Yishayahu Peri 61.972 66.523 SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION SLATE. Yishayahu Peri 66.613 67.538 DATE: Yishayahu Peri 67.575 70.828 FEBRUARY TEN, NINETEEN NINETY-SEVEN. Yishayahu Peri 70.828 74.168 SURVIVOR: MISSUS SHEYTAH Yishayahu Peri 74.168 79.708 ZILBER, BORN MENDELOWITCH. INTERVIEWER: YESHAYAHU PERY. Yishayahu Peri 79.708 83.91 CITY: ASHDOD. COUNTRY: ISRAEL. LANGUAGE: YIDDISH. Yishayahu Peri 88.348 92.24 TODAY, FEBRUARY TEN, NINETEEN NINETY-SEVEN, Yishayahu Peri 92.533 94.215 HERE IN ASHDOD, Yishayahu Peri 94.659 95.767 ISRAEL, Yishayahu Peri 95.958 100.374 MYSELF, YESHAYAHU PERY, AS AN INTERVIEWER IN THE NAME Yishayahu Peri 100.582 104.238 OF SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION, Yishayahu Peri 104.396 106.14 I DO HAVE THE HONOR Yishayahu Peri 106.151 108.266 TO START THE INTERVIEW Yishayahu Peri 108.294 112.372 WITH THE SURVIVOR MISSUS SHEYTAH ZILBER. Yishayahu Peri 113.188 115.46 LANGUAGE: MAINLY YIDDISH. Yishayahu Peri 120.056 122.902 SHALOM, GVERET SHEYTAH ZILBER. Yishayahu Peri 126.485 129.011 מיט אײַער ערלױבעניש פֿאַנגען מיר אָן Yishayahu Peri 129.152 130.701 אונדזער אינטערװיו, Yishayahu Peri 130.737 133.731 און איך װאָלט אײַך געװאָלט פֿרעגן עטלעכע קורצע פֿראַגן, Yishayahu Peri 133.742 137.668 און שפּעטער װעט איר מיר דערצײלן אײַערע זכרונות װאָס איר געדענקט פֿון דער הײם. Yishayahu Peri 138.517 139.721 איז קודם־כּל Yishayahu Peri 139.721 143.271 קענט איר זיך פֿאָרשטעלן, זאָגן װי מע, װי איר הײסט. Sheytah Zilber 144.66 146.21 איך, שײטע Sheytah Zilber 146.21 148.417 מענדעלאָװיטש זילבער, Sheytah Zilber 148.558 150.122 געבאָרן אין Sheytah Zilber 150.684 152.867 קרעטינגע אין ליטע, Sheytah Zilber 152.878 154.155 נײַנצן Sheytah Zilber 155.004 159.661 נײַנצן, טױזנט נײַן הונדערט פֿיר און צװאַנציק, דעם ערשטן AVGUST. Yishayahu Peri 160.303 164.634 װי שרײַבט איר אײַער נאָמען און די פֿאַמיליע, קענט איר זאָגן אױף עבֿריתּ. Yishayahu Peri 165.298 168.246 די אותיות, זאָגט די אותיות, װי עס שרײַבט זיך. Sheytah Zilber 168.47 169.328 שין Sheytah Zilber 169.328 170.155 יוד Sheytah Zilber 170.155 170.982 יוד Sheytah Zilber 170.982 171.724 TET Sheytah Zilber 171.744 172.683 הא. Yishayahu Peri 172.655 173.729 שײטע. Sheytah Zilber 173.229 174.303 שײטע. Sheytah Zilber 174.613 176.517 זײן יוד Sheytah Zilber 176.517 178.679 למד מם ריש. Sheytah Zilber 178.679 179.672 זילבער. Yishayahu Peri 178.713 179.703 BET ריש. Sheytah Zilber 180.08 181.138 זילבער. Yishayahu Peri 181.008 185.727 BET ריש. איר האָט געזאָגט מם ריש. מם, BET ריש מײנט איר. זילבער, יאָ? Sheytah Zilber 185.075 185.93 זילבער, יע. Yishayahu Peri 186.054 186.808 יאָ. Yishayahu Peri 189.007 193.794 GVERET זילבער, זײַט אַזױ גוט, זאָגט מיר װי איז, װי האָט געהײסן אײַער פֿאָטער? Sheytah Zilber 194.39 198.586 מײַן פֿאָטער האָט געהײסן בײניש מענדעלאָװיטש. Sheytah Zilber 198.643 202.35 געבאָרן טױזנט אַכט הונדערט צװײ און נײַנציק, Sheytah Zilber 202.406 204.628 אין קרעטינגע אין ליטע. Yishayahu Peri 205.005 206.991 װאָס האָט פּאַסירט מיט אײַער פֿאָטער? Sheytah Zilber 207.249 211.735 מײַן פֿאָטער האָט מען אין ערשטן טאָג פֿון קריג, טױזנט נײַן הונדערט Sheytah Zilber 211.755 213.319 אײן און פֿערציק Sheytah Zilber 213.459 214.612 אין יוני, Sheytah Zilber 214.612 216.744 די ערשטע טעג פֿון מלחמה, Sheytah Zilber 217.408 220.845 דערהרגעט פֿון די ליטװישע, אונדזערע Sheytah Zilber 221.137 222.937 שכנים, די ליטװינער. Yishayahu Peri 223.972 225.772 װי האָט געהײסן אײַער מוטער? Sheytah Zilber 225.71 226.582 DORA. Sheytah Zilber 227.162 229.03 געבאָרענע גאָרדאָן, Sheytah Zilber 229.288 230.818 מענדעלאָװיטש. Sheytah Zilber 231.144 235.188 געבאָרן אין אַ שטעטעלע אין ליטע VIEKŠNIAI, Sheytah Zilber 235.245 237.056 מאַזשײקער קרײַז. Sheytah Zilber 237.056 238.885 אין צפֿון פֿון ליטע איז דאָס. Sheytah Zilber 239.447 239.964 eh Yishayahu Peri 239.801 241.55 װאָס האָט פּאַסירט מיט דער מוטער? Sheytah Zilber 241.353 244.587 די מוטער האָט מען אױך דערהרגעט, אַ ביסל שפּעטער. Sheytah Zilber 244.762 247.355 אין צײַט אָנפֿאַנג קריג אין קרעטינגע, Sheytah Zilber 247.547 249.533 אױך פֿון די ליטװישע רוצחים. Yishayahu Peri 249.352 251.709 איר געדענקט דעם מאָנאַט, מער־װײניקער? Sheytah Zilber 251.563 253.414 אומגעפֿער אין SINTYABR'. Yishayahu Peri 254.634 259.708 אַחוץ די מוטער און דעם, eh, דער פֿאָטער, האָט איר געהאַט אױך אַ ברודערל? Sheytah Zilber 258.836 260.535 אַ ברודער, יוסף. Yishayahu Peri 259.781 261.193 װי האָט ער געהײסן? Sheytah Zilber 260.608 261.75 יוסף. Sheytah Zilber 261.907 265.929 ער איז געװ- געבאָרן אין טױזנט נײַן הונדערט זיבן אין צװאַנציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 265.929 270.019 ער איז אױך אומגעקומען צוזאַמען מיט די מוטער. מ'האָט אים דערהרגעט צוזאַמען. Sheytah Zilber 270.665 271.351 און Yishayahu Peri 271.07 274.49 אַחוץ דעם האָט איר געהאַט אױך אַ באַבע. װי האָט זי געהײסן? Sheytah Zilber 273.163 274.862 אַ באַבע, בתיה Sheytah Zilber 274.985 276.431 מענדעלאָװיטש. Sheytah Zilber 276.521 278.754 שױן אַ עלטערע פֿרױ געװען דאַן, Sheytah Zilber 278.782 282.945 אױך אומגעקומען, דערהרגעט צוזאַמען מיט די מוטער מיטן ברודער צוזאַמען. Yishayahu Peri 283.102 283.923 אין Sheytah Zilber 283.322 285.139 בײַ אונדז אין שטעטל, אין קרעטינגע. Yishayahu Peri 284.688 286.049 קרעטינגע, ליטע. Sheytah Zilber 285.65 286.589 ליטע. Yishayahu Peri 288.249 296.63 זײַט אַזױ גוט יעצט, דערצײלט מיר, פֿילט זיך פֿרײַ צו דערצײלן װ- אײַערע, אַלע אײַערע זכרונות פֿון דער הײם, װוּ האָט איר געװױנט, Yishayahu Peri 297.328 298.746 װי האָט זיך געלעבט, Yishayahu Peri 298.746 301.355 װי האָט זיך געלערנט? אַלץ װאָס איר געדענקט, ביטע. Sheytah Zilber 301.192 302.233 ביזן