Richard Bassett 6.846 9.694 MISSUS FANIA FAINER, TAPE NUMBER THREE, Richard Bassett 9.694 12.357 AUGUST TWENTY FIFTH, NINETEEN NINETY FIVE. Richard Bassett 13.005 15.8 MISSUS פֿײַנער, איר האָט גערעדט װעגן סעלעקציע. Fania Fainer 15.823 16.773 YES. Fania Fainer 16.773 19.934 די סעלעקציע האָב איך פּראָבירט אױפֿקלערן װאָס עס הײסט. Fania Fainer 19.958 24.322 מע נעמט דיר, מע טוט דיר אױס נאַקעט און מע מאַכט דיר רעכטס און לינקס. Fania Fainer 24.43 29.649 דאַן װען זײ פֿילן אַז זײ האָבן צו פֿיל מענטשן זע-, האָבן זײ געװאָלט ליקװידירן, איז געװען דאָס, Fania Fainer 29.649 33.266 מ'האָט געמאַכט ממש חוזק פֿון דיר, מ'האָט דיר געהײסן אַרױסשטעלן דעם צונג. Fania Fainer 33.812 38.193 און מיר זײַנען געװען נאַקעט און אונדזערע זאַכן האָבן מיר געגאַט אױפֿן האַ- אױפֿן האַנט. Fania Fainer 39.617 40.522 װען מ'האָט, Fania Fainer 40.528 49.668 דאַן איז געװען אַ גרױסע סעלעקציע. מ'האָט צוגענומען כּמעט פֿון צ- פֿון טױזנטער האָט מען איבערגעלאָזן עטלעכע הונדערט מײדלעך. אַלע זײַנען געגאַנגען אין גאַז־אױװנס. Fania Fainer 50.012 51.946 הײַנט, מ'האָט אָפּגעשריבן דעם נומער. Fania Fainer 52.307 53.938 און גײענדיק אַזױ Fania Fainer 54.298 57.493 האָט מיר אײן מײדל געגעבן אַזאַ שטאַרקן פּאַטש, Fania Fainer 57.493 59.07 אַ מײדל װאָס איז געזעסן, Fania Fainer 59.31 59.631 אַ... Fania Fainer 60.036 64.282 דאָס זײַנען געװען מײדלעך װאָס זײַנען שױן געװען פֿון פֿריִער אין די לאַגערן, Fania Fainer 64.962 69.024 און זײ האָבן שױן פֿאַרנומען אַמט, אין די OFFICES, זײ האָבן געאַרבעט מיט די דײַטשן. Fania Fainer 71.292 73.853 האָט eh אײנע פֿון זײ האָט מיר געגעבן דעם פּאַטש. Fania Fainer 73.853 76.499 און איך האָב געשטאַנען און איך האָב געטראַכט, Fania Fainer 77.13 80.904 פֿאַר װאָס האָט זי מיר געגעבן אַ פּאַטש? נישט גענוג װאָס די דײַטשן Fania Fainer 81.72 87.842 פּאַטשן און שלאָגן און שיסן, װי קומט אַ ייִדישע טאָכטער זאָל מיר געבן אַ פּאַטש? פֿאַר װאָס? און איך בין געגאַנגען װײַטער, Fania Fainer 87.842 93.155 װען זי האָט מיר געגעבן דעם פּאַטש האָט זי מיר געגעבן אַ זאָג, "נעם די זאַכן אױף דער אַנדערער זײַט פֿון דײַן האַנט." Fania Fainer 94.09 95.704 אַרױסגײענדיק Fania Fainer 96.418 100.631 האָט זי געהאַט גענוג שׂכל צו פֿאַרשטײן אַז איכ'ל טראַכטן װעגן דעם, Fania Fainer 100.654 102.347 איז זי מיר נאָכגעלאָפֿן. Fania Fainer 102.347 103.905 זי האָט מיר געזאָגט, Fania Fainer 104.198 108.343 "איך האָב געװאָלט זאָלסט לעבן. איך האָב געװאָלט פֿאַרשטעלן דײַן נומער, Fania Fainer 108.467 111.059 אַז קײנער זאָל דאָס נישט קענען אַראָפּשרײַבן, Fania Fainer 111.37 113.712 װײַל," זאָגט זי, "עס געשעט זײער אָפֿט Fania Fainer 113.712 115.678 װען עס קומט פֿאָר אַ סעלעקציע, Fania Fainer 115.678 120.453 און אַז מע נעמט בײַ אימעצן אַװעק אַ מאַמען, אָדער מע נעמט אַװעק אַ קוזין אָדער אַ שװעסטער, Fania Fainer 120.453 122.158 כאַפּט זי אַן אַנדער נומער Fania Fainer 122.158 126.567 און שפּעטער נעמט דער דײַטש דעם אַנדערן נומער. איך האָב געװאָלט," זאָגט זי, "זאָלסט לעבן." Fania Fainer 126.895 128.115 דו פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 128.115 130.072 דאָס זײַנען געװען מײדלעך Fania Fainer 130.072 133.858 װאָס האָבן געהאַט יושר אַ ביסל, און זײַנען געװען Fania Fainer 134.218 138.852 מענטשן װאָס האָבן געזאָרגט פֿאַר אימעצן אַנדערש אױך, נישט בלױז פֿאַר זיך אַלײן. Fania Fainer 139.078 142.413 און אַזעלכע מענטשן האָב איך באַגעגנט אין יענעם גיהנום, Fania Fainer 142.538 145.243 װוּ מ'האָט געברענט און געהרגעט Fania Fainer 145.243 148.033 און מ'האָט נישט, אײנע פֿון אַנדערע האָט געגנבֿעט, Fania Fainer 148.107 151.628 און אין אַ געװיסע מאָס האָט דער דײַטש דערגרײכט Fania Fainer 152.629 153.72 װאָס ער האָט Fania Fainer 153.777 157.621 דער פּר- eh פֿאַרן פּרײַז פֿון לעבן האָבן מענטשן געטאָן שרעקלעכע זאַכן, Fania Fainer 157.621 159.221 כּדי צו לעבן נאָך אַ טאָג. Richard Bassett 159.312 162.478 דעם נומער האָסטו נאָך אױף דײַן אָרעם, יאָ? Fania Fainer 161.573 162.45 YES. Richard Bassett 162.58 165.17 איך װאָלט געבעטן זאָלסט אױפֿהײבן דײַן אָרעם, Richard Bassett 165.17 166.309 און װײַזן. Fania Fainer 166.028 167.678 מײַן נומער איז Fania Fainer 167.678 169.312 צװײ פֿיר Fania Fainer 169.352 171.236 זיבן זעראָ פֿ- Richard Bassett 171.445 174.01 זיבן פֿיר צװײ נול זיבן. Fania Fainer 171.72 172.57 זיבן. Fania Fainer 174.02 174.52 YES. Fania Fainer 174.988 177.8 דו זעסט בעסער פֿאַר מיר, YES, IT IS. Richard Bassett 181.907 182.354 OKAY. Richard Bassett 182.683 186.085 האָסטו געװאָלט אַ אַ מאָל אױסמעקן דעם נומער? Fania Fainer 185.164 186.089 NO. Fania Fainer 186.089 188.567 איך האָב נישט געטאָן קײן שלעכטס אין מײַן לעבן. Fania Fainer 188.623 191.857 דאָס איז זאָלן זיך, זאָלן זיך שעמען די דײַטשן, נישט איך. Fania Fainer 192.083 195.874 זײ האָבן עס געטאָן פֿאַר מיר. קײן מאָל נישט געװאָלט אַראָפּנעמען דעם נומער. Richard Bassett 197.365 203.147 עס איז אפֿשר שװער פֿאַר מענטשן צו פֿאַרשטײן די באַדינגונגען אין AUSCHWITZ. איז זאָג מיר װײַטער, Richard Bassett 203.322 208.581 װעגן, דו האָסט שױן געזאָגט אַז דײַן סילועט האָסטו, דײַן קאַריקאַטור האָסטו נישט דערקענט. Fania Fainer 208.14 209.76 ABSOLUTELY NOT. Richard Bassett 208.873 210.436 װעגן עסן, Fania Fainer 210.338 211.436 װעגן עסן איז ניש- Richard Bassett 210.662 212.85 װעגן די באַדערפֿענישן. Fania Fainer 211.96 217.025 -נישן. OKAY, איך װעל דיר פּראָבירן זיך אין מײַנע אײגענע װערטער אױפֿקלערן װאָס דאָרטן איז געװען. Fania Fainer 217.8 221.658 איך האָב דיר געזאָגט אַז ס'איז געװען אַ אַפּע- אַ אַפּעל. דאָס איז געװען אין דער פֿרי. Fania Fainer 222.93 224.192 פֿלעגן מיר Fania Fainer 224.192 226.501 דאָרטן זיך אױפֿשטעלן פֿיר אַ זײגער, Fania Fainer 226.592 235.263 און דאָס איז געװען דיר צו