Richard Bassett 1.06 6.06 MISSUS SARA STARKMAN, TAPE NUMBER TWO, JULY THIRD, NINETEEN NINETY-SIX. Richard Bassett 6.06 9.42 MISSUS שטאַרקמאַן, איר האָט פֿריִער געזאָגט אַז Richard Bassett 9.42 11.82 מ'האָט אַרױסגעשטעלט פּלאַקאַרדן Richard Bassett 11.82 14.18 אַנ- אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר, Richard Bassett 14.18 16.87 אַז מע זאָל נישט אַרײַנגײן אין די ייִדישע געװעלבן. Sara Starkman 16.496 16.99 יאָ. Sara Starkman 16.99 18.7 ס'האָט געהאָנגען Sara Starkman 18.7 21.26 פּלאַקאַ- ס'הײסט, פּלאַקאַטן, ס'הײסט Sara Starkman 21.26 24.2 ehm, װי אַזױ זאָגט מען אין אין ענגליש? Sara Starkman 24.2 27.34 SIGNS. SIGNS. Richard Bassett 24.386 25.827 SIGNS, יאָ. Sara Starkman 27.34 29.62 מע זאָל נישט קױפֿן בײַ קײן ייִדן. Richard Bassett 29.62 31.26 האָט עס געװירקט? Sara Starkman 31.26 32.46 װאָס האָט געװירקט? Sara Starkman 32.557 35.98 מ'האָט דאָך ד-, מ'האָט דאָך נאָר געמײנט די גױים זאָלן נישט גײן צו קײן ייִדן. Sara Starkman 35.98 38.9 ס'איז דאָך געװען קריסטן װאָס זײ פֿלעגן יאָ אַרײַנגײן צו ייִד-, Sara Starkman 38.9 40.98 אָבער SIGNen זענען געװען, Sara Starkman 40.98 45.08 אַז מע זאָל נישט. װער זאָל נישט? נאָר די גױים זאָלן נישט קױפֿן בײַ קײן ייִדן. Richard Bassett 45.1 48.49 געדענקט איר אַנדערע געזעצן אַנטקעגן די ייִדן? Sara Starkman 50.58 54.37 דאָס װאָס איך האָב אײַך פֿרינטער געזאָגט. אײנער איז אַרױסגעקומען, געזאָגט אַז מע Sara Starkman 54.43 58.17 אַז מע גיסט אױס די װאַסער שטאַרבן אױס די פֿיש. Richard Bassett 54.769 55.702 אַחוץ דעם, Richard Bassett 56.91 58.9 איך מײן אָבער פֿון דער רעגירונג. Richard Bassett 58.96 60.914 האָט דער רעג-, האָט די רעגירונג...? Sara Starkman 59.25 63.46 פֿון דער רעגירונג? די רעגירונג געדענק איך נישט צו פֿיל. Sara Starkman 63.46 66.0 מע, װאָס װ- Sara Starkman 66.0 68.98 די POLICE איז אומגעגאַנגען, מ'האָט, מ'האָט נישט געלאָזט Sara Starkman 68.98 71.66 סע זאָל זײַן שפּעטער אָפֿן די געװעלבן, Sara Starkman 71.66 75.98 און נאָך אַזױ װײַטער. ס'איז אַזױ װי יעדער לאַנד, I DON'T KNOW. Sara Starkman 75.98 78.57 איך געדענק שױן נישט, שױן אַזױ פֿיל יאָרן. Sara Starkman 79.88 81.88 כ'האָב נישט אַזױ פֿיל אומגעקוקט. Richard Bassett 82.15 83.97 האָט איר געאַרבעט פֿאַר דער קריג? Sara Starkman 84.72 87.03 װוּ האָב איך געאַרבעט? איך בין געװען אין דער הײם. Sara Starkman 87.03 89.64 װאָס מע האָט געדאָרפֿן האָב איך געהאָלפֿן. Richard Bassett 92.32 95.38 אַז װוּ זײַט איר געװען װען די קריג האָט זיך אױסגעבראָכן? Sara Starkman 95.78 97.98 אַלע אונדז זע'מיר געװען אין דער הײם. Richard Bassett 97.98 99.06 אַלץ אין OSTRÓW. Sara Starkman 98.97 100.31 אַלץ אין OSTRÓW. Sara Starkman 100.31 102.9 אַפֿילוק מײַן געהײראַטע שװעסטער Sara Starkman 102.9 104.74 איז אױך געװען אין OSTRÓW. Sara Starkman 104.74 107.04 זי איז שפּעטער געקומען, װײַל Sara Starkman 107.04 110.0 דער מאַן, eh זי איז געװען פֿאַרהײראַט, און דער מאַן איז געװען Sara Starkman 110.0 111.84 אין מיליטער װען Sara Starkman 111.84 114.36 װען דאָס פּױלישע מיליטער האָט זיך צו- Sara Starkman 115.38 117.54 איז צעפֿאַלן Sara Starkman 117.54 120.5 איז ער אַהײמגעקומען, זענען זײ אױכעט Sara Starkman 120.5 122.5 איבערגעפֿאָרן די גרענעץ Sara Starkman 122.5 124.61 און אונדז זע'מיר אַלע צוזאַמען געװען Sara Starkman 125.38 128.03 אין, אין ZAPADNe אוקראַיִנע. Richard Bassett 128.05 131.32 געדענקט איר דעם טאָג װען די מלחמה האָט זיך אױסגעבראָכן? Sara Starkman 131.88 136.34 EXACTLY קען איך אײַך נישט זאָגן. איר װײסט דען נישט װען eh װען ס'האָט זיך אױסגעבראָכן? Sara Starkman 136.34 137.72 אין נײַן און דרײַסיקער. Richard Bassett 137.55 140.648 איך מײן נישט די דאַטע, אָבער אין אײַער קאָפּ געדענקט איר? Sara Starkman 139.417 143.19 דעם טאָג געדענק איך נישט. eh דעם טאָג געדענק איך נישט. Richard Bassett 143.21 145.18 װען האָט זיך, װען זײַט איר מע- ah Richard Bassett 145.24 148.46 האָט איר אױסגעפֿונען אַז אַז ס'איז ס'איז דאָ אַ מלחמה? Sara Starkman 147.227 151.3 אַז מ'האָט, מ'האָט, מ'האָט אױסגעפֿונען ד- Sara Starkman 151.3 154.34 אין די גאַנצ- די גאַנצע װעלט האָט אױסגעפֿונען. Sara Starkman 154.34 156.688 ס'איז דאָך געװען PAPER- UNK PAP- Richard Bassett 155.6 157.32 װי אַזױ האָט איר אױסגעפֿונען? Sara Starkman 157.32 161.4 אונדז האָ'מיר אױסגעפֿירט, װ- װען די גאַנצע שטאָט האָט געװוּסט די זעלבע Sara Starkman 161.4 162.84 דעם זעלבן טאָג אַז ס'איז Sara Starkman 162.84 165.04 אַז מ'האָט נאָך פֿרינטער געװוּסט איז געװען Sara Starkman 165.04 167.54 אין די פֿאַרשידענע צײַטונגען געװעזן Sara Starkman 167.54 170.28 אַז היטלער גײט, האָבן מענטשן באַלד געזאָגט Sara Starkman 170.28 172.08 דאָס װעט זײַן אַן אומגליק. Sara Starkman 172.5 174.28 דאָס דאַרף מען דאַנטלױפֿן Sara Starkman 174.28 176.68 װײַל, װײַל היטלער, Sara Starkman 176.68 179.43 מ'האָט געװוּסט װאָס היטלער איז שױן. Richard Bassett 182.34 184.42 זײַט איר געבליבן אין OSTRÓW? Sara Starkman 184.42 185.52 NO. Sara Starkman 185.52 189.32 די עלטערן זענען געבליבן. זײ האָבן נישט געהאַט קע-, װוּ װעט מען פֿאָרן? Sara Starkman 189.32 193.34 מ'האָט דאָך נישט געװוּסט, נאָר די יונגע מענטשן איז געװעזן Sara Starkman 193.34 198.76 ah האָט מען גערעדט אַז היטלער נעמט צו אַלע יונגע מענטשן צו דער אַרבעט. Sara Starkman 198.76 201.86 האָבן די עלטערן װיפֿל מע האָט געקענט, אַ פֿאַקט איז, Sara Starkman 201.86 203.44 אונדז זע'מיר דאָך געװען אין רוסלאַנד. Sara Starkman 203.44 206.83 װען די עלטערן קומען גלײַך מיט אונדז װאָלטן זײ נאָך געװען געלעבט. Sara Starkman 207.42 212.21 נאָר די עלטערן האָבן געזאָגט, די יונגע קינדער האָט מען אַלע אַװעקגעשיקט. Sara Starkman 212.34 215.22 מײדלעך, ייִנגלעך, אַלץ איז דאַנטלאָפֿן Sara Starkman 215.22 217.82 פֿון די שטעטל איבער די גרענעץ, Sara Starkman 217.82 220.03 מע זאָל זײַן אין די רוסישע זײַט. Sara Starkman 220.03 221.93 װײַל מע האָט געזאָגט היטלער נעמט באַלד צו צ- Sara Starkman 221.93 226.23 אַ פֿאַקט איז האָבן מיר דאָך געזען אין די, אין די MOVIE װי עס איז געװעזן. Richard