Yishayahu Peri 26.302 31.123 SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION SLATE. Yishayahu Peri 31.652 32.643 DATE: Yishayahu Peri 32.816 36.407 MAY TWENTY, NINETEEN NINETY EIGHT. Yishayahu Peri 36.407 42.159 SURVIVOR: MISTER MEYIR-MANO DASKAL, BORN DASKAL. Yishayahu Peri 42.182 44.86 INTERVIEWER: YESHAYAHU PERY. Yishayahu Peri 45.54 52.538 CITY: MOSHAV BNAYA, NEAR GEDERA. COUNTRY: ISRAEL. LANGUAGE: YIDDISH. Yishayahu Peri 54.804 63.45 TODAY, MAY TWENTY, NINETEEN NINETY EIGHT, IN MOSHAV BNAYA, NEAR KHEDERA, NEAR GEDERA, ISRAEL, Yishayahu Peri 63.45 67.421 MYSELF, YESHAYAHU PERY, AS AN INTERVIEWER IN THE NAME Yishayahu Peri 67.578 72.433 OF SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION, I DO HAVE THE HONOR Yishayahu Peri 72.472 77.53 TO START THE INTERVIEW WITH THE SURVIVOR MISTER MEYIR-MANO DASKAL, Yishayahu Peri 77.636 78.998 LANGUAGE Yishayahu Peri 79.138 80.129 YIDDISH. Yishayahu Peri 83.222 85.698 SHALOM הער מאיר דאַסקאַל. Meyir-Mano Daskal 85.57 86.612 SHALOM. Yishayahu Peri 86.293 90.203 מיט אײַער ערלױבעניש פֿאַנגען מיר אָן אײַער אינטערװיו, Yishayahu Peri 90.275 94.759 און זײַט אַזױ גוט, שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר אונדז און פֿאַר דעם אַפּאַראַט. Meyir-Mano Daskal 94.859 99.193 מײַן נאָמען איז מאיר־מאַנאָ דאַסקאַל. Meyir-Mano Daskal 99.193 104.448 מײַן פֿאָטער איז געבױרן אין SATU MARE Meyir-Mano Daskal 104.448 108.54 אין טױזנט אַכט הונדערט צװײ און אַכציק. Meyir-Mano Daskal 108.54 112.653 מײַן IMA איז געבױרן אין SATU MARE Meyir-Mano Daskal 112.663 114.48 אין אַכט און אַכציק. Yishayahu Peri 114.39 116.123 װי האָט געהײסן אײַער פֿאָטער? Meyir-Mano Daskal 116.1 120.295 מײַן פֿאָטער האָט געהײסן בצלאל. מײַן IMA האָט געהײסן בעלאַ. Meyir-Mano Daskal 121.646 126.918 און מײַן פֿאָטער איז געװען פֿונעם פֿאַך אַן אױפּס־הענדלער. Yishayahu Peri 129.07 131.969 איר האָט געהאַט אױך אַ ברודער? אַ שװעסטער? Meyir-Mano Daskal 131.72 132.91 אײן שװעסטער. Yishayahu Peri 132.615 134.821 װי האָט זי געהײסן, װי הײסט זי? Meyir-Mano Daskal 133.658 135.902 די שװעסטער הײסט, זי לעבט, Meyir-Mano Daskal 136.199 141.112 זי לעבט אין eh אין eh מיאַמי, Meyir-Mano Daskal 141.178 144.78 זי הײסט פֿרידאַ. דעיס איז געװען אַ ייִנגערע שװעסטער פֿון מיר, Yishayahu Peri 142.318 143.646 װען איז זי גע-... Meyir-Mano Daskal 144.941 149.338 אָדער מיט דרײַ יאָר, אָדער פֿיר יאָר װײַל איך קען נישט געדענקען גענױ דעם TAARIKH. Yishayahu Peri 149.625 153.619 װוּ האָ-, װען איז געבױרן געװאָרן פֿרידאַ, און װוּ האָט זי געבױרן געװאָרן? Meyir-Mano Daskal 153.459 156.08 זי איז אױך געבױרן געװאָרן אין SATU MARE, Yishayahu Peri 155.936 157.028 װעלכער יאָר? Meyir-Mano Daskal 156.96 157.757 אין Meyir-Mano Daskal 160.145 162.544 איך זאָג דאָך, זי איז ייִנגער פֿון מיר געװען, Meyir-Mano Daskal 162.616 167.785 זי איז, הײסט, זי איז ייִנגער פֿון מיר מיט אַ דרײַ יאָר, אומגעפֿער אַזאַ גאַטונג. Yishayahu Peri 166.955 168.84 נײַנצן צען, מער־װײניקער. Meyir-Mano Daskal 168.48 170.505 אומגעפֿער אַזאַ גאַטונג. איך קען נישט Yishayahu Peri 170.465 174.004 און װען זענט, װעלכע יאָר זענט איר געבױרן געװאָרן אַלײן? Meyir-Mano Daskal 170.636 172.36 דעם גענױע TAARIKH. Meyir-Mano Daskal 173.496 175.07 אין טױזנט נײַן הונדערט זעקס. Yishayahu Peri 175.181 176.349 װוּ, אױכעט אין...? Meyir-Mano Daskal 176.129 177.461 אױך אין SATU MARE. Yishayahu Peri 177.468 181.361 יעצט זײַט זשע אַזױ גוט, נישט װאַרטנדיק אױף פֿראַגעס, Meyir-Mano Daskal 180.461 181.578 יאָ, יאָ. Yishayahu Peri 181.383 191.149 דערצײלט מיר גאַנץ פֿרײַ, װאָס איר געדענקט פֿון אײַער קינדער־יאָרן, װי סע האָט זיך געלעבט אין SATU MARE אַמאָליקע יאָרן, ביז סע האָט זיך אָנגעהױבן די <צרות>. Meyir-Mano Daskal 189.078 190.05 אַמאָליקע יאָרן. Meyir-Mano Daskal 190.712 191.419 NACHON. Meyir-Mano Daskal 191.704 192.907 די זאַך איז אַזױ: Meyir-Mano Daskal 193.361 196.822 eh ס'ערשטע װיל איך זאָגן אַז װען איך בין געבױרן געװאָרן Meyir-Mano Daskal 196.915 198.961 איז דעיס געװען נישט SATU MARE, Meyir-Mano Daskal 199.035 201.283 נאָר דעיס איז געװען עסטרײַך־אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 201.35 203.83 דעיס האָט געהײסן SZATMÁRNÉMETI. Meyir-Mano Daskal 203.984 206.944 דאָס הײסט, דײַטשע סאַטמער האָט עס געהײסן, Meyir-Mano Daskal 207.026 210.715 װײַל איך בין נאָך געבױרן געװאָרן װאָס ס'איז געװען אונגאַרן, Meyir-Mano Daskal 210.768 213.85 װײַל נאָך דער צװײ- נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה Meyir-Mano Daskal 213.91 215.85 איז דעיס הערשט געװאָרן ROMÁNIA. Meyir-Mano Daskal 216.241 221.295 דאָס הײסט, ביז װי לאַנג די מלחמה האָט געהאַלטן פֿון טױזנט נײַן הונדערט פֿערצן Meyir-Mano Daskal 221.433 225.055 ביז אַכצן איז דאָס אַלץ נאָך געװעזן אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 225.149 228.231 היצט איז אַזױ: אַזױ װי די מלחמה האָט אױסגעבראָכן, Meyir-Mano Daskal 228.35 230.772 האָט מען אַלע יונגע מענטשן אײַנגערופֿן. Meyir-Mano Daskal 230.846 233.508 און מײַן פֿאָטער איז אױך געװען צישן דעיע. Meyir-Mano Daskal 233.674 235.849 און איך געדענק אים אַזױ װי פֿון אַ חלום, Meyir-Mano Daskal 236.049 241.805 נאָר דעיס אײנע מאָל געדענק איך אים, װען ער האָט זיך פֿון מיר געזעגנט און איז אַװעקגעפֿאָרן אין מיליטער. Meyir-Mano Daskal 243.026 244.88 נו, אַזױ װי ער איז אַװעקגעפֿאָרן Meyir-Mano Daskal 245.065 248.458 איז מײַן IMA געבליבן אַלײן, אין דער הײם. Meyir-Mano Daskal 248.6 253.693 ס'איז געװען טאַקען, דער SABA האָט געװױנט דאָרטן און די SAVTA. Meyir-Mano Daskal 253.769 256.749 זע'מיר נישט געװען אױף