Yishayahu Peri 0.569 6.063 מאיר דאַסקאַל, מיט אײַער ערלױבעניש גײען מיר פֿאָרױס מיט אונדזער אינטערװיו, קאַסעטע נומער צװײ. Yishayahu Peri 6.063 8.324 זײַט אַזױ גוט, דערצײלט אונדז װײַטער. Meyir-Mano Daskal 7.329 7.941 יאָ. Meyir-Mano Daskal 7.983 10.48 היצט װיל איך אַ ביסעלע גײן צוריק. Meyir-Mano Daskal 10.583 12.37 אַזױ װי סע הײבט אָן צו קומען Meyir-Mano Daskal 12.457 15.228 צו די שװערסטע צײַטן, צום היטלעריזם, Meyir-Mano Daskal 15.228 17.559 װיל איך אַ ביסל גײן צוריק און אײַך דערצײלן Meyir-Mano Daskal 17.559 19.8 פֿון אונדזער שטאָט פֿון SATU MARE. Meyir-Mano Daskal 19.965 21.637 אַזױ װי איר װײסט, Meyir-Mano Daskal 21.637 26.3 SATU MARE איז געװען זײער אַ רעליגיעזע שטאָט. דעי װאָס זענען געװען רעליגיעז. Meyir-Mano Daskal 26.3 28.236 ס'הײסט, ס'איז געװען נישט־רעליגיעזע אױכעט, Meyir-Mano Daskal 28.236 30.249 אָבער דעי װאָס זענען געװען רעליגיעז Meyir-Mano Daskal 30.249 32.332 אין אַלגעמײן אין אַ שטאָט Meyir-Mano Daskal 32.332 35.562 װוּ די רעליגיע הערשט אַזױ װײַט, Meyir-Mano Daskal 35.562 38.878 דעמאָלט קען נישט זײַן אַפֿילו דער װאָס ער איז נישט אַזױ רעליגיעז Meyir-Mano Daskal 38.878 40.726 קען נישט זײַן אַזױ װײַט אױסגעלאַסן Meyir-Mano Daskal 40.726 43.384 װײַל ער קען נישט זײַן אַזאַן עזות־פּנים פֿאַר יענעם. Meyir-Mano Daskal 43.384 45.263 מוז ער אױכעט אַ ביסעלע, Meyir-Mano Daskal 45.263 46.318 דאָס הײסט, Meyir-Mano Daskal 46.318 48.547 בעל־מלאָכות צום מײנסטן טײל Meyir-Mano Daskal 48.99 50.498 זענען נישט געװען Meyir-Mano Daskal 50.498 53.371 אַזױ הונדערט־פּראָצענטיק רעליגיעז. פֿאַר װאָס? Meyir-Mano Daskal 53.371 55.907 ס'איז געװען זיכער אַזױ װי אין פּױלן און װ- ערגעץ אַנדערש. Meyir-Mano Daskal 55.907 58.062 ס'איז געװען שנײַדער־שולן, ס'איז געװען Meyir-Mano Daskal 58.062 60.96 שוסטער־שולן, װוּ מ'איז געגאַן שבת אין די שול. Meyir-Mano Daskal 60.96 61.776 יעדער אײנער, Meyir-Mano Daskal 61.86 65.223 איך למשל האָב געהאַט נישט װײַט פֿון מיר איז געװען מחזיקי־תּורה, Meyir-Mano Daskal 65.223 67.034 דעיס איז נישט געװען קײן שנײַדער־שול, נישט קײן... Meyir-Mano Daskal 67.034 68.463 אָבער אַזױ װי ס'איז געװען נאָענט Meyir-Mano Daskal 68.463 69.738 בין איך געגאַנגען אַהין. Meyir-Mano Daskal 69.738 71.1 אָבער איך זאָל זאָגן Meyir-Mano Daskal 71.494 74.115 אַלע הונדערט פּראָצענט אַז אַלע שבת בין איך געגאַן? נײן. Meyir-Mano Daskal 74.115 76.686 אַ סך מאָל בין איך געגאַן מיט די קינדער מיטן װײַב אַרױס Meyir-Mano Daskal 76.686 78.809 שפּאַצירן ערגעץ, בין איך נישט געגאַן Meyir-Mano Daskal 78.809 80.232 װײַל איך בין נישט געװען פֿון דעיע Meyir-Mano Daskal 80.232 83.516 הונדערט־פּראָצענטיקע. דאָרט האָט מען נישט געזאָגט DATI. אַ ייִד, אַן אײנפֿאַכער ייִד. Meyir-Mano Daskal 83.516 86.668 אָבער אַלגעמײנעס, איך האָב געהאַט צײַט בין איך געגאַן שבת אין די שול. Meyir-Mano Daskal 86.684 89.86 אין אַלגעמײן, נאָך מיטאָג בײַן אונדז איז געװען אין די שטאָט Meyir-Mano Daskal 89.86 93.204 איז געװען אַ HISTADRUT, דאָס הײסט, אַן אונגאַרישער. Meyir-Mano Daskal 93.204 96.554 איז געװען זײער אַ גרױסע געבײַדע. אין דער געבײַדע איז געװען אַ KOLNOA. Meyir-Mano Daskal 96.554 100.402 אין דער געבײַדע איז געװען eh קיאָסקן מיט פֿאַרשידענע זאַכן, Meyir-Mano Daskal 100.402 102.556 פֿלעגן מיר גײן אַהין פֿאַרברענגען מיט די קינדער, Meyir-Mano Daskal 102.556 105.714 און מיטן װײַב נאָך מיטאָג, און דאַן פֿלעגן מיר אַרױסגײן אין פּאַרק, Meyir-Mano Daskal 105.755 108.285 און דאָס לעבן איז אַזױ געגאַנגען. Meyir-Mano Daskal 108.285 110.123 אָבער אַלגעמײן, װי איך זאָג אײַך, Meyir-Mano Daskal 110.125 113.156 האָט זיך, די ייִדן האָבן זיך געפֿירט דאָרטן, Meyir-Mano Daskal 113.327 115.318 eh דאָס הײסט, Meyir-Mano Daskal 115.318 118.988 אַז אַפֿילו די גאַנץ יודן װאָס זענען געװען זענען נישט געװען רעליגיעז, Meyir-Mano Daskal 118.988 120.833 װאָס ער איז קײן מאָל נישט געגאַן אין שול, Meyir-Mano Daskal 120.833 123.044 האָט נישט געמאַכט קײן עזות־פּנימשאַפֿט Meyir-Mano Daskal 123.044 124.555 פֿאַר דעי רעליגיעזע. Meyir-Mano Daskal 124.555 126.588 און די אױטאָנאָמיע Meyir-Mano Daskal 126.588 130.533 קען איך זאָגן בײַן אונדז אין שטאָט, איך װײס נישט װי ס'האָט זיך געפֿירט אין די אַנדערע שטעט אין ROMÁNIA, Meyir-Mano Daskal 130.533 132.277 איז געװען אַזױ שטאַרק Meyir-Mano Daskal 132.277 138.233 אַז אַפֿילו דער אײנפֿאַכער SHOTER, װײַל דאָרט אין ROMÁNIA איז געװען װאָס מ'האָט געמ- -געבן Meyir-Mano Daskal 138.233 139.887 אַלע מאָלטס אַ ביסעלע געלט, Meyir-Mano Daskal 139.887 142.154 דאָס הײסט, יעדער ייִד איז דורכגעקומען Meyir-Mano Daskal 142.42 146.72 און מ'איז געגאַן מיט די שטרײַמלען אױף די גאַס, מיט די קאַפֿטענעס אױף די גאַסן, Meyir-Mano Daskal 146.72 150.926 אַזױ װי דעיס איז געװעזן קלײן ארץ־ישׂראל. דעיס איז נישט געװען SATU MARE! Meyir-Mano Daskal 151.051 154.216 ס'האָט זיך גאָרנישט אָנגעהױבן און נישט אױסגעלאָזט, ס'איז נישט געװען דעיס... Meyir-Mano Daskal 154.216 157.347 אַזױ איז דאָס לעבן. ייִדן האָבן געהאַט געשעפֿטן אַזױ װי איך זאָג אײַך, Meyir-Mano Daskal 157.347 161.215 דער גאַנצער הױפּט־פּלאַץ, דאָס הײסט די די MERKAZYA װאָס איז געװען, Meyir-Mano Daskal 161.648 166.793 איך קען אײַך נישט זאָגן, איך געדענק נישט אַז דאָרט איז געװען אײן קריסטלעך געשעפֿט. Meyir-Mano Daskal 166.959 168.861 אַלע הױפּט־געשעפֿטן. Meyir-Mano Daskal 168.904 171.696 אײן זאַך װאָס איז יאָ געװען אַ קריסטלעכע זאַך, Meyir-Mano Daskal 171.696 174.52 דעיס איז געװען אַ אַ גרױס האָטעל, Meyir-Mano Daskal 174.52 175.889 ס'האָט געהײסן PANNÓNIA, Meyir-Mano Daskal 175.889 178.753 דעיס איז געװען אין דער מיט, ס'האָט געהאַט אַ טױער און דאָרטן איז געװען, Meyir-Mano Daskal 178.753 181.34 דעיס איז געװען. אָבער דאָס גאַנץ אַרום און אַרום, Meyir-Mano Daskal 181.34 183.713 אפֿשר האָט דאָס געהאַלטן צװײ דרײַ קילאָמעטער Meyir-Mano Daskal 183.713 186.99 אַרום און אַרום, ס'איז געװען לױטער ייִדישע געשעפֿטן. Meyir-Mano Daskal 186.99 190.717 אַזױ אַרום אַז אַלעס איז געװען ייִדיש און מע האָט זיך גוט געלעבט. ייִדן Meyir-Mano Daskal 190.717 192.998 האָבן גוט געלעבט. ס'איז נישט געװען דאַכט זיך מיר, Meyir-Mano Daskal 192.998 195.863 דער דער אָרעמסטער ייִד בײַן אונדז אין שטאָט Meyir-Mano Daskal 195.863 198.96 איז נישט געװען ער זאָל נישט האָבן אױף שבת אַ פֿעטע גאַנדז. Meyir-Mano Daskal 198.96 201.752 טאָמער נישט קײן פֿעטע גאַנדז האָט ער געהאַט אַ פֿעטע קאַטשקע. Meyir-Mano Daskal 201.752 