Naomi Rappaport 28.305 34.249 THE DATE IS AUGUST TENTH, NINETEEN NINETY FIVE. SURVIVOR: SARA ZISKROIT KACZERGINSKA. Naomi Rappaport 34.249 37.167 INTERVIEW: NAOMI RAPPAPORT. Naomi Rappaport 37.167 40.481 CITY: SOUTH FALLSBURG. STATE: NEW YORK. Naomi Rappaport 40.481 42.255 COUNTRY: U.S.A. Naomi Rappaport 42.255 43.573 LANGUAGE: YIDDISH. Naomi Rappaport 65.826 71.077 גוט־מאָרגן און אַ שײנעם דאַנק װאָס איר ערלױבט אונדז צו קומען צו אײַך אין הױז און Naomi Rappaport 71.077 73.23 זיך טײלן מיט אײַער געשיכטע. Naomi Rappaport 74.12 76.81 מיר װילן אָנהײבן מיט אײַער נאָמען, Naomi Rappaport 76.81 78.334 און אױב איר קענט, Naomi Rappaport 78.334 81.356 איך װײס, איר קענט. זאָגט אונדז אײַער נאָמען אין ענגליש. Sara Ziskroit 82.685 85.767 MY NAME IS SARA ZISKROIT. Naomi Rappaport 86.016 87.479 און אײַער מײדלשער נאָמען? Sara Ziskroit 86.972 88.397 KACZERGINSKI. Naomi Rappaport 88.434 89.911 קענט איר זײ אױסלײגן? Sara Ziskroit 89.866 90.595 יע. Sara Ziskroit 90.966 93.852 SARA, S.A.R.A. Sara Ziskroit 94.643 104.103 KACZERGINSKI, K.A.S.C.Z.E.R.G.I.N.S.K.A. Sara Ziskroit 105.482 110.22 און ZIS- Z.I.S.K.R.O.I.T. Naomi Rappaport 110.555 114.385 װען איר זײַנט געבױרן געװאָרן, איז, האָט איר געהאַט אַנדערע נעמען? Sara Ziskroit 114.62 115.199 NO. Naomi Rappaport 115.012 118.45 NO. און האָט איר אַנדערע נעמען איצט? Sara Ziskroit 118.626 119.297 נײן. Naomi Rappaport 119.297 122.088 NICKNAME, אַ נאָמען װאָס מ'האָט אײַ- אַ Sara Ziskroit 122.088 123.529 NO. נאָר אײן נאָמען. Naomi Rappaport 122.484 123.984 נאָמען װאָס מע האָט <אײַך> גענומען, Naomi Rappaport 123.984 127.118 -רופֿן. אײַער געבױרן־טאָג. Sara Ziskroit 127.118 130.388 נײַנצן TWENTY-FIVE, Sara Ziskroit 131.761 133.88 MAY TWENTY-SEVEN. Naomi Rappaport 134.596 136.596 און װי אַלט זײַנט איר? Sara Ziskroit 136.596 137.262 זיבעציק. Naomi Rappaport 137.807 139.65 זיבעציק? און Naomi Rappaport 140.059 142.579 אין װעלכע שטאָט זײַנט איר געבאָרן געװאָרן? Sara Ziskroit 142.059 142.756 װידז. Naomi Rappaport 142.798 144.679 װי אַזױ לײגט איר דאָס אױס? Sara Ziskroit 144.901 149.013 V., V.I.D.Z. Naomi Rappaport 149.013 151.111 און אין װעלכן לאַנד? Sara Ziskroit 151.431 152.18 POLAND. Naomi Rappaport 153.195 154.188 אַ דאַנק. Naomi Rappaport 155.563 161.514 איצט װעלן מיר אָנהײבן ah דעם אינטערװיו. Naomi Rappaport 162.462 168.236 פֿריִער זאָגט אונדז, װאָס זײַנען געװען אײַערע עלטערנ'ס נאָמען? Sara Ziskroit 169.327 172.159 ehm eh כ- די מאַמע האָט געהײסן כאַסל. Sara Ziskroit 172.159 174.455 דער פֿאָטער האָט געהײסן שאָול. Sara Ziskroit 174.455 175.551 SHAUL. Naomi Rappaport 175.19 178.895 mhm. און זײ האָבן אַלע מאָל געלעבט אין װידז? Sara Ziskroit 178.895 179.417 יע. Naomi Rappaport 179.85 184.306 uh, ih די משפּחה איז, װי לאַנג האָט די משפּחה געלעבט אין װידז? Sara Ziskroit 185.959 188.061 ביז װאַנעט היטלער איז געקומען. Naomi Rappaport 189.357 190.757 uhm, װי גע- יאָ. Sara Ziskroit 189.925 192.489 מײַן מאַמע האָט ניט געלעבט, eh ב- מאַ- מײַן מאַמע Sara Ziskroit 192.489 193.666 האָט חתונה געהאַט אין װידז. Naomi Rappaport 193.522 195.372 יאָ, אָבער פֿון װאַנען איז זי געקומען? Sara Ziskroit 195.265 196.285 קאַזיאַן. Naomi Rappaport 196.551 197.029 װוּ? Sara Ziskroit 197.029 197.745 קאַזיאַן. Naomi Rappaport 197.745 198.7 קאַזיאַן? Sara Ziskroit 198.591 199.476 KAZYANY. Naomi Rappaport 199.387 201.148 KAZYANY? און װוּ איז KAZYANY? Sara Ziskroit 201.148 202.073 אױך אין POLAND. Naomi Rappaport 201.836 203.372 לעבן װידז? Sara Ziskroit 203.372 205.282 ניט װײַט פֿון װידז, צװאָנציק קילאָמעטער. Naomi Rappaport 204.924 206.379 uh-huh, mhm. Naomi Rappaport 206.82 211.626 uhm װי גרױס איז װידז געװען? Sara Ziskroit 212.002 215.349 װי גרױס? UNK ס'איז געװעזן ייִדן. Sara Ziskroit 215.866 217.152 ס'איז געװען פּאָליאַקן. Sara Ziskroit 217.928 219.314 און ס'איז געװען טאַטאַרן. Sara Ziskroit 220.074 221.509 און ס'איז געװען אַ ביסל ציגײַנער. Naomi Rappaport 221.542 222.089 mhm. Naomi Rappaport 222.745 225.387 איז װיפֿל ייִדן האָבן געװױנט אין װידז, אַן ערך? Sara Ziskroit 224.372 225.253 דאַכט זיך אַז בײַ פֿ- Sara Ziskroit 225.387 227.059 בײַ פֿיר הונדערט משפּחות. Naomi Rappaport 227.059 229.237 אַ פֿיר הונדערט משפּחות, און װיפֿל Naomi Rappaport 229.237 231.312 eh, פּױלן, פּױלישע? Sara Ziskroit 231.268 232.195 דאָס װײס איך ניט. Naomi Rappaport 232.745 237.641 איז דאָס איז, װידז איז געװען אַ שטעטל, אַ, אַ שטאָט, אַ...? Sara Ziskroit 236.685 238.872 ס'איז געװען אַ, ס'איז געװען POWIAT Sara Ziskroit 239.722 242.461 WILEŃSKI, WOJEWÓDZTWO BRASŁAWSKIE. Naomi Rappaport 242.194 243.598 װאָס מײנט דאָס? Sara Ziskroit 243.608 246.984 WO- די, אין די, אין די, אַזױ װי מע זאָגט eh Sara Ziskroit 246.984 248.41 FLUSHING, NEW YORK. Naomi Rappaport 248.245 248.811 mhm. Naomi Rappaport 249.385 252.56 און דאָס איז געװען װידז, פּױ- eh Sara Ziskroit 252.163 253.209 eh WILEŃSKI. Naomi Rappaport 252.859 255.148 WILEŃSKI איז, די װילנע... Sara Ziskroit 255.045 257.78 eh יע. די גע-, די הױפּטשטאָט איז געװען װילנע. Naomi Rappaport 255.566 256.283 eh Naomi Rappaport 257.435 258.531 uh-huh OKAY. Naomi Rappaport 258.531 261.612 SO ס- דאָס איז די אַ פּר- אַ, אַ, Naomi Rappaport 261.612 264.483 װילנע איז געװען די פּראָװינץ־שטאָט. Sara Ziskroit 263.376 264.473 די פּראָװינץ, יע. Naomi Rappaport 264.666 265.704 uh Naomi Rappaport 266.526 269.462 װי האָט אױסגעקוקט דאָס שטעטל, Naomi Rappaport 270.075 271.419 װידז? װי... Sara Ziskroit 270.998 273.549 eh זײער פֿײַן. מיר האָבן געהאַט צװײ שולן. Naomi Rappaport 273.348 273.941 יאָ. Sara Ziskroit 273.962 276.522 און eh מע מיר האָבן געהאַט אַ פּױלישע ש- eh Sara Ziskroit 276.522 279.387 אַ ייִדישע שול און אַ POLISHe. Sara Ziskroit 279.387 281.222 און נאָך איז געװען צװײ SYNAGOGUES. Sara Ziskroit 281.547 285.475 און ייִדן האָבן זיך געהאַלטן גאַ-, זײ האָבן געלעבט גע- גאַנץ פֿײַן, גאַנץ באַקװעם. Naomi Rappaport 286.045 288.671 פֿון װאָס האָבן די ייִדן געלעבט אין eh װידז? Sara Ziskroit 288.671 291.522 מײַ- מײַנע, מײַן משפּחה האָט געלעבט פֿון, Sara Ziskroit 291.522 293.089 זײַנען געװען קצבֿים. Sara Ziskroit 293.089 295.845 און מע פֿלעגט האַנדלען מיט eh לעבעדיקע, אַװעקשיקן Sara Ziskroit 295.845 298.277 קױפֿן בהמות, eh, שעפּסן, Sara Ziskroit 298.277 299.852 און אַװעקשיקן אין װילנע. Naomi Rappaport 300.297 301.118 אין װילנע? Sara