קריג. Yishayahu Peri 301.985 303.043 ביזן קריג. Sheytah Zilber 304.685 311.601 נו, מיר האָבן געלעבט אין <קש-> קרעטינגע, גע- געװען גאַנץ פֿאַרמעגלעכע מענטשן, געהאַט אַ שטוב אַ אײגענע. Sheytah Zilber 311.601 314.889 דער פֿאָטער האָט געהאַט אַ אײגענע לאַנד־װירטשאַפֿט Sheytah Zilber 315.03 316.158 מיט אַ Sheytah Zilber 316.16 318.466 נו, ציגעלניע האָט מען דאָס גערופֿן מיט, Sheytah Zilber 318.962 323.648 געװען אַרבעטער דאָרטן, און ער האָט אָנגעפֿירט מיט, מיט דער אַרבעט. Sheytah Zilber 324.665 329.182 אין שטוב װאָס זײַנ- די מאַ- די מוטער איז געװען אַ שטוביקע בעל־הביתטע. Sheytah Zilber 329.238 331.021 געװען אין שטוב אַ Sheytah Zilber 331.314 333.165 אַ מאָל האָט מען דאָס גערופֿן אַ דינסט, Sheytah Zilber 335.212 337.036 און מיר האָבן, קינדער האָבן געלערנט. Sheytah Zilber 337.036 339.293 געגאַנגען אין פֿאָלקשול. איך בין געגאַנגען Sheytah Zilber 339.293 343.222 אין אַ העברעיִשע TARBUT־פֿאָלקשול איז געװען בײַ אונדז אין שטעטל, Sheytah Zilber 343.397 345.889 פֿיר <MAKHLOKAs> געענדיקט דאָרטן. Sheytah Zilber 346.215 348.487 מײַן ברודער האָט אױך דאָרטן געלערנט. Sheytah Zilber 348.543 351.035 נאָר ער האָט ניט באַװיזן שױן צו ענדיקן. Sheytah Zilber 351.952 354.573 נו, בײַ אונדז איז נ- אַלץ אױף עבֿריתּ. Sheytah Zilber 354.573 357.785 איך געדענק נאָך די לערערס װאָס זײַנען געװען בײַ אונדז אין Sheytah Zilber 357.977 360.311 שולע. ער איז געװען, קאָנטיק אַ <בוסל> Sheytah Zilber 360.311 361.768 פֿון די פֿרומע. Sheytah Zilber 361.925 363.826 פֿאַמיליע איז געװען דוביצקי. Sheytah Zilber 364.203 367.944 איר האָט מען גע- די לער- די פֿרױ האָט מען גערופֿן מרים דוביצקי. Sheytah Zilber 368.169 371.271 דעם, און דער מאַן אירער, געדענק איך ניט די פֿאַמיליע. Sheytah Zilber 371.271 372.427 זײ האָבן געהאַט אַ זון Sheytah Zilber 372.427 373.609 ELITSUR. Sheytah Zilber 373.637 374.661 דאָס געדענק איך <נאָך>. Sheytah Zilber 374.767 376.84 די לערערקע, מרים דוביצקי Sheytah Zilber 376.84 379.048 לעבט נאָך ביז הײַנט אין ירושלים. Sheytah Zilber 379.614 380.154 <אָבער> Yishayahu Peri 379.695 381.461 זײ זענען אַרױסגעפֿאָרן פֿון... Sheytah Zilber 380.792 383.588 שױן אַרױסגעפֿאָרן פֿאַרן קריג נאָך אַ מאָל Sheytah Zilber 384.082 385.123 פֿון ליטע. Yishayahu Peri 385.922 393.091 כ'װאָלט אײַך נאָר געװאָלט בעטן, זײַט אַזױ גוט. איר האָט געזאָגט איר האָט געהאַט אַ, אַ שטוב פֿאַר זיך אַלײן. Sheytah Zilber 392.402 393.055 יע. Yishayahu Peri 393.093 396.254 װי גרױס איז געװען אײַער שטוב? װיפֿל צימערן האָט איר געהאַט דאָרטן? Yishayahu Peri 396.254 397.931 מער־װײניקער, אױב איר געדענקט. Sheytah Zilber 397.23 398.843 ס'איז געװען פֿיר צימערן. Yishayahu Peri 399.017 401.897 איר האָט געהאַט אַ באַזונדערן צימער פֿאַר זיך אַלײן? Sheytah Zilber 401.04 405.778 יע, איך מיטן ברודער האָבן געהאַט אַ צימער. נאַכער איז געװען אַזאַ עס־צימער. Sheytah Zilber 406.121 408.413 <סע פֿלעג> אַ מאָל, <האָט מען> גערופֿן אַ סאַלאָן, Sheytah Zilber 408.413 411.246 און אַ שלאָף־צימער פֿון די עלטערן. אַ קיך. Sheytah Zilber 411.723 414.012 מיר האָבן געהאַט, אין שטוב איז געװען אַ דינסט. Sheytah Zilber 414.93 416.426 מ'האָט געלעבט ניט־שלעכט. Yishayahu Peri 416.178 418.569 די דינסט איז געװען נישט קײן ייִדישע? Sheytah Zilber 417.818 419.538 נײן, אַ ליטװישע, יע. Sheytah Zilber 419.543 420.19 מ'האָט איר גערופֿן K- Yishayahu Peri 419.604 423.918 און װאָס פֿאַר אַ באַציִונגען איז געװען צװישן אײַער משפּחה און די דינסט, געדענקט איר? Sheytah Zilber 424.245 427.76 נו, ניט שלעכט, ניט שלעכט. אַ ג- פֿײַנע ג- פֿײַנע, Sheytah Zilber 427.76 429.724 KAROLINA האָט מען איר גערופֿן. Sheytah Zilber 429.78 432.643 נאָכן קריג אַז איך בין געקומען האָב איך איר נאָך געטראָפֿן Sheytah Zilber 432.935 434.347 <און> געװען בײַ איר. Sheytah Zilber 435.028 435.832 נו Yishayahu Peri 436.665 447.223 יעצט דערצײלט מיר אַ ביסל װײַטער װעגן לערנען. װי איז געװען אין די שולע? איר האָט געהאַט חבֿרטעס, חבֿר, KHAVERIM? װי איז, איר האָט געג- eh, איר האָט געהערט צו עפּעס אַ ספּאָרט־קלוב? Sheytah Zilber 447.414 453.284 אין ל- אַז מיר האָבן געלערנט אין די העברעיִשע פֿאָלקשול איז געװען פֿאַרשטײט זיך KHAVERIM און KHAVEROT. Sheytah Zilber 453.287 455.188 אַלע זײַנען מיר געװען ייִדישע. Sheytah Zilber 455.497 456.571 און מע פֿל- Sheytah Zilber 456.729 460.54 מע פֿלעג גײן אין אַ קלוב. איך פּערזענלעך בין געגאַן <אײן> צײַט ניט לאַנג Sheytah Zilber 460.54 462.832 אין מכּבי, אין אַ ספּאָרט־קלוב. Sheytah Zilber 463.416 464.518 <און דאָרטן פֿלעג-> Yishayahu Peri 463.462 465.397 מיט װאָס פֿלעגט איר זיך שפּילן? Sheytah Zilber 464.539 467.962 פֿאַר, איך פֿלעג פֿאַר, איך פֿלעג פֿ- פֿאַרנעמען זיך פּינגפּאָנג. Sheytah Zilber 468.71 470.797 בײַ אונדז האָט מען, אַ מאָל האָט מען עס גערופֿן פּינגפּאָנג. Yishayahu Peri 471.191 472.637 הײַנט רופֿט מען דאָס אױך UNK. Sheytah Zilber 472.187 473.059 הײַנט, הײַנט אױך? Sheytah Zilber 473.672 477.75 נו, ס'איז געװען יונג, מ'איז געװען יונג. האָט מען, ס'איז געװען הײמלעך. Yishayahu Peri 480.253 485.857 װי װאָלט איר זי- אַז איר װילט זיך דערמאַנען װי ס'האָט זיך געלעבט יענע צײַטן עקאָנאָמיש, Yishayahu Peri 485.857 491.967 פֿאַרגלײַכן מיט הײַנטיקע צײַטן, װי, װי, װי האָט זיך אײַער פֿאַמיליע eh ah, געלעבט דאָרט עקאָנאָמ- Sheytah Zilber 491.053 494.777 נו, אונדזער פֿאַמיליע פּערזענלעך האָבן געלעבט עקאָנאָמיש ניט־שלעכט. Sheytah Zilber 495.035 497.285 געװען פֿאַרשידענע שיכטן דאַן אױכעט. Sheytah Zilber 497.313 500.801 געלע- פֿ- געװען פֿאַרשידענע אין שטעטל בײַ אונדז, פֿאַרשידענע שיכטן. Sheytah Zilber 500.958 503.096 נאָר מיר האָבן געלעבט ניט־שלעכט. Yishayahu Peri 504.603 507.449 ס'איז געװען אַ סך ייִדישע פֿאַמיליעס אין אײַער שטעטל? Sheytah Zilber 508.62 512.363 ס'איז געװען ניט־װײניק, ניט־װײניק. גענױ װײס איך ניט, אָבער ס'איז געװען אַ שטעטל