205.003 דאָס הײסט, דאָרט האָט זיך אַזױ געלעבט װײַל די די Meyir-Mano Daskal 205.003 207.159 די SVIVA פֿון דער שטאָט Meyir-Mano Daskal 207.159 209.167 איז געװען זײער אַ סך דערפֿער. Meyir-Mano Daskal 209.167 212.083 און סע פֿלעג זײַן אײן מאָל אין דער װאָך אַ װאָכן־מאַרק. Meyir-Mano Daskal 212.112 214.221 דער װאָכן־מאַרק האָט אױסגעזען, Meyir-Mano Daskal 214.924 219.366 גאַסן זענען געװען די לענג, קילאָמעטערס, מיט װעגענער, Meyir-Mano Daskal 219.366 222.838 מיט פֿרוכטן, מיט מיט מילעך, מיט Meyir-Mano Daskal 222.838 225.536 קעזן, מיט עופֿות, מיט גענדז, Meyir-Mano Daskal 225.536 228.39 אַז די אױגן זעען נישט אַזױנס װי דאָרט איז געװעזן. Meyir-Mano Daskal 228.39 231.192 װען איך הער הײַנט מע דערצײלט, דעי װאָס זײ פֿאָרן און זענען דאָרט, Meyir-Mano Daskal 231.192 237.389 אַז דעיס איז נישטאָ, יענץ איז נישטאָ, זאָג איך, פֿון װען ייִדן זענען אַװעק האָט אַלעס אױסגעטריקנט, סע װאַקסט גאָרנישט, ס'איז נישטאָ גאָרנישט, Meyir-Mano Daskal 237.389 243.183 ס'איז געװען אַלעס. די די די דער װײַן איז געװען ביליקער װי סאָדע־װאַסער. Meyir-Mano Daskal 243.563 247.582 דער װײַן איז געװען ביליקער װי סאָדע־װאַסער. דאָס הײסט אַז ס'האָט פֿאַר קײן ייִד Meyir-Mano Daskal 247.582 251.488 קײן שום זאַך דאָרט נישט אױסגעפֿעלט. אַלץ איז געװעזן, לױט װי איך װײס, Meyir-Mano Daskal 251.488 255.934 קען זײַן אפֿשר איז ערגעץ געװען פֿאַרשטופּט ערגעץ אין אַ בית־מדרש עפּעס אַן אָרעם ייִדל, Meyir-Mano Daskal 255.934 258.024 אָבער איך האָב נישט געקענט אַזױנעם. Meyir-Mano Daskal 258.024 262.107 לײדער כ'האָב דאָרט נישט געקענט, ס'איז זײער גוט געװעזן, ס'איז זײער געגאַנגען. Meyir-Mano Daskal 262.107 267.413 אָבער װי איך האָב געזאָגט, די צײַטן האָבן דאָרטן, די גאָלדענע צײַטן, נישט לאַנג געדױערט. Meyir-Mano Daskal 267.619 271.734 אין טױזנט נײַן הונדערט פֿערציק, דעיס געדענק איך אַזױ װי ס'איז געװען הײַנט, Meyir-Mano Daskal 272.801 274.785 האָ'מיר געלײענט אין צײַטונג Meyir-Mano Daskal 275.23 278.038 אַז היטלער ימח־שמו Meyir-Mano Daskal 278.095 279.824 האָט געגעבן אַ מתּנה Meyir-Mano Daskal 279.878 283.189 פֿאַר די אונגאַרן, טראַנסילװאַניע. נישט אין גאַנצן, Meyir-Mano Daskal 283.189 286.982 נאָר ביז אַ געװיסן טײל דאָרטן, ביז העכער CLUJ-TURDA. Meyir-Mano Daskal 286.982 289.736 און אונדז געפֿאַלן מיר אַרײַן, אונדז זע'מיר די ערשטע. Meyir-Mano Daskal 289.977 299.157 װײַל כ'האָב געזאָגט, אונדז האָ'מיר געװױנט אױף אַ KVISH װוּ איך האָב געהאַט דאָס ערשטע הײַזקעלע. דאָרט איז געגאַן דער KVISH צו די צו די GVUL פֿון UNGARIA. Meyir-Mano Daskal 299.712 303.224 און ס'האָט נישט לאַנג געדױערט, אפֿשר מיט אַ צװײ חדשים שפּעטער, Meyir-Mano Daskal 303.612 305.72 אין אַ שײנעם טאָג אין דער פֿרי, Meyir-Mano Daskal 305.72 309.054 הערן מיר הײַנט מאַרשירן אַרײַן די אונגאַרישע אַרמײ. Meyir-Mano Daskal 309.327 315.27 דעמאָלט האָבן נאָך אין אונגאַרן איז געװען HORTHY, HORTHY MIKLÓS, אױב איר האָט געהערט, אױב איר האָט ערגעץ געמאַכט Meyir-Mano Daskal 316.11 321.406 האָט איר געדאַרפֿט הערן פֿון אים. דעמאָלט זענען נאָך געװעזן די ייִדן װאָס זײ האָבן געװױנט אין אונגאַרן, אונדז זע'מיר דאָך געװען אין רומעניע, Meyir-Mano Daskal 321.406 324.547 ער האָט <דאָך> געדאַרפֿט אַרײַנמאַרשירן, און דאָס ערשטע איז געװען אונדזער שטאָט. Meyir-Mano Daskal 324.547 329.441 פֿון דער גרענעץ ביז אונדזער שטאָט איז געװען אפֿשר אַכט אָדער צען קילאָמעטער. Meyir-Mano Daskal 329.844 332.867 איך געדענק נאָך אַזױ װי הײַנט, ס'איז געװען, Meyir-Mano Daskal 332.867 336.633 אין אַ גאַס נישט אין צענטער, איז געװען אַן אונגאַר, אַ קריסט, Meyir-Mano Daskal 336.633 339.516 װאָס ער האָט געהאַט אַ PARFUMERIE װאָס ער האָט געהאַט. Meyir-Mano Daskal 339.516 341.382 און ער איז געװען אַ הײסער אונגאַר. Meyir-Mano Daskal 341.382 343.174 אַפֿילו דאָרט װוּ איך האָב געװױנט Meyir-Mano Daskal 343.174 346.879 איז געװען צװײ אונגאַרן װאָס זײ האָבן געװױנט אײנער אין דער זײַט, אײנער אין דער זײַט, Meyir-Mano Daskal 346.879 350.329 און איך האָב נישט געװוּסט ביז דעם טאָג פֿון װען די אונגאַרן זענען אַרײַנגעקומען Meyir-Mano Daskal 350.329 353.436 אַז זײ האָבן געהאַט אױפֿן בױדעם באַהאַלטן די אונגאַרישע פֿאָן. Meyir-Mano Daskal 353.436 356.145 נאָך מיט צײַטן צוריק האָבן זײ דאָס געמאַכט Meyir-Mano Daskal 356.145 359.13 װײַל זײ האָבן געװוּסט שױן װאַרשײַנדלעך אַז דעיס װעט קומען. Meyir-Mano Daskal 359.13 363.73 נאָר דעמאָלט האָ'מיר געװוּסט, אין דעם טאָג װען זײ האָבן אַרױסגעשטעלט די פֿאָנ<ען, פֿון> װוּ איז שױן געבױרן געװאָרן די פֿענער? Meyir-Mano Daskal 363.73 368.872 און נאָך דעם האָבן זײ דערצײלט, װײַל פֿאַר שכנים האָט ער נאָכגעזאָגט, זאָגט <זי>, "װײסט <SIE>, דעיס ליגט שױן אױפֿן בױדעם Meyir-Mano Daskal 368.872 373.21 זײער אַ סך צײַט װען <מיר האָ'מיר דאָס געמאַכט>." שױן, דעיס װעל איך אײַך זאָגן. און Meyir-Mano Daskal 373.21 375.232 זײ האָבן אַרײַנמאַרשירט, די אונגאַרן, Meyir-Mano Daskal 375.232 379.875 און ס'איז געװען אַ סך ייִדישע חבֿרה mm ih װאָס זענען געװען אין מיליטער אין אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 379.875 383.067 האָ'מיר גערעדט מיט זײ, װײַל דאָ האָ'מיר געװוּסט אַז ס'איז אַזאַ אַנטיסעמיטישקײט Meyir-Mano Daskal 383.067 386.918 און eh װאָס הײבט זיך אָן אין דער גאַנצער װעלט, און דאָ נאָך דאָ אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 386.918 388.738 אָבער דעיס האָט נאָך נישט לאַנג געדױערט, Meyir-Mano Daskal 388.738 390.791 סע האָט געדױערט אפֿשר פֿינעף חדשים, Meyir-Mano Daskal 390.791 394.671 און מ'האָט די אַלע אונגאַרישע װאָס זענען געװען אָנגעטון אין מיליטעריש אױסגעטון. Meyir-Mano Daskal 395.157 397.922 קײן ייִד איז מער אין מיליטעריש נישט געװעזן. Meyir-Mano Daskal 398.064 402.998 אַזױ װי די אונגאַרן זענען אַרײַנגעקומען האָט זיך אָנגעהױבן די ייִדישע צרות. Meyir-Mano Daskal 403.517 405.564 ס'איז אַרױסגעגאַן אַ געזעץ Meyir-Mano Daskal 406.25 407.17 אַז Meyir-Mano Daskal 407.175 409.589 אין SHUK, דאָס הײסט אין מאַרק, Meyir-Mano Daskal 410.051 413.131 טאָר קען ייִד נישט פֿריִער װי צען אַ זײגער גײן. Meyir-Mano Daskal 413.181 416.915 אױב ער װעט גײן װעט מען אים אַרעסטירן, און ער װערט פֿאַרשפּאַרט. Meyir-Mano Daskal 416.947 418.668 עס האָט פּאַסירט, נישט אײנעם, Meyir-Mano Daskal 418.668 422.139 אַפֿילו מײַן, די צװײטע פֿרױ האָט מען אַרעסטירט װײַל זי איז געגאַנגען Meyir-Mano Daskal 422.139 426.264 צו די שװעסטער נעמען דאָס קינד, איך װײס װאָס, איז זי געגאַן פֿאַר צען, Meyir-Mano