Ziskroit 301.136 303.692 יע. אַנדערע זײַנען געװען. ס'איז געװען אַנדערע, Sara Ziskroit 303.692 305.907 אַנדערע האָבן געלעבט פֿון פֿי- פֿון eh Sara Ziskroit 305.907 308.165 קראָמען. זײ האָבן געהאַט פֿאַרשײדענע געשעפֿטן. Naomi Rappaport 310.163 312.283 די, אַלס אַ קצבֿ, Naomi Rappaport 312.283 315.897 uh זײַנען נישט געװען קײן שוחטים, זײ זײַנען גע- זײ האָבן בלױז געקױפֿט... Sara Ziskroit 314.074 315.292 NO. Sara Ziskroit 315.88 319.485 מע מיר זײַנ- מיר ז- ס'איז געװען אַ שוחט איז געװען אַ שוחט. Naomi Rappaport 319.51 319.929 יאָ. Sara Ziskroit 319.845 322.775 מיר האָבן געהאַט אַ יאַטקע, װוּ מיר פֿ- פֿלעגן פֿאַרקױפֿן פֿלײש, Sara Ziskroit 322.775 324.963 און װוּרשט. מע פֿ- מע פֿלעגט מאַכן װוּרשט אױך. Naomi Rappaport 324.994 325.622 mhm. Naomi Rappaport 325.894 328.945 דאָס איז געװען אײַער טאַטע'ס אײגענע געשעפֿט? Sara Ziskroit 329.76 333.039 דער געשעפֿט דאַכט זיך איז ניט געװען קײן אײגענער. דאָס איז גע- אײ- אײ- Sara Ziskroit 333.223 336.06 דאָס האָט געהערט צו דער רעגירונג. אָבער ס'איז געװען די געשעפֿטן, Sara Ziskroit 336.06 339.199 דאָרטן איז געװען מײַן פֿעטער, מײַנע COUSINS. Sara Ziskroit 339.199 340.365 ס'איז געװען עטלעכע. Naomi Rappaport 341.432 344.511 און איר האָט ז- ער האָט געמאַכט אַ פֿײַנעם לעבן? Sara Ziskroit 345.107 347.924 בײַן ענד איז שױן ניט געװען אַזױ גוט װײַל ס'איז אַרײַנגעגאַנגען Sara Ziskroit 347.924 349.642 eh די, Sara Ziskroit 349.642 352.047 װי הײסט זי? M- MADAME PRISTOROW. Sara Ziskroit 352.047 354.107 זי האָט פֿאַרבאָטן די ייִדישע ש- eh שחיטה. Naomi Rappaport 354.416 356.45 װער איז געװען MADAM PRISKOV? Sara Ziskroit 356.119 358.85 ע- ע- עמעצער פֿון דער רעגירונג פֿון POLAND. Naomi Rappaport 358.056 358.693 mhm. Naomi Rappaport 358.714 360.436 דאָס איז די פּױלישע רעגירונג. Sara Ziskroit 360.071 360.678 יע. Naomi Rappaport 362.17 363.131 און uh Naomi Rappaport 364.492 369.93 אי- אײַער משפּחה איז געװען, װי אַזױ װאָלט איר קאַטערעגיר- אײַער משפּחה? Naomi Rappaport 369.93 373.113 uh אַ רײַכע משפּחה, אַ מיטל- -שע? Sara Ziskroit 372.535 373.254 אַ מיטעלע. Naomi Rappaport 373.204 373.733 מיטעלע. Sara Ziskroit 373.579 373.968 יע. Naomi Rappaport 374.582 377.637 װי געדענקט איר אײַער אײגן הײם? Naomi Rappaport 377.637 379.24 װוּ האָט איר געװױנט? Sara Ziskroit 379.406 380.858 מיר האָבן געװױנט, איז עס געװען, Sara Ziskroit 380.858 382.484 ס'איז געװען דעם זײדנ'ס הױז. Sara Ziskroit 383.71 387.358 האָט דאָרטן געװױנט eh די ט- eh די ש-, די טאָכטער Naomi Rappaport 387.31 387.84 mhm. Sara Ziskroit 387.358 388.652 eh טױב- eh טײַבל. Naomi Rappaport 388.914 389.471 mhm. Sara Ziskroit 389.641 392.697 מיט איר איז געװען, זי האָט חתונה געהאַט, זי האָט חתונה געהאַט שפּעטער פֿון אַלעמען. Naomi Rappaport 392.629 393.165 mhm. Sara Ziskroit 392.697 394.138 זי איז געװען די ייִנגסטע. Sara Ziskroit 394.138 396.162 און ס'איז געװ- מיר האָבן געװױנט מי- מיט אַ Sara Ziskroit 396.162 398.593 ס'איז, מײַן פֿאָטער מיטן, מיטן פֿעטער, eh, ט- Sara Ziskroit 398.593 400.399 אַ הױז eh אָפּגעטײלט אין צװײ. Sara Ziskroit 400.954 402.17 צװײ אָפּטײלונגען. Naomi Rappaport 401.936 405.284 אײַער זײדע איז געװען אײַער טאַטנ'ס טאַטע? Sara Ziskroit 404.388 405.799 טאַטנ'ס, יע. Naomi Rappaport 405.542 408.773 און ah, װיפֿל משפּחות האָבן געלעבט אין אײן הױז? Sara Ziskroit 409.586 413.228 ehm מיר האָבן געװױנט אַלע באַזונדער, eh דער זײדע מיט די טאָכטער נאָר. Sara Ziskroit 413.228 415.028 מיט די טאָכטער מיט די קינדער. Sara Ziskroit 415.028 419.074 אָבער אַזױ <האָבן> מיר געװען באַזונדער, און דער פֿעטער מױשל, האָט ער געװען באַזונדער. Sara Ziskroit 419.074 422.82 אָבער ס'איז געװען אַ, אַזױ װי ATTACHED פֿון די אַנדערן. Naomi Rappaport 422.82 426.328 װיפֿל צימערן זײַנ- האָט איט געהאַט אין אײַער HOME, הײם? Sara Ziskroit 427.178 428.931 ניט געװען אַזױ װי דאָ. Naomi Rappaport 429.162 429.582 כ'װײס. Sara Ziskroit 431.304 431.917 דרײַ. Naomi Rappaport 431.955 432.576 דרײַ. Sara Ziskroit 432.273 433.561 און ס'איז געװען זעקס קינדער. Naomi Rappaport 433.26 435.893 זעקס קינדער. איז װי אַזױ האָט מען זיך אױסגעלײגט? Sara Ziskroit 435.383 436.63 מיט װ- אומעטום. Naomi Rappaport 436.671 438.493 אומעטום. װוּ האָט מען געגעסן? Sara Ziskroit 438.602 441.447 האָבן מיר גע-, מיר האָבן געהאַט אַ, אַ KHEDER-OKHEL. Naomi Rappaport 441.447 444.974 אַ KHEDER-OYKHEL. און, און דאָרטן איז מען אױך געשלאָפֿן? Naomi Rappaport 445.476 447.24 עמעצער איז געשלאָפֿן דאָרטן? Sara Ziskroit 446.873 447.938 דאַכט זיך מ- NO. Naomi Rappaport 447.848 448.379 NO. Naomi Rappaport 448.379 451.354 איז װוּ זײַנט איר געשלאָפֿן? איר געדענקט װוּ איר איז זײַנט געשלאָפֿן? Sara Ziskroit 450.432 453.519 אי- איך בין געשלאָפֿן אין זאַל, האָט מען, האָט דאָס געהײסן. Sara Ziskroit 453.519 454.298 דער LIVING ROOM. Naomi Rappaport 454.139 457.029 דער LIVING ROOM. און װאָס נאָך האָט מען געטאָן אין LIVING ROOM? Sara Ziskroit 457.029 459.73 װאָ-, װען ס'איז געקומען געסט איז דאָס געװען פֿאַר געסט. Naomi Rappaport 458.217 459.156 uh-huh, יאָ. Naomi Rappaport 459.405 461.151 און מיט װעמען... יאָ. Sara Ziskroit 459.73 461.02 מײַן ברודער... Sara Ziskroit 461.177 463.531 כ'בין געשלאָפֿן אַלײן. און מײַן ברודער איז געשלאָפֿן אױך דאָרט. Naomi Rappaport 463.556 465.268 mhm, און די אַנדערע קינדער? Sara Ziskroit 465.268 467.645 די אַנדערע קינד-, צװײ זײַנען געשלאָפֿן מיט די עלטערן. Naomi Rappaport 467.525 467.99 mhm. Sara Ziskroit 468.101 471.0 און אײנער איז געשלאָפֿן, איז געװען אַ בעטל אַװעקגעשטעלט דאָרט. Sara Ziskroit 471.0 473.569 מיר האָבן געקלערט צוצובױען אַ ROOM, אַ צימער. Sara Ziskroit 473.569 475.481 האָבן די עלטערן געקלערט צוצובױען אַ צימער. Naomi Rappaport 475.531 477.886 mhm. און װוּ האָט איר זיך געשפּילט? Sara Ziskroit 478.607 480.462 װוּ האָב איך זיך געשפּילט? Sara Ziskroit 480.462 483.462 אין, אין דרױסן מיט די קינדער, eh OUTSIDE. Naomi Rappaport 482.288 482.795 mhm. Naomi Rappaport 483.278 486.025 איז דאָרטן איז געװען אַ גאָרטן אי- Sara Ziskroit 485.939 486.797 NO. Naomi Rappaport 486.645 488.379 אי- הײַזער. Sara Ziskroit 486.797 489.848 ס'איז געװען הײַזער, ס'איז געװען eh יע. אַזױ איז געװען אַ, Naomi Rappaport 488.658 490.126 uh װיפֿל שטאָק? Sara Ziskroit 490.582 492.43 מײַ- אונדזער הױז איז געװען אײן שטאָק. Naomi Rappaport 492.177 493.329 אײן שטאָק. Sara Ziskroit 492.935 493.393 יע. Naomi Rappaport 494.319 494.953 