פּײַניקן, װײַלע די זעלבע זאַך האָבן זײ געקענט טאָן eh זעקס אַ זײגער, אָבער זײ האָבן אונדז גענומען פֿיר אַ זײגער. מיר זײַנען געשטאַנען אױפֿן גאַס פֿאַר צװײ שעה, דרײַ שעה אַ מאָל, Fania Fainer 235.263 237.487 װי איז די דײַטשן האָט זיך געגלוסט, Fania Fainer 237.595 240.862 און מ'האָט אױסגערופֿן דײַן נומער, מ'האָט קאָנטראָלירט דײַן נומער, Fania Fainer 240.987 242.618 און אַז אימעצער איז ט-, Fania Fainer 243.366 244.957 אימעצער האָט געפֿעלט, Fania Fainer 244.957 246.97 האָסטו געקענט שטײן אַ גאַנצן טאָג. Fania Fainer 246.977 250.768 און ס'איז געשען אַזעלכע פֿאַלן, װײַל פֿון דעם גיהנום זײַנען מענטשן אַנטלאָפֿן. Fania Fainer 251.398 253.164 און גלײַכצײַטיק, Fania Fainer 253.525 256.657 איז, אַלע װאָס זײַנען געקומען דאָרטן, Fania Fainer 258.233 261.045 װײ-, פֿרױען האָבן מענסטרואַציע, װעגן דעם װײסטו. Fania Fainer 261.863 262.714 איז eh, Fania Fainer 263.529 268.639 האָט מען זײ געגעבן קאַװע, און אין די קאַװע האָט מען אַרײַנגעטאָן אַזאַ מעדיצין װאָס עס האָט געגײסן BRUM, Fania Fainer 270.045 271.299 און כּדי Fania Fainer 271.299 272.706 נישט צום eh, Fania Fainer 272.813 274.882 אַז מע זאָל נישט קריגן, מע זאָל פֿאַרלירן. Fania Fainer 277.69 278.935 און דאַן Fania Fainer 278.935 282.96 האָבן די פֿרױען גע-, דער גרעסטער טײל, געקריגן געשװאָלענע בײַכער אַזעלכע. Fania Fainer 282.96 285.12 מ'האָט אױסגעזען טאַקע װי קאַריקאַטורן. Fania Fainer 285.12 289.209 און מיט דעם, קריגנדיק די מעדיצין צו פֿאַרלירן די מענסטרואַציע, Fania Fainer 289.435 293.766 האָט מען גלײַכצײַטיק געקריגן אַ דורכפֿאַל, דאָס הײסט, מען איז געלאָפֿן. Fania Fainer 293.856 295.616 דאָס איז געװען נישט נאַטירלעך. Fania Fainer 295.616 303.57 און מײדלעך האָבן געװאָלט זײַן בײַ דער APPEAL, פֿלעגט מען שטײן, און זײַ מיר מוחל, ס'האָט געגאָסן פֿון זײ. זײ זײַנען געשטאַנען און בײַ די פֿיס האָט גערונען איבער זײ. Fania Fainer 303.593 308.227 און דאָס איז געװען, דאָס איז געװען שרעקלעך. און מיט דעם זײַנען זײער אַ סך מענטשן אומגעקומען. Fania Fainer 309.921 315.095 צום בײַשפּיל, די װאָס, eh ס'איז געװען אַזױ שטאַרק דער דורכפֿאַל, װי דאָס האָט געגײסן, Fania Fainer 316.114 322.523 אַז eh מײדלעך זײַנען געבליבן ליגן אין דעם צ-, eh נישט eh נישט אַרױסגעגאַנגען שױן צום אַפּעל, װײַל זײ האָבן נישט געקענט, Fania Fainer 322.523 324.691 און מ'איז געקומען, מ'האָט זײ גענומען אין גאַז־אױװן. Fania Fainer 324.691 325.316 פֿאַרשטײ-? Fania Fainer 325.316 331.7 איז mm אַלע האָבן געװאָלט גײן צום אַפּעל, אַפֿילו אַז ס'האָט געלאָפֿן איבער די פֿיס און ס'האָט, אַז זײ האָבן נישט געקענט שטײן. Fania Fainer 331.842 339.818 אָבער אַזױ איז עס געװען. פֿלעגט מען אונדז האַלטן דאָרטן בײַ דעם אַפּעל, און איך, דו האָסט געקוקט אױף די מײדלעך און דו האָסט געפֿרעגט, װעמען װעט, װע- װעמען װעט עס געשען מאָרגן? Fania Fainer 339.975 343.31 אָבער דער דײַטש האָט געטאָן אַלע מיטלען אין דער װעלט Fania Fainer 343.317 345.218 צו מאַכן דיר אױס מענטש. Richard Bassett 346.27 348.386 דו האָסט געזען מיט די אײגענע אױגן Fania Fainer 348.41 348.74 יע? Richard Bassett 348.65 350.651 אַז פֿרױען זענען אַרײַן אין גאַז־אױװן? Fania Fainer 350.64 351.815 פֿרײַװיליק? Fania Fainer 351.822 353.472 יע, װאָס פֿאַר אַ פֿראַגע? Fania Fainer 353.472 359.522 זײ האָבן זיך, ס'איז געקומען צו אַזאַ מאָמענט װען מײדלעך פֿלעגן זיך אָנהײבן באַשליסן בײַ זיך, קומען פֿון אַ טאָג אַרבעט, Fania Fainer 359.522 361.299 און באַשליסן אַז זײ האָבן גענוג. Fania Fainer 361.626 365.147 פֿלעגן, מיר זײַנען געװען אַרומגערינגלט מיט עלעקטרישע דראָטן, Fania Fainer 366.79 368.657 פֿלעגט מען קומען צו גײן Fania Fainer 369.507 375.221 און eh זײ האָבן אָפּגערעדט צװישן זיך אַז מאָרגן גײען זײ ט- אַלײן צו די עלעקטרישע דראָטן. Fania Fainer 375.261 380.236 זײַנען זײ, פֿינף מײדלעך, זעקס מײדלעך, זיך נעמען פֿאַר די הענט און צוגײן צו די עלעקטרישע דראָטן, Fania Fainer 380.236 382.072 און אָנרירן די דראָטן, Fania Fainer 382.112 386.628 און אױפֿן אָרט װערן עלעקטריזירט און NACH דעם איז אַרײַנגעװאָרפֿן אין קרעמאַטאָריום צו פֿאַרברענען. Fania Fainer 386.905 391.843 אָבער אַזעלכע זאַכן איז געװען טאָג־טעגלעך. טאָג־טעגלעך אַזעלכע זאַכן װען איך בין געקומען. Fania Fainer 391.95 394.593 און װען איך האָב געזען ד- װי מע פֿירט אין גאַז־אױװן, Fania Fainer 394.633 397.853 די מײדלעך װאָס בײַ דער סעלעקציע האָט מען אָפּגעשריבן Fania Fainer 397.853 399.47 דעם נומער, Fania Fainer 400.928 402.154 האָט מען Fania Fainer 403.763 407.227 האָט מען שפּע- אױף מאָרגן אָדער שפּעטער בײַ נאַכט, פֿאַר נאַכט, Fania Fainer 407.227 408.35 געקומען מיט Fania Fainer 409.476 410.39 TRUCKS, Fania Fainer 410.39 414.793 דאָס הײסט, ס'איז געװען TOWAROWE<varg>, און מ'האָט זײ אַלע אַרײַנגעשטעלט, Fania Fainer 414.867 419.923 און מיר האָבן זײ אַלע געזען און דאַן, מיר האָבן זיך געזעגנט מיט זײ. מיר האָבן געװוּסט װוּ זײ גײען, און דער גאַז־אױװן, Fania Fainer 420.013 421.984 דער גאַז־אױװן האָט געברענט, Fania Fainer 421.984 425.103 די קרעמאַטאָריום פֿאַקטיש, װאָס מ'האָט געברענט די קערפּערס, Fania Fainer 425.65 427.5 פֿיר און צװאַנציק שעה. Fania Fainer 428.046 430.588 און זײַ מיר מוחל װען איך װעל דיר זאָגן Fania Fainer 431.505 434.334 אַז װען ביסט אַרײַן אין AUSCHWITZ װוּ איך בין געװען Fania Fainer 434.627 435.701 האָט אַזױ Fania Fainer 435.775 441.146 געשטונקען, אַזױ געפֿילט מענטשלעכע eh, מענטשלעכע, װאָס מ'האָט געברענט מענטשלעכע קערפּערס, Fania Fainer 441.146 444.358 אַז דו שטעלסט זיך גאָרנישט פֿאָר. דאָס איז געװען נישט צו באַשרײַבן. Fania Fainer 444.415 447.261 דער געשטאַנק װאָס ס'איז געװען פֿון ברענען מענטשן. Fania Fainer 447.823 451.895 קי-, װײַלע װען איך בין געקומען, איך בין געקומען פֿריִער, איז נאָך נישט געװען דער, Fania Fainer 451.895 453.74 פֿלעגן זײ אין ב- אין גריבער, Fania