Rhoda Daum-Kenner 0.47 4.47 TAPE TWO. DECEMBER SIXTH NINETEEN NINETY FIVE. Rhoda Daum-Kenner 4.647 7.705 INTERVIEW WITH SURVIVOR ARIE GILINSKI. Rhoda Daum-Kenner 8.323 9.823 MISTER GILINSKI Rhoda Daum-Kenner 10.176 12.647 זאָג מיר װאָס האָט פּאַסירט נאָך דעם. Arie Gilinski 13.352 14.852 נאָך דעם װי זײ האָבן Arie Gilinski 14.852 20.323 די מע-, אַרױסגעטריבן די פֿערד, איז דאָס געװען בײַ די דײַטשן אַ ספּעקטאַקל. דו װײסט װאָס אַ ספּעקטאַקל איז, אַ שפּיל הײסט דאָס. Arie Gilinski 20.617 22.029 זײ האָבן פֿון <דערינען> הנאה געהאַט. Rhoda Daum-Kenner 22.0 22.941 זײ האָט געלאַכט? Arie Gilinski 22.97 25.705 געלאַכט און האָבן געטאַנצט און הנאה געהאַט פֿון <דערינען>. Rhoda Daum-Kenner 27.058 29.205 װיפֿל מענטשן האָט געהרגעט זײ? Arie Gilinski 29.0 32.046 NO, איך קען, יע, װאָס. מיר זײַנען דאָך געװען פֿון װײַטנס זײַנען מיר דאָך געװען. Arie Gilinski 32.046 34.44 מ'איז געװען אַרומגערינגלט מיט דײַטשע זעלנער. Rhoda Daum-Kenner 32.941 34.558 צען? הונדערט? Arie Gilinski 34.44 35.94 NO, הונדערטער. Arie Gilinski 36.061 40.352 אױפֿגעטריבן פֿון די שטעטלעך. אױפֿגעטריבן פֿון אַרום, און דאָס געמאַכט דאָס. Rhoda Daum-Kenner 36.176 37.146 הונדערטער. Arie Gilinski 41.646 45.058 די אַלע זאַכן װאָס איך האָב געזען, Arie Gilinski 45.146 48.881 אין נײַנצן אײן און פֿערציק, װען די דײַטשן זײַנען אַרײַן, אײדער די דײַטשן זײַנען אַרײַן, Arie Gilinski 48.881 52.94 ס'איז געװען דער ערשטער טאָג דעם באָמבאַרדירונג, האָב איך געזאָגט צו די עלטערן, לאָמיר אַנטלױפֿן. Arie Gilinski 53.47 57.676 און כ'האָב זײ דערצײלט װאָס איך האָב געזען, װאָס די דײַטשן מאַכן מיט די ייִדן. Rhoda Daum-Kenner 57.499 60.793 מיט, מיט די משפּחה? די גאַנצע משפּחה? דו האָסט געזאָגט... Arie Gilinski 59.234 63.881 יאָ, איך האָב אױפֿגענומען די משפּחה אַלעמען, איך האָב געבראַכט אַ פֿערד מיט אַ װאָגן, אַלץ געװעלט אַנטלױפֿן. Rhoda Daum-Kenner 64.264 65.587 אַנטלױפֿן װוּ? Arie Gilinski 65.676 69.498 אַנטלױפֿן אין רוסלאַנד, װײַל עס, דאָס איז געװען דעם ערשטן טאָג גלײַך. Arie Gilinski 69.498 71.263 די דײַטשן זײַנען נאָך ניט געװען אין װילנע. Arie Gilinski 72.704 78.41 האָט מײַן טאַטע געזאָגט, "װאָס הײסט, דו רעדסט װעגן די דײַטשן אַזױ? איך האָב דאָך געלעבט מיט זײ". Arie Gilinski 78.587 83.587 ער איז געװען דרײַ יאָר אין קריגס־געפֿאַנגענשאַפֿט אין דײַטשלאַנד, אין, פֿון נײַנצן פֿופֿצן ביז נײַנצן אַכצן. Arie Gilinski 83.763 86.528 "איך קען די דײַטשן גוט, דאָס איז אַ קולטורעלע פֿאָלק". Arie Gilinski 86.851 88.498 און זײ האָבן מיר ניט געגלױבט. Arie Gilinski 89.057 91.263 מײַנע אײגענע עלטערן האָבן מיר ניט געגלױבט. Arie Gilinski 92.998 98.94 נו, אַז די פֿאַמיליע איז געבליבן, װײסט, די ייִדן האָבן אַ נאַטור, בײַ זײ איז שטענדיק צוגעבונדן די פֿאַמיליע. Rhoda Daum-Kenner 98.969 100.5 דו האָסט געבלײַבט אױכעט? Arie Gilinski 100.41 101.499 געבליבן אױך, יאָ. Rhoda Daum-Kenner 101.587 102.675 מיט דײַן װײַב. Arie Gilinski 101.704 104.293 דאָס איז געװען מײַן פֿעלער. מיט די װײַב געבליבן, יאָ. דאָס איז געװען מײַן פֿעלער. Arie Gilinski 104.822 106.234 האָבן געבליבן אַזױ. Arie Gilinski 107.351 110.116 יעצט װעגן דעם האָב איך שױן ערצײלט װאָס די ליטװינער האָבן געמאַכט... Rhoda Daum-Kenner 109.616 112.999 װי לאַנג האָסט גע- געבליבן אַזױ? Arie Gilinski 111.499 116.263 די גאַנצע צײַט, ביזן, ביזן פֿיר און פֿערציקסטן יאָר, ביז װאַנעט איך האָב זיך באַפֿרײַט, בין איך געװען אין װילנע. Arie Gilinski 116.41 117.793 די גאַנצע צײַט בין איך געװען אין װילנע. Arie Gilinski 120.44 123.851 יעצט האָב איך דערצײלט װאָס די ליטװינער האָבן געטאָן. Arie Gilinski 125.087 129.469 אַז סע האָט געענדיקט די אַלע זאַכן, איז געקומען אַ פֿאַראָרדענונג, די ייִדן מוזן גײן אין געטאָ. Arie Gilinski 131.087 135.175 און מע מעג נעמען אױף זיך נאָר װאָס מע קען טראָגן אין האַנט, מער ניט. Arie Gilinski 135.734 139.322 און די איבעריקע פֿאַרמעגן זאָל מען איבערלאָזן, ניט פֿאַרשליסן די טיר. Arie Gilinski 139.322 143.852 און די דײַטשן האָבן אָנגעקלעפּט אַ צעטל אױף די טירן "DEUTSCH פֿאַרמעגן". Arie Gilinski 144.146 145.763 דאָס הײסט אַז זײ נעמען דאָס צו. Arie Gilinski 145.91 147.852 און אונדז האָט מען געטריבן אין געטאָ. Arie Gilinski 148.499 149.793 <אַל> די ליטװינער. Arie Gilinski 152.763 154.116 אַ טײל ייִדן זײַנע- Rhoda Daum-Kenner 153.558 154.91 איבערגעלאָזט אַלעס? Arie Gilinski 154.999 157.91 איבערגעלאָזט אַלעמען, UNK UNK, איבערגעלאָזט אַלעס און געגאַנגען אין געטאָ. Arie Gilinski 158.793 163.116 אַ טײל ייִדן האָט מען געטריבן אין געטאָ, און אַ טײל האָט מען געטריבן אין לוקישקער טורמע. Arie Gilinski 163.704 165.851 פֿון דאָרטן האָט מען געפֿירט אױף פּאָנאַר. Arie Gilinski 166.116 171.88 ניט אַלע האָבן געהאַט דעם גליק אַרײַנצוקומען אין געטאָ און בלײַבן צײַטװײַליק צו לעבן. Arie Gilinski 173.027 177.38 מיר זײַנען אַרײַן אין געטאָ. אונדז איז געלונגען מיט די פֿאַמיליע, מיר זײַנען אַרײַן אין געטאָ. Rhoda Daum-Kenner 178.204 179.792 אַלע פֿון דײַן פֿאַמיליע. Arie Gilinski 179.498 181.175 אַלע פֿון די פֿאַמיליע איז אַרײַן אין געטאָ. Arie Gilinski 182.675 185.939 אין געטאָ זײַנען געװען די לעבנס־באַדינגונגען שרעקלעכע. Arie Gilinski 186.116 188.351 דרײַ פֿאַמיליעס אין אײן צימער. Arie Gilinski 189.969 194.145 eh פֿאַרשטענדלעך, די די סאַניטאַר־באַדינגונגען איז געװען געפֿערלעכע. Arie Gilinski 194.851 197.175 די ערשטע טעג האָט מען עסן ניט געגעבן. Arie Gilinski 198.321 201.233 צופֿעליק איז יעדער אײנער האָט מיטגענומען עפּעס צום עסן. Arie Gilinski 202.439 204.556 און מע האָט אױסגעהאַלטן װי עס איז. Arie Gilinski 205.498 210.262 מע האָט אונדז פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ, און מע האָט געזאָגט, "יעצט װעט איר לעבן רויִק". Rhoda Daum-Kenner 211.468 213.086 װעמען ער האָט געזאָגט דאָס? Arie Gilinski 212.174 213.262 דער פֿאַרבלענדעניש. Rhoda Daum-Kenner 213.086 214.285 װעמען ער האָט געזאָגט דאָס? Arie