uh, Sara Ziskroit 494.886 498.784 איז קײן סך הײַזער מיט, מיט שטאָק זײַנען ניט געװען. Naomi Rappaport 499.253 502.278 און און איר האָט געהאַט אַ גאָרטן? Sara Ziskroit 502.462 503.82 יע, אַ LITTLE גאָרטן. Naomi Rappaport 503.67 505.759 אַ גאָרטן. און װאָס האָט בײַ אײַך געװאָקסן? Sara Ziskroit 504.043 504.501 יע. Sara Ziskroit 505.67 509.24 קאַרטאָפֿל, אוגערקעס, מערן, ציבעלע, אַלצדינג. Naomi Rappaport 508.848 513.215 יאָ, און אַנדערע, uh, עסנװאַרג, װוּ האָט איר דאָס געקױפֿט? Sara Ziskroit 514.227 516.55 פֿאַרש- אין די קראָמען. ס'איז געװען ehm Naomi Rappaport 515.392 517.358 אין די קראָמען. איז געװען אַ סך קראָמען? Sara Ziskroit 517.253 520.392 יע, אין די קראָמען האָט ניט געפֿעלט <דאָרטן> עסן. געפֿעלט געלט! Naomi Rappaport 520.999 526.701 eh, האָבן, האָט איר געװױנט אין אַ ייִדישן געגנט אױף אַ ייִדישן eh ג- Sara Ziskroit 525.063 527.268 יע, מיר, אַלע ייִדן האָבן זיך געהאַלטן צוזאַמען. Naomi Rappaport 527.268 529.215 uh-huh און װוּ האָבן די גױים געלע- געװױנט? Sara Ziskroit 528.822 530.898 און אַזױ, יעדער זײַט איז געװען באַזונדער. Sara Ziskroit 530.898 533.113 אײן זײַט איז געװען די גױ- eh איז געװען די פּאָליאַקן Sara Ziskroit 533.113 535.405 מערסטן טײל, אײן זײַט איז געװען רוסן. Naomi Rappaport 535.886 538.392 mhm. און װוּ האָבן די ציגײַנער געװױנט? Sara Ziskroit 538.202 541.581 אין אַ װ- אױך אין אַ װינקעלע. ס'איז ניט געװען קײן ס- אפֿשר עטלעכע משפּחות. Naomi Rappaport 541.05 545.354 mhm. און װיפֿל האָבן זיך די אַלע עלעמענטן אױסגעמישט? Sara Ziskroit 546.582 549.443 מע פֿלעגט eh האַנדלען מיט די אַנדערע, מע, Sara Ziskroit 549.443 551.86 ס'איז ניט געװען קײן קריגערײַען, אָבער טראָ- טראָץ דעם Sara Ziskroit 551.86 554.784 װען ס'איז געקומען פֿאַר אַ יום־טובֿ האָט מען מורא געהאַט אַרױסצוגײן אױפֿן גאַס. Naomi Rappaport 554.81 556.075 װעלכן יום־טובֿ? Sara Ziskroit 556.462 560.113 װען ס'איז געװען, eh, oh, יום־כּיפּור, לעמאָ- Sara Ziskroit 560.113 562.341 האָט מען מורא געהאַט eh אַרױסצוגײן. Naomi Rappaport 562.379 563.975 פֿאַר װאָס? װאָס איז געשען? Sara Ziskroit 563.455 566.62 װײַלע די פּאָ-, eh די פּאָליאַקן האָבן געקענט אונדז eh אָנהרגענען אױך. Naomi Rappaport 566.655 567.759 און די רוסן? Sara Ziskroit 567.987 571.373 װי eh, איך געדענק פֿון די פּאָליאַקן. מיט די רוסן האָט מען זיך ניט געמישט. ניט, ניט גע- Naomi Rappaport 570.745 571.531 נישט געמי- Sara Ziskroit 571.373 574.101 ס'איז געװען זײער װײניק רוסן. דער עיקר איז געװען פּאָליאַקן. Naomi Rappaport 573.556 574.901 mm oh mhm. Sara Ziskroit 574.848 577.101 אַ פֿאַל האָט, eh װען ס'איז אַנטשטאַנען די, Sara Ziskroit 577.101 581.506 װען דער היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, און מ'האָט אױסגעהרגעט אַ סך ייִדן, מערסטן טײל מענער, Sara Ziskroit 581.506 585.265 איז דער גלח, מיר האָבן זײער גוט געלעבט מיטן גלח, ער פֿלעגט קומען צו אונדז יעדן, Sara Ziskroit 586.074 588.544 יעדן פֿרײַטיק, שבת עסן פֿיש. Naomi Rappaport 588.29 588.845 mhm. Sara Ziskroit 588.544 591.594 און אָפֿט מאָל האָט ער מיר גענומען אױף זײַן האַנט װען איך בין געװען אַ קינד. Sara Ziskroit 591.987 596.949 אַז ער eh ער האָט געהערט אַז מע האָט געהרגעט דעם, מע האָט געהרגעט יענעם, האָט ער געקראָגן אַ האַרץ־אַטאַק און ער האָט געהרגעט. Naomi Rappaport 597.028 597.465 mhm. Sara Ziskroit 597.477 600.519 האָבן ייִדן געװעלט גײן צו זײַן לװיה. האָבן די eh Sara Ziskroit 600.519 602.43 eh האָבן זײ ניט דערלױבט, די DEUTSCHn. Naomi Rappaport 602.463 603.14 mhm. Naomi Rappaport 605.126 608.835 האָט איר זיך געשפּילט מיט די פּױלישע קינדער? Sara Ziskroit 609.447 611.594 מיר, יע, ס'איז געװען אַ פּאָר Sara Ziskroit 611.962 617.531 װאָס מײַן מוטער האָט מיט איר געלע- געלעבט זײער פֿרײַנדלעך, זי איז געװען אַזױ װי אַ חבֿר, פֿלעגן מיר זיך אַ מאָל שפּילן אָבער זעלטן. Naomi Rappaport 617.556 621.431 mhm, זײַנט איר אַ מאָל געװען בײַ זײ אין די הײַזער, אָדער זײ בײַ אײַך? Sara Ziskroit 621.357 621.901 יע. Naomi Rappaport 622.058 622.487 mhm. Naomi Rappaport 623.446 627.322 איר האָט געזאָגט עס זײַנען געװען צװײ שולן, uh, SCHOOLS. Sara Ziskroit 626.969 627.626 YES. Naomi Rappaport 627.626 629.996 איר זײַנט געגאַנגען אין אַ ייִדישע Sara Ziskroit 629.631 630.611 שול. Naomi Rappaport 630.594 634.645 אַ, אַ PUBLIC SCH- שול צי אַ פּריװאַטע שול? Sara Ziskroit 634.656 635.772 A PUBLIC SCHOOL. Naomi Rappaport 635.283 637.029 אַ PUB- אַ פּױלישע, ייִדישע? Sara Ziskroit 637.029 638.62 נײן, ס'איז געװען אַ POLISHe SCHOOL, Naomi Rappaport 638.62 639.138 mhm. Sara Ziskroit 639.268 641.558 און ס'איז געװען אַ ייִדישע שול, בין איך געגאַנגען אין די ייִדישע. Naomi Rappaport 641.562 641.996 mhm. Naomi Rappaport 642.193 643.79 דאָס איז געװען פּריװאַט? Naomi Rappaport 644.596 647.283 װער האָט אױסגעהאַלטן די שול? די שולע? Sara Ziskroit 647.283 650.71 דאָס eh <איך װײס>, איך גלײב אַז די רעגירונג. איך װײס נישט, איך בין ניט זיכער. Naomi Rappaport 650.343 655.193 רעגיר- װער איז, װער איז געגאַנגען אין דער שול? מײדלעך און ייִנגלעך? Sara Ziskroit 654.94 656.376 יע, מײדלעך און ייִנגלעך. Naomi Rappaport 656.134 658.583 און װער האָט געל-, װער זײַנען געװען די לערער? Sara Ziskroit 659.249 662.074 אײנע, װער געדענקט די נעמען? Naomi Rappaport 662.074 664.879 נײן, די נעמען דאַרף איך נישט. ייִדישע צי פּױלישע? Sara Ziskroit 664.295 665.24 ייִדישע. Naomi Rappaport 665.157 665.761 ייִדישע. Sara Ziskroit 665.679 666.225 ייִדישע. Naomi Rappaport 666.225 669.034 און עס זײַנע- װוּ האָבן זײ זיך געלערנט, Naomi Rappaport 669.034 670.656 זײַן לערער? Sara Ziskroit 670.656 673.985 מיס- אין פּױלן? eh אין װילנע מסתּמא, צו ערגעץ אַנדערש. Naomi Rappaport 671.581 675.626 אין פּױלן. uh-huh. דאָס איז געװען רעליגיעזע, Naomi Rappaport 675.626 677.427 אַ חדר אָדער אַ, אַ... Sara Ziskroit 676.812 678.417 NO, אַ חדר איז געװען באַזונדער. Naomi Rappaport 678.417 681.19 איז eh װעלכע לימודים האָט איר דאָרטן געלערנט? Sara Ziskroit 681.999 685.372 POLISH, װײניק, אײ- אײן מאָל אין װאָך. Sara Ziskroit 685.372 686.939 און HEBREW, און דער עיקר ייִדיש. Naomi Rappaport 686.939 688.074 ייִדיש. Naomi Rappaport 688.074 690.865 װאָס פֿאַר אַ ייִדישע לימודים האָט איר געלערנט? Sara Ziskroit 690.865 692.074 װאָס הײסט װאָס פֿאַר אַ...? Naomi Rappaport 692.074 694.824 איר האָט געלערנט מאַטעמאַטיש אױף ייִדיש? Sara Ziskroit 694.85 697.101 מאַטעמאַטיק, און לײענען און שרײַבן. Naomi Rappaport 696.752 698.794 mhm. און