהאַט אין דער הײם אַ Josef Katz 662.705 665.281 FACTORY פֿון eh העמדער, Josef Katz 666.148 668.336 האָב איך אָנגעהױבן צו אַרבעטן, און Josef Katz 669.0 670.311 איך האָב געאַרבעט, Josef Katz 671.227 673.365 איך האָב געמאַכט אַ BUSINESS אַלײן. Josef Katz 673.775 679.372 און ביז צו דער ענדע האָב איך מיר געמאַכט אַלײן גאַנצע, איך האָב געהאַט שותּפֿים דאָרטן, דאָס און יענץ. Josef Katz 679.749 684.856 ביז צו דער ענדע אין JAHRE פֿינעף און פֿופֿציק האָב איך דאַן געמאַכט מיר אַלײן די BUSINESS, Josef Katz 685.52 686.729 און, Mahli Lieblich 686.01 689.278 װי אַזױ האָט דער לעבן געװעזן אין װין נאָך די קריג? Josef Katz 689.317 692.74 דאָס איז זײער אַ שײן לעבן, זײער אַ באַקװעם לעבן דאָרטן, יאָ. Josef Katz 692.74 697.507 נאָכן קריג איז נישט געװען קײן אַנטיסעמיטיזם, װײַל זײ האָבן מורא געהאַט צו זײַן אַנטיסעמיטן. Mahli Lieblich 692.85 696.357 און איר UNK, נײן? Josef Katz 697.507 699.96 הײַנט איז זײער גרױס די אַנטיס- Josef Katz 702.007 703.371 tsk שױן דעמאָלטס, Josef Katz 703.371 707.891 שפּעטער אין די זעכציקער יאָרן האָבן זײ שױן װידער אָנגעהױבן צו זײַן אַנטיסעמיטיש. Mahli Lieblich 708.572 710.78 אין װעלכע יאָר האָסטו געטראָכן Mahli Lieblich 710.78 712.802 געטראָפֿן דײַן װײַב? Josef Katz 711.761 717.307 YA, און דאַן איז געװעזן, איך האָב מיר געמאַכט אַן אײגענע FACTORY, יאָ, Josef Katz 717.87 721.83 און אין זעקס און פֿופֿציקער יאָר איז מײַן װײַב געקומען קײן Josef Katz 722.51 725.019 eh װין, פֿון בודאַפּעסט, יאָ. Josef Katz 725.143 728.479 איך האָב זי (קענען געלערנט) אין זיבן און פֿופֿציקער יאָר, Josef Katz 729.935 733.101 און אין אַכט און פֿופֿציקער יאָר האָ'מיר חתונה געהאַט. Mahli Lieblich 732.847 734.214 אין װעלכע טאָג? Josef Katz 734.458 736.342 אין פֿופֿצעטן JUNE. Mahli Lieblich 737.715 739.619 און פֿון, Mahli Lieblich 739.619 742.265 װי לאַנג האָסטו געװױנען אין װין? Josef Katz 742.288 745.016 איך האָב געװױנט אין װין ביז דרײַ און אַכציקער יאָר. Mahli Lieblich 745.241 746.841 און װוּ האָסטו געגאַנען Mahli Lieblich 746.861 749.69 אין ah דרײַ און אַכציקער יאָר? Josef Katz 748.65 751.327 אין דרײַ און אַכציק בין איך געקומען קײן ניו־יאָרק, Josef Katz 751.653 753.352 װײַל מײַן מאַמע Josef Katz 753.712 761.418 און מײַנע צװײ שװעסטערס האָבן שױן דאָ געװױנט. און דער ברודער פֿון ארץ־ישׂראל האָט אױך אַ שטיקל צײַט דעמאָלטס דאָ געװױנט. Josef Katz 762.386 767.089 און איך האָב דעמאָלטס RETIREt אין eh װין, Josef Katz 767.212 770.565 בין איך געקומען אַהער צו די משפּחה, מיר זאָ'מיר זײַן צוזאַמען. Mahli Lieblich 770.857 772.893 און װוּ אין ניו־יאָרק װױנסטו? Josef Katz 772.764 775.813 אין ניו־יאָרק װױן איך אין קװינס, Josef Katz 776.291 777.892 די גענױע אַדרעסע Josef Katz 777.892 780.473 איז eh האַ- Mahli Lieblich 779.851 781.957 