Gilinski 213.968 217.056 דער געטאָ־עלטסטער האָט אױפֿגענומען די מענטשן און געזאָגט, Arie Gilinski 217.203 222.262 "יעצט געפֿינען מיר זיך אין אַ פֿאַרמאַכטע געטאָ. מיר לעבן רויִק. מיר דאַרפֿן מער ניט גײן צו דער אַרבעט, Arie Gilinski 222.88 226.821 און דאָס װעט אונדז געבן די האָפֿענונג צו בלײַבן לעבן". Arie Gilinski 227.527 230.083 אָבער ס'איז געװען אַ, אַלץ אַ אָפּנאַרערײַ פֿון געשטאַפּאָ. Rhoda Daum-Kenner 229.468 230.498 האָסט געגלײבט? Arie Gilinski 230.556 232.674 NO. איך האָב ניט געגלײבט. איך האָב זײ קײן מאָל ניט געגלײבט. Arie Gilinski 233.438 237.88 װײַלע איך בין דאָך געקומען פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב דאָך געזען װאָס זײ האָבן געטאָן מיט די מענטשן, װאָס זײ האָבן מיט אונדז געטאָן. Arie Gilinski 237.968 238.938 און נאָך דעם מיט די מענטשן געטאָן. Arie Gilinski 239.174 240.38 נו, װאָס האָב איך געקענט גלױבן? Arie Gilinski 241.438 244.174 איך האָב נאָר געלעבט מיטן געדאַנק צו אַנטלױפֿן. Rhoda Daum-Kenner 244.556 245.556 נאָך אַ מאָל. Arie Gilinski 245.674 247.027 ניט נאָך אײן מאָל. spn Arie Gilinski 247.615 250.35 אַנטלאָפֿן פֿון אײן געפֿאַר, און געקומען אין צװײטע געפֿאַר. Arie Gilinski 251.027 254.88 מ'איז אַרײַן אין געטאָ. אין די געטאָ האָט זיך אָנגעהױבן אַ סדרה פֿון שײַנען. Arie Gilinski 256.174 258.086 דאָס הײסט, ערלױבעניש צו גײן צו דער אַרבעט. Arie Gilinski 258.262 260.586 איז געװען אַזױ, פֿריִער איז געװען װײַסע שײַנען. Arie Gilinski 262.233 265.526 נאָך דעם איז געװען געלע שײַנען. Arie Gilinski 265.762 268.262 איצטער װע-, איצט װעל איך ערקלערן װאָס מיט די שײַנען איז געװען. Arie Gilinski 268.644 270.526 די שאַ-, מ'האָט צעטײלט אַ-, Arie Gilinski 270.526 276.732 מ'האָט געגעבן אַ געװיסע ט- צאָל מענטשן פֿון דער באַפֿעלקערונג שײַנען, װײַסע שײַנען. Arie Gilinski 277.409 280.379 מ'האָט געגעבן פֿאַר צען טױזנט מענטשן װײַסע שײַנען. Arie Gilinski 280.615 283.173 אָבער אין געטאָ איז דאָך געװען דרײַסיק טױזנט מענטשן. Arie Gilinski 283.732 288.615 איז, צװאַנציק טױזנט האָבן זיך געדאַרפֿט באַהאַלטן... די מענטשן װאָס זײַנען אַרױס צו דער אַרבעט Arie Gilinski 288.732 292.115 זײַנען געװען פֿאַרזיכערט. אָבער די װאָס זײַנען געבליבן אין געטאָ האָט מען געמאַכט אַן אַקציע. Arie Gilinski 293.82 299.585 פֿון די אַלע אַקציעס, יעדער מאָל האָבן מיר פֿאַרלאָרן טױזנטער מענטשן פֿון געטאָ. Arie Gilinski 299.703 304.144 מיר זײַנען אַרײַן זײַנען מיר דאָך געװען זעכציק טױזנט ייִדן אין געטאָ. Rhoda Daum-Kenner 306.409 308.291 נאָר מענטשן פֿון װילנע? Arie Gilinski 308.497 313.468 נע- בשעת־מעשׂה נאָר מענטשן פֿון װילנע. נאָך דעם האָט מען געבראַכט פֿון די שטעטלעך אױך אומצוברענגען. Arie Gilinski 314.997 318.262 איז געװען װײַסע שײַנען. נאָך דעם איז אַרױס געלע שײַנען. Arie Gilinski 318.585 320.968 נאָך דעם איז אַרױס פֿאַך־אַרבעטער־שײַנען. Arie Gilinski 321.556 323.585 דערנאָכדעם איז אַרױס אױסװײַזן. Arie Gilinski 324.232 328.673 און יעדער מאָל האָט מען געמאַכט אַקציעס, זײַנען אומגעקומען מענטשן. װאָס האָבן זײ געטאָן? Arie Gilinski 329.026 334.379 זײ האָבן געמאַכט צװײ געטאָס, אײנע אַ גרױסע געטאָ װאָס האָט געהײסן פֿאַך־אַרבעטער־שײַנען. Arie Gilinski 334.379 335.82 פֿאַך־אַרבעטער־געטאָ. Arie Gilinski 335.82 339.173 און די צװײטע האָט געהײסן געהילפֿס־פֿאַך־אַרבעטער־געטאָ. Arie Gilinski 339.967 344.408 אָבער ס'איז געװען אַלץ אָפּנאַרערײַ פֿון די דײַטשן צו פֿאַרבלענדן די אױגן. Arie Gilinski 344.644 351.261 זײ האָבן גענומען די מענטשן פֿון פֿאַך־אַרבעטער־געטאָ און און און אַריבערגעטראַנספּאָרטירט אין די קלײנע געטאָ, אין צװײטע האָט דאָס געהײסן. Arie Gilinski 353.35 356.144 tsk און פֿון דאָרטן גענומען אױף פּאָנאַר. Rhoda Daum-Kenner 356.967 358.438 פֿון די קלײנע געטאָ. Arie Gilinski 358.379 359.497 פֿון דער קלײנער געטאָ. Rhoda Daum-Kenner 358.83 359.497 פֿון די קלײנע. Arie Gilinski 359.644 364.32 דאָס איז אַלץ געװען געמאַכט, אַז די מענטשן פֿון ערשטע זאָלן ניט װיסן װאָס ס'טוט זיך אין די צװײטע. Arie Gilinski 368.908 370.202 איך... Arie Gilinski 372.349 374.908 איך מוז אַ מינוט איבעררײַסן בײַ דערין און דערצײלן. Arie Gilinski 375.114 380.702 ס'איז געװען אַ בוך, אַרױסגעגעבן פֿון היטלערן אַלײן, װאָס צו טאָן מיט די ייִדן. Rhoda Daum-Kenner 381.231 382.301 דו האָסט עס געזען? Arie Gilinski 381.673 383.496 װי אַזױ אומצוברענגען די ייִדן. Rhoda Daum-Kenner 383.408 384.673 דו האָסט עס געזען? Arie Gilinski 384.584 388.858 איך האָב דאָס ניט געזען. מיר האָט דערצײלט אײנער װאָס האָט זי געזען. איך האָב דאָס ניט געזען. ער האָט מיר דערצײלט. Arie Gilinski 388.858 391.496 קאַמערמאַכער. ער האָט געאַרבעט אין געשטאַפּאָ האָט ער געאַרבעט. Arie Gilinski 391.496 397.937 האָט ער געהאַט... ער איז געװען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר די גאָלד, מיט די אַלע זאַכן װאָס מע נעמט צו פֿון די ייִדן. Arie Gilinski 398.467 403.173 און ער האָט דאָס סעגרעגירט און מע פֿלעג דאָס שיקן אין דײַטשלאַנד. Rhoda Daum-Kenner 400.79 401.731 פֿון די צײן? Rhoda Daum-Kenner 402.026 403.261 פֿון די צײן? Arie Gilinski 403.584 406.172 אַ- די צײן איז נאָך דעם, מע האָט אַרױסגעריסן מיט צװאַנגען. Arie Gilinski 406.172 407.408 די צײן האָט מען אַראָפּגעריסן. Arie Gilinski 408.084 411.172 איז ער האָט דאָס מיר דערצײלט װעגן דעם. און איז געװען אַזױ געשריבן, Arie Gilinski 411.937 416.408 אַז די ייִדן אומברענגען אַזױ טױג ניט. Arie Gilinski 416.408 421.878 מע דאַרף זײ פֿאַרמאַטערן, זײ זאָלן האָבן ניט קײן קאָ-, זײ זאָלן ניט האָבן קײן כּוח צו שטעלן אַ װידערשטאַנד. Arie Gilinski 423.114 427.878 און מע דאַרף זײ אַזױ אומברענגען אַז אײן טײל זאָל ניט װיסן װוּ דער צװײטער איז אומגעקומען. Arie Gilinski 429.82 434.702 און רחמנות אױף ייִדן טאָר מען ניט האָבן װײַל דאָס איז אַ פֿאַרברעכן קעגן רײַך. Arie Gilinski 441.849 448.996 יע, און אױב עס װעלן בלײַבן צען װילנער ייִדן, ייִדן פֿון װילנע, האָבן מיר אונדזער ציל ניט דערגרײכט. Arie