uh Sara Ziskroit 698.417 699.76 און נאָך איז געװען אַ חדר אױך. Naomi Rappaport 699.633 700.195 יאָ. Naomi Rappaport 701.741 705.163 eh װען איר האָט געלערנט matematiCS האָט איר אױך געלערנט Naomi Rappaport 705.163 708.956 uhm ליטעראַטור אין ייִדיש? Naomi Rappaport 709.765 713.127 װאָס פֿאַר אַ ביכער האָט איר געלײענט דאָרטן? Sara Ziskroit 713.246 715.797 hm, פֿאַרשײדענע ביכער, פֿון eh Sara Ziskroit 716.144 718.202 פֿון ייִ- ייִדישע ביכער און eh Naomi Rappaport 718.3 718.883 uh-huh. Naomi Rappaport 720.551 727.84 און uhm ייִנגלעך זײַנען געװען בײַ אײַך אין קלאַס אױך? אָדער בלױז, eh צוזאַמען האָט איר געלערנט. Sara Ziskroit 725.402 726.246 יע. Sara Ziskroit 726.985 728.202 צוזאַמען, יע. Naomi Rappaport 728.173 730.492 און אין חדר? װער איז געגאַנגען אין חדר? Sara Ziskroit 730.507 731.55 מײַנע ברידער. Naomi Rappaport 731.884 734.035 זײ זײַנען נישט געגאַנגען אין דער ייִד- אין Sara Ziskroit 733.701 737.223 זײַנען געגאַנגען, זײַנען געגאַנגען אין אין אין שול אױך, אָבער זײ זײַנען געגאַנגען אין חדר. Naomi Rappaport 736.0 736.534 mhm. Naomi Rappaport 737.058 739.587 און מ- אײַך האָט מען נישט געשיקט אין חדר? Sara Ziskroit 739.014 740.492 דאָס געדענק איך ניט. Naomi Rappaport 739.682 740.681 יאָ, יאָ. Naomi Rappaport 740.739 743.522 אײַערע עלטערן זײַנען געװען רעליגיעזע ייִדן? Sara Ziskroit 743.449 745.637 יע, מײַ- מײַן מוטער איז געװען זײער רעליגיעז. Sara Ziskroit 745.637 746.717 משוגע רעליגיעז. Naomi Rappaport 746.507 747.611 חסידיש? Sara Ziskroit 747.611 748.462 YES. Naomi Rappaport 748.405 750.805 איז איז געװען אַ חסידישער רבֿ אָדער Naomi Rappaport 750.805 752.594 איר האָט געהאַט אַ שטיבל אין ah Sara Ziskroit 752.253 754.067 NO, ס'איז געװען אַ שול, אַ גרױסע שול. Naomi Rappaport 753.681 755.869 uh-huh. און װאָס האָט געהײסן די שול? Sara Ziskroit 756.162 759.653 eh, eh, איך איך װײ- דאָס, איך װײס ניט... ס'איז די גרױס- Naomi Rappaport 758.985 760.462 און דער רבֿ? Sara Ziskroit 760.391 762.089 דעם רבֿ'ס נאָמען געדענק איך אױך ניט. Naomi Rappaport 762.089 767.79 איז איז געװען אַ כ- ד- אײַער טאַטע איז אָדער אײַער מאַמע, זײַנען געװען אָנגעטאָן אין חסידישע Sara Ziskroit 767.79 769.42 NO, NO, NORMAL. Naomi Rappaport 769.431 771.173 NORMAL. mhm. Naomi Rappaport 771.768 774.714 פֿאַר װאָס זײַנען געװען צװײ שולן? װער זײַנ- Sara Ziskroit 773.959 775.446 ס'איז געװען אַ מתנגדישע, Naomi Rappaport 775.347 776.038 יאָ? Sara Ziskroit 775.84 777.42 און ס'איז געװען אַ חסידישע. Naomi Rappaport 777.043 777.457 uh-huh. Naomi Rappaport 777.521 780.886 און איר זײַנט געװען מיטגלידער פֿון אַ חסידישער Sara Ziskroit 780.463 781.487 שול. Naomi Rappaport 781.101 785.238 uh-huh. און װאָס האָט, eh װער איז געװען דער רבֿ פֿון דער מתנגדישער שול? Sara Ziskroit 785.087 786.089 I DON'T KNOW. Naomi Rappaport 785.971 790.51 די שטאָט, ד- דאָס שטעטל איז געװען מערסטנס חסידיש אָדער מתנגדיש? Sara Ziskroit 791.746 794.115 מ- <איך געדענק UNK> מערסטנס, eh, חסידיש. Naomi Rappaport 793.84 794.857 חסידיש. mhm. Naomi Rappaport 795.835 796.823 ah Naomi Rappaport 797.997 802.434 װאָס, װעס פֿאַר אַ ביכער זײַנען געװען בײַ אײַך אין הױז? Naomi Rappaport 802.434 804.611 eh מ'האָט געלײענט ביכער אין הױז? Sara Ziskroit 804.611 805.581 יע. Naomi Rappaport 805.536 806.787 װאָס פֿאַר אַ ביכער אין דײַ- Sara Ziskroit 806.701 809.402 מערסטנס טײל האָט מײַן מאַמע געלײענט, eh Sara Ziskroit 809.402 810.88 eh, רעליגיעזע ביכער. Naomi Rappaport 810.88 811.775 און איר? Sara Ziskroit 811.666 813.492 איך האָב, איך האָב געלײענט פֿאַרשײדענע. Naomi Rappaport 814.029 815.761 איר געדענקט װאָס איר האָט געלײענט? Sara Ziskroit 815.761 818.42 נ- NO. פֿון, פֿון שלום־עליכם, פֿון eh Naomi Rappaport 818.298 818.79 יאָ. Sara Ziskroit 818.55 820.347 פֿון אַנדערע שרײַבער. Naomi Rappaport 819.355 820.534 mhm. mhm. Naomi Rappaport 820.623 822.666 און צײַטונגען Naomi Rappaport 822.666 824.318 זײַנען אַרײַנגעקומען צו אײַ- Sara Ziskroit 823.55 825.202 יע, אַ ייִדישע צײַטונג. Naomi Rappaport 824.782 825.521 װעלכע? Sara Ziskroit 825.657 826.594 I DON'T KNOW. Naomi Rappaport 825.753 828.652 איר געדענ- פֿון װאַנען איז די צײַטונג געקומען? Sara Ziskroit 828.768 830.544 דאָס װײ-, איך גלײב אַז פֿון װילנע. Naomi Rappaport 830.544 831.806 פֿון װילנע? mhm. Naomi Rappaport 832.362 834.087 און אַלס קינד, Naomi Rappaport 834.087 839.13 uh נישט uh אַלס קינדער, אַלס, איר זײַנט געװען אַ דרײַצן יאָר O- אַלט װען, Sara Ziskroit 837.956 838.749 יע. Naomi Rappaport 839.253 844.984 איז, האָט איר באַלאַנגט צו אַ קלוב, זײַנען געװען פֿאַרש- eh קלובן פֿאַר קינדער? Sara Ziskroit 845.029 847.724 נו, ס'איז געװען די SHOMER-HATSAIR, ס'איז געװען די KHALUTSIM, ס'איז געװען Sara Ziskroit 847.724 849.537 פֿאַרשײדענע, אָבער איך האָב ניט באַלאַנגט צו... Naomi Rappaport 849.074 850.118 איר האָט ניט באַלאַנגט. Sara Ziskroit 849.738 850.391 NO. Naomi Rappaport 850.118 852.608 אײַער מײ- אײַער, אײַערע ברידער אָדער שװעסטער? Sara Ziskroit 852.462 852.858 NO. Naomi Rappaport 852.858 855.067 איר זײַנט געװען די ייִנגסטע? Sara Ziskroit 853.865 855.014 NO. Sara Ziskroit 855.014 857.138 איך בין ניט געװען די ייִנגסטע, איך בין געװען די צװײטע. Naomi Rappaport 856.739 858.043 די צװײטע. Naomi Rappaport 858.179 858.88 קײנער אין, און... Sara Ziskroit 858.266 860.521 די ייִנגסטע איז געװען בײַ מיר די, מײַן שװעסטער Sara Ziskroit 860.521 862.173 און נאָך די שװעסטער איז געװען מענדעלע. Naomi Rappaport 861.968 862.515 mhm. Naomi Rappaport 862.611 865.194 און די, װ-, אײַער, װער איז געװען עלטער פֿון אײַך? Sara Ziskroit 865.144 866.043 מײַן ברודער. Naomi Rappaport 865.681 869.0 יאָ, אײַער ברודער האָט באַלאַנגט צו אַ, אַ, צו גרופּעס? Sara Ziskroit 868.029 870.855 איך גלײב אַז, ih איך, איך גלײב אַז נײן. Sara Ziskroit 870.855 874.115 אפֿשר איז ער אַ מאָל אַרײַן, װײַל די SHOMER-HATSAIR איז געװען לעבן אונדז. Sara Ziskroit 874.115 875.927 פֿלעגן מיר אַ מאָל אַרײַנגײן אַ קוק טאָן. Naomi Rappaport 876.289 876.77 יאָ. Naomi Rappaport 877.853 882.541 uhm, איר האָט פֿריִער גערעדט װעגן אַנטיסעמיטיזם פֿון די פּאָליאַקן. Sara Ziskroit 882.33 883.561 יע, דאָס... Naomi Rappaport 882.541 886.124 װי אַזױ האָט זיך דאָס באַװיזן בײַ אײַך אין שטאָט? Naomi Rappaport 886.13 889.84 פֿאַר אײַך אַלײן, מען האָט, איר, איר האָט געליטן, איר אַלײן? Sara Ziskroit 889.884 894.579 מ'האָט געליטן זײער אַ סך, מע האָט