Bassett 227.42 230.61 אַז איר זאָגט אַז איר זענט אַריבער ד- uhm דעם גרענעץ? Sara Starkman 231.02 233.32 די- דאָס איז שױן געװען אַ גרענעץ Sara Starkman 233.32 235.356 קײן רוסלאַנד, װוּ, װוּ... Richard Bassett 234.78 235.82 איר זענט אַנטלאָפֿן? Sara Starkman 236.26 237.3 דאָס הײ- Sara Starkman 237.3 242.48 אונדז זע'מיר נאָך נישט געהאַט דערטלאָ- מע, ס'איז נאָך געװען אַ צײַט װאָס מ'איז געגאַנגען אַהײם Sara Starkman 242.48 245.0 און מ'איז צוריקגעגאַן. זײ האָבן געלאָזט, די רוסן. Sara Starkman 245.0 247.6 ס'איז געװען אַזעלכע מ'האָט איבערגעגאַנגען די גרענעץ. Sara Starkman 247.6 252.82 אָבער אונדז זע'מיר געבליבן, יאַך מיט מײַנע שװעסטער. שפּעטער זענען די שװאָגערס געקומען Sara Starkman 252.82 256.18 און, און אײנער איז געװען אין מיליטער, שפּעטער איז ער אױך Sara Starkman 256.18 259.0 אונטערגעקומען, ער איז געװען אין פּױלישן מיליטער. Sara Starkman 259.0 260.65 אױ, איך האָב שױן פֿאַרגעסן. Richard Bassett 263.06 265.97 אַז זאָגט מיר נאָך אַ מאָל, אַז Richard Bassett 266.88 272.54 eh װאָס איז געװאָרן אין OSTRÓW מע- װען די מלחמה האָט זיך אױסגעבראָכן? די סאָלדאַטן זענען אַרײַן דאָרטן? Sara Starkman 272.54 276.44 אונדז זע'מיר נאָך נ-, אונדז זע'מיר שױן נישט געװען, די יונגע קינדער. Richard Bassett 276.44 278.2 אַז איר זענט, איר זענט אַנטלאָ- Sara Starkman 276.71 280.94 אונדז זע'מיר, אונדז זע- אונדז זע- אונדז זע'מיר אַלע, מ'האָט געדונגען אַ פֿור Sara Starkman 280.94 282.656 און מ'איז אַריבער די גרענעץ. Richard Bassett 282.61 284.08 און װוּ זײַט איר געבליבן? Sara Starkman 284.12 288.448 געבליבן איז נאָר מ- די עלטערן מיט די צװײ יונגע קינדער. Richard Bassett 286.46 290.986 נײן, װוּ, װ- און װוּ, װוּ, װוּ זײַט איר געװען אַז איר זענט אַריבער די... Sara Starkman 289.94 292.82 אונדז זע'מיר געװעזן אין די רוסישע זײַט. Richard Bassett 292.82 294.18 אין אַ שטאָט? Sara Starkman 294.18 297.68 אין אַ שטעטל MACIEJÓW, ס'איז לעבן װלאָדעװע. יע. Richard Bassett 296.3 297.06 MACIEJÓW. Sara Starkman 298.03 299.8 אונדז זע'מיר געװען אין MACIEJÓW. Sara Starkman 299.8 303.08 און פֿון דאָרטן איז מען געפֿאָרן, זע'מיר געפֿאָרן קײן קאָװעל. Sara Starkman 303.08 305.96 ס'איז געװען אַ קלײן שטעטל, ס'איז געװען אױף די גרענעץ. Richard Bassett 305.81 307.58 װען זײַט איר דאָרטן אַנטלאָפֿן? Sara Starkman 307.92 313.52 זע'מיר דערטלאָפֿ- איך געדענק שױן נישט װען, נאָר ס'איז געװען נאָך אײדער, אײדער דער דײַטש איז אַרײַן אין שטאָט. Richard Bassett 313.52 314.68 ah, אײדער די מיל- Sara Starkman 313.97 317.41 אײדער די, אײדער די דײַטשן זענען אַרײַן אין שטאָט. Richard Bassett 317.12 320.52 און אױך אײדער די מלחמה איז אױסגעבראָכן אָדער נאָך דעם? Sara Starkman 318.729 323.43 דע- די מלחמה איז שױן אױסגעבראָכן, נאָר אײדער זע'מיר אַרײַן אין שטאָט Sara Starkman 323.43 327.73 האָבן די עלטערן געטון װאָס זײ האָבן געקענט און מ'האָט אַװעקגעשיקט די יונגע מענטשן. Richard Bassett 327.78 330.2 צי װײסט איר װען די דײַטשן זענען אַרײַן אין OSTRÓW? Sara Starkman 329.42 332.39 איך געדענק נישט, איך געדענק נישט, איך װײס נישט. Sara Starkman 333.12 335.16 איך װײס נאָר ס'איז געװען שטיל. Sara Starkman 335.16 338.62 אונדז זע'מיר נאָך גע- אַ סך מענטשן זע'מיר נאָך געגאַנגען דורך די Sara Starkman 338.62 340.2 דורך די גרענעץ Sara Starkman 340.2 343.2 װאָס איז געװעזן די רוסישע ביז די דײַטשישע. Sara Starkman 343.2 344.48 הײסט, פֿון פּױלן Sara Starkman 344.48 348.06 זענען אַ סך מענטשן נאָך, איך האָב געקענט זײער אַ גוטן פֿרײַנד Sara Starkman 348.06 351.54 װאָס האָט געגאַט אַ מאַנופֿאַקטור־געשעפֿט. Sara Starkman 351.54 354.42 איר װײסט, eh, סחורות. Sara Starkman 354.42 357.22 האָט ער זיך אַרומגעװינק- eh אַרומגעװיקלט Sara Starkman 357.22 360.22 און ער איז אַדורך די גרענעץ און נאָך אַ מאָל געגאַנגען, Sara Starkman 360.22 363.36 און נאָך אַ מאָל זיך אָנגעטון, און אַזױערנאָך אָ. Sara Starkman 363.36 365.76 האָט נאָר געזאָגט, "קינדערלעך, מע טאָר נישט Sara Starkman 365.76 370.24 זײַן אין לאַנד. מען מוז דאַנטלױפֿן." ער איז געװען זײער, זײער Sara Starkman 370.24 372.72 קלוג, אינטעליגענט, אַ פֿאַקט איז, Sara Starkman 372.72 376.03 ער האָט באַל-, זײ זענען באַלד, אָ-, ער איז אױך געװען אין רוסלאַנד. Richard Bassett 377.02 380.12 אַז די צװײ ייִנגערע קינדער, דאָס הײסט, אײַזיק און BELLA? Sara Starkman 380.13 380.63 eh יאָ. Sara Starkman 380.63 382.66 eh איר האָט מען באַלד געשאָסן. Richard Bassett 380.879 381.312 זײ ג- Sara Starkman 383.1 385.14 מיר, eh אונדז זע'מיר נאָך געװעזן Richard Bassett 383.29 384.028 זײ, זע- Sara Starkman 385.14 387.6 אין אין eh ק- eh ZAPADNe אוקראַיִנע Sara Starkman 387.6 392.78 האָט עמעצער אונדז געזאָגט אַז די דײַטשן זענען אַדורכגעגאַן, זײ האָבן געשאָסן די שװעסטער. Richard Bassett 392.78 395.24 אַז װען זענט איר געקומען אין ZAPADN-... Sara Starkman 395.24 400.1 אין ZAPADNe אוקראַיִנע, דאָס הײסט, איז געװעזן װען אונדז זע'מיר אַנטלאָפֿן פֿון דער הײם. Sara Starkman 400.1 401.8 האָט דאָך עס געהײסן Richard Bassett 400.168 400.547 יאָ. Sara Starkman 401.8 405.46 אוקראַיִנ- ס'האָט דאָך געהײסן ZAPADNe אוקראַיִנע. Sara Starkman 405.46 407.49 ס'איז, די רוסן זענען דאָרטן געװען. Richard Bassett 405.546 406.414 און, און... Richard Bassett 408.2 411.87 איר האָט געזאָ-, אָבער, געזאָגט אַז איר זענט געװען אױך אין KOWAL און אין נאָך אַן אָרט? Sara Starkman 411.33 413.43 נײן, אין קאָװעל, אין MACIEJÓW, Sara Starkman 413.43 416.34 דאָרטן, ד- דאָ, דאָרט זענען געװען די רוסן. Richard Bassett 416.23 418.05 אַז װוּ זײַט איר געװען פֿריִער? Sara Starkman 418.16 419.026 אין פּױלן. Richard Bassett 418.47 422.491 אין ZAPADNe, אָדער אין, אין KOWAL אָדער אין MACIEJÓW? Sara Starkman 420.301 421.519 אין ZAP- אין... Sara Starkman 421.93 427.64 eh דאָס האָט געהײסן ZAPA- ZAPADNe אוקראַיִנע, ב- די אַלע שטעטלעך האָט געהײסן ZAPADNe אוקראַיִנע. Richard Bassett 428.666 431.14 אַז ס'איז געװען װײַט פֿון OSTRÓW? Sara Starkman 432.03 437.38 ס'איז נישט געװען אַזױ װײַט. מ'איז געפֿאָרן מיט eh, מיט eh, מיט פֿער- מיט