Yishayahu Peri 42.28 47.353 SURVIVORS OF THE SHOAH VISUAL HISTORY FOUNDATION SLATE. Yishayahu Peri 50.13 54.578 MAY SIX, NINETEEN NINETY SIX. Yishayahu Peri 54.578 59.719 SURVIVOR MISSUS YOCHEVED AYBERMAN. Yishayahu Peri 59.719 61.7 BORN RUBENTCHIK. Yishayahu Peri 61.7 64.648 INTERVIEWER YESHAYAHU PERY. Yishayahu Peri 64.648 70.661 CITY PETAH TIKVA, COUNTRY ISRAEL, LANGUAGE YIDDISH. Yishayahu Peri 74.653 78.831 TODAY MAY eh JUNE Yishayahu Peri 80.697 86.575 SECOND, NINETEEN NINETY SIX. HERE IN PETAH TIKVA, ISRAEL. Yishayahu Peri 86.575 92.898 MYSELF AS AN INTERVIEWER IN THE NAME OF THE FOUNDATION FOR VISUAL HISTORY FOR SURVIVORS. Yishayahu Peri 92.898 95.845 I DO HAVE THE HONOR TO INTERVIEW Yishayahu Peri 95.845 97.482 MISSUS Yishayahu Peri 97.482 100.042 AYBERMAN, YOCHEVED, Yishayahu Peri 100.042 104.085 eh LANGUAGE YIDDISH. Yishayahu Peri 106.579 109.918 SHALOM, GVERET YOCHEVED AYBERMAN. Yokheved Ayberman 109.918 111.046 SHALOM. Yishayahu Peri 112.495 115.122 SHMI YESHAYAHU PERY. Yishayahu Peri 115.122 120.258 KIMERAAYEN MITAAM HAAMUTA LEHISTORIYA VIZUALIT LENITSOLEY SHOA. Yishayahu Peri 120.258 122.995 ANI MITKHABED BAZE HAYOM Yishayahu Peri 122.995 128.434 SHI- eh SHENI LEYUNI ELEF TSHA MEOT TISHIM VESHESH, PO BEPETAKH-TIKVA. Yishayahu Peri 128.434 131.441 LIFTOAKH ITAKH BEREAYON Yishayahu Peri 131.441 133.614 BESAFA YIDISH Yishayahu Peri 134.487 136.259 VEAVAKESH MIMEKH Yishayahu Peri 136.259 137.962 LESAPER LI Yishayahu Peri 137.962 139.543 ET HAZAKHUR LAKH Yishayahu Peri 139.543 144.356 MEHABAYIT, MEHAMISHPAKHA, MEAZ SHEAT AT ZOKHERET ET ATSMEKH. BEVAKASHA. Yokheved Ayberman 145.676 150.392 איך, יוכבֿד אײַבערמאַן, Yokheved Ayberman 150.392 158.731 געבאָרן געװאָרן אין צװאַנציק זעקסטן יאָר. Yokheved Ayberman 158.731 160.373 נו װאָס זאָל איך נאָך זאָגן? Yokheved Ayberman 160.373 164.494 אַז אַז, eh, דער טאַטע איז געװען אַן אַרבעטער. Yokheved Ayberman 164.494 168.313 און די מאַמע איז געװען אַ, אַ שטוב־פֿרױ. Yokheved Ayberman 168.313 170.532 יעדער צװײ יאָר פֿלעגט זי האָבן אַ קינד. Yokheved Ayberman 170.532 172.751 די מאַמע האָט געהאַט זיבן קינדער. Yokheved Ayberman 172.751 175.297 דער טאַטע האָט אױסגעבױט דער שטוב Yokheved Ayberman 175.297 180.65 און, און ער איז איבערגעגאַנגען... מיר זײַנען איבערגעגאַנגען אין שטוב. Yokheved Ayberman 180.65 183.279 די, דער לעבן איז געװען ניט קײן גרינגער. Yokheved Ayberman 183.279 185.093 אָבער װאָס? Yokheved Ayberman 185.093 188.594 מיט, איך האָב ניט געפֿילט אַז אימעצער טשעפּעט מיר. Yokheved Ayberman 188.594 191.601 איך בין געק- eh געגאַנגען אין דער ייִדישער שול, Yokheved Ayberman 191.601 193.623 אַז איך בין געװאָרן עלטער, Yokheved Ayberman 193.623 198.635 און איך האָב זיך געקענט פֿירן װי אַ מענטש, װי אַלע מענטשן אין דער װעלט. Yokheved Ayberman 198.635 201.772 איך האָב eh גאָרנישט ניט געפֿילט קײן שלעכטס. Yokheved Ayberman 201.772 205.794 ס'איז ניט געװען טאַקע, ז-... דער טאַטע, ער איז דאָך געװען דער אַרבעטער, טאַקע Yokheved Ayberman 205.794 209.294 געװען שװער צו דעם ah אָנפֿירן מיט דער משפּחה, Yokheved Ayberman 209.294 211.193 אָבער װאָס? Yokheved Ayberman 211.193 214.865 איך האָב ניט געפֿילט, אָט אַזױ דאַרף דאָס זײַן. Yokheved Ayberman 214.865 218.715 eh, דורכגעגאַנגען דרײַ יאָר אין BET SEFER, Yokheved Ayberman 218.715 220.731 אַ ייִדישע BET SEFER, Yokheved Ayberman 220.731 224.496 געװען דאָרטן זײער גוט. איך האָב געפֿילט זיך אַזױ װי אין שטוב. Yokheved Ayberman 224.496 227.698 װײַל די גאַס אונדזערע איז אױך געװען אַ ייִדישע. Yokheved Ayberman 227.698 232.915 און איבער דרײַ יאָר האָט מען אונדז אַראַ- uh איבערגעגעבן אין אַ רוסישער שול. Yokheved Ayberman 232.915 235.025 די רוסישע שול Yokheved Ayberman 235.025 237.488 איז eh איז געװען פֿאַר מיר פֿרעמד. Yokheved Ayberman 237.488 241.531 װײַל די גאַנצע גאַס איז געװען ייִדן, און אין שטוב האָט מען גערעדט אױף ייִדיש. Yokheved Ayberman 241.531 245.987 און אין BET SEFER איז געװען זײער שװער מיר. Yokheved Ayberman 245.987 253.275 אָבער פֿונדעסטװעגן האָב איך געלערנט זיך אַ פּאָר יאָר, און סע האָט זיך אָנגעהױבן די מלחמה. Yishayahu Peri 253.275 256.225 איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן נאָך פֿאַר דעם Yokheved Ayberman 256.225 259.825 יע, נײַן און דרײַסיקסטן יאָר אפֿשר. Yishayahu Peri 259.825 262.6 eh איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן אַ ביסל נאָך פֿאַר דעם Yishayahu Peri 262.6 268.478 גע- געלעב- געבאָרן געװאָרן און געלעבט האָט איר אין מינסק אונטער דער סאָװיעטישער רעגירונג, ריכטיק? Yokheved Ayberman 267.05 270.4 יע, אונטער דער סאָװיעטישער רעגירונג. Yokheved Ayberman 270.4 272.0 מיר פֿלעגן, ס- נו נו? Yishayahu Peri 270.578 271.388 