Rhoda Daum-Kenner 27.428 34.244 DECEMBER SIXTH, NINETEEN NINETY FIVE. INTERVIEWEE: SURVIVOR ARIE GILINSKI. Rhoda Daum-Kenner 34.244 43.044 MY NAME IS RHODA DAUM-KENNER. THIS INTERVIEW IS BEING CONDUCTED IN YIDDISH, AND IT'S TAKING PLACE IN BROOKLYN, NEW YORK, UNITED STATES OF AMERICA. Rhoda Daum-Kenner 43.044 48.944 DECEMBER SIXTH, NINETEEN NINETY FIVE, SURVIVOR ARIE GILINSKI. Rhoda Daum-Kenner 49.044 57.244 MY NAME IS RHODA DAUM-KENNER. WE'RE GOING TO BE CONDUCTING THIS INTERVIEW IN YIDDISH, AND IT'S TAKING PLACE IN BROOKLYN, NEW YORK, IN THE UNITED STATES OF AMERICA. Rhoda Daum-Kenner 58.444 63.344 איך בין זײער צופֿרידן צו רעדן מיט דיר הײַנט. Arie Gilinski 63.45 65.25 אַ דאַנק. Rhoda Daum-Kenner 64.85 67.35 זאָג מיר דײַן נאָמען. Arie Gilinski 68.044 72.197 איך הײס אַריה גילינסקי. Arie Gilinski 72.197 75.7 אין דער הײם האָב איך געהײסן לײב גילינסקי. Rhoda Daum-Kenner 76.05 78.2 װען האָסטו געבאָרן? Arie Gilinski 78.944 82.944 אין ס- זיבעטן מאָנאַט Arie Gilinski 82.944 86.61 eh eh פֿופֿצן טעג אין זיבעטן מאָנאַט. Arie Gilinski 86.624 88.531 נײַנצן פֿופֿצן. Rhoda Daum-Kenner 88.55 90.15 AND װוּ? Arie Gilinski 90.0 91.35 אין װילנע. Rhoda Daum-Kenner 91.25 92.4 װילנע? Arie Gilinski 92.205 94.1 װילנע, יאָ. Rhoda Daum-Kenner 92.4 94.45 װילנע האָט געװען... Arie Gilinski 94.35 95.571 רוסלאַנד דאַמאָלסט. Rhoda Daum-Kenner 95.05 96.164 דעם צײַט... Arie Gilinski 96.177 98.446 אין דער צײַט, אין נײַנצן פֿופֿצן, איז געװען רוסלאַנד. Rhoda Daum-Kenner 98.604 104.8 דו uh קענסט מיר ד- זאָגן uh דײַן uhm טאַטעס נאָמען ערשט? Arie Gilinski 104.75 106.15 יע, DAVID. Rhoda Daum-Kenner 106.75 107.94 DAVID? Arie Gilinski 107.95 108.91 גילינסקי Rhoda Daum-Kenner 108.668 109.455 גילינסקי? Arie Gilinski 109.266 109.926 YES. Rhoda Daum-Kenner 109.941 112.1 AND דײַן מוטער? Arie Gilinski 111.844 113.2 לאה. Arie Gilinski 113.45 117.75 גילינסקי, װען זי האָט געהײראַט. פֿאַר דעם האָט זי געהײסן לאה שאַפּיראַ. Arie Gilinski 117.85 119.55 דעם מײדלשן נאָמען. Rhoda Daum-Kenner 119.644 123.61 AND uh זאָג מיר, ה- דו האָסט ברידערן OR שװעסטער? Arie Gilinski 123.639 126.1 כ'האָב געהאַט. צום באַדױערן האָב איך געהאַט. Arie Gilinski 126.6 129.4 כ'האָב געהאַט אײן ברודער און דרײַ שװעסטער. Rhoda Daum-Kenner 129.427 132.552 די נאָמען פֿון אַלע? אַז דו קענסט. Arie Gilinski 131.479 132.597 YAKOV, Rhoda Daum-Kenner 132.773 133.744 YAKOV? Arie Gilinski 133.55 134.65 יאָ, יאַנקל. Rhoda Daum-Kenner 134.816 136.009 די עלטסטע? Arie Gilinski 135.939 137.47 דער עלטסטער, יאָ, יאַנקל. Arie Gilinski 138.139 142.434 נאָך דעם איז געװען eh נאָך דעם איז חנה. Arie Gilinski 142.992 146.816 נאָך דעם איז געװען NECHAMA און נאָך דעם איז געװען SARAH. Rhoda Daum-Kenner 148.286 151.838 װאָס האָט פּאַסירט צו דײַן משפּחה? Arie Gilinski 150.492 151.845 דער עלטערער Arie Gilinski 151.896 156.081 דער עלטערער ברודער איז אומגעקומען אין דײַטשלאַנד, אָבער איך װײס ניט װוּ. Arie Gilinski 156.531 162.081 צװײ שװעסטער מיט די מאַמען זײַנען אומגעקומען אין פּאָנאַר, אין װילנע, Arie Gilinski 163.631 166.531 אין נײַנצן צװײ און פֿערציק. Arie Gilinski 168.231 173.181 די ייִנגסטע שװעסטער איז אומגעקומען אין STUTTHOF Arie Gilinski 174.931 176.881 דרײַ טעג פֿאַר דער באַפֿרײַונג. Arie Gilinski 178.581 184.331 דאַ- די מאַמע איז אױך אומגעקומען אין פּאָנאַר. דער טאַטע איז אומגעקומען אין קלאָגע, Arie Gilinski 184.431 186.431 דאָס איז לעטלאַנד, Arie Gilinski 187.631 189.381 אין אַ לאַגער Arie Gilinski 189.381 197.931 װוּ מע האָט גע- מ'האָט זײ, מ'האָט גענומען מענטשן, מ'האָט אַװעקגעפֿירט אין װאַלד און געהײסן אָנהאַקן האָלץ. Arie Gilinski 198.431 201.581 אַז די מענטשן האָבן אָנגעהאַקט די האָלץ האָט מען זײ געשאָסן. Rhoda Daum-Kenner 201.587 202.361 אַלע? Arie Gilinski 202.381 208.431 יאָ. נאָך דעם האָט מען גענומען די איבעריקע מענטשן, און יעדער אײנעם האָט מען געהײסן נעמען אַ קלאָץ Arie Gilinski 208.431 210.281 און קומען צוריק Arie Gilinski 210.281 213.681 און זיך לײגן אױף זײַן קלאָץ װאָס ער האָט געבראַכט. Arie Gilinski 213.681 216.231 און זײ האָבן געשאָסן אין קאָפּ. Arie Gilinski 217.031 222.581 זײ האָבן אַלע מענטשן אַזױ אױסגעלײגט ביז װאַנעט עס האָט זיך געבילדעט אַ שײַטער־הױפֿן. Arie Gilinski 222.581 225.081 און זײ האָבן אונטערגעצונדן די מענטשן. Arie Gilinski 225.081 228.181 טײל זײַנען שױן געװען טױט און טײל זײַנען נאָך געװען לעבעדיק. Arie Gilinski 228.181 231.031 און זײ האָבן פֿאַרברענט די מענטשן אַזױ אױפֿן שײַטער־הױפֿן. Rhoda Daum-Kenner 231.61 233.71 איך װיל װיסן Rhoda Daum-Kenner 233.71 235.86 uhm, װעגן דײַן uh, Rhoda Daum-Kenner 235.96 240.06 אַז דו האָט געװען אַ קינד, זאָג מיר, אין דער הײם. Rhoda Daum-Kenner 240.16 243.31 RELIGIOUS? זײער RELIGIOUS? נישט אַזױ? Arie Gilinski 243.31 248.96 די מוטער איז געװען זײער religIOUS, װײַלע זי האָט געשטאַמט פֿון זײער אַ רעליגיעזער פֿאַמיליע. דער פֿאָטער איז ניט געװען אַזױ. Rhoda Daum-Kenner 248.965 251.322 ד- ד- די מוטער האָט אַ שײטל געװאָרן? Arie Gilinski 250.467 251.982 NO NO NO, ניט קײן שײטל. Rhoda Daum-Kenner 251.628 252.521 נישט אַ שײטל. Arie Gilinski 251.982 255.547 זי איז געװען רעליגיעז אָבער אָן אַ שײטל גע-, ניט פֿאַנאַטיש רעליגיעז. Arie Gilinski 256.047 259.015 און דער פֿאָטער ניט אַזױ, אָבער מיר האָבן געפֿירט אַ, Arie Gilinski 259.015 264.0 מיר האָבן געפֿירט אַ װירטשאַפֿט װאָס איז געװען פֿלײשיק באַזונדער, מילכיק באַזונדער. Arie Gilinski 264.0 265.741 אָפּגעהיט שבת אָפּגעהיט, Arie Gilinski 265.741 267.757 אַזױ װי ס'האָט זיך אַ מאָל געפֿירט זיך. Rhoda Daum-Kenner 267.51 268.562 פּסח? Arie Gilinski 268.41 272.96 oh! פּסח איז געװען אױסגעראַמט די שטוב, אַלץ פּסחדיק געמאַכט, רײן. Rhoda Daum-Kenner 272.91 274.51 AND שבת? Rhoda Daum-Kenner 274.51 275.692 אַלע שבת? Arie Gilinski 275.505 276.856 שבת, געהיט שבת. Rhoda Daum-Kenner 276.948 281.01 זאָג מיר װאָס האָט געװען שבת אין דײַן הײ- דײַן הײם. Arie Gilinski 280.86 284.91 שבת איז געװען אַזױ: פֿרײַטיק פֿאַר נאַכט, די מאַמע געבענטשט ליכט. Arie Gilinski 285.51 286.763 און דער טאַטע... Rhoda Daum-Kenner 286.092 288.235 מיט דײַן שװעסטער אָדער אַלײן? Arie Gilinski 287.623 289.807 מיט אַלע ק-, אַלע קינדער האָבן געמוזט זײַן צוזאַמען. Rhoda Daum-Kenner 289.869 290.615 אַלע קינדער. Arie Gilinski 290.39 293.646 אַלע קינדער צוזאַמען זיצן בײַן טיש. קײנער האָט ניט געטאָרט פֿעלן. Arie Gilinski 294.06 299.01 און מע האָט געגעסן, פֿרײַטיק צו נאַכט האָט מען געגעסן, מ'האָט גע- אָפּגעגעסן Arie Gilinski 299.01 303.586 און געמאַכט קידוש, געטרונקען װײַן, און נאָך דעם געזונגען זמירות. Arie Gilinski 303.586 305.341 אַזױ װי סע האָט זיך געפֿירט בײַ ייִדן. Rhoda Daum-Kenner 303.8 305.319 חלה? מיט חלה? Arie Gilinski 305.51 306.256 װאָס הײסט? Rhoda Daum-Kenner 306.225 307.86 מיט מיר חלה? Arie Gilinski 307.41 311.01 מיט חלה, זיכער, געפֿלאָכטענע חלה. װאָס פֿאַר אַ פֿראַגע! Rhoda Daum-Kenner 308.292 308.779 חלה? Rhoda Daum-Kenner 309.408 310.025 יאָ. Arie Gilinski 311.01 314.61 אַ חלה. אַזױ װי סע פֿירט זיך בײַ ייִדן, מיט װײַן, מיט אַלציקעדינג צוזאַמען. Rhoda Daum-Kenner 314.71 318.725 װי eh דו האָסט געגאַנגען אין אין אַ חדר? Arie Gilinski 318.646 321.596 יאָ, ניט קײן חדר, דאָס איז געװען אַזאַ Rhoda Daum-Kenner 318.725 319.888 אַז געװען אַ קינד? Arie Gilinski 321.596 323.231 רעליגיעזע שול. Arie Gilinski 323.231 324.731 דאָס האָט געהײסן Arie Gilinski 324.731 327.731 BEYT ULPANA YAVNE, אַזױ האָט זי געהײסן. Arie Gilinski 327.731 329.731 פֿינף יאָר האָב איך דאָרטן געלערנט. Arie Gilinski 330.581 334.831 און פֿון דאָרטן בין איך אָנגעקומען אין אַ ייִ- אין אַ העברעיִשע שול Arie Gilinski 334.831 338.331 װאָס זי האָט געהײסן BEYT ספֿר עממי על שם עפּשטײן. Arie Gilinski 338.8 341.341 אַז איך האָב געענדיקט די שולע בין איך אַרײַן אין גימנאַזיע. Rhoda Daum-Kenner 341.346 342.143 װיפֿל יאָר? Arie Gilinski 342.4 343.767 איך האָב eh, Arie Gilinski 343.767 346.038 איך האָב געלערנט זעקס יאָר, האָב איך געלערנט. Rhoda Daum-Kenner 345.866 347.155 אין גאַנצן זעקס יאָר? Arie Gilinski 346.755 351.3 NO, נאָך דעם בין איך אַריבער אין גימנאַזיע, האָב געלערנט נאָך דרײַ, נײַן יאָר האָב איך געלערנט צוזאַמען. Arie Gilinski 351.3 359.95 אָבער אַזױ װי מײַן פֿאָטער האָט מיר געדאַרפֿט eh האָט גע- סע סע האָט גענױטיקט אין מײַן הילף, האָב איך איבערגעריסן דעם לערנען און בין געגאַנגען העלפֿן דעם פֿאָטער אין דער אַרבעט. Rhoda Daum-Kenner 359.8 362.069 יאָ, eh װי אַלט eh ביסטו? Arie Gilinski 362.151 363.1 יעצט? Arie Gilinski 363.4 365.5 יעצט בין איך Arie Gilinski 365.5 366.664 איבער אַכציק. Rhoda Daum-Kenner 366.691 367.35 איבער. Arie Gilinski 367.373 368.144 אַ דאַנק גאָט. Rhoda Daum-Kenner 368.15 371.2 דאַנקען גאָט איז אמת. uhm Rhoda Daum-Kenner 371.35 374.95 uh אין דער הײם, דו האָסט געװוּסט אַז דו ביסט אַ ייִד? Arie Gilinski 374.9 376.15 oh, יאָ! Rhoda Daum-Kenner 375.863 376.312 יאָ. Rhoda Daum-Kenner 376.312 379.608 האָסט געגאַנגען אין שול אַרײַן מיט eh מיט דײַן uh... Arie Gilinski 376.574 377.257 זיכער! Arie Gilinski 378.972 381.404 שבת פֿלעגן מיר גײן אין שול מיטן טאַטן. Rhoda Daum-Kenner 381.672 382.483 נאָר... Arie Gilinski 381.697 382.559 שבת. Arie Gilinski 382.559 385.9 שבת, נאָר שבת. Rhoda Daum-Kenner 383.85 386.362 יאָסל, דו AND די AND די... Arie Gilinski 386.15 388.428 דאַג- אי- דאַ- נאָר, די מײדלעך ניט. Rhoda Daum-Kenner 388.45 388.991 נ- נ- Arie Gilinski 389.051 392.4 נאָר נײן, נ- נאָר דעם, זין, דער דער עלטערער ברודער. Rhoda Daum-Kenner 389.385 390.453 נאָר די, נאָר... Arie Gilinski 392.45 393.807 דער ייִנגערער ברודער הײסט עס. Rhoda Daum-Kenner 394.092 395.116 AND נישט די מײדלעך. Arie Gilinski 395.25 396.931 מײדלעך ניט. די מײד-... Rhoda Daum-Kenner 395.989 397.654 אָ- אױף יאָנט- יום־טובֿים? Arie Gilinski 397.191 401.191 יום־טובֿים יאָ. יום־טובֿים איז די גאַנצע פֿאַמיליע געגאַנגען אין שול אַרײַן. יום־טובֿים יאָ. Rhoda Daum-Kenner 398.777 399.283 אַלע? Rhoda Daum-Kenner 401.232 406.85 אין דער הײם האָסטו ה- eh װי, זאָג מיר װעגן װילנע. Arie Gilinski 407.66 409.938 װילנע איז אַ שטאָט װעלכע ייִדן Arie Gilinski 409.938 412.71 ז- האָבן געלעבט אין איר פֿינף הונדערט יאָר. Arie Gilinski 413.66 417.96 און די באַציִונג פֿון די באַפֿעלקערונג איז געװען ניט קײן שלעכטע. Arie Gilinski 418.06 422.11 פֿאַר װאָס? ס'איז געװען אַ גרױסע צאָל ייִדן געװען און די, Arie Gilinski 422.41 425.51 אַ סך אײַנװױנער האָבן געאַרבעט בײַ די ייִדן. Arie Gilinski 425.96 427.91 װאָס האָט זיך נישט שלעכט באַצױגן. Arie Gilinski 427.91 429.26 ביז װאַן? Arie Gilinski 429.26 432.06 ביזן נײַן און דרײַסיקסטן יאָר, Arie Gilinski 432.325 437.175 האָט זיך אָנגעהױבן די מילכאָ-, פֿאַרן נײַן און דרײַסיקסטן יאָר איז געקומען RYDZ-ŚMIGŁY צו דער מאַכט, אַ גענעראַל. Arie Gilinski 437.175 439.725 דאַמאָלסט האָט זיך אָנגעהױבן דער אַנטיסעמיטיזם. Arie Gilinski 439.725 442.575 אָבער אַ, ביז דאַן, װען PIŁSUDSKI האָט געלעבט... Rhoda Daum-Kenner 442.479 443.242 גאָרנישט? Arie Gilinski 443.475 445.375 איז געװען זײער גוט פֿאַר ייִדן. Rhoda Daum-Kenner 445.325 450.375 AND זאָג מיר, װאָס האָסט- uh װאָ- װאָס פֿאַר אַ אַרבעט האָסט דײַן טאַטע געטון? Arie Gilinski 449.525 453.4 uh ער האָט געהאַט אַ MOVING OFFICE. Rhoda Daum-Kenner 453.325 454.925 זאָג מיר װאָס איז דאָס. Arie Gilinski 454.525 458.156 eh עקספּעדיציע, נאָר איך װײס ניט װי דאָס צו זאָגן, װי אַז-, אַ MOVING OFFICE, װאָס האָט Arie Gilinski 458.156 461.875 פֿיר- אַריבערגעפֿירט, טראַנספּאָרטירט סחורה פֿון אײן פּלאַץ אױפֿן צװײטן פּלאַץ. Rhoda Daum-Kenner 462.575 464.125 עטלעכע יאָר? Arie Gilinski 464.175 467.075 eh ביזן נײַן און דרײַסיקסטן יאָר. Rhoda Daum-Kenner 466.375 470.075 AND ד- דײַן משפּחה האָט געװען אין װילנע? Arie Gilinski 469.925 471.925 אַלע אין װילנע געװען די גאַנצע צײַט. Arie Gilinski 471.925 474.775 ביזן נײַן און דרײַסיקסטן יאָר זײַנען מיר אַלע געװען צוזאַמען. Arie Gilinski 475.175 479.325 אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר בין איך מאָביליזירט געװאָרן אין פּױלישער אַרמײ, Arie Gilinski 480.225 482.675 און איך האָב געקעמפֿט בײַ װאַרשע, Arie Gilinski 482.975 486.625 און דאָרטן האָט מען אונדז גענומען אין קריגס־געפֿאַנגענשאַפֿט, Arie Gilinski 486.827 489.977 און מע האָט אונדז אַװעקגעשיקט אין דײַטשלאַנד, Arie Gilinski 489.977 491.177 OSTPREUSSEN. Arie Gilinski 491.927 494.827 און איך בין געװען אין אַ לאַגער אין ריזענבורג. Arie Gilinski 494.827 497.877 מיר זײַנען געװען צװעלף טױזנט מענטשן. Arie Gilinski 497.877 504.478 אָבער דאַמאָלסט, ס'איז געװען דער אָנהײב, האָט נאָך ניט סעגרעגירט ייִדן און פּאָליאַקן. אַלע זײַנען געװען צוזאַמען. Rhoda Daum-Kenner 504.327 505.378 אַלע צוזאַמען. Arie Gilinski 504.827 506.369 אַלע צוזאַמען זײַ- Rhoda Daum-Kenner 505.378 506.876 uh אײ- אײן מינוט, אײן מינוט, ערשט. Rhoda Daum-Kenner 507.086 508.649 uhm פֿריִער פֿון דעם צײַט, Rhoda Daum-Kenner 508.649 510.387 דו האָסט געאַרבעט מיט דײַן טאַטע? Arie Gilinski 510.176 511.038 יאָ יאָ. Rhoda Daum-Kenner 510.653 512.177 זאָג, זאָג מיר װ- uh Rhoda Daum-Kenner 512.177 513.677 װאָס דו האָסט געטאָן. Arie Gilinski 512.225 513.677 איך האָב געאַרבעט באַ- Arie Gilinski 513.677 516.061 איך האָב געאַרבעט דער עקספּעדיציע מיט מײַן פֿאָטער. Rhoda Daum-Kenner 515.627 517.477 װי אַלט האָסט געװען? Arie Gilinski 517.277 518.877 דאַמאָלסט געװען? Arie Gilinski 518.977 524.077 זעכצן יאָר, פֿופֿצן יאָר, בײַ, גלײַך װי, נאָכן שולע בין איך אַװעקגעגאַנגען אַרבעטן. Arie Gilinski 524.127 526.077 און כ'האָב אױך געאַרבעט, Arie Gilinski 526.277 528.727 אין נײַנצן צװײ און דרײַסיק, Arie Gilinski 529.477 532.277 האָט מען געמאַכט אַ בױקאָט אױף דײַטשישע סחורות. Arie Gilinski 532.877 537.127 אַז ייִדן זאָלן ניט ברענגען פֿון דײַטשלאַנד קײן סחורות. Arie Gilinski 537.327 540.427 איך האָב געאַרבעט צוזאַמען מיט דאָקטער װיגאָדסקי, Arie Gilinski 540.427 543.577 דאָס איז געװען דער פֿאָרזיצער פֿון דער קע-, װילנער קהילה. Arie Gilinski 544.277 547.308 האָב איך מיט אים צו- eh ער איז געװען דער פֿאָרזיצער פֿון אונדזער קאָמיטעט. Arie Gilinski 547.308 551.427 און אַזױ װי איך האָב געאַרבעט אין די עקספּעדיציע האָב איך געהאַט באַציִונגען Arie Gilinski 551.427 555.177 מיט פּױלישע באַאַמטע װעלכע האָבן געאַרבעט אין צאָל־אַמט. Arie Gilinski 556.027 557.99 און זײ פֿלעגן מיר איבערגעבן אַ ליסט Arie Gilinski 557.99 561.127 װעלכע ייִדן עס ברענגען דײַטשישע סחורות. Arie Gilinski 561.577 565.277 און איך פֿלעג די ליסט אַװעקגעבן דאָקטער װיגאָדסקי, עליו־השלום Arie Gilinski 565.527 572.277 און ער פֿלעג שיקן מענטשן װאָרענען די ייִדן, די סוחרים, אַז זײ זאָלן ניט אַרײַנברענגען קײן סחורות פֿון דײַטשלאַנד. Arie Gilinski 573.927 578.377 צום באַדױערן, ניט אַלע האָט דאָס געהאָלפֿן, נאָר בײַ, טײלװײַז האָט דאָס געהאָלפֿן. Arie Gilinski 578.727 583.258 און און דאָס איז געװען מײַן אַרבעט, מײַן אַרבעט איז געװען איך האָב געאַרבעט אין, אין, אין Arie Gilinski 583.258 588.327 אין קאַנטאָר האָב איך געאַרבעט, אין קאַנטאָר, אין דרױסן האָב איך געאַרבעט, װי אַ מאָל, װי די אַרבעט האָט געפֿאָדערט האָב איך געאַרבעט. Rhoda Daum-Kenner 588.116 589.716 AND eh זאָג מיר יעצט Rhoda Daum-Kenner 589.916 592.066 uh אין THE ARMY, דו האָסט געגאַנען Rhoda Daum-Kenner 592.066 594.016 אין די, אין THE POLISH ARMY, Arie Gilinski 594.167 594.726 יאָ. Rhoda Daum-Kenner 594.226 595.841 AND זאָג מיר װאָס האָט פּאַסירט. Arie Gilinski 595.534 596.719 oh אין נײַנצן... Rhoda Daum-Kenner 596.097 597.963 אַלע צוזאַמען, ייִדן און גױים... Arie Gilinski 597.876 601.974 יאָ, אין נײַנצן נײַן און דרײַסיק, בין איך מאָביליזירט געװאָרן, דאַמאָלסט האָט מען מיר גענומען אין פּלען. Arie Gilinski 601.974 604.416 מיר זײַנען געװען אין אַ לאַגער אין ריזענבורג. Arie Gilinski 604.602 606.183 מיר זײַנען געװען צװעלף טױזנט מאַן Arie Gilinski 606.183 608.016 און ס'איז געװען פֿיר װעלט־קיכן, Arie Gilinski 608.016 609.466 פֿיר פֿעלד־קיכן. Arie Gilinski 609.566 614.166 און פֿיר פֿעלד־קיכן קענען באַ- באַ- באַ- באַשפּײַזן צװעלף טױזנט מענטשן. Arie Gilinski 614.166 616.966 פֿלעג מען זעקס אַ זײגער אין דער פֿרי אױפֿשטײן, Arie Gilinski 617.616 620.466 און זיך שטעלן אין רײ, Arie Gilinski 620.466 622.966 צו קריגן עסן. דער עסן איז באַשטאַנען Arie Gilinski 622.966 625.566 פֿון אַ ביסל ברױנע װאַסער מיט אײן שטיקל ברױט. Arie Gilinski 626.566 629.516 און צװעלף אַ זײגער פֿלעג מען אױסרופֿן דאַ- Arie Gilinski 629.516 632.516 פֿרישטיק איז געענדיקט, יעצט װעט איר עסן מיטאָג. Arie Gilinski 632.516 637.566 דער מיטאָג איז באַשטאַנען פֿון אַ ביסל רײנע, װאַרעמע װאַסער מיט אײן שטיקל ברױט. Rhoda Daum-Kenner 637.416 638.616 די זעלבע? Arie Gilinski 638.466 641.066 יאָ. אין עטלעכע טעג Arie Gilinski 641.066 644.066 אױב עמעצער האָט באַקומען אַ שטיקל ברױט איז ער געװען אַ גליקלעכער. Arie Gilinski 644.416 646.916 נאָר מיר צופֿעליק האָט אָפּגעגליקט Arie Gilinski 646.916 649.14 פֿאַרן אַרײַנפֿאַלן אין פּלען Arie Gilinski 649.216 655.566 האָט מען צעטײלט אַלעס װאָס איז געװען, האָב איך געכאַפּט נאָר ברױט. אַנדערע האָבן געכאַפּט אַנדערע זאַכן. איך האָב געכאַפּט נאָר צװײ לעבעלעך ברױט. Arie Gilinski 655.766 661.716 און דאָס האָט מיר געהאָלפֿן אױסצוהאַלטן די שלעכטע צײַט ביזן אַנטלױפֿן פֿון לאַגער. Arie Gilinski 661.716 663.377 מיט צװײ לעבלעך ברױט. Arie Gilinski 663.452 665.332 דאָס איז געװען טײַערער װי גאָלד! Arie Gilinski 667.316 671.916 דאָס הײסט, דאָס הײסט בײַ, ז- דער דער לעבן אין לאַגער איז געװען זײער אַ שלעכטער, אָן עסן, Arie Gilinski 672.766 679.516 און װאַסער איז געװען, פֿיר קראַנען איז געװען װאַסער אין גאַנצן צו טױזנט-, ניט קײן װאַסער, ניט קײן עסן, גאָרניט געװען. Rhoda Daum-Kenner 680.816 683.151 דו האָסט געאַרבעט דאָרטן אין די לאַגער? Arie Gilinski 682.412 685.766 NO NO, ס'איז די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה געװען. Arie Gilinski 685.766 686.896 דאָס איז גלײַך די ערשטע טעג... Rhoda Daum-Kenner 685.95 687.827 װי לאַנג האָסט געװען אין די לאַגער? Arie Gilinski 687.347 