Sheytah Zilber 512.382 513.861 כּמעט פֿון ייִדן Sheytah Zilber 514.339 518.113 און ייִדישע בעלי־בתּים. מ'האָט געהאַט הײַזער, מ'האָט געהאַט פֿאַבריקלעך. Yishayahu Peri 519.334 523.412 יעצט רעדנדיק װעגן ייִדישן לעבן אין אײַער שטעטל פֿאַר דער מלחמה, Yishayahu Peri 524.617 532.663 לאָמיר אײַך פֿרעגן װעגן רעליגיעזן לעבן. װאָס געדענקט איר װעגן דעם, װעגן <רעליגיע> װאָס פֿאַר אַ רעליגיעזע לעבן איז געװען אין אײַער פֿאַמיליע? Sheytah Zilber 530.974 532.017 איך װײ- Sheytah Zilber 532.194 535.929 אין אונדזער פֿאַמיליע, מיר זײַנען גע- ס'איז געװען אַ כּשרע ייִדישע שטוב. Sheytah Zilber 535.974 538.47 דער פֿאָטער איז ניט געװען קײן ש- Sheytah Zilber 538.47 542.089 קײן, אַזאַ פֿרומער. נאָר שבת פֿלעגט מען גײן אין שול Sheytah Zilber 542.117 543.709 און יום־טובֿים Sheytah Zilber 543.753 548.24 און פֿ- פֿרײַטיק אָװנט פֿלעגט מען גײן אין שול, און מע פֿלעג קומען פֿון שול. Sheytah Zilber 548.24 550.481 די מוטער פֿלעגט אַלע מאָל בענטשן ליכט. Sheytah Zilber 550.655 553.319 <ס'האָט> געשפּירט אַזױ אַ ייִדישע שטוב אַ, Sheytah Zilber 553.319 554.753 מ'האָט געהאַלטן פֿון Sheytah Zilber 554.753 555.914 ייִדישן דין. Sheytah Zilber 557.169 558.783 מ'האָט, ס'איז געװען כּשר. Sheytah Zilber 559.785 563.981 נאָ- און איך האָב געענדיקט די פֿאָלקשול די TARBUT, Sheytah Zilber 564.088 567.131 בין איך אַריבערגעגאַנגען לערנען װײַטער Sheytah Zilber 567.131 569.409 אין אַ ליטװישע גימנאַזיע אין Sheytah Zilber 569.42 571.033 KLAIPĖDA אױף ליטװיש. Sheytah Zilber 571.033 572.03 צו מעמל. Sheytah Zilber 572.627 575.423 דאָס איז געװען פֿיר און צװאַנציק קילאָמעטער פֿון קרעטינגע. Sheytah Zilber 576.896 578.741 נו, דאָרטן האָב איך געלערנט Sheytah Zilber 578.752 580.046 אײן יאָר. Sheytah Zilber 583.713 588.444 דאָרטן האָב איך געלערנט אײן יאָר ביזן נײַן און דרײַסיקסטן מערץ, Sheytah Zilber 588.455 590.275 ביז היטלער איז אַרײַן אין Sheytah Zilber 590.275 591.099 מעמל. Sheytah Zilber 592.016 593.819 דאַן האָט מען געמוזט שױן פֿאַרלאָזן K- Sheytah Zilber 593.819 594.738 מעמל. Sheytah Zilber 594.783 598.223 און <בין> אַריבער לערנען אין קרעטינגע. האָט מען אָפֿן געמאַכט אױך Sheytah Zilber 598.223 600.279 אַ גימנאַזיע פֿאַר מײדלעך. Sheytah Zilber 601.112 603.783 װאָס <עס> האָבן געװען די אונטערריכטער מײסטן Sheytah Zilber 603.783 604.97 אונטער די, Sheytah Zilber 605.638 607.947 אונטער די גלחים בײַ אונדז אין שטעטל. Sheytah Zilber 607.947 610.117 זיך אָנגערופֿן PRANCIŠKONAI. Sheytah Zilber 613.346 616.361 אַזױ אַז מיר, דאָס <איז> געװען ביזן פֿערציקסטן יאָר. Yishayahu Peri 616.805 621.527 לערנענדיק זיך אין דער גימנאַזיע װאָס איר דערמאַנט, אין דער פֿראַנציסקאַנער eh גימנאַזיע, Yishayahu Peri 621.527 623.263 ס'איז געװען אַ קאַטאָלישע אַװדאי. Sheytah Zilber 622.53 623.72 קאַטאָלישע, יע. Yishayahu Peri 623.64 631.701 האָט איר עפּעס געפֿילט eh אַלס ייִדיש מײדל eh אַ אונטערשיד? <צי> איר האָט געפֿילט עפּעס אַנטיסעמיטישקײט, <האָבן>... Sheytah Zilber 630.49 632.715 נײן, קען אײַך ניט זאָגן, נײן, <V OBSHCHEM> Yishayahu Peri 632.28 633.101 נײן. Sheytah Zilber 632.715 638.281 נײן. געװען ניט איך אַלײן, זײַנען געװען נאָך אַ פֿינף זעקס מײדלעך זײַנען מיר געװען ייִדישע, Yishayahu Peri 634.035 635.768 ס'איז געװען נאָך ייִדישע מײדלעך? Sheytah Zilber 638.405 641.184 און מ'האָט ניט געשפּירט דאָרטן אַזױ. Sheytah Zilber 641.578 642.554 עפֿנטלעך. Sheytah Zilber 642.554 644.154 װאָס זײ האָבן געקלערט אין זיך Sheytah Zilber 644.632 645.639 װײסן מיר ניט. Yishayahu Peri 646.168 648.376 דאָרט האָט איר זיך געלערנט ביז Yishayahu Peri 648.376 649.757 נײַנצן הונדערט... Sheytah Zilber 649.65 651.18 פֿערציק, ביז... Yishayahu Peri 650.606 653.317 װאָס, װאָס האָט פּאַסירט אין נײַנצן הונדערט פֿערציק? Sheytah Zilber 653.289 655.902 דאַן זײַנען אַרײַן בײַ אונדז די סאָװיעטן Sheytah Zilber 655.902 657.469 אין ליטע געקומען. Sheytah Zilber 657.677 660.506 דאַן האָט זיך אַלצדינג געביטן, זיך אָפֿן געמאַ-, eh Sheytah Zilber 660.933 664.691 דאַן ז- האָט זיך אָפֿן געמאַכט אַ, אױך אַ מלוכישע שול שױן, Sheytah Zilber 665.118 667.846 און זײ האָבן גע- שױן געלערנט אַלע צוזאַמען, Sheytah Zilber 668.375 670.448 ייִנגלעך מיט מײדלעך צוזאַמען, Sheytah Zilber 670.448 673.584 און אין די שול האָב איך געלערנט ביזן אָנפֿאַנג פֿון קריג. Sheytah Zilber 674.332 676.588 האָב איך געענדיקט אין די שול זיבן קלאַסן. Yishayahu Peri 676.712 679.288 דאָס איז שױן פֿאַר די שאָװע- סאָװיעטישע צײַטן. Sheytah Zilber 677.759 679.618 פֿאַר די סאָװיעטישע מאַכט, יע. Yishayahu Peri 679.749 682.258 בכלל װאָלט איך אײַך געװאָלט בעטן Yishayahu Peri 682.314 684.294 צו פֿאַרגלײַכן דאָס לעבן Yishayahu Peri 684.294 686.387 ביז די סאָװיעטן אַרײַן און Yishayahu Peri 686.398 689.008 אין די קורצע צײַט װאָס די סאָװיעטן זײַנען געװען. Yishayahu Peri 689.857 695.943 איר קענט פֿאַרגלײַכן און דערצײלן אַ ביסל װאָס פֿאַר אַ ענדערונגען האָט זיך געפֿילט דעמאָלסט. װאָס איר געדענקט פֿון יענע צײַטן. Sheytah Zilber 696.81 698.323 פּערזענלעך בײַ אונדז? Yishayahu Peri 698.16 700.517 ih בכלל, פּערזענלעך און בכלל. Sheytah Zilber 698.602 700.563 נו, בכלל, נו, Sheytah Zilber 700.623 704.397 נו, ס'האָט געשפּירט פֿאַרשטײט זיך, זיך גלײַך געביטן דער גאַנצער Sheytah Zilber 704.522 705.799 רעזשים. Sheytah Zilber 706.226 707.148 מ'האָט דאָס Sheytah Zilber 707.593 711.092 די, מ'האָט נאַציאָנאַליזירט בײַ מענטשן גלײַך אַז אַלץ, Sheytah Zilber 711.12 713.437 זאַ- געשעפֿטן, הײַזער, Sheytah Zilber 713.448 716.447 און ס'איז געװאָרן, מ'האָט גענומען אַרױספֿירן Sheytah Zilber 716.992 720.221 אין סיביר זײער אַ סך, אומגעפֿער אונדזער משפּחה אױך, Sheytah Zilber 720.221 722.674 מײַנע פֿרײַנט, אַ טאַנטע מיט אַ אָנקל, Sheytah Zilber 722.68 723.41 מיט צװײ Sheytah Zilber 723.41 725.494 <קוזײניען> האָט מען