Richard Bassett 0.511 1.279 TAPE Richard Bassett 3.372 3.906 OKAY. Richard Bassett 3.906 5.558 MISSUS FANIA FAINER. Richard Bassett 5.558 6.813 TAPE NUMBER TWO. Richard Bassett 6.813 9.302 AUGUST TWENTY FIFTH, NINETEEN NINTY FIVE. Richard Bassett 9.976 11.604 MISSUS FAINER, Richard Bassett 12.627 15.093 צי געדענ- האָסטו אַ מאָל דערקענט Richard Bassett 15.093 17.93 עטלעכע פֿון די פּאָליאַקן װאָס זײַנען געשטאַנען, Richard Bassett 17.93 21.046 װאָס האָבן אַרױסגעהאָלפֿן די דײַטשן אין געטאָ? Richard Bassett 21.046 23.302 האָסטו גע- דערקענט עטלעכע פּנימער? Fania Fainer 23.744 25.627 NO, איך בין נישט געװען, Fania Fainer 25.65 29.836 איך בין נישט געװען צװישן די װאָס כ'האָב געקענט זײ דערקענען װײַלע, אין דער ערשטער רײַ, Fania Fainer 30.789 32.371 ס-, פּאָליאַקן, Fania Fainer 32.743 35.39 איך האָב דיר געזאָגט װעגן מײַן ערפֿאַרונג, Fania Fainer 35.39 37.13 אַז זײַענדיק אין eh, Fania Fainer 37.348 43.65 מיר האָט אַ, אין AUGUSTÓW האָט מיר אַ, אַ שײגעצל פֿון נײַן אָדער צען יאָר געזאָגט, "TO JEST ŻYDÓWA," דאָס הײסט, Fania Fainer 43.65 45.999 "דאָס איז אַ ייִדישע," און מ'האָט מיר פֿאַראַרעסטירט. Fania Fainer 45.999 48.789 אָבער אַזױ האָב איך נישט געגאַט קײן ערפֿאַרונג. Fania Fainer 48.789 49.859 װײַלע Fania Fainer 49.859 52.348 eh צװישן אַנדערע װאָלט איך דיר געװאָלט דערצײלן, Fania Fainer 52.348 54.813 װען מ'האָט מיר פֿאַראַרעסטירט אין AUGUSTÓW Fania Fainer 55.464 57.104 האָט דער דײַטש Fania Fainer 59.974 62.174 מיר געפֿירט מיטן ביקס און מיט, Fania Fainer 62.174 65.022 ער האָט אָבער נישט געהאַט קײן באַפֿעל װאָס צו טאָן מיט מיר. Fania Fainer 65.022 70.394 און נאָרמאַל שיסן ייִדן, אומברענגען פֿופֿציק טױזנט, פֿערציק טױזנט, איז נישט געװען קײן גרױסע זאַך בײַ זײ, Fania Fainer 70.394 73.115 נאָר מיט אײן ייִדישע מײדל האָט ער נישט געװוּסט װאָס צו טון. Fania Fainer 73.115 74.487 האָט ער נישט געװוּסט װאָס צו טאָן. Fania Fainer 74.487 77.441 איז װען ער האָט מיר געפֿירט מיטן דײַטש, Fania Fainer 78.394 80.069 האָב איך אים אײן מאָל געזאָגט, Fania Fainer 80.069 81.534 "דאָ גײט אַ גלח, Fania Fainer 81.534 84.766 איך מוז אים פֿרעגן װען ס'איז מײַן יום־טובֿ." Fania Fainer 85.766 87.976 װײַל איך, מיר האָט מען געזאָגט אַז גלחים Fania Fainer 88.231 90.06 װײסן, דו װײסט װאָס אַ גלח איז? Fania Fainer 90.06 90.77 יע. Fania Fainer 90.77 91.743 אַז ז- זע- Fania Fainer 91.743 93.441 די גלחים װײסן Fania Fainer 93.441 97.301 װען ס'איז דער ייִדישער יום־טובֿ, זײ קאָנען ייִדישע, געשיכטע ייִדישע. Fania Fainer 97.673 103.069 האָב איך, האָט ער מיר ערלױבט זיך אָפּצושטעלן, און די ערשטע קשיא װאָס איך האָב אים געפֿרעגט אין פּױליש, Fania Fainer 103.464 106.371 "צו װײסטו װאָס עס קומט פֿאָר אין ביאַליסטאָקער געטאָ?" Fania Fainer 106.836 108.65 זײַן ענטפֿער איז געװען, Fania Fainer 108.883 110.487 "ביאַליסטאָק ברענט, Fania Fainer 110.487 112.534 און די ייִדן ברענען מיט זײ צוזאַמען." Fania Fainer 113.255 114.6 דאָס האָב איך געװוּסט Fania Fainer 114.6 116.51 װאָס עס קומט פֿאָר אין ביאַליסטאָקער געטאָ. Fania Fainer 117.43 118.952 װײַל דו פֿרעגסט װעגן פּאָליאַקן, Fania Fainer 118.952 122.72 װוּ מ'האָט, איך בין גע- גלײַך געװאָרן פֿאַראַרעסטירט, און איך האָב מער מיט קײן פּאָליאַקן, Fania Fainer 122.976 126.115 דאָס אײנציקע מאָל װאָס איך האָב eh געטראָפֿן װײַטער ייִדן Fania Fainer 126.115 129.045 איז געװען װען איך האָב זיך אומגעקערט אין ביאַליסטאָק. Richard Bassett 128.928 131.975 איך מײן אָבער, אין די צײַטן פֿון דער געטאָ. Richard Bassett 131.975 134.347 איך האָב געמײנט, איך האָב גערעדט פֿונעם געטאָ. Richard Bassett 134.347 135.0 uhm Richard Bassett 135.0 137.56 צי האָסט אַ מאָל געזען עטלעכע פּאָליאַקן... Fania Fainer 137.812 141.812 NO, איך האָב געזען, זײער אַ סך האָבן מיר ד-, אין משך פֿון צװײ יאָר, Richard Bassett 137.859 139.347 אין, דורך די צװײ יאָר. Fania Fainer 141.812 147.952 װען עס זײַנען געשטאַנען די דײַטשן בײַ דע-, בײַ דער כ- װאַנט, װען זײ האָבן, מיר זײַנען אַרײַן אין געטאָ, בײַ דער טיר, Fania Fainer 147.952 151.789 זײַנען מיט זײ געשטאַנען אוקראַיִנער זײער אַ סך, און ליטװינער. Fania Fainer 151.835 157.207 זײ האָבן געבראַכט מיט זיך, דאָס זײַנען געװען אַזעלכע װאָס האָבן זײער גערן געאַרבעט מיט די דײַטשן. Fania Fainer 157.207 159.556 און זײַנען געװען זײער אַ סך אוקראַיִנער, Fania Fainer 159.556 164.091 זײַנען געװען מיט צ- eh אין ציװילע קלײדער, און זײ האָבן געטראָגן אַ ARMband. Fania Fainer 164.091 165.21 אָבער ס'איז געװען, Fania Fainer 165.21 169.52 דאָס איז געװען אַ אוקראַיִנער אָדער אַ ליטװינער װאָס זײ האָבן געשטאַנען בײַ די טױערן פֿון געטאָ. Fania Fainer 170.044 172.254 אַז בײַ, פּאָליאַקן האָב איך נישט געזען. Richard Bassett 172.277 173.37 געדענקסטו Fania Fainer 172.427 172.666 נו Richard Bassett 173.37 175.74 די נעמען פֿון עטלעכע פֿון די אָפֿיצירן? Richard Bassett 175.74 177.75 פֿון די נאַציס צי פֿון די... Fania Fainer 176.87 178.95 קײן מאָל ניט. מע האָט קײן מאָל, Fania Fainer 178.95 185.951 דאָס איז געװען, אַז דו האָסט געזען אַ דײַטש האָסטו געװוּסט אַז דו דאַרפֿסט מורא האָבן. און קײן מאָל נישט געװען נאָענט מיט קײן דײַטשן, קײן שום נעמען נישט געװוּסט פֿון זײ. Fania Fainer 185.951 192.463 און איך האָב נישט באַגעגנט אין משך פֿון די דרײַ פֿיר יאָר קײן אײן מאָל קײ- איך קען ניט זאָגן װעגן אַ דײַטש אַז ער איז געװען גוט. Fania Fainer 192.463 193.44 ס'איז ניטאָ אַזאַ. Fania Fainer 193.44 198.021 װײַל האָסט געקענט װערן נאָענט מסתּמא. ס'איז געװען מענטשן װאָס זײ האָבן געטראָפֿן גוטע דײַטשן, Fania Fainer 198.905 202.835 אָבער איך האָב נישט באַגעגנט אַזעלכע, איך בין קײן מאָל נישט געװען מיט זײ Richard Bassett 202.728 203.279 hm. Fania Fainer 202.998 204.16 נאָענט. Richard Bassett 204.229 206.183 דו ביסט דעמאָלסט געװען Richard Bassett 206.509 207.997 אַ יונגע פֿרױ. Fania Fainer 207.578 207.95 יע. Fania Fainer 208.206 210.788 אַ מײדל פֿון פֿופֿצן יאָר, זעכצן יאָר, יע. Richard Bassett 209.01 210.715 אַ, אַ מײדל, יאָ. Fania Fainer 210.788 211.229 יע. Richard Bassett 211.322 212.45 װאָלטסט געהאַט, Richard Bassett 