Yishayahu Peri 0.733 4.895 מיט אײַער ערלױבעניש פֿאָרױס, מיט קאַסעטע נומער צװײ. Yishayahu Peri 5.711 7.612 איר האָט אױפֿגעהערט Yishayahu Peri 8.242 14.07 צו דערצײלן װי מיר זענען געװען בײַ דעם גױ װאָס האָט אײַך גע- באַדאַרפֿט פֿירן קײן געטאָ SHAVLI. Yishayahu Peri 14.098 14.97 ביטע, Yishayahu Peri 15.245 16.319 דערצײלן SIE. Sheytah Zilber 15.414 17.653 יאַ, זײַנען מיר געקומען מיט דעם Sheytah Zilber 18.148 20.87 מיט דעם מענטשן, מיט דעם פּױער פֿון דאָרף Sheytah Zilber 20.898 23.469 לע- מיט די פֿור זײַנע, לעבן טעל- Sheytah Zilber 23.469 24.549 אין, אין געטאָ Sheytah Zilber 24.549 26.563 אין TELŠIAI, לעבן טױער, Sheytah Zilber 26.788 29.584 און אין דער צײַט פֿלעגט ער נעמען אױף דער אַרבעט Sheytah Zilber 29.69 33.155 יונג- מײדלעך צו דער אַרבעט, אױף פֿאַרשידענע לאַנד־אַרבעט. Sheytah Zilber 33.2 34.9 האָט ער געזאָגט ער נעמט אונדז Sheytah Zilber 34.9 37.262 אַ- צו דער אַרבעט גראָבן בולװעס. Sheytah Zilber 38.567 44.08 װאָס האָבן מיר געהאַט אין געטאָ? מיר האָבן געהאַט אַ קישן מיט אַ דעקע װאָס מיר האָבן געקראָגן פֿון קאָמיטעט, Sheytah Zilber 44.439 47.049 מיט <אַזאַ> קלײדל, מיט אַ מאַנטל. Sheytah Zilber 47.173 49.496 האָבן מיר דאָס גענומען אונדזערע זאַכן Sheytah Zilber 49.569 50.697 און מיר זײַנ- Sheytah Zilber 50.717 52.216 מיט אים אַװעקגעפֿאָרן Sheytah Zilber 52.235 53.394 צו אים אַהײם. Sheytah Zilber 53.99 57.376 די װעג האָט אױך זײער גערעגנט, געװען אַזאַ שלעכטער װעג. Sheytah Zilber 57.888 61.291 נו, מ'איז געפֿאָרן, מ'איז געקומען בײַ אים אין שטוב. Sheytah Zilber 62.023 64.228 פֿירט אונדז אַרײַן אין שטוב, Sheytah Zilber 64.941 68.109 געפֿונען אַ פֿרױ מיט דרײַ קלײנע קינדערלעך, Sheytah Zilber 69.06 70.472 גאַנץ אַזױ Sheytah Zilber 70.578 72.564 באַשײדן געלעבט Sheytah Zilber 73.127 76.041 אָבער זײער פֿײַנע מענטשן, גוטע, Sheytah Zilber 76.637 78.994 גלײַך געגעבן אונדז עסן. Sheytah Zilber 79.472 81.139 מ'האָט אונדז אָנגעטאָן Sheytah Zilber 81.139 82.385 װאַרעמער Sheytah Zilber 82.88 85.861 און די נאַכט זײַנען מיר דורכגעשלאָפֿן בײַ זײ. Sheytah Zilber 85.985 88.072 דאָס איז געװען אין דעצעמבער מאָנאַט. Yishayahu Peri 88.989 90.705 דעצעמבער װעלכע יאָר? Sheytah Zilber 90.677 92.123 אײן און פֿערציק. Sheytah Zilber 93.63 95.362 אױף באַגינען Sheytah Zilber 96.617 99.837 האָט ער אײַנגעשפּאַרט דעם פֿ- eh אײַנגעשפּאַנט דעם פֿערד Sheytah Zilber 99.837 101.201 אין אַ שליטן, Sheytah Zilber 102.219 104.626 און ס'איז נאָך געזעסן נאָך אַ ליטװישע פֿרױ, Sheytah Zilber 104.733 108.575 אָבער זי האָט ניט געװוּסט קײן זאַך. מיר האָבן מי- מיט קײנעם ניט גערעדט Sheytah Zilber 109.509 114.105 און זי האָט אונדז נאָך די פֿרױ אָנגעטאָן מיט הענטשקעס װאַרעמע געדענק איך, Sheytah Zilber 114.133 116.248 מיט eh טיכלעך, Sheytah Zilber 116.293 118.813 און געגעבן אַ לאַבן דאָרפֿישע ברױט, Sheytah Zilber 118.841 121.285 פֿאַר יעדערן געמאַכט אַזאַנע פּעקעלעך Sheytah Zilber 121.285 123.037 װי אַזױ װי מע גײט פֿון דאָרף Sheytah Zilber 124.916 127.006 און אַרײַנגעזעצט זיך אין שליטן Sheytah Zilber 127.006 128.302 און מיר זײַנען געפֿאָרן Sheytah Zilber 128.678 130.191 כּמעט די גאַנצע נאַכט. Sheytah Zilber 133.556 135.896 באַגינען זײַנען מיר געקומען אין שאַװל. Sheytah Zilber 136.83 138.613 שאַװל איז אַ גרױסע שטאָט. Sheytah Zilber 139.243 141.515 מיר זײַנען געקומען בײַ אײן ברעג שטאָט. Sheytah Zilber 143.563 146.817 דאָרטן, דער ראַיאָן האָט זיך אָנגערופֿן, אין GUBERNIJA. Sheytah Zilber 146.817 148.985 GUBERNIJA איז געװען אין שאַװל אַ גרױסער Sheytah Zilber 149.013 150.189 ביר־פֿ- Sheytah Zilber 151.106 153.75 ביר־פֿאַבריק װוּ מ'האָט אױסגעאַרבעט ביר. Sheytah Zilber 153.958 157.479 דאָס איז אײן ברעג שטאָט פֿון די סאַמע צענטראַלע גאַס. Sheytah Zilber 158.767 160.871 און מיר האָבן געדאַרפֿט אַװעקגײן Sheytah Zilber 160.961 162.84 אין די צװײטע ברעג שטאָט. Sheytah Zilber 162.84 164.938 ס'איז געװען אַ גרױסער לעדער־פֿאַבריק Sheytah Zilber 165.956 168.549 װוּ דאָרטן האָבן געאַרבעט ס- ייִדן פֿון געטאָ. Sheytah Zilber 169.179 171.317 מ'האָט געדאַרפֿט דורכגײן די גאַנצע שטאָט. Sheytah Zilber 172.503 174.407 איז ער מיט אונדז געגאַנגען. Sheytah Zilber 174.41 177.02 ער האָט געטראָגן אונדזערע בײדע פּעקעלעך Sheytah Zilber 177.279 179.298 און מיר זײַנען געגאַנגען הינטער אים Sheytah Zilber 181.363 183.613 און מיר זײַנען דורך די גאַנצע שטאָט Sheytah Zilber 183.658 186.217 און געקומען דאָרטן אױפֿן פֿאַבריק. Yishayahu Peri 186.611 190.487 דעמאָלטס געגאַנגען <האָט,> זענט איר מיט די לאַטעס אָדער אָן די...? אָן די לאַטעס. Sheytah Zilber 189.007 191.818 נײן, אָן די לאַטעס. מיר זײַנען געגאַנגען אָן די לאַטע- Yishayahu Peri 190.627 192.36 און קײנער האָט אײַך נישט געטשעפּעט? Sheytah Zilber 191.818 194.708 קײנער האָט ניט געטשעפּעט. קײנער האָט ניט געקוקט אױף אונדז. Sheytah Zilber 196.618 199.684 זײַנען מיר געקומען אױף, אין לעדער־פֿאַבריק Sheytah Zilber 200.381 203.618 און דאָרטן האָבן מיר זיך שױן אַרײַנגעמישט צװישן די אַרבעטער, Sheytah Zilber 203.618 204.864 צװישן אַלעמען, Sheytah Zilber 205.241 208.29 און אַז די מענטשן זײַנען שױן געגאַנגען פֿון פֿאַבריק אַהײם Sheytah Zilber 209.004 211.532 זײַנען מיר אַרײַן מיט זײ צוזאַמען אין געטאָ. Sheytah Zilber 211.532 214.376 בײַם טױער האָט מען ניט קאָנטראָלירט װער עס קומט אַרײַן. Sheytah Zilber 214.376 215.647 מילא, מ'איז אַרײַן. Sheytah Zilber 216.716 218.837 און דער ליטװינער, ער איז אַװעק Sheytah Zilber 219.213 220.844 צוריק בײַ זיך אַהײם. Sheytah Zilber 221.897 223.427 אַװעקגעפֿאָרן אַהײם. Yishayahu Peri 223.263 226.239 הײסט דאָס אָנגעקומען זענט איר קײן געטאָ שאַװל Yishayahu Peri 226.239 227.73 DEKABR' Sheytah Zilber 227.145 230.025 אײן און פֿערציק. נײַנצן אײן און פֿערציק. Yishayahu Peri 230.098 236.6 האָב איך נאָר געװאָלט אַ קורצע פֿראַגע