Richard Bassett 1.155 5.588 MISSUS SARA STARKMAN, TAPE NUMBER THREE, JULY THIRD, NINETEEN NINETY SIX. Richard Bassett 5.998 8.591 יאָ, איז אײַער מאַן, מ'האָט אים געשאָסן? Sara Starkman 8.495 9.463 יע. Sara Starkman 9.463 11.741 און די פֿרױ מיט צװײ קינדער Sara Starkman 11.786 14.126 און אַװעקגעפֿירט קײן טרעבלינקע. Sara Starkman 14.537 16.725 זײ האָבן, זײ זענען אומגעקומען. Sara Starkman 17.692 18.88 יאַך, שפּעטער, Sara Starkman 18.88 20.741 און ער האָט זיך אַלײן Sara Starkman 20.797 22.45 װי <אַז> עס איז שױן צ- Sara Starkman 22.45 24.976 tsugeWALKt ערגעץ אין אַ שטעטל, Sara Starkman 25.202 27.863 צון אַ דאָרף װוּ ס'איז שױן געװען ייִדן, Sara Starkman 28.408 29.415 און Sara Starkman 29.471 31.08 װוּ ס'איז נאָך געװען ייִדן Sara Starkman 31.08 35.535 און אַזױערנאָך איז ער געבליבן לעבן. און די קינ- און די פֿרױ מיט די צװײ קינדער, Sara Starkman 35.58 36.387 און אין... Sara Starkman 36.387 38.51 זענען געפֿאָרן קײן אױשװיץ. Sara Starkman 40.085 41.075 אונדז האָ'מיר זיך... Richard Bassett 40.102 40.952 אַז איר האָט Richard Bassett 40.952 44.619 אַז איר האָט אים באַגעגנט אין, אין, אין MUNICH אין, אין לאַגער, אין, אין... Sara Starkman 42.65 47.45 אין די לאַגער, אין די לאַגער. אונדז האָ'מיר שפּעטער געהײראַט, יע. Richard Bassett 45.114 46.239 אין LAMPERTHEIM. Richard Bassett 47.021 48.503 אין אַכט און פֿערציק. Richard Bassett 48.503 51.422 אַז װי לאַנג זײַט איר געװען דאָרטן, אין, אין לאַגער? Sara Starkman 48.523 49.33 יאָ. Richard Bassett 51.442 52.499 װיפֿל יאָרן? Sara Starkman 52.893 55.0 אונדז האָ'מיר געװעזן, eh Sara Starkman 55.0 58.215 <און לענגער> מײַנע שװעסטערן זענען געהאַט אַװעקגעפֿאָרן קײן ישׂראל, Sara Starkman 58.226 60.887 און אונדז האָ'מיר שױן געזאָלט אױכעט פֿאָרן. Sara Starkman 60.96 62.878 מײַן מאַן האָ- אי- האָ- Sara Starkman 63.035 64.329 האָט, האָ- Sara Starkman 64.554 69.555 האָבן די שװעסטערן מײַנע אָנגעהױבן צו שרײַבן אַז ס'איז זײ זײער שלעכט, "כּל־זמן ס'ק- Sara Starkman 69.566 72.935 עץ קענט נאָך שטײן, שטײץ עץ." אַזױ זע'מיר געבליבן. Richard Bassett 73.16 74.369 אַז װי לאַנג? Sara Starkman 73.397 74.71 אונדז האָ'מיר נישט גע- Sara Starkman 74.71 77.292 װי ס'האָט זיך אײַנגעשטעלט אַ ביסל, Sara Starkman 77.292 80.327 און מ'האָט זיך, eh, מ'איז געפֿאָרן אַלײן Sara Starkman 81.294 83.671 פֿון די לאַגער װוּ זע'מיר געפֿאָרן? Sara Starkman 83.671 86.168 האָט, יאָ, האָ'מיר זיך פֿאַרשריבן Sara Starkman 86.188 88.815 און מע פֿ- האָט מען אונדז געפֿירט קײן אַמעריקע. Sara Starkman 90.66 92.19 אונדז האָ'מיר נישט געגאַט <קײנער>... Richard Bassett 90.677 91.701 איר האָט אױס- Richard Bassett 91.959 95.345 איר האָט אױסגעקליבן צו ג- פֿאָרן קײן אַמעריקע צי מ'האָט אײַך... Sara Starkman 93.9 96.783 נײן, מ'האָט געפֿע- װער עס האָט געגאַט משפּחה Sara Starkman 96.785 99.446 האָט געשריבן, eh האָט געשיקט Sara Starkman 99.975 101.103 PAPERS. Sara Starkman 101.103 104.014 און מ'האָט זײ אַרױסגענומען פֿון דאָרטן. אונדז האָ'מיר נישט געגאַט Sara Starkman 104.014 105.287 קײן משפּחה, Sara Starkman 105.29 110.19 נאָר זײ האָבן געזאָגט אַז מע פֿירט אונדז קײן אַמעריקע. "װוּ װילט עץ?" אונדז האָ'מיר נישט קײנעמען, Sara Starkman 110.201 112.794 און אונדז געפֿירט קײן װאַשינגטאָן, מיר מיט מײַן מאַן Sara Starkman 113.019 114.144 מיט די BABY. Richard Bassett 113.053 113.79 איר... Richard Bassett 114.504 116.135 איר האָט אַ BABY אױך געהאַט? Sara Starkman 115.787 116.468 יאָ. Sara Starkman 116.468 119.089 שױן דאָרט געגאַט, מײַן BABY איז געבױרן אין מינכן. Richard Bassett 119.178 120.354 אין װעלכן יאָר? Sara Starkman 120.933 122.379 אין פֿופֿציקער. Richard Bassett 121.929 123.105 װי הײסט זי? Sara Starkman 123.65 125.264 eh, ז- חנה. Richard Bassett 125.22 125.923 חנה. Sara Starkman 126.198 128.082 חנה־טױבע, מײַן מאַנ'ס Sara Starkman 128.325 129.91 מוטער און מײַן מוטער. Richard Bassett 130.332 132.887 אַז איר זײַט eh אַרױס מיט חנהן Richard Bassett 132.932 134.276 קײן װאַשינגטאָן? Sara Starkman 133.843 134.631 YEAH. Sara Starkman 135.007 136.363 זי איז אַלט געװען אַ יאָר, Sara Starkman 136.363 137.499 נאָך נישט קײן יאָר. Richard Bassett 137.64 141.448 און װי, װי לאַנג האָט איר געלעבט אין eh, האָט איר געװױנט אין WASHINGTON? Sara Starkman 141.437 144.978 אין װאַשינגטאָן האָב איך חתונה געמאַכט דאָרטן די טאָכטער. Sara Starkman 144.978 148.8 אונדז זע'מיר געקומען אַהער נישט לאַנג דאָ, װען די טאָכטער האָט שױן דאָ געװױנט. Richard Bassett 148.592 149.751 װען זײַט איר... Sara Starkman 148.8 150.555 איך מיט מײַן מאַן. Sara Starkman 150.583 153.682 עס איז, eh, ס'איז װע- ס'איז געװאָרן צען יאָר. Richard Bassett 153.671 155.606 צען יאָר װאָס איר זײַט דאָ אין קאַנאַדע. Sara Starkman 155.325 156.011 YEAH. Richard Bassett 156.489 158.643 װאָס האָט אײַער מאַן געטאָן אין Richard Bassett 158.801 160.449 װאַשינגטאָן דורך די יאָרן? Sara Starkman 159.695 163.287 אין װאַשינגטאָן? ער האָט געאַרבעט אין אַ STORE. ער איז געװען אַ Sara Starkman 163.287 164.381 אַ BUYER Sara Starkman 165.011 166.257 אין אַ STORE. Sara Starkman 166.277 168.47 געװען אַ אינטעליגענטנער MAN. Richard Bassett 166.5 167.401 האָט איר אַלײן Richard Bassett 168.335 169.865 האָט איר אַלײן געאַרבעט? Sara Starkman 170.36 175.602 און ער האָט געאַרבעט. נאָר ער אַלײן. יאַך האָב אין שטוב אַ ביסל װאָס איך האָב געקענט האָב איך פֿאַרדינט, Sara Starkman 176.115 179.113 בײַ נײען, בײַ דעם, בײַ יענעם. כ'האָב געהאַט אַ BABY. Richard Bassett 180.958 182.944 אַז איר האָט בלױז אײן טאָכטער. Sara Starkman 182.612 183.94 בלױז אײן טאָכטער. Richard Bassett 185.109 186.048 ס'איז דאָ אײניקלעך? Sara Starkman 185.598 187.114 ער איז געװען אַ קראַנק- Sara Starkman 187.117 189.43 ער איז געװען אַ קראַנקער מאַן. mm. Richard Bassett 188.24 189.12 אײַער מאַן? Sara Starkman 190.34 194.354 נאָר האָט זײער גוט געאַר-, ער האָט געאַרבעט אין אַ פֿײַן פּלאַץ, האָבן מיר גע- Sara Starkman 194.357 195.803 האָט ער געאַרבעט, ער איז געװ- Richard Bassett 194.829 196.629 װאָס פֿאַר אַ געשעפֿט איז דאָס געװען? Sara Starkman 196.314 198.721 eh ס'איז געװען פֿון אַלדינגס, Sara Starkman 199.217 200.775 פֿון פֿאַרשידענע זאַ-, Sara Starkman 200.82 202.401 אַלדינגס, eh Richard Bassett 201.765 203.565 פֿון קלײדער, צי פֿון... Sara Starkman 202.878 204.031 eh, ס'איז געװען, Sara Starkman 204.031 208.441 ס'איז געװען אַ, אַ, אַ ט- ער, ער האָט נאָ- ער האָט געאַרבעט בײַ, Sara Starkman 209.949 211.693 װי אַזױ האָט דאָס געהײסן? Sara Starkman 211.721 212.559 איך װײס שױן נישט. Richard Bassett 216.48 218.331 װאָס פֿאַר אַ סחורות, צום בײַשפּיל? Richard Bassett 