Gilinski 450.261 455.084 דאָס האָט ספּעציעל היטלער געשריבן צו די געשטאַפּאָ, װי זיך צו באַגײן מיט די מענטשן. Arie Gilinski 456.702 460.202 איצטער די מענטשן האָט מען געפֿירט אין צװײטע געטאָ, און אין צװײטע געטאָ זײַנען זײ אומגעקומען. Arie Gilinski 461.437 466.172 דער לאַגער־פֿיר-, דער געטאָ־פֿירער מיט זײַנע פּאָליצײ האָבן מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשן. Arie Gilinski 466.731 470.79 זײ האָבן אױסגעפֿירט די דײַטשע באַפֿעלן אַזױ פּינקטלעך, נאָך בעסער װי די דײַטשן אַלײן. Arie Gilinski 471.055 477.496 אַז מע האָט געדאַרפֿט האָבן, לאָמיר זאָגן, טױזנט ייִדן אױף אומצוברענגען, האָבן זײ בעסער געגעבן טױזנט הונדערט אײדער חלילה נײַן הונדערט נײַנציק. Arie Gilinski 478.908 479.79 פֿאַר װאָס? Arie Gilinski 479.79 481.819 מ'האָט זײ אײַנגערעדט אַז זײ װעלן בלײַבן לעבן. Arie Gilinski 481.819 483.996 אָבער זײ זײַנען אױך אומגעקומען. די זעלבע היסטאָריע. Arie Gilinski 484.761 486.29 ער האָט קײנעם ניט געלאָזן לעבן. Arie Gilinski 487.672 489.702 מיר זײַנען געװען אין געטאָ, Arie Gilinski 490.319 493.349 אין געטאָ האָב איך גע- האָב איך געאַרבעט... Rhoda Daum-Kenner 492.143 493.437 אין די גרױסע געטאָ. Arie Gilinski 493.349 495.584 אין די גרױסע, די גאַנצע צײַט בין איך געװען אין די גרױסע. Rhoda Daum-Kenner 495.29 497.525 מיט מיט די גאַנצע משפּחה? Arie Gilinski 497.466 498.849 NO. Arie Gilinski 498.849 506.291 די משפּחה, די מאַ- דער ברודער האָט מען גלײַך פֿאַרכאַפּט, די ערשטע צײַט האָט מען אים פֿאַרכאַפּט און מע האָט אים אַװעקגעשלעפּט אין דײַטשלאַנד. ער איז <אומגעקומען>. Rhoda Daum-Kenner 504.584 506.172 װי אַלט האָט ער געװאָרן? Rhoda Daum-Kenner 506.264 507.335 ער האָט געװען... Arie Gilinski 506.466 508.319 ער איז געװען עטלעכע צװאַנציק יאָר. Rhoda Daum-Kenner 507.713 508.805 ער האָט געװען צװאָנציק יאָר. Arie Gilinski 508.878 509.672 מ'האָט אַװעקגעשלעפּט גלאַ- Rhoda Daum-Kenner 508.936 510.629 עלטער, עלטער פֿון דיר? Arie Gilinski 510.495 511.477 NO, ייִנגער פֿאַר מיר. Rhoda Daum-Kenner 511.201 512.436 ייִנגער. צװײ יאָר? Arie Gilinski 512.289 513.899 י- צװײ יאָר, יאָ. Arie Gilinski 514.672 516.289 אים האָט מען אַװעקגעשלעפּט אין דײַטשלאַנד. Arie Gilinski 516.378 518.319 און מ- מיר װײסן ניט פֿון <הײַנט ביז> טאָג. Arie Gilinski 518.613 522.054 די מאַמען מיט צװײ קינדער זײַנען אומגעקומען אין פּאָנאַר, Arie Gilinski 522.642 523.995 פֿון די צװײטע געטאָ. Arie Gilinski 524.966 529.819 און די קלײנע שװעסטער מײַנע, מיט מײַן פֿאָטער, איז ער געלונגען צו באַהאַלטן אין צװײטע געטאָ, Arie Gilinski 530.554 533.789 כ'האָב געהאַט אַ געלעגנהײט האָב איך זײ אַריבערגעבראַכט צו זיך אין די ערשטע געטאָ. Arie Gilinski 534.378 539.113 איך האָב נאָר געטראַכט, אַ ביסל איז דאָ זי- אַ ביסל איז דאָ זיכערער, אָבער ס'איז אַ פֿאַרבלענדעניש געװען. Rhoda Daum-Kenner 539.789 540.73 מיט דײַן װײַב? Arie Gilinski 541.025 543.878 NO, די מאַמע איז דאָך שױן אומגעקומען אין די ערשטע געטאָ. Rhoda Daum-Kenner 543.73 544.525 NO BUT, BUT... Arie Gilinski 544.466 548.368 איך בין געװען מיט מײַן װײַב די גאַנצע צײַט אין די ערשטע געטאָ. די גאַנצע צײַט די ערשטע געטאָ בין איך געװען. Arie Gilinski 548.436 550.26 איך פֿלעג eh, Arie Gilinski 550.613 556.319 איך האָב געאַרבעט אין H.K.P. און איך פֿלעג אַרײַנברענגען עסנװאַרג. איך פֿלעג אַרױסגײן צו דער אַרבעט און געהאַנדלט מיט די גױים, פֿלעג איך ברענגען עסנװאַרג. Arie Gilinski 558.554 563.172 מ'האָט זיך װי עס איז אױסגעשפּײַזט זיך. װען זײ הרגעט ניט אַװעק װאָלטן געבליבן אַ סך ייִדן לעבן. Arie Gilinski 563.966 566.788 אַזױ האָבן מיר געלעבט ביז נײַנצן דרײַ און פֿערציק. Rhoda Daum-Kenner 566.466 569.466 און װאָס האָט פּאַסירט צו דײַן מוטער און דײַן צװײ שװעסטער? Arie Gilinski 569.583 570.436 װאָס? Rhoda Daum-Kenner 570.23 571.083 די צ- די- Rhoda Daum-Kenner 571.083 574.306 די מוטער און די צװײ שװעסטער אין די קלײנע געטאָ און פּאָנאַר. Arie Gilinski 573.642 576.289 מע האָט זײ אַװעקגעפֿירט אין פּאָנאַר. מ'האָט זײ געשאָסן אין פּאָנאַר. Rhoda Daum-Kenner 576.347 578.086 דו האָסט דאָס געזען OR Arie Gilinski 577.847 581.112 NO, איך האָב זײ ניט געקענט זען. איך װײס אַז מע האָט זײ געהאַט אַרױסגענומען, Arie Gilinski 581.406 588.877 איך װײס אַז אַלע ייִדן װאָס ס'איז געװען אין צװײטע געטאָ פֿלעג מען אַריבערפֿירן אין לוקישקער טורמע, און פֿון דאָרט פֿלעג מען פֿירן אױף פּאָנאַר. Rhoda Daum-Kenner 588.906 591.053 AND די אַנדערע שװעסטער און דײַן טאַטע? Arie Gilinski 591.524 596.847 oh די אַנדערע שװעסטער און טאַטע זײַנען געבליבן לעבן ביזן דרײַ און פֿערציקסטן יאָר, צוזאַמען מיט מיר אין געטאָ. Arie Gilinski 597.406 603.759 די קלײנע שװעסטער האָט מען אַרױסגעשיקט אין עסטאָניע, איז געװען אַ גרױסע אַקציע און דעם טאַטן אױך. Arie Gilinski 603.759 604.847 דעם טאַטן אין לעטלאַנד. Arie Gilinski 605.906 607.788 זי איז אומגעקומען אין שטוטהאָף. Arie Gilinski 608.994 610.847 דרײַ, פֿיר טעג פֿאַר דער באַפֿרײַונג. Arie Gilinski 611.17 615.406 און דער טאַטע איז אומגעקומען אױפֿן שײַטער־הױפֿן, איך האָב אײַך שױן דערצײלט װעגן דערינען, יאָ? Arie Gilinski 615.641 623.67 איך אַלײן האָב קײן מאָל ניט געהאַט קײן צוטרױ צו אַ דײַטשן. איך האָב געזאָגט װאָ- װאָס זײ זאָגן, און דאַרפֿן זײ טאָן פֿאַרקערט. Arie Gilinski 624.288 626.523 װײַל ס'איז שטענדיק אַן אָפּנאַרערײַ. Arie Gilinski 626.758 629.023 אַפֿילו מײַן פֿאָטער, מוז איך אונטערשטרײַכן, Arie Gilinski 629.347 633.406 מ'האָט אײַנגערעדט, אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג אין געטאָ, דער געטאָ־עלטסטער מיט זײַנע מענטשן, Arie Gilinski 633.464 635.435 אַז אין פּאָנאַר לעבט מען און מע אַרבעט, Arie Gilinski 636.111 639.081 צו פֿאַרבלענדן די מענטשן די אױגן, זײ זאָלן ניט אַנטלױפֿן, Arie Gilinski 639.081 639.781 UNK Arie Gilinski 639.781 641.64 און מײַן פֿאָטער האָט אין דערינען געגלױבט. Arie Gilinski 642.699 646.023 כ'האָב אים געזאָגט, קוק זיך אײַן װאָס ס'טוט