Rhoda Daum-Kenner 0.618 18.18 THREE, DECEMBER SIX, NINETEEN NINETY FIVE. TALKING TODAY WITH SURVIVOR ARIE GILINSKI. AND uhm YOU ס- דו האָסט געגאַנען צוריק צום לאַגער. האָסט נישט געפֿונען דײַן פֿרױ. ז- זאָג מיר װאָס האָט פּאַסירט דעם צײַט? Arie Gilinski 12.363 13.303 <געגאַנגען> Arie Gilinski 14.675 15.969 UNK <מײַן פֿרױ>. Arie Gilinski 18.0 18.839 איך װעל דערצײלן. Rhoda Daum-Kenner 18.54 21.151 די רוסישע סאָלדאַטן האָט געקומען. Arie Gilinski 21.003 22.196 יאָ, זײ זײַנען אַרײַן... Rhoda Daum-Kenner 21.459 23.411 אַרײַנגעגאַנגען INTO װילנע. Arie Gilinski 23.113 24.897 אין װילנע זײַנען זײ אַרײַנגעגאַנגען. Rhoda Daum-Kenner 25.172 27.749 פֿאַר װאָס האָסטו געגאַנען צוריק צום לאַגער? Arie Gilinski 27.618 30.009 כ'האָב געװעלט אַ-, די פֿרױ האָב איך געװעלט אַרױסנעמען. Rhoda Daum-Kenner 33.137 35.38 זאָג מיר װאָס האָט פּאַסירט יעצט. Arie Gilinski 35.465 37.08 אַז איך בין געקומען צו גײן אין לאַגער, Arie Gilinski 37.794 41.653 איך זע מײַן פֿרױ זיצט און װאַשט די פֿיס, אַ לעבעדיקע. Arie Gilinski 43.042 44.55 פֿאַרשטענדלעך, מיר האָבן זיך אַרומגעכאַפּט זיך. Arie Gilinski 44.63 46.22 זאָגט זי אַזױ, זאָגט זי: Arie Gilinski 46.299 47.83 "איך האָב געװוּסט אַז דו לעבסט." Rhoda Daum-Kenner 48.03 49.18 HO-, װי האָסט... Arie Gilinski 49.16 52.605 אָ, זי האָט מיר געפֿונען מײַנע זאַכן װאָס איך האָב איבערגעטאָן, Arie Gilinski 54.078 61.447 האָט זי געפֿונען מיט װעלכע איך בין אַנטלאָפֿן געװאָרן, די זאַכן, האָט זי זײ געפֿונען, האָט זי פֿאַרשטאַנען, כ'בין געקומען זיך איבערטאָן די זאַכן, האָט זי געװוּסט אַז איך לעב. Arie Gilinski 65.098 67.017 נו, מיר האָבן זיך באַגעגנט זיך, Arie Gilinski 67.663 72.45 און זי האָט געהאַט מיט זיך די צ-. ah. איצטער אַזױ: װען זי איז געלעגן אױפֿן באַהעלטעניש Arie Gilinski 73.13 77.057 מיט די צװײ קינדער זײַנען דאָרטן געװען, די צװײ קינדער װאָס איך האָב געראַטעװעט דעם ערשטן מאָל. Arie Gilinski 79.053 82.575 האָט די קלײן קינד, די מײדעלע, איז געװען פֿיר יאָר, האָט זי געבעטן װאַסער. Arie Gilinski 83.205 91.435 האָט זיך אָנגערופֿן דאָרטן אײנער אַז "מיר האָבן ניט קײן װאַסער". זאָגט דער טאַטע אירער: "דו האָסט דאָך אַ טשײַניק מיט װאַסער, גיב איר װאַסער, זי איז דאָך אַ קינד." האָט ער אים געשאָסן. Arie Gilinski 92.3 94.624 אַ ייִד. אין באַהעלטעניש. Arie Gilinski 95.321 98.961 האָט געגעבן די פֿרױ זײַנע אַ געשרײ "װאָס טוסטו?" האָט ער איר אױך געשאָסן. Arie Gilinski 101.21 107.263 די קינדער האָבן זיך צוגעטוליעט צו מײַן פֿרױ. פֿאַר װאָס? זײ האָבן איר געקענט, מיר פֿלעגן <דרך־אַגבֿ> זײַן צוזאַמען, איך האָב זײ געראַטעװעט. Arie Gilinski 108.382 110.014 און זײ האָבן מיר שױן ניט אָפּגעלאָזט. Arie Gilinski 112.196 114.469 זאָגט מײַן פֿרױ, זאָגט זי: Arie Gilinski 115.149 118.738 "לאָז די קינדער, גיב זײ אַ ביסל װאַסער, זי חלשט דאָך פֿאַר װאַסער." Arie Gilinski 119.047 120.679 זאָגט ער: "עס װעט איר גאָר ניט שאַטן. Arie Gilinski 122.642 124.848 און אױב דו װעסט אַ סך רײדן װעל איך דיר אױך שיסן." Arie Gilinski 125.358 132.187 זאָגט זי: "דו װעסט מיר טאַקע שיסן, אָבער מײַן מאַן לעבט, ער װעט דיר גוט באַצאָלן דערפֿאַר." אַזױ װי דער האַרץ האָט איר געזאָגט. און ער האָט איר ניט געטשעפּעט. Arie Gilinski 133.745 135.326 און זי איז אַרױס מיט די קינדער Arie Gilinski 136.682 138.213 און זי האָט זיך באַהאַלטן זיך. Arie Gilinski 139.584 141.79 װען איך האָב איר געטראָפֿן, איז זי אַרױס מיט די קינדער. Arie Gilinski 143.887 151.577 נאָך דעם, אַז מיר זײַנען געקומען, בין איך uh מ- איז- ק- איז געקומען, איך, דער ברודער און זי, מיר זײַנען אַװעקגעגאַנגען אין די זעלבע הױז װוּ מיר האָבן אַ מאָל געלעבט. Rhoda Daum-Kenner 151.312 153.028 מיט די צװײ קינדער? Arie Gilinski 152.274 156.926 מיט די צװײ קינדער, יאָ. אָ, ס'איז געװען צרות, ניט געװען קײן עסן פֿאַר זײ, װײַל מיר האָבן אַלײן ניט געהאַט װאָס צום עסן. Arie Gilinski 157.185 158.412 ס'איז געװען מלחמה־צײַט. Arie Gilinski 159.581 170.607 מיר זײַנען אַװעק מיט זײ, מיט די קינדער, און מיר האָבן ניט געהאַט װאָס צום עסן. האָבן מיר די קלײנע, האָבן מיר זיך װי עס איז אױסגעפּאָרעט פֿאַר איר. פֿאַרן גרױסן האָבן מיר ניט געהאַט װאָס צום עסן, האָבן מיר אים אַװעקגעגעבן אין אַ קינדער־הײם, איז געװען אַזאַ. Arie Gilinski 170.607 173.515 ער איז געװען נײַ- נײַן יאָר. NO, די ק- די קלײנע איז געװען מיט אונדז. Rhoda Daum-Kenner 170.668 171.692 בײדע? Rhoda Daum-Kenner 172.642 173.514 די קלײנע, Rhoda Daum-Kenner 173.79 174.561 די מײדל. Arie Gilinski 174.107 175.574 די מײדל איז געװען מיט אונדז. Arie Gilinski 176.591 179.404 ביז לאַנג װי אַזױ װי מע האָט געדאַרפֿט פֿאָרן אין ישׂראל. Arie Gilinski 179.713 183.859 ס'רובֿ האָבן זײ די קינדער אַװעקגעטר-, כ'האָב געהע-, ס'איז געװען אילעגאַל. די קינדער האָט מען ניט געקענט נעמען. Rhoda Daum-Kenner 184.05 185.648 אילעגאַל פֿאַר דיר אױכעט. Arie Gilinski 185.18 187.39 אילעגאַל, יאָ, אילעגאַל. Arie Gilinski 187.88 189.698 אַרױס אילעגאַל פֿון װילנע אױך. Arie Gilinski 190.057 192.769 מיר האָבן זי ניט געקענט נעמען, האָבן מיר די מײדל אױך אַװעקגעגעבן אין אַ קינדער־הײם. Arie Gilinski 193.533 196.38 און מע האָט איר געבראַכט אין אַ פּאָר יאָר אַרום אין װאַרשע, Arie Gilinski 197.55 198.946 אין װאַרשע איז זי געשטאָרבן. Rhoda Daum-Kenner 199.237 200.126 די מײדל? Arie Gilinski 199.271 204.853 כ'האָב דערצײלט פֿאַר דעם, יאָ, אַ אַ CANCER אױפֿן קאָפּ האָט זי באַקומען, צו צען יאָר איז זי געשטאָרבן. צען יאָר איז זי געשטאָרבן. Rhoda Daum-Kenner 202.73 204.31 צען יאָר אַלט. Arie Gilinski 206.105 208.26 שױן. און מיר האָבן אָנגע-. יאָ. Rhoda Daum-Kenner 207.152 209.105 AND איר ברודער? דער ברודער? Arie Gilinski 208.873 210.792 דער ברודער, דער ברודער איז געבליבן לעבן. Arie Gilinski 211.59 214.808 דער ברודער לעבט, ער איז אין ישׂראל. אַפֿילו, װוּ, ער <האָט דאָ> געבױט אַ פֿאַמיליע. Rhoda Daum-Kenner 212.636 214.403 יאָ, ih דו האָסט מיר געזאָגט. Arie Gilinski 215.589 222.395 און מיר האָבן װײַטער גע-, װײַטער געל-, װײַטער ממשיך געװען מיטן לעבן. אָבער װאָס? גלײַך נאָכן באַפֿרײַונג בין איך אַװעק אױף פּאָנאַר. Arie Gilinski 222.666 224.812 פּאָנאַר װוּ מע האָט דערשאָסן אַלע ייִדן. Arie Gilinski 225.714 228.334 דאָרטן האָב איך דערזען אַ שױדערלעכן בילד, האָב איך דערזען דאָרטן. Arie Gilinski 228.423 230.536 מענטשן אױסגעהרגעטע... Rhoda Daum-Kenner 229.477 230.991 װען האָט דאָס געװען? Arie Gilinski 231.131 235.21 דאָס איז געװען אין אין eh JULY פֿיר און פֿערציק. Arie Gilinski 235.518 242.82 JULY פֿיר און פֿערציק. דעם צװײ און צװאַנציקסטן, דעם פֿין- דרײַ און צװאַנציקסטן, זײַנען אַרײַן די רוסן, JULY, אין װילנע, באַפֿרײַט, Arie Gilinski 243.163 245.976 און גלײַך נאָך דעם זײַנען מיר אַװעק אױף פּאָנאַר זען װאָס דאָרטן איז. Arie Gilinski 247.01 249.486 דאָרטן געלעגן מענטשן אין די קלײדונג Arie Gilinski 249.778 259.577 דערשאָסענע, געװען אַזױ: ייִדן, און ליטװינער און פּאָליאַקן. און אױך גײַסטלעכע. װײסט װאָס גאַ-...? פּאָנאַר. אױך גײַסטלעכע, װײסט װאָס אַ גײַסטלעכער איז? Rhoda Daum-Kenner 256.359 258.497 אין PONARY? דאָס איז PONARY? Arie Gilinski 259.802 261.198 eh, גלחים. Arie Gilinski 263.227 267.981 איר װײסט װאָס אַ גלח איז, יאָ? גלחים געװען, פֿאַרבונדן די הענט אױף הינטן מיט שטעכל־דראָט, Arie Gilinski 268.948 270.563 און געשאָסן אין די קעפּ אַלעמען. Arie Gilinski 272.745 277.516 אַז מיר זײַנען דאָרטן געקומען, מיר זײַנען געװען אַ גרופּע װילנער ייִדן, אַז מיר זײַנען דאָרטן געקומען האָבן מיר געזאָגט "גענוג. STOP." Arie Gilinski 278.212 283.877 יעצט, װאָס זאָל ניט זײַן, פֿאָרן מיר <מע זאָ-> אין אַ פּלאַץ מיר זאָלן זיך קענען פֿאַרטײדיקן מיט די אײגענע געװער. Arie Gilinski 284.861 286.78 און מיר האָבן באַשלאָסן, מיר פֿאָרן אין ישׂראל. Arie Gilinski 287.645 290.543 דאָס איז געװען אין נײַנצן פֿיר און פֿער-, די מלחמה איז געגאַנגען. Rhoda Daum-Kenner 289.755 292.416 װי האָסט געגאַנגען צו eh eh צו ISRAEL? Rhoda Daum-Kenner 292.607 294.897 PALESTINE האָט געװען, דעם צײַט. Arie Gilinski 294.092 294.931 װאָס? Rhoda Daum-Kenner 295.408 297.445 האָט געװען PALESTINE דעם צײַט! Arie Gilinski 297.163 301.546 יאָ eh, איך האָב דאָ די בי- ב- בילעטן, איך האָב באַװיזן אַז איך בין געקומען אין PALESTINE אין יענער צײַט. Arie Gilinski 303.17 306.338 מיר האָבן באַשלאָסן צו פֿאָרן. אָבער װי פֿאָרט מען? ס'איז דאָך אַ מלחמה. Arie Gilinski 306.782 313.088 װוּ דער פֿראָנט איז געגאַנגען, דער רוסישער פֿראָנט איז געגאַנגען, זײַנען מיר נאָכגעגאַנגען. װאָס מע האָט אײַנגענומען אַ שטאָט, זײַנען מיר אױך אַרײַן <אין דער שטאָט דאָרטן>. Arie Gilinski 313.278 316.277 זײַנען מיר אַװעק אױף רומעניע. מע האָט אײַנגענומען רומעניע, זײַנען מיר אַװעק אױף רומעניע. Arie Gilinski 316.687 320.951 נאָך דעם אײַנגענומען פּױלן, אַװעק אױף פּױלן. נאָך דעם אונגאַרן, אַװעק אין אונגאַרן. Arie Gilinski 321.294 323.736 און ביז מיר זײַנען געקומען אין עסטרײַך, אין װין. Arie Gilinski 324.18 328.934 אין װין האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט די ענגלישע אַרמײ. די רוסישע אַרמײ מיט די ענגלישע האָבן זיך געטראָפֿן אין װין. Arie Gilinski 330.272 331.955 אַז מיר זײַנען דאָרט געקומען Arie Gilinski 332.87 335.835 זײַנען מיר אַריבער אױפֿן ענגלישן זײַט Arie Gilinski 336.954 340.122 און דאָרטן האָבן מיר געטראָפֿן די ייִדישע בריגאַדע פֿון ישׂראל. Arie Gilinski 342.05 345.336 און זײ האָבן אונדז געהאָלפֿן אַװעקצופֿאָרן אין איטאַליע, אַלעמען. Arie Gilinski 346.607 350.973 אין איטאַליע זײַנען מיר געװען אַ, עפּעס אַ שטיק צײַט, איך געדענק ניט װיפֿל. דאָרטן איז מײַן פֿרױ װידער קראַנק געװאָרן. Arie Gilinski 352.243 357.199 איך האָב געהאַט צרות: קײן געלט האָב איך ניט געהאַט, קײן שפּראַך האָב איך ניט געקענט, און זי איז געלעגן אין שפּיטאָל, Arie Gilinski 358.082 359.596 אָבער מ'איז דורכגעקומען. Arie Gilinski 361.44 363.113 אין אַ געװיסן טאָג האָט מען געזאָ- Rhoda Daum-Kenner 362.49 363.34 אין איטאַליע? Arie Gilinski 363.113 365.873 אין איטאַליע, יע. אין אַ געװיסן טאָג האָט מען געזאָגט Arie Gilinski 366.755 368.792 "מע פֿאָרט אין פּאַלעסטינע, פֿאָרט מען. Arie Gilinski 369.371 370.8 גרײט זיך צו, מע פֿאָרט." Arie Gilinski 372.341 374.091 מע האָט אונדז אַרױפֿגעזעצט אױף אַ שיף. Arie Gilinski 375.378 376.74 די שיף איז געװען, eh Arie Gilinski 376.998 382.967 הע, די שיף, eh, אַ קלײנע שיף איז זי געװען, ס'איז געװען אַ פֿראַכט־שיף, װײסט דאָך װאָס איז אַ פֿראַכט־שיף, יאָ? װאָס מע פֿירט סחורה, װאָס מע פֿירט. Arie Gilinski 383.597 385.482 מע האָט זי איבערגעאַרבעט צו פֿירן די מענטשן. Arie Gilinski 386.162 388.148 פֿיר מענטשן זײַנען געלעגן אײנע אױף די אַנדערע. Arie Gilinski 388.997 389.87 אױף זעק Rhoda Daum-Kenner 389.081 389.886 mhm. Rhoda Daum-Kenner 390.498 392.535 