דער גאַס, װײַל זײ האָבן געהאַט אַ שײנע װױנונג. Meyir-Mano Daskal 256.914 260.807 און מײַן IMA האָט אױך געהאַט אַלײן אַן אײגענע װױנונג, אַ קלײנע װױנונג. Meyir-Mano Daskal 260.924 263.844 אַזױ אַרום אַז מ'איז נישט געבליבן אױף דער גאַס. Meyir-Mano Daskal 264.324 266.881 אָבער די צײַט Meyir-Mano Daskal 267.227 269.012 איז נישט לאַנג אַװעק, Meyir-Mano Daskal 269.46 274.35 אפֿשר איז געװען דרײַ אָדער פֿיר מאָנאַט נאָך דעם װי די ערשטע װעלט־מלחמה האָט אױסגעבראָכן, Meyir-Mano Daskal 274.498 280.497 איז מײַן פֿאָטער געפֿאַלן. אין פּשעמיש, אין פּױלן, אױף די בערג קעגן די רוסן, Meyir-Mano Daskal 280.592 282.731 װײַל דאָרט איז געװעזן די קאַמפֿן. Meyir-Mano Daskal 283.75 285.627 אַזױ װי דעיס האָט פּאַסירט Meyir-Mano Daskal 286.249 289.391 האָט מײַן גאָטזעליקע מוטער Meyir-Mano Daskal 289.678 292.854 זיך אױפֿגעהױבן און איז אַװעקגעפֿאָרן נאָך בודאַפּעסט. Meyir-Mano Daskal 292.986 297.097 דעיס איז געװען די אונגאַרישע הױפּטשטאָט דעמאָלט פֿון עסטרײַך־אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 297.719 300.205 און זי האָט זיך גענומען האַנדלען. אַזױ װי, Meyir-Mano Daskal 300.313 303.481 מע װײסט, אַפֿילו אין אונדזערע מלחמות אין די ערשטע יאָרן, Meyir-Mano Daskal 303.564 307.776 װען מ'איז געקומען, איז געװען UNK, אַז ס'איז נישט געװען דעיס, ס'איז נישט געװען יענץ, Meyir-Mano Daskal 307.909 311.036 האָט זי מיט נאָך אַנדערע חבֿרטאָרס אין איר GIL Meyir-Mano Daskal 311.036 316.869 געברענגט צו פֿאַרקױפֿן מעל, צוקער, פֿאַרשידענע זאַכן. מיט דעם האָט זי געהאַנדלט. Meyir-Mano Daskal 317.094 322.392 איך בין געבליבן בײַם SABA און דער SAVTA. און מײַן שװעסטער די קלענערע אױך. Meyir-Mano Daskal 322.476 326.082 בײַם SABA און בײַ SAVTA. מיטן אמת געזאָגט בין איך כּמעט Meyir-Mano Daskal 326.082 330.653 נאָך דעם שױן אױפֿגעװאַקסן געװאָרן בײַם SABA און SAVTA. Meyir-Mano Daskal 330.86 332.289 און זי האָט געהאַנדלט. Meyir-Mano Daskal 332.463 335.383 זי פֿלעג ברענגען צו פֿאַרקױפֿן סחורות, און צוריקגעפֿאָרן, Meyir-Mano Daskal 335.561 341.104 און דערנאָכדעם איז זי געװען שױן אַ שטיק צײַט װי זי האָט געהאַנדלט אין בודאַפּעסט, אַז זי האָט נישט געדאַרפֿט קומען. Meyir-Mano Daskal 341.203 350.632 איך בין געבליבן, בין געגאַן נאָך אין די אונגאַרישע שול. איך געדענק נישט צי איז געװען צװײ קלאַסן, צי דרײַ קלאַסן, צי פֿיר קלאַסן, פֿאַר מיטאָג אין שולע, Meyir-Mano Daskal 350.79 357.09 און נאָך מיטאָג אין חדר, װײַל בײַן אונדז איז געװען חדר װאָס מע האָט געלערנט קינדער, בײַ UNK. Meyir-Mano Daskal 357.323 359.769 דעיס איז געװעזן בײַ בײַ בײַ די Meyir-Mano Daskal 360.025 366.16 eh, װי אַזױ זאָל איך זאָגן? בײַ די ייִדישע קאָמיטעט איז געװען אַזױנע חדרים װוּ מלמדים האָבן געלערנט און איך האָב דאָרט געלערנט. Meyir-Mano Daskal 366.652 368.701 ס'האָט פּאַסירט אין אַ שײנעם טאָג, Meyir-Mano Daskal 368.813 372.081 קינדער האָבן זיך געשפּילט אױף די גאַס, און דאָרט װוּ זײ זענען געגאַן אין חדר, Meyir-Mano Daskal 372.352 377.949 צי דעיס איז געװען אַ קריסטלעך, צי דעיס איז געװען טאַקען אַ ייִדיש ייִנגל, זײ האָבן זיך געװאָרפֿן מיט שטײנדלעך אױף די גאַס. Meyir-Mano Daskal 378.266 381.614 אומפֿאַרהאָפֿט איז געפֿאַלן מיר אַ שטײנדל אין פֿוס. Meyir-Mano Daskal 381.753 388.315 נו, איז געפֿאַלן. איך האָב נישטאַמאָל דערצײלט, איך בין אַרײַן צו דער SAVTA אַזױ װי אַ קינד, איך האָב געװײנט, איך האָב נישט געזאָגט גאָרנישט. Meyir-Mano Daskal 388.428 392.254 צו די פּאָר טעג האָט מיר דאָס אָנגעהױבן שטאַרק װײ טון. Meyir-Mano Daskal 393.234 395.578 די SAVTA האָט געזען אַז עפּעס איז נישט בסדר, Meyir-Mano Daskal 395.94 398.591 זאָגט זי, "מאיר, װאָס האָט פּאַסירט?" Meyir-Mano Daskal 399.634 404.698 "גאָרנישט eh eh, אַ קינד, װאָס װען." אָבער ס'איז דורכגעגאַן אַ פּאָר טאָג. Meyir-Mano Daskal 405.343 411.309 דעיס, נישט װאָס ס'איז געװען דאָרט אַ װוּנד, נאָר ס'איז געװאָרן אַ לעכעלע און סע האָט אָנגעהױבן רינען אײטער. Meyir-Mano Daskal 411.778 416.118 שױן. ס'איז געװען אַ סך מיליטער בײַן אונדז, װײַל אין די קאַרפּאַטן איז דאָך געװעזן די מלחמה, Meyir-Mano Daskal 416.414 420.691 איז מען באַלד געגאַן צון אַ מיליטערישן דאָקטער, איך געדענק נאָך הײַנט אַ דײַטשן דאָקטער, Meyir-Mano Daskal 420.792 427.243 די SAVTA עליו־השלום האָט אים געטראָגן פֿרישע אײער, װײַל ס'איז געװען אַ LUL בײַ דער שטוב, Meyir-Mano Daskal 427.554 429.659 פֿאַרן דאָקטער, און ער האָט מיך באַהאַנדלט, Meyir-Mano Daskal 429.756 431.535 און האָט געגעבן עפּעס אַ שמיר, Meyir-Mano Daskal 432.65 436.947 און דעיס האָט געדױערט חדשים, און סע האָט זיך נישט געהײלט. Meyir-Mano Daskal 437.034 443.364 פֿון אײן לעכל איז געװאָרן אפֿשר זעקס, זיבן. מײַן SAVTA עליו־השלום האָט געזען אַז דעיס איז נישט גוט, Meyir-Mano Daskal 443.848 448.769 האָט זי געשריבן פֿאַר מײַן IMA, דעמאָלט אין די לעצטע צײַטן פֿלעגט זי שױן נישט אַזױ אָפֿט קומען, Meyir-Mano Daskal 448.905 451.875 האָט זי געשריבן אַ בריװ, אַז "דו מוזסט שנעל אַהײמקומען Meyir-Mano Daskal 452.016 455.421 װײַל עפּעס האָט פּאַסירט מיטן קינד. מ'האָט אים געװאָרפֿן אַ שטײנדל, דאָ דאָרטן." Meyir-Mano Daskal 455.496 458.786 שױן, זי איז געקומען, און זי האָט מיך גענומען Meyir-Mano Daskal 458.958 462.769 און מיטגענומען שױן אין אײן װעגס די קלענערע שװעסטער אױך נאָך בודאַפּעסט, Meyir-Mano Daskal 462.904 467.539 אַזױ װי מײַן פֿאָטער איז שױן געװען געפֿאַלן אין דער מלחמה, צו די פּאָר חדשים, Meyir-Mano Daskal 467.829 471.649 איז דעמאָלט איז נאָך נישט געװען דעיס אַנטיסעמיטיזם אין אונגאַרן, Meyir-Mano Daskal 471.856 475.63 האָבן געהאַט אַ רעכט די קינדער פֿון די געפֿאַלענע VÄTERs Meyir-Mano Daskal 476.916 479.537 אָנצוקומען צו דאָקטױרים, צו פּראָפֿעסאָרן, Meyir-Mano