Richard Bassett 0.453 4.021 THE DATE IS AUGUST THE TWENTY FIFTH, NINETEEN NINTY FIVE. Richard Bassett 4.021 10.361 THE SURVIVOR'S NAME IS MISSUS FANIA FAINER. THAT'S F.A.I.N.E.R. Richard Bassett 10.361 15.489 SHE WAS BORN FANIA LANDAU. THAT'S L.A.N.D.A.U. Richard Bassett 15.489 20.297 I AM THE INTERVIEWER. MY NAME IS RICHARD BASSETT, B.A.S.S.E.T.T. Richard Bassett 20.297 23.468 THE INTERVIEW IS BEING HELD IN TORONTO, CANADA, Richard Bassett 23.468 24.972 IN YIDDISH. Richard Bassett 26.708 30.105 THE DATE IS AUGUST THE TWENTY FIFTH, NINETEEN NINTY FIVE. Richard Bassett 30.105 32.85 THE SURVIVOR'S NAME IS MISSUS FANIA FAINER. Richard Bassett 32.85 35.56 THAT'S F.A.I.N.E.R. Richard Bassett 35.56 40.467 SHE WAS BORN FANIA LANDAU. THAT'S L.A.N.D.A.U. Richard Bassett 40.467 45.978 I AM THE INTERVIEWER. MY NAME IS RICHARD BASSETT, B.A.S.S.E.T.T. Richard Bassett 45.978 49.908 WE ARE IN TORONTO, CANADA, AND THE INTERVIEW WILL BE HELD IN YIDDISH. Richard Bassett 53.045 54.798 װאָס איז דײַן נאָמען? Fania Fainer 54.648 56.699 איך הײס פֿאַניע פֿײַנער. Richard Bassett 56.832 59.543 און װאָס איז געװען דײַן מײדלש נאָמען? Fania Fainer 59.414 60.657 לאַנדאַו. Richard Bassett 60.406 62.074 װי שרײַבט מען דאָס? Richard Bassett 63.16 63.61 L. Fania Fainer 63.54 65.891 L.A.N.D. Richard Bassett 65.903 67.04 A. Fania Fainer 66.031 67.49 A.U. Richard Bassett 67.329 70.146 גוט, װען ביסטו געבױרן געבאָרן? Fania Fainer 69.286 72.869 אין נײַנצן פֿיר און צװאַנציק, אין דעם צװעלפֿטן דעצעמבער. Richard Bassett 72.584 73.678 און װוּ? Fania Fainer 73.542 75.811 אין ביאַליסטאָק. דאָס איז, Richard Bassett 74.712 75.891 אין ביאַליסטאָק. Fania Fainer 75.811 77.337 יע, דאָס איז פּױלן. Richard Bassett 77.775 79.656 װי האָט געהײסן דעם טאַטן? Fania Fainer 79.413 82.358 דער טאַטע האָט געגײסן יאַנקל Fania Fainer 82.669 83.762 לאַנדאַו, Fania Fainer 83.903 86.23 און די מאַמע האָט געגײסן שׂרה. Richard Bassett 86.052 86.869 שׂרה. Fania Fainer 86.23 87.294 לאַנדאַו, יע. Richard Bassett 87.179 89.088 און װאָס איז געװען איר מײדלש נאָמען? Fania Fainer 88.882 91.13 טורעק, YES. Richard Bassett 89.87 90.36 טורעק? Richard Bassett 91.03 91.848 T. Fania Fainer 91.63 93.23 T.U.R. Fania Fainer 93.456 95.741 E.K. יע, יע. Richard Bassett 94.116 95.57 K., E.K. גוט. Richard Bassett 95.818 97.869 און װען איז דער טאַטע געבױרן? Fania Fainer 97.9 102.485 טאַטע איז געבאָרן געװאָרן אין אַכצן נײַן און אַכציק, Richard Bassett 102.371 104.422 אומגעפֿאַר, גוט. Fania Fainer 103.73 105.34 יע, מער־װײניקער. Richard Bassett 105.434 107.358 װאָס איז געװען זײַן פֿאַך? Fania Fainer 106.796 107.428 tsk, Fania Fainer 107.428 110.209 ער האָט געגאַט אַ קלײן געשעפֿט פֿון לעדער. Fania Fainer 110.86 113.507 איך קען צוגעבן אַז ער איז געװען אַ קבצן? Fania Fainer 114.264 115.188 יע. Richard Bassett 115.285 117.294 האָט ער געהאַט אַרבעטערס בײַ אים? Fania Fainer 117.073 120.485 NO, ער אַלײן איז געװען אין געשעפֿט אַלע יאָרן. Richard Bassett 120.838 123.038 און די מאַמע, װען איז זי געבױ- Fania Fainer 121.752 122.959 די מאַמע איז גע- Fania Fainer 122.959 125.612 מאַמע איז געבאָרן געװאָרן עלף יאָר שפּעטער. Richard Bassett 126.965 130.293 האָט דער טאַטע געהאַט ברידער צי שװעסטער? Fania Fainer 130.199 137.527 פֿאַקטיש װײס איך נישט, װײַל ער איז אַלײן געבאָרן אין בריסק, און ער איז געקומען אײנער אַלײן, און ער איז קײן מאָל נישט געװען אין פֿאַרבינדונג מיט קײנעם. Richard Bassett 138.284 139.995 און װעגן די מאַמען? Fania Fainer 139.71 143.442 די מאַמע האָט געגאַט אַ גרױסע משפּחה בײַ אונדז אין ביאַליסטאָק. Richard Bassett 142.859 144.889 דו קענסט עטלעכע פֿון די נעמען? Fania Fainer 144.603 146.831 יע, איך קען אַ סך פֿון די נעמען. Fania Fainer 146.831 152.463 איך קען, צום בײַשפּיל, ס'איז געװען אַ שװעסטער הדס און אַ שװעסטער כ- חיה. Fania Fainer 152.497 154.271 און אַ שװעסטער Richard Bassett 155.071 157.676 הדס און חיה. Fania Fainer 155.944 160.533 חיה, און נאָך אײנע מיטן נאָמען, Fania Fainer 160.533 162.42 הדס, חיה, פֿײגע. Richard Bassett 162.22 163.718 mhm, פֿײגע. Fania Fainer 162.646 167.782 פֿע- און די מאַמע האָט געגײסן שׂרה, אַזױ, דאָס איז די פֿיר שװעסטער װאָס האָבן געװױנט. Richard Bassett 167.349 168.081 mhm. Richard Bassett 168.081 170.027 און ברידער זײַנען געװען? Fania Fainer 169.627 171.102 ס'אי- געװ- אײן ברודער, ראובֿן. Richard Bassett 171.051 171.74 ראובֿן. Fania Fainer 171.69 172.252 יע. Richard Bassett 172.257 172.932 גוט. Richard Bassett 173.328 177.421 און דעם, װי אַזױ איז די מאַמע געקומען אין uh ביאַליסטאָק? Fania Fainer 177.306 181.23 זי איז געקומען פֿון אַ קלײן שטעטל, זי איז געװען אַכצן יאָר אַלט. Fania Fainer 181.349 184.279 איז געקומען פֿון אַ שטעטל װאָס האָט געהײסן טשעכאַנאָװצע. Fania Fainer 184.279 186.151 -אַנאָװצע, יע. Richard Bassett 184.419 185.736 טשעכאַנאָװצע. Fania Fainer 186.151 189.172 און זי איז געקומען קײן ביאַל- קײן ביאַליסטאָק, Fania Fainer 189.172 192.47 און אין משך פֿון דרײַ מאָנאַטן שפּעטער האָט זי חתונה געהאַט, Richard Bassett 192.49 192.87 mhm. Fania Fainer 192.91 194.491 געטראָפֿן מײַן טאַטן, Fania Fainer 194.491 196.165 און אַזױ איז, און דאַן איז... Richard Bassett 196.859 199.888 פֿאַר װאָס איז געקו- איז זי געקומען קײן ביאַליסטאָק? Fania Fainer 200.05 206.271 tsk. זײ האָבן געזוכט אַ גרעסערע שטאָט כּדי, מיט אַ גרעסערן ייִשובֿ, מיט eh מער ייִדן, כּדי צו קענען לעבן דאָרטן. Richard Bassett 