געװוּסט אַז ס'איז דאָ אַנטיסעמיטיזם, למשל, מיר האָבן געהאַט אַ יאַטקע, יע? Naomi Rappaport 894.606 895.27 mhm. Sara Ziskroit 895.492 898.347 איז געװען eh, איז געװען דעם, eh Sara Ziskroit 898.724 901.739 KIEROWNIKs, דעם גלאַװנעם, אַזױ װי דאָ דער PRINCIPAL, Naomi Rappaport 901.747 902.19 יאָ? Sara Ziskroit 902.84 907.014 פֿרױ, איז זי SPECIAL געקומען שבת, װײַל שבת איז געװען פֿאַרמאַכט. Sara Ziskroit 907.014 909.0 האָט מען געמוזט איר גײן געבן פֿלײש. Naomi Rappaport 909.548 910.002 mhm. Naomi Rappaport 910.342 912.492 איז אײַער טאַטע פֿלעגט עפֿענען... Sara Ziskroit 912.318 915.608 מײַן מאַמע פֿלעגט גײן און איר געבן פֿלײש. זי האָט ניט געהאַט קײן ברירה. Naomi Rappaport 915.271 915.885 uh-huh. Naomi Rappaport 916.193 919.19 זי האָט גענומען געלט דאַן, אָדער זי פֿלעגט נישט האַנדלען? Sara Ziskroit 918.333 920.768 זי פֿלעגט, זײ פֿלעגן ניט צאָלן גלײַכ<ע>. Naomi Rappaport 922.775 924.724 װיפֿל האָט איר געװוּסט Naomi Rappaport 924.724 929.119 װעגן װאָס ס'הערט זיך אױף דער װעלט מיט די דײַטשישע ייִדן, Naomi Rappaport 929.119 932.231 און אין אַנדערע טײלן פֿון eh דער װעלט? Sara Ziskroit 932.652 936.043 פֿון אַנדערע טײלן האָבן מיר געװוּסט, פֿון אַמע-, מע-, אַמעריקע למשל איז געװען אַזױ, Sara Ziskroit 936.043 939.029 מע קומט אין אַ גאָלדן לאַנד. ס'איז געװען אַ חלום. Naomi Rappaport 939.417 941.434 איר האָט עמעצן געהאַט אין אַמעריקע? Sara Ziskroit 941.641 944.855 מײַ- מײַן מאַמע האָט געהאַט אַ ברודער, אָבער ער איז eh, Sara Ziskroit 944.855 948.782 ער איז געקומען פֿון אַ חתונה, און eh די LIGHT האָט ניט גע- עפּעס ברענט, האָט ער זיך געשטעלט Sara Ziskroit 948.782 951.956 FIXn די LIGHT, און ער איז BADLY, און ער איז געװאָרן צוגע<צױגן>. Naomi Rappaport 951.854 952.386 mhm. Naomi Rappaport 952.791 953.967 דאָס איז אין אַמעריקע. Sara Ziskroit 953.85 957.0 יע, אין אַמעריקע, דאָס געדענק איך, האָט מען דער-, האָבן זײ דער-, האָט די מאַמע דערצײלט. Naomi Rappaport 957.024 957.499 mhm. Naomi Rappaport 957.985 961.869 איר האָט געהערט אין, אין אײַער שטעטל האָט מען געװוּסט װעגן היטלער? Sara Ziskroit 962.144 962.666 NO. Naomi Rappaport 962.681 963.687 מ'האָט נישט געװוּסט... Sara Ziskroit 963.173 964.637 פֿאַר דער מילכ- איך האָב ניט געװוּסט. Naomi Rappaport 964.492 965.701 איר, איר האָט נישט געװוּסט. Sara Ziskroit 965.701 966.197 NO. Naomi Rappaport 965.956 969.197 זײַנען אין, uhm, װידז אָנגעקומען Naomi Rappaport 969.255 973.91 uh, דײַטשישע ייִדן װעלכע זײַנען אַ מאָל געװען פֿון פּױלן? Naomi Rappaport 973.91 976.089 װען מע האָט זײ אַװעקגעשיקט פֿון eh Naomi Rappaport 976.089 980.144 פֿון דײַטשלאַנד, אין נײַנצן אַכט און דרײַסיק? נײַן און דרײַסיק? Sara Ziskroit 979.805 981.753 נײַן און דרײַסיק האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה. Naomi Rappaport 981.188 983.507 יאָ, אָבער דאָס איז פֿאַר דער מלחמה. Sara Ziskroit 983.537 985.328 NO, איך געדענק ניט. UNK NO. Naomi Rappaport 983.733 984.288 קײנער... Naomi Rappaport 985.328 986.833 און uh אַלס קינד האָט... Sara Ziskroit 986.059 987.788 אפֿשר איז אָנגעקומען, אָבער איך... Naomi Rappaport 987.298 989.927 אָבער איר האָט נישט געװוּסט. mhm, יאָ. Naomi Rappaport 989.927 992.42 איז װוּ זײַנט איר געװען Naomi Rappaport 992.637 995.038 װען די מלחמה האָט זיך אױסגעבראָכן? Sara Ziskroit 994.79 995.506 אין װידז. Naomi Rappaport 995.506 998.478 אין װידז. איר געדענקט דעם טאָג? Sara Ziskroit 999.133 1002.014 װען די מלחמה האָט אױסגע-, דאַכט זיך מיר אין APRIL. Naomi Rappaport 1002.014 1004.275 נײן, די מלחמה האָט זיך אָנגעהױבן אין סעפּטעמבער. Naomi Rappaport 1004.275 1006.074 אָבער װען זײַנען זײ געקומען? Sara Ziskroit 1006.074 1007.144 װער, די דײַ-, די Naomi Rappaport 1006.91 1007.611 די דײַטשן. Sara Ziskroit 1007.449 1008.637 פֿריִער זײַנען צו- eh Sara Ziskroit 1008.637 1010.231 צו אונדז אַרײַנגעגאַנגען די רוסן. Sara Ziskroit 1010.231 1013.462 די רוסן ז-, אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר זײַנען אַרײַנגעקומען די רוסן. Naomi Rappaport 1010.432 1011.386 די רו- Naomi Rappaport 1012.872 1013.405 uh-huh. Naomi Rappaport 1013.405 1017.088 איר האָט נישט געזען קײן דײַטשן אין נײַנצן נײַן און דרײַסיק? Sara Ziskroit 1016.525 1017.238 NO. Naomi Rappaport 1017.159 1018.029 איר, איר Sara Ziskroit 1017.855 1019.115 אין אײן און פֿערציק. Naomi Rappaport 1018.768 1022.927 uh-huh, ALL RIGHT. װידז איז זײער נאָענט צום רוסישן גרענעץ, יאָ? Sara Ziskroit 1022.566 1023.869 יע? איך װײס ניט, איך װײס... Naomi Rappaport 1023.405 1024.52 NO, איך פֿרעג אײַך. Sara Ziskroit 1023.869 1025.536 יעצט הײסט עס װײַ- װײַסרוסלאַנד. Naomi Rappaport 1025.536 1026.956 װײַסרוסלאַנד, יאָ. Naomi Rappaport 1026.956 1031.239 איז איר זײַנט געװען אונטער די רוסן ביז נײַנצן אײן און פֿערציק. Sara Ziskroit 1030.144 1032.173 אײן און פֿ-, אײן און פֿערציק, יע. Naomi Rappaport 1032.202 1035.289 װי אַזױ האָט זיך אײַער לעבן געביטן Naomi Rappaport 1035.289 1037.275 װען די רוסן זײַנען אַרײַן? Sara Ziskroit 1037.536 1041.115 מיר האָבן, ערשטנס איז געװען אַ ביסל שװערער, איך געדענק ניט צו מע האָט געהאַט די יאַטקעס, Sara Ziskroit 1041.115 1043.029 דאַכט זיך מיר אַז eh אַז נײן. Sara Ziskroit 1043.402 1044.342 מ'האָט געלעבט. Naomi Rappaport 1044.246 1048.478 איר האָט געלעבט, אָבער איז געװען, װי אַזױ איז געװען דער אַנטיסעמיטיזם? Naomi Rappaport 1048.478 1050.425 האָט eh, איז דאָס... Sara Ziskroit 1049.985 1051.652 פֿון די רוסן איז ניט געװען קײן <אַנטי-> Naomi Rappaport 1050.927 1052.855 ניט געװען קײן אַנטיסעמיטיזם. Sara Ziskroit 1051.855 1053.148 -סעמ- -עמיטיזם. Naomi Rappaport 1053.029 1056.94 uh אײַער טאַטע איז געװען אַ, האָט געהאַט אַ קראָם. Sara Ziskroit 1056.014 1058.666 יע יע, OH YEAH, איך דערמאָן זיך. יע. דער טאַ- eh Sara Ziskroit 1058.666 1062.768 מ'האָט נאָר די די קצבֿים האָט מען געהײסן זאָלן גײן Sara Ziskroit 1062.768 1066.985 קױפֿן בהמות, זאָל מען זאָל eh דאָס אַלעס פֿירן קײן רוסלאַנד. Sara Ziskroit 1067.478 1071.13 ער האָט געאַרבעט אַלס אַ בײַ, בײַ זײ, ער פֿלעגט eh PRO- װי זאָגט מען דאָס? Sara Ziskroit 1071.432 1074.999 איז, ער האָט PROVIDED eh PAYMENTS, אפֿשר Naomi Rappaport 1074.999 1078.043 uh-huh. ער האָט, ער האָט זײ געגעבן, ער האָט זײ eh... Sara Ziskroit 1076.708 1077.542 יע. Sara Ziskroit 1077.739 1081.275 ער איז געגאַנגען מיט דער פֿע-, ער, מיט, מיטן פֿעטער, מיטן COUSIN. Sara Ziskroit 1081.275 1082.76 האָט מען געשיקט זײ אין