212.45 216.22 אין נאָרמאַלע צײַטן, געפֿילן פֿאַר ייִנגלעך. Richard Bassett 216.63 218.532 און ייִנגלעך אַװדאי פֿאַר מײדלעך. Fania Fainer 217.183 218.12 מיר האָבן געהאַט פֿאַמ- Fania Fainer 219.229 219.881 אָבער די, Richard Bassett 219.44 220.764 װי, װי אַזױ האָט Fania Fainer 220.56 221.81 האָט, <בין,> געפֿיל? Richard Bassett 220.997 222.229 איז מען באַגאַנגען Richard Bassett 222.229 224.415 דורך די צ- דורך די צײַטן? Richard Bassett 224.578 226.427 װאָס האָסטו געטאָן מיט דײַנע געפֿילן? Fania Fainer 226.24 229.52 מײַנע געפֿילן? NO, איך האָב קײן ספּעציעלעס קײן זאַך נישט געפֿ- Fania Fainer 229.52 233.066 איך, און זײַענדיק זעכצן יאָר, און דער זאָרג און דער mm Fania Fainer 233.206 237.99 tsk דער מורא פֿאַרן מאָרגן, און דער זאָרג פֿאַר דער משפּחה, האָט קײן מאָל ניט, Fania Fainer 237.99 239.57 איז געקומען אָבער פֿון געטאָ, Fania Fainer 239.997 247.345 און זײַענדיק אַלע יאָרן אין אַ אָרגאַניזאַציע, האָבן מיר זיך געטראָפֿן, מיר האָבן גערעדט, אָבער דאָס איז געװען אַלץ. מיר האָבן קײן מאָל, קײן מאָל Fania Fainer 247.345 249.276 נישט געװען נאָענט אַז מע זאָל, Fania Fainer 249.462 252.87 ס'איז נישט געװען קײן צײַט פֿאַר דעם צו טראַכטן, ס'איז נישט געװען Fania Fainer 252.87 254.31 קײן מעגלעכקײטן. Fania Fainer 254.42 258.414 ביסט געװען זיבעצן יאָר און כּסדר אין שרעק, כּסדר אין מורא. Fania Fainer 258.414 260.112 װער האָט געטראַכט װעגן דעם? Fania Fainer 260.6 265.042 אָבער יוגנט פֿאָדערט זײַנס, איז מיט דעם װאָס מ'איז געקומען פֿון אַ טאָג אַרבעט, Fania Fainer 265.042 268.833 און ס'איז געװען פּאָליצײ־שטונדע, פֿלעגט מען זיך טרעפֿן, מע פֿלעגט רעדן, Fania Fainer 268.833 270.275 דאָס איז געװען אַלץ. Fania Fainer 270.926 271.98 און אין געטאָ, Fania Fainer 271.98 274.0 האָט קײן אַלטע מענטשן האָסטו נישט געזען. Fania Fainer 274.12 276.624 אײַ, ס'איז געבליבן די יוגנט אין געטאָ. Fania Fainer 276.786 281.205 די װאָס האָבן אַרױס זײַנען אַרױס, און די װאָס זײַנען געבליבן זײַנען געבליבן אין געטאָ. Richard Bassett 281.205 283.6 װוּ האָט מען געשיקט די עלטערע מענטשן? Fania Fainer 284.04 286.135 מיר האָבן געגאַט די ערשטע אַקציע Fania Fainer 286.344 287.46 אין געטאָ. Fania Fainer 288.67 290.87 איז eh, דאָס איז געװען אין פֿעברואַר. Fania Fainer 290.87 293.73 איך, אױב איך מאַך נישט קײן טעות, איז עס געװען דעם פֿינפֿטן פֿעברואַר. Richard Bassett 294.314 295.201 פֿון <װען>? Fania Fainer 294.45 296.3 נײַנצן דרײַ און פֿערציק. Fania Fainer 297.484 299.019 זײַנען זײ אַרײַן, Fania Fainer 300.04 301.97 פֿ- זײַנען אַרײַן פֿאַר טאָג, Fania Fainer 301.97 303.34 פֿינף אַ זײגער. Fania Fainer 303.67 306.554 און זײ האָבן דאַן ליקװידירט, Fania Fainer 307.297 311.414 נישט ליקװידירט דעם געטאָ, אַרױסגענומען אַרום צװאַנציק טױזנט Fania Fainer 312.135 313.902 ייִדן פֿון דעם ביאַליסטאָקער געטאָ. Fania Fainer 313.902 315.367 די יונגע Fania Fainer 316.69 319.6 האָבן זײ געשיקט מאָמענטאַל Fania Fainer 319.902 324.53 אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, װײַל איך האָב געט- װען איך בין געקומען אין AUSCHWITZ האָב איך באַגעגנט Fania Fainer 324.53 328.646 אַזעלכע װאָס זײַנען שױן דאָרטן געװען, אָבער זײַנען אַװעק פֿון דער ערשטער אַקציע. Fania Fainer 329.483 331.321 די עלטערע, Fania Fainer 333.02 334.67 איז אַזױ: אַ טײל Fania Fainer 334.67 336.57 האָבן זײ גלײַך געשיקט אין טרעבלינקע. Fania Fainer 337.274 338.646 אָבער אױפֿן װעג, Fania Fainer 338.646 340.623 װ- פֿון די שטיבער, Fania Fainer 340.716 345.065 ביז מיר, זײ זײַנען צוגעגאַנגען צו די װאַגאָנען װוּ מ'האָט זײ געשלעפּט, Fania Fainer 345.251 348.902 האָט מען אױסגעשאָסן צענדליקער, צענדליקער, Fania Fainer 348.902 352.46 צענדליקער מענטשן. פֿון װאַנענט װײס איך? איך בין געװען, Fania Fainer 352.995 355.693 װען ס'האָט זיך אָנגעהױבן בין איך געװען אין אַ בונקער. Fania Fainer 355.693 357.762 איך מיט מײַן מאַמע מיט מײַן שװעסטער. Fania Fainer 357.762 360.902 דער טאַטע איז געװען אין פֿאַבריק, און מײַן ברודער איז געװען אין אַן אַנדער פֿאַבריק, Fania Fainer 360.948 363.134 זײַנען מיר געװען אין דעם בונקער. Fania Fainer 363.576 366.506 און בײַ נאַכט האָט מען געזאָגט, די דײַטשן זײַנען אַרױס. Fania Fainer 366.646 370.32 װען איך בין אַרױס פֿון דעם בונקער לױפֿן זוכן דעם טאַטן אָדער דעם ברודער, Richard Bassett 369.855 371.832 דאָס איז אין ביאַליסטאָק. Fania Fainer 370.948 372.041 אין ביאַליסטאָק, Richard Bassett 371.834 372.229 mhm. Fania Fainer 372.483 375.088 איז די גאַסן געװען אָנגעפֿילט Fania Fainer 375.204 377.437 מיט טױטע מענטשן, טױטע קערפּערס. Fania Fainer 377.437 379.716 איך בין געגאַנגען ממש איבער טױטע מענטשן, Fania Fainer 379.716 382.35 ביז איך בין צוגעקומען אין פֿאַבריק װוּ דער טאַטע האָט געגאַרבעט. Fania Fainer 382.971 385.437 און דאַן, עפּעס אַזױ װי, איך האָב גע-, Fania Fainer 385.46 386.855 איך האָב געפֿילט זיך, Fania Fainer 386.855 389.622 איך מוז דעם טאַטן זאָגן אַז ער איז נישט גערעכט, Fania Fainer 389.622 393.669 װײַל ער האָט געזאָגט, "דײַטשן װעלן נישט טאָן קײן של-, eh זײַנען קולטורעלע, זײַנען eh, Fania Fainer 393.901 397.07 איך האָב געלעבט מיט די דײַטשן," ער האָט דאָס, ער האָט אונדז כּסדר דאָס ג-, Fania Fainer 397.44 400.064 האָב איך אים אַרױסגענומען פֿון פֿאַבריק, זאָג איך, "טאַטע, Fania Fainer 400.064 401.971 גיב אַ קוק װאָס די דײַטשן טוען. Fania Fainer 401.971 403.041 ט- גיב אַ קוק! Fania Fainer 403.343 405.95 דײַנע אינטעליגענטע, דײַנע קולטורעלע, Fania Fainer 405.95 407.436 דײַנע סאָציאַליסטן," Fania Fainer 407.436 413.69 זאָג איך, "גיב אַ קוק װאָס זײ <קוקן>." די גאַנצע גאַסן זײַנען געװען אױסגעלײגט מיט טױטע קערפּערס, דעם װעג װאָס איך בין געגאַנגען פֿון שטאָט ביז די, Fania Fainer 413.69 415.98 ביז דער פֿאַבריק װוּ מײַן טאַטע האָט געאַרבעט. Fania Fainer 416.529 417.07 ס'איז געװען, Fania Fainer 417.07 420.46 ס- דאָס איז געװען שרעקלעך, ס'האָט, קײנער קען זיך עס נישט פֿאָרשטעלן דעם בילד, Fania Fainer 420.46 423.111 דאָס איז געװען אַ טאָג נאָך דער ערשטער אַקציע. Fania Fainer 425.901 426.948 און דאַן, Fania Fainer 428.367 430.61 בין איך געװען פֿון די גליקלעכע. Fania