Yishayahu Peri 0.64 3.79 -װיו. מיר האַלטן יעצט בײַ קאַסעטע נומער דרײַ. Yishayahu Peri 3.79 14.03 מיר האָבן אױפֿגעהערט די פֿריִעריקע קאַסעטע, װען איר האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן אַז אײַער מאַן איז צוריקגעקומען מיט אַ װיזיט פֿון ישׂראל, און איר האָט אָנגעהױבן צו קלערן װעגן ALIYA. ביטע דערצײלן SIE װײַטער. Sheytah Zilber 14.71 18.399 נו, ער איז געקומען צוריק, זײער אַ צופֿרידענער. Sheytah Zilber 18.692 20.88 או- װי ער איז געקומען, Sheytah Zilber 20.903 22.264 װי- "אַלץ, Sheytah Zilber 22.405 24.171 מיר פּאַקן זיך, Sheytah Zilber 25.003 26.229 מיר פֿאָרן." Sheytah Zilber 28.193 34.464 נו, פֿאַרשטײט זיך, ס'איז נאָך געװען פֿאַרשידענע פּראָבלעמען. מ'האָט נאָר געאַר- געאַרבעט האָבן מיר שױן ניט. Yishayahu Peri 35.517 37.029 װאָס פֿאַר אַ פּראָבלעמען? Sheytah Zilber 37.103 39.993 נו, מ'האָט געדאַרפֿט זיך נאָך צוגרײטן eh, Sheytah Zilber 39.993 46.623 קלערן אַלצדינג. מ'האָט אַ דירה, מע דאַרף אַלצדינג אָפֿיציעל פּאַפּירן מאַכן צו אָנגעבן Sheytah Zilber 46.688 50.664 אין װוּ אין װ- אין דעם אַנשטאַלט װוּ מע פֿלעג דאָ-, געדאַרפֿט דאָס אָנגעבן. Sheytah Zilber 53.961 58.477 מיר האָבן אָנגעגעבן ש-, מיר זײַנען אַרױס, אין נײַנציקסטן יאָר. Yishayahu Peri 58.57 59.86 האָט איר אָנגעגעבן. Sheytah Zilber 58.95 61.126 אָנגעגעבן פּאַפּירן, באַשלאָסן, Sheytah Zilber 61.15 65.13 די טאָכטער האָט, די ייִנגערע, האָט שױן אױך געהאַט געענדיקט Sheytah Zilber 65.13 68.47 דעם אינסטיטוט, האָט שױן געאַרבעט אַכט יאָר, Sheytah Zilber 69.756 73.85 אַכט יאָר אַ- איז זי שױן געװען אַ דאָקטער בײַ אונדז אין ליטע. Sheytah Zilber 77.113 80.431 אָנגעגע- און מ'האָט באַשלאָסן, און מ'האָט אָנגעגעבן פּאַפּירן. Yishayahu Peri 81.94 85.07 און מ'האָט אײַך ערלױבט באַלד, O איר האָט, האָט איר נאָך געהאַט שװער- Sheytah Zilber 83.77 86.304 נײן, מיר האָבן געװאַרט עפּעס אַ האַלב יאָר. Sheytah Zilber 86.732 87.842 ניט לאַנג. Sheytah Zilber 87.842 91.799 אָבער קײן שװעריקײט נ- איז שױן ניט, איז שױן ני- איז שױן ניט געװען קײן זאַך. Yishayahu Peri 91.761 93.51 נײַנציקסטער יאָר און שױן געװען Sheytah Zilber 92.53 95.29 נײַנציקסטער יאָר איז שױן געװען Yishayahu Peri 93.96 95.771 דער ריכטיקע PERESTROIKA. Sheytah Zilber 95.29 96.682 יאַ, יאַ, יאַ. Sheytah Zilber 98.055 105.646 נו, די טאָכטער דאַן אירע- דער מאַן אירער איז אױך געענדיקט דעם װילנער אוניװערסיטע- ער האָט געלערנט אין װילנע, דעם װילנער אוניװערסיטעט, Sheytah Zilber 105.646 106.875 עקאָנאָמיסט, Sheytah Zilber 108.889 115.835 און זײַנען געקומען מיט אַ י- מיט צװײ קינדער, די טאָכטער, MIKHAIL און KARMELA. Sheytah Zilber 116.382 118.823 יעצט לעבן זײ אָט דאָ אין ASHDOD. Sheytah Zilber 119.098 120.357 מע אַרבעט. Sheytah Zilber 120.803 123.936 די צװײטע טאָכטער אַרבעט אױך אין קאַפּלאַן, Sheytah Zilber 124.363 126.027 קראַ-, אין BOL'NITSA, Sheytah Zilber 128.176 131.546 און מיר זײַנען בײדע, מײַן מאַן איז אַ קריגס־אינװאַליד, Sheytah Zilber 133.375 136.744 קריגן פּענסיע. מיר זײַנען זײער צופֿרידן. Sheytah Zilber 138.39 141.55 UNK מע לעבט. ס'איז גוט. Sheytah Zilber 141.55 143.63 מע, זאָל נאָר זײַן שלום און געזונט. Yishayahu Peri 