218.825 222.178 עסנװאַרג, קלײדער, שפּילװאַרג, ביכ-...? Sara Starkman 219.534 223.072 נײן, נײן, נײן, נײן. eh פֿאַר קלײ- eh פֿאַר קל- Sara Starkman 223.702 226.492 כ'האָב מיר שױן פֿאַרגעסן דעם נאָמען װי ס'האָט געהײסן, Sara Starkman 226.503 231.003 װאָס איז געװען אַ- אַלדינג צו פֿאַרקױפֿן. WSZYSTKO JEST האָט מען געזאָגט אין פּױלן. Sara Starkman 231.161 231.847 eh Sara Starkman 233.068 234.21 HARDWARE. Richard Bassett 234.553 235.408 HARDWARE. Sara Starkman 235.278 236.69 ער איז געװען דער BUYER. Richard Bassett 236.595 237.18 יאָ. Sara Starkman 237.962 240.707 און אַזױ בײַ, און ער האָט געאַר- אין, Sara Starkman 240.78 242.242 עטלעכענע מענטשן, נו? Sara Starkman 242.383 243.525 אָ, ער האָט געאַר-... Richard Bassett 242.417 243.435 זענט איר געבל- Richard Bassett 243.446 245.837 זענט איר געבליבן רעליגיעז דורך די יאָרן? Sara Starkman 245.218 248.182 אָ, זײער רעליגיע- אומעדום באַלאַנגט צון אַ שול. Sara Starkman 248.373 249.923 װוּ מ'איז געקומען באַלד האָב- Sara Starkman 249.96 251.906 מ'האָט געזוכט באַלד אַ װױנונג Sara Starkman 251.917 254.797 לעבן אַ שול. מײַן מאַן איז געװען זײער רעליגיעז. Sara Starkman 255.932 258.124 די טאָכטער אױכעט. אַ פֿאַקט איז, Sara Starkman 258.161 259.623 איז זי געגאַנגען אין Sara Starkman 259.764 261.665 אין NEW YORK, אין די Sara Starkman 262.498 264.129 אין די ייִדישע SCHOOL. Richard Bassett 264.27 266.171 אײַער מאַן איז שױן נישטאָ, יאָ? Sara Starkman 266.227 268.466 מײַן מאַן איז שױן זיבן יאָר נישטאָ. Richard Bassett 267.83 268.921 זיבן יאָר? Sara Starkman 270.513 273.801 אונדז זע'מיר געקומען װײַל מ'האָט נאָר געגאַט די אײנע טאָכטער Sara Starkman 273.838 276.797 און זײ האָבן דאָ, זאָג איך, "װוּ, אונדז מוז'מיר..." Sara Starkman 276.808 279.722 אַ ליאַדע װאָס, מײַן מאַן איז נישט געװען אַזױ געזונט Sara Starkman 279.795 282.863 eh, איז זי אַלע מאָל געקומען צו לױפֿן, װאָס זשע, מע דאַ- Sara Starkman 282.863 286.218 מײַן מאַן נישט דאָרטן, ער האָט דאָך RETIREt, זאָג איך, װאָס דאַרף ער זײַן... Sara Starkman 286.578 288.361 <לאָמיר> פֿאָרן קײן Sara Starkman 288.435 289.678 קײן טאָראָנטאָ. Richard Bassett 289.987 291.72 האָט איר אײניקלעך? Sara Starkman 291.894 293.964 קײן עין־הרע פֿיר BOYCHIKlekh. Richard Bassett 293.885 295.212 װי הײסן זײ? Sara Starkman 295.455 296.507 JOSH, Sara Starkman 296.507 297.558 ARI, Sara Starkman 297.648 298.565 דובֿ, Sara Starkman 298.593 299.611 שׂימחה. Sara Starkman 299.623 301.018 אַלע זענען דאָ דאָ. Richard Bassett 299.893 301.845 װי, װי אַל- װי אַלט זײַנען זײ? Sara Starkman 301.665 306.317 אײנער איז שױן אײן און צװאָנציק. דער אַנדערער איז אַכצן, פֿאָרט ער היצט קײן ישׂראל Sara Starkman 306.963 309.86 צו שטודירן, זענען אױך רעליגיעזע זײער. Sara Starkman 310.44 315.767 און דער קלענערער גײט דאָ אין SCHOOL, מיט בײדע. דער קלײנטשיקער, ער איז דאָך נאָך אין, אין... Richard Bassett 314.625 315.615 װי הײסט ער? Sara Starkman 316.262 317.303 DOVI. Richard Bassett 317.257 318.517 ער איז דער ייִנגסטער? Sara Starkman 317.983 320.745 די- אין ד- נײן, דער ייִנגסטער הײסט שׂימחה. Richard Bassett 320.902 322.196 און װי אַלט איז ער? Sara Starkman 322.539 324.305 שׂימחה איז געװאָרן צען Sara Starkman 324.986 326.769 און דובֿ איז שױן פֿופֿצן. Sara Starkman 328.277 329.436 