פֿרעגן. די פֿריִעריקע געטאָ, װי האָט איר גערופֿן דעם פּלאַץ? װוּ האָט געװען די פֿריִעריקע געטאָ? Sheytah Zilber 235.751 236.859 TELŠIAI. Yishayahu Peri 236.6 237.904 TELŠIAI. Sheytah Zilber 237.033 238.681 טעלזש אױף ייִדיש, טעלזש. Yishayahu Peri 237.904 241.654 זײַענדיק אין TELŠIAI, װיפֿל זענט איר געװען דאָרטן אין געטאָ אין TELŠIAI? Sheytah Zilber 241.033 243.508 נו, אַ צװײ מאָנאַט ניט, ניט מער. Yishayahu Peri 242.298 243.524 צװײ מאָנאַט. Sheytah Zilber 243.868 244.926 צװײ דרײַ. Yishayahu Peri 243.969 248.958 דאָרט איז געװען אַ ייִדישער קאָמיטעט אָרגאַניזירט. ס'איז געװען דאָרט אױך ייִדישע פּאָליצײ? Sheytah Zilber 246.348 247.203 יע. Sheytah Zilber 248.627 250.41 נײן, קײן זאַך איז ניט געװען. Yishayahu Peri 250.23 251.524 בלױז אַ קאָמיטעט. Sheytah Zilber 250.41 252.688 קײ-, בלױז אַ קאָמיטעט. קײנע- Yishayahu Peri 251.799 254.595 װי פֿלעגן, װי האָבן זיך אױפֿגעפֿירט די, די ייִדישע... Sheytah Zilber 253.638 257.261 נײן, גוט, פֿײַן, זײער פֿײַן. ס'איז געװען רײנע פֿרױען. Yishayahu Peri 255.596 258.712 זײ האָבן מיטגעהאָל- מ'האָט געהאָל- מיטגעהאָלפֿן די מענטשן? Sheytah Zilber 258.363 261.884 יע, יע. מ'האָט געהאָלפֿן. מ'האָט דאָרטן געקאָכט אַ ק- עסן. Sheytah Zilber 261.958 264.925 דאָרטן דאַכט זיך, יאַ. מ'האָט געקאָכט. מ'האָט געגעבן עסן. Sheytah Zilber 264.925 266.829 מ'האָט געגעבן אַ ביסל זאַכן. Yishayahu Peri 265.788 267.639 אַ, ס'איז געװען אַ צענטראַלע קיך? Sheytah Zilber 267.476 270.407 ס'איז געװען מיס- <ס'איז מיס->, געװען אַ קיך עפּעס. יאַ. Yishayahu Peri 269.687 270.609 mhm. Sheytah Zilber 270.716 272.769 געדענק שױן אַזױ ניט אַלצדינג גענױ. Yishayahu Peri 274.867 276.771 ביטע, דערצײלן SIE װײַטער װעגן Yishayahu Peri 276.771 277.73 SHAVLI. Sheytah Zilber 277.365 281.173 SHAVLI, זײַנען מיר אַרײַן אין, מיט די בריגאַדע אין געטאָ. Sheytah Zilber 281.921 286.016 מיר האָבן זיך דערװוּסט װוּ די כ-, נאָכגעפֿרעגט װוּ די משפּחה לעבט, Sheytah Zilber 286.292 288.227 גראַדע ניט װײַט פֿון טױער. Sheytah Zilber 289.228 291.281 נו, און מיר זײַנען אַװעק צו זײ. Sheytah Zilber 291.489 294.302 מיר זײַנען געװען מיט זײ באַקאַנט פֿון פֿאָרן קריג. Sheytah Zilber 295.421 298.042 זײער אַ שײנע משפּחה, אַ פֿײַנע, Sheytah Zilber 298.042 299.921 האָט אונדז זײער פֿײַן אױפֿגענומען. Sheytah Zilber 300.129 302.835 אים האָט מען גערופֿן, דעם בעל־הבית, Sheytah Zilber 302.835 304.68 העשל אוריאַשעװיטש. Sheytah Zilber 305.597 308.545 איז, די פֿרױ איז געװען מאַשע אוריאַשעװיטש. Sheytah Zilber 308.769 311.598 געװען אַ טאָכטער רײַעלע אוריאַשעװיטש. Sheytah Zilber 312.633 316.256 זי האָט נאָך געלעבט אין, נאָך זיך באַפֿרײַט פֿון די לאַגערן, Sheytah Zilber 316.599 321.504 געלעבט אין ישׂראל, אָבער איך, אַז איך בין געקומען האָב איך איר שױן ניט געטראָפֿן, איז זי געשטאָרבן. Sheytah Zilber 321.932 324.508 און אַ ברודערל איז געװען בײַ זײ, YITSKHAK. Sheytah Zilber 325.728 327.849 ער איז אױך אומגעקומען אין די לאַגערן Sheytah Zilber 327.939 329.03 מיט די מאַמען. Sheytah Zilber 331.415 334.177 נו, אַרײַן אין געטאָ, געלעבט בײַ זײ. Sheytah Zilber 334.706 338.227 זײ האָבן אונדז געהאַלטן זײער גוט, פּונקט װי אײגענע קינדער. Sheytah Zilber 339.347 341.856 פֿון אָנפֿאַנג זײַנען מיר נאָך ניט געגאַנגען אַרבעטן. Sheytah Zilber 343.97 346.969 ס'איז געװען שװער אין געטאָ, מיטן עסן. Sheytah Zilber 347.193 348.419 מ'האָט געהונגערט. Sheytah Zilber 350.214 352.54 און נאַכער אין אַ קורצע צײַט אַרום <ניט>, Sheytah Zilber 352.54 356.604 אין אַ האַלב יאָר אַרום אומגעפֿער, זײַנען מיר אױך געגאַנגען אַר- אָנגעפֿאַנגען גײן אַרבעטן. Sheytah Zilber 357.352 359.169 <גע- אַרבעטן> אױפֿן עראָדראָם. Sheytah Zilber 359.276 362.561 מ'האָט געפֿירט ג- זײער אַ סך מענטשן פֿון געטאָ. Yishayahu Peri 361.588 363.894 בײַ װאָס האָט איר געאַרבעט פּערזענלעך? Sheytah Zilber 362.786 365.767 בײַן, בײַן גראָבן טראַנשײען עפּעס. Sheytah Zilber 366.296 367.837 כאָטש ס'איז געװען װינטער Sheytah Zilber 367.848 369.749 און געהאַקט מיט די קירקעס, Sheytah Zilber 370.7 373.006 און דער דײַטש איז, דאָ איז שױן געװען דײַטשן. Sheytah Zilber 374.97 379.194 נו, אין געטאָ פֿאַרשטײט זיך איז בײַ טױער זײַנען אױך געשטאַנען ליטװישע פּאָליצײ. Sheytah Zilber 379.194 381.073 ס'איז געװען ייִדישע פּאָליצײ. Sheytah Zilber 382.378 386.743 אָבער אַזױ װי מיר זײַנען נאָר געװען יונגע מײדלעך, מיר האָבן זיך אין ערגעץ ניט געמישט. Sheytah Zilber 389.162 392.464 מ'איז געגאַנגען אַרבעטן בײַ, אין עראָדראָם אַ לאַנגע צײַט. Sheytah Zilber 392.975 396.547 נאַכער האָט מען אונדז אַריבערגעפֿירט אַרבעטן בײַ דײַטשן Sheytah Zilber 397.329 398.825 בײַ די WEHRMACHT. Sheytah Zilber 398.898 399.466 ד- Sheytah Zilber 399.573 401.66 נו, דאָרטן איז שױן געװען נע-, זײַנען זײ געװען Sheytah Zilber 401.784 402.38 איז גע- Sheytah Zilber 402.38 405.373 אַ ביסל עפּעס מענטשישער, ניט אַזאַנע חיות. Yishayahu Peri 405.463 408.208 װאָס פֿאַר אַ אַרבעט איז געװען בײַ די WEHRMACHT? Sheytah Zilber 408.129 414.688 מ'האָט געראַמט בײַ זײ, מ'האָט געקערט, מ'האָט גע- געהאָלפֿן דאָרטן, אַלע, אַלע שװאַרצע אַרבעט צו טאָן. Sheytah Zilber 415.166 418.015 די מענער האָבן געהאַקט האָלץ, גע<UNK> דעם הױף, Sheytah Zilber 418.015 419.703 און מיר פֿרױען האָבן געראַמט די ש- Sheytah Zilber 419.703 421.489 די דירה, די ש- צימערן. Yishayahu Peri 421.848 424.07 און דאָס איז שױן געװען אָנפֿאַנג Sheytah Zilber 424.464 425.347 <צו> אין צװײ Yishayahu Peri 424.565 425.471 נײַנצן... Sheytah Zilber 425.347 427.529 צװײ און פֿערציק, שױן אין געטאָ. Yishayahu Peri 426.354 430.533 און איר האָט נאָך ביז דעמאָלסט נישט געװוּסט װאָס איז געשען מיט אײַערע פֿאַמיליע. Sheytah Zilber 429.56 435.022 מיר האָבן, מיר האָבן געװוּסט אַ- נײן, קײן זאַך ניט געװוּסט װאָס ס'איז געשען. נײן, נײן, קײן זאַך ניט. Yishayahu Peri 