207.093 210.08 צי געדענקסטו װוּ דו האָסט געלעבט? Fania Fainer 210.135 211.916 אין ביאַליסטאָק? יע. Richard Bassett 210.742 211.867 אין ביאַליסטאָק. Fania Fainer 211.916 214.33 איך האָב געװױנט אױף ZAMENHOFA פֿערצן. Richard Bassett 214.423 214.945 mhm. Richard Bassett 215.241 217.126 דאָס איז אַ הױז, צי אַ דירה? Fania Fainer 216.26 219.299 דאָס איז געװען אַ הױז. דאָס איז געװען אַ הױז, Fania Fainer 219.299 223.335 אָבער מיט שכנים נאָך, מיט נאָך שכנים, ס'איז געװען אַ גרעסער הױז. Fania Fainer 223.335 227.888 און שפּעטער, האָבן, אַ דירה, דאָס האָבן מיר געדונגען בײַ יענעם אַ דירה, Fania Fainer 227.888 231.06 און שפּעטער האָבן מיר געװױנט אױף ABRIDZHNE צען. Fania Fainer 231.06 232.98 ביז מיר זײַנען אַרײַן אין געטאָ. Richard Bassett 233.88 236.271 דו האָסט שװעסטער צי ברידער? Fania Fainer 235.177 239.59 איך האָב געהאַט אַ ברודער, װאָס האָט געהײסן לײבל. Richard Bassett 240.411 241.781 ער איז געװען יונגער? Fania Fainer 241.581 244.596 ער איז געװען עלטער פֿאַר מיר. ער איז אומגעקומען Richard Bassett 242.581 243.3 עלטער. Fania Fainer 244.596 247.973 גלױב איך אין דרײַ און פֿערציקטן יאָר, װײַל איך בין נישט געװען דערבײַ, Fania Fainer 248.092 250.547 און איך האָב געהאַט אַ שװעסטער, Fania Fainer 250.921 255.377 װאָס איז געװען מיט eh פֿיר יאָר ייִנגער פֿאַר מיר, מושקע לאַנדאַו. Richard Bassett 255.219 255.994 מושקע. Fania Fainer 255.773 256.532 יע. Fania Fainer 256.532 258.298 און זי איז אומגעקומען Fania Fainer 258.298 261.973 גלױב איך אין דער זעלבער צײַט, װײַל איך בין נישט קײן עדות, איך בין נישט געװען דאַן, Fania Fainer 261.973 264.355 װען מ'האָט ליקװידירט דעם געטאָ בײַ אונדז. Richard Bassett 264.432 266.483 די עלטערן האָבן אַדורכגעלעבט? Fania Fainer 266.347 271.851 זײַנען געװען אין געטאָ ביז דער ליקװידאַציע, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם זעכצעטן AUGUST, Fania Fainer 271.851 274.589 אין נײַנצן דרײַ און פֿערציק. Richard Bassett 274.496 275.738 און נאָך דעם? Fania Fainer 276.623 277.574 איך האָב זע- Richard Bassett 277.091 277.645 זײ... Fania Fainer 277.574 281.659 איך האָב זײ פֿאַרלאָרן, מײַן משפּחה. איך בין אַװעק מיט אַ טאָג פֿריִער Fania Fainer 281.659 283.547 פֿון ביאַליסטאָק, Fania Fainer 284.942 288.106 זוכן אַ פּלאַץ צו באַהאַלטן מײַן ברודער. Fania Fainer 288.106 288.951 tsk Fania Fainer 288.963 290.504 ס'איז געװען, Fania Fainer 290.504 295.184 ער איז געװען דער אײנציקער, און מיר האָבן אים אַלע געליב- געל- זײער ליב געהאַט. Fania Fainer 295.261 298.589 און קײן רײַכע ייִדן זײַנען מיר נישט געװען. Fania Fainer 298.589 302.15 אָבער מײַנע עלטערן זײַנען געװען אַ ביסל נאַיִװ. Fania Fainer 302.15 304.64 זײ האָבן געגלױב-, זײ האָבן געגלױבט אין יענער צײַט, Fania Fainer 304.64 307.701 די דײַטשן קענען ניט אױפֿטאָן קײן גרױזאַמע זאַכן, Fania Fainer 307.701 309.34 ניט צו קײן פֿרױען, Fania Fainer 309.34 311.849 און נישט צו קײן עלטערע מענער. Fania Fainer 311.849 315.05 נאָר דאָס אײנציקע, זײ קענען צונעמען אין מיליטער אַרײַן Fania Fainer 315.05 318.147 אַ יונגן בחורל, און ער איז דאַן אַלט געװען צװאַנציק יאָר. Fania Fainer 318.73 324.467 איז, האָט מען מיר געגעבן אַ קײט, אַ גאָלדענע, פֿון מײַן מאַמען, Fania Fainer 324.467 327.396 און עפּעס נאָך אַ פּאָר צװײ שטיקלעך גאָלד, Fania Fainer 327.537 331.949 איך זאָל פֿאָרן אין אַ פּלאַץ װוּ ס'זײַנען שױן קײן ייִדן ניטאָ, ס'איז ליקװידירט געװאָרן. Fania Fainer 332.09 334.269 איך זאָל געבן דאָס אַ קריסט, Fania Fainer 335.154 339.034 און ער זאָל אױסבאַהאַלטן מײַן ברודער. Fania Fainer 340.366 343.226 און דאַן האָט זיך אָנגעהױבן מײַן פּעקל צרות. Fania Fainer 343.621 345.289 קומענדיק אין AUGUST, Fania Fainer 345.834 348.913 אין, דאָס איז געװען אין נײַנצן דרײַ און פֿערציק, Fania Fainer 348.913 350.715 דעם פֿופֿצעטן AUGUST, Fania Fainer 351.43 356.32 האָט מען מיר אױפֿן גאַס, אַ קלײן ייִנגעלע, מסתּמא פֿון נײַן, צען יאָר, Fania Fainer 356.32 358.83 צוגעגאַנגען צו מיר און האָט אָנגעװיזן מיטן פֿינגער און געזאָגט, Fania Fainer 358.83 360.438 "דאָס איז אַ ייִדישע." Fania Fainer 360.705 364.608 און אין משך פֿון פֿינף מינוט, װי איך האָב פּראָבירט אָפּלײקענען, Fania Fainer 364.642 369.274 װײַל איך האָב געטראָגן דאַן אַ װײַסע קלײדל, אַ זומערדיקע, פּונקט װי אַלע eh Fania Fainer 369.274 371.657 גױים גײען, איך האָב אַראָפּגענומען די לאַטעס, Fania Fainer 371.657 375.103 אָבער דאָך האָט מיר נישט געגאָלפֿן. און איך בין גלײַך, Fania Fainer 375.103 377.905 צוגעקומען אַ דײַטש, מ'האָט מיר גלײַך פֿאַראַרעסטירט. Fania Fainer 380.067 383.437 דאָרטן בין איך געװען אַ װאָך צײַט, Fania Fainer 384.641 387.415 אָבער איך װאָלט זיך געװאָלט אומקערן צוריק, Fania Fainer 387.662 390.49 פֿאַר דער מלחמה, צו רעדן װעגן מײַן משפּחה, Fania Fainer 390.49 391.904 װעגן מײַנע עלטערן. Richard Bassett 391.59 392.119 mhm. Fania Fainer 392.045 394.436 tsk, װאָס פֿאַר אַ שטוב איך האָב געגאַט. Fania Fainer 395.258 398.124 מיט װעמען איך בין ערצױגן געװאָרן. Fania Fainer 407.591 410.733 אין אַ שטוב פֿון אַ סך װאַרעמקײט, און אַ סך ליבע. Fania Fainer 411.299 415.357 נישט קײן רײַכע מענטשן, אָבער פֿאָרגעשריטענע. Fania Fainer 415.357 418.35 מײַן טאַטע איז געװען אַקטיװ אין אַ סאָ- אַ סאָציאַליסט, Fania Fainer 428.703 432.925 tsk ער איז געװען זײער אַ אַקטיװער מענטש, אַ מענטש װאָס האָט געלײענט די פּרעסע טאָג־טעגלעך. Fania Fainer 433.746 440.201 און װי איך האָב פֿריִער געזאָגט, נאַיִװ. ער האָט נישט געגלױבט אַז ס'קען זיך איבערחזרן, אַז eh אַז דײַטשן קענען טאָן