Fainer 454.067 457.689 דערהרגענען, דערשיסן, און אין גריבער, און שפּעטער איז גע- האָבן זײ גע- Fania Fainer 457.729 460.642 געהאַט עטלעכע קרעמאַטאָריומס געמאַכט אין AUSCHWITZ. Fania Fainer 460.902 462.904 פֿריִער איז געװען בלױז אין Fania Fainer 464.749 469.164 BI- BIRKENAU איז געװען דער לאַגער און דער קרעמאַטאָריום איז געװען אין AUSCHWITZ. Richard Bassett 470.976 472.421 װוּ האָט איר געשלאָפֿן? Fania Fainer 472.461 476.404 מיר האָבן געשלאָפֿן, ס'איז געװען אַזעלכע געמאַכט הילצערנע Fania Fainer 476.697 479.171 פּאַלאַטעס, אַזעלכע גאָר גרױסע, Fania Fainer 479.785 481.061 און ס'איז געװען Fania Fainer 481.54 485.62 אַװעקגעלײגט, ס'איז נישט געװען קײן שטרױ, ס'איז נישט געװען קײן זאַך, אױף דער <כ->, אױף דער... Fania Fainer 485.62 490.747 אַזעלכע פֿינעף, ט- eh NO, מיר זײַנען געװען זעקס מײדלעך אין אַ, אַזאַ מין KOJe. Fania Fainer 491.007 494.106 איז געװען אײנע, צװײ, דרײַ אַזעלכע KOJes, Fania Fainer 494.365 502.864 און אין דער KOJe האָבן מיר געשלאָפֿן זעקס מײדלעך. מיר זײַנען געװען די אַלע װאָס זײַנען געקומען מיט מיר צוזאַמען פֿון לאָמזשער טורמע, האָבן מיר אַזױ געשלאָפֿן צוזאַמען, זעקס מײדלעך. Richard Bassett 503.19 506.289 קען איך פֿרעגן װײַטער װעגן לאָמזשער טורמע? Fania Fainer 504.253 504.77 ביטע. Fania Fainer 505.755 506.559 יע. Fania Fainer 506.599 509.107 לאָמזשער טורמע איז געװען Fania Fainer 509.957 511.498 אױף אַזױ װײַט, Fania Fainer 511.498 513.039 דאָס איז געװען אַ תּפֿיסה. Fania Fainer 513.4 515.453 און ס'איז געװען מערסטן טײל Fania Fainer 515.965 520.855 די, אין די צימערן, מיר זײַנען געװען אַרומגערינגלט מיט אַזעלכע אײַזערנע דראָטן, Fania Fainer 520.855 526.657 מיט אַזעלכע אײַזערנע טירן, אַז װאָלטסט געמײנט אַז דאָס זײַנען די גרעסטע פֿאַרברעכער אין דער װעלט. Fania Fainer 527.153 528.75 אַזױ האָט דאָס אױסגעזען. Fania Fainer 529.026 533.629 איז אינעם צימער װאָס נאָרמאַל זיצט אײן, אײן אַרעסטאַנט אין אַ צימער, Fania Fainer 533.629 535.837 האָט מען אונדז אַרײַנגעװאָרפֿן אַכט מײדלעך. Fania Fainer 536.147 540.309 זײַנען מיר שטײענדיק ממש געשלאָפֿן, שטײענדיק, װײַל ס'איז נישט געװען קײן בעטן. Fania Fainer 540.484 543.797 מ'האָט זיך אַװעקגעזעצט אױף דר'ערד אײנע אױף די אַנדערע און אַזױ איז מען געשלאָפֿן. Fania Fainer 543.797 547.7 מיר האָבן געקריגן װאַסער. מיר האָבן געקריגן אַ פּאָרציע ברױט, Fania Fainer 547.707 550.316 און נאָך אַ מאָל, ס'איז געשטאַנען אַ עמער. Fania Fainer 551.267 555.28 און אין דעם עמער האָסטו דײַנע אַלע באַדערפֿענישן, װײַל מ'האָט דיר ניט אַרױסגעלאָזן. Fania Fainer 555.28 556.577 און אין דער פֿרי Fania Fainer 556.684 558.385 פֿלעגט קומען דער Fania Fainer 558.385 561.844 דער װעכטער װאָס האָט אונדז אָפּגעהיט, דאָס איז געװען אַ דײַטש, Fania Fainer 561.844 563.158 אָדער אַ פּאָליאַק, Fania Fainer 563.502 565.439 און ער האָט דיר געהײסן אַרױסטראָגן Fania Fainer 565.439 569.908 דעם עמער מיט די אַלע זאַכן װאָס איז דאָרטן און אָט אַזױ איז עס געװען. Fania Fainer 569.998 572.742 אַזױ האָ'מיר געלעבט אַ לאָנ- אַ לאַנגע צײַט. Fania Fainer 573.188 580.792 מיר, אין לאָמזשער טורמע בין איך קײן מאָל נישט געגאַנגען צו קײן אַרבעט און קײנער איז נישט געגאַנגען צו קײן אַרבעט, <זײַנען מיר> דאָרטן ביז װאַנענט מיר זײַנען אַװעק אין שטוטהאָף. Richard Bassett 581.22 589.584 האָסטו אַ מאָל געהערט אָגע- אָדער געזען, אָדער אין לאָמזשע אָדער אין אין AUSCHWITZ, אַז אַ דײַטש זאָל אַ מאָל צוטשעפּען צו אַ פֿרױ? Fania Fainer 586.217 587.225 יע, יע? Fania Fainer 590.637 595.434 איך האָב עס פּערזענלעך נישט געזען. אָבער איך האָב געגערט װעגן דעם. איך האָב געגערט װעגן דעם. Fania Fainer 595.434 598.021 אָבער AUSCHWITZ האָט געגאַט אַזאַ מין זאַך, Fania Fainer 600.424 602.851 אָך! דאָס איז שװער צו רעדן װעגן דעם. Fania Fainer 602.851 604.46 ער האָט געגאַט אַ בלאָק, Fania Fainer 605.082 606.78 פֿון עקספּערימענטן. Fania Fainer 607.883 609.685 װוּ מ'האָט אַרײַנגענומען פֿרױען, Fania Fainer 609.685 613.159 מ'האָט אַרײַנגענומען צװילינגען, מ'האָט אַרײַנגענומען קינדער, Fania Fainer 613.755 620.414 און זײ האָבן געמאַכט אױף זײ עקספּערימענטן. און זײ האָבן אַרײַנגענומען מײדלעך יונגע װאָס איז זײ געפֿעלן געװאָרן. ס'איז געװען אַ מענגעלע, Fania Fainer 620.809 626.253 און װען מיר האָבן אים געזען בײַ אַ סעלעקציע, װען מיר האָבן אים געזען, ער האָט געשטאַנען באַר APPEAL, Fania Fainer 626.277 628.667 האָט יעדער אײנער געשטאָרבן אינעװײניק. Richard Bassett 628.318 629.73 איר האָט געזען מענגעלע? Fania Fainer 629.67 636.008 אָך! ער איז געשטאַנען לעבן אונדז! כּסדר לעבן מיר, יע. ער איז געװען אַ אַ פּראַכט פֿון אַ מאַן, אַ מיליטער־מאַן, Fania Fainer 636.604 640.04 און מענגעלע איז געװען דער װאָס האָט אױסגעקליבן. Fania Fainer 640.468 643.249 דאָס איז געװען אַ מערדער אין װײַסע הענטשקעס. Fania Fainer 643.249 646.858 ס'איז זיך שװער פֿאָרצושטעלן װאָס דער מענטש האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט. Fania Fainer 647.117 651.093 ער האָט אױסגעקליבן מענטשן פֿאַרן, דעם עקספּערימענטן־בלאָק. Fania Fainer 652.078 654.468 און איך בין קײן מאָל דאָרטן נישט געװען. Fania Fainer 655.42 657.186 איך װײס נאָר אײן זאַך: Fania Fainer 657.36 659.559 כ'האָב באַגעגנט נאָך דער מלחמה Fania Fainer 659.559 661.049 אײנע פֿון אַ צװילינג. Fania Fainer 661.95 663.8 האָט זי מיר געזאָגט אַזױ: Fania Fainer 664.549 668.525 װאָס דאָרטן איז פֿאָרגעקומען! מ'האָט אַרױסגעשניטן KIDNEYS, Fania Fainer 668.869 670.922 פֿו- אײנע פֿון אַנדערן, די נירן, Fania Fainer 670.928 672.508 אײנע פֿון צװײטן, Fania Fainer 672.97 679.092 מען האָט געטאָן אַזעלכע גרױזאַמע, מ'האָט, אױב, מ'האָט, -מאַכט מעדיציניש שװערע עקספּערימענטן, און גלײַכצײַטיק, Fania Fainer 679.092 683.02 פֿרױען האָבן זײ געהאַט פּרעכטיקע פֿרױען װעלכע זײ האָבן געניצט װען זײ האָבן