זיך, ס'איז דאָך אַ געפֿערלעכע זאַך. Arie Gilinski 646.023 646.846 ניט געגלױבט. Arie Gilinski 647.229 648.993 מענטשן װעל איך דיר דערצײלן, Arie Gilinski 649.081 656.464 נאָך אַ שענערע זאַך: זײ האָבן געשריבן בריװ, פֿאַלשע בריװ, די דײַטשן. זײ האָבן געצװוּנגען די מענטשן מע זאָל שרײַבן אַ בריװ, פֿון פּאָנאַר. Arie Gilinski 656.464 659.64 "מיר איז גוט, איך לעב און איך אַרבעט". און מע האָט אונדז געבראַכט אין געטאָ. Arie Gilinski 660.17 663.552 צו פֿאַר- ס'איז אַלץ געװען צו פֿאַרבלענדן די מענטשן די אױגן. Arie Gilinski 663.552 665.758 אָבער איך האָב געזאָגט איך האָב צו זײ קײן צוטרױ ניט. Arie Gilinski 666.081 667.405 איך גײ ניט אין ערגעץ. Arie Gilinski 667.405 670.758 איך בלײַב דאָ אין געטאָ און װאַרט אױף דער באַפֿרײַונג פֿון די רוסן. Arie Gilinski 671.787 674.64 ס'איז געװען לײַכט צו זאָגן אָבער eh eh נ- Arie Gilinski 675.258 682.581 האָבן, איך, מײַן פֿרױ און איר ברודער זײַנען אַװעקגעלאָפֿן זוכן אַ באַהעלטעניש. Arie Gilinski 683.464 685.022 זיך צו באַהאַלטן זיך. Arie Gilinski 685.699 688.522 מיר זײַנען אַרױף צוריק בײַ אונדז אױפֿן הױף װוּ מיר האָבן געלעבט, Arie Gilinski 688.875 692.14 כ'האָב דאָך געװוּסט די גאַנצע באַנעמונג פֿון הױף. Arie Gilinski 692.522 695.552 דער הױף איז באַשטאַנען פֿון צװײ גרױסע מױערן, פֿיר שטאָק. Arie Gilinski 696.405 701.199 דאָרט װוּ מיר האָבן געלעבט איז נאָר געבליבן, דער צװײטער האָט מען אױפֿגעריסן. פֿאַר װאָס? Arie Gilinski 701.846 708.052 עמעצער האָט געמסרט אַז דאָרטן געפֿינט זיך דער שטאַב פֿון די F.P.O., די פֿאַראײניקטע פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע. Arie Gilinski 708.14 710.934 דאָס איז געװען STRAŠUNO פֿופֿצן, דער אַדרעס. Arie Gilinski 711.434 715.875 איז געקומען געשטאַפּאָ, האָט אונטערגעלײגט דינאַמיט און האָט אױפֿגעריסן אױף די מענטשן. Arie Gilinski 716.257 720.516 און זײ ליגן נאָך הײַנט ניט קײן באַערדיקטע, דאָרטן אונטער די גראָ- אונטער די גראָז. Arie Gilinski 722.228 726.934 מיר זײַנען אַרױף אױפֿן דאַך, אױפֿן בױדעם, און געפֿונען אַ באַהעלטעניש. Arie Gilinski 727.963 731.816 אַ מ- אַ מעטער אַכציק די לענג און אַכציק די הױך. Arie Gilinski 732.552 738.875 און דרײַ מענטשן זײַנען מיר געלעגן, אײנער לעבן די אַנדערע, האָבן זיך ניט געקענט, אַז מ'האָט זיך געדאַרפֿט איבערדרײען האָט מען געזאָגט, "לאָמיר זיך איבערדרײען אַלע צוזאַמען". Arie Gilinski 739.992 741.522 אָבער ס'איז בעסער װי דער טױט. Arie Gilinski 743.669 747.728 קײן עסן האָבן מיר ניט געהאַט, זײַנען מיר געגאַנגען איבער די פֿאַרלאָזטע הײַזער זוכן עסן. Rhoda Daum-Kenner 747.61 749.904 װי לאַנג האָסט געװען דאָרטן? Arie Gilinski 749.404 751.728 אָט װעל איך דערצײלן, ס'- איז דאָס אױך אַ היסטאָריע. Arie Gilinski 752.198 754.434 אַ, מאָנאַטן זײַנען מיר אָפּגעלעגן אַזױ אַלע דרײַ. Arie Gilinski 754.581 755.522 אַ מאָנאַט צײַט. Rhoda Daum-Kenner 755.257 756.434 אַ מאָנאַט צײַט! Arie Gilinski 756.11 757.286 אַ מאָנאַט צײַט. Arie Gilinski 757.904 762.404 נאָך אַ מאָנאַט זײַנען מיר געגאַנגען עסן, און אַ ליטװישע פּאַטראָל האָט אונדז באַמערקט. Arie Gilinski 763.257 765.228 האָט אונדז אַרעסטירט, מיר מיטן ברודער. Arie Gilinski 765.463 767.139 און די פֿרױ איז געבליבן באַהאַלטן. Arie Gilinski 767.286 769.963 װײַל מיר פֿלעגן גײן נעמען עסנװאַרג. עסן, װאַסער. Arie Gilinski 770.581 776.816 דער אָרגאַניזירן עסן איז געװען אַזױ: מיר פֿלעגן גײן בײַ די פֿאַרלאָזטע הײַזער זען װאָס מענטשן האָבן איבערגעלאָזט. Arie Gilinski 777.14 781.581 און װאַסער האָבן די דײַטשן פֿאַרשלאָסן, די מענטשן זאָלן ניט קענען זיך באַנוצן זיך. Arie Gilinski 782.375 792.404 װאָס האָבן זײ געטאָן, אָבער אײן קראַן האָבן זײ געלאָזן אָפֿן, און מענטשן האָבן ניט געװוּסט, זײַנען זײ געקומען בײַ נאַכט נעמען װאַסער, און די ליטװינער זײַנען געװען באַהאַלטן. האָט מען זײ אַרעסטירט גלײַך. Arie Gilinski 792.993 797.022 און געשלאָגן מיט די ביקסן איבערן קאָפּ זײ זאָלן זאָגן װוּ ייִדן ליגן באַהאַלטן. Arie Gilinski 799.963 801.787 די געשרײען איז געװען הימל־רײַסנד. Arie Gilinski 803.698 813.169 מיר האָבן אײן מאָל אַרױסגעקוקט דורך אַ פֿענצטער, האָבן מיר געזען, אונדזער אַ שכן ליגט אָנגעטאָן אין אַ טלית, תּפֿילין אױפֿן קאָפּ, און די קעץ גריזען אים דעם קאָפּ. Arie Gilinski 814.08 815.757 זאָגט מײַן פֿרױ צו מיר, Arie Gilinski 816.227 817.463 "אַז איך װעל שטאַרבן" Arie Gilinski 817.463 818.786 װעגן לעבן האָט זי ניט גערעדט, Arie Gilinski 818.786 821.816 "זאָלסטו מיר באַגראָבן טיף, די קעץ זאָלן מיר ניט גריזשענען". Arie Gilinski 824.492 826.992 אײן מאָל זײַנען מיר אַרױס נעמען עסן, מ'האָט אונדז אַרעסטירט, Arie Gilinski 826.992 830.169 די פֿרױ האָט ניט געכאַפּט, און מ'האָט אונדז אַװעקגעפֿירט אין פּאָליצײ. Arie Gilinski 830.169 832.257 מיר מיטן ברודער, איר ברודער. Arie Gilinski 833.374 841.345 כ'האָב די גאַנצע צײַט געטראַכט װעגן אַנטלױפֿן אָבער װי קען איך לױפֿן, אַ באַװאַקסענער, אין קאַלאָשן בין איך געגאַנגען, װײַל איך בין געגאַנגען אין קאַלאָשן מע זאָל ניט הערן װי איך גײ, די טריט. Arie Gilinski 842.315 843.962 מ'האָט אונדז אַװעקגעפֿירט אין פּאָליצײ. Rhoda Daum-Kenner 844.256 845.313 GESTAPO? Rhoda Daum-Kenner 845.313 846.315 פּאָליצײ. Arie Gilinski 845.551 847.381 ניט געשטאַפּאָ, ליטװישע פּאָליצײ. Rhoda Daum-Kenner 846.933 848.168 ליטװישע פּאָליצײ. Arie Gilinski 847.381 848.429 ליטװישע פּאָליצײ. Arie Gilinski 848.54 850.139 אַװעקגעפֿירט אין פּאָליצײ. Arie Gilinski 850.315 854.315 און דער געדאַנק איז געגאַנגען לױפֿן בײַ מיר, מיט די אױגן אַרום און אַרום, װי אַנטלױפֿט מען? Arie Gilinski 854.786 858.403 אָבער איך האָב געזען אַז דער אַנטלױפֿן האָט ניט קײן שום SENSE, מע װעט מיר ניט, Arie Gilinski 859.286 863.08 איך װעל ניט האָבן װוּ, װײַל די באַפֿעלקערונג, די ליטװינער אָדער די פּאָליאַקן װעלן מיר אַרױסגעבן. Arie Gilinski 864.345 869.139 מ'האָט מיר געבראַכט אין פּאָליצײ, געפּרוּװט אַרױסנעמען די גראַטע, ניט געגאַנגען. Arie Gilinski 870.344 