Daskal 479.719 484.673 דאָס הײסט, ס'איז נאָך נישט געװען מע זאָל מאַכן אַן אונטערשיד אַז די ייִדן נישט אָדער די אונגאַרן יאָ. Meyir-Mano Daskal 484.889 490.877 אַזױ אַרום אַז זי איז געװאָר געװאָרן, װײַל מײַן IMA האָט געהאַט אַ קוזין װאָס ער האָט געװױנט דאָרט אין בודאַפּעסט, Meyir-Mano Daskal 491.029 494.805 און דורך אים האָט זי דאָרטן <אָ> באַקומען אַ װױנונג, און קודם איז ס'ערשטע מאָל בײַן אים, Meyir-Mano Daskal 494.879 497.5 און ער האָט איר געזאָגט װוּ אין װעלכער גרױסער Meyir-Mano Daskal 497.635 504.447 SPITAL, איז דאָ דאָרט אַ גרױסער פּראָפֿעסאָר װאָס ער באַהאַנדלט די קינדער װאָס די VÄTERs זענען זײ געפֿאַלן. Meyir-Mano Daskal 504.911 506.621 ריכטיק, ס'איז אַזױ געװעזן. Meyir-Mano Daskal 507.795 509.441 אין אַ שײנעם טאָג אין דער פֿרי Meyir-Mano Daskal 510.084 512.52 האָט מײַן IMA, און דער קוזין איז מיטגעקומען, Meyir-Mano Daskal 512.808 516.768 און מ'איז אַװעקגעפֿאָרן, ס'איז געװען זײער װײַט צו פֿאָרן מיטן עלעקטרישן Meyir-Mano Daskal 516.88 519.821 באַן אױף דער גאַס. מ'איז אָנגעקומען אַהין, Meyir-Mano Daskal 519.955 525.117 און דער פּראָפֿעסאָר האָט מיך באַהאַנדלט. און דערװײַל האָט ער געגעבן אַ שמיר, און ער האָט געזאָגט מע זאָל קומען אין אַכט טאָג אַרום, Meyir-Mano Daskal 525.284 528.254 און נאָך דעם איז געװען, בײַ די אַכט טאָג האָט ער געזאָגט מע זאָל קומען אין צװײ װאָכן אַרום, Meyir-Mano Daskal 528.322 534.974 ביז אין אַ שײנעם טאָג האָט ער באַשטימט, אַז מע זאָל קומען דעמאָלט און דעמאָלט, װײַל דעמאָלט דאַרף ער מאַכן אַ NITUAKH. אַן אָפּעראַציע. Meyir-Mano Daskal 536.19 538.711 שױן, ער איז געװען זײער איבערגעגעבן, Meyir-Mano Daskal 539.388 541.448 און איך געדענק עס נאָך אַזױ װי הײַנט, Meyir-Mano Daskal 542.134 545.269 זע'מיר געקומען אַהין, ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט Meyir-Mano Daskal 545.481 548.471 אין אָפּעראַט־צימער, װוּ װוּ מע מאַכט אָפּעראַציעס, Meyir-Mano Daskal 548.845 553.907 און אַרױפֿגעזעצט אױף אַ טיש, אַראָפּגעבונדן די פֿיס, אַראָפּגעבונדן די הענט, Meyir-Mano Daskal 555.493 562.131 און מ'האָט אָנגעהױבן צו באַקוקן דעם פֿוס פֿון אױבן אַראָפּ מיט פֿאַרשידענע שפּיגלען, מיט פֿאַרשידענע דאָקומענטן, Meyir-Mano Daskal 562.237 564.18 און נאָך אַ זאַך װאָס איך האָב אײַך געװאָלט זאָגן, Meyir-Mano Daskal 564.18 570.13 אַז פֿון דעם פֿוס האָט זיך געהאַט אַראָפּגעצױגן ביז אַהער, און דאָ האָט זיך אױך געמאַכט אַ לעכעלע, סע האָט אױך גערונען. Meyir-Mano Daskal 570.407 572.043 ער האָט גוט באַהאַנדלט. Meyir-Mano Daskal 572.164 575.525 און נאָך דעם איז אַרײַנגעקומען צװײ שװעסטער און זײ האָבן אַרײַנגעברענגט Meyir-Mano Daskal 575.785 579.276 פֿאַרשידענע דאָקומענטן. און זײ האָבן אַרײַנגעברענגט עפּעס אַזאַ, Meyir-Mano Daskal 579.954 586.163 אַזױ װי היצט איז דאָ דעי פּלאַסטיק, eh דעי װאָס מע טרינקט װאַסער, די קינדער אַממײנסטן טײל, אַזאַ לאַנגס, Meyir-Mano Daskal 586.695 589.297 און ער האָט דאָס אַרײַנגעשטופּט דאָרט אין דעי לעכעלעך. Meyir-Mano Daskal 590.352 592.112 דעיס האָט מיך אַזױ געברענט Meyir-Mano Daskal 593.25 594.9 אַז איך מײן אַז איך האָב געשריגן Meyir-Mano Daskal 596.199 597.969 ביז אונטערן זיבעטן הימל. Meyir-Mano Daskal 598.527 601.237 און ער האָט אױסגעפּוצט די אַלע לעכעלעך דאָרטן. Meyir-Mano Daskal 601.318 604.026 און האָט דאָס פֿאַרבונדן און פֿאַרשמירט, Meyir-Mano Daskal 604.681 607.85 און ס'איז דורכגעגאַן אַכט טאָג, דעיס האָט זיך געבעסערט, Meyir-Mano Daskal 608.489 612.243 צו די דרײַ פֿיר חדשים האָט זיך דאָס פּלאַץ נישט דערקענט. Meyir-Mano Daskal 612.949 614.389 עד־היום־הזה, Meyir-Mano Daskal 615.18 618.065 אױסגעהײלט אַז דעיס איז דאָרט קײן מאָל נישט געװעזן. Yishayahu Peri 618.868 621.36 איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן, װי אַלט זענט איר דעמאָלטס געװען? Meyir-Mano Daskal 621.835 623.026 אומגעפֿער eh, Meyir-Mano Daskal 623.426 627.407 אַ אַ נײַן יאָר, צען יאָר, אומגעפֿער אַזאַ גאַטונג, eh Yishayahu Peri 626.662 627.471 OKAY. Meyir-Mano Daskal 627.906 630.835 אַ האַלב יאָר װײניקער, אַ האַלב יאָר מער, איך געדענק נישט. Yishayahu Peri 629.297 630.102 יאָ. Meyir-Mano Daskal 631.564 633.354 דעיס איז געװען פֿאַר דעם, Meyir-Mano Daskal 633.354 637.148 װײַל דעמאָלטס איז נאָך קײן אַנטיסעטימ- קײן אַנטיסעמיטיזם נישט געװעזן, Meyir-Mano Daskal 637.265 639.901 און ס'איז נישט געװען קײן אונטערשיד צי איך בין אַ ייִדיש ייִנגל, Meyir-Mano Daskal 640.014 641.741 צי איך בין אַ אונגאַריש ייִנגל. Meyir-Mano Daskal 641.819 644.389 אַזױ אַז עס האָט מיך באַהאַנדלט דער גרעסטער פּראָפֿעסאָר. Meyir-Mano Daskal 645.343 650.77 און דער האָט דאָס אױסגעהײלט ביז דעם הײַנטיקן טאָג האָב איך מ- פֿון דעם מער נישט געװוּסט. Meyir-Mano Daskal 651.231 655.73 און דעיס איז אַזױ געגאַנגען. און זע'מיר שױן געבליבן װױנען Meyir-Mano Daskal 655.803 657.822 בײַ די IMA אין בודאַפּעסט. Meyir-Mano Daskal 658.847 663.068 אמת, דאָרט בין איך שױן נישט געגאַן אין שול װײַל אַזױ װי מ'איז געגאַן צו דעם דאָקטער Meyir-Mano Daskal 663.208 666.878 אין BEIT-KHOLIM, מ'האָט געדאַרפֿט גײן איבערבינדן, מ'האָט געדאַרפֿט אַהין און מ'האָט געדאַרפֿט אַהער, Meyir-Mano Daskal 667.015 669.15 און דאָס גאַנצע װױנען דאָרט איז געװען אַזױ Meyir-Mano Daskal 669.284 671.482 צײַטװײַליק, װײַל ס'איז נישט געװען די הײם. Meyir-Mano Daskal 671.552 673.565 מ'האָט געהאַנדלט, די IMA האָט געהאַנדלט. Meyir-Mano Daskal 673.7 677.87 איך געדענק נאָך אַזױ װי הײַנט, סע פֿלעגן אַרױפֿקומען אַ סך פּױלישע פֿליכטלינגען, ייִדן, Meyir-Mano Daskal 678.126 683.63 און מ'האָט געברענגט KARTISIM פֿון ברױט, KARTISIM פֿון צוקער, און מ'האָט פֿאַרקױפֿט און מ'האָט געמאַכט, Meyir-Mano Daskal 683.814 688.206 און