141.78 143.291 <ס'הײסט, דאָס ih> Yishayahu Peri 143.291 145.569 יעצט רעדן מיר שױן װעגן דאָ, װעגן אין לאַנד. Sheytah Zilber 144.66 145.39 יע. Yishayahu Peri 145.862 149.923 יעצט האָב איך אײַך טאַקע געװאָלט פֿרעגן אַ ביסעלע נאָך אַ פֿראַגע צוריק. Yishayahu Peri 150.486 154.192 איר האָט שױן דערצײלט אין קורצן, איר האָט אױפֿגעצױגן די צװײ טעכטער, Yishayahu Peri 154.317 157.416 געלונגענע קינדער, זײ האָבן זיך געלערנט, שטודירט, Yishayahu Peri 157.877 158.934 געענדיקט. Yishayahu Peri 159.919 162.88 איר זענט אַ געליטענע, אַדורכגעגאַנגען די אַלע צרות, Yishayahu Peri 162.88 166.61 אײַער מאַן האָט אַדורכגעגאַן פֿאַרלירן די גאַנצ- פֿאַרלאָרן די גאַנצע משפּחה, Yishayahu Peri 168.643 174.02 <געלעבט ih> האָט איר דאָרטן די, אױפֿגעצױגן די קינדער אונטער די סאָװיעטישע מאַכט, די מערהײט. Yishayahu Peri 174.33 182.525 איר האָט געהאַט עפּעס אַ מעגלעכקײט צו דערצײלן די קינדער? האָבן זײ געפֿרעגט פֿראַגעס? אײַער מאַן האָט זיך אױך פֿאַרנומען מיט אַ, איז געװען אַ היסטאָריק. Yishayahu Peri 183.105 188.718 האָט איר געהאַט אַ געלעגנהײט צו דערצײלן? זײ האָבן זיך געפֿרעגט? װאָס האָט איר דערצײלט די קינדער װעגן דעם װאָס איר האָט אַדורכגעמאַכט? Sheytah Zilber 188.594 192.864 די קינדער האָבן געװוּסט אַלץ װאָס מיר האָבן דורכגעמאַכט. בײַ אונדז אין שטוב איז געװען אַזאַ שטוב, Sheytah Zilber 192.864 195.789 מ'איז געקומען אַלץ חבֿרים אױך פֿון אַזאַ שיכט, Sheytah Zilber 195.88 201.257 אַלע ד- װאָס האָבן דורכגעלעבט די SHOAH מיט די פּאַר- מיט די געטאָס, מיט אַלע צרות, Sheytah Zilber 201.28 205.762 און זײ האָבן אַל- געװען אומעטום צוזאַמען, און זײ האָבן אַלצדינג געװוּסט. Sheytah Zilber 206.629 210.414 און זײ האָבן אַלצדינג געהערט און אַלץ פֿאַרשטאַנען, ביז הײַנטיקן טאָג. Sheytah Zilber 210.414 213.086 און אױך די אײניקלעך אינטערעסירן זיך זײער. Sheytah Zilber 213.413 217.715 זײ פֿאַרשטײען אַלצדינג, דער, איבער הױפּט דער ייִנג-, דער דער גרױסער אײניקל, Sheytah Zilber 217.715 220.078 װאָס יעצט אין TSAVA, ALON, Sheytah Zilber 220.18 223.822 און דער צװײטער װאָס איז יעצט געװאָרן בר־מיצװה, MIKHAIL. Sheytah Zilber 223.822 225.607 זײער אַ קלוגער ייִנגעלע. Sheytah Zilber 225.867 228.679 און זײ <פֿאַרשטײט> אַלץ UNK סע אינטערעסירט זײ אַלץ. Yishayahu Peri 230.271 234.062 מיט די קינדער פֿלעגט איר רעדן דאָרטן אױף װעלכע שפּראַך? Sheytah Zilber 236.042 241.132 מיט די קינדער <האָבן מיר> גערעדט, מיט אײן טאָכטער, די עלטערע, גלײַך נאָכן קריג Sheytah Zilber 241.189 246.583 איז בײַ אונדז אין ליטע איז געװען, אַלע ייִדן האָבן, פֿלעגן אַװעקגעבן די קינדער אין רוסישע ש- Sheytah Zilber 246.876 248.186 שולן לערנען. Sheytah Zilber 248.513 252.954 האָט די עלטערע טאָכטער DORA געל- -ענדיקט אַ רוסישע פֿ- מיטלשול Sheytah Zilber 253.069 256.399 און דעם אינסטיטוט אױך אין אַ רוסישע גרופּע. Sheytah Zilber 256.399 260.66 כאָטש ס'איז געװען אַ ליטװישער אינסטיטוט, אָבער ס'איז געװען אַ רוסישע גרופּע. Sheytah Zilber 260.66 263.07 פֿלעגן קומען פֿון רוסלאַנד אַ סך לערנען בײַ אונדז Sheytah Zilber 263.633 265.567 און מיט איר פֿלעגט מען רײדן רוסיש. Yishayahu Peri 266.957 267.784 אין דער הײם? Sheytah Zilber 267.818 268.807 אין דער