Yishayahu Peri 0.653 3.532 <-IM> BAREAYON BEKASETA MISPAR SHTAYIM. Rosa Gulchin 2.627 4.359 KEN, TODA RABA. Yishayahu Peri 3.555 5.523 ANA, HAMSHIKHI ET SIPUREKH. Rosa Gulchin 5.293 6.384 BEVAKASHA. Rosa Gulchin 7.116 10.502 AZ, BEDEREKH, uh, אױפֿן װעג גײענדיק Rosa Gulchin 11.233 17.1 איז, eh, האָט מען נישט, eh, זיך געטאָ- uh, טאָמער האָבן ד- די באַפֿעלקערונג האָבן געװאָלט, Rosa Gulchin 17.1 22.013 ס'איז געװען <מ-> מענטשן, װאָס זײ האָבן יאָ געװאָלט װאַרפֿן אונדז אַ שטיקל ברױט אָדער װאָס, Rosa Gulchin 22.013 24.865 און אַז מ'האָט געזען, האָט מען זײ געשאָסן, Rosa Gulchin 24.865 26.617 אָדער האָט מען זײ <אַזױ>... Rosa Gulchin 26.617 30.059 האָבן זײ שױן מורא געהאַט דאָס צו טון. זײ האָבן געװוּסט, זײ טאָרן נישט. Rosa Gulchin 30.133 31.713 מיטן װעג גײענדיק, Rosa Gulchin 32.006 36.784 האָבן אַ סך מענטשן װאָס איך האָב באַגעגנט, װאָס ס'איז, ביז הײַנטיקן טאָג Rosa Gulchin 36.784 38.255 קען איך נישט פֿאַרגעסן, Rosa Gulchin 38.255 41.299 װי עלטערן האָבן אַװעקגעװאָרפֿן קלײנע קינדער Rosa Gulchin 41.389 43.387 מיט אַ שמאַטע אױפֿן װעג. Rosa Gulchin 44.005 48.398 און זײ זענען געװען... און אַז מיר האָבן געװאָלט זיך אָנבײגן, זײ געבן אַ שטיקל ברױט... Rosa Gulchin 48.398 54.242 מ'האָט זײ נישט געװאָלט שיסן. זײ האָבן געװאָלט, די דײַטשן, אַז זײ זאָלן דאָרטן אױסגײן אָן עסן. Rosa Gulchin 54.4 57.971 און אַז מיר זענען דורכגעגאַנגען און מיר האָבן דאָס געזען, מײַן טאַטע און איך, Rosa Gulchin 58.028 59.476 און ער האָט געװאָלט Rosa Gulchin 59.476 62.547 נעמען אַ שטיקל ברױט און אַרױפֿלײגן אױף דער שמאַטע... Rosa Gulchin 62.547 64.519 דרײַ קינדער זענען געװען... Rosa Gulchin 64.812 69.028 האָט, האָט ער באַקומען, uh, די, פּעטש איבערן קאָפּ מיט דער נאַגײַקע. Rosa Gulchin 69.975 75.337 װאָס גע- און דאָס איז גע- װיל איך אײַך זאָגן, מ'האָט נישט, קײנער נישט געטאָרט אונדז העלפֿן. Rosa Gulchin 76.388 80.162 מיר זענען אָנגעקומען קײן OBODIVKA, האָב איך אײַך דערצײלט. Rosa Gulchin 80.337 83.959 זענען מיר געגאַנגען װײַטער. מיר זענען װײַטער געגאַנגען, Rosa Gulchin 84.741 88.053 eh, בערשאַד, דאָס הײסט, VINNITSKAYA OBLAST'. Rosa Gulchin 88.386 90.168 איז געװען אַ געטאָ, Rosa Gulchin 90.478 92.598 אַ גרױס געטאָ אין בערשאַד, Rosa Gulchin 93.516 96.109 נאָר אונדז האָט מען נישט געלאָזט אין געטאָ. Rosa Gulchin 96.655 98.674 מ'האָט אונדז געטריבן װײַטער Rosa Gulchin 99.473 102.684 אין אַ פֿאַרמאַכטן לאַגער. דאָס הײסט קאָלכאָז, Rosa Gulchin 102.684 104.107 ABER דאָס איז אַ לאַגער. Rosa Gulchin 104.316 106.352 דאָרט האָט קײנער נישט געטאָרט... Rosa Gulchin 106.476 108.261 קײן מענטשן איז נישט געװען. Rosa Gulchin 108.261 110.033 אױפֿן פֿרײַען פֿעלד. Rosa Gulchin 110.033 111.923 דרײַ, <eh, ס-> Rosa Gulchin 111.923 114.858 דאָרטן זענען געװען כאַזע- uh, חזירים האָבן געלעבט. Rosa Gulchin 114.858 118.011 האָט מען אונדז אַרײַנגעװאָרפֿן אַזױ, אױף דר'ערד. Rosa Gulchin 118.011 119.126 װינטער. Rosa Gulchin 119.149 121.424 יעדער אַ קלײן פּיצל פּלאַץ. Rosa Gulchin 121.424 124.374 פֿון טױזנט פֿינעף הונדערט מענטשן זענען מיר געװען. Rosa Gulchin 126.051 128.34 טױזנט פֿינעף הונדערט מענטשן. Rosa Gulchin 128.937 130.42 יעדע נאַכט, Rosa Gulchin 130.42 131.627 יעדן טאָג, Rosa Gulchin 131.805 134.561 װײניקער און װײניקער. מ'איז אױסגעשטאָרבן Rosa Gulchin 134.561 136.848 פֿון קעלט, פֿון הונגער, Rosa Gulchin 136.848 137.959 פֿון טיף, Rosa Gulchin 138.403 140.889 װײַל װיפֿל, uh, פֿון לײַז, Rosa Gulchin 140.889 142.459 די לײַז האָבן געקראָכן. Rosa Gulchin 142.459 145.738 נישט באָדן, נישט, eh, גאָרנישט. Rosa Gulchin 145.828 151.62 און װער ס'איז געשטאָרבן, און װער מ'האָט דערהרגעט. דען ערשטן װינטער איז געװען CHRISTMAS. דאָס גע- Rosa Gulchin 151.62 154.203 האָט מען <אונדז אַראַ->, uh, דען ע- דען ערשטן מאָמענט Rosa Gulchin 154.203 157.871 װאָס האָט אונדז געטראָפֿן, האָט מען דערהרגעט מײַן טאַטע. זענען אַרײַנגעקומען, Rosa Gulchin 157.877 160.368 eh, <אַ> גע- אַ קאָזאַק, Rosa Gulchin 160.493 164.674 די פֿאַרקױפֿטע, <עס> זענען געװען פֿאַרקױפֿטע רוסישע דאָרט<ע>, Rosa Gulchin 164.674 165.633 קאָזאַקן. Rosa Gulchin 165.943 170.105 זײ האָבן אים געבראַכט, זײ האָבן געבראַכט דעם דײַטש מיט די רומענער אַהין צו. Rosa Gulchin 170.179 173.618 זײ האָבן געבראַכט, זײ האָבן געזאָגט, "דאָ איז דער לאַגער פֿון ייִדן. Rosa Gulchin 173.618 176.839 קום, לאָמיר הײַנט, eh, זיך נקמה נעמען." Rosa Gulchin 177.182 180.116 זענען זײ אַרײַנגעקומען און װעמען זײ האָבן Rosa Gulchin 180.116 183.441 געקענט האָבן זײ... זײ האָבן אַ סך מענטשן דערהרגעט און דעם, Rosa Gulchin 183.441 185.9 און די מענטשן, דאָס ערשטע איז געװען מײַן טאַטע, Rosa Gulchin 186.227 188.038 און מײַן פֿעטער, Rosa Gulchin 188.038 189.95 װאָס האָט געהײסן לײב Rosa Gulchin 189.99 191.182 <BRECHER>... Rosa Gulchin 191.256 193.123 איר האָט דאָרט פֿאַרשריבן... Rosa Gulchin 193.399 197.224 ער איז נאָך דרײַ טעג געשטאָרבן, נאָך, נאָך מײַן טאַטע, Rosa Gulchin 197.224 197.969 פֿון די Rosa Gulchin 197.969 201.133 פּעטש און פֿון די, װאָס מ'האָט אים אַזױ, eh, Rosa Gulchin 201.133 204.356 איז ער דרײַ טעג נאָך מײַן טאַטע געשטאָרבן. Rosa Gulchin 205.161 207.095 די געשטאָרבענע מענטשן Rosa Gulchin 207.203 208.935 האָט מען נישט באַגראָבן. Rosa Gulchin 209.245 211.838 מ'האָט זײ <אַראַ-> מ'האָט זײ געלײגט אין װינקל. Rosa Gulchin 212.282 215.381 איז דעם גאַנצן װינטער זענען מיר געװען