װיפֿל מענטשן האָט געגאַנגען מיט דיר? Rhoda Daum-Kenner 393.317 394.325 אין די שיף. Arie Gilinski 394.025 399.411 אין די שיף, איך מײן אַ, ah, פּאָר הונדערט מענטשן איז געװען, װער האָט געקענט צײלן? װער האָט געװוּסט דאָרטן? <מע האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט> Rhoda Daum-Kenner 398.075 400.71 װי לאַנג האָט גענעמען? Arie Gilinski 399.559 401.136 אַ װאָך צײַט זײַנען מיר געפֿאָרן. Rhoda Daum-Kenner 400.71 401.729 אַ װאָך צײַט? Arie Gilinski 401.737 404.483 אַ װאָך צײַט זײַנען מיר געװען אױפֿן װאַסער, ביז װאַנען די ענגלענדער האָבן אונדז געכאַפּט. Arie Gilinski 405.399 407.94 ענגלישע צװײ קרױזערס האָבן אונדז געכאַפּט, Arie Gilinski 408.183 412.734 אַרעסטירט, אַװעקגעפֿירט אין עתּליתּ, אַרײַנגעזעצט אין אַ CAMP אַזאַ, עתּליתּ. Arie Gilinski 414.731 416.751 מיר זײַנען דאָרטן געװען אַ קורצע צײַט, Arie Gilinski 417.11 418.151 און מע האָט אונדז... Rhoda Daum-Kenner 417.92 419.04 װי קורץ? Arie Gilinski 418.95 421.915 עפּעס אַ פּאָר מאָנאַט זײַנען מיר געװען, און מע האָט אונדז באַפֿרײַט. Arie Gilinski 423.422 425.999 מע האָט אונדז באַפֿרײַט און אַװעקגעפֿירט אין קריתּ־חײם. Arie Gilinski 427.488 435.162 די לאַגע אין ישׂראל איז דאַמאָלס געװען זײער אַ ש-, ס'איז שױן געװען אין זעקס און פֿערציקטן יאָר. די לאַגע דאַמאָלס איז געװען זײער אַ שלעכטע, ס'איז קײן אַרבעט ניט געװען, ס'איז דאָך ניט געװען קײן זאַך. Arie Gilinski 435.96 437.913 אָבער מע האָט זיך דורכגעשפּײַזט. Arie Gilinski 438.997 443.126 געזונט בין איך געװען, שטאַרק בין איך געװען. איך בין אַװעק אױף צום BUILDING אַרבעטן. Arie Gilinski 443.537 446.013 געאַרבעט צװײ טעג אַ װאָך, ס'איז ניט געװען קײן סך אַרבעט. Arie Gilinski 446.321 447.615 זיך דורכגעשפּײַזט זיך. Arie Gilinski 449.966 452.813 און מע האָט מיר אַרײַנגענומען אין דער HAGANA. Arie Gilinski 454.134 458.027 אַזױ װי איך קען געװער, איך בין אַ געװעזענער פֿון דער אַרמײ, האָט מען מיר אַרײַנגענומען אין דער HAGANA. Arie Gilinski 459.72 461.2 ס'איז געװען זעקס און פֿערציק. Rhoda Daum-Kenner 462.015 464.204 די פֿרױ אױכעט OR נ- נאָר דיר? Arie Gilinski 463.28 464.372 NO, די פֿרױ ניט. Arie Gilinski 466.807 469.637 און אַלס מיטגליד האָב איך געקראָגן אַ ביקס פֿון דער HAGANA, Arie Gilinski 469.997 476.911 דער ביקס איז געװען גרעסער פֿאַר מיר. ער האָט געשטאַמט פֿון נאַפּאָלעאָנ'ס צײַטן, אַ LEBEL האָט ער געהײסן, אַ פֿראַנצױזישער ביקס. ער איז געװען אַזױ הױך איז ער געװען. Arie Gilinski 478.603 486.074 אָבער די צרה מיטן ביקס איז, מע האָט אים געדאַרפֿט באַהאַלטן אַז שכנים זאָלן ניט װיסן. די לעגאַלע, די HAGANA איז דאָך געװען אומלעגאַל און ס'איז געװען נאָך ייִדן װאָס האָבן געאַרבעט פֿאַר די ענגלענדער. Arie Gilinski 486.618 489.87 האָב איך אױסגעגראָבן אַ גרוב, EXPERIENCE האָב איך שױן, Arie Gilinski 490.095 494.933 און באַהאַלטן אים. אָבער אײן מאָל אַ װאָך דאַרף מען דאָך אים פּוצן, אַ ביקס מוזסטו רײניקן, סע קען ניט אַנדערש. Arie Gilinski 495.309 499.236 פֿרײַטיק אַז דער שכן איז אַװעק דאַװענען, האָב איך אַרױסגענומען דעם ביקס און געפּוצט. Arie Gilinski 499.916 508.18 דאָס איז געװען, אַזױ האָט זיך געשלעפּט זע- זעקס און פֿער-... אין זעקס און פֿערציקטן יאָר איז דער שװאַרצער שבת, זײַנען מיר געגאַנגען העלפֿן. פֿון יגור, אױב איר װײסט, ס'איז געװען אַ "שװאַרצער שבת", מע האָט אַראָפּגענומען די אַלע עלטסטע. Arie Gilinski 508.775 513.259 קײן סך האָבן מיר זײ ניט געקענט העלפֿן װײַלע, eh מיט קײן געװער האָט מען דאָך ניט געטאָרט גײן, Arie Gilinski 513.551 519.857 אָבער מיר האָבן געהאָלפֿן די קי דאָרטן באַאַרבעטן, ז- די די... װאָס מע האָט געדאַרפֿט אַרבעטן. די חבֿרים האָט מען דאָך געהאַט אַרעסטירט פֿון יגור דאַמאָלס. Arie Gilinski 521.769 528.092 דאָס איז געװען זעקס און פֿערציק. אין זיבן און פֿערציק האָט זיך אָנגעהױבן מיט די אַראַבער. די אַראַבער האָבן אָנגעהױבן אָנצופֿאַלן אױף די ייִדישע Arie Gilinski 528.519 531.298 eh KIBUTSIM, אױף די ייִדישע YESHUVIM... Arie Gilinski 532.434 534.775 שטענדיק פֿלעגט מען אונדז אַרױסשיקן צו הילף. Arie Gilinski 535.134 539.213 ס'איז געװען אין יקנעם איז געװען, משמר־העמק איז געװען, Arie Gilinski 540.467 544.326 פֿאַרגעסן, נאָך אַ קיבוץ איז געװען װאָס מע האָט אונדז געשיקט. מיר זײַנען געגאַנגען צו אים. מיר האָבן דאַמאָלס געהײסן, Arie Gilinski 545.411 548.308 מיר האָבן דאַמאָלס געהײסן eh ניט KHISH, Arie Gilinski 548.651 551.076 HAGANA MERKHAVIT, ס'הײסט Arie Gilinski 551.807 554.013 די אַרומיקע פֿאַרטײדיקונג, האָט עס געהײסן. Arie Gilinski 554.895 556.628 דאָס איז געװען אין זיבן און פֿערציק. Arie Gilinski 558.118 559.851 ענדע זיבן און פֿערציק, Arie Gilinski 561.712 563.496 ס'איז געװען אין עלפֿטן מאָנאַט, <איז UNK געװען> Arie Gilinski 564.48 566.601 ענדע זיבן און פֿערציק האָט מען אונדז אַװעקגעשיקט Arie Gilinski 566.842 569.385 אין BEYT SEFER KADURI, װי איך האָב דיר בילדער באַװיזן. Arie Gilinski 569.964 575.44 דאָרטן דורכגײן אַ קורס PIKUD KRAVI, דאָס הײסט ס- אױף מלחמה צו האַלטן Arie Gilinski 575.55 577.351 אָבער לאַנג האָט ער ניט אָנגעהאַלטן Arie Gilinski 577.592 581.03 װײַלע מע- מע האָט אונדז געדאַרפֿט האָבן צו הילף צו די KIBUTSIM. Arie Gilinski 581.388 584.944 האָט מען אונדז אַװעקגעשיקט צו באַפֿרײַען טבֿריה, מע זאָל העלפֿן באַפֿרײַען טבֿריה. Arie Gilinski 586.265 587.576 באַפֿרײַט טבֿריה, Arie Gilinski 588.56 591.187 אָבער פֿון