FOREST HILLS Josef Katz 780.473 782.394 װי? FOREST HILLS, יאָ. Mahli Lieblich 782.619 785.786 און װען האָסטו געקומען דאָ צו MIAMI BEACH? Josef Katz 785.589 787.997 MIAMI BEACH בין איך נאָר דאָ אין װינטער. Josef Katz 788.559 790.244 דאָס זע'מיר שױן דאָ, Josef Katz 790.263 793.548 פֿיפֿטע זעקסטע יאָר װאָס מיר זע'מיר דאָ אין װינטער. Mahli Lieblich 794.347 797.514 דו האָסט מיר געװאָלט זאָגן עפּעס פֿון דער רבי, Mahli Lieblich 798.414 800.433 פֿריִער דו האָסט געגאַנען צו AUSCHWITZ. Josef Katz 799.612 801.969 פֿון קאָלאָשיצער רבי, יאָ. Josef Katz 802.329 805.496 װען מיר זע'מיר געװעזן אין צוג און מ'איז אָנגעקומען Josef Katz 805.788 807.386 שבת מיטאָג, Josef Katz 808.117 809.006 tsk נאָך, Mahli Lieblich 808.151 810.457 דאָס איז װען דו האָסט אַרױסגעגאַנען פֿון Josef Katz 810.345 812.162 נײן. נײן, נײן, בעפֿאָר. Mahli Lieblich 810.537 812.554 פֿון פֿון די UNK, יאָ. Josef Katz 812.724 816.296 בעפֿאָר מ'איז, מע האָט, מ'איז אױסגעשטיגן פֿון צוג, Josef Katz 816.437 820.667 האָט ער געמאַכט הבֿדלה, ס'איז געװעזן נאָך חצות, שבת, Josef Katz 820.993 823.873 און ער האָט געזאָגט מיטן גאַנצן עולם װידױ. Josef Katz 825.532 828.058 ער האָט שױן געװוּסט װאָס עס טוט זיך דאָ. Josef Katz 833.885 836.546 דאָס איז געװעזן מיטן קאָלאָשיצער רבין. Josef Katz 839.488 841.794 ער איז געװען זײער זײער אַ װױלער ייִד. Josef Katz 843.065 844.916 אַן אמתדיקער ערלעכער ייִד. Mahli Lieblich 847.892 854.164 IF דו װילסט, IF דו װילסט זאָגן עפּעס צו די ייִנגערע קינדער װאָס לעבן הײַנט און װאָס װעט לעבן מאָרגן, Mahli Lieblich 854.777 856.121 װאָס װילסטו זאָגן? Josef Katz 855.35 863.782 יאָ, װעל איך זאָגן, עץ זאָלץ ענק נישט לאָזן נאַריש מאַכן פֿון דײ װאָס זײ זאָגן אַז ס'איז נישט געװעזן גאָרנישט, דאָס איז אַלעס אמת װאָס איך האָב ערצײלט. Josef Katz 864.665 865.911 און דאָס איז Josef Katz 865.911 867.494 תּורת־אמת, Josef Katz 867.686 871.157 ס'איז גאָר קײן שום װאָרט איז נישטאָ קײן ליגנט אין דעם. Mahli Lieblich 873.98 876.163 און פֿאַר דער װעלט װאָס װילסטו זאָגן? Josef Katz 876.427 879.172 גענױ דאָס זעלבע זאָג איך פֿאַר דער װעלט אױך. Josef Katz 879.785 884.431 אַז די אַלע זאַכן װאָס די נאַציס זאָגן הײַנט, די נעאָ־נאַציס, Josef Katz 884.431 887.914 דאָס איז אַלעס ליגנט און ימח־שמם־וזכרם. Josef Katz 888.577 895.912 און אמת איז דאָס אַז דער אױשװיץ האָט עקזיסטירט און ס- און דײ אַלע זאַכן איז פּאַסירט אַזױ װי איך האָב עס ערצײלט. Mahli Lieblich 897.96 901.431 MISTER יוסף קאַץ, אַ גרױסן דאַנק צו דיר, Mahli Lieblich 902.668 905.582 פֿאַר אַלץ װאָס דו האָסט מיר הײַנט געזאָגט, Mahli Lieblich 907.207 910.256 און (פֿאַרן) דײַן גאַנצע משפּחה װאָס לעבט נישט. Josef Katz 910.7 911.724 OK. Mahli Lieblich 912.49 913.63 אַ גרױסן דאַנק. Josef Katz 916.455 917.783 דאָס איז עס.