432.699 434.347 דעמאָלסט האָט איר נאָך נישט געװוּסט. Sheytah Zilber 435.247 438.552 מ'האָט געװוּסט אַז מ'האָט אױסגעהרגעט אומעטום די ייִדן אין די שטעטלעך. Yishayahu Peri 438.318 440.675 אָבער ספּעציעל װאָס האָט מיט זײ געשען? Sheytah Zilber 438.552 441.249 אָבער אַזױ ספּעציעל קײן זאַך ניט. Sheytah Zilber 444.157 450.137 נו, נאַכער אַריב-, דאָרט, בײַ די דײַטשן געאַרבעט. נאַכער האָבן מי- האָט מען אונדז אַריבערגעפֿירט אַרבעטן Sheytah Zilber 450.137 452.558 נאָך אין, בײַ אַנדערע דײַטשן, Sheytah Zilber 452.558 453.77 אין גרױסע Sheytah Zilber 454.147 456.946 נו, סקלאַדן דאָרטן פֿון פּראָדוקטן Sheytah Zilber 456.946 459.013 װאָס פֿלעגט גײן פֿאַ- אױפֿן פֿראָנט, פֿאַר די Sheytah Zilber 459.013 461.938 קאָנסערװן, קאָמפּאָטן, אַלץ אַזאַנע זאַכן. Sheytah Zilber 462.045 466.832 מיר אױך דאָרט, סע האָט שױן געט- -אַרבעט אױך ניט אונטערן דאַך, ניט אױף דרױסן. Sheytah Zilber 469.875 471.27 נו, אין שאַװל, Sheytah Zilber 471.377 473.413 אין שאַװל איז געװען צװײ געטאָס. Sheytah Zilber 474.465 477.058 אײנע האָט זיך גערופֿן טראַקער געטאָ Sheytah Zilber 477.148 479.454 ס'איז אױף ייִדיש, און אױף ליטװיש TRAKŲ. Sheytah Zilber 480.101 483.015 די צװײטע געטאָ איז געװען קאַװקאַזער געטאָ. Sheytah Zilber 483.273 485.225 KAUKAZAS אױף ליטװיש. Sheytah Zilber 485.45 487.351 פֿאַר װאָס צװײ געטאָס? Sheytah Zilber 488.167 490.358 װײַלע ס'איז ניט געװען קײן Sheytah Zilber 490.361 494.248 אָרט פֿאַר אַלעמען, אַ גרױסער שטח אַזאַ, מע זאָל אַלעמען אין אײן אָרט. Sheytah Zilber 494.276 496.256 האָט מען דאָס געמאַכט אין צװײ ערטער. Sheytah Zilber 496.256 498.32 אָבער קײן אונטערשײד איז ניט געװען. Sheytah Zilber 498.478 501.977 פֿון די מענטשן, פֿון, און פֿון דער גאַנצער סטרױ, פֿון אַלצדינג. Sheytah Zilber 501.977 503.534 די זעלבע זאַך אומעטום. Sheytah Zilber 507.742 508.254 mm Sheytah Zilber 508.254 509.508 און אין eh Sheytah Zilber 510.594 514.574 נײַנצן דרײַ און פֿערציק איז געװען אין שאַװלער געטאָ Sheytah Zilber 514.577 516.09 אַ קינדער־אַקציע. Yishayahu Peri 517.647 519.396 װאָס הײסט אַ קינדער־אַקציע? Sheytah Zilber 518.777 521.862 מ'האָט צוגענומען, אַרײַנגעקומען די דײַטשן, Sheytah Zilber 521.882 523.901 ליטװינער, אוקראַיִנער, Sheytah Zilber 524.33 529.218 און מ'האָט, און אױף אַלע מענטשן זײַנען אַװעק דעם טאָג צו דער אַרבעט, אַרבעטס־פֿעיִקע. Sheytah Zilber 529.443 532.391 געבליבן אַלטע, קראַנקע מיט קינדער Sheytah Zilber 532.869 534.669 און מ'האָט אַלעמען צוגענומען. Sheytah Zilber 535.772 537.302 מ'האָט אַרױסגעפֿירט Sheytah Zilber 538.742 542.23 און מ'האָט זײ <אַלעמען> אין דײַטשלאַנד, זאָגט מען, אַרױסגעפֿירט זײ, Sheytah Zilber 542.319 543.928 און מ'האָט אַלעמען פֿאַרניכטעט. Sheytah Zilber 543.928 545.992 דאָס האָט זיך אָנגערופֿן די קינדער־אַקציע. Sheytah Zilber 547.938 549.957 געקומען פֿון דער אַרבעט אַלע Sheytah Zilber 550.183 553.344 און מ'האָט ניט געפֿונען קײן קינדער, קײנעם ניט, די יללות, Sheytah Zilber 553.355 557.484 די װײנערײַען װאָס ס'איז געװען שרעקלעך דאַן װאָס ס'האָט געטאָן דעם טאָג אין געטאָ. Yishayahu Peri 559.65 566.327 װי האָבן זיך מענטשן, די עלטערע מענטשן, eh, געגעבן אַ עצה אין געטאָ מיט עסן, מ- װי סי- Sheytah Zilber 565.775 568.523 אין געטאָ איז גע- ערשטנס אין געטאָ איז געװען אַ געשעפֿט Sheytah Zilber 568.523 570.09 און ס'איז געװען קאַרטעטשקעס. Sheytah Zilber 570.72 571.822 מ'האָט געגעבן Sheytah Zilber 571.822 573.617 עפּעס װאָס אַ ביסעלע. Sheytah Zilber 574.213 577.467 נו, און דאַן מענטשן זײַנען אַראָ- פֿלעגן גײן צו דער אַרבעט אין שטאָט. Sheytah Zilber 577.467 579.911 מענטשן זײַנען אַרײַן מיט זאַכן אין געטאָ, Sheytah Zilber 580.187 582.949 די היגע מענטשן, פֿון שטאָט, פֿון שאַװל. Sheytah Zilber 583.275 585.159 פֿלעגט מען אַרױסגײן צו דער אַרבעט. פֿ- Sheytah Zilber 585.249 587.254 פֿלעגן קומען פּױערים Sheytah Zilber 587.291 589.06 אױף די אַרבעטס־פּלעצער Sheytah Zilber 589.06 590.756 און מע פֿלעגט אױסבײַטן. Sheytah Zilber 590.801 595.065 פֿאַר כ- זאַך פֿלעגט מען געבן אַ שטיקל ברױט, אַ שטיקל פּוטער. Sheytah Zilber 595.222 597.41 מ'האָט זיך געדרײט װי ניט איז. Sheytah Zilber 598.513 599.469 און Sheytah Zilber 599.778 605.999 אין די דירות האָט מען געלעבט זײער ענג. אין צימער האָבן געלעבט צו דרײַ פֿיר משפּחות Sheytah Zilber 606.748 608.568 אומגעפֿער. מיר האָבן געלעבט Sheytah Zilber 608.587 610.711 בײַ, מיט די משפּחה אוריאַשעװיטש, Sheytah Zilber 610.711 612.48 האָבן מיר געלעבט אין אַ קיך. Sheytah Zilber 613.278 616.259 זײַנען זײ געװען פֿיר, און מיר צװײ, זעקס מענטשן. Sheytah Zilber 616.856 618.684 און דאָרטן פֿלעגט מען קאָכן Sheytah Zilber 618.684 620.152 אַלע שכײ- און ס'איז געװען Sheytah Zilber 620.152 623.195 נאָך צװײ צימערן, האָבן געלעבט נאָך משפּחות. Sheytah Zilber 623.42 624.101 נו? Sheytah Zilber 624.112 625.896 UNK און אַלע האָבן זיך געדרײט. Yishayahu Peri 626.795 629.205 ס'איז געװען eh Yishayahu Peri 629.242 635.733 <EYZE> ספּעציעלע קראַנקײטן אין אין צײַט פֿון געטאָ װאָס איר געדענקט? ס'איז געװען פֿאַלן פֿון עפּידעמיעס און און? Sheytah Zilber 635.3 638.327 נו, דאָס װײ- כ'װײס ניט <איך> װײס דאָס ניט. Yishayahu Peri 636.127 637.353 געדענקט איר נישט? Sheytah Zilber 638.338 640.816 נו, איך שטעל זיך פֿאָר אַז ס'איז יע געװען מסתּמאן Yishayahu Peri 640.785 642.011 יעצט אַז איר... Sheytah Zilber 640.835 642.129 פֿון אַזאַ לעבן. Yishayahu Peri 642.32 648.626 אַז מיר רעדן װע- ih װעגן, דאָרטן איז געװען זאָגט איר אין שאַװל איז יאָ געװען אַ ייִדישער קאָמיטעט און ייִדישע פּאָליצײ. Sheytah Zilber 648.243 648.997 יע. Yishayahu Peri 649.02 651.009 װי פֿלעגן זײ זיך אױפֿפֿירן Yishayahu Peri 651.009 652.316 לױט אײַער מײנונג, Yishayahu Peri 652.316 653.401 יענע צײַטן? Sheytah Zilber 653.694 657.975 נו, אין שאַװל די פּאָליצײ געװען ניט אַ- ניט קײן