687.823 oh. Arie Gilinski 687.823 689.669 אין לאַגער בין איך געװען צען טעג. Arie Gilinski 689.977 692.977 און מע האָט אונדז אַרױסגעפֿירט אױף אַרבעט, Arie Gilinski 694.427 697.727 אָנצולאָדן האָלץ, קלעצער. גרױסע קלעצער אָנלאָדן. Arie Gilinski 697.727 699.977 אַכצן מענטשן האָבן געקײַקלט אַ קלאָץ. Arie Gilinski 700.827 706.877 און מיר זײַנען געקומען אױפֿן באַן־סטאַנציע, און מע האָט געקײַקלט די קלעצער. מ'האָט אָנגעלאָדעװעט װאַגאָנעס האָלץ, קלעצער, Arie Gilinski 707.127 710.177 צו פֿירן פֿאַרריכטן אַ בריק אין אָסטראָלענקאָ. Arie Gilinski 711.027 717.277 איך האָב געהערט װי די פּױלישע באַן־אַרבעטער האָבן גערעדט צװישן זיך פּױליש, און אַזױ װי איך האָב פֿאַרשטאַנען Arie Gilinski 717.777 721.327 האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז זײ פֿאָרן אין אָסטראָלענקאָ פֿירן די האָלץ. Arie Gilinski 721.477 724.127 האָב איך געזאָגט צו מײַנעם אַ חבֿר, אַ װילנער, Arie Gilinski 724.727 725.977 "לאָמיר אַנטלױפֿן, Arie Gilinski 726.077 728.777 אַניט װעט מען שטאַרבן פֿון הונגער. ס'איז ניטאָ קײן אױסװעג". Arie Gilinski 729.277 731.177 זאָגט ער, "גוט, לאָמיר פּרוּװן". Arie Gilinski 731.877 734.027 אַז מע האָט געלאָ- -ענדיקט Arie Gilinski 734.027 738.627 אָנלאָדן די האָלץ איז שױן געװאָרן האַלב טונקל, אַזױ פֿאַרנאַכט. Arie Gilinski 738.627 741.177 זײ האָבן אַרײַנגעשפּרונגען אין אַ פֿאַרלאָזענע הײַזקע Arie Gilinski 741.477 742.777 און מיר האָבן זיך באַהאַלטן. Rhoda Daum-Kenner 743.827 745.427 װוּ האָסט געהאַלטן? Arie Gilinski 745.027 746.923 אױפֿן, אױפֿן באַן־סטאַנציע Arie Gilinski 746.923 749.177 אין אַ פֿאַרלאָזענע הײַזקע, מיר האָבן זיך באַהאַלטן זיך. Arie Gilinski 749.427 752.477 און איך האָב געהערט אַז זײ האָבן געזאָגט אַז צװעלף אַ זײגער פֿאָרט אָפּ דער באַן. Arie Gilinski 752.927 753.927 צװעלף בײַ נאַכט. Arie Gilinski 754.827 756.477 נו, מיר האָבן געװאַרט, Arie Gilinski 758.227 760.227 קײן זײגער האָב איך ניט געהאַט. Arie Gilinski 760.377 764.627 נאָר כ'האָב eh געזען װי די באַן־אַרבעטער קאָנטראָלירן די רעדער, Arie Gilinski 765.127 767.977 האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז זײ גײ- אַזױ װי כ'האָב געאַרבעט אױפֿן באַן, Arie Gilinski 767.977 771.277 כ'האָב געהאַט די גאַנצע צײַט באַ- באַציִונג מיט די באַן־אַרב-, כ'האָב געװוּסט די אַלע זאַכן. Arie Gilinski 771.527 773.777 האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז זײ גײען באַלד אָפּפֿאָרן. Arie Gilinski 774.927 780.777 מיר האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט זיך אין אַ לײדיקע בודקע פֿון אַ װאַגאָן. ס'איז דאָ די בודקעס, די טאָרמאָזנע בודקעס הײסט דאָס. Arie Gilinski 780.927 783.427 כ'האָב אַלץ געקענט, פֿון באַנען, זאַכן, האָב איך אַלץ געקענט. Arie Gilinski 783.427 788.077 דאָ- אַרײַנגעכאַפּט אין דער טאָרמאָזנע בודקע, מיר זײַנען געלעגן באַהאַלטן. כ'האָב אַראָפּגעלאָזט זיך אױף דער ערד, בין איך באַהאַלטן. Arie Gilinski 788.377 790.227 צום גליק האָט מען אונדז ניט געפֿונען, Arie Gilinski 790.527 793.527 און דער באַן איז אָפּגעפֿאָרן נאָך אָסטראָלענקאָ. Arie Gilinski 794.577 796.677 מיר זײַנען געקומען בײַ אָסטראָלענקאָ, Arie Gilinski 796.677 800.577 האָב איך געזאָגט צו מײַן חבֿר, "לאָמיר אַראָפּשפּרינגען, װעלן מיר זיך אָפּהאַלטן, קענען מיר אַ מאָל זוכן..." Arie Gilinski 800.577 804.327 האָט דער באַן אָנגעהױבן צ-, פּאַמעלעך צו גײן, זײַנען מיר אַראָפּגעשפּרונגען בײדע. Arie Gilinski 804.727 808.827 מיר זײַנען אַראָפּגעשפּרונגען, אָבער װי גײט מען אַריבער דעם טײַך? דאָרט איז אַ גרױסער טײַך Arie Gilinski 808.827 813.127 און דער בריק איז געװען צערויִנירט. זײ האָבן געפֿירט די האָלץ פֿאַרריכטן דעם בריק. Arie Gilinski 814.027 815.427 זײַנען מיר געגאַנגען Arie Gilinski 815.777 819.627 נאָענט צום ברעג פֿון װאַסער און מ'האָט געטראָפֿן אַ קלײנע שיפֿעלע. Arie Gilinski 820.927 821.986 געװען צו... Rhoda Daum-Kenner 821.369 822.409 װי קלײן? Arie Gilinski 822.727 826.536 eh פֿאַר אַ פֿיש, אַ פֿישער־שיפֿעלע װאָס מע פֿאָרט אױף FISHING. Rhoda Daum-Kenner 823.3 824.095 װי גרױס? Arie Gilinski 827.377 835.527 זײַנען מיר אַראַ- אַרײַן אין פֿ- אָבער װי נעמט, די פֿי- די שיפֿל איז געװען צוגעבונדן מיט אַ, מיט אַ היל- מיט אַ דאָס, מיט אַ, מיט אַ שטריק. Arie Gilinski 835.677 839.277 מ'האָט דאָך גאָרניט געהאַט בײַ זיך. האָט מען גענומען צװײ שטײנער, איבערגעקלאַפּט דעם שטריק. Arie Gilinski 839.527 841.827 און מיט די הענט האָט מען זיך אַריבערגעשיפֿט אױפֿן צװײטן זײַט. Arie Gilinski 842.227 849.627 מיר זײַנען געקומען אױפֿן צװײטן זײַט איז אַזױ. פֿון דעם זײַט זײַנען געװען די דײַטשן, אױפֿן צװײטן זײַט זײַנען געװען די רוסן, דער טײַך איז געװען דער איבערגאַנג. Arie Gilinski 849.977 851.427 האָבן אונדז די רוסן פֿאַרהאַלטן. Arie Gilinski 852.527 860.977 די רוסן פֿאַרהאַלטן, האָבן זײ מיר געפֿרע- געפֿרעגט װאָס טוען מיר, װאָס מאַכן מיר. האָבן מיר געזאָגט, זעסט דאָך, מיר זײַנען, פּױלישע זאַכן, מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון קריגס־געפֿאַנגענשאַפֿט־לאַגער. Arie Gilinski 862.077 864.827 און ער האָט געזען טאַקע ריכטיק װי מיר זעען אױס, Arie Gilinski 865.127 868.477 אױסגעהונגערט, אױסגעמאַטערט און און די פּױלישע זאַכן. Arie Gilinski 868.477 870.377 זאָגט ער, גײט אַהײם. Arie Gilinski 870.827 871.977 באַפֿרײַט! Rhoda Daum-Kenner 872.781 873.489 צו װילנע. Arie Gilinski 873.527 875.927 דער זעלנער. דער רוסישער זעלנער האָט אונדז באַפֿרײַט. Arie Gilinski 876.327 880.577 נ-, זײַנען מיר געגאַנגען װײַטער, אָבער דאַמאָלסט בין איך שױן געגאַנגען Arie Gilinski 880.677 882.127 ביז לאָמזשע Arie Gilinski 882.127 884.327 בין איך דערגאַנגען. מיר זײַנען בײדע דערגאַנגען צו פֿוס. Arie Gilinski 884.627 886.477 ס'האָט געדױערט עטלעכע טעג. Arie Gilinski 886.477 890.677 געשפּײַזט האָבן מיר זיך מיט רױע קאַרטאָפֿל. Arie Gilinski 890.777 891.884 מיר פֿלעגן אַראָפּ-... Rhoda Daum-Kenner 891.301 892.66 װאָס האָסט געעסן? Arie Gilinski 892.827 894.826 אָט דאָס זאָג איך, דאָס זאָג איך װאָס כ'האָב געגעסן. Rhoda Daum-Kenner 892.863 893.545 אין דעם צײַט? Arie