Daskal 426.792 432.742 אָבער אַזױ װי ס'איז נאָך געװעזן, מ'האָט געקענט נאָך אַ ביסל מיט געלט עפּעס טון, האָט מען אַרױסגענומען, זי איז נאָך אַרױסגעגאַן פֿרײַ. Meyir-Mano Daskal 433.037 435.055 דעיס איז געװען דאָס ערשטע געזעץ. Meyir-Mano Daskal 436.206 438.322 צװײטע געזעץ איז אַרױסגעקומען Meyir-Mano Daskal 438.322 442.129 אַז ייִדן מוזן אָפֿענען די געשעפֿטן שבת. Meyir-Mano Daskal 442.268 447.889 אין סאַטמער עפֿענען די געשעפֿטן שבת? רב יואליש װאָ-, װי אַזױנס? Meyir-Mano Daskal 447.889 449.4 װאָס האָט מען געטון? Meyir-Mano Daskal 449.4 454.665 מ'האָט גענומען עפּעס אַ אַ יונג קינד, מיט נאָך אײנעם, און מ'האָט געעפֿנט דאָס געשעפֿט, Meyir-Mano Daskal 455.063 458.109 דעם ROLLER האַלב אַראָפּגערוקט האַלב נישט־אַראָפּגערוקט, Meyir-Mano Daskal 458.109 461.637 און אַז ס'איז אַרײַנגעקומען אַ קונה, אין די ערשטע צײַטן, Meyir-Mano Daskal 461.637 464.936 װײַל ס'איז נאָך נישט געװען קײן אַנצימעציטנ- קײן אַנטיסעמיטן, Meyir-Mano Daskal 465.339 468.493 האָט מען אים געזאָגט, ער האָט געבעטן עפּעס, האָט מען געזאָגט, "דעיס איז נישטאָ." Meyir-Mano Daskal 468.493 471.747 כּדי מע זאָל אַלץ נישט פֿאַרקױפֿן, מע זאָל נעמען געלט שבת. Meyir-Mano Daskal 473.358 474.896 אָבער ס'האָט נישט געהאָלפֿן. Meyir-Mano Daskal 475.062 478.953 דאָרט איז געװען אַ אַ אַ פּאָליצײ װאָס האָט געהײסן פֿינאַנצן. Meyir-Mano Daskal 479.563 486.291 דעיס איז געװען אַן אַנדער מין מיליטער, װאָס דעי זענען נאָכגעגאַן קוקן פֿ- שבת פֿון געשעפֿט צו געשעפֿט, Meyir-Mano Daskal 486.291 489.884 צי די ייִדן פֿאַרקױפֿן טאַקען. צי ס'איז נאָר Meyir-Mano Daskal 491.201 495.733 פֿאַר- פֿאַר- פֿאַרשטעלט פֿאַר די אױגן. און מ'האָט געמוזט פֿאַרקױפֿן שבת אױך. Meyir-Mano Daskal 496.985 503.018 אַפֿילו מײַן צװײטע פֿרױ איז געװען שבת אין געשעפֿט, בײַם ברודער װײַל זײ האָבן געהאַט אַ אַ Meyir-Mano Daskal 503.018 505.98 אַ אַ געשעפֿט פֿון פֿאַרשידענע סחורות, Meyir-Mano Daskal 506.417 509.856 און אַזױ זענען געגאַן די צײַטן. די צײַטן זענען געגאַנגען. Meyir-Mano Daskal 510.58 512.61 ס'איז זײער שלעכט געװעזן. Meyir-Mano Daskal 513.442 515.592 איך געדענק אין אַ שײנעם טאָג האָט מען געזאָגט Meyir-Mano Daskal 515.918 521.22 אַז ס'איז אַרײַנגעקומען אַ אַ KVUTSA פֿון מיליטער, נישט קײן גרױסע, Meyir-Mano Daskal 521.22 522.982 פֿון אַ צװײ הונדערט מאַן, Meyir-Mano Daskal 523.093 528.624 און אין מײנסטן טײל איז געװען אָפֿיצירן, װײַל אין אונדזער שטאָט איז געװעזן אַ Meyir-Mano Daskal 528.983 531.272 פּלאַץ, אַ גרױסע BEIT KHAROSHET Meyir-Mano Daskal 531.272 532.576 פֿון װאַגאָנען, Meyir-Mano Daskal 532.858 534.264 װוּ מ'האָט געמאַכט. Meyir-Mano Daskal 534.264 538.237 און דאָרט איז געװען לער דאָס פּלאַץ, און זײ האָבן אַלץ געדאַרפֿט האָבן פּלאַץ װוּ זײ זאָלן זיך קענען Meyir-Mano Daskal 538.237 539.971 צעשפּרײטן, באַזעצן. Meyir-Mano Daskal 539.971 541.644 זענען זײ אַרײַנגעקומען, Meyir-Mano Daskal 541.83 545.326 און אין דער SVIVA איז געװען ייִדן װאָס זײ האָבן געװױנט Meyir-Mano Daskal 545.326 549.806 װאָס זײ האָבן געהאַט אַזױ װי דאָ KOTEG'IM, מיט שײנע הײַזקעס מיט װײס איך װאָס, Meyir-Mano Daskal 549.806 555.115 און אַן אָפֿיציר האָט געדאַרפֿט פֿאַר זיך, און אױך פֿאַר פֿיר אַנדערע אָפֿיצירן, האָט ער געדאַרפֿט האָבן Meyir-Mano Daskal 555.115 559.539 אַ װױנונג. איז ער דעם ערשטן טאָג אַזױ װי זײ זענען אַרײַנגעקומען, זײ זענען דורכגעפֿאָרן מיט זײערע מאַשינען, Meyir-Mano Daskal 559.539 562.981 איז ער שטײן געבליבן, סע האָט אים געפֿעלן דאָרט אַ הײַזקע, און Meyir-Mano Daskal 562.981 567.706 איז צוגעגאַן צום טירל. בײַם טירל איז געװען אַ קלינגער, און האָט אָנגעקלונגען, ס'איז אַרױסגעקומען די פֿרױ, Meyir-Mano Daskal 567.706 569.458 צי ער קען אַרײַנגײן? זאָגט זי, "נײן." Meyir-Mano Daskal 569.814 571.232 זאָגט, "װאָס הײסט נײן? Meyir-Mano Daskal 572.076 574.46 איך פֿרעג דיך," זאָגט ער, "איך קען אַרײַנגײן?" זאָגט זי, "נײן." Meyir-Mano Daskal 574.46 580.949 איז ער געגאַן, ער האָט אױפֿגעבראָכן דאָס טירל פֿון די גאַס, מיטן פֿוס געגעבן אַ שטופּ, און איז אַרײַנגעגאַן. אינעװײניק איז געװען דער מאַן. Meyir-Mano Daskal 581.038 583.29 דער מאַן איז געזעסן דאָרט אױף אַ SAPA, Meyir-Mano Daskal 583.817 587.831 זאָגט ער אים, "דו װױנסט דאָ?" זאָגט ער, "יאָ." "װיפֿל צימערן האָסטו?" זאָגט ער, "דרײַ." Meyir-Mano Daskal 587.832 591.591 "װיפֿל מענטשן אונטער?" זאָגט ער, "איך און מײַן פֿרױ און צװײ קינדער. Meyir-Mano Daskal 591.591 593.531 זענען נישט אין דער הײם, זענען אין שולע, Meyir-Mano Daskal 593.531 595.939 צי איך װײס װוּ װוּ. זענען נישט אין דער הײם." Meyir-Mano Daskal 595.939 597.396 זאָגט ער, "זאָלסט װיסן, Meyir-Mano Daskal 597.396 600.221 איך דאַרף האָבן צװײ צימערן פֿאַר פֿיר אָפֿיצירן." Meyir-Mano Daskal 600.278 603.279 זאָגט ער, "eh דו זאָגסט דו דאַרפֿסט." ער האָט געמײנט אַז ס'איז נאָך Meyir-Mano Daskal 603.279 606.662 די פֿריִערדיקע צײַטן האָט <ער> געמײנט. זאָגט ער, "װאָס הײסט דו דאַרפֿסט?" Meyir-Mano Daskal 606.786 609.139 זאָגט ער, "דו האָסט פֿאַרשטאַנען װאָס איך האָב דיר געזאָגט? Meyir-Mano Daskal 609.139 613.637 כ'האָב געזאָגט איך דאַרף האָבן ביז מאָרגן אין דער פֿרי צװײ צימערן פֿאַר פֿיר אָפֿיצירן." Meyir-Mano Daskal 613.901 616.975 זאָגט ער, "אָבער נישט בײַ מיר, װײַל איך קען דיר נישט געבן, איך האָב נישט קײן פּלאַץ." Meyir-Mano Daskal 616.975 621.264 האָט ער אַרױסגעכאַפּט דעם רעװאָלװער און האָט אים געשאָסן דאָרט אױפֿן פּלאַץ, אַנטקעגן די פֿרױ. Meyir-Mano Daskal 621.264 624.995 דעיס איז באַלד געװאָרן צעשפּרײט אין די גאַנצע שטאָט, פֿון אײן, Meyir-Mano Daskal 624.995 627.97 פֿון אײן אױער אין אַנדערן איז געגאַנען, יעדער האָט אַלץ Meyir-Mano Daskal 627.97 629.556 געװוּסט פֿון דער מעשׂה. Meyir-Mano Daskal 629.977 632.777 האָט מען געזען אַז די מעשׂה איז זײער שלעכט. Meyir-Mano Daskal 632.978 635.518 אָבער ס'איז נישטאָ קײן ברירה. Meyir-Mano Daskal 635.518 638.934 דעיס איז דאָס. די צײַט איז געגאַנגען נאָך אַזױ Meyir-Mano Daskal 638.934 641.117 ביז צװײ און פֿערציקער יאָר. Meyir-Mano Daskal 641.117 643.539 מיט פֿאַרשידענע סאַנקציעס, מיט פֿאַרשידענע Meyir-Mano Daskal 643.539 648.367 זאַכן װאָס ייִדן האָבן נישט געטאָרט. מ'האָט געכאַפּט, מ'האָט אַ סך פֿאַרשפּאַרט, מ'האָט אַרױסגעלאָזט, Meyir-Mano Daskal 648.367 650.825 װיפֿל זײ האָבן געקענט האָבן זיך נאָך אָ- אױסגעקױפֿט, Meyir-Mano Daskal 650.825 653.386 װײַל ס'איז געװען די לאַנגסטיקע װאָס זענען נאָך געװעזן, װאָס Meyir-Mano