Richard Bassett 0.552 3.549 -אַלטן און דו װעסט קענען װײַטער גײן. Richard Bassett 5.766 8.573 MISSUS FANIA FAINER, TAPE NUMBER FOUR, Richard Bassett 8.573 10.958 AUGUST TWENTY FIFTH, NINETEEN NINETY FIVE. Richard Bassett 11.453 14.366 איר האָט דערצײלט װעגן אַ בחור אין ביאַליסטאָק. Fania Fainer 13.815 18.866 װען איך האָב זיך אומגעקערט אַהײם נאָכן שפּיטאָל, נאָך אַלצדינג, האָב איך קײנעם נישט געטראָפֿן. Fania Fainer 18.866 21.673 דאָס ערשטע װאָס מײַן סטרוזש האָט געזאָגט, Fania Fainer 22.337 26.161 צי, פֿאַר װאָס eh פֿ-, פֿאַר װאָס בין איך צװישן די לעבעדיקע? Fania Fainer 26.758 30.819 און דאָס איז געװען אַ טײל פֿון אַלע פּאָליאַקן, אַזױ האָבן זײ געפֿילט װעגן דעם. Fania Fainer 31.22 32.06 אָבער Fania Fainer 32.95 38.464 טראַגיש איז געװען װען איך האָב געט- איך האָב געטראָפֿן אַ בחור װאָס איז געװען אַלט אײן און צװאַנציק יאָר, Fania Fainer 38.605 41.147 אַ רײַכער זינדל פֿון אַ דאָקטער, Fania Fainer 41.338 43.677 און ער האָט זיך אױסגעבאַהאַלטן Fania Fainer 44.072 45.753 בײַ די פּאָליאַקן. Fania Fainer 46.317 50.847 דאָס איז געװען באַר אַ דינסט בײַ װעלכע eh אַ, האָט געאַרבעט בײַ זײַן טאַטן מיט דער מאַמען, Fania Fainer 50.847 53.45 האָט מען מסתּם באַצאָלט אַ גרױסע סומע געלט, Fania Fainer 53.505 57.026 און זײ האָבן אים אױסגעגאַלטן די גאַנצע צװײ יאָר צײַט Fania Fainer 57.825 59.079 נאָכן געטאָ, Fania Fainer 59.079 61.16 צי אין משך פֿון געטאָ. Fania Fainer 61.437 63.644 שפּעטער, אין אײן טאָג, Fania Fainer 63.644 66.15 נאָך דער באַפֿרײַונג, װי איך זאָג, <אין> ביאַליסטאָק Fania Fainer 66.15 69.21 זײַנען אַרײַן אַ <קאָװצע>, ס'איז געװען אַ אָרגאַניזאַציע, Fania Fainer 69.679 70.489 פּאָליאַקן, Fania Fainer 70.554 72.331 מ'האָט אַרױסגענומען דעם בחור, Fania Fainer 72.658 74.359 מ'האָט אים אַװעקגעזעצט Fania Fainer 74.359 78.288 אױף די טרעפּ און מ'האָט אים אַרײַנגעװאָרפֿן אַ קױל אין קאָפּ און מ'האָט אים דערהרגעט. Fania Fainer 78.835 81.444 די זאַכן װאָס איז געבליבן מיט מיר, Fania Fainer 81.535 84.687 און איך קען עס נישט פֿאַרגעסן, אַז נאָך דער מלחמה, Fania Fainer 84.687 86.034 נאָך דעם Fania Fainer 86.682 89.443 װי מיר האָבן שױן איבערגעלעבט דעם גיהנום, Fania Fainer 89.685 93.459 זײַנען נאָך די פּאָליאַקן געװען גוט צו אונדז. זײ האָבן נאָך געהרגעט. Fania Fainer 93.921 96.513 בײַ אונדז פֿלעגט גײן אַ באַן פֿון װאַרשע Fania Fainer 99.118 103.702 ד- קײן ביאַליסטאָק, פֿון װאַרשע, און אױפֿן מיטן װעג איז געװען לאַפּע, אַזאַ שטעטל. Fania Fainer 103.708 106.182 דאָרטן פֿלעגט מען אָפּװאַרטן די באַנען, Fania Fainer 106.392 110.098 אַראָפּנעמען די ייִדן, אױסקלײַבן די ייִדן פֿון דעם צוג, Fania