Gilinski 894.977 896.177 רױע קאַרטאָפֿל. Arie Gilinski 896.177 898.577 און מיר האָבן אױך געגעסן בעריאָזע, Arie Gilinski 898.577 900.577 <קאָרע פֿ-> בעריאָזע פֿון די בױמער. Arie Gilinski 900.577 904.077 יונגע בעריאָזקע. דאָס איז זײער געזונט און זיס. מע קען עס פֿאַרדײַען. Arie Gilinski 904.227 907.677 און צו-, אַ מאָל האָבן מיר געטראָפֿן צוקער־בוריקעס אױף די פֿעלדער. Arie Gilinski 907.777 909.877 דאָס האָבן מיר זיך באַשפּײַזט זיך. Arie Gilinski 909.877 913.527 מיר זײַנען אָנגעקומען אין לאָמזשע אָבער קײן כּוח האָבן מיר ניט געהאַט מער צו גײן. Arie Gilinski 913.827 918.027 האָבן מיר אױפֿגעזוכט אַ אַ אַ בעל־עגלה, אַ מענטש מיט אַ פֿערד Arie Gilinski 918.027 921.527 און געבעטן ער זאָל אונדז פֿירן אין ביאַליסטאָק. Arie Gilinski 921.527 925.577 װײַלע אין לאָמזשע איז געװען צעשטערט דער באַן, ניט געװען קײן באַװעגונג פֿון די באַנען. Arie Gilinski 925.577 927.027 מ'האָט <אים> באָמבאַרדירט. Arie Gilinski 928.327 931.577 גוט, האָבן מיר אים באַצאָלט, מע האָט אונדז געפֿירט קײן ביאַליסטאָק. Rhoda Daum-Kenner 931.327 933.655 מיט װאָס האָט, האָסטו אים באַצאָלט? Arie Gilinski 932.777 934.281 כ'האָב געהאַט געלט בײַ זיך. Rhoda Daum-Kenner 934.163 934.513 ah! Arie Gilinski 934.281 936.177 פֿאַרן אַרײַנפֿאַלן אין פּלען Arie Gilinski 936.227 941.227 האָט דער גענעראַל צעטײלט, אַלעמען געגעבן, איך געדענק ניט, טױזנט זלאָטעס, צי טױזנט פֿינף הונדערט זלאָטעס. Arie Gilinski 941.227 943.527 האָט ער, און אַלײן האָט ער זיך דערשאָסן, דער גענעראַל. Arie Gilinski 943.777 946.577 ער האָט געזאָגט, פֿאַרן כּבֿוד פֿון פּױלן Arie Gilinski 947.377 948.977 און די פֿאָטער־לאַנד Arie Gilinski 948.977 950.577 גײ איך ניט אין פּלען. Arie Gilinski 950.889 953.877 האָט אַלעמען צעטײלט די געלט, די ברױט װאָס ער האָט געהאַט, Arie Gilinski 954.127 955.827 און אַלײן האָט ער זיך דערשאָסן זיך. Arie Gilinski 957.977 961.827 קומענדיק אין ביאַליסטאָק איז געװען אַזױ פֿאַר טאָג. Arie Gilinski 962.127 965.227 װוּ גײט מען? אין די פּױלישע זאַכן, מע װעט דאָך אונדז אַרעסטירן. Arie Gilinski 965.327 967.377 מע טאָר דאָך ניט אַרומגײן אין די פּױלישע זאַכן. Arie Gilinski 967.427 970.077 זײַנען מיר אַװעק אין אַ פּאַרק, אין אַ װינקל פֿון פּאַרק, Arie Gilinski 970.077 972.677 זיך באַהאַלטן זיך און זיך געזעצט אױף אַ בענקל. Arie Gilinski 974.127 976.727 מיר זײַנען פֿון מידקײט זײַנען מיר אײַנגעשלאָפֿן. Rhoda Daum-Kenner 977.177 978.472 מיט די זעלבע קלײדער? Arie Gilinski 978.427 980.427 אַלצדי- און דאָ איז די געשיכטע, די היסטאָריע. Arie Gilinski 980.427 981.368 די זעלבע קלײדער. Arie Gilinski 981.368 983.027 פֿ- מיר זײַנען אײַנגעשלאָפֿן. Arie Gilinski 983.227 985.277 מיר האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט און ס'איז געװען Arie Gilinski 985.277 989.427 מסתּמא צען אַ זײגער, װײַלע מיר האָבן געזען פֿרױען מיט קינדער גײען שפּאַצירן אין פּאַרק. Arie Gilinski 989.777 993.577 און זײ האָבן דערזען פּױלישע קריגס־געפֿאַנגענע, זײַנען זײ צוגעלאָפֿן פֿרעגן, Arie Gilinski 993.577 996.577 "אפֿשר האָסטו געזען מײַן טאַטן, אפֿשר האָסטו געזען מײַן מאַן, אפֿשר..." Arie Gilinski 997.077 1003.627 נו, כ'האָב זײ אַלעמען געענטפֿערט די זעלבע ע- ס'איז געװען אַ גרױסע צעטומל, און ס'איז געװען אַ גרױסע באָמבאַרדירונג, מע האָט שטאַרק באָמבאַרדירט, יאָ, דו קענסט זען. Arie Gilinski 1004.44 1006.177 מיר זײַנען קױם אַנטלאָפֿן מיטן לעבן, Arie Gilinski 1007.277 1008.777 אָבער װאָס טוט מען װײַטער? Arie Gilinski 1009.377 1012.427 איז צוגעקומען אַ, צוגעקומען צו אונדז אַ ייִדישע פֿרױ און געזאָגט, Arie Gilinski 1012.577 1014.477 "קומט מיט מיר צו מיר אין שטוב". Arie Gilinski 1014.677 1015.777 אין ביאַליסטאָק. Arie Gilinski 1017.477 1019.477 מיר זײַנען אַװעק צו איר אין שטוב. Arie Gilinski 1019.477 1022.427 און זי האָט אונדז געגעבן זיך אָפּצוּװאַשן. Arie Gilinski 1022.427 1025.527 אָפּראַזירן זיך. מיר זײַנען געװען ניט ראַזירט. Arie Gilinski 1025.727 1027.927 האָט זי געפֿרעגט צי מיר עסן Arie Gilinski 1027.927 1029.377 ניט קײן כּשרע. Arie Gilinski 1029.377 1031.977 נו, מיר האָבן געהאַט אַן אױסװעג? מיר האָבן געגעסן װאָס מע האָט אונדז געגעבן. Arie Gilinski 1032.277 1036.977 דער עיקר, דער עסן, מיר האָבן eh מיר האָבן זיך גוט אָנגעגעסן אָבער מיר האָבן עס ניט געטאָרט טאָן, Arie Gilinski 1036.977 1040.927 װײַל נאָך אַזױ פֿיל צײַט הונגערן טאָר מען ניט עסן מיט אײן מאָל צו דער זעט. Arie Gilinski 1040.977 1042.677 האָבן מיר געבראָכן. Arie Gilinski 1043.427 1044.727 צוריק. Arie Gilinski 1045.177 1047.077 אַרײַן אין <װאַנע מ-> Arie Gilinski 1047.077 1051.127 זי האָט אונדז, זי האָט זײער נעבעך געליטן פֿון אונדז. מיר האָבן גע- פֿאַרמאַכט אומעטום. Arie Gilinski 1052.077 1053.827 זאָגט זי, "רוט זיך אָפּ". Arie Gilinski 1053.827 1057.477 ס'איז געקומען פֿיר אַ זײגער זאָגט זי, "מײַן מאַן דאַרף קומען פֿון דער אַרבעט Arie Gilinski 1058.177 1061.627 און איך קען אײַך ניט האַלטן װײַל מײַן מאַן איז אַ פּאַרטײנער. Arie Gilinski 1061.627 1063.627 ער אַרבעט אין קאָמוניסטישער פּאַרטײ". Arie Gilinski 1064.427 1065.227 פֿאַרפֿאַלן. Arie Gilinski 1065.577 1070.527 נאָר זי האָט זיך דערװוּסט און געזאָגט אַז צװעלף אַ זײגער בײַ נאַכט גײט אָפּ אַ באַן נאָך װילנע. Arie Gilinski 1072.527 1074.664 מיר זײַנען אַװעק װײַטער אין פּאַרק. װוּ גײט מען? Arie Gilinski 1074.664 1078.277 ס'איז ניטאָ װאָס זי קען... ער לאָזט אונדז ניט אַרײַן. אַלע האָבן מורא געהאַט פֿאַר די רוסישע. Arie Gilinski 1078.727 1082.977 זײַנען מיר אַװעק אין פּאַרק און געװאַרט. יעדער ש-, יעדער מינוט איז געװען בײַ אונדז אַ יאָר. Arie Gilinski 1083.677 1088.477 אַז מיר האָבן דערלעבט די צײַט, ס'איז געקומען האַלב צװעלף זײַנען מיר אַװעק, אַװעק אױפֿן װאָקזאַל. Arie Gilinski 1089.527 1093.831 די שפּראַך האָבן מיר געקענט, האָבן מיר זיך דערװוּסט זיך װעלכע באַן עס גײט אױף װילנע. Arie Gilinski 1093.831 1096.4 מיר זײַנען אַרײַן אין באַן און געזעצט זיך, אַזױ װי אַלע זיצן. Arie Gilinski 1099.0 1100.677 אױפֿן װעג Arie Gilinski 1100.677 1103.827 האָבן מיר זיך צוזאַמען גערעדט