מיט די טױטע, Rosa Gulchin 215.674 217.996 זײ אין װינקל און מיר לעבן זײ, Rosa Gulchin 219.336 221.524 װײַל ס'איז נישט געװען דאָרטן, Rosa Gulchin 222.357 223.961 װאָס מ'האָט געלעבט. Rosa Gulchin 223.961 228.139 זײ האָט UNK, זײ האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן, מע זאָל דאָרט, eh, אױסגײן Rosa Gulchin 228.297 230.181 פֿאַר הונגער, פֿאַר קעלט, Rosa Gulchin 230.254 231.952 פֿאַר אַלעמען. Yishayahu Peri 232.414 234.945 װי האָט געהײסן דאָס פּלאַץ, דער קאָלכאָז? Rosa Gulchin 233.528 234.838 FLORINO. Rosa Gulchin 239.181 242.333 און ס'- <מ- מ-> ביז צון פֿרילינג Rosa Gulchin 242.944 244.558 זענען מיר געבליבן Rosa Gulchin 245.29 249.674 צװאָנציק מענטשן, פֿופֿצן מענטשן, UNK, גענױ קען איך נישט װיסן, Rosa Gulchin 249.674 253.737 נאָר אַלע זענען אױסגעשטאָרבן און די טױטע זענען געװען מיט אונדז. Rosa Gulchin 253.795 256.28 די <ג- ג- די גע-> שטשערעס Rosa Gulchin 256.28 257.685 מיט די מײַז Rosa Gulchin 257.793 262.005 האָבן געקראָכן אױף אונדז, און דער שנײ איז געלעגן אױף אונדז. Rosa Gulchin 262.401 265.983 און װאַ- נישט װאַשן, נישט עסן, נישט טרינקען. Rosa Gulchin 265.983 268.945 אַזױ האָבן מיר אױסגעהאַלטן ביז פֿרילינג. Rosa Gulchin 269.573 275.476 װאָס איז געװען, eh, גע- דער, דער גל- דער ג- װאָס מיר האָבן אױסגעהאַלטן ביז פֿרילינג, Rosa Gulchin 275.476 277.222 װעל איך אײַך אױכעט זאָגן. Rosa Gulchin 277.222 279.607 מײַן מאַמע איז געװען זײער אַ פֿעיִקע. Rosa Gulchin 280.288 284.814 און, eh, זי פֿלעג אַרױסגײן אין דרױסן, זי פֿלעג אונדז אַזױ Rosa Gulchin 284.814 286.461 אין דער קעלט אױסטון Rosa Gulchin 286.461 290.862 און, uh, באַװאַשן אין שנײ די לײַז מיט <דעם אַלעם> און איבערטון Rosa Gulchin 291.156 296.685 און, eh, זי איז אַנטלאָפֿן דורך די, ס'איז דאָך געװען װע- eh... Rosa Gulchin 297.518 299.79 מיר זענען דאָך געװען נישט אין שטאָט Rosa Gulchin 299.79 301.944 און נישט אין, צישן באַפֿעלקערונג. Rosa Gulchin 301.944 306.253 האָט זי זיך אײַנגעשטעלט דאָס לעבן און זי איז געגאַנגען אַזױ אין שנײ. Rosa Gulchin 306.276 309.155 זי האָט גענעמען אַ שמאַטע, װאָס זי האָט נאָך געהאַט, Rosa Gulchin 309.313 314.597 און זי איז געגאַנגען געבן דעם גױ. װען מע כאַפּט זי, דערהרגעט מען זי זאָפֿאָרט. Rosa Gulchin 314.597 318.046 נאָר זי, דאָס איז געװען NELEGAL'NO. Rosa Gulchin 318.046 320.581 זי איז אַנטלאָפֿן אונדז צו ראַטעװען. Rosa Gulchin 320.581 325.355 פֿלעג מען איר געבן אַ פּאָר שטיקלעך ברױט און אַלעס פֿאַר ד- פֿאַר אַ שמאַטע, װאָס מיר האָבן נאָך געהאַט. Rosa Gulchin 325.885 330.688 און דאָס האָט או- האָט אונדז געהאַלטן ביז, ביז, eh, דעם פֿרילינג. Rosa Gulchin 331.183 334.752 און פֿרילינג, איך װײס נישט, ס'איז געװען אַ אָפּמאַכונג. Rosa Gulchin 335.217 343.193 זײ האָבן געװוּסט אַלע, ד- איך װײס נישט ILI ANTONESCU אָדער מיט דער, מיט דער װעלט איז געװען עפּעס, מ'איז, מ'האָט באַצאָלט Rosa Gulchin 343.232 344.93 און מ'האָט אונדז געטראָפֿן. Rosa Gulchin 344.953 347.287 איך װײס נישט <װי> אַזױ מ'האָט אונדז געטראָפֿן, Rosa Gulchin 347.287 350.856 און װיפֿל מענטשן ס'איז געװען דאָרט, פֿופֿצן, צװאָנציק מענטשן, Rosa Gulchin 350.856 355.325 איז מען געקומען מיט אַ, מיט צװײ װעגעלעך. איך געדענק נישט מערער. Rosa Gulchin 355.433 357.193 איך האָב שױן נישט געקענט גײן, Rosa Gulchin 357.193 361.923 װײַל מיר זענען דאָרט דאָך נישט געגאַנגען. בין איך געװאָרן פֿ<UNK> מיר האָבן נישט געקענט גײן. Rosa Gulchin 362.436 364.821 און מ'האָט אונדז געפֿירט קײן בערשאַד. Rosa Gulchin 364.984 367.863 בערשאַד איז געװען אַ גרױס געטאָ. Rosa Gulchin 368.224 371.407 מ'האָט אונדז אַרײַנגעװאָרפֿן אין אַ שטיבעלע. Rosa Gulchin 372.628 376.655 דאָרט איז געװען אַ סך מענטשן. אונדז האָט מען געגעבן אַזאַ קיכל, Rosa Gulchin 377.185 379.666 װוּ מ'האָט זיך נישט געהאַט אַפֿילו הינצוטון. Rosa Gulchin 380.374 381.315 איך Rosa Gulchin 381.315 383.172 מיט, uh, מײַן ברודער, Rosa Gulchin 383.172 384.519 מיט מײַן מאַמע, Rosa Gulchin 385.048 388.18 די שװעסטער דער מאַמע'ס, מיט צװײ זין. Rosa Gulchin 390.195 393.783 האָבן מיר, eh, געװען, uh, אַזױ, אַ, Rosa Gulchin 394.127 396.382 אַ פּ- אַ חודש צװײ, Rosa Gulchin 396.608 398.846 דרײַ. איך קען נישט דערמאָנען װיפֿל. Rosa Gulchin 399.291 400.938 אין דער צײַט Rosa Gulchin 401.029 405.191 <האָ-> איז װידער אַ מאָל געװען אַ אָפּמאַכונג, אַז מע זאָל אַרױסנעמען די קינדער Rosa Gulchin 406.53 408.802 פֿון, װאָס זענען געבליבן. Rosa Gulchin 409.872 412.431 מ'האָט געדאַרפֿט אַרױספֿאָרן קײן... Rosa Gulchin 412.487 414.855 אין דער װעלט. די קינדער זאָל מען ראַטעװען. Rosa Gulchin 414.855 417.24 דאָס איז געװען באַצאָלט Rosa Gulchin 418.073 422.674 און, און מע זאָל ד- די קי- האָב אי- האָב איך מיט מײַן ברודער Rosa Gulchin 422.747 424.465 און מײַן שװעסטערקינד Rosa Gulchin 424.465 425.981 און מײַן, eh, Rosa Gulchin 426.038 427.685 אַלע פֿיר קינדער, Rosa Gulchin 427.86 429.541 האָבן מיר זיך פֿאַרשריבן Rosa Gulchin 429.75 431.583 און מ'האָט אונדז גענעמען Rosa Gulchin 431.657 432.866 קײן BALTA. Rosa Gulchin 432.923 434.722 אין BALTA איז געװען Rosa Gulchin 435.049 436.683 אַ קינדער־הױז. Rosa Gulchin 436.683 437.844 נו, אָן עלטערן. Rosa Gulchin 437.856 439.331 אָן... Rosa Gulchin 439.825 445.556 און ס'איז געװען אָפּגעמאַכט אַז מע װעט אַרױסנעמען די קינדער און מע װעט ראַטעװען די קינדער. Rosa Gulchin 446.423 448.341 בין אָנגעקומען קײן BALTA Rosa Gulchin 450.135 