874.315 האָב איך געבעטן בײַם דיזשורנעם אַז ער זאָל מיר אַרײַנלאָזן אין TOILET. Arie Gilinski 876.579 881.579 ער האָט מיר אַרײַנגעלאָזט אין TOILET, בין איך געזעסן און געפּרוּװט דעם פֿענצטער עפֿענען, גײט ניט. Arie Gilinski 883.844 887.197 נו, האָב איך געטראַכט אַז אױב טױט איז דאָך אַלץ אײנס, מ'װעט פּראָבירן. Arie Gilinski 887.285 889.285 בין איך אַרױס דורך דער הױפּט־טיר. Arie Gilinski 889.668 892.197 מ'האָט אַרײַנגעבראַכט אַ סך אַרעסטירטע מענטשן, Arie Gilinski 892.579 896.315 און דער דיזשורנער איז געװען פֿאַרשטעלט בײַן טישל, בין איך אַרױס דורכן הױפּט־טיר. Arie Gilinski 898.521 901.491 אָבער װוּ גײט מען מיט אַזאַ אױסזען, מ'װעט דאָך מיר יעדערער פֿאַרהאַלטן. Rhoda Daum-Kenner 901.991 903.991 װי װי האָסטו דאָס געטאָן? Arie Gilinski 902.103 902.778 איז נאָך דעם געװע- Arie Gilinski 903.932 906.02 איך האָב דאָס געטאָן, איך האָב eh eh, Arie Gilinski 906.05 907.932 זאָג מיר, װאָס האָב איך געהאַט צו פֿאַרלירן? Arie Gilinski 907.962 910.138 ס'איז דאָ דער טױט אַזױ, און דער טױט אַזױ! Rhoda Daum-Kenner 907.991 910.55 YEAH, דו ביסט אַ גרױסע מאַן, דו ביסט נישט אַ קלײנע. Arie Gilinski 910.962 911.638 װאָס? Rhoda Daum-Kenner 911.491 914.285 דו ביסט אַ גרױסע מאַן, דו ביסט נישט אַ קלײנע. Arie Gilinski 914.403 916.167 דער טױט איז דאָך אָבער אַלץ אײנס, װאָס איז װיכטיק? Arie Gilinski 916.197 917.315 איך בין אַרױס. Arie Gilinski 917.344 923.903 דער געדאַנק, די צײַט װאָס איך בין געקומען פֿון דײַטשלאַנד, פֿון פּלען אַנטלאָפֿן האָב איך געהאַט דעם געדאַנק: נאָר לױפֿן. Arie Gilinski 923.903 924.873 פֿאַר װאָס? Arie Gilinski 925.256 926.697 דער געדאַנק איז אַזױ: Arie Gilinski 926.726 931.109 אַז דו װעסט ניט לױפֿן װעט מען דיר שיסן אין קאָפּ, ריכטיק? Arie Gilinski 931.109 934.785 אַז דו װעסט לױפֿן װעסטו זען װי מע שיסט דיר, װעסט זיך מאַטערן. Arie Gilinski 934.903 937.638 אַז דו װעסט לױפֿן, מ'װעט דיר שיסן אין פּאַטילניצע, מ'װעט דיר נאָכיאָגן. Arie Gilinski 937.638 938.962 װעסטו שטאַרבן אַזױ. Arie Gilinski 939.167 945.012 אָבער אַז דו װעסט לױפֿן װעסטו דאָך האָבן אײן טױזנט פּראָצענ- אַ טױזנטל פּראָצענט צו בלײַבן לעבן! Arie Gilinski 945.108 946.373 װאָס פֿאַרלירסטו? Rhoda Daum-Kenner 945.241 945.668 אמת. Rhoda Daum-Kenner 946.432 946.961 גאָרנישט. Arie Gilinski 946.902 948.461 דאָס איז געװען מײַן געדאַנק. Arie Gilinski 948.608 951.314 איך בין געװען דער לױפֿער. נאָר לױפֿן. Arie Gilinski 952.755 955.344 און איך בין אַנטלאָפֿן. או- און איך בין אַרײַן אין קלױסטער, Arie Gilinski 955.344 958.432 זיך אױפֿגעדראַפּעט זיך אױף אַ בױדעמל, און געזעסן. Rhoda Daum-Kenner 958.785 959.932 אַלײן? Arie Gilinski 960.079 960.814 אַלײן, יאָ. Rhoda Daum-Kenner 960.52 961.049 אַלײן. Arie Gilinski 960.814 962.196 דעם ברודער האָט מען אַרעסטירט. Arie Gilinski 962.491 963.991 כ'װעל באַלד דערצײלן װאָס מיטן ברודער איז געװען. Arie Gilinski 965.696 968.755 איך בין אַרױפֿגעלאָפֿן אױפֿן קלױסטער און געװאַרט ביז װאַנען ס'װעט װערן טונקל. Arie Gilinski 969.02 971.608 װײַל אױף אַ ליכטיקײט קען איך דאָך ניט גײן מיט אַזאַ הולך. Arie Gilinski 972.637 974.402 און ס'איז געװאָרן טונקל, Arie Gilinski 974.402 976.843 בין איך אַװעק צוריק אין געטאָ, איך האָב ניט געהאַט װוּ צו גײן! Arie Gilinski 977.402 978.843 איך האָב ניט געהאַט װוּ! Arie Gilinski 978.843 980.578 די גױים װעלן דאָך מיר אַרױסגעבן. Arie Gilinski 982.078 984.255 איך האָב געקענט די געטאָ זײער גוט. Arie Gilinski 984.461 989.167 איך האָב געקענט געהײמע אַרײַנגאַנג װאָס איך אַלײן פֿלעג אַ מאָל אַרײַנברענגען עסנװאַרג דורך זײ. Arie Gilinski 990.314 994.167 איך בין אַרײַן דורך אַזאַ אַרײַנגאַנג, איך געפֿין eh, שקצימלעך. Arie Gilinski 994.608 996.137 יונגע, יונגע. Arie Gilinski 996.784 1002.314 זײ ש- זײ װאַרטן ס'זאָל װערן גוט טונקל, זײ װעלן גײן נעמען די זאַכן װאָס די ייִדן האָבן איבערגעלאָזט. Arie Gilinski 1003.49 1005.843 איך האָב זיך געמאַכט פֿאַר אַ שטומען. Arie Gilinski 1006.843 1008.284 איך האָב גערעדט צו זײ אױף שטום־לשון. Arie Gilinski 1009.519 1016.96 און זײ גיבן אַ קוק, פֿאַרװאַקסן, און אין קאַלאָשן, און אַ נאַקעטער, אָן אַ מאַנטל. זײ האָבן געזען ס'איז אַ משוגענער, Arie Gilinski 1016.96 1018.46 ניט קײן נאָרמאַלער מענטש. Arie Gilinski 1019.637 1021.666 נאָר זײ האָבן רחמנות געהאַט אױף מיר, Arie Gilinski 1021.666 1023.254 זײ האָבן דאָך ניט געװוּסט אַז איך בין אַ ייִד, Arie Gilinski 1023.254 1025.813 זײ האָבן געזאָגט, "קום, מיר װעלן דיר געבן שיך זיך אָנצוטאָן. Arie Gilinski 1025.813 1027.83 זאַכן זיך אָנצוטאָן". Arie Gilinski 1027.99 1035.313 אײנער איז געשטאַנען אין דרױסן, געקוקט װען דער פּאַטראָל גײט. אַז דער פּאַטראָל איז דורכגעגאַנגען האָט ער געגעבן אַ סימן אַז מע קען אַרױסגײן נעמען די זאַכן. Arie Gilinski 1035.49 1037.725 זײ זײַנען אַװעק רעכטס, איך בין אַװעק לינקס. Arie Gilinski 1037.913 1041.413 און געקומען צוריק צו די באַהעלטעניש װוּ מײַן פֿרױ איז געװען, און איך האָב איר געפֿונען. Arie Gilinski 1042.178 1043.589 און צוריק אַרײַן. Arie Gilinski 1044.795 1047.089 און נאָך געלעגן נאָך צװײ מאָנאַט. Arie Gilinski 1050.03 1051.942 מײַן פֿרױ איז געװאָרן קראַנק. Arie Gilinski 1052.06 1053.913 זי האָט געקראָגן הױכע פֿיבער. Arie Gilinski 1054.148 1059.53 די מײַז פֿלעגן גײן איבער אונדזערע פֿיס, און מיר האָבן זײ ניט געטאָרט טרעטן װײַל מיר האָבן מורא געהאַט, מע װעט דאָס דערהערן. Arie Gilinski 1059.766 1063.266 יעדער שאָרך, מען, מ'האָט דאָך אונדז געזוכט, מ'האָט געזוכט נאָך ייִדן. Arie Gilinski 1064.295 1066.383 זײַנען מיר געװאָרן פֿאַרלײַזיקט געפֿערלעך. Arie Gilinski 1067.325 1070.06 און זי איז געװאָרן קראַנק געהאָ- געקראָגן הױכע פֿיבער. Arie Gilinski 1071.501 1076.001 באַשפּײַזט האָבן מיר זיך מיט פֿ- דרײַסיק אַרבעס אַ טאָג. Arie Gilinski 1076.766 1082.266 און װאַסער האָבן מיר געהאַט די ערשטע צײַט, נאָך דעם, געװען אױס װאַסער, איך האָ- מיר האָבן אַלץ אױסגענומען. Arie Gilinski 