און ARI... Richard Bassett 328.31 329.387 צי האָט איר אַ, Richard Bassett 329.424 330.06 יאָ. Sara Starkman 330.133 333.857 A- ARI איז אַכצן און יענער איז שױן אײן און צװאָנציק. Richard Bassett 334.082 335.53 צי רעדט איר אַ מאָל Richard Bassett 335.567 339.594 מיט זײ, מיט די ר- אײניקלעך, װעגן סיביר און... Sara Starkman 337.895 341.9 ah לעצטנס האָבן זײ זיך געפֿרעגט. מײַן מאַן פֿלעגט שטענדיק זאָגן, Sara Starkman 341.928 344.521 "פֿאַר װאָס װילט עץ גאָרנישט װיסן?" Sara Starkman 345.287 346.541 פֿלעגט זײַן Sara Starkman 346.541 347.934 זײער זײער Sara Starkman 347.934 348.819 פֿאַר װאָס Sara Starkman 348.819 350.92 מענטשן װילן גאָרנישט װיסן Sara Starkman 350.92 352.827 פֿון די, פֿון די, װאָס ס'איז Sara Starkman 352.827 355.423 װאָס מ'האָט דורכגעלעבט און װאָס ס'איז געװעזן. Sara Starkman 356.12 362.8 היצטער זע איך אומעדום רעקלאַמירט מען. הײַנט װילן זײ װיסן, <װען> דער מאַן האָט זײ געװאָלט דערצײלן, האָבן זײ נישט Sara Starkman 362.8 364.97 געגאַט קײן אינטערעס, נאָר הײַנט װעט Sara Starkman 364.97 367.36 װײַזט אױס אַז ד- די ייִדן אַלײן האָבן זיך Sara Starkman 367.41 369.567 גענומען די SCHOOLS, האָט זיך גענומען Sara Starkman 369.57 373.513 אַז מע זאָל, מ- מע זאָל נישט פֿאַרגעסן װאָס ס'איז געװען. Sara Starkman 374.497 378.038 אָבער אַזױ האָט קײנער נישט געװאָלט הערן. זאָגט ער "װער װיל הערן מײַנע Sara Starkman 378.058 379.506 מײַן איבערלעבונג?" Sara Starkman 379.526 380.806 מײַן מאַן איז געלעגן Sara Starkman 380.806 384.347 eh, אין, אין זעקס חדשים, פֿון װאַנעט איז ער געבליבן לעבן? Sara Starkman 384.588 387.893 ער איז געװען זעקס חדשים בײַ אַ גױ באַהאַלטן, Sara Starkman 387.93 390.661 אױסגעגראָבן אַ גרוב און פֿון אױװן געװעזן Sara Starkman 390.661 393.285 אַנידערגעלײגט אַ ביסל שטרױ און גענדז. Sara Starkman 393.285 395.636 דײַטשן זענען אַרײַנגעקומען, האָבן נישט געװוּסט. Sara Starkman 395.777 397.833 ער האָט דאָרטן באַצאָלט אַ סך געלט, Sara Starkman 397.869 401.747 און אַזױערנאָך זעקס חדשים איז ער געװען פֿאַרגראָ- אַזױ װי פֿאַרגראָבן. Sara Starkman 401.747 404.101 בײַ נאַכט מסתּמא איז ער אַרױסגעגאַנען. Sara Starkman 404.101 406.622 מ'האָט אים געגען צו עסן, מ'האָט געגאַט אַ סך געלט. Sara Starkman 407.657 409.637 אַזױ איז ער געװען באַר אַ, בײַ אַ גע- Sara Starkman 409.637 412.325 אַזױ אַז <ער האָט>, האָט ער זיך <geSAVE-> geSAVEt. Richard Bassett 412.955 415.784 צי װײסט אײַער טאָכטער װעגן די אַלע זאַכן? Sara Starkman 414.609 417.1 מײַן, מײַן טאָכטער װײסט אַלדינג. Sara Starkman 417.1 418.024 אַפֿילו די ייִנ- Sara Starkman 418.024 420.479 מײַן מאַן פֿלעגט זאָגן, "זײ װילן דאָך נישט װיסן." Sara Starkman 420.479 421.32 װאָס האָסט... Sara Starkman 421.32 422.687 איך אַלײן פֿלעג אים זאָגן. Sara Starkman 422.861 427.125 די קינדער, זײ װילן נישט װיסן. די יונגע מענטשן האָבן נישט געװאָלט װיסן. Richard Bassett 427.822 430.19 צי טראַכט איר אָפֿט פֿון יענע צײַטן? Sara Starkman 431.754 435.512 אױ, איך טראַכט, איך טראַכט. כ'האָב אַלץ פֿאַרלױרן, THAT'S ALL. Sara Starkman 435.922 437.691 פֿאַרלױרן די עלטערן, כ'האָב פֿאַרלױרן... Sara Starkman 437.728 439.818 דאָ האָב איך שױן פֿאַרלױרן מײַן מאַן. Sara Starkman 439.82 442.497 אונדז זע'מיר שױן געקומען אַהער, האָב איך אים דאָ פֿאַרלױרן. Sara Starkman 442.824 443.949 מ'האָט דאָך געװױנט