454.567 און די מאַמע האָבן מיר שױן געלאָזט גוסען מיט, מיט מײַן, eh, טאַנטע. Rosa Gulchin 454.827 460.618 זײ האָבן שױן נישט געקענט לעבן. זײ האָבן שױן נישט געהאַט מיט, פֿון װאָס. פֿאַר הונגער האָט מען געגוסעט, Rosa Gulchin 461.374 465.89 װײַל, eh, ס'איז נישט געװען װאָס צו עסן. מ'האָט דאָרטן, קײנער האָט גאָרנישט געגעבן. Rosa Gulchin 467.652 473.021 ah, און באַלד האָט מען שױן געדאַרפֿט אונדז אױפֿהײבן אַרױספֿירן, אַרױס-... Rosa Gulchin 473.021 474.446 האָב איך מיך צעװײנט Rosa Gulchin 475.347 476.741 פֿאַר מײַן ברודער Rosa Gulchin 476.899 480.453 און פֿאַר די <קוזינען>. זאָג איך, "קוק, Rosa Gulchin 480.814 484.132 מיר האָבן איבערגעלאָזט די מאַמע. מיר װעלן זי קײן מאָל נישט זען. Rosa Gulchin 484.594 486.528 און איבערגעלאָזט די טאַנטע." Rosa Gulchin 487.26 489.92 זאָג איך, "נײן. װאָס װעט זײַן מיט זײ... Rosa Gulchin 490.298 491.921 מיר קערן זיך אום." Rosa Gulchin 492.34 496.468 האָבן מיר זיך אומגעקערט דאָרף צו דאָרף, װײַל ס'איז דאָך, מ'האָט דאָך נישט געטאָרט. Rosa Gulchin 496.508 501.902 נאָר אַזױ װי מיר האָבן, איך האָב אָנגעטון אַ טיכל; מ'האָט נישט געזען אָבער איך בין אַ ייִד אָדער נישט אַ ייִד. Rosa Gulchin 501.942 504.034 זענען מיר אָנגעקומען קײן בערשאַד. Rosa Gulchin 504.405 506.795 בײַ נאַכט זענען מיר געשלאָפֿן אין די װעלדער, Rosa Gulchin 506.818 509.051 ביז מיר האָבן זיך <צ-> eh, Rosa Gulchin 509.051 510.777 דאָס איז נישט צו באַשרײַבן. Rosa Gulchin 511.51 513.866 כ'װעל אײַך דערצײלן אַ זאַך: Rosa Gulchin 514.345 517.386 אַז מיר זענען געקומען אין װאַלד, ס'איז געװען אַ װאַלד, Rosa Gulchin 517.602 520.313 האָב איך שױן נישט געקענט גײן. מײַן ברודער Rosa Gulchin 520.419 522.806 האָט אָפּגעפֿרױרן די פֿיס דאָרט. Rosa Gulchin 522.806 523.92 האָט ער געזאָגט, Rosa Gulchin 524.048 526.261 "ראָזע, איך קען שױן מער נישט גײן." Rosa Gulchin 526.512 528.785 זענען מיר אַרײַנגעגאַנגען אין דעם װאַלד. Rosa Gulchin 528.785 530.399 כ'מוז אַ ביסל... Rosa Gulchin 538.037 542.056 און ד<UNK>, מיר זענען אַנטשלאָפֿ- ער איז אַנטשלאָפֿן געװאָרן און איך אױכעט. Rosa Gulchin 542.056 544.409 <מיר> זענען געװען שטאַרק אױסגעמוטשעט. Rosa Gulchin 546.795 549.035 און ער האָט געזאָגט, ער גײט נישט מער. Rosa Gulchin 549.035 550.924 די פֿי- eh, די פֿיס טראָגן נישט. Rosa Gulchin 552.229 554.143 האָב איך אים געז- uh, זענען מיר Rosa Gulchin 554.143 556.949 אַנטשלאָפֿן געװאָרן, חלומט זיך מיר מײַן טאַטע. Rosa Gulchin 556.949 562.109 זאָגט ער, "איר זאָלט זיך פֿון דאָ נישט רירן, װײַל באַלד װעלן גײן דײַטשן." Rosa Gulchin 562.109 564.412 מיר זענען געװען טיף אין װאַלד. Rosa Gulchin 564.412 567.421 אין דער צײַט... ah? Rosa Gulchin 567.421 569.248 UNK Rosa Gulchin 569.248 570.639 אין דער צײַט, Rosa Gulchin 570.639 573.345 אַזױ װי איך האָב געחלומט, אַזױ איז געגאַנגען דײַטשן Rosa Gulchin 573.345 574.158 מיט די, Rosa Gulchin 574.158 577.93 מיט די, eh, פֿער- מיט די מאַשינען, מיט אַלעמען. Rosa Gulchin 577.93 581.508 און מיר, אונדז האָט מען נישט געזען װײַל מיר זענען געװען אין טיפֿן װאַלד. Rosa Gulchin 581.508 585.886 אַבי זײ זענען אַװעקגעגאַנגען, אַלדינגס, האָבן מיר זיך אױפֿגעהױבן און געגאַנגען װײַטער. Rosa Gulchin 587.103 590.907 און אַזױ זענען מיר אָנגעקומען קײן בערשאַד צוריק. Rosa Gulchin 590.907 592.734 די מאַמע האָט שױן Rosa Gulchin 592.734 596.022 נישט געקענט אױף די פֿיס גײן און נישט, eh... Rosa Gulchin 596.661 600.184 דאָס גליק, מ'האָט אָנגעהױבן, מ'האָט, eh, מ'האָט געגעבן Rosa Gulchin 600.184 602.645 אַ, <uh>, מעלדונג Rosa Gulchin 603.023 606.698 אַז מע נעמט, uh, קײן אַרבעט, קײן, eh, Rosa Gulchin 606.698 607.792 קײן באַלטע. Rosa Gulchin 608.102 612.025 ייִדן, eh, אױף, מ- eh, מ'האָט צונױפֿגענעמען, מע זאָל זיך י- Rosa Gulchin 612.025 613.921 eh, יאַװען אין אַ פּלאַץ. Rosa Gulchin 613.921 615.929 מע נעמט אױף אַרבעט קײן, Rosa Gulchin 615.929 618.66 אין, אין בערש- אין BALTA געטאָ. Rosa Gulchin 618.717 624.246 UNK און מ'איז אין געטאָ נ- און מע גײט אַרבעטן די VALENKIs, װעגן פֿראָנט. Rosa Gulchin 624.589 627.469 מ'װעט האָבן אַ ברױט מיט אַ ביסל װאַסער, UNK, Rosa Gulchin 627.469 630.252 אַזױ װי אין די, מ'האָט געאַרבעט, די ייִדן. Rosa Gulchin 631.103 635.957 האָבן מיר געטראַכט, מע, װאָס זאָלן מיר טון, uh, אַ שטיקל ברױט מיט אַ ביסל װאַסער. Rosa Gulchin 636.587 639.773 און מ'װעט קענען אַרבעטן, נאָר זײַן פֿאַרמאַכט צישן... Rosa Gulchin 639.773 645.367 טאַקע מ'װעט אונדז שלאָגן, אַלדינגס, אָבער דאָס ביסל װאַסער, אַז מע זאָל בלײַבן לעבן מיטן שטיקל ברױט. Rosa Gulchin 645.367 647.704 האָבן מיר זיך, uh, פֿאַרשריבן. Rosa Gulchin 647.704 652.646 נאָר איך בין געװען אַ קלײן קינד נאָך. איך האָב <מ->, מ'האָט גענעמען בײַ זעכצן יאָר. Rosa Gulchin 652.956 658.414 און מײַן, און די װײטיק איז געװען גרױס װײַל איך בין געב- כ'האָב שױן נישט געװאַקסן. Rosa Gulchin 658.525 660.218 איך בין שױן געװען Rosa Gulchin 660.218 662.652 פֿ- eh, פֿון װוּ האָב איך געקענט? Rosa Gulchin 662.652 664.614 האָט די מאַמע גענעמען אַ שמאַטע Rosa Gulchin 664.614 667.288 און האָט מיר אױסגעבונען אַזױ װי אַ טערק. Rosa Gulchin 667.288 672.524 די, דאָס טיכל אַזױ, אַ טערק מאַכן, העכער, אַז איך זאָל אױסזען זעכצן יאָר. Rosa Gulchin 673.392 678.925 און, eh, uh, און זי האָט מיך פֿאַרשטופּט אַזױ צישן די מענטשן און איך בין דורכגעגאַנגען. Rosa Gulchin 678.925 682.231 דעם ברודער האָבן זײ נישט געדאַרפֿט, װײַל דער ברודער איז