װי Yishayahu Peri 272.0 273.225 eh Yokheved Ayberman 273.225 275.15 װי האָבן מיר געלעבט? Yishayahu Peri 275.15 277.65 װי האָט איר געלעבט האָט איר מיר דערצײלט. Yishayahu Peri 277.65 283.95 קײן אַנטיסעמיטישקײט ספּעציעל האָט איר נישט געפֿילט דאָרטן, פֿאַר פֿאַר אײַערע צײַטן, פֿאַר, ביז די מלחמה איז אױסגעבראָכן. Yokheved Ayberman 283.95 291.25 איך האָב ניט געפֿילט. כ'האָב געפֿילט אַז ס'פֿעלט אַלצענעסד-, איך האָב, eh, ס'האָט געפֿעלט אַלצענעסדינג, אָבער איך האָב ניט געפֿילט Yokheved Ayberman 291.25 293.273 אַז עס דאַרף זײַן בעסער. Yokheved Ayberman 293.273 295.87 אַז מיר פֿלעגן שטײן דאָרטן בײַ נאַכט, אַװעקגײן Yokheved Ayberman 295.87 300.375 פֿאַר נעמען אַ TOR O אױף נעמען, eh, אַ לעבל ברױט Yokheved Ayberman 300.375 303.625 איז eh איז, האָב איך געקלערט אָט אַזױ דאַרף דאָס זײַן. Yokheved Ayberman 303.625 306.825 פֿלעגט מען, פֿלעג איך, eh געװען די עלטסטע, פֿלעג איך אַװעקגײן Yokheved Ayberman 306.825 309.6 און שטײן אין אָטשערעד, Yokheved Ayberman 309.6 312.553 eh און און דערנאָך באַקומען אַ לעבל ברױט. Yokheved Ayberman 312.553 317.371 און מיט דעם לעבל ברױט האָב איך, האָב איך קלײנינקע הערינגלעך, KAMSAH האָט זיך דאָס גערופֿן, Yokheved Ayberman 317.371 320.839 און אַז מיר פֿלעגן שטײן אין אָטשערעד נאָך דערױף Yokheved Ayberman 320.839 322.8 פֿלעגט מען אונדז eh, Yokheved Ayberman 322.8 325.675 פֿלעגן אונדז די קריסטן זאָגן "אױף װײַטער זײַט איר דאָ?" Yokheved Ayberman 325.675 328.825 איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען אַז זײ מײנען אַז דאָס איז אַ ייִד דאָ. Yokheved Ayberman 328.825 333.1 און איך האָב געלעבט אַזױ פֿרײַ, און מיר איז געװען גוט. Yishayahu Peri 333.198 337.031 יעצט האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן נאָך אַ פֿראַגע, מיט אײַער ערלױבעניש. Yishayahu Peri 337.031 343.776 איר האָט שױן דערמאַנט אַז לעבן די, לערנ- פֿריִער האָט איר געלערנט אין אַ סאָװיעטישער ייִדישער שק- שולע, Yokheved Ayberman 342.825 344.05 יע, יע. Yishayahu Peri 344.05 346.021 און אין דער הײם האָט מען גערעדט ייִדיש. Yokheved Ayberman 345.475 347.525 יע, און די גאַס איז געװען אַ ייִדישע. Yishayahu Peri 346.361 351.8 אַחוץ דעם װאָס מע פֿלעג רעדן ייִדיש אין דער הײם, האָט איר געװוּסט אַ ביסל װעגן ייִדישקײט? Yishayahu Peri 351.8 356.223 איר האָט געהאַט אַ אַנונג װעגן אַ יום־טובֿ, װעגן אַ שבת, װאָס האָט איר געװוּסט אין יענע צײַטן? Yokheved Ayberman 354.125 356.95 איך פֿאַרשטײ, איך פֿאַרשטײ. איך פֿאַרשטײ װאָס איר פֿרעגט. Yokheved Ayberman 356.95 361.775 מײַן טאַטע האָט אונדז ניט געסטאַרעט זיך דערצײלן Yokheved Ayberman 361.775 364.725 אַז מיר זײַנען ייִדן, מיר דאַרפֿן קענען Yokheved Ayberman 364.725 367.468 די, eh די, ah, די TORA Yokheved Ayberman 367.468 371.225 און מיר דאַרפֿן קענען װיסן, אָבער װאָס <האָט> דער טאַטע פֿלעגט טאָן, Yokheved Ayberman 371.225 372.66 ער פֿלעגט דאַװענען. Yokheved Ayberman 372.66 377.125 ער פֿלעגט אָנטאָן, eh ער פֿלעגט אָנטאָן אױפֿן שטערן אַ Yishayahu Peri 377.125 377.8 תּפֿילין. Yokheved Ayberman 377.675 380.911 תּפֿילין, אױפֿן האַנט תּפֿילין אַרומבינדן, Yokheved Ayberman 380.911 385.772 און אָנטאָן דעם טלית, און אַז מיר פֿלעגן אים פֿרעגן, "טאַטע, װאָס איז דאָס? טאַטע, װאָס איז דאָס?" Yokheved Ayberman 385.772 390.387 פֿלעגט ער זאָגן, "שע, שטיל, שטיל. איך דאַװן." Yokheved Ayberman 390.387 396.283 אָבער װאָס דאָס איז, װען דאָס איז, װוּ דאָס איז, דער טאַטע האָט ניט דערקלערט. Yokheved Ayberman 396.283 400.069 דעם, דער טאַטע האָט דאָס ניט פֿאַרשטאַנען אַז מע דאַרף דערקלערן. Yokheved Ayberman 400.069 402.65 דאָס איז װאָס מע טוט הײַנטיקע יאָרן, Yokheved Ayberman 402.65 409.65 אַז מע זאָל דערקלערן װער מיר זײַנען, װעט אפֿשר ניט אַװעקגײן אַזױ פֿיל מענטשן אין דער ערד. Yishayahu Peri 409.65 413.05 יעצט האָב איך אײַך געװאָלט נאָך אַ פֿראַגע פֿרעגן. Yishayahu Peri 413.05 416.525 אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר איז אױסגעבראָכן די װעלט־מלחמה. Yokheved Ayberman 416.525 417.25 יע. Yishayahu Peri 417.25 421.625 האָט איר דאָרטן געװ-, איז, לעבנדיק אין רוסלאַנד, אין סאָװיעטן־רוסלאַנד, Yishayahu Peri 421.625 427.103 האָט איר געװוּסט װעגן דעם, אַז סע ברעכט אױס אַ מלחמה, איר האָט געװוּ- געהערט עפּעס װעגן היטלערן, װעגן זײַן, Yishayahu Peri 427.103 430.7 װי ער פֿירט זיך געגן ייִדן, איר האָט געהאַט עפּעס אַ אַנונג װעגן דעם? Yokheved Ayberman 430.7 435.0 מײַן טאַטע איז אַװעק אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר, האָט מען אים גענומען אױף מלחמה. Yokheved Ayberman 435.0 437.325 דער טאַטע איז דאָרטן געװען. Yokheved Ayberman 437.325 440.1 ער פֿלעגט ברע- ער eh eh, איז ער געװען דאָרטן. Yokheved Ayberman 440.1 443.475 אין אַ קורצער צײַט איז ער געקומען צוריק. Yokheved Ayberman 443.475 446.175 און ער האָט געזאָגט, "איך