Sara Starkman 444.022 447.51 אפֿשר צװאָנציק יאָר אין, אין, אין װאַשינגטאָן. Sara Starkman 448.19 452.437 מ'האָט געפֿרעגט װוּ אונדז װיל'מיר פֿאָרן. אונדז האָ'מיר נישט געגאַט קײן משפּחה אין ערגעץ. Sara Starkman 452.544 456.228 װוּ מ'האָט אונדז געפֿירט, איז דאָ זענען מיר געװען. מ'האָט אונדז געפֿירט קײן װאַשינגט- Sara Starkman 456.228 457.815 "װוּ װילסטו פֿאָרן?" אַנדערע Sara Starkman 457.815 458.647 האָבן Sara Starkman 459.125 461.617 אונדז זע'מיר געװען די לעצטע כּמעט געװאָרן. Sara Starkman 461.707 465.704 װער ס'האָט געגאַט משפּחה, האָט איבער- אַרױסגעשיקט PAPERS. Sara Starkman 465.704 467.273 מ'האָט זײ אַריבערגענומען, Sara Starkman 467.276 470.375 קײן CANADA, קײן, קײן אַמעריקע, װי אײנער. Sara Starkman 470.432 472.637 אונדז האָ'מיר נישט געגאַט קײן משפּחות. Sara Starkman 472.777 474.496 אַזױ אַז ביז Sara Starkman 474.532 476.276 ביז די רעגירונג, Sara Starkman 476.276 477.277 די JUDEN Sara Starkman 478.008 479.352 האָט, האָבן געפֿירט Sara Starkman 479.949 482.37 לאָז זײַן קײן װאַשינגטאָן, לאָז זײַן קײן װאַשינגטאָן. Sara Starkman 482.37 483.102 אַזױ אַז מיר Sara Starkman 483.102 485.327 אונדז זע'מיר אָנגעקומען, אונדז זע'מיר געװען אין װאַשינגטאָן. Sara Starkman 485.602 487.52 כ'האָב חתונה געמאַכט די טאָכטער דאָרט. Richard Bassett 488.589 490.794 פֿאַר װאָס האָט איר הײַנט געמאַכט דעם INTERVIEW? Richard Bassett 491.593 493.562 פֿאַר װאָס האָט איר הײַנט גערעדט? Sara Starkman 491.692 492.242 האַ? Richard Bassett 494.242 496.683 האַ, פֿאַר װאָס האָט איר געמאַכט הײַנט דעם INTERVIEW? Sara Starkman 497.347 498.374 פֿאַר װאָס? Sara Starkman 498.374 498.939 מ'איז Sara Starkman 498.939 502.86 די װעלט זאָל געדענק- זאָל װיסן װאָס ס'איז דורכגעגאַנגען מיט די ייִדן. Sara Starkman 504.401 505.43 דאָס מײנט איר? Richard Bassett 505.43 505.868 יאָ. Sara Starkman 506.949 509.171 אַז די װעלט, מע זאָל נישט פֿאַרגעסן Sara Starkman 509.396 515.215 און, און אַזױערנאָך אָ, װעט, װעט מען דערמאַנען אײנער מיטן אַנדערן, מ'װעט, מ'װעט נישט קײן מאָל פֿאַרגעסן Sara Starkman 515.215 517.322 װאָס היטלער האָט געמאַכט פֿון די ייִדן. Sara Starkman 517.597 519.346 איך מײן אַזױ. I DON'T KNOW. Richard Bassett 519.334 521.05 װאָס טראַכט איר הײַנט, Richard Bassett 521.192 525.996 װאָס פֿאַר אַ געפֿיל האָט איר הײַנט װען איר טראַכט פֿון די דײַטשן אָדער די רוסן הײַנט? Sara Starkman 522.35 524.024 אַ, אַ, אַ, אַ, יע. Sara Starkman 525.292 527.784 יע, יאַך, יאַך טראַכט Sara Starkman 528.313 530.653 אַז דאָס קען שױן מער נישט זײַן. Sara Starkman 531.401 533.218 די ייִדן, װעט מען זיך נישט לאָזן. Sara Starkman 534.877 536.123 דאָס קלער איך. Sara Starkman 536.123 537.768 און עס איז אַ גוטע זאַך Sara Starkman 537.768 539.802 װאָס <דאָס> יונגע מענטשן Sara Starkman 539.838 540.755 עבן Sara Starkman 540.783 542.786 דאַרפֿן װיסן װאָס ס'איז געװען. Sara Starkman 543.602 545.807 דאָס איז מײַנס אַן IDEA, איך װײס נישט. Sara Starkman 546.453 549.134 די ייִנגערע מענטשן זאָלן געדענקען, זאָלן Sara Starkman 549.134 553.572 זאָלן װיסן װאָס מ'האָט געטון מיט די ייִדן און װאָס היטלער איז געװעזן Sara Starkman 553.608 558.362 און, און װאָס ס'איז געװאָרן. מ'האָט דאָך אַזױערנאָך האָט מען דאָך אױפֿגעבױט ארץ־ישׂראל, Sara Starkman 558.705 559.982 אַלץ דערפֿאַר. Richard Bassett 