רוסלאַנד. Naomi Rappaport 1082.579 1084.594 קײן רוסלאַנד, בהמות און האָט... Sara Ziskroit 1084.283 1088.507 <דערפֿאַר> מײַן eh פֿעטער האָט זיך גע- eh -האַט צוגעבױט. Sara Ziskroit 1088.739 1093.159 האָבן זײ געמאַכט אַ בילבול אַז, אַז ער האָט eh געגנבֿעט, און ער האָט גענומען די געלט. Sara Ziskroit 1093.492 1095.536 און מ'האָט אים אַרעסטירט. Sara Ziskroit 1095.681 1097.695 האָבן מיר מער פֿ- קײן מאָל פֿון אים ניט געהערט. Sara Ziskroit 1097.971 1099.275 ער איז געזעסן אין טורמע. Naomi Rappaport 1099.342 1101.521 ער איז ג-, אין אין, uh, אין רוסלאַנד. Sara Ziskroit 1101.521 1102.565 אין רוסלאַנד. Naomi Rappaport 1102.782 1104.449 איז דאָס געװען uhm Naomi Rappaport 1104.449 1109.029 אַן אינצידענט װאָס האָט בײַ געה- uh, אַ סך מענטשן האָבן איבערגעלעבט? Naomi Rappaport 1109.029 1113.487 װאָס מע האָט זײ אַװעקגענומען קײן, ah, אַלס קאַפּיטאַליסטן? Sara Ziskroit 1111.695 1115.043 ס'איז געװען, בײַ די רוסן האָט דאָס ניט אַזױ געהאַט קײן גרױסע װערדע. Naomi Rappaport 1115.116 1118.884 uh, יאָ, איך װײס דאָס. איר זײַנט ק- ih ih אײַער משפּחה איז געװען Naomi Rappaport 1118.884 1121.831 קאַפּיטאַליסטיש בײַ די רוסן אָדער, נײן. Sara Ziskroit 1120.942 1122.666 NO, אַ מיטל־קלאַס. Naomi Rappaport 1122.014 1125.913 uh-huh. און װי האָט זיך געביטן אײַער שול, אײַער SCHOOL? Sara Ziskroit 1126.275 1130.745 די SCHOOL, האָט, מע, מע האָט געלערנט רוסיש, איך האָב גע-, איך האָב געלערנט רוסיש אָבער איך געדענק ניט. Sara Ziskroit 1130.745 1133.898 כ'האָב געשריבן רוסיש, כ'האָב געלײענט רוסיש, אַ אַ יאָר צײַט. Sara Ziskroit 1133.898 1136.608 אָבער איך האָב אַלעס פֿאַר- רײדן פֿאַרשטײ איך אַלעס. Sara Ziskroit 1136.608 1139.0 אָבער eh שרײַבן, לײענען, קען איך ניט. Sara Ziskroit 1139.0 1142.289 פֿאַרגעסן, װײַל איך האָב שױן מײַ- צו פֿיל דורכגעלעבט. Naomi Rappaport 1142.449 1146.536 אַלס ייִדן האָט איר געליטן אונטער די רוסן? Sara Ziskroit 1146.855 1148.029 NO. Naomi Rappaport 1147.517 1148.088 NO. Naomi Rappaport 1149.655 1152.507 uh, און װען די רוסן זײַנען אַרײַן -רײַן, האָט איר Naomi Rappaport 1152.507 1155.507 געװוּסט װאָס עס געשעט אין פּױלן? Sara Ziskroit 1156.014 1159.202 יע, מיר האָבן געװוּסט אַז, eh, אין אַנדערע ערטער eh זײַנען די דײַטשן. Naomi Rappaport 1159.283 1163.768 יאָ, אָבער איר, האָט איר געװוּסט װאָס די דײַטשן טו- eh טאָן, eh טוען צו די ייִדן? Sara Ziskroit 1163.782 1166.492 SPECIAL ניט, איך געדענק ניט, איך געדענק, אַז נײן. Naomi Rappaport 1166.507 1170.174 זײַנען דאַן אָנגעקומען ייִדן פֿון eh פּױלן צו אײַך? Sara Ziskroit 1169.884 1171.55 פֿון אַנ- eh פֿון אַנד- Naomi Rappaport 1170.985 1173.043 פֿון אַנדערע טײלן eh אין פּױלן? Sara Ziskroit 1172.478 1174.942 אפֿשר יע, אָבער איך װע- איך געדענק ניט. Naomi Rappaport 1176.101 1178.217 איז װען האָט איר Naomi Rappaport 1179.724 1183.942 אָנגעהױבן פֿ- װען זײַנען די דײַטשן אַרײַן אין װידז? Sara Ziskroit 1184.312 1186.101 אין אײן און פֿערציקסטן יאָר. Naomi Rappaport 1186.145 1188.231 איר געדענקט װען דאָס איז געשען? Sara Ziskroit 1188.26 1190.159 יע, אָבער דעם טאָג געדענק איך ניט. Naomi Rappaport 1190.685 1191.93 װאָס געדענקט איר? Sara Ziskroit 1191.82 1194.753 איך געדענק אַז זײ זײַנען גלײַך געגאַנגען בײַ די הײַזער און האָבן ראַבירט. Sara Ziskroit 1194.753 1197.782 זײ האָבן אַרױסגעשלעפּט די מע- מענער, און מע האָט זײ געשאָ- Sara Ziskroit 1198.174 1199.295 פֿאַר גאָרנישט. Naomi Rappaport 1199.072 1200.652 איר האָט דאָס געזען? Sara Ziskroit 1201.072 1204.372 NO, מע פֿלעגט אַרױסנעמען די מענער און אין דער פֿרי האָט מען זײ געפֿונען געהרגעטע. Naomi Rappaport 1203.927 1208.145 uh-huh. oh נײן, איך מײן, איר זײַנט געװען אין הױז װען מע האָט זײ אַרױסגעשלעפּט? Sara Ziskroit 1208.608 1212.072 בײַ מיר אין שטוב האָט מען, בײַ מײַן טאַטע, אַז מען האָט גענומען קלאַפּן אין טיר, Sara Ziskroit 1212.072 1215.347 פֿלעגט ער אַראָפּלױפֿן און באַהאַלטן זיך צװישן די בעהײ- מיר האָבן געהאַט בהמות, Sara Ziskroit 1215.347 1216.55 אין שטאַל. Naomi Rappaport 1217.71 1219.768 די פֿרױען האָט מען נישט געטשעפּעט? Sara Ziskroit 1219.318 1221.333 פֿון אָנפֿאַנג ניט. די קינדער אױך ניט. Naomi Rappaport 1222.163 1226.202 װי אַז-, װעלכע געזעצן האָבן זײ אײַנגעפֿירט גלײַך? Sara Ziskroit 1226.342 1229.724 װער, מע האָט אָנגעטאָן אַ לאַטע, מ'האָט אָנגעטאָן לאַטעס, און Sara Ziskroit 1229.724 1231.42 און מען האָט געמאַכט געטאָס. Naomi Rappaport 1231.73 1234.058 און װען זײַנט איר אַרײַן אין געטאָ? Sara Ziskroit 1234.927 1237.623 אין אַ פּאָר מאָנאַטן נאָך אַרום װען זײ זײַנען געקומען. Naomi Rappaport 1238.656 1241.304 װי אַ-, װי אַזױ האָבן זײ אײַך גע- Naomi Rappaport 1241.579 1244.014 NO, ערשטנס װיל איך װיסן, האָט מען Naomi Rappaport 1244.014 1245.913 באַשאַפֿן אַ יודנראַט בײַ אײַך? Sara Ziskroit 1245.927 1246.536 יע. Naomi Rappaport 1247.101 1248.855 װער איז געװען אין יודנראַט? Sara Ziskroit 1248.434 1251.223 איך װײס ניט. איך געדענק ניט. איך געדענק ניט די נעמען. Naomi Rappaport 1251.029 1254.13 איך מײן נישט די נעמען. װאָס פֿאַר אַ ייִדן... Sara Ziskroit 1253.582 1254.298 ייִדן. Naomi Rappaport 1254.13 1255.854 יאָ, איך װײס. װאָס פֿאַר אַ ייִדן? Sara Ziskroit 1255.666 1256.898 אַז מ'איז גע- Naomi Rappaport 1255.884 1256.783 רײַכע? Naomi Rappaport 1257.246 1258.558 uh, אָנגעזעענע? Sara Ziskroit 1258.362 1259.599 יע, אָנגעזעענע. Naomi Rappaport 1259.174 1259.855 יאָ. Sara Ziskroit 1259.869 1262.739 פֿון, אַז מע, זײ האָבן געדאַרפֿט אױס- אַפֿילו אױ-, אױספֿירן Sara Ziskroit 1262.739 1265.463 זײ האָבן געװאָלט eh הרגענען אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל מענטשן. Sara Ziskroit 1265.463 1268.014 האָט דער יודנראַט גע- געדאַרפֿט צושטעלן די מענטשן. Naomi Rappaport 1268.048 1268.46 יאָ. Sara Ziskroit 1268.686 1270.811 און זײ האָבן געמאַכט אַ מאָל אַן אײַנ- אַן אײַנפֿ- Sara Ziskroit 1270.811 1274.956 אַז די, אַז די, מע האָט געזאָגט אַז <מ'איז>, דער רבֿ דאַרף צושטעלן אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל מילך, Sara Ziskroit 1275.362 1277.579 און אױב ער װעט צושטעלן די נאָרמע מילך Sara Ziskroit 1278.014 1280.864 װעט מען אים ניט הרגענען, מ'װעט אים לאָזן לעבן. Sara Ziskroit 1280.864 1284.623 אָבער װי מע האָט געבראַכט די מילך צו אים, און למשל מײַן מאַמע האָט אױסגעמאָלקן די בהמות, Sara Ziskroit 1284.623 1286.391 האָט מען געטראָגן די מילך צו אים, צום eh Sara Ziskroit 1286.391 1289.521 געשטאַנען אַ דײַטש, ער האָט ניט צוגעלאָזן, ער