געװען, Rosa Gulchin 682.231 686.77 uh, דעמלס, uh, <איז די> זעכצעטע יאָר. ער איז נאָך נישט געװען זעכצן, נאָר Rosa Gulchin 686.77 688.821 פֿופֿצן יאָר, נאָר ער איז געװען הױך. Rosa Gulchin 688.821 691.917 האָט צו אים שױן ני- קײן פּאַספּאָרטן האָט מען נישט געפֿרעגט. Rosa Gulchin 691.917 693.841 קײן דאָק- UNK TEUDAT ZEHUT Rosa Gulchin 693.841 698.861 מיר האָבן נישט געדאַרפֿט האָבן די TEUDAT ZEHUT. מ'האָט זײ קײנער נישט געהאַט. קײן דאָקומענטן איז נישט געװען. Rosa Gulchin 698.861 700.683 איז געװען דער גליק, װאָס... Rosa Gulchin 700.683 704.047 און אַזױ האָבן מיר זיך אַרױסגעראַטעװעט קײן BALTA. Rosa Gulchin 704.273 707.608 אין BALTA האָבן מיר געאַרבעט שטאַרק שװער. Rosa Gulchin 707.918 711.388 געגאַנגען אין שנײ באָרװעס. מיר האָבן נישט געהאַט װאָס. Rosa Gulchin 711.63 713.75 די קלײדער זענען געװען זעק. Rosa Gulchin 714.583 717.685 מ'האָט אונדז אַרײַנגעטריבן, אַזױ װי אין Rosa Gulchin 717.685 723.656 אַ גע- ס'איז געװען דעמלס OBSHCHEZHITIE. אַזױ הײסט OBSHCHEZHITIE, <hm>? Rosa Gulchin 723.949 727.051 ס'איז געװען ז- מיט די <לײַצן>, אַזױ איר האָט געזען, Rosa Gulchin 727.051 729.782 די, די, די גע- לאַגערס. Rosa Gulchin 729.788 734.996 אָט דאָס, אַזױ האָבן מיר, אין דע- די מענטשן װאָס מ'האָט גענעמען אױף דער אַרבעט... Rosa Gulchin 735.019 739.649 אין געטאָ איז געװען אַ גרױסע שטוב. ס'האָט אַ מאָל סטודענטן געװע- Rosa Gulchin 739.649 741.639 האָבן זײ דאָס פֿאַרנעמען פֿאַר אונדז Rosa Gulchin 741.639 744.497 און מ'האָט געמאַכט <לײַצעס> אײנס אױפֿן אַנדערן, Rosa Gulchin 744.503 746.597 און אַזױ האָבן מיר, uh, געלעבט. Rosa Gulchin 746.597 749.505 דאָס גליק איז געװען װאָס מיר האָבן געהאַט אַ שטיקל ברױט Rosa Gulchin 749.505 751.754 און מ'האָט אונדז געגעבן אַ ביסל דאָרט SUP. Rosa Gulchin 751.945 756.107 דאָס האָבן, האָ- האָבן ז- eh, האָט אונדז געראַטעװעט ביז צון, Rosa Gulchin 756.366 759.431 ביז צון, eh, פֿיר און פֿערציקסטן יאָר. Rosa Gulchin 760.011 763.835 פֿיר און פֿערציקסטן יאָר האָט UNK, האָט אָנגעהױבן דער רוסישער Rosa Gulchin 764.567 768.189 זיך שלאָגן, ער זאָל באַפֿרײַען די... Rosa Gulchin 770.777 772.856 איז, uhm, Rosa Gulchin 773.528 778.821 tsk, װען מ'האָט אָנגעהױבן באַפֿרײַען, דאָס איז, B- eh, BALTA האָט מען באַפֿרײַט, Rosa Gulchin 779.603 782.383 eh, האָט מען בעפֿרײַ- באַפֿרײַט... Rosa Gulchin 782.573 784.676 דעם ברודער האָט מען דערהרגעט Rosa Gulchin 784.699 786.105 דרײַ טעג Rosa Gulchin 786.105 787.235 אין IYAR. Rosa Gulchin 787.235 788.405 IYAR, Rosa Gulchin 789.07 791.882 דער ייִדישער חודש, װײַל איך, uh, גע- Rosa Gulchin 792.192 793.384 IYAR. Rosa Gulchin 793.761 797.981 דאָס איז, eh, פֿאַר, פֿאַר פּו- פּורים־פּסח. <IYAR>. Yishayahu Peri 796.941 798.115 mhm. Rosa Gulchin 799.701 801.77 און דרײַ טעג בעפֿאָר Rosa Gulchin 802.755 807.503 מ'האָט, uh, דערהרגעט דעם ברודער, נאָך דרײַ טעג איז אַרײַן, האָט מען אונדז באַפֿרײַט. Yishayahu Peri 807.279 808.661 װער האָט אים דערהרגעט? Rosa Gulchin 807.503 807.997 <ז-> Rosa Gulchin 808.527 810.643 די דײַטשן, די עסעסאָװצעס Rosa Gulchin 810.643 813.847 זענען אַרײַנגעקומען <ד->... ס'איז נישט נאָר בײַ אונדז אין שטוב. Rosa Gulchin 813.893 817.387 דאָס האָט מען אַרױסגענעמען... איר זענט דאָך געװען אין דער, אין דעם אָ... Rosa Gulchin 817.387 820.84 ס'ערשטע האָבן זײ געגרײכט צו אונדז. מ'האָט אַרױסגענעמען מ- אַ- eh, Rosa Gulchin 820.84 822.73 מ'האָט אַרױסגענעמען פֿון דער שטוב... Rosa Gulchin 822.73 824.467 זענען נאָר געבליבן צען מענער, Rosa Gulchin 824.507 827.589 <נאָר מײנסטנס איז> געװען קינדער מיט, uh, מיט פֿרױען. Rosa Gulchin 827.967 831.116 פֿון די צען מענער איז געװען מײַן ברודער און מײַן קוזין. Rosa Gulchin 831.898 833.114 איך געדענק Rosa Gulchin 833.114 834.525 נאָך צװײ מענטשן: Rosa Gulchin 835.527 838.544 פֿאַמיליע װײַס, װאָס מ'האָט אים געשאָסן. Rosa Gulchin 838.544 841.809 ער האָט זיך אַראָפּגעװ- ער האָט זיך אַראָפּגע- Rosa Gulchin 841.809 845.893 און די K- די, eh, KADUR- די, PULIs, די... Rosa Gulchin 845.893 847.316 זענען געבליבן אין אים. Rosa Gulchin 847.575 848.868 און אײנער Rosa Gulchin 848.976 850.758 איז געלאָפֿן, איז אַרײַן, Rosa Gulchin 850.832 854.144 שױ- eh שוחט, אַ באַװוּסטער, uh, Rosa Gulchin 854.144 857.879 גבֿיר פֿון <בענד>, װאָס ער איז געװען מיט אונדז. איז אַרײַן אין <דרובאָנע>. Rosa Gulchin 858.088 860.346 נאָך דעם האָט ער באַקומען אַ, Rosa Gulchin 860.346 863.718 אַ אינ- אַ אינפֿעקציע אױף די פֿיס, מ'האָט אים אָפּגעשניטן. Rosa Gulchin 863.995 865.879 און <דאָס>, די ערשטע, Rosa Gulchin 865.952 870.648 uh, װען דער דײַטש איז געקומען, האָט געזאָגט, אַר- אַרױסנעמען די, די קינדער, Rosa Gulchin 870.648 871.717 די מענער, Rosa Gulchin 872.314 874.032 האָט מײַן מאַמע אים באַהאַלטן. Rosa Gulchin 874.032 877.045 זי האָט זיך אַרױפֿגעלײגט אױף אים. זי האָט אַרױפֿגעלײגט אַ, Rosa Gulchin 877.045 880.094 אַ קאָלדרע, אַ, אַ איבערבעט האָבן מיר נאָך געהאַט, Rosa Gulchin 880.094 882.443 װאָס מיר האָבן זי געשלעפּט דעם גאַנצן װעג. Rosa Gulchin 882.443 885.487 און UNK, און זי האָט זיך אַרױפֿגעלײגט און איך האָב מיך אַרױפֿגעלײגט. Rosa Gulchin 885.679 890.485 און װען דער עסעסאָװעץ האָט געזאָגט, "אַלע ד- אַלע ייִדן אַרױס, אַלע מענער, Rosa Gulchin 890.485 892.94 און טאָמער נישט, װעט זײַן שלעכט," Rosa Gulchin 892.94 893.96 האָט ער <ט-> Rosa Gulchin 893.96 897.913 איז געשטאַנען, דער דײַטש האָט