558.805 559.307 װעלכע Richard Bassett 559.802 563.846 װעלכע געפֿילן האָט איר אין זיך אַלײן יעצט, אַז איר רעדט פֿון די זאַכן? Sara Starkman 564.122 565.635 כ'האָב אַ געפֿיל, Sara Starkman 566.197 568.048 ע- איר װעט שױן האָבן גענוג. Richard Bassett 567.952 570.629 װעלכע גע-, װעלכע געפֿיל האָט איר? Sara Starkman 569.876 573.974 כ'האָ- spn װאָס פֿאַר אַ, װאָס פֿרעגט איר? נאָר איך בין אָנגעװײטיקט. אי- Sara Starkman 573.974 575.873 איך דערמאַן זיך אין די צײַטן, Sara Starkman 575.873 577.703 אָדער איך בין HAPPY Sara Starkman 577.703 580.403 אַז איך האָב אַ טאָכטער. איך האָב אײניקלעך, Sara Starkman 580.403 582.763 און איך, כאָטשיק ס'איז געבליבן עמעצער Sara Starkman 583.005 583.829 אַז ס'זאָל Sara Starkman 583.829 586.098 די װעל- אַז מע זאָל נישט פֿאַרגעסן Sara Starkman 586.098 588.562 און זאָל אָנגײן װ- װי שלעכט ס'איז, Sara Starkman 588.562 590.267 עמעצער דאַרף פֿאָרט דערמאַנען Sara Starkman 590.278 592.941 אַז ס'איז געװען אַ מאָל אַ באָבע מיט אַ זײדע, Sara Starkman 592.941 595.034 אַז ס'איז דאָ קינדער װאָס איז געװען. Sara Starkman 595.053 598.389 דאָס, אַזאַ געפֿיל, אָבער איך װײס נישט צי איך בין ריכטיק Sara Starkman 598.85 601.513 נאָר אַז-, אַזאַ געפֿיל האָב איך, אַז Sara Starkman 601.533 604.818 ס'איז זײער גוט אַז די קינדער זאָלן געדענקען. Sara Starkman 605.043 607.822 כאָטש מײַן מאַן, פֿלעגט ער שטענדיק זאָגן, Sara Starkman 607.997 612.018 מע דאַרף געדענקען, מע דאַרף דערמאַנען, מע דאַרף װיסן װאָס ס'איז געװען, Sara Starkman 612.063 613.576 מע זאָל, און שױן. Richard Bassett 613.92 617.52 צי איז דאָ עפּעס אַן עצה װאָס איר װילט איבערגעבן? איר װײסט אַז די Richard Bassett 617.52 620.09 קומעדיקע דורות װעלן זען דעם פֿילם. Sara Starkman 621.378 625.422 װ- װאָס האָב איך איבערצוגען, װאָס איך האָב איבערגעלעבט האָט איר אױפֿן פֿילם. Richard Bassett 624.703 626.807 האָט איר אַן עצה איבערצוגעבן? Richard Bassett 627.504 629.81 ס'איז װיכטיק אַז זײ זאָלן בלײַבן ייִדן? Sara Starkman 628.635 634.294 אַז סע, איך האָב נאָר, איך האָב נאָר אײ- אײן עצה, אַז ישׂראל זאָל עקזיסטירן, Sara Starkman 634.294 636.411 און ס'זאָל זײַן אַ ייִדישע מלוכה Sara Starkman 636.411 637.879 און אַ ייִדיש פֿאָלק, Sara Starkman 637.879 640.208 אַז מע זאָל זיך נ-, אַז מע זאָל נישט פֿאַלן Sara Starkman 640.208 641.471 אַז די גױים Sara Starkman 641.898 643.934 זאָלן אונדז נישט קענען רודפֿן. Richard Bassett 644.345 646.567 זײַט איר אַ מאָל געװען אין ישׂראל אַלײן? Sara Starkman 646.117 647.664 איך בין צװײ מאָל געװען. Sara Starkman 648.412 650.448 מײַנע שװעסטערן װױנען אין ישׂראל. Richard Bassett 650.083 653.503 אַז ס'איז װיכטיק אַז מע זאָל אױפֿהאַלטן און אונטערשטיצן ישׂראל. Sara Starkman 653.373 658.002 אַז מע זאָל אונטערשטיצן ישׂראל, און סע דאַר- ייִדן זאָלן זײַן בײַ זיך, Sara Starkman 658.002 659.454 זאָלן נישט זײַן קײן... Sara Starkman 659.454 662.905 זאָלן נישט זײַן בײַ יענעם, יענער זאָל טון מיט זײ װאָס ער װיל, Sara Starkman 662.925 664.922 נאָר זײ זאָלן האָבן אַלײן אַ מלוכה Sara Starkman 664.922 667.267 און זאָלן האָבן אַלײן אַ, אַ, אַ, Sara Starkman 667.267 669.326 מע זאָל זיך אַלײן קענען פֿאַרטײדיקן Sara Starkman 669.326 672.824 און ד- דאָס איז מײַנס אַ געפֿיל, אַז מע זאָל נישט פֿאַלן Sara Starkman 673.134 675.221 צו לאַסט צו, צו יענעם. Sara