Roza Bieliauskienė 15.549 19.577 איז נאָך די מלחמה, װי אײַער לעבן האָט זיך צוזאַמען, Roza Bieliauskienė 20.679 22.293 האָט זיך באַקומען...? Basia Tishmanene 23.075 29.026 נ- איך האָב ניט געאַרבעט די גאַנצע צײַט און... איך האָב געאַרבעט מיט <בונעמען> צוזאַמען Basia Tishmanene 29.319 31.063 האָב איך געאַרבעט. Basia Tishmanene 31.849 36.886 אַז אָך און אַז װײ װאָס איך האָב פֿאַרדינט, נאָר, איך װײס? צו דערשטוקעװען. Basia Tishmanene 36.949 41.143 אַז ס'איז שױן געבאָרן געװאָרן אַ קינד, איז שױן געװעזן שװער. Basia Tishmanene 42.296 42.965 hm Roza Bieliauskienė 44.49 46.273 די ייִדישע Roza Bieliauskienė 47.662 51.622 באַפֿעלקערונג אין װילנע, אפֿשר געדענקט איר? Roza Bieliauskienė 52.927 57.511 אפֿשר האָט איר זיך געטראָפֿן מיט אײַערע באַקאַנטע פֿון געטאָ? Basia Tishmanene 57.99 59.088 פֿון געטאָ? Basia Tishmanene 59.088 62.489 נו, די װאָס זײַנען געפֿאָרן מיט מיר איז eh Basia Tishmanene 63.626 67.977 האָב איך געטראָפֿן, נאָר די נעמען, די פֿאַמיליע, פֿאַרשטײט איר, eh Basia Tishmanene 67.977 70.725 מיר זײַנען דאָך ניט אַלע געװען צוזאַמען. Roza Bieliauskienė 75.658 77.576 אפֿשר געדענקט איר דעם Roza Bieliauskienė 77.683 81.677 דעם ייִדישן לעבן אין װילנע נאָך די מלחמה. Basia Tishmanene 83.825 88.426 מ'האָט געהאָרעװעט, װײסט איר דאָך. מײַן מאַן האָט געהאָרעװעט Basia Tishmanene 88.483 91.38 האָט זיך געװעלט אַרױפֿאַרבעטן אַ ביסל. Basia Tishmanene 91.554 94.833 אונדזער, אונדזער קװאַטיר האָט איר דאָך געזען. Basia Tishmanene 94.833 96.9 אײן צימערל האָבן מיר געהאַט. Roza Bieliauskienė 97.528 99.092 װוּ האָט איר געלעבט? Basia Tishmanene 97.68 101.758 און מ'האָט געהאָרעװעט און מ'האָט ah מיר האָבן געלעבט אױף Basia Tishmanene 102.341 105.791 צום באַן, װי רופֿט זיך אָן די דירה דאָרטן? Basia Tishmanene 106.758 108.018 די גאַס? Roza Bieliauskienė 109.425 110.415 SODU. Basia Tishmanene 110.505 111.633 סאָדע־גאַס. Basia Tishmanene 111.669 112.372 DA. Basia Tishmanene 113.812 114.667 סאָדע. Basia Tishmanene 117.137 124.455 נו, און מ'האָט גע- געװען, מ'האָט געהאָרעװעט, געזוכט אַרבעט און מע זאָל קענען זיך אַ ביסל צו-UNK. Basia Tishmanene 125.304 127.222 און דאָס האָט אונדז אױך געקאָסט. Roza Bieliauskienė 129.371 131.829 די שול אין װילנע, Roza Bieliauskienė 132.864 136.115 אַ שול אין װילנע איז געװען נאָך די מלחמה? Basia Tishmanene 135.83 138.225 פֿאַר װאָס ניט? ס'איז געװען. Basia Tishmanene 139.8 141.313 געװען אָט אָ דאָ. Roza Bieliauskienė 143.597 149.059 איר פֿלעגט דערצײלן אײנעם דעם צװײטן, איר פֿלעגט זיך טרעפֿן מיט מענטשן, מיט Roza Bieliauskienė 149.233 150.527 חבֿרים? Basia Tishmanene 150.228 153.609 יע, מיר פֿלעגן אַלע דרײַ און צװאַנציק יאָרע- Basia Tishmanene 153.609 154.222 hm Basia Tishmanene 154.937 156.214 YANVAR' Basia Tishmanene 156.523 160.241 פֿלעגן מיר זיך צוזאַמענטרעפֿן, מיר פֿלעגן מאַכן אַ Basia Tishmanene 160.252 161.461 