אַזעלכע זאַכן. Fania Fainer 440.575 442.569 אָבער ער האָט אונדז געגעבן Fania Fainer 442.569 444.627 tsk אַ אױסערגעװײנלעכע ערציִונג, Fania Fainer 444.627 446.463 אַ מענטשלעכע, אַ װאַרעמע, Fania Fainer 446.463 448.612 אַ ייִדישע אין דער ערשטער רײ, Fania Fainer 448.612 451.563 spn טראַדיציאָנעלע ייִדן זײַנען מיר געװען, Fania Fainer 452.044 457.733 tsk און מיר האָבן אַלע פֿאַרקוקט צו דעם ברודער מיטן טאַטן. Fania Fainer 458.909 460.988 קען איך נעמען אַ UNK מיר? Fania Fainer 466.866 469.271 און מײַן מאַמע װי אַ ייִדישע מאַמע, Fania Fainer 469.271 471.271 האָט געטאָן אַלץ אין דער װעלט Fania Fainer 471.271 473.775 מאַכן אונדזער הײם בעסער און שענער. Fania Fainer 474.086 476.66 ס'איז געװען אַ פֿרײלעך הײם, און אַ װאַרעם הײם, Fania Fainer 476.66 481.094 אַלע יונגע מענטשן זײַנען געקומען צו אונדז, אין מײַן קלײנער הױז, Fania Fainer 481.425 486.14 זײַנען טאָג־אײַן און טאָג־אױס געקומען צענדליקער יונגע מענטשן, מ'האָט געזעסן בײַם טיש, Fania Fainer 486.14 489.972 און אפֿשר נישט געװען, נישט געװען קײן CAKES און ס'איז נישט געװען קײן גוטע זאַכן, Fania Fainer 489.972 494.008 אָבער מיר האָבן געהאַט אַ גוטע יוגנט, אַ װאַרעמע. Fania Fainer 494.063 498.072 tsk און װי קינדער זײַנען מיר אױך אַרײַן אין דער יוגנט־אָרגאַניזאַציע. Fania Fainer 499.021 503.37 און מיר זײַנען אַזױ ערצױגן געװאָרן, מיט אַזױ פֿיל װאַרעמקײט, מיט ליבשאַפֿט, Fania Fainer 503.37 504.291 באמת, Fania Fainer 504.291 507.163 װי לאַנג איך װעל לעבן װעל איך עס געדענקען. Fania Fainer 508.276 509.922 spn און יע- Richard Bassett 508.574 510.262 װי האָט געהײסן די אָרגאַניזאַציע? Fania Fainer 510.003 515.227 דאָס האָט געהײסן דער סקיף, eh בײַ דער יוגנט פֿון צוקונפֿט. דאָס איז געװען די אָרגאַניזאַציע. Fania Fainer 515.227 517.178 tsk און אַלײן בין איך געגאַנגען Fania Fainer 517.616 520.78 ביז דעם אױסברוך פֿון דער מלחמה אין אַ ייִדישע פֿאָלקשול. Fania Fainer 520.78 522.96 און דאָס איז מײַן גאַנצע בילדונג, װײַלע Fania Fainer 522.96 525.163 ס'איז נישט געװען קײן מעגלעכקײט, און איך בין גלײַך Fania Fainer 525.163 527.36 אַרײַן אין געטאָ, און דאָס איז עס געװען. Fania Fainer 527.36 530.22 אָבער איך האָב געגענדיקט אַ מיכאַלעװיטש־שול, אַ פֿאָלקשול. Fania Fainer 531.85 535.816 דאָס איז מײַן באַגאַזש פֿון בילדונג זײַענדיק אין יענע צ- אין יענע צײַטן. Fania Fainer 537.318 540.39 און דאַן װיל איך, איך װיל זיך אומקערן צוריק צו Fania Fainer 540.39 541.716 <ביאַליסטאָק>. Richard Bassett 541.318 542.29 <און באַלד> Fania Fainer 542.33 542.83 יע. Richard Bassett 542.87 544.05 אױב איך מעג פֿרעגן, Fania Fainer 543.824 544.561 ביטע. Richard Bassett 544.43 546.8 װעלכע שפּראַך האָט איר גערעדט אין דער הײם? Fania Fainer 546.701 548.78 אין דער הײם האָבן מיר גערעדט אױסשליסלעך ייִדיש. Fania Fainer 548.78 554.418 מיר האָבן נישט געניצט קײן אַנדער שפּראַך. װײַל מיר האָבן זיך נישט געמישט מיט די פּאָליאַקן צו פֿיל, האָבן מיר נישט בע- Fania Fainer 554.418 556.736 אָבער מיר האָבן געקענט אַלע רעדן פּױליש, Fania Fainer 556.736 561.481 ס'איז נאַטירלעך געװען, דאָס איז געװען די שפּראַך פֿון לאַנד. און מײַנע עלטערן האָבן גערעדט רוסיש. Fania Fainer 562.16 564.077 דאָס איז װײַלע, פֿאַר דער, Fania Fainer 564.077 568.183 נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, איך װײס, האָבן זײ גערעדט רוסיש און ערצױגן געװאָרן מיט רוסיש. Fania Fainer 568.183 570.517 זײ האָבן בײדע גערעדט רוסיש צװישן זיך. Richard Bassett 570.871 573.375 און דער מיכאַלאָװיטש־שול איז געװען בלױז פֿאַר ייִדן. Fania Fainer 572.679 575.964 אַ אַ ייִדישע פֿאָלקשול. אױסשליסלעך אַ ייִדישע פֿאָלקשול. Richard Bassett 575.7 578.156 האָסטו געהאַט גױיִשע פֿרײַנד? Fania Fainer 578.317 581.119 קײן מאָל נישט. קײן מאָל נישט. Richard Bassett 579.296 580.236 קײן מאָל ניט? Fania Fainer 581.119 582.885 מיר האָבן זיך נישט געמישט מיט די, Fania Fainer 582.885 584.538 מיט די פּאָליאַקן בײַ אונדז. Richard Bassett 584.572 587.006 און די עלטערן אױך האָבן נישט געהאַט? Fania Fainer 586.275 588.411 NO, קײן פּױלישע פֿרײַנד, NO. Richard Bassett 588.402 590.15 AND דאָרטן װוּ איר האָט געװױנט Richard Bassett 590.15 592.219 האָט איר געהאַט גױיִשע שכנים? Fania Fainer 593.12 594.694 איך גלױב קױם. Fania Fainer 594.694 596.736 מיר האָבן נישט געגאַט. זײער װינציק. Fania Fainer 596.736 598.566 װײַלע די געגנט איז געװען, Fania Fainer 598.566 605.687 איך װײס, אפֿשר האָבן מיר װי ייִדן זיך אַלײן געמאַכט אַ געטאָ אין די נאָרמאַלע צײַטן. מיר האָבן געװױנט צ- קאָנצענטרירט ייִדן צוזאַמען Fania Fainer 605.784 606.942 מיט זיך. Richard Bassett 607.359 612.72 איך האָב געװאָלט פֿרעגן אַז אַ מאָל װען איר זענט געװען אױף דער װעג פֿון שול אָדער צו שול, Richard Bassett 612.72 616.48 האָט איר געהאַט אינסטאַנצן װען מע האָט צוגעטשעפּעט Fania Fainer 614.125 615.644 יע, בע- Richard Bassett 616.48 618.24 דערפֿאַר װאָס איר זײַט געװען ייִדן? Fania Fainer 616.593 624.4 NO, איך געדע- NO NO NO, איך געדענק נישט די אַלע זאַכן, NO. אַז ס'איז דורכגעגאַנגען אַ מײדל, האָט מען זיך, eh מ'האָט גערעדט צו זי- צװישן זיך, Fania Fainer 624.4 626.878 אָבער מיר זײַנען נישט געװען קײן פֿרײַנד. Richard Bassett 630.103 632.054 און װאָס געדענקט איר פֿון, Richard Bassett 632.054 633.693 בײַ די יום־טובֿים, Richard Bassett 633.693 638.537 די משפּחה, די מאַמע האָט געהאַט אַ גרױסע משפּחה, מע פֿלעגט צונױפֿקומען און... Fania Fainer 638.295 638.905 ד- eh Fania Fainer 638.905 641.778 די נאָענטקײט נישט נאָר װאָס איז מײַן, Fania Fainer 641.778 645.693 מײַן פֿאַמיליע, די