איך געדענק אַזױ ביז דעם הײַנטיקן טאָג אַז די IMA עליו־השלום Meyir-Mano Daskal 688.34 693.724 פֿלעג יעדן אינדערפֿרי, װען איך און מײַן שװעסטער די קלײנע פֿלעגן מיר אױפֿשטײן, Meyir-Mano Daskal 694.266 696.761 איז שױן געשטאַנען בײַם בעט אױף אַ טישעלע Meyir-Mano Daskal 697.209 701.642 צװײ שטיקלעך UGA פֿאַר מיר און פֿאַר פֿאַר די שװעסטער Meyir-Mano Daskal 701.697 704.632 װאָס זי האָט אַרױפֿגעברענגט פֿון דער <מעהי-> פֿון דער eh Meyir-Mano Daskal 704.854 708.495 פֿון דער צוקער־בעקערײַ. אין דעם געבײַדע איז געװען, אונדז האָ'מיר געװױנט Meyir-Mano Daskal 708.583 710.283 אין בודאַפּעסט, דעיס איז געװעזן Meyir-Mano Daskal 710.365 713.934 לעבן דער ייִדישער גאַס. די ייִדישע גאַס הײסט DOB-גאַס, DOB UTCA. Meyir-Mano Daskal 714.019 718.118 און דעיס איז געװען די HOLLÓ-גאַס, נומער אײנס אין דער געבײַדע. Meyir-Mano Daskal 718.216 722.284 שױן, אונדז האָ'מיר <אָפּ>געלעבט. אַזױ װי אָבער ס'איז געקומען צום סוף פֿון דער מלחמה, Meyir-Mano Daskal 723.534 726.065 האָט מײַן IMA נישט געװאָלט בלײַבן אין אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 726.146 728.723 צוריקפֿאָרן אַהײם, די עלטערן זענען דאָך דאָרטן. Meyir-Mano Daskal 728.906 733.2 און מ'איז צוריקגעפֿאָרן אַהײם נאָך SATU MARE. Meyir-Mano Daskal 733.333 738.78 און זי האָט זיך געעפֿנט דאָרט אַ קלײן MAKOLETl, װײַל זי איז שױן געװען באַקאָנט צו פֿאַרקױפֿן, און צו קױפֿן, Meyir-Mano Daskal 739.161 742.857 און דאָס לעבן איז אַזױ אַ ביסל געגאַן װײַטער. Meyir-Mano Daskal 743.189 749.433 ס'האָט נישט געדױערט לאַנג, איך װײס, איך בין שױן אַלט געװאָרן דאָרטן צװעלעף, דרײַצן יאָר, Meyir-Mano Daskal 750.089 752.776 און אַזױ װי איך האָב געזאָגט, מײַן ABA, Meyir-Mano Daskal 753.106 757.793 ער האָט געהאַט אַ פֿינעף ברידער אױסער זיך, זענען אַלע געװעזן אױפּס־סוחרים. Meyir-Mano Daskal 757.98 763.214 און מיך האָט אױך עפּעס געצױגן, איך האָב געװאָלט אױכעט אָנהױבן האַנדלען, אַזױ װי איך האָב שױן נישט געהאַט קײן ABA, Meyir-Mano Daskal 763.439 767.107 און די IMA האָט געהאַט אַ קלײן MAKOLETl, איך זאָל איר צוהעלפֿן צו דער פּרנסה. Meyir-Mano Daskal 767.535 771.057 האָט מײַן SAVTA עליו־השלום געזאָגט אַזױ, "הער אױס, מײַן קינד: Meyir-Mano Daskal 771.299 777.351 אַ סוחר," זאָגט זי, "װעסטו קענען זײַן װען דו װעסט אַלע מאָל װעלן. אָבער איך װיל דו זאָלסט לערנען אַ פֿאַך. Meyir-Mano Daskal 778.622 784.87 דו װעסט האָבן אױסגעלערנט דאָס פֿאַך, װאָס דײַן האַרץ װעט זיך גלוסטן װעסטו טון. אָבער קודם װיל איך דו זאָלסט לערנען אַ פֿאַך." Meyir-Mano Daskal 785.597 790.647 לערנען אַ פֿאַך, האָב איך געהאַט אַ פֿעטער, מײַן SAVTA האָט געהאַט נאָך אַ זון, דאָס הײסט, מײַנער אַ פֿעטער, Meyir-Mano Daskal 790.945 792.928 װאָס ער האָט געװױנט אין דער שטאָט, Meyir-Mano Daskal 793.327 797.806 און ער האָט דאָרט חתונה געהאַט, און ער האָט <זיך> געמאַכט אַ געשעפֿט פֿון לעדער Meyir-Mano Daskal 798.128 799.353 און שטעפּערײַ. Meyir-Mano Daskal 800.418 803.436 דער בעסטער װעג איז געװעזן בײַם פֿעטער צו לערנען. Meyir-Mano Daskal 803.783 806.789 אַזױ אַרום, אַז איך בין געבליבן בײַ דעם פֿעטער, Meyir-Mano Daskal 807.076 809.776 און איך האָב בײַן אים געלערנט. Meyir-Mano Daskal 809.917 813.036 און כ'האָב אָנגעהױבן צו גײן דאָרטן אין שולע, Meyir-Mano Daskal 813.105 815.037 אין דער MIKTSOI-שולע. Meyir-Mano Daskal 815.993 820.181 דאָרט האָב איך שױן פֿאַרפֿעלט, דעיס װאָס איך האָב פֿאַרפֿעלט װאָס איך האָב נישט געלערנט אין בודאַפּעסט, Meyir-Mano Daskal 820.271 824.849 און אין דער הײם װײַל ס'איז נישט געװעזן, די אַלע לערנעכץ איז געװעזן אַלץ געכאַפּט, Meyir-Mano Daskal 824.849 830.399 דאָ אַהער און דאָ אַהין, װײַל כ'בין דאָך נישט געװען סטאַביל, פֿון דער הײם אױף בודאַפּעסט, פֿון בודאַפּעסט צוריק, Meyir-Mano Daskal 830.424 831.775 און דאָ איז די מלחמה. Meyir-Mano Daskal 831.856 834.403 אַזױ אַרום, כ'האָב געלערנט דאָרט דאָס פֿאַך, Meyir-Mano Daskal 834.939 837.869 און בײַן אים אױסגעלערנט, Meyir-Mano Daskal 838.161 840.419 און נאָך דעם, שפּעטער, Meyir-Mano Daskal 841.294 845.756 mm כ'װײס, אפֿשר מיט צװײ יאָר, צי מיט דרײַ יאָר נאָך דעם װי כ'האָב געלערנט האָב איך גענומען בײַן אים אַרבעטן, Meyir-Mano Daskal 845.899 851.798 און איך האָב פֿאַרקױפֿט אין געשעפֿט. איך בין געװען, װײַל ס'איז דאָך געװען מײַן פֿעטער, ס'איז דאָך געװען דער שװעסטער'ס אַ זון. Meyir-Mano Daskal 852.022 853.912 אַזױ איך בין געװען דאָרט אױך אין דער הײם. Meyir-Mano Daskal 855.139 857.237 אָבער װען איך בין Meyir-Mano Daskal 857.795 860.755 אַלט געװאָרן שױן אומגעפֿער נײַנצן, Meyir-Mano Daskal 861.61 863.364 דאַכט זיך מיר נײַנצן יאָר, יאָ, Meyir-Mano Daskal 863.847 866.987 איך בין געװען באַפֿרײַט פֿון דער רומענישער אַרמײ Meyir-Mano Daskal 867.151 872.936 װײַל ס'האָט געהײסן אַז איך האַלט אױס מײַן IMA. װײַל דער פֿאָטער איז געפֿאַלן אין דער מלחמה Meyir-Mano Daskal 873.04 877.01 בין איך דער אױסהאַלטער, זי האָט נישט קײן אַנדערן. האָב איך אין דער מ- אַרמײ נישט געדאַרפֿט גײן. Meyir-Mano Daskal 877.136 878.96 כ'האָב געדאַרפֿט מאַכן דאָרט צװײ דרײַ װאָכן, Meyir-Mano Daskal 879.385 881.481 אָבער דעיס איז געװען גאָרנישט, Meyir-Mano Daskal 881.762 884.831 דאָס הײסט, איך בין געװען אין דער הײם. בײַ די נײַנצן יאָר Meyir-Mano Daskal 885.683 889.728 איז מײַן ערשטע פֿרױ עליו־השלום, דער פֿרױ'ס אַ שװעסטער, Meyir-Mano Daskal 889.896 894.785 געװען אין שטאָט בײַן אַ קרובֿה דאָרטן. און שבת, Meyir-Mano Daskal 894.88 899.748 װאָס האָט מען געטון שבת דאָרט אין שטאָט, אין SATU MARE? ס'איז געװען אַ גרױסער שײנער פּאַרק Meyir-Mano Daskal 900.015 901.405 אין מיט שטאָט, Meyir-Mano Daskal 901.769 905.895 די געשעפֿטן דאָרט זענען געװען אַלע ייִדישע, מע האָט געמײנט