אָװנט־ברױט. Roza Bieliauskienė 162.497 164.348 דאָס איז געװען דער טאָג? Roza Bieliauskienė 165.703 167.756 װעלכער טאָג איז דאָס געװען? Basia Tishmanene 167.88 172.026 דאָס איז, װען ס'איז אױסגעפֿאַלן דער דרײַ און צװאַנציקסטער YANVAR'. Roza Bieliauskienė 171.862 173.105 װען מען אײַך Basia Tishmanene 172.655 174.422 פֿלעגן מיר מאַכן אַ VECHER, Roza Bieliauskienė 174.815 178.508 װען מען פֿלעגט אײַך באַ- װען מען האָט אײַך באַפֿרײַט? Basia Tishmanene 177.524 179.134 באַפֿרײַט, יע. Roza Bieliauskienė 178.511 179.434 mhm. Basia Tishmanene 179.642 184.682 איז דאַן פֿלעגט מען מאַכן אַ VECHER און מע פֿלעגט דערמאָנען Basia Tishmanene 184.957 190.807 דעם לעבן פֿון, פֿון געטאָ, פֿון די ל-, פֿון לאַגער, פֿלעגט מען דאָס דערמאָנען. Roza Bieliauskienė 191.91 195.33 װער פֿלעגט קומען אױף אָט אָ די אָװנטן? Basia Tishmanene 196.061 202.097 נו, די נאָענטסטע, איז געװעזן, די פּעסיע ברענער איז געװעזן, Basia Tishmanene 202.575 206.445 eh ס'איז געװען חנה גרינבערג, eh, ס'איז געװען, eh Basia Tishmanene 206.456 208.897 דער eh, װי <האָט ער> געהײסן Basia Tishmanene 209.156 210.754 דער שנײַדער Basia Tishmanene 211.704 213.572 ס'איז געװען אַ פֿולע. Basia Tishmanene 213.662 215.462 סימקע דװאָרעץ Basia Tishmanene 216.193 217.402 איז געװען. Basia Tishmanene 220.479 222.751 פֿײגעלע קאַלטענאָװסקי Basia Tishmanene 224.445 226.954 <פֿלעג> זײַן, מע פֿלעגט זיך צוזאַמענקלײַבן. Basia Tishmanene 232.764 234.615 כאַסיע גראַװעץ. Basia Tishmanene 234.907 237.449 זי איז שױן ניטאָ, שױן געשטאָרבן. Basia Tishmanene 242.889 246.393 האָדקע, די פֿאַמיליע האָב איך ניט געװוּסט, איז געװעזן. Roza Bieliauskienė 252.913 255.947 איר געדענקט װאָס פֿלעגט איר דערצײלן אײנעם Roza Bieliauskienė 255.947 257.648 אײנער דעם צװײטן? Basia Tishmanene 258.127 262.205 אָט דאָס װאָס מיר האָבן איבערלעבט האָבן מיר דערצײלט. Basia Tishmanene 263.595 265.344 זיצן, דערצײלן. Basia Tishmanene 265.89 269.006 ס'איז געװען, ס'האָט געקלעקט פֿון די רוסן אױך. Basia Tishmanene 269.585 274.439 פֿלעגן אַרײַנקומען בײַ נאַכט און זײ פֿלעגן װעלן מע זאָל eh גײן מיט זײ. Basia Tishmanene 275.087 276.501 און מיר זאָגן "נײן. Basia Tishmanene 276.501 278.793 אױבע גײן, װעלן מיר גײן אַלע. Basia Tishmanene 279.272 281.64 קײן אײנציקע UNK לאָזן מיר ניט." Basia Tishmanene 281.64 282.186 <נײן>. Basia Tishmanene 282.647 284.7 ס'האָט געקלעקט פֿון זײ, יע. Roza Bieliauskienė 292.265 296.377 אפֿשר אײַערע חבֿרים פֿלעגן אײַך װאָס ניט איז דערצײלן Roza Bieliauskienė 297.075 299.145 װעגן די איבערלעבעניש. Basia Tishmanene 299.31 300.224 װעגן װאָס? Roza Bieliauskienė 300.095 302.486 װעגן דאָס װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט. Basia Tishmanene 303.588 308.116 נו װאָס האָבן זײ געקענט דערצײלן? דאָס װאָס איך האָב געזען, אפֿשר האָבן זײ געהאַט Basia Tishmanene 308.116 309.0 מערער. Roza Bieliauskienė 