צװײ זײַטן, צװײ זײַטן זײַנען געװען די אַראַבער. Arie Gilinski 591.834 597.33 און נאָך דעם האָט מען געזאָגט eh "SURYA גרײט זיך אַראָפּצוגײן עין־גבֿ, <װי> דער קיבוץ פֿון דער אַנדערער זײַט טבֿריה, עין־גבֿ." Arie Gilinski 597.588 598.967 מוז איך פֿאָרן אין עין־גבֿ. Arie Gilinski 601.048 602.596 מיר זײַנען אַריבער אין עין־גבֿ, Arie Gilinski 602.853 606.105 האָט מען געגעבן מענטשן צו לערנען אױף מאַשין־געװער. Arie Gilinski 607.19 613.598 אָבער צום באַדױערן איז ני- קײן מאַשינען איז ניט..., ס'איז געװען אַלטע צעבראָכענע כּלים, מע האָט ניט געקענט אַרבעטן, אָבער... װאָס מע האָט געקענט האָט מען געמאַכט. Arie Gilinski 615.645 620.973 און נאָך דעם האָבן זײ געזאָגט אַז eh די ירדנער גרײטן זיך אָנצופֿאַלן אױפֿן קיבוץ גשר. Arie Gilinski 621.382 625.174 דער קיבוץ גשר שטײט לעבן די עלעקטראָסטאַנציע, Arie Gilinski 625.922 628.954 eh רוטענבערג'ס עלעקטראָסטאַנציע, אױפֿן ירדן שטײט דאָס. Arie Gilinski 630.073 632.262 מיר זײַנען געקומען צװעלף בײַ נאַכט אין קיבוץ, Arie Gilinski 633.515 634.371 און Arie Gilinski 635.22 640.806 מע האָט אונדז געזאָגט מיר זאָלן אַרײַנגײן אין TAYGERT איז דאָ, די MISHTARA, די פּאָליצײ, TAYGERT. Arie Gilinski 640.923 644.394 אַרײַנגײן דאָרטן, נעמען שעניקעס, יעדער זאָל נעמען אַ שעניק, Arie Gilinski 644.771 646.69 מיט אַ ביקס, און אַרײַנגײן דאָרטן. Arie Gilinski 648.45 650.942 און מיר האָט מען געגעבן אַ שװאַרצלאָזער, Arie Gilinski 651.69 655.043 שװאַרצלאָזער, ס'איז אַ מאַשין־געװער פֿון פֿראַנץ־יאָזעפֿ'ס צײַטן. Rhoda Daum-Kenner 655.352 656.588 spn Arie Gilinski 656.347 657.219 עסטרײַך. Arie Gilinski 657.798 659.43 אָבער אַז ס'איז ניטאָ קײן אױסװעג... Arie Gilinski 660.228 661.843 די טאַשמע האָט זיך אַלע װײַלע צעריסן. Arie Gilinski 663.249 666.163 איך האָב אָנגעהױבן צו אַרבעטן, מע האָט פֿאַרריכט... ס'איז געװען צרות. Arie Gilinski 667.552 669.234 און די ירדנער זײַנען אַראָפּ Arie Gilinski 669.695 671.513 און אַרײַנגעדרונגען אין קיבוץ. Arie Gilinski 672.075 673.606 אַרײַן אין טױער פֿון קיבוץ. Arie Gilinski 674.336 676.643 אין טױער פֿון MISHTARA, פֿון די פּאָליצײ הײסט דאָס. Arie Gilinski 679.247 680.845 און מיר האָבן זיך געגרײט Arie Gilinski 681.474 683.477 אַרױסצוגײן אין אַ שטורעם אױף זײ. Arie Gilinski 683.955 685.233 װײַל ס'איז ניט געװען קײן ברירה. Arie Gilinski 685.777 687.392 איז <צוגעגאַנגען> אונדזערער אַ חבֿר Arie Gilinski 688.038 698.093 און אױפֿן ערשטן טאַנק האָט ער אָנגעקלעפּט אַ מאָלאָטאָװ־פֿלאַש. מאָלאָטאָװ־פֿלאַש הײסט, דאָס איז פֿון אײגענע אַרבעט מאַכט מען דאָס, אַלײן: אױפֿרײַס־מאַטעריאַל, מיט גליצערין און סע רײַסט אױפֿעט. Rhoda Daum-Kenner 695.959 696.513 איך װײס. Arie Gilinski 698.093 702.125 דער טאַנק האָט גענומען ברענען, און צום גליק זײַנען זײ אַלע אַנטלאָפֿן געװאָרן, צוריק. Arie Gilinski 702.608 704.621 װידער באַפֿרײַט, דאַנקען גאָט. Arie Gilinski 707.124 709.009 ah, איך בין אױך געװען אין צמח, בין איך נאָך געװען. Arie Gilinski 709.25 710.899 נאָך דעם האָט מען אונדז געשיקט... Arie Gilinski 711.579 713.076 קאַוקזי'ס אַרמײ, Arie Gilinski 713.469 716.198 ס'איז געװען קאַוקזי, דאָס איז נאָך פֿון זיבן און פֿערציקטן יאָר, Arie Gilinski 716.574 719.877 איז אַרום סעדזשערע און ער װיל פֿאַרנעמען, ער קלײַבט זיך עס צו פֿאַרנעמען. Arie Gilinski 720.455 721.733 מע האָט אונדז געשיקט דאָרטן, Arie Gilinski 723.662 725.277 העלפֿן באַפֿרײַען סעדזשערע. Arie Gilinski 727.053 728.482 מיר זײַנען געקומען דאָרטן, Arie Gilinski 728.741 732.33 דאָרטן האָבן זײ געהאַט אַ LEWIS, אַ גוטע מאַשין־געװער, אַן אַן ענגלישע. Arie Gilinski 733.145 735.958 מע האָט אַרײַנגעזעצט דאָרטן װוּ איך האָב אײַך באַװיזן, אױף די קאַרטע דאָס דאָרטן. Arie Gilinski 736.149 737.19 אַרײַנגעזעצט, Arie Gilinski 737.567 739.722 געגעבן אַ אַ בינאָקל, Arie Gilinski 740.857 742.961 מיט מענטשן, מיט מאַשין־געװער, Arie Gilinski 743.253 744.75 מיר פֿאַרטײדיקן סעדזשערע. Arie Gilinski 747.371 751.247 נו, אַזױ האָבן מיר דאָר-, עס האָט זיך געצױגן עטלעכע מאָנאַטן. מיר זײַנען געװען אַרומגערינגלט, זײַנען מיר געװען. Arie Gilinski 754.003 755.871 אײן טאָג האָט מען געשיקט Arie Gilinski 756.517 760.309 אַ פּאַטראָל אין LUBYA, קעגן סעדזשערע איז דאָ אַ גרױסער באַרג, LUBYA. Arie Gilinski 760.955 763.926 דאָרטן איז געפֿערלעכע מערדער האָבן דאָרטן געלעבט, Arie Gilinski 764.077 767.642 מע האָט עטלעכע מאָל געפּרוּװט אָנגרײַפֿן UNK. מע האָט ניט געקענט אָנגרײַפֿן. Arie Gilinski 767.757 773.522 אײן מאָל האָט מען געשיקט אַ פּאַטראָל אױסצושפּירן װאָס פֿאַר אַ כּוח דאָרטן ל- זיצט, אַז מע זאָל קענען זײ אָנגרײַפֿן. Arie Gilinski 773.949 776.644 האָבן זײ געכאַפּט דעם גאַנצן פּאַטראָל, צװעלף מענטשן, Arie Gilinski 777.476 781.588 פֿאַרבונדן די הענט מיט די פֿיס, אַװעקגעלײגט אױף די שטײנער און אונטערגעצונדן לעבעדיקערהײט. Arie Gilinski 782.274 784.403 און מיר האָבן גאָרניט געקענט מאַכן. Arie Gilinski 784.548 789.857 ניט געװען קײן עראָפּלאַנען, דאַמאָלס, גאָרניט געװען. װען הײַנט װאָלט <עס> געװען אַזאַ מין זאַך, פֿאַרברענט <לעבעדיקערהײט צװעלף מענטשן> Arie Gilinski 790.403 792.758 און מיר האָבן געדאַרפֿט גײן אײַננעמען דעם באַרג. Arie Gilinski 795.919 801.484 הײַנט, אױף די מאַשין־געװער פֿירט מען אױף דזשיפּן, אַ מאָל האָט מען געשלעפּט אױפֿן פּלײצע Arie Gilinski 801.776 805.686 אױף אַזאַ באַרג. אײנער האָט געשלעפּט דעם