אַרױסגעפֿירט. Yishayahu Peri 724.012 725.846 פֿאַר װאָס האָט מען זײ אַרױסגעפֿירט? Sheytah Zilber 725.581 727.5 נו, זײ האָבן געהאַט געשעפֿטן. Yishayahu Peri 727.893 729.879 זײ האָבן זיך גערעכנט קאַפּיטאַליסטן. Sheytah Zilber 728.199 731.579 געװע- קאַפּיטאַליסטן האָט מען דאָס גערעכנט, יע. Yishayahu Peri 730.83 732.782 אײַער משפּחה האָט מען נישט גערירט. Sheytah Zilber 731.6 733.54 האָט מען ניט גערירט דערװײַלע נאָך. Sheytah Zilber 733.952 736.834 בײַ אונדז האָט מען אױך אַלצדינג צו- נאַציאָנאַליזירט, Sheytah Zilber 736.834 740.409 אָבער מײַן פֿאָטער איז געבליבן דאָרטן אַרבעטן װי אַ MENAHEL Sheytah Zilber 741.95 743.311 אין, אין דאָרף. Sheytah Zilber 745.308 749.794 נו, זיך אָנגעפֿאַנגען די מלחמה, האָבן די זעלביקע ליטװינער אים אַװעקגעהרגעט גלײַך. Sheytah Zilber 749.794 750.871 די ערשטע טעג. Yishayahu Peri 750.86 752.576 דאָס רעדן מיר שױן Yishayahu Peri 753.358 757.346 אַז ס'האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה צװישן די דײַטשן און די רוסן? Sheytah Zilber 754.387 755.02 יע. Sheytah Zilber 756.818 757.858 און די רוסן, יע. Yishayahu Peri 757.346 758.82 װען איז דאָס געװען? Sheytah Zilber 758.475 763.4 דאָס איז אין אײן און פֿערציקסטן יאָר. נײַנצן אײן און פֿערציק, יוני מאָנאַט, צװײ און צװאַנציקסטן. Yishayahu Peri 763.263 767.675 װאָס זשע געדענקט איר נאָך אַ ביסל װעגן, לאָמיר נאָך אַ ביסעלע גײן צוריק, Yishayahu Peri 767.675 771.935 װעגן די סאָװיעטישע צײַטן? ס'איז געװען ייִדישע יוגנט װאָס זי האָט גע- Yishayahu Peri 771.935 775.729 eh אָנגענומען די סאָװיעטישע מאַכט מיט eh, מיט לוסט, מיט מ- Sheytah Zilber 774.505 777.32 יע, ס'איז געװען פֿאַרשידענע. Yishayahu Peri 776.088 777.905 מיטגעאַרבעט מיט זײ? Sheytah Zilber 777.32 779.863 יע, ס'איז געװען די, אַזאַ יוגנט אױכעט. Sheytah Zilber 780.29 781.668 געװען פֿאַרשידענע. Sheytah Zilber 782.028 784.486 איך פּערזענלעך האָב אין ערגעץ ניט מיטגעמאַכט. Yishayahu Peri 785.707 786.646 פֿאַרשטײ. Yishayahu Peri 791.31 797.599 הײסט דאָס, דער פֿאָטער אײַערער האָט געבליבן אַרבעטן אױף די, אָנפֿירן דאָס eh דעם MESHEK דאָרט? Sheytah Zilber 794.88 795.348 אַר- Sheytah Zilber 796.38 798.625 יע, דעם MESHEK דאָרטן, יע. Yishayahu Peri 798.65 801.406 און eh, ס'האָט זיך געלעבט Sheytah Zilber 800.35 804.03 ס'האָט זיך געלעבט, יע, יע, יע, יע. Yishayahu Peri 801.406 804.5 אונטער די סאָװיעטישע צײַטן. און איר האָט זיך געלערנט? Sheytah Zilber 804.03 805.496 מיר האָבן געלערנט, יע. Sheytah Zilber 807.206 810.103 איז דאָס ביזן אײן און פֿער- ביז די מלחמה. Yishayahu Peri 810.598 817.645 יעצט האָב איך נאָר געװאָל- איר דערמאַנט אַז די דײַטשן זענען אַרײַן קײן מעמל אין נײַן און דרײַסיקסטן, װען ס'איז אױסגעבראָכן די מלחמה Yishayahu Peri 817.645 820.818 און פֿאַרנומען מעמע- נ-. מעמל איז געװען אַ פּאָרט, דאַכט זיך, נײן? Sheytah Zilber 820.34 821.18 יע. יע. Yishayahu Peri 821.786 825.141 eh, דעמאָלסט נ-, אַז איר האָט פֿאַרלאָזט מעמל Yishayahu Peri 825.141 830.555 אין דעם פֿאַל איז געװען <אױכעט> ייִדישע פּליטים װאָס זײ האָבן אַנטלאָפֿן פֿון מעמל, אַריבערגעפֿאָרן? Sheytah Zilber 828.99 833.056 יע, יע, יע. אַז אַ- אַלע ייִדן זײַנען כּמעט אַרױס פֿון מעמל. Sheytah Zilber 833.056 835.922 אױך מיר האָבן געהאַט דאָרטן אַ אָנקל מיט אַ טאַנטע Sheytah Zilber 836.062 838.853 װאָס זײַנען אױך אַ- אַרױס אַנטלאָפֿן פֿון מעמל Sheytah Zilber 838.853 840.714 געקומען בײַ אונדז לעבן Sheytah Zilber 840.872 845.305 און נאַכער האָט מען זײ אַ ביסל שפּעטער, האָב איך אײַך דערצײלט, האָט מען זײ אַרױסגעשיקט אין סיביר. Yishayahu Peri 848.178 854.028 בכלל, די פּליטים װאָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון מעמל, די, די, אין יענע צײַטן Yishayahu Peri 854.304 864.453 איר האָט געהאַט עפּעס אַ אַנונג װאָס היטלער מײנט, װאָס, װאָס דײַטשלאַנד מײנט, װאָס פֿאַר אַ סכּנה, צי ס'איז דאָ עפּעס אַ סכּנה פֿאַר ייִדן, איר האָט געהאַט עפּעס דעמאָלסט אַ אַנונג פֿון צײַטונגען, פֿון ראַדיאָ, פֿון... Sheytah Zilber 863.99 869.784 נו, אַז מ'האָט געהערט אַ ביסל, מ'האָט געהערט שױן, מ'האָט שױן פֿאַרשטאַנען, מ'האָט געהערט. נו, מיר זײַנען נאָך געװען אַזױ װי קינדער Yishayahu Peri 864.453 865.841 מ'האָט געשמועסט? Sheytah Zilber 869.784 871.995 נאָך ניט אַזױ שטאַרק אַלץ אַזױ פֿאַרשטאַנען, Sheytah Zilber 871.995 874.458 אָבער ס'איז שױן אומעטום געװען געשריבן. מ'האָט שױן Sheytah Zilber 874.458 875.369 פֿאַרשטאַנען Sheytah Zilber 875.369 878.413 אַז <שױן> די סכּנה. מ'האָט שױן געװוּסט װעגן פּױלן און Sheytah Zilber 878.739 880.786 מ'האָט שױן אַלצדינג פֿאַרשטאַנען <װײסט> Sheytah Zilber 881.338 882.48 װאָס גרײט זיך Sheytah Zilber 882.603 883.788 װאָס UNK. Yishayahu Peri 885.573 889.06 יעצט, אין נײַנצן הונדערט אײן און פֿערציק, יוני, Yishayahu Peri 889.387 890.681 דער דײַטש Yishayahu Peri 890.737 891.975 אַטאַקירט Yishayahu Peri 891.975 892.673 און Yishayahu Peri 893.1 895.136 אָקופּירט אײַער פּלאַץ. Yishayahu Peri 895.395 897.33 לאָמיר יעצט הערן פֿון אײַך Yishayahu Peri 897.386 898.646 װאָס פֿאַר אַ Yishayahu Peri 899.546 902.032 גזירות, װאָס פֿאַר אַ צרות Yishayahu Peri 902.032 904.755 איר געדענקט בל- באַלד פֿון דער ערשטער צײַט Yishayahu Peri 904.845 905.903 און װײַטער. Sheytah Zilber 905.45 906.072 יע. Sheytah Zilber 906.094 910.006 eh דעם, נײַנצן אײן און פֿערציק, דעם צװײ און צװאַנציקסטן יוני, Sheytah Zilber 910.006 912.596 די מלחמה האָט זיך אָנגעפֿאַנגען בײַ אונדז Sheytah Zilber 912.607 914.475 פֿיר אַ זײגער באַגינען. Sheytah Zilber 915.02 917.869 מעמל איז צװײ און צװאַנציק קילאָמעטער. Sheytah Zilber 917.869 919.953 אָבער דער גרענעץ איז געװען Sheytah Zilber 919.953 922.405 אַזאַ דאָרף, געװען BAJORAI. Sheytah Zilber 922.614 924.836 דאָס איז אַ קילאָמעטער פֿון אונדזער שטעטל. Sheytah Zilber 925.989 928.585 די מלחמה האָט זיך אָנגעפֿאַנגען פֿיר אַ זײגער, Sheytah