eh Sara Starkman 437.38 440.02 HORSES, מיט, מ'האָט נישט געװעזן, יאָ. Richard Bassett 438.37 439.52 יע, מיט פֿערד, יאָ. Richard Bassett 440.03 441.47 װי לאַנג האָט עס גענומען? Sara Starkman 441.5 443.36 פּאָר שעה, פֿינף זעקס שעה. Richard Bassett 444.04 448.88 און האָט איר געקענט גלײַך אַריבערגײן דעם גרענעץ? האָט איר געדאַרפֿט גנבֿענען דעם גרענעץ? Sara Starkman 447.172 448.177 eh, ס'איז דע- Sara Starkman 449.09 452.24 און װען אונדז, װען אונדז זע'מיר געגאַן איז נאָך נישט געװען Sara Starkman 452.24 455.48 geSETTLEt די גרענעץ. מ'האָט נאָך געקענט פֿאָרן. Sara Starkman 455.48 457.6 מ'האָט נאָך געפֿירט און נאָך געפֿירט Sara Starkman 457.6 459.38 ah, ah Sara Starkman 459.38 461.9 װ- אָנטועכץ, און מ'האָט נאָך אַלץ געפֿירט. Sara Starkman 461.9 464.58 בעט־געװאַנט, מ'האָט מיטגענומען, מ'האָט, Sara Starkman 464.58 468.58 האָ'מיר זיך מיטגענומען קײן ZAPADNe אוקראַיִנע. שפּעטער האָט מען שױן... Sara Starkman 469.4 471.68 מ'האָט, זײ האָבן אַדורכגעלאָזט. די רוסן האָבן צ- Sara Starkman 471.68 474.04 ס'איז נאָך נישט געװען קײן דײַטשישע גרענעץ. Sara Starkman 474.04 476.79 נאָר די רוסן, די רוסן האָבן אַדורכגעלאָזט. Richard Bassett 477.34 481.0 אַז איר זענט גע- אַרײַן דאָרטן אין, קײן ZAPADNe אוקראַיִנע Richard Bassett 481.0 484.571 און דערנאָך זענט איר צוריק אַ ביסל קײן OSTRÓW? Sara Starkman 482.658 484.68 אַז, eh, יאַך בין נישט... Sara Starkman 484.68 487.0 און מ'איז, אַ סך מענטשן זענען צוריק. Sara Starkman 487.02 491.6 יאַך און, eh אונדז זע'מיר נישט, יאַך מיט מײַנע שװעסטער, אונדז זע'מיר נישט צוריקגעגאַנען. Sara Starkman 491.6 494.66 נאָך װאָס, מענטשן װאָס זײ האָבן געדאָרפֿן נאָך איבערפֿירן, Sara Starkman 494.66 496.26 זײ האָבן געגאַט קראָמען Sara Starkman 496.26 499.46 eh, I MEAN געשעפֿטן, מאַנופֿאַקטור Sara Starkman 499.46 501.9 צי װאָס, האָבן זיך אַרומגעװיקלט Sara Starkman 501.9 506.56 און זענען אַדורכגעגאַן, זײ האָבן געברענגט אַ ביסל אין די זײַט, זײ זאָלן האָבן פֿון װאַנעט צו עסן. Richard Bassett 506.56 507.75 און װיפֿל צײַט Richard Bassett 508.46 511.48 װיפֿל צײַט זענט איר געבליבן אין ZAPADNe אוקראַיִנע? Sara Starkman 511.48 514.54 אין ZAPADNe אוקראַיִנע זענען מיר געװעזן ביז Sara Starkman 514.54 517.09 דאַכט זיך מיר אײן און פֿער- NO Sara Starkman 517.89 520.31 אונדז זע'מיר געװען אפֿשר אַ יאָר, דען Sara Starkman 520.31 523.18 דען האָבן די רוסן אונדז פֿאַרנומען, מ'האָט Sara Starkman 523.18 525.14 אונדז געפֿירט קײן סיביר. Richard Bassett 525.38 528.1 אַז אַ יאָר צײַט זענט איר געבליבן אין ZAPADNe, Sara Starkman 528.1 531.94 די, די, נישט קײן גאַנץ יאָר. אונדז זע'מיר געקומען Richard Bassett 528.1 528.676 פֿון eh... Sara Starkman 531.94 535.24 אַזױ אַרום... eh װינטער האָט מען אונדז אַװעקגעפֿירט. Sara Starkman 535.24 539.16 װאָס איז, װי איז געװען דאָס אַװעקפֿירן? ס'איז אַרײַנגעקומען צװײ רוסן Sara Starkman 539.8 542.78 און זײ האָבן אונדז געפֿרעגט, "װוּ װילט עץ פֿאָרן? Sara Starkman 543.5 545.28 װילט עץ נעמען, Sara Starkman 546.4 550.82 װילט עץ נעמען פּאַספּאָרטן?" דאָס הײסט, eh, YOU KNOW WHAT I MEAN? Sara Starkman 550.82 553.89 "פּאַספּאָרטן, אָדער פֿאָרן אַהײם? Sara Starkman 554.34 558.77 װילט עץ װערן רוסישע בירגער, אָדער װילט עץ פֿאָרן אַהײם?" Sara Starkman 559.22 561.25 האָ'מיר געזאָגט, "מע װיל פֿאָרן אַהײם. Sara Starkman 562.48 566.61 מע װיל פֿאָרן צוריק קײן פּױלן." די רוסן האָבן אַדורכגעפֿירט די רעגיסטראַציע. Sara Starkman 567.02 571.77 האָבן אַדורכגעפֿירט אַ, װי אַז-... איר פֿאַרשטײט װאָס איך מײן, אַ רעגיסטראַציע? רעגיס-... Sara Starkman 571.88 575.52 האָבן זײ געפֿרעגט, "װאָס װילט עץ? װילט עץ פֿאָרן אַהײם? Sara Starkman 575.52 577.86 צי װילט עץ װערן בירגער?" אונדזער Sara Starkman 577.86 579.93 eh, דאָס הײסט CITIZENS. Sara Starkman 580.32 582.62 װער האָט געװאָלט װערן אַ רוסישן CITIZEN? Sara Starkman 582.88 585.28 מיר האָ'מיר געזען אַז אַלדינג כאַפּן זײ, Sara Starkman 585.28 589.14 אַז זײ האָבן גאָרנישט. זײ זעען אַ טלית, די רוסישע מיליטער, Sara Starkman 589.14 590.8 כאַפּט מען "אױ, אַ טלית?" Sara Starkman 590.8 594.71 האָבן זיך אָנגעטון פֿאַר אַ קלײד אָבער פֿאַר װאָס. זײ זענען דאָך געװען אַזױ װילד. Sara Starkman 595.24 598.09 נישט װילד, נאָר פֿון עפּעס קריגן, זײ האָבן Sara Starkman 598.09 603.12 זאָג איך "<איך װײס>, זײ האָבן דאָך גאָרנישט! זײ האָבן דאָך גאָרנישט! ס'איז דאָך נישטאָ קײן אָנטון <דאָרטן>." Sara Starkman 603.96 606.85 אײנער אַ קלוגער מאַן, טאַקע אַ <דאָרפֿסמאַן>, Sara Starkman 606.85 609.36 זאָגט ער, "אָ SARA," זאָגט ער, Sara Starkman 609.36 611.36 "װאָס האָבן מיר זיך צו זאָרגן? Sara Starkman 611.36 613.24 אַלע װעלן גײן אָנטו- Sara Starkman 613.24 617.83 נישט אָנגעטון װעלן מיר אױך אונדז גײן אָנ- נישט אָנגעטון." ער האָט געלאַכט. Sara Starkman 617.83 619.78 זאָגט ער "װאָס האָסטו זיך צו זאָרגן?" Sara Starkman 619.78 622.8 נאָר פֿון, אַז ס'איז אַדורכגעגאַן אַ רעגיסטראַציע, Sara Starkman 622.8 626.0 דאָס הײסט אַ, איר פֿאַרשטײט װאָס איך מײן, רעגיסטראַציע? Sara Starkman 626.0 628.44 װי מע װיל, צי װיל מען אַהײם, Sara Starkman 628.44 630.56 צי װיל מען װערן אַ CITIZEN? Sara Starkman 630.56 633.33 מ'האָט זיך אַלע פֿאַרשריבן מע װיל פֿאָרן אַהײם. Richard Bassett 633.7 634.9 איז װאָס איז געװאָרן? Sara Starkman 634.96 636.38 װאָס איז געװאָרן? Sara Starkman 636.38 641.54 געװאָרן איז, אַז מ'איז צוגעקומען מיט פֿ- שאַלאָן, מיט דאָס מיט eh, Sara Starkman 641.54 644.68 מ'האָט געזאָגט, "עץ האָט געװאָלט פֿאָרן אַהײם? Sara Starkman 644.68 647.52 אונדז װעל'מיר אַהײמנעמען." און מ'האָט אונדז, Sara Starkman 647.52 651.74 מיר, מײַנע שװעסטערן, און ס'איז דאָרטן געװען אַ סך מענטשן פֿון אַרום און אַרום. Sara Starkman 651.74 653.8 יאַך רעד נאָר פֿון מײַן FAMILY. Sara Starkman 653.8 656.54 און מ'האָט אונדז צוגעפֿירט צו װאַגאָנען, Sara Starkman 657.49 659.741 װײסט, איר פֿאַרשטײט װאָס איך מײן? Richard Bassett 659.32 660.18 eh אױף אַ באַן. Sara Starkman 659.816 661.24 װעגע- אין, האַ? Richard Bassett 661.24 662.18 