פֿוס און איך האָב געשלעפּט די מאַשין, Arie Gilinski 805.973 807.964 און דער דריטער איז געגאַנגען מיט די קױלן. Arie Gilinski 809.117 815.811 מיר זײַנען אַרױף, און מיר האָבן אײַנגענומען, פֿאַרטריבן זײ פֿון LUBYA, פֿונעם באַרג, און באַפֿרײַט די װעג אױף טבֿריה. ס'איז די װעג װע- װאָס פֿירט אױף טבֿריה. Arie Gilinski 816.17 819.979 אָבער סעדזשערע האָבן מיר ניט געקענט באַפֿרײַען, װײַלע דאָרטן איז געװען אַ גרױסע אַרמײ, פֿון קאַוקזי'ס אַרמײ. Arie Gilinski 823.967 828.434 צװישן אײן װאָפֿן־שטילשטאַנד און דעם צװײטן, דאָס האָט אונדז געראַטעװעט, Arie Gilinski 828.759 830.965 האָבן מיר זיך באַ-, האָבן מיר געקראָגן געװער. Arie Gilinski 831.695 832.635 אַ דאַנק Arie Gilinski 833.18 835.352 eh, װי הײסט ער? דער eh... פּרסן Arie Gilinski 835.762 838.221 פּרס האָט דאַמאָלס געאַרבעט בײַם אײַנקױפֿן געװער, אַ דאַנק אים. Arie Gilinski 839.255 844.346 און מיר האָבן געקראָגן טשעכישע מאַשין־געװער, זײער גוטע, אױסערגעװײנלעכע. Arie Gilinski 846.191 847.604 דאָס האָט אונדז געראַטעװעט. Arie Gilinski 848.233 853.409 און מיר האָבן געמאַכט אַן אָנגריף און פֿאַרטריבן קאַוקזי אין נצרתּ, באַפֿרײַט דעם אַרום און אַרום. Arie Gilinski 856.569 859.787 אין אַ מאָנאַט שפּעטער האָט מען באַפֿרײַט דעם גאַנצן GALIL. Arie Gilinski 860.366 863.483 מיר האָבן געקראָגן פֿאַרשטאַרקונגען, מיר האָבן שױן געקראָגן געװער, האָבן מיר געקראָגן. Arie Gilinski 864.298 867.297 צװישן װעלכע אָט דער האָט זיך אױך arumgeUNK: רבין איז יאָ דאָרטן געװען. Arie Gilinski 867.5 869.013 מיר האָבן באַפֿרײַט... יע... Rhoda Daum-Kenner 867.986 868.913 ז- זאָג זאָג אונ- Rhoda Daum-Kenner 868.913 872.013 זאָג אונדז װעגן uh uh רבין אי- Arie Gilinski 871.284 876.105 רבין אױך, מיט צװײ eh מיט מיט מיט eh KHATIVAT PALMAKH האָט ער זיך באַטײליקט זיך Arie Gilinski 876.296 877.776 אין באַפֿרײַען דעם נגבֿ. Rhoda Daum-Kenner 877.77 878.756 דו האָסט געקענט אים? Arie Gilinski 878.364 879.397 דעם נגבֿ. װאָס? Rhoda Daum-Kenner 879.114 882.197 דו האָסט געקענט אים, רבין? Arie Gilinski 881.356 885.356 דאַמאָלס האָב איך אים ניט געקענט, איך האָב אים נאָר דאָ אַ- ק-, גענאָ- דעם נאָמען האָב איך געװוּסט. Arie Gilinski 885.758 892.475 כ'האָב געװוּסט אַז ס'איז דאָ אַזאַ, אָבער װער ער איז גענױ, כ'האָב נאָר דערקענט װען ער האָט מיר אַװעקגענומען דעם רעװאָלװער, מער ניט, דאָס איז דער אײנציקער מאָל. Rhoda Daum-Kenner 892.418 893.783 און בן־גוריון? Arie Gilinski 892.475 900.716 װען ער האָט אונדז געזאָגט, מיט שׂימחה האָט ער אונדז געזאָגט, "ס'איז דאָ אַן עפֿענונג, מיר האָבן באַנו- מיר האָבן באַפֿרײַט אילתּ, ס'איז דאָ אַן עפֿענונג צום ים דאָרטן". דאָס איז דאָס. Arie Gilinski 900.815 902.008 מיט די פּאָר װערטער. Rhoda Daum-Kenner 902.216 903.764 און בן־גוריון אױכעט? Arie Gilinski 903.633 910.749 בן־גוריון האָב איך געקענט גוט. בן־גוריונען יאָ. ער איז דאָך געװען אונדזער גענעראַל פֿון HAGANA, האָט ער געהײסן. דער גענעראַל פֿון HAGANA האָט געהײסן בן־גוריון. Arie Gilinski 911.109 914.091 ער פֿלעגט קומען האַלטן פֿאַר אונדז eh HARTSAOT. Arie Gilinski 915.733 918.209 נו, מע האָט באַפֿרײַט דעם GALIL. פֿון GALIL Arie Gilinski 918.602 920.858 האָט מען אונדז געשיקט קעמפֿן אױפֿן נגבֿ. Arie Gilinski 922.635 924.79 דאָ האָב איך, אױף די בערג װאָס איך האָב אײַך באַװיזן, דאָרטן Arie Gilinski 925.689 926.899 MAALE-AKRABIM. Arie Gilinski 928.17 930.089 נו, און פֿון דאָרטן, Arie Gilinski 931.123 932.569 מיר האָבן אױך געהאַט דאָרטן אין Arie Gilinski 933.232 938.003 פֿאַרגעסן, װוּ דער eh נאַסער איז געװען דאָרטן, <זײ> אַרומגערינגלט, פֿאַרגעסן דעם קיבוץ, װי ער הײסט. PLUGOT. Arie Gilinski 938.7 940.821 FALUDZH- FALUDZHYA, PLUGOT זײַנען מיר געװען. Arie Gilinski 941.45 943.031 קעגן PLUGOT זײַנען מיר געשטאַנען. Arie Gilinski 944.91 948.634 און פֿון דאָרטן זײַנען מיר... איך בין אױך געװען בײַ AZA, בין איך אױך געװען אײן מאָל. Arie Gilinski 949.112 950.761 הילף געשיקט אין RAFIAKH. Rhoda Daum-Kenner 950.597 954.391 װ- װי לאַנג האָסטו געבליבן אין די ARMY, אין די HAGANA? Arie Gilinski 954.378 955.283 עלף מאָנאַט. Arie Gilinski 956.165 957.527 אָבער איך װיל אײַך ערקלערן: Arie Gilinski 957.735 961.105 די HAGANA, spn ד- די ARMY איז באַשטאַנען פֿון עטלעכע מענטשן Arie Gilinski 961.548 966.437 װען ס'איז אױף באַ- אַראַבער זײַנען אונדז באַפֿאַלן זײַנען מיר געװען פֿיר הונדערט פֿופֿציק טױזנט ייִדן דאַמאָלס, ס'איז דאָך קײן מענטשן ניט געװען. Arie Gilinski 967.151 976.68 האָט מען גענומען די זעלבע מענטשן: הײַנט האָט מען געקעמפֿט דאָ, מאָרגן האָט מען געשיקט דאָ, מאָרגן דאָ, דאָ, דאָ. איבערגעפֿירט צוזאַמען. און ס'איז געװען, ס'איז געװען עטלעכע... אַרטילעריע איז געװען. Arie Gilinski 976.938 979.987 ס'האָט געהײסן שװערע אַרטילעריע. MARGEMOT האָט זי געהײסן. Arie Gilinski 980.212 983.177 נו, אָט דאָס איז געװען אַ דודקע, איז געװען, אַזאַ מין געװער Arie Gilinski 983.402 986.485 װאָס מע... מע שיסט אַרױס מיט אַ שטריק. Arie Gilinski 987.03 988.341 מע ציט אָן אַ שטריק Arie Gilinski 989.004 996.255 דאָס איז אַ אַ רער פֿון קאַנאַליזאַציע, פֿון די ehm װאַסער, אַ גרױסער רער, מע לײגט אַרײַן אין אים אין ק- אַ גראַנאַט אַזאַ Arie Gilinski 997.138 1002.499 און מע ציט אַ שטריק, מע ציט אָן אַ ספּרונזשינע, <אַז זי> גיט אַ פּױף און סע גײט אַרױס דורכן דורכן רער דאָס. Arie Gilinski 1003.365 1005.368 אַ סך מענטשן <נאָך> אױפֿגעריסן פֿאַר דעם. Arie Gilinski 1006.588 1014.092 ס'איז דאָך קײן געװער ניט געװען. האָט מען גענומען די זעלבע מענטשן, מיט די זעלבע ביקסן, מיט די זעלבע געװער, געװאָרפֿן פֿון דאַנעט אַהער, פֿון דאָרטן אַהין, פֿון דאָרטן אַהין, שױן. Arie Gilinski 1015.582 1023.913 און, ביז װאַנעט, ביז נײַנצן פֿיר און פֿערציק, איך האָב זיך באַפֿרײַט זיך <דאַן> פֿון מיליטער. געװען אין DZHULIS, MAKHANE DZHULIS, דאָרטן האָבן מיר געהאַט דעם פּאָנ- דעם eh צוזאַמענטרעף מיט רבינען, Arie Gilinski 1024.965 1026.597 צופֿעליק האָב איך אים געטראָפֿן. Arie Gilinski 1027.057 1031.473 און פֿון דאָרטן האָב איך זיך באַפֿרײַט, און פֿון דאָרטן בין איך אַריבער אַרבעטן אין SOLEL-BONE, Arie Gilinski 1032.305 1033.616 אין אַ בױ־פֿירמע. Arie Gilinski 1035.274 1038.711 אַ פֿאַך־מאַן בין איך געװען, פֿאַרשטאַנען האָב איך אױף אַרבעט, Arie Gilinski 1039.46 1040.974 דער קאָפּ האָט נאָך גוט געאַרבעט, Rhoda Daum-Kenner 1040.86 1042.829 דו ביסט געבלײַבט אין אין ISRAEL? Rhoda Daum-Kenner 1043.375 1045.834 װיפֿל יאָר? װי- װיפֿל יאָר? Arie Gilinski 1043.648 1044.918 איך בין געבליבן ביז Arie Gilinski 1045.135 1050.608 ביז נײַנצן, נײַנצן פֿיר eh צװײ און אַכציק בין איך געבליבן... נײַנצן פֿיר און אַכציק בין איך געבליבן אין ISRAEL. דאָ בין איך געקומען אין פֿיר און אַכציקטן יאָר. Rhoda Daum-Kenner 1050.108 1052.128 פֿאַר װאָס האָסט געקומען דאָ? Arie Gilinski 1052.083 1056.449 ah, די פֿרױ איז מיר געשטאָרבן. אין נײַנצן צװײ און אַכציק איז מיר געשטאָרבן די ערשטע פֿרױ. Arie Gilinski 1057.145 1058.844 נו, בין איך געװען צװײ יאָר אַלײן Arie Gilinski 1059.828 1063.907 און ס'איז אונטערגעקומען אַ פֿרױ, אַ גוטע פֿרױ, אַן אָרנטלעכע. איך האָב מיט איר געהײראַט. Arie Gilinski 1064.182 1067.063 און אָפּגערעדט אַז אַ האַלב יאָר װעלן מיר זײַן דאָ און אַ האַלב יאָר דאָרטן. Arie Gilinski 1067.355 1070.725 אָבער צום סוף האָט זי געזאָגט, "איך האָב דאָך אײן קינד, אײן טאָכטער, Arie Gilinski 1071.067 1081.001 זאָל איך זיצן פֿון איר אָפּגעריסן?" נו, האָב איך מװתּר געװען און בין געקומען דאָ מיט איר זײַן. BESEDER. יעצט איז זי אױך געשטאָרבן. געװען אַ פֿרױ, אַ אױסערגעװײנלעכע פֿרױ, אַ צדקת. Rhoda Daum-Kenner 1079.893 1082.031 די נאָמען? די נאָמען האָט געװען? Arie Gilinski 1081.749 1082.706 ליזע. Rhoda Daum-Kenner 1082.525 1083.566 ליזע? Arie Gilinski 1083.065 1084.343 ליזע קורצער. Rhoda Daum-Kenner 1084.128 1085.338 AND װען Arie Gilinski 1084.533 1087.351 זי איז געגאַנגען מיטן נאָמ- נאָכן נאָמען פֿון איר ערשטן מאַן, איז זי געגאַנגען. Rhoda Daum-Kenner 1086.575 1091.818 AND װען האָט זי uh... דו האָסט uh געהײראַט אי- אין ISRAEL? Arie Gilinski 1090.743 1093.961 אין פֿיר און אַכציקטן יאָר און פֿינף און נײַנ- אין פֿינף און נײַנציק איז זי געשטאָרבן. Arie Gilinski 1095.198 1097.134 פֿינף און נײַנציק געשטאָרבן. אין רמבם, Arie Gilinski 1097.443 1101.674 אין HOSPITAL רמבם איז זי געשטאָרבן. זי האָט געהאַט אַ טױט פֿון אַ צדיק. Arie Gilinski 1102.269 1107.343 דער גרעסטער צדיק קען זיך ניט ערלױבן אַזאַ טױט. אַ האַלבע נו- מינוט האָט געדױערט און דער האַרץ האָט געפּלאַצט. Rhoda Daum-Kenner 1109.694 1113.537 BUT דו האָסט געװױנט דאָ זעקס מאָנאַטן, און זעקס מאָנאַטן אין ISRAEL? Arie Gilinski 1113.508 1118.599 NO, איך האָב געהאַט אָפּגערעדט אַזױ צו װױנען, אָבער צוליב דעם װאָס זי האָט אײן טאָכטער, בין איך געבליבן דאָ. Arie Gilinski 1119.178 1125.501 האָב איך די גאַנצע עלף יאָר געלעבט דאָ, אָבער צװײ מאָל אין יאָר פֿלעג איך פֿאָרן אין ישׂראל, אַ מאָל צװײ מאָל אַ יאָר, אַ מאָל אַ יאָר, פֿלעג איך פֿאָרן אין ישׂראל. Rhoda Daum-Kenner 1124.578 1127.662 אַז זי האָט געגאַנען uh ג- געװען קראַנק אין ISRAEL? Arie Gilinski 1127.598 1128.352 װאָס? Rhoda Daum-Kenner 1127.918 1129.214 AND געשטאָרבן אין ISRAEL? Arie Gilinski 1128.763 1133.078 יאָ, געשטאָרבן איז זי, זי... זי האָט eh געז-, זי איז.... זי האָט געזאָגט, עס טוט איר װײ דער מאָגן. Arie Gilinski 1133.758 1138.225 האָב איך איר אַװעקגעפֿירט צו אַ דאָקטער, אַ פּריװאַטן דאָקטער, זאָגט ער: "דאָס איז גאָרניט". Arie Gilinski 1139.36 1142.055 האָב איך איר אַװעקגעפֿירט אין שפּיטאָל, זאָגן זײ אױך: "ס'איז גאָרניט". Arie Gilinski 1143.461 1146.966 און זי איז געלעגן, צװײ טעג איז זי געלעגן אין EMERGENCY. Arie Gilinski 1147.494 1151.809 זײ זאָגן "ס'איז גאָרניט". און זי האָט געשריִען די גאַנצע צײַט "דער מאָגן", עס פּרעסט אונטער דער האַרץ, פּרעסט איר. Arie Gilinski 1152.303 1159.183 אױפֿן דריטן טאָג האָט מען איר אַרױפֿגענומען אין אַ... אין אַ צימער. מע האָט איר אַרומגעשטעלט די אַלע... די אַלע מאַשינעס, איז אַלץ געװען. Arie Gilinski 1160.1 1161.394 דאָרטן איז זי געשטאָרבן. Rhoda Daum-Kenner 1162.901 1166.592 AND יעצט, דו ביסט דאָ? האָסט געקומען צוריק דאָ? Arie Gilinski 1166.208 1166.946 װער? Rhoda Daum-Kenner 1166.985 1168.094 אין AMERICA? Arie Gilinski 1167.828 1168.532 װער? Rhoda Daum-Kenner 1168.503 1170.405 דו, האָסט געקומען צוריק. Arie Gilinski 1169.31 1171.594 יאָ. איך האָב איר געבראַכט דאָ צום באַערדיקן. Rhoda Daum-Kenner 1171.31 1172.067 ah... Arie Gilinski 1171.777 1172.92 <איך האָב איר געבראַכט> דאָ. Arie Gilinski 1173.245 1177.982 זי באַערדיקט אין LONG ISLAND. זי האָט דאָך דאָ אַ טאָכטער. דאָרטן האָט זי דאָך קײנעם ניט. <האָב איך איר> געבראַכט דאָ צום באַערדיקן. Rhoda Daum-Kenner 1178.19 