314.928 317.42 װי האָט געװאַקסן אײַער זון? Basia Tishmanene 318.337 319.361 מײַן זון? Basia Tishmanene 319.468 321.302 װי האָט ער געװאַקסן? Basia Tishmanene 321.948 325.123 נו, לערנען זײער האָט ער ניט געװעלט. Basia Tishmanene 325.205 327.793 נאָר װאָס, אַרבעטן האָט ער געװעלט. Basia Tishmanene 327.793 329.266 אַרבעטן װיל ער. Basia Tishmanene 330.69 332.001 נו, גאָרניט. Basia Tishmanene 332.816 336.62 אַזױ <אַז> האַלט ער זיך פֿײַן, ער פֿירט זיך אױף זײער פֿײַן. Roza Bieliauskienė 337.44 340.011 דעם זון פֿלעגט איר דערצײלן? Roza Bieliauskienė 340.011 343.678 ער האָט געװוּסט װאָס איר האָט איבערגעלעבט מיטן מאַן? Basia Tishmanene 343.852 346.141 נו, פֿאַר װאָס זאָל ער ניט װיסן? Basia Tishmanene 346.637 351.053 ער פֿלעגט לײענען, ס'איז געװען ביכער, פֿלעגט ער לײענען אַנדערש מאָל Basia Tishmanene 351.902 353.314 פֿון די געטאָ. Roza Bieliauskienė 358.77 362.528 ייִדישע יום־טובֿים פֿלעגט איר פֿײַערן אין שטוב? Basia Tishmanene 362.921 363.742 מיר? Roza Bieliauskienė 363.512 364.401 יע. Basia Tishmanene 364.642 368.349 נו, מע פֿלעגט מאַכן יום־טובֿ, יום־כּיפּור Basia Tishmanene 368.827 370.656 פֿלעגט מען האַלטן Basia Tishmanene 370.667 372.45 סוכּות Basia Tishmanene 372.827 374.425 ראָש־השנה מע פֿאַלט- Basia Tishmanene 374.514 376.114 פֿלעגט האַלטן דעם Basia Tishmanene 376.114 376.888 דעם... Basia Tishmanene 377.417 378.323 אין שטוב. Roza Bieliauskienė 378.598 382.001 װי פֿלעגט איר דאָס אין שטוב האַלטן די יום־טובֿים? Basia Tishmanene 382.023 383.131 װאָס װיפֿל? Roza Bieliauskienė 382.901 384.887 װי, װי פֿלעגט איר? Basia Tishmanene 385.652 388.161 װיפֿל ס'פֿלעגט אױסקומ-, פּסח. Basia Tishmanene 390.431 392.37 אָבער דעם... Roza Bieliauskienė 390.562 393.155 װאָס פֿלעגט זײַן אױף פּסח בײַ אײַך? Basia Tishmanene 393.312 394.05 ah? Roza Bieliauskienė 393.802 396.479 װאָס פֿלעגט זײַן בײַ אײַך אױף פּסח? Basia Tishmanene 396.671 398.589 נו, מצה Basia Tishmanene 398.831 401.478 װײסט איר דאָך, מסתּמא פֿלעגט דאָך געבן... Basia Tishmanene 401.478 404.411 אַנדערש מאָל גיט דאָך די ייִדישע אָבטשעסטװע Basia Tishmanene 404.501 405.845 צו פֿאַרזוכן. Basia Tishmanene 410.441 413.543 שױן, מײַן זון איז געקומען. שױן געענדיקט צי ניט? Basia Tishmanene 413.546 415.785 איך האָב נאָך מיט אים װאָס צו רײדן. Roza Bieliauskienė 416.533 425.167 דערנאָך, װי װי האָט זיך בײַ אײַך, װי דער זון האָט גע- זײַן לעבן, װי בײַ אים האָט זיך אַלץ באַקומען אין לעבן? Basia Tishmanene 425.207 426.18 לעבן פֿײַן. Basia Tishmanene 426.57 428.121 פֿײַ- זײ לעבן פֿײַן. Basia Tishmanene 428.514 429.875 פֿײַן, מע Basia Tishmanene 430.37 432.643 קײן איבעררײד איז ניטאָ בײַ זײ. Basia Tishmanene 432.817 436.687 װאָס זי װיל, װאָס זי װיל, דאָס טוט זי. אי ער דאָס גלײַך. Basia Tishmanene 436.687 438.482 זי איז ד-, זי איז זײער אַ גוטע. Basia Tishmanene 438.96 440.79 זײער אַ גוטע איז