אױף אַ באַן. Sara Starkman 662.64 667.535 נו, נישט באַן. ס'איז געװען באַן, אָבער ס'איז געװען די, eh, אַז סע, אַז סע Richard Bassett 666.3 667.54 עפֿענע װאַגאָנען? Sara Starkman 667.54 669.6 אַהאַ, און מ'האָט אונדז אַלע Sara Starkman 669.6 671.46 UNK, אונדז האָ'מיר מיטגעגאַט. Sara Starkman 671.46 673.8 זאָג איך, "אױ, מ'װעט אײַך פֿירן אַהײם." Sara Starkman 673.8 675.1 זענען זײ צוגעקומען, Sara Starkman 675.1 676.46 "VY KHOTELI DOMOY? Sara Starkman 676.46 679.18 <װי, זײ האָבן דאָ-> POMOZHEM. אונדז װעל'מיר אײַך העלפֿן. Sara Starkman 679.47 683.28 אַז איר װילט פֿאָרן אַהײם, װעל'מיר אײַך העלפֿן." מ'האָט זיך רעגיסטרירט פֿריִערט, Sara Starkman 683.28 684.95 אפֿשר חדשים פֿריִער. Sara Starkman 685.28 686.76 און זײ זענע-, און, Sara Starkman 687.14 690.97 און מע קומט צו, און מע נעמט אונדז אַלע צו צו די, Sara Starkman 691.5 693.42 צו די באַן, צו די mm... Richard Bassett 693.499 694.121 װאַגאָנען? Sara Starkman 693.78 695.24 פֿון, צו די TRAIN Sara Starkman 695.547 699.16 און ס'איז דאָ אױסגעשטעלט אפֿשר פֿופֿציק װאַגאָנען, Sara Starkman 699.16 702.22 און אַלץ גײט אַרײַן אין די װאַגאָנען, און מע פֿירט Sara Starkman 702.22 706.18 און מע פֿירט אונדז קײן רוסלאַנד, װאָס איך האָב געהאַט אין שטוב, איך מיט מײַנע שװעס- Sara Starkman 706.18 710.4 אונדז זע'מיר נאָך געװען פֿיר שװעסטער און צװײ שװאָגערס. Sara Starkman 710.4 715.68 האָבן זיך גענו- מ'האָט גענומען, מ'האָט דאָך אָנ- ס'איז דאָך געװען באַלד אַזאַ מין... Sara Starkman 715.68 717.88 אַפֿילוק קײן ZAPADNe אוקראַיִנע Sara Starkman 717.88 719.62 האָט מען באַלד נישט געקריגן. Sara Starkman 719.62 723.48 מ'האָט זיך אָנגעגרײט קאַרטאָפֿל, און מ'האָט זיך אָנגעגרײט, eh, אַ סך זאַכן. Sara Starkman 723.48 728.9 װאָס אונדז האָ'מיר זיך אָנגעגרײט האָט מען אַרײַנגענומען אין װאַגאָן אַרײַן. זאָג איך, "לאָמיר קודם האָבן." Sara Starkman 728.9 732.86 און מ'האָט אונדז אַװעקגעפֿירט קײן סיביר. פֿיר װאָכן צײַט איז מען געפֿאָרן. Sara Starkman 733.34 737.44 נישט געװען קײן ביסל װאַסער, ס'איז גאָרנישט געװען, מ'איז, מ'איז אױס-... Sara Starkman 737.44 742.46 מ'איז אױסגעחלשט געװאָרן, װיפֿל קלײנע קינדער נעבעך זענען אױסגעשטאָרבן. Sara Starkman 742.46 748.08 די, די באַן האָט זיך געשטעלט, איז מען אַרױף צו די, לעבן די באַן און מ'האָט גענומען אַ ביסל װאַסער Sara Starkman 748.08 750.05 פֿון די, פֿון די מאַשינען. Sara Starkman 750.78 754.24 מ'האָט באַלד, ס'איז געװ-, ביז מ'האָט אונדז אַװעקגעפֿירט קײן סיביר. Sara Starkman 755.36 759.14 און קײן סיביר, אין װײַט-, און בלױז װעלדער. Sara Starkman 759.14 763.6 נישט מער געזען װי הימל און ערד, און װאַלד. Sara Starkman 763.6 764.44 און װאַלד. Richard Bassett 764.44 765.19 אין די צײַט... Sara Starkman 764.532 769.3 די מע-, די מענער, די מענער האָבן געהאַקט די בײמער. די פֿרױען האָבן Sara Starkman 769.62 772.59 פֿאַרברענט די, װאָס סע פֿאַלט אַראָפּ פֿון די בײמער. Sara Starkman 772.88 774.56 און אַזױ איז מען געװען... Sara Starkman 775.14 778.0 קײן LIGHT, קײן שום זאַך, ס'איז געװען באַראַקן, Sara Starkman 778.0 779.98 װאָס זײ האָבן געהאַט אױפֿגעשטעלט Sara Starkman 779.98 783.86 פֿאַר די, לאָמיר זאָגן, eh פֿאַר די מענטשן װאָס זײ האָבן, Sara Starkman 784.12 787.04 װאָס זענען גנבֿים אָדער זענען איך װײס, פֿאַר Sara Starkman 787.04 790.48 eh פֿון POLITICS אָדער װאָס, איז געװען אַזעלכע. Sara Starkman 790.48 793.06 און אַזױ ביז די <פֿריג> האָט זיך געענדיקט Sara Starkman 793.06 795.1 זענען מיר געװען אין די װעלדער. Sara Starkman 795.1 797.29 איך מיט מײַנע שװעסטער און מיט די שװאָגערס. Richard Bassett 797.9 801.34 זאָגט מיר, װען איר זענט געװען אין ZAPADNe eh ih אוקראַיִנע Richard Bassett 801.34 803.715 זענט איר געװען אין פֿאַרבינדונג מיט די עלטערן Richard Bassett 804.08 804.86 אין OSTRÓW? Sara Starkman 804.127 804.498 יאָ. Sara Starkman 804.86 809.04 יאָ. נישט קײן טעלעפֿאָניש, UNK באַר אונדז איז נישט געװען קײן טעלעפֿאָן, דאָ אױך נישט. Sara Starkman 809.04 813.917 נאָר מ'האָט זיך געשריבן, און מ'איז נאָך געגאַנגען אַהין און צוריק און מ'האָט נאָך אָפּגעגען גרוסן, Sara Starkman 813.917 815.077 אַ פֿאַקט איז Sara Starkman 815.077 817.56 אַ סך מאָל בין איך אַלײן צוגעגאַן זאָגן, Sara Starkman 817.56 820.74 "אױ, די עלטערן זענען דאָרטן מיט די צװײ קינדער. לאָמיך זײַן מיט זײ." Sara Starkman 820.74 822.66 איז געװען אײנער אַ מאַן Sara Starkman 822.66 828.16 זאָגט ער מיר... ער איז געװען אַ גרױסער מאַן אין, אין ישׂראל, נאָר הײַנט איז ער שױן נישטאָ. Sara Starkman 828.16 833.42 װען ער איז געקו- װען ער איז אין, געפֿאָרן, זאָגט ער, "װוּ װעט מען, װוּ גײסטו? Sara Starkman 833.42 835.26 ס'איז דאָך היטלער דאָרטן דאָ. Sara Starkman 835.26 837.66 װי עס װעט דאָ זײַן װעט זײַן," זאָגט ער. Sara Starkman 837.66 839.28 "גײ נישט," און Sara Starkman 839.28 842.58 ער איז אױך געפֿאָרן, אים האָט מען אױך פֿאַרנומען קײן רוסלאַנד. Sara Starkman 842.58 846.12 דער ערשטער איז ער געװעזן װאָס איך האָב געפֿאָרן קײן IS- קײן ישׂראל. Richard Bassett 845.22 847.94 װען איז דאָס לעצטע מאָל װאָס איר האָט געזען די עלטערן? Sara Starkman 847.94 852.49 כ'האָב מער נישט זײ געזען, נאָר װען אונדז זע'מיר אַװעק, מער בין איך שױן נישט געװעזן דאָרטן. Richard Bassett 852.04 856.269 אַז װען איר זענט אַװעק אין פֿערציק... ס- קײן, קײן OS- קײן... Sara Starkman 854.1 857.96 אין אין אין יאָר נײַן און דרײַסיק װען די קריג האָט זיך אױסגע-, יאָ. Richard Bassett 857.96 860.921 קײן eh ZAPADNe, איר האָט מיט זײ גערעדט? Sara Starkman 859.36 863.32 אין ZAPADNe, אין UNK, מ'האָט זיך געשריבן. קײן טעלעפֿאָן... Richard Bassett 862.246 863.568 אָבער נישט געזען. Sara Starkman 863.48 864.78 נישט געזען, NO. Sara Starkman 864.86 867.86 אַ סך מאָל, איך אַלײן האָב <מיר> געװאָלט צוריקגײן. Sara Starkman 867.86 872.16 נאָר מענטשן, און מײַנע עלטערן האָבן געזאָגט "װילסטו גײן? היטלער איז דאָך דאָרטן דאָ." Sara Starkman 873.46 876.34 די ערשטע צײַטן האָט מען גאָרנישט געטון דאָרט. Sara Starkman 876.34 878.74 ס'איז געװען בלױז עלטערע מענטשן. Richard