הײם. Sheytah Zilber 269.117 272.931 און מיט, זי פֿלעגט מיט אירע חבֿרטעס און אין דער הײם מיט איר רוסיש. Yishayahu Peri 272.056 274.715 האָט זי ק- ייִדיש נישט גע- נישט געקענט, אָבער זי... Sheytah Zilber 273.874 277.81 גע- ניט גע- זי האָט פֿאַרשטאַנען אַלצדינג, װײַל, ניט גערעדט, נײן. Yishayahu Peri 275.919 276.953 אָבער נישט גערעדט. Yishayahu Peri 277.302 278.646 די קלענערע? Sheytah Zilber 278.488 282.531 און די קלענערע איז שױן אַװעק אַ סך יאָרן שפּעטער. Sheytah Zilber 282.531 285.781 דאַן האָט מען שױן גענומען געבן אין ליטװישע שולן. Sheytah Zilber 285.781 287.977 מ'איז שױן אַװעק פֿון די רוסישע שולן. Sheytah Zilber 288.372 291.625 האָט זי געלערנט אין אַ ליטװישע מיטלשול געענדיקט Sheytah Zilber 291.625 295.025 און אין אינסטיטוט אױך אַלץ, אין אַ ליט- אױף ליטװיש. Sheytah Zilber 295.025 296.634 מיט איר האָט מען גערעדט ליטװיש. Yishayahu Peri 298.193 300.84 האָט זי אױך נישט געקענט קײן ייִדיש. Sheytah Zilber 300.181 305.493 ניט גערעדט, אָבער פֿאַרשטאַנען. זײ פֿאַרשטײען אַלצדי- און מיר האָבן גערעדט צװישן זיך נאָר ייִדיש. Sheytah Zilber 305.493 308.363 חבֿרים, פֿרײַנט, אַלע נאָר ייִדיש. Sheytah Zilber 309.027 312.092 אַזױ אַרום, אַז עס האָט געמישט דרײַ שפּראַכן אין שטוב. Yishayahu Peri 313.212 314.185 פֿאַרשטײ. Yishayahu Peri 316.485 320.079 יעצט װאָלט איך אײַך געװאָלט אױך פֿרעגן, איר האָט מיר דערצײלט טאַקע אַז Yishayahu Peri 320.079 328.394 נאָכן באַפֿרײַען האָט איר געקומען, איר האָט זיך דערװוּסט װעגן די אַלע צרות, געקומען קײן קאָװנע, אײַנגעאָרדנט, חתונה געהאַט, קינדער, דאָס אַלץ האָט איר מיר דערצײלט. Yishayahu Peri 328.888 331.565 יעדן פֿאַלס, אַז איר קוקט יעצט צוריק, Yishayahu Peri 332.145 333.483 קוקנדיק צוריק Yishayahu Peri 333.483 337.354 נאָך דעם, נאָך די אַלע צרות װעלכע איר זענט אַדורכגעגאַנגען דאָס גאַנצע לעבן, Yishayahu Peri 337.782 346.402 װי גלױבט איר, צי האָט דאָס אַלעס איבערלעבעניש װאָס איר האָט איבערגעלעבט אין צײַט פֿון דער מלחמה געװירקט אױף אײַער קאַריערע, אױף אײַער לעבן Yishayahu Peri 346.402 351.135 אין אַ געװיסן געגנט, אױף די אױ- אױף, אױ- אױ- װי איר האָט אױפֿגעצױגן די קינדער, Yishayahu Peri 351.135 354.172 ס'האָט געװירקט אױף אײַך אין אַ געװיסן ehm... Sheytah Zilber 354.352 357.902 כ'װײ-, איך מײן אַז ניט. מ'האָט אױ- אױפֿגעצױגן די קינדער פֿ- Sheytah Zilber 357.902 358.751 גוט, Sheytah Zilber 358.96 362.902 זײ זײַנען געװען גוטע קינדער. האָט מען, מ'האָט געלערנט, מ'האָט געענדיקט. Yishayahu Peri 363.651 368.252 ס'האָט אױף אײַך ספּעציעל נישט געװירקט? איר האָט זיך אױפֿגעפֿירט מיט זײ נאָרמאַל? Sheytah Zilber 364.594 366.572 ספּע- ספּעציעל ניט געװירקט. Sheytah Zilber 367.049 369.06 יע, נאָרמאַל, נאָרמאַל. Yishayahu Peri 369.557 371.846 oh איר אַלײן, אָבער eh Yishayahu Peri 373.337 380.064 האָט איר עפּעס געליטן װעגן חלומות, װעגן די משפּחה אַלע יאָרן איר האָט גע- װעגן דעם אַלעס װאָס איר האָט פֿאַרלאָרן? Sheytah Zilber 379.67 382.147 נו, פֿאַרשטײט זיך. מע לײַדט נאָך ביז הײַנטיקן טאָג. Yishayahu Peri 381.927 383.329 מע קלערט װעגן דע- Sheytah Zilber 382.147 384.749 מע קלערט. דאָס קען מען קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן. Sheytah