געזען, סע ציטערט עפּעס אונטער דער, Rosa Gulchin 897.913 899.865 אונטער דער, eh, איבערבעט. Rosa Gulchin 900.428 903.442 האָט ער, איז ער אַלײן אַרױס. זאָגט ער, "דאָס בין איך." Rosa Gulchin 903.955 910.173 און דער שװעסטערקינד און דאָרטן די צען מענטשן פֿון אונדזער, האָט מען אַרױסגענעמען. Rosa Gulchin 910.452 912.431 בין איך נאָכגעלאָפֿן, װײַל, uh, Rosa Gulchin 912.431 914.191 בין נאָכגעלאָפֿן נאָך אים. Rosa Gulchin 915.075 920.216 און, eh, װ- און אים האָט מען אַרױסגענעמען אױף, אין הױף, אין אַ גרױסן הױף. Rosa Gulchin 921.859 928.755 װען ער האָט געשאָסן, האָב איך מיך אַראָפּגעװאָרפֿן. <eh, ד-> ס'ערשטע װאָס כ'האָב מיך אַרױ- װאָס איך האָב מיר גענעמען אין קאָפּ: Rosa Gulchin 928.755 931.286 װאָס <ס'װעט> נישט זײַן, זאָל איך מיך װאַרפֿן אױף דר'ערד. Rosa Gulchin 931.815 934.121 װען מ'האָט מיך ס'ערשטע מאָל געשלאָגן, Rosa Gulchin 934.498 935.842 פֿון דעם גאָלד, Rosa Gulchin 936.372 941.884 האָב איך מיך, uh, צעלײגט און <זאָל> מײנען אַז שױן, ס'איז, איך בין, ער זאָל מיך מער ניט שלאָגן. Rosa Gulchin 941.94 943.891 און דאָ האָב איך געװוּסט אַז איך... Rosa Gulchin 944.185 948.333 ער האָט געש- eh, איך האָב מיך זאָפֿאָרט אַראָפּגעװאָרפֿן אױף דר'ערד. ער האָט געשאָסן, Rosa Gulchin 948.333 950.181 זײ האָבן שױן נישט געהאַט קײן צײַט. Rosa Gulchin 950.181 952.349 זײ האָבן אױסגעשאָסן די, Rosa Gulchin 952.349 953.976 די ערשטע <ג->... Rosa Gulchin 954.023 957.949 איך מיט מײַנע אױגן האָב געזען װי מ'האָט געשאָסן די מענטשן, Rosa Gulchin 958.68 962.448 און די ערשטע <גע-> PULIs, די ערשטע KADURIM Rosa Gulchin 962.448 964.102 איז אַרײַן אין מײַן ברודער Rosa Gulchin 964.102 965.998 און ס'האָט אָפּגעריסן אַ האַלבן קאָפּ. Rosa Gulchin 966.021 970.048 דער האַלב- eh, מיט די געהירן איז אַװעק אַ האַלבן מעטער, נאָך מער. Rosa Gulchin 971.826 973.154 <און> איך האָב געװאַרט Rosa Gulchin 973.154 976.133 אַז זײ זאָלן אַװעקגײן, די דײַטשן. מ'האָט נישט געטאָרט. Rosa Gulchin 976.133 977.607 אין צװײטן טאָג Rosa Gulchin 977.8 981.273 האָב איך אַרױסגעק- <או- או- און דאַ-> האָט ער זיך אומגעקערט, Rosa Gulchin 981.58 986.603 און ער האָט געװאָלט, ער האָט שױן נישט געהאַט קײן צײַט אונדז צו שיסן, װײַל ער האָט געדאַרפֿט יעדן אױסשיסן. Rosa Gulchin 986.895 988.779 האָט ער גענעמען אַ גראַנאַטע Rosa Gulchin 988.87 990.925 און ער האָט אַרײַנגעװאָרפֿן... איז געװען Rosa Gulchin 990.925 992.036 די טיר, Rosa Gulchin 992.262 996.542 <װאָ-> eh, אַקעגן דעם פֿענצטער, און די גראַנאַטע איז אַרױס, Rosa Gulchin 996.733 1000.724 און, און אַ נס, ס'איז אַרױס אױף דער גאַס און מיר זענען געבליבן לעבן. Rosa Gulchin 1003.753 1008.1 eh, צישן די איז דאָ אַ סך מענטשן װאָס איך קען, װאָס זענען געבליבן לעבן, Rosa Gulchin 1008.546 1010.379 זענען דאָ, לעבן הײַנט, Rosa Gulchin 1011.533 1014.362 װאָס זײ זענען געבליבן לעבן. נישט אַ סך, Rosa Gulchin 1014.368 1018.723 נאָר ס'איז נאָך דאָ מענטשן װאָס זענען געבליבן לעבן. Rosa Gulchin 1019.92 1025.027 און אַז, אין צװײטן טאָג בין איך אַרױסגעגאַנגען, אַז מײַן מאַמע זאָל נישט זען Rosa Gulchin 1025.521 1027.598 דעם גרױסן אומגליק, דעם קאָפּ, Rosa Gulchin 1027.598 1029.56 אַ- ער איז נישטאָ <אין האַלבן>. Rosa Gulchin 1029.56 1031.253 האָב איך גענעמען אַ טיכל, Rosa Gulchin 1031.444 1034.138 איך האָב צונױפֿגענעמען די געהירן מיטן קאָפּ, Rosa Gulchin 1034.365 1036.062 איך האָב אים אײַנ-.... Rosa Gulchin 1036.93 1041.417 און די מאַמע האָט געשריגן, געװאָלט איך זאָל אים אַרײַננעמען; ער װעט װערן פֿאַרפֿרױרן. Rosa Gulchin 1043.055 1045.597 כ'האָב אים געמוזט אַרײַננעמען. איך האָב געבעטן מענטשן. Rosa Gulchin 1045.637 1047.166 זי װיל אים אָנװאַרעמען. Rosa Gulchin 1047.375 1050.426 נאָך דעם, װען די רוסישע זענען שױן אַרײַנגעקומען, Rosa Gulchin 1050.426 1052.499 דאָס איז שױן געװען נאָך דרײַ טעג. Rosa Gulchin 1053.045 1055.078 רוסישע זענען אַרײַנגעקומען, Rosa Gulchin 1056.866 1058.37 האָט אָנגעהױבן Rosa Gulchin 1058.37 1059.603 באָמבאַרדירן. Rosa Gulchin 1060.69 1063.738 ס'איז נאָך נישט געװען, ס'איז נאָך געװען מלחמה. Rosa Gulchin 1064.47 1066.421 װען איך, מ'האָט אַרױסגעטראָגן... Rosa Gulchin 1066.849 1069.981 מיר האָבן אַלײן אים, uh, באַגראָבן. Rosa Gulchin 1070.258 1071.689 מיר האָבן אים אַלײן. Rosa Gulchin 1071.689 1073.964 נאָך דרײַ טעג איז שױן געװען די רוסישע. Rosa Gulchin 1074.19 1077.626 האָבן מיר אים גענעמען מיט אַ לײטער. װאָס האָבן מיר געקענט טון? Rosa Gulchin 1078.003 1080.663 און װען מיר האָבן נאָר אַרױסגעטראָגן אים Rosa Gulchin 1080.687 1082.014 אױף דער לײטער, Rosa Gulchin 1082.83 1089.61 <האָ-> איז אָנגעלאָפֿן די, די, <eh, eh,> AVIRONIM, און ס'איז געװאָרן אַ באָמ- באָמ- מ-... Rosa Gulchin 1089.61 1091.368 דאָס איז געװען, uh, Rosa Gulchin 1091.368 1093.133 ס'איז נישט צו דערצײלן <אײַך>. Rosa Gulchin 1093.242 1094.993 נאָר מיר האָבן אים באַגראָבן. Rosa Gulchin 1094.993 1097.482 מיר האָבן דעם קוזין אױך באַגראָבן אין אײנעם. Rosa Gulchin 1097.482 1099.175 מיר האָבן געמאַכט אַ, Rosa Gulchin 1099.823 1102.255 אַ, בײדע ליגן זײ אין אײן גרוב. Rosa Gulchin 1102.708 1104.063 אױפֿן ייִדישן, Rosa Gulchin 1104.063 1106.924 אַזױ װי מיר זענען ייִדישע קינדער, האָבן מיר געװאָלט Rosa Gulchin 1106.924 1110.38 אַז זײ זאָלן װערן באַגראָבן אױפֿן Yishayahu Peri 1110.123 1112.028 ייִדישן בית־עולם. Rosa Gulchin 1111.146 1113.789 ייִדישן בית־עולם, װוּ זײ ליגן הײַנט. Rosa Gulchin 1114.588 1116.776 ס'איז <דור->, מיר האָבן געזען Rosa Gulchin 1116.782 1119.189 אַז מיר האָבן נישט, <און װאָס זאָלן מיר> טון דאָ? Rosa Gulchin 1119.853 1123.216 האָבן מיר זיך צונױפֿגענעמען עטלעכע מענטשן: Rosa Gulchin 1123.216 1126.833 איך מיט מײַן, eh, ב- ב- מיט מײַן מאַמע, Rosa Gulchin 1127.042 1130.228 אי- די טאַנטע מיט איר קוזי- מיט מײַן קוזין, Rosa Gulchin 1130.228 1132.543 און נאָך מענטשן װאָס זענען געגאַנגען, װאָס זענען נאָך, Rosa Gulchin 1132.543 1136.026 נאָך דאָ די קינדער פֿון זײ, נאָך <אַ> פּאָר מענטשן װאָס זענען דאָ. Rosa Gulchin 1136.026 1139.827 מ'איז אַרױסגעגאַנגען דעם ערשטן מײַ...