װײס? מע לעבט." Yokheved Ayberman 446.175 449.6 דאָס איז געענדיקט. אָבער ס'איז געקומען OLIM Yokheved Ayberman 449.6 452.45 פֿון רוסלאַנד, פֿון פּױלן, אױף רוסלאַנד, Yokheved Ayberman 452.45 455.525 און זײ האָבן אונדז אָנגעהױבן דערצײלן װאָס דער דײַטש האָט... Yokheved Ayberman 455.525 457.825 געװען דאָרטן שױן אין פּױלן, Yokheved Ayberman 457.825 462.0 און די פּױלישע און די, און די דײַטשן האָבן שױן, NEGED די ייִדן. Yokheved Ayberman 462.0 465.875 אָבער מיר האָבן ניט געקענט פֿאַרשטײן, װאָס איז דאָס "NEGED די ייִדן"? Yokheved Ayberman 465.875 469.85 און זײ דערצײלן, אַז מע, אַז מע כאַפּט זײ, מע שלאָגט זײ, Yokheved Ayberman 469.85 473.675 מע שיסט זײ, האָבן מיר אױף זײ געקוקט אַזױ װי אױף משוגעים. Yokheved Ayberman 473.675 477.625 מיר האָבן ניט פֿאַרשטאַנען. מיר האָבן געקלערט, "װאָס דערצײלן זײ בכלל?" Yokheved Ayberman 477.625 479.675 דאָס איז, דאָס איז ניטאָ... Yishayahu Peri 479.675 481.425 דאָס פֿלעגן דערצײלן די בעזשעניקעס. Yokheved Ayberman 480.47 483.543 װעגן װאָס צו דער-, די בעזשענצעס פֿלעגן דערצײלן, Yokheved Ayberman 483.543 487.434 און מיר האָבן זײ ני-, מיר האָבן ניט פֿאַרשטאַנען װאָס צו גלײבן. Yishayahu Peri 487.102 487.941 איך פֿאַרשטײ. Yokheved Ayberman 487.434 490.2 דאָס איז געװען אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר. Yishayahu Peri 490.2 493.946 יעצט, דאָס לעבן ציט זיך אַזױ ביז אײן און פֿערציק. װאָס פּאַסיר-? Yokheved Ayberman 493.223 495.51 דאָס, יע, יע. Yishayahu Peri 494.05 496.914 װאָס פּאַסירט אין אײן און פֿערציקסטן יאָר, ביטע? Yokheved Ayberman 495.825 500.3 דאָס איז eh, eh פֿי- פֿירט זיך ביזקל אײן און פֿערציקסטן יאָר, Yokheved Ayberman 500.3 503.3 אײן און פֿערציקסטן יאָר, זומערדיקע צײַטן, Yokheved Ayberman 503.3 511.1 דער טאַטע מײַנער דערצײלט אונדז אַז ס'גײט, אַז ס'הײבט זיך אָן די מלחמה. Yokheved Ayberman 511.1 512.775 טאַטע געקומען אַהײם Yokheved Ayberman 512.775 516.275 און ער זאָגט, "אפֿשר װעלן מיר אַרױספֿאָרן פֿון דאַנעט. Yokheved Ayberman 516.275 519.55 װײַל די די דײַטשן קענען אַלץ אָפּטאָן." Yokheved Ayberman 519.55 525.575 אָבער די, אָבער די, ס'איז בײַ אונדז געװען זעקס קינדער, און די מאַמע איז געװע- אַ שװאַנגער פֿרױ. Yokheved Ayberman 525.575 529.725 מע האָט זיך געדרײט אַהער, מע האָט זיך געדרײט אַהין, און, מע האָט גערעשעט אַז דאָס טױג ניט. Yokheved Ayberman 529.725 533.275 דאָס טױג ניט אַרױסגײן, װײַל מיט אַזױ פֿיל קינדער. Yokheved Ayberman 533.275 537.15 און מ'איז געבליבן אין, פֿאַר די דײַטשן. Yokheved Ayberman 537.15 542.025 דער, דער עולם האָט האָט זיך, eh געקענט זיך זוכן װאָס צו עסן, Yokheved Ayberman 542.025 547.8 די ערשטע צײַט, װאָס ס'איז געבליבן אין די קראָמען, פֿלעגט מען האָבן געלט, יעדער פֿלעגט נעמען אַהײם אַלצענעסדינג. Yokheved Ayberman 547.8 551.827 אָט אַזױ האָבן מיר אױך געטאָן. איך האָב דאָס געטאָן. Yokheved Ayberman 551.827 556.722 און ביזקל װאַנען מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, ביזקל װאַנען די דײַטשן זײַנען Yokheved Ayberman 556.722 561.713 אַראָפּגעלאָזן זיך, און די רוסישע האָבן אונדז אָפּגעשטופּט פֿון זיך, Yokheved Ayberman 561.713 565.711 און מע האָט אונדז געזאָגט אַז מע גײט בױען אַ געטאָ. Yokheved Ayberman 565.711 569.35 װאָס געטאָ? װען געטאָ? װער געטאָ? װער װײס? Yokheved Ayberman 569.35 573.775 מיר האָבן געזען אָבער מע האָט געפֿירט די רוסישע PLENNe, האָט מען זײ אױפֿן װעג געשאָסן, Yokheved Ayberman 573.775 575.6 מע האָט זײ געפֿירט קילאָמעטערס, Yokheved Ayberman 575.6 580.125 און מע פֿלעגט, eh אײנער פֿלעגט בעטן עפּעס טרינקען װאַסער, פֿלעגט מען אים שיסן. Yokheved Ayberman 580.125 583.0 דערנאָך האָט מען געהײסן די ייִדן אַרױסגײן פֿון, Yokheved Ayberman 583.0 586.025 די מענער אַרױסגײן פֿון גע- פֿון Yokheved Ayberman 586.025 589.625 פֿון, נאָך די געטאָ בױט זיך, אַרױסגײן פֿון געטאָ. Yokheved Ayberman 589.625 594.8 און און אַװעקגײן אין אַ לאַגער, און דאָרטן איז געװען די רוסישע PLENNe, Yokheved Ayberman 594.8 599.4 די אַלע, און די, די מענער די רוסישע, Yokheved Ayberman 599.4 601.3 און די, און די ייִדן. Yokheved Ayberman 601.3 607.525 אין אײן גוטן טאָג איבער אַ קורצער צײַט האָט מען געהײסן אַז די ייִדן זאָלן אָפּגײן אין אײן זײַט. Yokheved Ayberman 607.525 610.85 און די רוסן, די PLENNe, זאָלן זײַן אין אַ צװײטן זײַט. Yokheved Ayberman 610.85 615.425 און דערנאָך האָט מען געפֿרעגט, "און װער איז WOLGADEUTSCHEn?" Yokheved Ayberman 615.425 618.0 האָבן זיך אױפֿגעהױבן דער WOLGADEUTSCH Yokheved Ayberman 618.0 620.5 און זיך, און זײ געהײסן אָפּגײן. Yokheved Ayberman 620.5 623.025 און װער זײַנען די רוסישע? eh Yokheved Ayberman 623.025 626.85 eh, ah, אַ דריטער פּלאַץ. Yokheved Ayberman 626.85 630.875 איז אָט אַזױ האָט מען זיך צעטײלט. מ'איז געװען לעבן טײַך, Yokheved Ayberman 630.875 634.4 און