1180.598 AND יעצט, װאָס גײט מיט דיר? Arie Gilinski 1180.837 1181.964 מיט מיר? Rhoda Daum-Kenner 1181.067 1181.986 בלײַבט דאָ? Rhoda Daum-Kenner 1182.202 1183.824 גײט צוריק? װאָס דענקסטו? Arie Gilinski 1182.56 1184.783 דערװײַלע בין איך דאָ. Arie Gilinski 1185.007 1186.639 איך װײס ניט װאָס װעט זײַן, Arie Gilinski 1186.965 1190.993 אָבער איך פֿאָר אין... אין צװײ מאָנאַטן אַרום, פֿאָר איך אין ישׂראל, פֿאָר איך דאָרטן. Rhoda Daum-Kenner 1191.453 1192.984 פֿון דײַן משפּחה? Arie Gilinski 1193.208 1194.268 איך האָב קײנעם ניט, Rhoda Daum-Kenner 1194.221 1195.06 קײנעם. Arie Gilinski 1194.268 1197.216 איך האָב קײנעם ניט, יאָ, אַלץ UNK, יאָ. Rhoda Daum-Kenner 1195.52 1196.274 קײנעם. Rhoda Daum-Kenner 1197.275 1200.628 איך װיל זען װאָס דו האָסט Rhoda Daum-Kenner 1201.207 1203.058 THE PHOT- PHOTOGRAPHS. Rhoda Daum-Kenner 1203.435 1205.168 AND THE DOCUMENTS. Arie Gilinski 1204.734 1207.581 איך האָב אײַך באַװיזן די פֿאָטאָס, י-... OK, גוט. Rhoda Daum-Kenner 1205.966 1207.48 AND יעצט Rhoda Daum-Kenner 1207.839 1209.657 מיר װאַרטן אײן מינוט. Arie Gilinski 1209.442 1210.348 OK, גוט. Rhoda Daum-Kenner 1210.067 1212.188 AND איך װיל צײַגן Rhoda Daum-Kenner 1212.412 1215.394 אַז דו זאָל- האָסט עס אַלע צוזאַמען פֿאַר זיך. Rhoda Daum-Kenner 1219.415 1223.966 MISTER GILINSKI uh YOU HAVE INVITED YOUR FRIEND, MIRIAM Rhoda Daum-Kenner 1224.157 1237.973 JACOBS TO TO JOIN US FOR THIS PART OF THE TAPE. AND uh MIRIAM, YOU SAID, YOU SHARED WITH ME THAT YOU YOURSELF WERE A SURVIVOR, AND I HOPE AT SOME POINT THAT YOU'LL WANT TO SHARE YOUR STORY WITH THE uh WITH THE SHOAH. Arie Gilinski 1225.001 1225.485 יע... Rhoda Daum-Kenner 1238.197 1247.0 AND uh CAN YOU uhm uh WHAT DO YOU THINK A- ABOUT MISTER GILINSKI'S DOING THIS TODAY, TELLING HIS STORY SO HE WILL HAVE A RECORD OF IT? Rhoda Daum-Kenner 1266.378 1268.168 AND WHICH COUNTRY WERE YOU FROM? Rhoda Daum-Kenner 1269.421 1270.466 FROM POLAND. Rhoda Daum-Kenner 1270.833 1271.992 NOW IT'S RUSSIA. Rhoda Daum-Kenner 1273.297 1280.274 ALL RIGHT. AND MISTER GILINSKI, uh WE HAVEN'T YET SEEN YOUR PHOTOGRAPHS WHICH WE WILL SEE IN IN JUST ONE MINUTE, Rhoda Daum-Kenner 1280.274 1284.69 AND ALSO SOME OF THE DOCUMENTS THAT uh THAT YOU THAT YOU HOLD. Rhoda Daum-Kenner 1284.69 1289.78 uhm UNFORTUNATELY WE DON'T HAVE ANYTHING FROM BEFORE NINETEEN FORTY FIVE EXCEPT FOR YOUR Rhoda Daum-Kenner 1289.78 1295.158 WIFE'S PICTURE, WHICH WE WE HAVE AND WHICH WE WILL uh INCLUDE IN THIS TAPE. Rhoda Daum-Kenner 1295.158 1299.467 IS THERE ANYTHING THAT THAT YOU WOULD LIKE TO uh TO SAY AT THIS TIME? Rhoda Daum-Kenner 1299.467 1302.807 uh MIRIAM JACOBS, IS THERE ANYTHING THAT YOU'D LIKE TO ADD? Rhoda Daum-Kenner 1305.784 1312.191 NO. OKAY. THEN I THINK WHAT WE'LL DO NOW IS LOOK AT THE PHOTOGRAPHS, AND MISTER GILINSKI WILL EXPLAIN Rhoda Daum-Kenner 1312.191 1314.337 WHAT THEY ARE AND WHAT THEY MEAN, Rhoda Daum-Kenner 1314.337 1320.048 uh SO THAT WE WILL HAVE A COMPLETE TAPE WHICH WILL HAVE EVERYTHING ON IT THAT THAT YOU HAVE RIGHT NOW. Rhoda Daum-Kenner 1320.086 1323.174 AND THANK YOU FOR JOINING US FOR THIS PART OF THE INTERVIEW. Rhoda Daum-Kenner 1325.492 1328.406 ביטע, זאָג מיר װער דאָס איז. Arie Gilinski 1325.627 1326.381 יאָ, Arie Gilinski 1328.501 1335.966 דאָס איז מײַן פֿרױ, װעלכע איך האָב געהײראַט אין נײַנצן זיבן און דרײַסיק, מיר האָבן געלעבט צוזאַמען ביז נײַנצן צװײ און אַכציק און זי איז געשטאָרבן אין ישׂראל. Rhoda Daum-Kenner 1336.595 1337.467 נאָמען? Arie Gilinski 1337.777 1339.51 SARA גילינסקי. Rhoda Daum-Kenner 1339.683 1344.842 AND uh uh uh װען האָסטו דאָס גענומען? קענסט אונדז זאָגן? Arie Gilinski 1343.582 1350.394 ah, די פֿאָטאָ איז גענומען געװאָרן אין ישׂראל אין נײַנצן אַכט און פֿערציק, אַזױ, זיבן און פֿערציק. Rhoda Daum-Kenner 1353.892 1360.839 MISTER גילינסקי, טו מיר אַ טובֿה און uh ז- uh uh uh ביטע uh uh װאָס איז דאָס AND װער איז דאָס? Arie Gilinski 1360.44 1367.691 דאָס איז eh אַן I.D. CARD פֿון די ענגלענדער אין נײַנצן זעקס און פֿערציק, און איך בין דאָרטן אַלײן אױף די קאַרטע. Rhoda Daum-Kenner 1368.135 1370.378 װאָס האָסטו געטאָן... Arie Gilinski 1368.202 1372.399 דאָס איז מיט פֿערט-, מיט מיט מיט פֿופֿצ-, נײַן און פֿערציק יאָר צוריק. Rhoda Daum-Kenner 1372.513 1374.576 װאָס האָסטו געטאָן מיט דעם קאַרט? Arie Gilinski 1374.767 1378.002 NO, דאָס איז I.D., אָן דערין האָסטו ניט געקענט לעבן אין PALESTINE. Arie Gilinski 1378.209 1383.452 האָסט געדאַרפֿט האָבן אַן I.D.