קלײנע פֿאַמיליע װאָס מיר זײַנען געװען צ- אַ ברודער און שװעסטער, Fania Fainer 645.693 652.309 BUT מײַן מאַמע'ס משפּחה איז געװען אױך <הײסט>, אַזױ ק- eh געבונדן, געקניפּט און געבונדן, זײַנען געװען צוזאַמען, Fania Fainer 652.309 656.777 יעדן יום־טובֿ זײַנען מיר געװען צוזאַמען. אַלע שװעסטער זײַנען געקומען מיט זײערע קינדער. Fania Fainer 656.777 660.777 און ס'איז געװען, ס'איז געװען באמת אַ יום־טובֿ בײַ אונדז. ס'איז געװען יום־טובֿ. Fania Fainer 660.777 664.351 אָבער חוץ דעם, דאַכט זיך מיר, אױבע ס'איז געװען זיבן טעג אַ װאָך, Fania Fainer 664.351 667.372 איז זיבן טעג אַ װאָך האָבן מיר געזען די משפּחה, מײַן מאַמע'ס. Fania Fainer 667.372 669.132 זײַנען אַלע געקומען צו גײן. Fania Fainer 669.592 675.245 מ'איז געגאַנגען קױפֿן צוזאַמען. מ'איז געגאַנגען קאָכן צוזאַמען. מ'האָט אַלצדינג געטאָן צוזאַמען. ס'איז געװען אַ נאָענטקײט אױסערגעװײנלעך, Fania Fainer 675.245 679.515 און מ'האָט נישט געװױנט װײַט אײנער פֿון אַנדערן, מ'האָט געװױנט זײער נאָענט אײנער פֿון אַנדערן. Richard Bassett 680.549 683.579 װי האָט געהײסן די באָבעס און זײ- מיט די זײדעס? Fania Fainer 683.315 690.181 איך קען נאָר זאָגן װעגן אײנע װאָס האָט געװױנט מיט אונדז. זי האָט פֿאַרלאָרן יונג דעם מאַן, זי איז געװען עטל- זעקס און פֿופֿציק, זיבן און פֿופֿציק, Fania Fainer 690.181 692.713 איז מײַן מאַמע איז געװען די עלטסטע שװעסטער, Fania Fainer 692.713 695.962 האָט זי איר געבראַכט צו אונדז, און די באָבע האָט געװױנט מיט אונדז אַלע יאָרן. Richard Bassett 695.57 696.81 װי האָט זי געהײסן? Fania Fainer 696.4 698.456 יענטע נ- טורעק. Richard Bassett 698.251 699.746 יענטע טורעק. Fania Fainer 698.456 700.195 eh טורעק, יע. Richard Bassett 699.952 703.391 OKAY, דאָס איז געװען אַװאַ- אַװדאי די מאַמע'ס מאַמע, יע. Fania Fainer 702.101 704.854 דער מאַמע'ס מאַמע, יע, דער מאַמע'ס מאַמע. Richard Bassett 703.391 705.405 יע, יע, גוט. Richard Bassett 705.697 708.131 און װאָס געדענקסטו פֿון ביאַליסטאָק? Fania Fainer 709.271 712.052 ביאַליסטאָק איז געװען אַ ייִדישע שטאָט. Fania Fainer 712.052 714.28 לױט מײַן אָפּשאַצונג, Fania Fainer 714.633 717.28 זי האָט געהאַט זעכציק טױזנט ייִדן, Fania Fainer 718.442 719.925 זײער אַקטיװע. Fania Fainer 719.925 721.563 אַ פּרעכטיקע יוגנט, Fania Fainer 721.563 723.349 אָבער אַ ייִדישע יוגנט. Fania Fainer 723.349 727.775 װײַלע בײַ אונדז, אױבע ס'איז געװען אין די קלענערע שטעטלעך, איז מען געגאַנגען, Fania Fainer 727.775 730.258 מ'האָט גערעדט פּױליש, מ'האָט זיך באַמיט Fania Fainer 730.653 735.74 אַװעקצוגײן פֿונעם ייִדיש. איז ביאַליסטאָק, װען דו האָסט געגאַנגען אױף די הױפּט־גאַסן, האָסטו געהערט פֿון יונגע Fania Fainer 735.74 737.69 אינטעליגענטע מענטשן רעדן ייִדיש. Fania Fainer 738.611 740.981 פֿאַרשטײסט? ס'איז געװען אַ ייִדישע גימנאַזיע, Fania Fainer 741.079 743.428 עפֿ- זעקס ייִדישע פֿאָלקשולן, Fania Fainer 744.717 750.576 און אַ כ- אַ סכום פֿון זעכציק טױזנט ייִדן, דאָס איז אַ סך. און זעכציק טױזנט ייִדן האָבן זיך אױסגעלעבט. Fania Fainer 750.78 753.23 ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, Fania Fainer 753.23 755.434 סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס, Fania Fainer 755.434 757.853 ס'איז געװען אַ זײער זײער Fania Fainer 757.865 760.483 אַקטיװע שטאָט, אַ אַקטיװע שטאָט. Richard Bassett 760.142 762.321 אין װאָס האָבן די ייִדן זיך באַשעפֿטיקט? Fania Fainer 763.206 765.597 פֿון שוסטערײַ, שנײַדערײַ, Fania Fainer 765.695 770.874 קבצנים, אַ גרױסע פּראָצענט, אַ קאַ- זײער אַ גרױסע פּראָצענט אָרעמע־לײַט, Fania Fainer 771.418 776.837 אָבער מיר האָבן געגאַט אינסטיטוציעס גרױסע, װי לינת־חולים און נאָך אַנדערע, Fania Fainer 776.837 778.305 װעלכע האָבן געהאָלפֿן, Fania Fainer 778.305 781.193 געהאָלפֿן אײנע דעם אַנדערן. אָבער ייִדן זײַנען, Fania Fainer 781.248 783.944 ס'איז געװען אַ פּראָצענט, אַ קלע- אפֿשר Fania Fainer 783.944 787.46 צען פּראָצע- זײער רײַכע ייִדן, זײער, װאָס זײַנען געװען פֿאַבריקאַנט. Fania Fainer 787.46 791.48 די גאַנצע שטאָט איז געװען אַ טעקסטיל־שטאָט, פֿאַרשטײסט? אַזױערנאָך, Fania Fainer 791.48 793.369 זײַנען געװען ייִדישע פֿאַבריקאַנטן, Fania Fainer 793.369 799.15 זײער זעלטן איז געװען אַ קרי- אַ גױ װאָס איז געװען אַ, אַ פֿאַבריקאַנט. Fania Fainer 799.354 804.11 און ס'איז געװען אַ פּראָצענט פֿון ייִדישע, און סוחרים, דער גרעסטער טײל סוחרים און טעקסטיל. Fania Fainer 804.11 806.12 טעקסטיל־אַרבעטער, זײער אַ סך. Richard Bassett 806.418 809.767 צ- װאָס מיט צײַטונגען, uh, טעאַטערס? Fania Fainer 808.077 813.511 יע, YES, מיר האָבן געגאַט אַ ייִדישן שטענדיקן טעאַטער, װאָס האָט געגײסן TEATER-PALAS, Fania Fainer 813.737 816.943 מיר האָבן גלײַכצײַטיק געהאַט Fania Fainer 816.943 820.454 דרײַ צו פֿיר טאָג־טעגלעכע צײַטונג, אָנהײבן פֿון Fania Fainer 820.454 822.326 הײַנט, די, Fania Fainer 822.326 824.454 איך געדענק נישט די נעמען. Fania Fainer 824.454 826.113 הײַנט, דער פֿ- Fania Fainer 826.113 829.383 פֿאָלקס־צײַטונג איז אַראָ- געקומען צו אונדז, Fania Fainer 829.383 835.298 כ'זאָג, מיר, פֿ- זעקס, אפֿשר זעקס צו זיבן צײַטונגען. יעדער אָרגאַניזאַציע האָט געגאַט <דרײַ טאָג->, אַ טעגלעכע צײַטונג. Richard Bassett 836.247 839.234 און װיפֿל שולן זײַנען געװען אין ביאַליסטאָק? Fania Fainer 840.289 845.148 שולן איז געװען זײער אַ סך. ס'איז געװען די הױפּט־שול װאָס האָט געהײסן <בײַ אונדז דער>, Fania Fainer 845.246 849.74 די ג- די, װען דער דײַטש איז אַרײַן האָט ער אַרײַנגעװאָרפֿן דאָרטן עטלעכע טױזנט ייִדן, Fania Fainer 849.74 855.112 מענער. און ער האָט פֿאַרברענט מיט