מע האָט זײ ניט געלאָזן טרינקען, מע פֿלעגט זײ שיסן. Yokheved Ayberman 634.4 639.0 דאָס איז געװען דער דײַטשישע גאַנג. Yokheved Ayberman 639.0 644.725 און דערנאָך האָבן די WOLGADEUTSCHEn פֿאַרכ- פֿאַרנומען דעם פּלאַץ, Yokheved Ayberman 644.725 647.775 און זײ זײַנען גלײַך אָנגעהױבן היטן Yokheved Ayberman 647.775 653.7 היטן די, דע- דע- דעם פּלאַץ, היטן די W- די JUDEN. Yokheved Ayberman 653.7 655.675 די רוסישע די PLENNe, Yokheved Ayberman 655.675 660.225 האָבן שױן דעם ייִדן אױך ניט געלאָזן דורכגײן, זײ פֿלעגן פֿון אים רײַסן. Yokheved Ayberman 660.225 666.225 אין אַ קורצער צײַט אַרום, איבער עטלעכע װאָכן, אַז דער, ייִדן האָבן געליטן Yokheved Ayberman 666.225 668.95 און מיר קינדער פֿלעגן אַװעקטראָגן אַהין עסן, Yokheved Ayberman 668.95 674.425 און, און, ביזקל װאַנען די די ייִדן האָט מען צוגענומען אין טורמע. Yokheved Ayberman 674.425 678.1 די ייִדן זײַנען געװען אין טורמע. Yokheved Ayberman 678.1 681.225 און זײ האָבן דאָרטן גוט צוגעליטן זעקס װאָכן, Yokheved Ayberman 681.225 682.65 און מע האָט זײ אָפּגעלאָזן אַהײם. Yokheved Ayberman 682.65 686.4 אָבער זײ זײַנען אַװעק. אָבער װאָס האָבן זײ געטאָן, די דײַטשן? Yokheved Ayberman 686.4 690.025 זײ האָבן אַראָפּגענומען די אינטעליגענציע פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק. Yokheved Ayberman 690.025 692.5 מע האָט געלאָזן אַהײם די אַרבעטער. Yokheved Ayberman 692.5 693.975 מע האָט געלאָזן די, אַהײם Yokheved Ayberman 693.975 698.425 eh, אָטאָ די װאָס זײ זײַנען ניט קײן, ניט קײן פֿאַרשפּיצטע. Yokheved Ayberman 698.425 701.075 און אָט האָט מען אונדז גענומען אין געטאָ. Yishayahu Peri 701.075 702.075 װאָס האָט מען... Yokheved Ayberman 701.136 704.867 געמאַכט שױן מיט די געטאָ, האָבן מיר, זײ האָבן געהײסן Yokheved Ayberman 704.867 709.801 eh זײַן אין געטאָ, און מיר האָבן ניט די רעכט אַרױסגײן אױפֿן רוסישן ראַיאָן, Yokheved Ayberman 709.801 714.412 און, און, און, און די פּאָליציאַנטן װערן די, eh, רוסן Yokheved Ayberman 714.412 717.069 און די WOLGADEUTSCHEn. Yokheved Ayberman 717.069 720.75 און מיר ייִדן זײַנען אין געטאָ. Yishayahu Peri 720.75 723.45 װאָס האָט פּאַסירט מיט די ייִדישע אינטעליגענציע? Yokheved Ayberman 723.45 728.475 די ייִדישע טעל- אינטעליגענציע, די מענער װאָס זײַנען געװען אין טורמע, מע האָט אַראָפּגענומען. Yokheved Ayberman 728.475 732.4 אַזױ װי מע נעמט אַראָפּעט פֿון סמ-, פֿון זױערמילך די סמעטענע, Yokheved Ayberman 732.4 736.05 האָט מען זײ אַראָפּגענומען, מע האָט זײ אַראָפּגענומען, ס'איז געבליבן זױערמילך. Yishayahu Peri 736.05 737.638 מ'האָט זײ צע- אױסגעהרגעט. Yokheved Ayberman 737.15 738.75 מע האָט זײ, מע האָט זײ Yokheved Ayberman 738.75 742.746 eh, מע האָט זײ, זײ, מיר בײ- מע, זײ זײַנען ניטאָ, Yokheved Ayberman 742.746 746.06 פֿון די טעג װאָס מע האָט זײ צוגענומען זײַנען זײ ניטאָ. Yokheved Ayberman 746.06 747.474 AD HAYOM. Yishayahu Peri 749.7 757.266 יעצט מי- װאָס פֿאַר אַ גזירות פֿלעגן זײ אָנמאַכן? מע האָט אײַך אַרײַנגעפֿירט אין געטאָ. װאָס נאָך פֿאַר אַ צרות האָבן זײ אָנגעמאַכט דעמאָלטס אין יענע צײַטן? Yokheved Ayberman 755.975 758.35 ah... Yokheved Ayberman 758.35 762.475 און מיר האָבן נאָך נאָך ניט פֿאַרשטאַנען װאָס מע גײט אונדז מאַכן. Yokheved Ayberman 762.475 765.525 און װאָס מיר בױען פֿאַר זיך אַלײן. Yokheved Ayberman 765.525 768.125 ah, און און מיר זײַנען אין געטאָ, Yokheved Ayberman 768.125 772.091 אײדער די, אײדער ס'איז געװען דער ערשטער פּאָגראָם האָט מען בײַ מײַן שװעסטערקינד Yokheved Ayberman 772.091 774.329 אַלעמען אױסגעקױלעט אין שטוב. Yokheved Ayberman 774.329 777.627 מ'איז גע-, מ'איז זײ IZNASILevet. Yokheved Ayberman 777.627 782.895 מע האָט דער מײדל פֿון דרײַצן יאָר אַראָפּגעריסן די װײַסע הערעלעך אירע, די צעפּ. Yokheved Ayberman 782.895 786.209 און מע האָט איר אױפֿן בעט צעשניטן די KHAZE, Yokheved Ayberman 786.209 788.075 און, און, די GRUD'. Yokheved Ayberman 788.075 792.45 און דער צװײטער שװעסטער, אײן און צװאַנציק יאָר, האָט מען איר אױך די זעלבע זאַך געטאָן. Yokheved Ayberman 792.45 797.2 און אַזױ האָט מען אױסגעהרגעט אין שטוב אַ, אַ פֿערצן מענטשן. Yokheved Ayberman 797.2 801.175 און די מאַמע איז געלעגן זײערע, מיט eh פֿון אײן זײַט Yokheved Ayberman 801.175 806.775 האַלט זי אײן קינד, און פֿון צװײטן זײַט האַלט זי דעם אײניקל, און די באָבע ליגט אַ, אַ Yokheved Ayberman 806.775 809.4 אַ, אַ געהרגעטע מיט אַ פֿולן בױך. Yokheved Ayberman 809.4 813.3 דאָס האָבן מיר געזען. דאָס האָבן מיר געזען מיט אונדזערע אױגן. Yishayahu Peri 813.3 814.35 װער האָט דאָס געמאַכט? Yokheved Ayberman 814.35 817.8 װער האָט דאָס געמאַכט? פֿינף דײַטשן זײַנען אַרײַנגעגאַנגען. Yokheved Ayberman 817.8 821.325 זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײ האָבן קױם, האָבן ניט געװאַרט קײן פֿולע, Yokheved