Zilber 385.251 389.848 קײן מאָל ניט אױסמעקן פֿון זכּרון, און קײן מאָל פֿ-, װען מע טרעפֿט זיך Sheytah Zilber 389.848 392.848 אין ליטע אַז מיר האָבן געלעבט, און דאָ װען מיר טרעפֿן זיך Sheytah Zilber 392.848 395.03 מיט אונדזערע געװעזענע חבֿרים, Sheytah Zilber 395.03 398.846 מע רעדט, מע רעדט, און מע קומט אַלץ אױף די זעלבע טעמע. Sheytah Zilber 399.173 403.59 אַלץ דער אַמאָל שטײט נאָך פֿאַר די אױגן. די רציחות, איבער הױפּט די Sheytah Zilber 403.611 406.625 די געטאָס, די לאַגערן, די גאַנצע SHOAH. Yishayahu Peri 407.83 413.088 און ספּעציעל, אַזױ װי איך פֿאַרשטײ, האָט איר אַ מאַן אַ היסטאָריק װאָס האָט אױך אַלץ אַדורכגעלעבט ס-, Yishayahu Peri 413.112 415.316 האָט איר אַ שותּפֿותדיקע טעמעס Sheytah Zilber 414.84 415.636 יע. Yishayahu Peri 415.626 418.657 צו, צו רעדן, צו דיסקוטירן װעגן די אַלע צרות? Sheytah Zilber 417.84 420.142 יע. ס'איז אײן גורל געװען. Sheytah Zilber 420.655 427.095 דערמאָנט מען זיך טאַקע זײער אַ, זײער אַ סך, װײַלע מע קען דאָס ניט פֿאַרגעסן, און מע טאָר דאָס ניט פֿאַרגעסן. Sheytah Zilber 427.506 430.607 און די קינדער, גיט מען דאָס איבער די קינדער אױכעט. Sheytah Zilber 430.607 432.427 זײ װײסן אױך אַלצדינג. Yishayahu Peri 434.695 437.271 װען איך װאָלט אײַך געפֿרעגט Yishayahu Peri 437.344 442.485 צי, נאָך דעם װאָס איר האָט אַלץ אַדורכגעמאַכט און װאָס איר רעדט װע- װעגן דעם, Yishayahu Peri 443.79 445.286 װען איר װאָלט געדאַרפֿט ג- Yishayahu Peri 446.355 448.408 געבן אַ, װי מע זאָגט Yishayahu Peri 448.566 452.559 אַ צװאה, אַ טעלעגראַם פֿאַר די קומענדיקע דורות, Yishayahu Peri 452.903 457.588 פֿון װאָס איר האָט אַדורכגעמאַכט, װאָס פֿאַר אַ עצות װאָלט איר זײ געגעבן? װאָס װאָלט איר זײ געזאָגט Yishayahu Peri 460.446 462.195 אַלס געראַטעװעטע? Sheytah Zilber 460.714 461.517 נו אַ- Yishayahu Peri 462.37 463.731 װאָס װאָלט איר זײ געזאָגט Yishayahu Peri 464.226 465.334 פֿאַר אַ עצה? Sheytah Zilber 466.825 471.132 נו, אַז מע דאַרף זײַן שטאַרק. eh, מע קען דאָס אַלץ, <האָבן מיר> דאָס אַלץ דורכגעמאַכט Sheytah Zilber 471.132 474.837 אָבער דער לעבן גײט פֿאָרױס, און מע מוז לעבן. Yishayahu Peri 479.211 481.578 איך האָב אײַך געװאָלט טאַקע דאַנקען Yishayahu Peri 481.578 482.478 אין דעם Yishayahu Peri 482.569 483.575 טײל Yishayahu Peri 483.683 486.748 פֿאַר דעם אָנשטרענגען װאָס איר האָט געמאַכט צו דערצײלן Yishayahu Peri 487.328 488.52 אײַער Sheytah Zilber 487.62 488.555 <אָט אַזױ אָ.> Yishayahu Peri 488.593 490.426 אײַערע זכרונות Yishayahu Peri 491.277 491.974 און Yishayahu Peri 491.974 496.974 דאָ װעלן מיר איבעררײַסן און מיר'ן איבערגײן צו די צװײטע טײל, פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס. Sheytah Zilber 503.022 507.741 דאָ אױפֿן בילד איז מײַן פֿאָטער, בײניש מענדעלאָװיטש, Sheytah Zilber 508.489 512.705 װאָס איז געבאָרן טױזנט אַכט הונדערט צװײ און נײַנציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 512.705 514.523 ער איז אומגעקומען Sheytah Zilber 514.523 517.455 אין טױזנט נײַן הונדערט אײן און פֿערציק, Sheytah Zilber 517.455 520.796 די ערשטע טעג פֿון די מלחמה װע- Sheytah Zilber 521.162 526.708 װאָס