אַז דעיס איז ירושלים. Meyir-Mano Daskal 905.953 909.124 דאָרט איז קײן קריסטלעך געשעפֿט נישט געװען. אַלץ איז געװען ייִדן. Meyir-Mano Daskal 909.188 911.518 פֿלעג מען אַרױסגײן אין פּאַרק און פֿלעג דאָרט זיצן. Meyir-Mano Daskal 911.627 912.873 אַזױ מ'איז געזעסן, Meyir-Mano Daskal 912.962 915.53 און זײ זענען געזעסן לעבן אַ באַנק לעבן אונדז. Meyir-Mano Daskal 915.636 918.647 און נישט װילנדיק אַזױ, מע הײבט אָן צו רעדן, האָ'מיר זיך באַקענט, Meyir-Mano Daskal 918.75 922.818 און פֿון דעם באַקענעכץ איז אַרױסגעקומען דער שידוך. איך האָב מיט איר געהײראַט. Yishayahu Peri 922.584 924.492 װי אַלט זענט איר געװען אַז איר האָט געהײראַט? Meyir-Mano Daskal 923.859 927.34 צװאָנציק יאָר װען איך האָב געהײראַט, ס'ערשטע מאָל, Meyir-Mano Daskal 927.969 932.315 אָבער אָבער אָבער צװײ און צװאָנציק יאָר, eh, גענױ איך קען נישט eh כאַפּן. Meyir-Mano Daskal 932.593 934.36 אומגעפֿער אַזאַ גאַטונג איז געװעזן. Meyir-Mano Daskal 934.36 937.91 אָבער זאָל איך זאָגן, דרײַ און צװאָנציק? eh, אומגעפֿער אַזאַ גאַטונג, איך קען נישט... Meyir-Mano Daskal 938.094 942.093 eh דעיס אַלײן, סע ליגט מיר נאָר אין אין אין זכּרון. Yishayahu Peri 942.098 942.975 בסדר. Meyir-Mano Daskal 943.676 946.407 און כ'האָב חתונה געהאַט, און Meyir-Mano Daskal 946.503 949.354 כ'האָב געקלערט אַז איך װעל װערן זעלבשטענדיק. Meyir-Mano Daskal 949.705 950.781 זעלבשטענדיק. Meyir-Mano Daskal 952.448 954.138 כ'האָב מיר אױפֿגעמאַכט אַ געשעפֿטל, Meyir-Mano Daskal 954.288 956.546 שטעפּערײַ, װײַל איך האָב דעיס געלערנט, Meyir-Mano Daskal 956.788 960.008 און צוגענומען אַ מענטש, און מיר האָ'מיר געאַרבעט. Meyir-Mano Daskal 960.136 962.145 און צו ביסלעך איז דאָס געגאַנגען. Meyir-Mano Daskal 962.35 965.374 און נאָך דעם האָב איך צוגענומען נאָך אַ מענטש, און מײַן פֿעטער, Meyir-Mano Daskal 965.44 970.321 ער איז אױכעט אומגעקומען אין דער מלחמה, און ער איז געװען אין בעלגיום צום סוף, ער איז אַװעקגעפֿאָרן, Meyir-Mano Daskal 970.775 974.488 האָט ער מיר געזאָגט, זאָגט ער, "װײסטו װאָס?" זאָגט ער, "אַז דו האָסט שױן דעיס געשעפֿטל," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 974.935 976.978 "איך," זאָגט ער, "האָב געהאַט אַ לעדער־געשעפֿט," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 976.978 984.003 "מיט די שטעפּערײַ," זאָגט ער, "נו, איז נאָך פֿון צװײ זײַטן עפּעס אױסגעקומען." זאָגט ער, "דו מוזסט זען, נעם צו אַ מענטש צװײ," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 984.214 985.962 "װאָס זאָלן מאַכן שיך. Meyir-Mano Daskal 986.216 988.078 און דו װעסט פֿאַרקױפֿן שיך," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 988.208 992.106 "װעט אױך זײַן אַ געשעפֿט." און איך האָב אַזױ געטון, איך האָב נאָך צוגענומען צװײ מענטשן, Meyir-Mano Daskal 992.452 996.36 איז געװען אײנער אַ שטעפּער, און אײנער װאָס האָט געמאַכט שיך. נאָך דעם האָב איך צוגענומען אַ פֿערדן. Meyir-Mano Daskal 996.386 999.789 אַזױ אַז כּמעט די גאַנצע צײַט האָב איך געאַרבעט מיט פֿיר מענטשן. Meyir-Mano Daskal 1000.583 1004.763 היצט, די זאַך איז אַזױ: אַפֿילו דאָרטן שױן, מײַן Meyir-Mano Daskal 1005.315 1008.459 SABA עליו־השלום און די SAVTA, זײ האָבן געהאַט אַן אײגן הױז. Meyir-Mano Daskal 1008.575 1011.871 מײַן IMA האָט אױך געהאַט, אַ קלײן הױז, נישט קײן גרױס הױז, אַ קלײן הױז. Meyir-Mano Daskal 1012.452 1015.666 האָב איך געקלערט, מילא אַ געשעפֿטל, האָב איך געדונגען דאָרטן. Meyir-Mano Daskal 1015.88 1020.246 אָבער צו װױנען, האָב איך געקלערט, װי אַזױ קומט מען צו צון אַן אײגענעם הױז? Meyir-Mano Daskal 1020.897 1024.001 נו, אין שטאָט צו קױפֿן אַ הױז, אַפֿילו אין יענע צײַטן, Meyir-Mano Daskal 1024.185 1026.828 אין ROMÁNIA, איז געװען זײער שטאַרק שװער. Meyir-Mano Daskal 1028.362 1030.403 מײַן עסק איז געװעזן, Meyir-Mano Daskal 1030.476 1035.003 אַיעדן שבת אין דער הײם, ס'איז געװען דאָרט אַ צײַטונג, סע האָט געהײסן דער SZAMOS. Meyir-Mano Daskal 1035.079 1039.189 SZAMOS, דעיס איז געװען דאָס װאַסער װאָס איז געגאַן, אַזױ װי ס'איז דאָ די TISZA, די טײַס, Meyir-Mano Daskal 1039.259 1041.191 אַזױ איז דאָרט געגאַן דער SZAMOS. Meyir-Mano Daskal 1041.264 1044.486 דאָס איז יעדן טאָג געװען אַ צײַטונג, און איך פֿלעג קױפֿן דעם צײַטונג Meyir-Mano Daskal 1044.541 1050.516 און אַלץ אַרײַנקוקן, אַזױ װי דאָ איז דאָ אין אין MAARIV, דער פֿאַרקױפֿט און דער קױפֿט און דער, Meyir-Mano Daskal 1050.853 1053.397 אױף אײן מאָל האָב איך געזען אין צײַטונג Meyir-Mano Daskal 1053.716 1058.439 אַז ס'איז אַרױס פֿון דער שטאָט אַן עק אין דער און דער גאַס דאָרטן, אַ גאַס, Meyir-Mano Daskal 1058.511 1062.293 יענע גאַס איז גראַדע געגאַן צו די אונגאַרישע גרענעץ, TISZA UNK גאַס, Meyir-Mano Daskal 1062.86 1064.864 אַז דאָרט איז דאָ אַ קלײן הײַזקעלע. Meyir-Mano Daskal 1065.537 1067.437 דאָס הײַזקל איז געװען אַזױ גרױס Meyir-Mano Daskal 1067.437 1070.837 װי די ערשטע הײַזקעס װאָס מע האָט געבױט דאָ פֿאַר אונדז אין MOSHAV. Meyir-Mano Daskal 1071.08 1074.575 אײן צימערל מיט אַ קעכל פֿון צװײ מעטער. Meyir-Mano Daskal 1075.115 1078.401 אַז דעיס הײַזקל איז צו פֿאַרקױפֿן BEHIZDAMNUT, Meyir-Mano Daskal 1078.669 1083.066 מע מוז נישט אױף אַ מאָל געבן דאָס געלט. ער איז שולדיק, מע דאַרף נאָך עפּעס צאָלן. Meyir-Mano Daskal 1084.226 1086.97 איך האָב גענומען אַראָפּ די אַדרעסע פֿונעם צײַטונג, Meyir-Mano Daskal 1087.176 1090.693 און נאָך דעם בין איך צוגעפֿאָרן זונטיק, Meyir-Mano Daskal 1090.693 1093.626 און איך האָב אױפֿגעזוכט דעם, ס'איז געװען אַ גױ, אַן אונגאַר, Meyir-Mano Daskal 1093.823 1095.806 ער האָט געזאָגט אַז eh, Meyir-Mano Daskal 1095.92 1100.558 ער האָט ערגעץ אַנדערש װוּ צו קױפֿן, ער װיל לעבן די עלטערן און ער װיל דאָ פֿאַרקױפֿן. בסדר. Meyir-Mano Daskal 1100.851 1103.672 שױן, ער האָט געזאָגט ער װיל פֿאַר דעם, אין יענע צײַטן, Meyir-Mano Daskal 1103.7 1106.912 האָט ער געזאָגט ער װיל פֿאַר דעם צװײ און צװאָנציק טױזנט לײ. Meyir-Mano Daskal 1106.942 1108.731 אין רומעניע איז געװען דעמאָלט לײ. Meyir-Mano Daskal 1108.911 1113.847 אָ, ס'איז געװען אַ סך געלט װײַל פֿון די אַרבעט אַלײן האָט מען זײער שװער געקענט אָפּשפּאָרן. Meyir-Mano Daskal 1114.827 1117.463 אָבער װאָס איז געװען דער MAZAL מײַנער? Meyir-Mano Daskal 1117.926 1122.532 מײַן זײדע עליו־השלום, ער איז געװען די גאַנצע צײַט אַנגעשטעלט Meyir-Mano Daskal 1122.693 1126.696 בײַ די ייִדישע קהילה, ער איז געװען משגיח, און דער eh Meyir-Mano Daskal 1126.772 1131.279 eh, נו װי הײסט עס שױן, שלאָבריק אױף ייִדיש, אױף עבֿריתּ, eh... Meyir-Mano Daskal 1131.824 1134.12 װוּ מע שעכט בהמות. אין... Yishayahu Peri 1133.876 1135.592 אָ, אין אַ שעכט־הױז. Meyir-Mano Daskal 1134.999 1136.174 אין אַ שעכט־הױז, יאָ. Meyir-Mano Daskal 1136.174 1139.202 ער איז געװען משגיח די גאַנצע צײַט, און ער האָט שײן פֿאַרדינט, Meyir-Mano Daskal 1139.287 1141.552 און ס'זענען געװען צװײ אירע, ער האָט נאָר געהאַט, Meyir-Mano Daskal 1141.552 1143.933 ער האָט געהאַט דרײַ טעכטער, ס'איז געװען מײַן IMA, Meyir-Mano Daskal 1143.933 1146.37 און נאָך אַנדערע צװײ טעכטער, Meyir-Mano Daskal 1146.37 1149.749 אײנע איז דאָ געשטאָרבן אין ארץ־ישׂראל װײַל זי האָט דאָ, אױך דאָ געװױנט. Meyir-Mano Daskal 1150.524 1158.542 איז eh, בין איך אַריבערגעגאַן צום... מײַן SABA, <מיר זאָלן זיך... און> איך האָב אים דערצײלט, "קוק אַהער אַזױ און אַזױ," Meyir-Mano Daskal 1159.101 1162.41 ער האָט נישט געמאַכט קײן סך שאלות, ער האָט מיך געפֿרעגט װיפֿל דאָס דאַרף קאָסטן. Meyir-Mano Daskal 1162.422 1166.556 ער האָט אַרױסגענומען די העלפֿט געלט און האָט מיר געגעבן, און ער האָט געזאָגט, Meyir-Mano Daskal 1166.556 1170.371 "מײַן קינד, גײ קױף און זײַ מצליח." Meyir-Mano Daskal 1171.02 1175.66 איך בין אַװעקגעגאַן צו דעם, איך האָב אָפּגעהאַנדלט נאָך צװײ טױזנט, כ'האָב עס געקױפֿט פֿאַר צװאָנציק טױזנט. Meyir-Mano Daskal 1175.66 1177.169 דעיס איז געװען אַ קלײן הײַזקל, Meyir-Mano Daskal 1177.191 1178.718 אָבער אַן אײגנס. Meyir-Mano Daskal 1178.868 1180.448 אָבער ס'איז געװען אַ MIGRASH, Meyir-Mano Daskal 1180.448 1184.195 אומגעפֿער אַזױ פֿון פֿינעף זעקס דונאַם, איז געװען אַ MIGRASH. Meyir-Mano Daskal 1184.195 1188.64 ס'איז געװען אמת אַרױס פֿון דער שטאָט, ס'איז געװען װײַט צו גײן, װײַל איך האָב געהאַט אין שטאָט דאָס געשעפֿטל, Meyir-Mano Daskal 1188.74 1191.914 אָבער איך בין געגאַנגען. אַזױ װי איך האָב דעיס געקױפֿט Meyir-Mano Daskal 1192.273 1196.761 האָ'מיר זיך איבערגעצױגן, װײַל איך האָב געװױנט נישט װײַט דאָרטן אין אַן אַנדער גאַס, אין <DILDISHer> גאַס, Meyir-Mano Daskal 1196.852 1199.962 װי איך האָב געזאָגט, די BÁTHORY-גאַס, נישט װײַט פֿון רב יואלישן, Meyir-Mano Daskal 1200.03 1201.186 פֿון eh, Meyir-Mano Daskal 1201.731 1205.657 פֿון אַמעריקע װאָס ער איז געװען, ער האָט געװױנט דאָרט אין דער גאַס. און Meyir-Mano Daskal 1206.621 1210.051 כ'האָב <אױפֿ>געקױפֿט דאָס הײַזקעלע, און מע האָט זיך אַהין געצױגן, Meyir-Mano Daskal 1210.68 1212.58 און איך האָב דאָרט געװױנט. Meyir-Mano Daskal 1213.281 1218.895 נו, און כ'האָב געצאָלט צו ביסלעך װאָס איך האָב נאָך געדאַרפֿט באַצאָלן, װײַל צען טױזנט האָב איך נאָך געדאַרפֿט באַצאָלן. Meyir-Mano Daskal 1219.006 1220.737 אָבער צו ביסלעך פֿון דער אַרבעט Meyir-Mano Daskal 1220.825 1226.173 האָב איך דעמאָלט, אַזױ װי איך האָב געהאַט פֿיר מענטשן, פֿון דעם עפּעס אָפּגעשפּאָרט, פֿון יענעם עפּעס אָפּגעשפּאָרט, כ'האָב אַלץ צו ביסלעך באַצאָלט. Meyir-Mano Daskal 1226.274 1228.001 װען איך האָב געהאַט באַצאָלט Meyir-Mano Daskal 1229.042 1231.007 האָב איך געקלערט, װאָס טוט מען װײַטער? Meyir-Mano Daskal 1231.848 1236.066 אַזױ װי איך האָב געהאַט דאָרטן אַ MIGRASH פֿון פֿינעף זעקס דונאַם, Meyir-Mano Daskal 1236.712 1237.989 האָב איך Meyir-Mano Daskal 1238.249 1241.325 געזאָגט פֿאַר מײַן ערשטע פֿרױ עליו־השלום, Meyir-Mano Daskal 1241.458 1243.767 "װעלן מיר בױען דאָ אָט אַ הױז, Meyir-Mano Daskal 1243.833 1246.58 מע װעט מאַכן אַ גדר, מע װעט אָפּטײלן, Meyir-Mano Daskal 1246.635 1249.126 און מע װעט עס פֿאַרקױפֿן. מע װעט האָבן געלט." Meyir-Mano Daskal 1250.015 1251.149 ס'איז אַזױ געװעזן. Meyir-Mano Daskal 1251.296 1253.01 צו ביסלעך האָ'מיר גענומען, Meyir-Mano Daskal 1253.081 1255.989 מע האָט געקױפֿט צו ביסלעך בלאָקן, און צו ביסלעך mm Meyir-Mano Daskal 1255.989 1259.023 קאַלעך, און צו ביסלעך ציגל, און צו ביסלעך <דאַכלקעס>. Meyir-Mano Daskal 1259.062 1261.221 אַזױ אַרום, סע האָט געדױערט אַ צװײ יאָר, Meyir-Mano Daskal 1261.255 1265.249 מע האָט אױפֿגעבױט דאָס הײַזקע. און איך האָב עס פֿאַרקױפֿט. Meyir-Mano Daskal 1265.305 1268.219 פֿאַר דעם געלט װאָס איך האָב פֿאַרקױפֿט דעיע הײַזקע Meyir-Mano Daskal 1268.228 1272.412 האָב איך געקױפֿט אין אַנדערן עק שטאָט אױכעט אַ הױז. Meyir-Mano Daskal 1272.636 1275.324 דאָרטן איז שױן געװעזן אַ גאָרטן, Meyir-Mano Daskal 1275.324 1279.972 פֿ- אױך פֿון אַ פֿינעף דונאַם. מיט פֿרוכט־בײמער, נוסן־בײמער, Meyir-Mano Daskal 1280.039 1282.408 אין הױף איז געװען אַ ברונעם מיט גוט װאַסער, Meyir-Mano Daskal 1282.779 1284.464 און אַ שטאַל, Meyir-Mano Daskal 1284.781 1286.631 און איך האָב דאָרט געקױפֿט. Meyir-Mano Daskal 1287.5 1288.397 און, Meyir-Mano Daskal 1289.161 1291.213 אַזױ איז געגאַן דאָס לעבן װײַטער. Meyir-Mano Daskal 1291.493 1292.862 און איך האָב געאַרבעט. Meyir-Mano Daskal 1293.596 1298.661 אָבער פֿון דעם קױפֿן, װאָס איך האָב פֿאַרקױפֿט דעיס הױז, איך האָב שױן געהאַט