געװאָלט. Fania Fainer 684.158 689.029 מענער האָבן זײ קאַסטרירט, אױך אױסגעקליבן די שענסטע מענער װאָס איז געװען און זײ האָבן עס קאַסטרירט. Fania Fainer 689.035 690.339 פֿרױען האָבן זײ... Fania Fainer 690.339 694.766 אָבער איך פּערזענלעך בין קײן מאָל נישט געװען. איך האָב זיך eh דערװוּסט װעגן דעם. Fania Fainer 698.13 702.708 AUSCHWITZ איז געװען אַ משוגעים־הױז. ס'איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן װאָס דאָס איז געװען. Fania Fainer 702.708 706.173 װען איר זײַנט אַרײַן אין דער פֿרי, װען מ'האָט אײַך געפֿירט צו דער אַרבעט, Fania Fainer 706.348 708.147 איז געשטאַנען אַ אָרקעסטער, Fania Fainer 708.593 711.366 פֿון די בעסטע מוזיקער װאָס איז געװען אין EUROPE, Fania Fainer 711.366 715.067 האָבן זײ אױסגעקליבן און מ'האָט אײַך געשפּילט eh MUSIC. Fania Fainer 715.09 717.845 מען האָט געמאַכט דאָרטן אַ כאָר, די װאָס קענען זינגען Fania Fainer 717.845 719.099 האָבן געזונגען. Fania Fainer 719.258 729.191 װי קענען זיך מענטשן פֿאָרשטעלן? דאָ זײַנען געװען גרו- גרובן אין װעלכע מ'האָט געברענט לעבעדיקע מענטשן, און דאָ שטײט אַ אָרקעסטער און שפּילט, מע שפּילט אָט צו צ- באַרן אַרױסגײן צו דער אַרבעט. Fania Fainer 729.788 732.229 אָבער ס'איז געװען אַ משוגעים־הױז, Fania Fainer 732.336 734.743 און איך װיל דיר זאָגן, Fania Fainer 735.61 739.283 דער פּ- eh דאָס לעבן האָט אין זיך אַזאַ מין כּוח, Fania Fainer 739.39 743.383 אַז איך האָב געהאַט דעם געפֿיל יעדער אײנער װיל לעבן, קײנער װיל ניט גײן אין גאַז־אױװן. Fania Fainer 743.625 748.31 און צי אַנדערע האָבן עס געטאָן אױפֿן חשבון פֿון אַנדערע? ס'איז געװען אַזעלכע. Fania Fainer 748.992 751.753 אָבער דער גרעסטער טײל פֿון די מענטשן Fania Fainer 754.071 758.402 זײַנען געװען מענטשן, זײַנען געבליבן מענטשן, זײַנען נישט געװען קײן חיות. Fania Fainer 758.695 764.072 איך האָב געגאַט טענות צו מענטשן, איך װײס, די װאָס האָבן געגאַרבעט, ס'איז געװען אַ זאָנדער־קאָמאַנדע. Fania Fainer 764.922 767.447 די זאָנדער־קאָמאַנדע איז באַשטאַנען פֿון מענער Fania Fainer 767.503 768.695 און פֿרױען, Fania Fainer 770.406 774.298 װעלכע האָבן דיר צוגענומען די זאַכן װען דו ביסט געקומען צו גײן, Fania Fainer 774.422 776.452 װעלכע האָבן געװען די װאָס האָבן Fania Fainer 776.452 779.53 געהאָלפֿן גאַזעװען, װאָס זײַנען געװען די װאָס האָבן Fania Fainer 780.262 781.412 פֿאַרברענט. Fania Fainer 781.628 783.866 האָב איך געהאַט שרעקלעכע טענות. Fania Fainer 784.817 790.514 אָבער װען איך האָב גערעדט צו זיך אַלײן: װאָס װאָלט איך געטאָן װען אַ דײַטש קלײַבט מיר אױס Fania Fainer 790.622 792.776 צו אַרבעטן באַר אַזאַ מין אַרבעט? Fania Fainer 792.833 795.428 צי איך װאָלט געגאַט דעם כּוח Fania Fainer 795.428 797.451 אַרײַנװאַרפֿן זיך אין גרוב אַלײן? Fania Fainer 797.575 800.336 צי איך װאָלט געטאָן װאָס דער דײַטש...? אַזױערנאָך Fania Fainer 800.595 806.664 זײַענדיק יונג האָב איך, איך האָב געמישפּט די מענטשן, איך האָב געהאַט טענות צו זײ פֿאַר װאָס זײ טוען עס. Fania Fainer 807.818 811.232 אָבער װען איך בין געװאָרן עלטער האָב איך גערעדט צו זיך און איך האָב געטראַכט, Fania Fainer 811.232 814.848 דו װײסט נישט װי דו װאָלטסט געהאַנדלט װי אַ מענטש, Fania Fainer 814.99 818.342 װען מע קומט און מע שטעלט דיר צו דעם רעװאָלװער צום קאָפּ. Fania Fainer 819.546 824.116 פֿאַרשטײסט? פֿאַר דערפֿאַר זאָג איך אַז AUSCHWITZ איז געװען אַ שרעקלעכע זאַך, שרעקלעך צו לעבן, Fania Fainer 824.116 825.609 און שרעקלעך צו זײַן, Fania Fainer 825.609 828.297 און שרעקלעך צו זײַן אַ עדות פֿון דעם אַלעמען. Fania Fainer 828.321 831.302 אָבער ס'איז געװען דאָרטן מאָמענטן װען מאַמעס Fania Fainer 831.46 835.318 פֿאַרן פּרײַז פֿון װעלן לעבן נאָך אַ טאָג אַװעקגעװאָרפֿן זײערע קינדער. Fania Fainer 836.168 839.469 פֿאַרשטײסט? קינדער האָבן געגנבֿעט די ברױט בײַ דער מאַמען. Fania Fainer 840.522 844.431 דאָס איז זאַכן װאָס איז, אַ נאָרמאַלער מענטש, אַ מענטש װאָס טראַכט, Fania Fainer 844.622 846.404 קען זיך עס נישט פֿאָרשטעלן. Fania Fainer 846.867 849.411 װײַלע מאַמעס זײַנען די װאָס זײַנען גרײט Fania Fainer 849.411 851.771 אַװעקצוגעבן זײער לעבן פֿאַר אַ קינד, Fania Fainer 851.878 853.779 אָבער דאָ װי זי איז געשטאַנען Fania Fainer 853.836 857.019 און זי האָט געװוּסט אַז מיטן קינד גײט זי גלײַך אין גאַז־אױװן, Fania Fainer 857.616 861.39 האָט זי אױף אַזאַ מין אופֿן זיך געװאָלט ראַטעװען, האָט זי אַװעקגעװאָרפֿן איר קינד. Fania Fainer 863.674 867.566 שװער, שװער איז צו מישפּטן, שװער, זײער שװער איז צו Fania Fainer 868.365 872.763 זאָגן, זײ זײַנען געװען אומגערעכט, און איך בין גערעכט, יאָ און איך װײס ניט. Fania Fainer 873.411 877.185 װײַל איך האָב אײן אײנציק מאָל, צו מיר אַרײַנגעקומען אַ בחור, Fania Fainer 877.815 881.943 דאָס איז געװען גלײַך װי איך האָב זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה קײן ביאַליסטאָק, Fania Fainer 883.249 884.863 און איך האָב אים געפֿרעגט, Fania Fainer 886.641 892.847 "װאָס האָסטו געטאָן אין AUSCHWITZ?" האָט ער מיר געזאָגט, ער האָט גאָרניט, ער האָט געפֿילט אַז ער איז גאָרניט שולדיק, Fania Fainer 892.847 897.705 זאָגט ער, ער האָט געגאַרבעט אין דער זאָנדער־קאָמאַנדע. האָב איך געעפֿנט די טיר, איך האָב אים אַרױסגעטריבן. Fania Fainer 897.93 902.109 שפּעטער האָב איך גערעדט צו זיך, װער בין איך צו באַשולדיקן? Fania Fainer 903.617 907.138 ער איז אַ מענטש, ער האָט זיך געראַטעװעט. eh מײַן מזל איז געװען Fania Fainer 907.144 908.522 װאָס איך האָב eh Fania Fainer 909.405 912.571 געאַרבעט, מ'האָט מיר אַרײַנגעפֿירט און איך האָב געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק. Fania Fainer 912.949 914.777 אים, דאָס איז געװען זײַן פֿאַבריק! Fania Fainer 914.777 916.453 פֿאַרשטײסט? אַזױערנאָך אַז איך, Fania Fainer 916.56 918.832 ס'איז ערשט פֿופֿציק יאָר נאָך דעם, Fania Fainer 918.838 