דאָס װעל איך קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן... Rosa Gulchin 1140.171 1141.38 צו פֿוס, Rosa Gulchin 1141.875 1143.502 דאָרף צו דאָרף, Rosa Gulchin 1143.502 1149.058 שטעטל צו שטעטל. <װיפֿ- װ-> װוּ ס'איז געװען דער פֿראָנט, װוּ <ד-> ס'איז געװען דער... Rosa Gulchin 1149.385 1151.618 האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט ביז מע נעמט. Rosa Gulchin 1151.618 1154.694 מיר האָבן דאָך נישט געקענט, קײן טשערנאָװיץ האָבן מיר <נאָך> נישט געקענט גײן. Rosa Gulchin 1154.694 1156.807 קעשענעװ איז נאָך נישט געװען אָפּגענומען. Rosa Gulchin 1156.807 1159.439 <זענען> מיר געװױנט אַ ביסל UNK אין בעלץ. Rosa Gulchin 1159.439 1161.894 ס'איז געװען לײדיקע שטיבער, פֿלעגן מיר אַרײַנגײן. Rosa Gulchin 1161.894 1164.774 דאָ האָבן מיר שױן נישט מורא געהאַט, דאָ זענען מיר צוגעגאַנגען צום פֿעלד. Rosa Gulchin 1164.774 1167.477 מיר האָבן גענעמען אַ שטיקל, eh, ב- Rosa Gulchin 1167.477 1170.88 װאָס ס'איז געװען אױפֿן פֿעלד, זיסע בוריקעס, uh, דאָס... Rosa Gulchin 1170.88 1175.494 די גױים האָבן אַ ביסל געגעבן. דאָס איז שױן נישט געװען... Rosa Gulchin 1175.494 1177.885 נאָר מיר זענען געגאַנגען תּמיד הינטערן פֿראָנט. Rosa Gulchin 1177.885 1182.801 װוּ מ'האָט אָפּגענעמען, דאָרט, uh, זענען מיר, eh, זענען מיר געגאַנגען, ביז קײן טשערנאָװיץ. Rosa Gulchin 1182.814 1184.313 אין טשערנאָװיץ Rosa Gulchin 1184.313 1186.2 זענען מיר אָנגעקומען... Rosa Gulchin 1186.932 1190.472 איך קען נישט גע- געדענקען װיפֿל עס האָט געדױערט דער װעג, Rosa Gulchin 1190.472 1192.174 נאָר ס'האָט געדױערט אַ סך, Rosa Gulchin 1192.483 1193.889 װײַל, eh, Rosa Gulchin 1193.889 1196.176 uh, ס'איז נאָך נישט <קעשע-> מיר האָבן געדאַרפֿט גײן Rosa Gulchin 1196.176 1198.69 דורך בעלץ, דורך קעשענעװ, UNK האָבן מיר... Rosa Gulchin 1198.69 1202.617 איז אומעדום איז געװען די ב- האָבן מיר ד- זענען מיר געװען הינטער דער, eh, Rosa Gulchin 1202.617 1204.847 דאָרט האָט מען באָמבאַרדירט, דאָרט האָט מען געשלאָגן, Rosa Gulchin 1204.847 1206.891 נאָר מיר האָבן נישט געהאַט קײן אַנדערן װעג. מע האָט, Rosa Gulchin 1206.891 1209.489 מ'איז געגאַנגען. װאָס האָט מען געהאַט צו טראַכטן? Rosa Gulchin 1209.489 1211.727 מיר האָבן שױן נישט געטראַכט פֿון אונדזער לעבן. אַז מע, Rosa Gulchin 1211.727 1213.122 מיר האָבן געזען אַ שטוב, Rosa Gulchin 1213.122 1214.398 זענען מיר אַרײַנגעגאַנגען. Rosa Gulchin 1214.792 1216.828 מיר האָבן זיך אַװעקגע- Rosa Gulchin 1217.02 1220.375 uh, מ'איז געגאַנגען בעטן אַ שטיקל ברױט בײַ די גױים. Rosa Gulchin 1220.375 1222.692 מ- ס'אי- מיר האָבן שױן UNK. Rosa Gulchin 1222.692 1224.281 דאָס איז געװען אונדזער לעבן. Rosa Gulchin 1224.281 1225.569 און נאָך דעם, Rosa Gulchin 1225.828 1229.462 בין אָנגעקומען קײן טשערנאָװיץ, האָט מען אונדז נישט אַרײַנגעלאָזט קײן טשערנאָװיץ. Rosa Gulchin 1229.462 1231.538 מ'האָט געגעבן אַ באַפֿעל Rosa Gulchin 1231.538 1233.45 אַז מיר זענען פֿאַרלײַזיקט Rosa Gulchin 1233.743 1235.068 און מיט קראַנק. Rosa Gulchin 1235.068 1237.365 האָט מען אונדז נישט אַרײַנגעלאָזט אין טשערנאָװיץ. Rosa Gulchin 1237.894 1239.643 האָט מען אונדז אָפּגעהאַלטן Rosa Gulchin 1240.02 1241.229 בײַ דער בריק. Rosa Gulchin 1241.944 1245.222 <נו>, די, <מינ-> אין, eh, מיט, uh, זעק, eh, <קל- eh> Rosa Gulchin 1245.222 1250.156 UNK, eh, פֿאַר, מ'האָט אונדז געגעבן אַ קוק אָן, האָט מען אונדז נישט. נאָר מיר קינדער, איך מיט מײַן קוזין, Rosa Gulchin 1250.803 1255.353 ס- מײַן טאַנטע... ס'איז געװען אַ טאַנטע מײַנע, װאָס זי האָט זיך געפֿונען אין געטאָ; Rosa Gulchin 1255.444 1257.348 איר מאַן איז געװען Rosa Gulchin 1257.348 1258.796 אַ ספּעציאַליסט Rosa Gulchin 1259.055 1260.3 אינזשעניער, Rosa Gulchin 1260.3 1261.829 און איר אײדעם אױך. Rosa Gulchin 1261.829 1265.186 האָט מען אים געל- איז ער געבליבן אין געטאָ, און ער האָט געאַרבעט; Rosa Gulchin 1265.186 1269.022 זײ האָבן געדאַרפֿט אים האָבן. האָט ער געאַרבעט, נאָר ער איז געװען אין געטאָ. Rosa Gulchin 1269.99 1273.73 האָבן מיר געװוּסט אַז זײ געפֿ- אַז זײ זענען דאָרט, און קינדער. Rosa Gulchin 1273.99 1278.557 װוּ האָבן מיר נישט געװוּסט; מיר האָבן נאָר געװוּסט װוּ דאָס געטאָ איז. האָבן מיר אָנגעהױבן זוכן. Rosa Gulchin 1279.002 1284.761 האָבן מיר די מאַמע מיט, uh, מיט דער טאַנטע איבערגעלאָזט און מיר זענען געגאַנגען זוכן די, די, Rosa Gulchin 1284.761 1288.783 די, די שװעסטער פֿון דער מאַמע מיט דער משפּחה, די װאָס איז דאָ. Rosa Gulchin 1289.059 1294.892 זענען מיר, eh, מ- און מיר האָבן זײ געטראָפֿן. אַזױ האָבן מיר זײ געטראָפֿן? מיר האָבן געװוּסט אַז דער אָנקל Rosa Gulchin 1295.185 1301.649 איז אַ גרױסער, eh, מענטש אין דער פֿאַבריק און ז- אַ גוטער ספּעציאַליסט. ער איז געװען אַ גוטער, uh... Rosa Gulchin 1301.649 1305.636 זענען מיר אַרײַנגעגאַנגען אין