Zilber 928.622 932.059 און האַלב פֿינף זײַנען די דײַטשן שױן געװען בײַ אונדז אין שטעטל. Sheytah Zilber 932.587 934.016 קענט איר זיך פֿאָרשטעלן. Sheytah Zilber 935.709 939.585 האָבן מיר זי- זיך גלײַך אױפֿגעכאַפּט און זיך אָנגעטאָן. Sheytah Zilber 940.097 943.331 מײַן פֿאָטער איז ניט געװען. ער איז געװען אין דאָרף. Sheytah Zilber 943.607 945.663 מײַן מאַמע מיטן ברודער Sheytah Zilber 945.665 947.704 און איך און מײַן קוזינע Sheytah Zilber 947.707 950.168 װאָס לעבט יעצט אין RAMAT GAN, רחל Sheytah Zilber 950.168 951.256 זײגערמאַן. Sheytah Zilber 951.256 954.547 אירע עלטערן זײַנען אױך נ-, מיר האָבן געלעבט אַלע אין אײן הױז שױן דאַן. Sheytah Zilber 954.547 957.017 פֿאַר די סאָװיעטן האָבן מיר געלעבט אַלע אין אײן הױז. Sheytah Zilber 957.579 961.736 אירע עלטערן זײַנען געװען אַ ביסל, אין אַן אַנדער שטעטעלע, DARBĖNAI. Sheytah Zilber 961.747 963.137 אױף ייִדיש דראָביאַן. Sheytah Zilber 963.137 964.543 אַזאַ דאַטשנער אָרט. Sheytah Zilber 965.662 968.317 זיך אָנגעטאָן אױף גיך און מ'איז אַרױס פֿון שטוב. Sheytah Zilber 968.328 971.647 געמײנט מ'װעט אַ ביסל אַװעקגײן און װעט קומען באַלד צוריק. Sheytah Zilber 972.277 974.586 זײַנען מיר געלאָפֿן אונטער װעגס, Sheytah Zilber 974.606 977.368 געקומען ביז אַ שטעטעלע SALANTAI. Sheytah Zilber 977.542 978.937 אױף ייִדיש סאַלאַנט. Sheytah Zilber 979.834 981.89 זיך אָפּגעשטעלט דאָרטן, Sheytah Zilber 982.014 984.34 און מ'איז נאָך געפֿאָרן אַרױף אױף אַ מאַשין. Sheytah Zilber 984.34 986.939 איך שױן גע- בין שױן געבליבן נאָר מיט מײַן קוזינע, Sheytah Zilber 986.939 987.779 רחל. Sheytah Zilber 987.887 990.913 מײַן מאַמע מיט מײַן ברודער מיט מײַן באַבע Sheytah Zilber 990.913 993.368 האָבן, זײַנען אָפּגעשטאַנען אונטער װעגס. Sheytah Zilber 993.368 995.34 און מיר האָבן זיך שױן פֿאַרלאָרן Sheytah Zilber 995.48 998.006 און מער האָבן מיר זיך שױן קײן מאָל ניט געזען. Sheytah Zilber 998.518 1000.352 דעם ערשטן מאָמענט פֿון קריג. Sheytah Zilber 1001.792 1006.19 אַז מיר זײַנען געפֿאָרן פֿאָרױס, זײַנען מיר געקומען אין אַזאַ שטעטל PLUNGĖ. Sheytah Zilber 1007.478 1009.261 פּלונגיאַן אױף ייִדיש. Sheytah Zilber 1009.976 1011.641 דאָרטן געטראָפֿן Sheytah Zilber 1012.068 1014.222 קרעטינגער באַקאַנטע. Sheytah Zilber 1014.583 1017.986 נו, צװײ קינדער. "קינדער," זאָגן זײ, "קומט מיט אונדז." Sheytah Zilber 1019.173 1023.285 און ס'איז גראַדע דער ערשטער עשעלאָן יעצט נאָר אַרױס פֿון אונדזער שטעטל. Sheytah Zilber 1024.05 1026.863 זײַנען מיר אַרײַן אין עשעלאָן מיט זײ Sheytah Zilber 1027.879 1030.135 און מיר זײַנען געקומען ביז TELŠIAI, Sheytah Zilber 1030.462 1031.401 טעלזש. Sheytah Zilber 1031.457 1033.336 דאָרטן האָב איך געהאַט אַ טאַנטע, Sheytah Zilber 1033.336 1034.973 מײַן מאַמע'ס אַ שװעסטער, Sheytah Zilber 1034.973 1036.7 טײַבע טערעשישקין. Sheytah Zilber 1038.139 1039.225 נו, <מיר האָבן> Sheytah Zilber 1039.225 1042.083 באַשלאָסן, מיר גײען אַראָפּ אין TELŠIAI Sheytah Zilber 1042.376 1044.8 און נאַכער װעלן מיר פֿאָרן צוריק אין קרעטינגע. Sheytah Zilber 1045.464 1047.45 אָבער דאָס האָט זיך שױן ניט באַקומען. Sheytah Zilber 1048.434 1050.2 מיר זײַנען געבליבן אין TELŠIAI Sheytah Zilber 1050.273 1052.545 מיט נאָך אַ משפּחה אַ קרעטינגער. Sheytah Zilber 1053.632 1055.567 זײַנען מיר געװען אין TELŠIAI Sheytah Zilber 1056.129 1059.178 צװײ און צװאַנציק mm ביזן פֿינף און צװאַנציקסטן Sheytah Zilber 1060.263 1061.391 יוני, Sheytah Zilber 1061.411 1064.825 און אַ- אַרום זעקס, דעם זעקס און צװאַנציקסטן יוני Sheytah Zilber 1064.87 1068.31 האָט מען געגעבן אַ באַפֿעל, אַלע ייִדן זאָלן קומען אױפֿן Sheytah Zilber 1068.33 1071.531 פּלאַץ דאָרטן, אַ מאַרק־פּלאַץ איז געװען אַ גרױסער. Sheytah Zilber 1071.924 1076.93 אַלע זײַנען געקומען, און מ'האָט אונדז אַלעמען אַװעקגעפֿירט אין אַ דאָרף RAINIAI. Yishayahu Peri 1081.29 1082.702 זײַענדיק Yishayahu Peri 1084.091 1088.102 אין דעם פּלאַץ װוּ איר האָט געזאָגט, פֿאַר דעם װי מ'האָט אײַך אַװעקגעשיקט קײן RAINIAI, Yishayahu Peri 1089.609 1093.637 האָט איר געװוּסט, געהאַט אַ אַנונג װאָס ס'איז געשען מיט אײַער פֿאָטער, און... Sheytah Zilber 1092.651 1094.15 קײן זאַך נאָך ניט געװוּסט. Yishayahu Peri 1093.727 1095.308 איר האָט נאָך גאָרנישט געװוּסט. Sheytah Zilber 1094.411 1096.261 קײן זאַך ניט געװוּסט, נײן. Yishayahu Peri 1097.557 1103.424 און איר האָט גע- איר, אױך נישט, איר האָט נאָך נישט געװוּסט װאָס ס'איז געשען מיט דער מאַמ- מיט דער מאַמען, מיטן ברודערל, מיט דער באַבע אױך נישט. Sheytah Zilber 1100.31 1104.21 נײן, קײן זאַך נאָך ני- קײן זאַך ניט געװוּסט, נײן, קײן זאַך נאָך ניט געװוּסט. Sheytah Zilber 1104.5 1106.04 UNK געװען צו פֿרי אַ ביסעלע. Yishayahu Peri 1105.775 1116.84 װי האָט, איר קענט מיר ער- דע- דערצײלן, װי האָט פּאַסירט דאָס װען מ'האָט אײַך צוזאַמענגענומען, װער האָט אײַך צוזאַמענגענומען, װי האָט דאָס געשען, װאָס געדענקט איר פֿון יענע צײַט, װי אַרום האָט מען אײַך eh אַרױס- Sheytah Zilber 1116.285 1119.88 מ'האָט גע-, מעלדונגען, ס'איז געװען מעלדונגען אין ש- טעל- אין שטאָט, Sheytah Zilber 1119.88 1120.89 מע זאָל קומען. Sheytah Zilber 1121.148 1122.729 זײַנען אַלע ייִדן געקומען. Yishayahu Peri 1123.207 1126.593 און װער איז געװען, פֿאַקטיש װער האָ- װער האָט eh Sheytah Zilber 1125.806 1127.93 אַלץ די היגע ליטװינער. Yishayahu Peri 1128.017 1129.26 בלױז ליטװינער. Sheytah Zilber 1128.81 1131.347 נ- קײנע דײַטשן זײַנען נאָך ניט געװען <BE-> דאָרטן. Sheytah Zilber 1131.347 1132.787 נאָר די ליטװינער. Yishayahu Peri 1133.67 1136.55 און שפּעטער האָבן זיך געפֿירט פֿון דאָרטן קײן... Sheytah Zilber 1135.78 1137.309 פֿ- אין RAINIAI. Yishayahu Peri 1137.247 1138.338 צו פֿוס? Sheytah Zilber 1138.142 1139.85 צו פֿוס זײַנען מיר, יע, צו פֿו- Yishayahu Peri 1138.715 1140.447 װי װײַט איז דאָס געװען? Sheytah Zilber 1141.382 