Fainer 430.61 432.99 ס'איז געבליבן מײַן טאַטע און מײַן מאַמע, Fania Fainer 432.99 434.67 מײַן ברודער און מײַן שװעסטער. Fania Fainer 434.72 436.925 און װען אימעצער פֿלעגט מיר פֿרעגן, Fania Fainer 436.925 441.041 צי אימעצער פֿון מײַן משפּחה איז אומגעקומען, האָב איך געזאָגט, "יע." Fania Fainer 441.064 442.901 כ'האָב געהאַט ממש מורא Fania Fainer 442.901 446.017 אַז מ'װעט מיר געבן אַן עין־הרע. מע- מענטשן װעלן, Fania Fainer 446.669 449.738 װאָס הײסט עפּעס? װי קומט אַז דײַנע לעבן, דײַן משפּחה? Fania Fainer 449.808 452.831 אמת, אין יענער צײַט האָט מען צוגענומען מײַן מאַמע'ס Fania Fainer 452.971 456.529 שװעסטער, אײנע מיט צװײ קינדער, Fania Fainer 456.576 458.971 דער צװײטער שװעסטער מיט צװײ קינדער, Fania Fainer 458.971 461.86 דער דריטער שװעסטער האָט מען צוגענומען מיט דרײַ קינד- eh Fania Fainer 461.86 463.98 NO, פֿיר קינדער האָט זי געהאַט, פֿײגע. Fania Fainer 464.296 466.529 און זײ האָט מען אַלע צוגענומען שױן. Fania Fainer 466.831 470.04 אָבער מיר האָבן געװען נאַיִװ, מ'האָט נאָך דאַ-, דאָך געגלױבט אַ- Fania Fainer 470.04 473.808 אַז מ'װעט זײ ניט אומברענגען, אפֿשר שיקט מען זײ אין אַ לאַגער, אפֿשר דאָ-, Fania Fainer 474.784 479.412 און דאָס איז עס געװען. דאָס איז געװען נאָך דער ערשטע אַקציע. מיר האָבן געלעבט Fania Fainer 479.412 484.319 ביז נײַנצן דרײַ און פֿערציק, Fania Fainer 484.575 486.947 AVGUST, האָבן מיר געלעבט אין געטאָ. Fania Fainer 487.715 490.017 באַר שװערע באַדינגען אָבער Fania Fainer 490.017 495.482 מזלדיק מיט דעם װאָס מיר זײַנען אַלע געװען, די נאָענטסטע, דאָס הײסט דער טאַטע, די מאַמע, דער ברודער און די שװעסטער. Fania Fainer 495.482 497.436 מיר זײַנען אַלע געװען צוזאַמען. Richard Bassett 497.482 499.39 ביסטו אַלײן געװען אַ גלױביקע Richard Bassett 499.39 500.92 פֿון מײדלװײַז אָן? Fania Fainer 501.412 502.273 NO. Richard Bassett 501.436 502.366 אין גאָט? Fania Fainer 502.273 503.11 NO. Fania Fainer 503.273 507.296 איך, אונדזער טראַדיציאָנעלע הײם איז געװען אױף אַזױ פֿיל װײַלע אי- Fania Fainer 507.296 509.436 דאָס איז געװען נאַטירלעך. בינסט אַ ייִד? Fania Fainer 509.436 512.715 דאַרפֿסטו גײן, eh דאַרף מען Fania Fainer 513.505 516.761 גײן אין שול װען סע קומט ראָש־השנה, יום־כּיפּור. Fania Fainer 517.04 521.505 שבת פֿלעגן מיר נישט גײן אין שול, און זײַענדיק אַ מײדל האָט מען געהאַלטן אַז איך דאַרף נישט. Fania Fainer 522.831 524.97 דעם ברודער האָט מען צוגעגרײט Fania Fainer 525.133 527.877 צו בר־מיצװה, דאָס איז געװען נאַטירלעך, אַ, Fania Fainer 528.249 529.738 ס'פֿלעגט קומען אַ, Fania Fainer 530.03 532.02 אַ רבי אין שטוב אַרײַן, ער פֿלעגט Fania Fainer 532.02 535.296 ט- eh לערנען, פֿלעג איך זיך אױך צוכאַפּן לערנען אַ ביסעלע. Fania Fainer 535.296 536.06 אָבער, Fania Fainer 536.06 539.99 ני- דאָס האָט נישט געגײסן קײן, מיר האָבן געהערט צו נישט די רעליגיעזע ייִדן. Richard Bassett 540.226 541.481 אָבער איך האָב געמײנט... Fania Fainer 541.479 541.917 דע- Richard Bassett 541.481 545.807 ספּעציעל אין אין דער רבונו־של־עולם. האָסטו געגלױבט אין רבונו־של־עולם צי נײן? Fania Fainer 547.714 548.505 יע. Fania Fainer 548.505 551.435 פֿאַ- איך זאָג יע. װײסט פֿאַר װאָס איך זאָג יע? Fania Fainer 551.435 553.481 װײַל אַז ס'האָט געשעט אַ צרה, Fania Fainer 553.481 556.27 פֿלעג איך זאָגן, "רבונו־של־עולם העלף מיר, רבונו־ש-" Fania Fainer 556.27 558.91 הײסט דאָס אַז איך האָב געגלױבט אין דעם. פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 558.91 560.97 און אַזױ בין איך ערצױגן געװאָרן. Fania Fainer 561.342 567.225 פֿרײַטיק צו נאַכטס בײַן אונדז איז געשטאַנען די ליכט אױפֿן טיש, און די חלות איז געלעגן אױפֿן טיש, צו מע האָט יע געהאַט צו נישט געהאַט, Fania Fainer 567.69 569.621 אָבער דאָס איז געװען, Fania Fainer 569.876 570.807 און eh Fania Fainer 570.807 574.202 דער טאַטע האָט געװען געשטימט האָט ער געמאַכט קידוש, און אױב ניט האָט ער, Fania Fainer 574.202 578.156 האָט מען אױסגעטרונקען די װײַן. אָבער ס'איז געװען אַ ייִדישע טראַדיציאָנעלע הײם. Richard Bassett 579.179 580.3 האָסטו נ-, ביסטו Richard Bassett 580.3 582.51 געבליבן אַ גלױביקע אין געטאָ? Fania Fainer 584.132 587.272 NO, איך האָב ספֿקות, זײער אַ סך ספֿקות. Fania Fainer 587.667 590.504 און איך װעל אױפֿקלערן די סיבה פֿאַר װאָס. Fania Fainer 592.89 595.156 װען מען האָט מיר געבראַכט אין AUSCHWITZ, Fania Fainer 595.574 599.621 דאָס ערשטע, ד-, מסתּמא דעם צװײטן טאָג זײַענדיק אין AUSCHWITZ Fania Fainer 600.667 605.946 האָט מען געבראַכט קינדער, איך װײס ניט צי מ'האָט זײ אָפּגעטײלט פֿון זײערע עלטערן, אָבער קינדער. Fania Fainer 605.946 608.83 און דאַן איז נאָך נישט געװען דער קרעמאַטאָריום. Fania Fainer 609.88 612.621 און מ'האָט אַלע קינדער געמאַכט אַ גרױסע GROUP, Fania Fainer 612.621 615.714 און מ'האָט זײ געברענ- לעבעדיקערהײט פֿאַרברענט. Fania Fainer 615.714 619.481 האָב איך דאַן גערעדט צו גאָט, זאָג <איך>, "װוּ בינסטו? װוּ איז דײַן כּוח? Fania Fainer 619.481 624.736 װי ערלױבסטו צו פֿאַרברענען לעבעדיקע קינדער?" Fania Fainer 624.946 628.434 און דאָס איז געבליבן מיט מיר. איך האָב געהאַט טענות. איך האָב געגאַט טענות. Fania Fainer 630.271 635.248 דאָס פֿאַרענטפֿערט דיר פֿאַר װאָס איך האָב געפֿילט אַנדערש נאָך דער מלחמה, הײסט דאָס, אין צײַט פֿון דער מלחמה. Fania Fainer 636.411 640.39 אָבער ס'איז געבליבן מיט מיר יעצט די דערציִונג פֿון מײַן טאַטע־מאַמע, Fania Fainer 640.39 641.89 און די ייִדישע סבֿיבֿה, Fania Fainer 641.969 645.51 אַז װען איך האָב נאָך הײַנט צרות, װען עס געשעט בײַ מענטשן, Fania Fainer 645.85 648.922 גיב איך אױך אַ זאָג, "רבונו־של־עולם, װוּ בינסטו? העלף מיר!" Fania Fainer 649.015 651.736 און דאָס איז עס, אַ טײל פֿון מ-, אַ טײל פֿון מיר. Fania Fainer 652.224 653.945 איך קען ניט אַװעקגײן פֿון דעם. Richard Bassett 655.875 659.457 איז װאָס איז געשען נאָך דער ביאַליסטאָקער געטאָ? Fania Fainer 659.48 660.201 OKAY, Fania Fainer 660.712 664.59 יעצט װעל איך דיר דערצײלן אַלצדינג װאָס איז געשען מיט מיר. Fania Fainer 665.573 667.55 איך בין אַרױס דעם טאָג Fania Fainer 667.55 669.271 פֿון ביאַליסטאָק כּדי... Fania Fainer 669.55 