920.523 און איך טראַכט נאָך אַלץ Fania Fainer 920.523 923.625 אַז קײנער, נישט קײנער, נ-, איך אױך נישט, Fania Fainer 924.778 929.366 קענען באַשולדיקן די מענטשן װאָס האָבן געגאַרבעט דאָרטן בײַ די און אַנדערע זאַכן, Fania Fainer 929.366 935.077 װאָס איז נישט געװען, לױט מײַן, דאָס, נישט געװען ריכטיק, און נישט פֿײַן און נישט גוט און נישט מענטשלעך, BUT, Fania Fainer 935.077 936.416 דער פּרײַז פֿון לעבן, Fania Fainer 936.416 937.82 שטאַרקער פֿון אונדז. Richard Bassett 940.45 942.981 װאָס האָט דיר געגעבן מוט װײַטער צו גײן? Fania Fainer 943.712 945.194 איך װײס ניט. די, Fania Fainer 945.194 946.527 כ'האָב געװאָלט לעבן. Fania Fainer 946.527 950.455 איך האָב געגאַ- איך, זאָגנדיק פֿריִער האָב איך גערעדט װעגן מײַן ברודער. Fania Fainer 950.884 953.139 פֿלעג איך ליגן אױף דער KOJe און זאָגן אַזױ. Fania Fainer 953.28 957.746 אפֿשר טאַטע־מאַמע זײַנען עלטערע פֿאַר אונדז, זײ װעלן אומקומען. Fania Fainer 958.309 964.499 אָבער מײַן שװעסטערקע איז ייִנגער פֿאַר אונדז, זי איז געװען צען יאָר, אפֿשר װעט זי, אָבער מײַן ברודער װעט דאָך בלײַבן, אױבע איך װעל בלײַבן לעבן, Fania Fainer 964.499 966.743 װעט ער בלײַבן, און ער װעט מיר דאַרפֿן האָבן. Fania Fainer 966.743 971.28 לײבל װעט בלײַבן לעבן, און אַז לײבל װעט בלײַבן לעבן דאַרף איך זײַן מיט אים. Fania Fainer 971.995 973.713 און גלײַכצײַטיק, Fania Fainer 973.713 979.228 װעסט נישט גלױבן, ס'איז שװער פֿאַר מענטשן זיך פֿאָרשטעלן, אַז מיר זע- פֿלעגן קומען פֿון אַ טאָג אַרבעט, Fania Fainer 979.538 982.856 און קריגן דאָרטן די ביסל יושקע האָט דאָס געגײסן, די ביסל זופּ, Fania Fainer 983.014 987.581 פֿלעגט מען זיצן אױף דער KOJe, און דאָס איז געװען נאָענטע מײדלעך װאָס זײַנען געװען מיט מיר, Fania Fainer 987.756 989.285 און מע פֿלעגט זינגען, Fania Fainer 990.692 991.875 זינגען Fania Fainer 993.855 995.45 פֿאַרשײדענע לידער. Fania Fainer 996.075 999.54 און מ'האָט זיך געמוטיקט אײנע דעם אַנדערן. דאָס האָט געגאָלפֿן. Fania Fainer 999.54 1002.392 פֿאַרשטײסט? און טאַקע די רוטקע ר-, און װעגן ביכער, Fania Fainer 1002.392 1004.763 װײַל איך האָב געלײענט דענצמאָל זײער װינציק, Fania Fainer 1004.763 1006.486 הערן, און דערצײלונגען, Fania Fainer 1006.486 1010.331 זײַנען געװען זײער װיכטיקע זאַכן פֿאַר מיר. אַזױערנאָך אַז, דאָס מסתּם האָט... Fania Fainer 1010.841 1013.2 און קײן העלד בין איך קײן מאָל נישט געװען, Fania Fainer 1013.2 1016.035 קײן מאָל ניט, איך האָב זיך קײן מאָל נישט געשטופּט, Fania Fainer 1016.035 1020.572 װײַזט אױס, צי דו גלױבסט יע צי דו גלױבסט ניט, דער גורל איז געװען אַזאַ Fania Fainer 1020.949 1024.422 אַז װען מ'האָט ליקװידירט AUSCHWITZ דעם נײַנצעטן יאַנואַר, Fania Fainer 1024.422 1026.561 אין נײַנצן פֿינעף און פֿערציק, Fania Fainer 1027.058 1030.629 איז געװען אַ טױטן־מאַרש. איך װײס ניט צי דו האָסט געגערט װעגן דעם. Fania Fainer 1031.366 1033.16 דער טױטן־מאַרש Fania Fainer 1035.022 1037.61 איז אױך געװען אַ שרעקלעכער גיהנום. Fania Fainer 1037.61 1039.269 מען האָט אונדז אַרױסגעפֿירט, Fania Fainer 1039.494 1043.318 זײ האָבן דאַן נישט געמאַכט קײן סעלעקציע, טױזנטער און טױזנטער. Fania Fainer 1043.426 1045.276 די דײַטשן זײַנען שױן אַנטלאָפֿן. Fania Fainer 1045.502 1046.739 האָבן זײ געװאָלט, Fania Fainer 1046.739 1049.074 איך װײס ניט צי זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר סימנים, Fania Fainer 1049.08 1052.779 צי זײ האָבן געװאָלט װאָס אַרױסנעמען די מענטשן, איך װײס ניט דער ציל פֿון דעם, Fania Fainer 1052.779 1054.751 אָבער זײ האָבן אונדז אַלעמען געפֿירט אין װעג, Fania Fainer 1054.751 1057.94 און אױפֿן װעג האָבן זײ געשפּילט, געשפּילט מיט אונדז רולעט: Fania Fainer 1057.94 1062.59 זײ האָבן געגאַנגען, געשאָסן, רעכטס און לינקס, רעכטס און לינקס. ס'איז געװאָרן בײַ זײ אַ שפּיל. Fania Fainer 1063.592 1068.82 דרײַ מאָנאַטן האָט מען גע- ממש, ס'איז געװען אַ גיהנום די דרײַ מאָנאַטן, Fania Fainer 1068.82 1073.104 װײַלע פֿון טױזנטער זײַנען געבליבן זיבן צו אַכט הונדערט מײדלעך, Fania Fainer 1073.38 1078.7 און איך בין געװען צװישן די. פֿאַר װאָס איך האָב נישט געקריגן דעם קױל װײס איך ניט, פֿאַר װאָס איך בין געבליבן לעבן װײס איך ניט. Fania Fainer 1078.7 1082.62 אָבער דער פֿאַקט איז, מ'האָט געלאָפֿן בין איך געלאָפֿן, מ'איז געגאַנגען בין איך געלאָפֿן. Fania Fainer 1082.863 1084.477 און דאָס איז עס געװען. Fania Fainer 1086.542 1087.734 פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 1088.854 1092.324 AUSCHWITZ, װי לאַנג איך װעל לעבן װעל איך עס געדענקען. Fania Fainer 1093.326 1096.847 דאָס איז אַ שרעקלעכע, אַ ש- שרעקלעכע צײַט אין מ-, Fania Fainer 1097.106 1101.504 באַר אַ נאָרמאַלן מענטש צו באַגרײַפֿן װאָס דאָרטן איז פֿאָרגעקומען, ס'איז געװען שרעקלעך, Fania Fainer 1101.797 1103.445 די אַלע צרות. Fania Fainer 1103.974 1107.253 און דער טױטן־מאַרש װעט אױך בלײַבן מיט מיר, Fania Fainer 1107.253 1112.678 װײַל דאַן זײַנען אומגעקומען אַזױ פֿיל יונגע מענטשן װאָס זײ האָבן שױן געגאַט דורכגעמאַכט צװײ יאָר AUSCHWITZ. Fania Fainer 1112.678 1116.771 און אין AUSCHWITZ צו זײַן צװײ יאָר, מענטשן האָבן קײן טאָג דאָרטן, קײן צװײ טעג, Fania Fainer 1116.771 1119.226 און ד- אױפֿן װעג זײַנען זײ אומגעקומען. Fania Fainer 1119.226 1123.509 און מען האָט מיר געפֿירט פֿון אײן לאַגער אין צװײטן מיט דרײַ מאָנאַטן. Fania Fainer 1123.684 1126.344 און איך האָב געהאַט אַזאַ קאָמישן עפּיזאָד, Fania Fainer 1126.806 1130.127 װען מ'האָט אונדז געפֿירט האָבן זײ אונדז נישט געגעבן קײן עסן, די דײַטשן. Fania Fainer 1130.127 1132.565 פֿלעגט מען אױפֿן װעג געפֿינען אַ קאַרטאָפֿל אַ אַלטע, Fania Fainer 1132.565 1136.132 און אַ מאָל, אײן מאָל אַ װאָך, פֿלעגט מען דיר יע אַ מאָל געבן אַ שטיקל ברױט. Fania Fainer 1136.627 1142.713 איז, אײן מאָל האָט מען אונדז אַרײַנגעפֿירט אין אַ דאָרף, אַ קלײנע גרופּע, דאָס איז געװען אפֿשר צװײ הונדערט מײדלעך, Fania Fainer 1143.242 1145.193 און די מײדלעך Fania Fainer 1145.875 1147.93 האָבן, האָט דער דײַטש, Fania Fainer 1147.93 1151.26 װײַלע זײ האָבן דאָך שױן געלאָפֿן, זײ האָבן דאָך שױן, די דײַטשן האָבן שױן מורא געהאַט, Fania Fainer 1151.26 1153.8 אַ טײל פֿון זײ האָבן זיך אָנגעטאָן אונדזערע זאַכן Fania Fainer 1154.093 1155.656 װען מ'האָט אונדז געטריבן. Fania Fainer 1156.675 1161.454 דאָס איז געװען אין יאַנואַר, נײַנצן פֿינעף און פֿערציק. די דײַטשן האָבן שױן פֿאַרשפּילט, Fania Fainer 1161.454 1163.16 זײ האָבן געװוּסט אַז זײ פֿאַרשפּילן. Fania Fainer 1163.982 1166.054 האָט מען אונדז אַרײַנגעפֿירט אין דעם דאָרף. Fania Fainer 1166.054 1171.468 און אין דעם דאָרף האָט מען געזאָגט, אױבע מ'װעט אונדז נישט געבן קײן קאַרטאָפֿל צו עסן װעלן מיר אױפֿרײַסן דעם דאָרף. Fania Fainer 1172.318 1175.535 און אין דעם דאָרף, דאָס ערשטע װאָס איך האָב געזען, Fania Fainer 1175.592 1179.535 ייִדישע טליתים אױף די פֿענצטער, זײ האָבן עס געמאַכט פֿאַר גאַרדין. Fania Fainer 1181.734 1185.558 און דאָס צװײטע, װען די דײַטשן האָבן געפֿרעגט װער זײַנען זײ, Fania Fainer 1185.615 1188.768 האָט מען געזאָגט, דאָס זײַנען פּראָסטיטוטקעס און פֿאַרברעכער. Fania Fainer 1188.768 1190.335 מע פֿירט זײ פֿון טורמע. Fania Fainer 1191.606 1194.402 און איך װײס אַ ביסל האָב איך זיך אָריענטירט, Fania Fainer 1194.402 1199.362 איך האָב געװוּסט אַז ס'איז געװען דאָרטן אַ ריזיקע סאָציאַליסטישע דעמאָקראַטישע פּאַרטײ פֿאַר דער מלחמה, Fania Fainer 1199.706 1201.607 האָב איך געפֿרעגט אַ קשיא: Fania Fainer 1201.9 1208.914 זאָג איך, װוּ זײַנען די סאָציאַליסטן דאָ? װוּ זײַנען די דײַטשן? װאָ-, װײסן זײ ניט אַז איך בין נישט קײן פּראָסטיטוטקע, איך בין נישט קײן פֿאַרברעכער? Fania Fainer 1208.937 1212.258 אַזעלכע קינדער װי איך זײַנען געװען זײער אַ סך אין יענער צײַט, Fania Fainer 1212.258 1213.608 די אַלע זײַנען געװען. Fania Fainer 1213.608 1220.557 אָבער אַזױ האָט מען זײ געפּאַשעט, אַזױ האָט מען זײ ערצױגן, אַזױ האָט מען זײ געזאָגט, אַז מיר זײַנען די פֿאַרברעכער, מיר זײַנען די פּראָסטיטוטקעס. Fania Fainer 1221.441 1224.219 און פֿון דאַן אָן זײַנען מיר געגאַנגען אין eh Fania Fainer 1224.462 1225.86 אין ראַװענסבריק, Fania Fainer 1227.642 1228.793 און אין, Fania Fainer 1230.705 1234.546 פֿון ראַװענסבריק אין לײַפּציק, און פֿון לײַפּציק Fania Fainer 1235.025 1238.205 אין מאַלכאָװ, און פֿון מאַלכאָװ װײַטער אױפֿן װעג. Fania Fainer 1238.205 1239.995 און באַפֿרײַט בין איך געװאָרן אױפֿן װעג. Fania Fainer 1240.392 1242.346 נאָר זײַענדיק, eh איך, Fania Fainer 1242.346 1245.785 זײַענדיק אין AUSCHWITZ האָב איך געפֿײַערט אַ געבורטסטאָג. Fania Fainer 1246.686 1248.722 איך האָב געאַרבעט אַ נאַכט־שיכט, Fania Fainer 1249.808 1254.07 איך בין געקומען צוריק, איז געלעגן אַ קײַלעכדיקע שטיקל ברױט, Fania Fainer 1254.569 1255.538 שװאַרצע, Fania Fainer 1256.085 1259.15 מיט אַ ביסל מאַרמעלאַדע, רױטע, Fania Fainer 1259.19 1261.259 און ס'איז געלעגן אַ קלײן ביכעלע. Fania Fainer 1261.435 1264.719 דער ביכעלע איז אַזױ גרױס װי מײַן האַנט. Fania Fainer 1265.907 1268.932 איך האָב געגאַרבעט מיט זעכצן מײדלעך ייִדישע, Fania Fainer 1268.932 1271.688 און יעדן מײדל איז געװען פֿון אַן אַנדער לאַנד. Fania Fainer 1273.18 1281.544 ס'איז געװען פֿון פֿראַנצױזישע מײדלעך, און ס'איז געװען פֿון, אַפֿילו ישׂראלדיקע מײדלעך װאָס זײ האָבן צופֿעליק געװען אין EUROPE און זײַנען פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך די דײַטשן. Fania Fainer 1283.001 1287.011 אין דעם ביכעלע האָבן זיך אַרײַנגעשריבן אַלע זעכצן מײדלעך. Fania Fainer 1287.034 1289.992 און מ'האָט אָנגעשריבן, "פֿרײַהײט, פֿרײַהײט, פֿרײַהײט." Fania Fainer 1289.992 1291.55 און אין אַלע שפּראַכן. Fania Fainer 1291.725 1294.52 דער ביכעלע געפֿינט זיך הײַנט אין חורבן־ Fania Fainer 1295.1 1296.731 MUSEUM אין מאָנטרעאָל. Fania Fainer 1297.497 1298.908 און דאָס איז דער, Fania Fainer 1299.319 1302.063 אין דער אױסשטעלונג, דאָס איז דער טשװאָק פֿון דער אױסשטעלונג. Fania Fainer 1303.9 1307.025 איז eh, װען איך האָב זיך ג- אומגעקערט דאָרטן ט-, Fania Fainer 1307.2 1308.594 דער ביכעלע Fania Fainer 1309.275 1310.889 איז פֿאַר מיר געװען Fania Fainer 1311.098 1317.066 לעבן, אַז איך אין די, אין יענעם גיהנום האָבן מענטשן געטראַכט װעגן מיר. אין יענעם גיהנום Fania Fainer 1317.358 1318.702 האָבן מענטשן Fania Fainer 1318.742 1320.848 ס-, דער אײנציקער װוּנטש װאָס איז געװען, Fania Fainer 1320.848 1323.174 "פֿרײַהײט, פֿרײַהײט, פֿרײַהײט!" Fania Fainer 1323.838 1328.253 און איך האָב דעם ביכעלע געבראַכט מיט זיך דורך, און ביז הײַנט צו טאָג, Fania Fainer 1328.479 1330.633 נישט האָבנדיק קײן האָר אױפֿן קאָפּ, Fania Fainer 1330.673 1332.641 נישט האָבנדיק קײן קלײדער, Fania Fainer 1332.85 1334.348 בלױז אַ קאָץ Fania Fainer 1334.348 1336.775 מיט אַ <פּאַשאַ> װאָס איך האָב געטראָגן, Fania Fainer 1336.832 1342.192 װײס איך נישט װי אַזױ איך האָב באַהאַלטן דעם ביכעלע. איך האָב עס געראַטעװעט, און איך האָב עס געבראַכט דאָ. Fania Fainer 1344.2 1344.69 יע. Fania Fainer 1345.27 1347.103 און דאָס איז אױך פֿון דעם גיהנום. Richard Bassett 1348.324 1351.591 װוּ ביסטו געװען נאָך AUSCHWI- נאָך דער באַפֿרײַונג? Fania Fainer 1351.362 1352.908 נאָך דער באַפֿרײַונג Fania Fainer 1353.707 1355.54 בין איך געװען עטלעכע... Richard Bassett 1355.428 1357.312 און װען ביסטו געװען באַפֿרײַט? Fania Fainer 1356.863 1358.527 אין נײַנצן, Richard Bassett 1358.685 1360.096 פֿינעף און פֿערציק. Fania Fainer 1359.192 1362.189 פֿינעף און פֿערציק אין דעם דרײַ און צװאַנציקטן אַפּריל. Richard Bassett 1362.516 1364.164 און װוּ ביסטו געגאַנגען? Fania Fainer 1362.583 1363.37 יע. Fania Fainer 1364.035 1366.04 דאָס ערשטע װאָס איך