1082.824 1086.619 איז דעם ערשטן נאָװעמבער אַרױסגעפֿאַלן אַ שנײ. Arie Gilinski 1087.119 1088.648 און דאָס איז געװען אונדזער גליק. Arie Gilinski 1088.648 1095.589 פֿלעגן מיטן קערפּער אָנװאַרעמען דעם שנײ, צעלאָזן דעם װאַסער, און פֿאַרװײקן די אַרבעס, און מיט דעם האָבן מיר זיך געשפּײַזט. Arie Gilinski 1095.795 1099.707 פֿון דעם ערשטן נאָװעמבער האָבן מיר פֿאַרקלענערט די RATION, פֿופֿצן אַרבעס אַ טאָג. Arie Gilinski 1099.883 1104.295 מיר האָבן מורא געהאַט אַז ס'װעט ניט קלעקן, טאָמער דאַרף מען לענגער ליגן, איז פֿופֿצן אַרבעס אַ טאָג. Arie Gilinski 1104.854 1110.148 tsk אַזױ זײַנען מיר אָפּגעלעגן ביזן צװײ און צװאַנציקסטן דעצעמבער. Arie Gilinski 1111.824 1117.295 דעם צװײ און צװאַנציקסטן דעצעמבער זאָגט מײַן פֿרױ, "איך קען שױן מער ניט ליג-, איך קען ניט מער ניט אױסהאַלטן". Rhoda Daum-Kenner 1118.501 1119.973 גאָרנישט צו עסן? האָסט-... Arie Gilinski 1119.736 1121.618 NO, מיר האָבן נאָך געהאַט פֿופֿצן אַרבעס, האָבן מיר געהאַט. Rhoda Daum-Kenner 1121.442 1121.971 פֿופֿצן? Arie Gilinski 1121.912 1122.501 יאָ. Arie Gilinski 1122.854 1126.854 לאָמיר ah- לאָמיר פּרוּװן אַרױסגײן. נו, כ'האָב געזען אַז די געטאָ, ס'איז געװען אָפֿן, Arie Gilinski 1126.971 1131.589 גױים זײַנען שױן געגאַנגען. האָב איך געטראַכט, מיר װעלן זיך אױסמישן צװישן זײ און אַרױסגײן. Arie Gilinski 1131.736 1135.559 אָבער זי איז געװען שװאַך, ניט געקענט גײן. זיך ניט געקענט אױפֿהײבן. Arie Gilinski 1135.853 1139.794 האָב אי- גענומען, געװעלט מאַכן אַ לאָך פֿאַר איר, דורכצוגײן, אין אַ װאַנט, Arie Gilinski 1139.941 1141.559 זי זאָל אַרױסקומען אױף אַ צװײטן הױף. Arie Gilinski 1142.368 1144.444 און מ'האָט מיר גע- -פּאַקט. Arie Gilinski 1144.618 1146.177 די ליטװינער האָבן מיר געפּאַקט. Arie Gilinski 1147.206 1152.663 און איבערגעגעבן אַ דײַטשן פּאַטראָל, מ'האָט מיר געבראַכט אין געשטאַפּאָ. Arie Gilinski 1152.912 1154.235 די פֿרױ מײַנע... Rhoda Daum-Kenner 1153.147 1154.382 אַלײן? Arie Gilinski 1154.5 1155.088 אַלײן, יאָ. Rhoda Daum-Kenner 1154.824 1155.147 אַלײן. Arie Gilinski 1155.324 1163.647 די פֿרױ מײַנע האָט באַמערקט װי זײ האָבן זיך אָנגעהױבן צו קריגן פֿאַר די זאַכן װאָס זײ האָבן גע-, מיר האָבן געהאַט אױפֿן מאַלינע, זײ האָבן געזוכט גאָלד דאָרטן. Arie Gilinski 1163.912 1169.147 האָט זי אױסגענוצט די געלעגנהײט, איז אַנטלאָפֿן געװאָרן. זי האָט געקראָגן כּוח, איז זי געװאָרן געזונט. און אַנטלאָפֿן געװאָרן. Arie Gilinski 1171.411 1173.411 מיר האָט מען אַװעקגעפֿירט אין געשטאַפּאָ Arie Gilinski 1173.911 1179.235 און אַרײַנגעװאָרפֿן אין זעכצעטע צעלע. זעכצעטע צעלע הײסט די טױטן־צעלע. פֿון דאָרטן פֿירט מען אױף פּאָנאַר. Arie Gilinski 1179.411 1181.088 איז נאָך קײנער קײן לעבעדיקער ניט אַרױס. Arie Gilinski 1182.176 1187.353 די סצענע װאָס איך האָב דאָרטן געזען איז געװען געפֿערלעך. מענטשן זײַנען געזעסן, װײַלע ליגן איז ניט געװען קײן פּלאַץ פֿאַר אַלעמען. Arie Gilinski 1187.529 1196.558 טיפֿוס־לײַז, לײַז-, װײַסע לײַז מיט שװאַרצע פֿלעקן, זײַנען אַרומגעקראָכן אױף די מענטשן, אױף דער ערד, צעשראָקענע, באַװאַקסענע, Arie Gilinski 1196.676 1201.764 נאָר אױף די װענט איז געװען אָנגעשריבן מיט בלוט, "ייִדן, נעמט נקמה!" Arie Gilinski 1202.529 1206.509 דאָס איז בראַװע מענטשן האָבן דאָס געמאַכט. Arie Gilinski 1206.705 1215.646 אױפֿן צװײטן טאָג עפֿנט זיך די טיר, און ס'קומט אַרײַן אַ ליטװין און פֿרעגט, "װער קען הײצן קעסלען?" Arie Gilinski 1216.411 1217.441 כ'זאָג "איך!" Arie Gilinski 1217.911 1219.117 נאָר אַרױסגײן! Arie Gilinski 1219.499 1222.97 אָבער ער װאָרנט, טאָמער דו קענסט ניט, שיסט ער אױפֿן אָרט. Arie Gilinski 1223.352 1224.47 זאָג איך, "איך!" Arie Gilinski 1226.882 1231.911 מ'האָט מיר אַרױסגעפֿירט און געבראַכט אין אַ, װי הײסט, אַ STEAM, װוּ מע מאַכט די STEAM. Arie Gilinski 1234.441 1235.088 דער... Rhoda Daum-Kenner 1234.441 1236.764 דו האָסט גאָרנישט געװוּסן װעגן דאָס? Arie Gilinski 1236.617 1238.117 NO, איך האָב געװוּסט. Arie Gilinski 1238.176 1243.852 דער eh, דער געהילף װאָס האָט געאַרבעט מיט אים איז קראַנק געװאָרן, האָט ער געדאַרפֿט האָבן אַ מענטשן אױף אַ פּאָר טעג. Arie Gilinski 1245.058 1248.705 מ'האָט מיר געגעבן עסן. דער דער הױפּט האָט מיר געגעבן עסן. Arie Gilinski 1248.705 1253.411 arumgeSHAVEt זיך. אַרומגעװאַשן זיך. Arie Gilinski 1254.175 1258.352 איך האָב געאַרבעט. איך האָב געאַרבעט בײַם ברענגען קױלן, בײַן אַרײַנװאַרפֿן די קױלן אין קעסל. Arie Gilinski 1259.234 1264.587 איך האָב געװוּסט, איך בין דאָך אַ גוטער שלאָסער געװען. דערפֿאַר האָב איך דאָך געאַרבעט אין פּאַנצער־קאַזאַרנע. Arie Gilinski 1266.617 1273.971 איך האָב געאַרבעט אָבער כ'האָב געטראַכט, "לײבקע, ס'איז דאָך אױף אַ טאָג צװײ־דרײַ, מערניט, מער טאָר <עס> ניט ציִען. מע דאַרף זען װי צו אַנטלױפֿן פֿון דאַנעט". Arie Gilinski 1274.439 1281.91 דעם פֿינף און צװאַנציקסטן דעצעמבער, אין דרײַ טעג אַרום, האָט מען געזאָגט אַז מע דאַרף אַרױספֿירן מיסט פֿון געשטאַפּאָ. Arie Gilinski 1283.998 1294.116 נײן, ס'איז געװען די צע- ס'איז געװען די מע- די מע- דעם פֿון אײן און דרײַסיקסטן אױפֿן ערשטן, פֿון ע- אײן און דרײַסיקסטן, דעם צװעלפֿטן דרײַ און פֿערציק, אױפֿן ערשטן, ערשטן אין פֿיר און פֿערציק. Arie Gilinski 1294.439 1295.616 סילװעסטער־נאַכט. Arie Gilinski 1295.616 1297.792 מע דאַרף אַרױספֿירן מיסט. Arie Gilinski 1297.792 1301.46 מע דאַרף אַרױספֿירן, אַרױסגײן, אַזױ האָב איך געמאָלדן זיך, <מײַנער>.. Arie Gilinski 1301.662 1308.145 מיר האָבן אָנגעלאָדן די מיסט אױף אַ װאָגן, און מיט אונדז זײַנען געגאַנגען צװײ S.S.־מענער, באַװאָפֿנטע, אונדז צו היטן מיר זאָלן ניט אַנטלױפֿן. Arie Gilinski 1309.233 1311.527 מיר האָבן די מיסט אַרײַנגעשאָטן אין דער װיליע. Arie Gilinski 1311.851 1313.998 אין װילנע גײט דאָך אַ גרױסער טײַך װיליע. Arie Gilinski 1314.38 1316.056 האָט מען אַרײַנגעשאָטן די מיסט, Arie Gilinski 1316.145 1319.821 און דער געדאַנק איז, בײַ מיר אַרבעט מיר די קאָפּ אַהער און צוריק, װי אַנטלױפֿט מען? Arie Gilinski 1320.233 1324.409 כ'האָב באַמערקט, אײן מינוט, ער האָט זיך אַװעקגעקוקט, BOOM אױפֿן אײַז! Arie Gilinski 1325.792 1327.762 אַ גליטש, און אַװעק! Arie Gilinski 1328.615 1330.233 ער האָט מורא געהאַט נאָכצו- Rhoda Daum-Kenner 1329.323 1330.046 אַזױ שנעל. Arie Gilinski 1330.233 1330.939 יאָ. Arie Gilinski 1330.939 1334.468 ער האָט מורא געהאַט נאָכצוּיאָגן. פֿאַר װאָס? װײַל ס'קען זיך אײַנברעכן דער אײַז. Arie Gilinski 1334.468 1337.351 איך האָב דאָך ניט װאָס צו פֿאַרלירן, אָבער ער װעט דאָך פֿאַרלירן דעם לעבן? Arie Gilinski 1338.321 1342.321 ער האָט געשאָסן אָבער ער איז געװען שיכּור, טױט שיכּור איז ער געװען. Arie Gilinski 1342.704 1344.085 און ס'איז מיר גע- װײַטער געלונגען. Arie Gilinski 1344.085 1345.262 דער אַנטלױפֿן, מײן איך. Arie Gilinski 1347.232 1349.203 איך בין אַנטלאָפֿן אױף <זװערינעץ>. Arie Gilinski 1349.791 1351.468 אָבער װײַטער װוּ גײט מען? Arie Gilinski 1351.674 1353.588 װוּ טוט מען זיך װידער אַהין? Arie Gilinski 1356.026 1358.409 בין איך אַװעק אין לאַגער H.K.P. Arie Gilinski 1359.585 1365.232 נאָכן ליקװידירן די װילנער געטאָ האָט מען געמאַכט אַ לאַגער פֿאַר די מענטשן װאָס זײ האָבן געאַרבעט. Arie Gilinski 1365.585 1366.703 זײ זאָלן דאָרטן זײַן. Arie Gilinski 1367.791 1369.732 איך האָב זײ ניט געגלױבט װעגן דערינען. Arie Gilinski 1370.056 1372.379 מ'האָט אַרײַנגעפֿירט דאָרטן פֿיר טױזנט. Arie Gilinski 1376.144 1380.732 בײַ, באַ- בײַן בײַן ליקװידירן דעם לאַגער איז געװען פֿיר הונדערט. Arie Gilinski 1381.232 1385.821 יעדער מאָל, נאָך אַנדערע סעלעקציעס װאָס זײ האָבן געמאַכט, דערהרגעט. דאָס װײסט מען דאָך. Arie Gilinski 1387.203 1391.35 דער עיקר איז, איך בין געװען דאָרטן באַקאַנט מיט די מענטשן, מע האָט מיר אַרײַנגענומען אין לאַגער. Arie Gilinski 1391.938 1397.438 אָבער אין לאַגער האָבן זײ מורא געהאַט צו האַלטן װײַל איך בין ניט קײן פֿאַרשריבענער, אין לאַגער דאַרף מען זײַן צוגעשריבן. מ'האָט מיר אַװעקגעשיקט אין פּאַנצער־קאַזאַרנע. Arie Gilinski 1398.232 1405.88 דאָס איז אַ פּלאַץ, אױך אַזאַ אָפּטײלונג פֿון לאַגער, װוּ מען פֿאַרריכט אױטאָס, eh טאַנקען אַזױנע. Arie Gilinski 1406.732 1407.968 איך האָב דאָרטן געאַרבעט. Arie Gilinski 1408.674 1410.88 די באַדינגונגען איז גע-, איז געװען שלעכטע, Rhoda Daum-Kenner 1410.88 1413.027 װי לאַנג? װי לאַנג האָסטו געאַרבעט דאָרט? Arie Gilinski 1412.88 1414.85 װי לאַנג האָב איך דאָרטן געאַרבעט? Arie Gilinski 1416.35 1417.383 פֿיר מאָנאַט. Rhoda Daum-Kenner 1417.497 1418.144 פֿיר מאָנאַט. Arie Gilinski 1420.791 1422.996 יאָ, פֿיר מאָנאַט האָב איך דאָרטן געאַרבעט. Arie Gilinski 1423.027 1428.38 האָב איך דאָרטן געאַרבעט אין לאַגער. דער עסן איז געװען ניט צו דערטראָגן. דער שלאָפֿן, ס'איז אַלץ געװען אין דר'ערד אַרײַן. Arie Gilinski 1428.497 1430.644 אָבער מ'דאַרף זען װי צו אַנטלױפֿן. Arie Gilinski 1430.85 1431.88 ס'װעט ניט העלפֿן. Arie Gilinski 1432.409 1432.938 tsk Arie Gilinski 1433.321 1434.821 כ'האָב געזוכט אַ געלעגנהײט... Rhoda Daum-Kenner 1433.997 1435.056 געגעבן עסן? Arie Gilinski 1435.086 1435.938 װאָס זאָגט איר? Rhoda Daum-Kenner 1435.821 1436.497 עסן? Arie Gilinski 1436.468 1437.262 עסן? Rhoda Daum-Kenner 1436.968 1437.88 עסן דאָרטן? Arie Gilinski 1437.262 1439.115 יאָ, מ'האָט געגעבן ע- אין לאַגער האָט מען געגעבן עסן. Arie Gilinski 1439.115 1445.262 אָבער אױף װאַשן זיך האָבן מיר ניט געהאַט דאָרטן װוּ, פֿלעגן מיר אײן מאָל אין צען טעג קומען אין הױפּט־לאַגער זיך אַרומװאַשן. Arie Gilinski 1446.5 1448.55 באַלד װעל איך עס דערצײלן, דאָ האָב איך שױן געהאַט אַ היסטאָריע. Arie Gilinski 1448.55 1457.4 איך קום מיר אין, eh, אײן מאָל אין הױפּט־לאַגער זיך אַרומװאַשן, האָט מען געזאָגט אַז מע גײט מאַכן אַ לאַ- אַ, אַן אַקציע אױף קינדער, צונעמען קינדער. Arie Gilinski 1458.35 1459.475 װאָס איז געװען? Arie Gilinski 1460.175 1464.975 זײ פֿלעגן צונעמען קלײנע קינדער, די דײַטשן, פֿון די עלטערן, Arie Gilinski 1465.525 1473.117 און אַװעקשיקן אין די דײַטשע שפּיטעלער, און אַראָפּנעמען די הױט, און הײלן די סאָלדאַטן, די אָפֿיצירן זײערע, Arie Gilinski 1473.225 1474.5 פֿון די קינדער. Arie Gilinski 1475.7 1477.375 דאָס האָבן מיר זיך דערװוּסט נאָך דעם. Arie Gilinski 1477.375 1480.4 פֿאַר דעם האָבן מיר ניט געװוּסט. אָבער מיר האָבן געװוּסט אַז זײ זײַנען דאָך טױט, זײ נעמען צו. Arie Gilinski 1481.2 1485.5 דער עיקר איז, ז- זאָגט דער ש- זאָגט דער גוט- דער פֿרײַנד מײַנער, זאָגט ער, גוטמאַן האָט ער געהײסן, Arie Gilinski 1485.725 1489.05 זאָגט ער, "לײבל, װאָס טו איך? איך דאַרף זײ באַהאַלטן". זאָג איך, "באַהאַלט זײ". Arie Gilinski 1489.05 1494.925 כ'האָב אַרױסגעריסן צװײ ברעטער פֿון פּאָדלאָגע, אַרױסגענומען פֿון אינעװײניק דעם פֿילונג, און אַרײַנגעלײגט די קינדער. Arie Gilinski 1495.4 1497.35 אַ מײדעלע פֿיר יאָר און אַ ייִנגל אַכט יאָר. Arie Gilinski 1499.15 1502.95 און איך האָב זײ פֿאַרדעקט צוריק מיט די ברעטער, אַראָפּגעשטעלט אַ בעט מיט בעטגעװאַנט. Arie Gilinski 1503.325 1506.575 די מאַלינע האָט אױסגעהאַלטן. עס זײַנען אַרײַן די דײַטשן, זײ האָבן געזוכט און ניט געפֿונען. Arie Gilinski 1507.025 1508.8 און די צװײ קינדער זײַנען געבליבן לעבן. Arie Gilinski 1510.35 1515.575 אָבער די מײדל איז אומגעקומען פֿון CANCER אױפֿן קאָפּ האָט זי באַקומען, פֿון איבערלעבונג. Arie Gilinski 1516.05 1519.475 און דער ייִנגל איז געבליבן לעבן. ער לעבט אין ישׂראל, ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ פֿאַמיליע, Rhoda Daum-Kenner 1518.7 1519.475 יעצט? Arie Gilinski 1519.6 1522.2 האָט דרײַ קינדער און ער האָט שױן צװײ אײניקלעך. Arie Gilinski 1523.575 1525.675 איך װעל באַלד װײַזן, ער שיקט מיר שנה־טובֿות יעדער יאָר. Arie Gilinski 1527.025 1529.725 איז eh, װוּ האָב איך געהאַלטן, יאָ. Arie Gilinski 1530.1 1531.0 יאָ, אין... Rhoda Daum-Kenner 1531.0 1533.375 פֿיר מאָנאַטן דו האָסט געאַרבעט אין די לאַגער. Arie Gilinski 1532.125 1533.925 פֿיר מאָנאַטן האָב איך געאַרבעט אין <פּאַנצאַרקע>, יאָ. Arie Gilinski 1534.35 1534.775 tsk Arie Gilinski 1535.1 1538.1 אין אײן טאָג ברענגט מען אונדז צוריק אין הױפּט לאַגער און מע זאָגט, Arie Gilinski 1538.625 1544.625 "אַזױ װי ביז יעצט זײַט איר געװען אױסגעבאָרגט בײַ S.S. און איר האָט געאַרבעט פֿאַר אונדז, Arie Gilinski 1544.625 1550.4 אָבער יעצט דערנענטערט זיך דער פֿראָנט, און מיר גיבן אײַך אַװעק צוריק S.S." Arie Gilinski 1550.675 1553.05 איך האָב דאָס פֿאַרשטאַנען װאָס דאָס ה-, מיר האָבן אַלע פֿאַרשטאַנען װאָס דאָס הײסט. Arie Gilinski 1553.3 1554.725 אַז דאָס איז דער ענדע. Arie Gilinski 1555.775 1558.65 דער דײַטש דװקא איז געװען אַ גוטער, דער אָנפֿירער פֿון לאַגער. Arie Gilinski 1559.35 1561.975 צו- ער האָט, ער האָט אונדז, ער האָט אים גלײַך געהײסן גײן, דער S.S.