Fainer 110.914 113.777 און eh אױסטאָן נאַקעט, Fania Fainer 114.154 115.801 אָדער דערהרגענען, Fania Fainer 115.825 118.91 אָדער דיר לאָזן שטײן אױפֿן װעג אין גאַנצן אַ נאַקעטער. Fania Fainer 118.91 121.05 זײ האָבן אױפֿגעטאָן שרעקלעכע זאַכן. Fania Fainer 122.102 125.268 דו פֿאַרשטײסט? ס'איז שװער הײַנט צו טאָג, Fania Fainer 125.882 127.8 װען איר רעדט װעגן פּױלן, Fania Fainer 129.814 133.084 נישט װאָס איך בין ביטער. מ'קען אַ גאַנצן פֿאָלק נישט... Fania Fainer 133.084 136.035 די דײַטשן באַשולדיק איך דאָס פֿאָלק. װעגן די פּאָליאַקן Fania Fainer 136.108 138.582 האָב איך נישט קײן גוט װאָרט אױך פֿאַר זײ. Fania Fainer 139.551 143.291 זײַנען געװען זײער זײער גר-, אַז, זײ האָבן געקענט באַװײַזן... Fania Fainer 143.567 149.535 פֿאַרשטײסט? מײַן מאַן לערנט מיך אַז איך טאָר ניט באַשולדיקן אַלץ. ער װיל, ער זוכט יושר און גערעכטיקײט, Fania Fainer 149.659 151.863 אָבער מיט מײַנע ערפֿאַרונגען, Fania Fainer 151.988 153.768 דו זעסט? איך פֿאַרענטפֿער זיך ממש Fania Fainer 153.768 157.488 פֿאַר װאָס איך פֿיל אַזױ. אָבער איך האָב געגאַט באַװײַזן, שװאַרץ אױף װײַס, Fania Fainer 157.488 160.402 זײַנען נישט געװען גוט צו אונדז, זײַנען נישט געװען. Fania Fainer 161.539 164.43 און אױבע ס'איז דאָ געראַטעװעטע ייִדן פֿון פּױלן Fania Fainer 164.43 166.067 פֿו- דורך פּאָליאַקן, Fania Fainer 166.067 168.083 האָבן עס געטאָן פֿאַר אַ סך געלט. Fania Fainer 168.083 170.176 זײ האָבן, אמת, זײ האָבן אײַנגעשטעלט זײער לעבן. Fania Fainer 170.176 171.489 דאָס איז אמת. Fania Fainer 171.63 176.006 און דאָס איז אַ זאַך װאָס איז נישט געשען יעצט מסתּמא. דאָס איז דורות דורות Fania Fainer 176.006 177.415 זיך אָנגעזאַמלט, Fania Fainer 177.415 180.939 אָבער קײן ליבע צװישן ייִדן מיט פּאָליאַקן איז עס קײן מאָל נישט געװען. Richard Bassett 182.565 186.575 דו האָסט מיר דערצײלט ah װעגן דײַן טאָכטער װאָס איז געבױרן אין STOCKHOLM. Fania Fainer 186.261 187.098 יע. Richard Bassett 186.771 187.207 יאָ. Richard Bassett 187.408 188.667 װי הײסט זי? Fania Fainer 188.438 190.794 זי הײסט spn שׂרה. Richard Bassett 191.02 192.043 שׂרה. Fania Fainer 191.543 194.012 שׂרה, שׂרה פֿ-, זי הײסט פֿײַנער, Richard Bassett 193.805 194.47 mhm. Fania Fainer 194.012 196.532 יע. און זי איז הײַנט eh, װאָס? Richard Bassett 194.74 195.89 זי איז גע- Richard Bassett 196.183 197.426 זי איז געבױרן װען? Fania Fainer 197.331 201.932 זי איז געבאָרן געװאָרן דעם פֿערטן יאַנואַר נײַנצן אַכט און פֿערציק אין שטאָקהאָלם. Richard Bassett 201.41 201.98 mhm. Fania Fainer 201.955 202.742 יע. Fania Fainer 203.372 207.365 און שׂרהן האָבן מיר געבראַכט דאָ װען זי איז אַלט געװען