Ayberman 821.325 823.925 און זײ האָבן דאָס אַלץ אָפּגעטאָן. Yokheved Ayberman 823.925 827.05 מײַן שװעסטערקינד קלאַפּט זיך צו מיר, "עפֿנט, עפֿנט! Yokheved Ayberman 827.05 829.9 עפֿנט! בײַ אונדז האָט מען אַלעמען געהרגעט!" Yokheved Ayberman 829.9 835.05 און אָט אַזױ איז פֿאָרגעקומען מיט דעם ערשטן פּאָגראָם אין אונדזער מינסקער געטאָ. Yokheved Ayberman 835.05 839.625 דערנאָך איבער, איבער אַ װאָך צײַט, געװען זיבעטן NOYABR', Yokheved Ayberman 839.625 842.571 האָט מען אָנגעהױבן פֿיר, האָ- האָט מען אָנגעהױבן Yokheved Ayberman 842.571 847.05 הרגענען, eh, דאָס הײסט מע האָט גענומען ehm דאָס איז שױן געװען אַ פּאָגראָם. Yokheved Ayberman 847.05 850.2 בײַ די, דאָס װאָס איך האָב פֿריִער דערצײלט, איז דאָס געװען אין אַ שטוב. Yokheved Ayberman 850.2 855.525 אָבער דאָס איז געװען הונדערטער, טױזנטער ייִדן זײַנען געגאַנגען אין אַ קאָלאָנע. Yokheved Ayberman 855.525 862.9 איך האָב געגאַנגען ברענגען אַהײם עפּעס. זאַכן, עסנװאַרג. Yokheved Ayberman 862.9 866.225 און איך האָב דערזען אַז ס'פֿירט זיך אַ קאָלאָנע ייִדן, Yokheved Ayberman 866.225 867.925 אַ גרױסע קאָלאָנע, Yokheved Ayberman 867.925 871.975 פֿ- פֿון, פֿון אָנהײב גאַס און צום סוף גאַס זע איך, דער סוף גאַס, Yokheved Ayberman 871.975 875.225 און פֿון דאָרטן גײען נאָך אַלץ אַ קאָלאָנע ייִדן. Yokheved Ayberman 875.225 878.017 פֿרױען, מיט קינדער, מיט עלטערע מענטשן, Yokheved Ayberman 878.017 882.225 גײען, eh eh, אַהער, אַהין, איך האָב זיך באַהאַלטן. Yokheved Ayberman 882.225 886.582 און איך האָב געזען װי מע האָט זײ געפֿירט אױף KALVARYJA, און KALVARYJA איז דאָס אַ Yokheved Ayberman 886.582 890.414 דאָרטן, װוּ די, ehm, אַ בית־עלמין. Yokheved Ayberman 890.414 895.7 אַ רוסישער בית־עלמין. דאָרטן איז געװען ג-, דערנאָך האָב איך דאָס דערגאַנגען װאָס איז געװען מיט זײ, Yokheved Ayberman 895.7 897.95 האָט מען געמאַכט גריבער, Yokheved Ayberman 897.95 900.15 און די ייִדן זײַנען געגאַנגען, Yokheved Ayberman 900.15 903.9 און מע האָט דאָרטן, און אַהין האָט מען זײ דערבראַכט. tsk Yokheved Ayberman 903.9 907.05 אַחוץ דאָס װאָס מע האָט זײ דערבראַכט, Yokheved Ayberman 907.091 911.891 איז, eh איז הינטער זײ געפֿאָר- uh, אַזױ, פֿאַ- ah ניט פֿאַרשטאַנען Yokheved Ayberman 911.891 913.634 װוּהין מע פֿירט זײ אַנערשט. Yokheved Ayberman 913.634 915.374 האָט מען זײ געזאָגט, "נעמט, Yokheved Ayberman 915.374 917.797 נעמט װאָס איר האָט, גוטע זאַכן, Yokheved Ayberman 917.797 920.287 און נעמט מיט זיך, און נעמט אײַערע קינדער." Yokheved Ayberman 920.287 923.531 האָבן זײ דאָס גע- אַלץ געטאָן. Yokheved Ayberman 923.531 928.054 הינטער זײ געפֿאָרן רוסישע, Yokheved Ayberman 928.054 929.478 אױף אַ װאָגן, Yokheved Ayberman 929.478 934.621 און זײ האָבן אױפֿגעקליבן דאָס װאָס די ייִדן האָבן אָנגעהױבן פֿאַנאַנדערװאַרפֿן, זײ האָבן אָנגעהױבן פֿאַרשטײן Yokheved Ayberman 934.621 936.378 װוּהין מע פֿירט זײ. Yokheved Ayberman 936.378 940.189 און אַזױ האָט מען אױסגעהרגעט גאַסן, גאַנצע גאַסן, Yokheved Ayberman 940.189 944.243 אָטאָ דאָס װאָס איך דערצײל אײַך פֿון דעם ערשטן פּאָגראָם. Yokheved Ayberman 944.243 948.135 איך בין געקומען צוריק אין שטוב, אַ באַהאַלטענע בין איך געװען. Yokheved Ayberman 948.135 951.837 האָב באַהאַלטן זיך, װוּ? אױף אַ הױף, אונטער ברעטלעך Yokheved Ayberman 951.837 953.459 האָב איך געלעגן. Yokheved Ayberman 953.459 958.271 אַז עס האָט זיך געענדיקט דער פּאָגראָם, בין איך אַװעק אַהײם. אַװעקגעגאַנגען אַהײם tsk, Yokheved Ayberman 958.271 962.269 כ'האָב שױן אָנגעהױבן פֿאַרשטײן װוּ איך בין אין דער װעלט. Yokheved Ayberman 962.269 964.648 אָבער װאָס? Yokheved Ayberman 964.648 966.566 ס'איז נאָך ניט געװען eh, Yokheved Ayberman 966.566 969.107 װאָס און װען און װער. Yokheved Ayberman 969.107 971.675 אָנגעהױבן פֿאַרשטײן, און אָנגעהױבן Yokheved Ayberman 971.675 977.756 ק- שױן פֿון יענע צײַטן האָב איך שױן אָנגעקוקט אין אַלע זײַטן װוּהין צו אַנטלױפֿן. Yokheved Ayberman 977.756 982.323 און אַזױ, און ס'איז דורכגעגאַנ- אין װינטערדיקע צײַ- דאָס איז שױן דורכגעגאַנגען Yokheved Ayberman 982.323 984.469 אין ס- אין, אין NOYABR'. Yishayahu Peri 984.469 985.323 און פֿ- יאָ. Yokheved Ayberman 985.323 989.539 eh אָנהײבן אין צװײ און פֿערציקסטן יאָר, אױף דעם eh eh אין YANVAR'-חודש. Yokheved Ayberman 989.539 991.242 בין איך אַװעקגעגאַנגען Yokheved Ayberman 991.242 993.972 אין, אין אַ, אין, אין אין דאָס. Yokheved Ayberman 993.972 996.972 אין tsk, Yokheved Ayberman 996.972 1004.032 פֿינף און פֿערציק קילאָמעטער פֿון מינסק, אױף דער פּױלישער, צו דער פּױלישער, װוּ די פּױלישע האָבן, ייִדן געלעבט, און eh, Yishayahu Peri 1001.161 1002.179 גרענעץ. Yokheved Ayberman 1004.032 1007.053 נאָװעדראַנקע, הײסט דאָס, די שטעטעלע נאָװעדראַנקע. Yokheved Ayberman 1007.053 1008.756 אין דער נאָװעדראַנקע, Yokheved