דער שול. דאָס איז געװען דאָס ערשטע טאָג װען, װע- דער ערשטער, צװײטער טאָג װען ער איז אַרײַן Fania Fainer 855.112 856.453 קײן ביאַליסטאָק. Fania Fainer 856.453 858.687 אָבער ס'איז געװען שולן און בית־מדרשים, Fania Fainer 858.687 862.368 אױף יעדן װינקעלע פֿון שטאָט אַװוּ די ייִדן האָבן נאָר געװױנט זײַנען געװען Fania Fainer 862.368 864.0 שולן. Richard Bassett 865.905 868.9 געדענקסטו אַז דו ביסט אַ מאָל אַרױסגעפֿאָרן פֿון ביאַליסטאָק אין Richard Bassett 868.9 871.12 צו די אַרומיקע שטעטלעך אָדער שטעט? Fania Fainer 871.16 879.367 יע, איך בין געװען אין גראָדנע, איך בין געװען אין לאָמזשע, איך בין געװען אין אַ סך שטעטלעך. װײַל, װאָס איז געװען, די ייִדן װאָס זײַנען געװען אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿלעגן מיר פֿאָרן, Fania Fainer 879.367 882.686 מע פֿלעגט נעמען אַ ראָװער און אַרױספֿאָרן אין אַ שטעטל אַרום זיך. Fania Fainer 882.686 886.494 דעמאָלט, ס'איז געװען אַזאַ מין שטעטל <װי> זאַבלודעװע, אױך אַ ייִדישע שטעטעלע. Fania Fainer 886.494 888.68 און די יוגנט, Fania Fainer 889.075 893.686 אי- איך װײס ניט, אפֿשר װײַל איך האָב זיך געדרײט אין די קרײַזן פֿון די יוגנטלעכע, Fania Fainer 893.686 895.388 זײַנען אַלץ געװען, Fania Fainer 895.388 898.381 זײ האָבן געהערט צו אָרגאַניזאַציעס, און ס'איז געװען Fania Fainer 898.883 900.956 נישט פּאָליטיש רײַף, נאָר Fania Fainer 900.956 903.686 זײַנען געװען באַװוּסטזיניקע יונגע מענטשן. Fania Fainer 903.686 904.409 פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 904.409 908.97 אַזױערנאָך, װוּ דו האָסט געקומען האָסטו געפֿונען אַ אָרגאַניזאַציע צו װעמען צו קומען און צו װעמען צו רעדן. Fania Fainer 911.05 912.317 <דאָס זײַנען...> Richard Bassett 912.733 915.95 איז דײַן שטײגער לעבן איז געװען אַ גוטער? Fania Fainer 915.55 919.784 אַ, זײער, זײער. מײַן לעבן איז געװען אַ גלענצנדער. Fania Fainer 919.784 927.423 נישט געקוקט אױף דעם, װײַל ס'איז געװען רדיפֿות פֿון eh אױף ייִדן אין פּױלן, ס'איז געװען אַלצדינג, און ס'איז געװען באַגרענעצונגען געװיסע, Fania Fainer 927.423 930.599 אָבער װי אַ קינד, זײַענדיק מיט מײַן משפּחה, Fania Fainer 930.599 932.089 איז מיר געװען זײער גוט. Fania Fainer 932.089 937.848 װײַל איך מוז נאָך אונטערשטרײַכן, דאָס איז אַלץ אַ דאַנק מײַן טאַטן מיט מײַן מאַמען, װײַלע זײ האָבן געשאַפֿן Fania Fainer 937.924 942.45 די װאַרעמע אַטמאָספֿערע בײַ אונדז אין דער הײם, און זײ האָבן געש- אונדז געגעבן Fania Fainer 942.45 946.131 די מעגלעכקײט זיך אױסצוקלײַבן װאָס מיר װילן טאָן, װוּ מיר װילן זײַן, Fania Fainer 946.131 948.06 און זײ האָבן אונדז געװיזן דעם װעג. Fania Fainer 948.06 951.124 מיר זײַנען געװען פּאָליטיש כ-, פּאָליטיש, װי קינדער Fania Fainer 951.124 955.854 האָבן מיר געװוּסט װאָס פֿאַר צילן מיר האָבן אין לעבן, צו װאָס מיר װילן עפּעס דערגרײכן. Fania Fainer 955.854 958.337 אי דורך לערנען און דורך אַרבעט. Fania Fainer 958.882 960.635 דאָס איז געװען אונדזער ציל. Richard Bassett 960.817 965.109 װען געדענקסטו אַז דאָס זאָל אַלץ אָנהײבן Richard Bassett 965.109 970.443 צו װערן אַנדערש, אין זיבן, אַכט און דרײַסיקסטן יאָר, נײַן און דרײַסיקסטן יאָר? Fania Fainer 969.626 973.598 איך װיל דיר זאָגן, איך האָב, eh, איך, װען איך רעד װעגן זיך פּערזענלעך, Fania Fainer 973.598 976.337 איך האָב דאָס נישט געפֿילט אין זיבן און דרײַסיקטן יאָר. Fania Fainer 976.711 981.315 אונדזערע צרות האָבן זיך אָנגעהױבן אין נײַנצן נײַן און דרײַסיק. Richard Bassett 980.649 981.863 װאָס איז געשען? Fania Fainer 981.541 984.534 נײַנצן נײַן און דרײַסיק, װען ס'האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה Fania Fainer 984.534 985.507 צװי- eh, Fania Fainer 985.507 988.825 דאָס ערשטע איז בײַ אונדז אַרײַן דער דײַטש Fania Fainer 989.434 995.23 אין נײַנצן נײַן און דרײַסיק, װײַל איך בין פֿון די פֿאַרנומענע געביטן װאָס די רוסן האָבן שפּעטער פֿאַרנומען. Fania Fainer 995.23 996.534 איז דאָרטן Fania Fainer 996.534 999.23 זײַנען די דײַטשן געװען אַ װאָך צײַט, נישט מער. Fania Fainer 1000.051 1005.442 און זײ האָבן דאַן פֿאַרברענט עפּעס עטלעכע טױזנט מענער, װי איך האָב געזאָגט, אין שול, Fania Fainer 1007.788 1011.165 און אין משך פֿון דער װאָך האָט זיך אָנגעהױבן שרעקלעכע רדיפֿות. Fania Fainer 1011.242 1012.831 אין אַ װאָך שפּעטער, Fania Fainer 1012.831 1016.059 װען זײ האָבן געמאַכט דעם אָפּמאַך מ-, די רוסן מיט די דײַטשן, Fania Fainer 1016.263 1018.335 זײַנען די דײַטשן פֿון אונדז אַװעק. Fania Fainer 1018.859 1022.044 און איך בין געװען פֿון נײַן און דרײַסיק Fania Fainer 1022.044 1024.35 ביז אײן און פֿערציק מיט די רוסן. Fania Fainer 1024.35 1026.22 די רוסן האָבן בײַ אונדז פֿאַרנומען. Fania Fainer 1026.63 1030.782 און דאַן איז געװען שװערע יאָרן דער-, שװערע יאָרן מיט דעם Fania Fainer 1030.88 1032.661 װאָס אױבע דו האָסט געהאַט אַ קרעמל Fania Fainer 1032.661 1036.554 ביסטו געװאָרן אַ קאַפּיטאַליסט לױט די רוסן, די אָפּשאַצונג. האָסטו געהאַט מורא. Fania Fainer 1036.554 1039.15 מ'האָט דאָס גלײַך צוגענומען, מען האָט עס ליקװידירט, Fania Fainer 1039.15 1043.192 אָבער זײַענדיק אַ יוגנטלעכע, בין איך צוריקגעגאַנגען אין שול אַ ביסל. Fania Fainer 1043.192 1044.661 איך האָב נישט געאַרבעט, Fania Fainer 1044.661 1048.186 און איך בין געװען פֿרײַ, װײַלע מ'האָט מיר נישט גערודפֿט װי אַ ייִד. Fania Fainer 1048.186 1049.171 פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 1049.171 1051.207 די צװײ יאָר זײַנען געװען, Fania Fainer 1051.858 1055.426 און זײַענדיק יונג טראַכטסטו נישט, Fania Fainer 1055.426 1059.08 דו טראַכטסט נישט װעגן די פּאָליטישע