מ'האָט אים אַװעקגעהרגעט, די היגע שכנים אונדזערע, ליטװינער. Sheytah Zilber 527.136 534.673 אױפֿן צװײטן בילד איז מײַן מוטער, DORA גאָרדאָן מענדעלאָװיטש. דער בילד איז פֿון אײן, נײַנצן אײן און Sheytah Zilber 535.033 537.221 צװאַנציקסטן יאָר. Yishayahu Peri 535.064 535.489 צװאַנ- Sheytah Zilber 537.227 545.118 אױך אומגעקומען אין נײַנצן אײן און פֿערציק, די ערשטע טעג פֿון מלחמה, בײַ אונדז אין שטעטל קרעטינגע Sheytah Zilber 545.226 546.587 פֿון די היגע Sheytah Zilber 546.66 548.611 רוצחים, די ליטװינער. Sheytah Zilber 548.871 553.272 די מײדעלע, שײטעלע טערעשישקין, Sheytah Zilber 553.272 555.288 מײַנע אַ קוזינע, Sheytah Zilber 555.288 557.052 װאָס זי איז געשטאָרבן Sheytah Zilber 557.052 559.935 אױך אין, אין די צװאַנציקער יאָרן, Sheytah Zilber 560.076 561.254 נײַנצן Sheytah Zilber 561.254 564.137 אײן און צװאַנציק, צװײ און צ- אײן און צװאַנציק. Yishayahu Peri 564.767 570.363 זײַט אַזױ גוט, זאָגט מיר װען האָט איר, װי אַרום האָט איר eh געקריגן דאָס בילד? Sheytah Zilber 571.602 574.29 די בילדער האָב איך געקראָגן Sheytah Zilber 574.29 580.29 בשעת מיר זײַנען געקומען דאָ אין ישׂראל אין נײַנ- אין טױזנט נײַן הונדערט נײַנציקסטן יאָר Sheytah Zilber 580.29 582.188 בײַ מײַנע אַ קוזינע. Yishayahu Peri 582.267 584.859 די קוזינע איז געקומען אין לאַנד פֿון פֿאַר דער מלחמה? Sheytah Zilber 584.4 586.344 פֿאַר די מלחמה, DA. Sheytah Zilber 592.392 594.15 דער בילד Sheytah Zilber 595.26 596.95 אין די ערשטע רײ Sheytah Zilber 596.95 598.26 פֿון לינקס Sheytah Zilber 598.26 600.075 איז מײַן פֿאָטער, Sheytah Zilber 600.075 602.055 בײניש מענדעלאָװיטש, Sheytah Zilber 602.871 609.733 און דער צװ- פֿון רעכטס, דער צװײטער איז מײַנער אַ אָנקל, פּסח זײגערמאַן. Sheytah Zilber 609.773 611.994 אױך פֿון קרעטינגע. Sheytah Zilber 612.54 617.819 הינטער מײַן פֿאָטער, די צװײטע פֿרױ פֿון לינקס, מײַן מאַמע, Sheytah Zilber 617.819 618.947 DORA Sheytah Zilber 619.02 620.549 מענדעלאָװיטש, Sheytah Zilber 620.623 624.042 און די צװײטע פֿרױ לעבן איר פֿון רעכטס, Sheytah Zilber 624.792 626.78 פֿײגע זײגערמאַן. Sheytah Zilber 626.78 629.716 אַלע פֿיר זײַנען אומגעקומען Sheytah Zilber 629.716 636.379 אין טױזנט נײַן הונדערט אײן און פֿערציק, די ערשטע טעג פֿון מלחמה, בײַ אונדז אין שטעטל קרעטינגע. Yishayahu Peri 636.553 638.757 װער זענען די אַנדערע פּערזאָנען? Sheytah Zilber 637.943 640.85 די אַנדערע צװײ פֿרױען זײַנען אונדזערע פֿרײַנט. Sheytah Zilber 641.397 644.361 אױך אומגעקומען אין ליטע אין צײַט פֿון קריג. Yishayahu Peri 644.721 647.516 דאָס בילד איז פֿון װעלכע יאָרן, גלױבט איר? Sheytah Zilber 648.163 650.345 איך מײן אַז דאָס איז Sheytah Zilber 650.345 655.649 טאָ- צ- נײַ- די צװאַנ- טױזנט נײַן הונדערט צװײ און צװאַנציק אָדער דרײַ און צװאַנציק. Yishayahu Peri 650.52 651.401 די צװאַנצ- Sheytah Zilber 659.082 663.229 אױף דעם בילד איז מײַן ברודער יוסף, Sheytah Zilber 663.229 667.047 געבאָרן טױזנט נײַן הונדערט זיבן און צװאַנציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 667.637 670.331 טי- לעבן אים שטײ איך. Sheytah Zilber 671.451 675.808 געבאָר- איך בין געבאָרן אין טױזנט נײַן הונדערט פֿיר און