1144.988 דאָס מוז זײַן אַ דרײַ פֿיר קילאָמעטער פֿון, פֿון שטעטל TELŠIAI. Sheytah Zilber 1146.461 1150.643 דאָרטן האָט מען אונדז באַזעצט אין באַראַקעס גרױסע איז געװען דאָרטן. Sheytah Zilber 1150.646 1153.352 דאָרטן איז געװען אַ, אַ הױף אַ גרױסער. Sheytah Zilber 1153.363 1154.457 אַ רײַכער Sheytah Zilber 1154.477 1156.294 מענטש דאָרטן װער געלעבט. Sheytah Zilber 1157.227 1160.816 איז דאָרטן געװען גרױסע באַראַקעס. דאָרטן זײַנען מיר געװען. Sheytah Zilber 1160.872 1162.655 נאַכער אײן פֿרימאָרגן Sheytah Zilber 1163.1 1165.738 האָט מען געהײסן אַלע מענער אַרױסגײן אױפֿן Sheytah Zilber 1165.738 1168.309 מיטן פּלאַץ, ס'איז געװען אַזאַ פּלאַץ אין מיטן. Sheytah Zilber 1168.668 1170.741 און אַזױ װי אין TELŠIAI איז געװען אַ Sheytah Zilber 1170.778 1172.817 אַ ישיבֿה אַ גרױסע Sheytah Zilber 1172.817 1175.362 און רבנים זײער אַ סך פֿרומע. Sheytah Zilber 1175.418 1177.407 נו, אַלעמען אַרױסגעטריבן. Sheytah Zilber 1177.407 1180.526 דער גלאַװנער רבֿ פֿון TELŠIAI איז געװען בלאָך אײנער. Sheytah Zilber 1181.983 1185.217 און מ'האָט די ערשטע זאַך די רבנים אָפּגעשאָרן די בערד Sheytah Zilber 1186.792 1188.727 און מ'האָט געמאַכט אַזאַ Sheytah Zilber 1189.34 1191.866 טײַװל־טאַנץ האָט מען דאָס דאַן גערופֿן. Sheytah Zilber 1191.922 1193.79 מ'האָט זײ זײער געמאַטערט Sheytah Zilber 1194.774 1196.248 און נאַכער האָט מען Sheytah Zilber 1196.248 1198.734 אַװעקגעפֿירט. דערבײַ איז געװען אַ װעלדל Sheytah Zilber 1199.195 1200.826 און מ'האָט אַלעמען אױסגעשאָסן. Yishayahu Peri 1200.731 1201.721 די מענער. Sheytah Zilber 1201.001 1202.717 די מענער, נאָר די מענער. Sheytah Zilber 1204.055 1206.294 מיר האָבן אַלצדינג געהערט. ס'איז געװען דערבײַ. Yishayahu Peri 1207.987 1210.462 װיפֿל מענטשן איז גע- איז געװען, מער־װײניקער? Sheytah Zilber 1210.215 1212.203 מוז זײַן עטלעכע הונדערט מסתּמא Sheytah Zilber 1212.223 1213.382 אױבע ניט מערער. Sheytah Zilber 1215.767 1219.487 נו, איז געבליבן שױן נאָר די פֿרױען ז- איז מען געװען אפֿשר Sheytah Zilber 1219.487 1222.139 אַ פּאָר װאָכן נאָך אין RAINIAI. Sheytah Zilber 1222.567 1225.281 נאַכער האָט מען אַריבערגעפֿירט אַלע Sheytah Zilber 1225.301 1226.378 פֿרױען מיט Sheytah Zilber 1226.378 1227.557 קינדער Sheytah Zilber 1227.697 1229.188 אין אַן אַנדער דאָרף, Sheytah Zilber 1229.188 1230.63 ניט װײַט אױך, Sheytah Zilber 1230.65 1231.859 GERULIAI. Yishayahu Peri 1232.388 1234.188 זײַענדיק אין RAINIAI Yishayahu Peri 1234.987 1235.567 קײן, Yishayahu Peri 1235.567 1238.373 mm צ- ק- צו אַרבעט האָבן זײ אײַך נישט גענומען. Sheytah Zilber 1237.61 1238.8 נײן, נײן. Yishayahu Peri 1238.666 1243.132 װער האָט אײַך געגעבן עסן דאָרטן? װי האָט זיך אַ אַ עצה געטון מיט עסן? Sheytah Zilber 1241.845 1246.169 איך װײס ניט. מ'האָט געקאָכט דאַכט, מיר דאַכט אַז מ'האָט געקאָכט עסן עפּעס. Yishayahu Peri 1246.209 1248.127 פֿון װאַנעט האָט איר גענומען פּראָװיאַנטן? Yishayahu Peri 1249.449 1252.683 יעדן אײנער האָט געדאַרפֿט דאגהנען פֿאַר זיך, אָדער זײ האָבן אײַך גע- Sheytah Zilber 1252.217 1255.513 נײן, מ'האָט געגעבן דאַ- מ'האָט געגעבן, נײן. איך בין געװען Yishayahu Peri 1253.516 1255.08 מ'האָט אײַך עפּעס געגעבן? Sheytah Zilber 1255.513 1256.247 אַז מיר Sheytah Zilber 1256.247 1258.14 מיר האָבן זיך ניט געדאגהט פֿאַר זיך. Yishayahu Peri 1257.954 1259.231 מ'האָט אײַך געגעבן? Sheytah Zilber 1258.168 1260.52 האָט מען <מיר> געגעבן, דאַכט זיך, יע. Yishayahu Peri 1262.055 1265.408 און װער האָט אָנגעפֿירט מיט דעם אַלעם, eh אַלץ ליטװינער? Sheytah Zilber 1265.582 1266.72 אַלץ ליטװינער. Sheytah Zilber 1266.72 1267.551 ליטװינער. Sheytah Zilber 1267.742 1269.511 נאָר זײַענדיק אין RAINIAI Sheytah Zilber 1269.513 1270.025 אי- Sheytah Zilber 1270.025 1272.647 האָב-, איז דאָרטן אַרומגעגאַנגען אײנער אַזאַ Sheytah Zilber 1273.023 1274.654 אַ בחור, אַ ליטװינער Sheytah Zilber 1274.981 1276.117 פֿון אונדזער שטעטל. Sheytah Zilber 1276.117 1277.054 כ'האָב אים דערקענט. Sheytah Zilber 1277.054 1279.312 בין איך נאָך ב- צוגעגאַנגען צו אים Sheytah Zilber 1279.453 1281.321 װי הײַנט שטײט ער מיר פֿאַר די אױגן. Sheytah Zilber 1281.95 1283.227 אַ הױכער אַזאַ. Sheytah Zilber 1283.283 1287.12 בין איך צו צו אים און געפֿרעגט "װאָס איז אין קרעטינגע מיט די ייִדן?" Sheytah Zilber 1287.131 1288.925 זאָגט ער "אַלץ אין אָרדענונג. Sheytah Zilber 1288.925 1289.842 אַלץ גוט." Yishayahu Peri 1292.261 1295.09 פֿון RAINIAI האָט מען אײַך אַריבערגעפֿירט װוּ? Sheytah Zilber 1294.37 1295.529 אין GERULIAI. Yishayahu Peri 1295.248 1298.347 GERULIAI. פֿ- דערצײלט יעצט, װי איז געװען אין GERULIAI. Sheytah Zilber 1295.934 1296.405 יע. Sheytah Zilber 1297.374 1299.832 אין GERULIAI איז געװען בײַ צװײ אַ האַלב טױזנט Sheytah Zilber 1299.99 1301.368 פֿרױען מיט קינדער. Sheytah Zilber 1301.424 1303.64 אױך עטלעכע מענער זײַנען געװען. Sheytah Zilber 1303.64 1306.194 זײַנען געװען איבערגעטאָן אין פֿרױען־זאַכן Sheytah Zilber 1307.06 1309.158 און זײ האָבן זיך געמישט אױך צוזאַמען. Sheytah Zilber 1309.158 1311.796 פֿאַרשטײט זיך, קײנער האָט קײן זאַך ניט גערעדט, ניט געזאָגט. Sheytah Zilber 1312.73 1315.576 אײן פֿרימאָרגן האָבן זײ געמאָלדן Sheytah Zilber 1316.004 1318.659 פֿון אָװנט פֿ- אין אָװנט האָט מען געמאָלדן Sheytah Zilber 1318.659 1320.572 אַז מאָרגן אין דער פֿרי Sheytah Zilber 1320.695 1323.119 דאַרפֿן אַלע אַרױסגײן אױפֿן פּלאַץ. Sheytah Zilber 1324.205 1326.933 אומעטום איז געװען ספּעציעלע פּלעצער אין די װעלדער. Sheytah Zilber 1328.627 1329.375 נו, Sheytah Zilber 1329.375 1330.54 איז מע- Sheytah Zilber 1331.057 1335.104 אַ אַ גאַנ-, די גאַנצע נאַכט האָט זיך געהערט װי זײ גײען, װי זײ קלאַפּן מיט די Sheytah Zilber 1335.104 1338.054 מיט די לאָפּעטעס. דאָס האָט מען שױן געגרײט װאָס... Sheytah Zilber 1339.899 1343.01 איז