לאַגע, צי די- צי זאַ- Fania Fainer 1059.08 1062.15 דו האָסט געלאָפֿן, דו האָסט געגאַנגען, דו האָסט געטאַנצט, דו האָסט, Fania Fainer 1062.15 1064.511 איך בין געגאַנגען אין שולע, ס'איז מיר געװען גוט. Fania Fainer 1064.511 1066.931 און איך בין געװען מיט מײַן גאַנצע משפּחה. Fania Fainer 1066.943 1069.335 װײַל זײער אַ סך ייִדן Fania Fainer 1069.901 1073.08 האָט מען אַרױסגעשיקט. די רוסן זײַנען אַרײַן, Fania Fainer 1073.85 1078.09 און די װאָס זײַנען געװען אַ ביסל מער פֿאַרמעגלעך האָבן זײ פֿאַרשיקט קײן סיביר. Fania Fainer 1079.411 1086.447 מיר האָבן אַ ביסעלע מורא געהאַט, װײַלע אי מײַן טאַטע איז געװען אַ בונדיסט װאָס איז געװען בײַ זײ אַ קאָנטרערעװאָלוציאָנער בײַ די רוסן, Fania Fainer 1086.447 1091.717 אי גלײַכצײַטיק מיר האָבן געהאַט אַ קלײנע קרעמל, האָבן מיר מורא געהאַט אַז מיר זײַנען פֿון די ייִדן Fania Fainer 1091.717 1093.419 װאָס מ'װעט אױך אַרױסשיקן. Fania Fainer 1093.419 1095.085 נאָר נאָך דרײַ מאָנאַטן Fania Fainer 1095.085 1098.553 האָט מען אונדז נישט אַרױסגעשיקט, און דער לעבן האָט זיך אײַנגעשטעלט. Fania Fainer 1098.553 1101.015 מיר האָבן געלעבט צװײ יאָר מיט די רוסן. Fania Fainer 1106.048 1110.759 מיר האָבן געגאַט אַלעמען. מיר האָבן געהאַט די גאַנצע משפּחה מיט, יע, קײנער האָט נישט געפֿעלט. Fania Fainer 1111.282 1116.631 און אונדזערע צרות האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען אין נײַנצן אײן און פֿערציק. Richard Bassett 1118.176 1119.06 זאָג מיר װעגן דעם. Fania Fainer 1118.91 1119.47 יע. Fania Fainer 1122.112 1125.312 װען ס'האָט זיך אָנגעפֿאַנגען די מלחמה, די דײַטשן, Fania Fainer 1125.729 1127.807 ז- האָבן איבערגעפֿ- eh, Fania Fainer 1128.07 1130.509 ס'איז געװען אַזאַ מין קורצער פּעריאָד, Fania Fainer 1130.509 1132.332 אין נײַנצן אײן און פֿערציק, Fania Fainer 1133.154 1136.183 איך טראַכט צי איך מאַך נישט קײן טעות אין דער דאַטע. Fania Fainer 1138.388 1142.354 זײַנען אַרײַן אין נײַנצן נײַן און דרײַסיק, פֿערציק, אײן און פֿערציק, גלױב איך. Fania Fainer 1142.537 1144.679 װען זײ זײַנען אַרײַנגעקומען האָבן די, Fania Fainer 1144.679 1146.758 האָבן די די דײַטשן Fania Fainer 1147.679 1153.481 אַרײַנגעפֿירט קײן ביאַליסטאָק הונדערטער װאַגאָנען, האָט דאָס געגײסן Fania Fainer 1153.494 1155.019 מיט שטײן־קױלן. Fania Fainer 1155.019 1156.609 דו װײסט װאָס איז שטײן־קױלן? Richard Bassett 1156.218 1156.739 נײן. Fania Fainer 1156.609 1158.651 דאָס איז מיט װאָס מען הײצט. Richard Bassett 1158.855 1159.715 ah. Fania Fainer 1159.494 1160.19 יע? Fania Fainer 1160.977 1166.481 און אַלע זײַנען געװען איבערצײַגט אַז דאָס זײַנען שטײן־קױלן, זײ האָבן געשטאַנען אױפֿן, אױפֿן װאָקזאַל, Fania Fainer 1166.94 1168.566 שטײן־קױלן, Fania Fainer 1168.834 1171.402 און אין משך פֿון דרײַ טעג, Fania Fainer 1171.402 1174.806 װען ס'האָט זיך אָנגעהױבן mm דײַטשלאַנד האָט דערקלערט די מלחמה, Fania Fainer 1174.806 1177.714 האָט מען געעפֿנט די װאַגאָנען, זײ זײַנען אַרױסגעמאַרשירט Fania Fainer 1177.897 1179.572 פֿון די װאַגאָנען, Fania Fainer 1179.572 1182.863 הונדערטער הונדערטער ט- דײַטשישע זעלנער. Fania Fainer 1183.536 1186.019 און זײ זײַנען גלײַך אַרײַן אין שטאָט. Fania Fainer 1186.019 1187.21 אַזױערנאָך, Fania Fainer 1187.21 1191.359 נאָרמאַל אין אַנדערע ערטער, אײדער די דײַטשן זײַנען אַרײַן, די רוסן זײַנען אַרױס, Fania Fainer 1191.359 1194.21 האָבן ייִדן געהאַט אַ מעגלעכקײט Fania Fainer 1194.21 1195.955 צו לױפֿן, לױפֿן מיט די רוסן, Fania Fainer 1195.955 1198.714 װײַלע מיט די רוסן אױבע דו האָסט געקענט דערלױפֿן צו ערגעץ Fania Fainer 1198.714 1201.522 האָט דאָס געגײסן ראַטעװען זיך דעם לעבן. Fania Fainer 1201.981 1206.905 בײַ אונדז זײַנען אָבער די דײַטשן אַרײַן נאָך צװײ דרײַ טעג, און דו האָסט נישט געהאַט קײן שום מעגלעכקײטן. Fania Fainer 1207.024 1209.777 און דאַן האָט זיך אָנגעהױבן אונדזערע צרות. Fania Fainer 1210.684 1211.741 איך בין גע- Fania Fainer 1211.741 1214.798 ז- משך פֿון פֿיר װאָכן האָבן זײ געשאַפֿן אַ געטאָ, Fania Fainer 1216.811 1218.294 און מע... Richard Bassett 1216.833 1219.309 דערצײל מיר װעגן דעם. װאָס מײנט אַ געטאָ? Fania Fainer 1218.98 1223.969 אַ געטאָ איז מען צאַמט דיר אָפּ פֿון אַלע זײַטן, Fania Fainer 1224.066 1226.989 מע גיט דיר אײן שטיקל, אַ טײל פֿון שטאָט, Fania Fainer 1227.257 1231.521 און דאָרטן זײַנען קאָנצענטרירט אַלע ייִדן. Fania Fainer 1231.521 1235.053 לאָמיר זאָגן פֿון זעכציק טױזנט צו איך װײס, אפֿשר אַ טײל כ- נישט UNK, Fania Fainer 1235.053 1236.989 זײַנען אַרײַן אין דעם געטאָ, Fania Fainer 1237.13 1240.181 ah eh איך װײס, פֿופֿציק, עטלעכע פֿופֿציק טױזנט, Fania Fainer 1240.3 1241.521 און eh Fania Fainer 1243.13 1245.399 און מען האָט אונדז אַלע אָפּגעשלאָסן. Fania Fainer 1245.399 1250.521 די ייִדן אין געטאָ האָבן זיך געשאַפֿן זײַן אײגענע רעגירונג, װאָס האָט געגײסן יודנראַט. Fania Fainer 1252.087 1257.053 און דאַ- די צרות אין דעם געטאָ איז נישט צו באַשרײַבן. Fania Fainer 1257.682 1259.336 מיר האָבן קײן עסן נישט געגאַט, Fania Fainer 1259.336 1260.925 מיר האָבן געהונגערט דאָרטן, Fania Fainer 1261.044 1264.031 ס'איז געװען נישט קײן מענטשלעכע באַדינגונגען. Fania Fainer 1264.406 1265.804 יעדער, eh פֿאַרשטײסט, Fania Fainer 1265.804 1269.76 מענטשן האָבן געװױנט אין דער אַנדער עק שטאָט, מען האָט זיך געדאַרפֿט קלײַבן אין געטאָ אַרײַן. Fania Fainer 1269.76 1272.286 און דאָס האָט מען דיר געגעבן פֿיר און צװאַנציק שעה Fania Fainer 1272.32 1274.201 זיך צו קלײַבן אין געטאָ. Richard Bassett 1274.426 1275.541 טאָמער ניט? Fania Fainer 1275.341 