צװאַנציקסטן יאָר. Sheytah Zilber 675.808 679.797 און לעבן מיר שטײט מײַן קוזינע רחל Sheytah Zilber 679.797 681.975 זײגערמאַן. Sheytah Zilber 682.032 686.668 זי איז געבאָרן אין טױזנט נײַן הונדערט דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר, Sheytah Zilber 686.668 689.531 אױך לעבט יעצט אין RAMAT GAN. Yishayahu Peri 690.368 692.134 װאָס איז געשען מיט יוספֿן? Sheytah Zilber 692.044 694.874 יוסף איז אױך אומגעקומען צוזאַמען, Sheytah Zilber 694.874 697.874 די ערשטע טעג פֿון מלחמה, נײַנצן אײן און פֿערציק, Sheytah Zilber 697.874 700.31 צוזאַמען מיט מײַן מ-, עלטערן Sheytah Zilber 700.31 702.815 בײַ אונדז אין שטעטל קרעטינגע. Sheytah Zilber 707.344 712.518 דאָ איז דער קינדער־גאָרטן פֿון קרעטינגע נ- אײַ- אַ- קינדער־גאָרטן, Sheytah Zilber 712.828 714.425 אַלץ אױף עבֿריתּ Sheytah Zilber 714.904 716.715 האָבן מיר גערעדט דאָרטן. Sheytah Zilber 716.715 722.07 לע- דאָ זיצט די GANENET. אַ מאָל האָט מען דאָס גערופֿן DODA SARA. Sheytah Zilber 722.498 726.62 און די צװײטע פֿרױ װאָס שטײט איז DODA RIVKA. Sheytah Zilber 726.62 730.831 לעבן DODA SARA פֿון רעכטס זיץ איך. Sheytah Zilber 730.831 734.676 דאָ בין איך מסתּמא אַ יאָר זעקס, װי איך פֿאַרשטײ. Sheytah Zilber 735.475 739.606 לעבן, די צװײטע זײַט, לעבן די DODA SARA זיצט אַ מײדעלע, Sheytah Zilber 739.606 741.239 הענעלע <סלאַװײט>. Sheytah Zilber 741.263 745.877 זײ זײַנען אַװעק eh פֿ- פֿון קרעטינגע אַװעקגעפֿאָרן נאָך פֿאַר דער מלחמה Sheytah Zilber 745.877 749.002 אין טױזנט נײַן הונדערט זעקס און דרײַסיקסטן יאָר. Sheytah Zilber 749.002 751.297 לעבט יעצט אין PETAKH TIKVA. Sheytah Zilber 752.012 755.347 לעבן DODA RIVKA, פֿון די לינקע זײַט, Sheytah Zilber 755.387 756.208 דער אָ- Sheytah Zilber 756.265 758.537 פֿײַװע אָלשװאַנג. Sheytah Zilber 758.931 761.034 ער איז אױך אין ישׂראל יעצט. Sheytah Zilber 762.711 766.507 נו, און די איבעריקע אַלע קינדערלעך נאָך דאָ, Sheytah Zilber 766.507 769.234 אַלע זײַנען אומגעקומען אין צײַט פֿון די SHOAH Sheytah Zilber 769.234 771.314 בײַ אונדז אין שטעטל קרעטינגע. Sheytah Zilber 775.806 778.922 דאָ איז מײַן זײדע AHARON Sheytah Zilber 779.4 782.887 און מײַן באַבע בתיה מענדעלאָװיטש. Sheytah Zilber 784.53 787.494 אױפֿן צװײטן בילד, אױף די, אױפֿן BET Sheytah Zilber 787.568 789.097 HAKVAROT Sheytah Zilber 789.323 795.085 בײַ די מצבֿה פֿון מײַן זײדן װאָס איז געשטאָרבן אין טױזנט נײַן הונדערט אַכט און דרײַסיקסטן יאָר. Sheytah Zilber 795.085 798.653 פֿון די רעכטע זײַט די ערשטע שטײ אי- איך, Sheytah Zilber 798.653 803.672 שײטע, מײַן מוטער DORA און מײַן פֿאָטער בײניש. Sheytah Zilber 803.672 810.731 פֿון די צװײטע זײַט פֿון קבֿר שטײט מײַן קוזינע רחלע װאָס לעבט יעצט אין RAMAT GAN, Sheytah Zilber 810.788 813.356 איר מאַמע, פֿײגע, Sheytah Zilber 813.356 816.504 װאָס איז דערהרגעט געװאָרן אי- בײַ אונדז אין קרעטינגע Sheytah Zilber 816.504 818.368 פֿון די ליטװישע רוצחים, Sheytah Zilber 818.368 820.254 און מײַן טאַנטע RIVKA, Sheytah Zilber 820.254 823.254 װאָס איז געשטאָרבן אין רוסלאַנד אין סיביר. Yishayahu Peri 823.647 825.48 װאָס איז געשען מיט דער באַבע? Sheytah Zilber 825.381 830.597 