672.34 מײַן טאַטע האָט געגאַט אַ פֿרײַנד, אַ אינזשעניער, Fania Fainer 672.46 674.21 װעלכע האָט געגאַט אַ שײַן, Fania Fainer 674.224 676.619 דאָס הײסט, אַרױ- אַ רעכט אַרױסצופֿאָרן Fania Fainer 677.534 680.367 פֿון ביאַליסטאָק. איז ער געפֿאָרן אין AUGUSTÓW. Richard Bassett 680.48 681.681 AUGUSTÓW. Fania Fainer 681.34 683.247 AUGUSTÓW, דאָס איז אַ שטעטל Fania Fainer 683.48 685.619 נישט װײַט פֿון ביאַליסטאָק. Richard Bassett 686.294 687.34 mhm. Fania Fainer 689.015 690.038 און Fania Fainer 690.038 693.25 אַז ער איז געקומען אין אָװנט, אײדער ער איז געפֿאָרן, האָט ער דערצײלט Fania Fainer 693.25 697.154 מײַן טאַטן אַז ער האָט אַ שײַן און ער קען אַרױספֿאָרן פֿון ביאַליסטאָק, Fania Fainer 697.666 700.87 און ער פֿאָרט דאָרטן בױען אַ װילע פֿאַר אַ דײַטש. Fania Fainer 702.34 706.24 זאָגט ער, "כ'האָב <דאָ> אַ שײַן, אָבער נאָר פֿאַר צװײ מענטשן מיטצונעמען מיט זיך." Fania Fainer 706.479 709.24 האָט זיך מײַן טאַטע זײער אָנגעכאַפּט אין דעם, זאָגט ער, Fania Fainer 709.24 710.31 "טו מיר אַ טובֿה. Fania Fainer 710.66 712.898 דאָרטן זײַנען שױן נישט פֿאַראַן קײן ייִדן. Fania Fainer 712.9 714.34 נעם מיט מײַן פֿאַניען. Fania Fainer 714.596 717.735 זי װעט אפֿשר געפֿינען אַ פּלאַץ פֿאַר אונדזער זון." Fania Fainer 718.24 720.805 און דאָס איז געװען דער ציל פֿון מײַן פֿאָרן. Fania Fainer 721.45 723.642 איז װען איך בין געקומען אין AUGUSTÓW, Fania Fainer 723.642 726.27 האָב איך אױסגעטאָן די לאַטעס, אַראָפּגענומען Fania Fainer 726.27 729.362 די לאַטעס פֿון בײדע זײַטן, געטראָגן זײער אַ פֿײַנע קלײדעלע, Fania Fainer 729.362 732.199 אַז די גױים זאָלן נישט אײַנפֿאַלן אַז דאָ גײט אַ ייִד, Fania Fainer 732.199 737.53 דער אינזשעניער איז נישט געגאַנגען מיט מיר. ער האָט געטראָ- און אױף דער אַנדערער זײַט פֿון, פֿון דער גאַס, Fania Fainer 737.53 740.29 און מיר האָבן זיך אָפּגערעדט, איך װעל גײן דאָ, און ער װעט גײן דאָ. Fania Fainer 740.97 742.36 און אַזױ װעל איך גײן, Fania Fainer 742.36 746.548 ביז װאַנענט איך װעל טרעפֿן אימעצן אַ עלטערן מענטש, װעל איך צוגײן, איכ'ל רעדן און איכ'ל פּראָבירן Fania Fainer 747.967 752.316 פֿ- אים פֿאַ- eh אױפֿקלערן װעגן װאָס עס האַנדלט זיך, נאָר און אַז ער װעט קריגן גאָלד דערפֿאַר. Fania Fainer 753.385 755.432 tsk ז- די פּאָליאַקן זײַנען געװען זײער גיריק, Fania Fainer 755.432 758.106 ייִדישע האָב־און־גוטס איז, eh זײער געשמעקט. Fania Fainer 759.594 760.85 האָב איך דאַן Fania Fainer 762.664 768.501 צוריק, eh גע- אַזױ װי איך בין אַרױס און איך בין אָפּגעגאַנגען מסתּמא פֿערציק טריט, פֿופֿציק טריט, Fania Fainer 769.013 769.99 האָט אַ קלײן Fania Fainer 769.99 772.687 שײגעצל, װי איך האָב דיר פֿריִער געזאָגט, פֿון צען יאָר, Fania Fainer 772.687 774.362 אָנגעװיזן מיט דעם פֿינגער, Fania Fainer 774.571 776.222 אַז איך בין אַ ייִדישע. Fania Fainer 776.943 781.083 און ס'האָט נישט געגאָלפֿן דער לאַכן און דער רעדן און, װאָס הײסט, Fania Fainer 781.571 784.966 קײן זאַך האָט נישט געגאָלפֿן. אַרום מיר איז געװאָרן אַ רעדל פֿון פּאָליאַקן, Fania Fainer 785.664 786.87 און אַלע האָבן... Fania Fainer 786.87 789.641 און גלײַך, מ'האָט געבראַכט אַ דײַטש, און מ'האָט מיר פֿאַראַרעסטירט. Fania Fainer 789.827 795.338 דער ד- דער אינזשעניער און מײַן פֿ- דער פֿרײַנד פֿון מײַן טאַטן איז געשטאַנען פֿון דער אַנדערער זײַט און ער האָט דאָס געזען. Fania Fainer 795.571 797.129 אָבער ער איז נישט צוגעגאַנגען, Fania Fainer 797.129 798.455 און דאָס איז עס געװען. Fania Fainer 798.455 801.432 אים האָב איך שױן מער נישט געטראָפֿן, קײן מאָל נישט. Fania Fainer 802.08 805.408 און דאָרטן האָט מען מיר געגאַלטן, זײ האָבן נישט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט מיר. Fania Fainer 805.408 807.617 איך האָב עס ניש-, מסתּמא דיר געזאָגט Fania Fainer 807.617 809.6 אַז זײ האָבן נישט געװוּסט, זײ האָבן נישט געגאַט קײן באַפֿעל, Fania Fainer 809.6 811.6 ביז װאַנען מען האָט מיר גענומען Fania Fainer 812.03 813.52 און אַװעקגעפֿירט Fania Fainer 815.036 816.431 קײן לאָמזשער טורמע. Richard Bassett 816.664 817.44 לאָמזשע. Fania Fainer 817.45 818.129 לאָמזשע. Fania Fainer 818.16 818.95 יע. Fania Fainer 819.315 822.548 לאָמזשע איז געװען נישט װײַט פֿון ביאַליסטאָק אױך. Fania Fainer 822.757 824.594 ס'איז געװען אַ גרױסע טורמע, Fania Fainer 824.594 828.617 װאָס דאָרטן פֿלעגט מען האַלטן פּאָליטישע אַרעסטירטע זײער אַ סך. Fania Fainer 829.757 833.176 איז אין לאָמזשער טורמע זײַנען שױן געװען אַ ביסל ייִדן, Fania Fainer 833.478 837.292 װאָס מ'האָט געבראַכט נאָך דער ליקװידאַציע פֿון ביאַליסטאָק, Fania Fainer 838.594 840.385 האָט מען זײ געבראַכט אין לאָמזשע. Fania Fainer 840.408 842.059 און מיר האָט מען צו זײ... Fania Fainer 842.222 844.962 איז איך בין געװען אין, מ'האָט מיר אַרײַנגעפֿירט אין אַ צ- Fania Fainer 844.962 847.354 אין אײן צעל, װאָס ס'האָט באַדאַרפֿט זײַן אײן מענטש, Fania Fainer 847.354 849.571 און דאָרטן זײַנען שױן געװען זיבן מײדלעך. Fania Fainer 851.338 853.292 און דאָרטן האָב איך אָנגעהױבן Fania Fainer 853.617 856.687 מײַן קאַריערע װי אַ טורמע־זיצערין. Fania Fainer 857.989 860.09 און איך װעל קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן, Fania Fainer 860.09 863.361 זיצנדיק אין טורמע האָט מען אַרײַנגעװאָרפֿן אַ, אַ פֿרױ, Fania Fainer 863.361 866.71 אַ בלאָנדע, מיט פּרעכטיקע צעפּ בלאָנדע, Fania Fainer 867.626 869.745 מיט אַ גרױסן צלם אױפֿן האַלדז. Fania Fainer 870.52 872.57 און מ'האָט איר געזאָגט, זי איז אַ ייִדישע. Fania Fainer 873.338 875.524 און די מײדל האָט זיך אַװעקגעשטעלט Fania Fainer 875.524 877.291 אױף די ט- קני Fania Fainer 877.361 879.361 און זיך כּסדר געצלמט, Fania Fainer 879.361 884.222 "איך בין נישט קײן ייִדישע, איך בין נישט קײן ייִדישע, איך בין נישט קײן ייִדישע." Fania Fainer 885.152 887.989 און זי איז געװען מיט אונדז, עס האָט איר גאָרנישט געהאָלפֿן. Fania Fainer 887.989 890.03 און מיר האָבן איר געזאָגט, "בינסט שױן מיט אונדז! Fania Fainer 890.03 892.13 מיר זײַנען ייִדן. זאָג װער דו בינסט!" Fania Fainer 892.48 895.315 האָט זי צו אונדז אַפֿילו אױך נישט געװאָלט מודה זײַן Fania Fainer 895.315 