־מאַן, Arie Gilinski 1561.975 1563.9 פֿאַר װאָס ער האָט געזאָגט, דער פֿראָנט דערנענטערט זיך. Arie Gilinski 1565.625 1567.525 מיר האָבן געטראַכט, װי אַנטלױפֿט מען? Arie Gilinski 1571.575 1575.65 מיר זײַנען געװען פֿאַרשפּאַרט דאָרטן, אַרױסגײן האָט מען ניט געקענט, אַרום איז נאָר געװען אַרומגערינגלט די Arie Gilinski 1575.665 1577.925 די S.S.־מענער. Arie Gilinski 1578.025 1581.675 האָבן מיר באַטראַכט, מיר װעלן אױסזעגן אַ קראַטע אין פֿענצטער און אַנטלױפֿן. Arie Gilinski 1584.125 1588.825 בין איך אַרײַן אין שמידערײַ, שלאָסערײַ, שמידערײַ, ס'איז געװען צוזאַמען. Arie Gilinski 1589.675 1593.588 מיר האָבן אַװעקגעשטעלט צװײ מענטשן, מ'האָט אױסגעזעגט אַ קראַטע. Arie Gilinski 1593.694 1596.941 װען מ'האָט געזעגט די קראַטע, האָט מען געקלאַפּט מיט האַמערס שװערע, Arie Gilinski 1596.953 1600.5 מ'האָט אַװעקגעלאָזן אין גאַנג אַלע מאַשינעס, מע זאָל ניט הערן װי מע זעגט! Arie Gilinski 1602.75 1606.425 און ס'איז אונדז געלונגען אַרױסצונעמען די קראַטע אױסזעגן און צו אַנטלױפֿן. Arie Gilinski 1607.6 1610.8 פֿון דרױסן שטײען די די פּאָליאַקן, פֿאַרהאַלטן די װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן. Arie Gilinski 1611.1 1612.025 די שכנים. Arie Gilinski 1612.975 1615.25 איך האָב זײ גלײַך געזאָגט זאָלסט װיסן אַז דאָס... UNK Arie Gilinski 1615.3 1619.85 איך װעל טאַקע אומקומען, אָבער מאָרגן, איבער מאָרגן װעלן זײ דאָ זײַן די רוסן, זײ װעלן דיר שיסן דערפֿאַר. Arie Gilinski 1620.2 1621.625 זײ האָבן <אַװעקגעשטעלט> ביקסן, בין איך אַנטלאָפֿן. Arie Gilinski 1621.625 1622.55 נאָך מיר, Arie Gilinski 1622.7 1627.025 מ'האָט זײ אַלעמען אַרעסטירט, װער ס'איז געלאָפֿן. פֿון צװײטן שטאָק זײַנען מיר אַראָפּגעשפּרונגען. ס'איז געװען צװײ שטאָק אין דער הױך. Arie Gilinski 1627.65 1628.6 איך בין אַנטלאָפֿן. Arie Gilinski 1630.4 1633.025 יעצט האָב איך שױן געהאַט אַ פֿרײַנד צו גײן, אין װאַלד צו גײן. Arie Gilinski 1633.125 1634.925 מײַן אַלטן פֿרײַנד, אין װאַלד. Arie Gilinski 1636.075 1638.1 דערפֿאַר האָב איך געהאַט װוּ צו גײן אין װאַלד. Arie Gilinski 1638.675 1642.45 בין איך אַװעק מיטן ראַנד פֿון װאַלד און געקוקט אױפֿן שאָסײ װאָס, Arie Gilinski 1642.45 1643.725 אָבער אינעװײניק אין װאַלד. Arie Gilinski 1644.425 1646.4 און בין געגאַנגען אַזױ ביז נײַ־װילײקע. Arie Gilinski 1649.6 1654.675 נײַ־װילײקע, ערשטנס איז געװען צרות אױפֿן װעג, איך, מיר פֿלעגן זיך, איך מיטן שװאָגער איז מען אַנטלאָפֿן געװאָרן. Arie Gilinski 1655.5 1660.65 מיר פֿלעגן זיך לײגן אױפֿן, בײַ, בײַ אײנציקע הײַזקע אַ כוטאָר, און קוקן Arie Gilinski 1661.225 1663.45 װער עס גײט אַרײַן און װער עס גײט אַרױס. Arie Gilinski 1663.5 1665.316 סע קען דאָרטן זיצן געשטאַפּאָ אױך. Arie Gilinski 1665.5 1669.375 אָפּליגן אַ שעה צײַט, צװײ שעה, אַ קוק טאָן אַלץ אין אָרד- פֿלעג איך צוגײן בעטן עסן. Arie Gilinski 1670.325 1673.2 טײל, דער גרעסטער טײל האָט ניט געגעבן, אָבער טײל האָבן געגעבן. Arie Gilinski 1673.75 1675.8 װײַטער האָבן מיר געהאַט אױף די פֿעלדער eh, Arie Gilinski 1676.2 1680.97 eh רעטעכער, eh קאַרטאָפֿל רױע, מ'האָט זיך געשפּײַזט זיך װי עס איז. Arie Gilinski 1681.1 1682.7 מיר האָבן אָנגעהױבן צו גײן װײַטער. Arie Gilinski 1685.0 1687.875 מיר זײַנען אַװעק נאָך נײַ־װילײקע עפּעס פֿופֿצן קילאָמעטער, Arie Gilinski 1689.075 1691.225 מ'איז אַרײַן אין אַ באָד זיך אַ ביסל אַרומװאַשן. Arie Gilinski 1693.7 1697.578 װאַסער האָבן מיר שױן געהאַט גענוג, װײַל ס'איז געװען טײַכן איז געװען, זשורעװקעס איז געװען. Arie Gilinski 1698.675 1703.275 מיר הערן צװעלף בײַ נאַכט, עס קלאַפּן קײטן פֿון טאַנקען. Arie Gilinski 1704.925 1707.35 איך גיב אַ קוק דורכן פֿענצטער, די רוסן זײַנען דאָ. Arie Gilinski 1709.225 1711.05 מיר האָבן שיִער ניט געחלשט פֿאַר פֿרײד. Arie Gilinski 1713.325 1717.575 און מיר האָבן געװעלט אַרײַנפֿאָרן מיט זײ אין װילנע װי די ערשטע באַפֿרײַער. Arie Gilinski 1717.875 1721.781 אָבער פֿאַר װילנע האָט מען אונדז שטאַרק באָמבאַרדירט, מיר האָבן געמוזט אַװעקגײן צו פֿוס. Arie Gilinski 1723.1 1726.025 אָבער װאָס טוט מען? איך האָב דאָך געלאָזן די װײַב אין <דער מיטן>, מע דאַרף דאָך איר ראַטעװען. Arie Gilinski 1726.775 1731.975 איז אין װילנע איז געװען דער פֿראָנט, פֿאַר װילנע איז געװען דער פֿראָנט די רוסן, און אין װילנע זײַנען נאָך געװען די דײַטשן. Arie Gilinski 1732.75 1736.275 בין איך אַריבער דעם פֿראָנט און געקומען אין לאַגער. Rhoda Daum-Kenner 1736.175 1737.05 אַלײן? Arie Gilinski 1736.875 1737.65 אַלײן, יאָ. Arie Gilinski 1738.1 1739.575 דער ברודער איז געבלי- דער שװאָגער איז געבליבן. Arie Gilinski 1739.85 1741.625 איך האָב איר געזוכט און ניט געפֿונען. Arie Gilinski 1742.85 1748.05 אָבער װאָס, איך האָב איבער- מײַנע זאַכן איז געװען צעריסן אין גאַנצן, האָב איך גענומען אַ פּאָר שיך דאָרטן, אַ פּאָר הױזן, אַ רעקל, Arie Gilinski 1748.9 1750.2 און בין אַװעק צוריק. Arie Gilinski 1751.5 1754.7 אין, צװײ טעג שפּעטער זײַנען די רוסן אַרײַן אין װילנע, Arie Gilinski 1754.7 1757.35 אין די פֿאָרשטאָט, <SUBORBON> אַזױ װי דאָ הײסט עס, יאָ? Rhoda Daum-Kenner 1756.742 1760.369 WE'RE GO- WE'RE GONNA STOP FOR ONE MINUTE PLEASE AND THEN...