זי. Roza Bieliauskienė 441.12 442.802 איר האָט אײניקלעך? Basia Tishmanene 443.111 444.146 אײניקלעך? Basia Tishmanene 444.157 448.151 נו, דער אײניקל װאָס איז דאָ אין ISRAEL, מער האָב איך ניט. Roza Bieliauskienė 450.367 453.601 ער װײס װעגן דאָס װאָס איר האָט איבערגעלעבט? Basia Tishmanene 453.303 455.761 נו, דאָס װאָס איך האָב אײַך דערצײלט Basia Tishmanene 456.408 458.664 און ער האָט געזעסן אױך און פֿאַרשריבן. Basia Tishmanene 460.374 463.49 <נאָר> כ'האָב אָנגעהױבן װײנען, זאָגט ער "SHO SHO NE NADO". Basia Tishmanene 467.462 469.886 דאָס איז נאָך אַן עול, מײַן טײַערע. Basia Tishmanene 471.242 474.614 <מע האָט> אונדז אַ מאָל אַרױסגעפֿירט אױף אַ פֿעלד גראָבן Basia Tishmanene 474.617 475.778 נאַקעט Basia Tishmanene 475.781 477.423 אי- און אָסיען. Basia Tishmanene 477.423 479.099 רעגן, קאַלט. Basia Tishmanene 479.78 482.744 האָבן מיר געזאָגט צום פּאָסטן "שיס אונדז אַװעק." Basia Tishmanene 482.987 485.361 זאָגט ער, ער האָט ניט קײן PRAV Basia Tishmanene 486.412 488.089 צו שיסן אונדז. Basia Tishmanene 488.117 489.36 קײן באַפֿעל. Basia Tishmanene 490.901 494.372 נו, מיר זײַנען געקומען מיט זי זעלבע <הוצאָות> צוריק. Basia Tishmanene 495.187 502.454 דאָס איז סטראַשנע געװען. דאָס, דע- מער ניט געדאַרפֿט זען װי דאָס איז פֿאָרגעקומען אַלץ. <אַז> רײדן איז גאָרניט. Roza Bieliauskienė 504.097 507.078 איר פֿלעגט זיך אײנע די צװײטע העלפֿן Roza Bieliauskienė 507.86 509.626 אין אָט אַזאַנע פֿאַלן? Basia Tishmanene 510.476 511.5 העלפֿן? Roza Bieliauskienė 511.202 513.66 יע, אײנע די צװײטע. Basia Tishmanene 511.8 512.66 מיט Basia Tishmanene 513.209 514.942 און מיט װאָס האָט מען געקענט העלפֿן? Roza Bieliauskienė 515.808 519.7 נו, מיט אַ גוטן װאָרט, מיט אַ ליד, מיט אַ Basia Tishmanene 519.808 522.232 מיר האָבן גאָרניט געהאָפֿט אַז מיר װעלן בלײַבן לעבן. Basia Tishmanene 523.419 524.628 ניט געהאָפֿט. Basia Tishmanene 526.102 526.8 אַז מיר Basia Tishmanene 526.8 529.08 ס'איז דאָך זײער פֿיל אױסגעפֿאַלן. Basia Tishmanene 529.08 532.678 בײַ אונדז איז נאָר געװען נישקשה, נאָר בײַ די מענער Basia Tishmanene 533.814 535.766 אַלע טאָג פֿלעגט מען באַגראָבן. Basia Tishmanene 536.784 539.599 זײ האָבן ניט געקענט אַריבערטראָגן. זײ האָבן געהאַט Basia Tishmanene 539.599 541.79 שרעקלעכע שװערע אַרבעט. Basia Tishmanene 541.982 545.633 װאָס זײ eh פֿלעגן דאַרפֿן טראָגן אױף זיך Basia Tishmanene 545.633 549.3 די צ- eh זעקלעך צעמענט, שטעלט זיך פֿאָר. Basia Tishmanene 549.744 555.425 האָבן זײ דאָס ניט געקענט אױסהאַלטן. הונגעריק, נאַקעט, באָרװעס, באַלײַזיקט. Basia Tishmanene 555.853 559.324 און זײ האָבן דאָס ניט געקענט אַריבערטראָגן, װאָס זײ האָבן געמוזט. Basia Tishmanene 560.477 562.463 זײ האָבן געפֿאַלן, זײַנען געפֿאַלן. Roza Bieliauskienė 563.43 566.816 איר האָט דאָס געזען, צו איר האָט נאָר געהערט װעגן דעם? Basia Tishmanene 565.77 567.541 ער פֿלעגט דאָס