שלעכטע, מײן איך אַזױ. Sheytah Zilber 658.115 661.788 ס'איז, נו, ס'איז געװען פֿאַרש- אפֿשר אײנצלנע פֿאַלן װאָס געװען. Yishayahu Peri 661.457 663.274 אָבער איר פּערזענלעך האָט שױן... Sheytah Zilber 661.845 666.024 אָ- איך פּערזענלעך, איך פּערזענלעך, מיר ih, מיר האָבן ניט קײן זאַך ניט געשפּירט. Sheytah Zilber 666.536 671.824 דער קאָמיטעט, נו, געמ- געפֿירט זײער פּראָגראַם װאָס זײ האָבן געדאַרפֿט. ס'איז געװען אַ אַמ- Sheytah Zilber 671.824 674.186 װעגן אַרבעטס־אַמט װאָס סע פֿלעגט פֿירן, Sheytah Zilber 674.214 676.402 eh שיקן אױף דער אַרבעט מענטשן. Yishayahu Peri 676.661 679.794 אָ- איר פּערזענלעך האָט איר נישט געהאַט קײן שום פּראָבלעמען מיט זײ? Sheytah Zilber 678.939 680.317 נײן, נײן. Sheytah Zilber 681.032 683.71 קײנע פּראָבלעמען ניט געהאַט מיטן קאָמיטעט. Yishayahu Peri 683.85 689.281 איר האָט געװוּסט, ס'איז געװען עפּעס פֿאַלן אַז ס'איז געװען אַ אונטערערד־אַרבעט אין געטאָ? Yishayahu Peri 689.317 695.336 ס'איז געװען עפּעס מענטשן װאָס פֿלעגן אָפּגעהאַט פֿאַרבינדונגען מיט פּאַרטיזאַנער, עפּ- אױב איר װײסט עפּעס װעגן דעם? Sheytah Zilber 694.464 696.467 איך פּערזענלעך װײס דאָס ניט. Yishayahu Peri 696.067 697.262 איר װײסט נישט װעגן דעם. Sheytah Zilber 696.523 697.84 נײן. נײן, נײ- Yishayahu Peri 697.262 698.964 איר האָט דע- דעמאָלסט נאָך נישט געװוּ- Sheytah Zilber 698.092 700.989 איך האָב ניט קײן זאַך ניט געװוּסט, נײן, נײן. Yishayahu Peri 699.206 700.753 נישט געװוּסט װעגן דעם. Sheytah Zilber 701.703 702.541 און Sheytah Zilber 702.75 705.793 אײן צײַט האָט מען אונדז אַרױסגעפֿירט זומער. דאָס איז געװען Sheytah Zilber 705.793 708.398 מסתּמא אין דרײַ און פֿערציקסטן יאָר מײן איך, Sheytah Zilber 709.078 709.933 אױף Sheytah Zilber 710.107 712.16 אַרבעט בײַ טאָרף, Sheytah Zilber 713.398 714.911 הינטער שאַװל. Sheytah Zilber 715.406 717.037 געװען צװײ לאַגערן. Sheytah Zilber 717.498 719.838 אײנער האָט זיך גערופֿן BUČIŪNAI, Sheytah Zilber 720.671 722.403 געװען אַ גרױסער לאַגער. Sheytah Zilber 723.033 725.798 און דער צװײטער איז געװען KARPIŠKIAI. Sheytah Zilber 725.798 727.77 ס- אַלץ ליטװישע נעמען. Sheytah Zilber 728.062 730.065 מיר זײַנען געװען אין KARPIŠKIAI. Sheytah Zilber 731.842 734.199 דאָרטן אױך נאָר ליטװינער פּאָליצײ. Sheytah Zilber 734.34 736.258 דײַטשן זײַנען דאָרט ניט געװען. Sheytah Zilber 736.753 737.535 אָבער Sheytah Zilber 737.535 739.667 פֿאַרהעלטענישמעסיק איז נאָך געװען Sheytah Zilber 739.959 741.32 ניט שלעכט אַזױ. Sheytah Zilber 741.9 745.725 פֿלעגן אַרױסלאָזן אין דאָרף, און פֿלעגט זיך קענען באַזאָרגן עסן. Sheytah Zilber 745.848 748.829 נו, די אַרבעט איז געװען שװערע, ניט לײַכט. Sheytah Zilber 749.51 751.99 אַז מ'איז געװען איבער אַ חודש דאָרטן זומער. Sheytah Zilber 751.99 754.15 נאַכער האָט מען אונדז צוריקגעבראַכט אין געטאָ. Sheytah Zilber 756.092 760.291 נאַכער איז נאָך געװען, פֿ- האָט מען געפֿירט אױף די אַרבעט בײַ קאַלך־אַרבעט. Sheytah Zilber 760.291 761.368 AKMENĖ. Sheytah Zilber 763.719 768.911 דאָרט- דאָרטן בין איך ניט געװען, נאָר מײַן קוזינע איז דאָרטן געװען אױף דער אַר- אין, דאָרט אין דעם, AKMENĖ. Yishayahu Peri 768.815 772.842 אײַער קוזינע איז געװען די זעלבע עלטער װי איר, O זי איז געװען עלטער פֿון אײַך? Sheytah Zilber 772.157 774.311 ז- אָנדערהאַלבן יאָר עלטער פֿון מיר. Sheytah Zilber 781.387 783.322 UNK דאָרטן. Sheytah Zilber 784.695 788.942 נאַכער האָט מען אונדז, נאַכ- נאַכער זײַנען מיר שױן געװען נאָר אין שאַװלער געטאָ. Sheytah Zilber 788.998 792.249 און אין פֿיר און פֿערציקסטן יאָר האָט מען גענומען שױן Sheytah Zilber 792.896 796.434 אַרױספֿירן פֿון געטאָ אין דײַטשלאַנד, אין די לאַגערן. Sheytah Zilber 797.857 798.512 מײַן Sheytah Zilber 798.512 801.227 מײַן קו- מיר האָבן זיך צעשײדט מיט די קוזינע. Sheytah Zilber 801.502 805.769 זי איז געװען אין AKMENer לאַגער. זי האָט געהאַט שױן אַ מאַן אין געטאָ, Sheytah Zilber 805.769 807.169 געװען חתונה געהאַט. Sheytah Zilber 807.169 809.495 האָט מען זײ אַרױסגעפֿירט אין דײַטשלאַנד. Sheytah Zilber 811.29 813.816 און איך בין געבליבן אין שאַװלער געטאָ. Sheytah Zilber 815.593 816.431 און אַ Sheytah Zilber 816.487 819.991 שױן פֿאַרן ליקװידירן די געטאָ אַ קורצע צײַט, Sheytah Zilber 820.115 822.551 אַ מאָנאַט פֿאַרן ליקװידירן די געטאָ, Sheytah Zilber 822.551 824.547 האָט זיך מיר געמאַכט אַ פֿאַל, Sheytah Zilber 826.207 827.484 אַז Sheytah Zilber 827.979 830.049 איך בין אַרױס פֿון געטאָ Sheytah Zilber 830.831 834.521 אױך דורך באַקאַנטשאַפֿט. דור-, באַקאַנטע מענטשן האָבן מיר געהאָלפֿן. Sheytah Zilber 835.151 837.407 בין אַרױס דורכן ט- דורכן צאַם, Sheytah Zilber 837.817 840.039 געמאַכט אַ לאָך אין די שטאַכל־דראָט, Sheytah Zilber 840.703 843.853 און דורכן צאַם, און איך האָב געהאַט אַ אַדרעס אין שטאָט Sheytah Zilber 844.871 846.874 װוּ צו גײן, בײַ ליטװינער. Yishayahu Peri 846.845 848.679 װער האָט אײַך געגעבן דעם אַדרעס? Sheytah Zilber 847.959 850.653 אױך אַ באַ- אײנער אַ באַקאַנטער פֿון געטאָ. Sheytah Zilber 851.351 853.185 און איך בין דאָרטן אַװעק. Sheytah Zilber 853.393 855.396 דעם באַגינען בײַ צו זײ. Sheytah Zilber 856.211 858.011 געקומען צו זײ, Sheytah Zilber 858.978 860.677 מיר אַרײַנגעלאָזן, Sheytah Zilber 862.218 865.098 און איך האָב שױן דאָרטן בײַ זײ געפֿונען מענטשן ייִדן. Sheytah Zilber 866.42 869.064 איך געדענק ניט די פֿאַמיליע ד- פֿון די מענטשן. Sheytah Zilber 870.453 873.35 און פֿון דאָרטן פֿלעגן זײ אַװעקפֿירן אױפֿן דאָרף. Sheytah Zilber 878.469 880.809 מיר אױך נאַכער אַװעקגעפֿירט Sheytah Zilber 881.49 882.986 אין PAGELAVA, Sheytah Zilber 883.7 884.741 אין אַ דאָרף. Sheytah Zilber 887.666 890.987 און פֿון PAGELAVA האָט מען נאָך אַװעקגעפֿירט דורך אַ װאַלד Sheytah Zilber 890.99 892.582 בײַ אַן אַנדער מענטשן. Sheytah Zilber 892.582 893.364 בײַ אַ Sheytah