יענץ אױסגעצאָלט, איז מיר נאָך געבליבן געלט. Meyir-Mano Daskal 1299.328 1300.998 דעמאָלט האָב איך אָנגעהױבן צו קלערן Meyir-Mano Daskal 1301.728 1303.138 אַז סע, Meyir-Mano Daskal 1303.224 1305.396 עפּעס דאַרף מען זען װײַטער צו טון. Meyir-Mano Daskal 1305.763 1308.357 אַ ייִד קען דאָך אַלע מאָל נישט זיצן, ער מוז עפּעס קלערן. Meyir-Mano Daskal 1309.331 1316.115 און, אין אַ טאָג, אַזױ װי איך זאָג אײַך, eh, די צײַטונג איז געקומען יעדן טאָג, אין אַ שבת Meyir-Mano Daskal 1316.264 1319.997 זע איך אין צײַטונג אַז סע שטײט געשריבן, Meyir-Mano Daskal 1320.475 1322.282 אָבער דעיס איז שױן געװען אומגעפֿער, Meyir-Mano Daskal 1322.714 1324.598 ah אומגעפֿער בײַ Meyir-Mano Daskal 1325.357 1328.865 בײַ אַכט, בײַ אַכט און דרײַסיק אָדער זיבן און דרײַסיקער יאָר. Meyir-Mano Daskal 1329.575 1331.076 זע איך סע שטײט געשריבן Meyir-Mano Daskal 1331.448 1334.555 אױס אײנער אַ אַ קריסט, אַן אונגאַר, Meyir-Mano Daskal 1334.764 1337.299 מיטן נאָמען SUDYETSKI, Meyir-Mano Daskal 1337.856 1340.25 אַ גענעראַל אין דער אונגאַרישער אַרמײ, Meyir-Mano Daskal 1341.03 1344.43 װיל זײער פֿאַרקױפֿן, ער האָט אַ גרױסן װײַנגאָרטן Meyir-Mano Daskal 1344.928 1346.982 װאָס ס'איז נישט װײַט פֿון אונדזער שטאָט. Meyir-Mano Daskal 1347.12 1353.707 דעיס האָט געהײסן, אױף ייִדיש איך זאָל עס איבערדרײען װי אַזױ סע האָט געהײסן אױף אונגאַריש, האָט דאָס געהײסן דער באַרג פֿון סאַטמער. Meyir-Mano Daskal 1353.87 1357.104 SZATMÁRHEGY, דאָס האָט געהײסן דער באַרג פֿון אונדזער שטאָט. Meyir-Mano Daskal 1357.493 1360.316 און דאָרטן פֿון אונדזער שטאָט, eh פֿון סאַטמער, Meyir-Mano Daskal 1360.378 1365.042 איז אַרױסגעגאַן אַזאַ קלענער באַנדל װאָס איז געפֿאָרן אױף עטלעכע דערפֿער. און אַהין אױכעט. Meyir-Mano Daskal 1365.186 1366.342 דאָרט אױף דעם... Meyir-Mano Daskal 1366.424 1368.377 אַז ער האָט דאָרט צו פֿאַרקױפֿן אַ װײַנגאָרטן, Meyir-Mano Daskal 1369.118 1375.006 האַלב איז אַ װײַנגאָרטן, האַלב איז פֿרוכטן פֿאַרשידענע, באַרנעס, פֿלױמען, עפּל, Meyir-Mano Daskal 1375.062 1378.486 אַלץ איז צו פֿאַרקױפֿן. און ס'איז דאָ אַ גרױסע געבײַדע, Meyir-Mano Daskal 1378.727 1380.888 די געבײַדע איז געדעקט מיט שטרױ, Meyir-Mano Daskal 1381.077 1383.248 דאָרטן אין יענע דערפֿער איז געװען מיט שטרױ, Meyir-Mano Daskal 1383.588 1385.471 און העלפֿט פֿון דער געבײַדע Meyir-Mano Daskal 1385.558 1388.16 איז דאָ אײן ריכטונג פֿון מאַכן װײַן. Meyir-Mano Daskal 1388.347 1391.603 ביטער, שעפֿער, מיט אַלע פֿאַרשידענע זאַכענעס. Meyir-Mano Daskal 1391.872 1394.015 און דעיס איז אָפּצוקױפֿן נישט טײַער. Meyir-Mano Daskal 1394.166 1399.516 װײַל ער װיל אַװעקפֿאָרן צוריק אױף אונגאַרן. ער האָט נישט געקענט װױנען אין ROMÁNIA װײַל ער איז געװען אַ הײסער Meyir-Mano Daskal 1399.69 1403.797 אונגאַר, ער איז געװען אַן אָפֿיציר, ער איז געװען אַ אַ אַ ALUF. Meyir-Mano Daskal 1404.957 1405.643 און Meyir-Mano Daskal 1406.307 1409.884 איך בין אַװעקגעגאַן צו דעם אין אַ װאָכנטאָג, איך האָב מיט אים גערעדט, Meyir-Mano Daskal 1410.5 1411.266 און Meyir-Mano Daskal 1411.977 1415.309 ער האָט געזאָגט, װעלן מיר אַרױפֿפֿאָרן אין אַ טאָג, איך װעל דיר װײַזן װאָס Meyir-Mano Daskal 1415.596 1416.834 איך האָב צו פֿאַרקױפֿן. Meyir-Mano Daskal 1417.36 1419.154 ער האָט מיך אַרױפֿגעפֿירט אַהין. Meyir-Mano Daskal 1419.876 1423.067 און, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? אַזױ װי װען אײנער זעט עפּעס אַ Meyir-Mano Daskal 1423.237 1424.578 אַ װילדע מציאה, Meyir-Mano Daskal 1424.578 1430.247 <איך װאָלט עס> װען אָנגעכאַפּט מיט די הענט און מיט די צײן. איך זאָל עס אָפּקױפֿן, סע זאָל זײַן מײַנע, װי אַזױ מאַכט מען עס? Meyir-Mano Daskal 1431.289 1436.488 ער האָט מיך אַרױפֿגעפֿירט אַהין, זע'מיר אַרױפֿגעפֿאָרן מיטן באַנדל און פֿון דאָרט איז מען אַרױפֿגעגאַן אומגעפֿער Meyir-Mano Daskal 1436.777 1442.296 איך װײס, אפֿשר דרײַ, פֿיר הונדערט מעטער אַזױ אױף אַ באַרג אַרױף. ס'האָט געהײסן דער שפּיגל־באַרג, Meyir-Mano Daskal 1442.32 1443.712 דאָרט װוּ דעיס איז געװעזן. Meyir-Mano Daskal 1444.116 1446.968 און ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אַהין. ס'איז געװען אַ טױער געמאַכט Meyir-Mano Daskal 1447.044 1452.332 אַזױ װי מע זעט װי דעי KHAVA פֿון די פֿערד איז, פֿון אַזױנע ברעטער, אױפֿגעמאַכט דעם טױער, Meyir-Mano Daskal 1452.479 1456.681 אַרום און אַרום איז געװען אַ גדר־חי, פֿון אַנדערטהאַלבן מעטער, Meyir-Mano Daskal 1456.744 1459.136 אַרײַנגעפֿירט אין דעם דער KHAVA. Meyir-Mano Daskal 1459.258 1461.042 דאָרט איז געװען אין די SHURA, Meyir-Mano Daskal 1461.298 1464.291 בײמער פֿון עפּל, בײמער פֿון באַרנעס, Meyir-Mano Daskal 1464.712 1465.924 פֿון פֿלױמען. Meyir-Mano Daskal 1466.03 1472.481 נאָך דעם אױף די אַנדערע זײַט איז געװען אָפּגעטײלט, האָט זיך אָנגעהױבן דער װײַנגאָרטן פֿון ANAVIM. Meyir-Mano Daskal 1472.8 1475.684 נאָך דעם זע'מיר צוריקגעקומען, האָט ער אַרײַנגעפֿירט אין דער שטוב. Meyir-Mano Daskal 1475.77 1480.798 זע'מיר אַרײַנגעגאַן, קײן פּאָדלעגע איז נישט געװעזן. ס'איז געװעזן Meyir-Mano Daskal 1481.142 1484.592 פֿון ערד אױפֿגעשמירט, און דאָרט האָט געװױנט אַ גױ. Meyir-Mano Daskal 1484.905 1488.118 װײַל אױף דעיע פּלעצער האָט געװױנט אײנער אַ גױ, Meyir-Mano Daskal 1488.221 1495.125 פֿאַר דעם װאָס ער האָט דאָרט געװױנט האָט ער באַאַרבעט דעם גאָרטן װען מע האָט געדאַרפֿט. אַזױ איז ער געגאַן ערגעץ אַנדערשט אױך אַרבעטן, און האָט געאַרבעט דאָרט אױך. Meyir-Mano Daskal 1495.306 1498.364 און ער האָט מיר געװיזן די אַלע זאַכענעס. איך האָב געזען די ביטער, מיט דעם Meyir-Mano Daskal 1498.486 1501.228 <און צע>מאָלן די װײַנטרױבן, מיט די אַלע זאַכענעס. Meyir-Mano Daskal 1501.413 1503.647 