מיט צװײ רוסישע ייִדן. Arie Gilinski 1103.827 1106.127 נײן, נע-, װאַרט. ס'איז געװען שפּעטער איז עס געװען. Arie Gilinski 1106.227 1109.477 זײַנען מיר געזעסן באַ- מיר זײַנען געפֿאָרן, מיר זײַנען געקומען ביז גראָדנע. Arie Gilinski 1109.827 1112.277 אין גראָדנע זײַנען אַרײַן רױטאַרמײער, Arie Gilinski 1112.527 1113.577 און געשריִען, Arie Gilinski 1113.6 1116.077 "פּױלישע קריגס־געפֿאַנגענע אַרױס!" Arie Gilinski 1116.577 1119.327 מיר זײַנען געװען אין מונדירן, מע האָט קײן ברירה ניט געהאַט. Arie Gilinski 1119.777 1125.427 בין איך אַרױסגעלאָפֿן פֿון צװײטן, איך בין געװען באַקאַנט מיט די װאַגאָנעס, דאָס האָט געװ- דאָס האָט מיר אַ ביסל געהאָלפֿן. Arie Gilinski 1126.077 1133.427 בין איך אַרױס פֿון צװײטן זײַט, זיך געשטעלט זיך פֿון די פֿינצטערן זײַט פֿון װאָקזאַל. װײסט דאָך דער װאָקזאַל גײט אײן זײַט באַלױכטן און פֿון צװײטן זײַט איז טונקל. Arie Gilinski 1134.077 1135.227 און האָב גע- Arie Gilinski 1135.577 1139.677 אַװעקגעלײגט זיך בײַ דער ערד און געװאַרט, אַז דער באַן װעט אָפּגײן װעל איך זיך אַרױפֿכאַפּן. Arie Gilinski 1139.677 1141.827 מײַן חבֿר איז אַרײַן אין אַ, Arie Gilinski 1141.827 1142.977 אין אַ TOILET Arie Gilinski 1143.177 1144.177 זיך באַהאַלטן. Arie Gilinski 1145.227 1147.727 איך בין אַרױף צ- דער באַן האָט אָנגעהױבן צו רירן. Arie Gilinski 1147.777 1150.127 האָב איך זיך געכאַפּט פֿאַרן הענטל און אַרױף צוריק. Arie Gilinski 1150.527 1153.677 און אַװעקגעזעצט זיך לעבן די זעלבע ייִדן װאָס האָבן געזעסן פֿריִער. Arie Gilinski 1154.627 1158.027 און כ'האָב געזוכט מײַן חבֿר, צום באַדױערן, אים האָט מען אַראָפּגענומען. Arie Gilinski 1158.427 1164.4 און ער איז אומגעקומען אין רוסישן פּלען איז ער אומגעקומען. אין רוסישן געפֿאַנגענשאַפֿט איז ער אומגעקומען. Arie Gilinski 1164.777 1170.577 אַז מיר זײַנען געפֿאָרן װײַטער, האָב איך געזען די שפּיל פֿון גראָדנע, האָב איך געטראַכט, אין װילנע קען איך שױן ניט אַרײַנפֿאָרן. Arie Gilinski 1170.577 1172.427 װײַלע מע װעט דאָך מיר װידער אַרעסטירן. Arie Gilinski 1172.627 1174.559 האָב איך זיך אָפּגערעדט מיט די צװײ ייִדן, Arie Gilinski 1174.559 1177.127 געגעבן מײַן אַדרעס פֿון װילנע, Arie Gilinski 1177.227 1180.827 און געבעטן זײ זאָלן אָנזאָגן מײַן פֿרױ אַז איך לעב, Arie Gilinski 1181.027 1185.277 און איך געפֿין זיך אין די און אין די שטעטל. װײַלע איך האָב די געגנט זײער גוט געקענט. Arie Gilinski 1185.427 1186.912 לאַנדװעראָװע האָט עס געהײסן. Arie Gilinski 1186.912 1189.227 דאָס איז פֿינף און צװאַנציק קילאָמעטער פֿאַר װילנע. Arie Gilinski 1190.227 1191.527 און איך בין, Arie Gilinski 1191.527 1194.377 ס'איז געקומען אין לאַנדװעראָװע, האָט זיך געשטעלט, בין איך אַראָפּגעלאָפֿן Arie Gilinski 1194.396 1195.477 פֿון באַן. Arie Gilinski 1195.477 1197.427 אָבער װוּ גײט מען װײַטער? Arie Gilinski 1197.427 1199.977 בין איך אַװעק אין אַ שולע, אין אַ סינאַגאָגע. Arie Gilinski 1200.477 1203.22 נו, כ'האָב גערעדט דעם רבֿ, כ'האָב אים דערצײלט אַז ס- Rhoda Daum-Kenner 1202.72 1203.63 אין אין װילנע? Arie Gilinski 1203.677 1206.292 NO, NO, ניט אין װיל-, NO, צו װילנע איז נאָך װײַט. Rhoda Daum-Kenner 1203.992 1204.37 NO. Rhoda Daum-Kenner 1204.37 1205.204 נישט אין װילנע? Rhoda Daum-Kenner 1205.649 1206.74 װי האָט דאָס געװען? Arie Gilinski 1206.75 1211.277 לאַנדװעראָװע הײסט די שטעטל. אַ קלײנע שטעטל פֿינף און צװאַנציק קילאָמעטער פֿאַר װילנע. Arie Gilinski 1212.277 1214.677 זאָגט ער, ער קען אונדז גאָרניט העלפֿן. Arie Gilinski 1215.227 1218.048 װײַל ער האָט מורא פֿאַר די רוסן צו טאָן אַזאַ מין זאַך. Arie Gilinski 1218.048 1221.406 געבן זאַכן, דאָ איז אַ, איבערטאָן אַ סאָלדאַט, דאָס איז אַ געפֿערלעכע זאַך. Arie Gilinski 1221.461 1223.477 צוגעקומען צו אונדז אַ ייִד, זאָגט ער, Arie Gilinski 1224.177 1225.227 "קום מיט מיר". Arie Gilinski 1226.127 1227.627 האָט ער אַװעקגעפֿירט אַהײם. Arie Gilinski 1228.327 1229.627 געגעבן עסן. Rhoda Daum-Kenner 1229.677 1231.327 AND די קלײדער נישט? Arie Gilinski 1231.0 1233.062 AND קלײדער האָט ער מורא געהאַט. קלײדער ניט. Arie Gilinski 1233.062 1234.311 געגעבן עסן. Arie Gilinski 1234.311 1236.277 אונדז האָט מען געהײסן באַהאַלטן אױפֿן אױװן. Arie Gilinski 1236.527 1240.377 אין אין די קלײנע שטעטלעך איז דאָ גרױסע אױװנס אַזױ, Arie Gilinski 1240.377 1243.477 װער װײסט. כ'האָב מיך אַװעקגעלײגט אױפֿן אױװן און בין אײַנגעשלאָפֿן אַזױ. Arie Gilinski 1244.477 1249.677 אױף מאָרגן, האָט מיר דער ייִד געזאָגט, "דײַן פֿרױ איז געקומען". Arie Gilinski 1251.377 1254.527 מײַן פֿרױ איז געקומען מיט זאַכן, מיט ציװילע זאַכן. Arie Gilinski 1254.877 1258.958 זײ זײַנען זײער גוטע ייִדן. זײ האָבן אָנגעזאָגט איר, זי איז געװען צעטומלט פֿון דערינען. Arie Gilinski 1258.958 1261.918 "זאָלסט נעמען סקאַרפּעטן, זאָלסט נעמען שיך, זאָלסט נעמען הױזן". Rhoda Daum-Kenner 1261.204 1262.577 װי האָסטו eh Rhoda Daum-Kenner 1262.577 1265.177 זאָג מיר פֿון דײַן פֿרױ, eh אײן מינוט. Arie Gilinski 1264.315 1265.355 נו נו, נו נו. Rhoda Daum-Kenner 1265.177 1266.377 די נאָמען? Arie Gilinski 1266.577 1267.677 מ- װעמען נאָמען? Rhoda Daum-Kenner 1267.427 1268.627 דאַ- דײַן פֿרױ. Arie Gilinski 1268.527 1269.827 ah SARAH. Arie Gilinski 1269.827 1271.577 איך האָב דיר געגעבן דעם בילד. Rhoda Daum-Kenner 1271.677 1272.121 AND Arie Gilinski 1271.876 1272.413 SARAH Rhoda Daum-Kenner 1272.352 1275.329 SARAH? AND uh װי לאַנג פֿאַרהײראַט? Rhoda Daum-Kenner 1275.548 1276.548 אין דעם צײַט? Arie Gilinski 1275.927 1278.477 פֿון זיבן און דרײַסיקסטן יאָר. צװײ יאָר פֿאַרהײראַט געװען. Rhoda Daum-Kenner 1278.227 1279.217 צװײ יאָר. Arie Gilinski 1279.018 1279.759 צװײ יאָר יאָ. Rhoda Daum-Kenner 1279.512 1283.059 נישט uh נישט קײן uh קינדער געהאַט? Arie Gilinski 1282.773 1284.377 NO, ניט געהאַט קײן קינדער. צװײ יאָר. Rhoda Daum-Kenner 1284.827 1288.427 צװײ יאָר. AND װי האָט SARAH געפֿונען דיר? Arie Gilinski 1288.627 1290.877 יאָ, זי איז געגאַנגען צום רבין פֿרעגן, Arie Gilinski 1290.877 1293.127 אפֿשר װײס ער װער, װוּ. Arie Gilinski 1293.127 