Bassett 878.74 881.94 אין ih דורך דער צײַט האָט דער טאַטע װײַטער געאַרבעט? Sara Starkman 881.94 885.64 איך eh מע װײסט נישט, מ'האָט געזאָגט... װען איך בין שױ- Sara Starkman 885.64 888.73 איך מיט מײַנע שװעסטערן זע'מיר שױן געװען אין סיביר. Sara Starkman 889.6 891.71 מ'איז שױן געװען אין די װעלדער. Sara Starkman 891.89 893.52 האָב איך דערהאַלטן אַ בריװ. Sara Starkman 894.46 895.59 ייִדיש. Sara Starkman 895.75 896.97 נאָר געהאַלטן Sara Starkman 897.02 899.94 אָנגעשריבן פֿון eh מײַנס אַ חבֿרטאָרין, Sara Starkman 899.94 903.92 זאָגט זי, "אין אײַער שטוב אין, איז פּסח." Sara Starkman 904.43 908.68 ס'איז נישטאָ קײן ברױט, אַזאַ שטײגער. מ'האָט געשריבן פֿאַרשטעלט. Sara Starkman 908.68 911.32 מע זאָל, אָ! מע זאָל נישט װיסן. Sara Starkman 912.12 916.49 פֿון אײ- אין, איז, אַזױ האָט זי מיר געשריבן, אַ שכנטע. Sara Starkman 917.12 921.04 "באַר אײַך איז פּסח אין שטוב." פּסח איז דאָך נישטאָ קײן ברױט. Sara Starkman 923.12 926.01 מער האָב איך גאָרנישט געװוּסט, נאָר שפּ- Sara Starkman 926.58 930.04 די גאַנצע צײַט נישט. װען אונדז זע'מיר געװען אין סיביר, Sara Starkman 930.5 933.78 מ'האָט גאָרנישט געװוּסט. װען די קריג האָט זיך geFINISHt, Sara Starkman 933.78 936.86 איך מיט מײַנע שװעסטער, מ'האָט איבערגעלעבט דאָרט. Sara Starkman 936.86 940.7 װי אַזױ ס'איז געװען? נאָר מ'האָט איבערגעלעבט, ס'איז די, Sara Starkman 940.7 946.32 ס'איז געװען סיביר, און THAT'S ALL. מ'האָט אַרײַנגענומען די שנײ, מ'האָט געמאַכט װאַסער, מ'האָט זיך אַזױ געבאָדן. Sara Starkman 946.32 950.48 מ'איז געגע- eh, און און מ'האָט געאַרבעט און... Sara Starkman 950.48 953.44 מ'איז געבליבן לעבן, ס'איז נישט װאָ- ס'איז נישטאָ װי- Sara Starkman 953.44 957.72 אײנצלנע זאַכן צו דערצײלן, װײַל סע קען נעמען אַ יאָר. Sara Starkman 957.72 960.42 און דאָרטן, ביז די קריג האָט זיך geFINISHt. Richard Bassett 961.9 966.436 אַז, דאָס הײסט, איר און די דרײַ שװע- eh דרײַ שװעסטער און צװײ שװיגער- Sara Starkman 963.979 966.979 ס'איז די-, שװעסטער און די צװײ שװאָגערס. Richard Bassett 966.979 967.91 און איר זענט... Sara Starkman 967.91 972.74 דע- אונדז זע'מיר אַלע געװען אין אײנעם, אַז, טאַקע מײַנס אַ שװעגערינס, Sara Starkman 972.74 977.8 זי איז נאָך געװען מיט אַ BOYFRIEND, דער BOYFRIEND נעבעך איז באַלד דאָרטן געשטאָרבן. Sara Starkman 977.8 979.54 מיר האָבן אים דאָרטן באַגראָבן. Richard Bassett 982.26 985.14 אַז דאָס אָרט װוּ איר זײַט געװען אין סיביר, Richard Bassett 985.14 986.39 װי האָט עס געהײסן? Sara Starkman 986.4 989.63 סיביר<ע>. סיביר. אונדז קע- Sara Starkman 989.63 993.7 דאָרט האָט מען נישט געזען קײן... ס'איז נאָר געװעזן Sara Starkman 993.7 996.6 בײַ נאַכט האָט מען געקענט אָנשרײַבן LETTERS. Sara Starkman 996.6 1001.12 אַזױ ליכטיק, אַזױ װ- די לבֿנה, די ס- ל-, ס-... Sara Starkman 1001.12 1004.72 mm באַראַקן, אײן אױפֿן אַנדערן, אַזױערנאָך UNK איז מען געשלאָפֿן. Sara Starkman 1005.9 1007.72 ס'איז געװען אַזױ װי פֿאַר Sara Starkman 1008.56 1010.05 אָ, װי זאָגט מען? Sara Starkman 1010.8 1017.22 פֿאַר די װאָס זענען פֿאַרמישפּטע, פֿאַר דאָס, ס'איז די, פּאָליטישע, יאָ. Richard Bassett 1014.556 1017.309 פּאָליטישע, קרימינעלן צי... Sara Starkman 1017.22 1022.03 און דאָס איז געװען פֿאַר די, האָט מען אונדז אַלץ אַװעקגעשיקט, אַז מע האָט געמאַכט קיכן. Sara Starkman 1022.03 1024.54 פֿאַרשטײט זיך, מ'האָט באַלד געמאַכט מענטשן Sara Starkman 1024.54 1028.52 װאָס זײ האָבן געקאָכט, און די GOVERNMENT האָט געגעבן די פּראָדוקטן. Sara Starkman 1028.52 1031.84 װער ס'האָט געאַרבעט האָט געקריגן אַ האַלבן קילאָ ברױט, Richard Bassett 1032.64 1034.58 צי איז געװען דאָרטן פֿאַרצױמט? Sara Starkman 1032.682 1033.221 צי... Sara Starkman 1035.28 1039.03 עס איז, מ'האָט נישט געקענט אין דע- אַװעקגײן, ס'איז בלױז װאַלד געװען. Sara Starkman 1039.24 1043.75 מ'האָט געאַרבעט אַזױ װי צו פֿאָרן די קלײנע מאַשינדלעך. Sara Starkman 1044.42 1046.65 אונדז האָ'מיר נאָר געאַרבעט אין װאַלד. Sara Starkman 1046.96 1049.0 די מענער האָבן געשניטן די בײמער. Sara Starkman 1049.4 1052.5 מ'האָט אונטערגעשניטן. די פֿרױ-, איך, Sara Starkman 1052.5 1054.62 מ'האָט צוזאַמענגענומען די Sara Starkman 1054.92 1059.73 די בלעטער, נישט די בלעטער, דאָס װאָס מע האָט, געמאַכט פֿײַער, און מע האָט עס באַגראָבן, מ'האָט עס eh... Richard Bassett 1059.82 1061.18 אַזױ האָט איר געטאָן. Sara Starkman 1061.44 1064.04 אַזױ האָ'מיר די פֿרױען האָבן דאָס געטון. Richard Bassett 1063.92 1065.0 און דאָס איז געװען... Sara Starkman 1064.437 1068.81 און אַ סך איז געװעזן װאָס זײ האָבן געאַרבעט אין די קיך, מ'האָט דאָך געדאָרפֿן עסן. Richard Bassett 1068.94 1070.78 דאָס איז געװען די גאַנצע פֿיר יאָרן? Sara Starkman 1071.3 1074.57 דאָס איז געװען ביז די פֿ- קריג האָט זיך געענדיקט. Richard Bassett 1074.6 1079.032 האָט איר געהערט עפּעס נײַעס פֿון, פֿון, eh פֿון פּױלן? Sara Starkman 1077.67 1080.85 פֿון אַזױ מ'האָט גאָרנישט געהערט קײן נײַעס פֿון דער װעלט. Sara Starkman 1081.04 1082.56 מ'האָט גאָרנישט געװוּסט. Richard Bassett 1084.8 1090.28 זײַנען געװען דאָרטן װעכטערס, שומרים, װאָס האָבן געהאַלטן אַן אױג אױף די ייִדן? Sara Starkman 1089.578 1093.01 יאָ, ס'איז געװען, צי- צװישן אונדז ייִדן Sara Starkman 1093.12 1096.82 איז געװען גענוג אַזעלכענע, אַז מענטשן האָבן געזאָגט eh Sara Starkman 1097.06 1100.74 eh שלעכט אױף דער רעגירונג האָט מען באַלד דערצײלט. Sara Starkman 1100.74 1102.81 ס'איז פֿאַרשידענע זאַכן געװען. Sara Starkman 1103.61 1106.05 ס'איז געװען אַזעלכענע װאָס זײ האָבן געװאָלט Sara Starkman 1106.46 1111.22 mm גע-, מ'האָט זײ געצאָלט אפֿשר אַזױ װי שפּיאָנען, איר פֿאַרשטײט װאָס איך מײן? Richard Bassett 1111.98 1116.389 האָט איר געט- געקענט אױפֿהאַלטן אַ ייִדיש לעבן װען איר זענט געװען דאָרט אין סיביר? Sara Starkman 1115.06 1118.41 װאָס אַ ייִדיש לעבן, װוּ אַ ייִדיש לעבן? װער האָט געװוּסט פֿון יע- Sara Starkman 1118.41 1121.06 אונדז האָ'מיר געװוּסט, זע'מיר ייִדן, אָדער װאָס אַ ייִדיש לע-? Richard Bassett 1120.28 1122.48 האָט איר געקענט דאַװענען אַז איר האָט