Zilber 894.18 895.004 דאָרף, Sheytah Zilber 895.004 896.047 דאָרף־מענטש. Sheytah Zilber 896.407 900.215 האָבן געלעבט אײנע אַלײן אין אַ גרױסע שטוב דאָרטן אַ משפּחה, Sheytah Zilber 900.71 903.489 און דאָרטן בײַ זײ בין איך געװען אַ מאָנאַט צײַט Sheytah Zilber 904.507 906.408 ביז מ'האָט באַפֿרײַט שאַװל. Yishayahu Peri 908.304 912.483 אַז איר האָט זיך אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ כּדי זיך אױסצובאַהאַלטן Yishayahu Peri 912.843 917.93 האָט איר שױן געהאַט אַ אַנונג װעגן דעם, אַז די סאָװיעטישע אַרמײ גײט פֿאָרױס און װ- Yishayahu Peri 917.93 921.174 ס'װעט באַלד אין קורצן זײַן באַפֿרײַט? איר האָט געהאַט עפּעס אַ אַנונג װעגן דעם? Sheytah Zilber 920.89 925.193 מ'האָט אַ ביסל יאַ גערעדט אין געטאָ. מ'האָט שױן גערעדט אַ ביסל. ס'איז געװען ידיעות. Sheytah Zilber 925.193 926.374 מענטשן האָבן אין ש- Sheytah Zilber 926.374 927.606 זײ ליקװידירן שױן. Sheytah Zilber 927.606 930.54 ס'קומט שױן דער סוף. מע ליקװידירט שױן די געטאָס... Yishayahu Peri 930.107 932.008 מ'האָט שױן געהאַט אַ אַנונג װעגן דעם. Sheytah Zilber 931.17 933.966 אַנונג, מ'האָט שױן פֿאַרשטאַנען עפּעס װאָס, יאַ. Sheytah Zilber 937.11 942.741 נאָר מ'האָט באַפֿרײַט ש- איך בין געװען דאָרטן בײַ זײ אַ מאָנאַט צײַט. נאַכער האָט מען באַפֿרײַט שאַװל. Yishayahu Peri 942.577 944.073 װען איז דאָס געװען? Sheytah Zilber 944.872 948.005 װען האָט מען באַפֿרײַט שאַװל? אין פֿיר און פֿערציקסטן יאָר. Yishayahu Peri 948.146 949.878 זומער פֿיר און פֿערציק? Sheytah Zilber 949.277 950.081 יע. Sheytah Zilber 952.01 955.5 איז, זײַנען מיר אַװעקגעפֿ- בין איך אַװעקגעפֿאָרן דאַן פֿון זײ Sheytah Zilber 955.503 956.797 אין שאַװל Sheytah Zilber 957.225 959.008 נאָך די באַפֿרײַונג. Sheytah Zilber 959.79 963.514 נו, מ'האָט שױן גענומען קלײַבן אַ ביסל ייִדן פֿון אומעטום Sheytah Zilber 964.16 966.385 פֿון דײַטשלאַנד איז נאָך קײנער ניט געקומען. Sheytah Zilber 966.385 969.74 נאָר פֿון ליטע, װער עס איז <זיך> שױן װוּ, עפּעס װוּ באַפֿרײַט Sheytah Zilber 971.72 974.131 זײַנען מיר געװען אַ קורצע צײַט אין שאַװל Sheytah Zilber 974.131 977.081 און דער דײַטש האָט דאַן נאָך אַ מאָל אָנגעגריפֿן שאַװל, Sheytah Zilber 977.323 979.522 האָט די היגע מאַכט פֿון שטאָט Sheytah Zilber 979.522 982.549 געהײסן אַלע ייִדן אַװעקפֿאָרן װאָס גיכער פֿון שאַװל. Sheytah Zilber 982.672 984.776 מיר זאָלן ניט אַרײַנפֿאַלן אַ צװײטן מאָל. Sheytah Zilber 986.25 987.442 געדענק איך װי הײַנט. Yishayahu Peri 987.347 989.07 און איר פֿ- איר האָט טאַקע אַװעקגעפֿאָר- Sheytah Zilber 988.275 990.829 יאַ, אַװעקגעפֿאָרן <אָ-> אין פֿראַכט־װאַגאָנעס, Sheytah Zilber 990.829 993.157 אױף שטײנער זײַנען מיר דאַן געפֿאָרן. Sheytah Zilber 993.202 995.053 מיר זײַנען אַװעקגעפֿאָרן אין קאָװנע. Sheytah Zilber 996.189 1000.689 און דאַן זײַנען מיר אַװעק פֿון שאַװל שױן. מער <האָב איך> זיך שױן ניט אומגעקערט אין שאַװל, Sheytah Zilber 1000.847 1002.748 און זיך אָפּגעשטעלט אין קאָװנע. Sheytah Zilber 1005.69 1006.539 mm Sheytah Zilber 1006.539 1008.952 געקומען דאַן אין קאָװנע, Sheytah Zilber 1008.963 1012.231 גײ איך אין אַזאַ שטוב, האָבן זיך גענומען אַלע קלײַבן Sheytah Zilber 1013.368 1014.124 און אין Sheytah Zilber 1014.127 1018.981 איבער הױפּט איז מען געגאַנגען אין קאָװנע איז דאָ אַ גרױסע שול, אַ כאָר־ש-, די כאָר־שול. Sheytah Zilber 1019.426 1022.073 אױף OŽEŠKIENĖS רופֿט זיך אָן די גאַס. Sheytah Zilber 1022.109 1025.321 דאָרטן פֿלעגט מען אונדז, האָבן זיך גענומען קלײַבן אױך אַ סך. Sheytah Zilber 1025.321 1027.582 מ'האָט זיך פֿאַררעגיסטרירט דאָרטן. Sheytah Zilber 1027.627 1030.873 װײַלע מענטשן פֿלעגן קומען זוכן, אפֿשר איז װער לעבן געבליבן. Sheytah Zilber 1030.873 1032.566 פֿרײַנד, אײגענע. Sheytah Zilber 1034.377 1036.754 איך האָב זיך אױך דאַן דאָרטן פֿאַרשריבן. Sheytah Zilber 1036.79 1039.164 נאָר געפֿונען אין YAD VASHEM די Sheytah Zilber 1040.148 1041.572 די SPIS- די Yishayahu Peri 1041.465 1042.202 ליסט. Sheytah Zilber 1042.053 1043.208 די ליסטעס Sheytah Zilber 1043.22 1044.716 פֿון די פֿאַרשריבענע. Sheytah Zilber 1047.135 1050.336 נו, זיך אָנגעפֿאַנגען אַ נ- װידער אַ נײַער לעבן. Sheytah Zilber 1051.843 1053.592 נו, מ'איז געװען יונג. Sheytah Zilber 1054.678 1056.008 איך בין געקומען, Sheytah Zilber 1056.028 1057.794 קײנעם ניט געפֿונען. Sheytah Zilber 1059.791 1061.602 אין אַ קורצע צײַט אַרום Sheytah Zilber 1061.602 1064.139 בין איך אַװעקגעפֿאָרן בײַ אונדז אין שטעטל. Sheytah Zilber 1064.516 1068.847 דאַן האָב איך זיך דערװוּסט פֿון די גאַנצע טראַגעדיע װאָס דאָרטן איז פֿאָרגעקומען. Yishayahu Peri 1068.144 1070.94 פֿון װעמען האָט איר זיך דערװוּסט? װער האָט אײַך דערצײלט? Sheytah Zilber 1070.034 1073.791 פֿון לי- פֿון ליטװינער. װען איך, כ'האָב געפֿונען אונדזער געװעזענע Sheytah Zilber 1074.0 1075.581 שטוב־אַרבעטערין Sheytah Zilber 1076.244 1077.453 KAROLINA. Yishayahu Peri 1076.39 1078.567 װ- װאָס האָט זי אײַך דערצײלט? Sheytah Zilber 1078.083 1081.827 נו, האָט זי דערצײלט װי זי פֿ- <װוּ מ'האָט> צוזאַמענגעטריבן דאַן Sheytah Zilber 1081.827 1083.984 בײַ אונדז אין מיטן שטעטל איז געװען אַזאַ Sheytah Zilber 1084.074 1087.29 גאָרטן, אַזאַ פּלאַץ, סקװער װי מע רופֿט דאָס. Sheytah Zilber 1087.55 1090.312 דאָרט האָט מען צוזאַמענגעטריבן אַלעמען, Sheytah Zilber 1090.74 1093.147 מ'האָט געפּײַניקט, מ'האָט געהרגעט. Sheytah Zilber 1093.322 1097.755 זי פֿלעג קומען צו זײ. זי פֿלעגט זײ ברענגען עסן, די מאַמען, דעם ברודער. Sheytah Zilber 1098.047 1100.505 פֿלעגט לאָזן, ניט לאָזן, װי אַ מאָל. Sheytah Zilber 1101.37 1105.258 נו, נאַכער האָט זי דערצײלט װי מ'האָט זײ אױסגעשאָסן <און זײ> אַװעקגעהרגעט. Sheytah Zilber 1105.269 1107.705 דאָס אױך ניט װײַט פֿון קרעטינגע. Sheytah Zilber 1107.75 1110.444 לעבן קרעטינגע איז דאָ אַ קוראָרט, PALANGA, Sheytah Zilber 