896.571 אַז זי איז אַ ייִדישע. Fania Fainer 896.71 898.268 אַ פּראַכט פֿון אַ מײדל! Fania Fainer 898.408 900.664 און די מײדל, װען מ'האָט אונדז געפֿירט Fania Fainer 901.919 904.757 קײן שטוטהאָף, האָט געשפּרונגען פֿון באַן, Fania Fainer 904.757 907.67 פֿון אַ קלײנעם פֿענצטערל, פֿון, װאָס הײסט, Fania Fainer 907.67 908.896 זײער קלײן. Fania Fainer 908.896 911.989 האָט געשפּרונגען פֿון באַן כּדי זיך צו ראַטעװען. Fania Fainer 912.058 914.849 איז אַרױס. און װאָס איז מיט איר געשען װײס איך ניט. Fania Fainer 915.058 917.779 אָבער אַזעלכע עפּיזאָדן האָבן מיר געהאַט זײער אָפֿט. Richard Bassett 918.431 921.52 אין AUGUSTÓW ביסטו געװען נאָר װע- זײער אַ קורצע צײַט. Fania Fainer 920.896 924.012 אַ קורצע צײַט, ביז מ'האָט מיר אַרײַנגעװאָרפֿן אין לאָמזשער טורמע. Richard Bassett 922.733 924.49 אַ װאָך, אַ װאָך צװײ? Fania Fainer 924.175 925.477 יע יע, נישט מער. Richard Bassett 925.384 927.29 און װי לאַנג אין לאָמזשע ביסטו געװען? Fania Fainer 926.849 928.803 אין לאָמזשע בין איך געװען לענגער. Fania Fainer 929.175 930.896 ביז אין אײן טאָג, Richard Bassett 931.38 933.35 בײַ צװײ מאָנאַטן אומגעפֿאַר <װען>...? Fania Fainer 932.57 933.81 יע, יע, יע. Richard Bassett 933.83 934.48 OKAY. Fania Fainer 934.012 935.93 אין אײן טאָג האָט מען אונדז אַראָפּגערופֿן אַלע, Fania Fainer 935.93 938.37 די מענער באַזונדער און פֿרױען באַזונדער, Fania Fainer 938.779 942.06 און ס'איז געװען נאָך דאָרטן אַ שרעקלעכער עפּיזאָד. Fania Fainer 942.314 944.43 ס'איז געװען פֿון אַ קלײן שטעטל Fania Fainer 944.43 945.454 אַ ייִד Fania Fainer 945.454 946.407 אַ דאָקטער Fania Fainer 946.407 948.733 ס- פֿון סאָקאָלקע, אַ שטעטעלע. Fania Fainer 948.988 951.9 ביאַליסטאָק איז געװען אַרומגערינגלט מיט קלײנע שטעטלעך. Fania Fainer 953.46 957.012 איז דער דאָקטער האָט געטראָגן אַ קינד פֿון זיבן חדשים Fania Fainer 957.012 958.942 בײַ זיך אונטער דער, Fania Fainer 959.244 961.081 אונטער דער מאַרינאַרקע. Fania Fainer 961.081 962.965 האָט דער דײַטש אים געזאָגט, Fania Fainer 963.081 964.63 בכלל איז געקומען אַ באַפֿעל, Fania Fainer 964.63 968.593 אַלע קינדער זאָל מען האַלטן לינקס און די ערװאָקסענע זאָלן זײַן רעכטס. Fania Fainer 969.174 971.5 האָבן אַלע קינדער, ס'איז געװען דאָרטן אַ סך מיט קינדער, Fania Fainer 972.82 976.09 האָט מען אַלע קינדער אַװעקגעשטעלט אָבער דאָס זײַנען געװען עלטערע. Fania Fainer 976.09 978.98 און דער זיבנ-, דער דאָקטער איז געבליבן מיטן קינד Fania Fainer 978.98 980.12 אונטערן Fania Fainer 980.732 982.128 אונטער דער מאַרינאַרקע. Fania Fainer 982.221 983.779 איז צוגעגאַנגען צו אים אַ דײַטש Fania Fainer 983.779 986.151 און זאָגט "װאָס ס- לײגסט איר ניט אַװעק?" Fania Fainer 986.314 989.62 זאָגט ער, "דו װילסט אַז איך זאָל מיט מײַנע אײגענע הענט Fania Fainer 989.78 991.663 דיר געבן מײַן קינד?!" Fania Fainer 991.756 993.174 איז צוגעגאַנגען דער דײַטש, Fania Fainer 993.174 994.5 און גענומען דאָס פּיצעלע, Fania Fainer 994.57 996.663 און האָט עס גענומען פֿאַר די פֿיסלעך, Fania Fainer 996.663 998.802 און האָט עס אַ קלאַפּ געטאָן אין מױער, Fania Fainer 998.802 1001.34 און אױף, פּ- אין אַל- אין אָנװעזנהײט פֿון אַלע. Fania Fainer 1001.34 1003.36 דער מױער איז צעשפּריצט געװאָרן Fania Fainer 1005.07 1005.52 אױף... Fania Fainer 1011.918 1013.593 אױפֿן מױער. Fania Fainer 1014.523 1017.79 און דאָס איז זאַכן װאָס ס'האָט זיך מיר אײַנגעקריצט אין זכּרון. Fania Fainer 1018.918 1022.011 און פֿון דאָרטן האָט מען גלײַך אונדז געפֿירט אין שטוטהאָף Fania Fainer 1022.453 1024.89 פֿון eh דער טורמע, Fania Fainer 1024.89 1027.07 פֿון לאָמזשער טורמע, נאָך צװײ חדשים, Fania Fainer 1027.76 1029.01 זײַנען מיר אַװעק Fania Fainer 1029.521 1029.962 אין Fania Fainer 1031.848 1032.755 אין שטוטהאָף. Fania Fainer 1033.011 1035.0 אין שטוטהאָף איז נישט געװען שלעכט, Fania Fainer 1035.0 1039.104 װײַלע מיר זײַנען אױך געװען פֿון די ערשטע ייִדישע פֿרױען װאָס מ'האָט געבראַכט דאָרטן. Fania Fainer 1039.616 1044.104 און זײ האָבן געקומען קוקן אַ װוּנדער װי מיר זעען אױס, צו מיר האָבן נישט קײן הערנער, װײַלע Fania Fainer 1044.104 1046.197 דאָס איז געװען בײַ דאַנציק אין פּױלן. Fania Fainer 1046.522 1049.987 און דאָס זײַנען שױן געװען מערסטן טײל פֿאָלקס־דײַטשן. Fania Fainer 1050.54 1053.88 אַזױערנאָך אַז זײ האָבן נאָך נישט, eh זײ האָבן נישט געהאַט צו טאָן מיט קײן ייִדן, Fania Fainer 1053.88 1057.732 און דאָרטן, מיר זײַנען געװען די ערשטע גרופּע ייִדישע מײדלעך װאָס מ'האָט געבראַכט אין שטוטהאָף. Fania Fainer 1057.848 1063.197 זײַנען מיר דאָרטן געװען, און אַ טײל האָט געגאַרבעט אין אַמוניציע און אַ טײל זײַנען געבליבן אין, נישט, מיט... Fania Fainer 1063.197 1064.08 ס'איז נישט געװען. Fania Fainer 1064.708 1070.336 ס'איז נאָך נישט געװען דאָרטן קײן גאַז־אױװנס. שפּעטער זײַנען געשאַפֿן געװאָרן אין שטוטהאָף גאַז־אױװנס. פֿון אונדזער צײַט ניט. Fania Fainer 1070.452 1073.104 און שפּעטער, סוף פֿון ehm Fania Fainer 1073.546 1075.685 נײַנצן דרײַ און פֿערציק, Fania Fainer 1076.034 1078.755 האָבן זײ אונדז גענומען און געפֿירט קײן AUSCHWITZ. Fania Fainer 1081.89 1082.57 און דאַן, Fania Fainer 1083.71 1084.61 AUSCHWITZ, Fania Fainer 1085.406 1087.266 ס'איז שװער צו באַגרײַפֿן. Fania Fainer 1087.639 1088.941 דאָס איז געװען Fania Fainer 1089.127 1093.639 נישט קײן לאַגער, נישט קײן קאָנצענטראַציע־לאַגער, ס'איז געװען אַ משוגעים־הױז. Fania Fainer 1094.639 1097.499 מײַנע ערשטע<ר> צװײ טעג, Fania Fainer 1097.499 1098.66 װען מיר זײַנען אַרײַן Fania Fainer 1100.78 1101.91 אין AUSCHWITZ, Fania Fainer 1103.103 1104.778 דאָס ערשטע װאָס מ'האָט געטאָן, Fania Fainer 1104.894 1106.987 מ'האָט דיר געגאַלטן אין קװאַראַנטאַנע. Fania Fainer 1107.243 1109.196 אָבער פֿאַר דער קװאַראַנטאַנע Fania Fainer 1112.685 1114.522 האָט מען אונדז אַרײַנגענומען Fania Fainer 1114.522 1116.406 און אָפּגעראַזירט די קעפּ, Fania Fainer 1116.406 1117.41 אין גאַנצן, Fania Fainer 1117.41 1120.382 אָפּגעראַזירט װוּ אַ מענטש האָט אַ האָר, אַלצדינג, Fania Fainer 1120.499 1122.09 און דו האָסט געשטאַנען אַזױ Fania Fainer 1122.09 1127.22 