די באַבע איז אױך אומגעקומען בײַ אונדז אין שטעטל אין נײַנצן, אין די ערשטע טעג פֿון די מלחמה, Sheytah Zilber 830.597 833.995 צוזאַמען מיט מײַן מאַמע און מיט מײַן ברודער. Yishayahu Peri 834.43 835.757 אין װעלכן יאָר? Sheytah Zilber 835.42 837.309 נײַנצן אײן און פֿערציק. Sheytah Zilber 842.648 849.228 דאָס איז אַ בילדעלע פֿון גימנאַזיע פֿון נ- טױזנט נײַן הונדערט נײַן און דרײַסיקסטן יאָר, Sheytah Zilber 849.228 851.841 װאָס איז געװען PRANCIŠKONŲ Sheytah Zilber 851.841 855.226 גימנאַזיע נאָר הײ- נאָר פֿון מײדלעך. Sheytah Zilber 855.226 858.26 דאָ אין מיטן, די צװײטע רײ, Sheytah Zilber 858.26 860.397 אין מיטן זיץ איך. Sheytah Zilber 860.397 862.715 און פֿון די לינקע זײַט Sheytah Zilber 862.715 867.078 ש- די, שטײט אַ מײדל, מײַנע אַ זײער גוטע חבֿרטע, Sheytah Zilber 867.078 868.931 מע רופֿט איר <פּיאַטרע>. Sheytah Zilber 868.931 872.169 זי לעבט יעצט אין ליטע אין פּאַלאַנגע. Sheytah Zilber 872.169 875.169 די גאַנצע פֿופֿציק יאָר נאָך די מלחמה Sheytah Zilber 875.169 877.442 האָבן מיר זיך זײער מיט איר געחבֿרט. Yishayahu Peri 878.946 882.124 און אַלע אַנדערע מײדלעך װאָס אַלץ, אַלץ <קריסטישע> מײד- Sheytah Zilber 880.386 883.647 אַלע אַנדער- אַלץ קריסט- ליטװישע מײדלעך, Sheytah Zilber 883.647 886.033 אײנע דאָ שטײט אַ, װאָס איז שױן געשטאָרבן, Sheytah Zilber 886.033 888.283 די איבעריקע װײס איך ניט װוּ זײ זײַנען. Sheytah Zilber 891.788 897.907 דאָס בין איך אין טױזנט נײַן הונדערט נײַן און דרײַסיקסטן יאָר אַלס סטודענטין Sheytah Zilber 898.487 899.763 פֿון גימנאַזיע, Sheytah Zilber 899.989 901.552 אין ק- קרעטינגע. Sheytah Zilber 905.085 906.243 דאָ Sheytah Zilber 906.283 907.947 דער, בין איך Sheytah Zilber 908.308 909.939 מיט מײַן מאַן, Sheytah Zilber 909.962 914.633 אין נײַנצן זעק- אין טױזנט נײַן הונדערט זעקס און פֿערציקסטן יאָר Sheytah Zilber 914.633 917.86 מיט די, אונדזער מײדע- טאָכטערל, DORA, Sheytah Zilber 917.86 920.042 װאָס ס'איז איר זיבן מאָנאַט. Yishayahu Peri 919.952 922.274 און דאָס איז געמאַכט געװאָרן װוּ? Sheytah Zilber 921.477 923.118 <געװאָ-> אין, אין קאָװנע. Yishayahu Peri 923.935 925.318 גלײַך נאָך דער מלחמה. Sheytah Zilber 925.136 925.481 יע. Sheytah Zilber 929.453 935.737 דאָ בין איך מיט מײַן מאַן אליעזר אין טױזנט נײַן הונדערט צװײ און זעכציקסטן יאָר Sheytah Zilber 935.737 938.533 אין קאָװנע, בײַ אונדז אין שטוב. Yishayahu Peri 944.539 946.406 װען איז דאָס געװען? װעלכע יאָר? Sheytah Zilber 946.204 949.64 דאָס איז יעצט געװען, אין זעקס, אין זעקס און נײַנציקסטן יאָר. Yishayahu Peri 947.138 949.874 לעצטנס? OKAY. Sheytah Zilber 949.64 950.77 אין אָקטאָבער. Yishayahu Peri 950.775 951.511 <GOOD.> Sheytah Zilber 952.47 957.312 דאָס איז דער בילד פֿון בר־מיצװה פֿון אונדזער אײניקל MIKHAIL, Sheytah Zilber 957.312 961.324 אין טױזנט נײַן הונדערט זעקס און נײַנציקסטן יאָר, אין אָקטאָבער מאָנאַט, Sheytah Zilber 961.324 964.233 אין ULAM ERMITAZH אין ASHDOD. Sheytah Zilber 964.89 966.03 דאָ זי- Yishayahu Peri 965.234 966.689 װער איז, װער איז אױפֿן בילד? Sheytah Zilber 967.135 969.812 דאָ ז- פֿון רעכטס זיץ איך, Sheytah Zilber 969.97 972.951 לעבן מיר