האָט אױסגעגאָסן די מילך. Sara Ziskroit 1290.058 1293.304 מ'האָט ניט UNK צוגעלאָזן, און דערנאָך האָט מען אים געהרגעט. Naomi Rappaport 1293.671 1295.135 דאָס איז געװען אײַער רבֿ. Sara Ziskroit 1295.135 1295.64 יע. Naomi Rappaport 1295.434 1295.922 יאָ. Naomi Rappaport 1295.922 1299.304 אין יודנראַט האָט מען זיך געקענט אױסקױפֿן? Sara Ziskroit 1300.387 1301.695 אפֿשר יע. Naomi Rappaport 1302.118 1303.55 איר האָט געהערט װעגן דעם? Sara Ziskroit 1303.581 1305.55 גע- שע-, אפֿשר יע. Naomi Rappaport 1306.913 1309.869 װיפֿל מענטשן זײַנען געװען אין יודנראַט? Sara Ziskroit 1309.898 1312.318 איך גלײב בײַ, בײַ זעקס זיבן. Sara Ziskroit 1312.318 1313.832 איך גלײב אַז זײ האָבן זיך געקענט אױסקױפֿן. Sara Ziskroit 1313.832 1315.971 װײַל אין, דערנאָכדעם אין געטאָ Sara Ziskroit 1315.971 1319.681 האָט מען אױך eh אױסגעקליבן, װער עס האָט געקענט זיך אַרױסקױפֿן, האָט מען אים ניט אַװעקגעשיקט קע- Sara Ziskroit 1319.681 1322.826 אױף די פֿאָרטן, אױפֿן נײַנטן פֿאָרט. Naomi Rappaport 1324.417 1328.402 uh, האָט איר אױך געהאַט ייִדישע פּאָליצײ? Sara Ziskroit 1328.402 1330.64 יע. יע. Naomi Rappaport 1330.463 1333.043 װער האָט אױסגעקליבן די ייִדישע פּאָליצײ? Sara Ziskroit 1333.391 1336.145 דער יודנראַט, גלײב איך, אָדער זײ האָבן זיך אַלײן אױסגעקליבן. Naomi Rappaport 1336.652 1339.898 זײ האָבן געהאַט uhm אַ UNIFORM? Sara Ziskroit 1339.927 1341.116 NO. Naomi Rappaport 1341.217 1342.623 װאָס האָבן זײ געטראָגן? Sara Ziskroit 1342.188 1344.133 די זעלביקע eh אָנטועכץ. Naomi Rappaport 1344.133 1346.522 און װאָס פֿאַר אַ מאַכט האָבן זײ געהאַט? Sara Ziskroit 1346.522 1349.492 זײ האָבן געקענט טאָן װאָס זײ האָבן, זײ האָבן געקענט צושטעלן די מענטשן װעמ- UNK Sara Ziskroit 1349.492 1353.217 געװען <אַז אױב מ'איז אין כּעס אָ- מע-> אָדער װאָס, האָבן זײ געקענט צושטעלן צו די דײַטשן. Naomi Rappaport 1353.864 1357.145 איר געדענקט אפֿשר פֿאַלן װאָס מע האָט דאָס געטאָן? Sara Ziskroit 1357.174 1359.898 ס'איז געװען פֿאַלן, אָבער איך געדענק ניט װען און װער. Naomi Rappaport 1361.805 1364.014 uh, װי אַזױ האָט זיך Naomi Rappaport 1364.491 1367.268 אײַער לעבן געענדערט װען Naomi Rappaport 1367.268 1370.318 uh, מ'האָט אײַך געזאָגט אַז איר דאַרפֿט אַרײַן אין געטאָ? Sara Ziskroit 1370.797 1373.71 מע האָט ני-, מע האָט זיך געענדערט מיט די, יעדער איז געװען פֿאַרזאָרגט. Sara Ziskroit 1373.71 1376.072 אָבער מע האָט ניט געהאַט קײן, קײן ברירה. Sara Ziskroit 1376.072 1377.623 מ'האָט געמוזט גײן. Naomi Rappaport 1377.865 1382.542 װער איז געגאַנגען אין געטאָ פֿון אײַער משפּחה, מיט װעמען זײַנט איר געגאַנגען? Sara Ziskroit 1381.701 1384.362 איך בין געגאַנגען מיט מײַן, eh, מיט מײַן שװעסטער. Sara Ziskroit 1384.362 1388.376 מיטן טאַ- eh, מיט מײַן טאַטן, מיט די מאַמען, און מיט די צװײ ברידער, ייִנגערע ברידער. Naomi Rappaport 1389.208 1392.133 די, uh, דײַן, אײַער עלטערער ברודער איז... Sara Ziskroit 1392.133 1394.84 מײַנע צװע- מײַן עלטערער ברודער מיטן, נאָך מיר Sara Ziskroit 1394.84 1396.072 זײַנען אַנטלאָפֿן אין רוסלאַנד. Naomi Rappaport 1396.626 1397.835 װען? Sara Ziskroit 1397.835 1401.087 eh, װען? װען מע האָט געהערט אַז די דײַטשן קומען אַרײַן. Naomi Rappaport 1401.19 1401.6 יאָ. Naomi Rappaport 1402.119 1404.231 uh, װאָס האָט Naomi Rappaport 1404.231 1408.478 איר גענומען מיט זיך װען איר זײַנט גע- -גאַנגען אין געטאָ? Sara Ziskroit 1408.869 1412.594 קײן סך האָט מען, קײן, מיט גאָר-, eh, אַ בעט, מ'האָט גע- אַלע Sara Ziskroit 1412.594 1414.565 קײן גוטע זאַכן האָבן זײ ניט געלאָזן מיטנעמען. Naomi Rappaport 1414.145 1416.782 mhm. איז װאָס האָט איר יאָ געקענט נעמען? Sara Ziskroit 1416.797 1422.188 אַ בעט, eh, אַ, אַ, בע-, אַ, בעטגעװאַנט, אַ פּאָר כע- שמאַטעס אָנצוטאָן, אַ טעפּל. Naomi Rappaport 1422.879 1425.869 און װי אַזױ זײַנט איר, װוּ איז געװען די געטאָ? Sara Ziskroit 1425.913 1430.811 די געטאָ איז געװען אין די זעלבע שטעטל. נאָר מע האָט זיך געביטן, די, מע האָט געמאַכט דאָ װוּ מיר האָבן געװױנט Sara Ziskroit 1430.811 1435.869 האָט מען, זײַנען אַ-, מיר האָבן זיך געביטן, מיט די UNK, זײ האָבן אָפּגעצאַמט אַ שטיקל פּלאַץ און געזאָגט אַז דאָס איז די געטאָ. Sara Ziskroit 1435.869 1437.449 האָט מען זיך געקענט בײַטן Sara Ziskroit 1437.449 1441.072 מיט די, מיט די, מיט די טאַטאַרן, מיט די פּאָליאַקן, <װאָס אױסגעקומען> Sara Ziskroit 1441.072 1445.202 און זײ זײַנען אַרײַן אין אונדזערע הײַזער. eh מיר האָבן זיך געביטן מיט אַ טאַטאַ-, מיט אַ טאַטאַר. Sara Ziskroit 1445.202 1448.029 װײַלע eh, דער טאַ- דער טאַטאַר פֿלעגט פֿאַר אונדז Sara Ziskroit 1448.029 1450.0 אױסאַרבעטן פֿעל Sara Ziskroit 1450.116 1452.55 פֿון די בהמות, די פֿעל פֿלעגט ער אױסאַרבעטן. Naomi Rappaport 1453.327 1456.231 װער זײַנען געװען די טאַטאַרן, רוסן? Naomi Rappaport 1456.231 1458.652 eh פֿון רוסלאַנד די טאַטאַרן? Sara Ziskroit 1459.275 1461.985 איך װײס ניט, איך װײס ניט SPECIAL, <מ'איז> געװאָרן טאַטאַרן. Sara Ziskroit 1461.985 1464.289 זײ האָבן גע- זײ האָבן געהאַט אַ מעטשעט, Sara Ziskroit 1464.289 1467.043 נאָר איך געדענק אַז זײ פֿלעגן אָנטאָן רױטע היטעלעך אױף די קעפּ Sara Ziskroit 1467.043 1468.043 אין מעטשעט. Naomi Rappaport 1467.879 1470.71 און װאָס פֿאַר אַ רעליגיע זײַנען זײ געװען? Sara Ziskroit 1471.681 1474.391 ס'איז געװען מערסטן טײל אױף דאַכט זיך די אַראַבישע זײַט. Naomi Rappaport 1474.074 1476.434 אַהאַ, MUS- MUSLIM. Sara Ziskroit 1475.246 1476.71 MUSLIM. Naomi Rappaport 1476.695 1480.074 איז איר האָט זיך אױסגעטײלט מיט זײ. װוּ איז געװען זײער הױז? Sara Ziskroit 1480.074 1481.059 אױך אין װידז. Naomi Rappaport 1481.054 1482.828 יאָ, אָבער װי װײַט פֿון אײַך? Sara Ziskroit 1481.435 1484.275 אין אַן אַנדער קװאַ- ניט װײַ-, ניט װײַט, מ'האָט גע- Sara Ziskroit 1484.879 1487.014 אַזױ װי SOUTH FALLSBURG. Naomi Rappaport 1487.043 1489.811 mhm. און װי, uh, װאָס, Naomi Rappaport 1489.811 1492.83 װאָס איז געװען בײַ זײ אין הױז? זײ האָבן געהאַט אַ Naomi Rappaport 1492.884 1494.257 אַ גרױסע, אַ קלײנ- Sara Ziskroit 1493.391 1495.565 זײ האָבן מער-, זײ האָבן מערסטן טײל גע- Sara Ziskroit 1495.565 1498.246 געהאַנדלט מיט, eh, מיט אױסאַרבעטן פֿעל. Sara Ziskroit 1498.797 1500.188 אָבער װאָס איז געװען אַז eh Sara Ziskroit 1500.188 1503.632 די גאַנצע הױז האָבן מיר ניט געקענט פֿאַרנעמען, ס'האָט געדאַרפֿט אַרײַן נאָך עמעצער Sara Ziskroit 1503.632 1504.536 פֿון די FAMILY. Sara Ziskroit 1504.536 1507.942 איז אַרײַנגעגאַנגען מיט אונדז, eh, אַ COUS- אַ קוזינע