Starkman 675.395 679.456 מילא, אַחוץ געלטער קען מען דאָך נישט זאָגן. געלט דאַרף מען האָבן. Richard Bassett 679.631 683.355 אײדער מע פֿאַרענדיקט יעצט, צי איז דאָ נאָך עפּעס װאָס איר װילט צוגעבן, Richard Bassett 683.495 686.5 עפּעס װאָס איר האָט נאָך נישט גע- דערצײלט אָדער געזאָגט? Sara Starkman 687.798 689.26 איך זאָג נאָר היצטערט, Sara Starkman 689.26 692.799 בעט איך נאָר אַז ס'זאָל זײַן אַ ייִדישע מלוכה, מע זאָל נישט אױס- Sara Starkman 692.799 696.112 אױסהרגענען די ייִדישע ייִ- די ייִדישע BOYes, Sara Starkman 696.168 699.942 און eh, און מע, סע זאָל זײַן שטיל, עס זאָל מער נישט זײַן קײן מלחמות. Richard Bassett 699.881 705.09 איך האָב געמײנט פֿון די דערפֿאַרונגען אין, אין, אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. ס'איז דאָ נאָך עפּעס? Sara Starkman 703.442 706.839 פֿון די צװײטע, װאָס איז eh, ס'איז געװען אַ מלחמה. Sara Starkman 706.839 709.224 מ'האָט אױסגעשאָכטן אַלע ייִדן. Sara Starkman 709.297 712.644 ah, ס'איז נאָך אַ גליק װאָס ס'איז עפּעס געבליבן, און אַזױ אָ Sara Starkman 712.644 714.239 דאַרף מען עקזיסטירן, Sara Starkman 714.258 718.218 און װאָס קען מען מער טון? ס'איז אַ זאַך װאָס איז פֿאַריבער. Sara Starkman 718.477 721.695 און מיר קענען זיך נישט העלפֿן. מ'האָט זיך דעמאָלסט נישט געקענט העלפֿן. Sara Starkman 721.785 725.188 די װאָס האָבן זיך געראַטעװעט, און די נעבעך װאָס זענען אומגעקומען, Sara Starkman 725.413 727.719 װאָס מ'האָט זײ געפֿירט אין די GAS-, אין די Sara Starkman 728.231 732.225 GAS-קאַמער, זײ האָבן, מײַן אײניקל איז היצט געװען, ער איז געװעזן דאָרטן Sara Starkman 733.614 735.549 אין װאַרשע, ער איז געװען אױף די... Sara Starkman 735.673 737.49 װאָס קען מען מער טון? Sara Starkman 738.086 742.113 מע קען עפּעס...? מע דאַרף זיך נישט לאָזן מער הרגענען, דאָס אײנע. Sara Starkman 742.288 744.459 דאָס איז מײַנס אַ מײנונג. ישׂראל, Sara Starkman 744.65 747.904 גאָט זאָל העלפֿן אַז ס'זאָל שטײן, און מע זאָל קענען eh Sara Starkman 747.904 750.652 ס'זאָל, ס'זאָל זײַן אַ לאַנד, אַ ייִדיש לאַנד Sara Starkman 750.894 752.221 און eh Sara Starkman 752.328 757.166 און מע זאָל, מע זאָל אונדז נישט מער אױסהרגענען, אַזױ װי מע האָט געטון פֿריִער. Sara Starkman 757.56 759.832 מע זאָל זיך קענען אַלײן אױפֿ<PICKn>. Sara Starkman 760.749 761.334 UNK Richard Bassett 760.884 762.029 MISSUS שטאַרקמאַן, Sara Starkman 761.88 762.667 YEAH? Richard Bassett 762.032 763.225 איך דאַנק אײַך זײער. Sara Starkman 763.888 765.266 איך דאַנק אײַך! Sara Starkman 765.491 766.501 איך װײס נישט Sara Starkman 766.501 770.987 צי איך האָב גוט געזאָגט, צי איך האָב שלעכט געזאָגט, װאָס ס'איז מיר געקומען האָב איך גערעדט, I DON'T KNOW. Richard Bassett 772.545 773.906 װער זײַנען די מענטשן? Sara Starkman 774.806 776.44 איך און מײַן מאַן, Richard Bassett 776.46 777.602 װי הײסט ער? Sara Starkman 776.477 777.214 מײַן, Sara Starkman 777.86 778.985 מרדכי. Richard Bassett 779.531 781.128 און איר האַלט אַ קינד. Sara Starkman 780.965 782.97 eh, איך האַלט ס- Sara Starkman 782.973 784.554 איך האַלט DOVI. Richard Bassett 784.07 785.651 דאָס איז אײַער אײניקל, יאָ. Sara Starkman 785.69 787.473 און איך, און און... Richard Bassett 786.872 788.318 און לעבן אײַער מאַן? Sara Starkman 788.407 789.701 איז JOSH. Richard Bassett 789.791 