1295.327 האָט ער געזאָגט אַז בײַ דעם און דעם ייִדן Arie Gilinski 1295.327 1297.377 זאָלסטו גײן און דו װעסט אים געפֿינען. Arie Gilinski 1300.377 1303.127 אַז זי האָט מיר דערזען, אַז איך האָב איר דערזען, Arie Gilinski 1303.127 1305.827 האָב איך געחלשט שיִער ניט, אי פֿאַר פֿרײד און אי פֿאַר שרעק. Arie Gilinski 1306.127 1310.727 פֿאַר װאָס? אונדז האָט מען די גאַנצע צײַט געזאָגט אַז װילנע איז שטאַרק צעבאָמבאַרדירט, ס'איז ניטאָ קײן, Arie Gilinski 1311.027 1313.177 קײן שטו- אײן שטוב אַ גאַנצע. Arie Gilinski 1313.477 1316.027 און זי האָט מיר געזאָגט פֿאַרקערט. Arie Gilinski 1316.027 1317.777 אַז זי האָט מיר געזאָגט Arie Gilinski 1317.777 1319.927 צװײ מענטשן אַז זײ האָבן מיר געזען אַ טױטן. Arie Gilinski 1320.777 1321.627 װילנער. Arie Gilinski 1321.627 1323.077 זײ האָבן מיר געזען אַ טױטן. שױן. Arie Gilinski 1325.527 1327.477 איך האָב זיך איבערגעטאָן זיך. Arie Gilinski 1329.077 1330.227 נאָך דעם, Arie Gilinski 1330.227 1336.327 פֿאָרנדיק אין באַן, האָט זי מיר דערצײלט אַז איך האָב אױסגעזען אַזױ װי פֿראַנקענשטײן דער אַקטיאָר, דער סטראַשנער מענטש האָב איך אױסגעזען. Arie Gilinski 1336.327 1339.977 uh באַװאַקסן, ניט געגעסן, איז, שטעל זיך פֿאָר אַז ס'איז אַזױ. Arie Gilinski 1340.277 1342.077 דער עיקר, דאָס איז געװען גוט. Arie Gilinski 1342.127 1343.377 אױפֿן װעג, Arie Gilinski 1344.027 1346.627 מײַן פֿרױ איז געװען זײער אַ גרױסע בריה. Arie Gilinski 1346.627 1348.227 און אַ קלוגע. Arie Gilinski 1348.227 1352.127 אױפֿן װעג האָט זי געקױפֿט אַן עמער האָניק מיט צװײ גענדז צו פֿירן אין װילנע. Arie Gilinski 1353.827 1356.627 מיר אַרײַנגעזעצט זיך אין באַן און געפֿאָרן אין װילנע. Arie Gilinski 1357.677 1359.177 געפֿאָרן אין װילנע. Arie Gilinski 1359.177 1360.827 אין ציװילע זאַכן שױן. Arie Gilinski 1360.927 1362.827 בין געקומען אױפֿן װאָקזאַל, Arie Gilinski 1363.677 1365.827 די מיליטער בעט אַ דאָקומענט בײַ מיר. Arie Gilinski 1366.477 1370.277 און איך האָב קײן אײן דאָקומענט ניט געהאַט, װײַל איך בין געװען אין דער אַרמײ, זײ האָבן צוגענומען די דאָקומענטן. Arie Gilinski 1370.577 1372.827 נעמט מײַן פֿרױ אַרױס Arie Gilinski 1373.127 1374.227 eh, Arie Gilinski 1374.477 1376.177 דעם MARRIAGE LICENSE. Arie Gilinski 1376.777 1378.427 און ס'איז געװען געשריבן אין עבֿריתּ. Arie Gilinski 1378.577 1380.236 אַרױסגענומען פֿון ראַבינער, פֿון קאַז- Rhoda Daum-Kenner 1379.599 1380.227 אין עבֿריתּ? Arie Gilinski 1380.336 1382.027 עבֿריתּ. קאַזיאָנער ראַבינער, זיכער. Arie Gilinski 1382.027 1383.277 דער ראַבינער האָט עס געשריבן. Arie Gilinski 1383.277 1384.177 פֿון װילנע. Arie Gilinski 1385.077 1386.577 און װײַזט דעם סאָלדאַט. Arie Gilinski 1386.577 1390.777 דער סאָלדאַט קען לײענען עבֿריתּ? קען ער דאָך ניט לײענען. האָט ער אַװעקגעטראָגן צו אַן אָפֿיציר. Arie Gilinski 1391.027 1395.427 געקומען דער אָפֿיציר, געפֿרעגט בײַ מיר, "צי איז עס דײַן דאָקומענט?" זאָג איך, "אַװדאי איז עס מײַנער". Arie Gilinski 1395.877 1398.327 זאָגט ער, "גוט, לאָז אים דורך. ס'אַ גוטער דאָקומענט, Arie Gilinski 1398.377 1402.777 ער האָט אַ רו- אַ אַ אַ אַ אַ רו- אַ רונדן שטעמפּל". אין רוסלאַנד האָט זיך געפֿירט Arie Gilinski 1402.877 1406.427 אַז נאָר די רעגירונג האָט געשטעמפּלט מיט אַ רונדן שטעמפּל. Arie Gilinski 1406.577 1408.856 און דאָס איז געװען פֿון ראַבינאַט <אַרױסגענומען>, מיט אַ רונדן שטעמפּל. Arie Gilinski 1408.856 1410.877 "אַרױס". זײַנען מיר דורכגעגאַנגען מיט אַלציקעדינג. Arie Gilinski 1411.827 1415.827 נו, מיר קומען אין װילנע, ס'איז געװען אַ גרױסער פֿרײד פֿון די פֿאַמיליע. Arie Gilinski 1416.577 1418.34 דאָס איז געװען אין נײַנצן פֿערציק. Rhoda Daum-Kenner 1418.226 1419.266 די גאַנצע משפּחה Rhoda Daum-Kenner 1419.437 1420.233 דו האָסט געזען? Arie Gilinski 1419.592 1420.088 יאָ. Arie Gilinski 1420.412 1422.007 יאָ, דאַמאָלסט איז נאָך די גאַנצע משפּחה געװען. Arie Gilinski 1422.227 1424.177 דאָס איז געװען אין נײַנצן פֿערציק. Arie Gilinski 1425.027 1431.177 אין דרײַ מאָנאַטן אַרום האָט רוסלאַנד אַװעקגעגעבן װילנע פֿאַר ליטע. Arie Gilinski 1432.277 1435.477 זײ זײַנען אַרױס און עס זײַנען אַרײַן די ליטװינער. Arie Gilinski 1436.027 1440.027 דער ערשטער באַגעגעניש מיט די ליטװינער איז געװען, זײ האָבן געמאַכט גלײַך אַ פּאָגראָם. Arie Gilinski 1440.027 1442.227 נאָכן צװײטן טאָג אַרײַנגײן אין װילנע Arie Gilinski 1442.227 1445.427 האָבן זײ געמאַכט אַ פּאָגראָם אױף ייִדן, געהאַר- פֿיר ייִדן האָבן זײ געהרגעט. Rhoda Daum-Kenner 1445.58 1445.742 די Arie Gilinski 1446.027 1448.277 די ליטװישע, די ליטװינער. Arie Gilinski 1449.477 1450.908 דאָס איז געװען די ערשטע באַג- Rhoda Daum-Kenner 1450.119 1451.936 זײ האָט געמאַכט די פּאָגראָם. Arie Gilinski 1451.938 1452.336 װאָס? Rhoda Daum-Kenner 1452.683 1453.041 ז- Arie Gilinski 1452.739 1453.642 די ליטװינער. Rhoda Daum-Kenner 1453.203 1453.965 די ליטװינער. Rhoda Daum-Kenner 1454.077 1456.027 נישט AN ACTION, אַ פּאָגראָם. Arie Gilinski 1454.132 1454.887 װאָס... Arie Gilinski 1456.033 1456.875 אַ פּאָגראָם! Rhoda Daum-Kenner 1456.785 1457.738 אַ פּאָגראָם. Arie Gilinski 1457.738 1458.377 אַ פּאָגראָם. Rhoda Daum-Kenner 1458.238 1459.377 געהרגעט װער? Arie Gilinski 1458.984 1462.527 ד- דורכגעװאָרפֿן מענטשן דורכן פֿענצטער, באַראַבירט. Arie Gilinski 1462.927 1467.027 דאָס איז געװען מײַן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט די ליטװישע מערדער. Arie Gilinski 1468.377 1470.177 דאָס האָט מיר געגעבן דעם, Arie Gilinski 1470.227 1473.508 דעם געדאַנק אַז ס'איז ניטאָ װאָס צו האָפֿן אױף זײ. Arie Gilinski 1474.177 1475.977 אַזױ האָבן מיר געלעבט... Rhoda Daum-Kenner 1475.727 1478.407 נישט eh eh eh eh דײַן משפּחה? Rhoda Daum-Kenner 1478.407 1479.799 נישט געהרגעט? NO. Arie Gilinski 1478.782 1480.427 NO. אַלע זײַנען געװען אױף אַן אָרט. Arie Gilinski 1480.727 1485.327 ביז נײַנצן אײן און פֿערציק, דעם צװײ און צװאַנציקסטן יוני, Arie Gilinski 1485.327 1488.627 װען היטלער איז אָנגעפֿאַלן אױף רוסלאַנד. Arie Gilinski 1489.027 1492.477 