דער פֿאַבריק. מיר האָבן, מיר זענען דאָך, געװוּסט װוּ ער <ג-> האָט געאַרבעט, Rosa Gulchin 1305.789 1309.152 אין דער ספּירט־, uh, ־פֿאַבריק, און ס'איז געװען נאָך אַ פֿאַבריק. Rosa Gulchin 1309.427 1315.597 און מיר האָבן געפֿרעגט, uh, די פֿאַמיליע. האָט מען... און ער איז זאָפֿאָרט <ס-> ער האָט געמײנט אַז מיר זענען שױן נישטאָ. Rosa Gulchin 1317.072 1321.959 און, uh, האָט ער, uh, געזאָגט, האָט ער אונדז דערזען, Rosa Gulchin 1322.455 1325.132 און ער האָט געזאָגט, "װײסט װאָס, <צ-> איר גײט דורך Rosa Gulchin 1325.205 1327.395 און איכ'ל מאַכן שױן פּאַפּירן, Rosa Gulchin 1327.395 1330.551 אַז איך זאָל קענען די מאַמע, צוקומען צו דער מאַמע, Rosa Gulchin 1330.551 1333.317 <איך> זאָל קענען די מאַמע צונעמען <מי->", Rosa Gulchin 1333.317 1335.866 <װײַל> מ'האָט נישט געטאָרט אַרײַנגײן אין דער שטאָט. Rosa Gulchin 1336.309 1339.88 און מיר זענען דערװײַל <ג-> גע- שױן געהאַט דען אַדרעס פֿון דער מומע, Rosa Gulchin 1340.376 1342.968 און מיר זענען געקומען ט- אַרײַן Rosa Gulchin 1342.975 1346.06 צו איר. מיר האָבן זי געטראָפֿן, און זי האָט אונדז דערזען, Rosa Gulchin 1346.06 1347.88 איז געװאָרן גרױסע געװאַלדן, Rosa Gulchin 1348.054 1350.438 װײַל זי האָט געװוּסט, מיר זענען, קײנער איז נישטאָ. Rosa Gulchin 1350.438 1357.7 און דאָ האָט זי געװוּסט אַז צװײ קינדער איז געקומען, איז שױן נישטאָ די שװעסטערן אױך נישט, קײנער, נאָר מיר זענען געבליבן. Rosa Gulchin 1357.926 1362.395 זי האָט געחלשט אױפֿן פּלאַץ. נאָך דעם האָט דער אָנקל אָנגעקלונגען מיט דעם אָ, Rosa Gulchin 1362.395 1363.947 אַז דעם, די, Rosa Gulchin 1363.947 1367.378 ער קומט באַלד מיט, uh, דער מאַמע און מיט דער טאַנטע. Rosa Gulchin 1368.338 1371.386 און מיר האָבן זיך אומגעק- דאָס איז שױן געװען... Rosa Gulchin 1371.966 1374.66 מיר, eh, די שטיבער איז געװען לײדיקע. Rosa Gulchin 1374.936 1378.457 דאָרט װוּ מיר האָבן געװױנט האָבן מיר שױן נישט געקענט, uh, װױנען. Rosa Gulchin 1378.986 1384.447 האָבן מיר זיך, uh, אַראַנזשירט, uh, אין אַ שטוב <ט-> אַ לײדיקן אַרײַנגעגאַנגען, דאָס איז געװען. Rosa Gulchin 1385.668 1388.618 מײַן מאַמע איז נישט געװען שױן קײן מענטש. Rosa Gulchin 1388.618 1390.404 איך בין געבליבן אַ קינד. Rosa Gulchin 1390.579 1392.069 האָב געדאַרפֿט זײַן Rosa Gulchin 1392.069 1393.559 אי ברױט־געבער Rosa Gulchin 1393.988 1396.583 אי, uh, Rosa Gulchin 1396.583 1398.218 אַלעס בין איך געװען. Rosa Gulchin 1399.05 1402.943 כ'האָב געדאַרפֿט די מאַמע האָדעװען און אַלעס, איך מיט... Rosa Gulchin 1402.943 1404.748 דאָס בין איך געװען מיט דער מאַמע. Rosa Gulchin 1405.446 1409.625 נאָר איך בין נישט געװען פֿאַרשלאָפֿן. איך בין תּמיד געװען אַ טיכטיק קינד. Rosa Gulchin 1410.34 1414.249 און, eh, איך בין, און איך האָב גע- ס'האָט מיך געטראָגן דער קאָפּ. Rosa Gulchin 1414.575 1416.002 פֿלעג איך, <כ'האָב דאָך> Rosa Gulchin 1416.002 1417.753 געװאָלט שטאַרק לערנען, Rosa Gulchin 1417.753 1420.442 װײַל מיר זענען געװען פֿון אַ שטוב... Rosa Gulchin 1420.937 1425.15 האָב איך געזאָגט, איכ'ל גײן אױף דער נאַכט לערנען, און בײַ טאָג Rosa Gulchin 1425.493 1428.44 װעל איך אַלעס טון, אַז איך זאָל האַלטן מײַן מאַמע. Rosa Gulchin 1429.138 1431.528 האָב איך מיך ס'ערשטע אַראַנזשירט, Rosa Gulchin 1431.805 1435.202 בײַ צװײ בעלי־בתּים בין איך אַרײַנגעגאַנגען. ס'איז געװען אין אַ, Rosa Gulchin 1435.202 1437.244 אַ מאַגאַזין פֿון, Rosa Gulchin 1437.244 1438.231 פֿון עסן. Rosa Gulchin 1438.231 1440.366 דאָס האָט עס געהײסן, אַזױ װי אַ, Rosa Gulchin 1440.366 1443.454 eh, SUPER, ABER אַ קלײנער SUPER. Rosa Gulchin 1444.545 1447.692 בין איך אַרײַנגעגאַנגען. כ'האָב מיר געבעטן אױף אַרבעט. Rosa Gulchin 1448.106 1452.47 זאָגט ער, "נו, פּרובי- שטעל זיך אַװעק, װעלן מיר זען אױב דו קענסט אַרבעטן." Rosa Gulchin 1452.51 1454.313 איז ער האָט גע- זאָפֿאָרט געזען... Rosa Gulchin 1454.313 1458.242 בײַ אונדז איז דאָך געװען אַ קלײט און אַלדינגס און איך בין געװען... Rosa Gulchin 1458.366 1460.658 זאָגט ער, "בלײַבסט בײַ מיר אַרבעטן." Rosa Gulchin 1460.88 1463.64 זאָג איך, "ABER ס'װעט מיר נישט זײַן גענוג דער, Rosa Gulchin 1463.64 1466.724 דער לױן װאָס איכ'ל באַקומען. איך האָב אַ מאַמע, Rosa Gulchin 1466.724 1468.141 װאָס <װעט>, eh, װאָס... Rosa Gulchin 1468.141 1470.892 פֿאַר מיר װי פֿאַר מיר, ABER איך דאַרף האָבן די מאַמע. Rosa Gulchin 1470.892 1473.659 כ'האָב נישט קײן שיך. כ'האָב נישט קײן קלײד. Rosa Gulchin 1473.659 1476.466 כ'האָב גאָרנישט און איך דאַרף אָנטון אי די מאַמע אי מיך." Rosa Gulchin 1477.924 1479.836 זאָגט ער, "װײס װאָס? Rosa Gulchin 1479.836 1482.681 איכ'ל דיר געבן אַ פּאָר מענטש- eh, פּאָר שטיבער, Rosa Gulchin 1482.681 1484.941 בײַ מײַן פֿרױ, בײַ נאָך עמעצער, Rosa Gulchin 1484.941 1487.756 װעסטו װאַשן װעש, װעסטו פּרעסן, Rosa Gulchin 1487.762 1489.936 װעסטו טון די זאַכן אױכעט." Rosa Gulchin 1490.074 1492.025 בין איך אױך מסכּים געװען. Rosa Gulchin 1492.032 1494.489 פֿלעג איך װאַשן דאָרטן, מיט די הענט. Rosa Gulchin 1495.221 1499.366 און, eh, זי האָט מיר געגעבן עסן. זאָג איך, "איר װײסט װאָס? <איר װעט מיר געבן> Rosa Gulchin 1499.878 1504.33 uh, װײניקער אַ ביסל, און לאָזט מיר דאָס ביסל; איך דאַרף טראָגן מײַן מאַמע עסן." Rosa Gulchin 1504.33 1506.322 אין צײַט פֿלעג איך אַנטלױפֿן Rosa Gulchin 1506.322 1508.04 און געבן מײַן מאַמע דאָס עסן. Rosa Gulchin 1508.991 1511.044 און אױף דער נאַכט פֿלעג איך גײן לערנען. Rosa Gulchin 1511.657 