791.405 און אױף דער רעכטער זײַט? Sara Starkman 791.141 792.857 דער רעכטער איז דובֿ. Richard Bassett 792.845 794.797 און װוּ איז דאָס גענומען געװאָרן? Sara Starkman 795.36 797.734 דאָס איז גענומען געװאָרן אין װאַשינגטאָן. Richard Bassett 797.317 798.881 װען, אין װעלכן יאָר? Sara Starkman 799.072 800.33 געדענק נישט. Richard Bassett 800.338 801.48 אומגעפֿאַר? Sara Starkman 801.452 803.438 אומגעפֿאַר לאָז זײַן צען יאָר. Richard Bassett 803.561 805.26 מיט אַ צען, פֿופֿצן יאָר צוריק? Sara Starkman 805.316 807.588 מיט אַ צען יאָר, נישט קײן פֿופֿצן. Richard Bassett 806.379 807.841 מיט אַ צען יאָר צוריק. Sara Starkman 808.91 811.464 JOSH איז דאָ אַלט אפֿשר זעקס יאָר. Sara Starkman 811.464 812.212 I DON'T KNOW. Sara Starkman 812.943 814.051 UNK Sara Starkman 814.395 815.739 בײַ פֿופֿצן יאָר. Richard Bassett 818.073 819.485 װער זײַנען די מענטשן? Sara Starkman 819.812 821.159 דאָס איז מײַן טאָכטער, Sara Starkman 821.159 822.138 דער אײדעם, Sara Starkman 822.138 823.502 פֿיר אײניקלעך. Richard Bassett 823.372 825.746 װי, װי הײסט די טאָכטער? Sara Starkman 824.807 825.724 JOSH, Sara Starkman 825.724 827.453 די טאָכטער הײסט חנה. Richard Bassett 827.473 828.678 און דער אײדעם? Sara Starkman 829.363 831.703 spn דער אײדעם הײסט ELLIOT. Richard Bassett 831.573 832.512 ELLIOT? Sara Starkman 832.974 834.136 און די, און... Richard Bassett 833.143 834.167 פֿעלדמאַן? Sara Starkman 834.136 835.112 פֿעלדמאַן. Richard Bassett 834.662 835.213 יאָ. Richard Bassett 835.404 837.845 אױף דער לינקער זײַט, דאָס קינד? Sara Starkman 838.02 841.676 eh, די לי- די, די, די קלענסטער איז דובֿ. Richard Bassett 841.479 843.853 דער קלענסטער, דאָס איז אין פֿאָרנט, יאָ? Sara Starkman 843.858 850.687 eh, די, די, לעבן מײַן אײדעם איז DOVI. אין די MIDDLE, אין די MIDDLE איז JOSH. Richard Bassett 847.892 848.561 אױף דער... Sara Starkman 851.064 854.453 און דאָס, און ד- דער זײַט לעבן מײַן טאָכטער Richard Bassett 852.954 855.058 אױף דער רעכטער זײַט, יאָ? Sara Starkman 854.456 855.851 איז DOVI. Richard Bassett 855.89 857.251 און דער קלענסטער? Sara Starkman 856.565 858.348 דער קלענסטער איז שׂימחה. Richard Bassett 858.624 860.407 װען איז דאָס גענומען געװאָרן? Sara Starkman 862.05 865.7 געװען שױן גענומען געװאָרן, איך געדענק נישט דאָס יאָר װען. Sara Starkman 865.745 869.266 נאָר דער, דער קלײנטשיקער איז נאָך דאָ אַלט אפֿשר דרײַ יאָר. Richard Bassett 869.205 870.836 און װי אַלט איז ער יעצט? Sara Starkman 869.357 870.077 הײַנט... Sara Starkman 870.2 873.451 ער איז אַלט צען יאָר. ס'איז זיבן יאָר, יאָ. Richard Bassett 871.382 874.583 ער זעט אַרום, ah, זיבן יאָר. עס, אַז דאָס איז װוּ, אין טאָראָנט-... Sara Starkman 873.778 875.494 זעקס י- אין טאָראָנטאָ. Richard Bassett 875.043 876.117 אין טאָראָנטאָ. Richard Bassett 876.613 878.804 און װאָס איז האָ- װאָס האָט מען דאָס גענומען? Richard Bassett 878.823 879.999 סתּם אַזױ? Sara Starkman 880.477 885.5 איך געדענק נישט צי ס'איז געװען אַ שׂימחה צי ס'איז געװען אַ בר־מיצװה, נאָר יעדן פֿאַלס, Sara Starkman 885.607 886.867 אי- האָ- eh Sara Starkman 886.957 888.954 איך, איך געדענק נישט גענױ װען, Sara Starkman 888.954 889.545 װאָס. Sara Starkman 889.545 891.356 מסתּמא געװען אַ בר־מיצװה. Sara Starkman 892.02 892.504 אױף אַ...