Ayberman 1008.756 1013.107 eh, מיט eh, נאָך אַ מײדעלע, זײַנען מיר אַװעקגעגאַנגען, דאָרטן אירע קרובֿים געװען. Yokheved Ayberman 1013.107 1014.296 געקומען אַהין, Yokheved Ayberman 1014.296 1017.729 eh זאָג איך, eh eh איך זי- זע בײַ זײ רײן, Yokheved Ayberman 1017.729 1020.756 זײ האָבן אַלצענעסדינג, Yokheved Ayberman 1020.756 1025.594 איך האָב אָנגעהױבן פֿרעגן, "סטײַטש, eh eh װאָס איז? װי איז אײַך גוט אַזױ?" Yokheved Ayberman 1025.594 1029.296 eh, און, "דאַנקען גאָט איז אײַך." Yokheved Ayberman 1029.296 1032.215 זײַנען מיר דאָרטן געװען אַ פּאָר טעג. Yokheved Ayberman 1032.215 1034.269 און מיר האָבן געזען, און מיר האָבן גע-, און מיר האָבן געקלערט: Yokheved Ayberman 1034.269 1038.756 נו, פֿון דאָרט-, eh, פֿו-, װי גײט מען אַװעק ערגעץ אין װאַלד? Yokheved Ayberman 1038.756 1042.404 אָבער ס'איז געװען שנײ, ס'איז געװען נאָך פֿאַרפֿראָרן אַלץ. Yokheved Ayberman 1042.404 1045.945 און, און מיר האָבן גערעשעט אַז מיר גײען צוריק אין געטאָ. Yokheved Ayberman 1045.945 1048.351 אין מינסקער געטאָ. Yokheved Ayberman 1048.351 1051.702 אַז איך בין געקומען אַהײם, דערצײלט װאָס איך האָב געזען, Yokheved Ayberman 1051.702 1053.81 די חבֿרה, דער אין שטוב Yokheved Ayberman 1053.81 1056.621 האָבן חבֿרה אַװעקגעגאַנגען אַהין, Yokheved Ayberman 1056.621 1058.405 פֿון גאַס, חבֿרה, Yokheved Ayberman 1058.405 1062.324 הערן און זען און אַ קוק טאָן, און אפֿשר אַהער און אפֿשר אַהין, Yokheved Ayberman 1062.324 1064.702 eh און זײ זײַנען דאָרטן געװען עטלעכע טעג, Yokheved Ayberman 1064.702 1066.053 און ס'איז געװאָרן אַ פּאָגראָם. Yokheved Ayberman 1066.053 1068.863 מ'האָט זײ אַלע, די גאַנצע שטעטל אױסגעהרגעט. Yishayahu Peri 1068.863 1069.687 דאָרטן. Yokheved Ayberman 1068.989 1071.053 דאָס איז געװען אין נאָװעדראַנקע. Yokheved Ayberman 1071.053 1073.215 אין שטעטל װוּ איך בין פֿריִער געװען. Yokheved Ayberman 1073.215 1076.377 איך בין געקומען, איך האָב דערצײלט אַז ס'איז אַלץ דאָרטן גוט. Yokheved Ayberman 1076.377 1079.688 נו, איז eh איז שױן ניטאָ װאָס צו רײדן. UNK Yishayahu Peri 1079.08 1081.585 זײַט אַזױ גוט, כ'האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן Yishayahu Peri 1081.585 1084.431 איר האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן װעגן שװערן לעבן אין געטאָ. Yishayahu Peri 1084.431 1087.472 װי איז געװען אָרגאַניזירט די ייִדישע מאַכט אין געטאָ? Yokheved Ayberman 1087.597 1089.762 REGA, דאָס איז די מאַכט, יע.... Yishayahu Peri 1088.728 1090.489 װי האָט זיך געפֿירט, דאָס געשעפֿט? Yokheved Ayberman 1089.767 1092.08 אַז יעדער אײנער האָט זיך געלאָפֿן. Yokheved Ayberman 1092.08 1094.296 יעדער אײנער האָט ניט געװוּסט װוּהין ער לױפֿט Yokheved Ayberman 1094.296 1095.455 און װאָס ער לױפֿט. Yokheved Ayberman 1095.455 1097.525 די מאַכט איז נאָר שפּעטער געװאָרן. Yokheved Ayberman 1097.525 1100.175 און ס'איז געװאָרן דאָ בײַ אונ- די, DESANTNIKes, Yokheved Ayberman 1100.175 1102.809 די דײַטשישע װאָס זײ האָבן זיך בײַ אונדז אַראָפּגעלאָזן, Yokheved Ayberman 1102.809 1104.053 האָ-, פֿלעגן אונדז eh eh, Yokheved Ayberman 1104.053 1107.648 זײ פֿלעגן אונדז אַהער אַהין פֿירן פֿאַר די נעזער, Yokheved Ayberman 1107.648 1109.107 זײ האָבן אונדז eh eh, Yokheved Ayberman 1109.107 1111.837 מיר האָבן ניט געװוּסט אױף װעלכער װעלט מיר זײַנען, מיר האָבן ניט געװוּסט Yokheved Ayberman 1111.837 1114.431 װאָס מיר זײַנען, װאָס װעט זײַן, װי װעט זײַן, Yokheved Ayberman 1114.431 1116.485 און װער װעט אָנפֿירן מיט דערױף. Yokheved Ayberman 1116.485 1118.864 און די רוסישע זײַנען אַנטלאָפֿן. Yokheved Ayberman 1118.864 1125.254 די, די, מ- די, די, די VOYENNY, די VOYENNY זײַנען אַנטלאָפֿן, די מיליציע איז צעגאַנגען. Yishayahu Peri 1121.567 1122.44 סאָװיעטן. Yokheved Ayberman 1125.269 1126.648 ehm, די Yokheved Ayberman 1126.648 1132.08 פּ-, אָטאָ די װאָס זײ ליגן דאָרטן בײַ די דײַטשן, די לאַגער לע- LEUTE װאָס זײ זײַנען געװען Yokheved Ayberman 1132.08 1134.053 איז, ליגן דאָרטן Yokheved Ayberman 1134.053 1135.297 און מאַטערן זיך. Yokheved Ayberman 1135.297 1138.378 און מע ס-, און מע eh הרגעט זײ און מע שלאָגט זײ און מע Yokheved Ayberman 1138.378 1139.556 און מע שיסט זײ. Yokheved Ayberman 1139.556 1142.479 און זײ זײַנען געװען אַזױ װי, אַזױ װי, eh Yokheved Ayberman 1142.479 1144.472 ערגער פֿון הינט. Yokheved Ayberman 1144.472 1148.08 אַ הונט קען נאָך נעמען אַ ביסל װאַסער, און דאָס האָט מען ניט געקענט אױכעט. Yokheved Ayberman 1148.08 1151.848 אַזױ אַרום האָבן מיר אָנגעהױבן זען, איך האָב אָנגעהױבן פֿאַרשטײן. Yokheved Ayberman 1151.848 1155.186 אָבער איך בין ניט געװען זיכער, Yokheved Ayberman 1155.186 1158.328 האָב איך ניט געזען, ניט געװען זיכער Yokheved Ayberman 1158.328 1161.102 אַז - װאָס װעט זײַן? Yokheved Ayberman 