אומבאַהאָלפֿן, דו האָסט געשטאַנען, און די דײַטשן האָבן זיך געדרײט און ביסט געשטאַנען אין גאַנצן נאַקעט, Fania Fainer 1128.173 1130.638 און ס'איז געװען דאָרטן נאָך אַ עפּיזאָד, Fania Fainer 1130.638 1133.592 װאָס איז אױך אײַנגעקריצט זיך אין מײַן זכּרון. Fania Fainer 1133.592 1136.15 דער דײַטש האָט געזאָגט, "די װאָס קענען זינגען, Fania Fainer 1137.266 1138.662 קומט אַרױס." Fania Fainer 1138.917 1139.569 נו, Fania Fainer 1139.569 1142.034 "און מיר װעלן אײַך ניט אָפּראַזירן דעם קאָפּ." Fania Fainer 1142.987 1148.243 האָבן זיך אָנגעכאַפּט אפֿשר צען מײדלעך אַז זײ קענען זײער שײן זינגען און זײ װילן זינגען. Fania Fainer 1148.801 1150.243 אײן פֿרױ, Fania Fainer 1150.243 1154.452 מסתּמא איז זי דאַן געװען פֿינעף און צװאַנציק, צי פֿיר און צװאַ-, אַ פּראַכט פֿון אַ פֿרױ. Fania Fainer 1154.452 1157.173 האָט זיך אַװעקגעשטעלט נאַקעט און פֿאַרשטעלט, Fania Fainer 1157.173 1159.917 אין גאַנצן מ'האָט איר נאַקעט, און האָט אַזױ געהאַלטן די הענט, Fania Fainer 1160.149 1162.963 און זי האָט נישט געקענט קײן דײַטש מסתּמא. Fania Fainer 1162.963 1164.521 האָט גענומען זינגען, Fania Fainer 1165.033 1168.173 "דו זאָלסט ניט אַזױ שטאָלץ הײַנט זיצן בײַ דעם װײַן. Fania Fainer 1168.521 1170.591 פֿילײַכט מאָרגן קען אַנדערש װאָס..." Fania Fainer 1170.591 1174.591 זי האָט געמײנט צו זאָגן אַז די דײַטשן, זאָלסט ניט אַזױ זיכער זײַן מיט זיך, Fania Fainer 1174.591 1177.01 איר װײסט ניט װאָס מאָרגן קען געשען. Fania Fainer 1177.01 1181.335 און צ-, זי האָט נישט, eh זי האָט זיך ניט אָפּגעגעבן קײן דין־וחשבון װאָס דאָס קומט פֿאָר. Fania Fainer 1181.381 1184.056 און דער דײַטש האָט איר גענומען שלאָגן! Fania Fainer 1185.73 1190.74 דאָס איז געװען ניט מענטשלעך! די בלוט האָט געגאָסן פֿון די אױערן, פֿון נאָז און פֿון אַלצדינג. Fania Fainer 1190.74 1193.61 אַזױ האָט ער איר שטאַרק צעשלאָגן, און די אַלע מײדלעך Fania Fainer 1193.777 1196.03 װאָס האָבן געשטאַנען, געװאָלט זינגען, האָבן אַלע אַנטלאָפֿן. Fania Fainer 1196.03 1198.218 און אַלע האָבן זיך אָפּגעראַזירט דעם קאָפּ. Fania Fainer 1199.94 1201.125 נאָך דעם Fania Fainer 1201.916 1203.637 האָט מען אונדז אַרײַנגעפֿירט Fania Fainer 1204.02 1206.497 אין אַ צימער, דאָס הײסט, מ'האָט דיר געגעבן אַ SHOWER Fania Fainer 1206.497 1208.009 נאָכן ראַזירן דעם קאָפּ. Fania Fainer 1208.706 1212.52 און זײַענדיק אין געטאָ האָבן מיר געגאַט IDEAS Fania Fainer 1213.34 1214.427 אַז eh Fania Fainer 1214.7 1216.055 מע גײט אונדז גאַזעװען. Fania Fainer 1216.055 1217.009 מיר האָבן געװוּסט, Fania Fainer 1217.009 1218.5 נאָר מ'האָט נישט געװוּסט װי אַזױ, Fania Fainer 1218.5 1219.85 און װי אַזױ געשעט דאָס. Fania Fainer 1220.11 1222.823 איז צום בײַשפּיל, מ'האָט מיר אַרײַנגעפֿירט אין דער <זאַלנע> באָדן, Fania Fainer 1222.823 1224.078 האָב איך געטראַכט Fania Fainer 1224.66 1227.264 צי דע- עס גײט ניט די גאַז פֿון אױבן. Fania Fainer 1227.88 1232.799 שפּעטער האָט מען אונדז געשיקט אין WASHROOM, האָב איך געקוקט צו עס גײט נישט פֿון אונטן די די GAS. Fania Fainer 1232.97 1235.57 <פּשוט>, מ'איז געװען אײַנגעשטעלט אַז מע גײט דיר אומברענגען. Fania Fainer 1236.543 1240.566 און מיר זײַנען אַרײַן נאָך דעם, נאָכן WASHROOM, נאָך דער <זאַלנע>, Fania Fainer 1240.566 1242.659 זײַנען מיר אַרױס לעבעדיקע, Fania Fainer 1243.45 1244.07 יונגע, Fania Fainer 1244.07 1248.58 װײַלע די עלטערע האָט מען גלײַך צוגענומען מיט, דאָס איז די יונגע, די װאָס זײַנען פֿעיִק צו אַרבעט. Fania Fainer 1249.613 1252.171 האָט מען אונדז אַרױסגעפֿירט, Fania Fainer 1252.171 1253.775 האָט מען אונדז באַקלײדט. Fania Fainer 1254.799 1257.636 איך האָב געקריגן אַ פּאָר שיך, Fania Fainer 1258.008 1259.287 װאָס איז מסתּמא Fania Fainer 1259.31 1261.961 פֿון אַ מאַן װאָס איז געװען גרעסער פֿאַר, פֿאַר מיר. Fania Fainer 1262.496 1263.636 און אַ Fania Fainer 1264.194 1266.822 אַ לאַנגער, אַ לאַנגן ראָק אַ שװאַרצן. Fania Fainer 1267.124 1270.915 און מ'האָט מיר געגעבן אַ מאַנטעלע פֿון אַ קינד פֿון אַכט יאָר צו נײַן יאָר. Fania Fainer 1271.147 1273.752 האָב איך עס אױפֿגעשניטן פֿון אונטן, Fania Fainer 1274.659 1277.891 און עס אָנגעטאָן, װײַל האָסט נישט געטאָרט זאָגן קײן װאָרט, Fania Fainer 1278.29 1279.961 און אַ טיכל אױפֿן קאָפּ. Fania Fainer 1280.636 1281.915 און דו װײסט, Fania Fainer 1281.915 1284.752 כּדי צו גײן קװאַראַנטאַנע, דאָס הײסט, <ס'איז> געװען, Fania Fainer 1284.752 1286.612 מ'האָט דיר אַרײַנגעלאָזן אין אַ גרױסן זאַל, Fania Fainer 1287.333 1288.937 און מ'האָט אַװעקגעשטעלט Fania Fainer 1289.891 1292.472 אַ קאַדקע, דו װײסט װאָס אַ קאַדקע? אַ BARREL. Fania Fainer 1292.472 1293.705 אין מיטן, Fania Fainer 1293.937 1300.077 און, זאָלסט מיר מוחל זײַן, האָט מען דאָרטן געדאַרפֿט אַלע באַדערפֿענישן טאָן אין דעם, האָסט נישט געהאַט קײן רעכט אַרױסצוגײן אױפֿן גאַס. Fania Fainer 1301.798 1303.08 און זײַענדיק יונג, Fania Fainer 1303.08 1307.588 און נישט טראַכטן, ע! ער װעט מיר יע שיסן, מיר נישט שיסן. ס'איז שױן נישט גע-, דער לעבן האָט שױן נישט געהאַט קײן װערט, Fania Fainer 1307.681 1311.1 האָב איך באַשלאָסן, אַלע האָבן געשלאָפֿן, אַז איך װעל גײן אין WASHROOM. Fania Fainer 1311.1 1312.867 איך גײ זוכן אַ WASHROOM. Fania Fainer 1312.867 1314.495 בין איך אַרױס בײַ נאַכט, Fania Fainer 1314.495 1316.96 איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ פֿענצטער, Fania Fainer 1317.193 1319.355 און איך האָב געזען עס גײט אַ שאָטן דאָרטן. Fania Fainer 1320.681 1322.355 זאָג איך, אפֿשר בין איך דאָס. Fania Fainer 1322.634 1324.658 זאָג איך אַז איך װעל זיך שטעלן אין שאָטן Fania Fainer 1324.867 1329.96 און איך װעל אױפֿהײבן מײַן האַנט, די רעכטע האַנט, און דער שאָטן װעט פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון פֿענצטער Fania Fainer 1330.448 1331.92 מיר אױפֿהײבן די האַנט, Fania Fainer 1331.92 1333.19 דאָס הײסט אַז דאָס בין איך. Fania Fainer 1333.239 1334.727 איך האָב זיך נישט דערקענט. Fania Fainer 1334.727 1335.867 מען האָט געמאַכט פֿון מיר, Fania Fainer 1335.867 1339.216 פֿון, נישט נאָר פֿון מיר, פֿ- אַ קאַריקאַטור, נישט קײן מענטש. Fania Fainer 1339.611 