רוסלאַנד איז דאַמאָלסט געװען דער בעסטער פֿרײַנד זײַנער. Arie Gilinski 1492.527 1494.127 ער האָט אים געגעבן, Arie Gilinski 1494.127 1497.177 רוסלאַנד האָט געגעבן עסנװאַרג פֿאַר דײַטשלאַנד, Arie Gilinski 1497.427 1499.727 מיט אַלע פֿאַרשײדענע גוטע זאַכן. Arie Gilinski 1499.727 1502.077 פֿאַר די אײגענע באַפֿעלקערונג האָט זי ניט געגעבן. Arie Gilinski 1502.327 1504.277 נאָר זי האָט געשטאָפּט אין דײַטשלאַנד. Arie Gilinski 1504.827 1508.327 און אין דעם טאָג זײַנען זײ באַפֿאַלן און באָמבאַרדירט װילנע. Arie Gilinski 1509.727 1511.827 אין דרײַ טעג שפּעטער Arie Gilinski 1511.827 1513.727 זײַנען זײ געקומען אין װילנע, די דײַטשן. Arie Gilinski 1514.477 1517.527 און דאָס אַלעס האָבן געהאָלפֿן די ליטװישע באַפֿעלקערונג. Arie Gilinski 1518.977 1519.527 spn Arie Gilinski 1519.577 1522.477 און עס האָט זיך אָנגעהױבן פֿאַר ייִדן געפֿערלעכע צרות. Arie Gilinski 1523.577 1526.077 זײ האָבן גענומען זאָגן אַזױ: ד- ערשטע זאַך, Arie Gilinski 1526.527 1528.927 טאָר מען ניט גײן נאָך זעקס אַ זײגער, ייִדן. Arie Gilinski 1529.427 1532.227 צװײטנס טאָרן ניט גײן אױף געװיסע גאַסן. Arie Gilinski 1532.877 1535.913 דריטנס טאָרן אין רײ ניט שטײן נאָך עסנװאַרג. Arie Gilinski 1536.777 1540.031 נאָך דעם האָבן זײ אַרױסגעגעבן אַ באַפֿעל מאַכן בלױע בענדער Arie Gilinski 1540.031 1543.327 מיט אַ געלן מגן־דוד, װײַסע בענדער מיט אַ געלן מגן־דוד. Rhoda Daum-Kenner 1542.777 1544.627 און האָט געמאַכט אַ געטאָ? Arie Gilinski 1544.627 1546.727 NO נאָך ניט, איך װעל קומען צום געטאָ. Arie Gilinski 1547.277 1551.127 װײַסע בענדער מיט אַ געלן גע- מיט אַ געלן מגן־דוד. נאָך דעם איז געװען Arie Gilinski 1551.127 1552.479 eh בלױ... Rhoda Daum-Kenner 1551.627 1552.677 װײַסע? Arie Gilinski 1552.666 1554.541 אַ באַ- אַן אָרעם־באַנד, יאָ. Arie Gilinski 1560.077 1562.377 נאָך דעם איז אַרױס אַ געלע לאַטע. Arie Gilinski 1562.627 1566.127 און דאָס איז אַלץ געװען צו פֿאַרטומלען די מענטשן. Arie Gilinski 1566.777 1569.577 מע זאָל ניט האָבן קײן צײַט צו טראַכטן, און מע זאָל ניט אַנטלױפֿן. Rhoda Daum-Kenner 1570.227 1572.026 אַלע טאָג עפּעס אַנדערש. Arie Gilinski 1571.782 1574.095 אַלע, יעדער צװײטן טאָג עפּעס אַנדערש. Arie Gilinski 1574.227 1577.477 און געהאָלפֿן האָבן זײ נאָר די ליטװינער. די ליטװישע באַפֿעלקערונג. Arie Gilinski 1577.777 1582.577 די ליטװישע באַפֿעלקערונג האָט זיך מאָביליזירט צו די דײַטשן. גלײַך װי זײ זײַנען אַרײַן. Arie Gilinski 1582.877 1586.877 זײ האָבן אָנגעטאָן װײַסע לענטעס אױפֿן ARM און געגאַנגען זוכן ייִדן. Arie Gilinski 1587.627 1589.027 פֿלעגן כאַפּן אַ ייִדן, Arie Gilinski 1589.027 1591.427 און פֿלעגן זאָגן אים אַז מע פֿירט אים צו דער אַרבעט. Arie Gilinski 1592.077 1595.377 אָבער ריכטיק האָט מען אונדז געפֿירט אין טורמע און פֿון דאָרטן אױף פּאָנאַר. Arie Gilinski 1595.477 1597.227 דאָס איז געװען דער אָנהײב. Arie Gilinski 1598.027 1599.277 אַז מע זאָל ניט װיסן. Arie Gilinski 1599.277 1601.427 נאָך דעם האָבן זײ געמאַכט אַן אַנדער פֿאַרשטעלונג. Arie Gilinski 1601.427 1604.627 זײ האָבן געכאַפּט אַ ייִדן, האָבן זײ געהײסן גײ- פֿירן אים אין שטוב, Arie Gilinski 1604.627 1608.577 נעמען אַ זײף מיט אַ האַנטעך מכּלומרשט אַז מע פֿירט אים אױף אַרבעט. Arie Gilinski 1608.777 1612.277 אָבער ס'איז געװען נאָר צו פֿאַרבלענדן אַז ער זאָל ניט אַנטלױפֿן. Arie Gilinski 1612.477 1614.977 האָט מען אַװעקגעפֿירט אין לוקישקער טורמע. Arie Gilinski 1614.977 1616.527 און פֿון דאָרטן אױף פּאָנאַר. Arie Gilinski 1616.527 1618.877 פֿאַר יעדער, יעדער ייִדן װאָס זײ האָבן געבראַכט Arie Gilinski 1618.877 1621.527 צו די דײַטשן האָבן זײ געהאַט צען רובל האָבן זײ באַצאָלט. Arie Gilinski 1623.233 1624.679 דאָס הײסט דער, די ערשטע באַ- Rhoda Daum-Kenner 1624.092 1625.357 דו האָסט דאָס געזען. Arie Gilinski 1625.674 1627.227 יאָ, דאָס האָב איך אַלץ געזען. Arie Gilinski 1627.477 1632.327 איך פֿאַרשטענדלעך זיך באַהאַלטן זיך, איך האָב, ניט אַרױס אױפֿן גאַס. זיך באַהאַלטן, ניט געגאַנגען אױפֿן גאַס. Arie Gilinski 1632.727 1634.677 כ'האָב געהאַט גלײַך אַ באַהעלטעניש. Arie Gilinski 1635.327 1637.277 װי נאָר, איך בין דאָך געקו- Arie Gilinski 1637.877 1640.377 איך מיש אַרײַן. װען מען האָט אונדז געטריבן אין פּלען Arie Gilinski 1640.377 1643.677 האָבן די דײַטשן גענומען די ציװילע באַפֿעלקערונג, Arie Gilinski 1643.677 1646.427 פֿאַרשפּאַרט אין אַ סינאַגאָגע, Arie Gilinski 1646.427 1649.727 פֿאַרקלאַפּט די פֿענצטער מיט די טירן מיט ברעטער, Arie Gilinski 1650.427 1652.877 און אַרומגעגאָסן מיט בענזין און אונטערגעצונדן. Arie Gilinski 1652.877 1654.427 לעבעדיקערהײט, די מענטשן. Arie Gilinski 1655.077 1656.877 און װער עס איז ניט אַרײַן Arie Gilinski 1656.877 1659.977 האָבן זײ גענומען די מענטשן אַרױפֿגעטריבן אױף אַ ספּאָרט־פּלאַץ, Arie Gilinski 1660.327 1663.127 געהײסן זיך לײגן נאָענט אײנער צו דער אַנדערע Arie Gilinski 1663.127 1665.177 און אַרױפֿגעטריבן פֿערד אױף זײ. Arie Gilinski 1665.827 1668.027 די געשרײען איז געװען קילאָמעטערס װײַט. Rhoda Daum-Kenner 1666.827 1668.677 דו האָסט געזען דאָס? Arie Gilinski 1668.027 1670.477 איך האָב דאָס געזען, טרײַבנדיק אין פּלען האָב איך דאָס געזען. Arie Gilinski 1670.527 1674.527 פֿאַר דערפֿאַר האָט עס מיר געגעבן דעם שטױס זיך צו באַהאַלטן און צו לױפֿן. Arie Gilinski 1674.777 1677.677 ניט װאַרטן אױף קײן גענאָד, אױף, אױף, ד- Rhoda Daum-Kenner 1676.577 1677.977 מיט דײַן משפּחה? Arie Gilinski 1678.277 1680.277 יאָ, איך האָב געװעלט מיט די משפּחה לױפֿן, איז ניט געגאַנגען. Rhoda Daum-Kenner 1680.397 1681.177 מע מע דאַרפֿט Rhoda Daum-Kenner 1681.177 1682.351 uh אײן מינוט. Arie Gilinski 1681.886 1683.695 אײן מינוט. דאָרט בין איך אַרײַן אין מיטן כ'אָ- Rhoda Daum-Kenner 1682.978 1683.951 נאָר אײ- אײן מינוט. Arie Gilinski 1683.868 1684.311 נו. Rhoda Daum-Kenner 1684.348 1686.627 מע װיל, eh WE HAVE TO STOP Arie Gilinski 1685.475 1686.359 נו נו נו. Rhoda Daum-Kenner 1686.627 1690.17 FOR ONE MINUTE AND THEN WE WILL CONTINUE PLEASE. Arie Gilinski 1689.153 1689.786 OK GOOD.