מיט די משפּחה. Naomi Rappaport 1508.333 1509.739 ס'איז װיפֿל זײַנט אי- Sara Ziskroit 1508.869 1511.101 מיר האָבן געהאַט אַ, מיר האָבן געהאַט אַ צימער, Sara Ziskroit 1511.101 1512.42 מיר, און די קיך. Sara Ziskroit 1512.42 1514.13 אַזױ האָבן מיר געהאַט אַ צימער און די קיך. Naomi Rappaport 1514.159 1516.188 mm אײן קיך פֿאַר בײדן. Sara Ziskroit 1515.478 1516.463 יע. Naomi Rappaport 1516.637 1519.174 איז װיפֿל מענטשן זײַנט איר דאָרטן געװען? Sara Ziskroit 1519.217 1522.023 זײ זײַנען געװען פֿיר און מיר זײַנען געװען, מיר זײַנען געװען Sara Ziskroit 1522.023 1523.187 פֿינף. Sara Ziskroit 1523.884 1525.507 NO, זעקס. Naomi Rappaport 1525.656 1528.304 און װי אַזױ איז מען אױסגעקומען? Sara Ziskroit 1528.434 1532.318 מע האָט געקענט, מ'איז זײער גוט אױסגעקומען, װײַל מע האָט ניט געהאַט צו פֿיל צו קאָכן Sara Ziskroit 1532.478 1534.029 און מ'איז אױסגעקומען. Naomi Rappaport 1534.536 1537.826 װאָס זײַנען געװען די געזעצן אין געטאָ? Sara Ziskroit 1537.405 1539.971 נאָר װאָס איז, eh, מע פֿלעגט, eh, אין געטאָ, אין די Sara Ziskroit 1539.971 1542.695 ס'איז געװען פּאָליאַקן װאָס פֿלעגן אונדז אַרײַנגעבן Sara Ziskroit 1543.029 1545.174 אונטער, אונטער די FENCE Sara Ziskroit 1545.174 1549.231 פֿלעגן זײ אונדז אַרײַנגעבן װאָל, מיר פֿלעגן פֿאַר זײ שטריקן. איך האָב מיר Sara Ziskroit 1549.357 1552.478 eh אָנטועכץ, און זײ פֿלעגן פֿאַר דערפֿאַר אונדז געבן עסן. Sara Ziskroit 1552.985 1555.724 גע- קאָרן, ברױט. Sara Ziskroit 1556.072 1558.043 און פֿון דעם האָט מען געלעבט. Naomi Rappaport 1558.13 1560.884 די געטאָ האָט געהאַט אַ, אַ Naomi Rappaport 1560.884 1563.913 FENCE, אַ פּלױט אַרום די געטאָ? Sara Ziskroit 1563.84 1565.405 ס'איז געװען אָפּגעצאַמט, יע. Naomi Rappaport 1564.956 1567.913 <ס' -עװען> eh אין גאַנצן אָפּגעצאַמט? און Sara Ziskroit 1566.798 1567.357 יע. Sara Ziskroit 1567.971 1571.174 ס'איז גע- האָבן זײ געבראַכט פֿון אַנדערע שטעטלעך אױך צו אונדז, פֿון קלײנע שטעטלעך Sara Ziskroit 1571.174 1572.695 האָט מען געבראַכט צו אונדז אױך ייִדן. Naomi Rappaport 1572.71 1575.579 יאָ. איר זאַ- איר האָט געקענט אַרױסגײן פֿון געטאָ? Sara Ziskroit 1575.608 1579.0 איך האָב גע- איך האָב געאַרבעט בײַן שטריקן. Naomi Rappaport 1579.193 1581.257 אין געטאָ אָדער אױסן גע- Sara Ziskroit 1580.072 1581.492 אױסערן געטאָ. Naomi Rappaport 1581.581 1582.333 װוּ? Sara Ziskroit 1582.333 1585.42 אין שטעטל. יע, איז געװען אַ הױז, און מע פֿלעגט אַרײַננעמען Naomi Rappaport 1582.681 1583.811 אין שטעטל. Sara Ziskroit 1585.42 1589.231 מײדלעך, האָבן זײ געשטריקט eh פֿאַר זײ הענטשעקעס, פֿאַרשײדענע זאַכן. Naomi Rappaport 1589.148 1592.449 mm פֿאַר די דײַטשן צי פֿאַר די, די פּאָליאַקן? Sara Ziskroit 1592.478 1593.869 פֿאַר די דײַטשן. Naomi Rappaport 1594.203 1597.985 איז איר האָט, װען איר זײַנט אַרױס פֿון געטאָ, האָט מען אײַך Naomi Rappaport 1598.014 1601.463 uh מאַרשירט דאָרטן אָדער איר האָט געקענט קומען און גײן אַלײן? Sara Ziskroit 1601.782 1607.087 איך האָב געקענט גײן, מ'האָט אונ- מ'האָט אונדז SPECIAL ניט, מען האָט אונדז געהיט אַז מע זאָל ניט אַרײַנטראָגן עפּעס, אָבער מ'האָט געקענט גײן אַלײן. Naomi Rappaport 1606.66 1607.254 יאָ. Naomi Rappaport 1607.391 1609.942 און װיפֿל שטונדן האָט איר געאַרבעט? Sara Ziskroit 1610.608 1613.058 פֿינף, זעקס, װי אַ מאָל. Naomi Rappaport 1614.362 1617.347 װער נאָך האָט געאַרבעט מיט אײַך? Sara Ziskroit 1617.936 1620.956 פֿון מײַן FAMILY האָט eh Sara Ziskroit 1621.42 1625.826 די, קע-, האָב אי- האָב אי- UNK נאָך אײנע איז געװען. Naomi Rappaport 1626.297 1629.243 און װיפֿל מײדלעך האָבן, בלױז מײדלעך האָבן געאַרבעט? Sara Ziskroit 1628.88 1631.652 יע, װײַל שטריקן, קײן מענער האָבן ניט געשטריקט. Naomi Rappaport 1631.372 1634.884 uh-huh. און װאָס האָבן אַנדערע געטאָן אין געטאָ? Sara Ziskroit 1635.231 1637.074 מע פֿלעג נעמען פֿאַר פֿאַרשײדענע אַרבעט. Naomi Rappaport 1636.927 1638.26 װאָס פֿאַר אַ אַרבעט? Sara Ziskroit 1638.623 1640.71 בױען, שלעפּן, <ברײַע-> Sara Ziskroit 1640.71 1643.55 eh פֿ- פֿירן װאַסער, פֿאַרשײדן, װאָס זײ האָבן געװעלט. Naomi Rappaport 1644.159 1647.963 און איר האָט נישט געקראָגן באַצאָלט, איז פֿון װאָס האָט איר געלעבט? Sara Ziskroit 1646.208 1647.637 NO. Sara Ziskroit 1648.0 1650.188 NO, מ'האָט ניט געקראָגן גאָרנישט. Naomi Rappaport 1650.536 1652.203 פֿון װאָס האָט איר געלעבט? Sara Ziskroit 1652.246 1656.985 זאָג איך דאָך אײַך, מיר האָבן געשטריקט מיר האָבן געשטריקט פֿאַר די פּאָליאַקן eh װאָס זײ װאָס זײ פֿלעגן אַרײַנטראָגן, Naomi Rappaport 1653.289 1654.975 האַנ- פֿון האַנדלען. Sara Ziskroit 1657.347 1658.104 אַרײַננעמען. Naomi Rappaport 1657.956 1661.478 און װען איר האָט געאַרבעט פֿאַר די דײַטשן, האָבן זײ אײַך געגעבן עסן? Sara Ziskroit 1661.913 1663.072 זײער װײניק. Naomi Rappaport 1663.087 1664.722 װאָס האָט מען אײַך געגעבן? Sara Ziskroit 1664.305 1667.391 זײ פֿלעגן געבן ברױט, דאָרטן, מיט קאַשע. Sara Ziskroit 1667.391 1669.029 קײן פֿלײש האָבן זײ ניט געגעבן. Naomi Rappaport 1668.829 1669.408 יאָ. Naomi Rappaport 1670.55 1673.521 און װאָס פֿאַר אַ אַנדערע געזעצן Naomi Rappaport 1673.579 1676.116 האָבן עקזיסטירט אין געטאָ? Sara Ziskroit 1676.13 1679.666 אַזױ אַז מע, אַז מע, טאָמער עמעצער eh גײט אַרױס, טאָמער עמעצער אַנטלױפֿט Sara Ziskroit 1679.666 1681.797 האָט מען אים געקענט שיסן, הרגענען. Naomi Rappaport 1682.942 1689.966 זײַנען געװען סעלעקציעס אין געטאָ, האָט מען אַרױסגענומען מענטשן און זײ פֿאַרשיקט דע- אין אַנדערע פּלעצער? Sara Ziskroit 1688.405 1691.0 יע, מ'האָט זײ פֿאַרשיקט, מ'האָט זײ געשאָסן. Naomi Rappaport 1690.789 1691.186 יאָ. Sara Ziskroit 1691.116 1692.761 פֿאַר די געטאָ, נאָך די געטאָ. Naomi Rappaport 1692.304 1694.811 uh-huh. װי אַזױ, און איך װיל Naomi Rappaport 1695.145 1699.116 אײַך פֿרעגן אױפֿן קומעדיקן TAPE װײַל מיר דאַרפֿן ענדיקן דעם TAPE. Naomi Rappaport 1699.304 1704.333 װי אַזױ מ'האָט געמאַכט אַ סעלעקציע, װי אַזױ מ'האָט אױסגעקליבן מענטשן אַרױסצושיקן. Sara Ziskroit 1703.971 1708.327 װעמען זײ האָבן געװעלט, זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין די הײַזער, און זײ האָבן געקלאַפּט אין די טירן, מע האָט געמוזט עפֿענען. Naomi Rappaport 1706.562 1707.062 יאָ. Naomi Rappaport 1708.069 1708.628 יאָ. Sara Ziskroit 1708.327 1710.341 אַז זײ האָבן געטראָפֿן אַ מאַן האָבן זײ אים אַרױסגענומען. Naomi Rappaport 1709.774 1710.624 יאָ, ALL RIGHT. Naomi Rappaport 1710.797 1712.927 איך װעל איצט בײַטן דעם TA-