1343.448 נישט נאָר װאָס מ'האָט דיר אָפּגעשאָרן, מע האָט דיר אָנגעטאָן, דאָס איז געװען באמת שרעקלעך. Fania Fainer 1343.774 1348.844 און דער קאַריקאַטור האָט אױפֿגעהױבן די האַנט, זאָג איך, "יע, פֿאַניע, דאָס בינסטו," איך האָב זיך דאַן דערקענט. Fania Fainer 1348.96 1351.634 דאָס איז געװען דער אָנהײב מײַנער אין AUSCHWITZ. Fania Fainer 1352.634 1355.053 און אין דעם בלאָק זײַנ- בין איך געװען Fania Fainer 1355.053 1356.17 גאַנצע... Fania Fainer 1357.99 1358.9 אַ מאָנאַט. Fania Fainer 1359.378 1361.658 מען האָט דיר אַרױסגעשלעפּט אַלע טאָג, Fania Fainer 1361.797 1364.169 צו טראָגן שטײנער פֿון אײן אָרט אין צװײטן, Fania Fainer 1364.169 1365.495 װאָס איז נישט נוצלעכע, Fania Fainer 1365.495 1367.145 נאָר כּדי זאָלסט אַרבעטן. Fania Fainer 1367.145 1368.611 מען האָט דיר געשלאָגן, Fania Fainer 1368.89 1370.285 אױך נישט מענטשלעך, Fania Fainer 1370.285 1372.936 און מ'האָט דיר געגעבן דאָרטן אײן מאָל אַ טאָג אַ ביסל זופּ. Fania Fainer 1373.378 1375.424 דאָס איז געװען די קװאַראַנטאַנע. Fania Fainer 1375.611 1377.634 נאָר מײַן גליק איז געװען, Fania Fainer 1377.634 1379.262 אין משך פֿון אַ, Fania Fainer 1380.076 1381.262 אַ מאָנאַט, Fania Fainer 1381.85 1384.68 האָט מען אונדז גענומען, אױסגעקליבן די יונגע מענטשן, Fania Fainer 1384.82 1386.052 אַװעקגעשיקט Fania Fainer 1386.052 1389.518 אין UNION, דאָס האָט געגײסן אַ פֿאַבריק װאָס האָט געמאַכט אַמוניציע. Fania Fainer 1391.029 1393.51 און אין דער <אָ> פֿאַבריק האָב איך געגאַרבעט Fania Fainer 1393.51 1395.424 ביז מע האָט ליקװידירט AUSCHWITZ. Fania Fainer 1395.913 1398.726 אַ טײל פֿון די מײדלעך װאָס זײַנען געװען מיט מיר Fania Fainer 1399.54 1402.401 האָט מען אַװעקגעשיקט אַרבעטן אין אַ שנײַדערײַ, Fania Fainer 1403.11 1405.06 און אין דער שנײַדערײַ Fania Fainer 1407.913 1411.657 האָט מען זײ געפּײַניקט, מ'האָט זײ געשלאָגן, זײ האָבן געגאַט, Fania Fainer 1411.819 1414.54 מיר זײַנען געװען מסתּמא מער נוצלעך פֿאַר זײ. Fania Fainer 1414.889 1416.46 אמת צו זאָגן, Fania Fainer 1416.46 1418.913 האָבן מיר דאָרטן געטאָן אַזעלכע זאַ- זאַכן Fania Fainer 1418.913 1422.93 װאָס די דײַטשן האָבן נישט געקענט נוצן, נישט די קױלן װאָס מיר האָבן געגאַלטן אין האַנט, Fania Fainer 1422.93 1424.35 נישט די אַלע זאַכן, Fania Fainer 1424.5 1426.75 אָבער מיר זײַנען געװען די נוצלעכע. Fania Fainer 1426.75 1428.79 איז מיר האָט מען נישט אַזױ געשלאָגן. Fania Fainer 1429.796 1431.866 און אײן טאָג גײענדיק, Fania Fainer 1431.866 1435.099 דער רוטין איז געװען דאָרטן אַ זײער פּשוטער. Fania Fainer 1435.44 1438.215 מען פֿלעגט אױפֿשטײן פֿיר פֿאַר טאָג, דיר אױפֿװעקן, Fania Fainer 1438.73 1444.541 און מע פֿלעגט דיר אַװעקשטעלן ש- זומער אין די היצן, װינטער אין דער גרעסטער קעלט, די שנײען, Fania Fainer 1444.82 1446.517 און מערסטן טײל איז געװען קאַלט, Fania Fainer 1446.983 1449.355 האָט מען דיר אַװעקגעשטעלט אױפֿן גאַס. Fania Fainer 1450.076 1451.61 און אױפֿן גאַס Fania Fainer 1452.564 1454.169 האָט מען דיר געדאַרפֿט צײלן. Fania Fainer 1454.169 1457.285 ביסט געװאָרן אױס מענטש, ביסט געװען אַ numBER, אַ נומער. Fania Fainer 1457.285 1458.91 און מען האָט געקוקט די נומערן. Fania Fainer 1460.169 1463.796 איז, פֿלעגסטו שטײן ביז זעקס אַ זײגער, Fania Fainer 1464.169 1467.61 און זעקס אַ זײגער פֿלעגט מען דיר טרײַבן אין פֿאַבריק אַרײַן. Fania Fainer 1469.494 1471.89 איז אײן אײנציק מאָל טרײַבנדיק, Fania Fainer 1472.099 1475.913 מסתּמא װען מ'האָט געהײסן שרײַען לינקס, האָב איך געשטעלט די רעכטע פֿוס. Fania Fainer 1476.936 1479.634 איז זי איז צוגעגאַנגען צו מיר און זי האָט געזאָגט, Fania Fainer 1480.401 1481.983 "דאָרטן, אַלטע הור!" Fania Fainer 1481.983 1483.564 װײסט דאָך, בינסט אַלט זעכצן יאָר, Fania Fainer 1483.564 1485.866 האָב איך צו מײַן חבֿרטע געגעבן אַ װוּנק, Fania Fainer 1487.239 1492.145 און זי האָט דאָס באַמערקט. האָט זי אָפּגעשטעלט די גאַנצע רײַע, אפֿשר פֿון טױזנט מײדלעך, Fania Fainer 1492.64 1494.285 און זי האָט מיר אַרױסגערופֿן, Fania Fainer 1494.936 1496.215 און װען זי האָט געזאָגט, Fania Fainer 1496.262 1497.54 "קום אַרױס," Fania Fainer 1498.378 1502.355 די פֿרױ האָט אַזױ אוממענטשלעך מיר געשלאָגן אין קאָפּ, Fania Fainer 1502.727 1504.82 אַז דער קאָפּ און אַלצדינג Fania Fainer 1504.866 1506.796 איז געשװאָלן געװאָרן גלײַך. Fania Fainer 1507.773 1511.889 דאָס איז געװען אַ רעזולטאַט פֿון דעם װאָס איך האָב אַ מאַך געטאָן מיטן אױג. Fania Fainer 1512.471 1513.959 און דאָס איז עס געװען. Fania Fainer 1514.285 1516.099 אָבער איך האָב געקומען צו גײן, Fania Fainer 1516.099 1517.192 איז געװען, Fania Fainer 1517.99 1521.38 מיר פֿרױען האָבן מיר געאַרבעט באַזונדער, און מענער באַזונדער. Fania Fainer 1522.377 1527.49 אָבער װען מ'איז אַרײַנגעקומען צו דער אַרבעט, און איך האָב <אַזעקגעזעצט> זיך בײַם פּלאַץ װוּ איך פֿלעג נאָרמאַל זיצן, Fania Fainer 1527.94 1532.1 איז געקומען שטיקעלעך ברױט פֿון יעדן אײנעם װאָס איז נאָר געװען דאָרטן. Fania Fainer 1533.424 1534.67 מענטשן האָבן געװאָלט Fania Fainer 1534.67 1536.959 פֿאַרגיטיקן, עפּעס טאָן פֿאַר מיר. Fania Fainer 1537.38 1542.749 און די מענער האָבן זיך דערװוּסט אַז מ'האָט מיר געשלאָגן, האָבן מענער געשיקט שטיקעלעך ברױט אַז איך זאָל האָבן, אַז איך זאָל זי-, Fania Fainer 1542.866 1548.0 איז פֿון אומעטום האָב איך געקריגן שטיקעלעך ברױט פֿון די אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַראַרעסטירט װאָס זײ האָבן געזעסן דאָרטן. Fania Fainer 1548.563 1552.84 אין יענע ביטערע יאָרן האָב איך געטראָפֿן דאָרטן פֿײַנע מענטשן און גוטע מענטשן. Fania Fainer 1554.09 1556.424 און איך האָב פֿ- <געטריגן> דאָרטן אַ פֿרױ, Fania Fainer 1556.424 1559.22 מיט װעלכע איך בין געװאָרן אױסערגעװײנלעך נאָענט. Fania Fainer 1559.749 1562.214 איך בין פֿאַרבײַגעפֿ- -גאַנגען אײן מאָל Fania Fainer 1562.47 1565.35 אַװוּ איך האָב געגאַרבעט, טאַקע אין דעם פֿאַבריק װאָס איך זאָג דיר, Fania Fainer 1566.098 1568.098 איז דאָרטן געשטאַנען אַ פֿרױ, Fania Fainer 1568.098 1569.121 אַ קלײנע, Fania Fainer 1570.35 1571.43 אַנטשולדיק, Fania Fainer 1574.01 1575.493 אַ עלטערע פֿאַר מיר, Fania