Daskal 653.386 654.994 זענען געװעזן בײַ די רומענער, Meyir-Mano Daskal 654.994 658.794 נאָר זיך <איבער>געטון דאָס רעקל אױף די אַנדערע זײַט און זײ זענען באַלד געװאָרן בײַ די רומענער Meyir-Mano Daskal 658.794 662.514 פֿירערס. און סע האָט נאָך אַלץ געדױערט. אין צװײ און פֿערציקער יאָר Meyir-Mano Daskal 662.514 665.085 איז געװען אַ מאָביליזאַציע. Meyir-Mano Daskal 665.085 667.85 די אונגאַרן האָבן מאָביליזירט Meyir-Mano Daskal 667.85 670.835 אַלע מענער פֿון דער שטאָט Meyir-Mano Daskal 671.304 673.568 אין MUNKÁSSZÁZAD, Meyir-Mano Daskal 673.568 675.808 אין אַרבײַטס־דינסט אַרײַן. Meyir-Mano Daskal 675.808 677.836 און איך בין געװען צישן דעיע. Meyir-Mano Daskal 679.111 684.229 און נישט װײַט איז געװען די קאַסערן. בײַן אונדז האָט מען געזאָגט קאַסערן דאָרט װוּ מיליטער איז געװען, איך װײס נישט Meyir-Mano Daskal 684.229 687.173 װי אַזױ מע האָט געזאָגט בײַ אײַך. אױך קאַסערן? יאָ. Yishayahu Peri 685.222 686.205 קאַסערן, Yishayahu Peri 686.205 686.817 יאָ. Meyir-Mano Daskal 687.173 693.32 איז, mm דאָס איז געװען אומגעפֿער אַ זעכציק אָדער זיבעציק קילאָמעטער פֿון אונדז, דעיס האָט געהײסן טאָשנאַד Meyir-Mano Daskal 693.765 700.045 אין ROMÁNIA, נישט װײַט פֿון אונדז, מ'איז געפֿאָרן מיטן RAKEVET, האָ'מיר איבערגעשטיגן אױף אַן אַנדער RAKEVET, און מ'איז דאָרט געװעזן. Meyir-Mano Daskal 700.045 703.32 און דאָרט זע'מיר געװען. די ערשטע צײַטן Meyir-Mano Daskal 703.32 705.632 איז נישט געװען נאָך אַזױ שלעכט. Meyir-Mano Daskal 705.632 709.247 אין דער הײם, די פֿרױ מיט די צװײ קינדער, Meyir-Mano Daskal 710.037 713.643 האָט נאָך געהאַט פֿון װאָס צו לעבן, װײַל ס'איז געבליבן אין געשעפֿט Meyir-Mano Daskal 713.643 715.717 זאַכן, זי האָט פֿאַרקױפֿט סחורות, Meyir-Mano Daskal 715.717 718.07 און דאָס לעבן איז נאָך געגאַנגען. Meyir-Mano Daskal 718.219 722.001 און דאָס לעבן איז געגאַנגען אַזױ אַ שטיק צײַט. אונדז האָ'מיר די ערשטע צײַטן Meyir-Mano Daskal 722.001 725.579 נישט אַרױסמאַרשירט װײַט, נאָר מ'האָט אונדז געלערנט Meyir-Mano Daskal 725.722 728.183 דאָרט אין דער SVIVA, אױף די פֿעלדער, Meyir-Mano Daskal 728.183 732.003 האָט מען אונדז געלערנט מאַכן שיצן־גראַבן פֿאַרן מיליטער, Meyir-Mano Daskal 732.003 733.993 קאָפּען דעי שיצן־גראַבן. Meyir-Mano Daskal 734.196 737.067 און מ'איז אַרײַנגעגאַן, עסן איז נאָך געװען גאַנץ גוט, Meyir-Mano Daskal 737.116 740.173 אין צװײטן טײל איז געװעזן, מ'האָט געהאַט געלט פֿון דער הײם, Meyir-Mano Daskal 740.173 743.565 און מ'האָט נאָך געקענט זיך לאָזן אַרײַנברענגען אין די קאַסערן, Meyir-Mano Daskal 743.565 746.519 און מ'האָט געהאַט װאָס צו עסן. ס'איז געװען אַלעס, ס'איז געװען גענוג. Meyir-Mano Daskal 746.643 748.169 איך געדענק נאָך אַ פֿאַל, Meyir-Mano Daskal 748.874 750.939 װײַל דעיס װעט מיר בלײַבן אין זכּרון Meyir-Mano Daskal 752.008 757.396 ביזן טאָג פֿון מײַן לעבן. אין אַ שײנעם טאָג Meyir-Mano Daskal 758.7 761.839 אַזױ, אַרום צען אָדער צװעלעף צײַט, Meyir-Mano Daskal 762.021 766.083 קומט אַרױף אַ חבֿר, װײַל דאָרט, ס'איז נאָר געװען ייִדן, <ס'איז אַזױ,> די MUNKÁSSZÁZAD, Meyir-Mano Daskal 766.083 768.058 די אַרבײַטס־דינסט, איז געװען נאָר ייִדן. Meyir-Mano Daskal 768.058 772.153 קומט אַרױף אַ חבֿר דאָרט אױװן אין, געװען אױפֿן צװײטן שטאָק זע'מיר אונדז געװען, Meyir-Mano Daskal 772.153 774.682 זאָגט ער eh, "מאיר," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 774.956 778.584 "הינטן איז דאָ," זאָגט ער, "עפּעס אַ שיקסל," זאָגט ער, "זי װיל דיך זען." זאָגט ער. Meyir-Mano Daskal 780.276 781.765 שיקסל? װער? Meyir-Mano Daskal 783.016 784.666 איך לױף אַראָפּ גיך, Meyir-Mano Daskal 784.733 788.369 הינטן איז געװען אַ ברון, די SVIVA פֿון די גױים Meyir-Mano Daskal 788.369 794.163 האָבן גענומען דאָרט גוט װאַסער, װײַל די SVIVA איז נישט געװען איבעראַל גוט װאַסער, זענען זײ אַרײַנגעקומען אין די קאַסערן. Meyir-Mano Daskal 794.664 797.207 מײַן פֿרױ עליו־השלום, די ערשטע, Meyir-Mano Daskal 797.207 799.854 האָט געשיקט מיט דער טאָכטער דער צען־יעריקער, Meyir-Mano Daskal 800.224 801.55 אַ פּעקל פֿאַר מיר, Meyir-Mano Daskal 801.654 803.945 און זי איז אַרײַן צון אַ גױה דאָרטן, Meyir-Mano Daskal 803.945 807.067 און זי האָט זיך אָנגעטון זײערע זאַכן, אַלס אַ גױה, Meyir-Mano Daskal 807.133 810.968 און זי האָט גענומען אין די האַנט אַ װיאַדרע און איז אַרײַנגעקומען צו די ברון נאָך װאַסער Meyir-Mano Daskal 810.968 813.027 כּדי זי זאָל מיר איבערגעבן דאָס פּעקל, Meyir-Mano Daskal 814.363 818.098 דעיס געדענק איך ביז דעם הײַנטיקן טאָג און איך װעל עס קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן. Yishayahu Peri 817.808 819.437 װי האָט געהײסן דאָס קינד? Meyir-Mano Daskal 819.036 820.924 דאָס קינד האָט געהײסן עדיט. Meyir-Mano Daskal 821.845 824.641 און שױן, זי האָט מיר איבערגעגעבן דאָס פּעקל, Meyir-Mano Daskal 824.642 828.593 איך האָב מיט איר גערעדט אַ שטיקל צײַט אין דרױסן, זי איז געגאַן מיט אַזאַ גױיִש טיכל אָנגעטון, Meyir-Mano Daskal 828.824 833.535 און די װיאַדרע, זי האָט גענומען דאָרט <סע זאָל הײסן> אַ ביסל װאַסער, און זי איז זיך אַװעקגעגאַן. Meyir-Mano Daskal 833.535 835.573 און די צײַט איז געגאַנגען אַזױ. Meyir-Mano Daskal 835.587 837.776 זע'מיר געװעזן דאָרט אומגעפֿער Meyir-Mano Daskal 838.531 840.073 אַ צװײ יאָר אַזױ. Meyir-Mano Daskal 841.814 842.626 אָבער Meyir-Mano Daskal 844.852 848.102 אפֿשר װײניקער אַ חודש צװײ, אומגעפֿער אַזאַ גאַטונג. Meyir-Mano Daskal 849.28 853.501 נאָך דעם האָט מען באַשלאָסן מע װעט אונדז אַװעקפֿירן אין די בערג אַרײַן Meyir-Mano Daskal 853.501 855.948 װוּ מע מאַכט טאַקען די שיצן־גראַבן. Meyir-Mano Daskal 855.948 858.146 דאָ האָט מען אונדז נאָר געלערנט װי אַזױ מע מאַכט, Meyir-Mano Daskal 858.161 860.613 אָבער מע װעט אונדז אַװעקפֿירן אַהין. Meyir-Mano Daskal 862.632 869.097 mm נישטאָ קײן ברירה, קײן סך זאַכן האָט מען נישט געהאַט, מ'האָט נאָר געהאַט דאָס קופֿערל, און די זאַכענעס. מ'האָט זיך גענומען Meyir-Mano Daskal 869.684 874.402 און מ'האָט זיך צאַמגעפּאַקט, און דעם צװײטן טאָג האָט מען אונדז אַרױסגעפֿירט צום RAKEVET, Meyir-Mano Daskal 874.742 877.904 און מע האָט אונדז געפֿירט, אין RAKEVET. Meyir-Mano Daskal 878.195 881.618 אָבער דער RAKEVET איז געװען אַזױ פֿול מיט מענטשן, Meyir-Mano Daskal 881.95 885.683 אַז אַפֿילו אין דרױסן, װוּ די װאַגאָנען בינדן זיך צו אײנס דאָס אַנדערע, Meyir-Mano Daskal 885.789 888.614 איז איז מען געשטאַנען װוּ מ'האָט נאָר