1110.72 1112.978 צװעלף קילאָמעטער פֿון קרעטינגע. Sheytah Zilber 1112.978 1115.945 איז אונטער װעגס פֿון קרעטינגע, PALANGA, Sheytah Zilber 1116.002 1117.231 אין אַ װעלדל Sheytah Zilber 1117.231 1118.881 שטײט אַ דענקמאָל Sheytah Zilber 1119.191 1121.345 אַז דאָרטן האָט מען אַװעקגעהרגעט... Yishayahu Peri 1120.423 1122.527 װער האָט אױפֿגעשטעלט דעם דענקמאָל? Sheytah Zilber 1122.532 1124.062 די מלוכה פֿ-, דאַכט זיך. Sheytah Zilber 1124.456 1128.014 אָבער ס'איז ניט אָנגעשריבן אַז ס'איז ייִדן אָדער װאָס, קײן זאַך ניט. Yishayahu Peri 1127.19 1128.129 בירגער. Sheytah Zilber 1128.014 1128.956 בירגער. Yishayahu Peri 1129.485 1132.702 װאָס האָט איר דערװוּסט, װאָס האָט איר זיך דערװוּסט װעגן טאַטן? Sheytah Zilber 1129.535 1130.728 אױף ליטװיש. Sheytah Zilber 1132.252 1137.388 נו, װעגן פֿאָטער האָב איך זיך דערװוּסט אַז eh, דעם באַגינען אַז ס'האָט אָנגעפֿאַנגען די מלחמה Sheytah Zilber 1137.388 1139.014 איז ער געװען אין דאָרף. Sheytah Zilber 1139.205 1141.562 דאָס איז זיבן קילאָמעטער פֿון קרעטינגע. Sheytah Zilber 1141.871 1143.89 און ער איז געגאַנגען צו פֿוס אַהײם. Sheytah Zilber 1145.415 1148.964 איז אונ-, ניט דערגײענדיק שױן די שטעטל בײַ אונדז Sheytah Zilber 1149.009 1151.822 האָט מען אים דאָרטן, אונטער װעגס, די היגע פּױערים Sheytah Zilber 1152.772 1153.914 דערהרגעט. Sheytah Zilber 1154.392 1156.609 און מײַן פֿאָטער איז געװען זײער אַ גוטער מענטש. Sheytah Zilber 1156.609 1157.916 זײער גוט געװען Sheytah Zilber 1157.916 1161.069 פֿאַר דער, פֿאַר די אַרבעטער, פֿאַר די היגע מענטשן Sheytah Zilber 1162.357 1162.911 hm Sheytah Zilber 1162.911 1163.937 און מ'האָט אים Sheytah Zilber 1164.332 1166.048 דערהרגעט. איז געװען אַ ייִד. Yishayahu Peri 1167.504 1172.527 איר האָט עפּעס געטראָפֿן BEKHOL ZOT עפּעס קרובֿים װאָס האָבן איבערגעלעבט דעמאָלסטן? Sheytah Zilber 1172.735 1173.742 קײנעם ניט. Yishayahu Peri 1173.478 1174.806 נאָכן באַפֿרײַונג? Sheytah Zilber 1174.17 1175.829 נ- קײנעם ניט. קײן... Yishayahu Peri 1174.98 1176.578 קײן שום קרובֿים נישט? Sheytah Zilber 1175.829 1178.158 קײנע קרױ- אַלע זײַנען אומגעקומען. Sheytah Zilber 1178.158 1179.344 אַלע קרובֿים. Yishayahu Peri 1179.215 1181.403 די, אײַער שװעסטערקינד רחל? Sheytah Zilber 1180.312 1184.612 די שװעסטערקינד, זי איז געקומען, מײַן שװעסטערקינד רחל האָט זיך באַפֿרײַט Sheytah Zilber 1184.615 1187.54 בײַ, אין דײַטשלאַנד, בײַ די אַמעריקאַנער Sheytah Zilber 1187.552 1191.023 און זי מיטן מאַן זײַנען אױך געװען אין ITALIEN דאַכט זיך Sheytah Zilber 1191.399 1192.743 און עטל- אַ פֿ- Yishayahu Peri 1191.72 1194.617 זע- זײ האָבן זיך נישט, זײ האָבן נישט צוריקגעפֿאָרן קײן ליטע? Sheytah Zilber 1193.897 1195.615 ליטע זײַנען זײ ניט געפֿאָרן. Sheytah Zilber 1195.615 1200.725 זײַנען פֿון דאָרטן שױן, פֿון, געקומען דאָ דירעקט אין ישׂראל אין די פֿערציקסטער יאָרן. Yishayahu Peri 1200.917 1205.771 און ד- איר האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם? װען האָט איר זיך דערװוּסט װעגן דעם אַז ס'האָט איבערגעלעבט די קוזינע? Sheytah Zilber 1205.81 1210.895 אָ, שפּעט, שפּעט. מסתּמא אין די זעכציקסטער, אין די זיבעציקסטער... Yishayahu Peri 1206.806 1207.864 שפּעט. Yishayahu Peri 1209.81 1211.812 אַ, ביז דעמאָלסט האָט איר נישט געװוּסט. Sheytah Zilber 1210.895 1214.056 קײן זאַך ניט געװוּסט. דאַן קײן פֿאַרבינדונג ניט געהאַט. Yishayahu Peri 1215.092 1215.998 mhm. Yishayahu Peri 1217.623 1221.33 איז פֿון אײַער שטעטל האָט איר זיך צוריקגעקערט קײן קאָװנע? Sheytah Zilber 1220.846 1223.02 יאַ, איך בין געפֿאָרן דאָס <אױף> נאָר אַ קוק טאָן Sheytah Zilber 1223.02 1225.459 און געקומען צוריק אין קאָװנע. Sheytah Zilber 1225.459 1227.557 נו, מ'האָט דאָך געמוזט לעבן. Sheytah Zilber 1227.714 1228.299 זיך Sheytah Zilber 1228.828 1230.847 אײַנגעאָרדנט אױף אַרבעט Sheytah Zilber 1231.933 1234.917 ס- איך בין אַװעק אַרבעטן, מע <דאַרפֿט> עסן, מע דאַרף. Sheytah Zilber 1234.953 1238.199 נו, מ'האָט זיך באַקאַנט מיט יוגנטלעכע. איז מען דאָך <יונגן>, Sheytah Zilber 1238.244 1241.495 זיך באַקאַנט מיט מײַן מאַן, אליעזר זילבער. Sheytah Zilber 1242.446 1246.355 און ער איז אױך געקומען פֿון געטאָ, פֿון פּאַרטיזאַנער, Sheytah Zilber 1246.547 1250.383 אײנער אַלײן, קײנעם ניט געפֿונען פֿון די גאַנצע משפּחה. Sheytah Zilber 1250.383 1253.966 אַלעמען האָט מען אױסגעהרגעט אין די לאַגערן, אין די געטאָס. Sheytah Zilber 1255.406 1258.927 נו, מיר האָבן חתונה געהאַט אין פֿינף און פֿערציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 1259.135 1260.665 צענטן AVGUST. Yishayahu Peri 1260.418 1263.652 כ'האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן נאָך אַ פֿראַגע. זײַענדיק בײַ אײַך אין שטעטל Yishayahu Peri 1263.725 1267.55 װען איר זענט געקומען זוכן, <זען װאָס,> זיך דערװיסן װאָס האָט פּאַסירט מיט די משפּחה Yishayahu Peri 1268.383 1273.119 eh, אײַער הױז, אײַער, eh, דאָס האָט עפּעס צוריקגעקע- -קריגן? Sheytah Zilber 1272.028 1275.364 קײן זאַך ניט געפֿונען. אַלץ אָפּגעברענט. Sheytah Zilber 1275.453 1277.805 אַז ס'האָט זיך אָנגעפֿאַנגען, כ'גײ אַ ביסל צוריק, Sheytah Zilber 1277.85 1279.898 אַז ס'האָט זיך אָנגעפֿאַנגען די מלחמה Sheytah Zilber 1279.898 1281.169 זונטיק Sheytah Zilber 1281.427 1283.278 איז דאָנערשטיק Sheytah Zilber 1283.587 1286.264 האָט מען אונטערגעצונדן די קלױז Sheytah Zilber 1286.625 1288.526 און מ'האָט געזאָגט אַז די ייִדן Sheytah Zilber 1288.903 1290.467 האָבן דאָס געמאַכט Sheytah Zilber 1290.708 1294.516 און דאַן האָט מען צוזאַמענגעטריבן גלײַך אַלע ייִדן די ערשטע װאָך. Sheytah Zilber 1295.062 1298.046 נו, מ'האָט זײ געהאַלטן דאָרטן אַ חודש אַ קורצע צײַט. Sheytah Zilber 1298.046 1299.613 מ'האָט אַלעמען אױסגעשאָסן. Yishayahu Peri 1299.77 1300.755 און דאָס האָט מען... Sheytah Zilber 1299.956 1301.418 קײנעם