1277.924 טאָמער ניט שיסט מען דיר אױפֿן אָרט, װאָס איז דאָ. Fania Fainer 1277.958 1279.87 איז מען געלאָפֿן מיט די פּעקלעך, Fania Fainer 1279.87 1283.292 װאָס מ'האָט געקענט. מ'האָט נישט גענומען קײן מעבל, מ'האָט נישט גענומען קײן זאַך, Fania Fainer 1283.292 1285.079 מע האָט גענומען דאָס װיכטיקסטע, Fania Fainer 1285.079 1289.116 און האָסט געדאַרפֿט זוכן אַ צימער בײַ אימעצן װאָס האָט געװױנט אין יענער געגנט. Fania Fainer 1290.596 1297.206 און דאָס איז געװען אונדזער געטאָ. אין דעם געטאָ האָבן מיר געװױנט צװײ יאָר צײַט. מיר האָבן געקריגן דאָרטן אַ די- אַ צימער, Fania Fainer 1297.206 1299.483 באַר צװײ eh eh צװײ Fania Fainer 1299.483 1302.738 פֿרױען װאָס זײ האָבן געװױנט אַלײן. זײ האָבן געגאַט דאָרטן אַ APARTMENT Fania Fainer 1302.738 1304.774 פֿון צװײ צימערן מיט אַ קיך. Fania Fainer 1305.0 1308.887 האָבן זײ אונדז אָפּגעגעבן אײן צימער. מ'האָט זײ געצװוּנגען אַז זײ זאָלן אונדז אָפּגעבן אַ צימער, Fania Fainer 1308.887 1312.908 זײַנען מיר אַרײַן, פֿינעף מענטשן אין אײן צימער Fania Fainer 1312.908 1313.866 בײַ יענעם. Fania Fainer 1314.28 1316.157 דאָרטן האָבן מיר געװױנט. Fania Fainer 1316.319 1317.354 ביז מ'האָט, Fania Fainer 1317.354 1320.859 מ'האָט אָפּגעשניטן דעם געטאָ, מען האָט אים װײַטער פֿאַרקלענערט, Fania Fainer 1320.978 1324.901 און מען האָט אונדז געשיקט אױף אַן אַנדער דירה, אױף ABRIDZHNE צען. Richard Bassett 1326.169 1329.369 װי אַזױ האָט, װאָס האָט מען געטאָן מיטן, מיט דער צײַט? Fania Fainer 1329.744 1332.752 מיט דער צײַט, די דײַטשן האָבן געשאַפֿן Richard Bassett 1330.218 1330.848 UNK Fania Fainer 1334.7 1336.27 נוצלעכע ייִדן Fania Fainer 1337.34 1342.731 װעלכע האָבן געגאַרבעט. װאָס זײ האָבן, ס'האָט גענוצט, װאָס זײ האָבן געקענט אױסניצן. Fania Fainer 1342.956 1348.396 אַ ד- אַזאַ מין גרופּע פֿלעגט אַרױסגײן יעדן פֿרימאָרגן אױסערן געטאָ, Fania Fainer 1348.396 1350.773 בײַ די געטאָ איז געװען אַ טױער, Fania Fainer 1351.084 1353.709 און דאָרטן זײַנען געשטאַנען צװײ דרײַ דײַטשן, Fania Fainer 1353.709 1355.369 פֿיר און צװאַנציק שעה אַ טאָג. Fania Fainer 1355.594 1358.311 און זײ האָבן אונדז <אָפּגעצאַמט> אַז מע זאָל חס־וחלילה ניט זינדיקן. Fania Fainer 1358.311 1362.454 איז פֿלעגן זײ דרע- אין דער פֿרי פֿלעגט מען דיר נעמען צו דער אַרבעט. Fania Fainer 1363.551 1368.517 איז, איך בין געגאַנגען, פֿון מײַן משפּחה בין איך געװען אײנע אַלײן װאָס האָט געגאַרבעט, Fania Fainer 1368.517 1371.62 װײַל מײַנע עלטערן האָבן פּראָבירט זוכן אַרבעט אין געטאָ, Fania Fainer 1371.62 1374.581 װײַל ס'איז געװען פֿאַבריקן, עטלעכע פֿאַבריקן Fania Fainer 1374.658 1377.843 װאָס זײ האָבן גע- אױסגעאַרבעט געװיסע זאַכן, Fania Fainer 1377.843 1379.709 און די דײַטשן האָבן עס צוגענומען. Fania Fainer 1379.709 1382.821 האָבן זײ באַשעפֿטיקט די ייִדן פֿון געטאָ, Fania Fainer 1382.821 1386.241 װער ס'האָט געקענט, מ'האָט געדאַרפֿט האָבן פּראָטעקציע אַרײַנצוקומען דאָרטן. Fania Fainer 1386.7 1388.84 איז מײַן טאַטע געװען Fania Fainer 1390.16 1391.89 אײנער װאָס האָט אָפּגעהיט די פֿאַבריק. Fania Fainer 1393.572 1395.091 און מײַן ברודער Fania Fainer 1395.317 1403.198 האָט מײַן מאַמע זײער מורא געהאַט אַרױסצוגײן, װײַלע ער איז דאָך געװען אַ ייִנגל פֿון צװאַנציק יאָר, ער זאָל ניט אַרױסגײן אױסערן געטאָ, װײַל מע האָט מורא געהאַט פֿאַרן אַרױסגײן אױסערן געטאָ. Fania Fainer 1403.615 1407.545 פֿלעגט ער ל- ער eh, האָט ער אױך געפֿונען אַן אַנדער פֿאַבריק, Fania Fainer 1407.545 1410.198 װאָס האָט אָפּגעהיטן די פֿאַבריק, ס'האָט דאָרטן געאַרבעט, Fania Fainer 1410.891 1415.134 און איך בין געװען די אײנציקע װאָס איז אַרױס אױסערן געטאָ, װײַל איך האָב געקריגן אַ ברױט, Fania Fainer 1415.806 1418.517 כּדי די משפּחה זאָל קענען אָנגײן מיטן לעבן. Fania Fainer 1418.7 1421.41 זײַענדיק דעמאָלט אַלט זעכצן יאָר ס-, Fania Fainer 1421.934 1425.38 בין איך געװען, און איך האָב געגאַנגען, איך האָב געטאָן װאָס מ'האָט געגײסן. מ'האָט געװאַשן די Fania Fainer 1425.38 1429.565 פּאָדלאָגעס פֿאַר זײ, מ'האָט געטאָן אַלע ש- אַלע שמוציקע אַרבעטן, װאָס זײ האָבן נאָר געװאָלט Fania Fainer 1429.565 1430.623 האָבן מיר געטאָן. Richard Bassett 1432.21 1435.048 און װאָס איז טאָמער עמעצער איז געװאָרן קראַנק? Fania Fainer 1435.656 1437.962 איז ער געװען קראַנק, איז ער געלעגן אין געטאָ. Fania Fainer 1438.273 1442.601 און שיסן איז געװאָרן אַ נאַטירלעכע זאַך, טאָג־אײַן און טאָג־אױס. Fania Fainer 1443.613 1450.22 זײ זײַנען אַרײַן אַ קוק טאָן װאָס מע טוט אין געטאָ, איז שיסן אַ מענטש איז געװען אָדער, נאָר כּדי אונדז צו דערשרעקן. Fania Fainer 1450.22 1451.792 כּדי אַז מיר זאָלן מורא האָבן. Fania Fainer 1452.188 1455.813 האָבן זײ, דאָס ערשטע װאָס זײ האָבן געטאָן האָבן זײ אױפֿגעהאָנגען דרײַ יונגע מענטשן Fania Fainer 1455.89 1457.969 אין געטאָ, בײַ אונדז אין ביאַליסטאָק. Fania Fainer 1457.969 1459.904 דאָס הײסט, אױבע דו װעסט אַרױסגײן, Fania Fainer 1459.904 1462.33 און אױב דו װעסט אַרײַנברענגען ברױט, Fania Fainer 1462.33 1466.245 און אױבע דו װעסט עפּעס גנבֿענען, אױבע דו װעסט האָבן צו טאָן מיט פּאָליאַקן, Fania Fainer 1466.245 1471.089 זאָלסטו װיסן אַז דיר דראָט טױט, האָבן זײ אױפֿגעגאָנגען דרײַ מענטשן, Fania Fainer 1471.089 1474.026 גלײַך. דאָס איז געװען דאָס ערשטע װאָך װאָס זײ זײַנען אַרײַן אין געטאָ. Richard Bassett 1473.592 1476.153 דו האָסט געזען מיט די אײגענע אױגן? Fania Fainer 1474.719 1480.558 איך בין געשטאַנען דערבײַ, איך בין געשטאַנען דערבײַ, װײַל מע האָט דיר געצװוּנגען! מע האָט דיר געצװוּנגען זאָלסט שטײן און זאָלסט זען װאָס זײ טוען. Fania Fainer 