געקענט. Meyir-Mano Daskal 889.185 893.165 און איך בין אױך געװען צישן דעיע דאָרטן, װײַל איך האָב שױן נישט געהאַט קײן פּלאַץ אינעװײניק. Meyir-Mano Daskal 893.215 896.447 און דאָס געראַנגל, דאָס געשטופּעכץ, איז געװען אַזױ גרױס Meyir-Mano Daskal 896.447 898.128 אַז פֿאָרנדיק די RAKEVET Meyir-Mano Daskal 898.143 901.587 האָט מיך אײנער, צי װעלנדיק צי נישט־װעלנדיק, אַראָפּגעשטופּט פֿונעם RAKEVET. Meyir-Mano Daskal 901.828 903.988 און איך בין אַרונטערגעפֿאַלן אונטערן RAKEVET. Meyir-Mano Daskal 904.329 907.95 כ'האָב געהאַט גרױסע שיך, דאָס מזל איז געװעזן, Meyir-Mano Daskal 908.007 909.056 די פֿינגער Meyir-Mano Daskal 909.056 912.674 פֿונעם לינקן פֿוס זענען מיר געװען אױף די GLEIS פֿונעם RAKEVET. Meyir-Mano Daskal 913.117 915.929 און דער RAKEVET מיט די... איז דורכגעפֿאָרן נאָך. Meyir-Mano Daskal 916.117 918.57 איך בין געבליבן דאָרט הינטן פֿאַרחלשט. Meyir-Mano Daskal 919.134 920.787 און דער RAKEVET איז אַװעק. Meyir-Mano Daskal 921.553 924.836 נאָך דעם, דאָרטן נישט װײַט איז געװען אַזאַ Meyir-Mano Daskal 925.155 926.27 אַזאַ הײַזקע, Meyir-Mano Daskal 926.319 930.816 װוּ דער װאָס ער ih װאָס ער איז פֿונעם RAKEVET װאַרפֿט איבער די Meyir-Mano Daskal 930.862 932.249 די GLEIS Meyir-Mano Daskal 932.249 934.356 פֿאַר דעם RAKEVET אַהין, פֿאַר דעם RAKEVET אַהער, Meyir-Mano Daskal 934.356 936.925 דער איז געקומען, האָט מיך געטראָפֿן דאָרטן אױף דער ערד, Meyir-Mano Daskal 936.973 939.624 האָט ער װאַרשײַנדלעך געקלונגען, איך װײס נישט װײַל Meyir-Mano Daskal 939.624 943.006 איך בין געװען אױסער מיר, איך האָב נישט געװוּסט פֿון מיר, האָט געקלונגען, Meyir-Mano Daskal 943.006 945.407 און ס'איז געקומען אַ מיליטערישער eh Meyir-Mano Daskal 945.407 947.59 eh MAGEN-DAVID, דאָס הײסט eh Meyir-Mano Daskal 947.59 949.089 דער רױטער קרײץ, Meyir-Mano Daskal 949.302 951.739 און האָט מיך אַרײַנגעפֿירט. פֿון דאָרט איז נאָך געװען, Meyir-Mano Daskal 951.739 955.714 פֿון דאָרטן נישט װײַט איז געװען דער הױפּטשטאָט CLUJ, אױב איר האָט געהערט, KOLOZSVÁR. Meyir-Mano Daskal 955.714 959.018 דער ÚJ KELET שטאַמט פֿון דאָרטן, דער אונגאַרישער. Meyir-Mano Daskal 959.197 962.252 מ'האָט מיך אַרײַנגעפֿירט דאָרט אין דעם BEIT KHOLIM. Meyir-Mano Daskal 963.555 967.628 דאָרט איז געװען לױטער אונגאַרן, װײַל דעמאָלט איז קײן ייִדן נישט געװעזן, דעיס איז געװען אונגאַרן. Meyir-Mano Daskal 967.628 969.448 מ'האָט מיך אַרײַנגעפֿירט דאָרטן, Meyir-Mano Daskal 969.466 973.274 און באַלד אַרײַנגעפֿירט צון אַ דאָקטער, און דער דאָקטער האָט מיך באַהאַנדלט Meyir-Mano Daskal 973.868 978.556 און eh האָט מיך אַלץ אױסגעפֿרעגט, װער איך בין, פֿון װוּ איך בין, װי אַזױ איך בין, װוּ מ'איז געפֿאָרן. Meyir-Mano Daskal 978.642 980.945 איך האָב אים אַלעס דערצײלט, ער האָט אַלעס פֿאַרשריבן, Meyir-Mano Daskal 981.11 983.815 און צו די אַכט טאָג Meyir-Mano Daskal 983.959 987.71 האָט מען געמאַכט אַ NITUAKH, מ'האָט אָפּגעהאַקט פֿון די פֿינגער דאָרט װוּ זײ זענען געװעזן Meyir-Mano Daskal 987.71 991.268 אָפּגעקלעמט, און ביז דעם הײַנטיקן טאָג איז דער לינקער פֿוס Meyir-Mano Daskal 991.366 994.65 אָן אַ פֿינגער. דעיס איז פֿון דאָרטן געװעזן. Meyir-Mano Daskal 995.28 998.678 און איך בין דאָרט געװען אין דעם BEIT KHOLIM. Meyir-Mano Daskal 998.895 1000.212 ביז Meyir-Mano Daskal 1000.437 1002.522 אין פֿיר און פֿערציקער יאָר, Meyir-Mano Daskal 1002.86 1005.931 אין אין פֿעבער, Meyir-Mano Daskal 1006.359 1008.164 אָדער שױן אפֿשר אין מערץ. Meyir-Mano Daskal 1008.623 1011.328 און איך האָב באַקומען KHOFESH אַהײמצופֿאָרן. Meyir-Mano Daskal 1011.681 1013.064 KHOFESH. Meyir-Mano Daskal 1013.087 1014.908 אַזױ איך בין געװען צישן די קראַנקע. Meyir-Mano Daskal 1015.324 1019.651 איך בין געגאַן מיט eh צװײ שטאָלצן װײַל איך האָב נישט געקענט נאָך טרעטן אױפֿן פֿוס, Meyir-Mano Daskal 1019.651 1021.685 האָט מען מיר געגעבן KHOFESH אַהײמצופֿאָרן. Meyir-Mano Daskal 1021.685 1023.34 בין אַהײמגעפֿאָרן, Meyir-Mano Daskal 1023.625 1025.286 נו, אין דער הײם, Meyir-Mano Daskal 1025.564 1027.442 מיט די פֿרױ, מיט די צװײ קינדער, Meyir-Mano Daskal 1028.093 1030.907 און די SAVTA האָט נאָך געלעבט דעמאָלט, Meyir-Mano Daskal 1030.907 1034.566 זי איז געשטאָרבן מיט אַ יאָר שפּעטער, איך בין שױן נישט געװען אין דער הײם. Meyir-Mano Daskal 1036.43 1038.586 און, Meyir-Mano Daskal 1039.27 1041.778 דעיס איז געװען אַזױ װי איך זאָג אין מערץ־צײַט. Meyir-Mano Daskal 1042.059 1043.243 אַפּריל Meyir-Mano Daskal 1043.94 1045.566 איז געװען פּסח־צײַט, Meyir-Mano Daskal 1046.991 1049.664 און נאָך פּסח Meyir-Mano Daskal 1050.152 1053.467 האָט מען אונדז אַרײַנגעפֿירט, מ'האָט געמאַכט אין שטאָט אַ געטאָ. Meyir-Mano Daskal 1053.991 1055.115 אַ געטאָ. Meyir-Mano Daskal 1055.887 1059.75 מ'האָט אַלע ייִדן צאַמגענומען פֿון יעדן הױז, װוּ ס'איז געװעזן, Meyir-Mano Daskal 1059.75 1063.493 מ'האָט אים געזאָגט, "קענסטו נעמען יעדער מענטש אַ װאַליזקעלע, Meyir-Mano Daskal 1063.493 1065.134 פּאַק אײַן די זאַכן, Meyir-Mano Daskal 1065.134 1066.485 פּאַק אײַן װאָס דו האָסט Meyir-Mano Daskal 1066.556 1069.907 eh לעבנס־מיטל, נישט קײן שװערע זאַכענעס נאָר Meyir-Mano Daskal 1069.907 1072.82 eh CAKES און קיכעלעך, אַזױנע זאַכן פּאַק אײַן," Meyir-Mano Daskal 1072.82 1075.264 און מ'האָט געברענגט אַ װאָגן מיט פֿערד, Meyir-Mano Daskal 1075.311 1077.918 און ער האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין געטאָ. Meyir-Mano Daskal 1077.978 1081.568 דער געטאָ איז געװען געמאַכט אין SATU MARE, Meyir-Mano Daskal 1081.568 1085.112 אין דעם פֿערטל װוּ די הױפּט־ייִדן האָבן געװױנט. Meyir-Mano Daskal 1085.553 1090.234 דאָרט איז געװעזן, אין עק פֿון דער גאַס האָט געװױנט, אַזױ װי איך זאָג אײַך, דער רב יואליש, Meyir-Mano Daskal 1090.234 1091.945 און ס'איז געװען אַ סך שטיבלעך, Meyir-Mano Daskal 1091.945 1094.405 מיט רבנים. איך קען זײ נישט אױסרעכענען די נעמען, Meyir-Mano Daskal 1094.419 1095.684 װײַל מיטן אמת געזאָגט Meyir-Mano Daskal 1095.684 1101.059 בין איך קײן מאָל נישט געגאַן אַהין, איך האָב זײ נישט געקענט. אָבער איך װײס ס'איז געװען זײער אַ סך. און Meyir-Mano Daskal 1101.542 1104.424 זע'מיר געװען אין דעם געטאָ אומגעפֿער... Yishayahu Peri 1104.886 1107.055 װען האָט מען אױפֿגעמאַכט דאָס געטאָ? Meyir-Mano Daskal 1106.635 1108.592 דאָס געטאָ האָט מען אױפֿגעמאַכט Yishayahu Peri 1110.472 1111.68 מער־װײניקער? Meyir-Mano Daskal 1111.521 1112.826 