דערצײלן. Basia Tishmanene 567.615 568.571 מײַן מאַן. Roza Bieliauskienė 568.357 569.414 אײַער מאַן. Basia Tishmanene 568.965 569.955 יע. Basia Tishmanene 572.036 574.612 די שטוב געגעסן די לײַז. Basia Tishmanene 574.787 576.688 די גנידעס אױפֿגעגעסן Basia Tishmanene 577.588 579.894 ס'האָט זײ אױפֿגעגעסן. נו, הונגעריק... Basia Tishmanene 581.486 583.272 נו, שױן? שױן געענדיקט? Basia Tishmanene 583.292 584.943 ס'איז שױן געענדיקט די Basia Tishmanene 584.962 586.273 די פּליאָנקע אױך. Roza Bieliauskienė 586.312 588.264 ס'איז נאָך ניט געענדיקט. Basia Tishmanene 587.426 588.141 נײן! Basia Tishmanene 588.141 588.723 נײן. Basia Tishmanene 588.723 592.078 מער פֿאַר אַלעם, גיט צו מיר װאָס איך װײס קײן זאַך ניט. Roza Bieliauskienė 592.809 596.249 איר װײסט זײער גוט, איר דערצײלט זײער גוט. Basia Tishmanene 595.529 596.149 האַ? Roza Bieliauskienė 596.249 598.473 איר דערצײלט זײער גוט. Basia Tishmanene 598.968 603.438 איר טרײסט מיר. איר מוזט מיר אַ ביסל אַזױ אױפֿהײבן. Roza Bieliauskienė 600.133 601.359 יע. Basia Tishmanene 603.438 605.139 אַז איך זאָל האָבן חשק. Roza Bieliauskienė 607.237 608.716 און eh Basia Tishmanene 608.096 611.586 װיפֿל קריגט איר אַ מאָנאַט פֿאַר אַזאַ מין אַרבעט? Roza Bieliauskienė 612.62 618.858 און eh, איר געדענקט אפֿשר װעלכע ניט איז לידער פֿלעגט מען בײַ אײַך זינגען? Roza Bieliauskienė 619.1 620.512 ייִדישע? Basia Tishmanene 619.4 622.132 מע פֿלעגט יע זינגען די געטאָ־לידער. Roza Bieliauskienė 622.577 625.693 װעלכע געטאָ־לידער געדענקט איר? Basia Tishmanene 627.15 628.747 מע פֿלעגט זינגען Basia Tishmanene 631.841 634.299 מע פֿלעגט זינגען זײער פֿײַנע לידער, אָבער Basia Tishmanene 634.676 635.598 איך געדענק ניט. Basia Tishmanene 636.414 637.939 זײער פֿײַנע גע- Basia Tishmanene 637.939 639.463 אַלײן eh Basia Tishmanene 639.722 641.37 צוזאַמענגעשטעלט Basia Tishmanene 641.527 642.483 אַלײן. Roza Bieliauskienė 644.193 647.084 װוּ האָט איר זײ געהערט דעם ערשטן מאָל די לידער Roza Bieliauskienė 647.084 649.233 די צוזאַמענגעשטעלטע? Basia Tishmanene 648.27 650.1 מע פֿלעגט אין געטאָ, Basia Tishmanene 650.1 652.949 ס'איז רעכט אַז אין געטאָ פֿלעגט מען זיך טרעפֿן Basia Tishmanene 652.949 654.181 אין אַ שטוב Basia Tishmanene 654.183 658.146 און מע פֿלעגט אױכעט, ס'איז דאָ מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען Basia Tishmanene 658.146 660.272 און אױסגעביטן די זאַכן Basia Tishmanene 660.292 661.586 װאָס זײ האָבן געהאַט, Basia Tishmanene 662.081 663.892 זײ האָבן ניט געזשאַלעװעט. Basia Tishmanene 663.937 671.613 און פֿאַר דערײַן פֿלעגן זײ קריגן עסן. געלט איז ניט, געלט האָבן מיר ניט געדאַרפֿט די געלט, װײַל מיר האָבן אַלץ אײנס ניט געקענט גײן און קױפֿן. Basia Tishmanene 672.363 673.499 שױן? Basia Tishmanene 674.855 676.081 קום, מײַן זון. Roza Bieliauskienė 677.555 679.827 אַ דאַנק. באַלד װעלן מיר בעטן ד-