-קאַרטע, אַניט ביסטו געװען אומלעגאַל. זײ האָבן אַרױסגעשיקט, די ענגלענדער. Rhoda Daum-Kenner 1385.752 1388.008 ביטע, זאָג מיך: װאָס איז דאָס? Arie Gilinski 1389.414 1391.788 דאָס איז נאָך די צװײטע HAFUGA, Arie Gilinski 1392.333 1396.057 בײַ די צװײטע HAFUGA האָבן מיר געקראָגן מאַשין־געװער פֿון טשעכיע. Arie Gilinski 1398.375 1400.378 דאָס איז זײער אַ גוטע מאַשין־געװער. Arie Gilinski 1400.687 1406.976 דאָס הײסט BESA. און איך האָב דעמאָנסטרירט פֿאַר די סאָלדאַטן װי צו אַרבעטן מיט דערינען. Rhoda Daum-Kenner 1407.774 1410.705 און װען האָסט uh האָט דאָס uh גענעמט? Rhoda Daum-Kenner 1411.183 1412.241 װעלכן יאָר? Rhoda Daum-Kenner 1412.617 1414.837 װי אַלט איז דאָס PHOTOGRAPH? Arie Gilinski 1414.895 1416.848 דאָס איז פֿון אַכט און פֿערציקטן יאָר. Rhoda Daum-Kenner 1418.253 1419.244 שײנעם דאַנק. Rhoda Daum-Kenner 1422.455 1425.54 װאָס איז דאָס, זאָג אונדז, ביטע. Arie Gilinski 1424.683 1426.247 דאָס איז אַ בילד Arie Gilinski 1426.691 1443.24 פֿון דעם באַרימטן BEYT SEFER KADURI װוּ משה DAYAN, און YIGAL ALLON, און רבין, אַלע גרױסע פֿירער האָבן זיך דאָרטן געלערנט. אין נײַנצן זיבן און פֿערציק האָט מען אונדז געשיקט אױף אַ קורס, PIKUD KRAVI הײסט דאָס, װי אָנצופֿירן מיטן קאַמף. Arie Gilinski 1443.819 1470.173 און װי איר זעט אױפֿן בילד, אין יענער צײַט איז נאָך ניט געװען קײן אַרמײ: עס געפֿינען זיך מענטשן אין פֿאַרשײדענע אָנטוען זיך, אין פֿאַרשײדענע געװער האָבן זײ אין האַנט, אײנער אַ STEN, אײנער אַ ביקס, אײנער אַ רעװאָלװער. אײנער אַ היטל פֿון די פּאָליצײ, אײנער אַ היטל פֿון מיליטער, און אײנער אָן אַ היטל. אַפֿילו אױבן שטײט אַ מײדל מיט אַ STEN, גאָר־גאָר אױבן. איך געפֿין זיך דער דריטער אין די צװײטע רײ פֿון לינקן זײַט. Rhoda Daum-Kenner 1475.983 1477.851 ביטע, זאָג מיר װאָס דאָס איז. Arie Gilinski 1478.16 1482.745 דער בילד איז גענומען געװאָרן אין סעדזשערע אין נײַנצן אַכט און פֿערציק, Arie Gilinski 1482.969 1486.305 דאָס איז אַ ספּאָרט־פֿאַרמעסטונג צװישן די COMPANIES. Rhoda Daum-Kenner 1487.662 1488.729 AND דו ביסט? Arie Gilinski 1488.333 1500.31 װי איר זעט, בין איך פֿון רעכטן זײַט, דער ערשטער. איר װעט אַ קוק טאָן אױף די אָדערן װי ס'איז אָנגעשטרענגט, פֿון מײַן האַלדז, װעט איר זען אַז איך בין געװען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מע זאָל געװינען די ספּאָרט־פֿאַרמעסטונג. Rhoda Daum-Kenner 1501.397 1502.354 שײנעם דאַנק. Rhoda Daum-Kenner 1505.531 1507.804 זאָג מיר װאָס דאָס איז, ביטע. Arie Gilinski 1508.028 1511.769 דער בילד, דער לעצטער בילד: מײַן אַרבעט בײַ SOLEL-BONE. Arie Gilinski 1512.18 1518.857 דאָס איז געװען אַן אַרבעט אין נצרתּ. איך האָב געבױט אַ קלױסטער װעלכער האָט געהײסן די גוטע בשׂורה, דער גוטער אָנזאָג. Arie Gilinski 1519.098 1529.387 <ס'איז> אַ גאַנצע היסטאָריע פֿון דאַנעט: דו זעסט אױבן, פֿון לינקן זײַט, שטײ איך אָנגעטאָן אין די טונקעלע זאַכן. און הינטער אונדז שטײט אַ גלח װעלכער איז געװען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר דער אַרבעט דאָרטן. Rhoda Daum-Kenner 1534.944 1536.986 ביטע, זאָג מיר װאָס דאָס איז. Arie Gilinski 1536.834 1539.124 דאָס איז אַ בילד װאָס איז גענומען געװאָרן Arie Gilinski 1539.568 1541.807 אין eh אין מײַ Arie Gilinski 1542.622 1547.207 אין מײַ נײַנצן פֿינף און נײַנציק, אין הױז פֿון די פּאַרטיזאַנער. Arie Gilinski 1548.123 1554.075 מיר האָבן געפֿײַערט דעם פֿופֿציקטן יאָרצו-, פֿופֿציקטן יאָרטאָג נאָכן באַפֿרײַען זיך פֿון היטלערן. Rhoda Daum-Kenner 1555.891 1557.0 AND איר נאָמען? Arie Gilinski 1557.388 1559.189 ah, איר נאָמען איז ליזע קורצער. Rhoda Daum-Kenner 1560.392 1561.568 שײנעם דאַנק. Rhoda Daum-Kenner 1561.944 1563.677 ביטע, זאָג מיר װאָס דאָס איז. Arie Gilinski 1563.395 1573.937 דאָס איז אַ דאָקומענט אַרױסגעגעבן געװאָרן אין לובלין װען די ערשטע פּױלישע רעגירונג איז געשטאַנען אין לובלין. װאַרשע איז נאָך ניט געװען פֿאַרנומען, זײַנען מיר געפֿאָרן אין לאָדזש. אַ ערלױבעניש צו פֿאָרן אין לאָדזש. Arie Gilinski 1578.92 1581.159 דאָס איז אַ ערלױבעניש צו טראָגן אַ רעװאָלװער. Arie Gilinski 1582.548 1583.565 אַ קאָלט. Arie Gilinski 1587.324 1593.056 דאָס איז אַ פֿאָטאָ, די באַפֿרײַונג פֿון פֿון מיליטער, פֿון TSAHAL, אין נײַנצן נײַן און פֿערציק, Arie Gilinski 1593.5 1595.841 װוּ עס שטײט געשריבן אַז איך האָב באַקומען Arie Gilinski 1596.032 1599.655 דעם אױסצײכענונג, OT KOMIYUT און OT SINAY. Arie Gilinski 1606.123 1606.726 יאָ. Arie Gilinski 1607.017 1611.771 דאָס איז אַ דאָקומענט אַרױסגעגעבן געװאָרן פֿון אַ קאָמיסיע פֿון דאָקטױרים Arie Gilinski 1612.653 1617.576 אַז איך בין צװײ און דרײַסיק מיט צװײ צענטל פּראָצענט אַ אינװאַליד, אַ קריגס־אינװאַליד. Arie Gilinski 1625.428 1631.751 דאָס איז די COMPANY װוּ איך האָב געאַרבעט צװאַנציק יאָר בײַם BUILDING. אין דער צײַט האָב איך געאַרבעט בײַם בױען הײַזער, Arie Gilinski 1631.942 1638.501 פֿאַבריקן, אַ SYNAGOGUE, און אַפֿילו אַ קלױסטער איז מיר געלונגען צו בױען, UNK האָב איך מיר געבױט אין דערינען. Arie Gilinski 1641.881 1643.884 דאָס איז אַן ערלױבעניש אַרײַנצוגײן Arie Gilinski 1644.142 1646.432 צו אײכמאַנ'ס פּראָצעס אין ירושלים, Arie Gilinski 1646.69 1648.508 װוּ איך בין געװען דאָרטן אַן עדות. Arie Gilinski 1649.053 1655.477 דאָס דערלױבעניש אַרײַנצוגײן. דאָרטן איז געװען זײער שטרענג אַרײַנצוגײן. מע האָט דרײַ מאָל דורכגעקאָנטראָלירט די מענטשן אײדער מע האָט זײ אַרײַנגעלאָזן דאָרטן. Rhoda Daum-Kenner 1657.702 1660.162 ביטע, MISTER ZILINSKI, זאָג מיר װאָס דאָס איז. Arie Gilinski 1659.708 1673.398 דאָס איז אַ דאָקומענט װעלכער דער צאָן־טעכניקער, װעלכער איז געװען צוזאַמען מיט מיר אין נײַנצן פֿינף און פֿערציק אין װילנע האָט מיר געמאַכט נײַע צײנער אױף דעם פּלאַץ װאָס געשטאַפּאָ האָט מיר אױסגעהאַרג- אױסגעהאַקט בײַם פֿאָרשן מיר װוּ נאָך ייִדן זײַנען. Arie Gilinski 1673.589 1685.418 און אפֿשר איז, אפֿשר װעל איך זײ גײן װײַזן װוּ, װעלן זײ מיר שענקען דעם לעבן. אָבער איך האָב געשװיגן און גאָרניט געזאָגט, האָבן זײ מיר געשלאָגן. זײ האָבן מיר אַפֿילו צעבראָכן דעם אַקסל דעם רעכטן, װעלכע איך לײַד נאָך אױפֿן הײַנטיקן טאָג.