1516.156 איך, uh, מײַן מאַמע האָט, אין פֿערציקסטן יאָר, האָב איך אײַך פֿאַרגעסן צו זאָגן, Rosa Gulchin 1516.416 1518.536 אַז מיר זענען געקומען אַהין צו, Rosa Gulchin 1518.964 1520.732 האָט די מאַמע שטאַרק געװאָלט, Rosa Gulchin 1520.732 1522.889 איך זאָל גײן אין אַ ייִדישער שול. Rosa Gulchin 1523.892 1528.343 און אין ק- און אין פֿערציקסטן יאָר, ביז צון אַכט און פֿערציקסטן יאָר, Rosa Gulchin 1528.343 1534.634 איז נאָך געװען אין רוסלאַנד ייִדישע קולטור, ייִדישע... Rosa Gulchin 1535.957 1537.351 בין איך געגאַנגען, Rosa Gulchin 1537.763 1542.448 ביז צו דער מלחמה, ביז צו געטאָ און אַלעס, בין איך געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול. Rosa Gulchin 1543.18 1544.999 און אַז איך בין צוריקגעקומען, Rosa Gulchin 1544.999 1548.928 האָב איך געװאָלט װידער דאָס ייִדישע, אַז ס'איז דאָ אַ ייִדישע שול, Rosa Gulchin 1549.12 1551.274 האָב איך געענדיקט די ייִדישע שול. Rosa Gulchin 1551.955 1554.936 און בײַ אונדז, נאָך, uh, אַכט קלאַסן, Rosa Gulchin 1555.971 1558.467 האָב איך געקענט, uh, װײַטער לערנען. Rosa Gulchin 1558.467 1561.078 דאָס איז געװען אױך, דעמלס אין יענע צײַטן. Rosa Gulchin 1562.181 1564.0 און איך בין געגאַנגען Rosa Gulchin 1564.0 1564.993 אַרבעטן Rosa Gulchin 1565.893 1570.302 אין אַ, uh, TRI- T- TRIKOTAZHNYY TRINAKO פֿאַבריק, Rosa Gulchin 1571.074 1574.928 װוּ איך ז- װוּ איך האָב געלערנט אי געאַרבעט. Rosa Gulchin 1575.073 1577.072 געלערנט און געאַרבעט. Rosa Gulchin 1577.47 1579.877 דאָס האָב איך שױן געהאַט אי פּראַקטיקע Rosa Gulchin 1580.068 1581.091 אי... Rosa Gulchin 1581.199 1583.507 נאָך דעם האָב איך באַקומען Rosa Gulchin 1583.507 1585.338 אַ, מײַן אַרבעט. Rosa Gulchin 1585.338 1586.644 איך בין געװען, Rosa Gulchin 1587.493 1591.798 אױף רוסיש האָט דאָס געהײסן NACHAL'NIK <UNK>KA, Rosa Gulchin 1591.881 1594.136 eh, MENAHELET BIKORET. Rosa Gulchin 1594.291 1597.21 האָב איך באַקומען טעכנאָלאָג, <איך בין, eh,> Rosa Gulchin 1597.21 1598.56 MENAHEL BIKORET Rosa Gulchin 1598.56 1600.177 פֿון דרײַ הונדערט מענטשן. Rosa Gulchin 1602.107 1605.094 און כ'האָב געאַרבעט, uh, יאָ, Rosa Gulchin 1605.094 1606.775 דאָס איז, eh, Rosa Gulchin 1607.322 1610.117 דאָס מײ- מײַנע מײדלשע יאָרן Rosa Gulchin 1610.798 1614.101 האָב איך געענדיקט און איך האָב מיך באַגעגנט... Rosa Gulchin 1614.101 1618.571 uh, איך, <oh>... מײַן מאַמע האָב איך שױן אַ ביסל געשטעלט אױף די פֿיס. Rosa Gulchin 1618.78 1620.346 כ'האָב זי אָנגעטון. Rosa Gulchin 1620.346 1623.499 כ'האָב ס'ערשטע זי אָנגעטון און נאָך דעם מיך. Rosa Gulchin 1623.724 1631.143 מ- מיר, eh, האָבן שױן געקױ- eh, מיר האָבן שױן געהאַט אַ ביסל זאַכן, אַ דאַנק מיר, װאָס איך האָב געדאַרפֿט אַלעס, uh... Rosa Gulchin 1632.178 1635.682 האָב איך זי געשטעלט אַ ביסל אױף די פֿיס Rosa Gulchin 1635.84 1640.216 און זי האָט אָפּ- ז- און איך האָב זי אַראַנזשירט, װײַל זי איז געװען זײער אַ פֿעיִקע. Rosa Gulchin 1640.216 1641.866 האָט זי געאַרבעט Rosa Gulchin 1641.866 1643.211 אַ ק- uh, Rosa Gulchin 1643.211 1646.178 UNK MENAHELET, eh, Rosa Gulchin 1646.438 1647.664 אַ קיך. Rosa Gulchin 1647.923 1650.026 נאָר נישט אַ סתּם אַ קיך, Rosa Gulchin 1651.399 1652.729 פֿון די HANHALA. Rosa Gulchin 1652.729 1654.369 פֿון די גר<UNK>. Rosa Gulchin 1654.943 1658.48 און דאָרטן האָט זי אָפּגעאַרבעט Rosa Gulchin 1659.33 1660.691 נישט לאַנג, Rosa Gulchin 1662.739 1666.901 און זי האָט נישט געקענט, uh, מערער אַרבעטן, Rosa Gulchin 1667.903 1671.658 און... האָב איך, uh, געװאָלט זי זאָל חתונה האָבן, Rosa Gulchin 1672.003 1673.072 װײַל Rosa Gulchin 1673.072 1675.39 זי איז געװען עטלעכע און דרײַסיק יאָר. Rosa Gulchin 1676.037 1680.3 אַז כ'האָב זי שױן געשטעלט אױפֿן װעג, האָב איך געזאָגט, זי זאָל חתונה האָבן, Rosa Gulchin 1680.424 1681.936 װײַל איך, Rosa Gulchin 1683.04 1685.869 UNK איך בין שױן אױך געװאָרן אַ... Rosa Gulchin 1686.33 1688.771 האָב איך גענ- האָב איך געטראַכט אַזױ. Rosa Gulchin 1688.946 1696.449 איך װיל זי זען פֿאַר אַ בעל־הביתטע. אַז זי װעט זײַן אַ בעל־הביתטע, װעל איך, נאָך דעם קען איך חתונה האָבן. און פֿאַר װאָס דאַרף זי בײַ עטלעכע און דרײַסיק יאָר Rosa Gulchin 1696.472 1704.11 נישט זײַן... אַ שײנע פֿרױ, אַ גע- אַ געלערנטע, אַ געבילדעטע פֿרױ. כ'האָב געלעבט פֿאַר איר, אַז זי זאָל... Rosa Gulchin 1704.572 1706.608 V OBSHCHEM זי האָט חתונה געהאַט. Rosa Gulchin 1706.867 1709.392 זי האָט חתונה געהאַט, ABER איך Rosa Gulchin 1709.82 1711.602 בין מיר געװען מאַ- אַלײן. Rosa Gulchin 1712.554 1716.091 װאָס הײסט אַלײן? כ'בין געװען אין שטוב, ABER Rosa Gulchin 1716.25 1718.068 איך האָב געפֿירט Rosa Gulchin 1718.173 1720.951 <אַ ס- uh, ATS-> ATSMAI<T> לעבן. Rosa Gulchin 1721.025 1723.274 איך בין צו קײנעם נישט אָנגעקומען. Rosa Gulchin 1723.274 1724.849 איך האָב פֿאַרדינט. Rosa Gulchin 1725.042 1726.931 איך בין געװען... Rosa Gulchin 1727.202 1732.978 און בין געגאַנגען... די מײדלעך האָבן מיך גערופֿן, "קום אַ ביסל שפּאַצירן." ס'איז מיר נישט געװען אין קאָפּ. Rosa Gulchin 1732.978 1736.462 און בין אַרױסגעגאַנגען אײן מאָל פֿון דער שטוב, Rosa Gulchin 1736.462 1743.727 און זײ האָבן מיך פֿאַרנעמען אױף, uh, "קום, דאָרט איז דאָ אַ ייִדישע קאָמפּאַניע. פֿאַר װאָס דאַרפֿסטו זײַן אַזױ אָ?" Rosa Gulchin 1743.727 1746.532 און דאָס ערשטע מאָל װאָס איך בין אַרױסגעגאַנגען, Rosa Gulchin 1746.532 1748.228 האָב איך באַגעגנט מײַן מאַן.