ניט געפֿונען. Yishayahu Peri 1300.755 1302.651 אין אַלע הײַזער אַלץ פֿאַרברענט. Sheytah Zilber 1302.2 1304.607 פֿ- אַלץ פֿאַרברענט, קײן זאַך ניט געפֿונען. Yishayahu Peri 1303.77 1306.701 דאָס האָט איר זיך אױך דערװוּסט זײַענדיק אין שטעטל. Sheytah Zilber 1304.9 1306.399 דערװוּסט אַז איך בין געק-, Sheytah Zilber 1306.399 1308.196 יע, אַז איך בין געקומען אין שטעטל Sheytah Zilber 1308.196 1312.37 האָט ז- שטײען נײַע הײַזער יעצט. גאַנץ אַנדערש, די גאַנצע שטעטל. Yishayahu Peri 1312.055 1313.872 און דאָס האָט מען אײַך אַלץ דערצײלט. Sheytah Zilber 1313.439 1315.02 יע, אַלץ דערצײלט. Yishayahu Peri 1316.207 1317.453 יעצט, מיר Yishayahu Peri 1317.453 1321.342 זענען געקומען צוריק אין קאָװנע, װי איר האָט שױן געזאָגט, געטראָפֿן חבֿרים. Yishayahu Peri 1321.353 1325.887 איר האָט געטראָפֿן אײַער מאַן, אױך אַ געליטענער. איר האָט חתונה געהאַט אין פֿינף און פֿערציקסטן. Sheytah Zilber 1322.467 1323.373 יע. Sheytah Zilber 1323.497 1324.268 יע. Sheytah Zilber 1324.813 1326.427 פֿערציקסטן יאָר, יאַ. Yishayahu Peri 1326.095 1328.463 דערצײלט אַ ביסל װעגן לעבן Yishayahu Peri 1328.463 1332.958 פֿינעף און פֿיר- פֿינעף און פֿערציקסטן און װײַטער. װי האָט זיך געלעבט, װי האָט זיך אײַנגעאָרדנט? Sheytah Zilber 1333.487 1337.43 יע, אין פֿינף און פֿערציקסטן יאָר, דער לעבן איז געװען זײער אַ שװערער. Sheytah Zilber 1337.942 1339.593 נאָך דער מלחמה. Sheytah Zilber 1339.593 1342.931 מײַן מאַן איז דאַן זײער קראַנק געװען, נו, געזונט געװאָרן, Sheytah Zilber 1343.004 1344.098 דאָס אַלץ Sheytah Zilber 1344.098 1346.121 פֿון די פּאַרטיזאַנישע צײַטן, Sheytah Zilber 1347.29 1348.955 געקומען אַ קראַנקער, נו. Sheytah Zilber 1349.855 1351.655 מ'האָט אָנגעפֿאַנגען אַרבעטן. Sheytah Zilber 1353.46 1355.671 מ'האָט געלעבט. ס'איז געװען זײער שװער. Sheytah Zilber 1356.15 1357.581 מאַטערי- מע- Sheytah Zilber 1357.581 1359.502 מאַטעריעל איז געװען שװער צ- Sheytah Zilber 1360.115 1362.472 מײַן מאַן איז אַװעק גלײַך אַרבעטן Sheytah Zilber 1362.613 1364.649 אין פֿיר און פֿערציקסטן יאָר Sheytah Zilber 1364.722 1367.613 דעם אַכטן מאָנאַט, אין AVGUST דעם אַכטן, Sheytah Zilber 1367.613 1368.997 און באַפֿרײַט קאָװנע, Sheytah Zilber 1368.997 1370.809 איז ער שױן געװען אין קאָװנע Sheytah Zilber 1371.32 1372.996 און ער איז אַװעק אַרבעטן Sheytah Zilber 1372.996 1373.739 אין Sheytah Zilber 1373.739 1374.926 מלוכישן Sheytah Zilber 1375.353 1376.495 אַרכיװ. Sheytah Zilber 1378.104 1380.461 און אַזױ האָט ער דאָרטן אָפּגעאַרבעט Sheytah Zilber 1381.31 1384.004 דרײַ און דרײַסיק יאָר, ביזן קומען דאָ. Sheytah Zilber 1384.989 1387.197 צװאַנציק, צװײ און צװאַנציק יאָר, Sheytah Zilber 1387.197 1390.097 צװאַנציק, צװײ און צװאַנציק יאָר איז ער געװען דער דירעקטאָר Sheytah Zilber 1390.828 1392.037 פֿון דעם אַרכיװ. Sheytah Zilber 1392.937 1395.694 איך האָב אױך געאַרבעט אין פֿאַרשידענע ערטער. Sheytah Zilber 1395.722 1398.332 נאַכער די לעצטע צװײ און צװאַנציק יאָר Sheytah Zilber 1398.54 1401.946 האָבן מיר שױן צוזאַ- האָבן מיר געאַרבעט, ער האָט שױן אױך געאַרבעט Sheytah Zilber 1401.946 1403.816 פֿון זעקס און זיבעציקסטן יאָר Sheytah Zilber 1403.923 1406.452 אין אַ פּראָיעקטנעם אינסטיטוט Sheytah Zilber 1406.452 1408.052 פֿון לאַנדװירטשאַפֿט Sheytah Zilber 1410.268 1412.406 ביזן אַרױספֿאָרן אין ישׂראל. Sheytah Zilber 1412.985 1413.671 און Sheytah Zilber 1414.453 1415.471 אין Sheytah Zilber 1415.499 1418.176 צװײ און זיב- אין דרײַ און זיבעציקסטן יאָר Sheytah Zilber 1418.385 1418.922 ג- מ- Sheytah Zilber 1418.922 1420.573 מיר האָבן צװײ טעכטער, Sheytah Zilber 1421.692 1424.684 בײדע געענדיקט אין ליטע, אין קאָװנע Sheytah Zilber 1424.684 1428.689 אַ אינסטי- MEDITSINSKIY אינסטיטוט, בײדע דאָקטױרים, Sheytah Zilber 1429.522 1433.161 און זײ זײַנען זײ בײדע דאָ. זײ אַרבעטן אין קאַפּלאַן. Yishayahu Peri 1434.062 1437.836 אַז רעדנדיק פֿון די טע- װען איז געבאָרן געװאָרן די ערשטע טאָכטער? Sheytah Zilber 1436.525 1441.56 די ערשטע טאָכטער איז געבאָרן געװאָרן אין זע- נײַנצן זעקס און פֿערציק, אין נײַנטן יוני. Yishayahu Peri 1440.423 1441.767 װי הײסט זי? Sheytah Zilber 1441.56 1442.545 DORA. Yishayahu Peri 1443.849 1447.016 DORA, פֿ- פֿון דער הײם זילבער? Sheytah Zilber 1444.71 1445.329 ל- Sheytah Zilber 1445.739 1447.525 זילבער לאַפֿער. Yishayahu Peri 1447.443 1448.382 לאַפֿער. Sheytah Zilber 1447.525 1448.872 לױטן מאַן, יע. Yishayahu Peri 1448.591 1450.037 און די צװײטע? Sheytah Zilber 1449.3 1452.146 די צװײטע הײסט SONYA, אױך זילבער, Sheytah Zilber 1452.253 1453.429 פֿרישמאַן. Yishayahu Peri 1453.502 1455.471 װען איז SONYA געבױרן געװאָרן? Sheytah Zilber 1455.172 1457.546 SONYA אין נײַנצן פֿינף און פֿופֿציק. Yishayahu Peri 1457.67 1459.453 האָבן זײ בײדע זיך געלערנט... Sheytah Zilber 1458.902 1461.194 געלערנט, געענדיקט די מיטלשולן Sheytah Zilber 1461.194 1462.493 אין קאָװנע Sheytah Zilber 1462.493 1466.523 און נאַכער געענדיקט די אינסטיטוטן בע- דעם אינסטיטוט דעם מעדיצינישן, Sheytah Zilber 1466.934 1470.635 און DORA איז אַװעקגעפֿאָרן מיט איר משפּחה, מיט איר מאַן, Sheytah Zilber 1470.635 1472.767 מיט אַ מײדעלע ILANA, Sheytah Zilber 1472.958 1476.327 אין דרײַ, אין צװײ און זי- אין צװײ און זיבעציקסטן יאָר. Yishayahu Peri 1476.047 1479.366 מע- מ'האָט זײ לײַכט אַרױסגעלאָזט? זײ האָבן נישט געגאַט קײן שװעריקײטן? Sheytah Zilber 1478.898 1483.089 נײן, מ'האָט אַרױסגעלאָזן. דעם, איר מאַנ'ס עלטערן זײַנען שױן געװען Sheytah Zilber 1483.089 1486.25 פֿריִער אַװעקגעפֿאָרן אין אײן און זיבעציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 1486.357 1491.577 נאַכער האָבן זײ אָנגעגעבן, און מיר האָבן געמוזט געבן אַ ערלױבעניש אונטערשרײַבן Sheytah Zilber 1491.577 1493.526 אַז מיר זײַנען מסכּים, Sheytah Zilber 1493.526 1494.918 זיך