מער־װײניקער Meyir-Mano Daskal 1113.285 1116.375 מיט אַכט טאָג אָדער צװײ װאָכן פֿאַר שבֿועות. Yishayahu Peri 1116.698 1118.074 אין װעלכן יאָר? Meyir-Mano Daskal 1118.003 1119.854 אין פֿיר און פֿערציקער יאָר. Yishayahu Peri 1120.035 1122.246 יעצט װאָלט איר אײַך געװאָלט פֿרעגן נאָך אַ פֿראַגע. Meyir-Mano Daskal 1121.289 1122.075 יאָ. Yishayahu Peri 1122.246 1123.66 אַ ביסעלע צוריק. Meyir-Mano Daskal 1123.4 1124.25 יאָ. Yishayahu Peri 1124.697 1129.212 פֿון דער צײַט װי מ'האָט אײַך מאָביליזירט, צו דעי אין דעם MUNKATÁBOR װאָס איר האָט געזאָגט, Yishayahu Peri 1129.642 1131.406 צװײ און פֿערציקסטן. Meyir-Mano Daskal 1130.691 1131.526 יאָ. Yishayahu Peri 1131.9 1140.303 איר האָט געװוּסט װאָס ס'טוט זיך אױף דער װעלט? איר פֿלעגט לײענען אַ צײַטונג, געװוּסט װעגן דעם אַז ס'טוט זיך אַ װעלט־מלחמה, װאָס ס'טוט זיך מיט ייִדן אין פּױלן, איר האָט געהאַט עפּעס אַ אַנונג װעגן דעם? Meyir-Mano Daskal 1139.247 1141.126 יאָ, יאָ, יאָ. Yishayahu Peri 1140.303 1141.244 װאָס האָט איר געװוּסט? Meyir-Mano Daskal 1141.126 1145.724 די זאַך, דאָס הײסט, נאָך הײדער איך בין אַרײַן אין דער אַרמײ, אין צװײ און פֿערציקער יאָר, Meyir-Mano Daskal 1145.724 1147.16 נאָך אין די הײם, Meyir-Mano Daskal 1147.16 1148.474 האָ'מיר געװוּסט Meyir-Mano Daskal 1148.474 1149.765 אַז סע פֿלעגן קומען Meyir-Mano Daskal 1149.765 1152.172 פֿליכטלינגען, אַנקלאָפֿענע ייִדישע Meyir-Mano Daskal 1152.632 1155.566 פֿון פּױלן, און זײ האָבן דערצײלט Meyir-Mano Daskal 1155.566 1157.803 אַז מע פֿירט אַװעק די ייִדן, Meyir-Mano Daskal 1157.803 1161.484 ס'איז דאָ אַ אָרט װוּ סע הײסט אױשװיץ, און דאָרט ברענגט מען אום. Meyir-Mano Daskal 1161.882 1164.499 און ער איז געװען בײַ דעם רב יואליש און האָט דערצײלט. Meyir-Mano Daskal 1165.528 1170.513 אָבער די קלאַנגען זענען אַרױסגעקומען און יעדער האָט געװוּסט. אָבער װער האָט זיך געלאָזט גלײבן אַזאַ זאַך? Meyir-Mano Daskal 1170.513 1171.731 סע קען נישט זײַן! Meyir-Mano Daskal 1172.017 1174.291 eh ס'איז נישטאָ אַזאַ זאַך, אַז Meyir-Mano Daskal 1174.291 1176.893 אַז מע זאָל נעמען מענטשן, מע זאָל זײ סתּם הרגענען. Meyir-Mano Daskal 1176.893 1179.596 און נאָך דעם איז געװען אַ צײַט, Meyir-Mano Daskal 1179.596 1182.251 װאָס הײדער נאָך מ'האָט געמאַכט דעם געטאָ, Meyir-Mano Daskal 1182.251 1184.551 און הײדער די קלאַנגען זענען אַרױסגעקומען, Meyir-Mano Daskal 1184.551 1188.857 האָט מען אין שטאָט, איז געװען אַ סך ייִדן װאָס זײ האָבן געשטאַמט פֿון פּױלן. Meyir-Mano Daskal 1188.857 1191.361 פֿון פּױלן. זײ האָבן געװױנט אין אונדזער שטאָט. Meyir-Mano Daskal 1191.679 1196.646 איז אַרױסגעקומען אַ באַפֿעל, ביז אַכט און פֿערציקער, ביז אַכט און פֿערציק שעה Meyir-Mano Daskal 1196.646 1201.552 זאָלן זיך די אַלע אײַנװױנער װאָס זײ שטאַמען פֿון פּױלן, זענען נישט קײן Meyir-Mano Daskal 1201.792 1207.038 רומענישע בירגער, זאָלן זיך מעלדן. די אַלע ייִדן האָט מען אַװעקגעפֿירט אױף פּױלן, Meyir-Mano Daskal 1207.038 1209.276 װײַל פֿון דאָרט איז נישט װײַט געװען די קאַרפּאַטן, Meyir-Mano Daskal 1209.276 1214.54 און דאָרט איז תּיכּף פֿון פּױלן אױכעט פֿון פֿון פֿון eh Meyir-Mano Daskal 1214.708 1218.98 mm װוּ די RAKEVET איז געפֿאָרן, זאָג מיר פֿון אונדזער שטאָט האָט געקענט זײַן ביז פּױלן Meyir-Mano Daskal 1218.98 1222.229 אפֿשר הונדערט צװאָנציק קילאָמעטער ביז די קאַרפּאַטן דאָרט אַרױף. Meyir-Mano Daskal 1222.229 1223.603 מ'האָט זײ אַלע אַװעקגעפֿירט. Meyir-Mano Daskal 1223.603 1227.007 האָט מען שױן דעמאָלט געזען אַז דעיס איז נישט עפּעס אַזױ מעגלעך, Meyir-Mano Daskal 1227.007 1228.798 אָבער דעיס װאָס זײ האָבן דערצײלט, Meyir-Mano Daskal 1228.798 1231.424 אַז אין פּױלן פֿירט מען אַװעק די ייִדן, Meyir-Mano Daskal 1231.624 1236.665 מיר האָ'מיר געלעזן צײַטונגען, מיר האָ'מיר געהערט אַז היטלער האָט געזאָגט אַז ער דאַרף אױסהרגענען ייִדן, און ער װעט מאַכן דעיס, Meyir-Mano Daskal 1236.665 1241.295 און ער װעט מאַכן יענץ, אָבער מ'האָט זיך אַלץ געמאַכט װיסן אַז דעיס, דעיס װעט נישט פּאַסירן. Meyir-Mano Daskal 1241.295 1242.938 אָבער איך קען אײַך זאָגן, Meyir-Mano Daskal 1244.023 1245.729 אין יענער צײַט, Meyir-Mano Daskal 1246.197 1249.959 װען סע קומט <װען> עפּעס אַ מין AVIRON, װען סע קומט <װען> עפּעס אַ מין Meyir-Mano Daskal 1251.008 1253.528 כּלי, װאָס האָט געקענט אַרײַננעמען ייִדן, Meyir-Mano Daskal 1253.528 1257.479 מ'העט געלאָפֿן אין דער טונקל, מ'העט געװען אַלעס איבערגעלאָזט און לױפֿן אױף ארץ־ישׂראל. Meyir-Mano Daskal 1257.626 1260.145 אָבער לײדער ס'איז קײן אױסװעג נישט געװעזן. Meyir-Mano Daskal 1260.6 1263.23 אַפֿילו דעי װאָס זײ האָבן געהאַט אַן אױסװעג, Meyir-Mano Daskal 1263.251 1264.918 װאָס זײ האָבן געקענט פֿאָרן, Meyir-Mano Daskal 1264.918 1266.566 האָט דער רב יואליש אָפּגערעדט. Meyir-Mano Daskal 1266.733 1268.566 ער האָט געזאָגט, "קײן ארץ־ישׂראל? Meyir-Mano Daskal 1268.566 1272.205 גאָט באַהיט! איבעראַל פֿאָרן, נאָר נישט קײן ארץ־ישׂראל!" Meyir-Mano Daskal 1272.205 1274.88 װײַל ס'איז דאָך געװען רײַכע ייִדן, בײַן אונדז איז געװען שטאַרק רײַכע ייִדן. Meyir-Mano Daskal 1274.88 1276.549 זײ האָבן געהאַט גרױסע פֿאַבריקן, Meyir-Mano Daskal 1276.549 1280.555 mm טעקסטיל־פֿאַבריקן, זײ האָבן געאַרבעט הונדערטער מענטשן, אפֿשר טױזנטער. Meyir-Mano Daskal 1280.555 1284.461 און ס'איז געװען לעדער־פֿאַבריקן פֿון טױזנטער מענטשן װאָס זײ האָבן געאַרבעט. אַלץ ייִדישע! Meyir-Mano Daskal 1284.461 1288.131 און דעי האָבן געקענט פֿאָרן, װײַל זײ האָבן געקענט דעמאָלט אַלדינגס טון! Meyir-Mano Daskal 1288.197 1290.912 <AVAREY>, אין דער לעצטער מינוט איז אַװעקגעפֿאָרן Meyir-Mano Daskal 1291.125 1296.548 דער דער דער דער פֿאַבריקאַנט פֿון דער לעדער־פֿאַבריק, ער האָט איבערגעלאָזט די טאָכטער אין דער הײם, Meyir-Mano Daskal 1296.548 1298.117 מיטן מיטן אײדעם, Meyir-Mano Daskal 1298.117 1299.879 און ער איז אַװעקגעפֿאָרן אױף ארץ־ישׂראל, Meyir-Mano Daskal 1299.879 1301.06 ער האָט זיך געדונגען אַ פֿליגער. Meyir-Mano Daskal 1301.06 1302.731 אַזױ האָבן געקענט אַ סך טון. Meyir-Mano Daskal 1302.829 1305.113 אָבער רב יואליש האָט געזאָגט, "נײן, Meyir-Mano Daskal 1305.113 1307.291 קײן ארץ־ישׂראל פֿאָרט מען נישט װײַל, Meyir-Mano Daskal 1307.31 1309.8 װײַל דאָרט איז אױסגעלאַסן, דאָרט איז נישט קײן ייִדן, Meyir-Mano Daskal 1309.8 1311.16 מע פֿאָרט נישט אַהין!" Meyir-Mano Daskal 1311.16 1313.353 אָבער אַזױ װי אונדז, איך, Meyir-Mano Daskal 1313.724 1317.162 שבת איז געװען