Fainer 1576.307 1577.702 און זי האָט eh Fania Fainer 1577.702 1582.446 גע- געשטאַנען און געשריגן, "איך װעל ניט זײַן קײן VORARBEITERke, איך קען ניט! Fania Fainer 1582.56 1584.95 איך קען ניט אױף אײַך דערצײלן דעם דײַטש." Fania Fainer 1585.4 1589.48 װען איך האָב געגערט דאָס פֿון אַ מײדל װאָס האָט געקענט קריגן נאָך אַ פּאָרציע ברױט, Fania Fainer 1590.11 1591.8 האָב איך זיך פֿאַרטראַכט, Fania Fainer 1592.237 1593.89 זי דאַרף זײַן אַן אױסנאַם. Fania Fainer 1593.89 1596.27 זי פֿאַרשטײט אַז זי קען ניט זײַן Fania Fainer 1596.27 1598.13 ט-, זיך מאַכן לײַכטער דעם לעבן, Fania Fainer 1598.13 1600.73 אָבער זי װיל עס נישט טאָן אױפֿן פּרײַז פֿון אַנדערע. Fania Fainer 1602.562 1605.772 האָב איך איר אָפּגעװאַרט אין TOILET, זי איז אַ מאָל אַרײַן. Fania Fainer 1605.772 1609.051 און איך האָב איר גענומען פֿרעגן װער זי איז, װאָס זי איז, Fania Fainer 1609.051 1611.353 און זי האָט מיר קײן מאָל נישט געזאָגט Fania Fainer 1611.353 1614.516 װער זי איז, און װאָס זי איז, אָבער זי האָט מיר בלױז געזאָגט, זי האָט געזען, Fania Fainer 1614.749 1619.144 זאָגט זי, "װען װעסט קומען פֿון דער אַרבעט קום אַרײַן צו מיר אין דער KOJe." Fania Fainer 1619.144 1621.144 בין איך געגאַנגען צו איר, Fania Fainer 1621.144 1625.395 און זי האָט געז- -נומען נאָך צװײ יונגע מײדלעך און זײ דערצײלט װעגן ביכער װאָס זי האָט געלײענט. Fania Fainer 1625.935 1628.29 זי האָט אונדז געגעבן אַ מערעלע צום עסן, Fania Fainer 1628.29 1630.29 װאָס איז, דאָס איז געװען אַ אַ אַ אַ, Fania Fainer 1630.725 1632.585 אין יענער צײַט, אַ לוקסוס. Fania Fainer 1632.725 1635.82 און זי האָט מיר געגײסן אים בײַסן אָבער ניט אַראָפּשלינגען, Fania Fainer 1636.09 1637.11 װײַל איך זאָל, Fania Fainer 1637.11 1640.492 איכ'ל עס בײַסן לאַנג כּדי איך זאָל נישט פֿאַרלירן מײַנע צײן. Fania Fainer 1642.51 1643.99 און מיט דער פֿרױ, Fania Fainer 1644.44 1647.725 זי איז געװאָרן מיר, זי איז געװאָרן מײַן מאַמע אין לאַגער. Fania Fainer 1648.12 1651.36 און מיט איר בין איך די גאַנצע צײַט געװען זײער נאָענט, Fania Fainer 1651.36 1652.25 איך פֿלעג קומען. Fania Fainer 1652.48 1654.12 זי האָט גערעדט װעגן קאָכן, Fania Fainer 1654.12 1655.236 װעגן עסן, Fania Fainer 1655.329 1656.79 פֿאַרשטײסט? אַז מע זאָל נישט, Fania Fainer 1656.79 1660.54 מיר זײַנען געװען שרעקלעך הונגעריק, שרעקלעך הונגעריק, די גאַנצע צײַט, Fania Fainer 1660.98 1663.957 און אַז זי האָט געקענט עפּעס ברענגען פֿאַר אונדז האָט זי עס געטאָן. Fania Fainer 1663.957 1668.213 און זי האָט יונג- אַרומגערינגלט אַרום זיך יונגע מײדלעך, יונגע מײדלעך, Fania Fainer 1669.399 1671.19 און איך האָב איר ממש פֿאַרגעטערט, Fania Fainer 1671.19 1673.87 װײַל ד- איך האָב געזען איר פֿײַנקײט, איר אײדלקײט. Fania Fainer 1674.48 1676.422 און זי איז געװען אַ סך עלטער פֿאַר מיר. Fania Fainer 1676.561 1678.515 די פֿרױ איז געגאַנגען Fania Fainer 1678.515 1680.748 אין טױטן־מאַרש מיט מיר צוזאַמען, Fania Fainer 1681.701 1683.841 און איך האָב איר געזען, אַ מײדל, Fania Fainer 1683.841 1688.329 מסתּמא אַ פֿופֿצן־יאָריקע, אַ פֿראַנצױזישע, הערסט? איז אַװעקגעפֿאַלן אױפֿן װעג. Fania Fainer 1690.19 1691.771 װען זי איז אַװעקגעפֿאַלן, Fania Fainer 1691.934 1693.701 איז צוגעגאַנגען די רוטקעלע, Fania Fainer 1693.701 1695.213 און האָט איר געגעבן אַ פּאַטש, Fania Fainer 1695.213 1696.887 און די מײדל האָט זיך דערשראָקן, Fania Fainer 1697.864 1700.283 און זי האָט אױפֿגעשטאַנען און זי איז געגאַנגען װײַטער. Fania Fainer 1700.655 1704.98 איך בין געװען שרעקלעך אַנטױשט, רוטקע האָט געפּאַטשט אַ ייִדישע מײדל? Fania Fainer 1705.05 1707.422 אָבער זי האָט פֿאַרשטאַנען װאָס איך פֿיל, Fania Fainer 1707.422 1708.515 איז זי צוגעגאַנגען צו מיר, Fania Fainer 1709.166 1710.608 און איר װאָרט איז געװען, Fania Fainer 1710.84 1711.561 "פֿאַניע, Fania Fainer 1711.561 1712.74 איך װיל זי זאָל לעבן." Fania Fainer 1713.491 1718.468 און דאָס איז געװען דער אײנציקער, זאָגט זי, "זאָל," זי האָט געהאַט אַ SHOCK, זאָגט זי, "איך האָב איר געגעבן אַ פּאַטש, האָט זי זיך דערשראָקן." Fania Fainer 1718.491 1721.305 איז זי געשטאַנען און זי האָט געלאָפֿן װײַטער. פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 1721.305 1724.794 די רוטקעלע איז געװען מיט מיר די גאַנצע צײַט, Fania Fainer 1725.68 1727.4 און איך האָב איר געבראַכט Fania Fainer 1727.4 1729.189 אַפֿילו קײן טאָראָנטאָ. Fania Fainer 1729.259 1732.445 זי האָט געװױנט אין בראַזיל, זי איז אַװעק נאָך דער מלחמה, Fania Fainer 1732.724 1734.584 און זי איז געװען Fania Fainer 1734.584 1736.26 אַ אױסערגעװײנלעך פֿײַנער מענטש, Fania Fainer 1736.26 1738.82 און איך דװקא, איך, אין לאַגער, Fania Fainer 1739.04 1741.79 האָב באַגעגנט זעלטן גוטע מענטשן. Fania Fainer 1742.12 1744.96 װײַלע דער דײַטש האָט געגאַט אײן ציל: Fania Fainer 1746.48 1748.677 פֿאַרװאַנדלען אונדז אין חיות. Fania Fainer 1750.08 1751.096 און דאָך, Fania Fainer 1751.096 1753.584 איך בין אײן מאָל געגאַנגען, ס'איז געװען אַ סעלעקציע. Fania Fainer 1753.7 1755.63 איר װײסט װאָס הײסט אַ סעלעקציע? Fania Fainer 1756.351 1757.863 מע טוט דיר אױס נאַקעט, Fania Fainer 1758.723 1760.375 און דו שטײסט אין אַ רײַ, Fania Fainer 1760.677 1763.282 און eh מ'האָט דיר געגײסן אַרױסשטעלן דעם צונג. Fania Fainer 1763.72 1768.189 דאָס איז בלױז געװען קאָמיש, אָבער די דײַטשן האָבן זיך געשפּילט מיט אונדז. Fania Fainer 1768.189 1771.444 און זײַנען טױזנטער מײדלעך דורכגעגאַנגען, Fania Fainer 1773.76 1774.67 און די, Fania Fainer 1775.77 1779.072 און מען האָט געמאַכט, "רעכטס לינקס, רעכטס לינקס, רעכטס לינקס," Fania Fainer 1779.072 1782.44 <בי>סטו געװען אַ ביסעלע דאַרער, ביסטו געגאַנגען, אָדער ער האָט גלאַט געװאָלט Fania Fainer 1782.44 1784.97 פּטור װערן פֿון אַ ביסל מענטשן, ער האָט געהאַט צו פֿיל מענטשן, Fania Fainer 1785.23 1789.514 איז די װאָס מ'האָט געקל- -מאַכט לינקס זײַנען געגאַנגען אין גאַז־אױװן, די װאָס מע האָט געמאַכט רעכטס Fania Fainer 1789.561 1791.119 זײַנען געגאַנגען Fania Fainer 1791.258 1793.55 צום לעבן, דאָס הײסט, האָסט נאָך געהאַט ל- eh mm Fania Fainer 1793.69 1795.75 רעכט צום לעבן אַ קורצע צײַט.