סע האָט מיר זײער געפֿעלן. איך בין אַרױפֿגעקומען, Meyir-Mano Daskal 1503.756 1507.042 און איך האָב דערצײלט מײַן ערשטע פֿרױ עליו־השלום, "קוק אַזױ און אַזױ," Meyir-Mano Daskal 1507.206 1509.821 "אָבער," זאָגט זי, "װאָס קען מען טון, האָסט דאָך נישט קײן סך געלט?" Meyir-Mano Daskal 1509.936 1512.719 זאָגט זי. "דער גױ האָט געזאָגט אַזױ," זאָג איך, Meyir-Mano Daskal 1513.029 1518.274 אַז ער נעמט נישט דאָס גאַנצע געלט פֿאַר זיך היצטער מיט, ער האָט דאָ אַן אַדװאָקאַט, Meyir-Mano Daskal 1518.364 1522.278 און דער אַדװאָקאַט װעט אים איבערשיקן. כ'װעל נאָר דאַרפֿן צאָלן די העלפֿט. Meyir-Mano Daskal 1522.502 1529.794 די העלפֿט איז געװען אין יענער צײַט, ס'איז אױך געװען אַ גרױסע מציאה. ס'איז געװען אַ מציאה, סע האָט געקאָסט זעכציק טױזנט eh ש- eh לײ. Meyir-Mano Daskal 1530.057 1535.808 ס'איז געװען דרײַ מאָל אױף אַזױ פֿיל װיפֿל די שטיבל װאָס איך האָב געקױפֿט דאָס ערשטע. אָבער אַפֿילו אין דעם געלט איז עס געװען אַ גרױסע מציאה. Meyir-Mano Daskal 1536.88 1539.249 שױן, האָ'מיר געזאָגט אַזױ: Meyir-Mano Daskal 1539.325 1543.218 איך װעל אױפֿנעמען, ס'איז געװען אַ אַזאַ גמילות־חסד־באַנק פֿאַר ייִדן Meyir-Mano Daskal 1543.218 1547.062 בײַן אונדז אין שטאָט, און איך האָב אױפֿגענומען דאָרטן צען טױזנט לײ. Meyir-Mano Daskal 1547.069 1549.095 איך האָב נאָך געהאַט אַ צען טױזנט לײ, Meyir-Mano Daskal 1549.222 1555.056 און כ'האָב אָפּגעקױפֿט דעיס, מ'האָט געמאַכט בײַן אַדװאָקאַט אַ אַ KHOZE, Meyir-Mano Daskal 1555.159 1558.114 און מע האָט עס אַרײַנגעגעבן אין BET-MISHPAT, Meyir-Mano Daskal 1558.248 1563.336 און איך האָב אים געגעבן דעיס געלט, און ס'איז געװען אָפּגעמאַכט אַז דעם Meyir-Mano Daskal 1563.421 1566.741 ערשטן חודש כּך־וכּך, דעם צװײטן חודש כּך־וכּך. Meyir-Mano Daskal 1566.741 1570.466 דעיס איז געװען אומגעפֿער, װען איך האָב עס געקױפֿט איז געװען זומער־צײַט, Meyir-Mano Daskal 1570.604 1576.194 ס'איז געװען װען װען װען סע האָבן זיך אָנגעהױבן די ערשטע פֿרוכטן צײַטיקן. Meyir-Mano Daskal 1577.659 1579.54 און איך האָב עס אָפּגעקױפֿט. Meyir-Mano Daskal 1580.262 1583.64 װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? יאָ, דעיס איז שױן געװעזן אַז מע האָט דעיס אָפּגעקױפֿט, Meyir-Mano Daskal 1584.255 1589.34 האָב איך שױן געהאַט אײן טאָכטער, די ערשטע װאָס איז געבױרן געװאָרן איז געװעזן Meyir-Mano Daskal 1590.415 1595.606 אַלט שױן דעמאָלט בײַן בײַן אַ בײַן אַ אַכט יאָר, נײַן יאָר, און אַ זון Meyir-Mano Daskal 1595.73 1599.445 האָב איך געהאַט װאָס ער איז געװעזן מיט דרײַ יאָר ייִנגער, Meyir-Mano Daskal 1599.627 1602.853 און אַ צװילינג, מײדעלעך פֿון דרײַ יאָר. Meyir-Mano Daskal 1602.934 1607.419 מ'האָט דעיס אָפּגעקױפֿט, פֿלעגן מיר קודם יעדן פֿרײַטיק, Meyir-Mano Daskal 1607.493 1610.009 שבת איז געװען געשפּאַרט װײַל ס'איז שבת, Meyir-Mano Daskal 1610.09 1613.839 זונטיק איז געװען געשפּאַרט, מ'האָט נישט געטאָרט עפֿענען װײַל ס'איז זונטיק, Meyir-Mano Daskal 1613.913 1617.695 פֿלעגן מיר אַלע מאָל פֿרײַטיק אַרױפֿפֿאָרן מיט דעם באַנדל, די גאַנצע משפּחה, Meyir-Mano Daskal 1618.212 1620.471 אַפֿילו די איצטיקע פֿרױ מײַנע, Meyir-Mano Daskal 1620.522 1624.211 איז אױך געװען דאָרטן, פֿלעג אַרױפֿקומען אױף שבת צו העלפֿן קלױבן Meyir-Mano Daskal 1624.241 1629.692 פֿאַרשידענע פֿרוכטן. דעיס געדענקט זי נאָך ביז דעם הײַנטיקן טאָג. זי פֿאַרגעסט אַ סך זאַכן אָבער דעיס געדענקט זי נאָך. Meyir-Mano Daskal 1630.208 1634.251 און אַזױ איז געגאַן דאָס לעבן. אָבער װאָס קען איך אײַך זאָגן? Meyir-Mano Daskal 1634.376 1642.733 ס'איז געװען, זעט זיך אַפֿילו נישט אױף גוטן, װײַל ס'איז געװען צו גוט, און מע זאָגט אַ מאָל אַז אַ זאַך װאָס איז צו גוט, דאָס גײט נישט צום גוטן. Meyir-Mano Daskal 1644.445 1648.984 פֿון דעם ערשטן YEVUL װאָס דאָרט איז געװעזן אין דעם סאָד Meyir-Mano Daskal 1649.326 1652.5 האָב איך אױסגעצאָלט דעם גאַנצן סאָד, Meyir-Mano Daskal 1652.953 1656.388 און ס'איז געװען װײַנען, מיט פֿרוכטן, Meyir-Mano Daskal 1656.953 1658.612 נישט פֿאַר די משפּחה, Yishayahu Peri 1660.241 1660.979 <WE GOT TIME.> Meyir-Mano Daskal 1660.89 1662.17 יאָ? כ'קען װײַטער? Yishayahu Peri 1661.928 1663.779 איך װעל אײַך געבן אַ סימן װען צו אױפֿהערן. Meyir-Mano Daskal 1663.302 1663.872 יאָ. Meyir-Mano Daskal 1664.732 1666.635 דאָרט איז געװעזן, Meyir-Mano Daskal 1667.617 1668.758 ס'איז געװעזן, Meyir-Mano Daskal 1669.281 1672.778 איך איך קען אײַך נישט זאָגן, װען אײנער האָט דאָס דאָ הײסט ער Meyir-Mano Daskal 1672.906 1675.747 אַז ער איז אַ מיליאָנער, אַזױ װי מע זעט אױף דער ריװעריע. Meyir-Mano Daskal 1676.003 1677.551 אַזױנס און אַזעלעכס. Meyir-Mano Daskal 1677.958 1680.148 שױן, אָבער לײדער לײדער, Meyir-Mano Daskal 1680.92 1683.691 די גאָלדענע צײַטן האָבן נישט לאַנג געדױערט. Meyir-Mano Daskal 1684.956 1689.633 די צײַט איז געגאַנגען. מ'האָט געאַרבעט. די קינדער האָבן געװאַקסן. Meyir-Mano Daskal 1690.242 1691.041 און Meyir-Mano Daskal 1692.057 1693.608 צו ביסלעך, צו ביסלעך, Meyir-Mano Daskal 1694.002 1696.457 און אין דער צײַט, Meyir-Mano Daskal 1696.457 1698.483 איך געדענק נישט אין װעלכן יאָר, Meyir-Mano Daskal 1698.74 1701.398 אָבער ס'איז שױן געװעזן אָדער אין, Meyir-Mano Daskal 1701.591 1706.031 אָדער אין אין אין אין נײַ- אָדער אין אַכט און דרײַסיקער, Meyir-Mano Daskal 1706.485 1711.081 אָדער אין נײַן און דרײַסיקער, איז מײַן SABA עליו־השלום געשטאָרבן. Meyir-Mano Daskal 1712.02 1715.513 און ס'איז געבליבן... די SAVTA איז געבליבן. Meyir-Mano Daskal 1717.561 1722.015 ס'האָט נישט געדױערט לאַנג די צײַטן, די מלחמה האָט זיך אָנגעפֿאַנגען. Yishayahu Peri 1723.59 1727.368 יעצט װעלן מיר דאָ אױפֿהע- -הערן, מיר'ן טױשן אַ קאַסעטע און מע װעט גײן פֿאָרױס.