געװאָלט? Sara Starkman 1122.12 1125.75 װאָסער דאַװענען, װער איז געגאַנגען, אײנס, ס'איז נישט געװען ק'אַזעלכע מענטשן. Sara Starkman 1125.75 1129.16 געװען בלױז יונגע מענטשן, די עלטערן זענען דאָך געבליבן, מ'האָט זײ דאָך, Sara Starkman 1129.16 1132.64 mm eh eh eh mm ס'איז דאָך געװען בלױז דאָס יונגװאַרג. Sara Starkman 1132.64 1135.06 יונגע מענטשן װאָס זענען אַװעק פֿון דער הײם, Sara Starkman 1135.06 1136.98 היטלער זאָל זײ נישט אַװעקנעמען. Sara Starkman 1136.98 1137.94 דאָס עלט- Richard Bassett 1137.228 1139.97 װיפֿל, װיפֿל טעג אין װאָך האָט איר געאַרבעט? Sara Starkman 1140.76 1142.63 מ'האָט געאַרבעט אַלע טאָג. Richard Bassett 1142.5 1143.41 שבת אױך? Sara Starkman 1143.55 1147.62 װאָס פֿאַר אַ פֿראַג- בײַ זײ אין יו- אין אין רוסלאַנד איז דאָ אַ שבת? Richard Bassett 1148.08 1151.2 הײסט עס אַז איר האָט נישט געקענט אױפֿהאַלטן אײַער ייִדישקײט. Sara Starkman 1150.94 1153.65 NO, מ'האָט נאָר געװוּסט אַז אונדז זע'מיר... Sara Starkman 1156.48 1159.56 געדענק שױן באַלד נישט אַלדינג. ס'איז שױן דרײַסיק י-... Richard Bassett 1158.31 1162.0 געדענקט איר די נעמען פֿון די אַנד- פֿון עטלעכע פֿון די אָנפֿירערס דאָרטן, Richard Bassett 1162.21 1163.52 פֿון די װעכטערס? Sara Starkman 1163.64 1166.49 NO, NO, NO, איך געדענק נישט פֿון קײן װעכטער. Sara Starkman 1167.08 1169.6 ס'איז שױן פֿערציק יאָר, פֿופֿציק יאָר, געדענק... Sara Starkman 1169.68 1171.45 מ'האָט געדאַנקט גאָט אַז מ'איז אַרױס. Richard Bassett 1171.0 1173.9 האָט איר געהאַט גענוג װאָס צו עסן דורך די פֿיר יאָר? Sara Starkman 1173.58 1175.58 װי <האָב-> מ'האָט געגאַט גענוג. Sara Starkman 1176.76 1180.98 איך מיט מײַנע שװעסטער. מײַן שװעסטער איז געװען נאָך פֿאַרה- נאָך דער הײראַט. Sara Starkman 1180.98 1183.21 האָט זי מיטגענומען װאָס זי האָט געהאַט. Sara Starkman 1183.4 1186.28 און פֿון די װעלדער איז געװען קילאָמעטערס, Sara Starkman 1186.28 1188.68 האָט מען געקענט צוגײן אין אַ דאָרף. Sara Starkman 1188.68 1191.74 און זי האָט אױסגעטױשט, לאָמיר זאָגן אַ שײן נאַכט־העמד. Sara Starkman 1192.16 1194.78 און זי האָט געברענגט אַ ביסל POTATOES. Sara Starkman 1195.52 1200.78 און מ'האָט צוגעקאָכט װאָס מ'האָט נישט געקריגן פֿון די קיך, האָט זי Sara Starkman 1200.78 1206.98 נאָר זי האָט נישט, זי איז נישט, מײַנע צװײ שװעסטער האָבן נישט זיך אײַנגעגען פֿאַר קײן אַרבעט. Sara Starkman 1206.98 1209.84 זענען זײ געװען אין דער הײם, מ'האָט, אונדז האָ'מיר זיך געטײלט Sara Starkman 1209.84 1211.56 מיט אונדזער ברױט Sara Starkman 1211.56 1215.65 מיט זײ, װײַל זײ האָבן נישט געקריגן גאָרנישט. אַז מע אַרבעט נישט, קריגט מען נישט. Richard Bassett 1215.84 1218.46 צי איז עמעצער געװאָרן קראַנק דורך די פֿיר יאָרן? Sara Starkman 1219.46 1223.86 mm ס'איז יאָ געװען אַ דאָק- ס'איז יאָ געװען דאָקטױרים, רוסישע. Sara Starkman 1223.86 1226.42 די רוסן אַלײן זענען גוטע מענטשן. Sara Starkman 1227.26 1229.68 די רוסן אַלײן זענען גוטע, יאָ. Richard Bassett 1230.8 1233.42 האָבן אַ מאָל די װעכטער צוגעטשעפּעט צו די ייִדן? Sara Starkman 1233.42 1236.1 NO, ס'איז נישט געװען קײן װעכטער, ס'איז נישט געװען... Richard Bassett 1233.55 1234.86 צו די פֿרױען? Sara Starkman 1236.1 1238.68 ס'איז בלױז געװען זע- ס'איז געװען די Sara Starkman 1238.68 1242.6 װאָס זענען געװעזן בײַ- באַאַמטע אין די OFFICE, װאָס זײ האָבן Sara Starkman 1242.6 1246.59 אױסגעצאָלט אַז מע זאָל מ-, אַכטונג געגען, מע זאָל אַרבעטן. Sara Starkman 1249.06 1251.55 אױ, ס'איז שױן אַזױ לאַנג, כ'האָב שױן נישט... Sara Starkman 1252.34 1253.9 ס'איז שױן אַזױ פֿיל יאָרן. Sara Starkman 1255.14 1257.48 אונדז האָ'מיר גאָרנישט געװוּסט פֿון דער הײם. Richard Bassett 1257.82 1260.54 האָט איר געגלײבט דעמאָלסט אַז איר װעט אַדורכלעבן? Sara Starkman 1262.91 1266.88 מ'האָט געהאָפֿט, מ'האָט געהאָ-, מ'האָט געהאָפֿן, מ'האָט גע- Sara Starkman 1266.88 1269.94 װען מ'איז געװען אין די לאַגערן האָט מען געהאָפֿט אַז סע, Sara Starkman 1269.94 1271.94 ס'װעט זיך ענדיקן די קריג. Sara Starkman 1272.45 1274.92 אַז ס'װעט דאָך נישט שטענדיק זײַן קײן קריג. Sara Starkman 1275.5 1278.81 נאָר ס'איז דאָך געװען די, דאָס, אַזױ איז מען דאָך געבליבן לעבן. Sara Starkman 1278.81 1281.04 װיפֿל מילי- װיפֿל טױזנטער מענטשן, Sara Starkman 1281.04 1282.77 װען נישט די לאַגערן? Richard Bassett 1283.22 1285.7 האָט איר אַלײן געגלױבט אין גאָט אין יענע יאָרן? Sara Starkman 1286.17 1288.58 אונדז האָ'מיר שטענדיק געגלײבט אין גאָט. Richard Bassett 1289.82 1293.48 האָט איר אַ מאָל געטראַכט אין יענע צײַטן פֿאַר װאָס דאָס איז פֿאָרגעקומען? Sara Starkman 1292.95 1295.36 אַ- spn יע, אַ סך מענטשן Sara Starkman 1295.36 1298.73 האָבן געזאָגט, "װוּ איז גאָט? װוּ איז גאָט? װוּ איז גאָט?" Richard Bassett 1296.85 1299.66 װאָ- װאָס האָט איר געזאָגט? װאָס האָט איר געטראַכט? Sara Starkman 1298.78 1301.36 װי, איך געדענק שױן נישט װאָס איך האָב געזאָגט. Sara Starkman 1302.48 1306.12 װאָס איך האָב געזאָגט. װאָס סע, װאָס סע קומט אין מױל, דאָס זאָגט מען. Sara Starkman 1306.12 1308.35 סע העלפֿט דען אַז דו זאָגסט, "גוט. Sara Starkman 1308.35 1310.7 גאָט, גאָט האָט אַזױ געװאָלט?" Richard Bassett 1311.96 1313.87 װיפֿל מענטשן זײַנען דאָרטן געװען? Sara Starkman 1314.25 1317.81 אַ פּאָר טױזנט מענטשן. אַלע מאָל האָט מען גענו- אַרױסגענומען, Sara Starkman 1317.81 1319.94 צוריקגעשיקט, אַנדערע געברענגט. Sara Starkman 1320.12 1324.21 ס'איז דאָך געװעזן פֿאַר די װאָס זײ האָבן זיך... Sara Starkman 1325.16 1327.29 דאָס הײסט, gePUNISHte. Sara Starkman 1327.43 1329.03 gePUNISHte מענטשן Sara Starkman 1329.13 1333.71 האָט מען געשיקט אין די װעלדער, מע זאָל האַקן בײמער, און Sara Starkman 1334.52 1339.48 די מענער האָבן געמאַכט די בײמער, אין די, אונטערגעזעגן. די פֿרױען Sara Starkman 1339.48 1341.02 האָבן צוזאַמענגענומען Sara Starkman 1341.02 1345.84 און גע- פֿאַרברענט די צ- די צװײַגן מיט די בלעטער, מיט דעם אַלעמען. Sara Starkman 1348.38 1349.72 װאָס איז דאָ צו זאָגן? Richard Bassett 1349.72 1352.34 אַז איר זענט דאָרטן געבליבן ביז פֿינעף און פֿערציק? Sara Starkman 