1480.592 1483.451 און איך האָב דװקא אײנעם פֿון די יוגנטלעכע געקענט. Richard Bassett 1484.229 1485.62 װי האָט ער געהײסן? Fania Fainer 1485.399 1486.478 יאַבלאָנקאָ. Fania Fainer 1486.478 1488.876 יאָסל, זעסט? מע דערמאָנט אים יעצט. Fania Fainer 1488.952 1489.812 יע. Richard Bassett 1491.463 1492.85 יאָסל יאַבלאָנקאָ? Fania Fainer 1492.82 1493.22 יע. Fania Fainer 1495.867 1498.712 ער איז געװען פֿון די אױפֿגעהאָנגענע. און דאַן, Fania Fainer 1498.712 1502.152 אָט אַזױ איז אָנגעגאַנגען עטלעכע חדשים, Fania Fainer 1503.037 1506.174 ביז פֿעברואַר נײַנצן, Fania Fainer 1507.91 1510.046 די אַקציע איז געװען אין נײַנצן... Richard Bassett 1509.356 1512.301 דרײַ און פֿיר eh, דראַ- דרײַ און פֿערציק. Fania Fainer 1510.378 1512.854 דרײַ און פֿער- אין פֿערציק איז דאָס געװען? Fania Fainer 1512.973 1515.024 אין פֿעברואַר פֿיר און פֿערציק. Richard Bassett 1515.186 1518.833 האָט איר געדאַרפֿט טראָגן אַ מגן־דוד? Fania Fainer 1518.612 1520.918 נײן, מיר האָבן געטראָגן געלע לאַטעס. Fania Fainer 1520.918 1524.429 אײנע פֿון דער רעכטער זײַט און פֿון הינטן פֿון דער לינקער זײַט. Richard Bassett 1524.569 1526.216 דאָס איז געװען אַ מגן־דוד? Fania Fainer 1525.973 1531.365 דאָס איז געװען, יע, אַ געלע לאַטע איז געװען אַ גרױסער מגן־דוד, אָבער נישט קײן קלײנער, אַ גרױסער, מ'האָט דאָס געזען. Fania Fainer 1531.76 1533.137 מ'האָט עס געמוזט זען. Fania Fainer 1533.137 1536.024 מיר זאָ- מיר האָבן נישט געטאָרט אַרױסגײן פֿון שטוב אָן דער לאַטע. Fania Fainer 1536.483 1539.137 אין אַנדערע פּלעצער האָט מען געטראָגן Fania Fainer 1539.137 1544.307 ARM-בענדער אַזעלכע, מיט מגן־דודס, אָבער בײַ אונדז איז געװען די געלע לאַטע, Fania Fainer 1544.307 1545.513 די גאַנצע צײַט. Richard Bassett 1545.59 1548.137 צי האָט אַ מאָל eh אַ ייִד פּרובירט Richard Bassett 1548.137 1551.939 אַראָפּצונעמען די לאַטע און אַרױסצוקריכן, אַרױסצוגנבֿענען? Fania Fainer 1551.803 1553.216 זײער אַ סך. Fania Fainer 1553.216 1555.29 זײער אַ סך יונגע מענטשן Fania Fainer 1556.0 1557.46 האָבן זיך באַמיט Fania Fainer 1558.89 1561.04 אַרױסצוגײן, אַרױסצוגנבֿענען. Fania Fainer 1561.04 1564.136 אין אָנהײב פֿון דער, װען מיר זײַנען אַרײַן אין געטאָ, Fania Fainer 1564.136 1568.534 און מײַן מאַמע זײַענדיק אַכט און דרײַסיק יאָר, האָט זיך נאָך געפֿילט זײער eh יונג. Fania Fainer 1568.534 1570.895 און זי האָט געדענקט די אַלטע דײַטשן, Fania Fainer 1570.895 1572.704 פֿלעגט זי אַראָפּנעמען די לאַטעס, Fania Fainer 1572.704 1575.859 און אַדורכקריכן, אַדורכקריכן דעם פּאַרקאַן, Fania Fainer 1575.859 1579.236 און אַװעקגײן אין דאָרף כּדי צו ברענגען ברױט פֿאַר אונדז. Fania Fainer 1579.236 1581.072 דאָס איז געװען אין אָנפֿאַנג. Fania Fainer 1581.072 1585.625 אָבער שפּעטער האָט מען יעדן טאָג געשאָסן עטלעכע מענטשן װאָס האָבן עס געטאָן. Fania Fainer 1585.625 1589.731 האָב איך דאַן געװאָרנט מײַן מאַמע אַז זי זאָל זײַן אין שטוב און איך װעל עס טאָן. Fania Fainer 1589.731 1593.816 בין איך, זאָג איך, "איך װעל גײן צו דער אַרבעט װעל איך לעגאַל, װע- אָט װעט מען מיר ניט דערשיסן, Fania Fainer 1593.816 1595.518 אָבער דיר װעט מען דערשיסן." Fania Fainer 1595.518 1596.859 איז זי געבליבן אין שטוב. Fania Fainer 1596.859 1598.831 אָבער װעגן יונגע מענטשן Fania Fainer 1599.375 1605.703 זײַנען אַ גרױסע גרופּע יונגע מענטשן אַראָפּגעריסן די לאַטע און אַװעק אין פּאַרטיזאַנער. זײ האָבן געװוּסט אַז <עס> זײַנען פֿאַראַן װעלדער, Fania Fainer 1606.886 1610.171 און איך מוז זיך דערמאָנען װי די װעלדער האָבן געגײסן װאָס זײַנען געװען Fania Fainer 1610.171 1614.83 גרױס eh גרױסע גרופּן פּאַרטיזאַנער. זײַנען יונגע מענטשן אַרױס. Fania Fainer 1614.83 1620.66 זײַנען אַרױס מענטשן װאָס האָבן זיך באַהאַלטן אױף דער אַרישער זײַט. װאָס זײער פּױליש איז געװען זײער גוט. Fania Fainer 1620.66 1622.469 פֿאַרשטײסט? און דער אױסזען. Fania Fainer 1622.588 1624.73 כּדי זאָלסט גײן אױפֿן גאַס, Fania Fainer 1624.73 1626.964 די פּאָליאַקן האָבן זײער גוט <דער>קענט די ייִדן, Fania Fainer 1626.964 1629.645 זײער גוט. איז די מורא געװען אַזױ גרױס. Fania Fainer 1629.645 1632.702 די דײַטשן האָבן נישט אַזױ געקענט דערקענען קײן ייִדן Fania Fainer 1632.758 1634.9 װי די פּאָליאַקן האָבן עס געטאָן. Fania Fainer 1634.9 1635.9 פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 1635.9 1638.432 איז, די װאָס האָבן <אױסגעװען> בלאָנד Fania Fainer 1638.432 1640.681 און זײ האָבן געגאַט אַ מער אַרישן אױסזען, Fania Fainer 1640.681 1644.73 זײַנען אַרױס און פּראָבירט פֿאַר געלט קױפֿן אַ פּלאַץ Fania Fainer 1644.73 1648.276 און באַזאָרגן זײַן אױף דער, אױף דער אַרישער זײַט. Fania Fainer 1648.374 1649.964 גלײַכצײַטיק האָבן Fania Fainer 1652.084 1653.174 ייִדן spn Fania Fainer 1654.324 1656.704 זיך באַהאַלטן, די װאָס האָבן נישט געגאַט Fania Fainer 1656.704 1659.318 קײן eh אַרישן אױסזען. Fania Fainer 1659.438 1665.11 געהאַט נאָענטע פּאָליאַקן, מענטשן האָבן געהאַט דינסטן בײַ װעלכע זײ האָבן געגאַרבע-, eh װאָס זײ האָבן געאַרבעט בײַ ייִדן, Fania Fainer 1665.11 1667.027 מענטשן זײַנען געװאָרן רײַכע ייִדן, Fania Fainer 1667.027 1670.914 װאָס זײ האָבן געגאַט פֿאַבריקן װאָס ייִדן, װאָס פּאָליאַקן האָבן בײַ זײ געאַרבעט. Fania Fainer 1671.033 1674.509 האָט מען פֿאַר זײ גריבער אױסגעגראָבן. Fania Fainer 1674.905 1679.381 אונטער דער הײם האָט מען גענומען, לעכער געמאַכט און זײ באַהאַלטן דאָרטן. Fania Fainer 1679.437 1682.473 און אַ טײל האָט זיך אױסגעבאַהאַלטן Fania Fainer 1682.473 1685.169 און איבערגעלעבט די מלחמה אױף אַזאַ מין אױפֿן.