בין געגאַנגען Fania Fainer 1366.04 1369.53 אין שפּיטאָל אַרײַן. מיר האָבן באַפֿרײַט געװאָרן אונטערן פֿרײַען הימל, Fania Fainer 1369.823 1371.954 און װען מיר זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן, Fania Fainer 1371.954 1379.334 אַזױ די דײַטשן האָבן צעלאָפֿן און מיר האָבן אױך נישט געװוּסט, מ'האָט אונדז געפֿירט דורך דרעזדן, דורך די אַלע, דורך די אַ, דורך גאַנץ דײַטשלאַנד, מ'האָט אונדז געשלעפּט. Richard Bassett 1379.46 1381.23 דו ביסט געװען לעבן אַ טײַך, יאָ? Fania Fainer 1381.28 1382.979 יע, ד- E- ELBA. Richard Bassett 1382.867 1383.806 ELBA. Fania Fainer 1383.323 1386.568 יע. דער טײַך ELBA, יע, דאָרטן בין איך באַפֿרײַט געװאָרן. Richard Bassett 1384.1 1384.79 ELBA. Fania Fainer 1386.568 1390.238 דאָרטן איז געװען אַ פּלאַץ װוּ ס'האָבן זיך געאײ- געאײניקט Fania Fainer 1390.238 1392.345 די רוסן מיט די אַמעריקאַנער. Fania Fainer 1392.942 1394.305 זײַנען מיר Fania Fainer 1394.305 1396.294 גע- באַפֿרײַט געװאָרן דורך די רוסן. Fania Fainer 1396.435 1401.207 אָבער מיר זײַנען געװען זײער אױסגעמאַטערט, האָבן מיר עפּעס פֿיר מײדלעך זיך באַהאַלטן Fania Fainer 1401.207 1402.622 אונטער אַ ברעט, Fania Fainer 1403.218 1406.755 און מיר זײַנען דאָרטן געלעגן, און אין, פֿאַר טאָג, Fania Fainer 1407.488 1410.519 מ'האָט באָמבאַרדירט שרעקלעך, װײַל ס'איז געװען לעבן דרעזדן. Fania Fainer 1410.559 1417.218 מ'האָט אַזױ באָמבאַרדירט אַז איר שטעלט זיך ני-, ס'איז געװען ליכטיק פֿון באָמבעס, װאָס די רו- די אַמעריקאַנער האָבן, די ענגלענדער Fania Fainer 1417.326 1419.125 און די רוסן האָבן געװאָרפֿן. Fania Fainer 1419.874 1420.934 איז eh Fania Fainer 1420.934 1423.429 האָבן ז- אין דער פֿרי, מיר האָבן געגעפֿנט די אױגן. Fania Fainer 1423.806 1428.781 האָט צוגעגאַנגען צו אונדז אַ רוס אין ציװילע קלײדער און גערעדט צו אונדז אין ר- אין רוסיש, Fania Fainer 1428.781 1430.229 "מײד- קינדער, Fania Fainer 1430.59 1434.499 איר זײַנט באַפֿרײַט. גײט אַרױס פֿון דעם, פֿון דער לאָך!" Fania Fainer 1435.483 1437.147 האָב איך אים געפֿרעגט, Fania Fainer 1437.154 1441.485 "ביסט אַ אמתער רוס?" דאָס הײס-, אַז איך האָב, װײַל איך האָב געגערט אַ ביסל רוסיש, אָב-, "ביסט אַ אמתער רוס?" Fania Fainer 1441.845 1448.625 זאָגט ער, יע, װײַל ער האָט גע- װײסט דאָך, דער ער- די ערשטע רײַע, די ערשטע ליניע פֿון די מ-, זײ האָבן געטראָ- זײ האָבן געװ- אױסגעזען װי װילדע. Fania Fainer 1448.625 1451.103 אָבער מיר זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן פֿון זײ. Fania Fainer 1451.11 1452.707 און זײ זײַנען אַװעק, Fania Fainer 1452.848 1454.327 די רוסן זײַנען אַװעק, Fania Fainer 1454.485 1460.351 זײַנען מיר זי-, האָבן מיר זיך צוגעשלעפּט צו אַ דײַטשישע הױז, און מיר זײַנען שױן געװען אַ ביסעלע זיכער מיט זיך האָבן מיר געבעטן עסן, Fania Fainer 1460.61 1463.628 און װען מיר האָבן גענומען עסן, מיר האָבן נישט געקענט עסן. Fania Fainer 1463.628 1465.38 מיר זײַנען געװען אַלע, Fania Fainer 1465.487 1467.438 דער קערפּער איז געװען... Fania Fainer 1467.681 1471.744 ס'איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן. מיר האָבן געגעסן גראָז, מיר האָבן געגעסן, Fania Fainer 1471.744 1475.454 אײנע האָט גענומען עסן שטײנקױלן, האָט זיך מאָרג-, קױלן, קױלן װאָס מען, Fania Fainer 1475.528 1482.204 האָט זי אױף מאָרגן eh געשטאָרבן, זי האָט געקריגן אַזאַ מין פֿאַר<דרײען> פֿון די קישקעס און אױף מאָרגן איז זי געשטאָרבן. האָבן מיר געװוּסט אַז דאָס טאָר מען נישט בײַסן. Fania Fainer 1482.312 1485.917 אָבער גראָז, און אױב מען האָט געפֿונען אַ קאַרטאָפֿל, ס'איז געװען נאָך דאָרטן עס-, Fania Fainer 1486.783 1493.729 פֿון לעצטן יאָר קאַרטאָפֿל פֿלעגן מיר, eh דאָס איז געװען אונדזער עסן. אַזױערנאָך אונדזער, ehm, מיר זײַנען אַלע געװען האַלב טױטע. Fania Fainer 1493.972 1496.902 האָט מען גענומען עסן און דאַן איז מען געװאָרן קראַנק. Fania Fainer 1496.942 1499.419 מיר האָבן זיך געמוזט לערנען װי צו עסן. Fania Fainer 1499.419 1500.395 פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 1500.773 1503.332 זײַנען מיר צוגעגאַנגען, מיר זײַנען אַרײַן אין שפּיטאָל. Fania Fainer 1503.76 1506.336 פֿריִער זײַנען מיר געװען אױפֿן װעג און מיר זײַנען אַרײַן, Fania Fainer 1506.426 1512.292 און מיר האָבן זיך געװאָלט גײן צוריק כּדי צו גײן קײן eh אַהײם. יעדער אײנער האָט געחלומט צו גײן אַהײם. Fania Fainer 1513.024 1515.633 איז, נאָך עטלעכע װאָכן זײַן אין שפּיטאָל Fania Fainer 1516.416 1518.387 האָבן מיר זיך אױסגעלערנט עסן, Fania Fainer 1518.387 1519.971 און צו אונדזער גליק Fania Fainer 1521.495 1524.56 האָבן מיר געטראָפֿן אַ ייִדישן אָפֿיצער פֿון דער רוסישער אַרמײ. Fania Fainer 1526.187 1528.647 און ער איז געװען זײער גוט צו אונדז. Fania Fainer 1528.647 1534.635 eh ער האָט געבראַכט עסן פֿון זײַן מיליטערישע דאָס, אַ ייִד, האָט גע- ער האָט געװען אַ האַרציקער מענטש. Fania Fainer 1534.725 1537.419 און ער האָט אַװעקגעשטעלט אַ זעלנער מע זאָל אונדז היטן. Fania Fainer 1537.476 1544.878 װײַל די רוסישע זעלנער האָבן זיך אױפֿגעפֿירט ניט אַזױ פֿײַן, די באַפֿרײַער אונדזערע. זײ האָבן פֿאַרגװאַלדיקט. זײ האָבן געטאָן װאָס זײ האָבן... זײ זײַנען געװען װילד <דעמסלט>. Fania Fainer 1545.323 1552.894 זײ האָבן געדאַרפֿט האָבן פֿרױען, האָבן זײ נישט געקוקט צי ס'איז ייִדן, נישט־ייִדן, ראַזירטע, נישט־ראַזירטע, פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגערן. זײ האָבן גענומען אַלעם װאָס ס'האָט זיך געלאָזן. Fania Fainer 1553.288 1556.904 פֿון אײן יאָר ביז נײַנציק, אַלץ איז געװען גוט. זײַנען געװען װילד. Fania Fainer 1556.904 1561.719 האָט דער ייִד אַװעקגעשטעלט לעבן אונדז אַ זעלנער, און מ'האָט אונדז אָפּגעהיט. און מיר זײַנען געװען אַ פּאָר װאָכן, Fania Fainer 1561.81 1566.124 ביז מיר זײַנען געקומען צו זיך און ער האָט אונדז ערלײדיקט אַ טראַנספּאָרט, Fania Fainer 