1352.34 1354.74 ביז די קריג האָט זיך געענדיקט. Richard Bassett 1354.74 1356.26 און װאָס איז געשען נאָך דעם? Sara Starkman 1356.26 1361.34 נאָך דעם האָבן זײ אונדז געפֿירט אַװעק צוריק אין די שטעט. Richard Bassett 1361.34 1362.54 מיטן באַן. Sara Starkman 1361.49 1363.8 קריק קײן ZAPADNe, האַ? Sara Starkman 1363.83 1365.93 מיט די, מיט די, מיט די באַנען. Richard Bassett 1363.857 1364.325 איר זענט צ-... Richard Bassett 1365.98 1368.36 ס'איז געװען די זעלבע רײַזע אױף צוריק? Richard Bassett 1368.36 1370.451 אָן קײן װאַסער, אָן קײן עסן? Sara Starkman 1369.06 1369.83 ס'איז, יע... Sara Starkman 1370.76 1377.3 eh, איז די- צי- איך געדענק שױן גאָרנישט. מ'האָט זיך שױן אַלײן, מ'האָט שױן אַלײן אַראָפּגעלאָפֿן, מ'האָט זיך שױן געשאַפֿן. Sara Starkman 1377.3 1380.04 ס'איז געװען אַ בעסערע רײַזע װי אַהין. Richard Bassett 1381.14 1383.27 אַז װוּהין זענט איר געקומען אין פּױלן? Sara Starkman 1383.78 1386.86 ס'ערשטע דאַכט זיך האָט מען אונדז געפֿירט קײן לאָדזש. Sara Starkman 1387.86 1391.79 און פֿון לאָדזש האָט מען זיך שױן, מ'האָט דאָך באַלד געשאַפֿן אַזעלכע Sara Starkman 1391.79 1395.78 ORGANIZATIONS, און באַלד האָט מען אָנגעהױבן צו פֿאָרן קײן ישׂראל, Sara Starkman 1395.78 1397.76 און אַ סך אין קיבוצים. Sara Starkman 1398.38 1401.71 און דאָס װאָס ס'איז געװען, מ'האָט אָנגעהױבן דאָס יונגװאַרג, Sara Starkman 1401.71 1404.21 באַלד מ- אַ סך זענען זײ געגאַן צו פֿוס. Richard Bassett 1404.5 1406.83 אַז װוּ ל- װי לאַנג זענט איר געבליבן אין לאָדזש? Sara Starkman 1408.24 1413.23 אונ- אונדז זע'מיר נישט לאַנג געבליבן, mm װוּהין זענען מיר געפֿאָר- איך געדענק שױן אַלײן נישט. Sara Starkman 1413.38 1414.45 װאָסער חילוק? Sara Starkman 1415.217 1416.251 ס'איז פֿאַריבער. Richard Bassett 1416.8 1418.7 זענט איר צוריק אַ מאָל קײן OSTRÓW? Sara Starkman 1418.071 1420.36 און אין לאָדזש, NO, קײן מאָל נישט. Richard Bassett 1420.11 1421.59 איר האָט נישט געװאָלט? Sara Starkman 1421.76 1425.79 ס'איז נישט געװען נאָך װאָס, נישט געװען. מ'האָט אונדז אָנגעגען גרוסן מענטשן Sara Starkman 1425.79 1429.12 זענען נאָך שפּעטער שױן eh געפֿאָרן, אָדער מענטשן Sara Starkman 1429.12 1431.95 האָבן געזאָגט ס'איז נאָך װ-, ס'איז גאָרנישט דאָ נאָך װאָס Sara Starkman 1431.95 1434.54 װען ס'האָט זיך אײַנגעשטעלט זענען אַ סך מענ- Sara Starkman 1434.54 1438.66 איז געװען די צ- צװײ װאָס זײ האָבן זיך באַ- אױסבאַהאַלטן אין די װעלדער. Sara Starkman 1438.66 1440.46 האָבן פֿאַרקױפֿט דאָרטן Sara Starkman 1440.58 1443.1 אַ סך געבײַדעס װאָס זײ האָבן געװוּסט Sara Starkman 1443.2 1446.31 אַז די ייִדן זענען שױן נישטאָ, און אונדז זע'מיר נישטאָ. Sara Starkman 1446.31 1450.86 אַפֿילוק מײַנס אַ שװעסטער'ס אַ נײַ הױז האָט אײנער געהאַט פֿאַרקױפֿט. Richard Bassett 1450.94 1455.15 װען זײַט איר <געװױר> אַז, װעגן װאָס ס'איז געשען מיט, מיט די עלטערן? Sara Starkman 1456.55 1462.92 מיט די, מ'האָט, שפּע- װען אונדז זע'מיר צוריקגעקומען האָט מען געזאָגט אַז ס'איז שױן קײנער נישטאָ. Richard Bassett 1462.26 1463.39 אין לאָדזש? Sara Starkman 1463.6 1468.1 אין, אין לאָדזש, װען מ'איז צוריקגעקומען האָט מען שױן געזאָגט אַז קײנער איז נישטאָ. Sara Starkman 1468.18 1471.38 און מ'האָט אָנגעהױבן שױן צו שאַפֿן ORGANIZATIONS Sara Starkman 1471.38 1476.279 האָבן באַלד גע- ד- נאָר קײן ישׂראל, און קײן ישׂראל, און אַפֿילוק צו פֿוס איז מען דאָך געגאַן. Richard Bassett 1475.98 1479.42 איר האָט פֿריִער דערצײלט װעגן עמעצן װאָט- האָ- װאָס האָט גע- װאָס ער האָט Richard Bassett 1479.42 1481.5 האָט אײַך דערצײלט װעגן די עלטערן. Richard Bassett 1483.14 1486.08 אַז ס'איז געבליבן אײנער, איר האָט געזאָגט, פֿון, פֿון OSTRÓW? Richard Bassett 1486.73 1488.75 װאָס האָט געװוּסט װעגן די מענטשן? Sara Starkman 1488.79 1494.098 יע, אײנער איז געװען אין די װעלדער, פֿלעגט זיך שפּעטער געפֿאָרן און האָט געזען, זאָגט ער, האָט ער... Richard Bassett 1493.47 1494.66 װי האָט ער געהײסן? Sara Starkman 1496.52 1499.62 איך האָב שױן פֿאַרגעסן, I DON'T KNOW, איך געדענק שױן נישט. Richard Bassett 1499.62 1501.785 אַז איר האָט אים באַגעגנט אין אין לאָדזש? Sara Starkman 1501.68 1507.79 יע... יאַך האָב נישט באַגעגנט אין לאָדזש. ער איז געפֿאָרן קײן ייִסר- אין ישׂראל האָבן מײַנע שװעסטערן אים געטראָפֿן. Sara Starkman 1507.79 1511.82 ער איז געװען אין די װעלדער, ער האָט פֿאַרקױפֿט אַ סך ייִדישע הײַזער דאָרטן. Richard Bassett 1511.825 1515.522 איז װען האָט איר אױסגעפֿונען װעגן די עלטערן װאָס ס'איז געװאָרן מיט זײ? Sara Starkman 1514.66 1516.6 און װאָ-, און די, װאָ-, און פֿון די על-... Richard Bassett 1515.7 1516.6 אין װעלכן יאָר? Sara Starkman 1516.6 1521.58 eh װעגן די עלטערן טאַקע האָט ער, eh דער מענטש האָט געזאָגט אַז דער טאַטע Sara Starkman 1521.58 1526.04 מיטן ברודער האָט מען געפֿירט אין GA- אין GAS CHAMBER. Richard Bassett 1525.08 1526.65 װען האָט ער דאָס געזאָגט? Sara Starkman 1526.82 1530.752 נאָך די קריג. מײַן שװעסטער האָט מיר דאָס געזאָגט פֿון ישׂראל. Richard Bassett 1530.21 1531.38 פֿון ישׂראל? Richard Bassett 1532.44 1535.52 אַז איר זײַט געבליבן אַ ביסל צײַט אין לאָדזש? Sara Starkman 1535.41 1539.88 אונדז זע'מיר געבליבן אַ ביסל אין לאָדזש, און דען איז מען געפֿאָרן, Sara Starkman 1539.88 1541.6 כ'געדענק שױן נישט װוּ. Sara Starkman 1544.24 1548.14 פֿון לאָדזש האָט מען אונדז געשיקט אין פֿאַרשידענע ערטער. Sara Starkman 1548.48 1551.2 מ'האָט אונדז געשיקט פֿאַר, ביז מ'איז mm... Richard Bassett 1551.8 1552.97 װעלכע ערטער? Sara Starkman 1559.78 1563.451 I DON'T KNOW. געדענק נישט. געדענק יעצט גאָרנישט. כ'האָ- Sara Starkman 1563.451 1564.95 כ'האָב שױן גענוג. Richard Bassett 1565.32 1568.53 אַז װוּ זײַט איר געגאַנגען uhm Richard Bassett 1568.79 1572.78 בכלל, ד- uhm, נאָך לאָדזש? Richard Bassett 1573.106 1575.638 ah, איר װע- װע- װען זענ- װען זענ- Sara Starkman 1573.2 1575.76 מ'האָט אַזױ נ-... <מע קען> Sara Starkman 1575.76 1578.4 מ'האָט, eh מ'האָט אונדז אַזױ געפֿירט. Richard Bassett 1578.83 1580.61 ביז װען, בי- ביז װוּ? Sara Starkman 1580.62 