אַ יאָר. Fania Fainer 208.283 212.377 און שׂרה, דאָס ערשטע װאָס, מיט װאָס איך בין זײער שטאָלץ, Fania Fainer 212.62 217.423 איך האָב אַלע מאָל געזאָגט, איך האָב נישט געגאַט קײן eh בילדונג; מײַנע קינדער מוזן האָבן. Fania Fainer 217.615 222.252 האָט געמאַכט אײן MASTER'S DEGREE און אַ צװײטן MASTER'S DEGREE, אַ MASTER אין Fania Fainer 222.252 225.54 ענגלישע ליטעראַטור, און אַ MASTER אין SOCIAL WORK, Fania Fainer 225.715 228.054 און זי איז אַ פֿײַנער מענטש. Fania Fainer 228.162 232.341 איר ערשטע שפּראַך איז אױך ייִדיש, מיט װאָס מיר זײַנען זײער שטאָלץ, Richard Bassett 233.393 235.125 און איר האָט אױך אַ זון, יאָ? Fania Fainer 234.456 238.314 איך האָב אַ זון װאָס איז אַ לערער, ער איז אױך אין טאָראָנטאָ. Richard Bassett 238.32 239.326 װי הײסט ער? Fania Fainer 239.029 241.436 ער ער הײסט הײסט הערשל פֿײַנער. Richard Bassett 241.358 242.567 און געבױרן? Fania Fainer 242.083 246.177 געבױרן געװאָרן איז ער אין נײַנצן אײן און פֿופֿציק אין טאָראָנטאָ, Fania Fainer 247.045 250.56 און אַ פֿײַנער מענטש, אַ ייִדיש־רעדנדער בחור, Fania Fainer 250.56 253.772 װאָס איך בין זײער שטאָלץ, און ער איז אַ טאַטע פֿון צװײ קינדער. Richard Bassett 254.571 256.759 און װי הײסט זײַן װײַב? Fania Fainer 256.63 258.514 זײַן װײַב הײסט FRANNY, Fania Fainer 258.672 259.543 יע. Fania Fainer 259.767 262.631 און די קינדער, ס'איז דאָרטן דאָ אַ AVRA, Richard Bassett 262.519 263.525 AVRA. Fania Fainer 263.397 264.808 און LEWIS. Richard Bassett 264.291 265.989 און LEWIS, יאָ. Fania Fainer 264.949 265.916 יע. Fania Fainer 265.916 268.301 און מײַן טאָכטער האָט צװײ קינדער. Fania Fainer 268.645 270.242 ס'איז דאָ ARIADNE, Richard Bassett 269.944 271.203 ARIADNE. Fania Fainer 270.636 272.52 YES און eh Fania Fainer 273.15 274.19 לעאָן. Richard Bassett 273.81 274.57 און LEON. Fania Fainer 274.213 275.135 יע. Richard Bassett 275.142 276.098 OKAY. Richard Bassett 276.154 277.059 גוט. Fania Fainer 276.542 277.245 יע. Richard Bassett 277.892 283.657 AND מיט װאָס האָט, האָסטו זיך באַשעפֿטיקט דאָ אין טאָראָנטאָ זינט דו ביסט געקומען? Fania Fainer 283.107 289.111 איך האָב נישט געאַרבעט. איך בין געװען אַ מאַמע צו מײַנע קינדער. איך בין אַקטיװ אין, געזעלשאַפֿטלעך, אין אַרבעטער־רינג, Fania Fainer 289.111 294.862 און מײַן מאַן איז געװען דער פּרנסה־געבער. ער איז אַ בוכהאַלטער פֿון פֿאַך און ער האָט געגאַרבעט דאָ. Fania Fainer 294.97 301.764 די ערשטע יאָרן האָט ער געגאַנגען אין שולעס. ער האָט גענומען אַ שטיקל צײַט ביז ער איז אַװעק אַרבעטן, װײַל ער איז געװען אַ בוכהאַלטער נאָך פֿריִער. Fania Fainer 301.888 309.948 און ער האָט אין דער