1161.102 1162.926 איז אָט װיל איך זאָגן, Yokheved Ayberman 1162.926 1166.638 אַז פֿאַרשטאַנען, האָב איך אָנגעהױבן פֿאַרשטײן אין צװײ און פֿערציקסטן יאָר. Yokheved Ayberman 1166.638 1169.256 איבער אַ האַלב יאָר װאָס ס'איז פֿאָרגעקומען. Yokheved Ayberman 1169.256 1174.165 איך האָב שױן אָנגעהױבן זוכן װאָס זאָל מען טאָן. Yokheved Ayberman 1174.165 1177.002 אָבער, װאָס זאָל מען טאָן? Yokheved Ayberman 1177.002 1179.264 אַז, eh, אַז ס'איז ניטאָ װוּהין צו אַװעקצוגײן. Yokheved Ayberman 1179.264 1180.985 ס'איז ניטאָ װאָס צו טאָן. Yokheved Ayberman 1180.985 1183.499 און מיט די חבֿרטעס רײדן מיר, Yokheved Ayberman 1183.499 1186.107 און מיט די חבֿרים, און מע רעדט. Yokheved Ayberman 1186.107 1187.675 און דאָס איז דאָס. Yokheved Ayberman 1187.675 1193.675 מע, איך זוך אַ װעג אױף לעבן בלײַבן. Yokheved Ayberman 1193.675 1196.525 און װאָס איכ'ל קענען, װעמען איכ'ל קענען, װוּ איכ'ל קענען, Yokheved Ayberman 1196.525 1200.919 װעל איך זוכן אױף ראַטעװען. Yokheved Ayberman 1200.919 1203.696 און אָט אַזױ זײַנען מיר געלעבט. Yokheved Ayberman 1203.696 1205.27 מיט חבֿרטעס גערעדט. Yokheved Ayberman 1205.27 1208.108 מיט חבֿרים גערעדט. Yokheved Ayberman 1208.108 1210.432 מיר זײַנען דערנאָך אַרױסגעגאַנגען, Yokheved Ayberman 1210.432 1213.378 כ'האָב געהאַט אַ פֿעט- צװײ פֿעטערס. Yokheved Ayberman 1213.378 1217.27 גדליה און יאַנקל, דער מאַמעס ברידער, Yokheved Ayberman 1217.27 1220.945 װאָס זײ האָבן געזאָגט אַז זײ װעלן גײן אױף פּאַרטיזאַנער. Yokheved Ayberman 1220.945 1223.837 דאָס איז אין אָנהײב צװײ און פֿערציקסטן יאָר. Yokheved Ayberman 1223.837 1226.972 און דאָרטן איז מיט זײ געװען אַ ייִנגל, Yokheved Ayberman 1226.972 1228.592 שלאָמע האָט ער געהײסן, Yokheved Ayberman 1228.592 1231.951 דער שלאָמע האָט געזאָ-, eh דאָס, ah יאַקבע מײַן חבֿר, Yokheved Ayberman 1231.951 1234.585 אין געטאָ. אַ ידיד! Yokheved Ayberman 1234.585 1237.296 זאָגט ער, "הער, אױב מיר װעלן גײן Yokheved Ayberman 1237.296 1242.242 װעל איך דיר זאָגן, און דו שלעפּ זיך פֿון הינטן." Yokheved Ayberman 1242.242 1244.567 די פֿעטער זײַנען, מײַנע, אַרױסגעגאַנגען, Yokheved Ayberman 1244.567 1247.243 געלאָזן די װײַבער, געלאָזן די קינדער, Yokheved Ayberman 1247.243 1249.09 און דער בחור גײט מיט זײ, Yokheved Ayberman 1249.09 1251.521 און איך גײ פֿון הינטן. Yokheved Ayberman 1251.521 1258.162 און פֿירן פֿירט זײ דער שוחט פֿון מינסק. אײן שוחט האָבן מיר געהאַט. Yokheved Ayberman 1258.162 1260.351 ער פֿירט זײ. Yokheved Ayberman 1260.351 1263.053 זײַן טאָכטער איז פֿרומע. Yokheved Ayberman 1263.053 1265.729 פֿרומען האָב איך געקענט. Yokheved Ayberman 1265.729 1269.324 און ער פֿאָרט פֿאָרױס, און בײַ אים איז געװען אַ רוסישע פֿרױ. Yokheved Ayberman 1269.324 1272.965 און ער פֿאָרט מיט דער רוסישער פֿרױ אױפֿן פֿערד, אױף אַ װאָגן. Yishayahu Peri 1272.967 1273.818 דער שוחט? Yokheved Ayberman 1273.675 1274.837 דער שוחט. Yishayahu Peri 1274.837 1276.95 װי האָט ער געהײסן? איר געדענקט? Yokheved Ayberman 1276.216 1281.043 eh, פֿרומע איז זײַן טאָכטער. די פֿאַמיליע געדענק איך ניט. Yishayahu Peri 1278.215 1278.739 mhm. Yokheved Ayberman 1281.043 1283.521 eh Yokheved Ayberman 1283.521 1289.391 איז די די, איז, eh, האָט ער גענומען דער, דער בחורל Yokheved Ayberman 1289.391 1293.086 װוּהין, און דאָס דערצײל איך װעגן מײַן כאַ- ידיד. Yokheved Ayberman 1293.086 1295.788 און ער איז געגאַנגען פֿון הינטן, און איך הינטער זײ. Yokheved Ayberman 1296.748 1303.151 מ'איז אַראָפּגע- איך האָב צוגעפֿאָרן צום TSHERVENSKOM מאַרק, צוגעגאַנגען, געגאַנגען, און געזען זײ, Yokheved Ayberman 1303.151 1305.972 פֿון הינטן, און אַלצענעסדינג איז זײער שײן, זײער פֿײַן. Yokheved Ayberman 1305.972 1309.391 אָבער איך װײס ניט װאָס, מסתּמא דער מזל שפּילט דאָ. Yokheved Ayberman 1309.391 1314.477 און איך האָב עפּעס אָנגעהױבן, tsk װאָס זאָל איך טאָן? װי זאָל איך טאָן? װאָס זאָל איך טאָן? Yokheved Ayberman 1314.477 1317.956 און איך האָב זיך אומגעקערט צוריק אין געטאָ. Yokheved Ayberman 1317.956 1321.564 דער בחורל איז אַװעק מיט זײ. Yokheved Ayberman 1321.564 1326.32 מײַנע פֿעטערס, eh, דײַטשן האָבן זײ געטראָפֿן אױפֿן װעג. Yokheved Ayberman 1326.32 1328.814 דער גױ מיט דער, מיט דער eh eh Yokheved Ayberman 1328.814 1334.543 די גױים מיטן, מיטן, מיטן שוחט זײַנען מיט די פֿערד אַװעקגעפֿאָרן פֿאָרױס, Yokheved Ayberman 1334.543 1337.652 און און זע- Yokheved Ayberman 1337.652 1344.13 און די פֿעטערס מײַנע, און נאָך ייִדן, ס'איז געװען ניט מײַנע פֿעטערס אַלײן, אַ פֿולע ייִדן זײַנען געװען, Yokheved Ayberman 1344.13 1348.391 מיט זײ, אַ KVUTSA, זיבן־אַכט, צען מענטשן, איך װײס ניט. Yokheved Ayberman 1348.391 1351.347 מיטן בחור, זײַנען אַלע געהרגעט געװאָרן. Yokheved Ayberman 1351.347 1354.478 אין דעם זעלבן טאָג