1582.25 ביז ש- eh שפּעטער Sara Starkman 1582.25 1585.6 האָבן די, איז געװען, האָט מען שױן געשאַפֿן ORGANIZATIONS Sara Starkman 1585.6 1588.54 ייִדישע מ-, ייִדישע BOYS און מײדלעך. Sara Starkman 1588.54 1591.647 מ'האָט אָנגעהױבן צו פֿאָרן קײן ישׂראל, צו גײן צו פֿוס. Richard Bassett 1591.28 1592.78 זענט איר געפֿאָרן קײן ישׂראל? Sara Starkman 1592.71 1596.12 איך בין, מײַן שװעסטער איז געװען זײער אַ שװאַכע און אַ קלײנע. Sara Starkman 1596.12 1599.97 מ'האָט, נאָר מע זאָל גײן, מע זאָל פֿאָ- ביסלעכװײַז. Sara Starkman 1599.97 1603.25 מיך האָבן זײ געװאָלט נעמען, איך בין געװען שטאַרקער. Sara Starkman 1603.44 1607.15 נאָר צוליב מײַן שװעסטער זאָג איך, "איך קען נישט גײן, איך קען נישט איר איבערלאָזן." Richard Bassett 1607.18 1609.02 איז װוּ זײַט איר יאָ געגאַנגען? Sara Starkman 1607.55 1611.28 און, איז זע'מיר געבליבן, אונדז זע'מיר נישט געגאַן קײן ישׂראל, אונדז זע'מיר געבליבן. Richard Bassett 1611.3 1613.26 איז װוּ? װוּ זײַט איר געגאַנגען? Sara Starkman 1612.44 1615.46 זע'מיר דאָך געבליבן אין, װוּ זענען מיר געװען? Sara Starkman 1615.46 1617.7 אין O- אין, אין לאָדזש. Sara Starkman 1617.7 1620.45 און דען, איך געדענק שױן נישט. Sara Starkman 1620.69 1622.33 אױ, איך בין שױן פֿאַרדרײט. Sara Starkman 1622.68 1626.12 װאָסער חילוק? ס'איז אַדורך, ס'איז שױן אַזױ פֿיל יאָרן. Richard Bassett 1626.15 1627.807 נאָר ס'איז װיכטיק צו װיסן. Richard Bassett 1632.28 1634.42 זענט איר געפֿאָרן אין די, װען Richard Bassett 1634.42 1637.54 איר האָט געלע- געװױנט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, יאָ? Sara Starkman 1638.46 1639.87 אין, שפּעטער... Richard Bassett 1639.87 1641.97 שפּעטער האָט איר געװױנט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן? Sara Starkman 1642.12 1644.05 אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. Richard Bassett 1644.18 1647.47 אָבער אײדער די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װוּ האָט איר געװױנט? Sara Starkman 1644.186 1644.906 מ'האָט געװאָ-... Sara Starkman 1648.98 1652.49 פֿון לאָדזש, װוּהין זענען מיר געפֿאָרן? פֿון לאָדזש, Sara Starkman 1653.58 1655.965 געדענק שױן גאָרנישט. מ'איז געװען אין LAMPER- Richard Bassett 1655.26 1656.91 זענט איר געװען אין דײַטשלאַנד? Sara Starkman 1657.81 1659.69 אין דײַטשלאַנד, יאָ. Sara Starkman 1659.76 1663.9 שפּעטער זע'מיר געװען אין אַ דײַטשישן CAMP, לעבן מינכן. Richard Bassett 1664.08 1666.08 װי לאַנג זײַט איר געבליבן דאָרטן? Sara Starkman 1666.08 1667.93 דאָרטן האָב איך געהײראַט. Richard Bassett 1668.26 1669.31 אין װעלכן יאָר? Sara Starkman 1669.61 1671.34 אין אַכט און פֿערציקער. Sara Starkman 1674.07 1675.26 אין אַכט און פֿערציק. Richard Bassett 1674.94 1678.232 װען זענט איר אָנ- אָנגעקומען דאָרטן אין, אין, לעבן מינכן? Sara Starkman 1679.88 1683.864 איך געדענק נישט, גע- איך געדענק נישט װען. Richard Bassett 1683.1 1684.82 װי לאַנג זענט איר דאָרטן געבליבן? Sara Starkman 1684.28 1685.77 דאָרטן איז, האָט מען אונדז Sara Starkman 1685.8 1689.86 װען פֿון רוסלאַנד, װען מ'האָט אונדז אַלע געפֿירט, האָט מען אונדז באַלד געפֿירט Sara Starkman 1689.94 1692.48 אין די לאַגערן, אין די דײַטשישע לאַגערן. Sara Starkman 1692.84 1694.61 בין איך געװען לעבן מינכן Sara Starkman 1694.88 1697.733 זע'מיר געװען אין אַ לאַגער. ס'איז געװען אַ פּאָר טױזנט מענטשן. Richard Bassett 1700.1 1701.26 איר געדענקט אין... Sara Starkman 1700.37 1703.18 דעמאָלטס האָב איך געהײראַט, אין דער לאַגער. Richard Bassett 1702.045 1702.571 אין די... Richard Bassett 1703.24 1704.506 װי האָט עס געהײסן? Sara Starkman 1708.17 1710.19 LAMPERTHEI- נישט LAMPERTHEIM. Richard Bassett 1710.27 1711.17 LAMPERTA-? Sara Starkman 1711.22 1716.11 אין LAMPERTHEIM בין איך שפּעטער געװען שױן מיט די BABY, מײַנס אַ קוזינקע האָט דאָרטן געװױנט. Richard Bassett 1713.92 1714.787 LAMPERTHEIM. Richard Bassett 1715.397 1716.185 LAMPERTHEIM. Sara Starkman 1716.26 1717.457 אין LAMPERTHEIM Sara Starkman 1717.457 1720.507 האָט מײַנס אַ קוזינקע װאָס זי װױנט הײַנט אין ניו־יאָרק, Sara Starkman 1720.56 1724.89 זי האָט געװױנט אין LAMPERTHEIM, זע'מיר אונדז אױך געפֿאָרן. אױ, ס'איז... Richard Bassett 1724.36 1726.38 אַז איר האָט חתונה געהאַט אין אַכט און פֿערציק? Sara Starkman 1726.41 1726.92 יאָ. Richard Bassett 1726.99 1728.49 װי האָט געהײסן דער מאַן? Sara Starkman 1729.36 1730.96 מרדכי. MARCUS. Richard Bassett 1730.46 1731.288 MORDEKHAY. Sara Starkman 1731.06 1732.626 MARCUS שטאַרקמאַן. Sara Starkman 1733.961 1737.97 ער האָט פֿאַרלױרן, ער האָט פֿאַרלױרן זײַן גאַנצן FAMILY. Sara Starkman 1738.28 1741.29 מײַן מאַן איז געבליבן לעבן... Sara Starkman 1741.98 1743.616 איר װילט נאָך אַלץ הערן? Sara Starkman 1744.331 1745.906 איר װילט נאָך אַלץ הערן? Sara Starkman 1746.86 1748.47 מײַן מאַן איז געפֿאָרן Sara Starkman 1748.47 1752.01 מיט זײַן FAMILY קײן אױשװיץ האָט מען זײ געפֿירט. Sara Starkman 1752.08 1754.91 איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די װאַגאָן Sara Starkman 1755.16 1759.8 און די פֿרױ האָט, געװען מיט צװײ קינדער, האָבן זײ זיך באַשטימט Sara Starkman 1759.8 1762.14 אַז זי זאָל אַראָפּװאַרפֿן, Sara Starkman 1762.14 1765.74 אַז זי זאָל אַראָפּװאַרפֿן די קינדער, און שפּעטער זענען, Sara Starkman 1765.74 1768.58 זײ האָט מען שױן געפֿירט קײן טרעבלינקע. Sara Starkman 1769.52 1772.16 האָט מײַן מאַן אױף ס'ערשטע אַראָפּגעשפּרונגען Sara Starkman 1772.16 1776.3 און דען געפֿיר- און דען האָט זי געדאָרפֿן װאַרפֿן די קינדער Sara Starkman 1776.3 1777.78 און אַלײן אױכעט. Sara Starkman 1777.9 1781.28 האָבן די די דײַטשן דערזען, זײ האָבן פֿאַרהאַקט די טיר, Sara Starkman 1781.28 1784.33 און זײ האָבן נאָכגעשפּ- נאָכגעשאָסן מײַן מאַן, Sara Starkman 1784.42 1786.68 אים געטראָפֿן אין פֿוס, איז ער געלעגן Sara Starkman 1786.78 1789.6 אפֿשר אַ פּאָר שעה, ביז ער איז זיך Sara Starkman 1789.6 1792.32 צו- צוגעשלעפּט זיך צון אַ דאָרף Sara Starkman 1792.32 1794.78 און די װײַב מיט די צװײ קינדער...