הײם געהאַט העכערע בילדונג, אַזױערנאָך אַז <ס'איז>, ער האָט נישט געהאַט קײן פּראָבלעם נישט מיט דער שפּראַך און נישט מיטן אױסלערנען זיך די פֿאַ- eh צוריקגײן. Richard Bassett 310.174 312.986 MISSUS פֿײַנער, צום סוף װיל איך דיר פֿרעגן, Fania Fainer 312.267 313.189 פֿרעגן, ביטע. Richard Bassett 313.532 315.854 װאָס דאַרף די װעלט זיך אױסלערנען Richard Bassett 316.03 317.694 פֿון די אַלע דערפֿאַרונגען? Fania Fainer 317.211 322.065 מײַן טײַערער. די װעלט האָט נישט געלערנט, ih איך גלױב ניט אַז זי װעט עפּעס לערנען. Fania Fainer 322.965 326.891 דער רעספּעקט פֿאַרן מענטשלעכן לעבן, פֿאַרן מענטש װי אַ מענטש. Fania Fainer 327.1 327.974 װי קען, Fania Fainer 327.974 333.542 אַז מע קען הײַנט צו טאָג זײַן אין אַ באָסניע, און ס'קען הײַנט צו טאָג זײַן אין אַנדערע לענדער װוּ מען הרגעט און מען שלאָגט, Fania Fainer 333.542 335.598 די װעלט האָט נישט געלערנט פֿון דעם. Fania Fainer 335.993 339.651 און װיפֿל איז דאָ אַנטיסעמיטן הײַנט צו טאָג װעלכע האַסן ייִדן? Fania Fainer 339.651 340.377 װאָס eh, Fania Fainer 340.377 342.821 מ'האָט אומגעבראַכט זעקס מיליאָן ייִדן! Fania Fainer 343.553 347.617 און אַ װעלט האָט געשװיגן אין יענער צײַט, און הײַנט צו טאָג, Fania Fainer 347.617 351.512 נאָך אַזאַ מין קורצע צײַט, װאָס איז פֿופֿציק יאָר פֿאַר דער געשיכטע? Fania Fainer 351.872 353.303 עס קומען צו גײן Fania Fainer 353.303 357.941 און ס'איז דאָ אַנטיסעמיטישע גרופּעס, ס'איז דאָ נאַצי־גרופּעס, ס'איז דאָ פֿאַרשײדענע, און דײַטשלאַנד, Fania Fainer 358.183 360.492 דײַטשלאַנד װי אַזאַ װאָס האָט געדאַרפֿט די ערשט- Fania Fainer 360.492 366.041 זי האָט געגאַט די ערגסטע מפּלה, און זי האָט הײַנט אױפֿגעװאָקסן, זי איז געװאָרן גרױס, זי איז געװאָרן מעכטיק און זײ האָבן, Fania Fainer 366.418 371.221 זײ האָבן, די SKINHEADS, װאָס האָבן זײ נישט דאָרטן? שרעקלעכע זאַכן װאָס קומען פֿאָר. Richard Bassett 371.92 376.369 אױפֿהאַלטן ייִדישקײט איז בײַ דיר װיכטיק? ישׂראל איז דיר װיכטיק? Fania Fainer 375.953 379.67 פֿאַר מיר איז װיכטיק די ייִדישע שפּראַך װי אַזאַ, Fania Fainer 379.67 381.467 װײַל מײַן משפּחה Fania Fainer 381.467 383.54 איז אומגעקומען מיט ייִדיש אױף די ליפּן. Fania Fainer 384.627 386.173 ישׂראל איז אַ, Fania Fainer 386.297 389.244 איך, נישט דערפֿאַר װײַל איך בין אַ ציוניסטקע, Fania Fainer 389.25 393.226 נאָר ישׂראל איז אַ פּלאַץ װוּ עס לעבן פֿינף מיליאָן ייִדן, Fania Fainer 393.604 394.863 צי נאָך מער. Fania Fainer 394.903 397.107 יעדער ייִד איז פֿאַר מיר אַ אוצר, Fania Fainer 397.738 399.583 און פֿאַר, פֿאַ-, װעל איך אַלץ טאָן. Fania Fainer 399.583 404.561 אױבע ס'איז אָפּהענגיק אין מיר עפּעס צו טאָן צו העלפֿן ישׂראל בין איך דאָ דע-, בין איך דערפֿאַר, ABSOLUTELY. Fania Fainer 404.561 406.574 זײער װיכטיק פֿאַר מיר, ישׂראל. Fania Fainer 407.07 409.291 און יעדער ייִד איז פֿאַר מיר װיכטיק. Richard Bassett 410.631 412.835 און אױפֿהאַלטן ייִדישקײט איז װיכטיק? Fania Fainer 412.808 415.302 מײַן ייִדישקײט אױף מײַן שטײגער. Fania Fainer 415.302 416.413 דו פֿאַרשטײסט? Fania Fainer 417.651 422.825 מײַן ייִדישקײט, די ייִדישקײט מײַנע באַשטײט אין דער שפּראַך, ייִדישע שפּראַך, ייִדישע ליטעראַטור, Fania Fainer 422.95 426.758 ייִדישע געשיכטע װאָס איך האָב געגעבן מײַנע קינדער ערצױגן אַזױ, Fania Fainer 427.05 430.419 און איך װײס ניט צי ס'װעט מעגלעך זײַן מיט מײַנע אײניקלעך. Fania Fainer 430.982 433.541 אָבער איך טו עס װי װײַט ס'איז מעגלעך, Fania Fainer 433.986 438.283 און איך אַרבעט אין אַ אָרגאַניזאַציע װאָס שטיצט אַלץ װאָס איז ייִדיש, יע? Fania Fainer 438.745 440.986 און איך, װי איך האָב געזאָגט פֿריִער, Fania Fainer 440.986 446.771 איך האָב רעספּעקט פֿאַר יעדן ייִד װאָס גלױבט, צי ער גלױבט ניט, אַז ער איז אַ ייִד און פֿירט זיך אױף װי אַ ייִד, Fania Fainer 447.553 450.01 איז ער מיר נאָענט צום האַרץ, װײַל ער איז אַ ייִד. Richard Bassett 450.473 452.782 MISSUS פֿײַנער, איך דאַנק אײַך זײער. Fania Fainer 453.402 454.385 אַ דאַנק. Fania Fainer 459.95 463.47 דער בילד איז גענומען געװאָרן אין טאָראָנטאָ, Fania Fainer 463.939 466.903 װײַל מײַן טאָכטער איז געקומען פֿון גריכנלאַנד. Fania Fainer 467.213 469.417 דאָ איז פֿאַראַן דער ערשטער Fania Fainer 470.149 472.32 איז מײַן זון HARVEY, Fania Fainer 473.608 476.555 און דאָס צװײטע איז מײַן שנור FRANNY, Fania Fainer 477.54 479.123 און דאָס דריטע Fania Fainer 479.123 481.567 איז מײַן טאָכטער שׂרהלע. Fania Fainer 482.839 487.136 פֿון דער זײַט לעבן אַהרן... לעבן הערשלען, Fania Fainer 487.294 489.11 שטײט ARIADNE Fania Fainer 490.332 491.476 און לעאָן, Fania Fainer 491.476 494.24 מײַן צװײטער אײניקל, און דאַן Fania Fainer 494.702 497.75 זײער טעכטערל AVRA. Fania Fainer 502.701 508.753 דאָס איז אַ בילד פֿון מײַנע בײדע אײניקלעך װעלכע האָבן געװױנט ביז יעצט אין גריכנלאַנד. Fania Fainer 509.282 510.966 דאָס איז ARIADNE Fania Fainer 510.966 511.976 און לעאָן. Fania Fainer 512.015 515.502 געמאַכט געװאָרן אין גריכנלאַנד אין שולע בײַ זײ. Fania Fainer 519.171 520.92 און דאָס איז אַ בילד Fania Fainer 521.061 525.155 פֿון מײַן זונ'ס טעכטערל AVRA. Fania Fainer 526.512 529.121 זי איז נ- הײַנט נײַן יאָר אַלט. Fania Fainer 532.789 538.251 און דאָס איז מײַן זונ'ס זינעלע לײבעלע, Fania Fainer 538.324 543.27 װען ער איז זײער יונג. ער איז שױן הײַנט אַ בחור פֿון גאַנצע דרײַ יאָר.