מײַן מאַן, ELIEZER, Sheytah Zilber 973.648 976.055 אונדזער טאָכטער SONYA, Sheytah Zilber 976.365 978.586 איר מאַן ELI, Sheytah Zilber 978.93 982.669 זײער טאָכטערל, אונדזער אײניקל KARMELA, Sheytah Zilber 982.669 987.214 און דער בר־מיצװה־בחור MIKHAIL, אונדזער אײניקל. Sheytah Zilber 988.768 990.314 <האָבן> די הזכּרה. Yishayahu Peri 989.894 990.672 mhm. Sheytah Zilber 992.194 997.925 דאָס איז אױכעט אױף די, די בעל־מיצװה פֿון אונדזער אײניקל MIKHAIL אין ULAM Yishayahu Peri 998.91 999.95 ARMITAZH. Sheytah Zilber 999.772 1001.329 ERMITAZH Sheytah Zilber 1001.329 1006.903 אין טױזנט נײַן הונדערט זעקס און נײַנציקסטן יאָר אין אָקטאָבער. דאָ זיצט פֿון רעכטס Sheytah Zilber 1007.112 1010.059 אונדזער אײדעם MOSHE. Sheytah Zilber 1010.402 1016.741 לעבן אים די, אונדזער טאָכטערל DORA, די פֿרױ פֿון MOSHE. Sheytah Zilber 1017.0 1020.439 די, זײער טאָכטער ILANA. Sheytah Zilber 1020.439 1024.993 אױפֿן האַנט האַלט זי איר טעכטערל DORIN. Sheytah Zilber 1025.488 1027.912 לעבן איר זיצט איר מאַן Sheytah Zilber 1028.357 1029.481 BARUKH. Sheytah Zilber 1030.213 1034.772 עס שטײען די צװײטע טאָכטער, SONYA, Sheytah Zilber 1034.772 1038.954 דער בר־מיצװה־בחור M- MIKHAIL, Sheytah Zilber 1038.954 1041.511 אונדזער אײניקל, Sheytah Zilber 1041.511 1045.579 זײער טאָכטער KARMELA, אונדזער אײניקל, Sheytah Zilber 1045.579 1048.636 און זײ, דער מאַן, דער פֿאָטער פֿון די Sheytah Zilber 1048.636 1051.375 פֿון די משפּחה, ELI. Sheytah Zilber 1051.375 1053.242 אין, אױך אין ASHDOD. Sheytah Zilber 1055.83 1061.528 דאָ זײַנען בײדע גרױסע אײניקלעך פֿון אונדזער עלטערע טאָכטער DORA, Sheytah Zilber 1061.652 1063.108 ILANA, Sheytah Zilber 1063.108 1064.311 װאָס איז Sheytah Zilber 1064.487 1068.885 יעצט אין שטוב. זי האָדעװעט אַ ייִנגעלע פֿון זיבן מאָנאַט. Sheytah Zilber 1069.195 1071.517 דער אײניקל ALON. Sheytah Zilber 1071.608 1073.66 ער איז יעצט אין TSAVA. Sheytah Zilber 1078.543 1082.469 דאָ זיצן מיר. eh דאָ איז מײַן מאַן, ELIEZER, Sheytah Zilber 1082.56 1086.311 װאָס מיר זײַנען שױן באַקאַנט פֿ- פֿופֿציק יאָר, Sheytah Zilber 1086.311 1090.369 פֿון נײַנצן פֿ- פֿינף און פֿערציק, AVGUST מאָנאַט, Sheytah Zilber 1090.369 1095.665 לעבן מיר שױן צוזאַמען, שױן אָפּגעפֿײַערט די װ- גאָלדענע חתונה. Yishayahu Peri 1098.422 1100.019 הער ELIEZER, Yishayahu Peri 1100.059 1102.854 איר זיצט יעצט לעבן אײַער פֿרױ Yishayahu Peri 1102.978 1106.215 װאָס האָט, מיר האָבן יעצט געענדיקט מיט איר אַ אינטערװיו. Yishayahu Peri 1106.215 1110.617 איר זענט דאָך אױכעט אַ געליטענער, איר האָט אױך דורכגעגאַנגען די SHOAH, Yishayahu Peri 1110.64 1115.055 װאָלט איך אײַך געװאָלט בעטן, איר זאָלט זאָגן עטלעכע װערטער אױב ס'איז מעגלעך. Yishayahu Peri 1375.712 1377.528 איך װאָלט אײַך געװאָלט נאָך אַ מאָל Yishayahu Peri 1378.328 1379.843 בײדע דאַנקען Yishayahu Peri 1379.843 1383.418 פֿאַר דער אָנשטרענגונג <איר מאַכט> אונדז צו דערצײלן אײַערע זכרונות. Yishayahu Peri 1384.335 1386.63 און מיט דעם פֿאַרענדיקן מיר אונדזער אינטערװיו. Sheytah Zilber 1386.816 1388.48 UNK אַ גרױסן דאַנק. Yishayahu Peri 1567.28 1569.045 TODA RABA. KOL HAKAVOD.