אין באַגינען איז מען, זײַנען אַלע אַרױס אױפֿן פּלאַץ. Sheytah Zilber 1343.038 1344.107 אַרום Sheytah Zilber 1344.152 1346.081 איז געשטאַנען האַרמאַטן Sheytah Zilber 1346.081 1348.415 אַרומגעשטעלט אַ- אַרום און אַרום. Sheytah Zilber 1349.113 1350.052 און זײ האָבן Sheytah Zilber 1350.564 1352.246 אײנער האָט געמאָלדן Sheytah Zilber 1352.471 1354.417 פֿון פֿערצן יאָר Sheytah Zilber 1354.445 1356.206 ביז פֿערציק יאָר Sheytah Zilber 1356.217 1357.7 זאָל גײן אױף די זײַט. Sheytah Zilber 1357.7 1359.345 אַ מאַך געטאָן מיט די האַנט Sheytah Zilber 1359.345 1361.78 און באַװיזן אױף די זײַט זאָל מען גײן. Sheytah Zilber 1362.292 1364.936 פֿאַרשטײט זיך, מענטשן האָבן זיך דערשראָקן. מ'האָט שױן עפּעס אַ, Sheytah Zilber 1365.38 1367.214 האָבן אַלע, מ'האָט גענומען לױפֿן Sheytah Zilber 1367.338 1368.8 אױף די גוטע זײַט. Sheytah Zilber 1369.262 1370.55 און מיר זײַנען אױך גע- Sheytah Zilber 1370.55 1372.715 גענומען לױפֿן. מיר זײַנען אױך אַריבער. Sheytah Zilber 1372.907 1375.416 און זײ האָבן אָפּגעצײלט פֿינף הונדערט, Sheytah Zilber 1376.045 1377.761 מ'האָט אָפּגעהאַקט מיט די האַנט. Sheytah Zilber 1377.902 1378.656 גענוג. Sheytah Zilber 1379.927 1383.516 די פֿינף הונדערט האָט מען אַװעקגעשטעלט אין אַן אַנדער זײַט. Sheytah Zilber 1383.69 1385.946 מ'האָט אױסגעשטעלט צו פֿיר, צו פֿינף, Sheytah Zilber 1386.677 1389.827 און מ'האָט אונדז אַװעקגעפֿירט צו פֿוס אין טעלזש, אין שטעטל. Sheytah Zilber 1390.018 1392.639 דאָרטן איז שױן געװען צוגעגרײט אַ געטאָ Sheytah Zilber 1392.639 1395.041 מיט שטאַכל־דראָט אַרומגעצאַמט, Sheytah Zilber 1395.654 1397.994 און דאָרטן האָט מען אונדז געבראַכט, און די איבעריק- Yishayahu Peri 1397.308 1398.501 װעלכע שטאָט? Sheytah Zilber 1398.253 1399.243 TELŠIAI. Sheytah Zilber 1400.447 1404.86 און די איבעריקע װאָס זײַנען געבליבן אין GERULIAI האָט מען אַלעמען אױסגעשאָסן. Sheytah Zilber 1405.661 1407.9 פֿון װאַנעט האָבן מיר אַז- אַלץ געװוּסט? Sheytah Zilber 1408.057 1410.195 פֿאַר נאַכט, שױן גאַנץ שפּעט Sheytah Zilber 1410.352 1413.384 זײַנען נאָר געקומען צװײ מײדלעך אױף אַ פֿור Sheytah Zilber 1413.71 1414.784 צו פֿאָרן. Sheytah Zilber 1415.128 1418.497 זײַנען געװען אױך חבֿרטעס אונדזערע. די פֿאַמיליע טעלזשער. Sheytah Zilber 1418.57 1421.107 אײנע איז געװען מיכל יאַזש- יאַזשגור. Sheytah Zilber 1421.107 1422.26 צװײ שװעסטערס. Sheytah Zilber 1423.65 1425.821 די מאַמע האָט זיך װי ניט איז דאָרטן Sheytah Zilber 1426.063 1427.947 צוזאַמענגערעדט מיט די באַנדיטן. Sheytah Zilber 1429.218 1429.983 נו, Sheytah Zilber 1429.983 1434.124 האָבן זײ דאָס אַלץ דערצײלט װי מ'האָט אַלעמען אַװעקגעהרגעט, אױסגעשאָסן. Sheytah Zilber 1434.804 1437.661 און דאָרטן, אונדז האָט מען געבראַכט אין טעלזשער געטאָ, Sheytah Zilber 1437.661 1439.884 זיך גלײַך געשאַפֿן עפּעס אַ קאָמיטעט. Sheytah Zilber 1439.884 1442.404 <עפּעס> דאַרף דאָך װערן מיט װעמען אָנפֿירן. Sheytah Zilber 1442.404 1445.278 אײנע איז געװען אַזאַ אסתּר בלאָך געדענק איך. Sheytah Zilber 1445.57 1447.454 ס'איז געװען אַ דאָקטער בלאַט. Sheytah Zilber 1447.781 1451.67 ער איז נאָך דאָ מיט די פֿרױ געװען. צו זײ לעבן יע װײס איך ניט. צ- Sheytah Zilber 1453.485 1459.217 נו, מ'האָט געגעבן דאָרטן, איך װײס ניט פֿון װאַנעט, ס'איז געװען אַ ביסל זאַכן האָבן זײ געהאַט. מ'האָט צעטײלט, געגעבן זיך אָנצוטאָן, Sheytah Zilber 1459.678 1460.544 און ס'איז געװען Sheytah Zilber 1460.544 1463.75 און מ'האָט אױף, אַרײַנגעז- מ'האָט אַרױסגעהױבן די ליטװינער Sheytah Zilber 1463.75 1465.978 װאָס זײ האָבן געלעבט אין די שטיבלעך דאָרטן, Sheytah Zilber 1465.978 1469.459 און דאָרטן האָט מען אַרײַנגעזעצט די אַלע די פֿינף הונדערט װאָס מ'האָט געבראַכט Sheytah Zilber 1469.583 1470.944 פֿון GERULIAI. Sheytah Zilber 1473.465 1476.244 נו, דאָרטן האָבן מיר געלעבט אַ קורצע צײַט. Sheytah Zilber 1476.384 1477.951 אײן צײַט איז אױכעט, Sheytah Zilber 1477.97 1479.078 ס'פֿלעגן קומען, Sheytah Zilber 1479.405 1481.138 אױף אַרבעט האָט מען אונדז געפֿירט. Sheytah Zilber 1482.088 1486.169 פֿלעגן קומען פּױערים פֿון דאָרף, און מע פֿלעג נעמען צו גראָבן בולװעס. Sheytah Zilber 1486.205 1488.208 אױף די דערפֿער פֿלעגן זײ פֿירן. Sheytah Zilber 1488.905 1491.509 זײַנען מיר אױך אײן מאָל אַרײַנגעפֿאַלן אין אַזאַ, Sheytah Zilber 1491.509 1492.798 אַכט מײדלעך Sheytah Zilber 1492.989 1494.401 בײַ אײנעם אַ פּאָליאַק. Sheytah Zilber 1495.385 1497.556 LAPINSKAS האָט ער געהײסן. Sheytah Zilber 1499.672 1501.928 געװען זײער אַ שלעכטער מענטש. Sheytah Zilber 1502.27 1503.921 אָ, ער פֿלעג גײן מיט אַ Sheytah Zilber 1503.921 1506.132 אַ נאַגײַקע פֿלעג מען דאָס רופֿן אַזאַ, Sheytah Zilber 1506.132 1507.614 PA- PALKA. Sheytah Zilber 1508.396 1509.684 און ער פֿלעג זוכן Sheytah Zilber 1509.684 1511.681 טאָמער ס'איז געבליבן אַ בולװע אין דער ערד. Sheytah Zilber 1512.952 1516.237 אַז ער פֿלעג געפֿינען אַ בולװע פֿלעג מען קריגן מיט דאָס איבערן רוקן Sheytah Zilber 1516.361 1517.115 פֿון אים. Sheytah Zilber 1518.116 1521.581 נו, און עסן האָבן זײ געגעבן. מ'האָט געלעבט בײַ זײ, בײַם פּאָ- בײַן Sheytah Zilber 1521.626 1522.56 בעל־הבית. Sheytah Zilber 1522.588 1524.287 די צײַט װאָס מ'האָט געאַרבעט Sheytah Zilber 1524.478 1526.211 האָט מען געלעבט בײַם בעל־הבית. Sheytah Zilber 1527.566 1529.737 זײַנען מיר אױך עטלעכע מאָל אַזױ געװען Sheytah Zilber 1529.774 1530.699 געפֿאָרן. Sheytah Zilber 1533.236 1537.23 נאַכע-, אײן מאָל ק- בין, איך בין ניט געװען ענלעך אױף קײן ייִדישע. Sheytah Zilber 1538.923 1541.702 פֿלעג איך אַרױסגײן פֿון געטאָ אין שטאָט אַ מאָל. Sheytah Zilber 1541.739 1544.776 <כ'פֿלעג כאַפּן...