אונטערגעשריבן. Sheytah Zilber 1494.918 1497.101 האָט <דאָרט> געאַרבעט אין אַרכיװ מײַן מאַן, Sheytah Zilber 1497.292 1500.155 eh מ'האָט זיך אונטערגעשריבן, און מ'האָט זײ אַרױסגעלאָזן. Sheytah Zilber 1500.752 1503.424 אָבער אונטערדעסן, אַז זי איז געװען אין ישׂראל Sheytah Zilber 1503.424 1505.842 ש- אַז זי האָט שױן געלעבט האָב איך געװעלט פֿאָרן Sheytah Zilber 1506.118 1507.296 צו באַזוך, Sheytah Zilber 1507.333 1510.055 געקראָגן זעקס מאָל ENTSAGUNGEN. Sheytah Zilber 1510.083 1513.672 מ'האָט מיר ניט אַרױסגעלאָזן צו באַזוך װײַלע ער האָט געאַרבעט Sheytah Zilber 1514.403 1516.22 אין אַרכיװ, מײַן מאַן. Sheytah Zilber 1516.648 1517.312 נו, Sheytah Zilber 1517.357 1521.049 ניט אַרױסגעלאָזן. איז אָבער אין נײַנצן אַכט און אַכציק Sheytah Zilber 1521.049 1522.869 איז מײַן מאַן געפֿאָרן צו באַזוך Sheytah Zilber 1523.111 1523.733 דאָ. Sheytah Zilber 1523.733 1526.008 דאַן איז שױן, זיך אַלץ געביטן דאַן, Sheytah Zilber 1526.402 1528.472 אַ ביסל בײַ אונדז, דער גאַנצער Sheytah Zilber 1528.967 1530.413 סטרױ, װי מע זאָגט. Sheytah Zilber 1531.059 1534.209 איז ער געװען דאָ צװײ מאָנאַט צו באַזוך. Sheytah Zilber 1535.16 1535.948 נו, Sheytah Zilber 1536.392 1539.441 געקומען אַ צופֿרידענער, זײער געפֿעליק געװען, Sheytah Zilber 1539.75 1540.537 געקומען Sheytah Zilber 1540.83 1541.888 באַשלאָסן Sheytah Zilber 1542.483 1543.524 מע דאַרף פֿאָרן. Yishayahu Peri 1544.019 1547.422 איז די קלענערע טאָכטער איז געבליבן מיט אײַך אין קאָװנע, Sheytah Zilber 1545.926 1548.18 יאַ, מיט אונדז אין קאָװנע און... Yishayahu Peri 1547.546 1555.339 יעצט האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן אַ פֿראַגע אַ ביסעלע נאָך צוריק. לעבנדיק פֿון פֿינעף און פֿערציקסטן ביזן נײַנציקסטן, אין פֿינעף און פֿערציקסטן יאָר Yishayahu Peri 1555.342 1559.403 דאָרט אין ליטע, די גרעסטע צײַט אונטער די סאָװיעטישע מאַכט Sheytah Zilber 1558.953 1560.5 יע, די גאַנצע צײַט. Yishayahu Peri 1560.236 1561.701 אַלס ייִדן... Yishayahu Peri 1561.701 1565.259 איר האָט אױפֿגעצױגן צװײ קינדער, זײ האָבן זיך געלערנט, שטודירט. Yishayahu Peri 1566.311 1569.565 האָט זיך געפֿילט עפּעס אַנטיסעמיטישקײט אין די אַלע יאָרן, Yishayahu Peri 1569.602 1572.988 האָט איר געהאַט עפּעס פֿאַלן װאָס איר האָט געפֿילט אַלס ייִדן אַז...? Sheytah Zilber 1572.993 1581.256 נו, ס'איז געװען פֿ- אפֿשר פֿאַרשידענע אַזאַנע פֿאַלן, אָבער אין אַלגעמײן אַז די קינדער האָבן געלערנט האָבן זײ זיך ניט געשפּירט, נײן, נײן, נײן, נײן. Yishayahu Peri 1579.136 1580.835 mm נײן. מ'האָט זײ נישט געטשעפּעט. Sheytah Zilber 1581.785 1586.167 נו, אָבער אַזױ האָט זיך עפּעס אַ אַנדערט מאָל האָט זיך יע װאָס געשפּירט, אָבער Sheytah Zilber 1586.409 1586.913 eh Sheytah Zilber 1586.913 1587.9 ניט אַזױ. Yishayahu Peri 1587.337 1591.854 ס'איז געװען דאָרטן ייִדן װאָס איר פֿלעגט זיך טרעפֿן צװישן זיך? Sheytah Zilber 1591.438 1593.671 יע, <אַ מין,> דאַן, יענע יאָרן Sheytah Zilber 1593.671 1597.794 איז געװען אַ סך נאָך ייִדן ביזן <איבער> ביזן צװײ און זיבעציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 1598.087 1601.704 אין צװײ און זיבעציק יאָר איז געװען אַ גרױסע ALIYA פֿון אונדז פֿון ליטע. Sheytah Zilber 1601.715 1604.978 נאָר געװען אַ סך ייִדן, חבֿרים, אַלע פּאַרטיזאַנער Sheytah Zilber 1604.978 1608.142 װאָס זײַנען געקומען צוזאַמען פֿון װאַלד מיט מײַן מאַן. Yishayahu Peri 1606.794 1608.105 פֿלעגן זיך טרעפֿן. Sheytah Zilber 1608.142 1611.044 יאָ, מיר פֿלעגן זיך טרעפֿן, און מע פֿלעגט אָפּמערקן אַלע Sheytah Zilber 1611.044 1613.347 יום־טובֿים ייִדישע, און Sheytah Zilber 1613.347 1615.229 פֿאַרשטײט זיך און סאָװיעטישע, Sheytah Zilber 1615.265 1617.676 און ז- מע פֿלעגט רײדן נאָר ייִדיש. Sheytah Zilber 1617.676 1619.58 נו, מיר האָבן גערעדט נאָר ייִדיש. Yishayahu Peri 1619.568 1621.419 מ'האָט אײַך נישט געטשעפּעט װעגן דעם. Sheytah Zilber 1620.243 1623.312 קײנער ניט. אין גאַס פֿלעגט מען גײן און רײדן ייִדיש. Sheytah Zilber 1623.312 1627.342 דאָס האָבן שױן די ליטװינער פֿ- געװוּסט אַז ייִדן רײדן ייִדיש בײַ אונדז. Yishayahu Peri 1629.255 1631.241 יעצט eh Yishayahu Peri 1631.887 1634.399 די טאָכטער איז אַװעקגעפֿאָרן קײן ישׂראל Sheytah Zilber 1633.97 1634.505 יע. Yishayahu Peri 1634.399 1642.176 האָט מען אײַך אױך <דאָך> נישט געטשעפּעט די, די אַלע יאָרן? מ'האָט אײַך געלאָזט, איר האָט געהאַט קאָרעספּאָנדענץ מיט דער טאָכטער, איר האָט זיך געקענט צוזאַמענשרײַבן, איר האָט געװוּסט... Sheytah Zilber 1641.371 1646.372 אַז זי איז אַװעקגעפֿאָרן האָט נאָך מײַן מאַן דרײַ יאָר ג- האָט מען נאָך אים געלאָזן אַרבעטן דרײַ יאָר אי- Sheytah Zilber 1646.372 1647.862 אין צענ- אין אַרכיװ Sheytah Zilber 1648.104 1649.482 װי אַ דירעקטאָר נאָך. Sheytah Zilber 1650.213 1653.954 נאַכער איז אַריבער שױן דרײַ יאָר, האָט מען שױן געגעבן אַ ביסל Sheytah Zilber 1654.297 1655.07 אָנ- Sheytah Zilber 1655.09 1657.16 -צוהערן אַז ס'איז שױן גענוג. Sheytah Zilber 1657.352 1658.41 מע דאַרף אַ- Sheytah Zilber 1658.55 1659.608 בײַטן. Sheytah Zilber 1660.355 1665.007 נו, איז, איז ער אַװעק שױן דאַן פֿון אַרכיװ און אַריבער אַרבעטן אין דעם פּראָיעקטנעם Sheytah Zilber 1665.553 1667.825 אינסטיטוט פֿאַר לאַנדװירטשאַפֿט. Sheytah Zilber 1668.489 1670.795 דאָרטן האָט ער אױך אָפּגעאַרבעט זעכצן יאָר. Sheytah Zilber 1673.957 1678.392 נו, מיט די טאָכטער האָבן מיר געפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ די גאַנצע צײַט. יאַ, יאַ. Yishayahu Peri 1676.977 1677.697 יאָ? Sheytah Zilber 1678.395 1679.101 יאַ. Sheytah Zilber 1679.101 1682.575 די אײניקלעך eh, דער אײניקל האָט גענומען שרײַבן אונדז בריװ אױף עבֿריתּ. Yishayahu Peri 1685.786 1689.763 יעצט מיט אײַער ערלױבעניש װעלן מיר אױפֿהערן דאָ אױף דעם פּלאַץ Yishayahu Peri 1689.988 1693.274 און מיר װעלן איבערגײן צו די נעקסטע קאַסעטע.