אַ שול, סע האָט געהײסן דער MIZRAKHI, Meyir-Mano Daskal 1317.514 1320.092 אָבער דעיס איז כּמעט געװען פֿאַרשטעלט, Meyir-Mano Daskal 1320.092 1322.12 װײַל דאָרט זענען געקומען די יוגנט Meyir-Mano Daskal 1322.12 1323.909 און זײ האָבן אָפּגעהאַלטן זיצונגען Meyir-Mano Daskal 1323.911 1325.399 װעגן ארץ־ישׂראל, Meyir-Mano Daskal 1325.399 1328.292 װעגן חלוציזם, װעגן טשערטיפֿיקאַטן, Meyir-Mano Daskal 1328.292 1331.113 פֿלעג איך מערערע מאָל גײן שבת אַהין אױך דאַװענען Meyir-Mano Daskal 1331.113 1333.534 כּדי איך זאָל זײַן דאָרטן, איך זאָל הערן, איך זאָל זען, Meyir-Mano Daskal 1333.534 1334.961 װײַל מ'האָט אַלץ געװאָלט, Meyir-Mano Daskal 1335.094 1338.398 eh װי אַזױ, דורך אַ װעג, װי נאָר מען, אפֿשר איז מעגלעך, אפֿשר Meyir-Mano Daskal 1338.398 1340.643 אפֿשר זײַן אַ מעגלעכקײט מע װעט קענען אָנקומען. Meyir-Mano Daskal 1340.686 1344.193 אַזױ אַרום, אַז פֿון די אַלע זאַכן האָ'מיר געװוּסט װאָס סע טוט זיך אױף דער װעלט, Meyir-Mano Daskal 1344.193 1346.665 װײַל איך זאָג, די צײַטונגען האָבן געשריבן, און Meyir-Mano Daskal 1346.665 1349.702 דעי אַפֿילו װאָס זענען שױן נישט געװען קײן אַנטיסעמיטן Meyir-Mano Daskal 1349.702 1351.875 זענען אױך געװאָרן אַנטיסעמיטן, Meyir-Mano Daskal 1351.875 1354.673 אַפֿילו שױן די גוטע גױים װאָס זענען געװעזן, Yishayahu Peri 1354.67 1357.16 דאָ האָב איך טאַקע געװאָלט פֿרעגן אַ פֿראַגע. Meyir-Mano Daskal 1356.23 1357.085 יאָ. Yishayahu Peri 1357.201 1362.88 פֿאַר דעם װי מ'האָט אײַך אַרײַנגעפֿירט eh אין געטאָ, װי האָבן זיך, װי האָבן זיך אױפֿגעפֿירט די גױים, די שכנים? Meyir-Mano Daskal 1359.247 1360.895 אין געטאָ. Meyir-Mano Daskal 1361.325 1362.524 די גױים... Meyir-Mano Daskal 1362.524 1364.521 די שכנים האָבן זיך גוט אױפֿגעפֿירט. Meyir-Mano Daskal 1364.779 1366.338 איך װיל אײַך זאָגן Meyir-Mano Daskal 1366.436 1368.601 אַז די רומענישע שכנים Meyir-Mano Daskal 1368.601 1371.66 האָבן זיך זײער גוט אױפֿגעפֿירט, בעסער װי די אונגאַרישע. Meyir-Mano Daskal 1371.66 1375.132 איך האָב געװױנט למשל אין אַ גאַס װוּ ס'איז געװען לױטער רומענישע שכנים. Meyir-Mano Daskal 1375.226 1378.076 אַ שכן פֿון דעיע האָט מיר געשיקט אַ פּעקל Meyir-Mano Daskal 1378.076 1379.68 צו די MUNKASZOLGÁLATOS. Meyir-Mano Daskal 1379.797 1381.389 שטעלט אײַך פֿאָר, אַ קריסט! Meyir-Mano Daskal 1381.766 1382.905 ק- eh זײער... Yishayahu Peri 1383.222 1386.933 און איך האָב אײַך געװאָלט טאַקע נאָך אַ פֿראַגע פֿרעגן, מיט אײַער ערלױבעניש. Meyir-Mano Daskal 1385.103 1385.708 יאָ. Yishayahu Peri 1386.933 1389.812 דינענדיק דעם MUNKATÁBOR, װי איר האָט געזאָגט, Meyir-Mano Daskal 1388.76 1389.246 יאָ. Yishayahu Peri 1389.812 1395.027 װי האָבן זיך דערצױגן די אָפֿיצירן, די סאָלדאַט- די אונגאַרישע סאָלדאַטן, צו די ייִדן? Meyir-Mano Daskal 1393.426 1393.905 יאָ. Meyir-Mano Daskal 1394.295 1395.956 אָ יאָ, דעיס װיל איך זאָגן. Meyir-Mano Daskal 1395.956 1398.049 די אײנפֿאַכע סאָלדאַטן, Meyir-Mano Daskal 1398.055 1399.799 ביז אַ SAMAL, Meyir-Mano Daskal 1399.799 1401.059 נו, מיטגעגאַן, Meyir-Mano Daskal 1401.059 1402.556 מ'האָט אים נאָך אונטערגעקױפֿט. Meyir-Mano Daskal 1402.594 1404.444 אָבער איך געדענק אַ טאָג, Meyir-Mano Daskal 1404.552 1407.307 ס'איז אַרױפֿגעקומען אַ ALUF Meyir-Mano Daskal 1407.307 1410.237 פֿון מונקאַטש, אױב איר האָט געהערט, מונקאַטש, דער מונקאַטשער רבי, האָט איר געהערט, Meyir-Mano Daskal 1410.237 1411.715 אַן אונגאַרישער ALUF. Meyir-Mano Daskal 1412.812 1416.75 דעיס איז געװען דער שװאַרצטער טאָג בײַן אונדז דאָרט אין דער MUNKASZOLGÁLATOS. Meyir-Mano Daskal 1416.75 1419.379 ער איז אַרױפֿגעקומען, און ס'איז געװעזן Meyir-Mano Daskal 1419.588 1421.819 פֿאַר מיטאָג־צײַט, אַרום צען אַ זײגער, Meyir-Mano Daskal 1421.819 1423.612 אונדז זע'מיר נישט געװען אין די קאַסערן, Meyir-Mano Daskal 1423.667 1427.491 איז ער אַרױסגעקומען דאָרט אױפֿן פֿעלד װוּ אונדז האָ'מיר געגראָבן. מ'האָט באַלד געמאַכט אַן APPELL, Meyir-Mano Daskal 1427.491 1429.273 און מ'האָט זיך אױסגעשטעלט אין די שורה, Meyir-Mano Daskal 1429.273 1431.67 און ער האָט זיך געשטעלט דאָרט פֿאַר אונדז, Meyir-Mano Daskal 1431.67 1433.934 זע'מיר געװען אַ KVUTSA אפֿשר פֿון הונדערט פֿופֿציק Meyir-Mano Daskal 1433.936 1436.906 ייִנגלעך. ס'איז געװען אַזאַ SZAKASZ, אַזאַ אָפּטײלונג, Meyir-Mano Daskal 1437.108 1439.261 מ'האָט געגראָבן, און דער האָט זיך דאָרט געשטעלט. Meyir-Mano Daskal 1439.394 1441.734 און דער האָט געהאַלטן אַ רעדע, און ער האָט געזאָגט, Meyir-Mano Daskal 1442.067 1443.142 "איר ייִדן, Meyir-Mano Daskal 1443.278 1445.769 איר װעט מער נישט זען אײַער הײם! Meyir-Mano Daskal 1445.975 1449.651 איר װעט מער ניט שלאָפֿן אין קײן קישן מיט פֿעדערן! Meyir-Mano Daskal 1449.651 1452.254 איר װעט מער נישט שלאָפֿן צוגעדעקט מיט דאָכענעס! Meyir-Mano Daskal 1452.254 1454.974 איר װעט דאָ קראַפּירן אַזױ װי די הינט!" Meyir-Mano Daskal 1454.974 1457.558 דעיס איז געװעזן אַן אונגאַרישער אָפֿיציר, Meyir-Mano Daskal 1457.558 1461.271 אַ אַ אַ אַ ALUF. Meyir-Mano Daskal 1461.363 1464.111 דעיס איז געװען די אינטעליגענטשאַפֿט פֿון די אונגאַרן, Meyir-Mano Daskal 1464.774 1469.457 װײַל רומעניש האָב איך דאָך נישט געװוּסט, װײַל אַזױ װי איך האָב אײַך געזאָגט, איך האָב נישט עקסטער <מין> געדינט אין מיליטער, Meyir-Mano Daskal 1469.457 1471.696 דעיס איז געװען זײער <זײַט>. Meyir-Mano Daskal 1471.696 1475.81 היצט װעלן מיר איבערלאָזן דעיס, און איך װעל צוריקגײן צו דעם װוּ איך האָב געהאַלטן. Meyir-Mano Daskal 1475.824 1478.108 אַזױ װי מ'האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין געטאָ, Meyir-Mano Daskal 1479.425 1485.596 און דאָרט איז געװען אײן דײַטשער אָפֿיציר װאָס ער פֿלעג קומען אין געטאָ אַרײַן, שיכּור װי לוט! Meyir-Mano Daskal 1485.634 1488.12 פֿון אײן פּלאַץ אױפֿן אַנדערן, זיך געהױקערט mm Meyir-Mano Daskal 1488.12 1490.343 שיכּור. מיט אַ מאָטאָציק פֿלעג ער קומען. Meyir-Mano Daskal 1490.795 1493.795 און ער פֿלעג אַרײַנגײן. באַלד האָט מען געשאַפֿן אַ יודנראַט, Meyir-Mano Daskal 1494.255 1497.271 צאַמגענומען װער ס'איז געװען דער ראָש־הקהל, און װער ס'איז געװעזן Meyir-Mano Daskal 1497.271 1500.641 דער הױפּט-GABAY אין שול, און װער ס'איז געװען דער, די הױפּט- Meyir-Mano Daskal 1500.641 1504.581 די די די די די די הױפּט־ייִדן פֿון די ייִדן זאָלן זײַן דאָרטן. Meyir-Mano Daskal 1504.581 1506.131 און זײ האָט מען אײַנגערעדט, Meyir-Mano Daskal 1506.229 1508.94 "איר זאָלט אײַנרעדן," נישט אײַנרעדן Meyir-Mano Daskal 1508.94 1511.944 "איר זאָלט זאָגן פֿאַר די אַלע מענטשן װאָס זײ װױנען אין געטאָ, Meyir-Mano Daskal 1512.072 1514.577 אַז זײ װערן אַװעקגעפֿירט אױף אַ פּלאַץ, Meyir-Mano Daskal 1514.577 1516.773 זאָלן זײַן װײַט פֿון די מלחמה, Meyir-Mano Daskal 1516.773 1519.654 אַז נישט זײ זאָלן באַשעדיקט װערן Meyir-Mano Daskal 1519.654 1521.739 און נישט זאָלן שטערן פֿאַר די מלחמה. Meyir-Mano Daskal 1521.739 1524.26 און אַלעס װעט זײַן אין אײנעם, און ס'װעט זײַן בסדר." Meyir-Mano Daskal 1524.26 1526.728 און זײ האָבן דעיס איבערגעגעבן אַלץ פֿאַר אונדז. Meyir-Mano Daskal 1527.112 1528.026 שױן, נו, mm Meyir-Mano Daskal 1528.099 1530.241 װער ס'האָט אפֿשר געגלײבט האָט געגלײבט, Meyir-Mano Daskal 1530.241 1532.163 אָבער מ'האָט געזען װאָס סע טוט זיך. Meyir-Mano Daskal 1532.277 1534.996 איך האָב געהאַט, eh איך װיל אײַך eh זאָגן אין קורצן. Meyir-Mano Daskal 1535.121 1538.865 eh, איך האָב געהאַט אַ אַ מומע, דעם דעם פֿאָטער'ס אַ שװעסטער, Meyir-Mano Daskal 1539.235 1541.303 איז, אין דעם טאָג, eh, Meyir-Mano Daskal 1541.303 1544.825 אין אַ טאָג הײדער מ'איז אַװעק אינעם ערשטן טראַנספּאָרט פֿונעם געטאָ, Meyir-Mano Daskal 1544.835 1546.675 איז זי געװען בײַן אונדז אין שטוב. Meyir-Mano Daskal 1546.748 1549.01 זאָגט זי, "מאיר," זאָגט זי, Meyir-Mano Daskal 1549.01 1550.913 "איך װיל דיר זאָגן אַ זאַך," זאָגט זי, Meyir-Mano Daskal 1550.913 1554.12 "כ'העט גיכער געװאָלט מע זאָל מיך הײַנט טראָגן דאָ אױפֿן BEIT KVAROT Meyir-Mano Daskal 1554.141 1555.796 װי הײדער אַװעקצופֿאָרן." Meyir-Mano Daskal 1556.072 1558.42 און זי איז געשטאָרבן אין דעם טאָג, זי האָט באַקומען אַ Meyir-Mano Daskal 1558.42 1561.849 אַ בלוטשטורץ, און זי איז געשטאָרבן אין דעם טאָג. eh, ס'איז אַ קלײנער <עפּאָזיד> Meyir-Mano Daskal 1561.907 1563.33 װאָס האָט פּאַסירט אין לעבן. Yishayahu Peri 1563.532 1565.955 װי לאַנג זענט איר פֿאַרבליבן אין דעם געטאָ? Meyir-Mano Daskal 1565.418 1567.449 אין דעם געטאָ זע'מיר פֿאַרבליבן Meyir-Mano Daskal 1568.128 1571.93 אומגעפֿער פֿיר װאָכן, ביז שבֿועות, אין צװײטן טאָג שבֿועות. Meyir-Mano Daskal 1572.359 1575.609 דעמאָלט איז געפֿאַלן שבֿועות שבת און זונטיק. Yishayahu Peri 1575.935 1579.252 װי האָט מען זיך אַ עצה געגעבן מיט עסנװאַרג און UNK? Meyir-Mano Daskal 1578.187 1581.545 מיט עסנװאַרג אין געטאָ איז נאָך געװעזן בסדר, Meyir-Mano Daskal 1581.553 1585.576 װײַל מענטשן האָבן זיך געהאַט אָנגעגרײט אַ סך, און מ'האָט מיטגענומען. למשל, Meyir-Mano Daskal 1585.576 1587.185 איך געדענק בײַן אונדז אין דער הײם Meyir-Mano Daskal 1587.185 1589.722 האָט מײַן װײַב עליו־השלום געמאַכט, Meyir-Mano Daskal 1589.722 1592.632 ס'איז געװען אַזױנע צװײ <טיזנס> מיט שמאַלץ. Meyir-Mano Daskal 1592.632 1594.29 דאָרט פֿלעג'מיר שעכטן די גענדז Meyir-Mano Daskal 1594.363 1596.802 חנוכּה־צײַט, און מאַכן שמאַלץ אױף פּסח. Meyir-Mano Daskal 1596.802 1598.992 איז געװען דאָרט לעבערס מיט גריװן Meyir-Mano Daskal 1598.992 1600.747 פֿאַרפֿרױרן אין אײנעם. Meyir-Mano Daskal 1600.747 1602.475 מ'האָט מיטגענומען אין געטאָ אַרײַן. Meyir-Mano Daskal 1602.475 1605.5 מ'האָט אָפּגעבאַקן פֿון פֿון אפֿשר פֿון Meyir-Mano Daskal 1605.769 1608.008 צען קילאָ פֿעט פֿון אַזױנעם, Meyir-Mano Daskal 1608.008 1609.623 קיכעלעך מיט פֿאַרשידענע זאַכן. Meyir-Mano Daskal 1609.623 1612.355 אַזױ אַרום אַז אין געטאָ עסן איז נאָך געװעזן. Meyir-Mano Daskal 1612.355 1614.802 דעיס איז נאָך געװען בסדר. און װוּ נישט Meyir-Mano Daskal 1614.802 1616.552 האָט מען נאָך געקענט אַרײַנברענגען, Meyir-Mano Daskal 1616.552 1618.423 װײַל ס'איז געװען אַזױנע װאָס זענען צוגעגאַן Meyir-Mano Daskal 1618.423 1620.158 דאָרט װוּ דער װאָס ער איז געשטאַנען װאַך Meyir-Mano Daskal 1620.158 1622.741 בײַ דעי <SOROMPÓ> װוּ מע האָט אַראָפּגעלײגט דעיס, Meyir-Mano Daskal 1622.741 1626.011 פֿלעג ער אַרױסגײן און אַרײַנברענגען. אַזױ אַרום דאָרט איז נאָך געװען בסדר. Yishayahu Peri 1625.829 1629.022 מיט װעמען זענט איר געװען פֿון די מי-, פֿון די משפּחה אין געטאָ? Meyir-Mano Daskal 1628.704 1630.87 אין געטאָ פֿון די משפּחה איז געװען אַזױ. Meyir-Mano Daskal 1630.87 1635.976 געװעזן איך, מײַן פֿרױ, די צװײ קינדער, Meyir-Mano Daskal 1635.998 1638.364 מײַן צװײטע פֿרױ, Meyir-Mano Daskal 1638.825 1641.4 די עלטערן פֿון די צװײטע פֿרױ, Meyir-Mano Daskal 1641.4 1644.76 און די צװײ ברידער פֿון די <ZE>. װײַל... Meyir-Mano Daskal 1644.76 1648.305 און און אַ שװעסטער מיט אַ קלײן קינד פֿון Meyir-Mano Daskal 1648.657 1650.855 פֿון צװײ יאָר אומגעפֿער, אַזאַ גאַטונג. Yishayahu Peri 1651.096 1653.114 אײַער מאַמע איז אױך געװען מיט אײַך? Yishayahu Peri 1653.526 1655.054 אײַער מוטער? Meyir-Mano Daskal 1653.955 1655.889 יאָ, יאָ, אױך געװען, אױך. Meyir-Mano Daskal 1656.106 1657.581 אַלץ געװען דאָרטן. Meyir-Mano Daskal 1657.581 1659.667 אײן טראַנספּאָרט איז מען אַװעקגעגאַן. Meyir-Mano Daskal 1659.667 1661.963 שױן, מ'איז דאָרט געװען אין געטאָ, דעיס איז געװען Meyir-Mano Daskal 1661.963 1664.073 אום צװײטן טאָג שבֿועות. Meyir-Mano Daskal 1664.073 1665.866 דעמאָלטס איז געפֿאַלן שבֿועות, Meyir-Mano Daskal 1665.866 1667.578 װײַל דאָרט איז דאָך געװען צװײ טעג, Meyir-Mano Daskal 1667.578 1669.075 איז געפֿאַלן אַזױ װי היצטער Meyir-Mano Daskal 1669.183 1670.994 שבת און זונטיק. Meyir-Mano Daskal 1671.8 1674.228 ס'איז נאָך געװען, איך געדענק אַזױ װי הײַנט, Meyir-Mano Daskal 1675.786 1679.43 ס'איז געװען אַ ייִד װאָס ער איז צוריקגעקומען, ער איז געװען אין בעלגיום, Meyir-Mano Daskal 1679.885 1683.441 און ער איז צוריקגעקומען פֿון בעלגיום װײַל אין בעלגיום זענען אַרײַן די דײַטשן. Meyir-Mano Daskal 1683.453 1685.267 איז ער צוריקגעקומען אױף סאַטמער. Meyir-Mano Daskal 1685.444 1686.83 און ער האָט געזאָגט, Meyir-Mano Daskal 1686.83 1688.469 "לײדער לײדער," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 1688.472 1691.006 "װעלן מיר זיך אין ערגעץ נישט קענען באַהאַלטן," זאָגט ער, Meyir-Mano Daskal 1691.006 1693.807 "װײַל װוּ מע גײט, דאָרט קומט אָן דער דײַטש. Meyir-Mano Daskal 1693.843 1696.33 און ער נעמט אַלעס און ברענגט אַלעס אום." Meyir-Mano Daskal 1696.33 1699.973 ער האָט זיך אױפֿגעהאָנגען אין דעם שבת אַ טאָג פֿאַרן אַװעקגײן, Meyir-Mano Daskal 1700.125 1701.396 װוּ ס'איז געװעזן. Yishayahu Peri 1702.328 1706.373 יעצט מיט אײַער ערלױבעניש װעלן מיר דאָ אױפֿהערן. מיר גײען טױשן נאָך אַ קאַסעטע.