> אין געטאָ זײַנען מיר אַרומגעגאַנגען מיט די געלע Sheytah Zilber 1544.776 1545.617 לאַטעס Sheytah Zilber 1546.382 1547.895 פֿאָרנט און אױפֿן רוקן. Sheytah Zilber 1547.985 1551.354 אַרױס אין שטאָט האָב איך זיך דאָס אַראָפּגענומען פֿון זיך Sheytah Zilber 1552.322 1553.987 און איך בין אַרױס אין שטאָט. Sheytah Zilber 1554.853 1557.666 איך האָב געהאַט אַ אָרט עפּעס בײַ װעמען צוצו- צו גײן. Sheytah Zilber 1557.992 1560.568 און גײענדיק האָב איך געטראָפֿן אַ באַקאַנטן פֿ- Sheytah Zilber 1560.962 1562.959 פֿון אונדזער שטעטל, פֿון קרעטינגע. Sheytah Zilber 1562.959 1563.926 <ער איז צײַט פֿ-> Sheytah Zilber 1564.083 1565.093 אַ ליטװינער. Yishayahu Peri 1564.623 1565.529 אַ קריסט. Sheytah Zilber 1565.093 1565.954 אַ קריסט. Sheytah Zilber 1565.954 1567.607 <ער איז צײַט> פֿאַר די Sheytah Zilber 1567.61 1569.582 סאָװיעטישע מאַכט בײַ אונדז דעם יאָר. Sheytah Zilber 1569.582 1571.807 געװען אַ, אַ פּאָ- אַ מיליציאָנער, Sheytah Zilber 1571.947 1572.903 פּאָליציסט. Sheytah Zilber 1575.474 1580.092 מאַקסימאָװיטש זײַן פֿאַמיליע. ער האָט נאָך געלעבט יעצט אױך אין ליטע פֿאַר אונדזער אַרױספֿאָרן. Sheytah Zilber 1582.14 1584.041 בין איך צו צו אים. Sheytah Zilber 1584.401 1586.423 כ'האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, איך בין אַ קרעטינגער. Sheytah Zilber 1586.423 1587.956 זאָגט ער, "גײ מיר נאָך. Sheytah Zilber 1588.265 1589.289 קום מיט מיר." Sheytah Zilber 1590.881 1592.726 בין געגאַנגען. בין איך געגאַנגען, Sheytah Zilber 1592.737 1594.503 ניט קלערנדיק קײן זאַך. Sheytah Zilber 1594.712 1596.984 מיר אַרױסגעפֿירט הינטערן שטעטל Sheytah Zilber 1597.715 1600.359 און אַרױפֿגעפֿירט אױף אַזאַ שטיבעלע Sheytah Zilber 1600.753 1603.599 אױפֿן צװײטן עטאַזש, אױף אַזאַ סאַלקע, Sheytah Zilber 1604.246 1608.51 אַרײַן דאָרטן בײַ זײ אין שטוב, געזעסן אַ פֿרױ מיט אַ קלײנע קינד. Sheytah Zilber 1609.933 1612.29 נו, האָב איך אים דערצײלט די געשיכטע Sheytah Zilber 1613.325 1614.349 אַז מע פֿ- Sheytah Zilber 1614.658 1618.719 מע ליקװידירט, מיר האָבן געהערט אַז מע ליקװידירט אין גיכן די טעלזשער געטאָ, Sheytah Zilber 1618.978 1621.16 אַז אין שאַװל איז דאָ אַ געטאָ Sheytah Zilber 1621.16 1622.229 האָבן מיר זיך דערװוּסט, Sheytah Zilber 1624.074 1627.657 צו ער קען אונדז העלפֿן אַנטלױפֿן פֿון די געטאָ, טעלזש, Sheytah Zilber 1627.685 1630.261 און װי ניט איז אַריבערפֿירן אין שאַװלער געטאָ Sheytah Zilber 1630.706 1634.736 װײַלע פֿון שאַװלער געטאָ איז שױן געװען אַ פֿאַרבינדונג מיט טעלזשער געטאָ. Sheytah Zilber 1634.756 1637.85 און מיר האָבן זיך דערװוּסט אַז מיר האָבן דאָרטן גוטע באַקאַנטע. Sheytah Zilber 1637.878 1639.225 אונדזערע עלטערנ'ס, Sheytah Zilber 1639.225 1641.281 נאָך פֿון פֿאַרן קריג, פֿון מעמל. Sheytah Zilber 1645.083 1646.731 און ער איז געװען מסכּים Sheytah Zilber 1647.277 1649.178 אונדז צו העלפֿן. װי? Sheytah Zilber 1650.264 1652.182 ער האָט געהאַט אַ ברודער, Sheytah Zilber 1652.424 1654.646 געלעבט הינטער TELŠIAI אין אַ דאָרף. Sheytah Zilber 1655.613 1657.413 אין <אַזאַ> אַ שטעטעלע, LUOKĖ. Sheytah Zilber 1657.74 1659.506 אױף ייִדיש פֿלעגט מען זאָגן לוקניק. Sheytah Zilber 1661.958 1663.955 אָבער דעם טאָג האָט זײער גערעגנט Sheytah Zilber 1663.955 1664.838 שרעקלעך, Sheytah Zilber 1665.536 1669.684 און ער האָט אונ- זאָגט ער, "ע- דער ברודער איז ניטאָ, איך האָב ניט װי צו גײן בײַם ברודער, Sheytah Zilber 1669.684 1671.453 װאָס זיך אָנצוטאָן אױף די פֿיס." Sheytah Zilber 1672.134 1674.305 בין איך אַװעק צוריק אין געטאָ. Sheytah Zilber 1674.817 1676.249 כ'האָב גענומען אַ פּאָר, Sheytah Zilber 1676.249 1678.097 נו, קאַלאַשן האָט מען דאָס גערופֿן Sheytah Zilber 1678.125 1679.098 אַ מאָל. Sheytah Zilber 1679.407 1680.788 כ'האָב געבראַכט. Sheytah Zilber 1682.495 1684.312 און ער איז אַװעק צום ברודער Sheytah Zilber 1684.959 1685.865 אין דאָרף. Sheytah Zilber 1686.36 1687.738 אַז מיר האָבן אָפּגערעדט Sheytah Zilber 1688.148 1691.72 אױבער דער ברודער איז מסכּים אונדז צו פֿירן אין שאַװל Sheytah Zilber 1691.777 1693.596 װײַל דער ברודער האָט זיך פֿאַרנומען Sheytah Zilber 1693.596 1694.988 מיטן אַרומפֿאָרן Sheytah Zilber 1695.033 1696.777 פֿון דאָרף אין שאַװל. Sheytah Zilber 1696.805 1698.945 ער פֿלעגט האַנדלען, איך װײס ניט גענױ. Sheytah Zilber 1698.965 1702.115 יעדן פֿאַלס, אױבער דער ברודער װעט זײַן מסכּים Sheytah Zilber 1702.239 1704.258 קומט ער אױף מאָרגן מיט אַ פֿור Sheytah Zilber 1704.382 1705.186 מיט פֿערד Sheytah Zilber 1705.901 1707.33 און ער װעט אײַך נעמען. Sheytah Zilber 1709.478 1710.589 אױף מאָרגן Sheytah Zilber 1710.589 1712.612 בין איך מיט מײַן קוזינע רחל Sheytah Zilber 1712.955 1714.519 געקומען צו אים צוריק. Sheytah Zilber 1714.895 1716.729 מיר גײען אַרױף אױפֿן הױף. Sheytah Zilber 1716.87 1718.079 שטײט אַ פֿור. Sheytah Zilber 1718.827 1719.508 צװײ געפֿ- Sheytah Zilber 1719.508 1721.488 גרױסע פֿערד אײַנגעשפּאַנט, Sheytah Zilber 1722.067 1724.677 סימן אַז ער איז געקומען, ער איז מסכּים. Sheytah Zilber 1726.86 1728.947 זײַנען מיר אַרױף אין שטוב, Sheytah Zilber 1728.96 1730.566 האָב איך זיך דערשראָקן זײער. Sheytah Zilber 1730.707 1732.153 געזעסן אַ מענטש, Sheytah Zilber 1732.293 1734.076 גרױסע שװאַרצע װאָנצעס, Sheytah Zilber 1734.572 1736.676 שװאַרצע ברענעדיקע אױגן. Sheytah Zilber 1737.542 1740.489 שרעקלעך, האָט אױסגעזען גאָר װי, איך װײס ניט װי צו קלערן. Sheytah Zilber 1741.001 1742.919 יעדן פֿאַלס, ער איז געװען מסכּים Sheytah Zilber 1743.195 1745.215 אונדז עס אַריבערצופֿירן. Sheytah Zilber 1747.903 1748.572 איז Sheytah Zilber 1749.185 1753.196 זײַנען מיר געקומען צוריק מיט, מיט זײַן פֿור צום געטאָ Sheytah Zilber 1754.67 1759.103 און געזאָגט בײַ די װאַך, ער האָט געזאָגט, ער נעמט אונדז אױף דער אַרבעט גראָבן בולװעס. Yishayahu Peri 1760.323 1762.134 דאָ װעלן מיר אױפֿהערן. Yishayahu Peri 1762.134 1764.435 מיר'ן גײן טױשן אַ קאַסעט. Yishayahu Peri 1764.677 1765.695 װעלן מיר eh Yishayahu Peri 1765.695 1767.912 װײַטער גײן מיט יענע צװײטע קאַסעטע.