1566.568 1569.366 אַ גרופּע װאָס איז פֿאַרבײַגעגאַנגען פּױלן, Fania Fainer 1569.366 1571.087 הײסט דאָס, אַ באַן מיט eh, Fania Fainer 1571.087 1575.05 און מיר זײַנען מיט זײ געפֿאָרן אפֿשר ס'האָט גענומען פֿיר װאָכן מיט דעם באַן. Fania Fainer 1575.124 1577.177 און די זעלנער האָבן אונדז געגעבן עסן, Fania Fainer 1577.183 1579.016 און מיר זײַנען געקומען אין קראָקע. Fania Fainer 1579.039 1581.44 און פֿון קראָקע זײַנען מיר געפֿאָרן קײן ביאַליסטאָק. Fania Fainer 1581.44 1584.601 דאַן איז שױן געװען ייִדישע קאָמיטעטן אײַנגעאָרדנט, דאַן איז שױן געװען Fania Fainer 1585.03 1586.475 אַ סך זאַכן. Richard Bassett 1587.19 1589.597 און דו האָסט חתונה געהאַט אין ביאַליסטאָק, יאָ? Fania Fainer 1589.248 1590.03 NO. Fania Fainer 1590.03 1592.263 כ'האָב נישט חתונה געהאַט אין ביאַליסטאָק. Fania Fainer 1592.556 1594.642 איך בין געקומען קײן eh, Fania Fainer 1595.982 1598.507 איך בין געװען אין ביאַליסטאָק זעקס װאָכן. Fania Fainer 1600.2 1605.273 אין משך פֿון די זעקס װאָכן בין איך אײן מאָל אַװעקגעפֿאָרן קײן װאַרשע װײַל דאָרטן איז געװען אַ גרעסערער, Fania Fainer 1605.718 1608.17 אַ גרױסע, אַ גרעסערע צאָל ייִדן. Fania Fainer 1608.17 1613.064 אין ביאַליסטאָק זײַנען געװען זײער װינציק. ביאַליסטאָקער, נישט געבליבן, פֿון אַ שטאָט פֿון זעכציק טױזנט Fania Fainer 1613.064 1616.006 האָבן זיך אומגעקערט אפֿשר צען צי צװעלעף ייִדן. Fania Fainer 1616.535 1620.174 און װען איך בין צוגעגאַנגען צו מײַן הױז האָט מיר מײַן סטרוזש געזאָגט, Fania Fainer 1621.058 1622.244 "אַ, דו לעבסט נאָך? Fania Fainer 1622.244 1623.633 פֿאַר װאָס לעבסטו?" Fania Fainer 1623.758 1626.975 פֿאַרשטײ-? ער האָט געװאָלט זײַן דער בעל־הבית און ער איז געװאָרן דער בעל־הבית. Fania Fainer 1627.673 1632.864 בין איך אַװעק אין װאַרשע און דאָרטן האָב איך באַגעגנט פֿײַנערן, ער איז נאָך געװען אַ אָפֿיצער אין דער פּױלישער אַרמײ. Fania Fainer 1633.883 1639.445 און שפּעטער האָט ער געקומען קײן ביאַליסטאָק און אין משך פֿון דרײַ חדשים האָבן מיר חתונה געהאַט בײדע. Richard Bassett 1638.9 1639.918 װי הײסט ער? Fania Fainer 1639.89 1640.596 װאָס? Fania Fainer 1640.596 1641.842 אַהרן פֿײַנער. Fania Fainer 1642.506 1643.515 מײַן מאַן. Fania Fainer 1643.515 1645.251 פֿאַר נײַן און פֿערציק יאָר. Richard Bassett 1645.122 1646.854 און װען האָט איר חתונה געהאַט? Fania Fainer 1646.623 1652.405 מיר האָבן חתונה געהאַט אין נײַנצן eh זעקס און פֿערציק, אין AUGUST דעם פֿיר און צװאַנציקטן. Fania Fainer 1653.863 1654.534 יע. Fania Fainer 1654.534 1658.48 װײַל ער האָט זיך געדאַרפֿט באַפֿרײַען פֿון מיליטער, ער האָט נישט געװאָלט אין מונדיר זײַן אַ, Fania Fainer 1659.364 1664.994 חתונה האָבן, ער האָט מורא געהאַט. װאָס הײַנט־מאָרגן קען ער געהרגעט װערן. איז האָט ער געמאַכט זיכער, Fania Fainer 1665.979 1670.613 האָבן מיר חתונה געהאַט דעם פֿער- דעם פֿיר און צװאַנציקטן AUGUST, אין נײַנצן זעקס און פֿערציק. Richard Bassett 1670.704 1672.352 און װוּ האָט איר געװױנט? Fania Fainer 1672.088 1674.444 מיר האָבן געװױנט די ערשטע צװײ יאָר Fania Fainer 1674.67 1675.929 אין װאַרשע. Fania Fainer 1676.391 1682.595 און מײַן מאַן האָט געגאַרבעט אין ייִדישן צענטראַל־קאָמיטעט, און איך האָב אױך געגאַרבעט אין ייִדישן צענטראַל־קאָמיטעט, אין אַן אַנדער אָפּטײלונג. Richard Bassett 1683.56 1684.636 און דערנאָך? Fania Fainer 1683.62 1684.08 יע. Fania Fainer 1684.529 1690.579 דערנאָך האָבן מיר באַשלאָסן אַװעק פֿון פּױלן, װאָס װײַטער איז בעסער. מיר האָבן בכלל נישט געװאָלט... Fania Fainer 1690.579 1692.45 זײַנען מיר אַװעק אין שװעדן. Richard Bassett 1693.114 1694.171 װי אַזױ? Fania Fainer 1694.245 1696.247 דער ייִדישער אַרבעטער־קאָמיטעט. Fania Fainer 1696.337 1700.094 אַזױ װי מײַן מאַן איז געװען אַ אַקטיװער סאָציאַליסט פֿאַר דער מלחמה, Fania Fainer 1700.1 1701.748 און אַ אַקטיװער מענטש, Fania Fainer 1702.21 1703.841 איז אַ דאַנק אים Fania Fainer 1704.42 1707.603 האָט ד- דע-, אין אַמעריקע, Fania Fainer 1707.846 1712.413 דער ייִדישער אַרבעטער האָט גע- האָט געגאָלפֿן, האָט אַרױסגענומען פֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע. Fania Fainer 1712.487 1717.391 אַהרן פֿײַנער איז געװען צ- צװישן די װעלכע מ'האָט אַרױסגענומען און מיר זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין Fania Fainer 1717.431 1718.657 אין שװעדן. Fania Fainer 1718.764 1722.099 יע. און אין שװעדן האָב איך געבאָרן מײַן ערשטע קינד. Richard Bassett 1721.65 1723.436 און דאָס איז אין STOCKHOLM, יאָ? Fania Fainer 1723.422 1727.722 יע, געװױנט אין STOCKHOLM, UNK, YES, מיר האָבן דאָרטן געװױנט Fania Fainer 1727.722 1731.212 קרובֿ צװײ יאָר, און די שװעדן זײַנען געװען אױסערגעװײנלעך צו אונדז. Fania Fainer 1731.488 1734.958 עפּעס, דער גײן דאָרטן אױפֿן גאַס אין שװעדן Fania Fainer 1736.044 1737.104 און נישט מױ- Fania Fainer 1737.104 1741.506 פֿאַרשטײסט? אין פּױלן אַז מיר האָבן געגאַנגען האָבן מיר זיך אומגעקוקט כּסדר Fania Fainer 1741.562 1746.736 צי עמעצער גײט אונטער אונדז. בײַ נאַכט איז מען געשלאָפֿן מיט אַ רעװאָלװער אונטערן קאָפּ. די מורא Fania Fainer 1746.777 1748.323 אַז די פּאָליאַקן Fania Fainer 1748.785 1752.019 װעלן נאָך דיר נאָכקומ- eh נישט גענוג ס'איז געװען, Fania Fainer 1754.607 1759.073 ס'איז נישט גענוג געװען װאָס ס'איז געװען eh די דײַטשן האָבן מיר אונדז געהרגעט, Fania Fainer 1759.382 1762.7 אָבער איך האָב בײַגעװען. אַ-, איך בין אַ עדות. Fania Fainer 1762.842 1764.956 װען איך האָב זיך אומגעקערט אין ביאַליסטאָק, Fania Fainer 1764.956 1765.974 איך װיל עס נישט, Fania Fainer 1766.588 1771.205 איך װיל עס נישט פֿאַרגעסן. װען איך האָב זיך אומגעקערט אין ביאַליסטאָק האָב איך געטראָפֿן אַ בחור, Fania Fainer 1771.212 1773.062 פֿון אײן און צװאַנציק יאָר. Fania Fainer 1773.169 1775.68 ער האָט איבערגעלעבט די מלחמה.