Yokheved Ayberman 1354.478 1361.521 איז דערגאַנגען צו אונדז אַז מ'האָט זײ געכאַפּט. מ'האָט זײ צעהרגעט. אָבער ער איז אַנטלאָפֿן מיט דער, מיט דער קריסט. Yokheved Ayberman 1361.521 1365.043 דאָס איז געװען דאָס. Yokheved Ayberman 1365.043 1367.782 און געקומען צוריק אין געטאָ, אָנגעהױבן װײַטער Yokheved Ayberman 1367.782 1373.043 זוכן, און און, און <באַרויִקן> זיך, און װוּ זוכט מען? אַז זײ זײַנען אַזעלכע Yokheved Ayberman 1373.043 1379.782 מענער, אַז זײ האָבן eh eh קענען אַרבעטן מיט ביקסן, אַלצענעסדינג, און װער בין איך? Yokheved Ayberman 1379.782 1383.777 װער בין איך? און איך בין די עלטסטע פֿון זיבן קינדער. Yokheved Ayberman 1384.694 1389.294 oh, פֿלעג איך גײן אױפֿן רוסישן ראַיאָן, מיט מײַן שװעסטערקינד הינדע, Yokheved Ayberman 1389.294 1392.2 װאָס בײַ איר געהרגעט געװאָרן די גאַנצע משפּחה, Yokheved Ayberman 1392.2 1393.894 און זי איז געבליבן אַלײן, Yokheved Ayberman 1393.894 1399.438 אַן עלנטע, פֿלעג איך איר ניט אָפּלאָזן, און מיר פֿלעגן בײדע גײן בײַטן װאָס אין שטוב פֿאַראַן. Yokheved Ayberman 1399.438 1401.937 פֿלעגן מיר בײַטן אַ קלײדל, Yokheved Ayberman 1401.937 1405.149 װאָס מיר פֿלעגן קרי- קענען בײַטן פֿון שטוב, Yokheved Ayberman 1405.149 1410.675 אַז איך זאָל קומען אַהײם און ברענגען עטלעכע בולבע, ברענגען אַ, אַ פּאָר, eh, PRUSOT LEKHEM, Yokheved Ayberman 1410.675 1415.825 uh און אָט אָ דאָס איז געװען מײַן אַרבעט. Yokheved Ayberman 1415.825 1423.608 דאָס איז געװען מײַן אַרבעט. אָט אַזױ בין איך אין צװײ און פֿערציקסטן יאָר געזוכט Yokheved Ayberman 1423.608 1427.912 און געביטן, און געװען אין געטאָ. Yokheved Ayberman 1427.912 1430.173 מײַן חבֿרטע F-, נו נו? Yishayahu Peri 1430.173 1432.478 איך װעל eh, דערצײלט. Yokheved Ayberman 1430.67 1432.67 מײַן חבֿרטע פֿאַניע, Yokheved Ayberman 1432.67 1435.163 פֿאַניע, פֿאַניע קאַפּלאַן, Yokheved Ayberman 1435.829 1440.079 האָט זי געהאַט אַ חבֿר, זי איז אױף צװײ יאָר עלטער פֿון מיר, אָנדערהאַלבן יאָר אפֿשר. Yokheved Ayberman 1440.079 1443.113 זי האָט געהאַט אַ חבֿר אין געטאָ. Yokheved Ayberman 1443.113 1446.869 האָט, eh, האָבן, האָבן זײ געאַרבעט אױף אַ עלעקטראָ־סטאַנציע. Yokheved Ayberman 1446.869 1452.086 זאָגט זי צו מיר, "דו װײסט װאָס? קום, מיר װעלן זיך נעמען, Yokheved Ayberman 1452.086 1455.26 און מיר װעלן אַװעקגײן." זי, איך זאָג Yokheved Ayberman 1455.26 1460.043 ער, דער בחורל, מיט אונדז אַרױסגעגאַנגען Yokheved Ayberman 1460.043 1465.13 און ער האָט אָנגעהױבן מורא האָבן, און ער האָט געזאָגט אַז ער קען ניט גײן מיט אונדז. Yokheved Ayberman 1465.13 1475.75 און ער האָט אונדז װײַטער אַװעקגעפֿירט אין געטאָ. און מיר זײַנען װײַטער אין געטאָ. ביזקל װאַנען איך האָב אָנגעהױבן אַרבעטן אױפֿן KIRPICHNEM זאַװאָד. Yokheved Ayberman 1475.75 1477.555 דאָרטן װוּ מע מאַכט די ציגל. Yishayahu Peri 1477.477 1478.638 זײַענדיק אין געטאָ. Yokheved Ayberman 1478.39 1483.999 זײַענדיק אין געטאָ, ah, eh, זײַענדיק אין געטאָ, אױפֿן KIRPICHNEM זאַװאָד. Yokheved Ayberman 1483.999 1489.695 eh דאָרט- MISPAR אײנס און צװײ, דאָס אױף די פֿאַבריקן, Yokheved Ayberman 1489.695 1494.434 און איך האָב דאָרטן שױן, eh, געאַרבעט. Yokheved Ayberman 1494.434 1503.695 כ'האָב געאַרבעט, געזוכט אַלצענעסדינג, געטאַפּט אומעטום, אָבער די װעג, eh, ד- נאָכן געטאָ, און דאָס, אַװעקגײן װיל איך. Yokheved Ayberman 1503.695 1510.13 און דאָרטן געװען אַ קריסטין אײנע, NATASHA האָט זי געהײסן, זאָגט זי "װאָס זיצסטו אין געטאָ? Yokheved Ayberman 1510.13 1512.869 מע װעט דיך קומען, מע װעט דיך הרגענען. Yokheved Ayberman 1512.869 1518.739 נעם, דו ביסט אַ BOYEVAYA, דו זעסט אױסעט אַז דו האָסט ניט מורא, נעם, גײ אַװעק." Yokheved Ayberman 1518.739 1526.434 אײן מאָל האָט זי אַזױ געזאָגט, נאָך אַ מאָל האָט זי אַזױ געזאָגט. װער װײס? Yokheved Ayberman 1526.434 1533.391 כ'האָב געאַרבעט. מיר האָבן געגרוזעװעט די ציגל. מיר האָבן זיך געמאַטערט זײער. Yokheved Ayberman 1533.391 1539.434 איך און הינדע, און מײַן, מײַ- און מײַנעם אַ ברודערל פֿלעג איך נעמען, העשעלע. Yokheved Ayberman 1539.434 1545.347 און דעם העשל, יע, און מיט העשלען, און נאָך אַ מומע, סימע. Yokheved Ayberman 1545.347 1551.564 און מיר פֿלעגן גײן דאָרטן און גרוזעװען די ציגל. Yokheved Ayberman 1551.564 1554.759 tsk די מאַמע איז געװען מיט די קינדער אין שטוב נאָך. Yokheved Ayberman 1560.24 1562.703 NAKHON, מע דאַרף נעמען אַ ביסל װאַסער. Yokheved Ayberman 1568.912 1573.912 און מיר האָבן אָנגעהױבן אַרבעטן, tsk דאָרטן אױפֿן KIRPICHNEM זאַװאָד. Yokheved Ayberman 1573.912 1576.869 מע פֿלעגט אונדז פֿירן אױף אַ מאַשינע, Yokheved Ayberman 1585.421 1587.651 מע פֿלעגט אים ברענגען צוריק אין געטאָ. Yokheved Ayberman 1587.651 1590.473 tsk מיר האָבן געהאָרעװעט װי פֿערד. Yokheved Ayberman 1590.473 1595.129 tsk מע פֿלעגט דאָ אױף אונדז ניט OBRASHAYen... TISGOR.